בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#59 - בית פיגא תלמידות זאלן אויפוואקסן מיט א ליבשאפט צו איידלקייט
צניעות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בזכות וואס איר האט זיך אנגעטון ... וועט איר געהאלפן ווערן מיט ערליכע דורות. אזוי ווי דער הייליגער רבי שמעון זאגט, אז די פרוי וואס איז איידל און גייט אנגעטון איידל – איז זוכה צו קינדער צדיקים.


איך בין אין מירון, איך בעט פאר ענק, און איך בעט פאר אלע תלמידות, און איך האף צום אייבערשטן אז אלע "בית פיגא" תלמידות זאלן אויפוואקסן מיט א ליבשאפט צו איידלקייט, אלע זאלן ליב האבן די אמת'ע חן, איידל און באשיידן, און זיך עקלען און פאר'מיאוס'ן די פריצות'דיגע קליידער און פיראכצער.

#58 - רעדן צו די תלמידות פון איידלקייט
קדושה, נייען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ח' אייר, כ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער אז מען האט אנגעהויבן לערנען מיט די תלמידות פאררעכטן קליידער, זיי זאלן קענען פאררעכטן די קליידער פון זייער משפחה סיי יעצט און סיי נאך זייער חתונה, דאס וועט זיי שפארן געלט.


אויך פריי איך זיך צו הערן אז איר נעמט צאם די סעקרעטעריס און בעבי סיטערס שמועסן מיט זיי, זען וואס מען קען מאכן בעסער און בעסער פאר בית פיגא.


איך וויל דערמאנען איר זאלט פערזענליך רעדן צו אלע תלמידות פון רעדן איידל, נישט רעדן פריוואטע זאכן. מען קען נישט יוצא זיין מיט איין מאל האבן גערעדט, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סא.) אויפן פסוק (בראשית ד, ז): "לַפֶּתַח חַטָּאת רֹבֵץ", אז דער יצר הרע זיצט ביים הארץ פונעם מענטש און מוטשעט און מוטשעט צו זינדיגן, און אז מען רעדט איין מאל פון זיך שפילן איידל און פון זיך פירן איידל - איז נישט גענוג, מען דארף רעדן נאכאמאל און נאכאמאל.


עס איז נישט גענוג אז די טיטשערס רעדן פון זיין אפגעהיטן, פון זיך שפילן איידל וכו', די מנהלת דארף אויך ארומגיין אין די קלאסן פון צייט צו צייט רעדן קלאר און דייטליך פון זיך פירן איידל און פון די שעדליכקייט פון נישט געזונטע נאנטקייט פון חבר'טעס און אויך משפחה.


איך בין אייך זייער דאנקבאר פאר אייער מסירות נפש פאר בית פיגא, בזכות וואס איר געבט זיך אזוי אוועק פאר אונזערע טעכטער וועט איר זען נחת ביי אייערע קינדער און קינד'ס קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - די געטרייע טיטשערס וואס ארבעטן מיט מסירת נפש
בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע מצורע, ב' אייר, י"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך בעט אייך זייער איר זאלט בלייבן טיטשן אין בית פיגא, די מנהלת תחי' זאגט מיר כסדר אז איר זענט אן אויסגעצייכנטע טיטשער, און מען דארף אייך האבן, בעט איך אייך זייער, לאזט נישט איבער בית פיגא.


איך ווייס אז עס איז אייך שווער, אבער גלייבט מיר, מיר איז אויך שווער, און פון ווען מוהרא"ש האט מיר געשריבן: "אִיבֶּערְדֶעם זָאלְסְטוּ זִיךְ גָארְנִישְׁט שְׁרֶעקְן, זָאלְסְט מַמְשִׁיךְ זַיין דַיין הֵיילִיגֶע עֲבוֹדָה, הֵן אֶמֶת אִיךְ וֵוייס אַז דוּ בִּיסְט גֶעדְרִיקְט יֶעצְט זֵייעֶר אִין גֶעלְט, אוּן דוּ וִוילְסְט אוֹיפְהֵייבְּן דִי הֶענְט וְכוּ', בֶּעט אִיךְ דִיר הֵייבּ אוֹיף דִי הֶענְט נָאר פַארְ'ן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט בַּיי מֹשֶׁה רַבֵּינוּ וֶוען עֶר הָאט מִלְחָמָה גֶעהַאלְטְן מִיט עַמָלֵק'ן (שְׁמוֹת יז, יא) "וְהָיָה כַּאֲשֶׁר יָרִים מֹשֶׁה יָדוֹ וְגָבַר יִשְֹרָאֵל וְכַאֲשֶׁר יָנִיחַ יָדוֹ וְגָבַר עַמָלֵק", דַרְשֶׁנֶ'ן אוֹיף דֶעם דִי חַזַ"ל (רֹאשׁ הַשָׁנָה כט.), "וְכִי יָדָיו שֶׁל מֹשֶׁה עוֹשׂוֹת מִלְחָמָה אוֹ שׁוֹבְרוֹת מִלְחָמָה? אֶלָא לוֹמַר לָךְ כָּל זְמַן שֶׁהָיוּ יִשְֹרָאֵל מִסְתַּכְּלִין כְּלַפֵּי מַעֲלָה וּמִשְׁעֲבְּדִין אֶת לִבָּם לְאַבִיהֶם שֶׁבַּשָׁמַיִם הָיוּ מִתְגַבְּרִים וְאִם לַאו הָיוּ נוֹפְלִים", טו איך אזוי; ווען די ארבעט ווערט מיר שווער הייב איך אויף די הענט צום אייבערשטן און איך וויין: "אייבערשטער העלף מיר, אייבערשטער איך האב מער נישט קיין כח, אייבערשטער זאג מיר וואס צו טון, העלף מיר".


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט ענדיגן די יאר לכל הפחות, און נישט אוועק גיין, מיר איבערלאזן מיט די קינדער, און הלואי וואלט איר געבליבן קומענדיגע יאר, ווייל נאר מיט די געטרייע טיטשערס וואס קומען, זיי זענען זיך מוסר נפש, זיי געבן אוועק זייער הויז, זייער אפרוען, זייער שלאפן - פאר אונזערע קינדער, נאר אזוי קען איך ממשיך זיין מיט בית פיגא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#56 - בזכות העלפן די מאמע, קומט א זיסע און גוטע לעבן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע מצורע, ב' אייר, י"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן א בריוו פון אייער מאמע תחי', זי שרייבט, זי מיינט אז קיין איין מאמע האט נישט אזא טאכטער וואס העלפט מיט אזא גוטע געפיל און מיט אזא שמחה - אזוי ווי אייך, זי שרייבט אז איר האט אפגעקאכט עסן פאר די גאנצע יום טוב פסח, און געהאלפן אזוי סאך, און ווען אייער מאמע האט אייך געזאגט איר קענט גיין שפילן - האט איר זי געזאגט אז איר ווילט מיט נעמען די קליינע קינדער זיי זאלן איר נישט שטערן, זי זאל זיך קענען אפרוען, איר זארגט נאר פאר איר זי זאל האבן כח און נאר ווי איר קענט איר עפעס העלפן.


אויך שרייבט אייער מאמע אז ביים איינקויפן קליידער ווילט איר אלץ גיין איידל אנגעטון און איר פארלאנגט נישט קיין טייערע קליידער, איר זענט צופרידן מיט וואס זי געבט אייך.


איך בין זייער איבערגענומען פון אייך, איר מאכט א גרויסע נחת רוח פארן אייבערשטן, און בזכות וואס איר העלפט אייער מאמע זאלט איר האבן א זיסע און גוטע לעבן, איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך און האבן ערליכע געזונטע דורות און איר זאלט זיין געזונט און שטארק.


זעט אויך אין סקול, אין בית פיגא - צו זיין פון די קינדער וואס העלפן די טיטשערס און די מנהלת מיטן זיין דרך ארץ'דיג, און ווען מען לערנט אדער מען טוט זאכן וואס די קינדער האבן נישט קיין נערווען – זאלט איר זיין פון די קינדער וואס זענען דא צו העלפן בויען בית פיגא און זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - נאר דאס דאווענען, דאס איז אונזער האפענונג
חיזוק פאר מיידלעך, דאווענען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע מצורע, ב' אייר, י"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... תחי'


איך פריי זיך צו הערן פון אייער אידיש טיטשער אז איר דאווענט שיין הויך אויפן קול; אוי ווי שיין ווען מען דאווענט צום אייבערשטן, אלע מלאכים זענען מקנא דעם איד אז ער קען יעדן טאג נאכאמאל דאווענען צום אייבערשטן ווען זיי קענען נאר איינמאל אין לעבן דאנקען דעם אייבערשטן.


טייערע ... תחי', איך וויל אזוי שטארק אז אלע אונזערע תלמידות פון בית פיגא זאלן דאווענען, אלע זאלן וויסן אז נאר דאס איז אונזער האפענונג, און אז מען קען אלעס באקומען אז מען דאווענט צום אייבערשטן.


ביי שמונה עשרה, איידער מען טרעט אויס, דארט איז א גוטע פלאץ זיך אויסצובעטן ביים אייבערשטן אין די אייגענע שפראך, זאלט איר נעמען די סידור און עס לייגן אויפן פנים, אזוי וועט איר נישט זען קיינעם און נישט ווערן געשטערט פון קיינעם, און בעטס שטילערהייט דעם אייבערשטן פאר אייער שידוך, פאר אייערע דורות, פאר אייער געזונט, פאר אייער אלעס; ווייל מיט תפילה, און נאר מיט תפילה - באקומט מען אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#54 - עס דערקענט זיך די חינוך פון בית פיגא
כיבוד אב ואם, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן א בריוו פון משפחת ... שיחיו, זיי קענען זיך נישט גענוג באדאנקען פאר די חינוך פון בית פיגא. זיי שרייבן אז חול המועד ווען זיי זענען אנגעקומען צו א פארעם און געזען אז עס איז צו טייער און געזאגט פאר די מיידלעך אז מען גייט אהיים - האבן די קינדער נישט געגעבן קיין איין קרעכץ, זיי האבן געזאגט: "אונזער טיטשער האט אונז געלערנט נישט צו מוטשען די עלטערן".


אויך ווען זיי זענען געווען ביי זייער זיידע און דער זיידע האט נאר געוואלט קיצלען וכו', הערן זיי ווי זי זאגט פאר די זיידע: "איך האב נישט ליב ווען מען קיצלט מיך און ווען מען רירט מיך אן".


דאס איז אביסל איר זאלט וויסן און הערן וואס בית פיגא טוט מיט אונזערע קינדער.


מיר זענען אייך זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס מיר ווייסן וואס איר טוט און פאר אלעס וואס מיר ווייסן נישט וואס מען טוט מיט אונזערע טעכטער, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח צו קענען ווייטער טון מיט אונזערע טעכטער און נחת פון אייערע קינדער.

#53 - יעדער וואס טוט מיט מענטשן, וועט זיין אויף אים קריטיק
בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


דאס וואס איר זאגט אז די קומענדיגע יאר ווילט איר מער נישט זיין א טיטשער ביי אונז אין בית פיגא, ווייל די עלטערן פון יענע קלאס זענען אומצופרידענע, זיי פירן זיך נישט אויף שיין צו א טיטשער וכו'.


וואס זאל איך אייך זאגן, צו זיין א טיטשער און צו האבן צו טון מיט מענטשן - איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך. מוהרא"ש זאגט, יעדער וואס טוט מיט מענטשן - וועט זיין אויף אים קריטיק, עס וועט גארנישט נוצן, אזוי מוז זיין, און ווער עס קען נישט אויסהאלטן - זאל שטיין ווייט פון דעם.


אבער דאס גרויסקייט פון טון מיט מענטשן - בפרט ווען עס רעדט זיך פון לערנען תורה, אמונה, תפילה, קדושה, יראת שמים, מידות טובות, איידלקייט מיט אידישע טעכטער - איז נישט צום באגרייפן, דער הייליגער זוהר זאגט (זהר חדש לך לך): "דירתו עם השכינה", דער אייבערשטער רוט ביי דעם מענטש, און אז מען קען זען אפי שכינתא.


נאך זאגן די הייליגע חכמים (סנהדרין צב.), דער וואס לערנט תורה מיט אנדערע, "זוכה ומלמדה לעולם הבא", אויף יענע וועלט וועט מען אויך זיין א טיטשער, מען וועט לערנען מיט די נשמות.


איך וועל אייך נישט זאגן וואס צו טון, איך ווייס גאר גוט וואס מיינט זיין א טיטשער, ארבעטן שווער און צוריק באקומען טענות וכו', איך טו דאס שוין איבער צוואנציג יאר און מען באקומט נאר צוריק טענות, ווייניג מענטשן האבן די שיינע מידה פון הכרת הטוב, זיך באדאנקען, איך ווייס די שוועריקייט, אבער אויב איר וועט העלפן בויען 'בית פיגא' - וועט אייער שכר זיין זייער גרויס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#52 - יעדע ריר פון בית פיגא, שטיי איך אונטער דעם
חיזוק פאר מיידלעך, נייען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


תלמידות בית פיגא אכטע קלאס, שתחיו


יישר כח פארן מאכן קוגל פאר די חתונות פון אנשי שלומינו וואס קומט פאר אין ישיבה, ענק האבן א גרויסע מצוה, עס איז די מצוה פון הכנסת כלה.


מען האט שוין געמאכט אין די לעצטע פאר יאר אין ישיבה א חשבון פון קרוב צו הונדערט חתונות וואס איז בחינם פאר ביידע מחותנים, און נאר דורך די הילף פון די פרויען פון די לעידיס עקזילערי און פון די הילף פון די בית פיגא תלמידות - וואס העלפן אנגרייטן די קוגל און אלעס צושטעלן - קענען מיר דאס באווייזן.


איך וויל ענק אויך מחזק זיין ענק זאלן מיט האלטן די נייען, ענק מיינען אז עס איז איבריג, ענק מיינען אז עס איז א נישט וויכטיגע זאך; וואס זאל איך ענק זאגן, ענק וועלן זען נאך ענקער חתונה ווי וויכטיג דאס איז; ווייל די וואס האבן נישט געלערנט נייען - דארפן ארום לויפן פאר יעדע קלייניקייט צו א שניידער, יעדע ריר קאסט אזויפיל צייט און געלט, און די וואס לערנען זיך אין סקול נייען  - די קענען פאררעכטן די קליידער פון זיך, פון די מאן און קינדער.


טייערע תלמידות טראסטס מיך, איך וויל נישט לייגן אויף ענק נישט וויכטיגע זאכן, יעדע ריר פון בית פיגא; וואס מען זאל לערנען און וואס מען זאל מאכן - שטיי איך אונטער דעם, און אז ענק - די גרויסע תלמידות - וועלן זיך צושטעלן, ענק וועלן מיטהאלטן אלעס פון סקול - וועלן ענק מיר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#51 - ארויסזאגן די ווערטער פון דאווענען שיין און קלאר
דאווענען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, י"ג שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך הער שיינע זאכן אויף אייך פון די מנהלת און פון אייערע טיטשערס.


איך וויל אייך בעטן איר זאלט זיך פארלייגן צו דאווענען ערליך, ארויסזאגן די ווערטער שיין און קלאר. דאווענען איז די הייליגסטע זאך, בפרט פאר א בית פיגא תלמידה, וואס דאס איז דאך ברסלב'ע חסידות, צו דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן.


דאס ווייסט איר אודאי אז דער רבי האט געוואלט מען זאל אים רופן 'רבינו נחמן בן פיגא', ווייל זיין מאמע פיגא האט אים מגדל געווען און אריינגעלייגט יראת שמים אין אים. זי פלעגט אים נעמען כסדר צום קבר פון איר זיידן דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו און דארט וויינען אז דער קינד זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


יעצט איז די צייט צו דאווענען און בעטן ביים אייבערשטן אויף א גוטע שידוך און אויף ערליכע געזונטע דורות.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - די שולע דארף זיין אוועקגעשטעלט ריכטיג
דרך ארץ, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מיר העלפן מיט די "בית פיגא" אין מאנרא. די טיטשערס דארפן דארט אסאך חיזוק, מען דארף דארט מסדר זיין די דרך ארץ און צוגאנג.


איך האב נישט קיין אינטערעס צו האבן נאך א סקול כאילו בית פיגא; אדער שטעלט מען די שולע צוריק ווי עס דארף צו זיין, אדער דארף מען דאס פארמאכן ווי שנעלער.


איך וויל הערן פון דיר אויב דו קענסט מיר העלפן מיט דעם.

#49 - מ'טוט וואס איז ריכטיג, נישט נאר וואס מען האט ליב
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איר זענט א גוט קינד, איר זענט א טייער קינד, איך האף בקרוב וועט איר א כלה ווערן און אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב, וואו די שכינה וועט רוען, און ברענגען ערליכע דורות פארן אייבערשטן.


איך בעט אייך, האלטס אויס דאס ביסל אין סקול, פירט זיך מיט דרך ארץ, שטעלט זיך צו צו די סקול, ווען מען דאווענט - דאווענט מיט, און ווען מען לערנט - זאלט איר מיט האלטן, און אויך ווען מען נייט - זאלט איר מיט נייען, אפילו עס איז אייך גאר ווייניג אינטערעסאנט; דאס אליין איז די וויכטיגסטע זאך אין לעבן, זיך אויסלערנען אז מען טוט נישט נאר וואס מען וויל און וואס מען האט ליב, מען טוט וואס איז ריכטיג, מען טוט וואס מען דארף טון.


איך בעט אייך מיט מיין גאנצע הארץ, האלטס אויס ביז איר ווערט א כלה; א שאד דאס ביסל צייט וואס איר האט נאך - ארויס צו פאלן פון די ווארעמע היים "בית פיגא", אפילו עס איז אייך ביטער שווער. בעטס דעם אייבערטן א תפילה איידער איר גייט אריין אין קלאס: "רבונו של עולם, געב מיר די כוחות זיך איינצובייגן מיין רוקן ביין און מיין קאפ פאר די טיטשערס, רבונו של עולם געב מיר הכנעה, רבונו של עולם העלף איך זאל קענען פאלגן וואס שטייט דא אינעם בריוו".


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט איר באלד טרעפן אייער שידוך, אבער איך בעט אייך פאלגט מיר.

#48 - עס טוט מיר וויי אז מען פירט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, דרך ארץ, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך בעט נאכאמאל, סיי אייך און סיי אייערע חבר'טעס, מען זאל נישט רעדן קיין ניבול פה. איך הער אז מען רעדט ווייטער פון בחורים, מען רעדט ניבול פה; אויב מען וועט אזוי ווייטער ממשיך זיין - וועל איך פארמאכן ענקער קלאס, ענק וועלן מער גארנישט האבן מיט בית פיגא.


אויך איז די דרך ארץ זייער נישט גוט, ענק לאכן זיך אויס פון די געטרייע טיטשערס; עס טוט מיר זייער וויי.

#47 - לערנען הלכות וואס איז וויכטיג פאר פרויען צו וויסן
הלכה, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


בנוגע לערנען מזלות מיט די מיידלעך; מען קען דאס לערנען מיט זיי, דאס איז אויך א חלק פון די תורה, אבער נאר נאכן לערנען וואס איז מער וויכטיג, ערשט דארף מען אוועקשטעלן הלכות וואס איז וויכטיג פאר פרויען צו וויסן; הלכות שבת, הלכות ברכות, הלכות יחוד וכדומה לזה. אויך ווי צו האלטן א כשר'ע קאך, בשר בחלב, און ווי אזוי מען איז בודק עסן פון ווערעם; דאס איז זייער זייער וויכטיג, ווייל נאר אז מען לערנט אלס מיידל הלכות קען מען פירן א כשר'ע קאך, און היטן שבת.


עס האבן מיר דערציילט אן א שיעור ווייבלעך אז זיי האבן געלערנט אין זייער סקול כל מיני טיפע לימודים, אבער פשוט'ע הלכות קענען זיי נישט, זיי זענען נעבעך מחלל שבת אן וויסן אז די זאכן טאר מען נישט טון.


דעריבער בעט איך אייך מען זאל אוועק שטעלן דאס לערנען הלכות פון די ערשטע און וויכטיגסטע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה און א גוטן חודש.

#46 - בעטן דעם אייבערשטן צו קענען לערנען אין רבינ'ס סקול
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תודה והודאה, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז איר האט זייער הנאה געהאט פון די שבת התוועדות מיט בית פיגא תלמידות, ווי איר האט געזען מיידלעך וואס זענען פרייליך, מען לעבט אן קיין דרוק, מען לעבט נישט פאר א צווייטן.


דאס וואס איר שרייבט אז איר זענט טרויעריג אז איר דארפט צוריק גיין צו אייער סקול וואו אלעס איז פרעשור וכו' וכו', און ווען איר בעט פון אייערע טייערע עלטערן צו קומען צו בית פיגא, זאגן זיי: "עס איז נאכנישט די צייט", איר פרעגט וואס איר קענט טון.


תפילה איז די עצה, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין צוגעבינדן צום רבי'ן, לעבן מיט די עצות פון רבי'ן, בעיקר מיט די עצה פון שמחה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד), עס איז זייער א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, ווי אזוי איז מען פרייליך? ווי אזוי קומט מען צו די גרויסע מדריגה? דורך זוכן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט שטענדיג און ארויסזאגן מיטן מויל: "שכוח אייבערשטער" אויף די חסדים.


מאכט זיך א קביעות יעדן טאג צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אין אייער שפראך, אין אידיש, זאגט: "שכוח אייבערשטער איך בין א איד, שכוח אייבערשטער איך בין געזונט, שכוח אייבערשטער פאר מיינע טייערע עלטערן, שכוח אייבערשטער איך קען זען, שכוח אייבערשטער איך ווייס פון די עצות פון רבי'ן", און אזוי ווייטער.


דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן טראגט ארויס אלע פרעשור, מען פליט אריין אין גן עדן, מען ווערט פרייליך, מען ווערט אין א גוטע מוט.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט קענען לערנען אין רבינ'ס סקול, און בעטס שוין פאר אייערע דורות, אלע זאלן זיין ביים רבינ'ס מוסדות, אייערע דורות זאלן לערנען און דאווענען, און איר זאלט זיי נישט שטערן, עס זאל זיין די שענסטע זאך אז מען טראגט דעם רבינ'ס נאמען, עס זאל נישט זיין קיין בושה.


געבט א גרוס פאר אייערע טייערע עלטערן.

#45 - גוט געלערנט שווימען, קומט מען אן בשלום
תהלים, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


 


... תחי', תלמידה בית פיגא טברי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער אז איר האט הנאה אין בית פיגא. הערט זיך גוט איין וואס אייערע לערערינס לערנען, נאך אביסל גייט איר ארויס פון סקול, איר גייט חתונה האבן, עס איז אזוי ווי מען פאלט אריין אין א רוישיגע וואסער, און נאר אויב מען האט זיך גוט געלערנט שווימען - קומט מען אן בשלום, אזוי איז די לעבן; די יארן וואס מען גייט אין שולע לערנט מען אויס שווימען, מען לערנט אויס ווי זיך צו ראטעווען אין לעבן; דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך אמונה, דעם רבינ'ס עצות ראטעוועט דעם מענטש מען זאל זיך נישט דערטרענקען.


זאגט יעדן טאג תהילים, אפילו אביסל; ווייל ווער עס זאגט תהילים איז זוכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - זיך פלאגן און מיען פאר זאכן וואס בלייבט
בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לערערין ... תחי'


די עלטערן שרייבן מיר אז די קינדער קומען אהיים פון אייער כיתה אזוי פרייליך און אזוי ליכטיג.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר געבט זיך אוועק פאר בית פיגא, איר לייגט אריין אייער הארץ און אייערע כוחות פאר אונזערע קינדער, זיי זאלן אויפוואקסן מיט א ריינע חינוך, א חינוך פון אמונה, א חינוך פון ליב האבן דעם אייבערשטן און ליב האבן די הייליגע תורה וועג, נישטא די ווערטער אראפצומאלן וואס פאר א שכר עס ווארט פאר לערערינס וואס לערנען בנאמנות, פארן אייבערשטנ'ס וועגן.


עס איז אנגעשריבן אנהויב יאר וויפיל עגמת נפש יעדער מענטש דארף אריבערגיין, ראש השנה שרייבט מען אפ פינקטליך וויפיל פלאג און מיה מען וועט האבן די יאר; ביי איינעם איז עס פלאג און מיה וואס בלייבט גארנישט דערפון, און ביי דער וואס איז זוכה - איז די פלאג אין מיה אין זאכן וואס בלייבט, סיי ביי די משפחות וואס ברענגען קינדער, דאס קאסט פלאג און מיה, און סיי ביי די וואס געבן זיך אוועק אויפצושטעלן מוסדות וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - לערנען מיט תלמידות פון זיך שערן די האר נאך די חתונה
חנוכה, ניגונים, שערן די האר, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


לייגט אריין אין די קעריקולעם פון בית פיגא מען זאל לערנען מיט די תלמידות פון דאס גרויסקייט פון זיך שערן די האר נאך די חתונה, מען קען נישט קומען מיט א שער מאשין א טאג נאך די חתונה און אפשערן די האר ווען די כלה האט נישט געהערט וואס איז דאס זיך אפשערן; עס איז נישט גענוג צו געבן א שיעור איין מאל א יאר פון דעם, ווייל נישט אלע תלמידות קומען פון שטיבער וואו מען לויבט אויס צניעות, און ווי מען לויבט אויס דאס גיין אין די וועג פון צדיקים, עס זענען דא שטיבער וואו מען קרעכצט ווי שווער עס איז צו זיין א איד, און אונזער ארבעט איז ליכטיג מאכן די הערצער פון די תלמידות, זיי געבן צו שפירן די זיסע טעם פון זיין איידל און גיין אין די וועג פון צדיקים.


יעצט אז מען זינגט מיט די מיידלעך ניגונים פון חנוכה, זאל מען טוישן די ווערטער פון די ליד: "איך בין א מכבי, איך בין א מכבי", צו די ווערטער: "איך בין א איד, איך בין א איד"; ווייל די ערב רב האבן גענומען די ווארט מכבי, זיי זענען דאס מגשם וכו', דארפן מיר זינגען: "איך בין א איד", "איך בין א איד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - לערנען מיט אידישע קינדער, נעמט אוועק אייגענע שוועריקייטן
משמש דעם רבי'ן, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בין אייך זייער מכיר טובה פארן מיר העלפן מיט בית פיגא, איך ווייס אז עס קומט אייך אן שווער, איר האט נישט די כוחות, בפרט יעצט אין די חדשים וכו', איר קומט ממש מיט די לעצטע כוחות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", לויט ווי שווער עס קומט אן צו טון מצוות - אלץ מער און גרעסער איז די שכר.


בזכות וואס איר העלפט מיר אין בית פיגא - וועט איר זוכה זיין צו נחת פון אייערע קינדער, און צו פארשפארן זייטיגע עגמת נפש; די עגמת נפש ווערט אויפגעטוישט, אנשטאט זיין פארנומען מיט אייגענע וויייטאג השם ישמרינו - האט מען נאר די שוועריקייטן פון לערנען מיט אידישע קינדער.


לייגט אריין אין די תלמידות אהבת השם, ליב האבן דעם אייבערשטן, ליב האבן איידלקייט, ליב האבן זיין א איד, ליב האבן טאטע מאמע, ליב האבן צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - ארויסהייבן דאס קינד וואס פירט זיך דערוואקסן
חינוך הילדים, דאווענען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן א הערליכע גרוס פון די מנהלת תחי' אויף אייער טאכטער ... תחי'. עס איז דא ביי איר כיתה עפעס א שטיק צווישן די קינדער נישט צו דאווענען בקול, די קינדער מיינען אז דאווענען בקול איז עפעס וואס איז געמאכט פאר קליינע קינדער, אבער אייער טאכטער מאכט זיך נישט צו טון פון קיינעם, זי איז ממש פון די איינציגסטע, מיט ממש נאך צוויי דריי קינדער - וואס דאווענען אויפן קול.


איך וויל ענק געבן די נחת און איך וויל ענק בעטן ענק זאלן ווייזן די בריוו פאר אייער טאכטער תחי', און איר געבן עפעס א גוטע נאש לכבוד שבת, און לכבוד דעם וואס זי איז אזוי דערוואקסן צו טון וואס איז ריכטיג און דאווענען אויפן קול, אפילו ווען זי איז ממש פון די איינציגסטע.


דער אייבערשטער זאל ענק בענטשן מיט נחת ביי אלע קינדער.



 

#40 - זיך אפגעבן מיט די קינדער מיט הארץ און געפיל
בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


דאס וויכטיגסטע זאך פאר א מנהלת איז דאס געדענקען צו געבן גוטע ווערטער פאר די ארבעטער, פאר די טיטשערס; זיכער מאכן אז אלע טיטשערס, אלע ארבעטערס - קיינער ווערט נישט ב'עוולה'ט.


געבט פאר די טיטשערס גוטע ווערטער, עס זענען דא טיטשערס וואס זענען אנגעפילט מיט ספיקות, מחשבות און בלבולים אויב מען דארף זיי יא אדער נישט, דארפט איר געדענקען צו געבן גוטע ווערטער.


איך וויל בעטן מען זאל נעמען פאר די בעבי סיטינג פרויען וואס האבן א געפיל צו די קינדער, וואס טוישן די קינדער גלייך און געבן צו טרינקען פאר די קינדער גלייך ווען די קינדער דארפן דאס, די בעבי סיטינג אין סקול איז נישט פאר זיך אונטערהאלטן וכו', עס מוז זיין פרויען מיט הארץ און געפיל, נישט לאזן די קינדער נעגלעגטעד (פארלאזט).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#39 - לערנען מיט די קינדער דרך ארץ
דרך ארץ, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


עס איז געווען ביי אונז יום טוב אין שטעטל א גאסט א פרוי וואס איז שוין עלטער, זי האט שוין חתונה געמאכט די קינדער. איר מאן קומט מיר זאגן אז זי זאגט מען דארף אויסלערנען די מיידלעך זיי זאלן האבן דרך ארץ אין ווייבער שול פאר עלטערע פרויען, מיידלעך האבן איר געשטופט ביי די מחיצה.


ביטע לערנען מיט די קינדער דרך ארץ. די מיידלעך האבן בכלל נישט וואס צו קומען אין שול, שבת אינדערפרי איז די ווייבער שול אפן פאר פרויען וואס ווילן דאווענען, זיי ווילן זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן, פועל'ן ישועות, די ווייבער שול איז נישט קיין פלאץ פאר מיידלעך זיך צו שטופן ביי די מחיצה וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - אויסלערנען ווי אזוי מען פירט זיך צום מאן
שלום בית, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ביטע רעדט צו מרת ... איר מחזק זיין; זי האט באקומען א טייערער מאן, א גאלדענע הארץ, מיט יראת שמים, און זי טשעפעט אים וכו', אנשטאט זי זאל אים מכבד זיין ווי מען איז מכבד א קעניג - פירט זי זיך צו אים זייער נישט שיין, ער פירט זיך צו איר ווי מען פירט זיך צו א מלכה, ער רעדט צו איר מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, און זי גרויסט זיך אויף אים געפערליך, זי מוז זיך טוישן, זי מוז אנהויבן זיין פרייליך, איך קען נישט זען ווי ער גייט איין.


דאס דארף מען לערנען מיט די מיידלעך אין בית פיגא, אז איר האט די זכיה צו זיין א טיטשער אין בית פיגא פאר די עלטערע מיידלעך - זאלט איר רעדן אסאך פון דעם; ווי אזוי מען לעבט מיט א מאן, מיט גוטע מידות; זיי אויסלערנען ווי אזוי מען פירט זיך צום מאן, מען קען נישט קוועטשן און בלאזן וכו' וכו', מען קען נישט צעטרעטן דעם מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - אזא געטריישאפט צו לערנען מיט די קינדער
בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גריסן פון בית פיגא, אז די מיידלעך פירן זיך מיט דרך ארץ און אז איר האט הנאה פון זיין א לערערין.


דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות וואס איר לייגט אריין אזויפיל כח און הארץ מיט אזא געטריישאפט צו לערנען מיט די קינדער, זאלט איר זוכה זיין צו נחת ביי אייערע קינדער, און זוכה זיין צו אמת'ע שלום בית, אמת'ע ליבשאפט, און צו א גוט געבענטשט יאר.

#36 - מקרב זיין די מיידלעך אין סקול וואס האבן נישט קיין חבר'טעס
חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה א', ו' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט ליב געהאט בית פיגא קעמפ, און אז איר בענקט זיך זייער צוריק צו קומען אין בית פיגא.


אויף די פראגע וואס איר זאלט טון ווען איר הערט אין אייער שולע ווי מען רעדט שטותים וכו'; איר זאלט זיך פירן מיט דרך ארץ און שטילערהייט אין אייער הארץ זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אז איר זענט מקורב צום רבי'ן און איר ווייסט אז דער אייבערשטער האט אונז ליב און ער הערט אויס אונזערע תפילות און יעדער איינער קען זיין נאנט צום אייבערשטן דורך תפילה און התבודדות, און שטילערהייט זאלט איר בעטן: "רבונו של עולם, וועט וועט שוין די גאנצע וועלט זוכה זיין צו וויסן פון די ליכטיגקייט פון רבי'ן".


אויף אייער צווייטע פראגע, ווען איר ליינט קריאת שמע מיט אייערע קליינע געשוויסטער, אויב איר מעגט איבערליינען קריאת שמע של אריז"ל איידער איר לייגט זיך שלאפן; דער ענטפער איז יא, אוודאי, מען מעג ליינען אפאר מאל קריאת שמע, יעדע מאל מען ליינט קריאת שמע האט מען נאכאמאל א מצוה.


זייט זיך מקבל לכבוד די נייע יאר צו מקרב זיין די מיידלעך אין סקול וואס האבן נישט קיין חבר'טעס, די מיידלעך וואס מען שטופט זיי אוועק, זיי קומען נישט אנגעטון רייך וכו'; זיי זאלסטו מקרב זיין, וועט דער אייבערשטער אייך מקרב זיין.


א זיסע יאר.

#35 - אלע מלאכים זענען מקנא אז איר קענט דאווענען וויפיל איר ווילט
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ, דאווענען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


אז איר וועט זיך אויפפירן מיט דרך ארץ, איר וועט מיטהאלטן אלעס וואס די סקול פארלאנגט - וועט איר מיר מאכן א נחת רוח.


איר האט מיר געזאגט אז איר ווילט א גוטע שידוך, א בחור א ירא שמים, איר ווילט א מאן וואס וועט דאווענען מיט מנין וכו'; איר קענט זוכה זיין צו דעם אויב איר וועט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף דעם: "רבונו של עולם איך דארף אן ערליכער מאן, איך דארף א מאן א ירא שמים, א מאן וואס וועט דאווענען און לערנען, הייליגער באשעפער איך וויל א מאן וואס וועט פרעגן יעדע זאך א דיין, אן ערליכער איד".


איך בעט אייך זייער, האלטס מיט די דאווענען אין סקול, קוקט נישט ארויס פון סידור, לאכט נישט צו קיינעם, טראכטס ווי איר שטייט יעצט אין גן עדן און איר רעדט צום אייבערשטן, און אלע מלאכים שטייען ארום אייך, און זענען מקנא ווי איר קענט דאווענען וויפיל איר ווילט, און זיי קענען נאר איין מאל דאווענען, און מער נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.