בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#43 - נישט כדאי צו לערנען הדרכה ביי צוויי מדריכים
חתן, הדרכה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער תלמיד, החתן ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט כדאי צו לערנען הדרכה פאר די חתונה ביי צוויי מדריכים, מען ווערט צעמישט, און אז דיין טאטע הייסט דיר גיין לערנען הדרכה ביי א חתן מדריך, נישט פון אונזער קהילה - איז נישט כדאי דו זאלסט מישן די יוצרות און לערנען סיי דא און סיי דארט, דו וועסט ווערן צעמישט.


דער עיקר זאלסטו זיך שטארקן אין תורה און תפילה, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז): "מַה יֵּשׁ לְהָאָדָם לַעֲשׂוֹת בְּזֶה הָעוֹלָם, אֵין צָרִיךְ כִּי אִם לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמֹד וּלְהִתְפַּלֵּל", וואס דארף א איד טון אויף די וועלט? נאר דאווענען, לערנען און דאווענען.


זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם, און פון קיין שום זאך אויף די וועלט, לערן פלייסיג די הייליגע תורה און זיי זיך מתבודד. יעצט אלס חתן איז די שענסטע צייט, און אויך די ערשטע יארן פון די חתונה ווען מען האט נאכנישט קיין טרדות הפרנסה - איז די שענסטע צייט וואס מען קען זייער מצליח זיין אין עבודת השם.


נאר שטארק דיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#42 - זיך גרייטן צו די חתונה
חתן, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


יעצט ווען דו ביסט א חתן דו גרייטסט זיך צו דיין חתונה - זאלסטו אויסניצן די טעג און וואכן מיט תפילה והתבודדות, גיי יעדן טאג אין פעלד מיט א קביעות און שמועס מיטן אייבערשטן. ערשט זאלסטו אים דאנקען, דאנק אים פאר דיין שידוך, דאנק אים פאר דיין לעבן, דאנק אים אויף יעדע זאך בפרטי פרטיות, נאכדעם זאלסטו מאכן וידוי דברים, און ענדיג מיט בקשה; בעט פאר דיר און פאר דיינע דורות.


רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אים בעטן אויף אלעס וואס מען דארף - איז א מצות עשה דאורייתא. דער רמב"ם זאגט (פרק א מהלכות תפלה, הלכה א-ב), דאווענען צום אייבערשטן איז א מצות עשה פון די תורה, יעדע זאך וואס מען דארף זאל מען בעטן דעם אייבערשטן, מען קען בעטן דעם אייבערשטן אויף סיי וואס פאר א שפראך מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, די מצוה איז צו דאווענען יעדן איינציגן טאג, עס האט נישט קיין באשטימטע צייט אין טאג, און דעריבער זענען אויך פרויען און קנעכט מחויב צו דאווענען; נאר שפעטער ווען די אנשי כנסת הגדולה האבן געזען אז עס וועט קומען א לאנגע שווערע גלות און מען וועט אינגאנצן פארגעסן פון תפילה האבן זיי אוועק געשטעלט מיט רוח הקודש די דריי תפילות פון שחרית מנחה מעריב, אז יעדער איד איז מחיוב צו דאווענען די דריי תפילות מיט די נוסח; און דאס קומט נישט צו פארמינערן דאס בעטן דעם אייבערשטן אין די אייגענע שפראך.


דערפאר ליבער ברודער, הארציגער חבר, מאך זיך א באשטימטע צייט צו גיין יעדן טאג אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפינט זיך נישט, דארט זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן. בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, בעט אים דו זאלסט זוכה זיין צו פאררעכטן אלעס וואס דו דארפסט פאררעכטן, בעט אים אז דיינע טעג און יארן זאלן נישט אריבערגיין מיט נארישקייטן, דו זאלסט זוכה זיין אים צו דינען מיט אן אמת, ווייל וויסן זאלסטו אז די זאך פון התבודדות - דאס איז די שליסל צו ווערן א גרויסער צדיק, אלע צדיקים האבן עוסק געווען אין די הייליגע עבודה, און דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ק): "מִּקָּטָן וְעַד גָּדוֹל אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת, כִּי אִם עַל יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת", מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד נאר אז מען מאכט התבודדות.


טאקע יעצט ווען מיר זעען די רחמנות פונעם אייבערשטן, אז פסח שני איז דא סיי חמץ און סיי מצה, דאס מיינט אז אפילו דער מענטש איז נאכנישט אויסגעארבעט, ער איז נאך פול מיט חמץ, אויסגעמישט טוב ורע וכו' - געבט מען אים נאכאלץ א מעגליכקייט צו ברענגען א קרבן פארן אייבערשטן, און ער האט נאך א האפענונג אלעס צו פאררעכטן; אויך דו וואס דו האסט נאך חמץ וכו' - זאלסטו זיך אריינשטופן אין די קדושה, זאלסט טון די עצה פון די צדיקים, התבודדות ותפילה, ביז דו וועסט זוכה זיין אז מען וועט דיר געבן א פסח שני, דו וועסט ווערן א צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - ס'לוינט נישט צו קומען אויף אמעריקע שאפן געלט
צדקה, ארץ ישראל, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ג אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


החתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן דו זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן אן ערליכע שטוב, ערליכע דורות, און ברענגען נאר נחת פאר דיינע עלטערן.


בנוגע אויב דו זאלסט קומען קיין אמעריקע שאפן געלט פאר די חתונה; דו ווייסט אודאי וואס מוהרא"ש האט געהאלטן, קוק אריין אין אשר בנחל וואס מוהרא"ש שרייבט הונדערטער און טויזנטער מאל פאר מענטשן וואס ווילן קומען קיין אמעריקע שאפן געלט, מוהרא"ש שרייבט זיי אז עס איז דמיון, נישטא גארנישט אין חוץ לארץ, עס איז נישט כדאי איבער צו לאזן ארץ ישראל.


קום נישט קיין אמעריקע; אז דו ווילסט העלפן דיין טאטע - זאלסטו גיין הפצה אין ארץ ישראל, טייל אויס דעם רבינ'ס ספרים, דעם רבינ'ס התחזקות; מענטשן זענען אויסגעהונגערט פאר חיזוק, מענטשן געבן זייער שיין פאר די ספרים; אזוי וועסטו קענען העלפן דיין טאטע.


בנוגע קומען לערנען אין וויליאמסבורג; איך האב שוין געזאגט פארן מגיד שיעור ר' משה שמואל שליט"א אז עס איז נישט שייך צו קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - ביים דאווענען זאלסטו אלעס לייגן אין די זייט
גמרא, דאווענען, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, שטארק זיך מיט דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב מיט מנין. ביים דאווענען זאלסטו אלעס לייגן אין די זייט, לעש אויס דיין טעלעפאן און רעד נישט מיט קיינעם, דאווען מיט א סידור און בעט פאר דיר און פאר דיינע דורות.


גייט זיך צו דיין חתונה מיט לערנען תורה, מאך זיך א קביעות צו לערנען גמרא און צו ענדיגן ש"ס לכבוד דיין חתונה, די בלעטער גמרא וואס מען לערנט – ברענגט א ליכטיגקייט אויפן מענטש, מען ווערט ארומגענומען מיט די מלאכים, די הייליגע מרכבה פאר די שכינה, ג'בריאל, מ'יכאל, ר'פאל, א'וריאל, ראשית תיבות גמר"א; דורך לערנען גמרא איז מען ארום גענומען מיט זיי און מיט די שכינה הקדושה, דעריבער אז דו גרייטסט זיך צו חתונה האבן זאלסטו לערנען אסאך גמרא, דאס וועט דיר ברענגען אלעס גוטס.

#39 - א געפיל צו משמש זיין דעם רבי'ן אויך נאך די חתונה
משמש דעם רבי'ן, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען דו גרייטסט זיך צו דיין חתונה זאלסטו זען אז נאך די חתונה זאלסטו בלייבן מיט די געפיל פון העלפן די מוסדות, זאלסט בלייבן משמש זיין דעם רבי'ן; אלס בחור, און אויך יעצט אלס חתן – ביסטו אזא געטרייער משמש, אלעס וואס מען דארף אין ישיבה, חדר, בית פיגא, אלעס; אין אלעס האסטו א חלק, זאלסטו זען עס זאל אזוי בלייבן נאך די חתונה, זאלסט דיין גאנצע לעבן בלייבן משמש זיין דעם רבי'ן.


דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן יד): "עַל יְדֵי שִׁמּוּשׁ הַצַּדִּיק", דורך באדינען און העלפן דעם צדיק - "בָּא חֵרוּת", ווערט מען באפרייט, "וְנִתְבַּטֵּל הַקְּלָלוֹת", און די קללות ווערן בטל.


נאך זאגט דער רבי (שם חלק א', סימן קצב): "עַל יְדֵי יְשִׁיבָה אֵצֶל שֻׁלְחָן הַצַּדִּיק", אז מען זיצט ביים צדיק'ס טיש, "נִתְבַּטֵּל הַמִּלְחָמָה", ווערט בטל די מלחמה; דורכ'ן זיצן ביים צדיק, העלפן דעם צדיק – קען מען בייקומען אלע מלחמות, מען ווערט רואיג.


איך דארף מקצר זיין.



 

#38 - פיר זיך ערליך און שיין, וועט דיין ווייב ווערן מקורב
שלום בית, היכל הקודש, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד החתן ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט ווי אזוי דו וועסט קענען מקרב זיין דיין ווייב צו היכל הקודש ווען זי איז א שטארקע חסיד'סטע פון ...


די בעסטע וועג מקרב צו זיין די ווייב צום היילין רבי'ן - איז דורך זיך אויפפירן ווי אזוי דער הייליגער רבי זאגט; אז דער מאן פירט זיך מיט יראת שמים און גוטע מידות - דאס וועט איר מקרב זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין צו די חתונה בשעה טובה ומוצלחת, אנהויבן א נייע לעבן, פארגעסן וואס איז געווען. דער רבי האט געזאגט פאר א חתן (חיי מוהר"ן, סימן תקפו), דאס איז די סוד וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", ווי אזוי טאנצט מען אריבער אלעס וואס איז געווען לפני הכלה, פאר די חתונה; מען הויבט אן פונדאסניי, נאך די חתונה קען מען זוכה זיין צו ריינע מוחין, צו לערנען תורה בקדושה ובטהרה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - גיי הפצה, דאס זאל זיין דיין פרנסה
הפצה, סדר היום, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער, החתן ... נרו יאיר


דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן ביסט שוין א חתן, נאך אביסל גייט זיין די חתונה, זאלסטו נאר דאנקען און לויבן פאר די חסדים, וועט קומען נאך חסדים.


גיי הפצה, דאס זאל זיין דיין פרנסה נאך די חתונה, דאס זאל זיין דיין עבודת השם, ווי מער מענטשן מזכה זיין מיט די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן.


צוטייל דיין טאג, די ערשטע העלפט זאלסטו דאווענען, און לערנען דיינע שיעורים כסדרן בכל התורה כולה אויפן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). שטיי אויף פארטאגס, דאווען ותיקין און לערן מקרא – חומש רש"י. משנה – ח"י פרקים משניות. גמרא – בבלי און ירושלמי, דעם דף און נאך זיבן דפים בבלי צו ענדיגן ש"ס בכל שנה. מדרש – זוהר הקדוש פון פרשת השבוע, תיקוני זוהר צו ענדיגן בכל חודש, מדרש רבה ותנחומא פון פרשת השבוע. דעם רבינ'ס ספרים, און ספרי הלכה.


דאווען מנחה אום דריי אזייגער, און די צווייטע העלפט טאג זאלסטו גיין הפצה, שטורעמען די הייזער, די שולן, די רעסטאראנטן, חתונה זאלן, געשעפטן וכו' וכו'; וועסטו זוכה זיין צו קומען צו די גרעסטע מדריגות.

#36 - שחרית מנחה מעריב מיט מנין, מיט א סידור
פרנסה, דאווענען, מנין, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער, החתן ... נרו יאיר


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים אז דו ביסט א חתן, האסט זוכה געווען צו א טייערע כלה, א כלה מיט גוטע מידות און יראת שמים.


לכבוד דיין חתונה זאלסטו זיך מקבל זיין שוין פון יעצט צו דאווענען אלע דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב – מיט מנין, מיט א סידור. מוהרא"ש זאגט, דאווענען מיט מנין ברענגט 'דבר שבמנין' (פרנסה בשפע). אויך אז מען דאווענט מיט מנין איז מען ממשיך אויף זיך השגחה. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ו:): "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשָׁאֵיל בּוֹ", ווען א מענטש דאווענט יעדן טאג מיט מנין און איין טאג פארפעלט ער צו קומען אין שול פרעגט דער אייבערשטער אויף דעם מענטש פארוואס ער איז נישט געקומען אין שול, און דער אייבערשטער העלפט אים ער זאל ווייטער קענען קומען, ער נעמט אוועק פון דעם מענטש דער פראבלעם.


יעדן טאג זאלסטו זיך מאכן א צייט פאר דריי מינוט גיין אין א ווינקל און דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלעס וואס ער געבט דיר, דאס וועט ברענגען ישועות למעלה מהטבע.

#35 - מען דארף נעמען די תהילים ווען אלעס איז נאך גוט
תהלים, חתונה, חתן, הכנה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער, החתן ... נרו יאיר


זע זיך צו גרייטן צו דיין חתונה מיט גוטע זאכן, בעיקר מיט זאגן יעדן טאג תהילים, פרוביר צו ענדיגן יעדע וואך ספר תהילים. בעט פאר דיר און בעט פאר ערליכע געזונטע דורות.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, די וועלט מאכט א טעות, מען נעמט דעם תהילים ווען מען האט שוין די צרה, מען דארף נעמען די תהילים ווען אלעס איז גוט און דאס וועט צוריק האלטן עס זאל נישט זיין קיין צרות.


באקומסט א גאר חשוב'ע כלה מיט גאר חשוב'ע שווער און שוויגער, דארפסט דאנקען יעדן טאג פאר דעם, זאג: "שכוח אייבערשטער פארן מיך א חתן מאכן צו אזא וואוילע משפחה וכו'".


בעט דעם אייבערשטן נאך דיין חתונה זאלסטו בלייבן העלפן דעם רבי'ן.

#34 - אז מיך פאלגסטו נישט, זאג נישט דער ראש ישיבה איז דיין מורה דרך
רעדן, מורה דרך, חתן, כלה, דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


אדער פאלגסטו, אדער גיי מיט די וועג ווי דיינע עלטערן פירן זיך; ווייל אז מיך פאלגסטו נישט – זאלסטו נישט זאגן פאר דיינע עלטערן אז דער ראש ישיבה איז דיין מורה דרך.


מערסטנס קענסטו רעדן צען מינוט און אויך נאר מיט שכל וכו' וכו', און אז דו פאלגסט נישט, דו רעדסט יעדן טאג חתן כלה שעות, און מען רעדט וכו' וכו' – דארפסטו טון ווי מען פירט זיך ביי ענק אין די משפחה, אז חתן כלה רעדן נישט.


זיי שטארק אין לערנען יעדן טאג דיינע שיעורים כסדרן חק ולא יעבור, מקרא, משנה, גמרא. אויך זאלסטו זיך שטארקן מיט דאווענען מיט מנין די דריי תפילות יעדן טאג.

#33 - הדרכה פאר די חתונה
תודה והודאה, הפצה, הדרכות, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, האסט זוכה געווען צו טרעפן א טייערע כלה פון א טייערע משפחה, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, א ליכטיגע שטוב מיט ליכטיגע דורות.


בנוגע וואו צו לערנען הדרכה פאר די חתונה; עס איז גוט זאלסט זיך ווענדן צו האברך משה שמואל נרו יאיר, דער מגיד שיעור אין אונזער ישיבה אין ירושלים, ער זאל דיך מדריך זיין מיט די הלכות צו דיין חתונה; ער וועט דיך מדריך זיין אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


גיי הפצה, פארגין פאר נאך בחורים און נאך אברכים די חיים טובים וואס דער רבי געבט אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - הכנסת כלה
שידוכים, צדקה, חסד, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בזכות די מצוה פון הכנסת כלה וואס דו ביסט עוסק די לעצטע האלבע יאר, דו האסט זיך מתנדב געווען צו העלפן די חתנים פון ישיבה גיין צו זייער חתונה אן קיין איין דאלער חובות; זאל דער אייבערשטער דיר געבן שנעל און גרינג דיין שידוך, זאלסט אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב לשם ולתפארת.


א באזונדערע יישר כח פארן מיר העלפן חתונה מאכן מיין זון החתן שמעון נרו יאיר.


איך און מיין ווייב זענען דיר זייער מכיר טובה, איך בעט פאר דיין הצלחה.

#31 - גאר אנדערש דאס חתונה האבן, ווען מען איז מקורב צום צדיק אמת
שלום בית, חתונה, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האלסט שוין דא, דו גייסט שוין חתונה האבן, דו באקומסט א כלה ערליך און איידל; ווי מער דו וועסט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן – אלץ מער גוטס וועט קומען צו דיר.


עס איז גאר אנדערש דאס חתונה האבן ווען מען איז מקורב צום צדיק אמת, די לעבן איז טעם גן עדן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רנב): "כְּשֶׁמְּקֹרָבִים לְצַדִּיק הָאֱמֶת", די אלע וואס זענען נאנט צום אמת'ן צדיק, "טוֹעֲמִים טַעַם גַּן עֵדֶן", שפירן די טעם וואס מען שפירט אין גן עדן; מען רעדט איידל און שיין צו די ווייב, מען ערווארט נישט פון איר – ממילא ווערט מען נישט אנטוישט, מען גרויסט זיך נישט איינער אויפ'ן צווייטן, יעדע זאך וואס מען באקומט איז ווי א געשאנק; עס איז דא עסן – איז דאס א געשאנק, עס איז דא קליידער – איז עס א געשאנק.

#30 - רבונו של עולם, וואס טו איך מיט'ן טעלעפאן?
טעלעפאן, הדרכות, ברכת המזון, חתן, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה, גאט'ס נאמען, י"א תשרי, שנת תשפ"ד לפרטן קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן וואס צו טון אויב דו זאלסט האבן די סארט טעלעפאן; גייסט יעצט חתונה בויען דיין שטוב, דו גרייטסט זיך צו די חתונה – זאלסטו זיך מתבודד זיין טאג נאך טאג, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל גוטע קינדער, וואס טו איך מיטן טעלעפאן? וואס טו איך אז עס ציט אזוי שטארק?"


אזוי זאלסטו בעטן און בעטן, ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, וועסט האבן א קלארקייט און שטארקקייט צו וויסן וואס צו טון.


נעם זיך פאר, לכבוד דעם נייעם יאר – צו בענטשן ברכת המזון פון איינעווייניג, פון א בענטשער.


א זיס יאר.





 


 





 

#29 - דערצייל פאר דיין כלה נאר גוטע זאכן
שלום בית, רעדן, הדרכות, דאווענען, מנין, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן די שידוך זאל זיין א קשר של קיימא, זאלסט אויפשטעלן שיינע, ערליכע, אידישע דורות.


איך בין גרייט ענק צו באגלייטן, קענסט מיך פרעגן אלע דיינע פראגעס און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר ענטפערן.


דערצייל נישט פאר דיין כלה נאר גוטע זאכן; רעד נישט איבריגע רייד, רעד נישט פון דיין עבר, און פון שוואכקייטן; רעד נאר פאזעטיוו, אזוי וועט זי דיר ארויפקוקן און שעצן.


אויך זאלסטו חס ושלום נישט רעדן קעגן אירע עלטערן, אפילו זי אליינס וויינט און דערציילט ווי מען האט איר נישט געלאזט טון דאס און דאס וכו' וכו' - זאלסטו נישט אנהויבן רעדן קעגן זיי; הער איר אויס און שוין.


גיי דאווען דריי מאל א טאג די דריי תפילות מיט מנין - וועסטו האבן גרויס הצלחה אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#28 - בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט
קברי צדיקים, משמש דעם רבי'ן, חתונה, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך אז דו ביסט מיט געקומען מיט אונזער נסיעה קיין פוילן, דאס איז א גוטע הכנה פאר דיין חתונה, זיך אויסבעטן ביי די הייליגע צדיקים.


איך האף דו וועסט נאך דיין חתונה בלייבן משמש זיין דעם רבי'ן, דו וועסט דיין גאנץ לעבן בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן - וועסטו זיין אויך ביים רבי'ן אויף יענע וועלט.


פון דיין ראש ישיבה.


 

#27 - לערנען און לערנען אן אויפהער; דאס וועט דיך היטן פון אלעם שלעכטס
שמחה, לימוד התורה, חתן

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת וארא, ט"ו שובבי"ם, ערב ראש חודש שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


זע צו לערנען די הייליגע תורה, נאר אז מען לערנט תורה האט מען הצלחה אין לעבן.


קיין שום זאך מאכט נישט פרייליך, נאר אז מען לערנט תורה; אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ט): "פִּקּוּדֵי ה' יְשָׁרִים מְשַׂמְּחֵי לֵב", תורה דערפריידט דאס הארץ.


יעצט ביסטו שוין א חתן און דו גרייטסט זיך אויפצושטעלן א אידישע שטוב, זאלסטו לערנען און לערנען אן אויפהער; דאס וועט דיך היטן פון אלעם שלעכטס.


פון דיין ראש ישיבה.

#26 - איך וויל דו זאלסט לערנען מיט די חתנים אין ארץ ישראל
הלכה, חתן, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם א חברותא פאר הלכות טהרה, הויב אן סימן קפג ביז סימן קצט, לערן גוט דורך דעם טור בית יוסף מיט ב"ח, און אז עס פעלט אויס זאלסטו דורכלערנען די גמרא מיט די ראשונים, און ווען דו וועסט זיין גוט קלאר - זאלסטו גיין צום שלחן ערוך רמ"א, ט"ז און ש"ך און אזוי ווייטער, עס דארף נישט נעמען צו לאנג דאס גוט צו לערנען און קענען.


איך וויל דו זאלסט לערנען מיט די חתנים אין ארץ ישראל. לערן מיט זיי אזוי ווי איך האב מיט דיר געלערנט, אן קיין חומרות און אן קיין פרישות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - העלפן דיינע עלטערן גיין צו די חתונה אן קיין חובות
כיבוד אב ואם, הפצה, צדקה, לימוד התורה, חובות, שמחות, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, כ"ג שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב חתן, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין צו די חתונה בשעה טובה ומוצלחת, אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב, ליכטיגע דורות, אמן.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט העלפן דיינע עלטערן גיין צו די חתונה אן קיין חובות, פון היינט און ווייטער זאלסטו גיין אביסל מער הפצה צו העלפן דיינע עלטערן דיך חתונה מאכן. ווען דו גייסט הפצה זאלסטו זאגן "הכנסת כלה" און די געלט זאלסטו געבן דיינע עלטערן. אין ישיבה טוען אלע בחורים אזוי, זיי גייען צו די חתונה אן דעם וואס זייערע עלטערן זאלן דארפן אריינלייגן די הענט אין טאש ארויסנעמען אפילו איין פרוטה, (אויסער די חתנים וואס די עלטערן זענען פארמעגליך).


יעצט זאלסטו זיך באפלייסן אין לערנען די הייליגע תורה. יעצט האסטו שוין אביסל רואיגקייט, האסט זוכה געווען צו א כלה נאה וחסידה, און דו גייסט אריין אין א חשוב'ע שטוב, דיין מחותן איז זייער א טייערער איד, ער איז זייער מחזק די אינגעלייט אין טברי', דארפסטו יעצט זיך באנייען; לערנען דיינע שיעורים כסדרן און זיך מתבודד זיין יעדן טאג.


לאז גרוסן אלעמען, בפרט די בחורים פון די ירושלימ'ער ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - הייבן די קינדער ווען זיי מאכן א סיום
חינוך הילדים, ניגונים, שטעטל, סיום, משפחה, סדר דרך הלימוד, ראש ישיבה, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, י"ט שובבי"ם, ד' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דינסטאג בין איך געווען ביי א סיום הש"ס פון א בחור אין ישיבה. איך וויל דיר דערציילן, זייער וויכטיג, וואס איך האב דארט געזען, וואס דו זאלסט זיך אפלערנען; ווייל וואס איך האב דארט בייגעוואוינט האב איך נאכנישט בייגעוואוינט במשך אלע יארן אין ישיבה.


די משפחה פונעם בחור האט צוגעגרייט אין שטוב א שיינע סעודה. איך בין אנגעקומען אינמיטן די סעודה, איך בין געווען פארנומען מיט לייגן שלאפן די קינדער; מיין ווייב איז געווען ביי די פרויען פארברענג, אין וויליאמסבורג איז די פרויען צאמקום יעדע דינסטאג, איך בין אנגעקומען ניין דרייסיג. די עלטערן און ביידע זיידעס זענען געווען דארט מיט בגדי שבת, אלע זענען געזיצן מיט א שמחה, די גאנצע משפחה; פעטערס, קאזינס, זיידעס, באבעס, אלע זענען געקומען זיך פרייען מיט די סיום פונעם בחור וואס האט מסיים געווען ש"ס בגירסא. אויפן טיש זענען געווען אויסגעלייגט די זילבערנע כלים, מען האט אויסגעטיילט א סעודה בשר ודגים. דער טאטע, די זיידעס, די פעטערס - אלע האבן גערעדט פון דאס גרויסקייט פון דעם בחור וואס האט גורס געווען גאנץ ש"ס.


ביי מיר איז דאס א נייע זאך. הגם עס איז נישט דער ערשטער סיום הש"ס און נישט די צווייטע, במשך די פופצן יאר ישיבה איז שוין געווען צענדליגער און הונדערטער סיומים, אבער אזוינס וואס איך האב יעצט געזען, ווי די משפחה פריידט זיך מיט מיט די גאנצע הארץ - דאס האט מיך זייער איבערגענומען.


געווענליך מאכן מיר די סיומים אין ישיבה ווייל אין שטוב לאכט מען אפ פונעם דרך הלימוד. איך האב גערעדט אפאר ווערטער, איך האב גערעדט צו די משפחה פון דעם פרט, אז עס איז גאר אנדערש ווען א קינד באקומט חיזוק פון די עלטערן און פון די זיידעס און ארום, אזוי האט ער א גוטע רוקן ביין, עס איז גרינגער זיך צו קריגן מיט די נסיונות הדור.


דאס דארפן מיר פאררעכטן, מיר דארפן צולייגן קאפ און מח צו הייבן די קינדער ווען זיי מאכן א סיום, זיי אויסרומען און געבן כבוד. יעדע מאל א קינד קומט זאגן 'מען גייט ענדיגן א פרק אין חדר', אדער 'מען הויבט אן א פרישע לימוד' - דארף ווערן א יום טוב אין שטוב. עס דארף נישט קאסטן קיין געלט, מען קען געבן דעם זעלבן נאכטמאל מיט א ווייסע טישטוך, מען קען געבן די זעלבע זאכן, נאר מיט א געפיל, מיט הארץ, מיט לויב ווערטער, ווייל ווען קינדער שפירן 'טאטע מאמע האבן מיך ליב' - דעמאלט זענען זיי שטארק, זיי קענען זיך שטארקן אויף אלע נסיונות.


מען האט מיך גערופן פון שטעטל, דער גבאי אברהם הערש האט מיר געבעטן צו קומען צו די סיום מסכת נדרים, מחזק זיין די אינגעלייט אין שטעטל, אבער מיר איז געווען וויכטיגער צו גיין מחזק זיין דעם בחור, זיין ביי זיין סיום הש"ס, אים געבן די הנאה, די געפיל.


איך בין נישט געבליבן זיצן דארט ביזן סוף, א גאנצע גרופע חתנים זענען געשטאנען און געווארט ביי מיר אין שטוב איך זאל זיי מדריך זיין מיט די הלכות. דאס איז מיין סדר היום אין די היינטיגע טעג, איך לויף פון איין זאך צום צווייטן.


נעכטן בין איך געלאפן זינגען, ענדיגן א שיינעם טעיפ וואס וועט אויפפלאמען אידישע הערצער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - הנהגות פאר'ן לעבן נאך די חתונה
תודה והודאה, שלום בית, לימוד התורה, חתונה, הדרכות, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין חתונה, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט בויען א שיינע אידישע שטוב, די שכינה הקדושה זאל שטענדיג רוען צווישן אייך, איר זאלט זען ליכטיגע דורות.


האסט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן עפעס הנהגות פארן לעבן; ראשית כל זאלסטו לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד אז דו האסט חתונה געהאט, האסט אן אשת חיל; וויפיל דו וועסט דאנקען און לויבן - וועסטו נאכאלץ זיין שולדיג דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים.


געדענק גוט דעם כלל, 'נישט זיך טענה'ען מיט די ווייב, גיי נישט אריין אין קיין ויכוחים'. מוהרא"ש זאגט, די ווייב דארף מען געבן גערעכט און נישט זיך שפאַרן מיט איר; אפילו מען איז קלאר גערעכט און זי איז נישט גערעכט - איז נישטא קיין ויכוחים, מען זאגט איינמאל צוויי מאל וואס מען האלט, און אז די ווייב זאגט פארקערט - לאזט מען אפ, מען טענה'עט נישט.


נאך א וויכטיגע זאך, זאלסט רעדן מיט איר נאר פון גוטע זאכן; נישט נעגעטיוו. דערצייל איר אלעס, נאר נישט קיין כשלונות און נפילות - חס ושלום.


ברענג איר אהיים א גוטע זאך; די ווייב ווערט פרייליך ווען איר מאן טראכט פון איר און קומט מיט א גוטע זאך וואס זי גלייכט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רַבִּי חִיָיא כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי", רבי חייא, ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב - "צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ, וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר.


מאך זיך א שיעור צו לערנען אין שטוב; די ווייב האט ליב צו זען דעם מאן לערנען, אז דו וועסט לערנען וועט זי דיך ארויפקוקן.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים; זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - נאך די חתונה זאלסטו ווייטער לערנען יעדן טאג משניות
תודה והודאה, משניות, שמחות, חתן

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב.


האסט שוין מסיים געווען אזויפיל מאל משניות, אכט און זעכציג מאל האסטו שוין מסיים געווען ששה סדרי משנה; יעצט ביסטו א חתן און דו גייסט חתונה האבן, זאלסטו יעצט ווייטער לערנען יעדן טאג משניות, אזוי וועסטו זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס, וועסט זיין אפגעהיטן פונעם יצר הרע.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה ה:): "אשריהם ישראל", וואויל איז פאר אונז אידן, "בזמן שעוסקין בתורה ובגמילות חסדים", ווען מען לערנט תורה, "יצרם מסור בידם ואין הם מסורים ביד יצרם", פאלט מען נישט אריין אין די הענט פונעם יצר הרע.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסד אז דו האסט געטראפן א שידוך, און בעט דעם אייבערשטן אויף ווייטער; אויף יעדע טריט און שריט.

#21 - יעצט ביסטו יונג, קענסטו נישט באגרייפן וואס מיינט עלטערן
עבודת השם, בריוו, חתונה, ראש ישיבה, היטן די צייט, סדר היום, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חתן ... נרו יאיר


יעצט אין טעג און וואכן וואס דו גרייסט זיך צו דיין חתונה - זאלסטו אויסנוצן די צייט מיט תורה ותפילה. האסט באקומען א טייערע כלה, דארפסטו זיך גרייטן אזוי ווי עס דארף צו זיין מיט דיינע שיעורים כסדרן, חומש רש"י, ח"י פרקים משניות און דפים גמרא מיט התבודדות ותפילה; שפיל זיך נישט ווי א קליין קינד וכו'.


ביינאכט גיי נאך געלט, העלף דיין טאטע זאל נישט ווערן א בעל חוב פון דיך חתונה מאכן.


יעצט ביסטו יונג, קענסטו נישט באגרייפן וואס מיינט עלטערן, שפעטער ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו זיך כאפן וואס מיינט עלטערן. מענטשן רייסן זיך די האר פון קאפ ווען זיי טראכטן פון זייערע יונגע יארן, זייער כיבוד אב ואם.


איך האב דיך זייער ליב, איך האב דיר געברענגט א גאר חשוב'ע כלה, איך ווארט צו זען ווי שיין דו וועסט לעבן מיט די עצות פון רבי'ן.


פאלג מיך, נוץ אויס דיין צייט פאר תורה ותפילה און אין די איבריגע צייט גיי נאך געלט פאר דיינע עלטערן.


אויך זאלסטו מיר שרייבן יעדע וואך א בריוו, ווייל איך וויל ווייטער האבן מיט דיר א נאנטע קשר. יעצט אין ישיבה זע איך דיר יעדן טאג און מיר רעדן יעדן טאג, אבער נאך דיין חתונה הויבט זיך אן א נייע פרשה, דו וועסט שוין נישט קומען אין ישיבה יעדן טאג, איך וויל נישט אונזער שייכות זאל ווערן דערווייטערט, וויל איך דו זאלסט מיר שרייבן יעדע וואך א בריוו, און איך וועל דיר ענטפערן אם ירצה ה'.


דא האסטו אפאר יסודות פאר דיין לעבן. נעגל וואסער, מקוה, די דריי תפילות דאווענען מיט מנין, תיקון הכללי, התבודדות, מעביר סדרה זיין יעדן טאג, משניות, א בלאט גמרא, שמחה און יעדן טאג אהיים רופן דיינע עלטערן.


דיין ראש ישיבה

#20 - גרייט זיך צו די חתונה מיט אסאך תורה ותפילה
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, תודה והודאה, בזיונות, אידיש געלט, לימוד התורה, חתונה, שמחות, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, ערב ראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט באקומען א גאר חשוב'ע כלה און א גאר חשוב'ע משפחה; די גאנצע שידוך דיינע איז א גרויסע נס מן השמים.


בנוגע אז די חתונה זאל זיין אין ישיבה; אז דיינע עלטערן ווילן מאכן די חתונה אין א זאל - זאלסטו זיך נישט מתחצף זיין צו זיי, דו זאלסט זיי נאר דאנקען פאר אלעס וואס זיי טוען פאר דיר. פיר זיך מיט גרויס דרך ארץ צו זיי, עס איז נישט דיין געשעפט, מן הסתם שעמען זיי זיך מיט ברסלב, פון די משפחה און פון די ארומיגע.


גרייט זיך צו די חתונה מיט אסאך תורה ותפילה, זע צו ענדיגן ש"ס לכבוד די חתונה און נאך אסאך ספרים.


בעט דעם אייבערשטן אז דו און דיינע דורות זאלן אלע זיין ערליכע אידן, אלע זאלן גיין אין די וועג פון די תורה, בעט יעדן טאג עס זאל זיין ביי דיר אין שטוב נאר שלום און נאר ליבשאפט.

#19 - מיטנעמען די לימודים פון ישיבה, אויף נאך די חתונה אין ארץ ישראל
תפילה והתבודדות, תיקוני זוהר, שלום בית, בית המדרש, לימוד התורה, ישיבה, חתונה, חבורות, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חתן ה"ה ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו לערנסט פלייסיג, דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן מיט לימוד התורה, באזונדער האב איך הנאה אז דו לערנסט יעדן טאג תיקוני זוהר.


היינט איז די יארצייט פונעם הייליגן אריז"ל זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש ברענגט בשם האריז"ל, ער האט געגעבן א תיקון פאר א בעל תשובה צו לערנען יעדן טאג פינף דפים ספר תיקוני זוהר, עס איז א מורא'דיגע תיקון פאר'ן מענטש צו לערנען ספר תיקונים (עיין אשר בנחל חלק צד, מכתב כא רכג; ועוד).


איך בעט דיר זייער טייערער חתן, יעצט ווען דו גרייטסט זיך אויף דיין חתונה, דו פארסט קיין ארץ ישראל, זאלסטו מיטנעמען אין ארץ ישראל אלע שיינע לימודים וואס דו האסט דא געלערנט אין ישיבה. דער סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) צו לערנען שיעורים בכל התורה כולה, און סיי עבודת התפילה, "התבודדות"; געוואוין זיך צו צו שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך. אויך זאלסטו שטענדיג רעדן אין שטוב מיט דיין ווייב און מיט יעדן שיין און ווייך - וועסטו מאכן רוען די שכינה הקדושה ביי דיר אין שטוב.


איך האף דו וועסט צוגעבן צו די חבורה אין בית שמש, דו וועסט אריינברענגען א חיות אין זיי; ווי נישט ווי האסטו אסאך קונה געווען דא, בפרט די שבתים, ובפרטי פרטיות סעודת שבת, און בעיקר שבת פארטאגס ווען מיר האבן געלערנט בחברותא דעם הייליגן זוהר מידי שבוע בשבוע.


איך האף דו וועסט צוהעלפן בויען היכל הקודש און מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


איך וואונטש דיר זאלסט אויפבויען א פלאץ פאר די שכינה הקדושה, עס זאל אייביג זיין שלום צווישן ענק.