בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#14 - איך וויל די עלטערן זאלן האבן שייכות מיט די מלמדים
חינוך הילדים, חדר, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש, קרית ברסלב


זיי מחזק די מלמדים זאלן נישט ווערן באליידיגט ווען א טאטע רופט און זאגט הערות וכו' וכו'; דאס איז דאך וואס איך וויל, אז עלטערן זאלן זיין בקשר מיט די מלמדים, זיי זאלן אנרופן און רעדן. איך וויל די עלטערן זאלן האבן שייכות מיט די מלמדים, און אויב די עלטערן רעדן נישט אזוי ווי מען דארף, זיי מאכן אוועק, זיי זענען מזלזל - זאלן די מלמדים נישט ווערן באליידיגט.


זיי באזונדער מחזק דעם מלמד האברך ... נרו יאיר ער זאל נישט ווערן אויסער זיך ווען א טאטע טשעפעט אים און זאגט אים: "ביסט נאך יונג, דו ווייסט נישט"; ער זאל אויסהערן, אראפשלינגען און טון ווייטער זיין ארבעט בנאמנות.


דו זאלסט נישט זיין נאר דער שטרענגער אין חדר; בעט די מלמדים זיי זאלן דיר איבערגעבן שיינע זאכן אויף די קינדער, אזוי וועסטו קענען אויסרימען די קינדער, סיי אין כיתה און סיי ווען דו רעדסט ביי מיטאג פאר אלע קינדער, און נישט נאר זיין דער שטרענגער מנהל.


אויך זאלסטו מיר איבערגעבן שיינע זאכן אויף די מלמדים, איך זאל זיי קענען געבן חיזוק און נישט זיין נאר דער שטרענגער ראש ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - א נאנטע שייכות מיט די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש, קרית ברסלב


דיין ארבעט איז מוטיגן די מלמדים און זען אז זיי זאלן טון די ארבעט בנאמנות; זיין צייטליך און לערנען מיט די קינדער. (איך דארף נישט קאונסלערס פאר מלמדים, איך דארף מלמדים וואס לערנען און דאווענען מיט די קינדער).


עס פעלט נישט אויס זאלסט יעדן טאג געבן א מלמדים שמועס, עס איז בעסער זאלסט געבן איינמאל א וואך א שמועס.


ענדערש זאלסטו נישט פארפעלן איין טאג רעדן צו די קינדער ביי מיטאג, זאלסט האבן א נאנטע שייכות מיט די קינדער.


אז דו קומסט נישט אן צו מאכן א גליון - וועט גארנישט פאסירן, אבער אז דו קומסט נישט אן צו רעדן מיט א קינד אדער מיט א מלמד - איז א חורבן לדורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#12 - מחנך זיין אידישע קינדער זאלן גיין אויף די וועג פון די תורה
משמש דעם רבי'ן, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר האט נישט קיין השגה דאס גרויסקייט פון זיין א טיטשער, פון מחנך זיין אידישע קינדער זאלן גיין אויף די וועג פון די תורה און ליב האבן די תורה.


שכוח פאר אלעס וואס איר טוט פאר בית פיגא און פאר אלעס וואס אייער מאן נרו יאיר טוט פאר די תלמוד תורה.


כתיבה וחתימה טובה.

#11 - די מוסד ווערט גרעסער, מען דארף קענען צוקומען צו אייך מער צייט
חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא


נישטא די ווערטער ארויס צו ברענגען אייערע זכותים וואס איר האט פון וואס איר געבט זיך אזוי אוועק פאר אונזערע קינדער, זיי מחנך זיין מיט אמונה, מיט קדושה וצניעות און מידות טובות.


עס איז גוט אז איר וועט נישט זיין א טיטשער קומענדיגע יאר, היות די מוסד ווערט גרעסער – דארפן די קינדער און די לערערינס א מנהלת וואס מען קען רעדן וכו'; כל זמן די מוסד איז געווען קליין האט איר געקענט זיין מנהלת אינאיינעם מיט טיטשן, אבער יעצט דארף מען קענען צוקומען צו אייך מער צייט.


איך ווארט יעדע וואך אויף צו הערן א באריכט פון סקול.


כתיבה וחתימה טובה.

#10 - פארלאנגען פון די קינדער דיסציפלין
דרך ארץ, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


דאס איז די וועג; זייט שטארק מיט די וועג, אויסלערנען דרך ארץ פאר די מיידלעך; דא רעדט מען נישט פון קליינע קינדער, דא רעדט מען פון גרויסע קינדער, מען מוז אויסלערנען "דרך ארץ".


הלוואי וואלטן אלע טיטשערס געשטאנען אויף 'דרך ארץ', פארלאנגט פון די קינדער דיסציפלין; אז ווען א טיטשער רעדט – קען מען נישט רעדן און נישט זיך אויפשטעלן וכו' וכו'.


האט נישט מורא אז די קינדער וועלן אייך נישט ליב האבן, קינדער האבן ליב א טיטשער וואס איז שטרענג און הארציג; אז מען האט באמת ליב די קינדער – קען מען אסאך אסאך פארלאנגען.

#9 - מען נעמט דיך נישט אן אלס מלמד, ווייל דו ביסט א ברסלב'ער
חסידות ברסלב, פרנסה, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לינדען


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס זאל דיר נישט באנק טון אז מען האט דיך אפגעזאגט פון זיין א מלמד, זיי האבן אויפגענומען א נייעם מנהל וואס האט נישט ליב ברסלב'ער חסידים. ער האט מיך אויך ארויסגעווארפן פון מיין מלמדות צוליב ברסלב, דאנק דעם אייבערשטן אז מען נעמט דיך נישט אן אלס מלמד צוליב דעם אז דו ביסט א ברסלב'ער.


א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און זייער געוויינט: "רבי, מיין קו - מיין פרנסה געבער - איז מיר געשטארבן"; דער איד האט פארמאגט א קו וועלכע ער פלעגט מעלקן און פארקויפן די מילך, פון דעם האט ער געהאט פרנסה. איין צופרי קומט ער אריין אין שטאל און טרעפט זיין קו טויט און ער איז זייער באזארגט וואס גייט זיין ווייטער; דער חפץ חיים האט אים געוואלט בארואיגן, אבער דער איד וויינט און שרייט אז ער גייט שוין שטארבן פאר הונגער ווייל ער האט מער נישט קיין פרנסה, זאגט אים דער חפץ חיים זכרונו לברכה: "דיין פרנסה געבער איז דער אייבערשטער, און ער וועט דיר ווייטער געבן פרנסה; חס ושלום צו טראכטן אז דיין פרנסה איז געקומען פון א קו, נאר די וועג ווי אזוי דו האסט געהאט פרנסה איז געווען דורך די קו און יעצט וועט קומען דיין פרנסה דורך אן אנדערע וועג".


האב נישט מורא, וועסט האבן פרנסה, רעד זיך נישט איין פאר איין מינוט אז דיין פרנסה קומט פון זיין א מלמד ביי זיי, בפרט יעצט ווען דער מנהל דארף אליינס רחמי שמים, פארלאז זיך אויפן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#8 - זיין א מלמד איז היינט די גרעסטע מצוה וואס איז דא
התחזקות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; זיין א מלמד איז פון די הייליגסטע זאכן אין די וועלט. די גאנצע וועלט שטייט אויף די תורה פון תינוקות של בית רבן, און ווער שטייט אונטער זייער תורה? די מלמדים; קומט אויס אז די וועלט שטייט אויף מלמדים.


איך ווייס אז עס איז ביטער שווער צו זיין א מלמד, איך בין א מלמד שוין איבער צוואנציג יאר, איך בין יארן צוריק געווען א מלמד פאר קינדער פון דרייצן יאר, און די לעצטע פופצן יאר בין איך א מלמד פאר קינדער פון דרייצן ביז צוואנציג יאר, או ווי איך ווייס וואס א מלמד איז, ווי שווער עס איז, וויפיל ארבעט מען לייגט אריין טאג ביי טאג, אבער וואס זאל איך דיר זאגן, ארבעטן שווער - איז ביי יעדן איינעם, האסט נישט קיין השגה וואס טוט זיך יעצט אין די וועלט, מענטשן ארבעטן ביטער שווער, ביז מען גייט ממש אראפ פון זינען. מען ארבעט ארום דעם טאג פון צופרי ביז ביינאכט, און אזוי יעדן טאג, מען פאלט פון די כוחות און מען דעקט זיך נישט, מענטשן ווערן ממש משוגע. איך באקום יעדן טאג בריוו פון אינגעלייט ווי זיי שרייבן אז אט אט צערייסן זיך די נערווען, זיי שרייען: "ראטעוועט!" "געוואלד!"


דאס זאל זיין פאר דיר א שטיקל טרייסט אז דיין ארבעט איז כאטשיג הייליגע ארבעט, די שווערע ביטערע שעות - איז דיינע, די שווערע ביטערע מי און הארעוואניע - דאס לייגט מען אוועק פאר דיר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. זיין א מלמד, אויפבויען אידישע קינדער צו זיין ערליכע אידן - איז היינט די גרעסטע מצוה וואס איז דא; הלואי זאלן אלע אנשי שלומינו עוסק זיין אין די הייליגע זאך, לערנען מיט אידישע קינדער, האבן א חלק אין מחנך זיין קינדער לתורה וליראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7 - יעדער מוטשעט זיך, וואויל איז דעם וואס באשעפטיגט זיך מיט הייליגע זאכן
התחזקות, מוסדות, אינוועסטמענט, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר זיין אזא גוטע רבי און פארן זיין א געטרייער באס דרייווער; וואס מען טוט פאר די מוסד איז נצחיות, בפרט אז מען ברענגט קינדער צו לערנען און מען טראגט זיי אהיים - דאס איז נישט א פראסטע ארבעט, דאס איז א הייליגע ארבעט; דארפסט זיך זייער פרייען אז דיינע יארן גייען אריבער מיט אזעלכע הייליגע זאכן.


האסט נישט קיין אנונג וואס מענטשן מוטשען זיך. נעכטן איז צו מיר געקומען א אינגערמאן, ער האט געקויפט אן אינוועסטמענט, ער האט געבארגט אויף שווערע ציפעדיגע פראצענט; יעצט שטעלט זיך ארויס אז איינער פון די קרובים פונעם מוכר שרייט אז עס איז גארנישט יענעמ'ס, עס איז זיינ'ס; זיי קריגן זיך שוין דריי יאר אין קארט, ביז דערווייל צאלט ער ציפעדיגע ריבית, די טייטל קאמפעני זאגט 'ווארט, מען וועט זען ווער איז גערעכט'; בקיצור, דער אינגערמאן זאגט עס קאסט אים הונדערטער טויזנטער דאלער, ער קען נישט אנגיין מער. דאס איז א אינגערמאן וואס אלע טראכטן 'ער האט עס', 'ער מאכט עס', 'ער האט שווערע געלטער', און קוק ווי ער ליידט; יעצט פרעג איך דיר, אז דו ביסט א מלמד, דיין טאג גייט אריבער מיט אידישע קינדער, ארבעסט טאקע שווער אבער עס וועט בלייבן דיין ארבעט לנצח נצחים...


איך בעט דיר זייער זאלסט דערציילן יעדע פרט פארן מנהל נרו יאיר, יעדע פרט ופרט וואס טוט זיך אין קלאס און אויפן באס; געענדיגט מיט נישט רעדן, דער מנהל דארף וויסן יעדע פרט וואס טוט זיך, יעדן טאג זאלסטו אים עפעס דערציילן, ווייל נאר אז מען ארבעט אינאיינעם קען מען מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#6 - מען קען נישט זיין קיין מלמד אויב מען איז אפילו נאר איין מינוט שפעט
מקוה, חינוך הילדים, חדר, היטן די צייט, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - ום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן האבן די בחורים מיר דערציילט א מעשה פון דיר וואס האט מיך זייער באנומען, איך האב געדאנקט דעם אייבערשטן אז דו ביסט מלמד ביי אונז.


זיי דערציילן אז א קינד האט איינגעמאכט אין כיתה און דו האסט עס באמערקט, און ווען דו האסט געזען אז ארום זיין טיש איז וכו' און באלד וועלן די קינדער דאס באמערקן און ער וועט ווערן פארשעמט, ביסטו אריבער מיט א קאווע און מיט חכמה אויסגעגאסן; האסט געגעבן א שריי: "אוי וויי, די קאווע האט זיך אויסגעגאסן", אזוי איז נישט מעגליך געווען צו כאפן אז דאס קינד האט דארט איינגעמאכט; איך האב געזאגט: "שכוח אייבערשטער אז מיר האבן מלמדים וואס האבן אזא הארץ, טראכטן ווי אזוי אכטונג צו געבן אויף די קינדער ווען זיי מאכן טעותים".


אז דו שטייסט אויף שפעט און דו האסט א פראגע, אדער מקוה אדער גיין אין חדר? איז דער ענטפער: "דו דארפסט גיין אין חדר"; איי איך האב דיר נעכטן געזאגט אז מען קען נישט זיין קיין מלמד ביי אונז נאר אז מען גייט אין מקוה? זאג איך דיר יעצט: "אמת, מען קען נישט זיין קיין מלמד ביי אונז אז מען גייט נישט אין מקוה, און אויך קען מען נישט זיין קיין מלמד - נישט ביי אונז און אין קיין שום פלאץ אויף דער וועלט - אויב מען איז אפילו איין מינוט שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5 - נעם נישט צום הארצן ווען א טאטע האלט דיך פָאר אויף עפעס פון חדר
מלמדים, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


ווער נישט אויסער זיך ווען א טאטע האלט דיך פאר אויף עפעס פון חדר; אויב א טאטע האלט דיך פאר - זאלסטו אים אויסהערן און זאגן "יישר כח", און ממה נפשך, איז דאס א זאך וואס מען דארף מתקן זיין - זאלסטו זיך פרייען, איז דאס א זאך וואס דער טאטע אליין וואלט אויך גארנישט געקענט טון, ווען זיינע קינדער קריגן זיך אין שטוב טוט ער אויך גארנישט - זאלסטו דאס איבערשמועסן מיטן מנהל, נעם עס נישט פערזענליך.


איך בעט דיר זייער, ווער נישט אויסער זיך און נעם נישט פערזענליך ווען עלטערן האלטן פאר אדער רעדן נישט מיט דרך ארץ; וואס ווייסן עלטערן וואס גייט אריבער אויפן מלמד... וואס ווייסן עלטערן וואס א מלמד טוט איין טאג, איין שעה - מיט די קינדער... זיי ווייסן דאס נישט און וויפיל מען וועט זאגן וואס א מלמד גייט אריבער - וועלן זיי סיי ווי נישט פארשטיין.


איך ווייס יא וואס א מלמד איז און וואס א מלמד גייט אריבער, איך בין געווען א מלמד און אויך היינט בין איך מיט בחורים טאג און נאכט, פון איין זייט איז דאס א שטיק חיות מען שפירט זייער צוגעבינדן צו די תלמידים, און פון די אנדערע זייט איז דאס א מחי' שווער, מען איז נישט מכיר אין די שווערע ארבעט, מען שפירט כסדר ווי מען וויל אויפגעבן, נאר אז מען בינדט זיך צו צום אייבערשטן, מען טראכט אז מען ארבעט פארן אייבערשטן - קען מען מצליח זיין.


ווער נישט אויסער זיך, קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4 - די חדר איז די ערשטע און וויכטיגסטע זאך
חדר, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין זייער פרייליך אז דו האסט גענומען די חדר פאר די ערשטע זאך, און אויך בין איך דיר זייער דאנקבאר אז דו שרייבסט מיר יעדן טאג יעדע איינצלהייט פון חדר, פון די מלמדים, קינדער וכו'.


איך רעד צו אינגעלייט זאלן דיר העלפן, זיי זאלן איבערנעמען געוויסע זאכן וואס פעלט נישט אויס א ספעציעלער מענטש פאר דעם; ווי למשל ארויפלייגן די שיעורים אויפן טעלעפאן און נאך אזעלכע זאכן וואס מען דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם, אזוי וועסטו קענען זיך קאנצעטרירן אין חדר מיט די מלמדים און די קינדער.


איך בין גרייט פיר און צוואנציג שעה א טאג דיר צו העלפן, און בלי נדר ווען דו וועסט מיר רופן איך זאל קומען צו די מלמדים אדער צו די קינדער - וועל איך קומען, ווייל דאס איז מיר וויכטיגער פון אלעס.


זיי מחזק די מלמדים זיי זאלן זיין צייטליך אין חדר, און חס ושלום די קינדער זאלן זיין הפקר; עס זאל נישט פאסירן אזא זאך אז די קינדער זאלן זיין אינעם בנין אן די מלמדים.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#3 - ביסט אן אויסגעצייכנטער מלמד, אשריך ואשרי חלקך
חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד היכל הקודש קרית ברסלב


דער מנהל זאגט מיר אז דו ביסט אן אויסגעצייכנטער מלמד; דיין גאנצע קאפ ליגט אין חדר, ווי צו קענען בעסער מאכן פאר די קינדער.


אשריך ואשרי חלקך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - א שאד אז דו האסט זיך אפגעזאגט פון די מלמדות
חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


א שאד אז דו האסט זיך אפגעזאגט פון די מלמדות; האסט דאך אזוי מצליח געווען, האסט דאך אריינגעשיינט אין די קינדער אזויפיל אמונה מיט אזויפיל יראת שמים; ממש א שאד אז דו האסט דאס איבערגעלאזט.


יעצט וועסטו זיך אזוי בענקען צו די טייערע קינדער, יעצט וועסטו זיך כאפן וואס מיינט זיין א מלמד... די גוטע געפיל פון געבן א גוט ווארט פאר א קינד, די גוטע געפיל פון ווייזן א שמייכל פאר א קינד און אים אויפבויען; אוי ווי גוט דאס איז, אוי ווי גוט מען שפירט זיך.


עס איז טאקע שווער צו זיין א מלמד, אבער ווען מען לאזט אפ די ארבעט - דעמאלט הויבט מען אן כאפן וואס מען האט געהאט; אזא גוטע הרגשה וואס מען קען נישט געפינען ערגעץ אנדערש.


אויב מען קומט נישט צייטליך און דער מנהל נעמט א צווייטן אלס מלמד - איז דאס פשט אז מען האט זיך אפגעזאגט, עס איז נישט שייך צו זיין מלמד נאר אויב מען איז אין צייט, און אז דער מלמד איז נישט אין צייט און דער מנהל זאגט געענדיגט, מען קען נישט קומען מער - מיינט דאס אז מען האט זיך אפגעזאגט.


נאך א וויכטיגע זאך, וואס דער מנהל זאגט ביי אונז אין מוסד - איז בשליחות פון מיר, און וואס די מנהלת זאגט - איז דאס בשליחות פון מיר, און איך טו וואס מוהרא"ש האט מיר באפוילן. מוהרא"ש זאגט, נאר א מלמד, א טיטשער - וואס איז צייטליך - קען זיין מלמד און טיטשער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - אויב עלטערן זעען עפעס וואס טויג נישט, דארף מען דאס דערציילן
שטעטל, חדר, טענות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע אינגל, דער אייבערשטער זאל העלפן די ברית זאל זיין אין צייט און דו זאלסט אים מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים, געזונטערהייט, מיט דיין ווייב אינאיינעם.


א צווייטע מזל טוב פאר'ן זיך ארויסציען קיין קרית ברסלב, די גאנצע קהילה אין קרית ברסלב ווארט שוין אזוי לאנג צו האבן א מנהל, איש על העדה. עס איז דא אסאך צו מתקן זיין אין חדר, ערשטנס, די מלמדים און אלע איינגעשטעלטע זאלן זיין אין צייט, און צווייטנס, די מלמדים ווארטן אויף א שמייכל, א גוט ווארט. איך האף צום אייבערשטן דו וועסט מיר העלפן אין תלמוד תורה מחזק זיין די מלמדים זיי זאלן זיין צייטליך און זיי זאלן טון זייער ארבעט בנאמנות, מיר האבן זייער טייערע מלמדים, אבער די הייליגע חכמים זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין", די אלע וואס טוען מיט אנדערע - דארפן אסאך חיזוק.


זיי מודיע פאר אלע עלטערן זאלן קומען רעדן צו דיר, זיי זאלן מיטטיילן זאכן וואס שטערט זיי, זאכן וואס זיי זענען נישט צופרידן. עס זענען דא עלטערן וואס האבן א טעות, זיי מיינען אז אויב מען זעט א חסרון וכדומה - טאר מען נישט רעדן, ווייל אויב מען רעדט - ווערט מען א מתנגד; עס איז נישט וואר, אויב עלטערן זעען עפעס וואס טויג נישט - דארף מען דאס דערציילן; זאלסטו מודיע זיין די עלטערן זאלן קומען רעדן מיט דיר, זיי זאלן שפירן באקוועם צו רעדן מיט דיר, מען זאל קענען מאכן דאס בעסטע וואס איז שייך.


אז דו וועסט מיר העלפן אין חדר - וועל איך דיר נישט שולדיג בלייבן, בזה ובבא.