בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#21 - ס'איז א גרויסע עבודה זיך צו קענען אויסקומען מיט מענטשן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, מחלוקת, שטעטל, שלום, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ביסל צייט וואס דער שטעטל שטייט זע איך אז וואוינען אין שטעטל איז פון איין זייט זייער א געשמאקע זאך און פון די אנדערע זייט היבש שווער; פון איין זייט האבן מיר א פלאץ וואו מען קען אויפציען די קינדער זיי זאלן האבן די לעבן פון רבי'ן, די חדר און סקול זענען עפעס וואס מען האט נישט ערגעץ אנדערש, אבער פון די אנדערע זייט איז א גרויסע עבודה זיך צו קענען אויסקומען מיט חברים, מיט שכנים, מיט אנשי שלומינו. אויב מען גייט נישט התבודדות יעדן טאג שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, ווען וועל איך שוין תשובה טון? ווען וועל איך קענען דערליידן א צווייטן? ווען וועל איך שוין ליב האבן יעדן איד?" - קען מען ווערן גוט אנגעגעסן איינער אויפ'ן צווייטן.


נישט אז אין אנדערע פלעצער איז אלעס גוט, נאר דא קלאפט אלעס אויס אויף אנשי שלומינו. ווען מען וואוינט נישט אין שטעטל, דעמאלט ווען מען האט צוטון מיט שכנים - טראכט מען: 'די חסידים זענען חיות, די מענטשן זענען נישט נארמאל', אבער ווען אלע זענען איין משפחה, אלע זענען אנשי שלומינו, הייבט מען זיך אן עסן אויף די פלאץ, מען האט חלישות הדעת; אנשטאט טראכטן: 'וואס איז מיט מיר אליינס? ווען וועל איך זיך אביסל אויסארבעטן צו קענען ליידן אנדערע? ווען וועל איך שוין גארנישט וועלן?' - גיסט מען דעם פראבלעם אויף אנדערע, אדער אויף די פלאץ.


מוהרא"ש האט דערציילט די באקאנטע מעשה, דער גרויסער הערש לויפט אין וואלד און זיינע שיינע, גרויסע, געדרייטע הערנער לאזן אים נישט לויפן, עס האנקערט זיך אריין אין יעדן בוים; דער הערש האלט עס נישט אויס, ער קען נישט לעבן, מען לאזט אים נישט אטעמען; נעכטן האט ער געהאט צוטון מיט דעם בוים און יעצט האט ער צוטון מיט א צווייטן בוים, אזוי האט ער יעדן טאג חלישות הדעת פון ביימער. דער הערש זוכט דעם פיקח שבחיות, דער קלוגער חי', ער וויינט צום פוקס, ער בעט זיך ביים פוקס פאר אן עצה און שלאגט אים פאר: "אפשר זאל מען אפשניידן אלע ביימער? אזוי וועל איך האבן א חיים טובים?" זאגט אים דער פקח שבחיות: "אז דו ווילסט האבן א חיים טובים - זאלסטו אפשניידן דיינע אייגענע שיינע, גרויסע, געדרייטע הערנער; וועסטו קענען לויפן, גיין און קומען, דו וועסט האבן א חיים טובים".


מוהרא"ש פלעגט אונז אסאך דערציילן די מעשה און אויספירן: "ווער עס וויל האבן א חיים טובים האט איין ברירה, אפשניידן זיינע אייגענע איינגעגעסענע שלעכטע נאטורן, נאר אזוי קען מען האבן א חיים טובים, עס האט נישט מיט דעם און מיט יענעם".


ווי אזוי שניידט מען אפ די אייגענע הערנער? ווי אזוי קען מען ארויסרייסן די שלעכטע נאטורן? דורך בעטן דעם אייבערשטן, דורך קרעכצן צום אייבערשטן; דאס האט דער רבי אונז געלערנט, מיר זאלן זיך אויסקרעכצן צום אייבערשטן, אים בעטן מען זאל זיך קענען רייניגן און ווערן לויטער.


דא אין שטעטל איז דאך געאייגנט פאר התבודדות, מען קען זיך דא גוט מתבודד זיין. גיי יעדן טאג אביסל התבודדות, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל קוקן גוט אויף יעדן איינעם, קיינער זאל מיר נישט נערוועז מאכן. רבונו של עולם, פארוואס זע איך נאר שלעכטס? פארוואס זע איך אין יעדן איינעם א חסרון? פארוואס זע איך אלעס שווארץ? העלף מיר איך זאל זען דאס שיינקייט פון יעדן איינעם, איך וויל זען דעם שיינעם ליכט פון אלעמען".


מיר אלע האבן חסרונות, דאך קענען מיר אינאיינעם ארויסגעבן א שיין און א ליכט פאר די גאנצע וועלט. דער רבי האט דערציילט, אמאל איז געווען א קעניג, ער האט געהאט א בן יחיד; דער קעניג האט אוועק געשיקט זיין איינציגער זון ער זאל זיך לערנען חכמה מיט גדולה, ווען דער בן יחיד איז אהיים געקומען האט אים דער קעניג געפרעגט: "וואס האסטו געלערנט עפעס גרויס חכמה די אלע יארן וואס דו ביסט נישט דא געווען?" האט דער זון געזאגט: "טאטע, איך וועל דיר ווייזן עפעס א שיינע זאך וואס דו האסט נאכנישט געזען"; ער האט ארויסגענומען א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר און געזאגט: "טאטע, קוק וואס פאר א שיינע טשילאר איך האב געמאכט".


דער קעניג האט געטראכט: 'איך וועל צאמרופן אלע שרים און חכמים זיי זאלן זען די חכמה און גדולה פון מיין איינציג קינד'. ווען אלע חכמים און שרים זענען געקומען צום פאלאץ האט דער בן יחיד ארויסגענומען דעם הערליכן, גרויסן, שיינעם, בלישקעדיגן טשילאר און אלע האבן דאס באטראכט, דער קעניג האט אבער באמערקט אז אלע קרומען מיט די נאז, זיי זענען נישט אזוי צופרידן, ווען דער קעניג האט זיי געפרעגט: "וואס זאגט איר צו מיין זון?" האבן זיי געזאגט: "דער טשילאר איז טאקע זייער שיין, אבער עס האט א חסרון"; יעדער איינער האט געוויזן עפעס א חסרון אינעם הערליכן, גרויסן, שיינעם, בלישקעדיגן טשילאר. דער קעניג איז געווארן באליידיגט און פארשעמט, ער האט גערופן זיין זון און אים געפרעגט: "וואס האסטו דא געמאכט?! אלע זאגן אז די הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר האט חסרונות!" האט דער קינד געענטפערט: "טאטע, דאס איז מיין שיינקייט; איך האב צאמגענומען אלע חסרונות און געמאכט פון זיי א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר".


דאס איז דער שיינקייט ווען מען מאכט א שטעטל פון אלע סארט מענטשן; עס ווערט פון דעם א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר, ביז עס קומען מענטשן און הייבן אן קרומען מיט דער נאז; דער זאגט עס האט אזא חסרון, א צווייטער זאגט עס האט אן אנדערע חסרון, זאגט דער בן יחיד: "דאס איז דאך דער שיינקייט פון שטעטל, אז מען האט געמאכט א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר פון אלע חסרונות".


איך האף אז דו וועסט אנקוקן דעם הערליכן, גרויסן, שיינעם, בלישקעדיגן טשילאר גאר אנדערש ווי דו האסט געקוקט אויף דעם ביז יעצט, דו וועסט זען דאס גרויסקייט פון אנשי שלומינו וואס יעדער איינער האט נאך אסאך ארבעט ביז מען וועט זיך אויסארבעטן, אלע האבן חסרונות; אבער אז מען וועט לעבן באחדות, מען וועט קוקן שיין איינער אויפ'ן צווייטן, וועט ווערן א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע שטעטל.


א גוט געבענטשט יאר.

#20 - זאגט וואס ס'שטערט אייך, מ'קען אלעס פאררעכטן און מסדר זיין
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, מחלוקת, שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך שפיר זייער שלעכט; איך בעט אייך איבער, זייט מיר מוחל; עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז איר זענט געווארן וויי געטון פון אונזער מוסד. איך האב פריער גערעדט מיט איר, זי שפירט זיך אזוי שלעכט, אין איר חלום האט זי נישט געמיינט אייך וויי צו טון. זי איז אן אויסנאם פרוי, זי האט זיך אוועקגעגעבן פאר אונזערע קינדער; דער טיטל זאגט מען אויף אסאך, אבער ביי איר איז דאס טאקע אזוי, זי גייט אייך רופן און רעדן מיט אייך.


זייט מיר מוחל וואס איך גיי אייך זאגן, זייער אסאך מאל איז דא וואס מענטשן ווערן וויי געטון אבער עס איז דער מענטש אליינס, אסאך מאל קען דער מענטש אויסטראכטן אז מען האט עפעס קעגן אים, מען האט ראיות, מען בויט א בנין, מען זעט עס קלאר מיט די אויגן, ביז ווען יענער זאגט א ווארט שפירט מען א שטעך, א פליק וכדומה, מען שפירט זייער וויי געטון, ווען באמת איז אלעס דער מענטש אליינס, דער דמיון. איך זאג אייך דעם אמת, ווי נאר איך האב געליינט דעם בריוו האב איך איר גלייך געזאגט, איך האב איר געפרעגט אויב זי געדענקט די ווערטער וואס זי האט געזאגט, די ווערטער וואס איר האט מיר געשריבן אינעם בריוו; זי האט דאס נישט געדענקט, איין זאך האט זי געזאגט: "אוי וויי, זי איז וויי געטון געווארן? איך גיי איר איבערבעטן, איך גיי רעדן מיט איר".


איר שרייבט אינעם בריוו אז דאס איז נאר איין פרט וואס טוט זיך דא אין שטעטל, ווי מען טוט זיך וויי, אויב איר האט נאך מעשיות בעט איך אייך זייער איר זאלט מיר שרייבן די מעשיות; איך וויל נישט מענטשן זאלן זיין פארווייטאגט, אויב איז דא זאכן וואס איך אדער איינגעשטעלטע אינעם מוסד אדער אנשי שלומינו דארפן פאררעכטן - וויל איך דאס וויסן און פאררעכטן, און אויב איז דאס נישט וואר - איז דאך א שאד סתם זיך אויפצועסן.


איין זאך וויל איך אייך מיטטיילן פון מיין פריוואטע לעבן, איך האב אויך געהאט מעשיות אין סקול מיט מיינע טעכטער; מיין טאכטער פלעגט אהיים קומען מיט יארן צוריק פון סקול אז מען האט איר גע'קנס'עט, זי האט געוויינט אז מען האט איר אנגעשריגן, מען האט איר געהייסן איבערבעטן, מען האט איר בא'עולה'עט וכו' וכו', מעשיות וואס פאסירט ביי לעבעדיגע קינדער וכו', און ווי ביי יעדע אזא פאל איז די נאטור פון א מאמע אז זי נעמט זיך גלייך אן פאר'ן קינד, די מח מחשבה ווערט פארמאכט, די הארץ און די געפילן נעמען איבער דעם מענטש, די טאכטער איז שטענדיג גערעכט. איך פלעג זיך בעטן שטילערהייט ביי מיין ווייב: "טו מיר א טובה, רעד נישט; טו מיר א טובה, בארעד נישט די טיטשער; עס איז נישט געזונט אונזערע קינדער זאלן הערן ווי מען שענדט זיי"; עס איז געווען אסאך מאל זייער שווער, דאך האבן מיר געטון וואס דער מח זאגט, די זאך איז ביי מיר פון די שטערקסטע עבודות, צו קענען האלטן דעם מח העכער די הארץ.


אזוי אויך ביי מיינע זין; נישט איינמאל און נישט צוויי מאל האב איך זיי געדארפט געבן א פאטש אין חדר ווען דער מלמד האט מיר דערציילט אז דער קינד איז חוצפה'דיג, איך האב געזאגט מיין קינד זייער שטרענג: "מען מוז זיין דרך ארץ'דיג!" און בשעת מעשה האב איך געדארפט בייסן מיין ליפן נישט צו זאגן דעם מלמד וואס איך האב אים צו זאגן, איך וואלט אים געקענט פרעגן: "וואס חוצפה? ווי חוצפה? ווען חוצפה? וואס מאכסטו זיך נאריש?" א מלמד קען פון יעדע זאך מאכן אן עסק, יעדער קינד קען זיין א מחוצף, און א קלוגער מלמד קען פארווישן די גרעסטע מעשה עס זאל נישט זיין קיין חוצפה; דאך האב איך גענומען די פארשטאנד פון מוהרא"ש אז קינדער טארן נישט הערן ווי די עלטערן רעדן און לאכן זיך אונטער אויף די טיטשערס. אינעווייניג האט מיין הארץ געוויינט, אבער פון אינדרויסן האב איך געדארפט געדענקען דער תכלית פון דאס קינד.


בעט איך דאס פון אייך און איך רעד צו אלע אנשי שלומינו, אויב ווילט איר מצליח זיין מיט אייערע קינדער - זאלט איר אויסלויבן די טיטשערס און די מנהלת פאר די קינדער, די קינדער זאלן וועלן מקבל זיין פון זייערע לערערינס; די קינדער זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ, און אז מען האט עפעס וואס שטערט, קען מען דאס דורך רעדן, און אויב מען שפירט אז עס איז נישטא צו וועם צו רעדן, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג, דארף מען נישט ווארטן ביז עס זאל אזוי אויפעסן דאס געזונט, מען קען מיר גלייך שרייבן, און אויב איך בין דער פראבלעם, מען האט פון מיר חלישות הדעת, מען ווערט באליידיגט פון מיר - בין איך גרייט צו הערן און פאררעכטן.


איך בין נישט געקומען דא עפענען א שטעטל צו מאכן פאר מענטשן חלישות הדעת; איך בין א מענטש, איך קען מאכן טעותים און איך מאך טעותים, אבער איך בין גרייט צו הערן און פאררעכטן, אויסער אז עס איז זאכן אין פרינציפ, אין די וועג ווי אזוי מיר פירן זיך; צום ביישפיל, אז איינער וועט מיר קומען זאגן, עס שטערט אים אז מען רעדט אזוי סאך פון אייבערשטן, עס שטערט אים די זאך פון זאגן משניות, פון זיין פרייליך, פון פארן קיין אומאן - קען איך אים גארנישט טון, ווייל דאס איז די יסודות פון אונזער קהלה, אבער אז עס שטערט עפעס א זייטיגע זאך - בין איך גרייט צו הערן און פאררעכטן.


עס איז געקומען צו מיר א משפחה און זיך געבעטן, עס שטערט זיי זייער אז ביי די חתונות וואס מיר מאכן אין שול, פארוואס דער ראש ישיבה עקשנ'ט זיך אזוי שטארק אז עס זאל זיין פלעסטיק טישטוכער ביי די ווייבער, פארוואס קען נישט זיין סחורה'נע טישטוכער? וואס מיינט איר, איך האב זיי ארויסגעווארפן? איך האב גלייך געזאגט פאר די גבאים אז פון היינט און ווייטער לייגט מען ביי די ווייבער שיינע ווייסע סחורה'נע טישטוכער; דאס איז א קליינע פרט וואס ליגט מיר יעצט אויפ'ן זכרון. אזוי טו איך כסדר, איך בין גרייט צו הערן אויב איז דא זאכן וואס שטערט.


איך פריי זיך זייער אז איר האט געשריבן און איך ווארט איר זאלט ווייטער שרייבן.


א גוט געבענטשט יאר.

#19 - וויי און ביטער איז פאר די קינדער וואס וואקסן אויף מיט מחלוקת
קינדער, חינוך הילדים, מחלוקת, שלום, בית המדרש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אין שאלות ותשובות ברסלב (חלק ג, מכתב שצד) פרעגט איינער אז ביי זיי אין שטאט זענען דא צוויי שולן, איינס א ברסלב'ער שטיבל אן קיין הנהגה וכו' וכו' און א צווייטע שול נישט קיין ברסלב'ער שול אבער דארט איז דא אן ערליכער רב וואס איז מעורר צו דאווענען און לערנען, יענער פרעגט וואו ער זאל ענדערש דאווענען; מוהרא"ש ענטפערט: "זֶה בָּרוּר שֶׁעָדִיף לְהִתְפַּלֵּל בְּבֵית הַכְּנֶסֶת הַנִּקְרָא עַל שֵׁם הַצַּדִּיק", דאס איז קלאר אז מען זאל ענדערש גיין דאווענען אין א ברסלב'ער שטיבל, "עִם כָּל זֹאת אִם יֵשׁ שָׁם הֶפְקֵרוּת", אבער אז עס איז דא דארט הפקירות, אזוי ווי עס שטייט (שופטים יז, ו): "בַּיָּמִים הָהֵם אֵין מֶלֶךְ בְּיִשְׂרָאֵל, אִישׁ הַיָּשָׁר בְּעֵינָיו יַעֲשֶׂה", יעדער איינער טוט וואס ער וויל, עס איז נישטא קיין הנהגה, "וּבִפְרָט שֶׁמְּדַבְּרִים בְּאֶמְצַע הַתְּפִלָּה וְכוּ'", ווער רעדט נאך אז מען שמועסט און מען רעדט ביים דאווענען, "עָדִיף לְהִתְפַּלֵּל בְּבֵית הַכְּנֶסֶת שֶׁיֵּשׁ שָׁמָּה סֵדֶר וְכוּ'", איז ענדערש צו דאווענען אין א שול וואס איז דא דארט א סדר, "וּבִפְרָט שֶּׁבַּמָּקוֹם הַזֶּה מְעוֹרְרִים אוֹתוֹ לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", בפרט אז דארט איז דא התחזקות פאר עבודת השם, איז זיכער כדאי צו דאווענען דארט. "כִּי אָדָם צָרִיךְ לְהִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ אֵיפֹה טוֹב לוֹ", מען דארף שטענדיג קוקן וואו איז גוט פאר זיך אליינס, "וְלִילָדָיו", וואו וועלן מיינע קינדער האבן הצלחה, "וְזֶה הָעִקָּר", דאס איז דער עיקר אויף וואס מען דארף קוקן.


מוהרא"ש ענדיגט דעם בריוו: "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲזֹר שֶׁכָּל בֵּית כְּנֶסֶת הַנִּקְרָא עַל שֵׁם רַבֵּנוּ זַ"ל לֹא יְבַזֶּה אֶת שְׁמוֹ הַקָּדוֹשׁ", דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע שולן וואס פאררופן זיך אויפ'ן רבינ'ס נאמען זאל מען נישט פארשעמען דארט דעם הייליגן רבי'ן, "אֶלָּא שֶׁיְּדַבְּרוּ שָׁמָּה רַק מֵעֲצוֹתָיו הַקְּדוֹשׁוֹת", מען זאל נאר רעדן פון הייליגן רבי'ן און פון זיינע עצות, "כִּי רַבֵּנוּ זַ"ל נִמְצָא רַק בְּמָקוֹם שֶׁמְּדַבְּרִים מִמֶּנּוּ וּמְקַיְּמִים אֶת עֲצוֹתָיו הַקְּדוֹשׁוֹת וְאֶת דְּבָרָיו", ווייל דער רבי געפונט זיך נאר דארט וואו מען רעדט פון אים, פון זיינע עצות און מען איז מקיים וואס ער זאגט. "כִּי אִם יֵשׁ בֵּית כְּנֶסֶת עַל שֵׁם רַבֵּנוּ זַ"ל שֶׁבּוֹ בִּכְלָל לֹא מְדַבְּרִים מֵרַבֵּנוּ זַ"ל", אויב איז דא א שול וואס פאררופט זיך א ברסלב'ער שטיבל אבער מען רעדט נישט דארט פון רבי'ן, "רַק הַכֹּל הֶפְקֵר וְכוּ'", אלעס איז מיט הפקירות, "עַבְדָּא בְּהֶפְקֵירָא נִיחָא לֵיהּ וְכוּ'", אזוי ווי קנעכט וואס זוכן הפקירות, קיינער זאל נישט זאגן וואס צו טון, קיינער זאל נישט אנטיילן וכו', "אֲזַי צְרִיכִים לָדַעַת שֶׁרַבֵּנוּ זַ"ל לֹא נִמְצָא שָׁמָּה", איז דער רבי נישט דארט, "כִּי הוּא נִמְצָא רַק בְּמָקוֹם שֶׁמְּדַבְּרִים מִמֶּנּוּ", ווייל דער רבי איז נאר דארט וואו מען רעדט פון אים און וואו מען פאלגט אים.


איך ווייס נישט וואס גייט פאר אין די מוסדות דארט; איין זאך קען איך אייך זאגן, אנטלויפט פון מחלוקות! געבט אכטונג צו שיקן די קינדער אין א מוסד וואס די קינדער קריגן זיך נישט, ווייל וויי און ביטער איז פאר די קינדער וואס וואקסן אויף מיט מחלוקות, די אלע גייען ארויס פריער אדער שפעטער לתרבות רעה.


איר שרייבט אז איר זענט תלמידים פון מוהרא"ש, איר זענט אויפגעוואקסן ביי מוהרא"ש; ווייסט איר אודאי וואס מוהרא"ש האט געוואלט און וואס ער האט אונז געלערנט, מיר זאלן שטיין ווייט פון מחלוקות און זיכער נישט אריינמישן די קינדער אין מחלוקות. עס איז זייער חשוב אז קינדער זאלן לערנען אין מוסדות וואס פאררופן זיך מיט'ן נאמען 'היכל הקודש', אבער אז די גאנצע לופט אין די מוסד אין מחלוקות, שנאה, שפעטן פון ערליכע אידן - האט דאס נישט מיט מוהרא"ש.


איך וועל אייך דערציילן וואס איך האב בייגעוואוינט מיט אונזער תלמוד תורה, מוהרא"ש האט אונז געשריבן א בריוו אז אויב מען וועט נישט טון וואס ער זאגט זאלן מיר אראפנעמען זיין נאמען פון די מוסד; מיר האבן געפרעגט יעדע זאך ווי אזוי צו טון און עד היום פירן מיר די מוסד ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט וויסן וואס איר האט צו טון, ווי אזוי זיך צו פירן; בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, און בעיקר מען זאל זיך נישט קריגן צווישן אידן און צווישן אנשי שלומינו, מען זאל זיך ליב האבן, יעדער איינער זאל גיין אויף זיין וועג, קיינער זאל נישט פיינט האבן דעם אנדערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#18 - די בעסטע עצה איז זיך אויסצושמועסן אפן איינער מיט'ן צווייטן
חסידות ברסלב, מחלוקת, שבת קודש, שלום, רעדן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ראה – מברכים אלול, ערב ראש חודש אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב אסאך אריינגעטראכט אין וואס איר האט מיר דערציילט; די ריכטיגע וועג איז איר זאלט איר לאזן וויסן אז איר ווערט געטשעפעט פון די וועג ווי אזוי זי רעדט מיט אייך, ווייל עס קען זיין אז זי ווייסט ניטאמאל אז זי טשעפעט אייך, זי ווייסט נישט אז זי שטערט אייך; נישט נאר זי ווייסט נישט, נאר אין איר וויסטן חלום פאלט איר נישט איין אז איר ווערט געטשעפעט און געקלאפט. זי איז נישט קיין שלעכטע פרוי, זי איז א וואוילע פרוי; קען זיין די וועג ווי אזוי זי רעדט איז נישט גוט.


איך ווייס אז עס וועט אייך זיין זייער שווער דאס צו זאגן, אפשר וועט אייך זיין גרינגער איר צו שרייבן א שיינע בריוו. שרייבט איר ווי אזוי איר שפירט ווען זי רעדט אזוי צו אייך, ווייל עס איז א שאד צו לעבן מיט פיינטשאפט; א שאד ווען מיר זענען דא ביים רבי'ן, מיר זענען ווי איין גרויסע משפחה – זאל מען זיין צוקריגט, ווען מען קען דאס אויסגראדן.


איך האב דאס געהאט מיט יארן צוריק, מיין נאנטער חבר מיט וועם איך האב אינאיינעם געעפנט די מוסד – מיט אים האט דאס פאסירט. עס איז געווען א זאך וואס האט מיר זייער געשטערט, די וועג ווי אזוי ער האט גערעדט צו מיר, איך האב געשפירט אז אט אט גיי איך זיך צוקריגן מיט אים, עס איז אריין אין מיר א פיינטשאפט. וואס האב איך געטון? איך האב גענומען דעם רבינ'ס עצה, איך האב מיך מתבודד געווען, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן 'וואס טו איך רבונו של עולם? מיין נאנטער חבר, מיין נאנטער פריינט מיט וועם איך האב אויפגעשטעלט די ישיבה, די חדר און אזוי ווייטער – מאכט מיר נערוועז, ביז איך קען מער נישט', אזוי האב איך געבעטן און געבעטן ביז עס איז מיר אריין א מחשבה 'אפשר ווייסט ער נישט, אפשר כאפט ער נישט?' איך האב גערעדט מיט אים און אלעס איז מסודר געווארן, מיר זענען געווארן נאך נענטער.


אזוי איז ביי אסאך משפחות, מאן און ווייב האבן חתונה, איינער קומט פון א משפחה וואס מען רעדט מער שארף, מער שטעכעדיג, און ביים צווייטן רעדט מען ווייך, פוטער'דיג; קען פאסירן דאס אז מען זאל ווערן פארווייטאגט און געטשעפעט אן דעם וואס דער אנדערער זאל דאס וויסן.


איך ראט אייך איר זאלט איר שרייבן א שיינע בריוו, זאגט איר 'איך וויל זיין נאנט מיט דיר אזוי ווי אין אנהייב', שרייבט איר אייער געפיל, ווי אזוי איר שפירט בשעת זי רעדט וכו' וכו'; - וועט זיך אלעס אויסגראדן.


דאס איז נאך א נסיון, נאך א פראוואקאציע פונעם סמ"ך מ"ם צו מאכן חלישות הדעת צוויישן אנשי שלומינו; עס וועט אים אבער גארנישט נוצן, ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס איז דא צווישן אונז.


איך שרייב אייך דעם בריוו אינמיטן די הכנות צו שבת, עס איז א פארנומענע טאג; דאך האב איך אראפגענומען צייט צו שרייבן כדי עס זאל אייך זיין גוט, איר זאלט זיך נישט פייניגן פון דעם, און אייך געבן אן עצה ארויסצוגיין פון דעם.


ערב שבת איז א צייט פון תשובה, ביי די הייליגע צדיקים פלעגט ערב שבת זיין א מורא'דיגע התעוררות לתשובה. מען דערציילט אז ביים הייליגן רבי'ן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו פלעגט זיין יעדע ערב שבת אזא התעוררות לתשובה, אלע פרויען וואס האבן געארבעט דארט אין שטוב, די משרתות – פלעגן זיך איבערבעטן יעדן ערב שבת פון די גרויסע קדושה, עס האט זיך געשפירט אזוי ווי יום הקדוש.


א פרייליכן שבת.


 

#17 - זע מען זאל רעדן שיין איינער צום צווייטן אין שטעטל
מחלוקת, שטעטל, שלום, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, כ"ט סיון, ערב ראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך בין געווארן זייער פארשעמט, איך געדענק נישט איך זאל אזוי פארשעמט ווערן; ווען איך בין ארויסגעקומען פון בית המדרש נאכן געבן א שיעור פון רבינ'ס התחזקות האב איך געזען צוויי אינגעלייט קריגן זיך, איינער שטעכט די רעדל פון א אינגערמאן און דער אנדערער שרייט צוריק; אין אונזערע ד' אמות, ביי אונז אין בית המדרש - זאל אזא זאך פאסירן?! איך בין אנטלאפן פון דארט, ווייל בטבע קען איך נישט זען קריגערייען, עס שטעכט מיר אין הארץ ווען מען קריגט זיך, בפרט ביי אונז אין שטעטל אין בית המדרש. איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן, איך בין אזוי פארשעמט; אזא זאך זאל פאסירן ביי אונז?! איך זע אז עס איז נאך דא אסאך ארבעט, איך דארף נאך אסאך אקערן מיט די אינגעלייט מען זאל נישט צוקומען צו דעם.


אויך איז דא וואס פירן זיך אויף זייער נישט שיין מיט ... נרו יאיר; ער העלפט אונזער קהילה מיט זיין גאנצע הארץ, כח און מח; ער איז מיר זייער געטריי, ער איז ביי מיר באגלייבט אין געלט זאכן מער ווי אנדערע ביי אונז אין די קהילה, אויף אים שרייט מען 'גנב' וכו'.


וואס זאל איך דיר זאגן, איך טראכט אסאך וואס דוד המלך זאגט (תהלים נה, ז-ח): "מִי יִתֶּן לִי אֵבֶר כַּיּוֹנָה", ווי קען איך זיך נעמען פליגלעך ווי א פייגל, "אָעוּפָה", איך וועל אוועקפליען, "וְאֶשְׁכֹּנָה", זיך אביסל אפרוען, "הִנֵּה אַרְחִיק נְדֹד", איך וועל זיך דערווייטערן, "אָלִין בַּמִּדְבָּר סֶלָה", איך וועל נעכטיגן אליין; וואס פעלט מיר אויס די גאנצע ארבעט? נעמען בחורים און ארבעטן מיט זיי יארן, עס איז נישט גרינג, און שפעטער וויל איך זען אביסל נחת - זע איך דאס פארקערטע, מען קריגט זיך, מען האט זיך פיינט, מען שטעכט רעדער; איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן.


איך בעט דיר זייער, ווען דו רעדסט ביי שלש סעודות - זאלסטו רעדן דיבורי תכלית, דיבורי אמונה. רעדט זייער אסאך פון אמונה; אז מען הערט נאכאמאל און נאכאמאל פון אמונה, צוביסליך הייבט מען אן צו ווערן ריין פון די אלע שלעכטע מידות - קנאה, שנאה און רציחה וואס איז ראשי תיבות שק"ר. מוהרא"ש זאגט, אלע מחלוקות הייבט זיך אן מיט ק'נאה, דאס איז די מיטלסטע אות פון שק"ר, נאכדעם קומט ש'נאה און נאכדעם - ר'ציחה, מען שטעכט רעדער, מען ברענגט אונטער א צווייטן.


איך האב אסאך חוקר ודורש געווען צו זען אויב ... נרו יאיר איז ערליך אין מסחר אדער נישט, איך נעם נישט סתם איינעם און אים געטרויען. ווען איך הער פון איינעם טענות - גיי איך דאס נאך, איך בין דאס מברר; שעות אויף שעות בין איך געזעצן שטילערהייט מיט אינגעלייט, נאכגעגאנגען חשבונות וכו' וכו', ביז איך האב געזען אז ער איז ערליך, ער גנב'עט נישט פון קיינעם.


דאך איז דא משפחות וואס רעדן, קאכן, שרייען 'גנב' וכו'; זיי זאגן ער קויפט מיר אונטער, זיי מיינען אז מיר קען מען אונטערקויפן, מיר קען מען נישט אונטערקויפן, עס ארבעט נישט ביי מיר די זאכן; איך האב ליב גראָדע מענטשן, איך שטיי נישט אין ווארט מיט א גנב, א שווינדלער, אדער א ליגנער; דעריבער, יעצט אז איך הער וואס טוט זיך אין שטעטל און איך זע מיט מיינע אויגן ווי מען קריגט זיך, טראכט איך 'מה לי ולצרה הזאת, וואס דארף איך דעם גאנצן שטעטל? איך האב דאך גענוג ארבעט, וואס דארף איך דאס?' אז מען שרייט 'גנב' איינער אויפ'ן צווייטן דארף מען א שטעטל? אז מען האט טענות - איז דא א תורה; גיי צו דין תורה, וואס די תורה זאגט - דאס וועט מען טון; שרייען 'גנב', רעדן צו אנדערע קעגן דעם און יענעם - דאס איז נישט וואס איך דארף, נישט דאס איז מיין כוונה.


פרעג האברך ... אויב מען קען מיר אונטערקויפן מיט געלט; ער האט געוואלט מאכן דעם היי יעריגן קאמפיין נישט אזוי ווי איך וויל, ער האט געוואלט מאכן א קאנצערט וכו'; איך האב אים געזאגט: "איך דארף נישט דעם קאמפיין, איך דארף נישט קיין געלט", איך האב אים געזאגט: "מיר וועסטו נישט פארדרייען, איך ווייס וואס איך וויל"; למעשה האט ער מבטל געווען די גאנצע דמיון זיינע, די נאכט מיט די זינגערס וכו'. מיר איז נישט אנגעגאנגען פארלירן געלט, מאכן געלט - מיר קענסטו נישט אונטערקויפן; איך טו וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש, איך שטעל זיך נישט אפ פאר קיינעם נישט.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר בויען די שטעטל; דו ביסט דאך פון די עשרה ראשונים פון שטעטל. זע מען זאל רעדן שיין איינער צום צווייטן, די וועג ווי אזוי מען רעדט אין אנדערע פלעצער, מען פליקט זיך, מען שטעכט זיך - דאס זאל נישט זיין ביי אונז. די וועג ווי אזוי כלומר'ישע חברים רעדן, מען שטעכט זיך מיט לאכעדיגע פנים'ער און ווען מען זעט יענער ווערט צעשטאכן זאגט מען "זיי מיר מוחל וכו'"; דאס זאל נישט זיין ביי אונז.


שלמה המלך זאגט (משלי כו, יח): "כְּמִתְלַהְלֵהַּ הַיֹּרֶה זִקִּים חִצִּים וָמָוֶת", אזוי ווי דער וואס ווארפט שטיינער און פיילן, "כֵּן אִישׁ רִמָּה אֶת רֵעֵהוּ", אזוי איז דער מענטש וואס טשעפעט זיין חבר, "וְאָמַר", און ער זאגט "הֲלֹא מְשַׂחֵק אָנִי", איך האב נאר געמיינט א געשפעט, איך האב נישט געמיינט וכו'; זע אז אין שטעטל, אין אונזער ד' אמות - זאל זיין שלום און ליבשאפט.


איך האב געזען די קליינע צעטל וואס דו האסט געלייגט אינדרויסן פון שול מען זאל נישט רייכערן; נישט דאס האב איך געמיינט, איך וויל דו זאלסט לייגן א גרויסע טאוועל מען זאל דאס זען קלאר, אז מען זאל נישט רייכערן ביים רבינ'ס ד' אמות.


איך זאג דיר נאכאמאל, מיר אינטערעסירט נישט גארנישט; איך דארף נישט קיינעם און איך האב נישט קיינעם, איך וועל ווייטער טון וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, איך קויף נישט קיין חנופה און איך חנפה נישט אנדערע, אויב איך וועל זען אז מען קריגט זיך, מען שטעכט זיך - וועל איך זיך זוכן אנדערע פלעצער וואו צו גיין. עס שטייט מיר פאר די אויגן די ווערטער וואס מוהרא"ש האט געשריבן אינעם טאג פון זיין הסתלקות: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".

#16 - פורים איז גרעסער פון יום כיפור
תפילות אויף אידיש, אמונה, שלום בית, מחלוקת, ספיקות, שלום, פורים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תרומה-זכור, ז' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו שיחיו פון ירושלים עיר הקודש


געלויבט דעם אייבערשטן מיר האבן זוכה געווען צו מקיים זיין די מצות עשה אויסצומעקן עמלק, דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין אויסגעלייזט ווערן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין תנחומא תצא, יא): "אֵין הַכִּסֵּא שָׁלֵם עַד שֶׁיִמָּחֶה זַרְעוֹ שֶׁל עֲמָלֵק", אז מען מעקט אויס עמלק איז מען זוכה צו ווערן אויסגעלייזט; עמלק פארדעקט די אמונה, עמלק פארדעקט דעם אייבערשטן. מוהרא"ש האט אלץ גע'חזר'ט מיט אונז אז עמל"ק איז בגימטריא ספ"ק, די טומאה פון עמלק איז אריינצוברענגען ספיקות אינעם מענטש, עמלק ברענגט אריין די ספיקות פון (שמות יז, ז): "הֲיֵשׁ ה' בְּקִרְבֵּנוּ אִם אָיִן"; מיר דארפן אויסמעקן עמלק, ארויסנעמען פון זיך די אלע ספיקות ובלבולים וכו', מיר דארפן גלייבן אינעם אייבערשטן.


מיר קומען שוין נענטער צום הייליגן יום טוב פורים; פורים איז זייער א גרויסער טאג. אין תיקוני זוהר שטייט (תיקון כא, נז:): "פּוּרִים אִתְקְרִיאַת עַל שֵׁם יוֹם הַכִּפּוּרִים", פורים איז גרעסער פון יום כיפור; ווייל פורים איז א צייט וואס מען מאכט שלום איינער מיט'ן צווייטן, מען שיקט משלוח מנות איינער פאר'ן צווייטן, מען געבט צדקה פאר ווער עס בעט און מען איז מרבה שמחה - דאס איז חשוב'ער פאר'ן אייבערשטן מער ווי אלצדינג.


שלום איז דער נאמען פונעם אייבערשטן (שבת י:), שלום איז די העכסטע זאך; פורים איז א צייט וואס מען בעט זיך איבער, מען מעקט אויס די קליפה פון המן און עמלק - פון מחלוקת. המן האט געוואלט מאכן מחלוקת, ער האט געזאגט פאר אחשורוש (אסתר ג, ח): "יֶשְׁנוֹ עַם אֶחָד מְפֻזָּר וּמְפֹרָד", זיין זאך איז מחלוקות, וואו עס איז דא א מחלוקת איז עס פון המן און עמלק, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", א פלאץ וואו מען קריגט זיך - דארט איז דער שטן; ווידער מרדכי הצדיק און אסתר המלכה זייער זאך איז (אסתר ד, טז): "לֵךְ כְּנוֹס אֶת כָּל הַיְּהוּדִים", זיך צאמנעמען לעבן בשלום.


בעט איך אייך טייערע חברים, זעט עס זאל זיין שלום אין שטוב; געדענקט, אין שטוב איז אסור וויכוחים, מיט א ווייב איז מען זיך נישט מתווכח, מיט א ווייב טענה'ט מען נישט, מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "א ווייב איז אלץ גערעכט"; מען דארף זיך מוסר נפש זיין אויף דעם, ווייל דער יסוד פונעם מענטש איז צו האבן א ריינעם מח מחשבה, און כדי צו האבן א ריינעם מח דארף זיין שלום אין שטוב, אז מען איז בשלום מיט די ווייב איז מען אפגעהיטן פון אלעם שלעכט.


דערפאר יעצט ווען עס קומט יום טוב, עס טוט זיך, מען מאכט הכנות, מען גייט צו די עלטערן און מען איז פארנומען מיט די מצות היום קען אמאל אויסקומען מען זאל פארגעסן פונעם עיקר, מען קען אריינפאלן אין טענה'רייען און קריגערייען, דארף מען זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, הצלינו מקליפות המן ועמלק, היט מיר פון מחלוקת, היט מיר פון דעם יצר הרע; העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קדושת מרדכי ואסתר, איך זאל דיר רבונו של עולם שטענדיג שפירן, איך זאל נישט מסיח דעת זיין פון דיר קיין איין רגע".


א פרייליכן ליכטיגן יום טוב פורים.

#15 - אז מיר וועלן ארבעטן אינאיינעם וועלן מיר אויסטערליש מצליח זיין
מוסדות, שלום, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, חבר הנהלה מוסדות היכל הקודש


אונזער הצלחה ליגט אין ענקערע הענט, אויב וועט זיין שלום צווישן די חברים וועלן מיר זייער שטארק מצליח זיין.


מיין פראבלעם איז נישט אויב ... וועט רעדן צו ... און ... צו א דריטן; איך ווער נישט צעפאלן ווען דער לאכט און דער שפעט, מען האט אלע יארן געשפעט און מען וועט ווייטער שפעטן, נישט דאס איז מיין פראבלעם, מיין פראבלעם איז ווען מיינע תלמידים, מיין הנהלה וואס איך געטרוי - האבן זיך נישט ליב, מען האט איינער אויפ'ן צווייטן, דאס איז נישט גוט.


ווען מען קומט זיך צוזאם איינמאל א וואך זאל מען זיך דורכרעדן, נישט האלטן אין זיך, נישט זיך אויפעסן; נאר אלעס ארויסגעבן אויף א שיינעם וועג.


אז מיר וועלן ארבעטן אינאיינעם וועלן מיר מצליח זיין - נישט סתם, מיר וועלן אויסטערליש מצליח זיין.

#14 - טו אלעס וואס דו קענסט עס זאל זיין שלום
הפצה, מחלוקת, שלום, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער אלע טענות פון דיר אויף אים און פון אים אויף דיר; איך שטיי אין דער זייט, איך זאג גארנישט, איך וויל זען ווי אזוי דער רבי וועט אויספירן.


איך בין דאס אריבער נישט איין מאל, נישט צוויי מאל נאר צענדליגע מאל און איך גיי דאס נאכאלץ אריבער; איין זאך קען איך דיר זאגן, וואס מוהרא"ש זאגט. דעם רבינ'ס זאך איז אזוי ווי דער ארון, ביים ארון איז געווען א בחינה פון (סוטה לה.): "ארון נושא את נושאיו", עס זענען געווען גבאים געשטעלט פון משה רבינו וואס האבן געטראגן דעם ארון, אבער באמת האט דער ארון זיי געטראגן, עס האט נאר אויסגעזען לפנים ווי זיי טראגן דאס; דאס זעלבע איז ביים רבי'ן, דער רבי פארעט זיך מיט זיינע זאכן, עס זעט אויס ווי דער מאכט, דער טוט, דער איז א גוטע גבאי, דער שטערט, אבער למעשה פירט דער רבי אלעס, ביים סוף בלייבט דער רבי בעל הבית. עס איז כדאי דו זאלסט רעדן מיט האברך ... נרו יאיר, ער וועט דיר דערציילן וואס עס האט זיך געטון אין היכל הקודש אלע יארן, ער וועט דיר מחזק זיין.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס איך בין אריבער, וויפיל מחלוקות און יסורים איך האב געהאט פון ווען איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן ביז'ן היינטיגן טאג. די שווערסטע זאך איז מיר געווען די מחלוקות אינעווייניג אין היכל הקודש פון נאנטע חברים, איך האב געוויסט אז דער סמ"ך מ"ם וויל מיר אוועק שלעפן פון דעם פלאץ דעריבער פרובירט ער אלע וועגן.


דו טו אלעס וואס דו קענסט עס זאל זיין שלום, דו זיי שטארק מיט הפצה; דו זעסט דאך מיט דיינע אויגן וואס הפצה טוט. דו שרייבסט מיר יעדן טאג פרישע מעשיות ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ספרים, מיט די שיעורים און מיט די ניגונים, און בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר דו זאלסט בלייבן צוגעקניפט צום רבי'ן בזה ובבא.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך דארף אריינגיין צו די בחורים, איך דארף געבן א שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - שלום צווישן אנשי שלומינו איז די וויכטיגסטע זאך
מחלוקת, שטעטל, שלום, אומאן, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך פאר יעצט צום רבי'ן מיט מיין זון ... נרו יאיר, דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): "א קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר וועט גיין צו די חתונה מיט א ריין העמד"; וואס נאך דארף א טאטע און מאמע? וואס דארף איך מער פון דעם? איך וויל דאך מיינע קינדער זאלן זיין ריין.


איך וועל בעטן פאר דיר און פאר דיין ווייב זי זאל האבן א רפואה שלימה.


דו וואונדערסט זיך ווי אזוי דער ראש ישיבה איז אזוי רואיג בשעת עס טוט זיך, עס הייסט עס גייען ארויסקומען רבנים מיט חתימות וכו', וכו'; גלייב מיר ... מיר טוט מער וויי ווען אנשי שלומינו פארטראגן זיך נישט, איינער רעדט אויפ'ן צווייטן – ווי א קול קורא קעגן מיר פון טויזנט חתימות.


בפרט אין אונזער שטעטל קרית ברסלב וויל איך מען זאל לעבן בשלום, ווי מוהרא"ש שרייבט אין די לעצטערע בריוו פאר'ן הסתלקות, פאר אנשי שלומינו: "איך עקל זיך פון מחלוקת, מיין גאנץ לעבן בין איך אנטלאפן פון מחלוקת".


דיר וועל איך זייער מכיר טובה זיין אז דו וועסט זען עס זאל זיין שלום אין שטעטל, יעדער זאל זיין צופרידן.


 

#12 - נישט גיין קעגן קיינעם
תפילה והתבודדות, הפצה, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי', צפת.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר פארשפרייט דעם רבינ'ס עצות פאר נאך און נאך מענטשן.


זאגטס פאר מרת ... אז זי דארף נישט מורא האבן פון קיינעם; אויך זאל זי נישט גיין מיט אלע עלטערן וואס נעמען זיך צאם קעגן איר זון'ס ראש ישיבה, ער וועט אליינס האבן א מפלה; איינער וואס רעדט צו בחורים צו טון עבירות וועט נישט האבן קיין קיום, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קד.) אז שקר האט נישט קיין קיום.


זי זאל נישט גיין קעגן קיינעם; מוהרא"ש האט אונז געלערנט וואס חז"ל זאגן (שבת לב.): "שִׁבְקֵיהּ לְרָוְיָא - דְּמִנַּפְשֵׁיהּ נָפִיל", לאז דעם שיכור אליינס אראפפאלן; ווען מען האט צוטון מיט א שיכור דארף מען אים נישט אראפ ווארפן, ער וועט סיי ווי פאלן - פריער אדער שפעטער.


אונזער וועג איז תפילה והתבודדות; אונזער וועג איז דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - נעם נישט קיין צד אין זאכן וואס האט נישט מיט דיר
חסידות ברסלב, מחלוקת, שלום, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בהעלותך, כ"א סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דיין ווייב האט מיר געשריבן א בריוו אז דו האסט זיך צעקריגט מיט דיין טאטע, ווייל ער האלט אז מען טאר נישט רעדן קעגן ... און דו האלסט אז מען דארף יא רעדן קעגן ....


עס איז מיר א גרויסע וואונדער צו הערן אז דו האסט בכלל א דיעה אין די גאנצע נושא פון ...; ביי אונז תלמידי היכל הקודש האבן מיר בכלל נישט קיין דיעה - נישט אהער און נישט אהין, מיר לעבן מיט תכלית. מוהרא"ש האט אונז געגעבן א גדלות המוחין, מיר זאלן נישט דאגה'נען פון זאכן וואס האט נישט מיט אונז.


עס איז מיר א גרויסע וואונדער פארוואס דו נעמסט א צד אין זאכן וואס האט נישט מיט דיר, פארוואס עס אינטערעסירט דיר בכלל די זאכן; תלמידי היכל הקודש לעבן און געדענקען די ווערטער פון רבי'ן, די מעשיות פון רבי'ן; די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות מעשה ג, מחיגר): "די לבנה האט געזאגט פאר'ן זון, וואס זארגסטו פרעמדע זארג? איך וועל דיר דערציילן מיינע זארג, איך האב נישט קיין כח אין מיינע פוס, די שדים נעמען צו מיינע כוחות", עיין שם; דאס דארף זיין דיינע זארג, דאס איז די איינציגסטע זארג וואס מיר האבן, מיר זאלן זיך קענען דערהאלטן, מיר זאלן נישט פארכאפט ווערן ביי די שדים, ביי די נישט גוטע - רחמנא לצלן.


מאך זיך נישט נאריש, רעד מער נישט מיט קיינעם פון די גאנצע פרשה, אלע דיינע ווערטער זאלן נאר זיין דיבורי התחזקות. טו וואס איך טו, ווען איינער פרעגט מיר וואס איז מיין דיעה אין די פרשה, זאג איך וואס יענער וויל הערן; אז יענער שרייט "קדוש!" שאקל איך דעם קאפ אויף דעם זייט, אז יענער שרייט "טמא!" - שאקל איך דעם קאפ אויף דעם אנדערן זייט; וואס האט דאס מיט מיר? וואס האט דאס מיט מיין תיקון? איך דארף דאך פאררעכטן מיינע מעשים, איך וועל דאך פארט דארפן אויסטון דעם גוף און צוריק גיין צום אייבערשטן, וואס וועט מיר העלפן די אלע שמועסעלעך לכאן אדער לכאן?


איך בעט דיר זייער, לאז זיך אפ פון שיחות ילדים, געדענק וואס דער הייליגער תנא רבי דוסא בן הרכינס זאגט (אבות ג, י): "שִׂיחַת הַיְלָדִים, וִישִׁיבַת בָּתֵּי כְנֵסִיּוֹת שֶׁל עַמֵּי הָאָרֶץ - מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם", שמועסן קינדערישע שמועסן און זיצן מיט עמי הארצים - מאכט מען זאל פארלירן די וועלט און יענע וועלט; א שאד צו זיין פארנומען מיט זאכן וואס האט נישט מיט מיר און נישט מיט דיר. געדענק, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), "אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב", און ער וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, "וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלֹּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - ארויסהעלפן מיט די פרויען פארטי
חיזוק פאר פרויען, מוסדות, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך וויל אייך בעטן אויב איר וועט קענען ארויסהעלפן היי יאר מיט די פרויען פארטי; צאמנעמען אלע עלטערן פון די מוסד און אלע וואס האבן הנאה פונעם מוסד אז זיי זאלן העלפן די מוסד, כדי מיר זאלן קענען באצאלן די איינגעשטעלטע.


די פריערדיגע יארן האבן מיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף געהאט גרויס הצלחה מיט די פרויען פארטי; אלע עלטערן און אלע וואס האבן שייכות מיט די מוסד האבן געהאט אן אינטערעסע אז עס זאל זיין דערין הצלחה, איך האף צום אייבערשטן אז היי יאר וועט עס אויך זיין מיט הצלחה.


ווען איר רעדט צו די פרויען געבט זיי צו פארשטיין אז די צדקה וואס מען נעמט צאם פון באקאנטע און משפחה, די גאנצע געלט גייט פאר זיך אליין; מען טוט א טובה נאר פאר זיך, אז די קינדער זאלן האבן מלמדים און טיטשערס וואס ווערן באצאלט, זיי זאלן קענען לערנען מיט די קינדער אן קיין דרוק.


נאך איין זאך בעט איך אייך, אויב איר באקומט א בזיון, איינער עפנט א מויל אויף אייך - זאלט איר דאס האלטן פאר זיך און נישט מאכן פון דעם א געראטשקע, נאר אויף דעם אופן קענט איר ארבעטן פאר אונזער מוסד; אז איר רופט אן איינע פון די עלטערן און ביי יענעם איז יעצט פונקט א שלעכטע מינוט און יענער קען זיך נישט איינהאלטן און הייבט אן שרייען וכו', זאלט איר דאס אראפשלינגען און דאס קיינעם נישט דערציילן; נאר אזוי קען מען מצליח זיין מיט'ן בויען דעם מוסד.


מיין מאמע תחי' זאגט שטענדיג: "אויב דו האסט עפעס גוטס צו זאגן אויף א צווייטן זאלסטו דאס זאגן, און אויב איז דאס עפעס שלעכטס זאלסטו דאס אראפשלינגען - אפילו עס האט א ביין".

#9 - איך בין גוט מיט דיר, אבער מאך נישט חוזק פון מיין רבי'ן
שלום בית, זיכוי הרבים, חסידות ברסלב, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער גוט האט איר געטון און אזוי זאלט איר ווייטער טון; ווען איינער קומט אייך אונטעררייסן און מאכט חוזק פונעם הייליגן רבי'ן וואס געבט אייך לעבן, זאלט איר שיין זאגן: "מיר קענען שמועסן און זיין גוטע פריינט נאר אז מען רעדט נישט פון דער נושא און קיינער מאכט נישט אוועק דעם צווייטן; איך מאך נישט חוזק פון דיין חסידות און דו מאך נישט קיין געשפעט פון מיין פלאץ".


בויטס אויף אייער מאן; ער איז א טייערער אינגערמאן, ער האט זייער גוטע מידות און ער איז א ירא שמים, וויבאלד זיינע עלטערן זענען געגאנגען מיט אים זייער שטרענג איז ער דערשראקן וכו'. ער דארף אביסל שטארקייט; איר מיט אייער חכמה קענט איר אים אזוי שיין אויפבויען ער זאל זיין א שטארקער מענטש.


זייטס מקרב נאך פרויען און מיידלעך צום הייליגן רבי'ן; דאס איז אונזער תיקון, דאס וועט מתקן זיין וואס מיר דארפן אלץ פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - דאס שטעטל איז נאר אינטערעסאנט אויב ס'איז דא שלום און פריינטשאפט
מחלוקת, שטעטל, שלום, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב געהערט דיינע טענות.


וויסן זאלסטו אז מיר טוען אלעס וואס מיר קענען אז די וואס ווילן קומען וואוינען אין שטעטל זאלן זיין צופרידן; איך געב אוועק טעג און נעכט זיצנדיג מיט די חברי הנהלה נאר לטובת די איינוואוינער.


עס לוינט נישט צו קומען וואוינען אין שטעטל אויב עס קומט ארויס פון דעם א פיינטשאפט צו אנשי שלומינו, עס לוינט נישט צו קויפן און בויען א הויז אז מען ווערט אנגעגעסן וכו', נישט פאר דעם בוי איך דעם שטעטל, נישט דאס איז די מטרה; די מטרה איז איין זאך, מיר זאלן האבן א פלאץ וואו מען וועט לעבן איינער מיט'ן צווייטן בשלום, מען וועט לעבן מיט'ן אייבערשטן און טון חסד.


די אלע לשונות ווי 'מיין בלוט איז רויט', יענעמס בלוט איז רויט, בלוי, וכו', קומט נישט דא אריין, קיינעמס בלוט איז נישט רויטער אדער שווארצער, אלע זענען חשוב, אלע זענען אייניג; דאס וואס מען בויט נאכנישט ביי דיר איז דא א סיבה דערצו, אז די שטאט געבט נישט יעצט בזמן קאראנע קיין רשות צו בויען, און די אנדערע האבן שוין באקומען פון פארדעם.


עס איז א שאד זיך אויפצועסן און טראכטן אז מען בא'עוולה'ט דיר וכו'; זאלסט וויסן אז דער אינגערמאן וואס בויט די הייזער אין שטעטל איז מיר זייער געטריי, ער האט מיר זייער געהאלפן אלע יארן, פון אנהויב, אן קיין אינטערעסע; ער האט געבויט די ישיבה און איז אריין אין הונדערטער טויזנטער דאלער חובות, קיינער האט מיר נישט געהאלפן, נאר ער.


איך דערמאן זיך יעצט א מעשה וואס איך האב געהאט אין שנת תשע"א, בשעת מיר האבן געדארפט ענדיגן דעם בנין הישיבה, האט מיר דער אינגערמאן געזאגט: "עד כאן, איך קען מער נישט", ער האט נישט געקענט בלייבן ארבעטן בחנם מיט א גאנצע קאמפעני ארבעטערס וכו', בין איך געקומען צו מוהרא"ש מיט אים, איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש אז איך ווייס נישט וואס צו טון, ער וויל אנטלויפן; ער זאגט אז ער גייט אוועק, ער בלייבט נישט ארבעטן. האט זיך מוהרא"ש אויסגעדרייט צו אים און אים געזאגט: "איך קען דיר נישט זאגן וואס צו טון ווען דו וויינסט אז מען צאלט נישט וכו', אבער אז דו וועסט בלייבן העלפן די ישיבה וועסטו זוכה זיין צו שיינע זאכן וכו'". יעצט העלפט ער מיר בויען די שטעטל, ער העלפט מיר זייער, ער איז מיר באמת געטריי. ער וויל ענדיגן דיין דירה מער ווי דו אליינס ווילסט דאס ענדיגן, עס איז נאריש צו טראכטן אז דעמס בלוט איז רויטער, יענעמס בלוט איז רויטער וכו', וכו'.


דאס וואס דו שרייבסט אז דו וויינסט א גאנצע נאכט וכו', דאס איז גוט; הלוואי זאלן אלע זוכה זיין צו דעם, זיך צו מתבודד זיין גאנצע נעכט. די שאלה איז אויף וואס מען וויינט; וויינען דארף מען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו תיקון המדות, מען זאל ליב האבן יעדן איינעם, מען זאל נישט פיינט האבן איינער דעם צווייטן, מען זאל געדענקען ווער מען איז און וואס מען דארף אלץ פאררעכטן.


אז דו פרעגסט מיר וואלט איך דיר געזאגט: "בוי נישט, ענדערש בלייב וואוינען וואו דו וואוינסט ווי איידער עס זאל ארויסקומען פיינטשאפט".


געב איבער פאר אלע וואס ווילן קומען וואוינען אין שטעטל אז עס איז א שאד צו קומען וואוינען אין די פאר מייל אין ליבערטי; די וועלט איז זייער גרויס, עס איז דא אזויפיל פלעצער וואו צו קויפן א הויז, פארוואס זאל מען זיך ארויסשלעפן ביז ליבערטי? אז מען וויל זיין מיט'ן ראש ישיבה זאל מען העלפן דעם ראש ישיבה; על כל פנים נישט אונטערברענגען.


איך וויל מען זאל בויען דוקא דורך די הנהלה, אז דו פארשטייסט בעסער איז דאך דא שענערע פלעצער וואו צו וואוינען. איך וויל מען זאל רעדן שיין צו די חברי ההנהלה און מען זאל זיי מחזק זיין; אז דו פארשטייסט בעסער פארוואס זיך שלעפן צו אזא פארשלעפטע פלאץ?


אז מען האט א טענה אויף איינעם קען מען דאס דורכרעדן.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף לויפן צו די בחורים.

#7 - נישט בייסן די נעגל
פחדים, חיזוק פאר מיידלעך, שלום, מדות טובות, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל ענטפערן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אויף אלע פראגעס.


אויף דיין פראגע אויב א מיידל פון צען יאר דארף ליינען קריאת שמע; אודאי דארפסטו ליינען קריאת שמע ביינאכט פאר'ן גיין שלאפן.


אן עלטערע שוועסטער דארף מען מכבד זיין; דיין שוועסטער איז זייער א וואוילע מיידל, זי טשעפעט דיר נישט אומזיסט. עס קען זיין אז דו רייצט זיך מיט איר, דו מאכסט חוזק פון איר דעמאלט טשעפעט זי צוריק. אז דו וועסט איר מכבד זיין אזוי ווי די הלכה איז (שלחן ערוך יורה דעה סימן רמ, סעיף כב; עיין שאלות ותשובות תשובה מאהבה חלק ג', סימן רמ; בן איש חי פרשת שופטים, סעיף כט) אז מען דארף מכבד זיין עלטערע געשוויסטער, וועט זי דיר מער נישט טשעפען.


וועגן פחדים ביינאכט וכו'; אז דו וועסט ליינען קריאת שמע וועלן אוועק גיין אלע פחדים. אזוי ווי מיר געפונען, דער הייליגער אמורא רבי יהושע בן לוי האט מורא געהאט ביינאכט (ירושלמי שבת, סוף פרק כל כתבי) פלעגט ער זאגן די פסוקים וואס מיר זאגן ביי קריאת שמע: "יֹשֵׁב בְּסֵתֶר עֶלְיוֹן, בְּצֵל שַׁדַּי יִתְלוֹנָן, אֹמַר לַה' מַחְסִי וּמְצוּדָתִי, אֱלֹהַי אֶבְטַח בּוֹ", דאס האט אוועק גענומען די פחדים פון אים.


בייסן די נעגל איז נישט קיין שיינע זאך, בפרט פאר א מיידל; עס איז נישט גוט צו בייסן די נעגל. נעם נישט דיינע פינגערס אין מויל, עס פארעקלט מענטשן וכו', א מיידל דארף אכטונג געבן צו צייגן גוט.


יעדע זאך וואס דו דארפסט בעט דעם אייבערשטן אויף אידיש; רעד צו אים יעדע זאך וועסטו אויסוואקסן א גרויסע צדקת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#6 - מ'קען לעבן א חיים טובים אן דעם וואס איינער זאל וויסן אז מען איז ברסלב
חסידות ברסלב, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלט אייער בריוו.


רעדטס נישט מיט זיי וועגן ברסלב; נעמטס די שכל און חיזוק פאר אייך, לעבטס מיט דעם אן פארציילן וכו'.


עס פעלט נישט אויס צו דערציילן אז איר זענט ברסלב; איך בעט אייך זייער, הערטס צו וואס איך זאג אייך, רעדטס נישט מיט זיי פון ברסלב. איר קענט לערנען די ספרים און הערן די שיעורים, נעמטס חיזוק פאר אייך אבער רעדטס נישט פון דעם צו זיי.


דער אייבערשטער וועט אייך העלפן איר וועט זוכה זיין צו טרעפן א וואוילער בחור, אויפשטעלן א שיינע שטוב און ברענגען נאר נחת פאר אייערע עלטערן.


איך בעט אייך נאכאמאל, דערציילטס נישט פאר אייערע עלטערן אז איר נעמט חיזוק פון רבינ'ס ספרים; מען קען זיך אפלעבן א חיים טובים אן דעם וואס איינער זאל וויסן בכלל אז מען איז ברסלב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלסט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#5 - אויב מ'ארבעט צוזאמען בשלום, איז מען מצליח
שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר, ט"ו אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב אסאך דורכגעטראכט וואס דו האסט מיר געפרעגט צי דו זאלסט אליינס בויען דיין דירה וכו'.


איך וואלט זייער געוואלט דו זאלסט זיך אויסקומען מיט האברך היקר לי ... נרו יאיר וועלכער איז מיר געטריי בלב ובנפש. ער לייגט אריין גרויסע כחות אז מיר זאלן קענען עפענען א שטעטל, א פלאץ וואו מיר וועלן קענען מחנך זיין אונזערע קינדער בקדושה ובטהרה ובשלוות הנפש.


בעט איך דיר זייער אויב דו קענסט זיך אויסקומען מיט אים און אים נעמען צו בויען, וועסטו האבן א חלק אין די הצלחה פונעם שטעטל. ווייל די הצלחה איז תלוי נאר אין ענק; אויב וועט איר לעבן בשלום וועט איר מצליח זיין, עס וועט זיין א פלאץ וואו מען וועט קענען לעבן מיט'ן אייבערשטן, עס וועט זיין א מקום פאר השראת השכינה, אבער אז מען וועט זיך נישט פארטראגן וועט נישט זיין קיין הצלחה דארט.


נאכאמאל, איך קען דיר נישט זאגן וואס צו טון, איך קען דיר נאר בעטן דו זאלסט זיך פרובירן דורך צו קומען מיט אים; ווי נישט ווי האט ער אריין געלייגט אסאך כחות אז דו זאלסט באקומען ערלויבעניש צו קענען בויען.


זע צו לערנען יעדן טאג גמרא; דאס פארברענט אלע קליפות, און אלע שלעכטס ווערן אויס דורך לימוד גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - שלום ושלוה צווישן די מיידלעך
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט געענדיגט די 31'סטע מאל ספר תהלים; אין ספר תהילים ליגן אלע ישועות, אזוי אויך האט דער רבי זייער אויסגעלויבט דאס זאגן תהילים יעדן טאג (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג). דערפאר פירן זיך אלע אנשי שלומינו צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים, דאס ברענגט אלע ישועות.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר וואס טוט זיך אין סקול, ווי שיין אלע מיידלעך לעבן צוזאמען. עס הערשט נישט קיין מחלוקת, נישט דא קיין קאנקורענץ [קאמפעטישן] צווישן די מיידלעך, און אז דו ביסט אזוי צופרידן פון בית פיגא.


דו שרייבסט מיר אז ווען מען טאנצט טאנצן אלע מיידלעך אינאיינעם - די עלטערע מיט די יונגערע מיט אזא אחדות; דאס איז ביי מיר א גרויסע שמחה ווייל עס איז מיר נישט גרינג צו פירן די מוסד וכו', איז דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט אזוי הנאה יעדע מינוט אין סקול, און וויפיל אמונה דו באקומסט אין סקול פון די חשוב'ע טיטשערס און די מנהלת דאס געבט מיר כח ווייטער צו פירן די מוסד.


זארג נישט פאר דיין שידוך; דו זאג ווייטער תהילים און אינצווישן די פסוקים פון תהילים זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום הייליגן באשעפער, אים בעטן פאר א ערליכע געזונטע מאן און פאר ערליכע געזונטע קינדער, וועסטו זוכה זיין בקרוב צו טרעפן דיין שידוך.


 

#3 - נאר זיין גוט צו יעדן איינעם
הכרת הטוב, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט מיר וואס דו קענסט מיר צוריק טון פאר אלעס גוטס וואס דו באקומסט וכו'; אז דו וועסט טון חסד פאר א צווייטן מיט דעם וועסטו מיט מחי' זיין. איך קען נישט סובל זיין די וואס מאכן מחלוקות, זאלסטו זען נישט צו האבן קיין שום שייכות מיט איינער וואס טוט וויי א צווייטן איד; דו זאלסט נאר טון גוטס און נאר זיין פאזעטיוו צו אלעמען. געב א גוט ווארט פאר יעדן איינעם וועסטו מיר אויפלעבן.


זע צו לערנען לכל הפחות א דף גמרא יעדן טאג, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - אפגעהאקט קשרים צוליב ברסלב
חנוכה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שלום, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן ... נרו יאיר האט מיר דערציילט וואס עס גייט אריבער אויף אייך פון אייערע עלטערן; מען האט אפגעהאקט אלע קשרים מיט אייך - סיי אייערע עלטערן און אזוי אויך אייערע געשוויסטער - קיינער רעדט נישט מיט אייך צוליב דעם חטא אז איר זענט מקורב געווארן צום רבי'ן און איר ווילט אויפציען א שיינע שטוב, ערליכע אידישע דורות. איך האב פון דעם גרויס ווייטאג און עס טוט מיר זייער וויי.


אייער ווייטאג איז טאקע גרויס, אבער פון דער אנדערע זייט זענט איר זייער גליקליך אז איר האט א טייערע מאן נרו יאיר און ליכטיגע קינדער; איר האט א הערליכע שטוב און א ווארימע שטוב. אייער מאן פירט זיך מיט יראת שמים און ער איז קובע עיתים לתורה, דעריבער איז אייער צרה נישט אזוי גרויס.


אמת, עס טוט טאקע וויי אבער דאך האט איר אן ערליכער מאן; וויפיל פרויען וויינען אז זיי האבן נישט קיין מאן, זייערע מענער זענען אריין געטון אין נארישקייטן און קומען נישט אהיים, און אפילו ווען זיי קומען שוין יא אהיים איז זייער מח נישט מיט די ווייב און קינדער.


איך וואונטש אייך א ליכטיגן חנוכה.

#1 - שלום צווישן תלמידי היכל הקודש
שלום, היכל הקודש, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל ענק העלפן אז אין דעם זכות זאלן ענק זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע אייערער וועגן.


זייטס ממשיך מיט אייער עבודת הקודש צו העלפן אויפבויען די מוסדות און צו פארשפרייטן די הייליגע עצות פאר די גאנצע וועלט.


דער עיקר דארף מען אריינלייגן כוחות אז עס זאל זיין שלום צווישן תלמידי היכל הקודש און אלע זאלן זיך ליב האבן; מיר זענען איין גרויסע משפחה.


דו זאלסט זען עס זאל זיין ליבשאפט צווישן די מענער און דיין ווייב זאל ארבעטן עס זאל זיין שלום צווישן די פרויען.


אז מיר וועלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן וועלן מיר מצליח זיין; מיר וועלן ברענגען משיח צדקינו במהרה בימינו.


איך בעט שטענדיג פאר אייערע קינדערלעך.


...