בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#13 - ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ א יסוד
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תהלים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, ליבערטי ניו יארק.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין לערערין געבט מיר איבער כסדר גוטע גריסן פון דיר, ווי שיין דו פירסט זיך אויף, אז דו ביסט א מיידל מיט דרך ארץ; דאס מאכט מיר זייער פרייליך ווייל איך וויל אויפשטעלן תלמידות וואס פירן זיך ווי דער רבי האט געוואלט, און ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ א יסוד. דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרין און קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען צו מיר".


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט געענדיגט דעם דריטן מאל תהילים, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג) אז ווען מען זאגט תהילים ברענגט עס אריין אינעם מענטש א בענקעניש צום אייבערשטן; דעריבער איז זייער גוט אז דו זאגסט תהילים יעדן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן א גוט געבענטשט יאר.

#12 - בית פיגא יארבוך
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד אלע טייערע 'בית פיגא' תלמידות שתחיו.


איך שרייב אייך אפאר ווערטער וואס איר זאלט אריין לייגן אין אייער יארבוך, עס זאל בלייבן פאר אייך פאר די קומענדיגע יארן.


יעצט ווען מיר ענדיגן דעם יאר וואס איז די אכטע יאר פון אונזער מוסד, טו איך די ערשטע זאך דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם וואס מיר האבן זוכה געווען צו האבן אזא סקול וואו מען איז מחנך די קינדער מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך בעט אייך זייער טייערע תלמידות פון 'בית פיגא', געוואוינט אייך צו צו רעדן צום אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך וואס איר זענט געוואוינט צו רעדן, דורכדעם וועט איר זוכה זיין צו אלעס גוטס. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע; דורך תפילה וועט איר זוכה זיין צו ניסים למעלה מדרך הטבע.


שטארקט אייך אלע צו גיין אנגעטון צניעות'דיג; צניעות איז די שענסטע זאך פאר א אידישע פרוי. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט דערציילט אז ווען ער איז געווען אויפן וועג קיין ארץ ישראל איז ער געווען אינעם שטאט איסטאנבול וואו ער האט געזען יונגעלייט וואס האבן אזעלכע הייליגע נשמות - ממש ווי די הייליגע תנאים, ווייל די פרויען דארט זענען געווען זייער צניעות'דיג און דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו קינדער מיט אזעלכע הייליגע נשמות.


נאך איין זאך בעט איך אייך אלע - טייערע תלמידות שתחיו, איר זאלט אכטונג געבן זיך אויפצופירן מיט דרך ארץ. די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבא, א): "דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", די ערשטע זאך איז דרך ארץ און מידות טובות; בפרט ביים הייליגן רבי'ן איז דרך ארץ געווען די ערשטע זאך. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווען קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ".


אז איר וועט זיך פירן אויף דעם וועג וועט איר גורם זיין א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, פאר אלע צדיקים און פאר אייערע עלטערן.

#11 - נישט לאכן און שטערן אינמיטן קלאס
סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי ווייטער אן מיט דיין גוטע אויפפירינג און פיר זיך ווייטער מיט דרך ארץ; קוק נישט אויף די מיידלעך וואס שטערן אינמיטן קלאס. די מיידלעך וואס זוכן צו שמועסן און לאכן בשעת די טיטשער איז אין קלאס זענען רוב מאל רחמנות'דיגע מיידלעך וואס זוכן אויפמערקזאמקייט (אטענטשן), דערפאר מאכן זיי זיך נאריש אינמיטן קלאס כדאי צו געוואונען אנדערע קינדער זיי זאלן קוקן אויף זיי און לאכן מיט זיי וכו'. בעט איך דיר זייער דו זאלסט זיך ווייטער פירן מיט דרך ארץ; מאך זיך נישט צו טון פון קיינעם, דו הער אויס וואס דיין טיטשער לערנט און פאלג אלעס וואס מען פארלאנגט וועסטו מיר מאכן א גרויסע נחת רוח.


דו קענסט ווייזן די בריוו פאר דיינע חבר'טעס, זיי זאלן וויסן אז אויב זיי לאכן ווען די טיטשער איז אין כיתה מאכן זיי מיר גרויס צער און אויב זיי פירן זיך ווי עס דארף צו זיין מאכן זיי מיר א נחת רוח.


דיין מאמע תחי' האט מיר געזאגט אז דיין דרך ארץ אין שטוב איז ממש אויסנאם; דו פאלגסט דיין מאמע אזוי שיין און זי האט פון דיר גרויס נחת. דו ביסט א שטאלץ פאר אונזער סקול 'בית פיגא'.


וואס דו דארפסט זאלסטו נאר בעטן פונעם אייבערשטן.

#10 - כאטש איינמאל א חודש זיך שטארקן מיט'ן רבינ'ס עצות
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פקודי, א' דראש חודש אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מיידלעך תושבי ארץ ישראל שתחיו, וואס זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט אייך מיטן הייליגן רבי'נס עצות; איר לעבט מיט אמונה, און אייער גאנצע חיות איז 'מעשיות פון תפילה' וואס דאס קלעבט צו דעם איד צום אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פד): "דַּע, שֶׁעִקָּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא עַל יְדֵי הַתְּפִילָּה", דורך תפילה ווערט א מענטש צוגעקלעבט צום אייבערשטן. תפילה איז א לשון פון באהעפטן, אזוי ווי רש"י זאגט אויפן פסוק (בראשית ל, ח): "נַפְתּוּלֵי אֱלֹהִים נִפְתַּלְתִּי עִם אֲחֹתִי גַּם יָכֹלְתִּי".


זאלט איר זיך ווייטער אזוי פירן; יעדע זאך וואס איר דארפט אין לעבן זאלט איר זיך צוגעוואוינען צו בעטן נאר פונעם אייבערשטן, ווייל נאר דער אייבערשטער פירט דער וועלט און נאר ער קען העלפן דעם מענטש ווען ער האט רחמנא לצלן א צרה. עס איז נאריש צו בעטן פון מענטשן הילף ווען דער מענטש קען זיך אליינס נישט העלפן.


פון דעם באשטייט די גאנצע ברסלב'ע חסידות; דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן אויף אונזער שפראך און מיר זאלן אים אלעס דערציילן, דאס וועט אונז ברענגען נענטער צו אים און אזוי וועלן מיר געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס מיר דארפן.


ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואס דער רבי לערנט אונז וואלטן אלע געקומען לערנען ביים רבי'ן. ליידער איז דא אויף "ברסלב" א שלעכטע נאמען, מענטשן האבן מורא פון ברסלב, מען האט א פחד אז די קינדער זאלן נישט אנקומען קיין ברסלב - נאר צוליב די וואס מאכן די שלעכטע נאמען וכו'.


דערפאר בעט איך אייך, אזוי אז אלע ווייסן אז איר זענט פרישע מקורבות דעריבער קוקט מען מער אויף אייך, מען וויל זען ווי אזוי איר פירט זיך אויף, זאלט איר זיך אויפפירן מיט גרויס דרך ארץ, בפרט די אלע מיידלעך וואס לערנען נישט אין ברסלב'ע שולעס נאר אין אנדערע מיידל שולעס, זאלט איר זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ; איר ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ א יסוד היסודות אזוי ווייט אז דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרין און קעניגן וואלטן געוואוסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען צו מיר"; איר זאלט קיינמאל נישט אוועק מאכן א לערערין און וואס אייערע לערערינס זאגן זאלטו איר פאלגן, וועט איר מיט אייער התנהגות זיין גרויסע מיפיצות, אייער אויפפירונג וועט ציען מענטשן צום רבי'ן.


געדענקט וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק, אזוי וועט איר מקרב זיין וואס מער מיידלעך זאלן הערן די זיסע עצות און התחזקות וואס דער רבי לערנט מיט אונז, נאכדעם וואס זיי וועלן זען ווי שיין און איידל ברסלב'ע מיידלעך פירן זיך.


זייער גוט טוט איר אז איר נעמט זיך צאם איינמאל א חודש, איך האף אז איר וועט דאס מאכן לכל הפחות איינמאל א חודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אלע בקרוב טרעפן אייערע זיווגים און אויפשטעלן שיינע שטובער מיט די הקדמות פון רבי'ן.

#9 - א ריכטיגע תלמידה פון "בית פיגא"
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בא, ה' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן גוטע גריסן פון דיין טיטשער מרת ... תחי'.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו פירסט זיך אויף ערוואקסן און שכל'דיג; ביי דיר איז נישט קיין חילוק א אידיש טיטשער אדער אן ענגליש טיטשער, יעדע טיטשער איז ביי דיר אן ארויף געקוקטע זאך.


זאלסטו וויסן אז דו מאכסט מיר נחת, און דו מאכסט א נחת רוח פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס האט מייסד געווען דעם סקול, ועל כולם מאכסטו א נחת רוח פאר דיינע טייערע עלטערן. און דו אליינס וועסט בענעפיטירן דערפון, ווייל נאך אביסל קומסטו שוין אין די יארן פון חתונה האבן, און דורך דיין גוטע אויפפירונג וועסטו טרעפן אן ערליכער בחור מיט שיינע מידות ווי עס דארף צו זיין.


זיי שטאלץ מיט דיין דרך ארץ; מיר שטאלצירן מיט אזעלכע תלמידות ווי דיר, דו ביסט א ריכטיגע תלמידה פון "בית פיגא".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - מיידלעך דארפן זיין ערוואקסן מיט דרך ארץ
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שידוכים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בא, ה' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד די תלמידות וואס לערנען ביי מרת ... שתחיו.


איך האב זייער הנאה צו הערן פון אייער טיטשער אז איר פירט זיך אויף ערוואקסן (מעטשאר) און איר האלט מיט די לימודים וואס מען לערנט אין אייער כתה.


נאך מער בין איך צופרידן צו הערן אז רוב מיידלעך ביי אייך אין כתה פירן זיך אויף אויסנאם דרך ארץ'דיג. זיי קוקן אויף די טיטשער מיט הכנעה, און ווען עס קומט דער זמן הלימוד זיצט מען מיט דרך ארץ, מען ווארט אז די טיטשער זאל שוין קומען. און ווען די טיטשער קומט אריין אין כיתה איז מען שטיל, מען רעדט נישט אינמיטן לערנען נאר מען בעט רשות פאר מען וויל עפעס פרעגן; מען הייבט אויף די האנט פרעגן צי מען קען ארויס גיין טרינקען, וכדומה.


אין די זעלבע צייט הער איך אבער אז נישט אלע מיידלעך זענען אזוי ערוואקסן און זיי פארשטייען נישט אז א טיטשער איז נישט קיין חברט'ע, און זיי פירן זיך נישט אויף ווי א תלמידה פון 'בית פיגא', זיי געבן די הרגשה כאילו זיי זענען מער פון די טיטשער; דאס טוט מיר זייער וויי. ווייל איך האב געעפנט די סקול מיט גרויס מסירות נפש און איך פיר דאס מיט גרויס פלאג און מי; קיינער ווייסט נישט וואס גייט אריבער מיט די מוסדות, נאר דער אייבערשטער ווייסט, און אז איך הער אז עס זענען דא מיידלעך וואס פירן זיך אויף נישט דערוואקסן טוט דאס מיר זייער וויי.


איר ווייסט וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר עלטערן וואס זענען געקומען זיך שואל עצה זיין וועם צו נעמען פאר אן איידעם? מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מען זאל קוקן אויף גוטע מידות; א בחור וואס האט גוטע מידות און פירט זיך מיט דרך ארץ - דער איז א גוטער בחור, און אז נישט זאל מען אוועק שטיין פון אזא איינעם.


דאס זעלבע זאג איך אייך, נאך אביסל שטייט עטץ ביי שידוכים, זאלט איר וויסן אז אויב איר וועט זיך פירן ערוואקסן (מעטשאר) צו אלע אייערע טיטשערס וועט איר זיך מאכן א גוטע נאמען און איר וועט זוכה זיין צו טרעפן א גוטער בחור וואס איז אויך ערוואקסן און פירט זיך מיט דרך ארץ. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ב.): "אֵין מְזַוְּגִין לוֹ לְאָדָם אִשָּׁה אֶלָּא לְפִי מַעֲשָׂיו", דער אייבערשטער מאכט שידוכים לויט ווי אזוי דער מענטש איז, ווייל (מכות י:): "בַּדֶּרֶךְ שֶׁאָדָם רוֹצֶה לֵילֵךְ, בָּהּ מוֹלִיכִין אוֹתוֹ", אויף דעם וועג וואס א מענטש וויל גיין, אויף דעם וועג פירט מען אים.


ווידעראום אז איר וועט ווייטער בלייבן קינד'יש וועט איר טרעפן א בחור א קינד, און איר וועט זיך א גאנץ לעבן קענען פארמעסטן ווער עס קען זיין מער קינד'יש (אומעטשאר).


איך האף צו הערן פון אייערע טיטשערס אז אלע קינדער פון די כתה זענען תלמידות פון בית פיגא.

#7 - א גוטע נאמען גייט ווייט
חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיינע טיטשערס און מנהלת תחי' רעדן זייער שיין פון דיר אז דיין התנהגות איז מיט גרויס דרך ארץ.


שלמה המלך זאגט (קהלת ז, א): "טוֹב שֵׁם מִשֶּׁמֶן טוֹב", עס איז בעסער פארן מענטש א גוטע נאמען מער ווי די בעסטע שמעקעדיגע אויל (פערפוים), ווייל אפילו מען זאל לייגן אויף זיך גוטע שמעקעדיגע אויל וועלן נאר די מענטשן וואס שטייען ארום דעם מענטש שפירן דעם אויל וכו', אבער א גוטע נאמען גייט פון איין עק וועלט ביזן צווייטן; אויך וועסטו מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן מיט דעם וואס דו וועסט זיך פירן מיט גוטע מידות.


דו ווייסט אוודאי פארוואס דער רבי האט געוואלט מען זאל אים רופן מיט זיין מאמע'ס נאמען רבינו נחמן בן פיגא און נישט מיט זיין טאטעס נאמען - בן שמחה, ווייל זי האט אים אויפגעצויגן מיט יראת שמים.


דער רבי'ס טאטע איז געווען א באהאלטענער צדיק, ער איז געווען רוב צייט גלות ליידן און ער האט זיך נישט געפונען אין שטוב, נאר זיין מאמע האט אים מגדל געווען. זי פלעגט גיין כסדר מיטן רבי'ן צום קבר פון איר הייליגע זיידע דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו וואו זי האט געוויינט צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו אויפציען קינדער צדיקים.


זאלסטו אויך נאך גיין אין די וועגן; געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן. יעדע זאך וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן אויף דיין שפראך, וועסטו אויך זוכה זיין צו ווערן א גרויסע צדיקת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - מעג מען טרינקען וואסער פאר קידוש?
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו פירסט זיך אויף מיט דרך ארץ צו דיינע טיטשערס. זאלסט זיך אייביג נאר חבר'ן מיט מיידלעך וואס פירן זיך איידל און דרך ארץ'דיג, מיט דעם וועסטו מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן און א גוטע נאמען פאר אונזער סקול 'בית פיגא'.


דאס וואס דו פרעגסט צי מען מעג טרינקען וואסער פאר קידוש; ביז דו ווערסט א בת מצוה מעגסטו טרינקען וואסער פאר קידוש (עיין מגן אברהם, סימן רסט סעיף קטן א).


זאלסט זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן און יעדע זאך וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן. דער הייליגער רבי פלעגט זייער אויסלויבן די אידישע פרויען וואס האבן אין זיך תמימות ופשיטות און זיי רעדן צום אייבערשטן אויף זייער מאמע לשון און וואס זיי דארפן בעטן זיי נאר פון אים.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#5 - דרך ארץ אויפ'ן באס
מוסדות, דרך ארץ, משמש דעם רבי'ן, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' ויגש, ה' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גריס פון דיין טאטע'ן שליט"א; איך האב נעכטן גערעדט מיט אים, איך האב אים געזאגט וואס איך זאג דיר כסדר אז איך זארג זיך גארנישט וועגן א שידוך פאר דיר ווייל איך בין זיכער אז דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך בקרוב.


די באס טיטשער האט מיר געזאגט אז אמאל זענען דא קינדער אויפן באס וואס זענען חוצפה'דיג צו איר; נעכטן האט א קליין קינד פון דריי יאר איר דערלאנגט א באקס אין פנים. בעט איך דיר זייער דו זאלסט זען עס זאל זיין "דרך ארץ" אויפן באס.


אלעס ווענדט זיך אין "דיר"; אויב דו וועסט אכטונג געבן עס זאל נישט הערשן קיין "חוצפה" אויפן באס, וועט איר זיין גרינגער די ארבעט. די ארבעט פון די באס טיטשער איז צו ברענגען די קינדער צום טיר וכו', אבער עס איז נישט איר אויפגאבע זיך צו קריגן מיט די קינדער, בפרט מיט די אינגלעך וד"ל.


איך דאנק דיר נאכאמאל פארן מיר העלפן מיט אזא געטריישאפט.


איך בין זיך מחי' צו הערן יעדן ערב ראש חודש פון דיר אז דו האסט נאכאמאל געענדיגט ששה סדרי משנה; יעצטו ערב ראש חודש טובת האסטו מיר דערציילט אז דו האסט מסיים געווען די פיר און אכציגסטע מאל ששה סדרי משנה – וואו אין די וועלט הערט מען אזאנס, אז א בחור זאל האבן מסיים געווען ששה סדרי משנה פיר און אכציג מאל?!


אחי, חזק ואמץ!

#4 - אכטונג געבן ס'זאל נישט ארויס גיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, צדיקים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, נר ז' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט דעם וואס דו פירסט זיך מיט דרך ארץ און דו ביסט צניעות'דיג מאכסטו א גרויסע נחת רוח פארן הייליגן באשעפער, אזוי אויך מאכסטו נחת פאר דיינע חשוב'ע עלטערן שיחיו און דו מאכסט א גוטע נאמען פאר ברסלב.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק, דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק; מענטשן קוקן נאך יעדע ברסלב'ע חסיד און ווען מען זעט ווי שיין און איידל מיר פירן זיך גייט ארויס א גוטע נאמען אויפן רבי'ן.


זאג יעדן טאג תהילים; אין תהילים ליגן אלע ישועות.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.

#3 - ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ די ערשטע זאך
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, דרך ארץ, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, נר ז' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו פירסט זיך מיט דרך ארץ; אלע דיינע טיטשערס - סיי די אידישע טיטשערס און סיי די ענגלישע טיטשערס - זאגן אז דו ביסט א בעלת דרך ארץ.


נאר א מיידל וואס פירט זיך מיט דרך ארץ איז א ברסלב'ע מיידל, ווייל ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ די ערשטע זאך. דער הייליגער רבי האט געזאגט: "איך קען יעדן העלפן, אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פונעם אייבערשטן, חוץ אן עזות פנים"; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם".


דאס וואס דו פרעגסט צי מען קען זאגן תהילים ביינאכט; מוהרא"ש ברענגט נאך פון ספר אשל אברהם פון הרב הקדוש מבוטשאטש זכרונו לברכה (אורח חיים, סימן רלח, סעיף ב) וואו ער פסק'נט אז מען קען זאגן תהילים ביינאכט, ווייל מען זאגט דאס צו מתפלל זיין און צו דאנקען דעם אייבערשטן.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.

#2 - ביסט א מקדש שם שמים מיט דיין אויפפירונג
דרך ארץ, רענט, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


איך שרייב דיר יעצט דעם בריוו פון הימל; איך פלי יעצט קיין ארץ ישראל וואו איך וועל בעטן פאר דיר און פאר דיין משפחה ביי אלע מקומות הקדושים וואו איך וועל זיין, בפרט ביי מוהרא"ש.


איך וועל דערציילן פאר מוהרא"ש אלעס וואס דו העלפסט מיר און אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר; איך גלייב אז בקרוב וועסטו האבן א ישועה שלימה.


רק חזק אחי היקר! שטארק זיך ווייטער מיט דיין איידעלע התנהגות; דו ביסט א מקדש שם שמים מיט דיין אויפפירונג. וואו זעט מען היינט אינגעלייט וואס ארבעטן א גאנצן טאג זאלן האב א ריין מויל? וואו זעט מען היינט אינגעלייט ארבייטערס מיט ריינע אויגן וכו' וכו'? נאר ביים הייליגן רבי'ן.


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; אין דעם זכות זאל דיר דער אייבערשטער העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


דיין ראש ישיבה.

#1 - איך קען יעדן העלפן, חוץ אן עזות פנים
חיזוק פאר מיידלעך, צדקה, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת חיי שרה – מברכים החודש, כ"ד מר-חשון שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האף אז דו פירסט זיך מיט דרך ארץ אין שטוב צו דיינע עלטערן און אין שולע צו דיינע טיטשערס. ביים רבי'ן איז געווען א יסוד היסודות דרך ארץ; דער רבי האט געזאגט: "איך קען יעדן העלפן, חוץ אן עזות פנים"; פאר אן עזות פנים איז דא איין עצה – גיהנום, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם".


ווען דו לייגסט צדקה אין פושקע זאלסטו לייגן די געלט מיט ביידע הענט און בעטן דעם אייבערשטן פאר הצלחה; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדקה, סימן כז): "יִתֵּן לִצְדָקָה בִּשְׁתֵּי יָדַיִם, וְיִהְיֶה תְּפִלָּתוֹ נִשְׁמַעַת", מען זאל געבן צדקה מיט ביידע הענט, וועט אנגענומען ווערן די תפילה.


פאלג אלעס וואס דיינע טיטשערס און מנהלת הייסן.