בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#20 - די סדר הנסיעה אויף קברי צדיקים אין אייראפע
מקוה, ניגונים, קברי צדיקים, תהלים, אידיש געלט, סיפורי צדיקים, חתונה, ראש ישיבה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק פון א נסיעה. חסדי השם יתברך מיר זענען געפארן מיט א קבוצה תלמידי היכל הקודש מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים, קדושים אשר בארץ המה. איך האב מתפלל געווען פאר דיר.


איך האב דיר שוין לאנג נישט געזען, איך בענק זיך צו דיר, איך האף אז אלעס איז ביי דיר אין בעסטן ארדענונג, איך האף אז דו נוצט דעם רבינ'ס עצות, די זיסע עצה פון זוכן גוטס אין זיך און אין א צווייטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) אפילו מען זעט זיך פול מיט חסרונות, מען זעט זיך שלעכט, מען איז פול מיט תאוות רעות – מוז מען זוכן א פינטעלע גוטס און מאכן אן עסק פון די נקודות טובות, זיך ליב האבן מיט די פינטעלע גוטס, דאס ברענגט דעם מענטש צו ווערן א גרויסער צדיק.


איך האב דיר זייער ליב, דעריבער וועל איך דיר שרייבן אביסל די סדר הנסיעה.


מיר זענען ארויסגעפארן זונטאג נאכמיטאג פון נוארק צוזאמען פינף און דרייסיג מענטשן; אפאר בחורים פון ישיבה מיט אינגעלייט תלמידי היכל הקודש. אויפ'ן וועג האב איך געשריבן בריוון. איך בין געווען זייער פרייליך, ווייל איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיין פרייליך.


מיר זענען אנגעקומען קיין וויען מאנטאג אינדערפרי, מיר זענען צוגעפארן צום בית המדרש, מיר האבן געכאפט א טבילה, דארט האבן מיר זיך באגעגנט מיט נאך חברים תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, טייערע אינגעלייט, גרויסע מפיצים.


מיר האבן געדאווענט, איך האב געליינט, עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל. מען האט געגעסן פת שחרית און זיך ארויסגעלאזט קיין אונגארן.


אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביים ציון פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו, מיר האבן געזאגט אינאיינעם דעם "יום ראשון" פון תהלים, געזינגען ניגוני התעוררות און זיך מתבודד געווען. האברך ... נרו יאיר האט מיר געברענגט אלע נעמען פון די וואס העלפן די ישיבה, איך האב געבעטן פאר אלעמען, פאר דיר אויך, דיין נאמען איז געווען אויף די קוויטלעך.


מיר האבן געדאווענט מנחה און זיך ארויסגעלאזט אויף א לאנגע נסיעה, זיבן שעה זענען מיר געפארן אלע אינאיינעם מיט א באקוועמע באס, רוב וועג, פאר לאנגע שעות, האבן מיר גערעדט שיחות וסיפורים פון הייליגן רבי'ן.


איך האב פארברענגט מיט די ארץ ישראל'דיגע חברים, מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די אוצרות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן פון רבי'ן. עס זענען געווען צוויי גבאים פון בית המדרש היכל הקודש ירושלים, מיר האבן גערעדט געוויסע פונקטן וואס מען דארף אכטונג געבן אין א בית המדרש היכל הקודש.


מיר זענען אנגעקומען אין אוהעל שפעט ביינאכט, מיר זענען געגאנגען קודם דאווענען מעריב, איך האב געזען אז עס איז דא א מקוה האט מיר אנגעכאפט א חשק זיך צו טובל'ען. הגם איך בין געווען אינדערפרי אין מקוה, אבער א ברסלב'ער חסיד גלוסט זיך ווי מער צו גיין אין מקוה, למעשה האב איך זיך אפגעבריט מיינע פיס, עס איז געווען קאכעדיג הייס, סכנת נפשות, איך בין ארויס מיט א נס.


מיר האבן געזאגט אינאיינעם "יום שני" פון תהלים און מיר האבן געזינגען דעם "אהבה רבה" ניגון פון רבי הערשעלע רימנובער זכותו יגן עלינו, עס איז געווען א גרויסע התעוררות, איך האב געהאט גרויס התעוררות, איך האב זיך געעפנט מיין הארץ, איך האב געהאט אפאר מינוט גוטע התבודדות, אויך דארט האב איך פארגעליינט אלע נעמען פון אלע קוויטלעך.


איך בין ארויס פון דארט האב איך זיך אנגעהויבן גוט שפירן. דארפסט פארשטיין, נאכן פארן אזויפיל שעות ווערט מען צעטומלט, אבער אז דער אייבערשטער העלפט, מען קען זאגן אפאר אמת'ע דיבורים פאר'ן אייבערשטן, מען קען זיך אויסקרעכצן און לאזן א טרער – דארף מען שוין נישט עפעס מער.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ליסקע צום הייליגן צדיק רבי הערשעלע ליסקער זכותו יגן עלינו, דער מחבר פונעם ספר אך פרי תבואה, א תלמיד פונעם הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו. מיר האבן דארט געזאגט אינאיינעם תיקון חצות, תיקון רחל און תיקון לאה, מיר האבן געזינגען אידישע תפילות אינאיינעם. מיר האבן געזינגען דעם ניגון פון הרב הקדוש רבי אייזיקל קאלובער זכותו יגן עלינו:


"גלות גלות, ווי גרויס ביסטו - שכינה הקדושה, ווי שיין ביסטו.


וואלט דער גלות קלענער געווען - וואלט די שכינה שענער געווען".


עס איז געווען א גרויסע התעוררות, צוביסליך זענען מיר געקומען צו זיך.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קערעסטיר, מיר האבן זיך דערכאפט דאס הארץ, עס איז געווען צוגעשטעלט א געשמאקע סעודה, מיר האבן דארט גענעכטיגט.


דינסטאג אינדערפרי האבן מיר זיך גע'טובל'ט אין מקוה און געדאווענט, געגעסן פת שחרית און ארויף צום ציון פון הרב הקדוש רבי ישעי'לע מקערעסטיר זכותו יגן עלינו. מיר האבן געזאגט דעם יום תהלים, "יום שלישי", נאכדעם האבן מיר געזינגען ניגוני התעוררות און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר דיר דארט. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך וואלט נישט געדענקט צו בעטן פאר דיר, נאר האברך ... נרו יאיר האט מיר געגעבן דיין נאמען מיט נאך אסאך נעמען, די אלע וואס העלפן די מוסד, האב איך געבעטן פאר דיר; עס איז געווען א גרויסע התעוררות.


האברך ... נרו יאיר פון קרית ברסלב האט געמאכט אן אפיל, מען האט צאמגענומען צדקה פאר'ן בית התבשיל, פאר נצרכים פון אנשי שלומינו.


פון קערעסטיר זענען מיר געפארן קיין מאַד, אויפ'ן וועג האבן מיר געהאט שיחות חברים מיט די חברים פון ארץ ישראל און פון חוץ לארץ.


איך בין יעצט אביסל אפגעמאטערט פון די נסיעה, איך האב נישט די כוחות זיך מצמצם זיין צו שרייבן וואס מען האט גערעדט, הלוואי זאלן די אינגעלייט דאס אפשרייבן; מען האט גערעדט אזעלכע שיינע שיחות וסיפורים פון מוהרא"ש און אנשי שלומינו.


מיר האבן געזאגט צען קאפיטלעך תהלים ביים ציון פונעם קול ארי' זכותו יגן עלינו, נאכדעם האבן מיר געזאגט דעם קאפיטל "שיר המעלות ממעמקים" פסוק בפסוק ביים ציון פונעם לבושי מרדכי זכותו יגן עלינו. מיר האבן געזינגען די שיינע זיסע ליד:


"איך וויל זיין א איד, איך וויל זיין א איד - איך וויל זיין א פשוט'ער איד,


ווייל דער עיקר אידישקייט - זאגט דער הייליגער רבי - איז זיך פירן בתמימות ובפשיטות".


מען האט דאס געזינגען מיט'ן גאנצן הארץ צום אייבערשטן.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קאלוב, אויפ'ן וועג האבן מיר געלערנט דעם שיעור גמרא, עס איז געווען אזוי שיין צו זען ווי אזוי אנשי שלומינו לערנען שיעורים כסדרן.


מיר האבן געזינגען ניגונים פון הרב הקדוש מקאלוב, מען האט זיך מחזק געווען מיט דעם רבינ'ס עצות פון דאנקען דעם אייבערשטן. בפרט יעצט אין די הייליגע חנוכה טעג, זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב) חנוכה איז טעג פון הודאה; דער גאנצער לעבן ווערט גוט און זיס ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן, מען ווערט נענטער און נענטער צום אייבערשטן.


ביים ציון פון הרב הקדוש מקאלוב זכותו יגן עלינו האבן מיר געזען די טיטל וואס מען האט געשריבן אויף די מצבה: "הי' ערליכער איד, והי' לומד גמרא על הדף".


מען האט געזאגט דארט די סוף פונעם יום תהלים, "יום רביעי", מען האט געזינגען א ניגון פון הרב הקדוש מקאלוב זכותו יגן עלינו, געדאווענט מנחה און זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין רומעניע.


אויפ'ן וועג האבן מיר גערעדט מעשיות וואס מיר האבן געהאט, ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט'ן באצאלן חובות.


די וועג קיין רומעניע איז געווען אביסל שווער, מען האט אונז אויפגעהאלטן ביים גרעניץ אפאר שעה, מען איז אנגעקומען שפעטער ווי געפלאנט קיין סיגוט.


אין סיגוט האט קהילת סאטמאר געבויט א הערליכע בנין, א מקוה, א בית המדרש - מיט אלע באקוועמליכקייטן, דו מיינסט ממש אז דו ביסט אין וויליאמסבורג אדער מאנרא. מיר האבן דארט געגעסן, געדאווענט מעריב און געגאנגען צום ציון פונעם הייליגן ייטב לב, קדושת יום טוב און עצי חיים זכותם יגן עלינו. מיר האבן דארט געזאגט אינאיינעם תיקון חצות, דארט ביים ציון, נאכדעם האבן מיר געזאגט תהלים, "יום חמישי".


לכתחלה האבן מיר געהאט אין פלאן צו פארן קיין קארלסבורג צום מראה יחזקאל זכותו יגן עלינו, אבער א טייל עולם האבן זיך ממש געבעטן מען זאל אפשטעלן די נסיעה, עס איז געווארן חלוקי דעות, א טייל האבן געזאגט מען זאל גלייך פארן קיין קארלסבורג, א טייל האבן געזאגט אז אויב מען פארט ווייטער שפירן זיי אז דאס וועט זיי צוטרעטן צום מח, עס איז נישט פאר זייערע כחות צו פארן יעצט ביינאכט א נסיעה פון זעקס שעה.


איך האב געהאט גרויס חשק צו פארן קיין קארלסבורג, די גאנצע זאך וואס מיר זענען געפארן בכלל קיין רומעניא איז נאר געווען אז מיר זאלן קענען גיין קיין קארלסבורג, דאך האב איך זיך געמוזט רעכענען מיט די אויסגעמוטשעטע אידן, מען האט אפגעשטעלט די נסיעה און מען האט זיך אראפגעלייגט פאר דריי שעה, פון דריי אזייגער פארטאגס ביז זעקס אזייגער.


מען האט געדאווענט און זיך ארויסגעלאזט קיין קלויזנבורג, א וועג פון פיר שעה, אויפ'ן וועג האבן מיר געלערנט דעם דף גמרא. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אין אונז אזוי שטארק אריינגעבאקן מיר זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, אפילו מען איז אונטערוועגנס, צעבראכן און צעפארן, דאך איז מען נישט מוותר אויפ'ן בלאט גמרא.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין טייערער ברודער, מיין הארץ איז פול מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן אז ער האט אויף מיר רחמנות געהאט, מיך מקרב געווען צום רבי'ן; וואו וואלט איך געווען, ווי אזוי וואלט איך אויסגעזען אן דעם רבינ'ס עצות, שכל און חיזוק? דאס האלט אונז ביים לעבן, דאס ברענגט אונז צום אייבערשטן. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען באנוצט זיך מיט די עצה פון התבודדות און תפלה – איז מען גאר גליקליך.


מיר קומען שוין אן אין קלויזנבורג עירפארט, מיר פארן פון דארט קיין ווארשא און פון דארט פארן מיר אהיים קיין ניו יארק; מיר וועלן אנקומען אם ירצה ה' מיטוואך נאכט.


מארגן וועט נישט זיין די וועכנטליכע שיעור, עס איז דא א חתונה אין ישיבה, די דרייסיגסטע חתונה אין ישיבה בחנם. דאס אלעס איז צו פארדאנקען מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט אונז געלערנט מיר זאלן זיך נישט נאריש מאכן מיט טייערע שמחות; מיר זאלן חתונה מאכן די קינדער יונג אויפ'ן פשוט'ן וועג.


דעם שבת פרשת וישב, שבת מברכים חודש טבת, וועל איך זיין אין שטעטל. אויך די קומענדיגע וואך, שבת חנוכה, וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל, זיין מיט אנשי שלומינו.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.

#19 - זע צו זיין צייטליך אין שטוב צו צינדען די חנוכה ליכט
תודה והודאה, חנוכה, ניגונים, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט קומט יום טוב חנוכה, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "יְמֵי חֲנֻכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה", חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, דאס איז שעשועי עולם הבא.


דעריבער וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט אנהייבן פון היינט, פונדאסניי - דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט דיר.


זע צו זיין צייטליך, ביים זמן הדלקה - אין שטוב, זעקס אזייגער איז דער זמן. מאך זיך גרייט דו זאלסט קענען זיין צייטליך.


צינד די הייליגע מנורה, זינג זמירות און זאג: "שכוח אייבערשטער פאר מיין לעבן, שכוח אייבערשטער איך בין א איד, שכוח אייבערשטער איך האב א משפחה, שכוח פאר יעדע זאך"; דאנק און לויב אן א שיעור, דאס וועט עפענען א טיר אין הימל, עס וועט קומען נאך ניסים, נאך ישועות.


א יישר כח פאר אלס וואס דו האסט געהאלפן פאר די נסיעה; איך וועל מתפלל זיין פאר דיר, פאר דיין ווייב און קינדער.

#18 - זינג די זמירות און זינג אייגענע אויפגעמאכטע היימישע ניגונים
תודה והודאה, חנוכה, ניגונים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


יעצט קומט דער הייליגער יום טוב חנוכה, חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "יְמֵי חֲנֻכָּה", די חנוכה טעג, "הֵם יְמֵי הוֹדָאָה", זענען טעג פון לויבן דעם אייבערשטן; וויל איך דיר שוין בעטן דו זאלסט טון אלעס אין דער וועלט צו זיין צייטליך אין שטוב, צינדן די הייליגע מנורה ביים זמן.


זעקס אזייגער דארף מען שוין זיין נאך מעריב, נאך מקוה און נאך אלע הכנות – צינדן די הייליגע מנורה. מען דארף זיצן ביי די ליכט ווייניגסטנס א האלבע שעה, זינג די זמירות און זינג אייגענע אידישע ניגונים, אייגענע אויפגעמאכטע אויסגעטראכטע היימישע ניגונים, ווי צום ביישפיל:


"אייבערשטער איך געדענק נאך - נישט לאנג צוריק בין איך געווען אין לאך.


איך בין געווען איינער אליין - נישט געהאט וואו צו גיין.


געשלאפן אין גאס - קאלט און נאס.


יעצט זיך איך אין שטוב - מען האט זיך אזוי ליב.


מיט מיין ווייב און קינד - אויף דעם דאנק איך דיר אצינד".


קוק אויף די ליכט און דאנק דעם אייבערשטן אויף די ניסים, ווייל דו ביסט א גרויסער נס.


 

#17 - וואלסטו געוויסט די גרויסקייט פון די ניגונים, וואלסטו ארויסגעגעבן יעדעס יאר אפאר סידיס
ניגונים, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א שאד עס שלעפט זיך אזוי לאנג דאס ארויסגעבן נייע סידיס, א שאד; מען וואלט דאך מיט די ניגונים געקענט מחי' זיין אזויפיל מענטשן און זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


איך בין זיכער אז דאס וואס עס שלעפט זיך אזוי לאנג איז נאר ווייל דו ווייסט נישט ווי וויכטיג דאס איז, וואלסטו געוויסט וואס די סידיס טוען אויף - וואלסטו זיך צוגעאיילט און ארויסגעגעבן יעדעס יאר אפאר סידיס.


אדרבה, פרעג זיך נאך ביי די פרישע מקורבים וויפיל פון זיי זענען מקורב געווארן דורכ'ן הערן א ניגון געזינגען פון אמונה, א ניגון, א הארציגע ניגון - פון תשובה, פון התבודדות.


איך פון מיין זייט בין גרייט צו העלפן ווען דו ווילסט, לאז מיר וויסן א טאג פאראויס איך זאל קענען מאכן מיינע פלענער.

#16 - איך דארף נישט קיינעם, נאר דיר באשעפער אליין
אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, בין המצרים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


האסט מיר זייער מחי' געווען אז דו האסט א שיעור אין ספר הקדוש והנורא 'תיקוני זוהר'; דו האסט ממש יעצט אנגעהויבן און שוין מסיים געווען. איך האף מארגן מסיים צו מסיים זיין נאכאמאל דעם הייליגן ספר אינעם יארצייט פונעם אריז"ל.


מוהרא"ש פלעגט אונז מעורר זיין מיר זאלן לערנען אסאך תיקונים, בפרט אין די טעג פון בין המצרים וואס מיר קלאגן אויפ'ן חורבן בית המקדש, די שכינה הקדושה זוכט א הויז וואו צו וואוינען. ווייל אין די הקדמה זאגט רבי שמעון בר יוחאי אז מיט דעם חיבור 'תיקוני זוהר' וועלן מיר מאכן א נעסט פאר די שכינה הקדושה; איז דאך פאסיג צו לערנען יעצט אסאך תיקונים.


איך פריי זיך זייער אז דו העלפסט ארויסגעבן דעם נייעם אלבוים; איך טראכט זאלסט געבן א נאמען דעם אלבוים: "איך דארף נישט קיינעם, נאר דיר באשעפער", ווייל אונזער דור איז אזוי געפאלן, מענטשן זענען ממש נישט ביי זיך, יעדער ליידט פון אנדערע מחשבות און דמיונות; די רפואה פאר דעם איז נאר אמונה, איינ'חזר'ן אן א שיעור מאל 'איך דארף נישט קיינעם, נאר דיר באשעפער אליין'.

#15 - אנצינדען ניגונים נאר פון ערליכע זינגערס
ניגונים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


עס איז זייער א גרויסע זכות וואס איר טוט, איר זענט מסדר א צוזאמקום איינמאל א וואך פאר די פרויען. מען הערט א שיעור התחזקות, מען דערציילט מעשיות פון תפילה, מען שפילט און מען טאנצט.


איך וויל אבער איר זאלט אכטונג געבן וואס פאר א ניגונים מען צינדט אן. וואס מענטשן הערן פריוואט – איז איין זאך, זאל יעדער פרעגן זיין מורה דרך וואס פאר א ניגונים צו הערן, אבער אז מען מאכט די צאמקום אונטער אונזער נאמען - דארף דאס זיין אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, מען קען נישט אנצינדן ניגונים פון פרייע וכדומה, נאר פון ערליכע זינגערס.


עס איז מיר אינטערעסאנט אז מען ווייסט דאס נישט אליינס, אדער מאכט מען זיך ווי מען ווייסט נישט; דער רבי האט דאך געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע, קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא", ניגונים פון רשעים שטערן צו דינען דעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", און ניגונים פון ערליכע אידן העלפן דינען דעם אייבערשטן; איך בין נישט מסכים מען זאל טאנצן אויף די ניגונים.


איר קענט בעטן מרת ... תחי', איר מאן גרייט אן די ניגונים פאר די חתונות אין ישיבה, ער ווייסט פונקטליך וואס פאר א ניגונים מען קען אנצינדן אין ישיבה, ער קען אנגרייטן טרעקס פון ערליכע זינגערס אויף וואס איר קענט טאנצן.


עס פעלט גארנישט פאר די היימישע ערליכע זינגערס, עס איז גארנישט ווייניגער לעבעדיג פון די פרייע זינגערס.


א שאד אז מען קומט הערן אזעלכע שיינע ווארעמע חיזוק אויף יראת שמים און נאכדעם הערט מען פרייע זינגערס, פאלס אלעס אוועק.


 

#14 - מיט די ניגוני אמונה, וועלן מיר ברענגען טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן
ניגונים, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דו וועסט ארבעטן מיט מיר ארויסצוגעבן ניגוני אמונה, ניגוני תשובה - וועלן מיר קענען צוריק ברענגען טויזנטער מענטשן, יונג און אלט - צום אייבערשטן.


הלוואי וואלסטו געמאכט דעם פראיעקט פון ארויסגעבן ניגונים מיט די הארץ, ווערטער און מחשבה פון רבי'ן. דו ביסט טאלאנטפול, דו ווייסט וואס איך וויל, דו קענסט מיר אזוי שטארק ארויסהעלפן.


איך בין יעצט אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל, איך זיץ אויפ'ן עראפלאן, איך בין זיך אביסל מתבודד, און אויך אביסל טראכט איך נאך און נאך פלענער ווי אזוי צו קענען ארויסנעמען די בת קיסר פון די נישט גוטע (סיפורי מעשיות, מעשה א), און ווי אזוי אויסצוהיילן די בת קיסר וואס דער אכזרי'שער קעניג האט געשאסן, ווי דער רבי דערציילט (שם, מעשה יג, דעם זעקסטן טאג) אז ער היילט איר מיט די כח הנגינה.

#13 - שטארק זיך ארויסצוגעבן נאך סידי'ס מיט ניגונים פון אמונה
ישועות, אמונה, ניגונים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע מיידל ... תחי'; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט איר מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים.


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן, אפשר דאך ווילסטו ממשיך זיין מיט'ן ארויסגעבן סידי'ס מיט ניגונים פון אמונה, ניגונים פון תשובה; מיר האבן שוין אנגעהויבן ארבעטן אויף "טאנץ מיט אמונה - 4", ממש א שאד דאס נישט צו ענדיגן.


האסט נישט קיין אנונג וויפיל טויזנטער מענטשן זענען זיך מחזק באמונה פשוטה ובתשובה שלמה בזכות די ניגונים.


אז דו וועסט ווייטער ארויסגעבן די סידי'ס וועסטו זען ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר.

#12 - גרייט צו היימישע חסידישע מוזיק פאר די חתונות
ניגונים, חסידות ברסלב, חתונה, מוזיק

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, פארנדיג אויפ'ן עראפלאן קיין אומאן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט ווייטער מאכן די מוזיק פאר די חתונות אין ישיבה; ווען דו פלעגסט אנגרייטן די ניגונים האט עס געהאט עפעס א שטיקל טעם, דו האסט צאמגעשטעלט שיינע חסידישע געשמאקע ניגונים.


ביי די לעצטע חתונות גרייט מען אן ניגונים אן קיין טעם, פון זינגערס וואס איך ווייס נישט און זיי ווייסן נישט די פשט פון די ניגונים.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט נישט אפלאזן די זאך; בלייב שמש, בלייב באדינען דעם רבי'ן מיט דעם זאך. לייג ניגונים וואס איז אידיש, היימיש, חסידיש, ערליך און אין די זעלבע צייט קנאקעדיג לעבעדיג; ווייז פאר די יונגט אז פאר היימישע ניגונים פעלט גארנישט, עס איז מער לעבעדיג וכו'.


 

#11 - בלייב ווייטער ביי דיין חסידות, און ווארעם דיך מיט די הארציגע זמירות
ניגונים, משניות, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, חסידות

בעזרת ה' יתברך


                                     יום א' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חיפה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט זוכה געווען צו ענדיגן די ערשטע מאל ששה סדרי משנה אין דיין לעבן; אויך האסטו שיעורים אין בבלי און ירושלמי. דער טעם וואס מען שפירט ווען מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו) - דאס קען מען נישט מסביר זיין, מען שפירט א טעם פון גן עדן, מען שפירט זיך גליקליך און צופרידן.


בלייב ביי דיין חסידות, גיי ווייטער צום טיש, זינג די זמירות און די ווארעמע ניגונים; דאס וועט דיר עפענען דיין הארץ. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן סימן רעג): "טוֹב לְהָאָדָם לְהַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ שֶׁיּוּכַל לְהַחֲיוֹת אֶת עַצְמוֹ עִם אֵיזֶה נִגּוּן", עס איז זייער גוט מען זאל זיך מחי' זיין מיט א ניגון, "כִּי נִגּוּן הוּא דָּבָר גָדוֹל וְגָבוֹהַּ מְאֹד מְאֹד וְיֵשׁ לוֹ כֹּחַ גָדוֹל לְעוֹרֵר וּלְהַמְשִׁיךְ אֶת לֵב הָאָדָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווייל מיט א ניגון קען מען זיך זייער אויפוועקן צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


לערן ווייטער אויפ'ן דרך הלימוד פון רבי'ן; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער און בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו פארשטיין. דער רבי האט דערציילט ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד (שבחי הר"ן, אות ח): "וְסִפֵּר שֶׁכָּל לִמּוּדוֹ בָּא לוֹ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה", דער רבי האט דערציילט אז עס איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ווען ער איז געווען יונג, "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנַיוֹת וְלֹא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת", איך האב אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן - זאגט דער רבי - ביז איך האב זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות. "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלֹא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאֹד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - די שכל און שטארקייט וואס דער רבי געבט פאר א יונגער מענטש
כיבוד אב ואם, שידוכים, אמונה, ניגונים, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אזא שיינע בריוו האב איך שוין לאנג נישט באקומען; איך בין זייער איבערגענומען פון איין שטיקל אינעם בריוו וואו דו שרייבסט ווי פרייליך דו ביסט און אז דו טראכסט מער נישט וואס אנדערע טראכטן אויף דיר; עס גייט דיר מער נישט אן וואס אנדערע זאגן, ווייל דו דארפסט קיינעם נישט נאר דעם אייבערשטן און א שידוך - א מאן מיט וועם צו לעבן. און דו שרייבסט ווייטער אזא שטארקע זאך: "ווען איך טרעף זיך איינער אליין, זינג איך מיר די ניגון מי לי בשמים..."


איך ווייס נישט אויב מען קען הערן אזא שכל און אזא שטארקייט ביי עלטער עלטער עלטער באבעס, דא ביסטו א יונגע מיידל און דו האסט שוין מער שכל ווי עלטערע מענטשן; קוק צו וואס דער רבי ברענגט אונז צו, ער בויט אונז אויף, מיר זאלן זיין אזוי שטארק מיט די אמונה אז עס זאל אונז מער נישט אנגיין קיין שום זאך.


דער ניגון מי לי בשמים וואס מיר זינגען אין ישיבה, די ווערטער האט פארפאסט דער הייליגער צדיק - דער בעל התניא זכותו יגן עלינו. מען האט אים געהערט ווי ער זאגט דעם פסוק (תהלים עג, כה): "מִי לִי בַשָּׁמָיִם, וְעִמְּךָ - לֹא חָפַצְתִּי בָאָרֶץ", האט ער אזוי געזאגט: "מִי לִי בַשָּׁמָיִם" וועם האב איך אין הימל? - אלע זענען קעגן מיר, "וְעִמְּךָ", און אז איך האב דיר אייבערשטער, "לֹא חָפַצְתִּי בָאָרֶץ", דארף איך שוין נישט קיינעם; האט ער געזינגען מיט א בענקשאפט: "רבונו של עולם, איך דארף נישט דיין עולם הזה, איך דארף נישט דיין עולם הבא, איך דארף נישט קיינעם - נאר דיר הייליגער באשעפער אליין".


האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו; זאג ווייטער תהילים, גיי ווייטער איידל אנגעטון און העלף דיין מאמע, דו האסט זייער חשוב'ע עלטערן; וועסטו בקרוב טרעפן א גוטע שידוך.


שרייב מיר נאך בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - א קינד וויינט צו זיינע עלטערן וואס זענען פאר'שיכור'ט אינעם טעלעפאן
ניגונים, הפצה, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מיר האבן ארויסגעגעבן א ניגון ווי א קינד וויינט צו זיינע עלטערן, ער געבט ארויס זיינע געפילן ווי ער שפירט זיך נישט אזוי אינטערעסאנט ביי זיינע עלטערן, ווייל זיי זענען פאר'שיכור'ט אינעם טעלעפאן.


אויך האבן מיר געמאכט אויף דעם ניגון א מוזיק ווידיאו, מיר האבן עס געוויזן ביי די פרויען ביים חינוך אווענט.


וויל איך דיר בעטן דו זאלסט דאס פארשפרייטן ווי מער דו קענסט; לייג עס אויף אלע וועבסייטס, בלאגס וכו', וכו'; אפשר וועלן מיר קענען פועל'ן ביי נאך איין משפחה זיי זאלן נישט אריינברענגען אין שטוב קיין שום כלי וואס מען קען זען דערויף מאווי"ס, קליפס וכו', וכו'.


היינט קען מען זיין א גרויסער מפיץ אן ארומגיין אין די גאסן און אין הייזער; מען קען זיצן אין א באקוועמע אפיס און פון דארט פארשפרייטן פאר צענדליגער טויזנטער מענטשן עצות און חיזוק בעבודת ה'.

#8 - מ'דארף מאכן נאך סידי'ס פון ניגוני אמונה
ניגונים, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


די מפיצים זאגן אז עס איז נישט דא מער קיין סידי'ס פון ניגוני אמונה, ניגוני תשובה, דרשות וכו', עס איז ממש א שאד מען זאל נישט מאכן נאך סידי'ס פאר "הפצה".


די סידי'ס זענען מחי' אידישע קינדער, און אפילו די אלע וואס נעמען נישט די קונטרסים און ספרים וכו', וועלן יא נעמען סידי'ס, ווייל א סידי פון ניגונים דארפן אלע.


בעט איך דיר זייער, נעם אפאר בחורים זאלן זיך איינטיילן דורכ'ן טאג צו מאכן קאפיס פון סידי'ס אז די מפיצים זאלן שטענדיג האבן מיט וואס צו גיין הפצה.


שטארק זיך ווייטער מיט דיין הייליגע ארבעט, נישט יעדער איז זוכה צו האבן אזא זכות, עוסק צו זיין אין דרוקן ספרים וואס פארשפרייטן אמונה, מגלגלין זכות על ידי זכאי.


פון דיין ראש ישיבה.

#7 - נוץ אויס דיין כח הנגינה צו מקרב זיין אידישע קינדער
ניגונים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב זיך זייער געפרייט צו הערן נאך א סיום מסכתא פון דיר, דו האסט מסיים געווען מסכת סוטה. דו לערנסט ש"ס כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, יעצט זאלסטו גיין ווייטער צו מסכת גיטין, קידושין און אזוי ווייטער.


איך בעט דיר זייער, איך ווייס אז דו ביסט זייער פארנומען, דאך בעט איך דיר זייער, אזוי ווי דער אייבערשטער האט דיר מזכה געווען מיט א ספעציעלע חוש הנגינה, דארפסטו דאס אויסנוצן צו מקרב זיין אידישע קינדער צו די אמונה. מיר וויל יעצט ארויסגעבן נאך א סידי, "טאנץ מיט אמונה - חלק ד'", אבער מיר ווילן עס נישט מאכן אן דיר; ווען מען הערט די פריערדיגע חלקים זעט מען א גרויסע חילוק פון די דריטע חלק וואס דו האסט געמאכט – ביז די ערשטע צוויי חלקים.


בעט איך דיר אויב דו קענסט ארויסכאפן אביסל צייט צו קומען זינגען מיט די בחורים און אינגעלייט; אויך איך בין גרייט צו זינגען מיט דיר ווען דו האסט אביסל צייט. ווייל מיט נגינה קען מען אויסהיילן די בת מלך, אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה יג, מז' בעטלערס): "און איך הייל זי".


אלעס איז גרייט, די מוזיק איז אויך גרייט; מען ווארט אז דו זאלסט העלפן מיט דיין חוש הנגינה.


איך ווארט צו הערן אויב דו וועסט העלפן.


דיין ראש ישיבה.


 

#6 - וויפיל הרהורי תשובה קומען ארויס פון די ניגונים
ניגונים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט אנגעהויבן ארבעטן פלייסיג אויף נאך א סידי: "טאנץ מיט אמונה #4".


זע אריינצולייגן די בעסטע מוזיק; איך וועל דיר געבן געלט וויפיל עס קאסט, ווייל אינעם היינטיגן דור איז דאס וואס ברענגט צוריק די יוגנט צום אייבערשטן.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל הרהורי תשובה עס קומען ארויס פון די ניגונים. עס ווערט אנטפלעקט די ווערטער וואס צדיקים זאגן – זייערע עצות און חיזוקים, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות נגינה, חלק ב, סימן א): "כְּשֶׁהַצַּדִּיקִים נִתְפַּרְסְמִים בָּעוֹלָם, עַל יְדֵי זֶה נִתְחַדְּשִׁים נִיגוּנִים בָּעוֹלָם", ווען עס ווערט אנטפלעקט די צדיקים ווערן נתחדש נייע ניגונים; דאס גייט אויף ביידע וועגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5 - נוץ אויס דיין זינגען טאלאנט צום גוטן
ניגונים, מוהרנ"ת ז"ל, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א טאלאנט אז דו זינגסט שיין, דארפסטו מכבד זיין דעם אייבערשטן מיט דעם טאלאנט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסיקתא רבתי פסקא עשר תעשר, ב') אויפן פסוק (משלי ג, ט): כַּבֵּד אֶת ה' מֵהוֹנֶךָ – "מִגְּרוֹנְךָ"; זיי מכבד דעם אייבערשטן מיט דיין האלז.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מסדר זיין אין ישיבה א גרופע פון אינגעלייט און בחורים וועלכע זאלן זיין ממונה צו זינגען יעדעס מאל ווען מען קומט זיך צוזאמען, למשל אין דריי וואכן ארום – מאנטאג נאכט פרשת ויחי - געפאלט רבי נתן'ס יארצייט, ווילן מיר מאכן אין ישיבה א שיינע יארצייט סעודה און דערביי דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די מתנה אז מיר האבן רבי נתן; וויל איך דיר בעטן אויב דו קענסט מסדר זיין צו זינגען ביי די סעודה מיט דיינע חברים.


אין דעם זכות וועסטו זוכה זיין אויפצוציען דיינע קינדער אלץ ערליכע אידן געזונטערהייט צוזאמען מיט דיין ווייב תחי'.


א שאד אז דו ליינסט נישט אלע בריוון פון "עצתו אמונה"; יעדע בריוו איז געשריבן געווארן פאר יעדן תלמיד בפרטיות. מען קען ארויסנעמען פון די בריוון שטארקע חיזוקים אין אלע ענינים.


...

#4 - ממשיך זיין ארויסצוגעבן נאך סידי'ס
חנוכה, ניגונים, רענט, מוזיק

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר דעם וואס דו העלפסט ארויס די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך האף אז דו וועסט ממשיך זיין מיר צו העלפן ארויסגעבן נאך סידי'ס; די היינטיגע יוגנט האבן נישט אזא געפיל אין ליינען און וועלן ענדערש הערן מוזיק, דערפאר דארפן מיר נעמען אלע קונטרסים פון מוהרא"ש און פון יעדע קונטרס אויס געבן א סידי.


די פריערדיגע סידי "קום צוריק" האט אלע טעמים; אלע זאגן אז דאס איז שענער פון די ערשטע צוויי "טאנץ מיט אמונה", נאר ווייל דו האסט עס שיין געמאכט.


דעריבער וויל איך דיר מחזק זיין אויב דו קענסט העלפן האברך ... נרו יאיר מיטן ארויסגעבן נאך סידי'ס; ער וויל זייער שטארק ארבעטן דערויף, דורכדעם וועסטו מצליח זיין.


יעצט קומט חנוכה, זאלסטו זען צו צינדן די הייליגע מנורה בשמחה! דו האסט דאך קליינע קינדער, זאלסטו זען צו טאנצן מיט זיי. לאז אפ "וויינען"; וויינען וועסטו ווען קיינער זעט נישט. אז דו וועסט וויינען ביי די ליכט וועלן דיין ווייב און קינדער נישט וועלן עס זאל זיין חנוכה; טאנץ און זינג מיט זיי וועלן זיי אויסוואקסן ערליכע אידן.


...

#3 - ניגונים פון אמונה העלפט פאר פחדים
פחדים, אמונה, ניגונים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בין ענק דאנקבאר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל ענק העלפן אז בזכות די צדקה זאלן ענק זוכה זיין צו אלעס גוטס.


איך האב שוין לאנג נישט געהערט וואס איר מאכט; איך בעט פאר אייך און איך האף אז איר זענט רואיג.


יעדעס מאל ווען עס קומט אייך אריין פחדים השם ישמרינו זאלט איר זינגען צו זיך לידער פון אמונה; ווי למשל: "דער אייבערשטער איז דא", "אלעס איז דער אייבערשטער", "קיינער קען מיר גארנישט טון"; דאס וועט אוועקנעמען פון אייך אלע פחדים און שרעק.


איך בין יעצט אויפן וועג קיין יבניאל; איך שרייב דעם בריוו פון העכער די וואלקענעס, פון הימל. איך וועל בעטן פאר אייך און פאר אייער משפחה.


א גרוס פון אייער טייערער מאן נרו יאיר; איך האב אים זייער ליב, איך פריי מיך יעדע מאל ער קומט ארויף אין ישיבה.


...

#2 - הערן נאר פון ערליכע זינגערס און פון ערליכע בדחנים
חיזוק פאר מיידלעך, ניגונים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מען נעמט אראפ ניגונים פון א צווייטנס עס-די קארד דארף מען זייער אכטונג געבן אז עס זאל נאר זיין ערליכע ניגונים.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא, וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", ווער עס הערט ניגונים פון נישט אן ערליכער זינגער וועט אים אנקומען שווער צו דינען דעם אייבערשטן, און אויב מען הערט ניגונים פון אן ערליכן זינגער וועט עס אים צוהעלפן צו עבודת השם.


געלויבט דעם אייבערשטן אז היינט זענען דא אסאך טעיפס און סידי'ס פון ערליכע אידן וואס ענטהאלטן ווארימע חסידי'שע ניגונים, דאס איז גוט צו הערן און אויך געבן פאר קינדער צו הערן. ווידעראום זענען דא אסאך ניגונים פון זינגערס וואס זענען נישט קיין ערליכע אידן, אז מען הערט דאס שטערט דאס צו עבודת השם.


מוהרא"ש זאגט אז א זינגער וואס שניידט די בארד און פיאות זאל מען נישט הערן.


דערפאר זאלסטו אכטונג געבן ווען דו נעמסט אן עס-די קארד פון א חבר'טע צו קאפיען זאלסטו וויסן וואס דו קאפיסט, עס זאל נישט ליגן אויף דיין סענסע ניגונים וואס דער רבי לאזט נישט הערן. אזוי אויך זענען דא פילע קאלעקשנס פון בדחנים און ליצים; דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו הערן קיין ליצנות פון לצים נאר אויב די בדחנות זענען געזאגט געווארן מיט די תנאים פון רבי'ן.


דער רבי האט געזאגט אז מען קען זאגן ווערטלעך מיט די פאלגענדע דריי תנאים: "1 - אן קיין ניבול פה; 2 - נישט אויף א צווייטנס חשבון; 3 - מען זאל נישט מיינען זיך", און דער רבי האט אויסגעפירט: "היינט גייט זאגט ווערטלעך".


איינער וואס רעדט ניבול פה - זאגט דער רבי (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן א) - איז א סימן אז זיין הארץ איז פול מיט זינד; מען דארף אנטלויפן פון מנובלות אזוי ווי מען אנטלויפט פון פייער, דאס שאדט נאך אסאך מער פארן מענטש ווי ניגונים וכו'.


איך פריי זיך זייער שטארק צו הערן אז דו האסט מסיים געווען די דרייסיגסטע מאל 'ספר תהילים'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.

#1 - מ'דארף שוין מאכן נאך א סידי פון ניגוני אמונה
אמונה, ניגונים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ט אייר, ל"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיין גרעסטע הנאה איז צו הערן ווי פלייסיג דו לערנסט; דו האסט מיר זייער מחי' געווען מיט די בשורה טובה אז דו האסט מסיים געווען מסכת כתובות די וואך. נאר דאס וועט איבערבלייבן פון אונז, די בלעטער גמרא, פרקים משניות און סימנים שלחן ערוך.


אפשר קענסטו רעדן מיט האברך ... נרו יאיר ער זאל אונז העלפן ריקארדירן נאך א סידי; מיר האבן שוין גרייט נאך א סידי: "טאנץ מיט אמונה #3", און עס איז ממש א שאד די צייט וואס מען ווארט, ווייל אין אפאר וואכן פארן מיר שוין אין קעמפ, און גלייך נאך קעמפ פארן מיר קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, וועט זיך דאס אפשטופן פאר נאך א יאר...


זיי אים מסביר דאס גרויסקייט פון הפצה; אפשר ווייסט ער נישט וויפיל אידן זענען זיך מחי' און מחזק מיט די ניגונים פון אמונה. צענדליגער טויזנטער אידן זענען זיך מחזק מיט די ניגונים וואס ברענגט אריין אין זיי אמונה; בעט אים אז ער זאל מאכן צייט פאר דעם.


שטארק דיך טייערער ...; זיי ממשיך צו העלפן מיט וואס דו קענסט נאר אז מיר זאלן קענען אריין ברענגען דעם אייבערשטן אין די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.