בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9 - איין גוט ווארט גייט אריין טיף אין די ביינער פאר'ן גאנצן לעבן
לערערין, קאמפלימענטס, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


געדענקט צו געבן גוטע ווערטער פאר אייערע תלמידות; איין גוט ווארט פון א טיטשער גייט אריין טיף אין די ביינער, עס העלפט פאר די גאנצע לעבן; עס טוט אויף מער פון קנסות, מער פון שרייען. דער הייליגער רבי זאגט: "מיט גוטנ'ס פועל'ט מען בעסער און שנעלער ווי מיט שלעכטס".


דאנקט דעם אייבערשטן פאר די מתנה, איר האט א מאן וואס לערנט, דאווענט און פירט זיך מיט יראת שמים.

#8 - לאזט אפ די דמיונות, טראכטס פונעם אייבערשטן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, קאמפלימענטס, מדות טובות, מחשבות, דמיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא


איר פירט זיך אויף זייער וואויל; איך באקום אזעלכע גוטע גרוסן אויף אייער אויפפירונג, איר זענט ערליך און איידל. איך האב שוין גערעדט מיט אייערע חשוב'ע עלטערן פון א גוטע שידוך פאר אייך, א בחור א ירא שמים מיט גוטע מידות.


האלטס אייך שטארק, גייט אן מיט אייער גוטע וועג; געבט גוטע ווערטער פאר אנדערע מיידלעך און העלפט אייער מאמע - וועט איר שיין מצליח זיין אין לעבן.


טראכטס נישט קיין נארישקייטן, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקנ) אמאל טראכט א מענטש א דמיון און נאכדעם מיינט ער שוין אז עס איז אזוי געווען; לאזט אפ די דמיונות, טראכטס פונעם אייבערשטן. אלעס וואס מען טראכט איז דמיון, נאר די מחשבות פון אמונה איז מציאות, רעאליטעט, שכל'דיג.

#7 - שלעפ נישט אראפ דיין ווייב פון איר צניעות
צניעות, קאמפלימענטס, חינוך הילדים, שלום בית, שאלות, ספיקות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שלעפ נישט אראפ דיין ווייב פון איר צניעות, פריי זיך אז זי וויל גיין אנגעטון איידל; וויי און ביטער ווערט ווען די ווייב הויבט אן זאגן אז דאס פעלט נישט אויס, יענץ פעלט נישט אויס - דעמאלט איז נישטא וואס צו מאכן, ווייל ווען די ווייב פארלירט איר געפיל אין איידלקייט - קען מען איר נישט באצווינגען.


עס קומען צו מיר טייערע אינגעלייט זיי וויינען צו מיר וואס זיי זאלן טון, זייער ווייב הויבט אן זיך פירן נישט ווי אזוי מען דארף; אן שטרומפ, קורצע קליידער וכו' וכו', השם ירחם; אז דיין ווייב האט אן אפמאך נאר צו גיין מיט א געוויסע סארט שטרומפ - זאלסטו נישט לאכן פון איר.


דער מאן דארף שטענדיג זאגן גוטע ווערטער פאר די ווייב בנוגע איר צניעות. נישט נאר פאר די ווייב, מען דארף זאגן פאר די קינדער; די גוטע ווערטער געבט כח מען זאל בלייבן גוט, סיי מיט די אינגלעך, סיי מיט די מיידלעך. זוך צו געבן א גוט ווארט יעדן טאג פאר דיינע קינדער, צום ביישפיל, ווען דו זעסט דיין קינד גרייט אן נעגל וואסער, זאלסטו זאגן הויך: "מאמי, קוק ווי וואויל דער קינד איז, ער גרייט אן נעגל וואסער"; עס קען זיין אז די איין גוט ווארט וואס ער הערט יעצט וועט אים טראגן זיין גאנץ לעבן אנצוגרייטן נעגל וואסער. אז דו זעסט דיין טאכטער - זאלסטו איר געבן א גוט ווארט, זאג הויך: "מאמי קוק ווי שיין צניעות'דיג זי איז"; דאס וועט איר געבן א שטארקייט צו בלייבן גוט.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן קיט): "עס איז א גרויסע מדריגה אפילו א מענטש איז נאכנישט קיין צדיק ער זאל פארגינען א צווייטן צו זיין א צדיק"; אז דו ביסט נאכנישט ביי דעם, דו כאפסט נישט דאס גרויסקייט פון אזא שטרומפ אדער א צווייטע סארט שטרומפ, און דו זעסט דיין ווייב ווי זי איז שטארק צו גיין נאר אזוי וכו' - זאלסטו איר זאגן: "איך פריי זיך אז דו ביסט שטארק מיט איידלקייט".


בנוגע וכו'; איך קוק גוט אויף דיר, האב נישט מורא צו שרייבן דיינע ספיקות; זיי נישט פון די וואס האלטן זיך צוריק צו פרעגן ווייל אפשר וועט דער ראש ישיבה טראכטן אז מען איז צעדרייט; עס איז נישט אזוי, ווייל כל זמן מען פרעגט, ווי צעדרייט מען זאל זיין - ווערט מען אויסגעגראדט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - קוקט וואס א גוט ווארט טוט מיט א מענטש
חיזוק פאר מיידלעך, לערערין, סקול, קאמפלימענטס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מרת ... תחי'


איך שיק אייך דא א בריוועלע וואס א תלמידה האט געשיקט וואו זי באדאנקט זיך פאר די סקול, ווי זי איז זיך מחי' מיט די גוטע ווערטער, מיט די שמייכל.


קוקט וואס א גוט ווארט טוט מיט א מענטש, קוקט ווי עס איז אזוי שטארק מחי'.


טוט דאס מיט אלע תלמידות.


...


לכבוד דער חשוב'ער ראש ישיבה שליט"א:


א גרויסן יישר כח פאר די געשמאקע סקול, איך האב אזוי שטארק ליב צו זיין דא.


היינט אינדערפרי ווען איך בין געקומען אין סקול זאגט מיר מרת ...: "גוט מארגן ..., דיין שיך איז אזוי שיין".


וואו אין די וועלט הערט מען אזא זאך – א פרינציפל זאל געבן א קאמפלימענט פאר א מיידל? נאכדערצו אויף שיך?!

#5 - די פרויען נעמען זיך צוזאם אויסצולופטערן
קאמפלימענטס, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, שטעטל, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' קרית ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי גליקליך איר שפירט זיך אין שטעטל ברסלב, ווי צופרידן איר זענט פון די מלמדים און טיטשערס; איך האף איר זאגט פאר די טיטשערס ווי צופרידן איר זענט, און פאר די ווייבער פון די מלמדים; זיי ארבעטן אזוי געטריי, אזויפיל כח און הארץ גייט אריין אין יעדן קינד באזונדער.


א גרויסן דאנק אז איר מאכט פון צייט צו צייט א לאנטש, איר נעמט צאם פרויען אין שטעטל, מען קומט זיך צאם זיך אביסל אויסלופטערן, בעיקר די פרויען וואס זיצן אין שטוב א גאנצע וואך; איך הער צוריק פון פרויען ווי שטארק זיי זענען זיך מחי'.


בנוגע וכו'; איר זאלט זיך פירן ווי אזוי מען האט אייך געלערנט.


בנוגע עפענען א גמ"ח פון קאר סיט"ס, קריב"ס; אדרבה ואדרבה, עולם חסד יבנה.


 

#4 - נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי אויפלעבן אידישע קינדער
לערערין, קאמפלימענטס, חינוך הילדים, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך בין אייך זייער דאנקבאר פאר'ן זיך אוועק געבן פאר די סקול, די מיידלעך האבן זייער הנאה פון אייך, פון די גוטע ווערטער וואס איר פארגינט זיי; איר געדענקט אלץ די מיידלעך וואס דארפן דאס נאך מער, איר געבט זייער אכטונג אויף די צעבראכענע הערצער, זיי צו געבן ווארעמקייט. יעדע מיידל באקומט א שמייכל, דאס איז ביי מיר זייער חשוב.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט די הייליגע ארבעט, מחזק זיין אידישע קינדער; נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי די זאך פון אויפלעבן אידישע קינדער, בפרט מיידלעך, זיי דארפן נאר אויפכאפן דאס שיינקייט פון צניעות, פון זיין א איד.


 איך ווייס איר ארבעט שווער, אבער געדענקט אז יעדער איינער ארבעט שווער, יעדער מוטשעט זיך; וואויל איז פאר דעם וואס מוטשעט זיך מיט גוטע זאכן, מיט אידישע קינדער.


 

#3 - אלע קינדער פון קלאס דארפן באקומען גוטע ווערטער
קאמפלימענטס, קדושה, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט די זכי' צו זיין א מלמד פאר קינדער - תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, וואס אויף זייער תורה שטייט די וועלט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש איכה, פתיחתא ב): "מָאן אִינוּן נְטוּרֵי קַרְתָּא, אֵלּוּ סוֹפְרִים וּמְשַׁנִּים, שֶׁהֵם הוֹגִים וּמְשַׁנִּים וּמְשַׁמְרִין אֶת הַתּוֹרָה בַּיוֹם וּבַלַּיְלָה", ווער זענען די וואס היטן אפ די שטאט פון שלעכטס? די מלמדים וואס לערנען תורה מיט קינדער, זיי היטן אפ די שטאט פון אלעם שלעכטס.


אויף דיין פראגע וכו'; קוקן אויף בא'חנ'טע קינדער איז נישט קיין תאוה, חן ווייזט אויף א ריינע נשמה. א בא'חנ'טער מענטש האט א ליכטיגע נשמה, עס איז דא וואו די ברכה זאל חל זיין; אדרבה, לייג אריין אסאך אין דעם קינד.


געב אבער אכטונג אז אלע קינדער זאלן באקומען גוטע ווערטער; עס קען פאסירן ביי מלמדים מען זאל זיך נישט כאפן, מען געבט גוטע ווערטער פאר די בא'חנ'טע קינדער און מען פארזעט די אנדערע. אזוי אויך קען מען פארזען ווען א קינד קומט שפעט; אויב האט דער קינד חן באקומט ער נישט קיין פסק, און די אנדערע - טשעפעט מען און מען שפעט פון זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - א גוט ווארט קען ראטעווען א מענטש
קאמפלימענטס, מדות טובות, אמת

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


געבן גוטע ווערטער איז זייער א גרויסע מצוה; ווען מען געבט יענעם א גוט ווארט - געבט מען יענעם ממש לעבן. אמאל קען א גוט ווארט ראטעווען יענעם, עס זענען דא מענטשן וואס האבן שרעקליכע יסורים, קיינער ווייסט דאס נישט, זיי ווילן נאר אנטלויפן ה' ירחם, און מיט איין גוט ווארט ראטעוועט מען יענעם.


עס איז נישט קיין עסק צו געבן פאלשע גוטע ווערטער, עס האט נישט קיין טעם ווען מען געבט יענעם א קאמפלימענט און דאס איז נישט אמת; מען דארף געבן גוטע ווערטער וואס איז וואר. אז מען וועט גוט אריינקוקן, מען וועט זוכן א גוטע זאך אין יענעם - וועט מען שטענדיג האבן גוטע זאכן וואס זענען אמת מיט וואס יענעם צו מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - געבן גוטע ווערטער איבער די מאס
קאמפלימענטס, שלום בית, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן דאנק פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי, דו העלפסט מיר אז די מוסד זאל קענען באקומען די נויטיגע הילף פון די שטאט, מען זאל קענען באצאלן די מלמדים, טיטשערס און עסן וכדומה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער האבן די זכי' צו טון גוטע זאכן, בויען מוסדות התורה והיראה, משמש זיין דעם רבי'ן; דאס וועלן מיר מיטנעמען, דאס וועט בלייבן אויף אייביג.


בנוגע הפצה; דאס אליינס איז הפצה. אלע וואס העלפן די מוסדות - איז הפצה, זיי האבן א חלק אין אלעס וואס די מוסד פארשפרייט.


זיי נישט קארג אין שטוב, גיס גוטע ווערטער; טראכט נישט אויב עס פעלט אויס נאך גוטע ווערטער, געב דיין ווייב גוטע ווערטער איבער די מאס.