בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9 - בוי ארויס דיין הויז, און מאך זיכער צו האבן א פלאץ פאר א סוכה
שלאפן, חינוך הילדים, מאוויס, דירה, סוכות, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב.


בנוגע ארויס בויען וכו'; אודאי זאלט איר ארויסבויען אייער דירה. איך ווייס אויך אז דער עיקר איז א בית נצחי, דאס בלייבט פונעם מענטש; אבער אז איר האט יעצט די מעגליכקייט ארויסצובויען און אויב איר וועט ווארטן וועט איר נישט קענען דארט בויען, די שכנים וועלן אלעס פארשטעלן וכו' - זאלט איר זיך שוין נעמען דערצו. אז איר האט נישט קיין געלט זאלט איר בארגן און דער אייבערשטער וועט מאכן גרויסע ניסים, איר וועט עס קענען שנעל באצאלן.


בנוגע די פארטש פאר די סוכה; אויף דעם זאלט איר אויך בארגן געלט און שוין מאכן א פארטש אז איר זאלט קענען האבן א סוכה. א איד דארף האבן א פלאץ פאר א סוכה; ווען מען גייט קוקן א דירה, אנשטאט קוקן אויף נישט וויכטיגע זאכן דארף א איד גלייך טראכטן פון די מצוות, פון די ימים טובים, צי ער וועט קענען האבן א סוכה פאר די משפחה, דעריבער זאלט איר אודאי מאכן די פארטש. דער אייבערשטער זאגט אויף דעם (ביצה טו:): "לִוּוּ עָלַי וַאֲנִי פּוֹרֵעַ"; ביי דעם איז אויך געזאגט געווארן: "חוּץ מֵהוֹצָאַת שַׁבָּתוֹת, וְהוֹצָאַת יָמִים טוֹבִים, שֶׁאִם פָּחַת פּוֹחֲתִין לוֹ, וְאִם הוֹסִיף מוֹסִיפִין לוֹ" - אויב מען געבט אויס געלט פאר שבת און יום טוב געבט דער אייבערשטער נאך מער שפע.


בנוגע אז דו און דיין ווייב גייען שלאפן שפעט און דער גאנצער סדר איז צעפארן; אלע משפחות מוטשען זיך מיט דעם, ווייל ווילאנג מען לייגט שלאפן די קינדער און מען איז מסדר די שטוב - ווערט שפעט, און מען דארף דאך אויך אביסל שמועסן מאן און ווייב, קומט אויס אז מען גייט שלאפן שפעט און מען שטייט אויף שפעט, נעמט אייך נישט צום הארצן פון דעם.


בנוגע אייער קינד וכו'; מען מעג ארויסלייגן א קינד אינדרויסן פון שטוב ער זאל שטיין ביי די טרעפ ביז ער בארואיגט זיך, ביז ער הערט אויף ווילדעווען. אזוי טו איך אויך; ווען איך זע ביי די גאר קליינע קינדער אז זיי פאלגן נישט, לייגט מען זיי שטיין אינדרויסן ביז זיי נעמען זיך פאר צו פאלגן.


געבט אכטונג דאס צו טון ווען זיי זענען נאך יונג, א שאד קינדער זאלן אויפוואקסן נישט פאלגעדיג; שפעטער איז שווער דאס צו פועל'ן, מען דארף דאס פועל'ן ווען זיי זענען נאך יונג. יונגע קינדער פון דריי יאר דארפן וויסן אז א ווארט פון מאמע איז א ווארט און א ווארט פון טאטע איז א ווארט - אן קיין פשרות.


בנוגע קוקן אין שטוב קליפס וכו'; דאס איז נישט כדאי. ברענגט נישט אריין קיין שום כלי וואס מען קען קוקן אויף דעם קליפס - אפילו ערליכע קליפס, ווייל דאס קען זיך ענדיגן נישט גוט.


שטארק זיך, גיי ווייטער אן מיט דיינע שיעורים כסדרן און זיי זיך מתבודד; גיי שפאצירן מיט'ן אייבערשטן, וואס עס ליגט דיר אויפ'ן הארץ זאלסטו אים בעטן.


זייט מתפלל פאר מיר, ווייל מען שלאגט מיר און מען האקט מיר; איך דארף רחמי שמים איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין.

#8 - רעד מיט דיין זון'ס מלמד לכל הפחות איין מאל א וואך
חינוך הילדים, מלמדים, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין ווייב'ס בריוו.


זע צו רעדן מיט דיין זון'ס מלמד לכל הפחות איין מאל א וואך און אים געבן געלט פאר'ן זיך אפגעבן מיט דיין זון נרו יאיר.


בנוגע קומען קיין אמעריקע; נישטא וואס צו טון אין אמעריקע, בלייב אין ארץ ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - מ'קען נישט זאגן וואס צו טון, נאר צו גיין צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, תהלים, שאלות, ספיקות, הדרכות, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס נישט וואס איר ווילט פון מיר האבן; טאג און נאכט הערט איר נישט אויף מיר צו זאגן איך זאל אייך זאגן וואס צו טון, וואו איר זאלט וואוינען וכו' און וואס איך וועל אייך זאגן וועט איר טון.


דאס איז א זאך וואס איז אין ברסלב נישטא, מען זאגט נישט אין ברסלב פאר א צווייטן וואס צו טון, וואס צו מאכן און ווי אזוי זיך צו פירן וכו' וכו'; אין ברסלב איז מען בסך הכל מחזק דעם מענטש נאכאמאל און נאכאמאל ער זאל נישט פארגעסן אז עס איז דא איין איינציגער באשעפער וואס טוט אלעס, מאכט אלעס און פירט אלעס.


איר האלט מיר אין איין שרייבן איך זאל אייך זאגן וואס צו טון, וואו איר זאלט וואוינען וכו'; יעצט ווען איך בין ארויס פון מיין וועג פאר אייך, איך האב אייך געענטפערט קלאר וואס צו טון, הייבט איר אן מוטשען איך זאל אייך אנדערש זאגן; איך מוז אייך זאגן, איך ווייס נישט וואס איר ווילט פון מיר האבן, איך האב אייך געזאגט אין אנהייב איר זאלט טון ווי איר פארשטייט, איך זע אז איר ווייסט אליינס וואס איז גוט פאר אייך און וואו איר זאלט וואוינען, איז וואס ווילט איר פון מיר האבן?


שטארקט אייך מיט התבודדות; יעדע שאלה וואס איר האט זאלט איר אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן. אלע ספיקות און בלבולים זאלט איר אויסרעדן צום אייבערשטן, דורכדעם וועט אייך ווערן קלאר, איר וועט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן. דאס איז די עצה, נאר דאס איז די וועג ארויסצוגיין פון בלבולים, ספיקות און נערוון וכדומה; רעדן צום אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן.


אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג תהילים. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח): תהילים איז אזוי ווי א משענת, אן אנלענער; עלטערע מענטשן וואס קענען נישט גיין אליינס, זיי האבן מורא פון אראפפאלן גייען זיי מיט אן אנלענער, זאגט דער רבי אז תהילים איז אן אנלענער פאר אונז וואס מיר האבן מורא אז אפשר טוען מיר נישט גוט, אפשר וועלן מיר פאלן, אפשר וועלן זיך זאכן נישט גוט אויסארבעטן, איז די עצה אויף דעם צו זאגן תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - איבערגעלאזט די שיינע הויז, צו מחנך זיין די קינדער אויפ'ן רבינ'ס וועג
חינוך הילדים, שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים-וילך, י"ח אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ומשפחתם שיחיו.


ברוכים הבאים בשם ה' ברכנוכם מבית ה'!


איך פריי זיך זייער אויפצונעמען אייער משפחה וואס האט זיך אריינגעצויגן אין קרית ברסלב; איר האט איבערגעלאזט אייער שיינע אייגענע הויז און איר זענט געקומען וואוינען אין א פשוט'ע דירה פאר רענט אבי צו קענען שיקן די קינדער - די אינגלעך און מיידלעך - אין א מוסד וואו מען איז מחנך די קינדער מיט'ן רבינ'ס וועג.


די הייליגע חכמים זאגן (מכילתא, הובא ברש"י), אויפ'ן פסוק (שמות יח, ה): "וַיָּבֹא יִתְרוֹ חֹתֵן משֶׁה וּבָנָיו וְאִשְׁתּוֹ אֶל משֶׁה אֶל הַמִּדְבָּר", יתרו איז געקומען צו משה רבינו אין מדבר; וואס פעלט אויס צו זאגן אז משה רבינו איז געווען אין מדבר? אלע ווייסן מיר וואו משה רבינו איז געווען, "אלא בשבחו של יתרו הכתוב מדבר", דער פסוק וויל אויסלויבן יתרו, "שהיה יושב בכבודו של עולם", ער איז געזעצן אין די שענסטע מכובד'יגסטע פלאץ, "ונדבו לבו לצאת אל המדבר", דאך האט ער אלעס איבערגעלאזט און געקומען אין מדבר, "מקום תהו", א וויסטע פלאץ, "לשמוע דברי תורה", צו לערנען תורה.


אז מען וואוינט אין שטעטל דארף מען זיין א חלק פון אויפבויען דעם שטעטל; זאלסטו מיר שרייבן וואס דו גייסט טון צו העלפן בויען דעם שטעטל.

#5 - קום נישט וואוינען אין שטעטל, אויב דיין ווייב וויל נישט
שלום בית, שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען וואוינען אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי; איך וויל זייער שטארק אז דו זאלסט דארט וואוינען, איך ווארט און איך האף אז דו וועסט דא זיין וואס שנעלער.


אבער אז דיין ווייב וויל נישט קומען וואוינען אין שטעטל - זאלסטו בשום אין פנים ואופן נישט קומען אין שטעטל; וואס וועסטו טון אז דיין ווייב וועט דיר זינגען טאג און נאכט: "דו האסט מיר אהער געשלעפט מיט געוואלד"? וואס וועסטו טון ווען זי וועט רעדן צו אלעמען אז זי וואוינט אין שטעטל באצוואונגענערהייט? ענדערש זאלסטו בלייבן וואוינען וואו דו וואוינסט יעצט און האבן א פרייליכע ווייב. אז זי וועט זיין פרייליך און צופרידן וועסטו אליינס מרויח זיין דערפון, זי וועט זיך אפגעבן מיט די קינדער און זי וועט דיר פרייליך מאכן, אבער אז זי וועט וויינען טאג און נאכט, און ביי יעדע זאך וואס וועט פעלן אין שטוב וועט זי זאגן: "זעסט? וועגן דיר!" "וועגן שטעטל!" נו וואס פעלט דיר דאס אויס?


דעריבער בעט איך דיר זאלסט איר נישט שלעפן מיט געוואלד; בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט וויסן וואס צו טון, דו זאלסט זיין צופרידן וואו דו ביסט.


ווייז דעם בריוו פאר דיין ווייב; זי זאל זען אז איך הייס נישט קומען אין שטעטל און איך באצוואונג נישט וואו מען זאל וואוינען, איך הייס מיינע תלמידים זאלן מכבד זיין די ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - זיך געפונען דאס פלאץ סיי וואו מ'איז נאר
יבנאל, תהלים, מוהרא"ש, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', יבנאל.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן און אים דערציילט אז מען טראגט אים אן א שידוך וואס דער שידוך אליינס געפעלט אים זייער, אבער היות ער דארף גיין וואוינען אין א צווייטע פלאץ וויל ער נישט אויסהערן דעם שידוך, ווייל ער שפירט אז ער וועט זיך נישט געפונען דאס פלאץ אין יענעם ארט, האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נו; שיחות הר"ן סימן קלט): "א מענטש דארף לעבן מיט'ן אייבערשטן, ער זאל זיך טרעפן דאס פלאץ וואו אימער ער געפונט זיך".


דאס זעלבע זאג איך אייך, זייטס פרייליך און צופרידן וואו איר געפונט זיך, בפרט אז איר וואוינט אין א הייליגע שטאט, איר וואוינט אין יבנאל עיר ברסלב, די פלאץ וואס מוהרא"ש האט געבויט מיט מסירות נפש; דארפט איר זיין פרייליך און אויסנוצן די הייליגע פלאץ, מיינטס נישט אז עס וואלט אייך בעסער געווען צו זיין דא וכו'.


זאגטס יעדן טאג דעם יום תהלים און בעטס דעם אייבערשטן אז איר זאלט באקומען אן ערליכער חתן, אן ערליכער מאן וואס לעבט מיט'ן אייבערשטן און האט גוטע מידות.


פרובירטס ארויף צו גיין וואס מער צום ציון פון מוהרא"ש; דארט זאלט איר זיך מתבודד זיין, איר זאלט בעטן פאר אייך און פאר אלע אידן, וועט איר בקרוב טרעפן א גוטע שידוך.


בעטס ביים ציון פון מוהרא"ש אויך פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - בלייב דארט וואוינען
דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אויב זי ליידט נישט דארט, סך הכל איז איר נישט אזוי באקוועם דארט ווייל זי האט נישט איר משפחה - איז נאך אלץ כדאי צו בלייבן דארט וואוינען; דארט וועט איר מער מצליח זיין, עס איז א רואיגערע פלאץ ווי די גרויסע שטאט וכו', וכו'.


זאג פאר דיין ווייב תחי', אז אויב זי וועט זיך נישט מסדר זיין קען מען אלץ צוריק גיין קיין בני ברק, ביז דערווייל בלייב אין אלעד.


זיי געזונט.

#2 - ברוך ה' אז מיר האבן געטראפן א דירה
כולל, שמחות, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר, ט"ו אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין חשוב'ער מחותן ר' ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א מעשה פון תפילה; מיר האבן אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן טרעפן א דירה פאר'ן חתן נרו יאיר, א געשמאקע דירה און ברוך ה' אז מיר האבן געטראפן א דירה; א פיינע דירה וואו די חתן כלה וועלן קענען אנהייבן זייער לעבן מיט'ן אייבערשטן, און דינען דעם אייבערשטן בקדושה ובטהרה.


מיין הארץ איז פול מיט לויב צום אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו טרעפן אזא טייערע כלה תחי' פאר אונזער זון נרו יאיר; "אילו פינו מלא שירה כים וכו' אין אנחנו מספיקים להודות לך", אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז.


דער חתן נרו יאיר וויל ממשיך זיין צו לערנען נאך די חתונה אין כולל; איך האף אים צו טרעפן א גוטע חברותא, אזוי וועט ער ברענגען נחת פאר אונז אלע.


ברוך ה' אלעס איז שוין גרייט צו די חתונה; מיר ציילן שוין די טעג, מיר ווארטן שוין זוכה צו זיין צו שטיין אונטער די חופה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו זען נחת ביי זיי און ביי אלע אונזערע קינדער; מיר זאלן קענען חתונה מאכן אלע קינדער יונגערהייט און ריינערהייט, אמן.

#1 - בנוגע מופן צו א צווייטע דירה
שלום בית, שאלות, דירה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי ב', מברכים החודש, כ"ח ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... וזוגתו ... שיחיו.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע מופן צו א צווייטע דירה היות איינער איז דארט געשטארבן רחמנא לצלן; דו דארפסט נישט מורא האבן פון די מעשה פון די פריערדיגע מענטש וואס זיין ווייב איז לא עלינו נפטר געווארן.


אבער בנוגע אז עס איז זייער שווער פאר דיין ווייב צו קריכן אזויפיל שטאק מיט די פיצלעך קינדער אן קיין עלעוועיטאר, צוליב דעם איז יא כדאי זיך אומצוקוקן פאר א דירה מיט ווייניגער טרעפ אז עס זאל נישט זיין אזוי שווער פאר איר אויפצוציען די קינדער.


זיי מחזק דיין ווייב, אזוי אויך זאלסטו איר העלף איר מיט די קינדער, און ווען דו העלפסט איר זאלסטו עס טון מיט הארץ, נישט זי זאל שפירן ווי דו טוסט איר א טובה און דו זוכסט יעדע רגע וואו דו קענסט זיך פטר'ן.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן נאר פונעם אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע ניסים.


לעת עתה בלייב וואונען אין קרית יואל.


א גוט שבת.