בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#27 - ווי אזוי געראטעוועט צו ווערן פון פחדים ביינאכט
פחדים, שלאפן, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר געפונען אז דער הייליגער אמורא רבי יהושע בן לוי האט מורא געהאט ביינאכט (ירושלמי שבת, סוף פרק כל כתבי), פלעגט ער זאגן די פסוקים וואס מיר זאגן ביי קריאת שמע: "יֹשֵׁב בְּסֵתֶר עֶלְיוֹן בְּצֵל שַׁדַּי, יִתְלוֹנָן. אֹמַר לַה' מַחְסִי וּמְצוּדָתִי, אֱלֹהַי אֶבְטַח-בּוֹ", דאס האט אוועק גענומען די פחדים פון אים.


דאס זאלסטו טון יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן, זאלסט ליינען קריאת שמע און אריין נעמען אין דיר אז קיינער קען דיר גארנישט טון; דער אייבערשטער היט דיר, דער אייבערשטער איז מיט דיר, וועסטו מער נישט מורא האבן פון קיינעם נישט.


פאר דו גייסט שלאפן זאלסטו אנגרייטן נעגל וואסער, און גלייך אינדערפרי ווען דו שטייסט אויף זאלסטו אפגיסן נעגל וואסער וועט אוועק גיין אלע פחדים פון דיר.


בנוגע דעם נישט צניעות'דיגן בילד וואס דו האסט געזען און עס גייט דיר נישט ארויס פון קאפ וכו', מאך נישט קיין עסק דערפון וועט עס פון זיך אליינס אוועק גיין.


וואס דו דארפסט בעט דעם אייבערשטן אויף אידיש.

#26 - ס'איז נארמאל מורא צו האבן
פחדים, קינדער, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגטס נישט וכו', עס איז א נארמאלע זאך מען זאל מורא האבן און טראכטן וואס גייט זיין און ווי שטארק איז די ווייטאג וכו'; אלע גייען דאס אריבער פאר'ן האבן די ערשטע קינד, אזוי ווי מיר זאגן די ערשטע טאג סליחות פאר'ן אייבערשטן: "חָלִים כְּמַבְכִּירָה מֵעֶבְרַת מַשָּׂאֶךָ", מיר ציטערן פונעם יום הדין אזוי ווי א פרוי ציטערט ווען זי גייט האבן איר ערשטע קינד; דאס איז דער סדר העולם, מען האט זייער מורא.


שטארקט זיך מיט אמונה און תפילה; בעטס דעם אייבערשטן אלעס זאל גיין בנקל ובנחת. תפילה איז זייער א שטארקע זאך, עס דריידט איבער דעם טבע, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע; בעטס דעם אייבערשטן אז אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר'ן אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן זאל מען ארויסזאגן די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען בעטן דעם אייבערשטן.


איך שיק אייך א תפילה וואס איר זאלט בעטן יעדן טאג:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים אוּן אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".

#25 - האב נישט מורא פון קיינעם
פחדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער זאל אייך היטן פון אלעם שלעכטס.


איך בעט אייך זייער מרת ... תחי'; האטס קיין מורא נישט פון ... ער קען אייך גארנישט טון. ער קען נאר דערשרעקן, און אך און וויי אז מען ווערט דערשראקן פון א בשר ודם.


געדענקטס, דער אייבערשטער איז מיט אייך, האטס קיין מורא נישט; אויב מען ווערט דערשראקן פון מענטשן וכו' איז ביטער, אבער אז מען געדענקט אז דער אייבערשטער איז מיט'ן מענטש, דעמאלט פאלן אוועק אלע שלעכטע מענטשן.


דער אייבערשטער זאל אייך היטן פון שלעכטס, עס זאל זיין יתפרדו כל פועלי און.

#24 - פחדים ביינאכט
פחדים, שלאפן, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו האסט שרעק ווען דו גייסט שלאפן, דו האסט מורא צו שלאפן אין דיין שטוב וכו', - זאלסטו ליינען קריאת שמע פאר דו גייסט שלאפן, אזוי וועסטו נישט מורא האבן פון קיין שום זאך.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ, מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן גייען אלע מזיקים אוועק פון אים; נאך זאגן זיי (שם): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ כְּאִילוּ אוֹחֵז חֶרֶב שֶׁל שְׁתֵּי פִּיּוֹת בְּיָדוֹ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר'ן גיין שלאפן איז אזוי ווי ער האלט א מעסער וואס איז שארף פון ביידע זייטן און אזוי הרג'עט ער אויס אלע מזיקים.


גרייט דיר אן נעגל וואסער פאר דו גייסט שלאפן, אז גלייך ווען דו שטייסט אויף פון שלאף זאלסטו זיך אפגיסן די הענט, דורכדעם וועסטו מער נישט מורא האבן פון גארנישט אויף די וועלט, דו וועסט זיין זיכער אז דער אייבערשטער איז נעבן דיר און היט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#23 - נאר דו באשעפער פארשטייסט מיך
פחדים, חיזוק פאר פרויען, ספיקות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך ווארט צו הערן פון אייך אויב איר האט באקומען מיין בריוו.


איך שיק אייך דא א קליינע תפילה וואס איר זאלט דאווענען יעדן טאג:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ בִּין אַזוֹי צֶעבְּרָאכְן אוּן צֶעקְלַאפְּט; אִיךְ שְׁפִּיר וִוי אִיךְ קֶען מֶער נִישְׁט לֶעבְּן. קֵיינֶער אִין דִי וֶועלְט פַארְשְׁטֵייט מִיר נִישְׁט, נָאר דוּ טַאטֶע זִיסֶער, נָאר דוּ רַחְמָנוּת'דִיגֶער טַאטֶע קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין, וִויפִיל אִיךְ בִּין אַרִיבֶּער, וִויפִיל מֶען הָאט מִיר גֶעפַּיינִיגְט, וִויפִיל אִיךְ הָאבּ מִיטְגֶעמַאכְט אוּן אִיךְ מַאךְ מִיט; הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן כֹּחַ צוּ אוֹיפְצִיעֶן מַיינֶע קִינְדֶער זֵיי זָאלְן זַיין עֶרְלִיכֶע אִידְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין אוּמְזִיסְטִיגֶע פְּחָדִים אוּן דִּמְיוֹנוֹת, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל שׁוֹין הָאבְּן אַ גַאנְצֶע יְשׁוּעָה.


רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ בִּין פוּל מִיט סְפֵיקוֹת, אִיךְ וֵוייס נִישְׁט וָואס צוּ טוּן אוּן וָואס אִיז דִי רִיכְטִיגֶע וֶועג, יֶעדֶע מִינוּט טְרַאכְט אִיךְ עֶפֶּעס אַנְדֶערְשׁ; אֵיין רֶגַע טְרַאכְט אִיךְ 'יָא' אֵיין רֶגַע טְרַאכְט אִיךְ 'נֵיין', פוּן דֶעם אַלֶעם וֶוער אִיךְ אָפְּגֶעשְׁוַואכְט. הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער; אִיךְ גֶעבּ זִיךְ אִיבֶּער צוּ דִיר, טוּ מִיט מִיר וָואס אִיז גוּט פַאר מִיר, הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶר תְּפִילָה אוּן זֵייעֶר עֶרְלִיכְקַייט; בִּזְכוּת אַבְרָהָם אָבִינוּ, בִּזְכוּת יִצְחָק אָבִינוּ, בִּזְכוּת יַעֲקֹב אָבִינוּ, בִּזְכוּת מֹשֶׁה רַבֵּינוּ, בִּזְכוּת אַהֲרֹן הַכֹּהֵן, בִּזְכוּת יוֹסֵף הַצַדִיק, בִּזְכוּת דָוִד הַמֶלֶךְ, בִּזְכוּת שְׁלֹמֹה הַמֶלֶךְ, בִּזְכוּת רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, בִּזְכוּת רֶבִּי יִצְחָק לוּרְיָא אַשְׁכְּנַזִי, בִּזְכוּת רֶבִּי יִשְׂרָאֵל בַּעַל שֵׁם טוֹב, בִּזְכוּת רֶבִּי נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא מִבְּרֶסְלֶב, בִּזְכוּת רֶבִּי נָתָן מִבְּרֶסְלֶב, בִּזְכוּת רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה מִבְּרֶסְלֶב, יְהִי לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.


 

#22 - זיך נישט צווינגען צו שלאפן
פחדים, שלאפן, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס זאל אייך נישט שטערן אז איר קענט נישט איינשלאפן וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תלא): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִישֹׁן וְאֵינוֹ יָכוֹל לִישֹׁן", ווער עס וויל שלאפן און קען נישט איינשלאפן, "הָעֵצָה לָזֶה לְבַל לְהַכְרִיחַ עַצְמוֹ כָּל כַּךְ לִישֹׁן", די עצה פאר אים איז ער זאל זיך נישט צווינגען צו שלאפן, "כִּי כָּל מַה שֶׁמַכְרִיחַ עַצְמוֹ יוֹתֵר לִישֹׁן, מִתְגַּבֵּר עָלָיו בְּיוֹתֵר מְנִיעוֹת הַשֵּׁנָה", ווייל ווי מער ער וועט זיך נייטן צו שלאפן אלץ מער וועט ער נישט איינשלאפן; אזוי איז אין יעדע זאך אין לעבן, ווי מער מען צווינגט זיך אלץ ערגער ווערט וכו'.


אז איר קענט נישט איינשלאפן זאלט איר נעמען אין בעט דעם "ספר אשר בנחל" אין אידיש, אדער "ספר עצתו אמונה"; ליינטס די בריוו, דאס וועט אוועק נעמען אלע פחדים און אומזיסטיגע שרעק, עס וועט אריין ברענגען אין אייך שמחה און איר וועט ווערן רואיג און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן אז אלע אייערע פחדים און שרעק זאלן אוועק גיין און איר זאלט מגדל זיין אייערע קינדער צוזאמען מיט אייער טייערער מאן געזונטערהייט.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#21 - די בעסטע וועג אויפצובויען זעלבסט זיכערקייט איז דורך אמונה
פחדים, מלמדים, אמונה, רפואה, טערעפי, זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו מיט די געלט.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דיין ווייב איז געזונט און שטארק, זי האט מער נישט די פחדים און שרעק, און די גוטע בשורה אז זי ווארט וכו'; דער אייבערשטער זאל העלפן זי זאל האבן בנקל ובנחת.


בנוגע דיין יוגנט, צי דו זאלסט גיין צו טערעפי אויפצובויען דיין זעלבסט זיכערקייט (סעלף קאנפידענס); די בעסטע וועג אויפצובויען זעלבסט זיכערקייט (קאנפידענס) איז דורך אמונה. ווי מער א מענטש נעמט אריין אין זיך אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, די גאנצע וועלט איז איין שטיק אייבערשטער, דער אייבערשטער איז אין יעדע זאך, אין דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס איז נאר א פארשטעלאכטס פונעם אייבערשטן, דאס ברענגט זעלבסט זיכערקייט, דאס מאכט אז דער מענטש זאל זיין זיכער מיט זיך. נאר אמונה איז די וועג צו ווערן אויפגעבויט, אמונה איז די איינציגסטע וועג וואס מען קען דורכדעם ארויס קריכן פון אלע ספיקות און פון אלע קאפדרייעניש.


אז דו וועסט זיך צוגעוואוינען אויסצורעדן דיין הארץ פאר'ן אייבערשטן אויף דיין פשוט'ע שפראך און אים דערציילן אלעס וואס איז אריבער אויף דיר אין דיינע יונגע יארן, וועסטו ווערן אויפגעבויעט און שטארק. זאלסט דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס, דערצייל אים זאכן וואס קיינער אין די וועלט ווייסט נישט, דערצייל אים אז דאס וואס דו ביסט אריבער וכו' האט גורם געווען אז דו האסט פארלוירן דיין זיכערקייט וכו' און דו לעבסט מיט פחדים וכו'; אז דו וועסט זיין שטארק מיט די עצה וועסטו זען אז עס וועט נישט נעמען צו לאנג און דו וועסט זיין א שטארקער מענטש אן קיין בלבולים.


שטארק זיך אין מלמדות; ווען א מלמד געבט אכטונג אויף יעדן איינציגסטן קינד, ער מאכט נישט קיין חילוק צווישן קינדער פון רייכע עלטערן אדער ארימע, און אזוי אויך געבט ער אכטונג אויף די קינדער וואס ווילן נישט לערנען - איז דער מלמד זייער חשוב אין הימל און זיינע תפילות ווערן אנגענומען זייער שנעל. אזוי ווי מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, האט מען זיך צוזאמגענומען אין בית המדרש צו מתפלל זיין פאר רעגן, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" האט אנגעפאנגען צו רעגענען, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געזאגט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין אונטערשייד פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען בין איך אים משחד; איך קויף אים אונטער, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך בין אים משכנע אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך און דורכדעם הייבט ער אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אויב א מלמד, א טיטשער, געבן אכטונג אויף דעם אייבערשטנ'ס קינדער, האט מען א כח אין הימל און מען נעמט אן זייערע תפילות.


איך בעט פאר דיר און דיין ווייב, איך ווארט צו הערן בקרוב גוטע נייעס.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#20 - א סגולה געראטעוועט צו ווערן פון רשעים - נישט מורא צו האבן פון זיי
פחדים, אמונה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


הגם איך האב שוין גערעדט מיט אייך נעכטן צוזאמען מיט מיין ווייב תחי', וויל איך אייך נאכאמאל מחזק זיין.


איך בעט אייך זייער איר זאלט אריין נעמען אין זיך די אמונה; איר זאלט גלייבן אינעם אייבערשטן אז ער טוט אלעס, קיינער קען אייך נישט העלפן און אודאי נישט שלעכטס טון.


דער עסקן ... קען אייך גארנישט טון און דער רב ... קען אייך אויך גארנישט טון, עס זעט אפשר אויס ווי מענטשן טוען און מענטשן מאכן, אבער באמת איז אלעס דער אייבערשטער. אז איר וועט חזר'ן די אמונה, איר וועט זיין שטארק מיט אמונה - וועט איר ניצול ווערן פון אלע שלעכטע מענטשן וואס ווילן אייך שלעכטס טון. אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א סגולה געראטעוועט צו ווערן פון רשעים – שלא לפחוד, נישט מורא האבן פון זיי".


שטארקט אייך מיט אמונה ובטחון, דער רבי זאגט (ספר המדות, אות פחד, סימן טו): "עַל-יְדֵי בִּטָּחוֹן לֹא יִהְיֶה לְךָ פַּחַד", ווער עס פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן דער האט נישט מורא פון קיינעם; ווייל ער ווייסט און גלייבט אז קיינער אויף די וועלט קען אים נישט שלעכטס טון, ער האט נישט מורא פון סטראשינקעס וכדומה.


וואויל איז דעם וואס פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן, ער ווייסט און געדענקט שטענדיג אז דער אייבערשטער פירט די וועלט; דער מענטש איז גליקליך און פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.


 

#19 - מיט אמונה ווערט מען רואיג
פחדים, קינדער, אמונה, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די מתנה וואס ער האט אייך געגעבן אז איר האט געבוירן א קינד למזל טוב, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן נחת פון אלע אייערע קינדער.


איך בעט אייך זייער מרת ... תחי' איר זאלט אריין נעמען אין זיך די אמונה, איר זאלט חזר'ן אן א שיעור די ווערטער: "דער אייבערשטער פירט דער וועלט מיט א פונקטליכער חשבון", חזר'ט אייך דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט, איז מיט א פונקטליכער חשבון.


ווי מער א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלַל, דאן לעבט ער א רואיג לעבן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געמאכט א ניגון אויף די ווערטער אלץ בחור ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם". מוהרא"ש האט דערציילט אז עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהייב, ווייל ער האט זייער מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, און דערפאר האט ער גע'חזר'ט די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור מאל ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט צוריק קומען צו אייערע כוחות און זען מיט אייערע אויגן די חסדים וואס ליגט אונטער אלע פאסירונגען.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#18 - מורא פון מייז
פחדים, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


 עס איז א נארמאלע זאך צו מורא האבן און זיך עקלען פון מייז; מוהרא"ש זאגט אז די סיבה פארוואס מענטשן שפרינגען אוועק פון א מייז מער ווי פון אן אנדערע בעל חי איז ווייל די בעשעפעניש קומט צום מענטש לאחר הפטירה, זיי עסן אויף דעם מענטש אין קבר. אפילו דער מענטש ווייסט נישט די סיבה, אבער חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ג.): "אַף עַל גַּב דְּאִיהוּ לָא חָזֵי, מַזְלֵיהּ חָזֵי", דער מענטש פארכט זיך אן וויסן פארוואס.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט ווערן דערשראקן פאר קיין שום זאך אויף דער וועלט און חזר זיך איין די אמונה; חזר זיך איין אז "אלעס איז דער אייבערשטער און דער אייבערשטער איז אלעס". וואס מיינסטו, וואס האט מוהרא"ש געטון אלץ בחור ווען ער פלעגט גיין שפאצירן אין וואלד און ער האט מורא געהאט פון חיות רעות און פון גוים וכו'? ער האט דעמאלט געמאכט דעם וואונדערליכן ניגון: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם". מוהרא"ש האט דערציילט אז עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהייב, ווייל ער האט זייער מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, דערפאר האט ער גע'חזר'ט די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם"; ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור מאל ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


 

#17 - נאר דער אייבערשטער געבט קינדער
פחדים, קינדער, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו מיט די גוטע בשורה.


איר שרייבט מיר אז ווען איר זענט געווען ביי מיר מיט אייער מאן דערציילן אייער פראבלעם אז איר קענט נישט האבן קיין קינדער, און איך האב אייך דעמאלט געזאגט: "מיט אמונה און תפילה וועט איר האבן נאטורליך נאך קינדער" - האט איר געלאכט פון דעם, און יעצט זעט איר מיט אייערע אויגן אז דער אייבערשטער געבט קינדער. אזוי ווי מיר געפונען אין די ווערטער פון די הייליגע חכמים (תענית ב.): "שְׁלֹשָׁה מַפְתְּחוֹת בְּיָדוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דריי שליסלען איז נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן, איינע פון די דריי שליסלעך איז "מַפְתֵּחַ שֶׁל חַיָּה", דאס הייסט קינדער; וויל איך אייך זאגן אז ווען איך האב גערעדט מיט אייך און אייער מאן איז ביי מיר געווען ברור כשמש אז איר וועט זוכה זיין צו ליכטיגע קינדער. נישט דער דאקטער געבט קינדער און נישט דער דאקטער געבט לעבן, נאר אלעס קומט פונעם אייבערשטן; מען דארף אין דעם גלייבן אזוי ווי מען זעט דאס מיט די אויגן, דעמאלט איז מען זוכה צו גרויסע ניסים.


בנוגע אייערע פחדים וכו'; איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה וועט איר זיין געזונט און שטארק, ווייל אמונה איז די רפואה פאר אלסדינג. א שאד מענטשן זאלן זיך פייניגן מיט מחלות קשים ומרים ווען עס איז דא א וועג ארויס צו גיין פון דעם גרינגערהייט; דורך אמונה גייען אוועק אלע פראבלעמען, אלע דמיונות און אלע שרעק וכו' וכו'. לייגט אייך אריין אין אמונה וועט איר זען ווי אלעס איז א גרויסער דמיון און איר וועט לעבן רואיג און צופרידן.


איך שרייב אייך אפאר אמונה ווערטער וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג אויפן קול פאר זיך אליין; דאס איז נישט קיין תפילה, דאס איז אמונה ווערטער וואס איר דארפט דאס חזר'ן צו זיך אליינס; איר זאלסט ארויס זאגן די ווערטער אויפן קול און הערן וואס איר רעדט, וועט איר זען אז ביז א קורצע צייט וועט אוועק גיין פון אייך אלע שרעק און דמיונות וכו' וכו':


"אִיךְ גְלֵייבּ מִיט מַיין גַאנְצֶע אֱמוּנָה אַז אַלֶעס וָואס פַּאסִירְט מִיט מִיר אִיז מִיט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן קֵיינֶער קֶען מִיר גָארְנִישְׁט טוּן; קֵיינֶער קֶען מִיר נִישְׁט שְׁלֶעכְטְ'ס טוּן וַוייל דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז דָא נֶעבְּן מִיר, עֶר הִיט מִיר אוּן גֶעבְּט אַכְטוּנְג אוֹיף מִיר.


אִיךְ גְלֵייבּ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז דָא; עֶר אִיז מִיט מִיר, בַּיי מִיר אוּן נֶעבְּן מִיר אוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ זֶע אִיז אַ פַארְשְׁטֶעלַאכְץ פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אַלֶעס אוֹיף דִי וֶועלְט אִיז עֶר אַלֵיין; עֶר גֶעבְּט מִיר לֶעבְּן, עֶר גֶעבְּט מִיר קִינְדֶער אוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ דַארְף.


עֶס קֶען מִיר גָארְנִישְׁט גֶעשֶׁען; נִישְׁט קַיין שְׁלֶעכְטְ'ס אוּן נִישְׁט קַיין גוּטְ'ס, נָאר אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער בְּרֶענְגְט עֶס, אוּן אוֹיבּ עֶפֶּעס שְׁטֶערְט מִיר וֶועל אִיךְ אִים בֶּעטְן עֶר זָאל מִיר הֶעלְפְן אוּן עֶר וֶועט מִיר הֶעלְפְן".


דאס זאלט איר חזר'ן יעדן טאג אן א שיעור מאל; זאגטס עס אויפן קול איר זאלט דאס הערן. דאס וועט אוועק נעמען פון אייך אלע אייערע פחדים און אומזיסטיגע שרעק.

#16 - מיט'ן רבינ'ס עצות קען מען זיך שפארן צענדליגע יארן פון צרות
פחדים, הפצה, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי א', י"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו און די געלט.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך מחי' מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; איר שרייבט בפרטיות פון אייער לעבן וואס האט זיך געטוישט, אז נאך פערציג יאר זיך קריגן איז אייער שלום בית בעסער געווארן, אייער נאנטקייט מיט אייערע קינדער איז פארבעסערט און בעיקר לגבי אייערע מחשבות וואס האט זיך געטוישט נאך פופציג יאר ליידן פון מחשבות וכו', אז זייט איר האט געטראפן דעם ספר עצתו אמונה איז אייך בעסער געווארן, און ווען איר זאגט די תפילה פון עצתו אמונה (פרשת בשלח ע"ט, דף ח) גייען אוועק פון אייך אלע דמיונות און פחדים.


איר דערמאנט מיר א מעשה וואס מוהרא"ש האט געהאט; מוהרא"ש האט אמאל דערציילט ביי א שיעור אז פאר פופציג יאר צוריק בשעת ער איז געגאנגען "הפצה" אין וויליאמסבורג איז ער אריין אינעם סיגוט'ער בית המדרש וואו ער האט מפיץ געווען דעם ספר "השתפכות הנפש". איינער פון די אידן פאר וועם ער האט דאס מפיץ געווען איז געווען זייער אן אלטער איד, נאכ'ן אריינקוקן אינעם ספר איז ער צוגעקומען צו מוהרא"ש און אים געזאגט מיט א געוויין: "אוי אוי אוי, ווען איך וואלט ווען געוויסט פון די עצה אז מען קען רעדן צום אייבערשטן וואלט מיר מיין לעבן געווען גרינגער"; דער איד איז אריבער דעם דייטשן גיהנום בשעת די צווייטע וועלט מלחמה - וואו ער האט פארלוירן זיין גאנצע משפחה, ער איז געווען אין לאגער וואו ער איז געפייניגט געווארן דורך די רוצחים וכו' וכו', "ווען איך וואלט געוויסט פון די עצה פון רעדן צום אייבערשטן וואלט מיין לעבן מיר געווען אסאך גרינגער" - האט ער געזאגט פאר מוהרא"ש.


דאס זעלבע איז ביי אייך; ווען איר זאלט וויסן ביים אנהייב פון אייער לעבן די זיסע עצות פון רבי'ן וואלט איר זיך נישט געדארפט מוטשען פופציג יאר מיט שלעכטע מחשבות.


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן פאר די זיסע לעבן וואס איר האט און פאר די ליכטיגע קינדער און אייניקלעך, וועט דער אייבערשטער אייך געבן נאך מער גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר אלע זאלן שוין זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח אין בית המקדש (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#15 - מ'דארף וואוינען צווישן ערליכע אידן
פחדים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ד' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז זייט דיין חבר ... האט זיך אוועק געצויגן פון ... קיין וכו', האט ער נעבעך אפגעלאזט דאס גאנצע אידישקייט; וויפיל איך וועל דיר דערציילן וואס זיינע קינדער דערציילן מיר, וואס טוט זיך אפ ביי אים אין שטוב רחמנא לצלן - וועסטו מיר נישט גלייבן; נישט דא קיין שבת, נישט דא גארנישט, זיי זענען מחלל שבת בפרהסיא אין פארנט פון די קינדער, אלץ נעבעך פאר די געלט.


כל זמן ער האט געוואוינט אין ... האט ער געהאט א שטיקל אידישע שטוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לְעוֹלָם יָדוּר אָדָם בִּמְקוֹם רַבּוֹ", א מענטש זאל וואוינען אין די פלאץ וואו זיין רבי וואוינט וועט אים דער רבי קענען מחזק זיין ער זאל זיין אידיש; אבער יעצט ווען ער האט זיך אוועק געצויגן איז גארנישט דא, וד"ל.


איך האב נישט קיין צייט צו קוקן זיינע סטראשענקעס און עס אינטערעסירט מיר נישט וואס ער סטראשעט; איך האלט שוין איבער צען יאר פון סטראשענען וכו'. איין זאך קענסטו אים איבער געבן בשמי, אז אויב וועט ער טשעפען מיינע איינגעשטעלטע אין די מוסד וועל איך אים נישט שולדיג בלייבן; אויב ביסטו אים געטריי זאלסטו אים דאס מודיע זיין וואס פריער. מיט מיר קען ער טון וואס ער וויל ווייל איך האב פון קיינעם נישט מורא, איך ליג אין די הענט פונעם אייבערשטן. מיר האט מען שוין געסטראשעט מיט דאס ערגסטע און אויף מיר איז שוין אריבער די זיבן וואסערן - נישט איין מאל נאר כמה פעמים און ברוך ה' איך האב דאס אלעס איבערגעלעבט; אבער אויב ער וועט טשעפען מיט מיינע איינגעשטעלטע, בפרט מיט מרת ... תחי' - אונזער געטרייע מנהלת, וועט אים זיין גאר ביטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#14 - א שאד זיך צו זארגן אזויפיל
פחדים, קינדער, שידוכים, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ד' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


א באזארגטע מאמע תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער ערשטע בריוו און אויך אייער צווייטע בריוו.


איך האב אויך געטראכט אז דאס איז סתם לחץ וכו'; איר שרייבט דאך אליינס אז וויפיל איר פרובירט צו נישטערן און זוכן זאגן אלע די זעלבע זאך, אז דער חתן איז א געשמאקער און א גוטער, און דאס וואס ער באווייזט זיך שעמעוודיג און צוריק געצויגן דאס איז ביי אסאך חתנים; איז דאך ממש א שאד פאר אייערע שלאפלאזע נעכט און פאר אייערע פחדים.


דאס איז אלעס מעשה שטן צו שטערן אייערע שענסטע צייט אין לעבן; איר האט געארבעט, געאקערט און געזייט אזויפיל יארן, יעצט ענדליך ווען איר שניידט שוין די פירות נאכדעם וואס אייער טאכטער איז א כלה געווארן בשעה טובה ומוצלחת דארפט איר יעצט נאר טאנצן, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אבער אנשטאט טאנצן פאר שמחה וויינט איר א גאנצן טאג.


איר פרעגט אין אייער צווייטע בריוו: "חוץ פון ווייטער דאווענען וואס איך פרוביר צו טון, ליגט אויף מיר א חוב עפעס צו טון? אדער זאל איך לאזן די זאך לויפן?" וויל אייך זאגן אז איר האט נאך איין זאך צו טון; חוץ פון דאווענען ליגט אויף אייך א פליכט צו טון נאך א זאך וואס דאס וועט אייך העלפן, איר דארפט אנהייבן צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע נס וואס ער האט געמאכט מיט אייך אז אייער טאכטער איז א כלה געווארן; אודאי זאלט איר ממשיך זיין צו בעטן פאר די כלה, אבער נישט מיט די וועג וואס איר בעט ביז יעצט - מיט עצבות, פחדים און דמיונות וכו' וכו' נאר מתוך שמחה.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעה): "עִקַּר מַעֲלַת הַבְּכִיָּה, שֶׁתִּהְיֶה מֵחֲמַת שִׂמְחָה", ווען מען וויינט צום אייבערשטן זאל מען וויינען מתוך שמחה, דערפאר זעט מען אז די ראשי תיבות פון דאס ווארט "בְּכִיָּ"ה" איז "בְּ'שִׁמְךָ יְ'גִילוּן כָּ'ל הַ'יּוֹם (תהלים פט, יז)", מען וויינט צום אייבערשטן ווייל מען ווייסט אז מיר זענען אין זיינע הענט און ער קען אונז העלפן, נישט חס ושלום וויינען פון פחד און שרעק וואס דאס איז נישט גוט.


איך שיק אייך א תפילה וואס איר זאלט יעדן טאג זאגן צום אייבערשטן ביז די חתונה פון אייער טאכטער און אויך נאך די חתונה:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אִיךְ דַאנְק דִיר אוּן אִיךְ לוֹיבּ דִיר פַאר אַלֶע חֲסָדִים וָואס דוּ טוּסְט מִיט מִיר; דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן אַזַא שֵׁיינֶע לֶעבְּן, דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן אַ טַייעֶרֶע מַאן מִיט זִיסֶע אוּן לִיכְטִיגֶע קִינְדֶער, יְיַשֶׁר כֹּחַ אֵייבֶּערְשְׁטֶער פַאר אַלֶעס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר. בַּאזוּנְדֶער דַאנְק אִיךְ דִיר טַאטֶע אוֹיף דִי גְרוֹיסֶע נֶס וָואס דוּ הָאסְט גֶעמַאכְט מִיט מִיר אַז מַיין טָאכְטֶער ... תִּחְיֶ' אִיז אַ כַּלָּה גֶעוָוארְן בְּשָׁעָה טוֹבָה וּמֻצְלַחַת; מָה אָשִׁיב לַה' - וָואס קֶען אִיךְ דִיר בַּאצָאלְן, כָּל תַּגְמוּלוֹהִי עָלָי - פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר, אֵיין זַאךְ קֶען אִיךְ טוּן: כּוֹס יְשׁוּעוֹת אֶשָּׂא וּבְשֵׁם ה' אֶקְרָא, אִיךְ וֶועל פוּן הַיינְט אוּן וַוייטֶער דִיר דַאנְקֶען אוּן לוֹיבְּן; אִיךְ וֶועל אַלֶעמֶען דֶערְצֵיילְן דִי גְרוֹיסֶע נִסִּים אוּן חֲסָדִים וָואס דוּ טוּסְט מִיט מִיר כְּסֵדֶר.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ מַאכְן אַלֶע מַיינֶע קִינְדֶער; זֵיי זָאלְן הָאבְּן אַ גוּט לֶעבְּן אוּן זֵיי זָאלְן אוֹיפְשְׁטֶעלְן עֶרְלִיכֶע אִידִישֶׁע דּוֹרוֹת. הֶעלְף מַיין טָאכְטֶער ... דִי כַּלָּה, זִי זָאל גֵיין צוּ דִי חוּפָּה גְרִינְג אוּן פְרֵיילִיךְ; זִי זָאל אוֹיפְשְׁטֶעלְן צוּזַאמֶען מִיט אִיר מַאן עֶרְלִיכֶע אִידִישֶׁע דּוֹרוֹת בִּזְכוּת אַלֶע הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דִיר, בִּפְרַט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי - רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מַלְכָּה זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אָמֵן".


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זיך פרייען מיט די שמחה און מיט די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך.

#13 - מען דארף אנקומען צום אייבערשטן
פחדים, אמונה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב דערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה; יישר כח.


זיי בודק דיינע מזוזות, אויך זאלסטו רופן א מומחה בודק זיין צי עס איז דא ביי דיין הויז א נעסט פון מאוקאשעס פאר די רואיגקייט פון דיין ווייב תחי', וועט זי מסכים זיין צוריק אהיים צו קומען.


די גאנצע מעשה וואס האט פאסירט איז מן השמים דיר צו ווייזן אז מען דארף אנקומען צום אייבערשטן; מען קען זיך קויפן א הויז און דאס שיין מאכן און פלוצלינג כאפט זיך אריין א קליינע חי'לע, א מאוקאש'ל און דיין ווייב און קינדער זענען שוין אנטלאפן צו אירע עלטערן און זי וויל נישט וויסן פונעם נייעם הויז וכו'.


זעט מען פון דעם אז מען דארף שטענדיג צוקומען צום אייבערשטן און זיך צו אים איבערגעבן, און אז מען פארגעסט פון אים וכו' נוצט נישט גארנישט.


איך וועל שרייבן א בריוו פאר דיין ווייב איר צו בארואיגן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - ס'איז נישט דא קיין שטערקערע שמירה פון אמונה
פחדים, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן נרו יאיר האט מיר דערציילט די מעשה מיט'ן מאוקאש וכו' אז זייט די מעשה ווילט איר נישט צוריק אהיים קומען; איך האב אים געשריבן אז ער זאל בודק זיין די מזוזות און רופן א מומחה וכו' אז דאס זאל מער נישט פאסירן.


וויסן זאלט איר אז עס איז נישט דא קיין שטערקערע שמירה פון "אמונה"; ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה, ער חזר'ט צו זיך: 'קיינער קען מיר גארנישט טון', ער זינגט צו זיך: 'דער אייבערשטער איז דא' און ער זאגט צו זיך שטענדיג: 'דער אייבערשטער היט מיר'; דאס מאכט מען זאל זיין רואיג און צופרידן.


דעריבער זאל איר נעמען די עצה פון אמונה וועט איר נישט מורא האבן פון קיינעם נישט – פונעם גרויסן הונט ביז'ן קליינעם מאוקאש.


דאנקט'ס דעם אייבערשטן פאר אייער טייערע מאן נרו יאיר; איך באקום כסדר בילדער פונעם שיעור גמרא אין היכל הקודש בלומינגראוו וואו איך זע אים אויף די בילדער ווי ער לערנט יעדע נאכט, אויך דערציילט ער מיר שטענדיג זיינע סיומים.


זאלט איר נאר דאנקען דעם אייבערשטן וועלן אוועק גיין פון אייך אלע פחדים.

#11 - אייער רפואה ליגט אין אייער אייגענע הענט
פחדים, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער ערשטע בריוו און אויך אייער צווייטע בריוו.


אייער ישועה ליגט אין אייער הענט; נאר איר אליינס קענט זיך ארויס דרייען פון אייער שווערע מצב, איר דארפט זיך נאר איבער געבן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער האט אייך געגעבן אזא שיינע לעבן, איר האט א וואונדערליכע מאן, א ערליכער איד, א ירא שמים, א מתמיד, באשאנקען מיט גוטע מידות און איר האט ליכטיגע קינדער; פארוואס זאלט איר נישט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך? פארוואס זאלט איר זיך פייניגן מיט שלעכטע מחשבות און א גאנצן טאג טראכטן: 'וואס גייט זיין?' 'אפשר גיי איך שטארבן?' 'אפשר האב איך יענע מחלה חס ושלום?' דאס טרייבט אריין אין אייך אומזיסטיגע שרעק, עדי כדי כך אז אייער לעבן שטעלט זיך אפ.


וויסן זאלט איר אז אייער רפואה ליגט אין אייער הענט; אז איר וועט אריין נעמען אין זיך דעם אייבערשטן וועט אייך גוט זיין. חזר'ט צו זיך די ווערטער: "גארנישט קען פאסירן מיט מיר אן דעם אייבערשטן; איך לעב - נאר ווייל דער אייבערשטער מאכט מיר לעבן, איך אטעם - נאר ווייל דער אייבערשטער גיבט מיר לופט צו אטעמען; אלעס וואס איך האב קומט נאר פונעם אייבערשטן".


אז איר וועט זיך חזר'ן די אמונה וועט איר שפירן א זיסע טעם אין לעבן; יעדעס מאל עס קומט אין אייך אריין א שרעקעדיגע מחשבה זאלט איר עס נישט אוועק שטופן - ווייל עס וועט אייך נאר ווערן ערגער, נאר איר זאלט עס אויסרעדן צום אייבערשטן.


למשל, איר שרייבט מיר אז זייט אייער ... עליה השלום איז אוועק, ווארפט איר זיך פאר שרעק אז אפשר גייט איר אויך האבן יענע מחלה און שטארבן השם ירחם; ווען עס כאפט אייך אן אזא מחשבה זאלט איר גלייך בעטן שטילערהייט: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל נישט האבן די ביטערע מחלה און קיין שום מחלה"; אזוי אויך ווען עס קומט אריין אין אייער געדאנק סיי וואס פאר א שלעכטע מחשבה זאלט איר עס נישט אוועק שטופן ווייל עס וועט ווערן אסאך ערגער. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב) אז ווי מער מען שטופט אוועק נעגעטיווע מחשבות אלץ מער ווערן זיי שטערקער; נאר גלייך ווען עס קומט אריין אין אייך א שלעכטע מחשבה זאלט איר מאכן פון דעם א תפילה.


איך שיק אייך א תפילה וואס איר זאלט בעטן יעדן טאג, און ווען איר וועקט זיך אויף ביינאכט, אנשטאט לויפן צו אייער מאן און אים אויפוועקן יעדע נאכט ווען ער קען אייך סיי ווי נישט העלפן, ער קען נאר מיט וויינען מיט אייך, זאלט איר נעמען די תפילה און בעטן דעם אייבערשטן, דורכדעם וועט איר האבן א גאנצע רפואה.


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ, הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ זָאל נִישְׁט זַיין דֶערְשְׁרָאקְן פוּן אַלֶע שְׁרֶעקֶעדִיגֶע מַחְשָׁבוֹת וָואס בּוּזשֶׁעוֶוען אִין מִיר. אִיךְ שְׁפִּיר וִוי מַיינֶע כּוֹחוֹת לָאזְן זִיךְ אוֹיס; אִיךְ קֶען זִיךְ נִישְׁט קָאנְצֶעטְרִירְן אוֹיף גָארְנִישְׁט אוּן אִיךְ קֶען נִישְׁט אָנְגֵיין מִיט דִי שְׁטוּבּ אַרְבֶּעט, עֶס פַּיינִיגְן מִיר מַיינֶע מַחְשָׁבוֹת אָן אוֹיפְהֶער.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, דוּ בִּיסְט דָאךְ דֶער וָואס גִיבְּט שֵׂכֶל אוּן פַארְשְׁטַאנְד, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זִיךְ מִתְגַּבֵּר זַיין אוֹיף דֶער יֵּצֶר הָרָע וָואס דְרֵיידְט מִיר אַ קָאפּ, אוּן אִיךְ זָאל נָאר טְרַאכְטְן פוּן דִיר אוּן פוּן דַיינֶע חֲסָדִים וָואס דוּ טוּסְט מִיט מִיר.


יוֹדֵעַ מַחְשָׁבוֹת הוֹשִׁיעָה נָא! הֶעלְף מִיר טַאטֶע אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט פִיזִישׁ אוּן גֵייסְטִישׁ; אִיךְ זָאל קֶענֶען טְרַאכְטְן גְרָאד אוּן וִויסְן אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיף דִי וֶועלְט אוֹיסֶער דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן אַז דוּ בִּיסְט בַּאהַאלְטְן אִין דִי וֶועלְט.


הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער עֶס זָאל מְקוּיָם וֶוערְן בַּיי מִיר דִי בְּרָכָה וָואס שְׁטֵייט אִין דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה (דְבָרִים ז, טו): "וְהֵסִיר ה' מִמְּךָ כָּל חֹלִי", דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט אַוֶועק נֶעמֶען פוּן עֶנְק אַלֶע קְרֶענְק; וָואס דִי הֵיילִיגֶע חֲכָמִים זָאגְן (יְרוּשַׁלְמִי שַׁבָּת יד, ג): 'זֶּה רַעֲיוֹן' אַז דָאס מֵיינְט מֶען דֶעם 'רַעֲיוֹן', אַזוֹי וִוי רַבִּי אֱלִיעֶזֶר זָאגְט אוֹיפְן פָּסוּק (דְבָרִים כח, מח): "וְנָתַן עֹל בַּרְזֶל עַל צַוָּארֶךָ - זֶּה הָרַעֲיוֹן". וַוייל וֶוען מֶען הָאט דִּמְיוֹנוֹת אוּן שְׁלֶעכְטֶע מַחְשָׁבוֹת שְׁפִּירְט דָאס פַארְן מֶענְטְשׁ אַזוֹי וִוי אַ שְׁוֶוערֶע אַייזְן לִיגְט אוֹיף זַיין הַאלְז, עֶר אִיז שְׁטֶענְדִיג אַרוּם גֶענוּמֶען מִיט דְרוּק אוּן דִּמְיוֹנוֹת רַחְמָנָא לִצְּלָן. בֶּעט אִיךְ דִיר טַאטֶע זִיסֶער, נֶעם אַרָאפּ פוּן מִיר דֶעם עוֹל בַּרְזֶל, דִי דִּמְיוֹנוֹת אוּן פְּחָדִים וָואס הוֹיעֶרְן אוֹיף מִיר; הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת אַלֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן: בִּזְכוּת רַבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, בִּזְכוּת רֶבִּי יִצְחָק לוּרְיָא אַשְׁכְּנַזִי, בִּזְכוּת רֶבִּי יִשְׂרָאֵל בַּעַל שֵׁם טוֹב, בִּזְכוּת רֶבִּי נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא מִבְּרֶסְלֶב, בִּזְכוּת רֶבִּי נָתָן מִבְּרֶסְלֶב, בִּזְכוּת רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה מִבְּרֶסְלֶב. יִּהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶי ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


איך בעט אייך זייער, יעדעס מאל ווען עס קומען צו גיין די שווארצע מחשבות, די קליפות כאפן זיך אריין אין אייך, זאלט איר נעמען די תפילה און דאס זאגן שטייט און קלאר, אזוי וועלן אוועק גיין פון אייך אלע אומזיסטיגע שרעק.

#10 - ניגונים פון אמונה העלפט פאר פחדים
פחדים, אמונה, ניגונים, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בין ענק דאנקבאר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל ענק העלפן אז בזכות די צדקה זאלן ענק זוכה זיין צו אלעס גוטס.


איך האב שוין לאנג נישט געהערט וואס איר מאכט; איך בעט פאר אייך און איך האף אז איר זענט רואיג.


יעדעס מאל ווען עס קומט אייך אריין פחדים השם ישמרינו זאלט איר זינגען צו זיך לידער פון אמונה; ווי למשל: "דער אייבערשטער איז דא", "אלעס איז דער אייבערשטער", "קיינער קען מיר גארנישט טון"; דאס וועט אוועקנעמען פון אייך אלע פחדים און שרעק.


איך בין יעצט אויפן וועג קיין יבניאל; איך שרייב דעם בריוו פון העכער די וואלקענעס, פון הימל. איך וועל בעטן פאר אייך און פאר אייער משפחה.


א גרוס פון אייער טייערער מאן נרו יאיר; איך האב אים זייער ליב, איך פריי מיך יעדע מאל ער קומט ארויף אין ישיבה.


...

#9 - וואס טוט מען מיט פחדים?
פחדים, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער האט געטון מיט דיר, אז ער האט דיר געראטעוועט פון זיך דערטרענקען אינעם טייך ה' ירחם.


מען הערט אזויפיל מעשיות ווי מענטשן גייען שיפלען און ווערן דערטראנקען; דערפאר אז דער אייבערשטער האט דיר געראטעוועט, מען האט דיר ארויס געשלעפט פון טייך און דו לעבסט, דו ביסט געזונט און שטארק - זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן.


אז דו ווילסט אז די שרעק זאל אוועק גיין פון דיר זאלסטו מער נישט מורא האבן פון וואסער. וויסן זאלסטו אז די שרעק וואס דו האסט יעצט פון וואסער איז א נארמאלע זאך, ס'איז נארמאל אז א מענטש האט מורא פון א זאך וואס איז געווען א סכנה פאר אים.


בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט נישט האבן קיין שום פחדים און שרעק; געוואוין זיך צו נישט צו חנפ'נען קיינעם וועסטו זוכה זיין צו וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אמת, חלק ב', סימן ו): "מִי שֶׁאֵינוֹ מְדַבֵּר אֶחָד בַּפֶּה וְאֶחָד בַּלֵּב, אֵינוֹ מִתְיָרֵא מִטְבִיעַת מַיִם", ווער עס פירט זיך מיט אמת, ער זאגט וואס ער האלט און ער פאפט נישט קיינעם, דער מענטש האט נישט מורא פון ווערן דערטראנקען אין וואסער; עס איז גוט דו זאלסט נעמען דעם 'ספר המידות' וואו דו וועסט זען אין "אות פחד" פיל עצות און סגולות וויאזוי מען קען לעבן א רואיגע לעבן אן קיין פחדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט לעבן רואיג און צופרידן.

#8 - א שאד אפצולעבן ימים ושנים מיט פחדים
פחדים, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין פוס איז שוין פארהיילט זאלסטו צוריק אנהייבן גיין אין מקוה; דו שרייבסט מיר אז דו האסט פחדים פון מקוה, די עצה אויף איז אז דו זאלסט גיין אין מקוה ווייל דורך מקוה וועלן אלע דינים אוועק גיין, אויך איז מקוה אן עצה פאר פחדים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, סימן יח): "שְׁלֹשׁ מֵאוֹת וְעֶשֶֹר טְבִילוֹת מְבַטְּלִין הַפַּחַד", אז מען טובל'ט זיך דריי הונדערט און צען מאל אין מקוה גייט אוועק דער פחד; מיין זון אלחנן חיים נרו יאיר האט מיר געזאגט א רמז אויף דעם, אז עס שטייט אין תהילים (עו, יב): "שַׁי לַמּוֹרָא", דא איז מרומז אז 'שַׁ"י' דריי הונדערט און צען איז מסוגל 'לַמּוֹרָא' פאר פחדים; שפעטער האב איך געזען אז דער טשערינער רב זכר צדיק לברכה ברענגט דעם רמז אין זיינע מראה מקומות, ער טייטשט אויס אז יובלו מיינט יטבלו, עיין שם.


דאס וואס דו ביסט אזוי שוואך, דאס קומט פון דיינע פחדים וואס בוזשעוועט אין דיר, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ע.): דריי זאכן מאכן שוואך דעם מענטש, די ערשטע זאך איז פחד; דו גייסט ארום מיט אומזיסטע פחדים: 'וואס גייט זיין?' 'אפשר גיי איך שטארבן?' פארוואס זאלסטו טראכטן און מורא האבן אז אפשר גייסטו שטארבן ווען יעדער איינער דארף דאך צום סוף שטארבן? קיינער בלייבט נישט דא בזה העולם, מיר אלע זענען צייטווייליגע געסט. דו ווייסט דאך די מעשה וואס האט פאסירט ביים רבי'ן, אז א איד איז געקומען וויינען צום רבי'ן אז זיין זון איז נישט געזונט און ער איז זייער דערשראקן פון שטארבן, האט דער רבי גערופן דעם זון און אים מחזק געווען, ער האט אים געזאגט: "וואס האסטו אזוי מורא פון שטארבן, יענע וועלט איז פיל א שענערע וועלט ווי די וועלט", און דער רבי האט אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון אוועק גיין פון דער וועלט (חיי מוהר"ן, סימן תמה).


א שאד אפצולעבן ימים ושנים מיט פחדים: 'וואס גייט זיין?' און 'וואס גייט זיין נאכדעם?' לעב מיטן יעצט; יעצט ביסטו געזונט, יעצט האסטו נחת, יעצט האסטו שלום בית, נו פארוואס זיך זארגן מיטן עתיד?! זינג זיך דעם מאמר החכם (עיין בספר פלא יועץ, ערך דאגה): "הֶעָבָר אַיִן", וואס איז שוין געווען איז געווען, "וְהֶעָתִיד עַדַיִן", וואס גייט זיין איז דאך נאך נישט דא, "וְהַהוֹוֶה כְּהֶרֶף עַיִן", און די הוה איז דאך נישט מער ווי איין רגע, "דַאֲגָה מִנַּיִן", איז דאך נישט שייך צו דאגה'נען; ווען א מענטש דאגה'ט העלפט דאס נישט פארן פראבלעם, עס מאכט נאר אז דער מענטש זאל ווערן אפגעשוואכט.


אנטלויף צו די תורה וועסטו ניצול ווערן פון אלע פחדים; פארצייל שיינע זאכן פון די פרשה וועסטו ניצול ווערן פון פחד, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, סימן לב): "עַל יְדֵי לִמּוּד תּוֹרָה עַל הַשֻּׁלְחָן בִּשְׁעַת סְעוּדָה נִצּוֹל מִפַּחַד", אז מען לערנט בשעת'ן עסן ווערט מען געראטעוועט פון אלע פחדים.


בנוגע אריין שיקן די קינדער אין ברסלב'ע מוסדות וכו'; די עצה פאר דעם איז נאר תפילה, מען דארף מאכן אסאך תפילה - קודם פאר זיך אליינס, אז מען זאל בלייבן מקושר צום רבי'ן און נישט זיין קיין אלטער חסיד, און אויך אסאך תפילה פאר די קינדער און אייניקלעך זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#7 - התבודדות דערהאלט א מענטש אין די שרעקעדיגסטע מצבים
פחדים, אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר; איך בענק מיר נאך דיר, נאך צוויי וואכן זענען מיר דא אין קעמפ.


איך וועל דיר דערציילן א מעשה פלא וואס מיר האבן געהאט פאריגע וואך דא אין קעמפ, מיר האבן געהאט א בער, די פאליציי זענען געקומען און האבן אים געשאסן וכו' ביז ער איז אוועק געגאנגען. די מעשה איז געווען אזוי, איינע פון די מיידלעך פון "בית פיגא" איז געווען צופרי אין פעלד אינדרויסן פון קעמפ, זי האט געהאלטן אינמיטן מאכן התבודדות, פלוצלינג באמערקט זי א שווארצע זאך וואס שאקעלט זיך, קודם האט זי געמיינט אז דאס איז סתם א שווארצע בעג וואס שאקעלט זיך פון די ווינט, זי איז געשטאנען בלויז צוויי פיס אוועק פון דעם, פלוצלינג זעט זי אז דאס איז שוין גארנישט קיין שווארצע בעג, דאס איז א גרויסער בער, דער בער האט זיך אויפגעשטעלט אויף די צוויי פיס און געשטאנען אנטקעגן די מיידל פנים אל פנים! די מיידל האט זיך אבער נישט פארלוירן, זי האט אנגעהויבן בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער ראטעווע מיר פון דעם בער, העלף מיר ער זאל מיר גארנישט טון", זי האט אנגעהויבן גיין צוריק צו וועגס ביז זי איז אריין אין איר שטוב.


אזא מעשה פאסט פאר די מעשה ביכלעך; א יונג מיידל פון צוועלף יאר זאל נישט ווערן פארלוירן ווען זי שטייט צוויי פיס נעבן א גרויסע בער. סתם א קינד וואלט אוועק גע'חלש'ט אויפן פלאץ, נישט נאר א קינד נאר אפילו אן ערוואקסענער מענטש וואלט אויך צוטומלט געווארן פון שרעק, און זי איז געבליבן רואיג און געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל איר העלפן; פון דעם זעט מען וואס התבודדות טוט מיט א מענטש, מען באקומט א ישוב הדעת, מען ווערט נישט פארלוירן ווען מען טרעפט זיך אין א צרה.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט גיין מבקר חולה זיין .. נרו יאיר; מען האט אים אריין געפירט אין קאלאמביע שפיטאל אין א נישט גוטע מצב, ער דארף א גרויסע ישועה. גיי אריבער מיט אפאר אינגעלייט און בחורים און זייט אים מחי'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים לט:): אָמַר רַב: "כָּל הַמְבַקֵּר אֶת הַחוֹלֶה נִיצוֹל מְדִינָה שֶׁל גֵיהִנָם", ווער עס איז מבקר חולה ווערט ניצול פון גיהנום; דער רבי זאגט (ספר המידות אות מריבה, סימן לח): "מִי שֶׁמְּבַקֵּר אֶת הַחוֹלֶה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֵינוֹ מוֹסֵר אוֹתוֹ בְּיַד שוֹנְאָיו", ווער עס איז מבקר חולים העלפט אים דער אייבערשטער אז קיינער קען אים נישט טון קיין שלעכטס.


... האט יעצט געמאכט א ניגון ווי ער דאנקט דעם אייבערשטן: "איך דאנק דיר באשעפער פאר אלעס וואס דו טוסט מיר מיר, אייביג ביסטו אזוי גוט צו מיר"; ווען מען הערט דעם ניגון ווי אזוי ער זינגט דאס באקומט מען אזא התעוררות לתשובה, דא זינגט א בחור "יישר כח אייבערשטער פאר אלעס גוטס", בשעת ער קען נישט גיין אויף די פיס, ער זיצט שוין אפאר יאר אין א ווילטשעיר, ער קען זיך נישט רירן השם ירחם - דאך זינגט ער: "יישר כח אייבערשטער, פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר".


מען זעט פון דעם וואס דאס הייסט אז א מענטש ווערט מקורב צום רבי'ן; דער רבע לערנט אויס מען זאל דאנקען דעם אייבערשטן, און נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע אידישע קינדער וואס ווארטן אויף א רפואה זאלן האבן א גאנצע רפואה.


א גוטן טאג.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#6 - נישט ווערן דערשראקן פון א שלעכטע חלום
פחדים, חלומות

בעזרת ה' יתברך


יום ה', כ' ניסן, ג' דחול המועד, ערב שביעי של פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


על פי הלכה טאר מען נישט שרייבן חול המועד, אבער איך זע ווי דו ביסט אינגאנצן צעטומלט פון דיין חלום וואס דו האסט גע'חלומ'ט, מעג מען אין אזא פאל שרייבן, עס איז ווי א דבור האבד.


קוק וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חלום, סימן א): לַחֲלוֹם רָע תֹּאמַר בַּבֹּקֶר: "הַחֲלוֹמוֹת שָׁוְא יְדַבֵּרוּ", ווען מען חלומ'ט א שלעכטע חלום זאל מען זאגן אינדערפרי דעם פסוק; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות עצבות, סימן ל): "הָעֶצֶב עַל חֲלוֹם רָע מְבַטֵּל אֶת הַחֲלוֹם שֶּׁלֹּא יִתְקַיֵּם", דאס אליינס וואס מען איז באזארגט אויפן חלום העלפט שוין אז דער חלום זאל נישט מקוים ווערן.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט ווערן צעבראכן; דאס איז אלעס דער יצר הרע וואס וויל דיר אויסרייסן פון דער וועלט, דערפאר מאכט ער דיר משוגע יעדעס מאל מיט א צווייטע זאך. דו גיי ווייטער אן מיט דיין עבודת השם, און דער אייבערשטער וועט דיר העלפן דו וועסט זיך בארואיגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#5 - עצות אויף פחדים
פחדים, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-א, י"ב ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז איר שפירט זיך שוין אסאך בעסער; איך בעט אסאך פאר אייך איר זאלט זיין געזונט און שטארק.


זעט אכטונג צו געבן אויף זיך צו עסן גוט און שלאפן גענוג שעה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קי): "יֵשׁ כַּמָּה שְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים הַמִּתְדַּבְּקִים וּמִתְחַבְּרִים בְּהַמֹּחַ, וּבִפְרָט בִּלְבּוּלֵי הָאֱמוּנָה, וְעַל־יְדֵי הַשֵּׁנָה נִפְרָדִים מֵהַמֹּחַ", ווען א מענטש שלאפט דעמאלט ווערט געשטארקט זיין אמונה. ווייל במשך דעם טאג זאמלען זיך אן אין קאפ אסאך שלעכטע מחשבות, פחדים און דמיונות, וכו', און שלאפן נעמט דאס אוועק; אזוי ווי מען זעט ווען עס ווערט ביינאכט איז מען פאר'דאגה'ט - יעדער מיט זיינע דאגות, נאכדעם לייגט מען זיך שלאפן, און אינדערפרי ווען מען שטייט אויף זענען אלע דאגות אראפ פונעם קאפ, אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, כג): "חֲדָשִׁים לַבְּקָרִים רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ".


איר שרייבט אז אייער גוף ווערט ממש אפגעשוואכט פון פחדים, איר שפירט ווי אייער קערפער ווערט צוזאמגעצויגן וכו'; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, סימן ח): "פַּחַד מַכְחִישׁ כֹּחוֹ שֶׁל אָדָם", פחדים שוואכט אפ דעם מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא י.): "גוּף קָשָׁה, פַּחַד שׁוֹבְרוֹ", פחדים צעברעכט דעם מענטש; מען שפירט ווי מען ווערט אויס מענטש.


מיר האבן אבער א גרויסער דאקטער; דער רבי איז אונזער דאקטער. א צדיק ווערט אנגערופן 'דאקטער' (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל) ווייל ער היילט אונז אויס בגשמיות וברוחניות; דער רבי האט זייער גוטע עצות און סגולות פאר איינעם וואס ליידט אויף פחדים. נעמטס דעם "ספר המידות", וועט איר זען דארט זייער שיינע עצות אויף אייערע פחדים. דער רבי זאגט (שם, ג): "עַל-יְדֵי בִּטָּחוֹן תִּנָּצֵל מִפַּחַד", אז מען גלייבט אינעם אייבערשטן גייען אוועק די פחדים; מען גלייבט אז קיינער קען מיר גארנישט טון און עס קען גארנישט פאסירן נאר וואס דער אייבערשטער וויל. מען חזר'ט זיך איין די אמונה אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט. נאך זאגט דער רבי (שם, ד): "סְגֻלָּה לְבַטֵּל אֶת הַפַּחַד, לִזְכֹּר אַבְרָהָם אָבִינוּ", א סגולה אוועק צו נעמען פחדים מען זאל טראכטן פון אברהם אבינו; נאך זאגט דער רבי (שם, ה): "בִּצְדָקָה תְּבַטֵּל אֶת הַפַּחַד", צדקה נעמט אוועק פחדים; דערפאר, יעדעס מאל איר שפירט ווי עס זענען זיך מתגבר אויף אייך די שלעכטע מחשבות, זיי דערשרעקן אייך מיט אלע שלעכטע נארישע מחשבות, זאלט איר אריין לייגן א פעני אין צדקה פושקע און בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר אז מיינע מחשבות זאלן מיר נישט פייניגן".


איינע פון די עצות וואס דער רבי זאגט איז (שם, יא): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ פְּחָדִים, יְזַמֵּר זֶמֶר שֶׁל שִׂמְחָה", ווער עס האט פחדים זאל זינגען לעבעדיגע ניגונים; מיר האבן ארויס געגעבן זייער שיינע סידיס וואס ענטהאלטן לעבעדיגע ניגונים פון אמונה, עס איז שוין דא צוויי חלקים, ווי מיר זינגען מיט די תלמידי הישיבה ניגונים פון אמונה, דאס זאל ארבעטן ביי אייך אין שטוב און דאס וועט אייך ברענגען א רואיגקייט. דער רבי זאגט אז דורך ניגונים ווערט מען אויסגעהיילט; דאס גייט ארויף אויף ניגונים פון אמונה, ווייל ווי מער א מענטש טאנצט מיט ניגונים פון אמונה, ער זינגט צו זיך: "קיינער קען מיר גארנישט טון", "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט", "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער געפינט זיך אויף יעדע ארט", ווערט ער ארום גענומען מיט א רואיגקייט און אלע שלעכטע מחשבות גייען פון אים אוועק.


בנוגע וואס איר שרייבט אז יעדעס מאל איר ליינט א צייטונג גייט אריין אין אייך שרעק און פחדים וכו'; דאס איז נישט נאר ביי אייך, דאס איז ביי אלעמען אזוי. דער הייליגער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו, דער מונקאטשער רב זאגט: "דאס וואס מיר האבן אין די תוכחה (ויקרא כו, לו): "וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף", דאס גייט ארויף אויפן צייטונג. ווער עס ליינט צייטונגען ווערט גערודפ'ט פון דעם, זיי דערשרעקן יעדן איינעם מיט זייער נייעס, דער צייטונג איז דער "עָלֶה נִדָּף" - א פארשטינקענעם בלאט"; דעריבער וואס פעלט אייך אויס אריין צו ברענגען אין שטוב צייטונגען, בעסער נעמט מעשה ביכלעך פון צדיקים, ליינט דאס פאר אייער קינדער, ענדערש ווי אריין צו ברענגען צייטונגען אין שטוב.


מוהרא"ש זאגט: "כל זמן אינעם קעפל פונעם צייטונג שטייט נישט די ווערטער: "דער אייבערשטער פירט דער וועלט, און אלעס פירט זיך מיט א פונקטליכער חשבון", איז דער גאנצע צייטונג איין שטיק שקר און איין שטיק ליצנות; אלע פון זיי ווילן ווייזן אז זיין מנהיג איז גרעסער וכו'".


בנוגע קינדער וכו'; יעצט איז נישט קיין צייט צו טראכטן פון קינדער, יעצט דארפט איר זיך אפרוהען און זיין א מאמע פאר אייערע ליכטיגע קינדער. דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט ליכטיגע קינדער, וויפיל אידישע פרויען שטייען און ווארטן שוין זיי זאלן זוכה זיין צו האבן א קינד. אז דער אייבערשטער האט אייך געהאלפן איר האט זוכה געווען צו קינדער, דארפט איר נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. יעדע זאך האט זיין צייט; יעצט איז א צייט פון זיך אכטונג געבן אז איר זאלט האבן כוחות אנצוגיין אין לעבן.


איר האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן א תפילה וואס איר זאלט זאגן. איך שרייב אייך דא א תפילה, אבער דער עיקר זאלט איר אויסשמועסן אייער צעבראכענעם הארץ צום אייבערשטן; פארציילט אים פונקטליך אייערע פחדים און וויינט זיך אויס צו אים, וועט איר געהאלפן ווערן אן קיין דאקטורים און אן קיין מעדעצינען.


דא איז דער תפילה:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין געזונט און שטארק, איך זאל זיין פרייליך און איך זאל נישט האבן קיין שום פחדים. אסאך מאל כאפט מיר אן א פלוצימ'דיגער שרעק, איך ווער אזוי דערשראקן אז מיין גאנצע קערפער הייבט אן ציטערן און איך שפיר ווי איך גיי אויס. העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיין געזונט. איך דאנק דיר אז פון אינדרויסן זע איך אויס ווי א געזונטער מענטש, מען קען גארנישט אנזען אויף מיר, העלף מיר אז איך זאל זיין געזונט אויך אין מיין מח.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה אין דיר, איך זאל נישט מורא האבן פון קיין שום זאך אויף דער וועלט. איך זאל לעבן מיט אמונה און איך זאל אטעמען אמונה. ווייל ווען איך טראכט פון דיר ווערט מיר גוט, ווען איך דערמאן זיך אין דיר גייען אוועק מיינע פחדים, אבער נאכדעם קומט דער יצר הרע, ער מאכט מיר פארגעסן פון דיר און איך פאל צוריק אריין אין מיינע פחדים. די פחדים שוואכן מיר אפ, מיין גאנצע קערפער ווערט מיר צוזאמגעצויגן, דאס מאכט מיר אזוי צעבראכן אז איך שפיר איך קען עס מער נישט דורך טראגן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט צוריק קומען צו אייערע כוחות; איר זאלט זיין א געזונטע מאמע און אלע אייערע שרעק זאלן זיך אפטון פון אייך.


איך שיק אייך מיט צוויי סידי'ס פון "טאנץ מיט אמונה".

#4 - מיט'ן רבינ'ס עצות קען מען ארויסקריכן פון אלע פראבלעמען
פחדים, רפואה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז אייער קינד איז מצליח אין תלמוד תורה ביים מלמד הרב ... נרו יאיר; ער איז אן אויסגעצייכענטער מלמד, די קינדער ווערן אויפגעבויט מיט זעלבסטזיכערקייט.


בנוגע ווארטן וכו'; א מענטש דארף זיין א מכיר את מקומו. אודאי איז קינדער א ברכה, אבער קודם דארף מען זיין געזונט. די תורה הייבט זיך אן: "בְּרֵאשִׁית", דאס ערשטע – "בָּרָא", דארף מען זיין געזונט. אזוי אויך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות תשובה, סימן פד): "תִּקוּן הַגוּף קוֹדֶם תִּקוּן הַנֶפֶשׁ", א מענטש דארף אכטונג געבן קודם אז זיין גוף זאל זיין רואיג און נישט איבערשטרענגען, נאכדעם זאל ער אכטונג געבן אויף זיין נפש; ווייל חס ושלום אויב דער מענטש איז נישט גרייט פאר נאך קינדער וכו' און מען ווערט איבערגעשטרענגט - קען מען אלעס פארלירן רחמנא לצלן. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א קליינע לאך אינעם גוף איז א גרויסע לאך אין די נשמה"; ווייל אז מען איז נישט געזונט קען מען גארנישט טון.


איך זאג אייך איר זאלט מאכן א הפסקה וכו'; קודם פאר א יאר און נאך א יאר ווען איר וועט זיין ביי אייערע כוחות, וועט מען דעמאלט זען.


בנוגע וואס איר שרייבט אז איר שפירט אסאך בעסער יעצט ווי פאר א יאר צוריק; איך פריי מיר זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך מיט אמונה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לה): א מענטש וואס לעבט מיט אמונה, איז אזוי ווי איינער וואס שטייט אויף פון א גוטע שלאף אויסגערוהט און רואיג; ווי מער א מענטש חזר'ט זיך איין די אמונה אלץ מער ווערט ער זעלבסטשטענדיג און זעלבסטזיכער, מען האט נישט מורא פון קיינעם און מען האט נישט קיין שום פחדים, ווייל מען ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער, וואס ער איז "מְמַלֵא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוֹת בִּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַך כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", אלעס איז נאר ער, עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט נאר דער אייבערשטער.


דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי זכותו יגן עלינו פלעגט ענטפערן שאלות פאר טויזענטער מענטשן; זייער אסאך מאל פלעגט ער נישט שרייבן א תירוץ, נאר ער פלעגט צוריק שיקן די שאלה וואס יענער האט געשיקט אונטער געשטראכן דעם תירוץ פון יענעמס ווערטער אליינס. לגבי וואס זאג איך דאס? איר פרעגט צי איר זאלט גיין נעמען הילף וכו'; איר אליין שרייבט דאך אליינס דער תירוץ אויף אייער קשיא, איר שרייבט אז פאר א יאר צוריק איז געווען אסאך ערגער וכו' און היינט שפירט איר זיך שוין אסאך בעסער וכו', דארפט איר דעמאלט נישט גיין צו קיינעם וכו'.


א מענטש וואס ליידט אויף גייסטשע פראבלעמען, אויב וועט ער נעמען דעם רבינ'ס עצות בתמימות ופשיטות וועט ער ווערן אויסגעהיילט, נישט סתם אויסגעהיילט נאר ער וועט זיין געזונטער ווי סתם איינער וואס ווייסט נישט פון רבינ'ס לימודים. דאס איז נישט קיין ברכה, דאס איז א מציאות! איך האב דאס שוין בייגעוואוינט צענדליגער מאל, אבער איינער וואס איז אן אויבער חכם, ער איז קלוגער פון רבי'ן, ביי אים איז די גאנצע זאך פון אמונה צו פשוט וכו', אזא איינער וועט נישט אויסגעהיילט ווערן אפילו ער וועט טרעפן דעם גרעסטן טערעפיסט, דאס איז א מציאות וואס מען קען זיך מיט דעם נישט דינגען.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיך כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צו צוקומען - איז צו אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן אינטערעסאנטע מחלות און זיי ליידן נעבעך זייער שטארק, נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש - גייסטישע פראבלעמען, וואס זייער אסאך מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם פון די סארט מחלות. דער רבי זאגט ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה, ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומען פון חסרון אמונה, אזא איינעם העלפט נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות, דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.


לכאורה איז זייער שווער צו פארשטיין, ווי קען מען זאגן אז עס העלפט נישט קיין תפילה, דער רבי זאגט דאך (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיא): "עַל־יְדֵי תְּפִלָּה יְכוֹלִין לָבוֹא לַכֹּל, לְכָל טוּב, לְתוֹרָה וַעֲבוֹדָה וּלְכָל הַקְּדֻשּׁוֹת וּלְכָל הָעֲבוֹדוֹת וּלְכָל הַטּוֹבוֹת שֶׁבְּכָל הָעוֹלָמוֹת", דורך תפילה קען מען אלעס באקומען; אויך זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע; קומט אויס אז עס איז נישט שייך צו זאגן על פי דרך הטבע איז נישט דא קיין וועג ארויס, ווייל תפילה איז העכער פון די טבע, נו, ווי אזוי זאגט דער רבי: "שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה"?


נאר דער תירוץ איז זייער פשוט, אין הכי נמי, אויב דער מענטש וועט דאווענען פאר זיין פראבלעם וועט ער זיכער געהאלפן ווערן, נאר דער פראבלעם איז אז דער מענטש וואס האט נישט קיין אמונה גלייבט נישט אז ער וועט געהאלפן ווערן דורך תפילה; ער איז אן אויבער חכם, ער האלט אין איין זאגן: "איך בין שוין דערנאך", "איך בין א קראנקע", "פון מיר וועט שוין גארנישט זיין". דאס זאגט דער רבי: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה", אז מען האט נישט קיין אמונה, "בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", קומען שרעקליכע קרענק, פחדים, דמיונות, אנגעצויגענקייט, ספיקות און בלבולים, "שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", נישט אז עס העלפט נישט, נאר דער מענטש קען נישט דאווענען ווייל ער גלייבט נישט אין זיך, אז זיינע תפילות וועלן אים אויסהיילן.


שטארקט אייך אין זייט ווייטער מתפלל; איך בין אסאך מתפלל פאר אייך און פאר אייער מאן, נאך אביסל וועט איר זען א גאנצע ישועה.


א פרייליכן שבת.

#3 - זיי מחזק דיין ווייב
פחדים, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, כ"ד אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב האט מיר געשריבן אז זי קען מער נישט וכו', זי געבט אויף וכו'.


דו דארפסט איר מחזק זיין; לויט ווי איך פארשטיי איז זי דערשראקן אז זי האט א פראבלעם, עס באדערט איר מער דאס טראכטן אז אפשר איז זי נישט געזונט מער ווי עס באדערט איר אז זי איז נערוועז און אז זי פארלירט זיך און זי שרייט אויף די קינדער. א אידישע מאמע וואס האט א שטוב מיט קינדער, ווען זי שרייט אויף די קינדער מיינט דאס נישט אז זי דארף נעמען מעדעצין וכו', די נאטור פון עלטערן איז צו שרייען וכו' און מען דארף דאס אויסארבעטן. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיך נישט פארלירן, מען זאל נישט שלאגן די קינדער און מען זאל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


דעריבער דארפסטו איר מחזק זיין; זאג איר אז אלע אידישע מאמעס זענען אזוי ווי איר, אלע שפירן אסאך מאל ווי מען גייט אויפגעבן. רעד איר אויס איר הארץ אז קינדער זענען קינדער; געזונטע קינדער טאנצן און שפרינגען, געזונטע קינדער קריכן און געזונטע קינדער הערן נישט ווען מען רעדט צו זיי.


געב אכטונג אויף דיין ווייב זי זאל זיין געזונט און שטארק; ווען זי פארלירט זיך אויף די קינדער שטיי אויף איר זייט, נישט קריג דיך מיט איר, ווייל דאס וועט איר נאך מער אויפרעגן, זי וועט נאך מער שרייען און שלאגן. אבער אויב זי וועט זען ווי דו ביסט מיט איר, דו נעמסט זיך אן פאר איר ווען די קינדער פאלגן נישט, וועט זי אויפהערן צו שרייען וכו' און זי וועט ווערן בארואיגט.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נט): "מְסֻגָּל יוֹתֵר לַבָּנִים לִהְיוֹת רָחוֹק מֵהֶם, לִבְלִי לִהְיוֹת דָּבוּק בָּהֶם - לְשַׁעֲשֵׁעַ בָּהֶם בְּכָל פַּעַם, רַק לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עֲלֵיהֶם כְּלָל", עס איז געזונטער פאר קינדער אז מען איז נישט צוגעקלעבט צו זיי צו שטארק, מען לאזט זיי אליין אויפוואקסן; נאך האט דער רבי געזאגט: "א קינד קישט מען נישט, און א קינד שלאגט מען נישט"; ווייל ווי מער מען איז צוגעקלעבט צום קינד און מען צערטלט אים, שלאגט מען אים ווען ער איז לעבעדיג און שפרינגעדיג, דעריבער איז בעסער אז מען לאזט זיי ארומטאנצן, וועלן זיי אויסוואקסן געזונט און שטארק.


איך שיק דיר א בריוו פאר דיין ווייב, געב איר עס איבער גלייך ווען דו באקומסט דאס.