בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#129 - מחזק זיין די בחורים צו גיין נאך געלט מיט דרך ארץ
חינוך הילדים, בחור, צדקה, דרך ארץ, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... שליט"א, קרית ברסלב


זיי מחזק די בחורים ביי דיר אין ישיבה זאלן עוסק זיין אין גיין נאך געלט פאר די ישיבה; א גאנץ יאר זאלן זיין עוסק זיין אין די מצוה, בפרט אינעם יום טוב פורים.


די בחורים קענען זיך צאמנעמען און גיין אין הייזער, טאנצן און פרייליך מאכן, און בעטן צדקה פאר אונזער ישיבה.


אויך זאלסטו זיי מחזק זיין זיך אויפצופירן מיט דרך ארץ, איך הער פון מענטשן אז בחורים גייען נאך געלט ביי אונזער גראסערי צו קויפן פיצא וכו'. זאג זיי עס איז נישט קיין דרך ארץ, עס איז נישט קיין גוטע געוואוינהייט; סיי דאס עסן אין געשעפט ווען עס איז דא עסן אין ישיבה, און סיי דאס בעטן געלט פון מענטשן פאר איבריגע זאכן.


ווער נישט מיד און שוואך ווען דו זעסט אז נאכן רעדן פועל'ט מען נישט, גלייב אז דיינע ווערטער גייען אריין אין די טייערע הערצער און יעדעס ווארט וואס מען רעדט מיט הארץ – ווערט אנגענומען, נכנסין ללב.


דו רעד, אז מען רעדט – פועל'ט מען, אמאל גלייך און אמאל נעמט עס אביסל צייט.


רעד צו זיי פון אמונה, פון תפילה, פון קדושת היסוד, און אפהיטן אות ברית קודש און פון מדות טובות.


ווען דו ווערסט מיד – זאלסטו זיך דערמאנען ווי מוהרא"ש האט געהאט כח צו אונז, גערעדט און גערעדט צו אונז און נישט געווארן מיד.


איך האב צוגעזאגט פאר דיינע תלמידים צו מאכן א שבת התוועדות מיט זיי, איך האף צום אייבערשטן צו גיין מיט זיי אויף א שבת זיי מחזק זיין, זיי אויפבויען מיט די חיזוק און עצות פון רבי'ן.


פון דיין ראש ישיבה וואס בעט פאר דיין הצלחה.

#128 - זיך אנשטרענגען צו זיין דרך ארץ'דיג אין קלאס
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, שטרענגט זיך אן דאס מערסטע וואס איז שייך צו זיין דרך ארץ'דיג אין קלאס, נישט טון זאכן ביים פארלערנען, נאר קוקן אויף די לערערין און אויסהערן.


אלע לערערינס וואס קומען אין סקול זענען גוטע לערערינס און טייער, אלע לימודים וואס מען לערנט אין סקול - איז וויכטיג; בעט איך אייך זייער איר זאלט פרובירן דאס בעסטע וואס איר קענט זיין וואויל.


בעטס דעם אייבערשטן אויף שמחה, נאר דורך תפילה קען מען זוכה זיין צו שמחה, בעטס: "הייליגער באשעפער, מאך מיך פרייליך, רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון מיין קאפ ביז מיין פוס, איך זאל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות השמחה זאל איך זוכה זיין נכלל צו ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיר אייבערשטער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס, און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליין, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#127 - פאסט נישט פאר אידישע קינדער צו שרייבן אויף ווענט
דרך ארץ, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ו שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די בילדער פון די נייע טירן אין די בית פיגא, עס איז הערליך שיין, א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט צו העלפן די מוסד.


איך וויל דיר בעטן, איך האב באמערקט אויפן בילד אז אויף די וואנט נעבן די אריינגאנג איז אנגעשריבן גרעפיטי מיט אידישע אותיות, עס זעט מיר אויס אז מיידלעך האבן דאס געטון. וויל איך דיר בעטן צוויי זאכן, איינס זאלסט ווייזן פאר די מנהלת די זאך, עס פאסט נישט פאר אידישע קינדער צו שרייבן אויף ווענט, און זיכער נישט שאדן מאכן הקדש געלט, צווייטנס, פעינט אפ די גאנצע וואנט אז מען זאל נישט זען די גרעפיטי, עס זאל זיין שיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#126 - מכבד זיין אין יעדן חשוב'ן איד מיט'ן גרעסטן כבוד
דרך ארץ, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד .... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית יואל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען עס קומט דאווענען א חשוב'ער איד, א דיין וכדומה - זאלסטו אים מכבד זיין מיט די גרעסטע כבוד; מען זאל ווארטן ביי הויכע שמונה עשרה ביז ער ענדיגט, אויך זאלסטו אים געבן די שיינע כיבודים.


ווייסט אודאי וויפיל מתנגדים די ברסלב'ער עזות פנימ'ער האבן זיך אליינס געברענגט מיטן אוועק מאכן יעדן איינעם וכו', און ווי שטארק מוהרא"ש האט פרובירט אלע יארן צוריק צו ברענגען די דרך ארץ וואס פלעגט זיין אין ברסלב; בפרט אין היכל הקודש קודש קדשים זאל זיין א דרך ארץ, מכבד זיין יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#125 - אן דרך ארץ, איז גארנישט דא
חינוך הילדים, דרך ארץ, בית המדרש, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי האסטו גוט געטון אז דו האסט שטיל געמאכט די אינגעלייט אין שול ביים שיעור, און איך וויל דיך בעטן אויף ווייטער, אויב דו זעסט ביי די ליל שישי שיעור וואס מען האלט מיט ביי ענק דורך א לייוו הוק-אפ, אז מען שמועסט - זאלסטו בעטן די וואס שמועסן אז זיי זאלן ארויסגיין שמועסן אינדרויסן. אז מען שמועסט ביים שיעור וויל איך נישט מען זאל זיך צוזאמנעמען מיטהאלטן דעם שיעור, ווייל "דרך ארץ קדמה לתורה"; אדער זיצט מען מיט דרך ארץ, אז נישט - זיי מבטל דעם ליל שישי שיעור ביי ענק, און ווער עס וויל מיטהאלטן - זאל פריוואט אין שטוב מיטהאלטן אויפן טעלעפאן.


אזוי אויך אין שטוב זאלסטו אויסלערנען דיינע קינדער אז ווען א טאטע רעדט, אדער א מאמע רעדט - דארף מען זיין שטיל. שבת ביי די סעודה ווען דו הויבסט אן רעדן - זאלסטו דערמאנען נאכאמאל און נאכאמאל די ווערטער: "ווען א טאטע רעדט - טאר מען נישט רעדן", "ווען א מאמע רעדט - טאר מען נישט רעדן".


אזוי אויך זאלסטו אויסלערנען דיינע קינדער נישט צו רעדן אין קלאס, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סד): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף אויסלערנען די קינדער זיי זאלן האבן דרך ארץ און גוטע מידות פון ווען זיי זענען נאך יונג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#124 - די בחורים זאלן גיין ביים דאווענען מיט הוט און רעקל
חינוך הילדים, דרך ארץ, ישיבה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


פארלאנג פון אלע בחורים צו גיין ביים דאווענען מיט הוט און רעקל; מוהרא"ש האט מיר געשריבן יארן צוריק איך זאל זען ביים דאווענען זאלן די בחורים גיין אנגעטון מיט דרך ארץ.


לערן אויס די בחורים זאלן זיך אויפפירן איידל מיט דרך ארץ. מען דארף רעדן און רעדן און רעדן, דאס טו איך שוין זיבעצן יאר אן אויפהער; אמאל גייט מען מער שטרענג, אבער בעיקר דארף מען גיין מיט אסאך ליבשאפט.


אז דו וועסט ליב האבן די תלמידים וועלן זיי אננעמען דיינע רייד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#123 - יישר כח פארן לערנען מיט מיין זון
הכרת הטוב, דרך ארץ, חשק

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן לערנען מיט מיין זון ..., איך בין דיר זייער דאנקבאר.


איך בעט דיר זייער זאלסט פארלאנגען פון אים דרך ארץ, אויך זאלסטו נישט מורא האבן אים צו מוסר'ן און אריינלייגן אין אים וואס מער חשק צו לערנען.


א פרייליכן חנוכה.





 


 





 

#122 - וויי און ביטער אויב די קינדער פירן די שטוב
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, דרך ארץ, אידישע שטוב, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט כדאי זיך אוועק צו ציען, איבעראל דארף מען רחמי שמים מיט קינדער.


גוטע קינדער האט מיט די תפילות פון די עלטערן. מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דאס וואס איר שרייבט אז די קינדער קומען אהיים פון ישיבה און זיי זאגן 'מיר ווילן זיך פירן ווי די בחורים אין ישיבה וכו'', - מען טאר נישט ווערן דערשראקן, מען דארף זיי זאגן: "ביי אונז טוט מען אזוי", "ביי אונז אין די משפחה מאכט מען אזוי".


עלטערן דארפן נישט געבן קיין דין וחשבון פאר די קינדער ווי אזוי צו פירן א שטוב; וויי און ביטער איז פאר די וואס פרעגן די קינדער ווי אזוי צו פירן די שטוב, קינדער האבן ליב צו פרובירן באקומען וואס זיי דארפן, אבער באמת האבן זיי נאך מער ליב צו האבן עלטערן וואס ווייסן וואס זיי ווילן און זענען זיי מחנך אויף די גוטע וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - פארלאנגט פון די קינדער א שטארקע דיסציפלין
חינוך הילדים, דרך ארץ, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז מען האט געעפנט די וואך א בית פיגא שולע אין טברי'; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין מיט גרויס הצלחה.


פארלאנגט פון די קינדער א שטארקע דיסציפלין; אין אנהויב וועט דאס זיין שווער פאר אייך, בפרט ביי די קינדער וואס קומען פון שטיבער וואס איז הפקר שטיבער, ווי די קינדער פירן די שטוב, די עלטערן זענען נישט מחנך. האט נישט מורא, פארלאנגט דרך ארץ מיט א שטארקקייט, נאר אזוי וועט זיין הצלחה.


איך ווייס אז אין היכל הקודש זענען דא אסאך חילוקי דעות בענין זה; עס זענען דא וואס זאגן 'מען טאר נישט זאגן פאר די קינדער וואס צו טון, מען טאר נישט זיין שטרענג'; איך ווייס נישט, איך האב געהערט אנדערש, אזוי האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אז עס מוז זיין א שטארקע דרך ארץ. איך האב געהערט פון מוהרא"ש און איך הער נאכאלץ; איך לערן די בריוו, די הייליגע ספרים; דארט שטייט קלאר אז דרך ארץ דארף זיין, און אז דאס איז די ערשטע זאך, און נאר אזוי קען מען איבערגעבן פאר די תלמידים און תלמידות ווי זיך צו פירן בדרך התורה והיראה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#120 - זאלסט שטענדיג זיין גרייט פאר דיינע עלטערן און פאר דיין ווייב'ס עלטערן
כיבוד אב ואם, שלום בית, דרך ארץ, שווער און שוויגער, נחת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין שווער און שוויגער הערן נישט אויף מיך רופן און אויך שיקן מעסעדזשעס ווי וואויל דו ביסט, ווי געטריי דו ביסט צו דיין ווייב און צו זיי, דו ביסט אזוי איבערגעגעבן, דו העלפסט ביי זיי אין שטוב, דו פאררעכסט זאכן וכו' וכו'.


דאס מאכט מיך טון נאך מיט בחורים, דאס געבט מיר כח צו מאכן נאך שידוכים. ווייל ווען אינגעלייט פירן זיך מיט יראת שמים און דרך ארץ באקום איך פרישע כוחות צו ווייטער ממשיך זיין.


גיי ווייטער אן מיט דיין דרך ארץ, זאלסט שטענדיג זיין גרייט פאר דיינע עלטערן און פאר דיין ווייב'ס עלטערן, און צו דיין ווייב זאלסטו רעדן אזוי ווי מען רעדט צום חשוב'סטן מענטש; ווייך, שיין און איידל.


שרייב מיר דיינע סיומים – וועסטו מיך מחי' זיין.

#119 - עס טוט מיר וויי אז מען פירט זיך נישט מיט דרך ארץ
דרך ארץ, ישיבה קטנה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב, שיחיו


יעצט האב איך גערעדט מיטן מנהל, איך האלט אינמיטן אויסארבעטן צו מאכן מיט ענק א שבת התוועדות, איך מיט ענק, אבער דער מנהל זאגט מיר אז עס זענען דא בחורים וואס פירן זיך נישט מיט דרך ארץ; עס טוט מיר זייער וויי.


וויל איך ענק זאגן, אויב איז נישטא קיין דרך ארץ - וועל איך נישט קומען צו ענק, און נישט מאכן קיין שבת, אויך וועל איך נישט געבן די טעגליכע שיעורים דורכן לייוו האק-אפ.


איז נישטא קיין דרך ארץ - איז גארנישט דא.





 


 





 

#118 - א גבאי טראגט אן אחריות, מער ווי א מתפלל
דרך ארץ, שטעטל, מדות טובות, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו נעמסט צוזאם די גבאים ווי אזוי מען קען שאפן געלט פאר די בית המדרש - זאל מען זיך קודם צוזאמזעצן און רעדן וואס פארלאנגט זיך צו זיין א גבאי, וואס איז די פליכט פון א גבאי.


וויסן זאלסטו, א גבאי טראגט אן אחריות, מער ווי א מתפלל; סיי מיט די וועג ווי מען גייט אנגעטון און סיי מיט די באנעמונג. אזוי אויך דער וואס רופט אויס די עליות און דער וואס רופט אויס אלע זאכן - דארף זיין איינער וואס איז אנגעטון מיט דרך ארץ.


איך האב ליב יעדן איינוואוינער אין שטעטל, איך האב גארנישט קעגן קיינעם, איך זאג נישט זאלסט זאגן פאר די וואס קומען אין שול נישט אנגעטון מיט דרך ארץ; אדרבה, זיי יעדן דן לכף זכות, אבער פארשטיי אז דער בעל תפילה מוז זיין איינער וואס גייט אנגעטון מיט דרך ארץ, און דער בעל קורא מוז זיין איינער מיט א הוט און רעקל, אזוי אויך די גבאים דארפן קומען אין שול מיט דרך ארץ.


אזוי אויך הער איך אז עס איז דא וואס ווערן בא'עולה'ט דורך די גבאים, מען רעדט נישט מיט דרך ארץ, מען שרייט, מען גרויסט זיך; וויל איך דיר זאגן, דאס איז נישט מיינע גבאים, א גבאי מוז זיך באננעמען צו די מתפללים שיין און איידל. עס שטייט פון צדיקים 'גבאי' איז ראשי תיבות "א'נא ב'כח ג'דולת י'מינך", 'אנא' איך בעט דיר, 'בכח' פיר דעם בית המדרש שטארק, אבער 'גדולת ימינך' די כח זאל זיין צו גרויסן די רעכטע האנט, זיך באננעמן מיט חסד.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט און זיי מחזק אלע גבאים אין שטעטל, אלע זאלן קומען אין שול אנגעטון מיט דרך ארץ און זיצן אין שול מיט דרך ארץ. איך וויל דו זאלסט אכטונג געבן מען זאל נישט וועיפן אין שול (לעקטעריק ציגארעטל), נישטא קיין אלקאהאל אין שול; די שול איז געמאכט פאר צוויי זאכן, לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#117 - קינדער קומען אהיים פון חדר פרייליך און רואיג
דרך ארץ, חדר, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך בין נעכטן געווען אין שטעטל באזוכן אונזער ישיבה, איך האב נישט געהאט קיין צייט צו קומען אין תלמוד תורה; יעצט מוז איך זיך פארלייגן אויף די הצלחה פון די ישיבה.


געלויבט דעם אייבערשטן די גרוסן פון חדר זענען זייער גוט, די עלטערן זענען צופרידן, די קינדער קומען אהיים אינגאנצן אנדערש ווי פאראיאר, מען זעט אין שטוב וואס טוט זיך אין חדר; מען זעט אויפן קינד אז עס איז דא א שטרענגע סדר אין חדר מיט א שטארקע דרך ארץ, די קינדער קומען אהיים פרייליך און רואיג.


בנוגע קינדער וואס קומען אין חדר אן מאנטלעך, דו ווילסט וויסן אויב דאס האט מיט דיר; אודאי האט דאס מיט דיר, יעדע זאך וואס האט מיט די געזונט און זיכערהייט פון די קינדער - ליגט אויף די מוסד, און אז עס ווערט קאלט, קינדער קומען אן מאנטלעך - האט דאס מיט די מוסד, מען דארף רעדן מיט די עלטערן.


איך האב אסאך ארבעט, עס זעט נישט אויס איך וועל קענען קומען איין מאל א וואך רעדן פאר די מלמדים, איך וועל אנגרייטן שיעורים און דיר עס שיקן און דו זאלסט איינמאל א וואך צוזאמנעמען די מלמדים און זיי געבן צו הערן די שיעור, איך האף אז דאס וועט זיי מחזק זיין און זיין כאילו איך בין פערזענליך געקומען רעדן מיט זיי.


אויך בעט איך דיר דו זאלסט שיקן די שיעור פאר בית פיגא און דארט זאל מען אויך צוזאמנעמען די לערערינס איין מאל א וואך און זיי געבן הערן די שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#116 - אן דרך ארץ איז גארנישט דא
חינוך הילדים, דרך ארץ, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין אייך זייער דאנקבאר פארן העלפן אין סקול, די דאווענען האט באקומען אן אנדערע פנים, אלע קינדער דאווענען א מחי', ובעיקר די דרך ארץ איז זייער גוט; די קינדער ווערן מער און מער דערוואקסן.


יעצט איז צוריק געפאלן די דרך ארץ אין אונזער שולע אין וויליאמסבורג, איך ווייס נישט פארוואס די לערערינס לאזן דאס פאסירן, פארוואס מען שטייט נישט אויף דעם זייער שטרענג; ווייל אן דרך ארץ איז גארנישט דא.


איך האף זייער איר וועט ווייטער אנהאלטן אייער הייליגע ארבעט, מחנך זיין די קינדער זאלן אויסוואקסן געזונט און ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#115 - זיי פון די בחורים וואס זענען מכבד די מגידי שיעורים און רעדן מיט דרך ארץ
תהלים, דרך ארץ, משניות, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבה קטנה תפארת התורה, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט געענדיגט די גאנצע חומש, חמשה חומשי תורה, און לכבוד די יאר האסטו אנגעהויבן נאכאמאל חומש; דו לערנסט יעדן טאג שנים מקרא ואחד תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך.


שטארק זיך בלימוד התורה, לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים - וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


פיר זיך מיט דרך ארץ, זיי פון די בחורים וואס זענען מכבד די מגידי שיעורים און רעדן מיט דרך ארץ צו יעדן דערוואקסענעם מענטש.


האסט זייער א שיינע שריפט, שרייב מיר בריוו כאטשיג איין מאל א וואך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#114 - דעק זיך איבער מיט'ן טלית און וויין צום אייבערשטן פאר פרנסה
תפילה והתבודדות, דרך ארץ, פרנסה, שמחת תורה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש, הושענא רבה, כ"א תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט, ליל שמיני עצרת - טאנצט מען מיט די תורה, מען טאנצט און מען שפרינגט אז מיר האבן א באשעפער און מיר האבן א תורה; עס ווערן באשאפן אזויפיל מלאכים פון יעדע טאנץ, און אז מען שוויצט - איז דאס אויך א גרויסער תיקון.


אנשי שלומינו פירן זיך, ווען מען טאנצט מיט די תורה, מען האט די ספר תורה אין האנט - צו שווערן אז גלייך ווען מען וועט אוועק גיין פון דער וועלט זאל מען גיין צום הייליגן רבינ'ס היכל פאר א תיקון. די זאך האט מען געהערט פון הייליגן רבי'ן (עיין ספר פעולת הצדיק, סימן תתמה), ער האט געזאגט פאר איינעם ער זאל שווערן בנקיטת חפץ אז גלייך ווען ער גייט אוועק פון דער וועלט זאל ער קומען צו אים און ער וועט אים מתקן זיין.


מוהרא"ש זאגט, מה דאך מען קען פועל'ן אז מען זאל נישט פארפאלן ווערן אויף יענע וועלט, קען מען דאך זיכער פועל'ן אז אויף די וועלט זאל מען נישט פארפאלן ווערן, מען זאל בלייבן צוגעקניפט און צוגעבינדן צום רבי'ן; אוי ווי מען דארף אויף דעם בעטן, אוי ווי מען דארף אויף דעם ניסים, אז מען זאל בלייבן מקושר צום רבי'ן מיט די דורות.


מארגן שמיני עצרת בעט מען אויף רעגן. זיי נישט קיין בטלן, דעק זיך איבער מיטן טלית און וויין צום אייבערשטן אויף פרנסה; ווען מען בעט: "בעבורו אל תמנע מים", בזכות אברהם אבינו, יצחק און יעקב, בזכות משה רבינו און אהרן הכהן, "בצדקו" אין זייערע זכותים, "חן חשרת מים", זאלסטו רחמנות האבן אויף אונז און געבן פרנסה.


ביי אונז מאכט מען נישט שמחת תורה קיין שום מאדנע זאכן, מען פירט זיך מיט דרך ארץ, מען מאכט נישט קיין חוזק פון דאס דאווענען.


א פרייליכן שבת ויום טוב.

#113 - באגריס די קינדער מיט א שמייכל
חינוך הילדים, מוסדות, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, באס דרייווער פון אונזער מוסד


אויב די קינדער זענען נישט דרך ארץ'דיג טאר מען דאס נישט אדורכלאזן, נישטא ביי דעם מחול על כבודו, איך וויל קינדער בעלי דרך ארץ.


יעדע פרט וואס דו זעסט ביים טראגן און ברענגען די קינדער - זאלסטו דאס איבערשמועסן מיטן מנהל, און ביי די מיידלעך מיט די מנהלת. איך וויל נישט אויפציען קינדער עזות פנימ'ער, איך וויל אונזערע קינדער זאלן זיין בעלי דרך ארץ מיט יראת שמים.


באגריס יעדע קינד מיט א ווארעמע "א גוט מארגן" און "א גוטן טאג"; פארגין א שמייכל פאר יעדן קינד, ברענגט אריין א חיות אין אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#112 - פארלאנגען פון די קינדער דיסציפלין
דרך ארץ, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


דאס איז די וועג; זייט שטארק מיט די וועג, אויסלערנען דרך ארץ פאר די מיידלעך; דא רעדט מען נישט פון קליינע קינדער, דא רעדט מען פון גרויסע קינדער, מען מוז אויסלערנען "דרך ארץ".


הלוואי וואלטן אלע טיטשערס געשטאנען אויף 'דרך ארץ', פארלאנגט פון די קינדער דיסציפלין; אז ווען א טיטשער רעדט – קען מען נישט רעדן און נישט זיך אויפשטעלן וכו' וכו'.


האט נישט מורא אז די קינדער וועלן אייך נישט ליב האבן, קינדער האבן ליב א טיטשער וואס איז שטרענג און הארציג; אז מען האט באמת ליב די קינדער – קען מען אסאך אסאך פארלאנגען.

#111 - טון אלעס וואס די מנהלת תחי' זאגט
דרך ארץ, מחלוקת, משמש דעם רבי'ן, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן דער רבי און העלפן די סקול בית פיגא; משמש זיין דעם רבי'ן, העלפן די מוסדות - די זאכן נעמט מען מיט אויף יענע וועלט.


איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט טון אלעס וואס די מנהלת תחי' זאגט, זייט איר רעכטע האנט און טוט נאר וואס זי זאגט אייך. אז זי זאגט עפעס און איר פארשטייט פון מיר אנדערש - זאלט איר ווייטער טון וואס זי זאגט, ווייל דאס איז די הצלחה פון א פלאץ, אז די טיטשערס און ארבעטערס ארבעטן אלע אינאיינעם; ווי נאר מען הויבט אן מיט מחלוקות חס ושלום - צעפאלט אלעס. דעריבער בעט איך אייך, זייט די מנהלת'ס רעכטע האנט, טוט וואס זי בעט, אלעס מיט שמחה; מיט דעם וועט איר מיר זייער העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#110 - אויסלערנען קאכן און באקן, מיט דרך ארץ און ריינקייט
דרך ארץ, ריינקייט, סבלנות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך וויל אייך בעטן, היות איר זענט געשטעלט אויף די קינדער אין בית פיגא זיי צו אויסלערנען קאכן און באקן, זאלט איר פארלאנגען פון די קינדער זיך צו פירן מיט דרך ארץ, אן דרך ארץ איז גארנישט דא; איך וויל קינדער בעלי דרך ארץ, נישט קיין חילוק צי מען לערנט אידיש, ענגליש, נייען, קאכן, באקן; מען מוז זיך פירן מיט דרך ארץ.


נאך א זאך וויל איך בעטן, זומער האבן די מיידלעך געארבעט אין קאך, אבער דער מענידזשער האט מיר געוויזן בילדער ווי אזוי מען פלעגט איבערלאזן די קאך; אזוי איבערגעדרייט אז דער גוי וואס רייניגט פלעגט שיקן בילדער פארן מענידזשער, אים ווייזן וואס דארט טוט זיך. וויל אייך בעטן, אין די זעלבע צייט וואס מען לערנט זיי אויס קאכן, זיי העלפן אנגרייטן די עסן - דארף מען זיי אויסלערנען ווי אזוי מען קאכט און מען באקט אן דעם וואס עס זאל ווערן איבערגעדרייט און שמוציג.


ארבעטס מיט סבלנות, מיט געדולד; די קינדער זענען זייער וואויל, מען דארף אבער געדענקען זיי מחנך זיין און פארלאנגען דרך ארץ און רייניקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#109 - זאלסט זיך פארנעמען צו זיין פון היינט דרך ארץ'דיג
דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער צדיק, מיין טייערקייט, מיין טייערער זון ... נרו יאיר


עס טוט מיר וויי צו הערן פון דיין מלמד שליט"א אז דו ביסט נישט אזוי דרך ארץ'דיג.


איך בין טאקע זייער צופרידן פון דיין התמדה, פון דיין לערנען, אבער וויסן זאלסטו מיין טייערער זון, דרך ארץ איז זייער וויכטיג, דרך ארץ קומט בעפאר תורה.


איך וויל דו זאלסט זיך פארנעמען צו זיין פון היינט דרך ארץ'דיג, און זאלסט איבערבעטן דיין מלמד.


פון דיין טאטע וואס האט דיך זייער ליב.

#108 - זייט חבר'טעס מיט די קינדער וואס זענען דרך ארץ'דיג
דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית יואל


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בין זייער פרייליך צו הערן אז איר קריגט זיך נישט מיט קיינעם, און אז איר זאגט תהילים, איר האט שוין געענדיגט צוויי מאל ספר תהילים.


זייט חבר'טעס מיט די קינדער וואס זענען דרך ארץ'דיג. ווען מען איז אין קלאס און די טיטשער רעדט - טאר מען נישט רעדן, און די מיידלעך וואס לאכן זיך אויס און רעדן ווען א טיטשער רעדט - זענען נישט דרך ארץ'דיג; ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ דאס וויכטיגסטע זאך. דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיךְ אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶךְ אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶךְ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים - וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#107 - זייט פון די קינדער וואס זענען דערוואקסן, און פירן זיך מיט דרך ארץ
שידוכים, תהלים, דרך ארץ, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האף איר זענט צופרידן אין קלאס, איר האט הנאה פון די לערערינס.


איך וויל אייך בעטן איר זאלט זיין פון די מיידלעך וואס זיצן מיט דרך ארץ און רעדן נישט ווען די טיטשער לערנט. איך דענק אייך אלס אן איידל קינד, איך וויל אויך אז אייערע לערערינס זאלן אזוי זאגן. איך ווייס איר זענט א טייער קינד און איך וויל דאס אויך הערן פון אלע איינגעשטעלטע.


זייט פון די קינדער וואס זענען דערוואקסן, מאכט זיך א גוטע נאמען. ווייל עס וועט נישט נעמען לאנג, איר וועט דארפן א כלה ווערן און אז איר וועט זיין פון די איידעלע – וועט איר באקומען א איידעלער חתן, ווייל א שידוך גייט לויט די מעשים, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ב.): "אֵין מְזַוְּגִין לוֹ לְאָדָם אִשָּׁה אֶלָּא לְפִי מַעֲשָׂיו", א שידוך ווענדט זיך אינעם מענטש.


זאגט יעדן טאג כאטשיג איין קאפיטל תהילים, אויך זאלט איר פרובירן צו זאגן יעדן טאג די תיקון הכללי פון הייליגן רבי'ן, [די צען קאפיטלעך תהילים - טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#106 - די גבאים דארפן זען אלע מתפללים זאלן זיין פרייליך און הנאה האבן
דרך ארץ, שטעטל, משמש דעם רבי'ן, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר 


אזוי ווי מיר גייען בקרוב עפענען דעם זיבעטן שול אין שטעטל, אויף רחוב ירושלים; וויל איך דיר בעטן צו זיין גבאי אינאיינעם מיט הרב ישראל יוסף שליט"א.


זיין א גבאי איז א גרויסע זאך, בפרט אין א שול וואס איז על שם רבינו – איז דאס א שימוש רבינו.


זאלסט זען עס זאל זיין ריין און צוזאמגענומען אין שול און עס זאל זיין דרך ארץ, מען זאל נישט שמועסן ביים דאווענען. די גבאים דארפן זארגן פאר די מתפללים אלע זאלן זיין פרייליך און הנאה האבן אין שול.


איך וועל נאך רעדן מיט דיר פנים בפנים, לאז מיר וויסן אויב דו נעמסט אן די הייליגע אמט.


די שטעטל שטייט נאכנישט קיין לאנגע צייט און מיר האלטן שוין ביי זיבן שולן; האשקי, אשר בנחל, עצתו אמונה, מקור השמחה, פעולת הצדיק, לקוטי מוהר"ן און יעצט היכל הקודש ירושלים.


 

#105 - א מלמד דארף גיין אנגעטון מיט דרך ארץ, מיט ערליכע קליידער
מלמדים, דרך ארץ, בית המדרש, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר די קהילה; וואס מען טוט פאר די קהילה – איז א שימוש פארן רבי'ן, און אז מען איז משמש דעם רבי'ן – איז דאס א נצחיות.


די אלע וואס זענען מלמדים האבן אן אחריות ווי אזוי זיי פירן זיך אויף, ווי אזוי זיי טוען זיך אן; א מלמד דארף גיין אנגעטון מיט דרך ארץ, מיט ערליכע קליידער; אז א מלמד וועט קומען אין שול דאווענען אן א הוט און רעקל – איז דאס א גרויסע אחריות, אנדערש ווי סתם א מענטש. אזוי אויך א גבאי, דארף גיין אנגעטון ביים דאווענען מיט דרך ארץ, אז נישט ברענגט דאס אראפ דאס חשיבות פונעם שול.


הכלל עס איז דא א צווישנשייד פון איינער וואס האט א חשוב'ע פאסטן ביז איינער וואס נישט; איך האף דו וועסט פארשטיין וואס דו האסט צו טון.


איך זע ממש וואס מוהרא"ש פלעגט מיר זאגן לגבי די ישיבה, אז מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון קיין שום אנדערע ישיבה; יעצט איז דאס אויך ביי די חדר, סקול און אונזער הערליכע קהילה אין קרית ברסלב.