בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#81 - צניעות איז נישט יאנטשי; עס איז שיין, רייך און הערליך
צניעות, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר אייער געטרייע ארבעט אין סקול.


א גרוס פון אייער מאן ... נרו יאיר; ער איז א טייערער אינגערמאן, ער לערנט זייער פלייסיג און פירט זיך מיט גרויס יראת שמים.


איר מאכט א קידוש השם מיט אייער שיינע אנטון; אלע וועלן אייך נאכמאכן, ווייל איר ווייזט אז צניעות איז נישט יאנטשי, עס איז שיין, רייך און הערליך.

#80 - די ערשטע און די לעצטע זאך פון ברסלב'ער חסידות - איז דאווענען
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די מיידלעך וואס לערנען אין בית פיגא - קרית ברסלב, און פירן זיך נישט אויף ווי תלמידות פון בית פיגא


איך בין זייער פארשעמט, איך הער אז עס זענען דא מיידלעך וואס ווילן נישט דאווענען, זיי מיינען אז דאווענען אויפ'ן קול איז א זאך וואס קליינע קינדער טוען.


די מיידלעך וואס שטעלן זיך נישט צו, זיי פאלגן נישט די טיטשער - מאכן מיר אסאך צער.


די מיידלעך וואס פאלגן די טיטשערס - זיי זענען די ריכטיגע תלמידות בית פיגא; זיי מאכן א נחת רוח פאר מוהרא"ש און פאר אלע צדיקים און פאר'ן אייבערשטן.


אויב איר ווילט נישט דאווענען - קענט איר זיך נישט פאררופן ברסלב'ער חסידים, ווייל די ערשטע און די לעצטע זאך פון ברסלב'ער חסידות - איז דאווענען.


איך בעט אייך זייער, יעדן פון אייך באזונדער: העלפט מיר, מאכט מיר נישט קיין צרות, איך וויל הערן נאר גוטע גרוסן אויף אייך אלע, איך האב גענומען פאר אייך די בעסטע טיטשערס, מיינע חשוב'סטע תלמידות, איר דארפט זיי פאלגן און אויסהערן, נישט זוכן ווי אזוי מען קען טון פארקערט.

#79 - זאגן די דרייצן אני מאמין'ס יעדן טאג
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא וויליאמסבורג


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר ווילט וויסן וואס זיך פארצונעמען, א גוטע זאך; איך האב געטראכט אז איר האט נישט אין וואס זיך צו פארבעסערן ווייל איר זענט אויסגעצייכנט גוט, אייערע טיטשערס און די מנהלת זאגן אז איר זענט איידל, איר זענט צניעות'דיג, איר פירט זיך מיט דרך ארץ און יראת שמים; דארפט איר זיך נאר שטארקן, ווייטער אנגיין - מיט די גוטע וועג.


איין זאך וועל איך אייך שרייבן, וואס איר זאלט צולייגן צו אייער סדר היום; געוואוינט אייך צו צו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס יעדן טאג. בעט אייערע לערערינס זיי זאלן לערנען די טייטש פון די אני מאמין'ס; דאס זאלט איר זאגן יעדן טאג, דאס וועט שטארקן די אמונה; איר וועט שפירן 'דער אייבערשטער איז מיט מיר'.


וואס איר דארפט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, וועט איר זען גרויסע ניסים.

#78 - הייליגער באשעפער איך געב דיר איבער מיין גאנצע טאג
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


איך דאנק אייך און אלע אנדערע מיידלעך וואס העלפן די סקול מיט וואס מען דארף. איך הער פון מרת ... תחי' זייער גוטע גרוסן אויף אייך, זי דערציילט מיר כסדר ווי שיין איר העלפט, ווי איבערגעגעבן איר זענט פאר די סקול.


אויך בין איך זייער צופרידן פון אייער צניעות, מען זעט אז איר קומט פון אן איידעלע שטוב און אז איר האט ליב איידלקייט; אייער צניעות איז א שטאלץ פאר אונזער סקול בית פיגא.


איך האף אז איר זאגט נאך תהלים יעדן טאג; איך וועל זיך זייער פרייען צו הערן ווען איר ענדיגט תהלים, שרייבט מיר וויפיל מאל איר האט שוין געענדיגט תהילים.


געוואוינט זיך צו זיך איבערגעבן יעדן אינדערפרי צום אייבערשטן, זאגט: "הייליגער באשעפער איך געב דיר איבער מיין גאנצע טאג, אלעס וואס איך גיי טראכטן, רעדן און טון", וועט אייך אלעס גיין גוט.

#77 - יישר כח פאר'ן מיר העלפן אויפבויען די דרך ארץ אין סקול
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


היינט האט מיר די טיטשער געשריבן אז איר זענט שוין מער דרך ארץ'דיג, דערפאר שרייב איך אייך א יישר כח פאר'ן מיר העלפן אויפבויען די דרך ארץ אין סקול.


עס זענען דא מיידלעך ביי אייך אין קלאס וואס זענען אביסל קינדעריש, זיי מיינען אז אויב מען לאכט פון די טיטשער - ווערט מען מער ארויפגעקוקט, זיי מיינען אז אויב מען ארבעט נישט מיט מיט'ן סדר - איז מען מער ערוואקסן; וועט מען טאנצט - שטייען זיי אין די זייט, ווען מען זאגט מעשיות פון תפלה - מאכן זיי נארישע מעשיות. דאס טוט מיר זייער וויי, עס מאכט מיר הארץ שטעכעניש.


דערפאר בעט איך אייך ... תחי', איר זענט א מיידל מיט פארשטאנד, איר דארפט מיר העלפן אויפבויען די שכל פון סקול; אז איר וועט מיטארבעטן מיט די טיטשער וועלן די אנדערע מיידלעך אייך וועלן נאכמאכן.


איך בעט אייך פון מיין הארץ, זייט וואויל, זייט ערוואקסן - וועט איר האבן א חלק אין אלע מיינע ארבעט.


אז איך וועל הערן נאך גוטע גרוסן אויף אייך, וועל איך אייך שרייבן נאך בריוו.

#76 - גיין אנגעטון איידל און באשיידן
צניעות, סקול, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא


וואויל איז אייך אז איר פירט זיך איידל, איר גייט אנגעטון איידל; איר זענט א ביישפיל פון א תלמידה פון "בית פיגא".


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט נחת פון אייך, דאס איז געווען מוהרא"ש'ס ווילן, מיר זאלן גיין אנגעטון איידל און באשיידן.


אין זכות פון אייער צניעות וועט איר האבן בנים צדיקים, אזוי האט דער רבי אונז צוגעזאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה", די צניעות פון די פרוי, "מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", איז איר מזכה צו קינדער צדיקים.


 

#75 - דרך ארץ פאר די לערערין
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב


יעצט הער איך פון די טיטשערס אז איר זוכט נישט גוטע אויפמערקזאמקייט; ווען די טיטשער זאגט אז מען גייט עפעס לערנען - זוכט איר צו אפלאכן, איר זוכט צו שטערן.


איך וויל אייך זייער בעטן, איר זאלט פון היינט אנהייבן זיך פירן ווי א גרויס קינד; איר וועט נישט אוועק מאכן אייערע טיטשערס, איר וועט זיין א ביישפיל וואס איז א בית פיגא תלמידה.


איך האף די וואך צו הערן גוטע גרוסן אויף אייך.

#74 - א שטארקע דיסציפלין קען נאר זיין מיט א שטארקע ליבשאפט
סקול, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האף איר פארשטייט וואס מיר האבן גערעדט.


זייט מסביר פאר אלע טיטשערס זיי זאלן וויסן וואס מיר ווילן, וואס מיר פארלאנגען; פון איין זייט דארף זיין א שטארקע דיסציפלין, אבער דאס קען נאר ארבעטן אויס עס איז דא א שטארקע ליבשאפט.


די טיטשערס מוזן ליב האבן יעדע איינציגסטע מיידל; זיי דארפן רחמנות האבן אויף די קינדער, שטענדיג געדענקען אז 'קינדער זענען קינדער'.


איך בעט אייך זייער, לעבט אויף די סקול; ברענגט אריין א חיות אין אידישע נשמות. איך דארף נישט קיין טויטע סקול וואס מען ציטערט צו אטעמען, מען האט מורא זיך צו געבן א ריר; מיר האבן נישט קיין לאנדאנע ארמיי.


געבט איבער די אלע זאכן וואס מיר האבן גערעדט פאר אלע טיטשערס.


גלייבט מיר, די מיידלעך וואס לאכן זיך אונטער ווען מען זאגט זיי עפעס; דאס האט נישט מיט חוצפה, דאס איז א שוואכקייט; א שוואכע כאראקטער לאכט אדער מאכט פאקסן ווען מען רעדט פון זיי.

#73 - פרעג דיין קינד יעדן טאג אויב זי פירט זיך מיט דרך ארץ אין שולע
סקול, חינוך הילדים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ו' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב ליבערטי


איך וואונדער זיך אויב דו פרעגסט דיין טאכטער יעדן טאג אויב זי איז דרך ארץ'דיג?


איך מוטשע זיך זייער מיט דיין טאכטער; זי עסט אויף די קישקעס פון איר טיטשער, איך מוטשע זיך זייער מיט איר. אז דו וועסט איר פרעגן יעדן טאג ווען זי קומט אהיים און אינדערפרי ווען זי גייט: "דו ביסט דרך ארץ'דיג? דו ביסט וואויל? איך קען פרעגן דיין טיטשער אויב דו ביסט דרך ארץ'דיג?" וועט זי צוביסליך אנהייבן כאפן וואס איז חשוב ביי דיר און זי וועט זיך צושטעלן.


איך טו דאס יעדן טאג מיט מיינע קינדער.

#72 - אריינלייגן אין די קינדער אמונה, וועלן זיי נישט זוכן אנדערע גליקן
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, לערערין, סקול, חינוך הילדים, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', טיטשער בית פיגא ברסלב


שטארקט אייך מיט אייער ארבעט; מחנך זיין אידישע קינדער איז פון די חשוב'סטע זאכן, בפרט הייניגע צייטן ווען עס בלאזט אזעלכע שטארקע ווינטן, אידישע קינדער פאלן אוועק ה' ישמרינו - זענען די לערערינס זייער חשוב.


לייגט אריין אידישקייט מיט זיסקייט, לייגט עס אראפ פאר די מיידלעך מיט שטאלץ, מיט זאפט; זיי זאלן נישט נאכגיין די נישט גוטע וועג.


על פי רוב די אלע קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער די זוכן זיך אנצוטון נישט איידל, זיי זוכן צופרידנקייט. זיי האבן נישט קיין לעבן, זיי זוכן ליבשאפט, זיי זוכן שמחה, נעבעך די יונגע נשמה'לעך, זיי לעכצן פאר א טעם אין לעבן; למשל די מיידל ..., זי האט נישט קיין שטוב, טאטע מאמע הרג'ענען זיך, די קינדער הערן ווי זיי שרייען א גאנצן טאג אז מ'גייט זיך גט'ן השם ישמרינו, דאס מאכט זי זאל זיך שמירן די פנים און זיך אנטון קורץ.


בעט איך אייך זייער, איר זאלט נישט אויפהערן רעדן פונעם אייבערשטן; באגיסט זיי מיט חיזוק, וועלן זיי נישט דארפן די אלע זאכן, זיי וועלן זיין צופרידן.


נאך א נקודה. ביי די תלמידות וואס פאלגן, זיי פירן זיך איידל - וועל איך ווייטער זיין שדכן, אבער די וואס פאלגן נישט; וויפיל איך בעט זיך און איך שרייב זיי מען זאל נישט רעדן צווישן זיך פון שידוכים, די וואס רעדן ווייטער - וועל איך נישט טון פאר זיי.


ברוך ה' פאריגע וואך איז געווען דריי שידוכים, אלע דריי כלות זענען איידל, זיי רעדן נישט פון זאכן וואס מען דארף נישט; בין איך געווען זייער שדכן.

#71 - ענדערש שיקן צו אן ערליכע סקול, אפילו ס'איז ווייט פון שטוב
סקול, חינוך הילדים, חסידות ברסלב, נסיעה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף די פראגע אויב מען זאל ענדערש גיין אין א בעסערע סקול וואס איז ווייט פון שטוב וכו'; אודאי איז בעסער מען זאל גיין אין א ערליכע סקול אפילו מען דארף פארן א לאנגע וועג פון שטוב און א לאנגע וועג אויף צוריק, ווי איידער גיין אין א שוואכערע סקול אפילו עס איז נענטער.


אויפ'ן וועג איז דא אסאך וואס צו טון; מען קען זאגן דעם יום תהילים, מען קען זיך אביסל מתבודד זיין. מוהרא"ש האט דערציילט, ער איז מקורב געווארן דורך דעם וואס ער האט געדארפט פארן א לאנגע וועג יעדן טאג אין ישיבה. מוהרא"ש'ס עלטערן האבן געוואוינט אין די בראנקס געגענט און מוהרא"ש האט געלערנט אין וויליאמסבורג אין ישיבה ערוגת הבושם דצהעלים, עס האט אים גענומען צו פארן מיט'ן באן צוויי שעה פון זיין שטוב ביז די ישיבה און צוויי שעה צוריק, מוהרא"ש פלעגט יעדן טאג נעמען א קליין ספר'ל צו לערנען אויפ'ן טרעין, ביז איין מאל האט ער גענומען אין די האנט דעם ספר משיבת נפש און אזוי איז ער מקורב געווארן.


דאס וואס איר פרעגט אז מען לערנט נישט אין סקול פון רבי'ן, וואס האט מען פון גיין אין סקול? חס ושלום אזוי צו זאגן, וואס וויל דען דער רבי מען זאל רעדן פון אים? וואס וויל דער רבי? דער רבי וויל איין זאך, ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, ברענגען אידישע קינדער צו די וועג פון די תורה. דער רבי וויל מען זאל לערנען און קענען גוט הלכות, דאס טוט מען אין סקול, מען לערנט הלכות, מען לערנט יראת שמים; דאס איז וואס דער רבי וויל.


דארף מען ווייטער גיין לערנען אין סקול אפילו עס איז נישט ספעציעל געשטעלט אויפ'ן רבינ'ס וועג, אזוי ווי מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען א ברסלב'ער חדר, ער האט זיי געלאזט אויף הפקר, ביז אלע זיינע קינדער האבן אפגעלאזט די תורה, זיי האבן זיך אויסגעמישט מיט גוים רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#70 - דרך ארץ הייבט זיך אן אין שטוב מיט טאטע מאמע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, ט"ז טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די תלמידות בית פיגא וויליאמסבורג און תלמידות בית פיגא ליבערטי שתחיו


איך בין זייער צופרידן צו הערן פון די מנהלת און די לערערינס גוטע גריסן פון אייך, בעיקר פון די דרך ארץ; ווייל ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ דאס ערשטע זאך. דער רבי האט געזאגט: "איך קען יעדן איינעם העלפן, איך קען יעדן ליידן - אויסער אן עזות פנים".


דרך ארץ הייבט זיך אן אין שטוב מיט טאטע מאמע; עלטערן זענען נישט קיין חברים, מען קען נישט רעדן צו עלטערן אזוי ווי מען רעדט צו חבר'טעס, מען דארף רעדן מיט דרך ארץ, אויסהערן וואס זיי זאגן און נישט גיין אין וויכוחים.


אזוי אויך אין סקול; מען מוז רעדן מיט דרך ארץ צו די לערערינס און צו די מנהלת, און אזוי ווייטער מיט יעדן דערוואקסענער מענטש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" - זאלסט זען עס זאל ארויסקומען א קידוש השם דורך דיר, דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; אויף איינעם וואס פירט זיך ערליך זאגט מען: קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך, אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיה מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


ווען מען פירט זיך שיין איז דאס די גרעסטע הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#69 - נישטא אזא זאך א טיטשער זאל זיך גרויסן אויף א צווייטע טיטשער
סקול, חינוך הילדים, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


נישטא אזא זאך א טיטשער זאל זיך גרויסן אויף א צווייטע טיטשער, איך דארף נישט ביי מיר אין מוסד אזא זאך; איר זענט חשוב ביי מיר אזוי ווי אלע טיטשערס.


אויב איר שפירט צווייטקלאסיג זאלט איר דאס דורכשמועסן מיט מרת ... תחי', זי איז א געטרייע פרוי; זי איז פארשטענדליך, זי פאלגט, זי ווייסט פונקטליך וואס איך וויל און ווי אזוי די מוסד זאל זיך פירן.


טאנצט מיט די קינדער: "א מחי' צניעות! א מחי' צניעות! א מחי' איך האב 'ליב' צניעות".


אויך זאלט איר אכטונג געבן אויף די שעפעלע נשמה'לעך אז זיי זאלן נישט בא'עולה'ט ווערן פון די שטארקע נשמה'לעך; אלע קינדער זענען אייניג, קיינער קען נישט טרעטן אויף אנדערע.

#68 - הלכות שבת מוז מען לערנען און גוט קענען
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שבת קודש, אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די תלמידות פון די עלצטע קלאס, בית פיגא ברסלב וויליאמסבורג.


איך האב באקומען פון אייער לערערין תחי' אייערע בחינות אויף הלכות שבת - הלכות מוקצה; איך האב זייער הנאה צו זען אז איר לערנט און קענט גוט די הלכות.


הלכות שבת מוז מען לערנען און גוט קענען; אויב מען לערנט נישט ווייסט מען נישט ווי אזוי זיך צו פירן, מען קען צוקומען צו חילול שבת רחמנא לצלן. דער הייליגער צדיק רבי יונתן אייבשיץ זכר צדיק לברכה שרייבט (יערות דבש חלק ב', ב): "ווער עס האט נישט דורכגעלערנט הלכות שבת אפאר מאל איז נישט מעגליך ער זאל נישט עובר זיין אויף הלכות שבת", עיין שם.


איך האב באקומען די שאלות וואס איר פרעגט, איך וועל אריין שיקן פאר אייער לערערין די ענטפערס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#67 - שאלות אין הלכות מוקצה
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שבת קודש, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די תלמידות פון די עלצטע קלאס, בית פיגא ברסלב וויליאמסבורג.


איך האב ערהאלטן אייערע פראגעס.


די שאלה וואס ... תחי' פרעגט, אויב מען מעג שפילן שבת די שפיל פון מאנאפאלי; על פי הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם, מעג מען שפילן די שפיל; אבער עלטערע קינדער, ווי ענקער יארגאנג, איז בעסער מען זאל שפילן אנדערע שפילן וואס איז נישט פון ביזנעס און געלט (עיין שמירת שבת כהלכתה פרק טז, הערה צא).


די צווייטע שאלה וואס ... תחי' פרעגט, א סידי פלעיער אדער אייפא"ד, אויב דאס איז מוקצה מחמת חסרון כיס; עס איז זייער וויכטיג ארויסצוהאבן און פארשטיין וואס איז דער אפטייטש פון "מוקצה מחמת חסרון כיס", אזוי קען מען נאכדעם אליינס וויסן אויף יעדע זאך אויב דאס איז מוקצה מחמת חסרון כיס אדער איז דאס אן אנדערע סארט מוקצה.


מוקצה מחמת חסרון כיס איז א זאך וואס מען געבט אכטונג אויף דעם דאס נישט צו נוצן פאר קיין שום אנדערע זאך; אזא זאך טאר מען נישט מטלטל זיין שבת, אפילו מען דארף די זאך אדער מען דארף די פלאץ וואו עס ליגט. אלע היינטיגע נייע כלים, ווי א טעיפרעקארדער, א סידי פלעיער, א סענסע קליפ, - די אלע זאכן זענען נישט קיין מוקצה מחמת חסרון כיס, ווייל מען געבט נישט אזוי שטארק אכטונג אויף דעם ווי אזוי מען טראגט דאס און וואו מען לייגט דאס.


אויב האט מען גאר א טייערע מאשין וואס מען געבט זייער אכטונג אין די וואכן טעג ווי אזוי מען טראגט דאס; מען ווארפט עס נישט און מען שפילט זיך נישט דערמיט - דעמאלט איז דאס יא א מוקצה מחמת חסרון כיס, עס גייט אן אלע הלכות אז מען טאר דאס נישט מטלטל זיין אפילו לצורך.


מען דארף וויסן אז מוקצה מחמת חסרון כיס האט נישט צוטון נאר מיט די זאך, עס האט אויך צוטון מיט'ן מענטש; אויב דער מענטש איז יא מקפיד אויף דעם, צום ביישפיל איר באקומט א סידי פלעיער אדער א סענסע און איר זענט זייער מקפיד וואו דאס זאל ליגן, איר רירט דאס נישט סתם אזוי, איר האלט דאס זייער טייער ווערט עס פאר יעדן איינעם א מוקצה מחמת חסרון כיס (עיין משנה ברורה סימן שח, סעיף קטן ב).


די שאלה וואס ... תחי' פרעגט, וועגן א טעלעפאן וואס איז פארלאשן, אויב מען מעג דאס מטלטל זיין שבת; דאס האט צוטון מיט די פריערדיגע ענטפער. עס ווענדט זיך ווי אזוי דער מענטש פירט זיך מיט'ן טעלעפאן, רוב מענטשן זענען נישט מקפיד אויף זייער טעלעפאן; מען ווארפט דאס, מען געבט דאס פאר א קינד צו שפילן, מען האלט דאס נישט אזוי טייער, ביי די מענטשן איז דער טעלעפאן א כלי שמלאכתו לאיסור, מעג מען עס מטלטל זיין פון איין פלאץ צום צווייטן לצורך גופו ומקומו, אבער אויב דער בעל הטעלעפאן האלט זיין טעלעפאן זייער טייער, ער איז זייער מקפיד אויף דעם, ער נעמט דאס נישט ארויס פונעם האלטער, ער געבט דאס נישט פאר קינדער צו שפילן און ער ווארפט דאס נישט - באקומט דער טעלעפאן א דין פון א מוקצה מחמת חסרון כיס און מען טאר דאס נישט רוקן פון איין פלאץ צום צווייטן.


די שאלה וואס ... תחי' פרעגט, א כלי שמלאכתו לאיסור וואס איז צעבראכן, צום ביישפיל א טעלעפאן וואס ארבעט מער נישט, עס איז צעבראכן און מען נוצט דאס פאר א שפילצייג, אויב מען מעג שפילן מיט דעם שבת? דער ענטפער איז יא, מען מעג שפילן מיט דעם.


די שאלה וואס ... תחי' פרעגט; מען מעג זיך אנלאנען אויף א קאר ווייל מוקצה איז נאר אסור צו מטלטל זיין, אז די מוקצה רוקט זיך נישט, עס איז א שווערע זאך - איז ביי דעם נישטא דער איסור (רמ"א סימן שח, סעיף ג).


לערנט און חזר'ט הלכות שבת, נאך אביסל ווערט איר אלע כלות, איר אלע וועט חתונה האבן; דארפט איר דאך וויסן ווי אזוי מען פירט א אידישע שטוב. איר וועט דארפן מחנך זיין די קינדער, זיי זאגן וואס מען מעג יא טון און וואס מען מעג נישט טון; אז איר וועט נישט לערנען, איר וועט נישט אויסהערן אייער טיטשער - וועט איר נישט וויסן.


איך בעט אייך טייערע תלמידות בית פיגא, די הלכות שיעור איז זייער וויכטיג פאר אלעמען אן אויסנאם; יעדע הלכה איז וויכטיג פאר'ן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#66 - זאגט מיט א שטארקייט פאר די לערערינס וואס זיי האבן צו טון
לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי.


האט נישט מורא צו זאגן פאר די טיטשערס וואס זיי האבן צו טון; לייגט אין די זייט אלע געפילן, ווערט שטארק און זאגט זיי אן קיין שום מורא וואס זיי האבן צו טון.


א טיטשער טאר נישט איבערלאזן די קינדער; אז איר זעט א טיטשער שפילט ארום, זי נעמט נישט ערנסט איר ארבעט - זאלט איר זי זאגן, און אז איר זעט זי שפילט זיך ווייטער ארום, דעמאלט וועל איך נעמען א צווייטן טיטשער.


ספעציעל ביי יונגע קינדער; יונגע קינדער טאר מען נישט איבערלאזן אפילו פאר איין מינוט, מען דארף אנגרייטן נאך א טיטשער זאל זיין מיט די קינדער אין די צייט וואס די טיטשער נעמט לאנטש, ווייל יונגע קינדער טארן נישט זיין אליין.


אזוי אויך קענען די טיטשערס נישט האבן קיין טעלעפאן; עס איז נישט גענוג פאר מיר דאס וואס מען האלט עס אינדרויסן, ווייל די וואס האבן טעלעפאונס - די טראכטן פון דעם, זיי גייען שטענדיג שטילערהייט צום טעלעפאן געבן א בליק אפשר האט איינער געשיקט א מעסידזש, די קאפ איז נישט ביי די קינדער.


די טיטשערס דארפן קומען אנגעטון איידל, אויף דעם זאלט איר זייער מקפיד זיין; וואס וועט איר האבן פון רעדן צו די קינדער פון איידל און באשיידן ווען די טיטשער קומט אנגעשמירט ווי א קלאון? מען קען נישט מחנך זיין קינדער אויב די לערערינס און די מלמדים פירן זיך אנדערש פון וואס מען וויל פועל'ן; עס איז נישט די שיעורים וואס מען געבט, עס איז דער מענטש וואס זאגט דאס; אז מען קוקט אויפ'ן רבי'ן, אויפ'ן טיטשער - דארף מען שוין אליינס זען ווי אזוי זיך צו פירן.


מוהרא"ש טייטשט (חסדי אבות על מסכת אבות א, ג) וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן כסדר אין פרקי אבות: "הוּא הָיָה אוֹמֵר", וואס איז דער לשון 'ער האט געזאגט?' זאגסט דאך זיין נאמען פאר דעם, וואס זאגט מען אלץ איבער "הוּא הָיָה אוֹמֵר" - ער האט געזאגט? נאר דאס מיינט מען צו זאגן אז דער תנא - זיין מהות האט אליינס געזאגט דאס וואס עס שטייט, ער האט געהאלטן ביי דעם וואס ער האט געזאגט; נישט ער האט סתם געזאגט א שיינע מדה, א שיין ווארט. "הוּא הָיָה אוֹמֵר" - בלויז אים אנקוקן האט שוין אליינס געזאגט וואס ער האט געוואלט אריין ברענגען אין זיינע תלמידים.


איך בעט אייך זייער, ווען עס קומט צו די חינוך פון אונזערע קינדער זאלט איר זיין שטארק ווי אייזן; איר זאלט נישט מורא האבן פון פארלאנגען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#65 - מאכן אן אויסנאם פאר די איינגעשטעלטע אין די מוסדות
סקול, מוסדות, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תולדות, ד' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב, ליבערטי.


פרעג דיין ווייב אויב מען קען מאכן אן אויסנאם פאר די איינגעשטעלטע אין די מוסדות, זיי זאלן נישט דארפן צאלן פאר זייערע קינדער ביים איבערזוכן די האר פון לייז; די מלמדים ווערן באצאלט א קליינעם געהאלט, אויך באקומען זיי דאס נישט צייטליך, ביז דערווייל פלאגן מיר זיך, אויב קען מען זיי געבן די זאך אז זייערע טעכטער זאלן קענען קומען אין סקול, מען וועט זיי בודק זיין בחינם.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר מבטיח געווען אז עס וועט זיין גרויס שפע אין סקול; איך בין געדולדיג, איך ווארט. איך גלייב אז נאך אביסל וועלן מיר זיין אויסגעצאלט, די מלמדים און טיטשערס.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו און דיין ווייב זאלן זען אסאך נחת פון אייערע קינדער.


 

#64 - נעמט דעם רבי'ן פאר זיך פריוואט, נישט צו שטויסן די שולע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, דרך ארץ, חסידות ברסלב, מדות טובות, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט זיך פירן מיט דרך ארץ, איר וועט פאלגן וואס די מנהלת זאגט - וועט איר זיך מאכן א גוטע נאמען, איר וועט מאכן שיין דעם רבינ'ס נאמען.


דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרים און קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר לערנען", דער רבי לערנט אויס דרך ארץ; ווען מען זיצט ביי יענעם איז מען שטיל, אז מען לערנט ביי יענעם אין מוסד דריידט מען נישט איבער יענעמס פלאץ.


קיין שום מנהלת גייט נישט אן ווער איז דער רבי פון די תלמידה, ווער איז דער דיין פון די תלמידה און ווער עס איז זייער מורה דרך, דער עיקר וואס די מנהלת ווילן איז - מען זאל פאלגן וואס די סקול זאגט; ווען מיידלעך הייבן אן זיך חוצפה'נען צו די לערערינס און צו די מנהלת - דעמאלט איז נישט גוט.


אויב די מיידל מארדעוועט, זי וויל נישט הערן וואס די מנהלת זאגט און וואס די לערערינס זאגן, זי פייפט זיך אן און זאגט: "איך בין ברסלב", דעמאלט פאסירן אלע התנגדות.


אלע התנגדות אויף ברסלב קומט פון עזות פנימ'ער און מחוצפים, ווייל אויף ברסלב איז נישטא וואס צו זאגן קיין איין ווארט שלעכט; מיר ליידן גענוג די אלע יארן פון דעם, מענטשן גלייכן נישט ברסלב - נאר צוליב די סיבה, קינדער חוצפה'נען זיך צו די עלטערן, תלמידות חוצפה'נען זיך קעגן זייער לערערין און בחורים פייפן אויף די מגידי שיעורים, נאכדעם מיינט מען אז דאס איז ברסלב.


איך בעט אייך זייער, רעדט נישט אין סקול מיט קיינעם פון רבי'ן, נעמט דעם רבי'ן פאר זיך פריוואט, נישט צו שטויסן די שולע.


אויך זאלט איר זען וואס מער צו העלפן אין שטוב; די שענסטע זאך איז העלפן די מאמע, זוכט נישט ארויס צו גיין טאג און נאכט אין גאס מיט חבר'טעס. בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א געפיל צו העלפן אין שטוב, וועט איר זוכה זיין אז אייערע קינדער וועלן אייך העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#63 - נישט וויי טון יענעם
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תהלים, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


                                יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די תלמידות פון בית פיגא ברסלב שתחיו.


אז איר ווילט מיר מאכן נחת זאלט איר זייער אכטונג געבן נישט וויי צו טון קיינעם; איר זאלט שטענדיג טראכטן פון א צווייטן, איר זאלט זיין פארזיכטיג ווען איר זאגט ארויס א ווארט עס זאל נישט וויי טון יענעם.


טייערע תלמידות, נעמט דעם ספר תהלים פאר אייער פריינט; וואו איר גייט זאלט איר מיטנעמען דעם תהילים. זאגט יעדן טאג דעם יום תהילים, אזוי וועט איר עס ענדיגן יעדע וואך, אויב עס איז שווער צו זאגן דעם גאנצן יום זאלט איר זאגן וויפיל איר קענט.


ווען איר קומט אהיים זאלט איר העלפן די מאמע; זוכט נישט ארויסצוגיין פון שטוב, ענדערש בלייבט העלפן די מאמע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין מיט אלע אייערע וועגן.

#62 - א ריכטיגע ביישפיל פון א "בית פיגא תלמידה"
סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ליבערטי ניו יארק.


דו האסט נישט קיין אנונג וואס פאר א נחת איך האב פון דיר, מרת ... תחי' און דיינע טיטשערס זאגן מיר אז דו ביסט א ריכטיגע ביישפיל פון א "בית פיגא תלמידה".


דו ביסט איין שטיק דרך ארץ, איין שטיק איידלקייט; דו ביסט זייער קלוג און דערוואקסן, דו ווייסט אז פאלגן א טיטשער - דאס מאכט חשוב. הלואי זאלן דיר אלע מיידלעך נאכמאכן.


ווייז דעם בריוו פאר דיינע טייערע עלטערן.


דער ראש ישיבה.

#61 - איך בין פרייליך צו הערן אז דו ביסט דרך ארץ'דיג
סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע תלמידה בית פיגא ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי.


איך האב יעצט גערעדט צו מרת ... תחי', זי זאגט מיר פונקטליך וואס עס טוט זיך אין סקול, זי דערציילט מיר כמעט יעדן איינציגסטן טאג די אלע מיידלעך וואס זענען דרך ארץ'דיג און די מיידלעך וואס פירן זיך אויף ווי בעבי"ס, זיי לאכן און קלאס און זוכן ווי מען קען שטערן.


איך בין זייער פרייליך צו הערן דיין נאמען פון די מיידלעך וואס זענען דרך ארץ'דיג, איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אויף דיר עפעס נישט דרך ארץ'דיג.


איך האף דו וועסט רעדן צו די אנדערע מיידלעך זיי זאלן זיך נישט נאריש מאכן, לאכן אדער שטערן די טיטשער.


ווייז דעם בריוו פאר דיינע עלטערן, זיי זאלן האבן נחת פון דיר.


דיין ראש ישיבה.

#60 - אייער מיידל פירט זיך מיט דרך ארץ
סקול, דרך ארץ, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי.


איך וויל אייך ברענגען א נחת גרוס פון אייער טאכטער ... תחי'; איך האב יעצט גערעדט מיט מרת ... תחי', זי זאגט מיר מיט א פולן מויל אז אייער טאכטער איז פון די געציילטע מיידלעך וואס זענען דרך ארץ'דיג, זי איז א בת פיגא תלמידה; זי לאכט נישט, זי פירט זיך דערוואקסן.


עס קומט איר זאלט איר כסדר אויסרימען און אויסלויבן זי זאל וויסן איר חשיבות; זאגט פאר אייער טאכטער אז איך האב אייך געשריבן, זאגט איר אז זי געבט מיר נחת.


אויך זאלט איר דאנקען מרת ..., זי געבט זיך אוועק פאר די קינדער בלב ונפש.

#59 - ליב האבן צו העלפן דעם רבי'ן
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, הפצה, תהלים, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', קרית ברסלב.


איך הער זייער שיינע גריסן אויף דיר פון מרת ...; זי זאגט אז דו העלפסט זייער שיין אין סקול.


קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס דער רבי באצאלט פאר די וואס העלפן אים; מיט דעם וואס דו העלפסט די סקול, דו העלפסט מרת ... תחי' - וועסטו האבן א שיינע לעבן.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט ליב האבן צו העלפן, זאלסט שפירן בשעת'ן העלפן די סקול א זיסע טעם; זאלסט שוין קוים ווארטן צו קענען קומען נאך א טאג אין סקול העלפן. בעט דעם אייבערשטן אז דיין לעבן זאל נישט אריבערגיין מיט נארישקייטן, דיין לעבן זאל זיין איין שטיק 'הפצה', איין שטיק 'העלפן דעם רבי'ן'. אז מרת ... בעט דיר זאלסט קומען פרייטאג העלפן מיט די קינדער זאלסטו זיך נישט ארויסדרייען, נאר קומען מיט שמחה, ווייל וויפיל מיר וועלן העלפן דעם רבי'ן וועלן מיר נישט קענען באצאלן אויף וואס ער געבט אונז.


ווען דו מאכסט א סיום אויף תהילים זאלסטו מיר שרייבן א בריוו; איך ווארט צו הערן דיינע סיומים.

#58 - נישט מאכן קיין נייע מנהגים אין שולע
סקול, חינוך הילדים, מוסדות, תהלים, סיום

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב.


געב איבער פאר די עלטערן פון די מוסד זיי זאלן נישט מאכן נייע מנהגים; מאכן א סיום פאר די גאנצע כתה יעדעס מאל ווען א מיידל ענדיגט תהילים, עס איז נישט א גוטע זאך צוליב כמה סיבות; איינער האט עס אנגעהויבן און עס איז שוין געווארן א זאך וואס אלע מאכן נאך.


אין סקול ווען א קינד קומט דערציילן א סיום זאל מען דאס אויסרופן און אלע מיידלעך זאלן קלאטשן און פאטשן.


איך בעט אייך זייער, זייט פעלזן פעסט, ווערט נישט צעבראכן פון קיינעם; ווען עלטערן קומען מיט טענות ווערט נישט פארלוירן, איז דאס א זאך וואס מען דארף פאררעכטן - וועט מען עס פאררעכטן; ווערט נישט פארלוירן, זייט פעלזן פעסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - מסיים זיין חומש רש"י, אין צוגאב צו א פרישע פירוש יעדעס יאר‎‎
סקול, שטעטל, בית המדרש, לימוד התורה, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב תחי' איז גרייט צו העלפן אויסלערנען די מיידלעך ווי אזוי מען נייעט - זאל זי זיך פארבינדן מיט מרת ... תחי', זי איז געשטעלט פאר די סקול. איך וועל אויך רעדן מיט איר זי זאל אויסארבעטן מיט דיין ווייב תחי' ווען צו קומען, אז די קינדער זאלן קענען די פאך, זיי זאלן קענען נייען.


האסט מיר זייער דערפריידט אז דו האסט שוין מסיים געווען ספר אור החיים הקדוש, רמב"ן און כלי יקר; יעדעס יאר ביסטו מעביר סדרה שנים מקרא ואחד תרגום מיט איינע פון די פירושים און לכבוד דעם נייעם יאר האסטו גענומען איינע פון די הייליגע חסידישע ספרים, פון די תלמידי המגיד זכותו יגן עלינו; אז מען גיין אויף דעם סדר, יעדעס יאר נעמט מען נאך א ספר - קען מען צוביסלעך אריבערגיין כל התורה כולה.


זיי זיך קובע צו לערנען אינדערפרי אין בית המדרש, זיי מחזק דעם בית המדרש עס זאל זיין א מקום פון תורה; איך וויל דער שטעטל זאל זיין א מקום פון תורה ותפלה.