בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - נאר דו באשעפער פארשטייסט מיך
פחדים, חיזוק פאר פרויען, ספיקות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך ווארט צו הערן פון אייך אויב איר האט באקומען מיין בריוו.


איך שיק אייך דא א קליינע תפילה וואס איר זאלט דאווענען יעדן טאג:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ בִּין אַזוֹי צֶעבְּרָאכְן אוּן צֶעקְלַאפְּט; אִיךְ שְׁפִּיר וִוי אִיךְ קֶען מֶער נִישְׁט לֶעבְּן. קֵיינֶער אִין דִי וֶועלְט פַארְשְׁטֵייט מִיר נִישְׁט, נָאר דוּ טַאטֶע זִיסֶער, נָאר דוּ רַחְמָנוּת'דִיגֶער טַאטֶע קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין, וִויפִיל אִיךְ בִּין אַרִיבֶּער, וִויפִיל מֶען הָאט מִיר גֶעפַּיינִיגְט, וִויפִיל אִיךְ הָאבּ מִיטְגֶעמַאכְט אוּן אִיךְ מַאךְ מִיט; הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן כֹּחַ צוּ אוֹיפְצִיעֶן מַיינֶע קִינְדֶער זֵיי זָאלְן זַיין עֶרְלִיכֶע אִידְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין אוּמְזִיסְטִיגֶע פְּחָדִים אוּן דִּמְיוֹנוֹת, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל שׁוֹין הָאבְּן אַ גַאנְצֶע יְשׁוּעָה.


רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ בִּין פוּל מִיט סְפֵיקוֹת, אִיךְ וֵוייס נִישְׁט וָואס צוּ טוּן אוּן וָואס אִיז דִי רִיכְטִיגֶע וֶועג, יֶעדֶע מִינוּט טְרַאכְט אִיךְ עֶפֶּעס אַנְדֶערְשׁ; אֵיין רֶגַע טְרַאכְט אִיךְ 'יָא' אֵיין רֶגַע טְרַאכְט אִיךְ 'נֵיין', פוּן דֶעם אַלֶעם וֶוער אִיךְ אָפְּגֶעשְׁוַואכְט. הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער; אִיךְ גֶעבּ זִיךְ אִיבֶּער צוּ דִיר, טוּ מִיט מִיר וָואס אִיז גוּט פַאר מִיר, הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶר תְּפִילָה אוּן זֵייעֶר עֶרְלִיכְקַייט; בִּזְכוּת אַבְרָהָם אָבִינוּ, בִּזְכוּת יִצְחָק אָבִינוּ, בִּזְכוּת יַעֲקֹב אָבִינוּ, בִּזְכוּת מֹשֶׁה רַבֵּינוּ, בִּזְכוּת אַהֲרֹן הַכֹּהֵן, בִּזְכוּת יוֹסֵף הַצַדִיק, בִּזְכוּת דָוִד הַמֶלֶךְ, בִּזְכוּת שְׁלֹמֹה הַמֶלֶךְ, בִּזְכוּת רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, בִּזְכוּת רֶבִּי יִצְחָק לוּרְיָא אַשְׁכְּנַזִי, בִּזְכוּת רֶבִּי יִשְׂרָאֵל בַּעַל שֵׁם טוֹב, בִּזְכוּת רֶבִּי נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא מִבְּרֶסְלֶב, בִּזְכוּת רֶבִּי נָתָן מִבְּרֶסְלֶב, בִּזְכוּת רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה מִבְּרֶסְלֶב, יְהִי לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.


 

#3 - דו ביסט זייער נאנט צו מיין הארץ
ספיקות, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער הארציגער תלמיד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך זיץ דא אין קאנטרי – מחנה היכל הקודש מאנטיסעלאו, און דו ביסט אין שטאט. איך זע דיר נישט אבער עס גייט נישט אריבער א טאג און אפילו אפאר מאל א טאג וואס איך זאל נישט טראכטן פון דיר, דו קומסט מיר אריין אין מחשבה זייער אסאך.


איך בעט פאר דיר און פאר דיינע קינדער, ווייל פון אלע יונגעלייט תלמידים און פרישע מקורבים ביסטו נאך די מערסטע געטריי פאר'ן מוסד.


איך ווייס אז דו שפירסט זיך כאילו נישט נאנט צו מיר וכו', זאלסטו וויסן אז איך האב דיר זייער ליב און איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו טוסט פאר מיר פריוואט און פאר'ן מוסד.


איך בעט דיר זייער זאלסט אריין קוקן און ספר פעולת הצדיק, אות קמג – וואו עס ווערט געברענגט וואס איז אריבער אויף ר' יודל וכו'; לערן דאס יעדן טאג וועסטו זיין שטארק מיט'ן רבי'ן, עס וועט ווערן פון שֶׁקֶר - א שטארקע קֶשֶׁר.


דיין ראש ישיבה וואס בעט פאר דיר.

#2 - שאלות ותשובות עצתו אמונה
הפצה, ספיקות, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר, ט"ז אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די זכותים וואס דו האסט פון דעם וואס דו ביסט מסדר און מגיה די בריוון פון שאלות ותשובות עצתו אמונה; איך באקום צוריק אזויפיל גריסן פון בחורים, יונגעלייט און פרויען וואס זייער זיי לעבן פון די חיזוק פון דעם ספר.


אלעס וואס שטייט אינעם ספר "עצתו אמונה" איז גענומען געווארן פון ספר הקדוש "אשר בנחל", די שכל און חכמה פון מורי ורבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט אונז מזכה געווען מיט די הייליגע ספרים אשר בנחל און די הייליגע קונטרסים וואס זענען געבויט און באגרינדעט אויף די ווערטער פון הייליגן רבי'ן.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט די הייליגע ארבעט; זוך נישט קיין אנדערע זאכן וואס צו טון. דאס איז עצת היצר צו פארדרייען דעם קאפ. יעדעס מאל א מענטש הייבט אן עפעס טון אין עבודת ה' קומט דער יצר הרע מבלבל זיין מיט ספיקות ובלבולים: 'אפשר זאל מען טון עפעס אנדערש?' 'אפשר זאל איך מאכן אן אנדערע ספר?' וכו' וכו'. דעריבער אז דער אייבערשטער האט דיר מזכה געווען מיט די ארבעט צו מסדר זיין די בריוון זאלסטו זוכן דאס נאר שענער און בעסער מאכן. לייג אריין קאפ, מח און דיין הארץ אז דאס זאל ארויסקומען אויף די שענסטע וועג.


פרעג דיין ווייב תחי' צי זי וויל דיר העלפן אויפטייפן, מגיה זיין, מנקד זיין וכו' וכו', וועט דאס זיין א זכות פאר איר להפקד בבנים ובני בנים.


...


ענקער ראש ישיבה.

#1 - איך טויג יא אדער איך טויג נישט?
התחזקות, ספיקות, בזיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פ' יתרו, י"ז שבט, יומא דהילולא של מוהרא"ש זצוק"ל שנת תשע"ט לפ"ק


 


מרת ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן אייער פראגע.


וויסן זאלט איר אז דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", ווען א מענטש האט א בזיון און שווייגט אפ, דאס איז א סימן אז דער מענטש האלט ביי תשובה; בעיקר דארף מען דאס געדענקען ווען מען האט בזיונות פון זיך אליינס, אפצושווייגן דערויף. דאס מיינט אז מען זאל נישט צוריקוקן און צוריק טראכטן וואס איז געווען, נאר ווייטער אנגיין און דינען דעם אייבערשטן; ווען מען קוקט צוריק ווערט מען ביטער ווי א שטיק זאלץ - אזוי ווי לוט'ס ווייב - מען דארף קוקן נאר אויף פאראויס.


דאס וואס איר פרעגט אויב אמונה איז דער ענטפער; יא, זיכער איז אמונה דער ענטפער, ווייל ווי מער מען נעמט אריין אין זיך דעם אייבערשטן אלץ מער איז מען נישט פארנומען מיטן 'זיך' - טראכטנדיג שטענדיג די שווערע מחשבות: 'איך בין יא?' 'איך בין נישט?' 'איך טויג יא?' 'איך טויג נישט?' 'פאסט מיר צו מאכן א דורכפאל?' וכו' וכו', דאס אלעס פאלט אוועק מיט א שטארקע אמונה, ווייל ווען מען שטייט פאר'ן אייבערשטן איז נישט שייך דער גאנצער ווארט: "איך".


שטארקט אייך מרת ... תחי', איך האב אייך שטענדיג אינזין לטובה; גייט ווייטער אן מיט אייער עבודת הקודש, סיי מיט אייער חינוך הבנים והבנות און סיי מיט'ן העלפן אידישע קינדער. היינט איז אזוי גרינג צו העלפן אידישע קינדער, מען קען זיצן אין א ווארעמע שטוב מיט א ווארעמע גלעזעל טיי און מחזק זיין אידן אין די טויזנטער מיטן ארויס שיקן חיזוק - בריוו, דרשות וכו' וכו'.


דעם פארגאנגענעם פרייטאג איז אריין געקומען א איד אין ישיבה, א ספרד'ישער איד פון ארץ ישראל און ער האט ממש געשריגן פאר שמחה, ער האט געפרעגט: "דא איז די פלאץ וואו מען געבט די שיעורים וואס האט געטוישט מיין לעבן?" ער האט געשריגן פון גרויס איבעראשונג. ער האט דערציילט אז ער וואוינט אין בני ברק און ער הערט יעדן אינדערפרי די שיעורים המתורגמים אויף לשון הקודש, "דאס האלט מיר ביים לעבן!" האט ער געזאגט מיט א פלאם פייער, אזוי אויך האט ער געזאגט אז ער אליינס ווייסט פון הונדערטער אידן וואס דאס איז זייער לעבן.


א שאד מען האט דאס נישט אפגעכאפט דאס צו קענען ווייזן פאר אייך און פאר די אלע וואס זענען עוסק אין די חיזוק יומי המתורגם; אמאל האט מען זיך געדארפט שלעפן אין די קעלט און אין די היצן צו קענען א טובה טון פאר א אידן, היינט קען מען זיצן אין שטוב ווינטער מיט א ווארעמע טיי און זומער מיט א קאלטע טרינק און מחי' זיין די גאנצע וועלט.


שטארקט אייך און שטארקט אלע וואס זענען עוסק און נעמען א טייל אין די "חיזוק יומי המתורגם" פראיעקט, אז זיי זאלן ווייטער ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עוז און קיינמאל נישט ווערן קיין שמח בחלקו. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ עָשִׁיר? הַשָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ", ווער איז אן עושר? דער וואס איז צופרידן מיט וואס ער האט; זאגן צדיקים אז דאס איז נאר בגשמיות. ווען עס קומט צו קוקן אויף די דירה וואו מען וואוינט, די קאר וואס מען האט, אדער וויפיל געלט מען האט אין באנק, דארט דארף מען זיין א "שָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ", צופרידן מיט וואס דער אייבערשטער געבט, אבער ווען עס קומט צו רוחניות - צו העלפן אידישע קינדער טאר מען נישט זיין צופרידן מיט וויפיל מען טוט, נאר מען דארף שטענדיג טראכטן: 'וואס נאך קען איך טון צו העלפן נאך א איד?'


איך פריי מיר יעדעס מאל איר שרייבט מיר .