בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#12 - מען קען נאר קומען אין שולע אנגעטון איידל
צניעות, סקול, חינוך הילדים, הדרכות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו דאנקען פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, נישטא קיין גרעסערע זאך ווי לערנען מיט קינדער די הייליגע תורה און די הייליגע אמונה.


איך בעט אייך זייער איר זאלט אכטונג געבן אויף די קינדער וואס קומען אין סקול – זיי זאלן קומען איידל אנגעטון, און זיכער די וואס לערנען און די וואס ארבעטן אין סקול - זאלן קומען אנגעטון איידל און רייך, נישט שלעפעריש און נישט אויסגעלאסן; מען קען נישט געבן קיין ארבעט פאר קינדער וואס קומען נישט אנגעטון איידל.


בנוגע די מיידלעך וואס קומען פאר חיזוק וכו'; ביטע זאגן פאר מרת ... זי זאל נישט ברענגען קיין מיידלעך אין סקול וואס רעספעקטירן נישט אונזער פלאץ. זי קען מחזק זיין מיידלעך און זיי האלטן ביי זיך אין שטוב, אבער אין בית פיגא קען מען נאר קומען ווער עס רעכנט זיך מיט די קינדער און מיט די מוסד. אזוי אויך דארף מען זאגן פאר מרת ... זי זאל קומען אנגעטון איידל.


געדענקט די ווארט וואס רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות אבדה ומציאה הלכה ג, אות טו), עס שטייט אין די תורה די מצוה פון העלפן מענטשן, שטייט (שמות כג, ה): "עָזֹב תַּעֲזֹב עִמּוֹ", זאגן די הייליגע חכמים (בבא מציעא לב.): "עמו" - ער דארף אויך העלפן; זאגט רבי נתן, ווען מען וויל העלפן איינעם דארף יענער זיך וועלן אליינס העלפן. מיר קענען יעדן איינעם מחזק זיין, אבער אז די מיידל אדער ווייבל וויל זיך נישט העלפן, זיי ווילן נישט טון דאס ביסל; צו קומען צו אונזער פלאץ אנגעטון שיין און איידל - וויל איך נישט זיי זאלן צוריק קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - ענדערש בלייבן אין כיתה ביים דאווענען
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, משמש דעם רבי'ן, דאווענען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן פון די מנהלת תחי' א שיינע גרוס, אז איר האט באקומען א געפיל צו דאווענען, איר דאווענט שיין אין כיתה.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט ענדערש בלייבן אין כיתה ביים דאווענען, און אז איר ווילט העלפן די סקול - זאלט איר העלפן ווען מען שפילט אדער ווען מען לערנט, אבער דאווענען זאל זיין ביי אייך די הייליגסטע זאך.


בעטס זיך אויס פאר א גוטע שידוך, בעטס דעם אייבערשטן פאר א מאן וואס וועט בלייבן לערנען זיין גאנצע לעבן, בעטס דעם אייבערשטן פאר א שטוב מיט יראת שמים, פאר ערליכע דורות, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן באלייכטן די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - לייגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צו גיין אנגעטון איידל
צניעות, שכר, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


לייגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צו גיין אנגעטון איידל, און שפעטס פון נישט איידל. איך וויל אלע תלמידות בית פיגא זאלן זיין איידעלע פרויען, נישט נאכגיין די מאדעס פון די פעלקער.


זאגט די קינדער די שכר פון גיין אנגעטון איידל; ערליכע דורות, הייליגע דורות, געבענטשטע דורות.


רעדט פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה. אויך יעצט ווען מען איז נאכנישט חתונה געהאט זאלן זיי צוזאמנעמען די האר און נישט האבן לאנגע האר. עס איז דאך אזוי שיין – איידל, עס איז אזוי זיס – איידל, און פארקערט, נישט איידל – איז אזוי מיאוס.


איך פארלאז זיך אויפן אייבערשטן אז איר און די אנדערע טיטשערס טוען ענקער ארבעט, ענק טוען מיין ווילן פון פרעדיגן אידישקייט אין די קינדער.

#9 - איינגעשטעלטע ביי אונזערע מוסד קענען נישט האבן א סמארטפאון וכדומה
מוסדות, סמארטפאון, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך וויל בעטן איר זאלט זיין אמת'דיג מיט די מוסד, מיר נעמען זיך אויס אז אלע איינגעשטעלטע ביי אונז אין מוסד זאלן נישט האבן קיין סמארטפאון, טעבלעט וכדומה, מיר האבן גענוג און נאך וואס ווארטן און ווילן האבן ארבעט אין בית פיגא, אבער אז איר האט א סמארטפאון בעטן מיר זייער איר זאלט דאס מודיע זיין אין אפיס און מיר וועלן נעמען א צווייטע ארבעטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - לערנען מער הלכות מיט די בית פיגא תלמידות
מוסדות, הלכה, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי' מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב


איך האב געהערט אייער הודעה.


בנוגע זוכן נאך לימודים וואס צו לערנען וכו'; א שאד מען לערנט נישט מער הלכות מיט די בית פיגא תלמידות, אנשטאט זוכן פון אונטער דער ערד מיט זייטיגע לימודים, מען זוכט וואס צו טון מיט די קינדער, ענדערש דארף מען לערנען מיט זיי הלכות.


מיידלעך דארפן קענען גוט הלכות שבת, הלכות יחוד, הלכות ברכות, און הלכות כשרות פון א כשר'ע קאך; ווייל נאך אביסל גייען זיי אויפשטעלן אידישע שטיבער, דארפן זיי גוט קענען הלכות, און אודאי העיקר זאל מען לערנען מיט זיי הלכות שבת; ווייל דער הייליגער רבי ר' יונתן אייבשיץ זכותו יגן עלינו זאגט (ספר יערות דבש חלק ב, ב) אז ווער עס האט נישט אדורך געלערנט הלכות שבת כאטשיג צוויי דריי מאל - איז כמעט נישט מעגליך ער זאל זיין א שומר שבת; מען ווייסט אפילו נישט וואס מען האט צו טון און וואס די הלכות זענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - אן דרך ארץ איז גארנישט דא
חינוך הילדים, דרך ארץ, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין אייך זייער דאנקבאר פארן העלפן אין סקול, די דאווענען האט באקומען אן אנדערע פנים, אלע קינדער דאווענען א מחי', ובעיקר די דרך ארץ איז זייער גוט; די קינדער ווערן מער און מער דערוואקסן.


יעצט איז צוריק געפאלן די דרך ארץ אין אונזער שולע אין וויליאמסבורג, איך ווייס נישט פארוואס די לערערינס לאזן דאס פאסירן, פארוואס מען שטייט נישט אויף דעם זייער שטרענג; ווייל אן דרך ארץ איז גארנישט דא.


איך האף זייער איר וועט ווייטער אנהאלטן אייער הייליגע ארבעט, מחנך זיין די קינדער זאלן אויסוואקסן געזונט און ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - קינדער שפירן גלייך אויב די לערערין האט וואס צו פארקויפן
חינוך הילדים, מוסדות, שרייבן, אידיש, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בנוגע די לערערין וואס זאגט זי האט נישט וואס צו לערנען מיט די קינדער, שיקט זי ארויס די קינדער שפילן וכו'; נישטא אזא זאך א לערערין האט נישט וואס צו לערנען מיט די קינדער, די לערערין מוז קומען אנגעגרייט צו האבן וואס צו לערנען פאר אפאר וואכן.


קינדער שפירן גלייך אויב די לערערין האט וואס צו פארקויפן, זי האט וואס צו לערנען, מאכן, טון וכו', אדער מען גייט היינט מאלן וואסער, זוכן ווי אזוי אריבער צו גיין דעם טאג.


בנוגע לערנען צו ליינען אידיש; קינדער דארפן לערנען צו קענען גוט ליינען אידיש, דאס איז איינע פון די וויכטיגע זאכן וואס די סקול דארף אריינלייגן אין די קינדער.


בנוגע די געהאלט; מיר גייען אראפגיין מיט די געהאלט פאר די לערערינס, מיר האבן נישט קיין ברירה, די מוסד קען נישט צאלן די איינגעשטעלטע; ביטע דאס אויסשמועסן מיט די לערערינס און זען ווער עס וויל ממשיך זיין צו בלייבן א לערערין אין בית פיגא.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען ווייטער ממשיך זיין מיט אונזער הייליגע ריינע חינוך אן קיין שטערונגען.





 


 





 

#5 - מיר גייען שטייטליך מיט גוטן, ווייל מיט כח פועל'ט מען נישט
צניעות, סקול, חינוך הילדים, מוסדות, סבלנות, דן לכף זכות, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב געזען די תקנות וואס דו האסט געמאכט פאר אונזער שולע בית פיגא, איך בין זייער צופרידן אז דו שטייסט על המושמר אז אונזערע קינדער זאלן גיין איידל און שיין. מיינע תפילות זענען אז אלע אונזערער תלמידות זאלן ליב האבן אידישקייט, ליב האבן איידל.


איך קען נישט ליידן די לאנגע האר צווישן די מיידלעך, ביי אונז אין אמעריקע אין בית פיגא איז אויך דא אפאר מיידלעך וואס קומען מיט אזעלכע גאר לאנגע האר, עס עקלט ממש, אבער איך גיי נישט מיט כח, אויך די לערערינס און די מנהלת גייען נישט מיט כח, מיר גייען שטייטליך מיט גוטן, ווייל מיט כח - פועל'ט מען נישט, מיט כח פועל'ט מען נאר אויף די מינוט, מען האט מורא מען וועט אוועק שיקן וכו', אבער מען פועל'ט נישט אויף שפעטער; אבער אז מען גייט שטייטליך, מען רעדט און מען רעדט, מען רעדט נאכאמאל פון שיינקייט, פון גיין איידל - פועל'ט מען.


וואס זאל איך דיר זאגן, מען דארף האבן אסאך סבלנות מיט קינדער און מיט עלטערן פון די קינדער, מען דארף ליב האבן די קינדער און די עלטערן פון די קינדער, מען דארף יעדן איינעם דן זיין לזכות, נאר אזוי קען מען פועל'ן.


איך וויל דיר זייער בעטן מען זאל נישט רעדן ביי אונז אין מוסד די טריפה'נע שפראך, מען זאל רעדן נאר אידיש, און די ווערטער וואס עס איז נישטא אין אידיש - זאל מען נוצן פון די ענגלישע שפראך, אבער נישט די שפראך פון די ערב רב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - טון אלעס וואס די מנהלת תחי' זאגט
דרך ארץ, מחלוקת, משמש דעם רבי'ן, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן דער רבי און העלפן די סקול בית פיגא; משמש זיין דעם רבי'ן, העלפן די מוסדות - די זאכן נעמט מען מיט אויף יענע וועלט.


איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט טון אלעס וואס די מנהלת תחי' זאגט, זייט איר רעכטע האנט און טוט נאר וואס זי זאגט אייך. אז זי זאגט עפעס און איר פארשטייט פון מיר אנדערש - זאלט איר ווייטער טון וואס זי זאגט, ווייל דאס איז די הצלחה פון א פלאץ, אז די טיטשערס און ארבעטערס ארבעטן אלע אינאיינעם; ווי נאר מען הויבט אן מיט מחלוקות חס ושלום - צעפאלט אלעס. דעריבער בעט איך אייך, זייט די מנהלת'ס רעכטע האנט, טוט וואס זי בעט, אלעס מיט שמחה; מיט דעם וועט איר מיר זייער העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3 - אויסלערנען קאכן און באקן, מיט דרך ארץ און ריינקייט
דרך ארץ, ריינקייט, סבלנות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך וויל אייך בעטן, היות איר זענט געשטעלט אויף די קינדער אין בית פיגא זיי צו אויסלערנען קאכן און באקן, זאלט איר פארלאנגען פון די קינדער זיך צו פירן מיט דרך ארץ, אן דרך ארץ איז גארנישט דא; איך וויל קינדער בעלי דרך ארץ, נישט קיין חילוק צי מען לערנט אידיש, ענגליש, נייען, קאכן, באקן; מען מוז זיך פירן מיט דרך ארץ.


נאך א זאך וויל איך בעטן, זומער האבן די מיידלעך געארבעט אין קאך, אבער דער מענידזשער האט מיר געוויזן בילדער ווי אזוי מען פלעגט איבערלאזן די קאך; אזוי איבערגעדרייט אז דער גוי וואס רייניגט פלעגט שיקן בילדער פארן מענידזשער, אים ווייזן וואס דארט טוט זיך. וויל אייך בעטן, אין די זעלבע צייט וואס מען לערנט זיי אויס קאכן, זיי העלפן אנגרייטן די עסן - דארף מען זיי אויסלערנען ווי אזוי מען קאכט און מען באקט אן דעם וואס עס זאל ווערן איבערגעדרייט און שמוציג.


ארבעטס מיט סבלנות, מיט געדולד; די קינדער זענען זייער וואויל, מען דארף אבער געדענקען זיי מחנך זיין און פארלאנגען דרך ארץ און רייניקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2 - זיין דרך ארץ'דיג און זיין שיין צו אנדערע
דרך ארץ, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך הער פון די מנהלת תחי' און פון אייערע לערערינס אז איר זענט אן אויסגעצייכנטע תלמידה, איר פירט זיך מיט דרך ארץ און מיט גוטע מידות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט ווייטער האבן די כח זיך צו שטארקן, זיין דרך ארץ'דיג און זיין שיין צו אנדערע, מיט גוטע מידות; וועט איר זוכה זיין צו אויפשטעלן א שיינע שטוב און האבן ערליכע דורות.


זאגט פאר אייערע חבר'טעס איך וויל אזוי שטארק הערן פון די מנהלת גוטע גריסן אויף זיי אויך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - גיין אנגעטון פראסט איז בכלל נישט שיין, עס איז עצבות און מרה שחורה
צניעות, גוים, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


עס לוינט זיך פאר אייך איר זאלט זיך אנטון איידל, איידל אנגעטון האט אלע טעמים; איידל איז שיין, איידל איז רייך; גיין אנגעטון פראסט איז בכלל נישט שיין, עס איז עצבות און מרה שחורה; די וואס גייען אנגעטון פראסט זענען נישט צופרידן מיט זיך, זיי זענען ברוגז אויף זיך, זיי האבן נישט קיין טעם אין זייער לעבן. די גוים, די אומות העולם - זיי האבן נישט באקומען די מתנה וואס מיר אידישע קינדער האבן.


טוט זיך אן שיין, איידל; איך וויל זייער איר זאלט ווייטער קענען זיין ביי אונז אין בית פיגא, איך וויל אין בית פיגא זאלן אלע טיטשערס און סעקריטעריס זיין איידל אנגעטון, נישט פראסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.