בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#31 - די ערשטע זאך איז דרך ארץ און מידות טובות
כיבוד אב ואם, סקול, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, ליבערטי.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז דו זאגסט תהילים, און נאך מער פריי איך זיך צו הערן פון דיינע טיטשערס אז דו ביסט דרך ארץ'דיג; דרך ארץ איז די וויכטיגסטע זאך ביי אידישע קינדער, אן דרך ארץ קען מען נישט זוכה זיין צו לערנען תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, א): "דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", די ערשטע זאך איז דרך ארץ און מידות טובות, בפרט ביים הייליגן רבי'ן איז דרך ארץ געווען די ערשטע זאך. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ".


זע צו העלפן דיין מאמע, ווייל כיבוד אב ואם איז דער גרעסטער מצוה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, סימן כו): "כָּל הָעוֹלָם כּוּלוּ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאֵין הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, איך בעט פון ענק נאר איין זאך, אז איר זאלט מכבד זיין טאטע מאמע.


איך וועל אם ירצה ה' זיין אין שטעטל דעם קומענדיגן וואך זונטאג; איך וויל זייער שטארק רעדן מיט די מיידלעך פון די עלסטע קלאס. געב איבער פאר אלע תלמידות פון דיין קלאס אז זיי זאלן קומען זונטאג אינדערפרי צען אזייגער צו די שטוב פון די טיטשער מרת ... תחי', ווייל איך וויל רעדן מיט אייך.

#30 - די ניינטע יאר אין "בית פיגא"
סקול, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי' זי זאל ווייטער ממשיך זיין מיט איר ארבעט אין סקול. עס לאזט זיך פשוט נישט גלייבן אז מיר האלטן שוין יעצט די ניינטע יאר אין "בית פיגא". דיין ווייב תחי' איז א מתנה פאר אונזער סקול, זי איז אן איבערגעגעבענע מנהלת; אלע מיידלעך, אלע תלמידות שפירן ווי זי איז ווי א מאמע פאר זיי, איר גאנצע קאפ און הארץ לייגט זי אריין אין די תלמידות.


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האלטן דא, מיר האבן מוסדות פאר די אינגלעך און פאר די מיידלעך, וואו זיי ווערן נתחנך מיט די וועג פונעם הייליגן רבי'ן.


ווער האט אמאל געקענט טראכטן אז מיר וועלן האלטן דא, ווען פאר נישט לאנג צוריק האט מען זיך אזוי געשעמט מיט ברסלב; אנשי שלומינו - תלמידי היכל הקודש האבן נישט געקענט רעדן אפן פון רבי'ן און פון מוהרא"ש, אבער היינט האבן מיר אויפגעשטעלט א דור פון מפיצים ומפיצות, קינדער, בחורים און מיידלעך, אינגעלייט און ווייבלעך - גייען פארשפרייטן אין אלע גאסן דעם רבינ'ס התחזקות.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב זי זאל ווייטער אנגיין ביתר שאת וביתר עוז, אויפצובויען די קינדער מיט אמונה פשוטה, מיט צניעות און מידות טובות.

#29 - אוועקשטעלן דער יסוד פון די סקול
סקול, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וועל אם ירצה ה' קומען צו אייך זונטאג; איך וויל זייער שטארק רעדן צו די עלטסטע קלאס פון סקול, איך האב אסאך ארבעט דארט ווי לאנג מען שטעלט אוועק דעם יסוד. פרעג דיין ווייב אויב עס איז שייך צוזאם צו רופן די קינדער פון די עלטסטע קלאס ביי דיר און שטוב מיט די טיטשערס זונטאג אינדערפרי צען אזייגער, אויב יא לאז מיר וויסן.


זאג פאר דיין ווייב תחי' אז איך בין איר זייער מכיר טובה פאר'ן זיך אוועק געבן פאר אונזערע קינדער; מיר דארפן אריין לייגן אונזער קאפ און מח ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער אויף א גוטע וועג. ווי אזוי מען קען זיי אויפבויען זיי זאלן אויפוואקסן געזונט בגוף ונפש, נישט צעברעכן קיין קינדער, ועל כולם אריין לייגן אין זיי אמונה פשוטה זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אייערע קינדער זאלט איר מודיע זיין וואס דא האט זיך גיטאן", און ר' נתן שרייבט (שם) אז דער רבי האט עס געזאגט מיט א מורא'דיגע ברען און מיט א התלהבות; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון מחנך זיין די קינדער שוין פון יונגווייז אן צו לעבן מיט'ן אייבערשטן.

#28 - ווען דאס קינד שמייכלט זיך אונטער, מיינט דאס נישט חוצפה
לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', טיטשער אין בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען א תלמידה שמייכלט זיך אונטער מיינט עס נישט חוצפה; עס איז זייער גרינג צו מאכן יעדע תלמידה פאר א מחוצפת, אבער ווען מען קוקט מיט אן אמת זעט מען אז אין רוב פעלער איז נישט קיין חוצפה, בפרט ווען א קינד שמייכלט זיך אונטער ווען די טיטשער שרייט וכדומה, מיינט עס רוב מאל נישט חוצפה. עס זענען דא קינדער וואס זייער ריעקשן איז אז אנשטאט וויינען שמייכלען זיי.


געדענק, קינדער זענען קינדער; מען דארף האבן צו זיי אסאך סבלנות און קוקן אויף זיי מיט א גוט אויג. ווען קינדערן שפירן די ליבשאפט פון זייער טיטשער וועלן זיי אלעס טון וואס די טיטשער זאגט.


דו האסט מיר דערציילט אז דו האסט א תלמידה וואס כאפט שווער אויף די עברי, און בשעת דו האסט געהאט א נסיון פון א קלייד וואס איז נישט געווען אזוי צניעות'דיג האסטו שטילערהייט געזאגט פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער, איך טו נישט אן די קלייד וואס איז נישט אזוי צניעות'דיג ובזכות דעם זאלסטו העלפן מיין תלמידה זי זאל פארשטיין און אויפכאפן די עברי", און זייט די מעשה האט די תלמידה אנגעהויבן אויפכאפן גרינגער די עברי. די מעשה האט מיר זייער באנומען, צו זען ווי דו לעבסט מיט דיינע תלמידות, עס גייט דיר באמת אן אז זיי זאלן מצליח זיין און פארשטיין דאס לערנען, אז דו ביסט גרייט בייצושטיין נסיונות פאר זייער הצלחה.


איך פריי זיך צו האבן אזא טיטשער ביי אונז אינעם מוסד.

#27 - בעט דעם אייבערשטן פאר א שידוך
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד נישט מיט קיין חברט'עס פון בחורים; עס איז נישט קיין קלוגע זאך צו רעדן פון בחורים, פון שידוכים וכו' וכו'.


איך פארשטיי דיר זייער גוט אז דו ווילסט חתונה האבן, דו האלסט נישט אויס וכו' און דו ווילסט זיך שוין זען אונטער די חופה; בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג נאכאמאל און נאכאמאל: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין שידוך שנעל און גרינג, מיר זאלן קענען אויפשטעלן אן ערליכע שטוב", אבער מיט חבר'טעס זאלסטו נישט רעדן פון דעם.


זע צו העלפן די מנהלת מרת ... תחי' מיט וואס זי דארף אין סקול, ווען דו העלפסט אין סקול העלפסטו דעם הייליגן רבי'ן; דו ווערסט א משמש ביים רבי'ן וואס דער זכות פון דעם איז זייער גרויס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#26 - מחזק זיין די לערערינס פון סקול
סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו.


זייט מחזק אייער טאכטער זי זאל נאך ממשיך זיין אין סקול לערנען מיט די מיידלעך ביז'ן יום טוב סוכות, עס איז נישט דא צופיל טעג פון היינט ביז יום טוב סוכות; איך האף צו טרעפן נאך א גוטע לערערין צו לערנען צוויי שעה מיט די מיידלעך ענגליש און אייער טאכטער וועט לערנען מיט זיי אידיש, אזוי וועט איר זיין גרינגער.


די זמנים פון סקול קען מען נישט בייטן צוליב די טיטשער וכו'; אז די טיטשער'ס האבן נישט קיין כח דארף מען זיי העלפן, אדער צעטיילן די ארבעט פאר נאך א פרוי אדער זיי העלפן אויסשטעלן דעם טאג אז עס זאל זיי זיין גרינגער.


שטארקט אייך ווייטער מיט די הייליגע ארבעט, וואס איר האט זוכה געווען צו אזא הייליגע אמט – משמש זיין דעם רבי'ן מיט'ן פארשפרייטן זיינע לימודים פאר די גאנצע וועלט, דו ... נרו יאיר זאלסט מחזק זיין אנשי שלומינו און איר מרת ... תחי' זאלט מחזק זיין נשות ברסלב, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו וואס דעמאלט וועט זיין: "וְיֵדַע כָּל פָּעוּל כִּי אַתָּה פְּעַלְתּוֹ, וְיָבִין כָּל יְצוּר כִּי אַתָּה יְצַרְתּוֹ, וְיֹאמַר כָּל אֲשֶׁר נְשָׁמָה בְאַפּוֹ, ה' אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל מֶלֶךְ, וּמַלְכוּתוֹ בַכֹּל מָשָׁלָה".


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#25 - יישר כח פאר'ן העלפן די סקול אין שטעטל
סקול, שטעטל, אומאן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


א דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר אין שטעטל, בפרט מיט'ן אויפשטעלן די מוסדות. איך בין טאקע נישט דארט מיט אייך בגוף אבער מיין קאפ און מח איז מיט ענק; איך האלט מיט אלעס, יעדע פרט ופרט.


יישר כח פאר'ן אויפבויען ווענט און שענק פאר די מיידלעך אין סקול, איך האף בקרוב וועלן מיר האבן א געהעריגע באקוועמע פלאץ, סיי פאר די מיידלעך און סיי פאר די אינגלעך.


אויב דו קענסט אויפבויען נאך א וואנט אין סקול; מיר דארפן נאך א כתה פאר די קליינע מיידלעך, אויב דו קענסט דאס מאכן מוצאי שבת און זונטאג ווען עס איז נישט דא קיין סקול, אז אויף מאנטאג זאל עס זיין גרייט.


איך האף אז בקרוב וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן אן ערליכע שטוב.


יעצט פארן מיר אם ירצה ה' קיין אומאן, דארט וועלן מיר פועל'ן ישועות פאר אלעמען.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#24 - ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ א יסוד
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תהלים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, ליבערטי ניו יארק.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין לערערין געבט מיר איבער כסדר גוטע גריסן פון דיר, ווי שיין דו פירסט זיך אויף, אז דו ביסט א מיידל מיט דרך ארץ; דאס מאכט מיר זייער פרייליך ווייל איך וויל אויפשטעלן תלמידות וואס פירן זיך ווי דער רבי האט געוואלט, און ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ א יסוד. דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרין און קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען צו מיר".


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט געענדיגט דעם דריטן מאל תהילים, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג) אז ווען מען זאגט תהילים ברענגט עס אריין אינעם מענטש א בענקעניש צום אייבערשטן; דעריבער איז זייער גוט אז דו זאגסט תהילים יעדן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א גוט געבענטשט יאר.

#23 - שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט אין עבודת החינוך
סקול, חינוך הילדים, שטעטל, סיום, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער שטארק געוואלט ארויסקומען צום סיום מסכת כריתות צו ענק אין שטעטל, ווייל עס איז מיר א גרויסע שמחה אז מיר האבן אזא פלאץ וואו די גאנצע שטאט לערנט און איז מסיים נאך א מסכתא, איך בין פשוט געווען זייער אויסגעמוטשעט, איך וועל נאך קומען צו אייך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט אין עבודת החינוך; דיין גאנצע קאפ און מח זאל זיין ווי אזוי מען קען אויפבויען די קינדער לתורה ויראת שמים ומידות טובות. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן", וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא, דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס האט עצות פאר יעדן איד ווי אזוי זיך דערנענטערן צום אייבערשטן.


איך האף אז אין אומאן וועסטו מיר העלפן ביים דאווענען; דו וועסט שטיין נעבן דעם בעל תפילה מיט די קינדער און בחורים ארויס העלפן מיט די ניגונים און נוסח, עס זאל זיין בא'טעמ'ט און געשמאק. אזוי ווי מיר האבן געדאוונט בחיים חיותו פון מוהרא"ש זכרונו לברכה. גרייט אן א פראגראם מיט די מלמדים ווי אזוי אנצורייצן די קינדער זיי זאלן דאווענען דעם גאנצן דאווענען און זיי זאלן נישט וועלן ארויסגיין שפילן ביים דאווענען; גרייט אן מתנות, טיקעטס וכו'.


זאג פאר דיין ווייב תחי' אז איך האב גערעדט צו משפחת ... זיי זאלן נישט שיקן זיייער טאכטער ווילאנג זי איז אנגעגרייט צו גיין אין ביה"כ. איך האב זיי מסביר געווען אז דאס איז נישט קיין חכמה; סיי אלץ די טיטשערס, זיי זענען נישט מחיוב יעדן צווייטן טאג צו אזא פאסירונג, חוץ מזה איז דאס נישט גוט פאר'ן קינד אליינס, זי ווערט פארשעמט פון דעם און עס קען איר שאטן פאר אלע אירע יארן, זי וועט באקומען א נאמען צווישן די קינדער אז זי האט א גערוך וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#22 - ווי אזוי מ'געבט זיך אן עצה מיט די מיידלעך
לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', טיטשער בית פיגא קרית ברסלב, ליבערטי.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז די מיידלעך זענען וואויל און דרך ארץ'דיג. א טיטשער דארף וויסן און געדענקען אז ווען קינדער פירן זיך נישט אויף דרך ארץ'דיג זענען זיי נישט שלעכט, "קינדער זענען קינדער", און מען דארף זיי מחנך זיין.


ווען א טיטשער האט ליב די תלמידות, זי קוקט אויף זיי מיט א גוט אויג, דעמאלט שפירן דאס די קינדער און זיי פאלגן צוביסלעך מער און מער. מה שאין כן ווען די טיטשער קוקט אויף די קינדער מיט א שלעכטע אויג, זי טראכט אויף געוויסע קינדער: 'זיי זענען שלעכטע מיידלעך', קען אזא טיטשער נישט מצליח זיין מיט זיי נאר ערגער מאכן. דאס איז די ערשטע זאך וואס א לערערין דארף וויסן: 'איך מוז ליב האבן יעדן איינציגסטן קינד', דעמאלט איז מען מצליח.


בנוגע דיין פראגע אויב מיידלעך רעדן אינמיטן שיעור, וואס דו זאלסט טון; דו זאלסט אפשטעלן דעם שיעור און זאגן קלאר: "מען קען נישט רעדן אינמיטן קלאס", און אויב עס העלפט נישט זאלסטו עס נאכאמאל זאגן און נאכאמאל זאגן (אסאך מאל דארף מען טון מער פון זאגן, מען דארף קנס'ענען, למשל אוועק נעמען א טיקעט, א סטאר אדער פוינטס וכדומה).


בנוגע די מיידלעך וואס מאכן אוועק ווען מען באלוינט זיי מיט א קלייניקייט וכו'; דארפסט נישט ווערן פארלוירן פון דעם, דאס איז א נארמאלע ערשיינונג ביי קינדער. סיי אין שטוב ווען די עלטערן זאגן צו א באלוינונג וכו', איז אייביג דא א קינד וואס מאכט עס אוועק, און אזוי אויך אין קלאס איז אלץ דא קינדער וואס מאכן אוועק וכו'; דעמאלט דארף די טיטשער ארבעטן מיט חכמה אויף א וועג וואס אלע וועלן דאס נעמען, דעמאלט איז א גוטע געלעגנהייט מסביר צו זיין פאר די קינדער אז ווען איינער געבט א מתנה, אפילו א קלייניקייט זאל מען זיך באדאנקען דערויף און זיין פארזיכטיג נישט אוועק צו מאכן, אז יענער זאל זיך נישט באליידיגן.


מיידלעך דארפן רופן די טיטשער מיט דרך ארץ, זיי קענען נישט רעדן צום טיטשער ווי מען רעדט צו א חבר'טע; זיין קענען נישט זאגן: "דו האסט געזאגט", נאר זיי דארפן זאגן מיט דרך ארץ: "די טיטשער האט געזאגט". די טיטשער דארף זיי דאס אויסלערנען איינמאל און נאכאמאל ביז זיי וועלן וויסן ווי אזוי רעדן מיט דרך ארץ.


בנוגע די מיידל וואס נעמט די פינגער אין מויל וכו'; זאלסט איר חס ושלום נישט פארשעמען ברבים, לאז דאס איבער פאר אירע עלטערן.


בנוגע גיין צו די פרויען צוזאמקום וכו'; דאס ווענדט זיך נאר אין דיר, אז דו געפינסט זיך נישט דיין פלאץ דארט דארפסטו נישט גיין.


וואויל איז דיר אז דו זאגסט ווייטער תהלים; דו זאגסט יעדן טאג תהלים און דו האלסט שוין ביי די פיר און זעכציגסטע מאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט דיינע תלמידות און זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


רעד צו די מנהלת פון די וויליאמסבורג'ע סקול און נעם פון איר חיזוק און הדרכה; זיי ווייסט גוט ווי אזוי צו מחנך זיין קינדער על פי דרך רבינו זכרונו לברכה.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#21 - די מיידלעך זאלן האלטן ריין די סקול
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, ריינקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע תלמידות פון בית פיגא ברסלב, שתחיו.


מיר האבן שוין די ישיבה איבער צען יאר און די תלמידים די בחורים האלטן ריין די ישיבה; מיר האבן נישט קיין גוים וואס רייניגן דעם בנין הישיבה, נאר יעדע נאכט נאך ישיבה זענען דא בחורים וואס מאכן זיכער אז דער בנין איז ציכטיג ריין, די בחורים מאכן ריין סיי די ישיבה און סיי דער חדר.


עס פלעגט זיין דער סדר אז בחורים פלעגן גיין אין סקול נאכדעם ווען אלע תלמידות זענען אהיים און פלעגן ריין מאכן די סקול, אבער פון היינט און ווייטער ווילן מיר מאכן אז די מיידלעך זאלן האלטן ריין די סקול, עס זאל זיין א סדר צווישן די תלמידות וועלכע וועלן זען אז די סקול זאל זיין ריין. איר ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז געווען ריינקייט א שטארקער יסוד, בעט איך אייך איר זאלט רייניגן דעם סקול יעדן טאג, עס זאל אינטערעסירן יעדע תלמידה אז דאס פלאץ זאל זיין ריין.


איר קענט די מעשה פון אדל - דעם רבינ'ס טאכטער, אמאל איז זי געגאנגען נאך געלט מיט נאך אפאר פרויען, אינמיטן וועג האט זיך אראפגעלאזט א גאס רעגן, עס איז געווארן א גרויסע בלאטע און אלע פרויען זענען געווארן פארשמירט פון די בלאטע, נאר אדל איז געבליבן זויבער און אפילו איר שיך איז געבליבן ריין; די פרויען וואס זענען מיטגעגאנגען מיט איר האבן זיך זייער געוואונדערט ווי אזוי קען זיין אז זי האט זוכה געווען צו אזא רואיגקייט אז זי זאל קענען גיין אין בלאטע און דאך בלייבן זויבער. האט אדל זיי געזאגט: "מיין גרויסער טאטע - דער הייליגער רבי - האט מיר אויסגעלערנט א וועג אז אפילו ווען מען גייט אין בלאטע זאל מען קענען בלייבן ריין און זויבער".


אז איר וועט האלטן דעם פלאץ ריין וועט איר זוכה זיין צו אלע מדריגות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה כ:) אז נקיות ברענגט צו פרישות און צו חסידות ביז תחיית המתים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#20 - יישר כח פאר'ן צושטעלן די לימודים פאר "בית פיגא".
סקול, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אונזער מנהלת מרת ... תחי' האט מיר איבערגעגעבן אז איר ארבעט זייער שווער און איר לייגט אריין גרויסע כחות אהערצושטעלן די לימודים פאר'ן קומענדיגן יאר פאר "בית פיגא".


דערפאר שרייב איך אייך א דאנק פון מיין הארץ און איך וועל אם ירצה ה' געדענקען מתפלל צו זיין פאר אייך און פאר אייער משפחה יעדן טאג, ווייל ווער עס העלפט מיר בכלל, ובפרט מיט די מוסד – דעם וועל איך צוריק העלפן און אינזין האבן ביי מיינע תפילות. ווייל די מוסד איז דער שווארץ אפפעל פון מיינע אויגן; עס גייט מיר בנפשי אויפצושטעלן דורות ערליכע אידן און ערליכע אידענעס.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח און מח איר זאלט ווייטער קענען ממשיך זיין מיט אייערע גוטע מעשים און אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט אייער טייערער מאן נרו יאיר.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#19 - אריינלייגן אין די מיידלעך אמונה
לערערין, סקול, חינוך הילדים, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב שוין גערעדט צו דיין טאטע אז דו וועסט אם ירצה ה' זיין א טיטשער ביי אונזער נייע סקול "בית פיגא" – ליבערטי.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט זיין בקשר מיט אונזער מנהלת מרת ... תחי', די מנהלת פון "בית פיגא" – וויליאמסבורג. דו האסט דאך אסאך מקבל געווען פון איר די אלע יארן ווען דו האסט געלערנט אין סקול. זי ווייסט וואס איך וויל; זי פירט די סקול אזוי ווי מוהרא"ש האט אוועקגעשטעלט דעם גרונדשטיין ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער, איך וויל אז די סקול אין קרי' זאל זיך פירן אויף דעם וועג.


דער עיקר זאל זיין אריינלייגן אין די מיידלעך אמונה, מען זאל לעבן מיט אמונה; נישט עס זאל זיין א פארשלאפענע זאך וואס מען נוצט נאר מזמן לזמן, נאר דאס גאנצע חיות זאל זיין אמונה און תפלה, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים מב, ט): "תְּפִלָּה לְאֵל חַיָּי", זאגט אויף דעם דער הייליגער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ט): אז די גאנצע חיות באקומט מען פון תפלה.


אויך זאלסטו אריינלייגן אין די קינדער דאס שיינקייט פון צניעות און גוטע מידות.


פון דיין ראש ישיבה.

#18 - מ'וועט אי"ה צעטיילן די קלאס
סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב אייך שוין צוריק געשריבן פאר יום טוב שבועות א בריוו, סיי פאר אייך און אויך פאר די תלמידות, אבער ווייזט זיך אויס אז עס איז פארלוירן געווארן.


איך האב גערעדט מיט אונזער מנהלת תחי'; זי וויל און האפט אז איר וועט ווייטער העלפן די סקול אנגרייטן די לימודים, זי זאגט אז אייער ארבעט איז זייער חשוב און וויכטיג פאר די מוסד. מיר האפן אז איר וועט ווייטער ממשיך זיין דעם קומענדיגע יאר.


בנוגע צעטיילן די קלאס וכו'; אם ירצה ה' דעם קומענדיגן יאר וועט מען עס צעטיילן. יעצט וועל איך אייך זאגן דעם אמת'ן טעם פארוואס איך האב נישט צעטיילט די קלאס דאס יאר - תשע"ט ווען איך האב קלאר געזאגט אנהייב יאר אז מען גייט עס צעטיילן וכו'. דער סיבה איז אז ווען איך האב געשפירט ווי אפאר משפחות הייבן אן אונטערגראבן וכו' (היה לא תהיה) האב איך מחליט געווען נאך אסאך תפילה והתבודדות נישט צו צעטיילן די קלאס כדי צו געבן א פתח פאר די וואס זענען נישט צופרידן צו טרעפן אנדערע מוסדות וד"ל.


א גריס פון אייערע טייערער מאן; ווען איך זע אים האב איך זייער הנאה, מען זעט אים שטענדיג אדער מיט א משניות אדער א חומש, תהלים, וכדומה.


איך שיק אייך א בריוו פאר דעם יארבוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין מיט אייערע תלמידות און מיט אייער ארבעט.

#17 - בית פיגא יארבוך
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אלע טייערע 'בית פיגא' תלמידות שתחיו.


איך שרייב אייך אפאר ווערטער וואס איר זאלט אריין לייגן אין אייער יארבוך, עס זאל בלייבן פאר אייך פאר די קומענדיגע יארן.


יעצט ווען מיר ענדיגן דעם יאר וואס איז די אכטע יאר פון אונזער מוסד, טו איך די ערשטע זאך דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם וואס מיר האבן זוכה געווען צו האבן אזא סקול וואו מען איז מחנך די קינדער מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך בעט אייך זייער טייערע תלמידות פון 'בית פיגא', געוואוינט אייך צו צו רעדן צום אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך וואס איר זענט געוואוינט צו רעדן, דורכדעם וועט איר זוכה זיין צו אלעס גוטס. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע; דורך תפילה וועט איר זוכה זיין צו ניסים למעלה מדרך הטבע.


שטארקט אייך אלע צו גיין אנגעטון צניעות'דיג; צניעות איז די שענסטע זאך פאר א אידישע פרוי. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט דערציילט אז ווען ער איז געווען אויפן וועג קיין ארץ ישראל איז ער געווען אינעם שטאט איסטאנבול וואו ער האט געזען יונגעלייט וואס האבן אזעלכע הייליגע נשמות - ממש ווי די הייליגע תנאים, ווייל די פרויען דארט זענען געווען זייער צניעות'דיג און דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו קינדער מיט אזעלכע הייליגע נשמות.


נאך איין זאך בעט איך אייך אלע - טייערע תלמידות שתחיו, איר זאלט אכטונג געבן זיך אויפצופירן מיט דרך ארץ. די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבא, א): "דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", די ערשטע זאך איז דרך ארץ און מידות טובות; בפרט ביים הייליגן רבי'ן איז דרך ארץ געווען די ערשטע זאך. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ".


אז איר וועט זיך פירן אויף דעם וועג וועט איר גורם זיין א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, פאר אלע צדיקים און פאר אייערע עלטערן.

#16 - יישר כח פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי מיט די סקול
סקול, שידוכים, מוסדות, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר, ט"ז אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי מיט די סקול; די גאנצע עול פון רייניגן, מסדר זיין, ברענגען עסן וכו' וכו', - האסטו אראפגענומען פון מיר. דו זארגסט פאר יעדע פרט פאר די מיידלעך און דו רייניגסט יעדע נאכט די סקול מיט דיינע אייגענע הענט אן קיין באצאלונג.


זארג נישט פאר דיין שידוך; דו וועסט אם ירצה ה' זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך אויף אויפשטעלן א בית נאמן בישראל. וואס מען טוט פאר א צווייטן טוט מען נאר פאר זיך; אז מען העלפט די מוסד וואס פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס עצות און די הייליגע אמונה אויף די וועלט – העלפט מען זיך אליינס. יעדע ריר וואס דו טוסט פאר'ן מוסד וועט דיר צוניץ קומען.


בנוגע די זיצן אין אומאן; אפשר איז כדאי דו זאלסט רעדן צו האברך היקר לי ... נרו יאיר, פרעג אים צי עס איז כדאי צו באשטעלן נאך פאר די יאר די בעסערע באקוועמערע בענק און טישן, אזוי וועסטו וויסן ווי אזוי מסדר צו זיין די מאפע צו קענען אנגרייטן צו פארקויפן זיצן פאר ראש השנה תש"פ הבא עלינו לטובה.


נאכאמאל, איך דאנק דיר און איך בעט פאר דיר יעדן טאג, ... בן ... להצלחה.


פון דיין ראש ישיבה.

#15 - נישט לאכן און שטערן אינמיטן קלאס
סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי ווייטער אן מיט דיין גוטע אויפפירינג און פיר זיך ווייטער מיט דרך ארץ; קוק נישט אויף די מיידלעך וואס שטערן אינמיטן קלאס. די מיידלעך וואס זוכן צו שמועסן און לאכן בשעת די טיטשער איז אין קלאס זענען רוב מאל רחמנות'דיגע מיידלעך וואס זוכן אויפמערקזאמקייט (אטענטשן), דערפאר מאכן זיי זיך נאריש אינמיטן קלאס כדאי צו געוואונען אנדערע קינדער זיי זאלן קוקן אויף זיי און לאכן מיט זיי וכו'. בעט איך דיר זייער דו זאלסט זיך ווייטער פירן מיט דרך ארץ; מאך זיך נישט צו טון פון קיינעם, דו הער אויס וואס דיין טיטשער לערנט און פאלג אלעס וואס מען פארלאנגט וועסטו מיר מאכן א גרויסע נחת רוח.


דו קענסט ווייזן די בריוו פאר דיינע חבר'טעס, זיי זאלן וויסן אז אויב זיי לאכן ווען די טיטשער איז אין כיתה מאכן זיי מיר גרויס צער און אויב זיי פירן זיך ווי עס דארף צו זיין מאכן זיי מיר א נחת רוח.


דיין מאמע תחי' האט מיר געזאגט אז דיין דרך ארץ אין שטוב איז ממש אויסנאם; דו פאלגסט דיין מאמע אזוי שיין און זי האט פון דיר גרויס נחת. דו ביסט א שטאלץ פאר אונזער סקול 'בית פיגא'.


וואס דו דארפסט זאלסטו נאר בעטן פונעם אייבערשטן.

#14 - תהילים איז א שטעקן אויף וואס מען קען זיך אנלאנען
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ב' דר"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך ווייטער צו זאגן יעדן טאג תהילים, און אינצווישן די ווערטער פון תהילים פלעכט אריין דיינע אייגענע דיבורים צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט זייער געוואלט מיר זאלן זאגן תהילים; ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) אז תהילים איז א שטעקן אויף וואס מען קען זיך אנלאנען, אזוי ווי א קראנקער מענטש לא עלינו גייט מיט א שטעקן, ער פארלאזט זיך דערויף און דאס טראגט אים און פירט אים וואו ער דארף גיין, אזוי - זאגט דער רבי - איז ווען א מענטש זאגט תהילים און פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן וועט ער ארויסגיין פון אלע פראבלעמען.


זיי נישט באזארגט וועגן דיין שידוך; איך האב היינט גערעדט מיט דיין טאטע איבער דעם. איך האף אז בקרוב וועסטו א כלה ווערן און אנהייבן בויען דיין לעבן.


יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט אין סקול; ווער עס העלפט אויפשטעלן דעם מוסד פון רבי'ן וועט אים דער רבי באצאלן מיט גליק און הצלחה.


שרייב מיר יעדעס מאל דו מאכסט א סיום אויף תהילים וועסטו מיר מחי' זיין.

#13 - עלטערן דארפן ארבעטן צוזאמען מיט די סקול
סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דר"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך זייער איר זאלט מיט ארבעטן מיט אונז; אז מען זאגט אן די מיידלעך אין סקול נישט צו קומען מיט א סעלפאון זאלט איר נישט זאגן פאר אייער טאכטער זי זאל יא קומען מיט א סעלפאון אין סקול און דאס באהאלטן וכו'. עס איז נישט גוט פאר די חינוך פון אייער טאכטער אז זי הערט איין זאך אין סקול און אין שטוב הערט זי פארקערט; נאכדעם ווען מען וועט פארלאנגען אנדערע זאכן וואס דארט וועט איר יא זיין איינשטומיג וועט זי עס נישט אננעמען ווייל זי ווייסט אז איר – די מאמע - לאכט סיי ווי אפ פון וואס מען זאגט אין סקול.


איך האף אז איר וועט דאס פאררעכטן און פון היינט אן זאלט איר זיין איינשטומיג מיט די סקול, על כל פנים פאר אייערע קינדער זאלט איר זאגן אז זיי זאלן פאלגן אלעס וואס מען פארלאנגט פון זיי.


אז איר האט אפאר מינוט ווען עס איז שטיל אין שטוב זאלט איר זאגן תהילים און זיך אויסשמועסן אייער הארץ מיטן אייבערשטן, מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס מען קען אלץ פועל'ן מיט תפילה; ווען מענטשן וואלטן געוויסט דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן וואלטן אלע עוסק געווען אין דעם א גאנצן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#12 - פאלגן די מנהלת
חיזוק פאר מיידלעך, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דר"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב זייער הנאה צו הערן פון דיינע טיטשערס גוטע גריסן אויף דיר; דיין התנהגות איז זייער דרך ארץ'דיג און מיט דיין שיינע התנהגות אין סקול מאכסטו זיך א גוטע נאמען. דו וועסט זוכה זיין בקרוב צו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


איך בעט דיר זייער זאלסט פאלגן אלעס וואס די מנהלת זאגט; אז זי זאגט פאר די מיידלעך נישט צו ברענגען א סעלפאון אין סקול זאלסטו נישט ברענגען קיין סעלפאון. זוך נישט אויסצושפילן די סקול ווייל נאר דו אליינס ווערסט אויסגעשפילט; אז דו וועסט פראבירן צו פאלגן אלעס וואס דיינע טיטשערס לערנען דיר און אלעס וואס די מנהלת זאגט וועסטו האבן א שיינע לעבן.


ווען דו פרעגסט מיר ווען צי דו זאלסט בכלל האבן א סעלפאון וואלט איך דיר געזאגט אז פאר א יונג מיידל פעלט בכלל נישט אויס צו האבן א סעלפאון; על כל פנים אין סקול פארלאנג איך אז מען זאל עס נישט ברענגען.


איך האף אז דו וועסט פון היינט און ווייטער מער נישט ברענגען דיין סעלפאון אין סקול.


איך ווארט צו הערן פון דיר וואו דו האלסט מיט תהילים; איך וויל הערן דיינע סיומים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#11 - די מערסטע חיזוק דארפן די וואס זענען מחזק אנדערע
לערערין, סקול, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


איך האף אז איר מיט אלע טיטשערס האבן הנאה געהאט פונעם נעכטיגן שמועס; ביי מיר איז זייער חשוב צו געבן איינמאל א וואך א שמועס פאר די טיטשערס זיי צו מחזק זיין. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין"; די מערסטע חיזוק דארפן די וואס זענען מחזק אנדערע, דערפאר דארפן די טיטשערס און מלמדים האבן דאס מערסטע חיזוק אנצוגיין מיט זייער הייליגע ארבעט.


פאר די מלמדים געב איך יעדן אינדערפרי א שמועס גלייך נאכן שיעור גמרא; איך פריי זיך אז מען האט מסדר געווען א שיעור איינמאל א וואך פאר די טיטשערס. יעצט הער איך אז טיטשערס פון אלע שטעט ארום די וועלט הערן דאס אויס אויף: "קול ברסלב" און זענען זיך מחי' מיט דעם.


א גרויסן יישר כח פאר'ן נאכאמאל צוזאמנעמען היינט אייערע תלמידות פון "בית פיגא" – די חתונה'געהאטע – זיי מחזק זיין און לערנען מיט זיי בדברים שבינה לבינו.


אויב מעגליך זאלט איר אויך רופן מרת ... תחי', זי איז אויך ווי א תלמידה און זי דארף האבן די שיעורים.


א גריס פון אייער זון ... נרו יאיר; איך האב היינט פארהערט ביי זיי אין כתה, ער ענטפערט חד וחלק אויף די שאלות, מען האט פון אים נחת.


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל ענק העלפן אז אין דעם זכות זאלט איר האבן הצלחה אין אלע אייערע ענינים.

#10 - שלום ושלוה צווישן די מיידלעך
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט געענדיגט די 31'סטע מאל ספר תהלים; אין ספר תהילים ליגן אלע ישועות, אזוי אויך האט דער רבי זייער אויסגעלויבט דאס זאגן תהילים יעדן טאג (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג). דערפאר פירן זיך אלע אנשי שלומינו צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים, דאס ברענגט אלע ישועות.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר וואס טוט זיך אין סקול, ווי שיין אלע מיידלעך לעבן צוזאמען. עס הערשט נישט קיין מחלוקת, נישט דא קיין קאנקורענץ [קאמפעטישן] צווישן די מיידלעך, און אז דו ביסט אזוי צופרידן פון בית פיגא.


דו שרייבסט מיר אז ווען מען טאנצט טאנצן אלע מיידלעך אינאיינעם - די עלטערע מיט די יונגערע מיט אזא אחדות; דאס איז ביי מיר א גרויסע שמחה ווייל עס איז מיר נישט גרינג צו פירן די מוסד וכו', איז דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט אזוי הנאה יעדע מינוט אין סקול, און וויפיל אמונה דו באקומסט אין סקול פון די חשוב'ע טיטשערס און די מנהלת דאס געבט מיר כח ווייטער צו פירן די מוסד.


זארג נישט פאר דיין שידוך; דו זאג ווייטער תהילים און אינצווישן די פסוקים פון תהילים זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום הייליגן באשעפער, אים בעטן פאר א ערליכע געזונטע מאן און פאר ערליכע געזונטע קינדער, וועסטו זוכה זיין בקרוב צו טרעפן דיין שידוך.


 

#9 - א גרוס פון די סקול
סקול

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בשלח - שירה, י"ב שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אונזער חשוב'ע מנהלת מרת ... תחי'.


איך וויל אייך איבער געבן א גריס פון סקול; איך בין נעכטן געווען אין סקול, איך ווייס נישט צי עס איז דא אויף דער וועלט נאך אזעלכע מיידלעך, אלע זענען בעלי דרך ארץ, אלע זענען אנגעפולט מיט מידות טובות. ממש מען שפירט דאס אין די לופט; אזא פאזעטיווקייט, אזא פרייליכקייט, מען שפירט דארט השראת השכינה; עס זעט זיך אן די כוחות וואס איר לייגט אריין אין זיי.


די מיידלעך שרייבן מיר כסדר בריוו אז זיי זאגן תהילים יעדן טאג, זיי שרייבן מיר יעדעס מאל ווען זיי זענען מסיים תהלים. אויך לעבן די מיידלעך מיט תכלית; זיי ווילן אלע חתונה האבן און זיי ווייסן זייער גוט וואס דער לעבן איז. זיי ווייסן אז חבר'טעס איז נישט דער לעבן, נאר דער לעבן איז חתונה האבן און אויפשטעלן א שיינע דור ערליכע אידן.


ברוך השם די חדר איז אויך זייער גוט, די קינדער לעבן מיט אמונה, די קינדער לעבן מיטן רבינ'ס עצות; יעדע זאך וואס זיי דארפן בעטן זיי דעם אייבערשטן, אבער ביי די סקול זעט זיך עס מער ארויס, ווייל ווי נישט אין אנדערע חדרים לערנט מען דאך אויך תורה ויראת שמים, עס איז טאקע נישט דאס וואס דער רבי גיבט אונז, אבער מען זעט דאס נישט ארויס פון אינדרויסן. מה שאין כן ווען עס קומט צו די מיידלעך איז דאס איז יחיד במינה, א חידוש שבחידושים. וואו אויף דער וועלט לעבן מיידלעך מיט אמונה? וואו אויף דער וועלט טרעינט מען קינדער זאלן לעבן מיטן אייבערשטן? איך שרייב אייך די בריוו פון גרויס איבעראשונג פון זען און הערן ווי די מיידלעך פירן זיך.


אויך דאנק איך אייך אז איר האט נעכטן נאכט געמאכט א שיעור פאר די ווייבלעך, די תלמידות פון 'בית פיגא'; זיי אויסלערנען ווי צו זיין א איבערגעגעבענע ווייב און מאמע וכו' וכו'. יעצט האלטן מיר נאך ביים אנהייב, נאך אביסל וועט זיין אם ירצה ה' נאך כלות, וועט איר האבן נאך ווייבלעך מיט וועם צו לערנען די זיסע עצות פון רבי'ן, ווי מען קען זיך אפלעבן א שיינע לעבן אויף די וועלט ווען מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אין טאג טעגליכן לעבן.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן פרישע כוחות איר זאלט קענען צוריק קומען אין סקול, אלע מיידלעך ווארטן שוין מיט אזא בענקשאפט צו זייער מנהלת.


א גריס פון אייער חשוב'ער מאן נרו יאיר; ער לערנט אין כולל בהתמדה רבה פון אינדערפרי ביז אויפדערנאכט. איך האב שוין געזען אסאך כוללים, און איך אליין בין געווען יארן אין כולל, מען טרעפט נישט אזא התמדת התורה ווי ביי אונזערע יונגעלייט.


א גריס פון אייער זון ... נרו יאיר, איך האב פארהערט די וואך זונטאג ביי זיין כיתה; ער קען די משניות כזקן ורגיל, ער לערנט זייער פלייסיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


 

#8 - די וויכטיגקייט פון א מנהלת אין שולע
סקול, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי', טיטשער אין אונזער הייליגע סקול בית פיגא.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו און דאס געליינט מיט גרויס פארזיכטיקייט.


איך שיק אייך א שטיקל פונעם קונטרס "א גוטע לערערין", א שיינע קונטרס וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר טיטשערס ווי אזוי צו מצליח זיין מיט די תלמידות. איך שיק אייך דא איין אות פונעם קונטרס (אות ח), איך וויל איר זאלט דאס האלטן מיט זיך און דאס אריין נעמען אין זיך.


דִי וִויכְטִיגְקֵייט פוּן אַ מְנַהֶלֶת אִין אַ מֵיידְל שׁוּלֶע


אַ מֵיידְל שׁוּלֶע מוּז הָאבְּן אַ מְנַהֶלֶת וָואס זָאל שְׁטֵיין אִין שְׁפִּיץ פוּן דִי שׁוּלֶע, זִי זָאל פִירְן דִי שׁוּלֶע, אוּן זָאגְן בַּיי יֶעדֶע זַאךְ וָואס מְ'הָאט צוּ טוּן. אוֹיבּ עֶס אִיז נִישְׁטָא קַיין מְנַהֶלֶת, וֶועט דִי גַאנְצֶע שׁוּלֶע פָארְן אוֹיף רֶעדֶער, אוּן עֶס וֶועט נִישְׁט מַצְלִיחַ זַיין.


מִיר אַלֶע וֵוייסְן אַז אַ מַאמֶע אִיז דִי "עֲקֶרֶת הַבַּיִת", זִי אִיז דִי עִיקָר פוּנֶעם הוֹיז. וֶוען זִי זֶעט אַז דִי גֶעשִׁיר וֶוערְט אָנְגֶעהוֹיפְנְט אִין סִינְק, וֶועט זִי עֶס וַואשְׁן אוּן אַוֶועקְלֵייגְן; וֶוען זִי זֶעט אַז דִי וֶועשׁ הוֹיפְנְט זִיךְ אָן, וֶועט זִי עֶס וַואשְׁן אוּן זִיךְ אָפְּגֶעבְּן דֶערְמִיט; וֶוען זִי זֶעט אַז דִי וֶועשׁ זֶענֶען צֶעוָוארְפְן, וֶועט זִי עֶס צוּזַאמְלֵייגְן אוּן עֶס אַוֶועקְלֵייגְן; וֶוען זִי זֶעט אַז דִי עֶרְד אִיז אָנְגֶעלֵייגְט מִיט זַאכְן, וֶועט זִי עֶס צוּזַאמְנֶעמֶען אוּן שֵׁיין אוֹיפְרוֹימֶען; אוּן אַזוֹי וַוייטֶער וֶועט זִי הַאלְטְן דִי אַחְרַיוּת אוֹיפְ'ן גַאנְצְן הוֹיז, זִי וֶועט זִיכֶער מַאכְן אַז אַלֶעס קְלַאפְּט אוּן אַלֶעס אִיז אִין פְּלַאץ, אַז דִי הוֹיז זָאל זַיין שֵׁיין אוֹיפְגֶערוֹימְט אוּן צוּזַאמְגֶענוּמֶען.


יֶעדֶער פַארְשְׁטֵייט אַז וֶוען מְ'קוּמְט אַרַיין אִין אַ הוֹיז וָואס דִי מַאמֶע אִיז נִישְׁט דָארְט גֶעוֶוען פַאר אַ שְׁטִיק צַייט, קֶען מֶען דָאס גְלַייךְ דֶערְקֶענֶען אוֹיפְ'ן עֶרְשְׁטְן בְּלִיק. דִי עֶרְד אִיז אָנְגֶעהוֹיפְנְט מִיט אַלֶע סָארְט זַאכְן, מִיט וֶועשׁ, שְׁמוּץ, שְׁפִּילְצֵייג, אוּן אַלֶעס אַרוּם; דִי קַאוּנְטֶער אִיז אָנְגֶעלֵייגְט מִיט גֶעשִׁיר, דִי טִישׁ אִיז אָנְגֶעלֵייגְט מִיט זַאכְן; קַיין שׁוּם זַאךְ אִיז נִישְׁט קֶעיר גֶענוּמֶען. פַארְוָואס? וַוייל דִי "עֲקֶרֶת הַבַּיִת" פֶעלְט דָא, דֶער עִיקָר פוּנֶעם הוֹיז אִיז נִישְׁטָא, אוּן אַז סְ'אִיז נִישְׁטָא אֵיינֶער וָואס זָאל נֶעמֶען אַחְרַיוּת אוּן וֶועלְן נָאר דִי הַצְלָחָה פוּנֶעם הוֹיז, דַאן אִיז נִישְׁטָא קַיין הוֹיז בִּכְלַל.


דִי זֶעלְבֶּע זַאךְ אִיז אוֹיךְ אִין אַ שׁוּלֶע. עֶס מוּז דָארְט זַיין אַ מְנַהֶלֶת, עֶס מוּז דָארְט זַיין אֵיינֶער וָואס שְׁטֵייט אִין שְׁפִּיץ אוּן אַלְץ אוּן אַלֶעמֶען, אוּן נֶעמְט דִי אַחְרַיוּת זִיךְ אָפְּצוּגֶעבְּן מִיט יֶעדֶע זַאךְ אַז סְ'זָאל זִיךְ פִירְן אוֹיפְ'ן בֶּעסְטְן פַארְנֶעם. וִוי נָאר עֶס פֶעלְט אַ מְנַהֶלֶת פוּן אַ שׁוּלֶע, עֶס פֶעלְט דִי רֶעסְפֶּעקְט וָואס מְ'דַארְף הָאבְּן פַאר דִי מְנַהֶלֶת, קֶען מֶען דָאס גְלַייךְ דֶערְקֶענֶען, אַלֶעס הוֹיבְּט אָן גֵיין בַּארְג אַרָאפּ, אוּן גָארְנִישְׁט וֶוערְט מְסוּדָר.


פוּן דִי אַנְדֶערֶע זַייט אִיז אָבֶּער אוֹיךְ פַארְשְׁטֶענְדְלִיךְ אַז דִי מְנַהֶלֶת אִיז נָאר אַ מֶענְטְשׁ, זִי קֶען אוֹיךְ מַאכְן אַ טָעוּת, מְ'קֶען הָאבְּן טַעֲנוֹת אוֹיף אִיר אַז זִי טוּט נִישְׁט זַאכְן וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן מְ'מֶעג זִיךְ טַעֲנָה'ן מִיט אִיר אוּן אִיר אוֹיפְקְלֶערְן אוֹיף אַ טָעוּת וָואס זִי הָאט.


אֵיידֶער מְ'וִויל אָבֶּער אוֹיפְמֶערְקְן דִי מְנַהֶלֶת אוֹיף אִיר טָעוּת, אֵיידֶער מְ'וִויל אִיר זָאגְן עֶפֶּעס וָואס טוֹיג נִישְׁט אִין שׁוּלֶע, עֶפֶּעס מִיט זִי וָואלְט גֶעקֶענְט פַארְבֶּעסֶערְן דִי שׁוּלֶע, מוּז מֶען קוֹדֶם וִויסְן עֶטְלִיכֶע הַקְדָמוֹת, מְ'מוּז עֶס טוּן אוֹיפְ'ן רִיכְטִיגְן וֶועג, וַוייל אוֹיבּ טוּט מֶען עֶס נִישְׁט רִיכְטִיג, קֶען מֶען מִיט דֶעם אִינְגַאנְצְן אוּנְטֶערְבְּרֶענְגֶען אוּן חָרוּב מַאכְן דִי גַאנְצֶע שׁוּלֶע.


דִי עֶרְשְׁטֶע תְּנַאי אִיז אַז דָאס מוּז גֶעזָאגְט וֶוערְן אוֹיף זֵייעֶר אַ בַּאהַאלְטֶענֶע וֶועג, קֵיינֶער אִין דִי וֶועלְט טָאר דָאס נִישְׁט מִיטְהַאלְטְן. דָאס מוּז זַיין פְּרִיוַואט צְוִוישְׁן דִי לֶערֶערִין אוּן דִי מְנַהֶלֶת. מְ'טָאר חַס וְשָׁלוֹם נִישְׁט רֶעדְן דֶערְוֶועגְן מִיט דִי אַנְדֶערֶע לֶערֶערִינְס, מִיט דִי עֶלְטֶערְן, אָדֶער מִיט אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן, וַוייל דָאס וֶועט חָרוּב לֵייגְן דִי גַאנְצֶע שׁוּלֶע.


אוֹיבּ אִיז דָא מֵיינוּנְגְס-פַארְשִׁידְנְהֵייטְן צְוִוישְׁן אַ לֶערֶערִין אוּן דִי מְנַהֶלֶת אִיבֶּער סֵיי וָואסֶערֶע זַאךְ; צִי מְ'זָאל לֶערְנֶען אַ גֶעוִויסֶער לִימוּד אִין דִי צַייט אָדֶער אִין יֶענֶע צַייט, אוֹיבּ מְ'זָאל לֶערְנֶען מִיט דִי קִינְדֶער אוֹיף דִי וֶועג אָדֶער אוֹיף יֶענֶע וֶועג, אוֹיבּ מְ'זָאל לֶערְנֶען מֶער פוּן דֶעם לִימוּד אָדֶער פוּן אַן אַנְדֶערְן לִימוּד, צִי מְ'זָאל גֵיין מֶער שְׁטְרֶענְג מִיט דִי קִינְדֶער אָדֶער מֶער וֵוייךְ, אָדֶער סֵיי וָואסֶערֶע סָארְט טַעֲנָה'רֵייעֶן סְ'קֶען זִיךְ אַלְץ מַאכְן צְוִוישְׁן אַ לֶערֶערִין אוּן דִי מְנַהֶלֶת; מוּז דָאס בְּלַייבְּן נָאר צְוִוישְׁן זֵיי צְוֵויי פְּרִיוַואט, קַיין אֵיין אַנְדֶערֶער פוּן דִי גַאנְצֶע שְׁטַאבּ טָאר נִישְׁט וִויסְן פוּן דֶעם.


דֶערִיבֶּער אִיז דִי בֶּעסְטֶע זַאךְ אַז דָאס זָאל גֶעטוּן וֶוערְן אִינְדְרוֹיסְן דִי רַאמֶען פוּן דִי שׁוּלֶע, מְ'זָאל דָאס טוּן בַּיינַאכְט, זֵיי זָאלְן זִיךְ טְרֶעפְן אָדֶער אָנְרוּפְן אֵיינֶער דֶעם צְוֵוייטְן, אוּן דוּרְכְשְׁמוּעֶסְן דֶעם עִנְיָן שֵׁיינֶערְהֵייט. אָדֶער זָאלְן זֵיי דָאס דוּרְכְשְׁמוּעֶסְן אִין שׁוּלֶע בַּיינַאכְט, וֶוען יֶעדֶער אִיז שׁוֹין אַהֵיימְגֶעגַאנְגֶען. אוּן אוֹיף אַזַא וֶועג וֶועלְן זֵיי זִיכֶער מַצְלִיחַ זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ לֶעזוּנְג צוּם פְּרָאבְּלֶעם.


דִי צְוֵוייטֶע תְּנַאי אִיז אַז דָאס מוּז גֶעטוּן וֶוערְן אוֹיף אַ שֵׁיינֶעם אוּן אֵיידֶעלְן וֶועג, מִיט לִיבְּשַׁאפְט אוּן פַארְשְׁטֶענְדֶענִישׁ פוּן בֵּיידֶע זַייטְן. דִי לֶערֶערִין זָאל שֵׁיין עֶרְקְלֶערְן מִיט רוּאִיגְקֵייט וָואס אִיר שְׁטֶעלוּנְג אִיז, וָואס זִי הַאלְט דֶער פְּרָאבְּלֶעם אִיז, וָואס זִי הַאלְט סְ'אִיז דִי לֶעזוּנְג צוּם פְּרָאבְּלֶעם. וִוידֶער דִי מְנַהֶלֶת זָאל שֵׁיין מַסְבִּיר זַיין אִיר זַייט, וָואס זִי הַאלְט וָואלְט גֶעוֶוען בֶּעסֶער. אוּן אוֹיף אַזַא וֶועג קֶען מֶען זִיךְ זִיכֶער גוּט אוֹיסְקוּמֶען אוּן טְרֶעפְן אַ וֶועג יֶעדְן צוּפְרִידְן צוּ שְׁטֶעלְן, פַאר דִי בֶּעסְטֶע טוֹבָה פוּן דִי קִינְדֶער.


אִין דִי מִינוּט וָואס עֶס וֶוערְט אָבֶּער אַ פַיינְטְשַׁאפְט צְוִוישְׁן דִי לֶערֶערִינְס אוּן דִי מְנַהֶלֶת, וֶועט דָאס זֵייעֶר שְׁטַארְק שָׁאטְן פַאר דִי גַאנְצֶע שׁוּלֶע. וִוי נָאר עֶס וֶוערְט וִוי אַן 'אוֹיפְשְׁטַאנְד' פוּן דִי לֶערֶערִינְס קֶעגְן דִי מְנַהֶלֶת, אַ לֶערֶערִין הָאט טַעֲנוֹת אוֹיף דִי מְנַהֶלֶת, אוּן זִי הֶעצְט אָן דִי אַנְדֶערֶע לֶערֶערִינְס קֶעגְן אִיר, וֶועט דָאס אוּנְטֶערְבְּרֶענְגֶען דִי גַאנְצֶע שׁוּלֶע.


קִינְדֶער קֶענֶען זֵייעֶר גוּט שְׁמֶעקְן. וִויפִיל מְ'רֶעדְט זִיךְ אַיין אַז מְ'קֶען בַּאהַאלְטְן זַאכְן פוּן קִינְדֶער, אִיז דָאס אַ גְרוֹיסֶער טָעוּת. וִוי נָאר עֶס וֶוערְט אַזַא אַטְמָאסְפֶער פוּן אָנְגֶעצוֹיגְנְקֵייט צְוִוישְׁן דִי לֶערֶערִינְס אוּן דִי מְנַהֶלֶת, וֶועלְן דִי קִינְדֶער דָאס גְלַייךְ אוֹיפְכַאפְּן אוּן פַארְשְׁטֵיין. אוּן דָאס וֶועט נֶעבֶּעךְ זַיין דִי חִינוּךְ וָואס זֵיי גֵייעֶן מִיטְנֶעמֶען מִיט זִיךְ אוֹיף זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן.


אוֹיבּ דִי קִינְדֶער זֶעעֶן אוּן פַארְשְׁטֵיין אַז דִי לֶערֶערִין הָאט נִישְׁט קַיין רֶעסְפֶּעקְט פַאר דִי מְנַהֶלֶת, זִי הָאט טַעֲנוֹת אוֹיף דִי מְנַהֶלֶת אוּן זִי אִיז אוֹיפְגֶערֶעגְט אוֹיף אִיר, דַאן וֶועלְן דִי קִינְדֶער דָאס אוֹיךְ נָאכְטוּן, זֵיי וֶועלְן פַארְשְׁטֵיין פוּן דֶעם אַז זֵיי דַארְפְן שׁוֹין אוֹיךְ נִישְׁט הָאבְּן קַיין רֶעסְפֶּעקְט פַאר דִי לֶערֶערִין, זֵיי קֶענֶען שׁוֹין זַיין מְחוּצָפִים פַאר דִי לֶערֶערִין. אוֹיבּ דִי לֶערֶערִין אַלֵיין מֶעג דָאס טוּן פַאר דִי מְנַהֶלֶת, מֶעגְן דִי קִינְדֶער דָאךְ זִיכֶער דָאס טוּן פַאר דִי לֶערֶערִין.


דֶערִיבֶּער אִיז דָאס גָאר אַ קְרִיטִיש וִויכְטִיגֶע טֵייל פוּנֶעם חִינוּךְ פוּן דִי קִינְדֶער, אוּן דָאס אִיז דֶער עֶרְשְׁטֶער יְסוֹד פוּן אַ שׁוּלֶע, אַז סְ'מוּז זַיין אַ גוּטֶע מְנַהֶלֶת וָואס שְׁטֵייט אִין שְׁפִּיץ פוּן אַלֶעס, אוּן אַלֶעס וֶוערְט גֶעפִירְט אוֹיף אִיר וָוארְט. אוּן אוֹיבּ הָאט מֶען טַעֲנוֹת אוֹיף אִיר, מוּז דָאס גֶעזָאגְט וֶוערְן זֵייעֶר פְּרִיוַואט אוּן מִיט דֶרֶךְ אֶרֶץ אוֹיף אַ וֶועג וָואס קֵיינֶער זָאל דָאס נִישְׁט מִיטְהַאלְטְן. סֵיי דִי לֶערֶערִינְס אוּן סֵיי דִי קִינְדֶער מוּזְן הָאבְּן רֶעסְפֶּעקְט אוּן אַרוֹיפְקוּקְן אוֹיף דִי מְנַהֶלֶת, אוּן נָאר אַזוֹי וֶועט דִי שׁוּלֶע - מִיטְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף - זֵייעֶר מַצְלִיחַ זַיין, אוּן דִי קִינְדֶער וָואס וֶועלְן אַרוֹיסְקוּמֶען פוּן דָארְט וֶועלְן זַיין עֶרְלִיכֶע גֶעזוּנְטֶע אוּן וואוֹילֶע קִינְדֶער.


איך האף אז איר וועט אננעמען דעם בריוו אויף א פאזיטיוון וועג, אויך זאלט איר ווייזן דעם בריוו פאר אלע טיטשערס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אייער ארבעט.

#7 - א ריכטיגע תלמידה פון "בית פיגא"
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בא, ה' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן גוטע גריסן פון דיין טיטשער מרת ... תחי'.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו פירסט זיך אויף ערוואקסן און שכל'דיג; ביי דיר איז נישט קיין חילוק א אידיש טיטשער אדער אן ענגליש טיטשער, יעדע טיטשער איז ביי דיר אן ארויף געקוקטע זאך.


זאלסטו וויסן אז דו מאכסט מיר נחת, און דו מאכסט א נחת רוח פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס האט מייסד געווען דעם סקול, ועל כולם מאכסטו א נחת רוח פאר דיינע טייערע עלטערן. און דו אליינס וועסט בענעפיטירן דערפון, ווייל נאך אביסל קומסטו שוין אין די יארן פון חתונה האבן, און דורך דיין גוטע אויפפירונג וועסטו טרעפן אן ערליכער בחור מיט שיינע מידות ווי עס דארף צו זיין.


זיי שטאלץ מיט דיין דרך ארץ; מיר שטאלצירן מיט אזעלכע תלמידות ווי דיר, דו ביסט א ריכטיגע תלמידה פון "בית פיגא".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.