בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#19 - דער שטעטל וועט זיך בויען אויב איר וועט טראכטן איינער פון צווייטן
שטעטל, פרנסה, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


איך וויל אייך בעטן איר זאלט העלפן איינער דעם צווייטן; יעצט עפנט זיך א גראסערי אין שטעטל, זאלט איר זען איינקויפן אין שטעטל. דער שטעטל וועט זיך בויען אויב איר וועט טראכטן איינער פון צווייטן, איר וועט געבן פרנסה איינער דעם צווייטן.


איך שטיי און איך וואונדער זיך אויף די וואס ווען עס קומט צו זייער אייגענע באקוועמליכקייטן וועלן זיי נישט ארויסגיין איין איינציגע טריט פאר א צווייטן בשעת אלע גייען ארויס פון זייער וועג זיי צו געבן ארבעט; וואס קען מען טון, אלץ זענען דא אזעלכע מענטשן וואס טראכטן נאר פון זיך. איך האף אז רוב אנשי שלומינו וועלן יא טראכטן פון א צווייטן.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין יום טוב פסח אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - איבערבעטן און זיך אויסשמועסן
מוסדות, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק


ווען איך בין געווען פאריגע וואך אין סקול איז געקומען צו מיר טיטשער מרת ... תחי', זי האט געוויינט; זי זאגט אז איר זוכט אויף איר שלעכטס, זי האט מיר דערציילט אלעס וואס איר זאגט איר, ווי אזוי זי זאל זיך פירן אין קלאס און ווי אזוי זי זאל קומען אנגעטון ווען זי קומט אין סקול טיטשן.


איך האב איר געזאגט אז עס איז נישט אמת, איר זוכט נישט אויף איר שלעכטס. איך האב איר פרובירט צו בארואיגן זי זאל נישט אזוי טראכטן, איך האב איר געזאגט אז איך גיי רעדן צו אייך וכו'.


דעריבער בעט איך אייך איר זאלט איר איבערבעטן און איר געבן דעם גוטן געפיל, זי זאל שפירן ווי מען דארף איר און ווי מען שעצט איר; ווען א טיטשער שפירט ווי מען שעצט איר - באקומט זי כוחות צו קענען טון מער וויפיל סתם א מענטש קען טון.


זי האט נאך זאכן וואס שטערט איר, עס איז וויכטיג איר זאלט שמועסן מיט איר.

#17 - נישט זוכן חסרונות ביי יענעם
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, בין אדם לחבירו, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיר מחי' געווען מיט דיין בריוו וואו דו שרייבסט מיר אז דו האסט אנגעהויבן דאווענען בתמימות ופשיטות אזוי ווי א קליין קינד, האסט זיך אויסגעשאלטערט פון אלעס; האסט פארשטאנען די נקודה וואס איך האב דיר געשריבן אז ווען מען קומט אין שול קומט מען צו קיינעם, מען קומט נאר צום אייבערשטן, מען האט נישט מיט קיינעם און מען זעט נישט קיינעם; האסט געשפירט ביים דאווענען א זיסע טעם.


מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מיר וועלן זוכה זיין אז מיר וועלן לעבן מיטן רבי'ן, אז מיר וועלן נעמען דעם רבי'ן פאר זיך אליינס, מען וועט ניצן די עצות פאר זיך אליינס; מען וועט נישט זוכן אין א צווייטן חסרונות, אויב יענער איז א ברסלב'ער, אויב יענער טוט וואס דער רבי זאגט, אויב יענער איז מקיים הלכות. אז מען נעמט דעם רבי'ן פאר זיך, מען פאלגט דעם רבי'ן; מען גייט יעדן טאג התבודדות, מען לערנט שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מען איז פרייליך מיט פשטות יהדות, מען איז נזהר אין שלום בית - קענען מיר נישט טראכטן צו וואס דער רבי וועט אונז ברענגען.


שטארק זיך מיט די נקודה פון זוכן דאס שיינקייט ביי אנדערע; יעדן איינעם דן זיין לכף זכות, זען דאס גוטס ביי יעדן איינעם - וועסטו מצליח זיין זייער שיין.

#16 - לאכט זיך אויס ווען איינער מאכט אייך אוועק
חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, תהלים, בין אדם לחבירו, בושה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב וויליאמסבורג


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ביי מיידלעך איז נישט שייך די סגולה פון משניות; ביי מיידלעך איז נישטא קיין לימוד התורה. מיידלעך דארפן זאגן תהילים, בעטן דעם אייבערשטן פאר זיך און פאר אירע דורות.


שטארקט זיך, ווערט נישט צעפאלן פון קיינעם; איך הער זאגן אז מען באנעמט זיך נישט שיין מיט אייך אין אפיס, מען שטופט אייך ארויס, מען מאכט אייך אוועק; נעמט עס נישט צום הארצן, די וואס פירן זיך נישט שיין -דאס איז זייער פראבלעם, דאס דארף אייך נישט צעברעכן, זיי דארפן זיך טוישן.


לאכט זיך אויס ווען איינער מאכט אייך אוועק; יעדעס מאל מען געבט אייך שלעכטע באנעמונג (עדיטוד) זאלט איר געבן א שמייכל.

#15 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט שטעכן און טשעפען א צווייטן
תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, מדות טובות, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אלע רעדן אויף דיר; אלע זאגן אז דיין צוגאנג צו בחורים און אברכים איז נישט שיין, נישט גוט.


איך שרייב דיר דאס ווייל דו ביסט יעצט אין די יארן פון שידוכים; איך האב שוין פרובירט עטליכע מאל אנצוטראגן א שידוך פאר דיר, אלץ קומט צוריק דעם זעלבן ענטפער; מענטשן האבן מורא פון דיר, פון דיין שארפקייט. דיין וועג איז צו שטעכעדיג.


איך האב שוין אפאר מאל גערעדט מיט דיר, וואס געשעט? פאר צוויי וואכן פרובירסטו, נאכדעם ווערסטו נאכמער ציפעדיג, שארף און שטעכעדיג.


אז דו ווילסט דיך אויסארבעטן, דארפסטו גיין יעדן טאג התבודדות; בעטן דעם אייבערשטן 'נאר' אויף דעם פרט, דו זאלסט אויפהערן רעדן שארף, אויפהערן טשעפען, פליקן, שטעכן, ציפן וכו'.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף דיר.

#14 - זיי מקרב די וואס זיצן אין די זייט איינזאם
שידוכים, תהלים, מדות טובות, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


                                 יום ה' פרשת תולדות, ג' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך און זיי פרייליך, נאך אביסל וועסטו שוין ווערן א כלה; ביים אייבערשטן איז אלעס מעגליך, עס קען זיין אין איין אויגן בליק אז דיינע ברידערס וועלן ווערן חתנים און דו וועסט א כלה ווערן.


איך בעט דיר זייער, געב אכטונג אויף א צווייטע מיידל'ס געפילן; ווען דו זעסט א מיידל וואס איז איינזאם, קיינער רעדט נישט מיט איר, זי זיצט אליין, זי האט נישט קיין חבר'טעס - זאלסטו איר מקרב זיין. מען קען זיך איינקויפן עולם הבא מיט דעם וואס מען געבט אכטונג אויף א צווייטן.


שטענדיג זאלסטו האלטן קאפ אויף די מיידלעך וואס זיצן אייביג שטיל פאר זיך - זיי צו מקרב זיין, וועט דער אייבערשטער דיר מקרב זיין, ווייל ווי אזוי א מענטש פירט זיך מיט א צווייטן אזוי פירט מען זיך צו אים פון הימל; ווען א מענטש געבט נאך אויף זיינע מידות, ער איז מוותר אויף זאכן וואס שטערט אים - איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות. אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יז.): "כָּל הַמַּעֲבִיר עַל מִידוֹתָיו, מַעֲבִירִין לוֹ עַל כָּל פְּשָׁעָיו".


שרייב מיר יעדעס מאל דו ענדיגסט נאכאמאל תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - נישט וויי טון יענעם
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תהלים, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


                                יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די תלמידות פון בית פיגא ברסלב שתחיו.


אז איר ווילט מיר מאכן נחת זאלט איר זייער אכטונג געבן נישט וויי צו טון קיינעם; איר זאלט שטענדיג טראכטן פון א צווייטן, איר זאלט זיין פארזיכטיג ווען איר זאגט ארויס א ווארט עס זאל נישט וויי טון יענעם.


טייערע תלמידות, נעמט דעם ספר תהלים פאר אייער פריינט; וואו איר גייט זאלט איר מיטנעמען דעם תהילים. זאגט יעדן טאג דעם יום תהילים, אזוי וועט איר עס ענדיגן יעדע וואך, אויב עס איז שווער צו זאגן דעם גאנצן יום זאלט איר זאגן וויפיל איר קענט.


ווען איר קומט אהיים זאלט איר העלפן די מאמע; זוכט נישט ארויסצוגיין פון שטוב, ענדערש בלייבט העלפן די מאמע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין מיט אלע אייערע וועגן.

#12 - די פרומע דמיונות און די פרומע רשעות
חסידות ברסלב, בין אדם לחבירו, חומרות, פרום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די אלע מעשיות און פרטים ווי דער רבי האט אייך ארויס גענומען פון אלע דמיונות און פינסטערניש; פון די פרומע דמיונות, פון די פרומע רשעות.


עס איז באוואוסט דאס ווארט פונעם הייליגן ראפשיצער רב זכותו יגן עלינו, פרו"ם איז די ראשי תיבות פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'צוות; די פרומע רשעים וואס זענען פארנומען טאג און נאכט מיט מחלוקות - די זענען אין א ביטערע פלאנטער, די קענען נישט תשובה טון, זיי ווייסן נישט וואס תשובה איז, ביי זיי איז תשובה מאכן נאך מער מחלוקת, ביי זיי איז תשובה ווערן נאך מער רשע; זעלטן וואס מען זעט די זאלן קענען ארויסקריכן פון זייער פארבלאנדזשעטקייט.


ווער רעדט נאך פון פרומע פרויען וואס זענען פארקראכן אין טיפע זינד, זיי האבן זיך געמאכט אן אייגענע תורה, ביי זיי איז ווי מער אפגעשיידט - מער ערליך, ווי מער טונקל - מער צניעות, ווי מער שלעכט - איז מען אויפ'ן ריכטיגן וועג; די זענען אין זייער א טיפע בלאטע, די איז כמעט נישט מעגליך זיי זאלן זאלן תשובה טון, ווייל ווען זיי טוען תשובה פארקריכן זיי מער.


מוהרא"ש זאגט, דאס זענען געווען די רשעים אין סדום; זיי האבן געטון רשעות, אזוי ווי עס שטייט (בראשית יג, יג): "וְאַנְשֵׁי סְדֹם רָעִים וְחַטָּאִים", זיי זענען געווען שלעכטע זינדיגע מענטשן, "לַה' מְאֹד", אלץ האבן זיי געטון לשם שמים; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן י): די שלעכטע מענטשן ווערן אלץ מער שלעכט, ווייל זיי ווילן חרטה האבן, זיי ווילן תשובה טון, אבער זיי ווייסן נישט וואס איז תשובה, וואס איז חרטה - טוען זיי מער און מער רשעות.


דאס איז אלעס ביז מען איז זוכה צו טרעפן דעם רבי'ן, אבער ווען מען איז זוכה מען ווערט מקורב צום רבי'ן - עפנט זיך א נייע וועלט, מען ווערט אויסגעלייזט פונעם יצר הרע, מען גייט ארויס פון די טונקלקייטן, מען גייט ארויס פון די פינסטערניש, מען הייבט אן זען דעם אמת, מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן; מען זוכט נישט קיין מחלוקת, מען זוכט נישט קיין חומרות, קיין פרישות, מען דארף מער נישט שעפן חיות פון די שלעכטע זאכן, מען הייבט אן האבן חיות פון זיין א איד, פון טון מצוות ומעשים טובים.


וואויל איז אייך אז איר געבט דאס איבער ווייטער פאר אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#11 - איך בעט איבער יעדן איינעם
תשובה, מוהרא"ש, בין אדם לחבירו, ראש ישיבה, אחדות, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א שאד דו ביסט נישט געווען צוזאמען מיט אונזער קיבוץ אום יום הכיפורים; עס איז געווען גאר א שיינער קיבוץ. מען האט געשפירט דאס ליבשאפט און אייניגקייט פון אנשי שלומינו, אויך איז געווען א שטארקע התעוררות, יעדער איינער האט אמת'דיג תשובה געטון, מען האט געשפירט ווי מוהרא"ש איז מיט אונז.


כל נדרי ביינאכט איז געווען א דרשה, איך האב אלעמען איבערגעבעטן; מיר וואלט בעסער געווען צו זיצן אין די זייט און נישט האבן מיט קיינעם צוטון, וואס זאל איך טון אז מוהרא"ש האט מיר געגעבן א שליחות צו זיין ראש ישיבה - מחזק זיין און אויפברענגען בחורים, שפעטער האט מוהרא"ש צוגעלייגט אויך אינגעלייט, שפעטער פרויען, חדר און סקול; קומט אויס אז אסאך מאל ווערן מענטשן באליידיגט, מען האט חלישות הדעת; איך האב געבעטן אלע זאלן מיר מוחל זיין.


מען האט גערעדט נאך אסאך שיינע זאכן, איך האף אז איינער וועט דאס אפשרייבן, עס זאל זיין פאר אלעמען חיזוק.

#10 - ווי אזוי "בית פיגא" תלמידות דארפן זיך פירן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שידוכים, דרך ארץ, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די טייערע בית פיגא תלמידות שתחיו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט אכטונג געבן איינער אויפ'ן צווייטן, איר זאלט טראכטן פאר איר רעדט און ווי אזוי איר רעדט; איר זאלט קיינמאל נישט שטעכן א צווייטן.


נוצט אויס די וואכן וואס איר געפונט זיך צווישן די בערג און ביימער, איר וועט זיך בענקען א גאנץ יאר צו די צייט. דער זומער גייט פארביי, מען פארט שוין צוריק - יעדער צו זיין וואוינארט; איר וועט זיך בענקען צו דעם שיינעם זומער.


שפאצירט מיט'ן אייבערשטן; יעדע מיידל זאל זיך מאכן אביסל צייט צו שפאצירן אין קעמפ מיט'ן אייבערשטן. דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה התבודדות, מען זאל שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף מאמע לשון, אים אלעס דערציילן, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטע פריינט.


ווען מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן דארף מען שוין גארנישט אויף די וועלט; מען שפירט זיך מער נישט אליין, מען שפירט זיך ארום גענומען מיט'ן אייבערשטן, מען שפירט א זיסע טעם אין לעבן, מען איז פרייליך און צופרידן.


איך בעט אייך נאכאמאל רעדט נישט צווישן זיך פון בחורים, מאכט אייך נישט קיין אייגענע שידוכים; איך ווייס אז איר ווילט שוין זייער חתונה האבן, איר ווילט אנהייבן לעבן, איר זענט קלוג און שארף צו וויסן אז לעבן איז נישט חבר'טעס, איר שפירט ווי איר קענט מער נישט; דאך בעט איך אייך איר זאלט זיך פירן איידל און נישט רעדן צווישן זיך פון שידוכים. אז עס פאלט אייך איין א שידוך קענט איר דאס דורך רעדן מיט אייערע עלטערן אדער מיט אייער חשוב'ע מנהלת; צווישן זיך זאלט איר רעדן נאר קלוגע זאכן און שיינע איידעלע רייד.


נישט אלעס וואס מען זעט פון אינדרויסן איז אזוי ווי עס זעט אויס, א זאך קען אמאל אויסזען גלאנציג און בליטשקעדיג פון אינדרויסן אבער אינעווייניג איז עס נישט געזונט, עס איז פארפוילט. איך געדענק ווי מוהרא"ש האט אמאל גערעדט מיט א מיידל וועגן א שידוך אבער די מיידל האט נישט געוואלט דעם שידוך, זי האט געוואלט עפעס שענערס וכו', האט מוהרא"ש איר געזאגט: "איך בעט דיר, געב אכטונג זאלסט נישט ווערן אריינגענארט מיט א מאן וואס וועט דיר נישט פארגינען דאס לעבן, ער וועט דיר נישט פארגינען א באטל סאודע..." שפעטער האט זיך דאס ווייבל גע'גט ווייל זי האט גענומען וואס איז שיין פון אינדרויסן, אבער באמת איז דאס געווען א באטל ווערעם, ער האט איר געפייניגט און געשלאגן.


נאך איין זאך בעט איך אייך, איר דארפט אהיים רופן יעדן טאג. כיבוד אב ואם איז נישט קיין קליינע מצוה, כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה און ווען מען איז נאך קינדעריש כאפט מען נישט דאס גרויסקייט פון די מצוה.


איך האף אז איר שעמט זיך נישט מיט אייערע עלטערן; בעט דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן אייער מאמע, נישט קוקן אויף איר ווי זי איז אלטמאדיש. וואס וועט איר טון ווען אייערע קינדער וועלן קוקן אויף אייך ווי אלטמאדישע מענטשן, זיי וועלן נישט וועלן רעדן מיט אייך, זיי וועלן נישט וועלן גיין צו שמחות וואו איר זענט, זיי וועלן זיך שעמען מיט אייך? וואס וועט איר טון? דעמאלט וועט איר טראכטן: 'א שאד איך האב דאס געטון צו מיין מאמע'.


איר דארפט יעדן טאג אהיים רופן, און די מיידלעך וואס וואוינען דא אין שטעטל דארפן בעטן רשות יעדן טאג אהיים צו גיין העלפן די עלטערן מיט די שטוב ארבעט; דאס איז אונזער קעמפ, דאס איז אונזער פארגעניגן - צו העלפן די עלטערן.


איך וועל זיך פרייען אז איר וועט מיר שרייבן בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - אכטונג געבן אויף יעדן איינעמ'ס געפילן
מוסדות, שטעטל, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חבר הנהלה.


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן די מוסד אזוי געטריי; אויף די וועלט זעסטו נישט וואס דו טוסט, מען האט נאר טענות אויף דיר, אבער אויף יענע וועלט וועסטו זען די שכר וואס דו וועסטו באקומען פאר'ן העלפן בויען א מוסד וואס מאכט ליכטיג פאר אזויפיל מענטשן.


איך וויל דיר מחזק זיין און אלע חברים וואס העלפן מיר, איר זאלט זיצן איינמאל א וואך אדער מאקסימום איין מאל אין צוויי וואכן צו זען וואס מען קען בעסער מאכן פאר די מוסד און וואס מען קען אלץ פאררעכטן.


דער עיקר זאלט איר אכטונג געבן נישט צו זיין קיין פוסע על ראשי עם קודש, נישט טרעטן אויף אנדערע; אכטונג געבן אויף יעדן איינעמ'ס געפילן און זיך רעכענען מיט אלע אנשי שלומינו וואס זענען געקומען וואוינען אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - אז מען קוקט מיט רחמנות איז גאר אנדערש
צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, בין אדם לחבירו, שכנים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז די שכנים האבן נישט קיין שכל, זיי לאזן די טעכטער זיך ארום דרייען נאקעט וכו' - זאלט איר מיט אייער חכמת נשים שיין רעדן צו זיי און זיי בעטן מיט א ווייכע שפראך אז איר האט קינדער - אינגלעך און מיידלעך און איר ווילט זיי אפהיטן זיי זאלן זיין ערליך; איך בין זיכער אז אויב איר וועט רעדן שיינערהייט צו זיי וועלן זיי אכטונג געבן און אנטון די קינדער.


אז מען קוקט מיט רחמנות איז גאר אנדערש; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יח) דער וואס דרייט איבער פון כעס אויף רחמנות איז זוכה צו א גוט לעבן; יעדעס מאל מען האט צוטון מיט א צווייטן מענטש, אויב מען לייגט אריין אין די מעשה דאס ווארט "רחמנות", דאן טוישט זיך די גאנצע מעשה.


די גאנצע לעבן טוישט זיך אויב מען קוקט אויף א צווייטן מיט רחמנות; ווען מען האט צוטון מיט א שווערע מענטש און מען שפירט ווי מען קען עס מער נישט נעמען, דארף מען טראכטן: 'איין מינוט, ער איז דאך אזא רחמנות, ער ליידט דאך דאס מערסטע פון זיך אליין', דעמאלט פאלט אוועק די שנאה, מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן אז מען האט נישט די שלעכטע נאטור וואס דער אנדערער האט.


הערטס נישט אויף צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט שטענדיג מיט אייך, מיט אייער מאן און מיט אייערע קינדער, וועט דער אייבערשטער מאכן נאך ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - ס'איז נישט מעגליך צופרידן צו שטעלן יעדן איינעם
שלום בית, בין אדם לחבירו, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


געדענק דעם דיבור פון הייליגן רבי'ן (עיין חיי מוהר"ן, סימן רכט) "נִצַּחְתִּי וָאֲנַצֵּחַ", איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן, "גָּמַרְתִּי וָאֶגְמוֹר", איך האב געענדיגט און איך וועל ענדיגן.


דו האב מיט קיינעם גארנישט, געב פאר קיינעם נישט אפ קיין דין וחשבון וואס דו טוסט, פארוואס, פאר וועם און פאר ווי; דו טו דעם רצון ה' און געב אכטונג אויף דיין ווייב תחי', מער פון דעם וועט דיר סיי ווי נישט גיין.


די אלע וואס קומען מיט פשעטלעך: "מען דארף יוצא זיין ידי אדם, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, ד): 'וּמְצָא חֵן וְשֵׂכֶל טוֹב בְּעֵינֵי אֱלֹקִים וְאָדָם"; ווייסן נישט דעם פשט אין פסוק, ווייל עס איז נישט מעגליך אז א מענטש זאל יוצא זיין די ווילן פון אנדערע מענטשן, ווייל יעדער מענטש וויל דאך עפעס אנדערש, נו ווי איז מעגליך יוצא צו זיין ידי אדם? נאר די פשט איז, אז ווען א מענטש לעבט מיטן אייבערשטן העלפט אים דער אייבערשטער אז ער וועט געפונען חן בעיני אלקים ואדם.


געב א קוק וואספארא שיינע גארטן דו האסט אויפגעשטעלט נאר בזכות די תמימות ופשיטות פון דיר און דיין ווייב תחי', נאך אביסל האלסטו שוין דארט וואו דער "תם" איז אנגעקומען (סיפורי מעשיות, מעשה ט מחכם ותם), צו ווערן דער מיניסטאר וכו', דו וועסט קענען שרייען פאר דיינע אלע וכו': "קוק צו וואס מיין תמימות האט מיר געברעגט".


בנוגע דיינע חובות; פראביר יעדן טאג צו מקיים זיין די מצוה פון פריעת חוב, אפילו אביסעלע און אפילו דורך א שליש וד"ל.


...

#6 - עס איז נישט דא נאך א שיינע פלאץ אין גאנץ ארץ ישראל ווי "יבנאל"
שלום בית, יבנאל, מחלוקת, בין אדם לחבירו, לשון הרע, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך בין יעצט אויפן וועג אהיים פון ארץ ישראל וואו איך בין געווען אין יבניאל; וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברודער, עס איז נישט דא נאך א שיינע פלאץ אין גאנץ ארץ ישראל ווי "יבנאל" סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.


אויב דו זוכסט א פלאץ וואו צו פארן מיט דיין ווייב וואלט איך דיר גע'עצה'ט צו פארן קיין יבנאל; נעם ארויס א דירה דארט, עס איז דא מנינים פון אינדערפרי ביז אויפדערנאכט מיט א מקוה, און א ציון וואו מען קען גיין פיר און צוואנציג שעה א טאג רעדן מיט מוהרא"ש און פועל'ן ישועות.


דאס וואס מענטשן רעדן אז מען קריגט זיך דארט וכו' איז שקר וכזב, דאס איז סתם הוצאת שם רע; עס איז ליידער דא א מיעוט דמיעוטא וואס זוכן מחלוקת וכו', דאס איז איבעראל דא און דאס איז אויך אנגעגאנגען בחיים חיותו פון מוהרא"ש. רוב רובם ככולם זענען ריינע וואוילע מענטשן – אמת'ע תלמידי היכל הקודש אן מחלוקת און אן פאליטיק.


מען שטייט אויף אינדערפרי צו גיין מאכן התבודדות אויפן בארג און ביים ציון, נאכדעם זענען זיי זיך קובע עתים לתורה און רוב טאג גייען זיי הפצה, זיי פארפלייצן די ספרים לאורכה ולרחבה פונעם גאנצן לאנד.


איך האב דארט תלמידים פון ישיבה, זיי זענען זיך מחי' דארט צו וואוינען; זיי גייען הפצה רוב טאג און מאכן אין איין טאג וואס א צווייטער אינגערמאן מאכט פון זיין פרנסה א גאנצע וואך – בלי גוזמא.


איך וועל אם ירצה ה' פארן דעם ווינטער מיט די בחורים און וויילן דארט א שבת, ווייל די לופט דארט איז זייער א קלארע ריינע לופט; ביי מיין יעצטיגע נסיעה בין איך געווען אין ירושלים און אין מירון וכו' וכו', אבער אזאנס ווי יבנאל איז נישט דא אין די גאנצע וועלט.


קיינער זאל מיר נישט פארקויפן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט שלעכטס אויף דעם פלאץ; כאילו עס צעפאלט וכו' (הי' לא תהי'); איך געדענק ווען איך בין דאס ערשטע מאל געווען אין יבנאל האב איך ממש געשפירט וואו איך בין אין "גן עדן העליון", איך האב זיך נישט געקענט פארשטעלן אין וויסטן חלום אז מען קען נעמען מענטשן און זיי ארויסטראגן פון דער וועלט זיי זאלן לעבן און אטעמען נאר אלוקית.


דעמאלט זענען צוגעקומען צו מיר די "מלאכי חבלה" און געזאגט: "זה לא פשוט מה שקורה פה", איז מיר גלייך אויפגעקומען אין געדאנק וואס די הייליגע חכמים זאגן (שקלים יד:) אז אין בית המקדש זענען געווען זיגלעך אויף די קרבנות פון די נסכים מיטן דאטום צוליב די פאפערס; לכאורה איז דאס שווער צו פארשטיין, 'אין בית המקדש זאלן מענטשן נישט האבן עפעס בעסערס וואס צו טון ווי צו גנב'נען אפאר שקלים פון הקדש, פון ממון גבוה?' אדער די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (משנה יומא ב, א) אז א כהן האט אראפגעשטיפט זיין חבר פון מזבח און יענער האט זיך צעבראכן די פוס; שטעלט זיך די קשיא: 'ער איז דאך יעצט אויפן הייליגן מזבח, מען דארף דאך זיין משוגע זיך אזוי אויפצופירן אויפן מזבח! ווי אזוי קען מען דאס פארשטיין?!' נאר פון דעם זעט מען אז מען קען זיך געפונען אין בית המקדש, אינעם עזרה, און אויפן הייליגן מזבח און מיט דעם אלעם זיין פארנומען מיט גנב'ענען געלט און זוכן כבוד; אזוי אויך קען מען זיין ביי א צדיק און זוכן כבוד, געלט און תאוות וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אנשי שלומינו זאלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, יעדער איינער מעג טראכטן אויף זיין וועג, מען קען נישט צווינגען א צווייטן 'צו האלטן אזוי ווי מיר', יעדער זאל נעמען דעם רבינ'ס עצות אויף זיין וועג און זיך מחזק זיין דערמיט, דער עיקר מען זאל זיך נישט פיינט האבן.


דו געדענקסט אוודאי ווי מען פלעגט גיין טאג און נאכט צו מוהרא"ש רעדן שלעכטס אויף מיר און אויף מיינע תלמידים; געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב קיינמאל נישט פארציילט פאר מוהרא"ש וואס מען טוט מיט מיר, אפילו ווען ר' ... שליט"א האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה ביי שלש סעודות און מיר אראפגעקלאפט ברבים אינאיינעם מיט אלע תלמידים מיטן אונז אנרופן "די שוואכע חבורה"; ער האט מסביר געווען ביים פארלערנען פאר א פולע בית המדרש אז "לעצטנס האט זיך היכל הקודש אויסגעשטעלט אלץ צוויי חבורות". עס איז אמת אז עס זענען געווען צוויי גרופעס וכו', אבער ער האט אויסגעפירט מיט די ווערטער: "איין חבורה עובדי ה'", מיט דעם האט ער זיך געמיינט, "און די צווייטע חבורה, די אינגעלייט מיט די בחורים, זיי זענען מער די שוואכערע חבורה"; אלע בחורים און אינגעלייט זענען באליידיגט געווארן, זיי האבן אלע געקוקט אויף מיר ווי אזוי איך רעאגיר, איך האב געלייגט דעם פינגער אויף מיין מויל ווי זיי צו ווייזן אז זיי זאלן גארנישט טון. קיינער פון אונז האט דאס נישט דערציילט פאר מוהרא"ש, נאר ר' ... נרו יאיר איז אליינס געגאנגען פארציילן פאר מוהרא"ש ווי אזוי ער האט גערעדט – ער האט דאך פארט געהאט אביסל אמת אין זיך – האט אים מוהרא"ש אנגעשריגן וכו' ואין כאן המקום להאריך; על כל פנים איך בין קיינמאל נישט געגאנגען צו מוהרא"ש קער צו נעמען פון אנדערע וכו'.


איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל ווייטער ליב האבן יעדן תלמיד היכל הקודש און עס זאל ביי אונז מקוים ווערן דעם ווארט וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך ווינדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך; מוהרא"ש האט געשריבן אן א שיעור בריוון און געוויינט אז יעדן דיבור פון רבי'ן איז מקוים געווארן אבער דער דיבור נאכנישט, וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט און געבעטן אז אין "היכל הקודש" זאל מען מקיים זיין דעם דיבור. איך האב אסאך מעשיות צו דערציילן ווי שטארק איך האב אכטונג געגעבן נישט צו מאכן קיין שום עסק פון די מחלוקת וואס איז אריבער אויף מיר, נאר טון ווייטער וואס מוהרא"ש האט מיר געהייסן.


איך האף אז דו וועסט זיך אריבערכאפן קיין יבנאל מיט דיין ווייב תחי'; גיי נישט מיט חברים, גיי נאר מיט דיין ווייב. די חברים וועם דו טאנצט נאך וועלן דיר די ערשטע באגראבן (אויב זיי האבן דאס נאכנישט געטון...); נעם דארט ארויס א דירה און יעדן טאג זאלסטו גיין צום ציון; זאלסט לערנען דיינע שיעורים און דאווענען ביים ציון אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (סימנים ד-ה) אז ער וועט האבן א נחת רוח צו זען ווי מען לערנט און דאווענט ביי זיין ציון.


טייערער ברודער לעב מיט דיין ווייב מיט ליבשאפט; דו האסט א טייערער ווייב, זי איז דיר זייער געטריי; אז זי שרייט אמאל איז נישט עק וועלט, אז זי שרייט איז א סימן אז עס באדערט איר אז דו געבסט איר נישט וואס זי דארף וכו'.


דערפאר בעט איך דיר טייערער הארציגער ברודער, זיי קלוג; קום אהיים צו איר מיט א שמייכל, מיט א גוט ווארט. א פרוי האט מער ליב דעם שמייכל פון איר מאן מער פון אלע טייערער מתנות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:): "רוֹצָה אִשָּׁה בְקַב וְתִפְלוּת מִתִּשְׁעָה קַבִּין וּפְרִישׁוּת", א פרוי האט מער הנאה פון א גוט ווארט ווי פון טייערער צירונג וכו' וכו'.


זיי מיר  מוחל אז די שריפט איז נישט אזוי מסודר; דער פליגער שאקלט זיך און איך זיץ אויף דעם לעצטן זיץ נעבן די בית הכסא וואו מענטשן שטופן וכו'.


איך האב דיר ליב.


...

#5 - די וויכטיגסטע זאך איז אכטונג צו געבן אויף א צווייטנ'ס געפילן
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, בין אדם לחבירו, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלע תלמידות פון "בית פיגא" ברסלב שתחיו.


געלויבט דעם הייליגן באשעפער אז מיר ענדיגן נאך א יאר סקול.


עס איז אריבער א שיינע יאר ביי אייך אין סקול; איך האב געהערט גריסן פון אייערע טיטשערס און פון אייער מנהלת אויף אייך ווי שיין איר האט זיך אויפגעפירט דעם גאנצן יאר - מיט דרך ארץ און גוטע מידות. ביים הייליגן רבי'ן איז די ערשטע זאך געווען "דרך ארץ"; דער הייליגער רבי האט געזאגט: "וֶוען קֵסָרִין אוּן קֶענִיגְן וָואלְטְן גֶעוואוּסְט וָואסְפַארַא דֶּרֶך אֶרֶץ אִיך לֶערְן מִיט מַיינֶע מֶענְטְשְׁן, וָואלְטְן זֵיי גֶעשִׁיקְט זֵיֶיערֶע קִינְדֶער לֶערְנֶען בַּיי מִיר דֶּרֶך אֶרֶץ", דאס זעט מען ממש ביי אייך אין סקול, אלע תלמידות פירן זיך איידל און טייער ווי קעניגליכע קינדער.


יעצט ווען די יאר איז אריבער דארפן מיר זיך מאכן א חשבון הנפש צי מיר האבן גענוג אכטונג געגעבן אויף א צווייטע מיידל'ס כבוד, אויב מען האט חס ושלום וויי געטון א צווייטן קינד. אסאך מאל כאפט מען זיך נישט, מען זאגט א ווארט וואס קען שטעכן אזוי ווי א מעסער אין יענעמס הארץ, אדער מיט א לַא קען מען יענעם זייער וויי טון.


יעצט ווען איר קומט אין קעמפ, און מען גייט פארברענגען א זומער אין "מחנה בית פיגא ברסלב", וויל איך אייך זייער שטארק בעטן איר זאלט זיין זייער פארזיכטיג ווי אזוי איר פירט זיך אויף צו א צווייטע מיידל; מען דארף זיין זייער סענסעטיוו צו א צווייטן, קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן, קיינמאל נישט לאכן פון א צווייטן, און קיינמאל נישט שפילן א שפיל אויב מען לאזט נישט א צווייטן שפילן מיט דעם שפיל. אויף אלע עבירות איז דער אייבערשטער מוחל, אבער אז מען טשעפעט א צווייטן האט מען נישט קיין מחילה ביז מען בעט יענעם איבער.


זוכט אויף די מיידלעך וואס זיצן שטענדיג שטיל און איינזאם, און חבר'ט זיך מיט מיידלעך וועם קיינער קוקט נישט אן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ט.): "בַּמִּדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִים לוֹ", מען פירט זיך פון הימל צום מענטש אזוי ווי דער מענטש פירט זיך צו א צווייטן; אויב מען איז מקרב א צווייטן דעמאלט וועט דער אייבערשטער אים מקרב זיין, און אויב מען איז מרחק א צווייטן, דעמאלט וועט מען אים פון הימל אויך מרחק זיין.


טייערע "בית פיגא" תלמידות, איך בעט אייך פון טיפעניש פון מיין הארץ איר זאלט מיר דאס צוליב טון; האט אביסל הכרת הטוב פאר די סקול, עס איז מיר נישט גרינג צו פירן די סקול, איך ארבעט זייער שווער פאר אייך אלע אז איר זאלט זיין צופרידן, בעט איך אייך אז די טובה זאלט איר מיר צוריק טון: איר זאלט זיך נישט קריגן מיט א צווייטן און איר זאלט קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן; אז איר זעט א מיידל איז נאכגעלאזט, זי שטערט דעם סדר וואו מען שלאפט וכו', זאלט איר חס ושלום איר נישט פארשעמען, נאר איר זאלט דאס פארציילן פאר מרת ... תחי', זי וועט שוין וויסן ווי אזוי צו רעדן שיינערהייט וכו', ווייל אויב מען פארשעמט א צווייטן ברבים קען מען פארלירן די חלק אין עולם הבא, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "הַמַּלְבִּין פְּנֵי חֲבֵירוֹ בָּרַבִּים, אֵין לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", ווער עס פארשעמט א חבר ברבים, האט נישט קיין חלק אין עולם הבא; נאך זאגן אונז די הייליגע חכמים (שם): "נוֹחַ לוֹ לָאָדָם שֶׁיַּפִּיל עַצְמוֹ לְכִבְשַׁן הָאֵשׁ, וְאַל יַלְבִּין פְּנֵי חֲבֵירוֹ בָּרַבִּים", ענדערש זאל א מענטש זיך לאזן אריין ווארפן אין א ברענעדיגע קאלך אויוון ווי צו פארשעמען א חבר.


דערפאר, אז איר שפירט ווי א מיידל איז נאכגעלאזט, עס גייט א גערוך פון איר וכו', אדער זי רוימט נישט איר בעט; אירע חפצים פליען ארום די גאנצע שטוב, טאר מען איר נישט פארשעמען חס ושלום. גייט רעדט דאס דורך מיט מרת ... תחי', זי וועט שוין וויסן ווי אזוי צו רעדן צו די מיידל אז זי זאל נישט חס ושלום פארשעמט ווערן.


איר ווייסט נישט ווי גליקליך איר זענט מיט אייער מנהלת מרת ... תחי', זי איז פאר אייך א מתנה פון הימל. הערט אויס יעדע ווארט וואס זי זאגט אייך, דאס וועט אייך העלפן פאר אייער גאנץ לעבן, זי וועט שוין וויסן ווי אזוי צו רעדן מיט די מיידלעך; חס ושלום איר זאלט פארשעמען א צווייטן, דאס איז א שפיל מיט פייער. אז מען פארשעמט א צווייטן און יענער וויינט צום אייבערשטן נעמט זיך דער אייבערשטער אן פאר יענעם אפילו יענער איז נישט גערעכט.


איך האב אייך געגעבן א מתנה א ספר תהילים; זעט צו זאגן יעדן טאג תהילים. אין תהילים ליגן אלע ישועות, אין ספר תהילים ליגט אלע רפואות, אז איר קענט זאגן יעדן טאג דעם 'יום תהילים' איז גאר גוט, אבער אז איר האט נישט קיין צייט זאגט כאטש וויפיל איר קענט.


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט הנאה האבן דעם זוממער, און איר וועט אהיים קומען אנגעפילט מיט אמונה.


א פרייליכן זוממער.

#4 - רעדן צום אייבערשטן, זיך פירן בצניעות, און מכבד זיין איינער דעם צווייטן
תפילה והתבודדות, צניעות, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלע משפחות פון "מחנה היכל הקודש ברסלב מאנטיסעלאו" שיחיו


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר געפונען זיך אין אזא הייליגע פלאץ "מחנה היכל הקודש ברסלב" מאנטיסעלאו ניו יארק;  א פלאץ וואס איז געבויט אויף אמונה. מיר זענען געקומען אין קעמפ פאר איין ציל - זיך מחזק זיין מיט אמונה און זיך שטארקן מיטן הייליגן רבינ'ס עצות אויף די וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז דאס געלערנט.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה "התבודדות"; מיר זאלן זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף אונזער שפראך כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ - אזוי ווי מען שמועסט זיך אויס מיט א חבר. ווען מען געוואוינט זיך צו צו שמועסן מיטן אייבערשטן איז דער גאנצער לעבן אן אנדערע סארט לעבן; מען לעבט אן קיין פחד און אן קיין מורא, מען ווערט נישט גערעגט ווען עס גייט נישט אזוי ווי מען וויל און מען איז רואיג און צופרידן.


איך דאנק אייך אלע טייערע משפחות פארן זיך אויפפירן אזוי שיין און איידל, פארן אנטון די קינדער איידל און צניעות'דיג און בעיקר פארן לעבן פאר זיך. יעדער איינער לעבט פאר זיך, מען טוט זיך נישט אן טייער און מעכטיג; מען לעבט נישט פאר א צווייטן, יעדער לעבט פאר זיך אליינס. עס איז נישט דא קיין קאמפעטישן ווער עס קען אנטון די קינדער מער אויפרייסעריש, נאר מען לעבט פארן אייבערשטן און מען איז פרייליך און צופרידן.


עס איז נישט דא קיין ארויפקוקן אדער אראפקוקן א צווייטן, אלע שמועסן צוזאמען, אלע זיצן אינאיינעם, מען איז זיך מחזק אינאיינעם, מען געבט זיך גוטע ווערטער איינער דעם אנדערן און מען העלפט איינער דעם אנדערן; דאס איז מיין גאנצע נחת און דאס געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין מיט די קהילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע האבן א געזונטן זוממער און מיר זאלן זיין שטענדיג פרייליך.


 

#3 - אויסנוצן דעם קעמפ ווי עס דארף צו זיין
חיזוק פאר מיידלעך, אידיש געלט, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד די תלמידות פון מחנה "בית פיגא" ברסלב, שתחיו.


איך בעט ענק זייער עטץ זאלטס אכטונג געבן אויף די געלט פונעם מוסד; געדענקט אז יעדע פרוטה פונעם מוסד געהערט פארן רבי'ן, דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט שאדן מאכן קיין איין פרוטה. ווען ענק גייען ארויס פון באנק דארף מען פארמאכן די לעקטער מיט די ערקאנדישן, און ווען מען ענדיגט עסן לייגט מען אוועק די מילך און אלע זאכן וואס דארפן ליגן אין פרידזשידער כדי עס זאל נישט פארדארבן ווערן און גיין לאיבוד.


עטץ קענטס זיך נישט פארשטעלן וואספארא נחת איך האב פון ענק ווען איך הער צוריק גוטע גריסן ווי שיין ענק פירן זיך אויף; בעיקר ווי עטץ געבטס אכטונג אויף א צווייטע מיידל'ס געפילן. מען קריגט זיך נישט, מען מאכט נישט חוזק פון א צווייטן און מען בארעדט נישט א צווייטן. אלע שמועסן זענען פאזעטיוו, געשמאק, שיין און אנגענעם.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ט.): "בְּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד - בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך מיט א צווייטן אזוי פירט מען זיך מיט אים; אז ענק וועלן אכטונג געבן אויף א צווייטן וועט דער אייבערשטער אכטונג געבן אויף ענק.


ווען ענק האבן אביסל צייט זאלט עטץ זאגן תהילים; יעצט אין קעמפ איז אזוי געשמאק צו זיצן אויפן פעלד צווישן די גראז מיט א תהילים און זינגען צום אייבערשטן.


ענק ווייסן אודאי די מעשה מיטן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קסג), ווען דער רבי האט געוואוינט אין זלאטיפאליע איז ער אמאל געגאנגען שפאצירן מיט זיין טאכטער שרה, אזוי שפאצירנדיג האט דער רבי איר געזאגט: "ווען דו וואלסט ווען זוכה געווען צו הערן דאס געזאנג פון די גראז, ווי יעדע גראז זינגט און לויבט דעם אייבערשטן, ווי גוט און ווי איינגענעם איז צו הערן ווי זיי זינגען זייערע לידער"; מיר הערן נישט ווי די גראז זינגען אבער מיר שפירן אז עס איז עפעס אנדערש ווען מיר געפונען זיך צווישן זיי, עס רעדט זיך מער צום אייבערשטן.


דעריבער בעט איך ענק אלע טייערע תלמידות שתחיו, ווען ענק האבן צייט זיצטס צווישן די גראז מיט א תהילים און זינגטס צום אייבערשטן; יעדע קאפיטל תהילים וואס מען זאגט ווערט אוועק געלייגט פארן מענטש און פאר זיינע דורות, דאס ברענגט אלע ישועות און אלע ברכות.


א גרויסן יישר כח פאר ענק אלעמען באזונדער פארן זיך אויפפירן מיט אחדות און ליבשאפט איינער צום צווייטן, אין דעם זכות זאלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון דעם גלות און משיח וועט אונז טראגן קיין ירושלים, אמן.

#2 - קיינער גלייכט נישט א מענטש וואס קריטיקירט
חיזוק פאר מיידלעך, בין אדם לחבירו, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


זע אז דו זאלסט נישט איינטיילן פאר אנדערע מיידלעך ווי אזוי זיך צו פירן; דו זע זיך צו פירן אזוי ווי מען דארף, זאלסט טון דיין ארבעט פון רייניגן אזוי ווי דו דארפסט און לאז אפ אנדערע קינדער.


קיינער גלייכט נישט א מענטש וואס קריטיקירט; מענטשן האבן ליב איינער וואס געבט גוטע ווערטער פאר א צווייטן. אז דו וועסט געבן א גוט ווארט פאר אנדערע וועלן אלע דיר געבן גוטע ווערטער, אבער אז דו וועסט איינטיילן פאר אנדערע וואס צו טון וועלן אלע זיך אפלאזן פון דיר. איך בעט דיר זייער ... תחי' זאלסט זיך אויסקומען מיט אנדערע מיידלעך; דו געב נאר אכטונג אויף דיר וועט אלעס זיין מסודר.


זע צו זאגן תהילים יעדן טאג; יעדע קאפיטל תהילים וואס מען זאגט ווערט אוועק געלייגט אין אן אקאונט, און חס ושלום ווען עס איז דא דינים אויפן מענטש נעמט מען אפיר די קאפיטלעך תהילים און דאס ראטעוועט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.

#1 - דער וואס טשעפעט, איז דער רחמנות
חיזוק פאר מיידלעך, בין אדם לחבירו, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יח): דער וואס דרייט איבער פון כעס אויף רחמנות איז זוכה צו א גוט לעבן; יעדעס מאל מען האט צוטון מיט א צווייטן מענטש, אויב מען לייגט אריין אין די מעשה דאס ווארט "רחמנות", דאן טוישט זיך די גאנצע מעשה.


די גאנצע לעבן טוישט זיך אויב מען קוקט אויף א צווייטן מיט רחמנות; ווען מען האט צוטון מיט א שווערע מענטש און מען שפירט ווי מען קען עס מער נישט נעמען, דארף מען טראכטן: 'איין מינוט, ער איז דאך אזא רחמנות, ער ליידט דאך דאס מערסטע פון זיך אליין', דעמאלט פאלט אוועק די שנאה, מען דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז מען האט נישט די שלעכטע נאטור וואס דער אנדערער האט.


דעריבער בעט איך דיר זייער, זאלסט זיך נישט צו טון מאכן ווען איינער שאפט אויף דיר; דו טראכט צו זיך איין ווארט: 'נעבעך...' אז יענער קומט נאכאמאל און שרייט אויף דיר: "וואס טוסטו נישט דאס? וואס טוסטו נישט יענץ?", און דו שפירסט שוין ווי דו קענסט עס מער נישט נעמען, טראכט די איין ווארט: 'נעבעך... יענער איז אזא רחמנות, יענער ווייסט נישט ווי אזוי צו רעדן; יענער מיינט אז די וועלט איז זיינס וכו', יענער טיילט איין פאר אנדערע וואס צו טון וכו''.


דו האסט אודאי געהערט פונעם גרויסן מפיץ ר' שמואל דוד יונגרייז זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש; איינמאל איז ער געגאנגען הפצה אין די פאנעוויטשע ישיבה אין בני ברק, ווען פלוצלינג קומט צו אים צו א בחור און הייסט אים ארויס גיין פון ישיבה, ער האט אים געטשעפעט און געטשעפעט ביז ר' שמואל דוד ז"ל האט זיך ארויס געכאפט א ווארט פון זיין מויל: "דו וועסט נאך ווארטן יארן לאנג פאר דיין שידוך!" ווען ר' שמואל דוד ז"ל איז ארויס פון בנין הישיבה האט אים זייער וויי געטון פארוואס ער האט געדארפט זאגן א שלעכט ווארט פאר יענעם בחור און ער האט נישט געהאט קיין מנוחה דערפון. ער איז צוריק אריין אין ישיבה אים אויפזוכן און געוויינט פאר אים ער זאל אים מוחל זיין, ביז דער בחור האט אים געזאגט: "איך בין דיר מוחל נאר אז דו גייסט שוין ארויס פון דא".


זעט מען פון דעם ווי אזוי א ברסלב'ער חסיד לעבט; ער קוקט מיט אנדערע אויגן אויף א צווייטן. אנשטאט ווערן ברוגז אויף יענעם און ווארטן יענער זאל אים איבער בעטן, קוקט ער אויף יענעם מיט רחמנות'דיגע אויגן און בעט יענעם איבער. צו דעם קומט מען צו אז מען לעבט מיט אמונה; מען לויבט אין דאנקט דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט אין לעבן, אזוי ווי דער הייליגער "תם" האט זיך געפירט, ער איז געווען שטענדיג פרייליך און נישט געקוקט וואס א צווייטער זאגט.


זארג נישט פאר דיין שידוך; נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין זיווג. דו בעט דעם אייבערשטן ווייטער אז דו זאלסט אויפשטעלן א שטוב וואו מען וועט לעבן מיטן אייבערשטן און מיט אמונת צדיקים.