בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#39 - אזא געטריישאפט צו לערנען מיט די קינדער
בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גריסן פון בית פיגא, אז די מיידלעך פירן זיך מיט דרך ארץ און אז איר האט הנאה פון זיין א לערערין.


דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות וואס איר לייגט אריין אזויפיל כח און הארץ מיט אזא געטריישאפט צו לערנען מיט די קינדער, זאלט איר זוכה זיין צו נחת ביי אייערע קינדער, און זוכה זיין צו אמת'ע שלום בית, אמת'ע ליבשאפט, און צו א גוט געבענטשט יאר.

#38 - א מלמד דארף זיין גוט צוגעגרייט מיט א פונקטליכע סדר היום
תפילה והתבודדות, מלמדים, היטן די צייט, סדר היום, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש


עס איז וויכטיג צו מאכן א סדר היום, די טאג זאל זיין פינקטליך, דאס איז ביי אלע כיתות און בפרט ביי יונגע קינדער; דער מלמד דארף זיין אנגעגרייט, 'וואס גיי איך טון די גאנצע יאר? וויפיל דארף איך אנקומען א טאג, א וואך, א חודש, ביז די יאר גייט אריבער? וואס דארפן די קינדער קענען?' נאר אזוי קען מען מצליח זיין, און אז דער מלמד קומט אין חדר אן קיין פלאן - דעמאלט שפירן דאס די קינדער, און דעמאלט ווערט א צעפארעניש, דאס מאכט מען זאל שרייען און ווערן פארלוירן.


דער טאג מוז נישט זיין פינקטליך ווי א מאשין, אבער מער ווייניגער דארף זיין די טאג מיט א סדר; וויפיל צייט מען דאווענט, וויפיל צייט מען עסט, וויפיל צייט מען שפילט, וויפיל צייט מען קאלירט, ווען מען זינגט די אני מאמינס, ווען מען נעמט צאם די שפילצייג וכו' וכו'.


אן תפילה איז גארנישט דא; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מצליח זיין מיט די תלמידים און קיין איין תלמיד זאל חס ושלום נישט אוועק גיין פון די תורה וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#37 - מיינע ווערטער זאלן אריינגיין אין די הערצער פון די קינדער
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי', טיטשער בית פיגא


שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט, בינדט אייך צו צום אייבערשטן, וועט אייך די ארבעט זיין גרינג.


אז מען האט אינזין דעם אייבערשטן - איז די ארבעט געשמאק און זיס, מען שפירט ווי מען בויט דעם משכן, א בחינה פון ל"ט מלאכת המשכן, און אז מען האט אינזין עפעס אנדערש פונעם אייבערשטן, מען האט זיך אינזין - ווערט די ארבעט ביטער שווער, מען שפירט ביי די ארבעט ווי מען כאפט שלעק, א בחינה פון ל"ט מלקות (עיין ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יא).


יעדן אינדערפרי איידער איר גייט אין סקול (שולע) - זאלט איר זיך איבערגעבן צום אייבערשטן, זאגט אפאר ווערטער צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך געב זיך איבער צו דיר, איך גיי אין סקול לערנען מיט דיינע קינדערלעך, העלף מיר איך זאל מצליח זיין, העלף מיר מיינע ווערטער זאלן אריינגיין אין זייערע הערצער, העלף מיר איך זאל ליב האבן יעדן קינד און אויפבויען יעדן קינד, עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול פון מיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#36 - יעדע ווארט וואס מען רעדט מיט תלמידים איז עושה פירות
התחזקות, ישיבה, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דיינע טעג און יארן גייען אריבער מיט לערנען מיט בחורים די הייליגע תורה, די הייליגע אמונה ויראת שמים, און מידות טובות. איך ווייס עס איז דיר שווער, איך ווייס די געפילן וואס א מלמד און א מגיד שיעור גייען אריבער טאג טעגליך, איך בין שוין איבער צוואנציג יאר מיט בחורים טאג טעגליך, מען ארבעט שווער, מען האט חלישות הדעת, מען מיינט מען טוט נישט אויף, מען מיינט די דיבורים גייען נישט אריין אין די תלמידים, מען וויל אויפגעבן.


עס איז נישט אמת אז מען טוט נישט אויף, עס איז נישט אמת אז די דיבורים גייען נישט אריין, יעדע ווארט וואס מען רעדט מיט תלמידים איז עושה פירות; אמאל זעט מען גלייך די פירות און אמאל שפעטער, אבער דאס איז זיכער, עס לוינט זיך די שווערע מי און פלאג, ווייל עס גייט נישט לאיבוד.


איך ווארט אזוי שטארק זאלסט מיך רופן, מיר דערציילן וואס טוט זיך מיט די בחורים, איך ווארט צו הערן פון דיר וואס די בחורים מאכן, איך וויל נישט האבן סתם דעם טיטל ראש ישיבה, איך וויל זיין נאנט מיט די תלמידים.


אויך זאלסטו מחזק זיין די בחורים זיי זאלן מיר שרייבן לכל הפחות איין מאל א וואך א בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#35 - רעד מיט עלטערן שיינערהייט מיט סבלנות
מוסדות, סבלנות, הדרכות, היטן די צייט, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש, ירושלים


יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזערע מוסדות אין ארץ הקודש.


שיק מיר יעדן טאג א באריכט פון יעדע פרט אין די מוסדות, ווייל די חדר, די מיידל שול און די ישיבה - איז מיר וויכטיגער פון אלעס.


בנוגע די עלטערן וואס נעמען נישט ערנסט די זמנים וכו', יעדן שני וחמישי פעלן די קינדער; דארף מען רעדן צו זיי, זיי געבן צו פארשטיין אז קינדער איז נישט גוט ווען זיי גייען און קומען, פעלן וכו'.


רעד מיט עלטערן שיינערהייט, מיט סבלנות. היינטיגע טעג דארף מען רעדן צו די עלטערן זייער הייקל און זייער איידל, ווייל עס גייט אריבער אויף מענטשן שווערע ביטערע צרות, און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא, טז:): "אין אדם נתפס על צערו", מענטשן זענען שיכור פון צרות, מען פארגעסט אז מען האט א ווייב מיט קינדער, מען זעט נאר חובות, מען זעט נאר שטערנס.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער ברודער ... נרו יאיר, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט. איך ווייס גאר גוט וואס דו גייסט אריבער יעדן טאג און יעדע מינוט, איך גיי דאס שוין אריבער צוואנציג יאר; מען ארבעט ביטער שווער מיט קינדער ביז מען זעט פירות, און די עלטערן זענען פארנומען, זיי כאפן נישט וואס א מלמד טוט, וואס א לערערין טוט, מען האט נישט די ישוב הדעת צו געדענקען זיך צו באדאנקען, און טענות איז דא גענוג און נאך; דארף מען זיך זייער דערהאלטן, זיך מחזק זיין און נישט צעפאלן.


אז דו וועסט רעדן מיט דרך ארץ, מיט סבלנות - וועסטו אנקומען מיט אנשי שלומינו זייער שיין און זייער ווייט, מען וועט אלעס קענען פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - שוועריקייטן פאר'ן אייבערשטן, שפארט אייגענע שוועריקייטן
חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח, י"ז סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


די מנהלת תחי' האט מיר איבערגעגעבן א גוטע גרוס, אז איר גייט ווייטער אנהאלטן צו זיין א לערערין.


וויסן זאלט איר אז וויפיל מען טוט צו העלפן אויפבויען אידישקייט, העלפן בויען א סקול, העלפן בויען א קהילה - אלס מער שפארט מען זיך איין עגמת נפש פון די אייגענע לעבן, און ווער רעדט נאך אז מען העלפט אויפבויען א סקול וואו מען לערנט דעם הייליגן רבינ'ס לימודים, א סקול וואס לערנט די לימודים פון צדיק.


איך בין געווען א מלמד און זיך זייער געמוטשעט מיט געציילטע קינדער, ביי התבודדות פלעג איך אלץ דאנקען דעם אייבערשטן און זאגן: "הייליגער באשעפער איך נעם אן די עגמת נפש פון תלמידים און מיט דעם זיך שפארן אייגענע עגמת נפש מיט די ווייב, מיט די קינדער וכו' וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#33 - לערן מיט די בחורים, שמועס מיט זיי, שפאציר מיט זיי
מדות טובות, ישיבה, ליצנות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קדושים, א' דר"ח אייר, ט"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד צו די בחורים זיי זאלן זיך אויפפירן דערוואקסן, נישט מאכן קיין ליצנות פון מענטשן. איך הער אז עס איז דא צוויי בחורים וואס פירן זיך ווי קינדער, זיי רופן מענטשן מאכן פּרענקס, זיי מיינען אז אזוי ווערט מען דערוואקסן; דארפסט רעדן צו זיי פון גוטע מידות. לערן זיי אויס וואס הלל האט געלערנט מיטן גר (שבת לא.): "דְּעַלָּךְ סָנֵי, לַחֲבֵרָךְ לָא תַעֲבֵיד", וואס דו ווילסט נישט מען זאל דיר טון - טו נישט מיט א צווייטן, לערן מיט זיי די לימוד פון ימי הספירה, וואס רבי עקיבא האט געלערנט: "'וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ', זֶה כְּלַל גָדוֹל בַּתּוֹרָה" (ירושלמי נדרים ט, ד; שבת לא.).


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, איך האב דיך נישט געשטעלט צו זיין מנהל אויף טישן און בענק, איך האב דיך געשטעלט צו זיין מנהל אויף מענטשן, יונגע בחורים וואס זענען ליכטיג און טייער, מען דארף זיי לערנען; ווער נישט צעפאלן ווען דו זעסט אז עס איז דא אסאך קינדערישקייט צווישן זיי, לערן מיט זיי, העלף זיי, שמועס מיט זיי, שפאציר מיט זיי, שפיל זיך מיט זיי, כמעשה האינדיק וואס דער רבי האט דערציילט, ביז זיי וועלן אויסוואקסן געזונט און ערליך.


אחי היקר חזק ואמץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - רעדן און רעדן און רעדן, און ביים סוף פועל'ט מען
חינוך הילדים, הפצה, רעדן, ישיבה, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


האסט מיר געבעטן חיזוק צו זיין אין ישיבה מיט די בחורים, דו זאגסט די בחורים הערן נישט וואס מען זאגט זיי מיט איין מאל, מען דארף זיי זאגן אפאר מאל.


מאכסט מיך לאכן; וואס מיינסטו, מיט איין מאל רעדן קען מען יענעם טוישן לטובה? עס גייט נישט אזוי, מען דארף רעדן און רעדן און רעדן ביז מען זעט פירות, מען דארף אסאך סבלנות צו זיין מיט תלמידים, מען דארף שטארקע נערוון און אייזערנע געדולד צו זיי, אבער דאס דארף מען וויסן, אז ביים סוף פועל'ט מען; אז מען רעדט אמת'ע רייד, מען רעדט צו תלמידים פון יראת שמים, ביים סוף פועל'ט מען.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, און אז דו האסט מער נישט קיין כח, דו ווילסט אויפהייבן די הענט און אויפגעבן - זאלסטו אויפהייבן דיינע הענט צום אייבערשטן און בעטן דו זאלסט מצליח זיין מיט די תלמידים, זאלסט האבן חן, מיט די ריכטיגע ווערטער.


גיי יעדן טאג הפצה און לייג אריין אין די תלמידים זיי זאלן אויך גיין הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - א מנהל דארף מוטיגן און פרייליך מאכן די מלמדים
חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


האסט א גרויסע זכות מיטן צאמנעמען געלט פאר קמחא דפסחא און אויסטיילן פאר אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, איך בין מקנא דיין זכות. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו אלע ברכות און ישועות בזכות די גרויסע מצוה.


איך האב באקומען זייער אסאך בריוו פון אנשי שלומינו ווי זיי באדאנקען זיך אז די קמחא דפסחא געלט האט זיי ליכטיג געמאכט אין שטוב.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, זיי מחזק די מלמדים מיט די לערערינס; דאס איז דיין פליכט, א מנהל האט אסאך ארבעט, אבער דער עיקר ארבעט איז מוטיגן און פרייליך מאכן אלע מלמדים, אלע וואס ארבעטן פאר די מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - אויסלערנען די קינדער צו רעדן איידל
ניבול פה, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, כ"ב אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט מיט קינדער די הייליגע תורה, און דו לייגסט אריין אין זיי יראת שמים, אמונה און קדושה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:) אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "'וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד' אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", א מלמד וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער - איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די וועלט; מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין, וואס איז די זאך פון די שטערנס? נאר אזוי ווי עס איז נישט מעגליך אפצוציילן די שטערנס פון די וועלט - אזוי קען מען נישט אפציילן די גרויסע זכותים וואס א מלמד האט.


אויף דיין פראגע וכו'; זייער גוט האסטו געטון, און אזוי זאלסטו ווייטער טון, ווען דו הערסט קינדער רעדן נישט איידל - זאלסטו רעדן צו זיי, זאג זיי אז מען טאר נישט רעדן ניבול פה, מען דארף רעדן צו קינדער פון זיין ערליך און הייליג, און אז מען זאגט איין מאל, צוויי מאל, דריי מאל און מען הערט ווייטער רעדן - דארף מען שוין געבן א קנס אויסצולערנען צו זיין איידל און ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - מחזק זיין די לערערינס
בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, כ"ב אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהל בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


איך וויל אייך נאכאמאל מחזק זיין איר זאלט מחזק זיין די טיטשערס, זיי דארפן אייערע גוטע ווערטער. איר האט נישט קיין אנונג וואס טוט זיך אפ אינעם מח פונעם מענטש, וויפיל דמיונות און בלבולים; מען דארף מיך יא, מען דארף  מיך נישט; די קאנפידענס איז אזוי שוואך אז פון יעדע זאך קלאפט מען זיך אראפ.


איך בעט אייך איר זאלט זיך מאכן א בוך מיט אלע איינגעשטעלטע און אויסרעכענען איין מאל א וואך צו רעדן מיט יעדן איינעם, סיי אויב איז דא זאכן וואס מען דארף בעסער מאכן - זאלט איר זיי זאגן שיינערהייט וואס בעסער צו מאכן, און אודאי און אודאי גוטע ווערטער; ווייל די וויכטיגסטע זאך איז די טיטשערס זאלן זיין זיכער ביי זיך אז זיי זענען גוט און זיי טוען גוט די ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - די פרישטאג אין חדר זאל זיין קורצער
חדר, הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקרא, ט' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע די פרישטאג אין חדר זאל זיין קורצער, די ערשטע שעות פון טאג דארף מען אויסנוצן פאר דאווענען און לערנען, נישט אויף לאנגע סעודות. מיר פלעגן אמאל בכלל נישט מאכן קיין פרישטאג פאר די קינדער, מען פלעגט גלייך אנהויבן דאווענען און לערנען, מיר האבן געמאכט די פרישטאגס נאר ווייל מיר האבן באמערקט אויף קינדער אז זיי קומען הונגעריג וכו', אבער נישט עס זאל אוועקגיין צייט, די שענסטע מינוטן פון טאג.


זיין א מלמד איז א חכמה ואינה מלאכה; צו זיין א מלמד דארף מען האבן צוויי כוחות, פון איין זייט זיין שטרענג אויף סדר, דרך ארץ, משמעת (דיסציפלין), און פון די אנדערע זייט – א ווייכע הארץ מיט א שמייכל צו יעדן, און שכל ווי אומצוגיין מיט יעדן קינד; מיט אסאך אסאך תפילה.


נעם צאם אלע בריוו פון אלע יארן וואס רעדן זיך פון מלמדות און מאך זיך א שיעור אין דעם, וועסטו אלץ געדענקען די מטרה פון אונזער חדר.

#27 - א מלמד דארף מער אכטונג געבן וואס ער הערט און ליינט
נייעס, צייטונגען, ליצנות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


געב זיך אכטונג וואס דו ליינסט און וואס דו הערסט, א מלמד דארף מער אכטונג געבן נישט צו הערן ליצנות, ווייל וואס מען הערט – דאס קומט נאכדעם ארויס ווען מען לערנט מיט תלמידים. א מענטש רעדט פון וואס ער טראכט, און מען טראכט פון וואס מען ליינט און הערט; דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו אויסהערן די נייעס האטליינס וואס איז ליצנות.


באמת איז נישטא קיין צייט צו ליינען צייטונגען און הערן די שטותים האטליינס; אדער לערנט מען אדער דאווענט מען, אדער רעדט מען מיט די ווייב, מען העלפט איר אין שטוב, אדער גיין מען הפצה וכו'.


בעט דעם אייבערשטן עס זאל דיר נישט ציען די סארט זאכן, עס זאל דיר ציען צו ענדיגן כל התורה כולה, עס זאל דיר ציען מקרב זיין אלע אידן צום אייבערשטן.

#26 - זאגן דעם מנהל און מנהלת וואס ליגט אויפ'ן הארץ
תפילה והתבודדות, מוסדות, רעדן, הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


זונטאג איז געווען ביי מיר משפחת ..., זיי זענען נישט צופרידן פון דעם מלמד ..., זיי זאגן זיי קוקן אן ווי מען דארף דורכשטופן די יאר, זיי וואלטן ווען צוריק געלייגט זייער קינד א כיתה אראפ, צו זיין פאריעריגער מלמד.


איך האב זיי פארגעהאלטן פארוואס זיי רעדן נישט צום מנהל; עפעס א פחד, א באהאלטענע פחד ליגט אין זיי, אז אויב זיי וועלן רעדן און זאגן וואס שטערט זיי, וועט דאס הייסן זיך אפרעדן. איך האב זיי געזאגט מען מוז רעדן, מען מוז זאגן דעם מנהל און מנהלת יעדע זאך וואס ליגט אויפן הארץ וואס איז נוגע די קינדער, נאר אזוי קען מען בעסער מאכן.


זיי זאגן זיי האבן שוין אפאר מאל גערעדט מיט דיר אבער נאכן רעדן ווייסן זיי נישט אויב זיי רעדן שטותים אדער זיי זענען גערעכט, דעריבער רעדן זיי נישט.


עפעס דארף מען מאכן אז די עלטערן זאלן יא וועלן רעדן און אויסשמועסן יעדע זאך וואס ליגט זיי אויפן הארץ, זיי געבן די גוטע געפיל אז מען וויל נאר מאכן גוט, און אז עס איז דא זאכן וואס מען דארף פאררעכטן - דארף מען מודה זיין על האמת און פאררעכטן.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, הויב אן דעם טאג מיט התבודדות; סתם א מענטש מוז אנהויבן דעם טאג מיט התבודדות, און זיכער איינער וואס האט אונטער זיך א מוסד, צענדליגע מלמדים מיט הונדערטער קינדער, ווי קען מען זיך דערווייגן צוצוגיין צו אזא זאך אן התבודדות, אן זיך איבערגעבן צום אייבערשטן.


גלייך אינדערפרי זאלסטו גיין א שפאציר פאר צוויי דריי מינוט און אויפהייבן די אויגן צום אייבערשטן, אים דאנקען פאר אלע חסדים און אים בעטן פאר הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - געבן ווארעמקייט פאר יעדע תלמידה
חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר די ווארעמקייט וואס איר געבט פאר די תלמידות, איך האב יעצט באקומען א בריוו פון א תלמידה וואס קומט פון א צעבראכענע שטוב, זי וואוינט ביי איר טאטע, איר טאטע האט נאכאמאל חתונה געהאט, זי שרייבט אז פון ווען זי גייט אהיים פון סקול - בענקט זי שוין צוריק צו קומען צו סקול, זי בענקט צו אייך, די גוטע געפיל וואס איר געבט איר; זי שרייבט, עס איז נאכנישט געווען אזא זאך אז איר זאלט אהיימגיין אן איר מאכן גוט שפירן.


יישר כח פארן געבן ווארעמקייט פאר יעדע תלמידה, און בפרט פאר די מיידלעך וואס קומען פון צעבראכענע שטיבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - ווארעם און ווייך צו די קינדער
מלמדים, התבודדות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, שובבי"ם, י' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב ליבערטי


וואלסטו געוואוסט וואס גייט אריבער אויף קינדער... עס זענען דא קינדער וואס קומען פון שטיבער וואס מען פייניגט און מען הרג'ט זיי; דער קינד ... נרו יאיר, די מאמע איז אזוי איבערגעשטרענגט, זי קען אים בייסן און אים שלאגן מכות אכזריות.


בעט איך דיר, זיי זיך זייער מחזק און זיי מחזק די מלמדים זיי זאלן זיך באנוצן מיט רחמנות, ווען מען נעמט אריין רחמנות - ווערט אלעס גוט; מען ווערט ווארעם און ווייך, און די קינדער שפירן דאס און זיי פאלגן.


געב זיך איבער צום אייבערשטן, גיי נישט אין חדר נאר נאכן גיין התבודדות; נאכן זיך אויסשמועסן, נאכן זיך אויסקרעכצן, נאכן זיך איבערגעבן - פארן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - די מלמדים און כולל אינגעלייט האבן די רואיגע לעבן
כולל, קנאה, ביזנעס, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, וואלסטו געוויסט וואס טוט זיך אין די וועלט, ביי די עשירים, ביי די גבירים – ווי זיי קרעכצן מיט חובות, מיט גרויסע הלוואות, זיי האבן נישט קיין מנוחה, זייער גאנצע לעבן איז דאגות – וואלסטו זיך געפרייט אז דיין לעבן איז פול מיט גוטע זאכן; דו זיצט מיט תינוקות של בית רבן רוב טאג, דו לערנסט תורה און דו ביסט עוסק אין תיקון העולם.


פאריגע וואך בין איך געזיצן א מיטינג מיט גרויסע סוחרים, גרויסע ביזנעסלייט, זיי האבן מיר דערציילט וואס טוט זיך אפ אין עולם המסחר, ווי מען דרייט מיט גרויסע הלוואות, מיט ביטערע שרעקעדיגע פראצענטן, פרעג איך זיי: "זאגט מיר, אויב אלעס איז א גרויסע בלאף, א ליגנט, נו ווער האט יא די לעבן? ווער האט די מנוחה ושלוה?" זאגן זיי מיר, פה אחד: "די מלמדים און כולל אינגעלייט"; שבט לוי האט עס, שבט לוי – זיי לעבן די רואיגע לעבן מיט מנוחה ושלוה.


זיי קיינעם נישט מקנא, זיי מקנא נאר דעם ערליכן איד.

#22 - א לענגערע, אבער בעסערע, וועג צו מאכן קינדער פאלגן
קינדער, לערערין, קאמפלימענטס, חינוך הילדים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו מאכן קינדער פאלגן, איינס איז א גרינגע און שנעלע וועג, דורך באשטראפן און ארויסשיקן פון כיתה, אדער פארשפארן אין א ליידיגע צימער וכו', די צווייטע וועג איז א וועג וואס נעמט אביסל לענגער, דורך אויפהייבן און אויסלויבן, שמייכלען און געבן ווארעמקייט וכו'.


וואויל איז א לערערין וואס געבט גוטע ווערטער פאר יעדן קינד און ספעציעל די קינדער וואס פאלגן נישט גלייך, ווייל די קינדער וואס הערן נישט ווען מען זאגט זיי דאס ערשטע מאל - די קינדער דארפן מער גוטע ווערטער, זיי דארפן אזוי וויכטיג א שמייכל, זיי ווארטן אויף ווארעמקייט און הארץ פון די לערערין.


זיין א לערערין איז א חכמה, עס איז נישט געמאכט פאר יעדן איינעם, עס איז נישט אן ארבעט וואס יעדע ווייבל, יעדע מיידל וואס זוכט א פרנסה - מעג דאס טון; מען דארף צולייגן הארץ, ווארעמקייט, שמייכל און חכמה - ווי אזוי אויפצוהייבן און אויפצולעבן די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - אז מען רעדט נאכאמאל און נאכאמאל, פועל'ט מען
רעדן, חסד, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, שובבי"ם, ו' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט מיט לערנען תורה מיט די טייערע בחורים, און מיטן אויסלערנען יראת שמים און פלאנצן אמונה.


בנוגע וכו'; ענדערש זאלסטו רעדן נאכאמאל און נאכאמאל צו די תלמידי הישיבה פון העלפן די מוסד, און ווער עס וועט האבן שכל - וועט העלפן, און ווער נישט - נישט.


בנוגע די מעשה פון סאטמער רבי זכותו יגן עלינו וואס האט געזאגט פאר די הנהלה אז ער וויל די בחורים זאלן עוסק זיין אין טון חסד, גיין אין שפיטעלער באזוכן חולי ישראל. אמאל האט מען דערציילט דעם רבי'ן אז די בחורים ווילן נישט גיין, האט דער רבי געזאגט: "אויב די בחורים גייען נישט אין שפיטאל טון חסד מיט חולי ישראל - דארף איך נישט קיין ישיבה"; דאס איז נישט אויף אזוי צו טון - פארמאכן די ישיבה, דאס איז ארויס צו ברענגען ווי חשוב דאס איז געווען ביים צדיק, אז בחורים זאלן עוסק זיין אין חסד.


מען דארף רעדן און רעדן און רעדן ביז מען פועל'ט, און אז מען רעדט און מען הערט נישט אויס - זאגט דאך די תורה - אז משה רבינו האט מען אויך נישט אויסגעהערט "מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה" (שמות ו, ט), נישט נאר דיך הערט מען נישט אויס, משה רבינו - רבן של ישראל - האט מען נישט אויסגעהערט, און וואס האט משה רבינו געטון? ער האט נאכאמאל גערעדט און נאכאמאל גערעדט, און ביים סוף האט משה רבינו יא גע'פועל'ט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - ווען עלטערן האבן טענות, זאלסטו זיי אויסהערן מיט א גוטע געפיל
מוסדות, היכל הקודש, הדרכות, אחדות, טענות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בא, שובבי"ם, ד' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, די וועלט שטייט אויף דיר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵּם אֶלָּא בִּשְׁבִיל הֶבֶל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן", די וועלט שטייט נאר אויף די תורה פון קינדער; נאך זאגן זיי (בבא בתרא ח:) אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד, 'אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת'", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער - איז צוגעגליכן צו די שטערנס פון די וועלט; מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט דאס זייער שיין מסביר זיין, אז פינקט ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון די וועלט - אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים א מלמד האט; ווייל ער פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן.


איך וויל דיך זייער בעטן, ווען עלטערן קומען מיט טענות - זאלסטו זיי אויסהערן און געבן א גוטע געפיל, נישט ענטפערן מיט גאוה: 'קענסט ארויסנעמען דיינע קינדער', פארט זענען זיי די עלטערן פון די קינדער.


בכן בעט איך דיך זייער, ווען מען האלט דיך פאר אויף זאכן וואס ווערן געטון אין חדר - זאלסטו אויסהערן און געבן די הרגשה אז מען וועט טון אלעס וואס מען קען זיי זאלן זיין צופרידן, מען זאגט נישט: 'קענסט ארויסנעמען דיינע קינדער', דאס איז נישט די וועג; בפרט ווען מען רעדט פון אנשי שלומינו, וואס אלע ווילן די חינוך פון היכל הקודש, אלע ווילן די קינדער זאלן אויפוואקסן מיט די עצות און שכל פון הייליגן רבי'ן; דארף מען זיך ליב האבן.


אפגערעדט ווען מען דארף טאקע פאררעכטן - דארף מען דאך זיכער אויסהערן און פאררעכטן; איך רעד אפילו ווען די עלטערן זענען נישט גערעכט - דארף מען אויך האבן גוטע מידות און וויסן ווי אזוי צו רעדן, נישט מיט גאווה און שחצנות ענטפערן, 'קענסט ארויסנעמען די קינדער'.


איך האף דו וועסט אננעמען מיינע רייד, ווייל עס פעלט א האר עס זאל צעפאלן ענקער חבורה וועגן נארישקייטן. דער סמ"ך מ"ם זיצט אויף די טרעפ אינדרויסן פון ענקער שול און ווארט אויף די רגע ווען וועט מען זיך שוין אנהויבן פיינט האבן, הי' לא תהיה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - האב מער רחמנות אויף די נאכגעלאזטע קינדער
רחמנות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע דיין תלמיד וואס האט א גערוך און ער איז אזוי נאכגעלאזט, און דו האסט נישט קיין געפיל צו אים, ער מאכט דיך נערוועז.


לדעתי דארפסטו זיך אפגעבן מיט דעם קינד מער ווי מיט די אנדערע, דארפסט רחמנות האבן אויף אים, ווייל א קינד וואס קומט מיט א שווערע גערוך, צעפלויגן וכו' – ווייזט דאס אז ער האט נישט א ווארעמע היים, די עלטערן זארגן נישט פאר אים.


בעט איך דיר, געב זיך אפ מיט דעם קינד, מאך אים שיין די פיאות, געב אים א שמייכל. געדענק וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט פשט אין "כְּאִילוּ יָלְדוֹ", וואס די הייליגע חכמים זאגן אויף: "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה" (סנהדרין יט:), מען זאגט דעם מלמד 'טראכט ווי דיין תלמיד איז דיין קינד'; דיין אייגן קינד וואלט דיך נישט נערוועז געמאכט, זאלסטו אויך פון די תלמידים נישט ווערן נערוועז.


לייג דיר אוועק דיין געלט, איך וויל דו זאלסט מיט דער צייט קויפן א הויז אין קרית ברסלב.

#18 - שמייכל צו יעדן קינד, און געב גוטע ווערטער פאר די מלמדים
חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


די אפיס זאל דיך נישט אוועק שלעפן פון די קינדער; די אפיס איז געמאכט אויב מען דארף עפעס אדורכשמועסן מיט א קינד פריוואט, אדער רעדן מיט מלמדים, און ווען מען האט נישט צו רעדן פריוואט - דארף מען בכלל נישט די אפיס.


דריי זיך ארום צווישן די קינדער, שמייכל צו יעדן קינד, דריי זיך ארום צווישן די מלמדים, געב זיי גוטע ווערטער, טו זיי מחזק זיין צו ארבעטן מיט הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - א מלמד זאל נישט קארגן קיין גוטע ווערטער, און רעדן אסאך אמונה
קאמפלימענטס, קדושה, אמונה, מוסר, חיזוק פאר מלמדים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד, דו לייגסט אריין אין די קינדער אמונה, תורה ויראת שמים; אין אזא דור וואס איז דא אזעלכע שווערע נסיונות – ברענגסטו אריין קדושה ואמונה.


עס איז דא צוויי וועגן צו רעדן צו די קינדער, אדער רעדן קעגן די פראבלעמען, אדער רעדן אזויפיל פון אמונה – אז אלע פראבלעמען פאלן אוועק. עס זענען דא מלמדים וואס רעדן טעג און וואכן פון די פראבלעם און פון די פרצה וכו', אבער דעם רבינ'ס וועג איז רעדן אזויפיל פון אייבערשטן – ביז עס ווערט (יחזקאל מג, ב): "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ" – די וועלט איז ליכטיג געווארן פונעם כבוד פונעם אייבערשטן.


אויך זאלסטו נישט קארגן גוטע ווערטער; מוסר ווערטער און קריטיק ווערטער – דאס דארף מען זייער קארגן, און ממש בלית ברירה, נאכן גוט אדורכטראכטן – נוצט מען אמאל די ווערטער, אבער גוטע ווערטער פאר קינדער – זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב): "כָּל מַה שֶּׁשִּׂכְלוֹ יוֹתֵר קָטָן", ווער עס האט א קליינעם פארשטאנד, "יוֹתֵר חָפֵץ בְּכָבוֹד", דארף מער כבוד.

#16 - א מלמד דארף האבן יראת שמים, ליצנות פארטרייבט די יראת שמים
קדושה, דאווענען, יראת שמים, ליצנות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דיינע יארן, דיינע טעג – גייען אריבער מיט הייליגע זאכן; ביסט א מלמד, דו לערנסט מיט קינדער די הייליגע תורה.


געב אכטונג נישט צו האבן מיט ליצנות, א מלמד דארף האבן יראת שמים, ליצנות פארטרייבט די יראת שמים. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות ליצנות, סימן ה): "עַל יְדֵי לֵיצָנוּת אֵין לוֹ חָכְמָה", ליצנות פארטרייבט די יראת שמים.


לייג אריין אין די קינדער א חיות ביים דאווענען און ביים לערנען, זיי זאלן דאווענען הויך מיט א לעבעדיגקייט, אויך זאלן זיי לערנען הויך אויפן קול, מיט א ברען.


רעד צו זיי פון קדושת הברית, פון נישט אנרירן אות ברית קודש, אויך פון זיך היטן די אויגן.

#15 - פארצייכענען יעדעס קינד, ווער האט שוין באקומען א שמייכל און גוט ווארט
אמונה, רפואה, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


די בית פיגא תלמידות זענען זייער צופרידן פון אייערע שיעורים, זיי זענען זייער אסאך מקבל פון אייך, זיי ווארטן צו קומען אין שולע.


רעדט אסאך צו די מיידלעך פון אמונה פשוטה, ווייל דאס איז די רפואה פאר אלע פראבלעמען; ווי מער מען שפירט דעם אייבערשטן – פאלן אוועק אלע מחלוקות, מען הערט אויף גליסטן, מקנא זיין אנדערע, מען רעדט נישט פון אנדערע, מען ווייסט אז דער אייבערשטער איז דא, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס.


אויך זאלט איר זיך פארצייכענען יעדע מיידל, ווער עס האט שוין באקומען א שמייכל, א גוט מארגן, א גוטן טאג. אויך זעט צו שמועסן מיט יעדע תלמידה במשך א וואך צוויי – פריוואט.


אויך לאזט מיר וויסן אייער פלאן פאר קומענדיגע זומער, אויב איר זענט גרייט נאכאמאל צו העלפן אין קעמפ.