בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#131 - לאזט אפ די דמיונות, טראכטס פונעם אייבערשטן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, קאמפלימענטס, מדות טובות, מחשבות, דמיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא


איר פירט זיך אויף זייער וואויל; איך באקום אזעלכע גוטע גרוסן אויף אייער אויפפירונג, איר זענט ערליך און איידל. איך האב שוין גערעדט מיט אייערע חשוב'ע עלטערן פון א גוטע שידוך פאר אייך, א בחור א ירא שמים מיט גוטע מידות.


האלטס אייך שטארק, גייט אן מיט אייער גוטע וועג; געבט גוטע ווערטער פאר אנדערע מיידלעך און העלפט אייער מאמע - וועט איר שיין מצליח זיין אין לעבן.


טראכטס נישט קיין נארישקייטן, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקנ) אמאל טראכט א מענטש א דמיון און נאכדעם מיינט ער שוין אז עס איז אזוי געווען; לאזט אפ די דמיונות, טראכטס פונעם אייבערשטן. אלעס וואס מען טראכט איז דמיון, נאר די מחשבות פון אמונה איז מציאות, רעאליטעט, שכל'דיג.

#130 - אכטונג געבן פונעם יצר הרע וואס ברענגט אריין פאלשע ענוה
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, התחזקות, תהלים, מחלוקת, שלום, זעלבס זיכערקייט, מלחמה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייערע בריוון.


איך פריי זיך זייער אז איר זאגט תהילים, נאך מער פריי איך זיך זייער צו הערן פון אייך אז אין סקול הערשט אחדות און ליבשאפט, די שענסטע זאך איז אחדות און ליבשאפט.


יעצט איז דא א מלחמה צווישן צוויי גרויסע לענדער, רוסלאנד מיט אוקריינא; וואו מען גייט און וואו מען שטייט זאגן אלע 'פארוואס דארף מען זיך קריגן?' מענטשן האבן נישט קיין כח פאר מלחמות, אבער קיינער כאפט זיך נישט אז מיר דארפן אליינס אנהויבן לעבן בשלום, זיך נישט קריגן איין איד מיט'ן צווייטן.


דעריבער, אז איר שרייבט מיר ווי שיין מען לעבט אין סקול, אלע מיידלעך ליבן זיך, גרויסע מיט קליינע צוגלייך, - איז דאס פאר מיר א גרויסע שמחה.


איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט קיינעם נישט מקנא זיין. איר זענט זייער א טייער קינד, אייערע לערערינס און די מנהלת זאגן אויף אייך אז איר זענט פון די בעסטע תלמידות; דארפט איר נאר אכטונג געבן פונעם יצר הרע וואס כאפט זיך צומאל אריין אין די כשר'ע הערצער מיט פאלשע ענוה, ער צעברעכט, ער מאכט שפירן ווי מען איז ווייניג חשוב, אנשטאט ארומגיין מיט א פרייליכע מוט צו געדענקען און צו וויסן אז מיר זענען דעם אייבערשטנ'ס קינדער, מאכט ער מען זאל זיך שפירן שולדיג.


דעריבער זאלט איר ארומגיין מיט איין מחשבה, א גאנצן טאג טראכטס: 'דער אייבערשטער איז גוט צו מיר', 'איך בין גוט'; דאס איז די שליסל אריין צו קומען צו קדושה.


שרייבט מיר אלע אייערע סיומים פון ספר תהלים.

#129 - אונזער פלאץ זאל זיין ריין און הייליג, נישט רעדן וואס מ'דארף נישט
צניעות, סקול, שידוכים, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך בעטן, אויב עס פאלט אייך איין א שידוך פאר אייער שוועגערין - זאלט איר דאס רעדן נאר מיט אייער מאן און מיט זיינע עלטערן, רעדט נישט צו איר.


איך וויל זייער שטארק אז די מיידלעך זאלן נישט רעדן פון בחורים; ווען עס וואלט געבליבן נאר צווישן די מיידלעך - איז איין זאך, אבער נאכדעם קומט די שמועסן אן צו די בחורים, דאס איז שוין זייער ביטער.


די תלמידות בית פיגא האבן א גוטע שדכן, די מנהלת תחי' מיט'ן ראש ישיבה פרובירן פאר זיי דאס בעסטע.


איך האף איר ווערט נישט באליידיגט אז איך שרייב אייך דאס, ביי מיר זענט איר ווייטער זייער חשוב, טאקע וועגן דעם שרייב איך אייך די בקשה. איך ארבעט זייער שווער מיט די בחורים, אינגלעך און מיידלעך, איך וויל אונזער פלאץ זאל זיין ריין און הייליג, עס איז נישט גוט דאס רעדן וכו'.


 

#128 - זיי מקרב די מיידלעך וואס האבן נישט קיין חבר'טעס
חברים, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שידוכים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


אז אייער ברודער אדער שוועגערין רעדן צו אייך פון בחורים, זיי מאכן אייך משוגע "דער בחור איז דיין חתן", "יענער בחור איז דיין חתן", - זאלט איר זיי זאגן: "דער ראש ישיבה וויל און בעט אז די תלמידות בית פיגא זאלן נישט רעדן פון בחורים".


איך וועל זיי שרייבן זיי זאלן דאס מער נישט טון.


איר זאלט זיך ווייטער פירן מיט גוטע מידות, אויך מיט דרך ארץ. אייערע טיטשערס רעדן זייער שיין פון אייך, איר מאכט א גוטע לופט אין קלאס, איר פאלגט, איר זענט איידל, און איך בעט אייך, פאלגט דעם ראש ישיבה, רעדט נישט פון בחורים; איך וועל מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אנטראגן פאר אייערע עלטערן א גוטע שידוך, א בחור מיט יראת שמים.


געבט אכטונג אין סקול אויף די מיידלעך וואס האבן נישט קיין חבר'טעס, איר זאלט זיין זייער חבר'טע. טראכטס אלץ, וואס וואלט איר געטון ווען איר זיצט איינער אליין און קיינער שמועסט נישט מיט אייך; איר וואלט זיך מחי' געווען ווען איינער קומט רעדן צו אייך.

#127 - איך וויל נישט מען זאל זיך טשעפען אין בית פיגא
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תהלים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, י"ב אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל איר שרייבט מיר א בריוו.


זאגט יעדן טאג אביסל תהלים און העלפט אייער מאמע.


אויב מען טשעפעט אייך אין סקול זאלט איר זאגן פאר אייערע טיטשערס; איך וויל נישט מען זאל זיך טשעפען אין בית פיגא.

#126 - מיט גוטע מידות און אויסהערן די טיטשערס, וועט איר מצליח זיין
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שבת קודש, מדות טובות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, י"ב אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר האט ליב סקול, איר האט ליב אייערע טיטשערס און איר הערט זיך צו אלעס וואס מען לערנט.


אז איר וועט זיך ווייטער פירן מיט אייערע גוטע מידות און אויסהערן אייערע טיטשערס - וועט איר זייער שיין מצליח זיין.


אויף אייער פראגע אויב מען מעג שפילן וכו'; שבת שפילט מען נישט מיט שניי, מען קען צוקומען צו חילול שבת.


אויף אייער פראגע וועגן הויזן וכו'; טוט נישט אן קיין הויזן, הויזן איז פאר אינגלעך, מיידלעך טראגן קליידער; הויזן איז פריצות פאר מיידלעך.


אויף די פראגע וכו'; טוט אן די קלייד וואס אייער מאמע זאגט אנצוטון.


וואס איר דארפט בעטס דעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך.

#125 - א טיטשער מוז זיין אחריות'דיג
לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ב' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך הער פון אפיס אז איר קומט יעדן טאג שפעט, איר זענט נישט צייטליך אין קלאס.


דאס קען נישט ווייטער אזוי אנגיין, יעדן טאג אנקומען שפעט אין קלאס; א טיטשער מוז זיין אחריות'דיג, גיין שלאפן צייטליך און אויפשטיין צייטליך, זיין גרייט פאר די קינדער מיט ישוב הדעת.


איך האף אז איר וועט נעמען אייער ארבעט מער ערנסט, ווייל אזוי קען עס נישט ווייטער אנגיין.

#124 - איך קען נישט געבן א שיעור, אויב מ'האלט מיך אויף צו לאנג
סקול, שאלות, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל געבן שיעורים פאר די טיטשערס, איך וויל קומען אין סקול; אבער אז מען לויפט נאך וכו', מען לאזט נישט ארויסגיין, מען האלט מיך אויף מיט טויזנט שאלות – קען איך נישט קומען.


רוב שאלות זענען ניטאמאל קיין שאלות, עס איז נאר א וועג צו קענען לענגער רעדן מיט מיר.


גלייבט מיר, איך וויל געבן שיעורים אסאך מער ווי די טיטשערס ווילן, איך וויל דאך איר זאלט וויסן ווי אזוי צו זיין גוטע טיטשערס; דאך האלט איך זיך צוריק פון קומען.

#123 - נישט חוזק מאכן פון אנדערע
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, מוסדות, מחלוקת, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


ווען מיידלעך מאכן חוזק פון אנדערע - זאלט איר פארדרייען די שמועס.


עס איז נישט שיין חוזק צו מאכן פון אנדערע, בפרט פון די וואס ארבעטן פאר די מוסד; מען דארף שעצן די וואס ארבעטן פאר די מוסד, מען דארף העלפן די מוסד, נישט זוכן ווי מען קען לאכן אדער חוזק מאכן.


וויסן זאלט איר, די וואס מאכן חוזק פון דעם און יענעם, די מאכן חוזק פון דיר אויך; אונטער אייער רוקן, ווען איר וועט נישט הערן - וועלן זיי חוזק מאכן פון אייך. דעריבער זאלט איר אכטונג געבן נישט צו נעמען א טייל ווען מען מאכט חוזק פון אנדערע.


הלואי זאלן די תלמידות זיין א חלק פון די מוסד, זוכן צו העלפן מיט וואס מען קען און זיך באדאנקען פאר אלע וואס ארבעטן אזוי שווער; פאר די דרייווערס, פאר דעם מענידזשער, פאר יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#122 - א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין וואויל אין סקול
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, דרך ארץ, בעל תפלה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך מוז אייך זאגן די גוטע גרוס וואס איך באקום פון די טיטשערס אויף אייער טאכטער ... תחי'.


אלע זאגן אז זי איז אן אויסנאם מיידל, פול מיט דרך ארץ און אזוי דערוואקסן; דער אייבערשטער זאל העלפן זי זאל בקרוב טרעפן א גוטע שידוך און ברענגען פאר אייך נאר נחת.


...


דא האט איר א בריוו פאר אייער טאכטער:


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב, ליבערטי


מיר באקומען זייער גוטע גרוסן אויף אייך, אייערע טיטשערס זאגן אויף אייך נאר גוטס; א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין וואויל אין סקול, איר מאכט מיר אסאך נחת און דאס געבט מיר כח.


באזונדער קומט אייך א יישר כח פאר'ן שטענדיג זיין גרייט צו זיין די בעל תפלה אין קלאס. עס זענען דא קינדער וואס האבן א 'שטיק' פון נישט וועלן זיין בעל תפלה; איין מיידל זאגט אז זי וויל נישט זיין חזן, און אסאך מיידלעך טאנצן איר נאך, מיינענדיג אז ווער עס טוט די שטיק - ווערט גרעסער. די טיטשער זאגט מיר אז איר זענט שטענדיג גרייט צו זיין חזן, מן הסתם ווייסן נישט די מיידלעך וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סג): "הַתְּפִלָּה שֶׁמִּתְפַּלְּלִין לִפְנֵי הָעַמּוּד בִּנְגִינָה הִוא סְגֻלָּה לְבָנִים", זיין א חזן, א בעל תפלה - איז מסוגל פאר קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן ערליכע דורות.


ווייזט דעם בריוו פאר אלע תלמידות.


 

#121 - איר זאלט זיין פון די מיידלעך וואס האלטן אלעס מיט
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע גרוסן פון אייך, אז איר האט ליב בית פיגא סקול, איר האט ליב אייערע לערערינס. איך פריי זיך צו הערן אז איר זאגט תהלים, איר האט יעצט מסיים געווען די צווייטע מאל תהלים.


זייט קלוג, זייט דערוואקסן. האלטס מיט די סדר פון סקול; איך הער פון די טיטשערס אז מיידלעך פון די פינפטע קלאס פירן זיך אויף זייער קינדיש, אנשטאט מיטהאלטן וואס די טיטשערס זאגן - זוכן זיי צו טון פארקערט; בעט איך אייך זייער איר זאלט זיין פון די מיידלעך וואס האלטן אלעס מיט.


אין וויליאמסבורג סקול טאנצן די מיידלעך יעדן טאג מיט מוזיק, די מיידלעך האבן דאס זייער ליב, זיי ווארטן צו טאנצן; איך ווייס נישט פארוואס די מיידלעך פון די פינפטע קלאס אין שטעטל ווילן נישט זיין א חלק פון בית פיגא, זיי ווילן נישט טאנצן; זיי טוען א גאנצע טובה און טאנצן מיט, אזוי אויך דאס דאווענען איז א גאנצע טובה צו פאלגן די טיטשער.


איך שרייב אייך צוריק ווייל אייערע טיטשערס זאגן מיר אז איר זענט א דרך ארץ'דיגע מיידל, איר זענט א קלוגע מיידל; איך האף צום אייבערשטן אז אלע מיידלעך וועלן אייך נאכטון.


א פרייליכן שבת.

#120 - תלמידות בית פיגא מוזן זיך פירן מיט דרך ארץ
סקול, דרך ארץ, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד תלמידות בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי, שתחיו


אזוי ווי עס זענען אריינגעקומען פרישע תלמידות, וויל איך נאכאמאל קלארשטעלן וואס מיר ווילן מיט אונזער סקול "בית פיגא", איך בעט זייער אלע תלמידות זאלן זיך גוט צוהערן צו די ווערטער.


ביים הייליגן רבי'ן איז געווען דרך ארץ זייער א וויכטיגע זאך, דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים - וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ"; און אזוי איז געווען ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, עס איז געווען א שטארקע דרך ארץ, און אויף דעם וועג פירן מיר די סקול בית פיגא, מיר קוקן אויף דרך ארץ; א מיידל וואס פירט זיך מיט דרך ארץ, זי הערט אויס די לערערינס - איז ביי אונז א תלמידה, און א מיידל וואס פירט זיך נישט מיט דרך ארץ - איז קיין תלמידה; מעג זי קענען גוט דאס לערנען, מעג זי זיין געלונגען, ביי אונז איז דאס נישט ווערד, אן דרך ארץ איז גארנישט דא.


דעריבער בעט איך אייך אלע צו זיין גרייט אין צייט ווען מען דארף זיין אין קלאס, ווען די טיטשער קומט אריין אין קלאס - דארף יעדער זיצן אין פלאץ גרייט מיט אלעס, נישט דעמאלט אנהייבן זיך צאמנעמען וכו', אלעס דארף שוין זיין גרייט פון פאראויס.


ווען די טיטשער קומט אריין אין קלאס דארפן זיך אלע אויפשטעלן מיט דרך ארץ, מען בלייבט שטיין ביז די טיטשער ווינקט אז מען קען זיך שוין אראפזעצן, מען פארמאכט די מויל און מען עפנט די אויערן צו הערן יעדעס ווארט וואס די טיטשערס לערנען.


אין קלאס קען מען נישט רעדן מיט א צווייטן, מען קען זיך נישט ווינקען און נישט לאכן; בשעת מען לערנט - דארף מען זיצן מיט א שטארקע דרך ארץ, נאר אזוי קען מען מקבל זיין די לימודים.


יעצט ווען איך הער אז ביי די עלצטע קלאס אין שטעטל זענען דא מיידלעך וואס פירן זיך נישט מיט דרך ארץ - בין איך זייער פארשעמט, ווייל איך שטאלציר מיט די שטעטל סקול, און יעצט זאגט מיר די מנהלת תחי' אז עס זענען דא מיידלעך וואס לאכן זיך אויס פון די טיטשערס און מען זיצט נישט אין צייט גרייט וכו'.


דעריבער וועל איך נישט קומען צו ענק מער געבן שיעורים, איך גיי נאר וואו עס איז דא יראת שמים. אז עס איז דא דרך ארץ איז דאס א סימן פון יראת שמים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, יב): "מוֹרָא רַבָּךְ כְּמוֹרָא שָׁמַיִם", מען דארף מורא האבן פון א רבי אזוי ווי פונעם אייבערשטן; און אויב איר וועט זיך נישט פארבעסערן חס ושלום - וועל איך פארמאכן די קלאס, מען וועט זיך דארפן נאכאמאל איינשרייבן און מיר וועלן נאר אננעמען די מיידלעך וואס זענען דרך ארץ'דיג.

#119 - קוקט וואס א גוט ווארט טוט מיט א מענטש
חיזוק פאר מיידלעך, לערערין, סקול, קאמפלימענטס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מרת ... תחי'


איך שיק אייך דא א בריוועלע וואס א תלמידה האט געשיקט וואו זי באדאנקט זיך פאר די סקול, ווי זי איז זיך מחי' מיט די גוטע ווערטער, מיט די שמייכל.


קוקט וואס א גוט ווארט טוט מיט א מענטש, קוקט ווי עס איז אזוי שטארק מחי'.


טוט דאס מיט אלע תלמידות.


...


לכבוד דער חשוב'ער ראש ישיבה שליט"א:


א גרויסן יישר כח פאר די געשמאקע סקול, איך האב אזוי שטארק ליב צו זיין דא.


היינט אינדערפרי ווען איך בין געקומען אין סקול זאגט מיר מרת ...: "גוט מארגן ..., דיין שיך איז אזוי שיין".


וואו אין די וועלט הערט מען אזא זאך – א פרינציפל זאל געבן א קאמפלימענט פאר א מיידל? נאכדערצו אויף שיך?!

#118 - איך האב זייער הנאה געהאט ביי די נסיעה פון די טייערע אינגעלייט פון ארץ ישראל
חברים, סקול, הכרת הטוב, נסיעה, פרנסה, ארץ ישראל, חתן, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך דערציילן פון מיין נסיעה, איך האב זייער הנאה געהאט פון די נסיעה; מיר האבן געדאווענט ביי די הייליגע צדיקים, עס איז געווען זייער שיין.


איך וויל אייך זאגן, דאס מערסטע האב איך הנאה געהאט ביי די נסיעה פון די טייערע אינגעלייט פון ארץ ישראל, איך האב זיי שוין אלע געקענט פון פארדעם, שוין גערעדט מיט זיי, אבער ווען מען זיצט אינאיינעם טעג און נעכט אויף א באס; מען פארט, מען עסט, מען שלאפט און מען איז מיד אינאיינעם - דעמאלט באקענט מען זיך מער. דער איד ..., ... און ... דאס זענען אזעלכע טייערע מענטשן, נארמאלע מענטשן, מענטשן מיט ישוב הדעת, באזעצענע מענטשן; איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט זיי די גאנצע נסיעה.


איך האף אז אלעס איז ביי אייך גוט, איך האב געבעטן פאר אייך ביי די צדיקים, איך בעט כסדר פאר אייך; נישט אלעמאל קומט מיר אן צו ענטפערן בריוו, זאלט איר נישט מיינען אז איך האב פארגעסן פון אלע גוטע זאכן וואס איר האט מיר געטון במשך אלע יארן, איך געדענק גוט אלע גוטע זאכן, איך בעט פאר אייך כסדר פאר אייער מאן און קינדער; אז איך וועל קומען קיין ארץ ישראל וועל איך נאכאמאל קומען צו אייך.


זאגט פאר די כלה ... תחי' אז זי קען גיין ארבעטן צו קענען העלפן אירע עלטערן חתונה מאכן, זי דארף נישט בלייבן אין סקול.


בנוגע רעדן מיט די חתן; זאל זי פרעגן אירע עלטערן. מוהרא"ש האט געהאלטן אז חתן כלה קענען רעדן אויפ'ן טעלעפאן, אבער דאס דארף זיין מיט די הסכמה פון די עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#117 - לערנט די כלות מיט די ווייבלעך די שיינקייט פון צניעות
צניעות, סקול, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, הדרכות, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אונזער חשוב'ע מנהלת תחי' ברסלב, ליבערטי


איך בין יעצט אין הימל העכער די וואלקענעס, אויפ'ן וועג צו מקומות הקדושים. איך וועל מתפלל זיין פאר אייך און פאר אלע טיטשערס און תלמידות.


איך וויל אייך בעטן, ווערן איר געבט שיעורים פאר כלות און ווייבלעך, זאלט איר זיי זאגן וואס מוהרא"ש האט געהאלטן וועגן נעי"ל פאלי"ש, מוהרא"ש איז געווען זייער דערקעגן. מוהרא"ש האט קיינעם נישט געשוינט, ווען פרויען האבן געפרעגט מוהרא"ש אויב זיי מעגן לייגן נעי"ל פאלי"ש איז מוהרא"ש געווארן זייער צוקאכט און געזאגט א שטארקע ניין.


אפילו די פרויען וואס מען קען זיי נאכנישט זאגן אלעס, מען דארף גיין מיט זיי שטייטלעך, בהדרגה; די פרויען וואס מוהרא"ש פלעגט זיי נישט זאגן אין אנהייב ווי אזוי זיך צו פירן - אויך זיי האט מוהרא"ש שטרענג געזאגט אז מען טאר דאס נישט לייגן. אפילו די קלעי"ר (די דורכזיכטיגע) איז אסור, אויך איז דאס א חציצה, עס ברענגט צו גרויסע מכשולות.


לערנט די כלות מיט די ווייבלעך די שיינקייט פון צניעות, דאס זיסקייט פון אידישע קליידער. אפילו זיי מאכן זיך שיין פאר'ן מאן וכו' זאלן זיי זיך שיין מאכן אויף די אידישע וועג. די וואס לערנען מיט כלות זיך אהערצושטעלן מיט פריצות'דיגע בגדים - איז דמיונות; עס העלפט נישט, עס מאכט נישט פרייליך און עס מאכט נישט זאט.


בנוגע דער גוי אין סקול; איך זאג נאכאמאל קלאר און הויך, איך האף מען וועט מיר הערן פון פאלגן: "איך וויל נישט עס זאל זיין א גוי אין סקול אין די שעות וואס די קינדער זענען דארט!" ענדערש זאל זיין שמוציג, ענדערש זאל מען זיך נישט קיין עצה געבן, ווי איידער א גוי טמא זאל זיך דרייען צווישן די מיידלעך.


 

#116 - הונדערטער טויזנטער דאלער איינגעשפארט פאר אידישע קינדער
סקול, אידיש געלט, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פרעג דיין ווייב אויב זי קען צאמנעמען די עלטערע מיידלעך מיט די יונגע ווייבלעך, מאכן א גרופע ווער עס וויל העלפן ביי די ווייבער שול ווען עס איז דא שמחות.


ביי די מענער זענען דא אינגעלייט מיט בחורים, מען ארבעט אינאיינעם, אלע צוזאמען, בהתנדבות. קיינער דארף נישט קיין געלט, מען וויל זיך העלפן איינער דעם אנדערן, מען זאל קענען חתונה מאכן בחנם.


ביי די פרויען טוען דאס די מיידלעך, אבער צוביסליך האבן די מיידלעך חתונה, אויך זענען אסאך תלמידות געגאנגען לערנען אין שטעטל סקול, עס ווערט אפגעשוואכט די העלפערס וואס העלפן.


עס לאזט זיך נישט גלייבן, די וואך וועט זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף די "דרייסיגסטע!" חתונה. מאך א חשבון וויפיל מיר האבן געשפארט; דרייסיג חתונות איז א חשבון פון זעכציג מחותנים'ס חתונה - בחנם, הונדערטער טויזנטער דאלער איינגעשפארט פאר אידישע קינדער.


נעכטן נאכט איז געווען נאך א שמחה אין ישיבה ביי התלמיד ... נרו יאיר, מיט א תלמידה פון סקול; די גאנצע שידוך, פון אנהייב ביזן סוף, לחיים-ווארט-תנאים - האט געקאסט נישט מער פון ניינציג דאלער, פאר די ברעסלעט.


פרעג איך דיר, איז דאס נישט א ווייטאג צו הערן פון מענטשן ווי זיי ווערן בעלי חובות ביים שידוך טון...


פרעג דיין ווייב אויב זי איז גרייט.

#115 - אויסלערנען די מיידלעך ווי אזוי צו טאנצן
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אויב איר וואלט געהאט אביסל צייט און כח צו קומען צוויי דריי מאל אין סקול בית פיגא אויסלערנען די מיידלעך ווי אזוי צו טאנצן - וועל איך אייך זייער דאנקבאר זיין.


יארן צוריק האט איר דאס געלערנט מיט די מיידלעך, זיי זאלן וויסן ווי אזוי צו טאנצן ביי חתונות. אלע פון זיי האבן שוין חתונה געהאט, יעצט איז דא א פרישע דור, זיי ווייסן נישט ווי אזוי צו טאנצן.


מיט יעדע זאך וואס מען העלפט די מוסד איז דאס א חלק פון הפצה, פון אריינברענגען אין די וועלט דעם רבינ'ס עצות.


יישר כח.

#114 - איך וויל אויסטיילן נאך ספרי תהלים פאר די תלמידות
סקול, תודה והודאה, שלום בית, תהלים, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


טו מיר א טובה, באשטעל מיר נאך הונדערט תהלים'ס פון די גרויסע תהלים. אויפ'ן דעקל לייג ארויף די ברסלב'ער קרוין און פון אונטן קריץ אריין די ווערטער: "א מתנה פון דער ראש ישיבה".


די הונדערט תהלים'ס וואס דו האסט באשטעלט - איז מיר שוין אויסגעגאנגען, איך דארף שוין נאך; עס קומען אריין כסדר פרישע תלמידות, אלע ווילן די שיינע תהילים.


עס איז דא נאך א זאך וואס איך וויל געבן פאר אלע תלמידות; דאס וועל איך שוין רעדן מיט דיר.


שטארק זיך מיט תודה והודאה, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די חסדים, חסד חנם, וואס ער האט געטון מיט דיר ביז יעצט – וועט קומען צו גיין נאך גרעסערע חסדים.


מאך פרייליך דיין ווייב; דאס איז יעצט אין דיין ערשטע יאר, שנה ראשונה - דאס וויכטיגסטע זאך, וויכטיגער פון אלעמען.

#113 - זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס, וועט איר האבן א שטארקע אמונה
סקול, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כו מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מיר זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט אין סקול מיט די מיידלעך.


אז איר ווילט האבן א שטארקע אמונה - זאלט איר זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס. מוהרא"ש זאגט, עס זענען געווען צדיקים וואס פלעגן זאגן די דרייצן אני מאמין'ס עטליכע מאל א טאג; על כל פנים מיר דארפן דאס זאגן כאטשיג איין מאל א טאג.


די ערשטע אני מאמין זאלט איר חזר'ן אן א שיעור מאל, דאס בויט אויף די אמונה, "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא", ער האט באשאפן, "וּמַנְהִיג" און פירט, "לְכָל הַבְּרוּאִים", אלע באשעפענישן, "וְהוּא לְבַדּוֹ", און ער אליין, "עָשָׂה", האט געטון, "וְעוֹשֶׂה", און טוט, "וְיַעֲשֶׂה", און וועט טון, "לְכָל הַמַּעֲשִׂים", אלעס וואס איז דא אויף די וועלט.


ווי מער מען זאגט ארויס די ווערטער - אלץ שטערקער ווערט די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם וכו', עַל יְדֵי שֶׁמְּדַבְּרִין הָאֱמוּנָה בַּפֶּה", אז מען רעדט אמונה, "זֶהוּ בְּעַצְמוֹ אֱמוּנָה, וְגַם עַל יְדֵי זֶה בָּאִים לֶאֱמוּנָה", דאס ברענגט אמונה.

#112 - די מיידלעך זאלן קענען גוט הלכות שבת
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, חיזוק פאר פרויען, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כה מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', טיטשער בית פיגא וויליאמסבורג


איך האב געזען די בחינות פון די תלמידות אויף הלכות שבת; הלכות בישול. איך האב זיך זייער געפריידט אז די קינדער נעמען ערנסט דעם לימוד, ווייל נאך אביסל וועלן זיי זיין אידישע מאמעס, זיי וועלן פירן א קאך, און אויב מען לערנט נישט הלכות שבת – קען מען נכשל ווערן אין חילול שבת.


איך בעט אייך זייער איר זאלט לערנען מיט זיי וואס מער הלכות און דאס גוט מסביר זיין, זיי זאלן גוט קענען הלכות שבת.


דער רבי האט דאך געוואלט מיר זאלן זיין זייער שטארק אין צוויי זאכן, לערנען יעדן טאג הלכה און רעדן צום אייבערשטן.

#111 - ריינע השקפה פאר די קינדער
סקול, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן ארבעטן אזוי געטריי פאר אונזער סקול "בית פיגא"; מיר זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט, פון די ריינע השקפה וואס איר געבט פאר אונזערע טעכטער.


א גוט שבת.

#110 - אן אייגענע מעשה פון תפלה איז בעסער פון א שיינע דרשה
תפילה והתבודדות, סקול, חינוך הילדים, אמונה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר די געטרייע ארבעט וואס איר לייגט אריין אין אונזערע טעכטער אין "בית פיגא".


לייגט אריין אין די קינדער תפילה והתבודדות; דערציילט זיי יעדן טאג א מעשה פון תפילה פון אייך, אזוי וועלן זיי אויך אנהייבן דאס צו טון. עס איז אסאך שטערקער ווען א טיטשער דערציילט א מעשה פון תפילה פון זיך ווי סתם האלטן א שיינע דרשה, ווייל די קינדער קענען דאס גלייך נאכטון, ווען זיי הערן מעשיות פון היינטיגע טעג.

#109 - א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די סקול אזוי געטריי
סקול

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די סקול אזוי געטריי; מרת ... תחי' זאגט מיר זייער גוטע גרוסן אויף אייך.

#108 - נישטא קיין גרעסערס פון אויפבויען קינדער מיט ליבשאפט צום אייבערשטן
סקול, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו דאנקען פאר'ן העלפן די סקול, איר לייגט אריין אייער גאנצע קאפ און מח ווי אזוי צו מחנך זיין אונזערע טעכטער, איר ארבעט אזוי געטריי.


נישטא קיין גרעסערע זאך פון אויפבויען אידישע טעכטער זיי זאלן אויפוואקסן מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן; ליב האבן דעם אייבערשטן, ליב האבן די תורה.


יישר כח.

#107 - יעדע זאך וואס מען טוט פאר'ן סקול איז זייער גרויס און חשוב
סקול, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


יישר כח פאר'ן  העלפן אזוי געטריי די סקול מיט'ן בעביסיטן די קינדער.


מיינט נישט אז דאס איז א קליינע ארבעט, ווייל די פרויען, די מאמעס - קענען לערנען מיט די קינדער נאר אז איינער געבט זיך אפ מיט זייערע קינדער, איז דאס אזוי ווי איר אליינס לערנט מיט די קינדער.


יעדע זאך וואס מען טוט פאר'ן סקול איז זייער גרויס און זייער חשוב.