בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#106 - די אמונה און שמחה וואס טוט זיך אין סקול איז ממש א חלום
סקול, מוסדות, הכרת הטוב, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אונזער מנהלת מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


עס איז נישטא גענוג ווערטער צו קענען ארויסברענגען אונזערע געפילן וואס מיר האבן פאר אונזער מנהלת, וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, אונזערע טעכטער, אונזערע ווייבלעך און מאמעס; די חיזוק וואס איר געבט זיי אלע, די אמונה און שמחה וואס טוט זיך אין סקול איז ממש א חלום.


ווען מען לערנט אשר בנחל זעען מיר די בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט מיט בלוט פון הארץ ווי ער וויל אוועקשטעלן א בית חינוך לבנות, א פלאץ פאר די מיידלעך, זיי זאלן אויפוואקסן מיט הייליגקייט, מיט ריינקייט, פשוט, צופרידן און פרייליך; דאס איז ביי אונז מקוים געווארן.


די שווערע ארבעט פון מוהרא"ש זעען מיר יעצט אז מיר האבן א פלאץ וואו די קינדער וואקסן אויף געזונט, דרך ארץ'דיג, שכל'דיג; די יונגע קינדער האבן מער פארשטאנד ווי עלטערע קינדער פון אנדערע פלעצער, די קינדער ווילן חתונה האבן, זיי ווייס וואס דאס לעבן איז.


וואס זאל איך אייך זאגן, איין ווארט: "זייט ממשיך".

#105 - אפילו אין אן אנדערע סקול זענט איר ווייטער א 'בית פיגא תלמידה'
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


צו די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר האט יעצט געענדיגט די ערשטע מאל ספר תהילים, אזוי יונג, איר זענט זיבן און א האלב יאר מיט אזויפיל פארשטאנד, איר האט שכל צו זאגן תהילים.


איך שיק אייך א מתנה א ספר תהילים, איר זאלט עס נוצן געזונטערהייט, איר זאלט יעדן טאג זאגן תהלים. דער רבי זאגט אז תהילים ברענגט נאנט צום באשעפער, תהילים ברענגט צו גוטע זאכן, צו בטחון, צו אמונה; תהילים נעמט אוועק אלע צרות.


אפילו איר לערנט יעצט אין אן אנדערע סקול - זענט איר ווייטער א 'בית פיגא תלמידה'; א תלמידה בלייבט א תלמידה אויף אייביג.


פון דער ראש ישיבה.

#104 - אויב איז נישטא קיין דרך ארץ, איז גארנישט אינטערעסאנט
סקול, תהלים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ד' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר זאגט תהילים, איר האט שוין געענדיגט די ... מאל תהילים; אבער יעצט ווען איך הער פון אייער טיטשער אז איר לאכט ווען זי זאגט מען קען נישט עסן און נישט טרינקען אין קלאס, איר זאגט פאר די מיידלעך אז איר גייט נישט פאלגן, - וויל איך אייך בעטן איר זאלט מיר מער נישט שרייבן קיין בריוו; עס איז מיר מער נישט אינטערעסאנט צו הערן אייערע סיומים, אויב איז נישטא קיין דרך ארץ - איז מיר גארנישט אינטערעסאנט.


איר ווייסט נישט וואס מיינט פאר מיר צו האבן א סקול, ווי שווער עס איז מיר צו פירן די סקול; איר וואלט ווען געדארפט זיין פון די תלמידות וואס פאלגן אלעס וואס די טיטשערס זאגן. אייערע שוועסטערס האבן דא געלערנט, זיי זענען געווען אויסנאם דרך ארץ'דיגע מיידלעך, זיי האבן מיר נאר געהאלפן, זיי האבן געמאכט א ווינט אין סקול צו פאלגן אלעס וואס די טיטשערס זאגן; הלואי זאלט איר אויך זיין פון די וואס העלפן בויען די סקול, נישט פון די וואס מאכן די ארבעט שווערער און שווערער.

#103 - איך פריי זיך צו הערן וואס טוט זיך אין סקול
סקול, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן אלע פרטים פון סקול, איך וויל זייער איר זאלט מיר ווייטער שרייבן יעדע פרט ופרט.


בנוגע לייגן א שלאס אינעווייניג פון די קלאס, אז די קליינע קינדער זאלן נישט ארויסלויפן; דאס דארף מען פרעגן האברך ... נרו יאיר אויב דאס איז אויסגעהאלטן על פי חוק, אויב דאס איז נישט קיין סכנה.


בנוגע די עלטערן וואס רופן בעטן רשות, זייערע קינדער דארפן גיין ערלעדיגן זאכן אין די צייט פון סקול; זאלט איר זיי בעטן אז אויף קומענדיגע מאל זאלן זיי זיכער מאכן צו ערלעדיגן אלע זאכן די טעג וואס איז נישטא קיין סקול, פרייטאג אדער זונטאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#102 - איך וויל מיטהאלטן יעדע פרט אין סקול
סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך וויל איר זאלט מיר שרייבן יעדע פרט פון סקול, אפילו קלייניקייטן; יעדע זאך וואס מען דארף פאררעכטן, פון יעדע טיטשער, ווער קומט צייטליך און ווער נישט, ווער עס האט הצלחה און ווער עס דארף חיזוק.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#101 - איך וואונטש אייך הצלחה לכבוד דעם נייעם יאר
סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אונזער מנהלת תחי'.


איך וואונטש אייך הצלחה לכבוד דעם נייעם יאר, עס זאל מקוים ווערן (תהלים קמד, יד): "אֵין פֶּרֶץ וְאֵין יוֹצֵאת וְאֵין צְוָחָה בִּרְחֹבֹתֵינוּ", וואס די הייליגע חכמים דרש'ענען אויף דעם (ברכות יז:) אז קיינער פון די תלמידים זאלן נישט אוועקגיין פון די תורה וועג.


איר זאלט מצליח זיין מיט יעדע תלמידה, מיר זאלן אויפשטעלן א נייעם דור וואס אלע וועלן זיין גרויסע נשים צדקניות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#100 - רעדן שיין מיט הארץ צו די קינדער
לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך דאנק אייך פאר'ן זיך אזוי אנשטרענגען מיט אלע כוחות צו העלפן די סקול "בית פיגא", איר זענט געבליבן אין שטאט צו האלטן אפן די סקול פאר די זומער וואכן; די זכות וועט שטענדיג פארבלייבן מיט ענק, איר וועט באצאלט ווערן פון רבי'ן מיט נחת ביי אייערע קינדער.


יעצט הער איך אז איר גייט זיין א טיטשער די קומענדיגע יאר ביי אונז אין סקול; איך פריי זיך זייער צו האבן טיטשערס ווי אייך וואס רעדן שיין מיט הארץ צו די קינדער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן הצלחה וסייעתא דשמיא און א כתיבה וחתימה טובה.


...


זאגט יעדן טאג תהלים און ווען איר האט נישט קיין צייט זאגט כאטשיג איין קאפיטל.


אויך זאלט איר זאגן די דרייצן אני מאמין'ס; זאגט עס מיט טייטש, "אני מאמין", איך גלייב, "באמונה שלימה", מיט א גאנצע אמונה, וגומר; דאס געבט א שטארקע אמונה.

#99 - אייער ארבעט אין סקול איז זייער חשוב
סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


שאצט נישט אונטער אייער ארבעט, פארשטייט אליינס אז אויב האבן מיר נישט א בעבי סיטער פאר די טיטשערס האבן מיר נישט קיין טיטשערס. מיט דעם וואס איר העלפט די מוסד, איר נעמט די קינדער פון די לערערינס – האט איר די זעלבע חלק אינעם סקול.


שטארקט זיך, אייער ארבעט איז זייער חשוב. עס וועט קומען א צייט וואס מיר וועלן פארשטיין דאס גרויסקייט פון העלפן בויען חדרים, סקולס, ישיבות, כוללים; בפרטי פרטיות דעם הייליגן רבינ'ס מוסדות וואס ברענגט אריין א ליכטיגקייט אין די גאנצע וועלט.


א כתיבה וחתימה טובה.

#98 - טון די ארבעט מיט א חיות, מיט א לעבן און מיט א פרישקייט
לערערין, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


די חשוב'ע טיטשער מרת ... תחי'


א מעשה פון תפלה אז איר קומט צוריק נאך א יאר ארבעטן ביי אונז אין סקול בית פיגא.


אייער מעלה איז אז איר טוט אייער ארבעט מיט א חיות, מיט א לעבן און מיט א פרישקייט. עס זענען דא קלוגע טיטשערס, געלונגענע טיטשערס, טאלאנטפולע טיטשערס, אבער דאס איז נאר ווערד וואן עס איז דא א חיות, א לעבן; אן חיות איז דאס אזוי ווי א גוטע זופ וואס האט אלע טעמים אבער עס איז קאלט.


וואס איז דער חילוק פון א ברסלב'ער חסיד און נישט א ברסלב'ער חסיד? קען זיין דער נישט חסיד איז אפשר מער מדקדק וכו', אבער עס איז א קאלטע זופ, מה שאין כן איינער וואס איז לעבעדיג, פריש און מיט א חיות – איז דאס א ווארעמע זופ, יעדער איז זיך מחי' מיט א ווערעמע זופ, אפילו עס איז נישט אזוי ווי די קאלטע זופ.


לייגט אריין ווייטער א לעבן אין די קינדער, לייגט אריין א געשמאק אין סקול. זיין א טיטשער איז א זאך וואס איז זייער חשוב אין הימל, אלע גוטע זאכן וואס די קינדער גייען טון אין זייער לעבן גייט אראפ דערפון פראצענט פאר די לערערינס.


א כתיכה וחתימה טובה.

#97 - זיכער מאכן אז די לערערינס טוען די ארבעט ווי מ'דארף
לערערין, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אזוי ווי אייער אמט גייט זיין צוצושטעלן די לימודים פאר אלע טיטשערס אין אונזערע דריי סקולס, בית פיגא וויליאמסבורג, ליבערטי און קרית יואל, און אייער אמט איז צו זען אויב די לערערינס טוען זייער ארבעט, וויל איך אייך בעטן און איך פארלאנג דאס, אז איר זאלט מיר מודיע זיין אויף יעדע טיטשער ווער עס טוט די ארבעט גוט, ווער עס קומט אן מיט די לימודים און ווער עס טוט נישט די ארבעט, אזוי אויך ווער עס האלט די זמנים און ווער נישט.


די יאר וויל איך נעמען די סקול זייער ערנסט, איך וויל אריינלייגן אין די קינדער דאס מערסטע וואס מען קען. איך וויל מיטהאלטן יעדע איינציגסטע פרט פון גרויס ביז קליין, פון יעדע טיטשער און פון יעדע תלמידה.


אין דעם זכות פון העלפן אין די בית פיגא סקול זאלט איר זוכה זיין צו ישועות וימלא ה' כל משאלותיכם לטובה.


א כתיבה וחתימה טובה און הצלחה אין אייער ארבעט.

#96 - מ'דארף אכטונג געבן אויף די קינדער, נישט קוקן אויפ'ן טעלעפאן
חברים, לערערין, סקול, חינוך הילדים, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


הגם איך האב שוין גערעדט מיט אייך, וויל איך עס שרייבן.


איינע פון די מיידלעך זאגן מיר מיט שרעק אז זי האט זייער מורא צו שווימען אין קעמפ, ווייל די ליי"ף גאר"ד שפילט זיך מיט'ן טעלעפאן בשעת זי דארף אכטונג געבן.


וויסן זאלט איר, בשעת מען איז ליי"ף גאר"ד טאר מען נישט האלטן אין האנט א טעלעפאן, עס קען זיין סכנת נפשות. אזוי ווי ביים דרייוון טאר מען נישט האלטן דעם טעלעפאן, מען קען חס ושלום ווערן גע'הרג'עט און הרג'ענען אנדערע ה' ירחם, אזוי אויך ביים אכטונג געבן ביים שווימען וכו', דער טעלעפאן נעמט אוועק די מח מחשבה.


איך פארלאנג פון אלע טיטשערס ביי אונז אין שולע "בית פיגא", אז מען קען נישט האבן די טעלעפאן בשעת מען דארף זיין מיט די קינדער, דער טעלעפאן נעמט אוועק די קאפ פון קענען קאנצעטרירן וואס מען דארף טון.


בכלל וואלט איך אייך געראטן איר זאלט אראפגיין פון יעדע סארט גרופ, אנגעפאנגען פון משפחה ביז חבר'טעס. עס נעמט אוועק צייט פון לעבן, עס נעמט אוועק די קאפ פון די אייגענע משפחה. איר האט יעצט א נייע משפחה, אייער משפחה איז איר, אייער מאן און אייערע קינדער; אלע אנדערע איז זייער גוט ווען מען טרעפט זיך וכו' וכו', אבער נישט אויף צו זיין פיר און צוואנציג שעה פארנומען.


איך האף איר קומט צוריק קומענדיגע יאר זיין א טיטשער ביי אונז אין בית פיגא מיט פרישע כוחות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#95 - די קינדער קומען אהיים מיט א ליבשאפט צו צניעות
צניעות, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך זייער אז איר נעמט אן נאך א יאר צו לערנען מיט אונזערע קינדער אין "בית פיגא", איך האף איר האט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט נעכטן ביי די אסיפה מיט אלע טיטשערס.


איינע פון די עיקרים וואס איך פארלאנג פון די טיטשערס, אז מען זאל אריינלייגן אין די קינדער א ליבשאפט צו איידלקייט, א ליבשאפט צו צניעות; וויפיל איך הער צוריק פון די עלטערן זאגן זיי אלע אז די קינדער קומען אהיים מיט אזא ליבשאפט צו צניעות.


א טייל עלטערן זאגן מיר אז זיי ווילן אנטון די קינדער נישט אזוי ווי מען דארף (די עלטערן האבן א פארקערטע געפיל, זיי האט מען אריינגעלייגט א פיינטשאפט צו צניעות וכו'), אבער די טעכטער וויינען, זיי בעטן: "מאמי, איך וויל מער איידעלער, איך האב ליב צניעות".


דאס איז – ווי איך פארשטיי – אייער ארבעט; ווי איר מאכט עס מיט א שטארקע חכמה, נישט געצווינגען, איר מאכט עס פרייליך, איר מאכט מען זאל דאס וועלן.


אין דעם זכות זאלט איר האבן א גוט געבענטשט יאר.

#94 - די פלעי איז א שטיק 'הפצה'
סקול, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט די מוסדות מיט אזא איבערגעגעבנקייט, אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו נחת דקדושה ביי דיינע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.


געב איבער פאר דיין ווייב א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אזוי געטריי די פלעי וואס "בית פיגא" טוט פארשטעלן. די פלעי איז א שטיק 'הפצה', טוינזטער משפחות גייען דאס קוקן, סיי בשעת מעשה און נאכדעם פארשפרייט מען דאס ביי די הייזער, מען וועט דאס קוקן און קוקן און זיך מחזק זיין.


אויך געב איבער א יישר כח פאר'ן מאכן די פרויען צוזאמקום ביי אייך אין שטוב, עס איז זייער א גרויסע זאך צו מחי' זיין א צווייטע איד, ביים אייבערשטן איז זייער חשוב דער וואס איז מחי' ומחזק אנדערע, בפרט אידישע מאמעס, אידישע פרויען – זיי דארפן דאך אזויפיל חיזוק אנצוגיין מיט די שטוב ווירטשאפט.


עס איז אזוי שיין אז ביידע, מאן און ווייב – ארבעטן אויף איין בלאט, ביידע פון אייך טוען פאר אנדערע.


ווי מער מען טוט פאר אידישע קינדער, אלץ מער כח און מח האט מען.

#93 - ווייזן פאר די יוגנט דאס שיינקייט און געשמאק פון זיין א איד
לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט זיך און שטארקט די מיידלעך; לייגט אריין אין זיי א ליבשאפט צו אידישקייט. דאס איז די וויכטיגסטע זאך אין אונזער דור, צו ווייזן פאר די יוגענט דאס שיינקייט און געשמאק פון זיין א איד; מען זאל קוקן אויף די שיינקייט פון צניעות.


 איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן האבן גוטע טיטשערס, איידעלע טיטשערס, קלוגע טיטשערס, טיטשערס וואס וועלן רעדן מיט שכל, וויסן וואס צו רעדן, ווי אזוי צו רעדן וכו'.


א גרויסן יישר כח פאר'ן צוריק קומען נאך א יאר טיטשן.


 

#92 - אייער צניעות איז א ביישפיל פאר די תלמידות
צניעות, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר'ן העלפן די סקול אזוי געטריי.


איך בין אייך זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס איר טוט פאר אונזערע קינדער, איך האף איר וועט בלייבן ארבעטן קומענדיגע יאר ביי אונז אין בית פיגא.


אייער צניעות איז א ביישפיל פאר די תלמידות, די קינדער שמועסן צווישן זיך אז זיי ווילן גיין אנגעטון אזוי שיין צניעות'דיג ווי אייך נאך די חתונה.

#91 - די עלטערן זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט
לערערין, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אזוי געטריי די סקול בית פיגא, די עלטערן זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט.


נעכטן האבן מיר געהאט א מיטינג וועגן די קומענדיגע יאר, איך פריי זיך זייער אז איר גייט זיין טיטשער אין בית פיגא ליבערטי; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין מיט גרויס הצלחה.


 

#90 - די צען יאר פון "בית פיגא", בלייבט א זכות פאר אייך אויף אייביג
סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אונזער מנהלת מרת ... תחי', קרית ברסלב


יעצט ענדיגן מיר די צענטע יאר פון אונזער סקול בית פיגא; די צען יאר וועט קיינמאל נישט אוועקגיין, דאס בלייבט א זכות פאר אייך אויף אייביג. די שווערע ארבעט פון די אלע יארן דאס האט אויפגעשטעלט צענדליגער שטיבער וואס פירן זיך אויף די וועג פון די תורה.


יעצט ווען מיר גייען אריין אינעם עלעפטן יאר עפענען מיר אויף א דריטע בית פיגא אין קרית יואל, ת'פתח ש'ערי ב'ית פ'יגא. איך וויל אייך בעטן איר זאלט מיר העלפן מסדר זיין די לימודים מיט די לערערינס ביי אלע דריי שולעס, סיי אין שטעטל, סיי אין וויליאמסבורג און סיי אין מאנרא; עס איז נישט קיין גרינגע ארבעט, אבער דאך בעט איך אייך איר זאלט מיר העלפן מיט אלע בית פיגא סקולס, איר האט דאך סייעתא דשמיא.


איך וויל איר זאלט צאמנעמען אלע לערערינס און מנהלת'ן אויף אן אסיפה, איך וויל רעדן צו זיי אלע, אוועקשטעלן די יסודות פון "בית פיגא", איבערגעבן וואס מוהרא"ש האט מיר געלערנט, ווי אזוי צו לערנען מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן מצליח זיין מיט די קינדער, מיר זאלן קענען אנטקעגן גיין משיח צדקנו במהרה בימינו, אמן.

#89 - יעדער ארבעט שווער, וואויל איז דעם וואס ארבעט שווער מיט הייליגע זאכן
לערערין, סקול, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואויל איז אייך אז איר העלפט אזוי געטריי די סקול, איר זענט געבליבן אין שטאט פאר'ן זומער צו לערנען מיט די מיידלעך; די עלטערן זענען זייער צופרידן, אויך די קינדער זענען זייער צופרידן.


איך ווייס אז איר ארבעט שווער, איר דארפט אבער וויסן אז יעדער בזה העולם מוטשעט זיך, יעדער ארבעט שווער; וואויל איז דעם וואס ארבעט שווער מיט הייליגע זאכן, אז מען לערנט מיט קינדער – דאס איז פון די הייליגסטע זאכן אין די וועלט.


נאכאמאל, א גרויסן יישר כח.

#88 - מיר פרייען זיך אז איר קומט צוריק זיין א לערערין
לערערין, סקול, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די סקול, די מנהלת מרת ... תחי' זאגט אז איר גייט נאכאמאל צוריק קומען קומענדיגע יאר טיטשן; מיר פרייען זיך זייער.


א גרוס פון אייער מאן ... נרו יאיר, ער לערנט זייער פלייסיג; ער איז אן ערליכער, א פארשטענדליכער; אלע מעלות.

#87 - יישר כח פאר'ן העלפן די סקול בית פיגא אזוי געטריי
סקול

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן-נחמו, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די סקול בית פיגא אזוי געטריי, אין דעם זכות זאלט איר זוכה זיין צו קינדער און צו זען נחת פון זיי.


איך האף איר וועט צוריק קומען קומענדיגע יאר זיין סעקרעטערי פאר די סקול אין וויליאמסבורג.

#86 - טיטשערס וואס האבן ליב אידישקייט
צניעות, לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן-נחמו, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


נעכטן זאגט מיר די מנהלת מרת ... תחי' אז זי האפט איר וועט בלייבן טיטשער פאר די קליינע קינדער, ווייל איר זענט זייער א גוטע טיטשער, איר לייגט אריין אין די קינדער יראת שמים, א ליבשאפט צו צניעות, א ליבשאפט צו זיין א איד.


איך דארף אזעלכע טיטשערס וואס האבן ליב אידישקייט, איך דארף טיטשערס אין סקול וואס וועלן איבערגעבן פאר די קינדער א ליבשאפט צו צניעות; די עלטערן זאגן מיר אז זיי וואלטן נישט אזוי מקפיד געווען אויף צניעות ביי די קליינע קינדער, אבער די קינדער ווילן צניעות, די קינדער וויינען און זאגן: "מאמי, די קלייד איז נישט צניעות'דיג".


יישר כח פאר אייער איבערגעגעבענע ארבעט.

#85 - ת'פתח ש'ערי ב'ית פ'יגא
סקול, יבנאל, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן-נחמו, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


נעכטן זענען מיר געזיצן אויסצופלאנירן די סקול פאר קומענדיגע יאר תשפ"ב, איך האב געזען אייער נאמען, אז איר גייט זיין לערערין קומענדיגע יאר אין בית פיגא ליבערטי.


איך פריי זיך צו האבן טיטשערס ווי אייך, וואס זענען צניעות'דיג און האבן א געפיל אין צניעות, אזוי וועט דאס איבערגיין צו די תלמידות.


תשפ"ב איז ראשי תיבות ת'פתח ש'ערי ב'ית פ'יגא; מיר עפענען די יאר נאך א סקול אין קרית יואל נאכן האבן הצלחה מיט די חדר.


מיר פירן די סקול לויט די אנווייזונגען פון הייליגן סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו. איידער מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געעפנט די סקול אין יבנאל איז ער געזעצן מיט ר' בנימין הערש בערקאוויטש עליו השלום, מנהל פון בית רחל, הערן פון אים ווי אזוי דער סאטמאר רבי האט אים געלערנט פירן א סקול.

#84 - אונזער תיקון איז צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף די וועלט
סקול, הפצה, שטעטל, פלעי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו האסט בדעה צו קומען וואוינען דא אין שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי.


די צען טויזנט דאלער וואס דו האסט היינט געגעבן צו קענען קויפן א דירה אין שטעטל האט מיר זייער פרייליך געמאכט; איך פריי זיך אז אזעלכע משפחות ווי דיר פלאנען צו קומען וואוינען אין שטעטל.


דו האסט א גרויסער חלק אין די הפצה וואס קומט ארויס פון אונזער קהלה מיט דעם וואס דו העלפסט אזוי געטריי די ישיבה די אלע יארן. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער קענען ממשיך זיין צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן אונזער גאנצע לעבן פאר די גאנצע וועלט; דאס וועט זיין אונזער תיקון, דאס וועט מתקן זיין אונזער נפש, רוח און נשמה, מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען אויף יענע וועלט.


געב איבער א יישר כח פאר דיין ווייב פאר'ן העלפן מיט די פלעי; די פלעי וואס די מיידלעך גייען פארשטעלן, דאס כאפט מען אפ און דאס פארשפרייט מען נאכדעם; דאס איז נאך א רינגעלע אין הפצה.

#83 - דער לימוד פון נייען זייער וויכטיג פאר די מיידלעך
סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר'ן העלפן די סקול.


ביי מיר איז דער לימוד פון נייען זייער וויכטיג, מיידלעך דארפן קענען נייען; זיי גייען חתונה האבן, זאלן זיי וויסן ווי אזוי צו נייען א קנעפל, א ריס, א העם וכדומה.


איך האף אז איר וועט מיר העלפן קומענדיגע יאר אין סקול מיט'ן אויסלערנען נייען.


שנת תשפ"ב וועט מרת ... זיין די מנהלת אין סקול אין וויליאמסבורג; די מנהלת מרת ... ציט זיך אריבער אין שטעטל. איך האף איר וועט מיטארבעטן מיט איר, אפילו זי איז יונגער; עס איז נישט קיין חילוק די יארן, אז מען ארבעט אינאיינעם וועלן מיר זייער מצליח זיין.

#82 - תלמידות בית פיגא וועלן גיין אנגעטון איידל און שיין
צניעות, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח; איך האף איר וועט מיר העלפן קומענדיגע יאר אין סקול.


א גרוס פון אייער מאן; ער לערנט זייער פלייסיג און ער פירט זיך מיט יראת שמים.


אייער אנטון איז זייער איידל און זייער שיין; איך בין זיכער אז אלע קינדער פון סקול קוקן אנדערש אויף צניעות ווען מען זעט אייך, מען קוקט אויף א טיכל ווי א שיינע זאך, נישט ווי א יאנטשי זאך.


דאס איז מיין חלום, אז תלמידות בית פיגא וועלן גיין אנגעטון איידל און שיין.