בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אז דו זוכסט עצות פאר זעלבסט זיכערקייט (סעלפ-קאנפידענס), אז דו זוכסט עצות ווי אזוי פטור צו ווערן פון די פאניק אטאקעס - זאלסטו וויסן אז אלע עצות וואס מען וועט דיר געבן, אויסער אמונה - איז טשאדעלע באדעלע. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, און זיי ליידן פון דעם נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דער רבי רעדט פון גייסטישע קרענק, 'יסורי הנפש' וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם. דער רבי זאגט: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה, "בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", ליידט ער נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, "שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", און דאן העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.
זינג זיך די ניגון וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט אויף די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", מוהרא"ש האט דאס געמאכט ווען ער פלעגט גיין אין וואלד אין זיינע יונגע יארן רעדן צום אייבערשטן, ער האט מורא געהאט צו זיין אליין אין וואלד, פון די חיות וכו', עס איז אים געווען שווער אין אנהויב, האט ער זיך אונטערגעזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.
אזוי זאלסטו טון, זינג זיך די ווערטער, און זינג זיך נגוני אמונה, זינג צו זיך: 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, דער אייבערשטער היט מיך, קיינער קען מיר גארנישט טון, עס וועט זיין גוט', חזר אמונה וועלן אוועק גיין די פאניק אטאקעס, ווייל ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך אמונה - לעבט ער רואיג.
מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין ניין אין דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן; פארגעס נישט צו דאווענען אויף דעם יעדן טאג, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט אנקומען בשלום מיט דיינע פעקלעך און אלעס זאל אריבער גיין גרינג. אמת טאקע, מען קומט אפ גרויסע זאכן מיט טלטול הדרך, דער רבי זאגט טאקע (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "כִּי אִי אֶפְשָׁר לְקַבֵּל מֵהָרַב כִּי אִם עַל יְדֵי טְרָחוֹת וִיגִיעוֹת", מען קען נישט מקבל זיין פון רבי'ן ווען מען קומט ראש השנה נאר אויב מען איז אריבער פלאג און מוטשעניש, אבער מען דארף האבן תפילה, ווייל נאר מיט תפילה קומט מען אן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.