בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#47 - חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, שמחה, חינוך הילדים, שידוכים, אמונה, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, הפצה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, ריינקייט, סיום, נסיעה, התחדשות, בית המדרש, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, נסיונות, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פירושים, דאווענען, יאוש, ארץ ישראל, מנין, ירושלים, מניעות, פרויען צאמקום, מוהרנ"ת ז"ל, תיקון הכללי, השגחה פרטית, ברית, עקשנות, חמרות ופרישות, חזית איש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


מה אשיב לה', כל תגמולוהי עליו; חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל, זיין א שבת אין ירושלים מיט תלמידי היכל הקודש, און איך בין צוריק אין אמעריקע מיט פרישע כוחות, מיט א פרישע התקרבות.


איך האב געהאט גרויסע ניסים ביי די נסיעה, איך וועל פרובירן זיך אביסל מצמצם זיין און אראפשרייבן אביסל פון די הערליכע נסיעה.


במשך די נסיעה פון דריי טעג איז געווען צוועלף שיעורים, פול מיט חיזוק פון רבי'ן, רבי נתן און מוהרא"ש. אויך בין איך געווען איינגעשפארט ביי די פאליציי.


איך וועל אנהויבן שרייבן די נסיעה, איך האף דו וועסט זיך מחזק זיין, און זיך אויך קענען באנייען.


איך בין ארויסגעפארן פון אמעריקע מיטוואך נאכט עלף אזייגער, די וועג איז געווען זייער פיין. איך האב געלערנט אויפ'ן וועג תיקונים, איך האב געהאט קאפ-וויי האב איך זיך צוגעלייגט. נאך דריי שעה פארן האב איך געדאווענט שחרית, עס איז געווען א מנין אויפ'ן פליגער, אבער איך בין נישט געווען בכח צו גיין צום מנין, איך האב געדאווענט פאר מיר ביחידות, און צוריק איינגעשלאפן.


שפעטער האב איך געדאווענט מנחה און ווייטער געלערנט תיקונים, מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דאנערשטאג, צען מינוט פאר פיר. אראפקומענדיג פון פליגער האט מיך אפגעווארט איינער אונז נעמען פריוואט, מיר זאלן נישט דארפן אריבערגיין צווישן אלע. אלעס איז געווען זייער שיין און פיין, ביזן אריבערגיין די גרעניץ; דארט האט מען אונז מודיע געווען אז איך קען נישט אריבערגיין, איך דארף ווארטן אויף די פאליציי. איך האב זיך גארנישט פארלוירן, איך בין געבליבן פרייליך און געדאנקט דעם אייבערשטן.


ווען די פאליציי זענען אנגעקומען איז דארט שוין געווען האברך אברהם ר. נרו יאיר, ער האט געבעטן די פאליציי אויב זיי זענען מסכים מען זאל מיך נישט לייגן אין די פאליציי קאר, נאר איך זאל גיין מיט אים, און צוזאמען מיט מיר וועט קומען א פאליציי. ער האט גערעדט הארציג צו זיי, ער האט זיי געזאגט אז דא רעדט מען פון א רב וואס האט תלמידים; מען זאל אלעס מאכן בדרך כבוד. אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן מסכים געווען איך זאל פארן צום פאליציי סטאנציע מיט האברך אברהם נרו יאיר, מיט א פאליציי וואס געבט אכטונג איך זאל נישט אנטלויפן.


מיר זענען אנגעקומען צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, מען האט מיך אריינגעזעצט אין א קליינע צימער. איך האב געפרעגט דעם פאליציי מאן: "מה פשעי, מה חטאתי?" זאגט ער: "איך ווייס נישט, מען דארף ווארטן אז די פאליציי פון יהודה ושומרון זאלן קומען מיך חוקר זיין".


אינצווישן האב איך זיך גוט מתבודד געווען. איך האב ברוך ה' נישט פארלוירן פאר קיין איין רגע מיין אמונה. איך האב נאך גארנישט געהאט געגעסן פון פאר'ן ארויספארן, איך האב אויך גארנישט געטרינקען. דער פאליס-מאן האט מיר געמאכט א שווארצע קאווע אן מילך, דאס האט מיר געגעבן אביסל כח. איך האב אים געבעטן אויב ער קען בעטן פון איינעם אינדרויסן מיר צו ברענגען א ספר, האט דער פאליציי-מאן מיך געברענגט א תהילים, איך האב געענדיגט דעם יום תהילים פון דאנערשטאג און פרייטאג.


איך בין געפארן מיט דריי באגלייטער. מיין איידעם הרב נתנאל נרו יאיר, החתן יוסי ז. נרו יאיר און יענקי פ. נרו יאיר. זיי זענען נישט מיט געקומען מיט מיר צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, זיי זענען געגאנגען נעמען די פעקלעך, שפעטער האט מען מיר געברענגט דעם ספר תיקוני זוהר. איך האב געלערנט תיקונים און געשפירט אזא ליכטיגקייט. אויך האב איך זוכה געווען צו מחדש זיין אביסל אויף ספר תיקוני זוהר, איך וועל דיר דאס שרייבן אין אן אנדערע געלעגנהייט.


עס האט געהייסן אז איך פאר קיין טברי' געבן א שיעור אין אונזער נייעם בית המדרש היכל הקודש, די שיעור האט געדארפט פארקומען אום ניין אזייגער, די גבאים האבן נישט געוויסט וואס צו זאגן; זאל מען זאגן דעם עולם אהיימגיין אדער נישט, מען האט געהאפט אז עס וועט נישט נעמען לאנג. למעשה, ביז די פאליציי, די חוקרים - זענען אנגעקומען, האט זיך געשלעפט און געשלעפט.


די חקירות האט גענומען אפאר שעה. בחסדי השם האט מען מיך געלאזט גיין עלף אזייגער ביינאכט, מען האט מיר צוריק געגעבן מיין פאספארט.


וואס איז געווען? איינער האט מפרסם געווען אין די נייעס חדשים פריער אז איך האב א שייכות מיט דעם בחור מ. ק. וואס איז נעבעך פארלוירן געווארן שוין כמעט א יאר, ווייל די לעצטע פלאץ וואו מען האט אים געזען איז געווען פאריאר ווען איך בין געפארן קיין ארץ ישראל מיט א חלק ישיבה צו מקומות הקדושים און צו די הקמת המצבה פון מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה.


איידער די חקירות האבן זיך געענדיגט האבן זיי מיך געפרעגט אויב איך בין מסכים צו מאכן א פאליגראף; א טעסט מיט א מאשין אויב איך זאג אמת. איך האב זיי געזאגט "אוודאי", ווייל וואס איז דא וואס מורא צו האבן, איך זאג דאך נישט קיין ליגנט. זיי האבן אפגעשמועסט איך זאל קומען אין ירושלים פרייטאג אינדערפרי מאכן דעם פאליגראף.


האברך אברהם נרו יאיר האט גלייך אנגעגרייט א גרויסן עורך דין, דער לויער האט געווארט אינדרויסן פון פאליס סטעישן, ער האט מיך אויסגעפרעגט ווי אזוי די חקירות ודרישות זענען געווען וכו'. איך האב אים אלעס דערציילט, אויך פונעם מארגנדיגן טאג, פון די פאליגראף; האט ער געזאגט: "בשום אין אופן", איך זאל נישט גיין, ער האט געזאגט אז מען וויל מיך אריינלייגן אין א פאסטקע רחמנא לצלן. ער האט גערופן דעם חוקר און געשריגן אז ער האט דא געטון נגד זייער חוק.


אינדרויסן האבן מיך אפגעווארט די טייערע איבערגעגעבענע אינגעלייט, די גבאים פון ירושלים. יצחק ש. נרו יאיר, שמעון ע. נרו יאיר און יצחק נרו יאיר. מיר האבן זיך זייער געפריידט זיך צו זען איינער מיטן צווייטן.


זיי האבן אויסגעקוקט אביסל דערשראקן, מיר האבן זיך מחזק געווען, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", ווי מער מניעות מען האט ווען מען ווערט מקורב צום צדיק - אלץ מער קדושה באקומט מען; אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים (עיין ברכות ה.): "ארץ ישראל אינו נקנית אלא ביסורין"; ווי מער מען גייט אריבער - אלץ מער קדושה איז מען זוכה צו באקומען.


יעצט און אזוי אויך פריערדיגע מאל, ווען איך קום קיין ארץ ישראל איז עס אלץ מיט יסורים. זייט מיר האבן אנגעהויבן אויפשטעלן בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל; אנגעהויבן אין ירושלים, בני ברק, צפת, בראכפעלד און יעצט די נייע שול אין טברי' - איז אלץ דא פאר מיר גרויסע מניעות צו קומען, אבער דער רבי געבט אונז אזויפיל חיזוק, אז מען מאכט פון די מניעות - נעימות.


בשעת די חקירות האב איך זיך מתבודד געווען מיט א פארמאכטע מויל, ביי יעדע פראגע וואס זיי האבן מיך געפרעגט האב איך געשעפשעט מיט פארמאכטע ליפן צום אייבערשטן און געבעטן: "רבונו של עולם, וואס ווילן זיי פון מיר? וואס האב איך דא חוטא געווען אז מען נעמט מיך מיט פאליציי? מען גייט מיך דא איינשפארן..."


איך האב זיך דערמאנט דעם סיפור פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געגאנגען צו די חתונה פון זיין זון און מען האט אפגעווארט מיט שטעקענעס אים צו שלאגן. רבי נתן איז אריינגעלאפן אין וואלד זיך באהאלטן פון זיי, נאכדעם האט מען אים געטראפן זינגען אין וואלד דעם באקאנטן ניגון וואס מיר זינגען אויף אשת חיל, האט ער געזינגען: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, וועט מען זען ווען משיח וועט קומען..." און רבי נתן האט געזאגט: "אפילו א פשוט'ער בעל עגלה, א פראסטער טרעגער - ווען ער גייט חתונה מאכן זיין קינד - האט ער א שיינע קבלת פנים, איז וואס קומט מיר אזא קבלת פנים?" אזוי האט רבי נתן געפרעגט, און ער האט געענטפערט: "מוז זיין, נאר ווייל איך רעד פון הייליגן רבי'ן, און דער סמ"ך מ"ם קען דאס נישט ליידן". דער לויער האט מיר געזאגט: "דו גייסט נישט מאכן דעם פאליגראף", ער וועט אנגרייטן זונטאג אין זייער בית המשפט איך זאל קענען אהיימפארן בשלום.


איך האב זיך גלייך געמאכט א חשבון, איך מוז שוין פארן קיין יבנאל און מירון, אזוי האבן מיר געטון. איך האב געבעטן יענקי פ. אז איך וויל פארן גלייך קיין יבנאל צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


די גבאים פון ירושלים זענען אהיימגעפארן און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט קיין יבנאל. אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט אין א גאז סטאנציע, אויפ'ן שאסיי נומער זעקס, נעמען געז. איך האב זיך אפגעשטעלט דאווענען תפילת ערבית ביחידות, איך האב געוואלט דאווענען מעריב פאר חצות.


א גאנצע וועג האבן מיר זיך מחזק געווען, א מענטש מאכט זיך א פלאן, אבער דער אייבערשטער מאכט סאך א בעסערע פלאן. איך האב געשפירט אביסל ווייטאג ביים הארץ, איך האב דאס גלייך צאמגעשטעלט מיט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כְּשֶׁיֵּשׁ, חַס וְשָׁלוֹם, צָרָה לָאָדָם", ווען א מענטש איז אין א צרה, "נִתְקַבְּצִים כָּל הַדָּמִים וְעוֹלִים אֶל הַלֵּב", לויפן אלע בלוט צום הארץ זיך צו באשיצן.


בערך צוויי אזייגער זענען מיר אנגעקומען צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. איך האב געזאגט די צען קאפיטלעך, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און זיך מתבודד געווען. אויפ'ן וועג האב איך געזאגט פאר'ן דרייווער: "ווען איינער איז נאושעס, עס איבלט אים, בעט ער דעם דרייווער 'פאָר שנעלער, ווייל איך גיי כמעט אויסברעכן', אזוי אויך בעט איך דיר, פאר שנעלער ווייל איך גיי שוין אויספלאצן אין א געוויין, איך קען זיך שוין כמעט נישט איינהאלטן", איך האב געשפירט אזוי צעבראכן, אבער ווען איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש'ס ציון האב איך אנגעהויבן אזוי דאנקען דעם אייבערשטן פאר'ן מיך מקרב זיין אין היכל הקודש, פאר'ן מיך מקרב זיין צום רבי'ן; איך האב נישט געקענט אויפהערן זאגן "שכוח אייבערשטער" און "שכוח מוהרא"ש" פאר'ן רחמנות האבן אויף מיר, פאר'ן מיך ווייזן א וועג צו קענען לעבן מיט אמונה, מיט תורה, מיט תפילה וכו' וכו'.


מיר זענען געפארן קיין טברי' צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס. איך האב נישט געוואלט אריינגיין איידער איך מאך זיך ריין די שיך, אין יבנאל איז מיר געווארן פארשמירט די שיך, עס איז געווען א גרויסע בלאטע אין יבנאל, אונטן פון די טרעפ וואו מען גייט ארויף צום ציון. מיר האבן זיך אלע אפגערייניגט די שיך, ווייל אז מען גייט צו א ציון פון א צדיק - גייט מען מיט די גרעסטע דרך ארץ.


איך האב געזאגט אכט קאפיטלעך תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן מיינע תפילות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין מירון.


צום ערשט בין איך צוגעגאנגען צום ציון פון מיין זיידע און באבע אויבן אויפ'ן בארג, העכערן קבר פון רבי יוחנן הסנדלר. עס האט גערעגנט, מיר האבן נישט געהאט קיין שירעם זיך צו באשיצן פון די רעגן. העכער די ציון פון מיין זיידע איז דא א דעכל זיך צו באשיצן פון רעגן, מיר האבן דארט מתפלל געווען.


פון דארט זענען מיר געגאנגען צו די מערה פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב געזאגט תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב אסאך געבעטן דארט צו קענען שרייבן ווייטער דעם פירוש חזית איש, אויך האב איך געלערנט אביסל תיקונים, איך האב לכתחילה געוואלט מסיים זיין אין די מערה תיקוני זוהר.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים, מיר זענען אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי זעקס אזייגער. איך בין גלייך געגאנגען אין מקוה און געגאנגען אין שול - אין בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב. עס זענען שוין געווען אנשי שלומינו וואס זענען געזיצן און געלערנט, יעדער איינער זיינע שיעורים כסדרן.


נאך תפילת שחרית האב איך געגעבן א שיעור, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", ווער עס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפ'ן צדיק; ווען מען פירט זיך אויף שיין מיט דרך ארץ איז דאס די גרעסטע הפצה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קיא.): "אֶחָד מֵעִיר מְזַכֶּה כָּל הָעִיר", אז מען זעט איינעם זיך פירן מיט דרך ארץ, מיט יראת שמים - ווילן אלע זיין ווי אים. נאך זאגן די הייליגע חכמים (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" - זאלסט מאכן מענטשן זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן וכו'.


עס איז געווען אזא שמחה צווישן אנשי שלומינו זיך צו טרעפן איינער מיט'ן צווייטן, און דאס פרישקייט וואס איך האב דארט געזען איז עפעס נישט פשוט, אלע מיט אזא שמחה און התחדשות, ממש א מחי'.


פון דארט בין איך צוגעפארן מיט אברהם נחום נרו יאיר צו משפחת בורשטיין שיחיו. איך האב מיט געברענגט פון אמעריקע א מתנה, א שפילצייג פאר די קינדער. פאר זיי האב איך א שטארקע הכרת הטוב, ביי זיי האט זיך אלעס אנגעהויבן. בערך פיר יאר צוריק איז געווען ביי זיי אין שטוב די ערשטע שיעור, אויך האט מרת בורשטיין אנגעהויבן דאס ארויסשיקן יעדן טאג חיזוק יומי, און אויך דאס מתרגם זיין.


איך בין געגאנגען צו די דירה; האברך אברהם האט געזארגט פאר א דירה פאר מיר, איך האב זיך אראפגעלייגט שלאפן, צו זיין אויסגערוט לכבוד שבת.


נאכמיטאג האט שמעון עוזר מיר געברענגט פיינע ווארעמע קוגל. אין מקוה בין איך נישט אנגעקומען צו גיין, איך האב אינזין געהאט אינדערפרי און זיך גע'טובל'ט א באזונדערע טבילה לכבוד שבת.


*ליל שבת פרשת שמות*


אנקומענדיג אין שול איז געווען שומרים צו האלטן סדר, עס זאל נישט זיין קיין גרויסע געדרענג, עס זענען זיך צאמגעקומען אנשי שלומינו פון אלע שטעט; פון בני ברק, טברי', בית שמש, בראכפעלד, חיפה, יבנאל, צפת וכו'. דער גבאי יצחק האט מיך מכבד געווען צו דאווענען קבלת שבת. אויך איז געקומען פון אמעריקע אפאר געסט, אברהם משה נרו יאיר, און מאטי פון שטעטל, אויך ישראלי.


די סעודה האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען. איך האב געבעטן די גבאים אז איך וויל עסן די סעודות שבת מיט די בחורים וואס גייען הפצה, פאריאר האבן מיר געגעסן מיט בחורים, ווער עס האט נאר געוואלט, אבער איך האב געוואלט געבן עפעס באזונדערס פאר די מפיצים. עס איז געווען זייער שיינע סעודות, איך האף אז איינער פון זיי וועלן אפשרייבן די שיינע שמועסן, די שיינע חיזוק וואס מיר האבן גערעדט ביי די סעודה.


די באטע איז פארגעקומען אין שול, אנדערש ווי פאריאר. איך האב געבעטן די גבאים זאלן וואס ווייניגער אויסגעבן געלט פאר גיין אין א זאל, ענדערש וויל איך זיין אין שול; דער ירושלימ'ער שול האט דאך אלע טעמים, מלא חן, מען שפירט דארט דעם אויר הזך והנח.


מען האט געזינגען זמירות שבת און גערעדט בערך א שעה. איך קען זיך יעצט נישט דערמאנען וואס מיר האבן גערעדט. איך בין יעצט אנגעקומען און איך דארף שוין לויפן אין ישיבה צו די בחורים, איך האף צום אייבערשטן איינער וועט אפשרייבן אלע שיעורים פון שבת קודש און דאס אפדרוקן, ווייל די דרשות פון שבת אין ירושלים איז געווען וואונדערליכע דיבורים.


*שבת אינדערפרי*


שבת אינדערפרי, זיבן אזייגער, איז געקומען משה שמואל און משה ראזענבערג מיך באגלייטן צו די מקוה. איך האב זיך געגרייט צום דאווענען מיט לערנען משניות און גמרא. פאר'ן דאווענען האב איך געגעבן א שיעור אין לשון הקודש, ווייל עס זענען געקומען א גאנצע גרופע בחורים מיטהאלטן דעם שבת - וואס פארשטייען נאכנישט קיין אידיש. זיי האבן אזוי שטארק געבענקט צו קענען עפעס מיטהאלטן, זיי האבן מיך געבעטן נאך די באטע אויב איך קען רעדן ביי ספורי מעשיות אביסל אין לשון הקודש, איך האב נישט געוואלט מישן די שיעור - אידיש מיט לשון הקודש, האב איך זיי געזאגט אז איך וועל זיי געבן א שיעור פאר'ן דאווענען.


איך געדענק נישט פינקטליך וואס מיר האבן גערעדט, אבער אלע דיבורים אונזערע זענען פון זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, און וויסן אז דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן ארויסגיין - יעדער איינער - פון זיין פלאנטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס דער רבי פרעגט (ספורי מעשיות, סוף מעשה מבערגיר ועני) וואס איז די סימן פאר אידישע קינדער? דער וואס וועט זאגן (בראשית נ, כה): "פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם", ער איז דער גואל אמיתי; אויב אלע ווייסן אז דאס איז וואס מען דארף זאגן - קען דאך יעדער איינער קומען און דאס זאגן, איז דאך דאס נישט קיין סימן... אזוי פרעגט דער הייליגער רבי.


מיר האבן גערעדט, מען קען זאגן אז די קשיא אליינס - דאס איז דער ענטפער. דא זעט מען אז יעדער איינער קען מחזק זיין נשמות ישראל, מען דארף נישט מער פון זאגן די פאר ווערטער: "'פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם', דער אייבערשטער וועט ענק נאך העלפן, זייט אייך נישט מייאש, פארלירט אייך נישט, געבט נישט אויף, עס וועט נאך זיין גוט"; דאך זאגט דאס קיינער נישט, און ווער עס זאגט דאס - דער איז דער גואל אמיתי.


דער הייליגער רבי - ער שרייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח; שיחות הר"ן, סימן קנג): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל! גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען"; דער רבי בלאזט א ווינט פון האפענונג אויף אונז, אלע קענען דאס זאגן אבער קיינער זאגט דאס נישט.


אזוי איז געווען אין מצרים, אידן זענען געווען אזוי דערביטערט, אידן זענען געווען אזוי פארלוירן, פלוצלונג קומט דער צדיק משה רבינו און שרייט: "פָּקוֹד יִפְקוֹד", דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן, "וַיַּאֲמֵן הָעָם" (שמות ד, לא), און אידישע קינדער האבן געגלייבט. זיי האבן געזען אז דאס איז דער גואל אמיתי, און אזוי איז היינט. אידישע קינדער זענען אזוי צעקלאפט, יעדער איינער מיט זיין אייגענע מצרים, פלוצלונג הערט מען שופר של משיח, דאס איז דער געשריי פון רבי'ן וואס שרייט: "גיוואלד זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען, גיי צום אייבערשטן, רעד צום באשעפער, שמועס מיט אים אויף דיין אייגענע שפראך, רעד צו אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינט, זיי זיך מתוודה פאר אים, זאג 'רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, וואס זאל איך טון? איך האלט אין איין אראפפאלן נאכאמאל און נאכאמאל'".


צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען אבא חייא, דער גבאי פון בני ברק, שחרית האב איך געדאווענט. די עליות האט דער גבאי יצחק שמואל מכבד געווען די גבאים פון אלע שולן אין ארץ ישראל, איך האב עולה געווען און געבענטשט גומל. מוסף האט געדאווענט משה שמואל, דער מגיד שיעור אין אונזער ישיבה אין ירושלים.


נאכן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט קידוש צו מאכן, מיר האבן פארגעלערנט ספורי מעשיות פון הייליגן רבי'ן, מעשה ג' (מחיגר). מיר האבן בעיקר גערעדט פון דעם חיגר וואס האט זיך גע'עקשנ'ט יא ווייטער צו פארן, ביז ער איז פארבלאנזשעט געווארן און די רויבערס האבן אים בא'גנב'עט. מיר האבן גערעדט פון זיך נישט עקשנ'ען אין לעבן, בפרט אין שטוב, ווייל ווי מער מען איז מוותר - אלץ מער איז מען זוכה אז די שכינה זאל רוען ביי אים. ווען מען וויל עפעס זייער שטארק און עס גייט נישט ווי מען וויל און מען איז ווייטער פרייליך און צופרידן, מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן - רוט די שכינה ביי אים, אזוי ווי עס שטייט (ישעי' נז, טו): "אֶשְׁכּוֹן וְאֶת דַּכָּא", דער אייבערשטער רוט ביי אים (סוטה ה.), דאס איז בעיקר אינעם חתונה געהאטע לעבן; כל זמן מען איז א פלג גוף איז נישט שייך צו זיין בטל צום אייבערשטן, ווייל מען לעבט ווי אזוי מען וויל, אלעס טוט מען ווי אזוי עס איז גוט פאר זיך, אבער ווען מען האט חתונה, מען האט א ווייב וואס וויל אנדערש, יעדע זאך דארף מען גיין קעגן די אייגענע ווילן, מען איז זיך מבטל צו טון רצון הבורא - דעמאלט איז דא השראת השכינה.


אויך האבן מיר גערעדט פון זיך אכטונג געבן פון די וואס רעדן צו אברכים קעגן די תורה, פון חומרות ופרישות, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן. א אינגערמאן קומט צו מיר וויינען, ער האט חתונה געהאט און מען האט אים פארפירט אין פרישות, איז ער זיך געגאנגען קויפן א טעלעפאן צו קוקן עבירות, ער וויינט צו מיר: "ראטעווע מיך, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע"; אלעס נעבעך פון חומרות ופרישות.


איך האב דערציילט, איינער שרייבט מיר פאריגע וואך, ער איז אין א כתה וואס מען זאגט אים זיך אפשיידן לגמרי, ער זאל נישט אהיימקומען ביינאכט, ער זאל שרייען אין פעלד. ער שרייבט מיר אז זיין ווייב וויל א גט; זי וויל א מאן, זי וויל א חתונה געהאטע לעבן, ער פרעגט וואס ער זאל טון, ווייל די חברים פון די כתה זאגן ער זאל זיין שטארק ביז זי וועט זיך ברעכן. איך האב אים געשריבן ער זאל אנטלויפן פון חומרות ופרישות, ער זאל פאלגן דעם רבי'ן, זיך פירן על פי תורה, על פי שלחן ערוך.


סעודת שבת אינדערפרי האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען מיט די בחורים מפיצים, דער אינגערמאן אברהם נרו יאיר האט צוגעשטעלט פון בעסטן און שענסטן.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט ביי די סעודה, הרב החסיד רבי שמעון שפירא זאל זיין געזונט און שטארק איז געקומען מיר זאגן שלום עליכם. איך האב זיך אביסל געשעמט, א איד אין אזא עלטער זאל זיך מטריח זיין, זיך ארויפשלעפן צו מיר אינגערמאן... ער האט נאכגעזאגט שיינע חיזוק פון רבי אפרימ'ל זכרונו לברכה (ספר עונג שבת), עס שטייט (שמות ב, יב): "וַיַּךְ אֶת הַמִּצְרִי וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", ווי אזוי קען מען זיך שלאגן מיט מצרי, מיט'ן מצר ים? דורך "וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", חול איז ראשי תיבות ח'זק ו'יאמץ ל'בך, נאר דורך התחזקות, זיך שטארקן נאכאמאל און נאכאמאל - קען מען זיך שלאגן מיט'ן מצרי.


אויך האט ער מיר געגעבן אביסל מוסר מיט ליבשאפט, פארוואס מען דאווענט ביי אונז אין שול נאך זמן קריאת שמע; ווייל ביים רבי'ן איז געווען הלכה, זיך נישט אוועקרירן פון שלחן ערוך. ער האט מיר אנגעווינטשן איך זאל ווייטער מחזק זיין אידישע קינדער. ער האט א שטאקע געפיל פאר היכל הקודש, זיין איידעם משה שמואל און זיין טאכטער, ביידע פירן זיך אויף מיט גרויס דרך ארץ און יראת שמים, זיין טאכטער איז א לערערין ביי אונזער שולע בית פיגא אין ירושלים.


די צוויי אינגעלייט וואס האבן מיך באגלייט שבת אינדערפרי זענען געקומען מיך נעמען צו מנחה און שלש סעודות. דער דיין פון יבנאל, הרב הגאון רבי משה קורץ שליט"א איז געקומען אויף שבת, ער האט באקומען אן עלי' ביי מנחה.


שלש סעודות האבן מיר גערעדט דיבורים חמים, גחלי אש, פון סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). מיר האבן געלערנט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יא): "תֶּבֶן אַתָּה מַכְנִיס לַעֲפָרַיִם", ווי קען זיין מען זאל ברענגען מענטשן וואס זענען אראפגעפאלן לעפר - צו תבנית התורה? יוחני און ממרא האבן געפרעגט משה רבינו, דו ווילסט נעמען עם ישראל וואס זענען בשפל המדריגה, וואס זענען אין די מ"ט שערי טומאה - צו הר סיני, צו קבלת התורה, צו פסקו זוהמתן?! קען דען זיין אזא זאך, א איד וואס האט פוגם געווען באות ברית קודש, בהוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - זאל נאך קענען תשובה טון? זאל נאך קענען זיין א צדיק?


האט משה רבינו געענטפערט: "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי", יא, מען קען זוכה זיין צו די העכסטע דרגא, צו יחודא עילאה און יחודא תתאה דורך "אֲמִירוֹת שֶׁל אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי", אז מען זאגט תורה, מען זאגט משניות און גמרא - קען מען אנקומען "לְמָתָא יַרְקָא, יַרְקָא שְׁקֻל", צו די העכסטע מדריגות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כב.): "פְּתַח פִּיךָ", עפן דיין מויל, דאס מיינט הויב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, "וְיָאִירוּ דְּבָרֶיךָ", עס וועט דיר ליכטיגע ווערן.


גלייך נאך מעריב האט מיך פלוצלונג אנגעכאפט א שטיקל זארג, 'וואס גייט זיין? וועל איך קענען אהיימפארן?' ווייל די חוקרים, די פאליציי - האבן מיר געזאגט אז אויב איך וועל זיך שטעלן פאר'ן פאליגראף איז גוט, און אז נישט - וועט מען מיך נאכאמאל נעמען פאר חקירות איידער איך פאר אהיים. א גאנץ שבת האב איך נישט געטראכט פון די גאנצע פרשה, אבער פלוצלונג מוצאי שבת האב איך זיך געזארגט.


נאך הבדלה בין איך אהיימגעפארן מיט'ן גבאי שמעון עוזר, אנקומענדיג אהיים ווארט מיך אפ האברך אברהם און זאגט מיר איך זאל זיין גרייט, זיבן אזייגער קומט אראפ צו מיר א גרויסער עורך דין.


איך בין געזיצן מיט'ן עורך דין בערך א שעה צייט, ער האט מיר געגעבן זיין קארטל און געזאגט אז אויב מען שטעלט מיך אפ - זאל איך נישט רעדן, נאר ווייזן די קארטל, אז ער איז מיין פארטיידיגער. איך האב געזאגט: "רבונו של עולם, אין אמעריקע האב איך א קארטל פון א לויער, און אויך דא דארף איך א קארטל פון א לויער; רבונו של עולם, וואס טו איך? וואס וויל מען פון מיר? אז איך בין מחזק בחורים בין איך שוין א פארברעכער?"


אויך האב איך אויפגענומען תלמידים, ביז ניין אזייגער. יצחק איז געקומען מיך טראגן צו סעודת מלוה מלכה אין א זאל אין ירושלים. עס איז געווען שיין צוגעגרייט, די גבאים דארט מאכן א גוטע ארבעט, זיי זענען מסודר, מען זעט עס איז דא אחדות צווישן זיי, נאר אזוי זענען זיי מצליח.


מיר האבן געזינגען זמירות און געטאנצן. אינמיטן די דרשה זענען ארויפגעקומען קינדער מאכן זייערע סיומים, אין אנהויב האט אויסגעזען ווי עס וועט זיין אפאר קינדער, ביז עס האבן אנגעהויבן קומען בחורים, חתנים, אברכים און אפילו עלטערע, עס איז געווען א פארגענוגן צו זען ווי יעדער בארומט זיך מיט זיינע אוצרות.


ווען די סיומים האבן זיך געענדיגט איז מען ארויס אין א לעבעדיגע טאנץ, "אשריכם תלמידי חכמים", מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א רבי וואס האט אזוי רחמנות אויף אונז, און האט זיך מוסר נפש געווען זיין לעבן אז נאך אפאר הונדערט יאר לעבן מיר נאר בזכות זיינע תורות, זיינע עצות און שכל. אינמיטן טאנצן האב איך זיך גוט צואוויינט, איך האב געבעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען אהיימפארן, עס זאל נישט זיין קיין שום פראבלעמען"; ברוך השם איך בין אינדערהיים, איך לויף שוין אין ישיבה לערנען מיט די בחורים, איך דארף שוין מקצר זיין.


זונטאג אינדערפרי זענען די צוויי אינגעלייט געקומען מיך באגלייטן צו די מקוה זיבן אזייגער. אכט אזייגער האט מען געדאווענט שחרית, עס איז פארגעקומען א ברית, האברך אברהם נרו יאיר האט זוכה געווען להכניס בבריתו של אברהם אבינו זיין קינד. ווען זיין קינד איז אים געבוירן געווארן זונטאג נאכמיטאג, אפאר מינוט פאר די שקיעה, האט ער מיר געזאגט אז ער זעט דאס ווי א מתנה פונעם אייבערשטן אז איך וועל זיין ביים ברית, ער האט שוין געוויסט אז איך קום, ער העלפט מיר מיט די נסיעה. ער האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב זיך גוט מתבודד געווען אונטערן טלית בשעת'ן ברית. אויך האט ער מיך מכבד געווען מיט די ברכות, ויקרא שמו בישראל "יואל".


ביי די סעודת ברית האט אברהם גערעדט, ער האט דערציילט זיין סיפור התקרבות, אלע האבן געהאט טרערן אין די אויגן פון גרויס התרגשות; ווי דער רבי כאפט אן א מענטש וואו ער זאל נאר זיין און ברענגט אים צו די שענסטע פלעצער. איך האב אויך גערעדט, קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן ברית בין איך געגאנגען צו אונזער תלמוד תורה. ווען איך בין אנגעקומען האב איך זיך אונטערגעהערט פון הינטערן טיר ווי די טייערע מלמדים לערנען מיט די קינדער, איך האב גערעדט צו די קינדער, דאס איז די אכטע שיעור וואס איך האב געגעבן די פאר טעג אין ארץ ישראל. איינער פון די קינדער, שלמה לעווינזאהן, האט געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די שולע בית פיגא, וואס געפונט זיך אין שטוב ביי שמעון עוזר. דארט איז מיר ארויפגעקומען אלטע זכרונות פון ווען מיר האבן געעפנט א בית פיגא אין אמעריקע, ממש אזוי מיט אפאר קינדער, מיר האבן דארט צוויי כיתות, צוויי טייערע לערערינס, איינע איז שמעון עוזר'ס א טאכטער, און נאך איינע, הרב ר' שמעון שפירא'ס טאכטער; זיי לערנען מיט די קינדער מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט, זיי לייגן אריין די ריינע אמונה מיט יראת שמים, צניעות, ובעיקר פארלייגט מען זיך ביי אונז אויפצובויען די קינדער.


ווי איר ווייסט דאך וואס טוט זיך היינט, מען שטאפט אן קינדער מיט מעדעצין, מיט ריטעלין וכדומה; אנדערש איז ביי אונז, נישטא קיין איין קינד ביי אונז וואס מיר - די מוסד - זאל ארויפלייגן אויף מעדעצין. אונזערע מלמדים און לערערינס ארבעטן זייער שווער מיט יעדן קינד מיט אייזערנע סבלנות - זיי צו מדריך זיין, זיי מחנך זיין מיט די תורה.


פון שולע בין איך צוריק צו די אכסניא, איך האב אוועקגעגעבן צייט צו רעדן מיט אנשי שלומינו.


נאכמיטאג איז געווען אין די דירה א שיעור כללי פאר די מלמדים און מחנכים בארץ הקודש, אויך דער מלמד פון טברי', ר' יוסף נרו יאיר - איז דארט געווען. מיר האבן גערעדט וויכטיגע פונקטן וואס מיר ווילן פון אונזערע מלמדים און לערערינס; קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן שיעור האב איך עוסק געווען אין שידוכים.


נאכדעם בין איך געגאנגען דאווענען מנחה, נאך מנחה האבן מיר פארגעלערנט די בלאט גמרא און מיט דעם זיך געזעגנט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא.): "אַל יִפָּטֵר אָדָם מֵחֲבֵרוֹ אֶלָּא מִתּוֹךְ דְּבַר הֲלָכָה".


איך האב זיך געזעגנט פון יעדן איינעם און ארויסגעפארן צום לופטפעלד. אויפ'ן וועג איז אריינגעקומען די גוטע נייעס אז די שול אין בני ברק איז צוריק אפן. וואס איז געווען? פאר צוויי וואכן צוריק זענען זיי אריין אין א נייע שול, אבער גלייך נאכדעם האט מען דאס געדארפט פארמאכן, ווייל איינער פון די שכנים האבן געבעטן פון בית דין אן עיקול אויפ'ן שול, די גבאים האבן געפאלגט בית דין און פארמאכט דעם שול, אבער זיי האבן זייער מתפלל געווען אז מען זאל דאס קענען עפענען צוריק, זיי האבן געוואלט איך זאל נאך קענען באזוכן אין שול. דער גבאי אבא חייא איז אריבער צום בית דין און געבעטן, אפשר זאל מען קענען כאטשיג אריינגיין צו לערנען וכדומה, בית דין האט געשריבן אז מען קען ביז דערווייל נוצן די שול, אבער נישט פאר דאווענען. דאס איז פאר זיי געווען אן אויסטערלישע שמחה, איך האב מחליט געווען אז איך פאר צו זיי, עס איז די זעלבע וועג ווען מען פארט פון ירושלים צום לופטפעלד.


דארט איז געווען די צוועלפטע שיעור, קענסט דאס הערן אויפ'ן טעלעפאן.


האברך אברהם האט געארבעט זייער שווער אז איך זאל קענען אהיימפארן אן קיין פראבלעמען. חסדי השם איך בין אין שטוב געזונטערהייט, איך גיין שוין דאווענען, איך גיי בענטשן גומל, "הגומל לחייבים טובות שגמלנו כל טוב".


איך האב דיר נאר געשריבן ראשי פרקים, מען קען נישט שרייבן די געפילן, דאס וואס מען שפירט ווען מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו.


ברודער, באניי זיך מיט'ן סדר דרך הלימוד; הויב אן לערנען אביסל חומש מיט תרגום, משניות, גמרא, הלכה, מדרש וספרי רבינו.


אויך באניי זיך מיט התבודדות, ובעיקר מיט "זה מעשה שלי, וזה מעשה שלו, ולמה לדבר מאחרים".


 


איין זאך האב איך פארגעסן דיר צו שרייבן. היינט נאכט איז דא אין שטעטל פאר די פרויען די וועכנטליכע צאמקום, זע צו בלייבן אין שטוב העלפן מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין שעפן פרישע לופט, פרישע חיזוק; זי דארף דאך אזויפיל חיזוק צו קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


איך גיי יעצט אין ישיבה אנגרייטן א שיעור פאר די צאמקום.


...

#46 - דאס רעדן צום אייבערשטן געבט שטארקייט, עס בארואיגט
תפילה והתבודדות, אמונה, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טייערער הארציגער ברודער, שטארק זיך, דראפע זיך און דערהאלט זיך. בזה העולם דארף מען אסאך חיזוק צו קענען אנגיין בעבודת ה', מען פרובירט אויס יעדן איינעם מיט שווערע ביטערע נסיונות; וואויל איז דעם וואס דערהאלט זיך און בלייבט מיט א שטארקע אמונה.


שטעל זיך אפ פאר א סעקונדע און טראכט: 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר'.


עפן דיין מויל, רעד ארויס א ווארט צום אייבערשטן, זאג: "אייבערשטער העלף מיר, אייבערשטער געב מיר כח, אייבערשטער מאך מיך פרייליך".


דאס רעדן צום אייבערשטן געבט שטארקייט, עס בארואיגט; קיין אנדערע עצה איז נישטא.


גלייב מיר, ווער עס נעמט אריין די עצה פון רבי'ן אין זיך - לעבט א חיים טובים, מען לעבט א גן עדן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - טו וואס דו קענסט נאר, זיי זאלן זיך נישט גט'ן
קינדער, שלום בית, נסיונות, גט

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אודאי זאלסטו טון וואס דו קענסט נאר - זיי זאלן זיך נישט גט'ן, וואס איז די שאלה? עס איז דאך א רחמנות אויף די קינדער, די אומשולדיגע שעפעלעך; זיי וועלן דאך ווערן אומגליקליך אז עס וועט זיין א גט, חס ושלום.


רעד צו דיין שוואגער, זיי אים משכנע ער זאל נישט צעברעכן די שטוב, און רעד אויך צו דיין שוועסטער - זי זאל נישט צעברעכן די שטוב; זיי זאלן דאס נישט טון פאר די קינדער, עשה למען יונקי שדים שלא חטאו, עשה למען גמולי חלב שלא פשעו.


דו ווייסט אוודאי וואס מוהרא"ש זאגט אויף די ווערטער וואס די הייליגע חכמים זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מען גט זיך וויינט דער מזבח; פרעגט מוהרא"ש, וואס עפעס די מזבח, פארוואס נישט די מנורה, די שולחן און די ארון? נאר די מזבח וויינט, די מזבח זאגט: "מען שעכט שוין גענוג קרבנות און מען איז זיי מקריב אויף מיר, וואס טוט איר דא? איר שעכט די קינדער!" קינדער פאלן קרבנות ביי א גט.


אז עס איז שווער פאר זיי דאס לעבן - איז גט'ן נישט די עצה זיך גרינגער צו מאכן; קען מען דען אנטלויפן פון די שוועריקייטן וואס איז דא אויף די וועלט? די וועלט איז איין שטיק שוועריקייט; נאר וואס דען איז די עצה? די עצה איז - טון וואס איז ריכטיג, טון וואס איז רצון השם.


וואויל איז דער וואס האט א חלק אפצוהאלטן א גט.


א גוטע וואך.

#44 - נאר דורך לערנען תורה קען מען זיין אפגעהיטן פון שווערע נסיונות
שמחה, נסיונות, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא, אפילו דו פארשטייסט נישט די גמרא - זאלסטו זאגן די ווערטער; גמרא איז מזכך ומטהר דעם נפש.


נאר דורך לערנען תורה - קען מען זיין אפגעהיטן פון די שווערע נסיונות, נאר דורך לערנען די הייליגע תורה - ווערט מען אמת'דיג פרייליך.


פון דיין ראש ישיבה.

#43 - לערן יעדן טאג א בלאט גמרא, אפילו נאר זאגן די ווערטער בגירסא
התחזקות, תשובה, סדר דרך הלימוד, נסיונות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג די בלאט גמרא; דאס זאל זיין ביי דיר חק ולא יעבור. אפילו נאר זאגן די ווערטער בגירסא, און אפילו אן רש"י און אן תוספות, נאר זאגן די ווערטער - דאס נעמט אוועק אלע שרעק וואס לויפט נאך דעם מענטש, און עס רייניגט די נשמה פון אלע עבירות.


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, בזה העולם איז א מענטש אין א גרויסע סכנה, מען פרובירט אויס יעדן איינעם מיט שווערע ביטערע נסיונות; מיין נישט אז נאר דיר גייט שווער, יעדן איינעם פרובירט מען אויס, וואויל איז דעם וואס שטארקט זיך, ער גייט נישט אוועק פונעם אייבערשטן.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - הלוואי וואלט איך געקענט זיין א מלמד
חינוך הילדים, מלמדים, סגולות, שטעטל, סיום, אידיש געלט, נסיונות, לימוד התורה, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, ספרים, בר מצוה, וואך נאכט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל צו א בר מצוה ביי א חשוב'ע משפחה ביי אונז אין די קהילה. דער בר מצוה בחור האט מסיים געווען ביי די בר מצוה מסכת שבת, דאס איז געווען במקום זיין פשעטל.


ביי די בר מצוה האב איך געזאגט אז עס איז מיר נישט גרינג ארומצופארן צו שמחות, דאך בין איך ארויסגעקומען צו די בר מצוה, היות די עלטערן האבן געמאכט די סעודת בר מצוה אויף א פשוט'ע איידעלע אופן ביי זיי אין שטוב, און איך האף אז אנשי שלומינו וועלן זיין קלוג און דאס נאכמאכן, נישט אויסצוגעבן אומזיסטע געלט און זיך מאכן חובות פאר די פאר שעה, צו פראווענען א שמחה אין א זאל וכו' וכו'.


אויך האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אבות און די אמהות. מיר זעען אין די וואכעדיגע סדרה, אויפ'ן פסוק (בראשית כג, א): "שְׁנֵי חַיֵּי שָׂרָה", זאגט רש"י: "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה", ווי צדיקים טייטשן: עס איז איר שטענדיג גוט געווען; די אבות און די אמהות האבן געהאט אזא קלארע לויטערע אמונה, זיי האבן געוויסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף זיי - איז פאר זייער טובה.


ווייטער זאגט רש"י הקדוש (שם, ב): "נִסְמְכָה מִּיתַת שָׂרָה לַעֲקֵדַת יִצְחָק, לְפִי שֶׁעַל יְדֵי בְּשׂוֹרַת הָעֲקֵדָה שֶׁנִּזְדַּמֵּן בְּנָהּ לַשְּׁחִיטָה וְכִמְעַט שֶׁלֹּא נִשְׁחָט, פָּרְחָה נִשְׁמָתָהּ מִמֶּנָּהּ וָמֵתָה", שטייט פון ספרים, וואס איז די כִּמְעַט 'שֶׁלֹּא' נִשְׁחָט, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין כִּמְעַט 'שֶׁנִשְׁחָט', אויבנאויף איז דאך דאס געווען די סיבה פון איר מיתה, אז זי האט געהערט כִּמְעַט 'שֶׁנִשְׁחָט'?! זאגן זיי א פארקערטע בחינה, אז שרה אמנו האט געוויסט אז אברהם אבינו איז געגאנגען טון די ווילן פונעם אייבערשטן, און ווען זי האט געהערט אז 'שֶׁלֹּא' נִשְׁחָט - פון דעם האט זי זיך דערשראקן, זי האט נישט געוואלט גלייבן אז איר מאן אברהם אבינו און איר זון יצחק האבן זיך נישט געקענט שטארקן אויפ'ן שטן און טון די ווילן פונעם אייבערשטן; ווי קען זיין, נאך אזויפיל נסיונות, און ער איז אלעס בייגעשטאנען - האט ער יעצט נישט געטון די ווילן פונעם אייבערשטן, פון דעם איז געווען מיתת שרה. אבער באמת האט אברהם אבינו יא געטון רצון ה', ווייל דער אייבערשטער האט אים נישט געהייסן שחט'ן יצחק, נאר געזאגט (שם כב, ב): "וְהַעֲלֵהוּ שָׁם לְעֹלָה".


דער בר מצוה בחור איז געזיצן מיט א ליכטיגע פנים; אזוי פרייליך. דאס איז די חינוך פון אונזערע מוסדות, ווי די מלמדים און לערערינס לייגן אריין אין די קינדער זיי זאלן זיין גרייט פאר די לעבן, זיי גרייטן אן די קינדער וואס איז א בר מצוה; נישט א זאל, נישט א שפילער, נישט א פארטי פלענער, נישט בלומען וכו' וכו', נאר אז מען גייט זוכה זיין צו לייגן תפילין, מען גייט אריין לעול התורה והמצוות. און אזוי אויך ביי די מיידלעך, די לערערינס לייגן אריין אין די מיידלעך וואס איז חתונה האבן; נישט א זאל, נישט בלומען, נישט א טייערע כלה קלייד, נישט טייערע צירונגען וכו' וכו' וכו', נאר לעבן א שיינע זיסע לעבן, אזוי ווי דער אייבערשטער הייסט.


נאך די בר מצוה בין איך צוגעגאנגען צום נייעם ספרים געשעפט, דער בעל הספרים סטאר האט מיך מכבד געווען צו קלאפן מזוזה. עס איז מיר זייער געפאָלן דעם געשעפט, ער האט דארט אן אויסוואל פון ספרים פאר אנשי שלומינו וואס ווילן לערנען און מסיים זיין כל התורה כולה. אנגעפאנגען פון חומש - שיינע חמשים, נ"ך - הערליכע סעטס נ"ך, משניות - הערליכע סעטס משניות, תלמוד בבלי - הערליכע שיינע גמרות מיט גרויסע געפינטלטע אותיות, און אזוי אויך תלמוד ירושלמי. הערליכע סעטס רמב"ם. טור, שלחן ערוך. הערליכע סעטס מדרשים, אלע סארטן מדרשים; איך האב זיך געקויפט א סעט מדרש, איינע פון די מדרשים וואס האט מיר געפעלט. הערליכע זוהר, הערליכע תיקונים, אלע דעם רבינ'ס ספרים.


אויך האט ער אריינגעברענגט טעוועלעך שמירה ליולדת, וואס אגב, איך האב אים דאס געבעטן אריינצוברענגען, ווייל איך האב געזען אז אנשי שלומינו ווייסן בכלל נישט פון דעם, אז מען פירט זיך אויפצוהענגען אינעם שטוב פון די יולדות, אויף אלע פיר ווענט - די טעוועלעך פון די שמירה.


איך בין אריין צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פאר די וואך נאכט פון מיין זון יצחק דוד נרו יאיר, איך האב געפרעגט מוהרא"ש וואס איך דארף טון, צי איך דארף אויף זיין און לערנען א גאנצע נאכט, האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "דארפסט נישט אויף זיין א גאנצע נאכט, איין זאך יא, הענג אויף די טעוועלעך אויף אלע פיר ווענט".


פון דארט בין איך געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי א חשוב'ע משפחה, משפחת זוסמאן - וואס האבן זיך יעצט אריינגעצויגן אין איינע פון די נייע דירות אויף טווין ברידזש.


איך האב איבערגענעכטיגט ביי מיר אין שטוב. היינט פארטאגס האב איך געהאט גרויס נחת זייענדיג אין בית המדרש אין שטעטל, זען אברכים זיצן אין לערנען, מען איז זיך קובע עיתים לתורה.


איין פראבלעם האב איך יעדעס מאל וואס איך קום אין שטעטל, עפעס וואס שטערט מיר זייער שטארק; פארוואס איך וואוין נאכנישט דא. ווען איך קום אין שטעטל זאג איך פאר מיין ווייב: "פארוואס קען איך נישט דא וואוינען, פארוואס דארף איך זיין אין שטאט?"


איך האב זיך זייער געפריידט צו קענען טרעפן אונזער דיין שליט"א, ער האט מיר איבערגעגבן זייער שיינע גרוסן סיי פון די כולל אינגעלייט און סיי פון אלע משפחות וואס פרעגן שאלות, איך האב מיט אים גערעדט זייער וויכטיגע זאכן וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אנגרייטן א פלאץ, אז די ישיבה הקדושה זאל זיך קענען ארויסציען, אזוי וועל איך קענען קומען און זיין אין די שיינע ליכטיגע שטעטל.


איך האב געטראפן הרב רבי יצחק שליט"א, און איך פריי זיך זייער צו קענען ארייננעמען אין מיין שטוב אזא גאסט, ווי עס זעט אויס וועט הרב רבי יצחק שליט"א איינשטיין ביי מיר אין שטוב דעם שבת הבא עלינו לטובה. די תפילות, די באטע און די שלש סעודות וועלן געפראוועט ווערן אין האשקי שול, דאס וועט זיין א גרויסע חיזוק פאר אלע משפחות פון אנשי שלומינו.


יעדער מענטש האט עפעס א שפילצייג וואס מיט דעם שפילט ער זיך, אזוי אויך האט יעדער מענטש עפעס א זאך וואס דאס איז ביי אים זייער באליבט, א זאך וואס מען דרוקט זיך אויס: "דאס איז מיין בעבי"; מיין זאך איז "אונזערע קינדער".


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א באס דרייווער, ארומפארן אינדערפרי און אויפנעמען די ליכטיגע קינדערלעך, זיי באגרוסן מיט "א גוט מארגן", זיי אויפנעמען מיט א ריזיגע שמייכל.


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א באס רבי און אפווארטן די טייערע קינדערלעך, אראפגיין פון באס און זיי אויפנעמען מיט א הויכע געשריי מיט'ן קינד'ס נאמען: "א גוט מארגן", מיט א זאפטיגע שמייכל.


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א מלמד, זיצן מיט די קינדער, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, און אריינלייגן אין זיי לעבן, מוט, ווייזן פאר יעדן איינציגן קינד 'דו קענסט אויך זיין א גרויסער צדיק', און אזוי יעדע זאך וואס האט מיט קינדער.


ווען איך זע דעם קעכער וואס גרייט צו עסן פאר די קינדערלעך, טראכט איך, הלוואי וואלט איך געקענט שניידן ירקות, קאכן אייער און שמירן ברויט פאר קינדער וואס קומען לערנען די הייליגע תורה, און ווען איך זע דעם לאנטש מלמד טראכט איך, הלוואי וואלט דאס געווען מיין זאך; יעדן טאג נעמען די קינדער ביי הפסקה שפילן מיט זיי באלי און מאכן יעדע קינד שפירן אז ער קען די בעסטע די שפיל וכו' וכו'.


גלייך אינדערפרי האב איך גערופן איינער פון די חשוב'ע מלמדים וואס פירן די באס און אים געבעטן: "איך וויל מיט דיר מיטגיין ארומפארן די שטעטל"; וואס זאל איך דיר זאגן, דאס געבט מיר כח. ביי יעדע שטוב וואו די באס שטעלט זיך אפ בין איך אראפגעקומען פון באס, איך האב געגעבן א שריי: "א גוט מארגן! שלום עליכם!" און אויך א גאנצע וועג אויפ'ן באס האב איך פרייליך געמאכט די קינדער. די שטעטל איז שוין גרעסער, עס זענען שוין דא צוויי באסעס וואס נעמען אויף די קינדער, איך בין נאר געווען מיט איין באס.


ניין אזייגער, ווען די קינדער זענען אנגעקומען בין איך געגאנגען דאווענען שחרית מיט די עלטערע קינדער, די ישיבה קטנה פון קרית ברסלב; דער מגיד שיעור זייערער איז הרב ישראל יוסף שניצלער שליט"א, וואס ער טוט מיט די בחורים - איז נישט צום באגרייפן.


איך האב אנגעטון תפילין פאר'ן פרישן בר מצוה בחור אפרים פישל נרו יאיר און נאכן דאווענען איז געווען א שטיקל לחיים.


איך האב געגעבן א שיעור פאר די מלמדים און לערערינס; איך האב זיי דערציילט די גוטע נייעס אז ברוך ה' האברך נתן יוסף ברוך בן טויבא וואס דארף א רפואה שלימה איז שוין אראפ פון די רעספערעיטאר און זיין מצב ווערט בעסער און בעסער, דאס איז אין זכות פון די תפילות וואס מיר אלע בעטן און וואס די קינדער בעטן.


יעצט בין איך אויפ'ן וועג קיין קרית יואל, צו מחזק זיין די חדר און בית פיגא אין קרית יואל.


איך דארף מקצר זיין, איך בעט דיר זייער, היינט נאכט גייט זיין די וועכנטליכער שיעור, איך בעט דיר זייער זאלסט קומען.


א שאד אויף יעדן טאג וואס גייט אריבער אנעם לערנען דעם בלאט גמרא פונעם טאג, נעם דו אויך א גמרא און לערן דעם בלאט גמרא. היינט איז די דף מסכת נדרים דף כג. דער רבי האט אונז קלאר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד", מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, ווי שווער איז צו נעמען א גמרא און לערנען דעם דף? מסכת נדרים איז קליינע בלעטער, עס וועט דיר נעמען אינגאנצן אפאר מינוט צו דורכלערנען דעם בלאט.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך פאר אוועק מיט געציילטע בחורים וואס גייען ארום צאמשטעלן געלט אז איך זאל קענען ארויסגיין פון מיינע חובות וואס איך האב פאר אונזערע מוסדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - שטארק זיך, קוק נישט אויף דיינע נפילות
התחזקות, נסיונות, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך, קוק נישט אויף דיינע נפילות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", אין דעם זענען זיך ערליכע אידן טועה ווען זיי שפירן פלוצלונג א ירידה, זיי שפירן ווי זיי האבן פארלוירן זייער ברען און חשק וואס זיי האבן געהאט, און עס דאכט זיך זיי אז זיי זענען אראפגעפאלן, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת, שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר א דמיון וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש ווען ער איז מצליח און ער קען שוין גיין ווייטער אין די קדושה, דעמאלט מאכט ער אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת, ספיקות און מניעות וכו'; מען טאר נישט קוקן אויף דעם, נאר ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


היינט נאכט וועט זיין די פרויען צאמקום אין שטעטל. ברוך ה' עס איז צעטיילט ביי פיר פלעצער, גרינגער צו מאכן פאר אלעמען. זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין שעפן פרישע חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - פון אלע שוועריקייטן, אנטלויף צום שול דאווענען
נסיונות, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי שטארק מיט די דריי תפילות - שחרית מנחה און מעריב; דאווען די דריי תפילות מיט מנין, מיט א סידור; דאס זאל זיין דיין שטערקסטע זאך, דיין וויכטיגסטע זאך - ווייל דאס האלט דעם איד שטארק צו בלייבן א איד און זיין אפגעהיטן פונעם אייבערשטן.


טייערער ... נרו יאיר, דו וועסט האבן שווערע מניעות, עס וועט דיר אונטערקומען שווערע נסיונות; איין טאג וועסטו זיין פארנומען מיט פרנסה, א צווייטע טאג מיט דיין ווייב, א דריטע טאג מיט אנדערע שטערונגען - דאך זאלסטו אלעס לייגן אין די זייט, און ווען עס קומט די צייט פון דאווענען - זאלסטו אנטלויפן צום שול און דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן.


אז דו וועסט זיין שטארק אין דעם - וועסטו זייער שטארק מצליח זיין.

#39 - די טערעפיסטן קענען דיך נישט העלפן, נאר דער רבי וועט דיך העלפן
שידוכים, משניות, עבירות, נסיונות, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


זיי שטארק מיט לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות, דאס וועט דיך אפוואשן פון אלע דיינע פגמים.


די טערעפיסטן קענען דיך נישט העלפן; וואס קען טערעפי העלפן פאר'ן ברענעדיגן יצר הרע וואס פלאקערט און ברענט און ווארפט אראפ אין פגם הברית?! ווער רעדט נאך אז דו ביסט נעבעך אראפגעפאלן אין נשג"ז, ביסט אנגעקומען צו גוים וגויות רחמנא לצלן, ביסט אנגעקומען צום שאול תחתית; וועט נאר דער גרויסער רבי, דער גרויסער דאקטער - דיך קענען היילן מיט זיינע תרופות, מיט זיינע עצות.


ח"י פרקים - דאס נעמט ארויס פון די עבירה רחמנא לצלן, ח"י פרקים קילט אפ דעם יצר הרע.


דערפאר בעט איך דיר זייער מיין ליבער טייערער ברודער, קום אין ישיבה, שטארק זיך אויף אלע מניעות און אלע ליצנות; קום אין ישיבה פונעם צדיק און טו די עצות פון צדיק, ח"י פרקים און אסאך בלעטער גמרא.


איך זאג דיר צו, אויב דו וועסט קומען לערנען די הייליגע תורה - וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך. איך האף צו זיין דיין שדכן, דו וועסט זיך אינגאנצן רייניגן און ארויסגיין פון אלעם שלעכטס.

#38 - דער קונץ איז צו זיין פרייליך ווען ס'גייט נישט אזוי גוט
שמחה, הפצה, שטעטל, נסיונות, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען אלעס גייט אזוי ווי דו ווילסט און דו ביסט פרייליך - איז בכלל נישט קיין קונץ, אודאי ביסטו פרייליך, ווער איז נישט פרייליך ווען אלעס קלאפט? דער קונץ איז ווען זאכן גייען פארקערט פון דיין ווילן, זאכן רוקן זיך נישט, דו ביסט גוט צעקוועטשט פון אלע זייטן; פרנסה איז נישט גרינג, און אזוי ווייטער, און דאך ביסטו פרייליך - דאס איז א קונץ, דאס איז חשוב אין הימל.


דער הייליגער זוהר זאגט (הקדמה, ד.) עס גייט ארויס א בת קול אין הימל יעדן טאג וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא" ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל ליכטיג "וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא, עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא" ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון ביטער - זיס; "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר וכו'" ווער ווארט יעדן טאג עס זאל ליכטיג ווערן? דער האט א חלק לעולם הבא; ווייל ווען מען איז זוכה, מען מאכט פון ביטער זיס, און פון טונקלקייט ליכטיג, מען ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער און אין די ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק און ער איז זוכה צו עולם הבא.


גיי פארשפרייט דעם רבינ'ס עצות פאר אנדערע, נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי דער וואס איז עוסק אין צוריקברענגען מענטשן צו אים. דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:) "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא" קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט, און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי" ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי" און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי" קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ" ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


היינט נאכט וועט זיין אין שטעטל די פרויען צאמקום, מיר האבן דאס צעטיילט אויף עטליכע פלעצער. רוב פרויען זענען מער באקוועם ווען דאס איז צעטיילט אויף קלענערע גרופס, די וואך וועט זיין נאך א צאמקום אינעם נייעם בית המדרש "פעלת הצדיק", אזוי וועט זיין גרינגער פאר די פרויען מיט צו האלטן. זע אז דיין ווייב זאל קענען גיין הערן אביסל חיזוק, זיך אביסל אויפפרישן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - איך וויל אם ירצה ה' געבן שיעורים אין לשון הקודש
בחור, יבנאל, דרשות, משניות, נסיונות, לימוד התורה, ישיבה, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וויל אם ירצה ה' געבן שיעורים אין לשון הקודש, בפרט די זמן זענען געקומען בחורים פון יבנאל וואס קענען נישט קיין אידיש - וועל איך געבן יעדע וואך לכל הפחות איין שיעור אין לשון הקודש.


לעת עתה שפיר איך זיך נישט אזוי גוט, איך היס זייער שטארק און די קול איז מיר אויסגעריסן, איך קען קוים רעדן. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אז איך וועל צוריק האבן מיין קול - וועל איך גלייך געבן א שיעור אין לשון הקודש, מען וועט דאס ארויפלייגן אויפ'ן טעלעפאן ליין און דו מיט אלע דיינע חברים אין ארץ ישראל וועלן דאס קענען הערן.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן. לערן אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום יעדן טאג, איינגעטיילט אויפ'ן וואך לויט'ן טאג.


אויך זאלסטו זיך אנשטרענגען צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; דארפסט נישט פארשטיין, זאג די ווערטער - דאס וועט דיך מטהר זיין און געבן כח צו קענען ביישטיין די שווערע נסיונות. בפרט בחורים וואס האבן ביטערע שווערע נסיונות אין קדושה, דער יצר הרע ווארפט זיי אראפ נאכאנאנד אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה; וויפיל זיי פרובירן לוחם זיין - פאלן זיי ווייטער און ווייטער, פאר זיי איז די עצה צו לערנען אסאך משניות; משנה הרג'עט דעם יצר הרע.


שרייב מיר נאך בריוו וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - האב נישט קיין חלישות הדעת אז מ'האט ארויסגענומען א קינד פון חדר
תפילה והתבודדות, צרות, הפצה, מוסדות, הכרת הטוב, הדפסה, נסיונות, ישיבה, חלישות הדעת, ראש ישיבה, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האב נישט חלישות הדעת פון די מעשה פון די משפחה וואס האט ארויסגענומען דעם קינד פון אונזער תלמוד תורה, ביי אונז אין אמעריקא האט דאס פאסירט אן א שיעור מאל.


ווען מיר האבן אריינגענומען א קינד אין אונזער מוסד נאכדעם וואס קיינער האט נישט געוואלט ארייננעמען דעם קינד, און נאך א שטיק צייט, נאכן זיך פארען מיט'ן קינד וכו' וכו' - זענען געקומען די עסקנים, זיי האבן געראטעוועט און ארויסגענומען דעם קינד און מסדר געווען אין אן אנדערע תלמוד תורה.


איך קען נישט פארגעסן די מעשה וואס מיר האבן געהאט, מיר האבן אריינגענומען א קינד פון א צעטיילטע משפחה, קיין איין מוסד האט נישט געוואלט צורירן צו דעם קינד, ווייל דער טאטע האט קודם געהאט בעלות אויפ'ן קינד און ער האט געלייגט דעם קינד אין א גאר מאדערנע מוסד אין ..., און נאכדעם וואס די מאמע האט באקומען בעלות אויפ'ן קינד - זי וואוינט אין ..., האט זי געזוכט א חסידיש'ע חדר, און קיינער האט נישט געוואלט קוקן אויפ'ן קינד; האב איך אריינגענומען דעם קינד.


פרעג נישט וואס איך האב געהאט צו הערן און זינגען פון דעם קינד; דער קינד פלעגט גיין יעדע צווייטע שבת צו זיין טאטע, און דארט איז נישט אזוי אפגעהיטן, פלעגט דער קינד דערציילן פאר די קינדער וואס עס טוט זיך דארט, די מאוויס וואס ער קוקט, און ער פלעגט רעדן פון נישט גוטע זאכן; זענען עלטערן געלאפן צו מוהרא"ש מיט טענות, האט מוהרא"ש מיך פארגעהאלטן היתכן איך נעם אריין קינדער וכו'. איך בין געווען אזוי פארלוירן, וואס טו איך דא ווייטער, זאל איך ארויסשטעלן דעם קינד אדער נישט... ביז אפאר משפחות פון אנשי שלומינו האבן ארויסגענומען זייערע קינדער, מיט די טענה 'מיר ווילן נישט אונזערע קינדער זאלן לערנען מיט דעם קינד'; איך האב ברוך השם נישט ארויסגענומען מיינע קינדער.


למעשה, עסקנים האבן זיך אריינגעמישט, מען מוז ראטעווען דעם קינד פון ברסלב... מען האט אים אריינגעלייגט אין אן אנדערע מוסד. היינט איז ער שוין עלטער געווארן, אים פאסט שוין נישט צו רעדן צו מיר, ער ווייסט ניטאמאל ווער איך בין, אדער מאכט ער זיך ווי ער ווייסט נישט.


מיר איז גוט די סארט מעשיות, ווייל די מעשיות שטופן מיך צוריק צום איבערשטן. איך הויב אן נאכמאל פון אלף, איך בעט דעם אייבערשטן: "פיר מיך אויף די אמת'ע וועג, איך זאל זיך נישט אפנארן מיין גאנצע לעבן"; אוי ווי מען קען זיך אפנארן אויף די וועלט, אוי ווי מען קען זיך טועה זיין; נאר דורך התבודדות איז מען אפגעהיטן.


טייערער ברודער, איך האב אסאך מעשיות דיר צו דערציילן, ווי שווער איך האב געארבעט מיט'ן אויפשטעלן די מוסדות; די חדר, די סקול און די ישיבה אין אמעריקע, בפרט די חדר; ווי איך האב זיך געמוטשעט מיט אנשי שלומינו, אלע האבן געלאכט פון מיר. מיר האט דאס זייער געשטערט; דאס אז מען לאכט און מען שפעט פון די גאס - דאס האט מיר קיינמאל נישט געשטערט, אבער אז אין היכל הקודש לאכט מען פון מיר, דאס האט מיר יא געשטערט, ווייל מיר זיצן ביי איין טיש, ביי איין רבי און דו שפעטסט פון מיר? דאס האט מיר זייער געשטערט. ברוך השם איך האב געהאט שכל צו האלטן מיינע קינדער אין די מוסדות, און היינט שעפ איך גרויס נחת פון זיי; מיינע זין און טעכטער, אלע זענען ערליכע אידן, זיי לעבן מיט אמונה און יראת שמים.


ליבער ברודער, שטארק זיך, שטארק אנשי שלומינו און שטארק די בחורים אין ירושלים, זיי זאלן עוסק זיין אין הפצה; זיי זאלן פארשפרייטן די גליונות און קונטרסים, די בריוו פון עצתו אמונה. איך מיין אז דאס איז די סיבה פארוואס דעם פארגאנגענעם וואך האט מען נישט מתרגם געווען די בריוו, ווייל עס איז נישטא קיין מפיצים. משפחת ... מאכט זיך א חשבון 'פארוואס זאלן מיר אוועקגעבן דרייסיג פערציג שעה א וואך פאר איבערטייטשן די בריוו - אז מען פארשפרייט דאס מער נישט'; דערפאר בעט איך דיר זאלסט מחזק זיין די בחורים און אינגעלייט זיי זאלן אנהויבן גיין פארשפרייטן די גליונות און בריוו; די עצות, די חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


יעצט ווען דער זמן האט זיך אנגעהויבן דארפן אלע אזויפיל חיזוק אויף תורה און תפלה, חיזוק און הדרכה צו ווייזן פאר יעדן איינעם א וועג צו לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - נישטא אזא זאך א פלאץ וואס דארט איז נישטא קיין נסיונות
שמחה, חינוך הילדים, שטעטל, נסיונות, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', יבנאל


איך האב ערהאלטן אייערע בריוו.


די געפילן וואס וועקן זיך אויף אין אייך, איר הייבט אן טראכטן 'וואס טו איך דא? איך וויל צוריק גיין קיין אמעריקע, איך וויל גיין קיין שטעטל'; וואס מיינט איר, אין אמעריקע אין שטעטל איז מען אלץ פרייליך? וואס מיינט איר, אלע וואס זענען אין שטעטל זענען אלץ אין א גוטע גוסטע?


איך בעט אייך זייער, לאזט זיך נישט צעברעכן, בלייבט שטארק. די אלע וואס זענען אין שטעטל - דארפן זיך אויך שטארקן, און די תלמידות פון בית פיגא אין אמעריקע - דארפן זיך אויך שטארקן. עס איז נישט פארהאן א פלאץ אין די וועלט וואס דארט איז יעדער פרייליך, נישטא אזא זאך א פלאץ וואס דארט איז נישטא קיין נסיונות, איבעראל איז דא נסיונות, און אז מען שטארקט זיך, מען דערהאלט זיך - איז מען זוכה צו שיינע זאכן.


לייגט אריין אין אייערע תלמידות אמונה, און א ליבשאפט צו צניעות. אויב קינדער באקומען א גוטע חינוך, מען ווייזט זיי דאס שיינקייט פון אידישקייט - וועלן זיי קיינמאל נישט אפלאזן אידישקייט, זיי וועלן טון אידישקייט מיט זייער גאנצע ווילן; דעריבער זאלסטו אריינלייגן איידלקייט מיט א געפיל, מיט א געשמאק.


געבט א גרוס פאר ..., אינאיינעם זאלן ענק אויפבויען ענקערע תלמידות, און אריינלייגן אין זיי א שמחה.


א כתיבה וחתימה טובה.


...


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן.

#34 - זומער דארף מען מער טרינקען, נישט צו ווערן אויסגעטרוקנט
מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, נסיונות, נחת, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מיין טייערע טאכטער ... תחי'


איך באקום זייער גוטע גרוסן פון סקול אז דו טוסט זייער א גוטע ארבעט, די קינדער זענען צופרידן.


איך האב נחת פון דיין מאן נרו יאיר. יעצט זומער זיצט ער מער אין ישיבה, איך האלט מיט פון דער נאנט זיין התמדת התורה, זיין יראת שמים און זיין גוטע הארץ. ער העלפט מיר זייער מיט די בחורים אין ישיבה, ער זארגט פאר זייער וואוילזיין.


שרייב מיר יעדע וואך וויפיל תהילים דו זאגסט. תהילים איז א טרינק, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א קאפיטל תהילים אז מען זאגט, איז אזוי ווי א פאנטש"; יעצט זומער ווען עס איז הייס, די נסיונות זענען גרויס - דארף מען מער טרינקען נישט צו ווערן דיהיידרעיטעד, אויסגעטרוקנט.


פון דיין טאטע.


 

#33 - די נסיונות זענען גרויס, אבער דער רבי איז גרעסער און שטערקער
בחור, תיקוני זוהר, חסידות ברסלב, משניות, נסיונות, לימוד התורה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


חזק ואמץ! איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, שטארק זיך; אפילו עס איז גאר ביטער, דו ווערסט פארברענט פונעם יצר הרע, דו פאלסט וכו' - דאך זאלסטו זיך צובינדן צום הייליגן רבי'ן. גלייב אין רבי'ן, דער רבי זאגט אונז (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב) אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, גלייב אז דו קענסט מתקן זיין.


דער סמ"ך מ"ם איז זייער גרויס, די נסיונות זענען זייער גרויס, אבער דער הייליגער רבי איז גרעסער און שטערקער. רבי נתן האט געזאגט: "איין בלעטל פון רבי'ן וועט אלעס מתקן זיין".


זאג ווייטער ח"י פרקים משניות יעדן טאג, אויך לערן דפים גמרא, ספר התיקונים און לקוטי מוהר"ן. מי יתן זאלסט מסיים זיין יעדן חודש די דריי ספרים הקדושים: "ששה סדרי משנה, תיקוני זוהר און ליקוטי מוהר"ן" - וועסטו זוכה זיין אלעס צו מתקן זיין און טרעפן דיין זיווג בקרוב.

#32 - פון אינדרויסן זעט אויס ווי עס גלאנצט פאר יעדן
שידוכים, צרות, התחזקות, נסיונות, יענער

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך, דראפע זיך און דערהאלט זיך.


מען פרובירט אויס יעדן איינעם. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט) מען פרובירט אויס יעדן איינעם מיט שווערע ביטערע נסיונות, אין גם אחד וואס זאל נישט אריבערגיין שוועריקייטן; פון אינדרויסן זעט אויס ווי עס גלאנצט פאר יעדן, אבער יעדער איינער מאכט מיט, אפילו די רייכע מענטשן, די שטארקע, די געלונגענע – אלע מאכן מיט שוועריקייטן אין לעבן; איין עצה איז דא, אנטלויפן צום אייבערשטן און אנטלויפן צו די תורה.


איך בעט דיר זייער מיין ליבער ברודער, האסט זיך אזוי שיין דערהאלטן ביז אהער, דערהאלט זיך ווייטער. אנטלויף נישט, בלייב ערליך, בלייב מיט אמונה.


דער הייליגער רבי האט דערציילט די מעשה מיט'ן גוי וואס איז אנטלאפן פאר שלחן עורך, ער איז געבליבן מיט'ן טעם מרור... זאלסטו נישט אנטלויפן, אז דו וועסט זיך דערהאלטן זאג איך דיר צו א גוטע שידוך מיט הערליכע דורות.


פון דיין ראש ישיבה.

#31 - הייליגער באשעפער, איך וויל זיך אפשערן די האר
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, נסיונות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי', ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אפשערן די האר איז זייער א גרויסע זאך, צדיקים האבן צוגעזאגט וואונדערליכע ישועות פאר פרויען וואס האבן מקבל געווען אויף זיך צו שערן די האר.


דער הייליגער נאסוידער רב פלעגט צוזאגן ברכות אויב די פרוי שערט זיך אפ די האר; אמאל האט א מחוצף אים געפרעגט: "וואס וועט דער רב טון אויב די פרוי וועט זיך אפשערן איר האר און די ברכה וועט נישט מקוים ווערן?" האט דער הייליגער צדיק געענטפערט: "איך בין גרייט צו ווערן אויס רב, אבי די פרוי זאל אראפנעמען איר האר"; אזוי שטארק איז אים געגאנגען אין לעבן אז אידישע טעכטער זאלן זיין הייליג און ריין.


ווען עס קומען צו מיר משפחות וואס צווייפלען אין דעם וכו', זיי וואקלען זיך; איין מינוט טראכטן זיי פון זיך אפשערן, און א צווייטע מינוט טראכטן זיי פון בלייבן מיט די האר; ראט איך זיי, ענדערש זאלן זיי ווארטן און דאס טון מיט די גאנצע הארץ, נישט טון זאכן וואס מען איז נאכנישט דערביי, ווייל אז מען טוט דאס נישט מיט די גאנצע הארץ, קען דאס שפעטער ערגער מאכן; ענדערש זאל מען דאווענען אויף דעם, בעטן דעם אייבערשטן מען זאל דאס וועלן טון; מיט תפילה והתבודדות קומט מען אן זייער ווייט.


ווארטס, שערט זיך נאכנישט אפ; בעטס יעדן טאג דעם אייבערשטן די תפילה:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר, אִיךְ וִויל טוּן דַיין וִוילְן, אִיךְ וִויל זַיין עֶרְלִיךְ, אִיךְ וִויל זוֹכָה זַיין צוּ דִי בְּרָכוֹת וָואס דִי צַדִּיקִים הָאִבְּן צוּגֶעזָאגְט פַאר דִי פְרוֹיעֶן וָואס גֵייעֶן אָנְגֶעטוּן אֵיידְל אוּן שֶׁערְן זִיךְ אָפּ זֵייעֶר הָאר.


רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, וָואס זָאל אִיךְ טוּן אַז עֶס אִיז מִיר זֵייעֶר שְׁוֶוער אָפְּצוּשֶׁערְן מַיינֶע הָאר? בַּיי מִיר אִיז דָאס אַזוֹי וִוי מֶען זָאל מִיר אָפְּשְׁנַיידְן אַ חֵלֶק פוּן מַיין קֶערְפֶּער, אִיךְ קֶען נִישְׁט טְרַאכְטְן פוּן דָאס טוּן; וִוי אַזוֹי גֵיי אִיךְ אוֹיסְקוּקְן אָן מַיין הָאר? וִוי אַזוֹי גֵייט זִיךְ עֶס שְׁפִּירְן? אָבֶּער פוּן דִי אַנְדֶערֶע זַייט וִויל אִיךְ נִישְׁט בַּאקוּמֶען דִי שְׁטְרָאף וָואס דֶער הֵיילִיגֶער זֹהַר זָאגְט (נָשֹׂא קכה:) אַ פְרוֹי וָואס גֵייט מִיט אוֹיפְגֶעדֶעקְטֶע הָאר זִיךְ שֵׁיין צוּ מַאכְן, אִיז זִי גוֹרֵם אַז עֶס זָאל זַיין אָרֶעמְקֵייט אִין שְׁטוּבּ; אִיךְ וִויל נִישְׁט בְּרֶענְגֶען אָרֶעמְקֵייט אִין שְׁטוּבּ, אִיךְ וִויל נִישְׁט מַיין מַאן אוּן קִינְדֶער זָאלְן זִיךְ מוּטְשֶׁען וֶועגְן מִיר, וֶועגְן מַיין הָאר; בֶּעט אִיךְ דִיר הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל טוּן דַיין וִוילְן, אִיךְ זָאל טוּן וָואס דִי הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים זָאגְן אוּנְז, אִיךְ זָאל הָאבְּן דִי שְׁטַארְקֵייט אָפְּצוּשֶׁערְן מַיינֶע הָאר. אִיךְ וִויל דָאךְ עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ וִויל דָאךְ הֵיילִיגֶע קִינְדֶער, דֶער זֹהַר זָאגְט, אַ פְרוֹי וָואס דֶעקְט אוֹיף אִיר הָאר אִין שְׁטוּבּ, גָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא, וֶועלְן אִירֶע קִינְדֶער נִישְׁט מַצְלִיחַ זַיין אוּן זֵיי וֶועלְן נִישְׁט זַיין חָשׁוּב.


הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל פַארְטְרַייבְּן דִי נִישְׁט גוּטֶע פוּן אוּנְזֶער שְׁטוּבּ; אַז מֶען שֶׁערְט זִיךְ דִי הָאר גֵייעֶן אַוֶועק אַלֶע מַזִּיקִים פוּן שְׁטוּבּ, הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דִיר, זֵיי הָאבְּן אַלֶעס אַוֶועקְגֶעגֶעבְּן אַרַיינְצוּבְּרֶענְגֶען כְּבוֹד שָׁמַיִם אִין דִי וֶועלְט, אָמֵן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - ווארפט אוועק די נישט גוטע טעלעפאן
חינוך הילדים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, טעלעפאן, נסיונות, שמירת עינים, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' בהר, ט"ז אייר, ל"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


מיר שטייען יעצט אין א הייליגע צייט, ערב ל"ג בעומר; יעצט איז א פאסיגע צייט זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן. חכמינו הקדושים זאגן (ירושלמי ברכות א, ה) דער אייבערשטער בעט פון אונז צוויי זאכן, די הארץ און די אויגן, "לִיבָּא וְעֵינָא תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַּחֲטָאָה נִינְהוּ", די צוויי זאכן זענען וואס ברענגט דעם מענטש נענטער צום אייבערשטן, אדער חס ושלום טוט עס אים דערווייטערן, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, אִי יְהַבְתְּ לִי לִיבָּא וְעֵינָא, אֲנָא יָדַע דְּאַתְּ לִי".


ווארפט אוועק די נישט גוטע טעלעפאן, האט נישט מורא דאס צו טון, אייער מאן נרו יאיר וועט אייך נאר ארויפקוקן. אז איר וועט זיין שטארק, איר וועט נישט קוקן די עקלדיגע זאכן – וועט דער אייבערשטער אייך באגליקן מיט גליק און פרייד.


מיר מוזן עפעס טון פאר אונזערע דורות; אז מיר וועלן נישט זיין שטארק – וואס וועט שוין זיין מיט אונזערע קינדער... יעצט קומט אזעלכע נסיונות – וואס איז נאכנישט געווען; מיר מוזן זיין פעלזן פעסט נישט צו האבן די זאכן וואס מען קוקט אין דעם עבירות.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן די שטארקייט צו זיין אפגעהיטן פון די זאכן, איך וועל בעטן פאר אייך אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.

#29 - די ישועה קומט בקרוב, און מען פארגעסט פון די שווערע טעג
קינדער, תודה והודאה, צרות, ישועות, נסיונות, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר וועט האבן קינדער, זייט נישט באזארגט, זייט נישט פאר'דאגה'ט.


דער הייליגער רבי זאגט (ספורי מעשיות מעשה יא, מבן מלך ובן השפחה שנתחלפו) ווען עס ווערט טאג הערט מען אזא געלעכטער, דער נאכט פארלירט זיין נאמען, מען געדענקט מער נישט אז עס איז געווען אמאל נאכט; דאס גייט ארויף בכלליות אויף די גאולה העתידה, עס וועט פארגעסן ווערן די גלות טעג וואס איז צוגעגליכן צו נאכט, און אויך בפרטיות ביי יעדן איינעם.


ווען עס איז נאכט, מען ווארט אויף א שידוך, נאכדעם ווען עס ווערט טאג, מען האט חתונה – געדענקט מען נישט אז מען האט אמאל געווארט אויף א שידוך. נאכדעם ווען מען ווארט אויף קינדער, עס איז ממש נאכט; מען וויינט, מען ווארט, מען מיינט שוין אז מען ווארט שוין, דערווייל ווערט מען אנטוישט, חודש נאך חודש, עס איז ממש נאכט; פלוצלונג ווערט טאג, און מען פארגעסט אז עס איז בכלל געווען נאכט.


בעט איך אייך זארגט נישט, איר וועט האבן קינדער. איין זאך זאלט איר טון, איין קבלה טובה, נעמט זיך פאר צו דאנקען דעם אייבערשטן יעדן טאג. רעכנט אויס פאר'ן אייבערשטן גוטע זאכן פון אייער לעבן און דאנקט אים; דאס עפנט אויף די טירן אין הימל פאר ישועות.

#28 - עס איז נישט כדאי צו ארבעטן אויף א פלאץ וואו מען האט נסיונות
סגולות, פרנסה, נסיונות, ברכת המזון

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א גוטע ריינע פרנסה, בלייב מיט די פרנסה נקיה וקלה; עס איז נישט כדאי צו גיין ארבעטן מיט מיידלעך פאר נאך געלט, עס וועט דיר זיין ביטער שווער, וועסט זיך דארפן רייסן צו זיין אפגעהיטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז ערגער פון טון עבירות; וואס פעלט דיר אויס די קאפ וויי.


בענטש ברכת המזון דוקא פון א בענטשער, נישט אויסנווייניג - וועסטו האבן פרנסה בריוח. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס איז א סגולה פאר עשירות, און ער פלעגט זאגן אז דאס וואס ער האט זוכה געווען צו זיין גרויסע עשירות - איז נאר ווייל ער האט זיך צוגעוואוינט נאך פון אלס בחור צו בענטשן אינעווייניג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - זיך דערהאלטן טראץ די שווערע ביטערע נסיונות און צרות ויסורים
צרות, התחזקות, הכרת הטוב, זיכוי הרבים, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מצורע, ב' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר'ן מיך מקרב זיין צום הייליגן רבי'ן. עס איז שוין אריבער כמעט צוואנציג יאר, אבער ביי מיר איז דאס נאך פריש אזוי ווי די מעשה וואלט היינט פאסירט, דו האסט מיר אריינגעשלעפט אין היכל הקודש, האסט מיר געזאגט איך זאל קומען דאווענען אין היכל הקודש; דארט האב איך אנגעהויבן הערן אביסל אמת'ע דיבורים און נאכדעם האב איך באקומען דעם ספר אשר בנחל; דורך דיר האב איך מיין חיים טובים.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי'; דער אייבערשטער וועט מאכן מיט דיר גרויסע ניסים, העיקר מה שקורין זיך דערהאלטן. דאס איז די שיינקייט פון א איד, אפילו עס גייט אריבער אויף אים שווערע ביטערע נסיונות, צרות ויסורים - דאך דערהאלט ער זיך, ער האט נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה לב, ג) אויפ'ן פסוק (תהלים יא, ה): "'ה' צַדִּיק יִבְחָן', הַיּוֹצֵר הַזֶּה אֵינוֹ בּוֹדֵק קַנְקַנִּים מְרוֹעָעִים", ווען דער טעפער וויל בודק זיין די כלים אויב זיי זענען גענוג שטארק - וועט ער נישט נעמען א שוואכע כלי און קלאפן דערויף ווייל עס וועט זיך צעברעכן, "וּמִי הוּא בּוֹדֵק, בְּקַנְקַנִּים יָפִים", ער נעמט די גוטע שטארקע כלים, "אֲפִלּוּ מֵקִישׁ עֲלֵיהֶם כַּמָּה פְעָמִים אֵינָם נִשְׁבָּרִים", אפילו ער האקט אויף זיי שטארקע קלעפ - צעברעכן זיי זיך נישט, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶת הָרְשָׁעִים אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי אויך, דער אייבערשטער פרובירט נישט די רשעים - נאר די צדיקים, אזוי ווי עס שטייט "ה' צַדִּיק יִבְחָן", דער אייבערשטער פרובירט אויס צדיקים.


נאך זאגן זיי: "הַפִּשְׁתָּנִי הַזֶּה בְּשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהַפִּשְׁתָּן שֶׁלּוֹ יָפָה כָּל שֶׁהוּא כּוֹתְשָׁהּ הִיא מִשְׁתַּבַּחַת", ווען מען האט גוטע פלאקס - דעמאלט קען מען דאס גוט אויסקלאפן, עס ווערט בעסער און בעסער, "וְכָל זְמַן שֶׁהוּא מַקִּישׁ עָלֶיהָ הִיא מִשְׁתַּמֶּנֶת", ווי מער מען קלאפט דערויף ווערט עס פעטער, "וּבְשָׁעָה שֶׁהוּא יוֹדֵעַ שֶׁהַפִּשְׁתָּן שֶׁלּוֹ רָעָה, אֵינוֹ מַסְפִּיק לָקוּשׁ עָלֶיהָ אַחַת עַד שֶׁהִיא פּוֹקַעַת", און ווען די פלאקס איז א שוואכע - דעמאלט קלאפט מען נישט אויף דעם, ווייל עס וועט צוגרינד גיין, "כָּךְ אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶת הָרְשָׁעִים אֶלָּא אֶת הַצַּדִּיקִים", אזוי אויך, דער אייבערשטער פרובירט נישט די רשעים - נאר די צדיקים, אזוי ווי עס שטייט: "ה' צַדִּיק יִבְחָן", דער אייבערשטער פרובירט אויס צדיקים.


נאך זאגן זיי: "מָשָׁל לְבַעַל הַבַּיִת שֶׁהָיָה לוֹ שְׁתֵּי פָּרוֹת", עס איז צוגעגליכן צו איינער וואס האט צוויי קוען, "אַחַת כֹּחָהּ יָפֶה וְאַחַת כֹּחָהּ רַע", איין קו איז א שטארקע און איינע איז א שוואכע, "עַל מִי הוּא נוֹתֵן אֶת הָעֹל", אויף וועלכע קו לייגט ער ארויף די שווערע לאסט? "לֹא עַל זֹאת שֶׁכֹּחָהּ יָפֶה", אויף די קו וואס איז שטארק, "כָּךְ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְנַסֶּה אֶת הַצַּדִּיקִים, שֶׁנֶּאֱמַר, ה' צַדִּיק יִבְחָן", אזוי טוט דער אייבערשטער, ער פרובירט אויס נאר די צדיקים, ער ווייסט אז זיי האבן כוחות, זיי וועלן נישט צאמפאלן, זיי וועלן בלייבן ביי די אמונה.


דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, עס וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה, וועסט נאך זען נחת ביי דיינע קינדער געזונטערהייט.

#26 - דאס גאנצע לעבן איז איין שטיק מלחמה מיט'ן יצר הרע
קדושה, תשובה, עבירות, נסיונות, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, י"ג אדר ב', תענית אסתר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


צעברעכט זיך נישט, קלאפט זיך נישט אראפ; דאס וואס איר שרייבט אז איר קענט זיך נישט איינהאלטן, איר קענט זיך נישט קאנטראלירן, איר טוט נישט גוטע זאכן - דאס מיינט נישט אז איר זענט שלעכט, דאס מיינט נישט אז איר זענט קראנק; דאס איז די מלחמה וואס יעדע איד גייט אריבער, יעדער איינער האט שווערע ביטערע נסיונות, אמאל קען מען זיך נישט שטארקן, מען פאלט אראפ, מען טוט נארישקייטן, מען קוקט עבירות וכו' - דארף מען אבער געדענקען זיך אויפצושטעלן, אזוי ווי צדיקים האבן געזאגט: "א פאטש פאר מיר, א פאטש פאר דיר - דער עיקר איז ווער וועט געבן דעם לעצטן פאטש"; אזוי ווי צוויי מענטשן קריגן זיך, היינט האט דער יענעם אפגעטון, מארגן קומט יענער און געבט אים צוריק, אזוי גייט דאס אהער און אהין, ווער איז דער געווינער? דאס זעט מען ביים סוף.


אזוי איז אויך ברוחניות, דאס גאנצע לעבן איז איין שטיק מלחמה, דער עיקר איז מען טאר נישט אויפגעבן, מען דארף געדענקען 'דער אייבערשטער האט מיך ליב, דער אייבערשטער ווארט איך זאל אים איבערבעטן, איך זאל תשובה טון'.


איר דארפט נישט קיין טערעפי, טערעפי איז איין גרויסע דמיון; עס העלפט נישט, עס איז א וועג פון מאכן געלט און חוזק מאכן פון צעבראכענע מענטשן. נעמט די עצות און שכל פון רבי'ן - וועט איר אנהויבן שפירן א טעם אין לעבן; די עצה פון רעדן צום אייבערשטן, אים בעטן יעדע זאך, און די עצה פון דאנקען דעם אייבערשטן, אויפזוכן גוטע זאכן וואס דער אייבערשטער טוט, און אים דאנקען; דאס איז די שטערקסטע טערעפי, די בעסטע עצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - אזעלכע התחזקות זיך צו דערהאלטן אין אלע שווערע ביטערע נסיונות
שידוכים, התחזקות, קברי צדיקים, חסידות ברסלב, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא-זכור, ט' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זאלסט האבן אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס, און א גרויסן יישר כח פאר'ן מתפלל זיין פאר מיר, סיי ביי די ציון פון מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה און סיי ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


וואס זאל איך דיר זאגן, דער רבי געבט אונז אזעלכע התחזקות. מען זעט ברסלב'ער חסידים, ווען זיי גייען אריבער שווערע ביטערע נסיונות, שווערע זמנים - ווי מען דערהאלט זיך, מען לעבט ווייטער מיט אמונה, מען האלט אן די עבודת ה' אן קיין שטער; דער רבי איז אונז מחי' מיר זאלן בלייבן ביי די אמונה, מיר זאלן בלייבן פרייליך.


איך בעט פאר דיר. איך פלעג בעטן דעם אייבערשטן יארן צוריק: "רבונו של עולם, געב אים א שידוך פאר ער וועט אראפפאלן, איידער ער וועט אוועקגיין פון דיר", יעצט בעט איך: "רבונו של עולם, קוק ווי שיין ער דערהאלט זיך, עס קומט אים זיין שידוך".


 


 

#24 - אז דו וועסט זיך דערהאלטן וועסטו זען א גרויסער נס
שלום בית, התחזקות, רפואה, נסיונות, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, ט"ו אדר א', שושן פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר פארליר זיך נישט; דיין ווייב וועט זיין געזונט און שטארק. עס פאסירט אמאל אזעלכע זאכן, א פרוי פאלט פון די כוחות; נעם איר צום דאקטער, עס איז דא גוטע מעדעצין, זי וועט זיין געזונט און שטארק; מען קען האבן א גוטע זיסע לעבן אפילו ווען די ווייב דארף נעמען מעדעצין פאר די נערווען.


איך בעט דיר זייער, ווער נישט צעפאלן; דאס אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר איז למען הבחירה והנסיון, פארליר זיך נישט; אז דו וועסט זיך דערהאלטן וועסטו זען א גרויסער נס.


דו זאלסט איר נאר אויפבויען, אויפהייבן; רעדן גוטע און שיינע ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - שובבי"ם ת"ת, אכט וואכן וואס מיר קענען אלעס פאררעכטן
התחזקות, תהלים, חסידות ברסלב, תשובה, בית המדרש, היכל הקודש, נסיונות, פירושים, יאוש, ארץ ישראל, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים און בני ברק, ה' עליהם יחיו


איך בין נאכאלץ זייער איבערגענומען מיט גרויס התרגשות פון מיין נסיעה, פון זיין מיט אייך דעם פארגאנגענעם שבת קודש; איך האף איר האט אויך הנאה געהאט פונעם שבת.


איך בעט אייך זייער אז דער בית המדרש זאל זיין א פלאץ וואס מען רעדט פון רבינ'ס דיבורים; נישט קיין תורות, פלפולים - נאר ווערטער פון חיזוק. מענטשן זענען זייער צעבראכן היינטיגע טעג, נישטא א מענטש וואס האט נישט זיין פעקל, זיין פרשה - וואס ער גייט אריבער. מענטשן מוטשען זיך זייער מיט עניות און דחקות, נאכדעם זענען דא וואס מוטשען זיך מיט די ווייב און קינדער, און ועל כולם מוטשענען מיר זיך אלע מיט צרות היצר; מענטשן זוכן אביסל חיזוק אזוי ווי מען זוכט לופט צו אטעמען, מען זוכט א שמייכל, א גוט ווארט - אזוי ווי א דורשטריגער מענטש זוכט א טראפ וואסער, דעריבער דארף מען זען צו רעדן אין בית המדרש דבורי חיזוק.


די וואך האבן מיר זייער גוטע חיזוק, מוהרא"ש פלעגט דאס חזר'ן ביי די שיעורים פרשת ויחי. די פרשה ענדיגט זיך (בראשית נ, כו): "וַיָּמָת יוֹסֵף בֶּן מֵאָה וָעֶשֶׂר שָׁנִים וַיַּחַנְטוּ אֹתוֹ וַיִּישֶׂם בָּאָרוֹן בְּמִצְרָיִם", יוסף איז געשטארבן און מען האט אים באערדיגט אין מצרים, עס זעט אויס ווי לאחר הייאוש, מען קען שוין גארנישט טון, מען קען שוין גארנישט מאכן, אלעס איז טויט, שוין באגראבן; דארף מען וויסן אז מען מוז זיך מחזק זיין, מען שרייט אויס אלע אינאיינעם: "חזק חזק, ונתחזק!" שטארקט זיך, שטארקט זיך, לאמיר זיך אינאיינעם שטארקן! ווייל עס איז נישטא קיין ייאוש, דער הייליגער רבי האט געשריגן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען!"


טייערע אנשי שלומינו, מיר גייען היינט נאכט אריין אין די ליכטיגע שובבי"ם טעג, די יאר האבן מיר שובבי"ם ת"ת - אכט וואכן וואס מיר קענען פאררעכטן אלע אונזערע נישט גוטע מעשים. איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט אלע זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים, איר ווייסט דאך אלע אז דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט יעדן טאג זאגן דעם יום תהלים, און אין די טעג פון שובבי"ם פלעגט ער זאגן דעם יום תהלים צוויי מאל א טאג; לאמיר זאגן דעם יום תהלים יעדן טאג, דאס וועט אונז ברענגען צו די גרעסטע דרגא, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון - זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון - ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון, און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד - דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


איך קען נישט מער מאריך זיין, איך בין זייער אפגעשוואכט, אויך מיינע קינדער זענען אין שטוב מיט היץ, געלויבט דעם אייבערשטן עס איז מיט גרויס חסדים; איך וועל אייך שרייבן מער קומענדיגע וואך.


א פרייליכן שבת.