בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5018 - דא איז נישט קיין חסידות ווי אלע דארפן קומען צו די שיעורים
שלום בית, חסידות ברסלב, ראש ישיבה, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער מאן קומט נישט צו די שיעורים אין ישיבה - איז ער נישט קיין מתנגד און נישט קיין חסיד שנפל. טרייבט נישט איבער; איר האט א טייערע מאן, א גאלדענע הארץ.


דא איז נישט קיין חסידות ווי אלע דארפן קומען צו די שיעורים; די שיעורים זענען פאר בחורים, עס איז בכלל נישט פאר אינגעלייט; וואס דארפט איר זיך אויפעסן אייער געזונט אז אייער מאן גייט נישט צו די ראש ישיבה'ס שיעורים?!


דאנקט דעם אייבערשטן - וועט איר זען ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#5017 - ווערט נישט פארלוירן, דער דיין וועט אייך מדריך זיין וואס צו טון
שאלות, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארבינדט זיך מיטן דיין און פרעגט אים וואס צו טון, ווי אזוי זיך צו פירן. שעמט זיך נישט צו דערציילן די גאנצע מעשה; אז איר האט יעצט געטראפן די שאלות און אז איר האט אינגאנצן פארגעסן פון די שאלות און איר האט ווייטער געלעבט אין שטוב וכו' השם ישמרינו; דער דיין וועט אייך מדריך זיין וואס צו טון.


אונס רחמנא פטריה, ווערט נישט פארלוירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#5016 - זיין אליין איז נישט קיין עסק, מען דארף חתונה האבן
קינדער, שידוכים, חתונה, זיווג שני

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט אויף וואס דו מעגסט זיך שטעלן ביי זיווג שני; די אלע זאכן אויף וואס דו שטעלסט זיך איז זייער שיין און זייער פיין, אבער קוק זיך אן, קוק ווי די יארן גייען אריבער; שוין אזויפיל יאר וואס דו ביסט אליין, עולם חשך בעדך, פארוואס זאלסטו נישט חתונה האבן? אזוי ווי די הייליגע תורה זאגט, (בראשית ב, יח): "לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ", עס איז נישט גוט צו זיין אליין, נישט חתונה געהאט; וואס איז דער זאך פון זיך קלויבן? מען דארף חתונה האבן, טון דעם רצון פונעם אייבערשטן.


זיין אליין איז נישט קיין עסק. דאס וואס דו זאגסט וועגן דיינע קינדער; געלויבט דעם אייבערשטן, דיינע קינדער זענען מסודר, זיי האבן אלע ווארעמע שטיבער ווי זיי האדעווען זיך; יעצט איז די צייט פון קוקן אויף זיך, דו דארפסט חתונה האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#5015 - שרייב מיר ווען דו קומסט אן אין קלאס צו די קינדער
מלמדים, חדר

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ואתחנן, ט' באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט זומער ווען איך בין מנהל וויל איך באקומען יעדן טאג א טעקסט מעסעדזש ווען מען איז אנגעקומען אין קעמפ, (נישט אין פארקינג לאט, נאר ביי די קינדער).


אויך אויב מען גייט אוועק אינמיטן טאג דארף מען מיר דאס שרייבן.


 

#5014 - מיר דארפן וויכטיג א נייעם גרויסן בנין פאר די מוסד
מוסדות, שטעטל, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב פארן אפשערן פון דיין זון, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן אסאך נחת פון אים און פון אלע דיינע קינדער בזכות וואס דו העלפסט אזוי געטריי די מוסדות מיט דיין גאנצע הארץ.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר טרעפן א בנין פאר אונזערע קינדער; מיר דארפן וויכטיג א נייעם גרויסן בנין פאר די מוסד. עס איז אינטערעסאנט, מיר האבן קוים אנגעהויבן די שטעטל, קוים אנגעהויבן די חדר און מיר האלטן שוין ביי אפאר הונדערט קינדער - אינגלעך און מיידלעך; מיר האבן נישט קיין פלאץ וואו צו לייגן די קינדער.


פון הימל שטופט מען אונז צום וואנט, מיר זאלן שרייען און דאווענען פאר א בנין פארן תלמוד תורה. אינטערעסאנט, אמאל האבן מיר נישט געהאט געלט צו קויפן - האבן מיר געדארפט דאווענען מיר זאלן קענען קויפן, היינט איז דא געלט, מיר האבן א נדבן - איז נישטא א פלאץ וואו צו בויען, דארפן מיר ווייטער צוקומען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5013 - א שאד זיך צו גט'ן, זי וועט נישט באקומען א בעסערע מאן
גט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א שאד אז זי וויל זיך גט'ן, זי וועט נישט באקומען א בעסערער מאן ווי אים; ער איז א גאלדענער מענטש מיט גוטע מידות, א שאד א שאד.


איז וואס אז ער איז נישט קיין שטארקער, ער קען נישט מחליט זיין; וועגן דעם גט מען זיך?


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5012 - מאך נישט קיין מציאות פון קיינעם, וועט דיר זיין גרינגער צו בעטן צדקה
צדקה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רבי נתן איז אמאל געווען ביים רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן שב) און דער רבי רופט זיך אן אפאר ווערטער וואס האט זייער באנומען רבי נתן, דער רבי זאגט אים: "דער עיקר איז 'מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי'", דאס וואס שטייט ביי יונה הנביא (יונה ב, ג) ווי ער האט געשריגן צום אייבערשטן ווען די פיש האט אים איינגעשלינגען.


דאס איז א טיפע לימוד פאר אונז; אז מען זעט זיך אין שאול תחתית, מען איז איינגעשלינגען ביים יצר הרע, זאל מען שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד".


נעם א טייל אינעם יערליכן קאמפיין, גיי נאך געלט צו דיינע באקאנטע; האב נישט קיין בושה צו בעטן צדקה, מאך נישט קיין מציאות פון קיינעם, אזוי וועט דיר זיין גרינגער צו בעטן צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5011 - געב דיין שווער סנדקאות, וועסטו זוכה זיין צו ערליכע דורות
כיבוד אב ואם, שלום, ברית, סנדקאות

בעזרת ה' יתברך - ום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב דיין שווער סנדקאות, ובזכות די מצוה פון כיבוד אב - וועסטו זוכה זיין צו ערליכע דורות.


עס איז טאקע א גרויסע זאך צו געבן סנדקאות פאר א צדיק, אבער כיבוד אב איז זייער א גרויסע מצוה. אזוי אויך מכבד זיין א שווער איז זייער א גרויסע זאך, עס ברענגט שלום און שלום ברענגט אלע ברכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5010 - יעדער מוטשעט זיך, וואויל איז דעם וואס באשעפטיגט זיך מיט הייליגע זאכן
התחזקות, מוסדות, אינוועסטמענט, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר זיין אזא גוטע רבי און פארן זיין א געטרייער באס דרייווער; וואס מען טוט פאר די מוסד איז נצחיות, בפרט אז מען ברענגט קינדער צו לערנען און מען טראגט זיי אהיים - דאס איז נישט א פראסטע ארבעט, דאס איז א הייליגע ארבעט; דארפסט זיך זייער פרייען אז דיינע יארן גייען אריבער מיט אזעלכע הייליגע זאכן.


האסט נישט קיין אנונג וואס מענטשן מוטשען זיך. נעכטן איז צו מיר געקומען א אינגערמאן, ער האט געקויפט אן אינוועסטמענט, ער האט געבארגט אויף שווערע ציפעדיגע פראצענט; יעצט שטעלט זיך ארויס אז איינער פון די קרובים פונעם מוכר שרייט אז עס איז גארנישט יענעמ'ס, עס איז זיינ'ס; זיי קריגן זיך שוין דריי יאר אין קארט, ביז דערווייל צאלט ער ציפעדיגע ריבית, די טייטל קאמפעני זאגט 'ווארט, מען וועט זען ווער איז גערעכט'; בקיצור, דער אינגערמאן זאגט עס קאסט אים הונדערטער טויזנטער דאלער, ער קען נישט אנגיין מער. דאס איז א אינגערמאן וואס אלע טראכטן 'ער האט עס', 'ער מאכט עס', 'ער האט שווערע געלטער', און קוק ווי ער ליידט; יעצט פרעג איך דיר, אז דו ביסט א מלמד, דיין טאג גייט אריבער מיט אידישע קינדער, ארבעסט טאקע שווער אבער עס וועט בלייבן דיין ארבעט לנצח נצחים...


איך בעט דיר זייער זאלסט דערציילן יעדע פרט פארן מנהל נרו יאיר, יעדע פרט ופרט וואס טוט זיך אין קלאס און אויפן באס; געענדיגט מיט נישט רעדן, דער מנהל דארף וויסן יעדע פרט וואס טוט זיך, יעדן טאג זאלסטו אים עפעס דערציילן, ווייל נאר אז מען ארבעט אינאיינעם קען מען מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5009 - עס איז נישט געזונט פאר קינדער צו האבן גרויס געלט
חינוך הילדים, הפצה

בעזרת ה' יתברך - ום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יישר כח פארן לערנען מיט מיינע קינדער דעם בלאט גמרא יעדן טאג, איך האב זייער הנאה. איך שמועס מיט מיין זון, איך פרעג אים וואס מען לערנט, ער זאגט מיר נאך פון אויסענווייניג זאכן פון די גמרא; ממש וואונדערליך ווי דו לייגסט אריין אין יונגע קינדער זיי זאלן ארויסנעמען יעדן טאג פונעם בלאט גמרא ידיעות התורה, און א באזונדערע יישר כח פארן זיי נעמען הפצה, זיי אויסלערנען גיין פארשפרייטן אמונה פאר נשמות ישראל.


ווען דו נעמסט די קינדער הפצה געב אכטונג זיי זאלן נישט האלטן די געלט פאר זיך, די עלטערן זאלן נעמען דאס געלט אדער זאלסטו דאס צוזאמנעמען עס זאל גיין פאר הדפסה פאר קויפן נאך ספרים; עס איז נישט געזונט פאר קינדער צו האבן גרויס געלט.


און א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דיין ווייב תחי' טוט פאר בית פיגא און פארן מאכן שיעורים פאר ווייבלעך, דאס איז ממש הצלת נפשות, פשוט כמשמעו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5008 - מען קען נישט זיין קיין מלמד אויב מען איז אפילו נאר איין מינוט שפעט
מקוה, חינוך הילדים, חדר, היטן די צייט, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - ום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן האבן די בחורים מיר דערציילט א מעשה פון דיר וואס האט מיך זייער באנומען, איך האב געדאנקט דעם אייבערשטן אז דו ביסט מלמד ביי אונז.


זיי דערציילן אז א קינד האט איינגעמאכט אין כיתה און דו האסט עס באמערקט, און ווען דו האסט געזען אז ארום זיין טיש איז וכו' און באלד וועלן די קינדער דאס באמערקן און ער וועט ווערן פארשעמט, ביסטו אריבער מיט א קאווע און מיט חכמה אויסגעגאסן; האסט געגעבן א שריי: "אוי וויי, די קאווע האט זיך אויסגעגאסן", אזוי איז נישט מעגליך געווען צו כאפן אז דאס קינד האט דארט איינגעמאכט; איך האב געזאגט: "שכוח אייבערשטער אז מיר האבן מלמדים וואס האבן אזא הארץ, טראכטן ווי אזוי אכטונג צו געבן אויף די קינדער ווען זיי מאכן טעותים".


אז דו שטייסט אויף שפעט און דו האסט א פראגע, אדער מקוה אדער גיין אין חדר? איז דער ענטפער: "דו דארפסט גיין אין חדר"; איי איך האב דיר נעכטן געזאגט אז מען קען נישט זיין קיין מלמד ביי אונז נאר אז מען גייט אין מקוה? זאג איך דיר יעצט: "אמת, מען קען נישט זיין קיין מלמד ביי אונז אז מען גייט נישט אין מקוה, און אויך קען מען נישט זיין קיין מלמד - נישט ביי אונז און אין קיין שום פלאץ אויף דער וועלט - אויב מען איז אפילו איין מינוט שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5007 - ביסט נישט אזוי שלעכט ווי דו מיינסט
שמחה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך, געב נישט אויף, ביסט נישט אזוי שלעכט ווי דו מיינסט; פארט ביסטו א איד, ביסט גע'מל'ט, האסט א בארד און פיאות, פארט טוסטו אן תפילין, האסט א מזוזה ביי דיין טיר, גייסט מיט ציצית, פארט עסטו כשר'ס און העיקר ביסטו דאך פיל מיט גוטע ווילן, דו ווילסט זיין גוט און דו גלייבסט אינעם אייבערשטן; דארפסטו זייער פרייליך זיין.


די וואך וועט נישט זיין קיין ליל שישי שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5006 - די מלמדים וואס זענען אין כיתה צייטליך, האבן הצלחה מיט ישוב הדעת
מקוה, מלמדים, חדר, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף א באס רבי, אויף יעדן באס; קינדער קענען נישט פארן אן א באס רבי, עס איז זייער וויכטיג. אויך דארפן די מלמדים אדער אנדערע אפווארטן די קינדער ביים אנקומען אין חדר און ביים אהיים גיין, קינדער טארן נישט זיין הפקר פאר אפילו איין סקונדע; סיי אויבן אין פארקינג לאט ביי די באסעס דארפן זיין מלמדים אדער אנדערע צו זען אז די קינדער קומען אראפ דעם בארג, און סיי אונטן ביים בנין דארף מען אפווארטן די קינדער.


בכלל וויל איך דיר זייער בעטן זאלסט רעדן צו די מלמדים קלארע ווערטער אז מען מוז זיין צייטליך, און אויב מען האלט נישט קיין זמנים - זאלסטו נעמען פרישע מלמדים. זאג די מלמדים: "געענדיגט מיט סטראשען, מיר דארפן נעמען די ארבעט ערנסט", און אז א מלמד פרעגט דיר וואס זאל ער טון אויב ער שטייט אויף שפעט, פון איין זייט האט דער ראש ישיבה אים געזאגט ער מוז גיין אין מקוה און פון די אנדערע זייט איז שוין שפעט...? זאלסטו אים זאגן: "געענדיגט מיט די קינדערישקייטן".


קוק גוט וועסטו זען, די מלמדים וואס זענען אין כיתה צייטליך, זיי זענען אין כיתה נאך איידער די קינדער זענען דארט - די האבן הצלחה, די דארפן נישט שרייען און נישט פארגיטיגן, אלעס גייט מיט ישוב הדעת.


איך יאג זיך זייער צו די בחורים, איך וועל נאך רעדן מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5005 - זאלסט האבן כח פאר די חדרים אין ירושלים, טבריה און אין בני ברק
אמונה, חדר

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל


איך פריי זיך זייער אז דו העלפסט אויפשטעלן די חדר אין בני ברק, זאלסט זיין געבענטשט מיט אלע ברכות.


איך וואונטש דיר זאלסט האבן כח צו קענען העלפן סיי די חדר אין ירושלים, טבריה און די נייע חדר אין בני ברק.


אז דו וועסט זיך צובינדן צום אייבערשטן, דו וועסט זיך איבערגעבן צו אים און לעבן מיט א שטארקע אמונה - וועסטו קענען טון און טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5004 - שמועסט מיט די מיידלעך פון די שיינקייט פון זיין א אידישע איידעלע פרוי
צניעות, חינוך הילדים, עסן, בל תשחית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת .. תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען קען אויסארבעטן נישט אוועק ווארפן קיין עסן, נאר געבן פאר משפחות - איז דאס זייער א גרויסע מצוה; סיי נישט עובר זיין אויף בל תשחית און סיי העלפן משפחות וואס קענען נישט איינקויפן, זיי לעבן אין דחקות.


די מיידל ... תחי' איז זייער צעקלאפט, איר דארף מען זייער אויפבויען; זי קומט נישט צייטליך נישט ווייל זי וויל נישט, נאר ווייל זי איז זייער צעקלאפט וכו'.


רעדט מיט די מיידלעך, שמועסט מיט זיי - פון דאס שיינקייט פון זיין א אידישע איידעלע פרוי; לייגט אריין אין זיי א ליבשאפט צו איידלקייט, א ליבשאפט צו די תורה און צו גיין אין די וועג פון צדיקים.


בנוגע די מוזיק ווידיאו וואס איר גייט מאכן מיט די מיידלעך, וויל איך אייך בעטן, מאכט זיכער עס זאל זיין אויף אונזערע השקפה; נעמט ווייבלעך וואס זוכן נישט נאכצומאכן די וועלט, נעמט תלמידות וואס זייער קאפ און מח איז 'דער רבי' און 'מוהרא"ש', נישט ווייבלעך וואס האבן שוין געקוקט אזויפיל מאוויס אין לעבן און געהערט אזויפיל נישט אידישע ניגונים וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5003 - אז מען זוכט זיך אליין גליקן, קען זיך עס ענדיגן זייער ביטער
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


טוט נישט די נארישקייט נאכאמאל, עס קען זיך ענדיגן זייער ביטער; ווארטס מיט געדולד אז דער אייבערשטער זאל אייך שיקן אייער באשערטע.


אסאך ווייבלעך האבן היינט זייער חרטה אויף וואס זיי האבן געטון אין די יונגע יארן, ווען זיי האבן שטארק געוואלט א כלה ווערן און זיי האבן זיך אליין געזוכט גליקן וכו'.


ווארטס אויס דער אייבערשטער זאל אייך שיקן אייער שידוך.


 

#5002 - נעם נישט צום הארצן ווען א טאטע האלט דיך פָאר אויף עפעס פון חדר
מלמדים, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


ווער נישט אויסער זיך ווען א טאטע האלט דיך פאר אויף עפעס פון חדר; אויב א טאטע האלט דיך פאר - זאלסטו אים אויסהערן און זאגן "יישר כח", און ממה נפשך, איז דאס א זאך וואס מען דארף מתקן זיין - זאלסטו זיך פרייען, איז דאס א זאך וואס דער טאטע אליין וואלט אויך גארנישט געקענט טון, ווען זיינע קינדער קריגן זיך אין שטוב טוט ער אויך גארנישט - זאלסטו דאס איבערשמועסן מיטן מנהל, נעם עס נישט פערזענליך.


איך בעט דיר זייער, ווער נישט אויסער זיך און נעם נישט פערזענליך ווען עלטערן האלטן פאר אדער רעדן נישט מיט דרך ארץ; וואס ווייסן עלטערן וואס גייט אריבער אויפן מלמד... וואס ווייסן עלטערן וואס א מלמד טוט איין טאג, איין שעה - מיט די קינדער... זיי ווייסן דאס נישט און וויפיל מען וועט זאגן וואס א מלמד גייט אריבער - וועלן זיי סיי ווי נישט פארשטיין.


איך ווייס יא וואס א מלמד איז און וואס א מלמד גייט אריבער, איך בין געווען א מלמד און אויך היינט בין איך מיט בחורים טאג און נאכט, פון איין זייט איז דאס א שטיק חיות מען שפירט זייער צוגעבינדן צו די תלמידים, און פון די אנדערע זייט איז דאס א מחי' שווער, מען איז נישט מכיר אין די שווערע ארבעט, מען שפירט כסדר ווי מען וויל אויפגעבן, נאר אז מען בינדט זיך צו צום אייבערשטן, מען טראכט אז מען ארבעט פארן אייבערשטן - קען מען מצליח זיין.


ווער נישט אויסער זיך, קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5001 - מחזק זיין די יונגע ווייבלעך ווי אזוי צו פירן א אידישע שטוב
חיזוק פאר פרויען, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, ערב ט' באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר זאלט זיין געבענטשט פארן מאכן שיעורים פאר די יונגע ווייבלעך תלמידות בית פיגא, זיי מחזק זיין ווי צו לעבן, ווי צו פירן א אידישע שטוב; לערנט מיט זיי פראקטישע עצות ווי זיך צו באגיין מיטן מאן, מיט קינדער, מיט שטוב ווירטשאפט, און ווייזט זיי די וועג ווי אזוי צו לעבן בדרך התורה אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש, וואס האט אונז געלערנט די וועג פון הייליגן רבי'ן.


זייער גוט אז מען צעטיילט די שיעורים לויט די יארן, מען מאכט באזונדערע שיעורים פאר די תלמידות לויט די יארן וואס זיי האבן געלערנט אין שולע; מען קען מער מקבל זיין אז מען מאכט קלענערע שיעורים לויט די יארן.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח, איר זאלט ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט פון לערנען מיט די תלמידות בית פיגא; סיי מיט די מיידלעך און אויך מיט די ווייבלעך. עס איז נישט גענוג צו לערנען מיט זיי אין בית פיגא, מען דארף ווייטער לערנען מיט זיי, מען דארף זען די ארבעט זאל נישט גיין לאיבוד, און האלטן חשבון אויף אלע תלמידות, אלע זאלן קומען מזמן לזמן צו די שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5000 - לכתחילה דארף מען זיך גרייטן פריער
הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, ערב ט' באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בנוגע זיך שערן אינעם טאג וואס מען גייט וכו'; עס איז נישט קיין לכתחילה, ווייל עס קען זיין די קליינע האר בלייבט קלעבן און עס איז א חציצה, מען דארף זיך שערן אינעם פערטן טאג אדער פינפטן טאג.


בדיעבד אז מען האט פארגעסן זיך צו שערן קען מען זיך שערן אויך נענטער ווען מען גייט וכו', אבער לכתחילה שערט מען זיך נישט אינעם טאג וואס מען גייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4999 - זיך טרייסטן נאך די שווערע פארלוסט פון די טייערע באליבטע מאמע
אמונה, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, ערב ט' באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע משפחה, משפחת ... שיחיו


המקום ינחם אתכם, דער אייבערשטער זאל אייך טרייסטן אויף די גרויסע ווייטאג פון די פטירה פון ענקער טייערע באליבטע מאמע, מרת ... עליה השלום; דער אייבערשטער זאל ענק טרייסטן, איר זאלט נישט וויסן מער פון קיין ווייטאג און צער.


ענקער מאמע איז ארויף אין הימל מיט אזויפיל גוטע מעשים, זי האט מיטגענומען אזויפיל זכותים מיט זיך, מען קען זיך נישט פארשטעלן דער שכר וואס איז איר אנגעגרייט אין הימל אויף אלע אירע מעשים טובים און פארן אויפברענגען אזא טייערע דור, ערליכע אידן, קינדער און אייניקלעך יראי השם.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא קטז.) ווען א מענטש גייט אוועק פון דער וועלט און לאזט איבער קינדער וואס גייען בדרך התורה, איז "כְּאִילוּ לֹא מֵת", עס איז אזוי ווי ער לעבט נאך. אזוי ווי עס שטייט (מלכים-א כא, יא): "וַהֲדַד שָׁמַע בְּמִצְרַיִם כִּי שָׁכַב דָּוִד עִם אֲבֹתָיו, וְכִי מֵת יוֹאָב שַׂר הַצָּבָא", דער קעניג פון מצרים האט געהערט אז דוד ליגט און זיין גענעראל יואב איז געשטארבן, פארוואס ביי דוד המלך שטייט "שָׁכַב דָּוִד" און ביי יואב שטייט "מֵת יוֹאָב"? נאר ווייל דוד המלך האט איבערגעלאזט קינדער צדיקים, הייסט עס נישט ווי ער איז געשטארבן נאר כאילו ער שלאפט; ענק האבן איר נישט פארלוירן, זי בלייבט מיט ענק.


די ווייטאג איז זייער גרויס, אז מען פארלירט א מאמע איז געפערליך; אבער איר דארפט מיט אלע ענקערע כוחות זיך שטארקן מיט אמונה, און חס ושלום נישט אריינפאלן אין עצבות, ווייל אויב די קינדער זענען בעצבות האט די נשמה פון דעם גרויס צער; דארפט איר זיך זייער שטארקן מיט אמונה, גלייבן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, (דברים לב, ד): "קֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", דער אייבערשטער מאכט נאר גוט; מיט אמונה וועט איר קענען זיין בשמחה, אזוי וועט די נשמה האבן א רו.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז אלע און אונז שוין שיקן משיח צדקינו במהרה בימינו.


 

#4998 - מעג מען אים געבן צוקער ווען דער דאקטער לאזט נישט?
שמחה, שלום בית, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, ערב ט' באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז דער דאקטער זאגט אים ער טאר נישט עסן קיין צוקער און זי לייגט אים נישט קיין צוקער אין די עסן, און ער שרייט אויף איר: "טייל מיך נישט איין וואס צו טון, קאנטראל מיך נישט", און זי פרעגט אויב זי מעג על פי הלכה אים לייגן צוקער אין זיין עסן אין זיין טרינקען.


ווי איך פארשטיי איז נישט די צוקער וואס טוט אים וויי, נישט דאס שטערט אים; וואלט זי אים געמאכט שפירן ווי א טייערקייט, וואלט זי גערעדט צו אים מיט עהרע - וואלט ער קיין צוקער נישט געדארפט; ער שרייט 'צוקער' אבער ער דארף 'עכטע צוקער'.


א פרוי קען מיט חכמה אלעס פועל'ן ביים מאן; פרויען מיט אביסל פון זייער חכמת נשים, מיטן מאכן שפירן דעם מאן ווי ער איז ווערד - קענען זיי ווען אלעס אויף דער וועלט פועל'ן; דאס איז קלאר און דאס איז ביי יעדן איינעם, נישטא קיין אויסנאם.


זייט איר מחזק, זי זאל אים שעצן און עהרע געבן, און אויב מיט דעם אלעם דארף ער צוקער - זאל זי אים געבן אביסל צוקער.


שמחה היילט אויס, שמחה נעמט אוועק אלע מחלות, שמחה איז די מקור הברכות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד) אלע מחלות קומען פון עצבות און מרה שחורה; דעריבער האט אונז דער רבי אזוי שטארק געהייסן זיך מוסר נפש זיין אויף מידת השמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4997 - א סגולה פון הייליגן רבי'ן צו האבן קינדער
קינדער, אמונה, חיזוק פאר פרויען, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי אייער ווייטאג, איר ווארט שוין אזוי לאנג אויף א גוטע בשורה, און ווען איר האט זיך דערוויסט אז עס איז שוין דא גוטע נייעס זענט איר געווארן פרייליך, און יעצט איז דאס געווארן אויס, זענט איר זייער בצער.


ערשטנס זאלט איר וויסן אז אלעס איז פון הימל, דער אייבערשטער מאכט אלעס נאר צום גוטן, דער אייבערשטער מאכט אלעס מיט א פינקטליכער חשבון, אלעס איז פאר די טובה פונעם מענטש, עס קען נישט זיין בעסער ווי וואס דער אייבערשטער מאכט, און צווייטנס זאלט איר פון דעם ארויסנעמען חיזוק און זען אז איר קענט האבן קינדער; איר דארפט מער נישט זיין פארזארגט.


טראגט מיט זיך א מאגינעט, דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן פא): "מַאגִינֶט סְגֻלָּה לְבָנִים", א מאגינעט איז מסוגל צו האבן קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#4996 - יישר כח פאר'ן ארייננעמען די בחורים צו באדינען דעם רבי'ן
משמש דעם רבי'ן, ישיבה, חתונה, סוכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר 


עס איז כדאי זאלסט שוין פרעגן דעם שכן ... אויב מיר וועלן קענען אויך די יאר דינגען דעם פלאץ אנטקעגן די ישיבה צו קענען מאכן די סוכה, ווייל מען קומט שוין נענטער צו די ימים טובים; מיר פארן שוין קיין אומאן און מיר דארפן שוין זארגן פאר א סוכה.


אויך זאלסטו באשטעלן טרינקען און אלעס וואס מען דארף פאר חתונות אין ישיבה, ווייל די טאג וואס מיר הויבן אן חדר, מאנטאג כי תבוא – וועט זיין א חתונה אין ישיבה, דינסטאג אויך און מיטוואך אויך. דאס הייסט מיר קומען אהיים פון שטעטל זונטאג, און מאנטאג הויבט זיך אן גלייך די ארבעט; זאלסטו שוין זארגן אלעס זאל זיין גרייט.


אויך איז כדאי צו איבער-פעינטן די ישיבה; די בית המדרש און די לאנטש רום. מען דארף דאס שוין טון ווייל אין פינף וואכן – גייען מיר שוין צוריק.


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר, בעיקר מיטן געבן ארבעט פאר די בחורים, זיי ארייננעמען אין די ארבעט זיי זאלן באדינען דעם רבי'ן; ווייל אלע וואס באדינען דעם רבי'ן, העלפן אין ישיבה – די האבן מער שאנס צו בלייבן ביים רבי'ן.


 

#4995 - די עבודה פון זיך פרייען מיט מצוות, קענען פשוט'ע מענטשן אויך טון
שמחה, צדיקים, עבודת השם, אריז''ל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


היינט איז די יארצייט פון הייליגן אריז"ל. עס איז באוויסט אז דער אריז"ל האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי חיים ויטאל זכרונו לברכה, אז צו אלעס האט ער זוכה געווען פון שמחת המצוות; ער האט זיך געפרייט ביי יעדע מצוה אזוי ווי ער וואלט פארדינט א הון רב. און די עבודה פון זיך פרייען מיט מצוות קענען מיר פשוט'ע מענטשן אויך טון; וועלן מיר אויך זוכה זיין צו שיינע זאכן.


מענטשן טראכטן אז מען דארף טון שווערע עבודות צו זיין אן ערליכער איד, מען דארף טון עבודות ווי 'פאסטן' און 'זיך פייניגן', און דאס מאכט מען זאל זיך מייאש זיין פון דינען דעם אייבערשטן, אבער די צדיקים האבן אונז מגלה געווען אז נישט פאסטן, און נישט די סארט עבודות – איז עבודת השם, נאר שמחה; זיך פרייען מיטן 'שלא עשני גוי, איך בין נישט קיין גוי', און מיט די מצוות וואס מען טוט – דאס ברענגט צו די העכסטע מדריגות.


מאך פרייליך דיין ווייב.


 

#4994 - די גבאים דארפן זען אלע מתפללים זאלן זיין פרייליך און הנאה האבן
דרך ארץ, שטעטל, משמש דעם רבי'ן, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר 


אזוי ווי מיר גייען בקרוב עפענען דעם זיבעטן שול אין שטעטל, אויף רחוב ירושלים; וויל איך דיר בעטן צו זיין גבאי אינאיינעם מיט הרב ישראל יוסף שליט"א.


זיין א גבאי איז א גרויסע זאך, בפרט אין א שול וואס איז על שם רבינו – איז דאס א שימוש רבינו.


זאלסט זען עס זאל זיין ריין און צוזאמגענומען אין שול און עס זאל זיין דרך ארץ, מען זאל נישט שמועסן ביים דאווענען. די גבאים דארפן זארגן פאר די מתפללים אלע זאלן זיין פרייליך און הנאה האבן אין שול.


איך וועל נאך רעדן מיט דיר פנים בפנים, לאז מיר וויסן אויב דו נעמסט אן די הייליגע אמט.


די שטעטל שטייט נאכנישט קיין לאנגע צייט און מיר האלטן שוין ביי זיבן שולן; האשקי, אשר בנחל, עצתו אמונה, מקור השמחה, פעולת הצדיק, לקוטי מוהר"ן און יעצט היכל הקודש ירושלים.