בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#56 - האב נישט מורא צו זיין שטרענג מיט די קינדער
סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


האב נישט מורא צו זיין שטרענג מיט די קינדער; א שטארקע חינוך איז גוט, קינדער האבן ליב שטרענג, קינדער האבן ליב סדר - ארדענונג. שלעכט טאר מען נישט זיין; שלעכט איז נישט שטרענג און שטרענגט איז נישט שלעכט.


איך בעט דיר פון די טיפעניש פון מיין הארץ, באק אריין אין די יוגענט דרך ארץ; רעד אסאך צו די קינדער פון דרך ארץ, פון כיבוד אב ואם. א קינד דארף וויסן אז מען קען נישט זאגן פאר א מאמע "ניין", מען קען נישט ענטפערן פאר א מאמע "איך וויל נישט", און אזוי אויך פאר א טיטשער קען מען נישט זאגן "איך וויל נישט", "איך וויל אנדערש". אז די קינדער וועלן האבן דרך ארץ וועלן זיי אויפוואקסן ערליכע אידישע מאמעס.


זאג פאר די עלסטע קלאס אז זיי האבן צוויי ברירות, אדער וועט זיין א פרייליכע יאר, אדער א שטרענגע יאר; דאס ווענדט זיך נאר אין זיי, אויב זיי וועלן האבן דרך ארץ וועלן די טיטשערס זיין זייער געשמאק, און אויב נישט וועט זיין פייער.


איך האף דו וועסט טון וואס איך שרייב דיר, איך וויל הערן אז תלמידות בית פיגא אין שטעטל זענען דרך ארץ'דיג; דאס געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין, די פארקערטע שעפט מיר אויס מיין גאנצע כח.

#55 - רעדן צו די קינדער צו זיין דרך ארץ'דיג אין קלאס
סקול, חינוך הילדים, מוסדות, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך וויל אביסל הילף פון אייך, יעדן אינדערפרי ווען איר באגלייט אייער טאכטער צו סקול זאלט איר זי זאגן: "איך בעט דיר זייער זאלסט זיין דרך ארץ'דיג צו דיינע טיטשערס", און ווען זי קומט אהיים פון סקול זאלט איר זי פרעגן: "ביסט געווען וואויל? ביסט געווען דרך ארץ'דיג?" און ווען זי ענטפערט: "יא", זאלט איר זי ווייזן א גרויסן שמייכל און זאגן הויך: "יישר כח אייבערשטער אז מיינע קינדער זענען דרך ארץ'דיג"; זאגט עס הויך אז אייער טאכטער זאל עס הערן, אזוי וועט זי זען אז דאס איז אן עיקר ביי איר מאמע, וועט זי זיך פירן מיט דרך ארץ.


אזוי אויך, ווען איר טרעפט די טיטשערס און איר באקומט גוטע ווערטער אויף איר, זאלט איר מאכן אן עסק דערפון, איר זאלט שמועסן מיט אייער מאן ווען אייער טאכטער הערט: "ברוך ה' איך האב געטראפן די טיטשער און זי זאגט אז אונזער טאכטער איז זייער וואויל".


איך שרייב עס אייך, נישט אייך צו מרמז זיין אז אייער טאכטער דארף זיך פאררעכטן; אייער טאכטער איז ברוך ה' זייער וואויל, נאר ווי איך זע האב איך נאך אסאך ארבעט אין סקול; איך וויל האבן קינדער, מיידלעך - וואס וועלן זיין פעלזן פעסט מיט דרך ארץ, נישט נאכגעשלעפט ווערן פון די וואס זוכן צו שטערן וכו'. איך וויל אז אייער טאכטער זאל זיין א ביישפיל פון א בית פיגא תלמידה און דאס קען נאר זיין ווען די עלטערן שטייען אויף דעם.


 

#54 - אין ברסלב לערנט מען וואו צו גיין ווען מ'האט א צרה
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג סוכות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב זייער הנאה געהאט פון די מעשה וואס דו האסט מיר דערציילט, וואס דו האסט געהאט מיט דיין חבר'טע פון די סקול וואו דו האסט געלערנט איידער דו ביסט אריינגעקומען לערנען אין "בית פיגא".


זי האט דיר געפרעגט וואס דו באקומסט אין ברסלב אז דו ביסט ארויס פון יענע סקול אין געגאנגען קיין ברסלב, האסטו איר געפרעגט וואס זי טוט ווען זי האט א צרה, זי האט געטראכט און געטראכט ביז זי האט דיר געזאגט: "איך גיי אין בעט, איך דרוק צו דעם קישן צום פנים און איך וויין", האסטו איר געזאגט וואס מען לערנט אין בית פיגא, אז ווען מען האט א צרה, ווען זאכן גייען נישט ווי אזוי מען וויל - זאל מען גיין צום אייבערשטן און צו אים וויינען, נישט וויינען צום קישן... האסט איר געזאגט מיט שטאלץ וואס מען לערנט ביי אונז, וואס דער רבי לערנט אונז, מיר זאלן שטענדיג געדענקען אז מיר זענען נישט אליינס, 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר'.


שטארק זיך און שטארק אלע דיינע חבר'טעס פון דיין אלטע סקול, זיי זאלן אויך וויסן אז מען קען אויך לעבן א געשמאקע לעבן פול מיט פאן און פארגעניגן צוזאמען מיט'ן אייבערשטן.


דיין ראש ישיבה.

#53 - זעט פארוואס דאס קינד שלאפט אין קלאס
שלאפן, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


א גריס פון דיינע טייערע קינדער, זיי געבן צו זייער אסאך פאר'ן מוסד.


דיין טאכטער ... תחי' איז זייער א טייער קינד, אבער זי שלאפט זייער אסאך אין קלאס; ממש יעדן טאג שלאפט זי איין בשעת'ן לערנען. אפשר שלאפט זי נישט גענוג? אפשר דארף זי מער שלאפן, אדער אפשר פעלט איר מינעראלן; עס איז וויכטיג דו זאלסט עס בודק זיין ווייל עס איז א שאד זי זאל נישט זיין אויסגערוט.


זי ווערט נישט וויי געטון אין כיתה פון דעם; מען געבט זייער אכטונג איר נישט וויי צו טון מיט דעם. איך האב געזאגט די טיטשערס זיי זאלן איר לאזן שלאפן, ווייל זי שטערט נישט, זי איז א טייער קינד.

#52 - אלע גוטע זאכן וואס איר טוט פאר'ן מוסד וועט מען לייגן אויפ'ן וואגשאל
סקול, מוסדות, ראש השנה, זכותים

בעזרת ה' יתברך


 


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


לכבוד דעם נייעם יאר וואונטש איך אייך א זיסע ליכטיגע יאר צוזאמען מיט אייער חשוב'ער מאן ... נרו יאיר.


אייער מאן העלפט מיר זייער דורכאויס דעם גאנצן יאר, די אלע גוטע זאכן וואס איר טוט פאר'ן מוסד וועט מען לייגן ראש השנה אויפ'ן וואגשאל און עס וועט ענק העלפן פאר א גוטע זיסע יאר.


אויך דאנק איך אייך פאר'ן קומען לערנען מיט די מיידלעך; די תלמידות האבן אייך זייער ליב, זיי האבן הנאה פון דאס וואס איר לערנט מיט זיי, פראקטישע עצות פאר'ן לעבן.


איך וואונטש אייך אלע ברכות וואס איר ווארט און ווילט.


א גוט געבענטשט יאר.

#51 - מ'דארף אריינלייגן צניעות מיט א ליבשאפט
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, בארא פארק.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין זייער שאקירט פון די מעשה וואס דו שרייבסט; פון איין זייט דערשראקן, אז א מיידל האט דיר שטילערהייט דערציילט, איר פלאן איז געווען אז זי גייט זיך אויפרייסן דעם זומער, זי גייט אפלאזן איר צניעות ווייל זי קומט פון א סקול וואס דארט לייגט מען אריין צניעות מיט צווינגען, מען געבט דאס נישט אויף די ריכטיגע וועג; זי האט דיר דערציילט אז זי האט געהאט א פלאן צו טון שלעכטע זאכן ביז זי איז אנגעקומען אין בית פיגא קעמפ און זיך דערזען מיט מיידלעך וואס האבן ליב צניעות, זי האט אפגעמאכט אז זי גייט בלייבן מיט איר צניעות, זי גייט בלייבן איידל אנגעטון; פון די אנדערע זייט בין איך זייער פרייליך ווי אזוי די מעשה האט זיך געענדיגט.


דו זאלסט רעדן שיין צו יעדן איינעם, אפילו דו זעסט מיידלעך וואס גייען נישט אנגעטון אזוי ווי מען דארף - זאלסטו זיי ווייטער ליב האבן, זאלסט קוקן אויף זיי מיט רחמנות; ווייל באמת ווילן אלע אידן זיין גוט, אלע מיידלעך ווילן זיין ערליך, זיי ווייסן פשוט נישט אז די אידישע וועג איז גוט, די ערליכע וועג איז זיס; דאס מאכט זיי זאלן וועלן אנטלויפן און טון נישט גוטע זאכן.


זארג נישט, דיין שידוך איז שוין דא, דו גייסט שוין ווערן א כלה; דו האסט וואוילע עלטערן, זיי ווייסן וואס איז גוט פאר דיר, זיי קלויבן אויס פאר דיר א ספעציעלער בחור וואס וועט לעבן מיט דיר א לעבן מיט ליבשאפט.


איך האף דו וועסט מיר העלפן זיין א טיטשער דעם קומענדיגן יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#50 - אויפשטעלן א דור פון ריינע הייליגע מיידלעך וואס זאלן ליב האבן צניעות
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א בעידינג סוט איז א קלייד פון פריצות, עס טאר נישט ארויף גיין אויף א הייליגע ריינע אידישע קערפער; אפילו אונטערן שווים קלייד.


עס איז מיר א וואונדער אז נאכן שרייבן אזויפיל מאל פון דעם האלט איך נאך ביי א'; מיינע תלמידות ווייסן נאכאלץ נישט אז דאס איז נישט קיין אידישע קלייד.


ביי אונז אין מוסד קען מען נישט שווימען נאר מיט א שווים קלייד; ווער עס שפירט אז עס איז צו אלטמאדיש, עס איז צו כניאקיש, צו פרום - דארף זוכן אן אנדערע פלאץ וואו צו שווימען, אן אנדערע קהילה.


אזוי אויך זאלסטו איבערגעבן פאר אלע תלמידות פון בית פיגא אז קינדער דארפן גיין אנגעטון מיט טייץ פון די דריי יאר; מען קען נישט גיין מיט שטרומפ. אויב איז דאס אויך צו פרום קען מען זוכן אנדערע קהילות וואו מען שטעלט זיך נישט אויף דעם.


איך בעט דיר, העלף מיר אנקומען צו מיין ציל; עס גייט מיר אין לעבן אויפצושטעלן א ריינע דור, א דור פון ריינע הייליגע מיידלעך, איידעלע ווייבלעך - וואס זאלן ליב האבן צניעות, ליב האבן איידל און זיך פרייען מיט אידישקייט. זיי זאלן זיך פארעקלען פונעם גוי, נישט האבן קיין שום שייכות מיט'ן גוי טמא און נישט אנטון זייערע קליידער וואס ברענגען אלע צרות און אלע מחלות.


איך האף דו וועסט איבערגעבן פאר אלע תלמידות מיינע ווערטער.

#49 - טייל אויס די בריוו פאר די בית פיגא תלמידות
סקול, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך שיק דיר דא בריוו פאר די בית פיגא תלמידות; טייל אויס די בריוו פאר זיי און זאג די איבריגע מיידלעך וואס האבן נאך נישט באקומען זייערע ענטפערס זיי זאלן בעטן דעם אייבערשטן איך זאל האבן צייט, קאפ און מח אנצוקומען צו ענטפערן זייערע בריוו.


איך האף זיי צו ענטפערן נאך שבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#48 - ווי אזוי "בית פיגא" תלמידות דארפן זיך פירן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שידוכים, דרך ארץ, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די טייערע בית פיגא תלמידות שתחיו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט אכטונג געבן איינער אויפ'ן צווייטן, איר זאלט טראכטן פאר איר רעדט און ווי אזוי איר רעדט; איר זאלט קיינמאל נישט שטעכן א צווייטן.


נוצט אויס די וואכן וואס איר געפונט זיך צווישן די בערג און ביימער, איר וועט זיך בענקען א גאנץ יאר צו די צייט. דער זומער גייט פארביי, מען פארט שוין צוריק - יעדער צו זיין וואוינארט; איר וועט זיך בענקען צו דעם שיינעם זומער.


שפאצירט מיט'ן אייבערשטן; יעדע מיידל זאל זיך מאכן אביסל צייט צו שפאצירן אין קעמפ מיט'ן אייבערשטן. דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה התבודדות, מען זאל שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף מאמע לשון, אים אלעס דערציילן, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטע פריינט.


ווען מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן דארף מען שוין גארנישט אויף די וועלט; מען שפירט זיך מער נישט אליין, מען שפירט זיך ארום גענומען מיט'ן אייבערשטן, מען שפירט א זיסע טעם אין לעבן, מען איז פרייליך און צופרידן.


איך בעט אייך נאכאמאל רעדט נישט צווישן זיך פון בחורים, מאכט אייך נישט קיין אייגענע שידוכים; איך ווייס אז איר ווילט שוין זייער חתונה האבן, איר ווילט אנהייבן לעבן, איר זענט קלוג און שארף צו וויסן אז לעבן איז נישט חבר'טעס, איר שפירט ווי איר קענט מער נישט; דאך בעט איך אייך איר זאלט זיך פירן איידל און נישט רעדן צווישן זיך פון שידוכים. אז עס פאלט אייך איין א שידוך קענט איר דאס דורך רעדן מיט אייערע עלטערן אדער מיט אייער חשוב'ע מנהלת; צווישן זיך זאלט איר רעדן נאר קלוגע זאכן און שיינע איידעלע רייד.


נישט אלעס וואס מען זעט פון אינדרויסן איז אזוי ווי עס זעט אויס, א זאך קען אמאל אויסזען גלאנציג און בליטשקעדיג פון אינדרויסן אבער אינעווייניג איז עס נישט געזונט, עס איז פארפוילט. איך געדענק ווי מוהרא"ש האט אמאל גערעדט מיט א מיידל וועגן א שידוך אבער די מיידל האט נישט געוואלט דעם שידוך, זי האט געוואלט עפעס שענערס וכו', האט מוהרא"ש איר געזאגט: "איך בעט דיר, געב אכטונג זאלסט נישט ווערן אריינגענארט מיט א מאן וואס וועט דיר נישט פארגינען דאס לעבן, ער וועט דיר נישט פארגינען א באטל סאודע..." שפעטער האט זיך דאס ווייבל גע'גט ווייל זי האט גענומען וואס איז שיין פון אינדרויסן, אבער באמת איז דאס געווען א באטל ווערעם, ער האט איר געפייניגט און געשלאגן.


נאך איין זאך בעט איך אייך, איר דארפט אהיים רופן יעדן טאג. כיבוד אב ואם איז נישט קיין קליינע מצוה, כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה און ווען מען איז נאך קינדעריש כאפט מען נישט דאס גרויסקייט פון די מצוה.


איך האף אז איר שעמט זיך נישט מיט אייערע עלטערן; בעט דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן אייער מאמע, נישט קוקן אויף איר ווי זי איז אלטמאדיש. וואס וועט איר טון ווען אייערע קינדער וועלן קוקן אויף אייך ווי אלטמאדישע מענטשן, זיי וועלן נישט וועלן רעדן מיט אייך, זיי וועלן נישט וועלן גיין צו שמחות וואו איר זענט, זיי וועלן זיך שעמען מיט אייך? וואס וועט איר טון? דעמאלט וועט איר טראכטן: 'א שאד איך האב דאס געטון צו מיין מאמע'.


איר דארפט יעדן טאג אהיים רופן, און די מיידלעך וואס וואוינען דא אין שטעטל דארפן בעטן רשות יעדן טאג אהיים צו גיין העלפן די עלטערן מיט די שטוב ארבעט; דאס איז אונזער קעמפ, דאס איז אונזער פארגעניגן - צו העלפן די עלטערן.


איך וועל זיך פרייען אז איר וועט מיר שרייבן בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#47 - שטיין אויף די פרינציפן פון די מוסד
צניעות, סקול, חינוך הילדים, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט אונז נישט פארלאזט; מיר האבן געקענט פלאצירן די מיידלעך דא אין שטעטל צווישן די גראז און ביימער און אנגיין מיט די לימודים במשך די זומער וואכן.


עס איז נישט גרינג, אבער אז מען קוקט אויף די תוצאות וואס קומט ארויס פון די זומער וואכן זעט מען אז עס לוינט זיך די שווערע הארעוואניע.


איך האף אז מען שטייט אויף די פרינציפן פון די מוסד; די מיידלעך און ווייבלעך זאלן גיין שווימען בצניעות, אלע זאלן האבן א קלייד בשעת'ן שווימען.


איך באקום כסדר גוטע גריסן פון די עלטערן; אלע זענען זייער צופרידן, אלע זענען זייער פרייליך.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.

#46 - זיך אפגעבן מיט'ן עירוב
סקול, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ב תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי פסחים י, ה): "הַמַתְחִיל בְּמִצְוָה - אוֹמְרִים לוֹ גְמוֹר", אז איינער הייבט אן טון א מצוה, זאגט מען אים ער זאל עס ענדיגן; אז דו האסט אריין געלייגט אזויפיל כוחות, דו האסט אהער געשטעלט אזא שיינע עירוב פאר אלע משפחות אין שטעטל קרית ברסלב, ליבערטי, בעט איך דיר דו זאלסט נישט אוועק געבן די מצוה פאר קיינעם, דו זאלסט דיין גאנץ לעבן טון פאר די עירוב.


איך האב אוועק געשטעלט די מלמדים זיי זאלן זיין די בודקים.


בנוגע די קאסטן וכו'; איך וועל מחזק זיין די משפחות פון שטעטל און אלע אנשי שלומינו זיי זאלן דיר העלפן מיט די קאסטן. דו אליינס זאלסט בעטן פון צייט צו צייט ווער עס וויל האבן א חלק אינעם עירוב.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב זי זאל ווייטער אנגיין מיט די סקול, ווייל נאר די גוטע זאכן וועלן מיר מיט נעמען אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - ווער נישט צעפאלן ווען די מיידלעך פאלגן נישט
תפילה והתבודדות, לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', לערערין בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי.


ווער נישט צעפאלן ווען די מיידלעך פאלגן נישט; נעם עס נישט פערזענליך. געדענק אז קינדער זענען קינדער; קינדער הערן נישט, קינדער פאלגן נישט, קינדער לאכן זיך אונטער ווען מען רעדט צו זיי; די טיטשערס און די עלטערן דארפן בעטן דעם אייבערשטן צי טרעפן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי צו מאכן זיי זאלן יא פאלגן.


איך ווייס זייער גוט ווי שווער עס איז צו זיין א טיטשער, איך ווייס גאר גוט וואס קינדער זענען; איך זיץ שוין מיט קינדער פאר איבער פיפצן יאר, קינדער פון אלע יארגענג. מיר איז אויך זייער שווער, אבער איך מאך זיך גרינג, איך נעם די עצה פון קוקן אויף איין טאג אויף א מאל, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רעב) אויפ'ן פסוק (תהלים צה, ז): "הַיּוֹם אִם בְּקֹלוֹ תִשְׁמָעוּ", אז ווען א מענטש וויל אנהייבן עפעס צו טון - סיי ברוחניות און סיי בגשמיות דארף ער נעמען דעם כלל פאר זיך, צו קוקן נאר אויפ'ן היינטיגן טאג; ווייל ווען מען וויל אנהייבן דינען דעם אייבערשטן דאכט זיך פאר'ן מענטש אז ער נעמט אויף זיך א שווערע לאסט און דאס ברענגט דעם מענטש צו טראכטן אז מען קען נישט נעמען די עבודה, "אֲבָל כְּשֶׁיַּחֲשֹׁב שֶׁאֵין לוֹ רַק אוֹתוֹ הַיּוֹם, לֹא יִהְיֶה לוֹ מַשָּׂא כְּלָל", אבער אז מען טראכט נאר פונעם היינטיגן טאג איז עס בכלל נישט שווער, מיט דעם טייטשט דער רבי: "הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ", 'הַיּוֹם' דַּיְקָא, וְהָבֵן, עיין שם.


גיי יעדן טאג אביסל שפאצירן אין די פעלד ארום דיין שטוב; זיי זיך מתבודד, דאנק דעם אייבערשטן אויף דיין שיינע לעבן - וועט אלעס ווערן גרינגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - קוק נישט אויף יענעם, פרוביר נאר צו רעדן צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, סקול, התחזקות, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער עיקר וואס דו זאלסט נעמען פאר דיין לעבן פון אונזער סקול בית פיגא – איז די זאך פון רעדן צום אייבערשטן, ווייל ווער עס רעדט צום אייבערשטן דער איז א געהאלפענער.


אפילו דו קענסט נאך נישט טון אלעס וואס דו הערסט אין סקול, דו קענסט נאך נישט טוישן דיין לעבן - זאלסטו אבער נישט ווערן צעפאלן; קוק נישט אויף אנדערע מיידלעך און טראכט נישט פון אנדערע מיידלעך, דו זאלסט בלייבן שטארק מיט דעם אז דו האסט דעם אייבערשטן און וואס דו דארפסט בעסטו נאר פון אים.


דאס איז אלעס פון ברסלב; ברסלב באשטייט פון איין זאך: 'אויסלערנען יעדן איינעם צו לעבן מיט'ן אייבערשטן; טראכטן פונעם אייבערשטן און וואס מען דארף זאל מען בעטן פונעם אייבערשטן'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - מ'דארף גיין מיט חכמה צווישן די טראפן
חברים, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, קדושה, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז אייערע חבר'טעס פירן זיך נישט אויף ווי אזוי אידישע איידעלע מיידלעך דארפן זיך פירן, זיי האבן סמארטפאונס אפן צו די אינטערנעט, זיי טוען זיך אן נישט איידל און האבן מיט בחורים ה' ישמרינו.


פון איין זייט איז נישט גוט אז איר זאלט בלייבן אין סקול און האבן שייכות מיט זיי, ווייל איר וועט ווערן נאכגעשלעפט השם ישמרינו און פון די אנדערע זייט איז שווער צו זיין אין שטוב אליין אן חבר'טעס.


דאס בעסטע פאר אייך איז אז איר זאלט זיך פירן מיט חכמה און גיין צווישן די טראפן, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי כד, ו): "בְתַחְבֻּלוֹת תַּעֲשֶׂה לְּךָ מִלְחָמָה", מיט חכמה זאלסטו זיך קריגן מיט'ן יצר הרע; גייטס אביסל אין סקול, אבער אין די צייטן וואס די מיידלעך זענען פארנומען מיט נארישקייטן זאלט איר בלייבן אין שטוב העלפן אייער מאמע - זיך אכטונג געבן נישט אריין צו פאלן אין די נעץ פונעם יצר הרע.


איך האף צום אייבערשטן אז אייער פראגע וועט נישט זיין פאר צו לאנג, איך האף אז איר וועט שנעל א כלה ווערן; איך האף צו זיין אייער שדכן.

#42 - אריינלייגן אין די קינדער א געפיל צו א צווייטן
צניעות, סקול, מדות טובות, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


... תחי', לערערין בית פיגא ברלסב.


יישר כח פאר די איבערגעגעבענע ארבעט אין סקול מיט די מיידלעך.


לערן מיט די קינדער גוטע מידות, זיי זאלן האבן א געפיל צו אנדערע מיידלעך; זיי זאלן יעדן טאג טראכטן פון אנדערע, זיי זאלן רעדן צו די קינדער וואס האבן נישט קיין חבר'טעס.


איך וויל זייער שטארק אז אלע תלמידות פון בית פיגא זאלן זיין באחדות, יעדער זאל זיך ליב האבן און זיך שיין פארטראגן.

#41 - תלמידות בית פיגא זאלן זיין א לעבעדיגע ביישפיל
צניעות, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך קוק זייער ארויס אז די יונגע ווייבלעך – תלמידות בית פיגא זאלן זיין א לעבעדיגע ביישפיל פאר אלע מיידלעך, פאר אלע תלמידות מיט זייער איידלקייט און באשיידנקייט.


איך האף אז דו וועסט זיין א ביישפיל פאר אלע תלמידות, זיי זאלן זען וואס איז א בית פיגא תלמידה, מיט דיין צניעות און מיט דיין שכל וכו', וכו'.

#40 - ליב האבן צניעות
צניעות, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


... תחי', לערערין בית פיגא ברסלב.


יישר כח פאר'ן העלפן אזוי געטריי אין סקול.


ברענג אריין צווישן די מיידלעך זיי זאלן ליב האבן צניעות, זיי זאלן דאס ארויפקוקן, נישט קוקן אויף דעם ווי דאס איז א געצווינגענע זאך.


ווען איך זע מיידלעך וואס גייען אויסגעשניטן ביים האלז אדער קורץ אנגעטון, טראכט איך צו מיר: 'די מיידל איז אזא רחמנות, וואס פעלט איר? וואס וויל זי? פארוואס איז זי נישט צופרידן?'


דעריבער בעט איך דיר זייער, זע מיט חכמה אריין צו ברענגען צווישן די מיידלעך עס זאל זיין א שיינע זאך דאס גיין אנגעטון איידל, וועסטו מיר טון מיט דעם א גרויסע טובה.


ווייל דאס איז מיין גאנצע ציל מיט'ן אויפשטעלן די סקול "בית פיגא", אויפצושטעלן א נייע דור, א דור פון מיידלעך און ווייבלעך וואס זענען שטאלץ און האבן ליב אידישקייט, האבן ליב דעם אייבערשטן און האבן ליב ווי אזוי דער אייבערשטער וויל מען זאל לעבן.

#39 - פירט די סקול אין שטעטל אזוי ווי אין וויליאמסבורג
סקול, מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי-קדושים, ג' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


געב איבער פאר די עלטערן וואס זייערע קינדער ברענגען מיט עסן אין סקול אז מען קען נישט שיקן מיט די קינדער עסן פאר מיטאג; די סקול געבט עסן פאר אלע קינדער און נאר דאס קענען זיי עסן, ווייל דאס ברענגט אז אנדערע קינדער פארלאנגען אין שטוב אז מען זאל זיי אויך שיקן מיט עסן וואס אנדערע ברענגען.


אויך וויל איך דיר בעטן עס זאל נישט פארקומען קיין געבורטס-טאג פארטי אין סקול.


זע צו פירן די סקול בית פיגא אין שטעטל אזוי ווי עס פירט זיך בית פיגא אין וויליאמסבורג; עס איז גוט אז דו זאלסט רעדן מיט מרת ... תחי' די מנהלת פון וויליאמסבורג און איר פרעגן, פון איר וועסטו קענען ארויס האבן ווי אזוי צו פירן די סקול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#38 - יישר כח פאר'ן זיך אפגעבן אזוי שיין מיט די סקול
סקול, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


 


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו באדאנקען פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר מיט'ן סקול אין שטעטל; דו געבסט זיך אפ מיט די מיידלעך און מיט די לערערינס טאג און נאכט מיט אזויפיל הארץ און געטריישאפט, דער אייבערשטער זאל דיר געבן אסאך כח זאלסט ווייטער קענען ממשיך זיין מיט דיין הייליגע ארבעט.


איך וויל דיר בעטן זאלסט איבער געבן פאר אלע עלטערן אז אויב א קינד שפירט זיך נישט גוט קען מען נישט שיקן דעם קינד אין סקול און נישט אין חדר; איך הער זאגן אז עס זענען דא אומ'אחריות'דיגע עלטערן וואס שיקן די קינדער אין סקול און אין חדר מיט היץ, זיי טראכטן נאר פון זיך, זיי טראכטן נישט פון א צווייטן אז דאס איז א סכנה פאר אנדערע.


געב איבער פאר די עלטערן אז אויב מיר וועלן זען עלטערן שיקן די קינדער אין סקול אדער חדר מיט היץ (פיבער) וועלן מיר אהיים שיקן די גאנצע משפחה פאר א גאנצע וואך, מיר וועלן זייער אכטונג געבן אויף אונזערע קינדער זיי זאלן זיין געזונט און שטארק.


שטארק זיך; שטארק די מיידלעך, שטארק די טיטשערס און ברענג אריין חיות אין אלע פרויען פון שטעטל. ווי מער מען רעדט צו אנדערע דיבורי חיזוק ווערט מען שטערקער און שטערקער.

#37 - די מיידלעך זאלן אריינקומען צו די פלעי
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, דרך ארץ, שטעטל, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, קרית ברסלב ליבערטי.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער זייער גוטע גריסן אויף דיר פון דיינע טיטשערס; זיי זאגן מיר ווי שיין דו פירסט זיך מיט דרך ארץ, דו זיצט אין כתה מיט כבוד, דו רעדסט נישט ווען דיינע טיטשערס רעדן און אזוי ווייטער.


... תחי', שפיל זיך שיין מיט דיינע חבר'טעס, שפיל מיט יעדע מיידל, מאך נישט קיין אויסנאם, דו זיי יעדן איינעם'ס חבר'טע, וועסטו מיר מאכן א נחת רוח.


איך וויל זייער שטארק אז די עלטסטע קלאס פון בית פיגא ליבערטי זאלן אריין קומען זונטאג אין שטאט צו די פלעי וואס די מיידלעך פון בית פיגא וויליאמסבורג שטעלן פאר, די מעשה פונעם בערגער מיט'ן ארעמאן, די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט. איך וועל זארגן פאר ענק איר זאלט האבן פלעצער און א וועג אהין און צוריק אהיים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#36 - דרך ארץ'דיג צו די טיטשערס
סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די טייערע תלמידות פון בית פיגא ליבערטי, שתחיו.


אייערע טיטשערס האבן מיר געזאגט אז איר ווארט איך זאל קומען צו אייך אין סקול; זאלט איר זיין דרך ארץ'דיג צו די טיטשערס.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיךְ אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶךְ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים, "הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶךְ אֶרֶץ", וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ; אז איר וועט זיין דרך ארץ'דיג, איר וועט זיך אויפפירן שיין וועל איך קומען צו אייך.

#35 - ווער נישט פארלוירן ווען א קינד פאלגט נישט
לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי', טיטשער בית פיגא.


איך דאנק דיר פאר'ן זיין אזא גוטע לערערין; יעדער איז זייער צופרידן פון דיין ארבעט. די קינדער האבן ליב צו קומען אין סקול, זיי רעדן מיט עקסטאז פון סקול און זיי זענען שטאלץ צו זיין א "בית פיגא" תלמידה.


ווער נישט פארלוירן ווען א קינד פאלגט נישט; איך בין שוין לאנגע יארן ראש ישיבה, מיר פאלגט מען אויך נישט. נישט יעדע בחור און תלמיד פאלגט, איך דארף איבערזאגן זאכן איינמאל, צוויי מאל, צען מאל און הונדערט מאל, דאך ווער איך נישט מיד; איך זאג נאכאמאל און נאכאמאל ביז מען פאלגט, ביז מען פועל'ט.


מיט גוטע ווערטער און א זיסע שמייכל פון הארץ קען מען אונטער קויפן אלע תלמידות; אז מען איז רואיג און מען איז זיכער מיט זיך ווערט מען נישט דערשראקן ווען מען פאלגט נישט.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט.

#34 - שאפן א זאל פאר די סקול פלעי
סקול, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


טו מיר א טובה, פרעג דיין זיידע אדער דיין פעטער אויב מיר קענען האבן דעם זאל ... פאר זונטאג און מאנטאג פרשת בשלח פאר די פלעי וואס די סקול מאכט. אויב אין די טעג זענען דא חתונות אפשר קענען מיר האבן זונטאג און מאנטאג פרשת משפטים.


מיר פלעגן מאכן די פלעי'ס אין ישיבה, אבער עס האט זיך פארגרעסערט די סקול, מיר דארפן א גרעסערע פלאץ.


לאז מיר וויסן ווי פריער, ווייל מיר דארפן וויסן ווען און וואו.


שטארק זיך, קוק די נסים וואס דער אייבערשטער האט מיט דיר געטון ביז אהער; דאנק און לויב אים וועט ער טון מיט דיר נאך נסים.

#33 - רעדן צו די קינדער אפענע דיבורים
סקול, קדושה, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד אונזער חשוב'ע מנהלת תחי'.


איך האב נישט קיין ווערטער וואס צו זאגן, ווייל וויפיל מען וועט זאגן איז ווייניג געזאגט, אבער דאך דארף מען זאגן.


מיר דאנקען אייך פון טיפן הארצן אויף וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, איר בויט זיי אויף בגוף ובנפש זיי זאלן אויסוואקסן געזונט ברוחניות ובגשמיות, זיי זאלן ליב האבן די תורה, ליב האבן אידישקייט און ליב האבן דאס עכטע לעבן.


די קליינע קינדער אין סקול זענען מער רייף און דערוואקסן ווי חתונה געהאט'ע ווייבלעך; זיי ווייסן וואס דער לעבן איז, זיי וואקסן אויף געזונט.


א גרויסן יישר כח בשם אלע עלטערן איז איר רעדט צו די קינדער ווי נאנט מען מעג זיין מיט חבר'טעס, איר רעדט צו די קינדער אפענע דיבורים פון זיך אכטונג געבן נישט צו טון זאכן וואס וועט חרוב מאכן דאס געזונטע לעבן ווי אזוי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט.


מנהלת תחי', האטס נישט מורא צו רעדן צו אונזערע קינדער זיך אכטונג צו געבן פון מניוולים; ליידער ליידער איז דער דור אזוי געפאלן אז אייגענע ברידער טשעפען די שוועסטערס רחמנא לצלן, עס איז נישט דא קיין ברירות, מען דארף רעדן צו אונזערע טעכטער, זיי אנגרייטן זיך צו היטן פון מניוולים.


איך וויל זייער שטארק איר זאלט רעדן פאר די פרויען שבת התוועדות – סיום הש"ס, מיר וועלן באשטימען א צייט ווען די מענער זענען אין שול ביים דאווענען, דעמאלט זאלט איר רעדן פאר די פרויען, זיי מחזק זיין אז זיי זאלן מחשיב זיין לימוד התורה, זיי זאלן האלטן חשוב און טייער ווען דער מאן לערנט, זיי זאלן מחזק זיין די מאן צו גיין לערנען וכו'.


דאס וואס איר טוט מיט די חתונה געהאט'ע תלמידות – איז עולה על הכל, ווייל עס נעמט אביסל צייט ווילאנג א פארפאלק איז זיך מסדר און הייבן אן לעבן, דארף מען זיי מחזק זיין.


נאכאמאל, יישר כח בשם אלע עלטערן און די גאנצע קהילה.

#32 - דאס וויכטיגקייט פוּן לערנען הלכוֹת מיט די מיידלעך
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, חינוך הילדים, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


יישר כח פאר'ן העלפן די סקול, אייער לימוד איז זייער א חשוב'ע לימוד. איר לערנט הלכה מיט די מיידלעך, דאס איז זייער וויכטיג, ווייל פון אלע לימודים וואס מען לערנט מיט די מיידלעך איז הלכה דאס וויכטיגסטע, דאס נעמט מען מיט נאך די חתונה.


די קליינע מיידלעך גייען גרויס ווערן, זיי וועלן חתונה האבן און זיין מאמע'ס, וועלן זיי דארפן וויסן ווי אזוי מען פירט א אידישע קאך; הלכות בשר בחלב, הלכות תולעים, הלכות שבת און הלכות ברכות. דעריבער איז זייער חשוב אייער פאסטן; בעט איך אייך זייער איר זאלט ווייטער לערנען מיט די קינדער הלכות, זיי זאלן קענען פירן א אידישע שטוב.


 אויך איז וויכטיג צו לערנען הלכות יחוד מיט די מיידלעך, זיי זאלן זיין קלאר פאר זייער לעבן וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט.


א גרוס פון אייער טייערער מאן נרו יאיר, ער איז זייער א געטרייער מלמד; איך פערזענליך האב זייער הנאה פון אים, און אלע עלטערן האבן הנאה פון זיין ארבעט.


אין דעם זכות וואס איר לערנט מיט די מיידלעך און ער לערנט מיט די אינגלעך, וועט איר אינאיינעם זען נחת ביי אייערע קינדער.


פון ענקער ראש ישיבה.