בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#11 - די אלע מניעות ווען מען ווערט מקורב צום צדיק, איז א גרויסע טובה
כיבוד אב ואם, צרות, שלום בית, חסידות ברסלב, פרנסה, מוהרא"ש, ישיבה, ראש ישיבה, לשון הרע, מניעות, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט; בלייב שטארק. וואויל איז דיר אז מען האט דיר אפגעזאגט פון דיין אמט צוליב דעם אז דו ביסט א ברסלב'ער און נישט חס ושלום צוליב שלעכטע זאכן. מען הערט אזויפיל מעשיות פון תלמוד תורה'ס און ישיבות וואו מען ווארפט ארויס איינגעשטעלטע צוליב עבירות, אבער דיין גאנצע חטא איז אז דו ביסט א ברסלב'ער.


איך געדענק פון יארן צוריק ווען מען האט מיר אפגעזאגט פון מיין אמט פון זיין א מלמד מיט א מנהל, האט מיר מוהרא"ש זכרונו לברכה זייער מחזק געווען, מוהרא"ש האט מיר געזאגט די ווערטער: "אשריך שנתפסת על דברי תורה", וואויל איז דיר אז מען האט דיר ארויסגעווארפן צוליב דעם וואס דו האסט מזכה געווען אזויפיל בחורים מיט לערנען און דאווענען און אריינלייגן אין זיי אמונה; קוק נאך די בריוו וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן ערב יום הקדוש שנת ה'תשס"ט, עס איז געדרוקט אין אשר בנחל.


בלייב שטארק און זיי ממשיך נאך מער צו פארשפרייטן די הייליגע קונטרסים, ספרים און גליונות. דאס אלעס וואס דו גייסט אריבער, אנגעהויבן מיט די קלעפ שמחת תורה און די פרנסה וואס מען האט דיר מקפח געווען און די אלע בזיונות און שפיכות דמים, דאס וועט דיר נאר ברענגען נענטער צום אייבערשטן.


געדענק וואס מיר האבן היינט גערעדט, אויב דו וועסט זיך האלטן שטארק, דו וועסט אינאיינעם מיט דיין ווייב זיין שטארק, עס וועט זיין שלום און ליבשאפט צווישן ענק – וועט ענק קיינער נישט קענען צעברעכן.


פון אלעס וואס דו דערציילסט וואס דו גייסט אריבער, טוט מיר דאס מערסטע וויי אז דיין ווייב'ס עלטערן וויל נישט רעדן מיט ענק ווייל איר זענט נעבעך געווארן ברסלב. געוואלד און געשריגן, קוקט וואס לשון הרע טוט; זיי מיינען אז איר זענט אין נישט א גוטע פלאץ, וואלטן זיי געוויסט וואס דער רבי איז, וואס ברסלב איז, וואס מען לערנט ביים רבי'ן, וואלטן זיי געטאנצן פאר שמחה אז די קינדער גייען צו א רבי וואס געבט נאר יראת שמים, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם".


אוי ווי עס טוט וויי ווען עלטערן וויל נישט רעדן מיט א קינד, אוי שטעכט עס אין הארץ; די אנדערע זאכן זענען נישט קיין ווייטאג אנטקעגן די צער, וואס גייט מיר אן אז דער אדמו"ר האט געהייסן שלאגן? וואס גייט אן אז מען האט מיר אפגעזאגט פון א פרנסה? פרנסה געבט דער אייבערשטער, פרנסה איז דא אסאך, און דער אדמו"ר זאל זיין געזונט און שטארק און ווייטער אנכאפן זיינע חסידים זיי זאלן אים נישט אפלאזן; איך דארף אים בכלל נישט האבן, איך האב א רבי וואס העלפט מיר, א רבי וואס פארשטייט מיר, א רבי וואס ברענגט מיר צו לערנען און דאווענען און האבן שלום בית וכו'; אבער אז עלטערן ווילן נישט רעדן מיט א קינד – דאס שטעכט, דאס טוט וויי.


טייערער ברודער, זארג נישט; ביים סוף וועלן זיי שלום מאכן מיט דיר און דיין ווייב, זיי וועלן אויך אנקומען צום רבי'ן. אויב דו וועסט זיי ווייטער מכבד זיין, דו וועסט נישט רעדן קעגן זיי, דו וועסט טראכטן נאר גוטס אויף זיי – וועלן זיי אליינס קומען קיין אומאן.


וואס דארפסטו מער פון די מעשה וואס רבי נתן האט געהאט מיט זיינע עלטערן; אין אנהייב האט אים זיין טאטע גע'רודפ'ט עד חרמה, ער האט נישט געוואלט רעדן צו אים, ער האט אים ארויסגעווארפן פון שטוב, אבער ביים סוף האט ער אים אזוי ליב געהאט, ער האט אים גערופן אזוי ווי מען רופט אן אדם גדול, מיט א ר', "ר' נתן"; רבי נתן האט געזאגט: "טאטע, רוף מיר נישט מיט א ר'", אבער דער טאטע האט געזאגט: "איך האב פון דיר אזויפיל נחת, איך וועל דיר רופן ר' נתן".


די אלע מניעות וואס גייען אריבער אויף א מענטש ווען מען ווערט מקורב צום צדיק – איז א גרויסע טובה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה, בסוף): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת יוֹתֵר בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווער עס האט גרויסע מניעות ווען ער ווערט מקורב צום אייבערשטן, "דְּהַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת רַבּוֹת וּגְדוֹלוֹת כְּגוֹן מֵאָבִיו וְאִשְׁתּוֹ וְחוֹתְנוֹ", ער האט מניעות פון זיין טאטע, ווייב אדער שווער, "אוֹ מִשְּׁאָר בְּנֵי אָדָם שֶׁמּוֹנְעִים וּמְעַכְּבִים אוֹתוֹ מְאֹד, וּמְנִיעוֹת מֵחֲמַת מָמוֹן וכו'", אדער מניעות פון געלט, "הֵם טוֹבָה גְּדוֹלָה לְהָאָדָם", דאס איז א גרויסע טובה פאר'ן מענטש, "כִּי עַל יְדֵי זֶה", ווייל דורכדעם, "זוֹכֶה אַחַר כָּךְ לְקַבֵּל הַרְבֵּה קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", איז מען זוכה צו מקבל זיין שפע קדושה וטהרה צו ווערן מקורב צום אייבערשטן.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, איך בין אבער זייער טרוד, איך דארף מקצר זיין.


 

#10 - נישט אלעס דארף מען רעדן
רעדן, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זאג דיין ווייב זי זאל נישט רעדן וואס מען דארף נישט רעדן. איך הער צוריק אז זי זאגט פאר פרויען זאכן וועגן משפחת ... וכו'; מען דארף אליינס וויסן, אפילו מען כאפט אויף געוויסע זאכן, נישט אלעס דארף מען רעדן, בפרט ווען מען קען שאדן מאכן א צווייטן, ווען עס האנדלט זיך פון סכנות נפשות ממש.


די פרשה האט מיר געקאסט א שטיק געזונט און די אלע וואס האבן געהאט א חלק אין דעם וועט דער אייבערשטער זיי באשטראפן, לא יאבה ה' סלוח לו.


זיי זיך מחזק, שטארק זיך און שטארק דיין ווייב; איך וויל נישט זי זאל ווערן באליידיגט פון די בריוו, זי זאל נישט יעצט מיינען איך בין ברוגז; איך וויל נאר זי זאל טראכטן פאר זי רעדט סודות מיט די פרוי און מיט יענע פרוי פון די פרשה און יענעמ'ס פרשה וואס מען דארף נישט רעדן און מען דארף נישט וויסן, בפרט ווען עס קען זיין דיני נפשות ממש וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#9 - א שאד מען שרעקט זיך פון דמיונות
פחדים, תפילות אויף אידיש, שלום בית, אומאן, וואקסינען, לשון הרע, דמיונות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן בעט מיר איך זאל אייך בארואיגן, איר זענט אריין אין א שוידערליכע פחד אז ער האט גענומען די קאראנע וואקסין, איר זענט ממש נישט ביי זיך; אייער מאן וויינט צו מיר "ראטעווע מיר, מיין ווייב איז אין א סכנה".


מרת ... תחי', א שאד צו לעבן אין נארישע דמיונות, א שאד איר הערט אויס די נארישע מענטשן וואס פארדרייען דעם קאפ יעדן טאג מיט א צווייטע שרעק; היינט דערשרעקט מען מיט די קאראנע וואקסין, נעכטן שרעקט מען אן מיט אן אנדערע וואקסין, אייער נעכטן שרעקט מען אן אז מען גייט שטארבן פון א מין מאסקיט"א אדער טי"ק, אדער ווען מען שמעקט די פעינ"ט און די גלאנץ וואס מען שמירט אויף די פארקע"י, איינער שרעקט אן אז די מעל איז שעדליך, מען וואשט עס מיט סם; א צווייטער זאגט, אויב מען עסט מער פון דריי אייער א טאג – באקומט מען א הארץ אטאקע; יעדער איינער מיט זיינע פאנטאזיעס.


א שאד מען שרעקט זיך פון דמיונות, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כה): "צָרִיךְ כָּל אָדָם לְהוֹצִיא אֶת עַצְמוֹ מֵהַמְדַמֶּה וְלַעֲלוֹת אֶל הַשֵּׂכֶל", א מענטש דארף ארבעטן אויף זיך ארויסצוגיין פון דמיון און באקומען שכל; ווי אזוי ווייסט מען ווען מען דמיונ'ט אדער מען האט שכל? שכל איז איין זאך, שכל איז אייבערשטער, ווען א מענטש טראכט פונעם אייבערשטן, ער געבט זיך איבער פאר'ן אייבערשטן – דער האט שכל, אלעס אנדערש איז דמיון.


גלייבט מיר, איין לשון הרע איז אסאך מער שרעקעדיג, איין שלעכטע קוק, איין שלעכט ווארט וואס מען רעדט – דאס איז שעדליך, דאס הרג'עט מענטשן. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות לג) מען האט דערציילט פאר'ן הייליגן צדיק רבי חנינא בן דוסא אז עס איז דא אין שטאט א הייל און ווער עס גייט דארט אריבער קומט ארויס א שלאנג און געבט א שטעך, דער שלאנג לייגט אריין א גופט און מענטשן שטארבן. עס איז געווארן א פחד און א שרעק, אלע האבן געציטערט ארויסצוגיין פון שטוב, אלע פרויען האבן גערעדט נאר פון די זאך, וואו מען איז געגאנגען וואו מען איז געשטאנען איז געווען די נייעס "די שלאנג, די שלאנג". איז דער הייליגער צדיק רבי חנינא בן דוסא געגאנגען צום הייל, ער האט אויסגעטון זיין שיך און אריינגעשטעקט זיין פוס אינעם לאך פונעם הייל, די שלאנג איז ארויס פון די הייל און געביסן די פוס פונעם צדיק און איז גלייך געשטארבן, האט דער צדיק גענומען די שלאנג, דאס ארויפגעלייגט אויף זיין אקסל און געקומען אין שול, ער האט געזאגט: "מורי ורבותי, אלע ציטערן פונעם שלאנג, אלע רעדן פון די צרה פונעם שלאנג, קוקט! דא האט איר דעם שלאנג, דער שלאנג איז טויט, קוקט און בארעכנט זיך, פון וואס דארף מען מורא האבן? 'לא הנחש ממית', נישט דער שלאנג הרג'עט, 'אלא החטא ממית', נאר די עבירות הרג'ענען".


מרת ... תחי', א שאד צו לעבן אין פאניק און אומזיסטיגע שרעק, ווער עס וויל נעמען די וואקסין האט נישט וואס מורא צו האבן. גדולי הרבנים שליט"א האבן געשריבן אז מען קען דאס נעמען, אז אייער מאן נרו יאיר וויל פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה און איינע פון די וועגן ווי אזוי מען קען אריינקומען קיין אוקריינע איז דורך נעמען די וואקסין און ער האט דאס גענומען – דארפט איר נישט מורא האבן, עס וועט אים נישט שאטן.


די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא, י.): "גוף קשה, פחד שוברו", דער שטערקסטער מענטש קען ווערן אינגאנצן אפגעשוואכט פון פחד; פחדים איז זייער נישט געזונט, פחדים איז ערגער פאר'ן מענטש ווי אלע וואקסינען און אלע עסן און גערוכן.


ווען איר הערט איינעם רעדן פון דמיונות זאלט איר אוועקגיין פונעם שמועס, ווייל די פחד פון די שמועסן דאס איז זייער נישט גוט.


צינדט אן די אמונה ניגון פון "טאנץ מיט אמונה נומער דריי"; צינדט עס אן הויך, שטעלט אן די ניגון עס זאל איבערגיין נאכאמאל און נאכאמאל, און טאנצט: "דארפסט געדענקען און פארשטיין, אלעס איז פון אייבערשטן אליין, יעדע זאך פון גרויס ביז קליין, דער באשעפער פירט אזוי שיין. יעדע פייגל יעדע בין, יעדע פליג און יעדע שפין, אלע חיות אלע סארט, איז אנגעשריבן אין הימל דארט. יעדע ווינט וואס בלאזט, יעדע בוים יעדע גראז, אלעס האט א טעם פארוואס פון הימל פירט מען דאס, יעדע זאך וואס מען טוט איז אויסגערעכנט גוט, מיט א חשבון יעדע טריט, די ווייב, דער מאן, די דירה, גארנישט איז סתם, דער באשעפער מאכט די פלאן".


א כתיבה וחתימה טובה.

#8 - איר דארפט זיך זייער פרייען מיט אייער לעבן
שלום בית, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן אויף די מתנה וואס איר האט באקומען, אזא טייערער מאן; א תלמיד חכם און א ירא שמים מיט אויסטערלישע מדות.


נישט יעדער איז זוכה צו האבן א מאן מיט אלע מעלות, איינער באקומט א בעל מידות אן יראת שמים, איינער באקומט א ירא שמים אבער א שלעכטער, און אזוי ווייטער; איר האט א מאן מיט אלע מעלות.


בנוגע וואס איר פרעגט, וואס איר זאלט טון ווען פרויען זאגן אייך וכו'; עס איז מיר א גרויסע וואונדער צו הערן ווי נאריש מענטשן זענען, צו גיין רעדן צו א פרוי פון אלטע מעשיות וואס דער מאן איז אריבער. איך זאג אייך, ווען איך האב געליינט אייער בריוו איז מיר פשוט שלעכט געווארן צו הערן אז פרויען האבן נישט וואס צו טון נאר רעדן צו אייך פון אייער מאן'ס עבר, פון זיין פריערדיגע שידוך, ה' ישמרינו. איך בעט אייך, אויב איז דאס פרויען תלמידות פון מיין סקול וויל איך וויסן ווער די נארישע פרויען זענען; עס ליגט אויף מיר זיי צו מחנך זיין, איז דאס אנדערע פרויען - בין איך דאך נישט פאראנטווארטליך.


אייך זאג איך, די אלע מחשבות וואס קומען אייך אריין וכו' וכו' - איז נאר פונעם יצר הרע, דאס איז נאר צו שטערן די ליבשאפט וואס איז דא צווישן אייך און אייער מאן; איך זאג אייך נאכאמאל וואס איך האב אייך געזאגט פאר'ן שידוך: "איר זענט די ערשטע ווייב פאר אייער מאן"; ער איז נישט געווען חתונה געהאט, ער איז פשוט אריינגעפאלן וכו'. אזוי האט דער אייבערשטער געמאכט, מיר ווייסן נישט דעם אייבערשטנ'ס דרכים, בפרט אין דער ענין פון שידוכים.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די חסדים, אז איר האט א מאן אן ערליכער איד. איר קענט זיך נישט פארשטעלן וויפיל טייכן טרערן פרויען פארגיסן שטילערהייט אז זיי זאלן אויך האבן א מאן אן ערליכער איד. נישט אלעס וואס זעט אויס גלאנצעדיג פון אינדרויסן איז טאקע גלאנצעדיג, נישט יעדע פרוי וואס שמייכלט - מיינט אז עס גייט איר גוט. עס זענען דא אזוי סאך צעבראכענע הערצער, און אז איר האט א מאן א תלמיד חכם - דארפט איר נאר דאנקען דעם אייבערשטן, און בעטס פאר אייערע דורות זיי זאלן אויך זיין ערליכע אידן.

#7 - אז מ'טענה'ט זיך מיט לצים, ווערט מען אליין א לץ
וויכוחים, משפחה, לשון הרע, לצנות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב אכטונג נישט צו טענה'ן מיט לצים, עס נעמט נישט לאנג מען זאל ווערן אפגעקילט; ווער עס האט צוטון מיט לצים, ווער עס גייט אין א ויכוח מיט א לץ – דער ווערט אליינס א לץ און מען פאלט אוועק.


איך האב זייער מורא פאר דיין עתיד, איך ציטער דו זאלסט זיך נישט אפקילן פון רבי'ן. מיט דעם וואס דו טענה'סט זיך מיט דיינע שוואגערס ביי די שבת סעודות – קענסטו נאכדעם אלעס אפלאזן.


איך בעט דיר פאר דיין טובה וועגן, פון היינט און ווייטער זאלסטו נישט רעדן פון רבי'ן און פון די ישיבה מיט זיי; ווי נאר זיי הייבן אן חוזק מאכן פון די שיעורים, פון די בריוו – זאלסטו זיך מאכן ווי דו הערסט נישט, און אז זיי שפעטן ווייטער - זאלסטו גיין אין א ווינקל און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין פאר'ן הערן לשון הרע, הוצאת שם רע, רכילות און ניבול פה אויפ'ן רבי'ן און אזוי ווייטער.


מיין הצלחה אלע יארן איז געווען אז איך האב זיך מיט קיינעם נישט גע'טענה'ט. איך האב קיינמאל נישט געזוכט אויפצואווייזן די מענטשן אז מוהרא"ש איז יא א צדיק, איך האב געקוקט אויף זיך אליינס און געזען וואס מוהרא"ש טוט מיט מיר.

#6 - דיין נסיון איז אז דו מיינסט ביסט שוין פארפאלן
קדושה, התחזקות, הפצה, מחלוקת, תשובה, לשון הרע, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים, אנשי שלומינו פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר שטייען שוין ביים ענדע פון די ימי השובבי"ם, מען קען זוכה זיין אין די טעג צו וואס מען קען נישט זוכה זיין א גאנץ יאר.


די טעג פון שובבי"ם זענען זייער מסוגל צוריק צו קומען צום אייבערשטן, אפילו ווען מען איז נכשל געווארן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וואס די הייליגע חכמים זאגן (נדה יג.): "כָּל הַמּוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס איז פוגם בברית איז חייב מיתה, און אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת ויחי, ריט:): "מָאן דְּאוֹשִׁיד זַרְעָא בְּרֵיקַנְיָא, חַס וְשָׁלוֹם, אֵין מוֹעִיל תְּשׁוּבָה", ווער עס איז פוגם בברית און ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, העלפט נישט קיין תשובה; אבער דער אייבערשטער האט אונז געשיקט א מתנה אין אונזער דור - דער הייליגער רבי, דער רבי מיט זיין גרויס רחמנות ווייזט אונז א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ער ווייזט פאר די אלע וואס פאלן אראפ אין די עבירה זיי זאלן זיך נישט מייאש זיין, זיי זאלן צוריק קומען צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): "שֶׁבְּזֶה הַמַּאֲמָר זוֹהַר אֵין שׁוּם אָדָם מֵבִין הַפְּשָׁט, רַק הוּא לְבַד", אין דעם שטיקל זוהר פארשטייט נישט קיינער פשט, נאר ער, "וְהַכְּלָל, שֶׁבֶּאֱמֶת מוֹעִיל תְּשׁוּבָה בְּוַדַּאי עַל חֵטְא זֶה, אֲפִילּוּ אִם הִרְבָּה לִפְשֹׁעַ, חַס וְשָׁלוֹם", און עס העלפט יא תשובה.


שטעלט זיך א שטארקע קשיא, ווי אזוי קען זיין אזא זאך, דער זוהר הקדוש זאגט אז אויב א מענטש איז פוגם אין פגם הברית העלפט נישט קיין תשובה און דער רבי קומט און זאגט אז עס העלפט יא תשובה?! רבי נתן פרעגט די שאלה (ליקוטי הלכות תפילין, הלכה ד, אות ד): "ווי קען זיין אז דער רבי זאל זאגן פארקערט פון הייליגן זוהר - אז עס העלפט יא תשובה?!"


זאגט רבי נתן זייער א וויכטיגע זאך, א זאך וואס איז זייער וויכטיג פאר פרישע מקורבים. באמת העלפט יא תשובה אויף די עבירה, עס איז נישטא קיין עבירה וואס תשובה זאל נישט העלפן; ווען א מענטש טוט תשובה, ער האט חרטה אויף וואס ער האט געטון - נעמט דער אייבערשטער אן זיין תשובה און רעכנט דעם מענטש אזוי ווי ער וואלט קיינמאל נישט געזינדיגט, אבער וויבאלד די עבירה פון פגם הברית איז א שרעקליכע עבירה און זייער א ביטערע עבירה; ווען מען איז פוגם בברית רייסט מען זיך אפ פונעם אייבערשטן, מען בלייבט אן א מח, דער גאנצער מענטש ווערט פארדריידט, מען ווערט ממש א משוגענער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לו): "וְזֶה שֶׁכָּתְבוּ חַכְמֵי הָרְפוּאוֹת, שֶׁהַסֵּרוּס רְפוּאָה לִמְשֻׁגָּע", די דאקטורים זאגן אז פאר א משוגע'נער איז נאר דא איין רפואה - אים מסרס זיין, ווייל אז מען זינדיגט ווערט מען משוגע וכו'.


דערפאר מוז דער מענטש אריבערגיין אזא שווערע נסיון, מען שטעלט אים די נסיון וואס מען האט געשטעלט פאר אחר. אחר האט געהערט א בת קול וואס רופט אויס (חגיגה טו.): "שׁוּבוּ בָּנִים שׁוֹבָבִים חוּץ מֵאַחֵר", זיין תלמיד דער הייליגער תנא רבי מאיר האט זיך געבעטן ביי זיין רבי, "רבי, טו תשובה, קום צוריק צום אייבערשטן", האט ער געזאגט פאר רבי מאיר: "איך האב געהערט א בת קול רופט אויס פון הימל 'יעדער איינער קען תשובה טון - חוץ איך'"; שטעלט זיך א פראגע, וואס איז אחר שולדיג אז מען לאזט אים נישט תשובה טון, ווי איז שייך אזא זאך?! נאר ער האט געדארפט אריבערגיין דעם נסיון, ער זאל הערן ווי מען דארף אים נישט, ער זאל מיינען אז ער איז שוין פארפאלן - דאך זאל ער אזוי שטארק תשובה טון און זאגן: 'מיר גייט נישט אן אויב מען דארף מיר יא, אויב מען דארף מיר נישט; איך לאז נישט אפ דעם אייבערשטן, איך גיי נישט אוועק פונעם אייבערשטן".


זאגט רבי נתן אז דאס איז פשט; דער זוהר הקדוש זאגט פאר'ן מענטש 'דו ביסט פארפאלן', כדי אים אויסצופרואוון און זען וואס ער גייט טון; גייט ער זאגן 'שוין, איך בין פארפאלן' און ער גייט אויפגעבן, אדער גייט ער זאגן 'איך שטופ זיך אריין אין די קדושה, איך גיי צוריק צום אייבערשטן אפילו מען וועט מיר נישט געבן קיין עולם הבא, איך דארף דעם אייבערשטן'.


מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן תכא): דער הייליגער רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה איז געווען אן איידעם ביי הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה. רבי דוד צבי פלעגט פארן צו צדיקים; אין אנהייב איז ער געפארן צום הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס זיינע חסידים רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, האט רבי דוד צבי געטראכט אז ער גייט פארן צו דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צו רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים ליצנות אויף רבי פנחס קאריצער זי"ע, ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו'.


עס האט אים זייער וויי געטון די מחלוקות און פירוד לבבות צווישן די גרויסע צדיקים, ביז ער האט מחליט געווען און געזאגט: "איך גלייב אז ביידע זענען אמת, וואס זיי רעדן אויף אים און וואס זיי רעדן אויף אים"; דאס האט אים געמאכט ער זאל פיינט האבן חסידים. פון דעמאלט האט ער יעדן טאג געמאכט א שיעור מיט זיינע קינדער און איידימער, ווי ער פלעגט רעדן צו זיי קעגן חסידים.


זאגט מוהרא"ש, עס האט זייער געשטערט פאר רבי נתן פארוואס עס פעלט אויס די אלע מחלוקות און קריגערייען; ווען רבי נתן איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, אום שנת תקס"ג און ער האט געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ה), איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים איז נאר ווייל מען וויל דיר פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיר צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".


טייערע חברים, אלע לשון הרע'ס וואס איר הערט אויף ברסלב, אלע קשיות, שאלות און בלבולים - דאס אלעס מוז זיין; מיר זענען נישט ראוי צו קומען צום רבי'ן, דערפאר שטעלט מען אונטער פאר יעדן איינעם שווערע נסיונות, מען פארדריידט דעם קאפ מיט מחלוקות, אדער אנדערע בלבולים - אבי מען זאל אפלאזן דעם רבי'ן; אויב מען וועט זיין שטארק, מען וועט זאגן צו זיך 'איך האב געטראפן א רבי און איך גיי אים נישט אפלאזן; עס אינטערעסירט מיר נישט וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט, עס אינטערעסירט מיר נישט אז די מענטשן וואס דרייען זיך דא רעדן אויף דעם און אויף יענעם, עס אינטערעסירט מיר נישט קיין סתירות וכו', איך בלייב ביים רבי'ן וואס ברענגט מיר צום אייבערשטן', דורכדעם וועלן מיר אלעס פאררעכטן און זוכה זיין צו די גרעסטע מדריגות.


נעמט ספרים, קונטרסים, גליונות און גייט מזכה זיין אנדערע מיט דעם, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווי אזוי קען מען פאררעכטן די עבירה פון פגם הברית? אז מען ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פאררעכטן זיינע נישט גוטע מעשים - ווי אז ער זאל עוסק זיין אין הפצה.


איך קען נישט מאריך זיין, איך דארף אריין לויפן צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - אונזער קהלה איז געבויעט זיך נישט אוועקצורירן פון שלחן ערוך
היכל הקודש, הלכה, לשון הרע, חומרות, מלכות הרשעה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הרבנית ... תליט"א.


איך וויל מקיים זיין וואס די הייליגע תורה זאגט (במדבר לב, כב): "וִהְיִיתֶם נְקִיִּם מֵה' וּמִיִּשְׂרָאֵל".


שוין א יאר צוריק האט מיר געפרעגט אייער ברודער הר"ר ... שליט"א אויב עס איז אמת אז איך לערן מיט מיינע תלמידים זאכן קעגן די תורה, אז מען דארף נישט האלטן קיין הרחקות, איך זאג אז הרחקות איז נאר א חומרא; ער האט מיר געזאגט אז ער האט דאס געהערט פון אייך און איר האט דאס געהערט פון אן עד נאמן ..., דער שווער פון איינער וואס דאווענט ביי מיר אין בית המדרש.


איך האב אים דעמאלט געזאגט אז דאס איז א ליגנט, דאס איז הוצאת שם רע, אזוי ווי עס וועלן מעיד זיין אלע מיינע תלמידים, הונדערטער אינגעלייט וואס האבן געלערנט ביי מיר און לערנען נאך אלץ ביי מיר; אז מען פירט זיך ביי אונז אזוי ווי עס שטייט אין די הייליגע תורה, מען איז מקיים ביי אונז יעדע הלכה אין שלחן ערוך, מיר רירן זיך נישט אוועק פון שלחן ערוך.


יעצט ווען עס איז שוין אריבער א יאר פון די מעשה, הער איך א צווייטע מעשה וואס טוט מיר זייער וויי, און דערפאר שרייב איך אייך. איינער פון מיינע תלמידים האבן געוואלט אריין לייגן זיינע קינדער ביי אייך אין די מוסד (דער אינגערמאן וואלט געוואלט אריין לייגן ביי אונז, אבער זיין ווייב וויל נישט די קינדער זאלן לערנען ביי אונז, זיין ווייב וויל אן אנדערע חינוך; ביי אונז לערנט מען נאר וואס עס פעלט אויס צו וויסן פאר א אידישע מאמע, מען לערנט נישט די וועלטליכע היסטאריע וכו'), האט מען זיך אויסגענומען אז ער קען נאר שיקן די קינדער ביי אייך אויב ער וועט אויפהערן פרעגן זיינע שאלות ביי אונז אין די קהילה, ווייל מיר גייען נישט בדרך התורה.


פאר סתם מענטשן וואס רעדן אויף אונזער קהילה דארף איך נישט ענטפערן און עס אינטערעסירט מיר נישט וואס זיי זאגן, אבער אייך וואס איר פירט אזא חשוב'ע קהילה, איר האט אזויפיל תלמידות כן ירבו, שפיר איך אלץ "וִהְיִיתֶם נְקִיִּם מֵה' וּמִיִּשְׂרָאֵל" אייך צו שרייבן, איר זאלט וויסן אז דאס איז נישט אמת.


חס ושלום אויס צו טראכטן אויף אונזער קהילה אז מיר גייען נישט בדרך התורה; מיר רירן זיך נישט אוועק פון הלכה. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אוועק געשטעלט די פרינציפן פון היכל הקודש געבויט אויף רבינו נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו, וואס ביי אים איז געווען הלכה די ערשטע זאך, אן קיין פשרות, און אויף הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו. ביי אונז אין די קהלה שניידן זיך אלע פרויען די האר; אסאך פרויען ביי אונז זענען נישט אונזערע תלמידות, זיי קומען פון אנדערע חשוב'ע קהילות בישראל. ווען זיי זענען אנגעקומען זענען זיי געקומען מיט די האר השם ישמרינו און נאך א שטיק צייט, נאכן הערן און ליינען ווי שטארק מוהרא"ש פלעגט רעדן פון די הארבקייט פון דעם, שניידן זיי זיך שוין אלע זייערע האר; דאס איז איינע פון די יסודות ביי אונז אין די קהילה.


ביי אונז אין די קהילה רעדט מען קעגן די ערב רב; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט טאג און נאכט רעדן צו אונז מיר זאלן נישט האבן קיין שום חלק מיט די ערב רב אין ארץ ישראל וואס האבן אויסגע'שמד'ט מיליאנען אידישע קינדער.


מיר זענען אן ערליכע קהילה; מיר האלטן שיטת רבינו תם, מיר עסן נאר פלייש פון די שטרענגסטע קהילות; צניעות איז ביי אונז דאס חשוב'סטע און וויכטיגסטע, מיר ארבעטן זייער שווער אריין צו לייגן אין די פרויען פון אונזער קהילה זיי זאלן ליב האבן צניעות; אסאך פון אונזער קהילה זענען נישט קיין תלמידות פון אונזער חינוך, זיי קומען פון אנדערע בתי חינוך מיט ווייטאג אויף צניעות, דאס איז פון די שווערסטע ארבעט וואס ליגט אויף אונז, צו קענען טוישן זייער בליק אז זיי זאלן ליב האבן די וועג פון די תורה.


עס טוט זייער וויי צו הערן אז מען רעדט אזעלכע לשון הרע'ס, אז מיר זאגן אויף הרחקות אז דאס איז חומרות, חס ושלום אזוינס צו זאגן; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם"; אויף אים קריג איך אויך, איך וואלט אויך אנגעזאגט מיינע תלמידים זיי זאלן זיך היטן פון אזא איינער וואס זאגט אז מען דארף נישט האלטן קיין הרחקות, אז דאס איז נאר חומרות.


ווען איך האב דאס געהערט פון אייער ברודער פאר א יאר צוריק האט דאס מיר זייער וויי געטון, איך בין געגאנגען נאכדעם זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, איך האב געוויינט צום אייבערשטן און אים געזאגט: "דאס רעדט מען אויף מיר, דאס רעדט מען אויף א קהילה וואס איז זיך מוסר נפש צו העלפן אידישע קינדער"; יעצט זע איך אז דער שם רע גייט נאך אלץ אן, ווען עס איז נישט אמת.


מיר לעבן היינט אין אזעלכע שווערע צייטן, יעדער איז צעטומלט, יעדער איינער האט זיינע צרות און יסורים; עס איז שוין געקומען די צייט צו לעבן אינאיינעם אן קיין שנאה, אן קיין פיינטשאפט, יעדער וועט גיין מיט זייערע מסורות און קבלות פון די הייליגע צדיקים פון די פריערדיגע דורות אן קיין פיינטשאפט, ביז מיר וועלן זוכה זיין אז משיח צדקינו וועט אונז אויסלייזן, אמן.

#4 - נעם זיך נישט צום הארצן אז מען רעדט אויף דיר
שטעטל, בזיונות, מדות טובות, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, ה' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען פאר'ן מיר העלפן בויען דעם שטעטל אויפ'ן רבינ'ס נאמען, "קרית ברסלב".


דו האסט מיר געהאלפן אלע יארן מיט מסירות נפש; אלע קעמפ'ס, כמעט אלע האסטו געבויט און אהער געשטעלט מיט מסירות נפש און יעצט האסטו די זכיה צו בויען דעם שטעטל.


נעם זיך נישט צום הארצן אז מען רעדט אויף דיר, מען זאגט אויף דיר אז דו מאכסט געלט, דו בויסט נישט גוט וכו', וכו'; אויף מיר רעדט מען אויך און אויף אלע טייערע אנשי שלומינו וואס טוען מיט מסירות נפש רעדט מען.


ווער עס וויל קויפן אליין און בויען אליין קען טון וואס זיין הארץ באגערט און איך וואונטש זיי הצלחה אין אלעס וואס זיי וועלן טון, אבער אין די מוסדות אין שטעטל וועל איך נאר ארייננעמען די וואס קויפן און בויען דורך די הנהלה פון שטעטל.


דיר בעט איך: שווייג און שלינג; ענטפער נישט, טענה זיך נישט און פארענטפער זיך נישט; מיט דעם וועסטו אלעס אפקומען, דאס וועט זיין א תשובה אויף אלעס וואס מען דארף פאררעכטן.


וואס יא? רעד שיין צו אלע אנשי שלומינו; קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס, אלע זענען טייער און וואויל. מיט רעדן שיין וועסטו יעדעם בארואיגן, אזוי ווי דער חכם מכל אדם זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַּךְ", דער וואס רעדט ווייכע רייד, "יָשִׁיב חֵמָה", קערט צוריק און נעמט אוועק די צארן.


 

#3 - מ'שלאגט א בחור מכות אכזריות פאר'ן קומען אין ישיבה
בחור, מחלוקת, ישיבה, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געהאט די נאכט יום טוב אינדערוואכן; די פאליציי האט מיר אויפגעוועקט אינמיטן די נאכט אויב איך האב באהאלטן א בחור. עס איז דא א בחור וואס די עלטערן הרג'נען אים און שלאגן אים מכות אכזריות ווייל ער לערנט דעם רבינ'ס ספרים און ווייל ער קומט ארויף אין ישיבה, דער בחור שלאפט נעבעך צווישן היימלאזע גוים, די עלטערן ווילן אים נישט האלטן אין שטוב ווייל ער קומט אין ישיבה.


וואס זאלן מיר טון אז מען רעדט אויף אונזער פלאץ לשון הרע'ס און דאס איז גורם אז עלטערן זאלן נישט לאזן די קינדער קומען; עלטערן וועלן ענדערש הרג'נען די קינדער אבי זיי זאלן נישט קומען קיין ברסלב, ווייל דער רבי איז זייער פארשעמט.


רבי נתן איז אמאל געקומען צום רבי'ן און געזען ווי דער רבי וויינט זייער שטארק און קען זיך נישט בארואיגן, ער האט געפרעגט דעם רבי'ן פארוואס דער רבי וויינט אזוי שטארק, האט אים דער רבי געענטפערט: "ווי קען מען אויסטראכטן אויף מיר אזעלכע שקרים וכו' וכו'?!" ווייל דעמאלט האט דער זיידע פון ש. ארויסגעלאזט א שרעקליכע ליגנט רחמנא ליצלן אויפ'ן רבי'ן, אז דער רבי געהערט צו וכו'. שרייבט רבי נתן: "איך האב נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט, וואס גייט אן דעם רבי'ן וואס יענער רעדט אויף אים? האט ער געזאגט, איז וואס?!" שפעטער ווען רבי נתן האט געהאט זיין מחלוקת און מען האט אים געוואלט הרג'נען רחמנא לצלן האט ער פארשטאנען פארוואס דער רבי האט געוויינט; עס איז נישט אגעגאנגען פאר'ן רבי'ן אז יענער רעדט אויף אים, עס האט וויי געטון פאר'ן רבי'ן אז מענטשן וועלן נישט מקורב ווערן; קינדער, בחורים און מיידלעך וועלן אוועק פאלן פון דעם דרך התורה צוליב די לשון הרע'ס.


עס איז אריבער אויף אונז אסאך רדיפות און אסאך שפיכות דמים; מענטשן האבן געטון אלעס וואס זיי האבן געקענט צו פארמאכן דעם הייליגן פלאץ, אבער בזכות הצדיקים האבן מיר זיך דערהאלטן און מיר וועלן זיך ווייטער דערהאלטן און אנגיין מיט די הייליגע ארבעט, אריין צו ברענגען אין אידישע קינדער די ריינע אמונה און מקרב זיין וואס מער נשמות צום אייבערשטן אן קיין שום פריוואטע חשבונות, אן קיין שום אייגענע אינטערעסע.


א גוט שבת.

#2 - עס איז נישט דא נאך א שיינע פלאץ אין גאנץ ארץ ישראל ווי "יבנאל"
שלום בית, יבנאל, מחלוקת, בין אדם לחבירו, לשון הרע, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך בין יעצט אויפן וועג אהיים פון ארץ ישראל וואו איך בין געווען אין יבניאל; וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברודער, עס איז נישט דא נאך א שיינע פלאץ אין גאנץ ארץ ישראל ווי "יבנאל" סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.


אויב דו זוכסט א פלאץ וואו צו פארן מיט דיין ווייב וואלט איך דיר גע'עצה'ט צו פארן קיין יבנאל; נעם ארויס א דירה דארט, עס איז דא מנינים פון אינדערפרי ביז אויפדערנאכט מיט א מקוה, און א ציון וואו מען קען גיין פיר און צוואנציג שעה א טאג רעדן מיט מוהרא"ש און פועל'ן ישועות.


דאס וואס מענטשן רעדן אז מען קריגט זיך דארט וכו' איז שקר וכזב, דאס איז סתם הוצאת שם רע; עס איז ליידער דא א מיעוט דמיעוטא וואס זוכן מחלוקת וכו', דאס איז איבעראל דא און דאס איז אויך אנגעגאנגען בחיים חיותו פון מוהרא"ש. רוב רובם ככולם זענען ריינע וואוילע מענטשן – אמת'ע תלמידי היכל הקודש אן מחלוקת און אן פאליטיק.


מען שטייט אויף אינדערפרי צו גיין מאכן התבודדות אויפן בארג און ביים ציון, נאכדעם זענען זיי זיך קובע עתים לתורה און רוב טאג גייען זיי הפצה, זיי פארפלייצן די ספרים לאורכה ולרחבה פונעם גאנצן לאנד.


איך האב דארט תלמידים פון ישיבה, זיי זענען זיך מחי' דארט צו וואוינען; זיי גייען הפצה רוב טאג און מאכן אין איין טאג וואס א צווייטער אינגערמאן מאכט פון זיין פרנסה א גאנצע וואך – בלי גוזמא.


איך וועל אם ירצה ה' פארן דעם ווינטער מיט די בחורים און וויילן דארט א שבת, ווייל די לופט דארט איז זייער א קלארע ריינע לופט; ביי מיין יעצטיגע נסיעה בין איך געווען אין ירושלים און אין מירון וכו' וכו', אבער אזאנס ווי יבנאל איז נישט דא אין די גאנצע וועלט.


קיינער זאל מיר נישט פארקויפן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט שלעכטס אויף דעם פלאץ; כאילו עס צעפאלט וכו' (הי' לא תהי'); איך געדענק ווען איך בין דאס ערשטע מאל געווען אין יבנאל האב איך ממש געשפירט וואו איך בין אין "גן עדן העליון", איך האב זיך נישט געקענט פארשטעלן אין וויסטן חלום אז מען קען נעמען מענטשן און זיי ארויסטראגן פון דער וועלט זיי זאלן לעבן און אטעמען נאר אלוקית.


דעמאלט זענען צוגעקומען צו מיר די "מלאכי חבלה" און געזאגט: "זה לא פשוט מה שקורה פה", איז מיר גלייך אויפגעקומען אין געדאנק וואס די הייליגע חכמים זאגן (שקלים יד:) אז אין בית המקדש זענען געווען זיגלעך אויף די קרבנות פון די נסכים מיטן דאטום צוליב די פאפערס; לכאורה איז דאס שווער צו פארשטיין, 'אין בית המקדש זאלן מענטשן נישט האבן עפעס בעסערס וואס צו טון ווי צו גנב'נען אפאר שקלים פון הקדש, פון ממון גבוה?' אדער די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (משנה יומא ב, א) אז א כהן האט אראפגעשטיפט זיין חבר פון מזבח און יענער האט זיך צעבראכן די פוס; שטעלט זיך די קשיא: 'ער איז דאך יעצט אויפן הייליגן מזבח, מען דארף דאך זיין משוגע זיך אזוי אויפצופירן אויפן מזבח! ווי אזוי קען מען דאס פארשטיין?!' נאר פון דעם זעט מען אז מען קען זיך געפונען אין בית המקדש, אינעם עזרה, און אויפן הייליגן מזבח און מיט דעם אלעם זיין פארנומען מיט גנב'ענען געלט און זוכן כבוד; אזוי אויך קען מען זיין ביי א צדיק און זוכן כבוד, געלט און תאוות וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אנשי שלומינו זאלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, יעדער איינער מעג טראכטן אויף זיין וועג, מען קען נישט צווינגען א צווייטן 'צו האלטן אזוי ווי מיר', יעדער זאל נעמען דעם רבינ'ס עצות אויף זיין וועג און זיך מחזק זיין דערמיט, דער עיקר מען זאל זיך נישט פיינט האבן.


דו געדענקסט אוודאי ווי מען פלעגט גיין טאג און נאכט צו מוהרא"ש רעדן שלעכטס אויף מיר און אויף מיינע תלמידים; געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב קיינמאל נישט פארציילט פאר מוהרא"ש וואס מען טוט מיט מיר, אפילו ווען ר' ... שליט"א האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה ביי שלש סעודות און מיר אראפגעקלאפט ברבים אינאיינעם מיט אלע תלמידים מיטן אונז אנרופן "די שוואכע חבורה"; ער האט מסביר געווען ביים פארלערנען פאר א פולע בית המדרש אז "לעצטנס האט זיך היכל הקודש אויסגעשטעלט אלץ צוויי חבורות". עס איז אמת אז עס זענען געווען צוויי גרופעס וכו', אבער ער האט אויסגעפירט מיט די ווערטער: "איין חבורה עובדי ה'", מיט דעם האט ער זיך געמיינט, "און די צווייטע חבורה, די אינגעלייט מיט די בחורים, זיי זענען מער די שוואכערע חבורה"; אלע בחורים און אינגעלייט זענען באליידיגט געווארן, זיי האבן אלע געקוקט אויף מיר ווי אזוי איך רעאגיר, איך האב געלייגט דעם פינגער אויף מיין מויל ווי זיי צו ווייזן אז זיי זאלן גארנישט טון. קיינער פון אונז האט דאס נישט דערציילט פאר מוהרא"ש, נאר ר' ... נרו יאיר איז אליינס געגאנגען פארציילן פאר מוהרא"ש ווי אזוי ער האט גערעדט – ער האט דאך פארט געהאט אביסל אמת אין זיך – האט אים מוהרא"ש אנגעשריגן וכו' ואין כאן המקום להאריך; על כל פנים איך בין קיינמאל נישט געגאנגען צו מוהרא"ש קער צו נעמען פון אנדערע וכו'.


איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל ווייטער ליב האבן יעדן תלמיד היכל הקודש און עס זאל ביי אונז מקוים ווערן דעם ווארט וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך ווינדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך; מוהרא"ש האט געשריבן אן א שיעור בריוון און געוויינט אז יעדן דיבור פון רבי'ן איז מקוים געווארן אבער דער דיבור נאכנישט, וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט און געבעטן אז אין "היכל הקודש" זאל מען מקיים זיין דעם דיבור. איך האב אסאך מעשיות צו דערציילן ווי שטארק איך האב אכטונג געגעבן נישט צו מאכן קיין שום עסק פון די מחלוקת וואס איז אריבער אויף מיר, נאר טון ווייטער וואס מוהרא"ש האט מיר געהייסן.


איך האף אז דו וועסט זיך אריבערכאפן קיין יבנאל מיט דיין ווייב תחי'; גיי נישט מיט חברים, גיי נאר מיט דיין ווייב. די חברים וועם דו טאנצט נאך וועלן דיר די ערשטע באגראבן (אויב זיי האבן דאס נאכנישט געטון...); נעם דארט ארויס א דירה און יעדן טאג זאלסטו גיין צום ציון; זאלסט לערנען דיינע שיעורים און דאווענען ביים ציון אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (סימנים ד-ה) אז ער וועט האבן א נחת רוח צו זען ווי מען לערנט און דאווענט ביי זיין ציון.


טייערער ברודער לעב מיט דיין ווייב מיט ליבשאפט; דו האסט א טייערער ווייב, זי איז דיר זייער געטריי; אז זי שרייט אמאל איז נישט עק וועלט, אז זי שרייט איז א סימן אז עס באדערט איר אז דו געבסט איר נישט וואס זי דארף וכו'.


דערפאר בעט איך דיר טייערער הארציגער ברודער, זיי קלוג; קום אהיים צו איר מיט א שמייכל, מיט א גוט ווארט. א פרוי האט מער ליב דעם שמייכל פון איר מאן מער פון אלע טייערער מתנות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:): "רוֹצָה אִשָּׁה בְקַב וְתִפְלוּת מִתִּשְׁעָה קַבִּין וּפְרִישׁוּת", א פרוי האט מער הנאה פון א גוט ווארט ווי פון טייערער צירונג וכו' וכו'.


זיי מיר  מוחל אז די שריפט איז נישט אזוי מסודר; דער פליגער שאקלט זיך און איך זיץ אויף דעם לעצטן זיץ נעבן די בית הכסא וואו מענטשן שטופן וכו'.


איך האב דיר ליב.


...

#1 - רעד נישט אויף קיינעם, און זיכער נישט אויף ווער ס'איז מקרב אידן צום אייבערשטן
תשובה, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת טהרה, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו בעטסט מיר איך זאל דיר מוחל זיין אויף דעם וואס דו פלעגסט רעדן שלעכטס אויף מיר; וויסן זאלסטו אז מיר קען מען נישט טשעפען און זיכער נישט איבערבעטן, ווייל ווען דו רעדסט אויף מיר האסטו אוועק גענומען מענטשן פונעם אייבערשטן, ווייל נישט יעדער איינער האט די שפראך צו רעדן צו בני הנעורים וכו'.


ווען דער אייבערשטער געבט פאר איינעם א שפראך צו רעדן, אזוי ווי ישעיהו הנביא זאגט (ישעיהו נ, ד): "ה' נָתַן לִי לְשׁוֹן לִמּוּדִים", דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א קלארע שפראך, "לָדַעַת לָעוּת אֶת יָעֵף דָּבָר", צו וויסן ווען צו רעדן און ווי אזוי צו רעדן פאר די דארשטיגע אפגעמאטערטע אידישע קינדער; ממילא, ווען איינער קומט און רעדט שלעכטס אויף איינער וואס קען ראטעווען אידישע קינדער פון עבירות, האט ער נישט וויי געטון דעם מענטש, נאר ער האט גורם געווען אז אנדערע זאלן נישט אויסהערן דעם מענטש וכו', ער האט גורם געווען אוועק צו נעמען אידישע קינדער פונעם אייבערשטן. נו, פרעג איך דיר: "ווי אזוי קען איך דיר מוחל זיין אויף דעם וואס דו האסט גערעדט אויף מיר כל דבר אסור, בשעת דו קענסט מיר ניטאמאל און דו האסט גורם געווען שאדן פאר אידישע קינדער?!"


דו האסט איין ברירה ווי אזוי דו קענסט תשובה טון; פון היינט אן זאלסטו פארציילן פאר אלעמען אז עס איז דא א פלאץ וואו מען איז מחזק אידישע קינדער, עס איז דא א ישיבה וואו מען ברענגט אריין אין די תלמידים א ליבשאפט צו זיין א איד, א ליבשאפט צו היטן די תורה, א ליבשאפט צו טון וואס דער אייבערשטער הייסט; עס איז דא א ישיבה וואו מען לערנט אויס עצות ווי אזוי צו לעבן דא אויף דער וועלט מיטן אייבערשטן; אפשר אז דו וועסט אזוי טון וועסטו קענען פאררעכטן וואס דו האסט געטון.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה כט.): "גָּזַל וְאֵינוֹ יוֹדֵעַ לְמִי גָּזַל, יַעֲשֶׂה בָּהֶם צָרְכֵי רַבִּים", אויב מען האט גע'גנב'ט און מען ווייסט נישט פון וועם מען האט גע'גנב'ט זאל מען טון צרכי רבים, אזוי וועט מען פאררעכטן וואס מען דארף פאררעכטן; ר' נתן זאגט (ליקוטי הלכות גזילה, הלכה ה') אז די גרעסטע צרכי רבים איז דרוקן די הייליגע ספרים פון רבי'ן, ווייל דורך די ספרים ווערן מקורב צום אייבערשטן מענטשן וואס זענען זייער ווייט פונעם אייבערשטן; דעריבער, אז דו ווילסט פאררעכטן וכו' זאלסטו העלפן דרוקן ספרים פון הייליגן רבי'ן, אדער אליינס גיין הפצה – דורכדעם וועסטו קענען פאררעכטן וואס דו האסט אלץ חרוב געמאכט.


איך געב דיר אן עצה טובה פאר דיין לעבן: "דו זאלסט קיינמאל נישט רעדן שלעכטס אויף א צווייטן, זיכער נישט ווען דו קענסט יענעם ניטאמאל, קל וחומר אויף איינער וואס העלפט אידישע קינדער און קל וחומר בן בנו של קל וחומר אויב איינער האט דיר א טובה געטון"; ווייל אז מען רעדט אויף אן ערליכער איד באצאלט מען נאכדעם זייער א טייערער פרייז, און א מענטש ווייסט קיינמאל נישט ווער דער ערליכער איד איז. קוק וואס שלמה המלך - דער חכם מכל אדם - זאגט (משלי כא, כג): "שֹׁמֵר פִּיו וּלְשׁוֹנוֹ, שֹׁמֵר מִצָּרוֹת נַפְשׁוֹ", דער וואס היט זיין מויל דער היט זיך פון שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קענען פארעכטן אין דיין לעבן וואס דו האסט שאדן געמאכט.