בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#37 - רוף ארויס די שמועסערס אינדרויסן פון שול
ישועות, דרך ארץ, בית המדרש, חובות, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט שמועסן ביים דאווענען, איך הער אז ביי ענק אין שול אין עצתו אמונה איז דא א גרופע שמועסערס, מען רעדט אויפ'ן קול און מען לאכט ביים דאווענען.


דו דארפסט דאך א נס ארויסצוגיין פון דיינע חובות; אז דו וועסט זיך מקבל זיין נישט צו רעדן ביים דאווענען - וועסטו ארויסגיין פון דיינע חובות.


אויב דו האסט א שווערע נסיון מיט רעדן, דו האסט עפעס גאר א וויכטיגע וויץ צו זאגן - זאלסטו ארויסרופן די וואס שמועסן און לאכן אינדרויסן פון שול און דארט דערציילן די וויכטיגע זאכן, אבער נישט אין שול; שטער נישט די מתפללים פון דאווענען.

#36 - אנשטאט טראכטן פון די גרויסע חובות, טראכט פונעם גרויסן באשעפער
תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, צרות, ישועות, אמונה, התחזקות, פרנסה, חובות, געלט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


פארליר זיך נישט, גיי נישט אריין אין א קטנות הדעת; דו וועסט נישט בלייבן אין די לאך פון חובות, נאך אביסל וועסטו ארויסקריכן דערפון.


איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט; אנשטאט טראכטן טאג און נאכט ווי גרויס זענען די חובות וואס דו האסט - זאלסטו טראכן ווי גרויס דער באשעפער איז; מעגסט שוין טראסטן דעם אייבערשטן, אזויפיל ניסים האסטו שוין געזען אין לעבן, אזויפיל האסטו שוין גע'דאגה'עט און ביים סוף האט זיך אויסגעלאזט פון אלע דאגות - איין גרויסער בוידעם, איז פארוואס זאלסטו ווייטער דאגה'נען? טראכט פונעם אייבערשטן - וועסטו זען ניסים.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כג) די אלע וואס טראכטן פון געלט האבן א טונקלקייט אויפ'ן פנים, אן אויסגעלאשנקייט, עצבות ומרה שחורה, אנפין חשוכין.


טראכט פון באשעפער, טראכט פון רבי'ן, פון צדיקים; גיי אביסל שפאצירן מיט דיין ווייב און קינדער, און זינג זיך: "שכוח אייבערשטער פאר מיין שיינע לעבן, פאר מיין ווייב און קינדער", וועט שוין אויך זיין שפע.

#35 - די וואס בארגן פאר די מוסד, וועלן כאטש צוריקזען זייער געלט
צדקה, מוסדות, פרנסה, חובות, אינוועסטמענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן שאפן הלוואות צו קענען אפקויפן די קאנטרי; געב איבער פאר אלע וואס האבן געבארגט זיי זאלן זיך פרייען אז זיי האבן א חלק אין בויען די הייליגע מוסדות.


דיר בעט איך, שטארק זיך און זיי ממשיך צו העלפן די מוסד. באמת טוסטו א גרויסע טובה פאר אנשי שלומינו, אויסער די גרויסע מצוה וואס זיי האבן צו העלפן בויען מוסדות, בנוסף לזה, טוסטו זיי א טובה אז זיי וועלן צוריק זען זייער געלט; עס איז אזוי שרעקעדיג צו הערן איין מעשה נאכן צווייטן ווי אינגעלייט פארלירן זייער געלט דורך שווינדלער און גנבים.


די וואך האט מיר א אינגערמאן דערציילט מיט א רויטע פארשעמטע פנים אז איינער האט אים איינגערעדט ער זאל מאכן מיט אים א שותפות, ער גייט פארקויפן וכו'; ער האט אריינגעלייגט צוויי הונדערט טויזנט דאלער און לא דובים ולא יער, נישטא גארנישט; ער זאגט מיר מיט א פארשעמטע פנים: "איך שעם זיך פאר'ן טון אזא זאך אן קומען פרעגן וכו'".


ווען איך האב דאס געהערט האב איך גלייך געטראכט פון דיר, איך גיי דיר פארהאלטן היתכן א אינגערמאן ביי אונז זיצט מיט געלט און דו האסט עס נאכנישט געבארגט פאר די מוסד; לכל הפחות זאל יענער צוריק זען די געלט.


אזעלכע מעשיות הער איך כסדר; עס דרייען זיך ארום שווינדלערס מיט שמייכלדיגע, זיסע און האניגדיגע ווערטער און נארן ארויס געלט פון מענטשן.


וואויל איז דעם וואס העלפט בויען די מוסדות, ער העלפט בויען אידישקייט; וועט ער האבן די קרן און פירות אוועקגעלייגט בזה ובבא.

#34 - קאנטרי "אילן החיים" א גוטע סביבה פאר די זומער
חברים, חובות, קאנטרי, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קוק ארויס אויפ'ן קומענדיגן זומער אז דו גייסט זיין אין אונזער קאנטרי "אילן החיים" דחסידי ברסלב.


מיר האבן א נאמען געגעבן אונזער קאנטרי "אילן החיים", אויפ'ן ספר הקדוש אילן החיים וואס מוהרא"ש האט מחבר געווען. דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין שמא קא גרים; די פלאץ, די ביימער – זאלן אריינבלאזן א חיים, א לעבן - אין אנשי שלומינו, אלע שמועסן און פארברענגען אונטער די ביימער – זאלן זיין פון רבי'ן, פון רבי נתן, רבי נחמן טולטשינער און רבי אברהם בן רבי נחמן זכותם יגן עלינו. מוהרא"ש האט א נאמען געגעבן דעם ספר לויט די השתלשלות פון די צדיקים וואס האבן אונז איבערגעגעבן דעם רבינ'ס ווערטער: מוהרנ"ת, רבי נחמן טולטשינער, זיין זון רבי אברהם בן רבי נחמן און ר' לוי יצחק זכרונם לברכה.


די קאנטרי האב איך געקויפט מיט גרויס מי און פלאג, איך האב געבארגט קרוב צו צוויי מיליאן דאלער. איך האב דאס געטון נאר כדי עס זאל זיין א פלאץ פאר אנשי שלומינו צו קענען זיין אינאיינעם, מחנך זיין די קינדער בקדושה ובטהרה, נישט פאלן אין יראת שמים, נאר צובאקומען יראת שמים.


אזוי גייט עס, וואו א מענטש דרייט זיך, מיט וועמען מען זיצט – אזוי ווערט מען; אז מען גייט אין א קאנטרי וואו מען שיכור'ט – וועט מען אויך א שיכור, אז מען גייט אין א פלאץ וואו מען טרונקט פון די יין המשומר (חיי מוהר"ן, סימן רס) – וועט זיך אויך עפעס אנקלעבן.


 

#33 - פארדינט פוינטס, און פארלוירן איבער הונדערט טויזנט דאלער
סבלנות, חובות, שכל, פארנארן, קרעדיט קארד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קען נאכנישט קומען צו זיך פון וואס דו האסט מיר דערציילט, ווי דו האסט זיך אזוי באנארישט; האסט געגעבן דיין קרעדיט קארד פאר דיין בעל הבית, ער זאל איינקויפן זיינע סחורה און באצאלן סוף חודש - פאר נארישע פוינטס, און יעצט האט ער דיר אזוי אנגעזעצט, דו זיצט מיט קרוב צו הונדערט טויזנט דאלער אינדרויסן, און ער זאגט דיר: "אין לי לשלם!"


ווי קען זיין נאכן לערנען אין ישיבה אזויפיל יאר און הערן הונדערטער דרשות פון דעם, אז מען זאל נישט טראסטן קיינעם, מען זאל נישט פארבארגן די קרעדיט קארדס אפילו פאר דעם באגלייבסטער מענטש – האסטו אזא נארישקייט געטון?!


יעצט דארפסטו רחמי שמים דו זאלסט צוריק זען די געלט; חוץ פון וואס עס קאסט דיר יעדע חודש אזויפיל געלט נאר צו באצאלן די פראצענט.


איך האב פאר דיר אן עצה ווי אזוי דו זאלסט צוריק זען דיין געלט. בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג, און אפאר מאל א טאג, בנוסף לזה זאלסטו רעדן צו דיין בעל הבית יעדן טאג שיינערהייט, זאלסט זיך נישט קריגן מיט אים, ווייל בדרך כלל ווען מען פארבארגט געלט – זוכט דער לוה מען זאל שרייען אויף אים, אזוי שפירט ער זיך בעסער נישט צו באצאלן, מיט'ן טענה: "האסט געשריגן! האסט מיך פארשעמט וכו'!" רעד צו אים טאג טעגליך ער זאל אנהויבן באצאלן שטייטליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ארויסגיין פון דיינע חובות; מיט תפילה און סבלנות וועסטו זען ניסים.

#32 - יעדער איינער פון די קהילה זאל נעמען א טייל אין די קאמפיין
צדקה, חובות, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט הויבן מיר אן דעם יערליכן קאמפיין לטובת אונזערע מוסדות; איך פערזענליך ליג אין חובות, איך בארג און בארג געלט נאר פאר די מוסד.


געלויבט דעם אייבערשטן איך האב געטראפן מוהרא"ש און זיך געלערנט נישט צו בארגן קיין געלט, און איך האף אז דו האסט דאס אויך געלערנט ביי מיר; איך בארג אבער יא געלט פאר די מוסד, און איך קוק זייער ארויס אז יעדער איינער וואס האט שייכות מיט די קהילה, סיי מענער און סיי פרויען - זאלן נעמען א טייל אין די קאמפיין און צאמנעמען צדקה פאר אונזער מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - שטר הלואה
מוסדות, קעמפ, חובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


איך שרייב אונטער אז איך האב געבארגט פון האברך ... נרו יאיר סך פון פערציג טויזנט דאלער צו קענען קויפן די קאנטרי מחנה אילן החיים ברסלב אין ליבערטי - ביז דריי יאר, י"א סיון, שנת תשפ"ה.


ועל זה באתי על החתום


...


 

#30 - מען קען זוכן א גרינגערע פרנסה
חיזוק פאר פרויען, פרנסה, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בארגט געלט צו פארמאכן אייערע פענסטערס, אזוי וועט איר זיין רואיג, איר וועט האבן ישוב הדעת; איר וועט קענען גרינגער אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


בנוגע אייער מאן'ס ארבעט; ער דארף נישט בלייבן ארבעטן דארט, זאגט אים ער זאל זוכן א גרינגערע פרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#29 - ווי אזוי קריכט מען ארויס פון חובות?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, רעדן, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


נישט באצאלן חובות איז נישט אזא עוולה ווי זיך נישט וויסנדיג מאכן פון די מענטשן. ווען מען מאכט זיך נישט וויסנדיג איז מען א לוה רשע ולא ישלם; וואס איז דאס זיך נישט וויסנדיג מאכן? האסט נישט צו באצאלן? – זאג יענעם: "איך גיי דיר באצאלן", "איך האב א פלאן ווי אזוי דיר צו באצאלן", "איך וועל דיר באצאלן צוביסליך", וכדומה לזה. רעד, ענטפער, קום צום טעלעפאן ווען יענער רופט. יענער האט דאך דיר געהאלפן ווען דו ביסט געווען צעדרוקט, ער האט דיר געבארגט געלט; וואס איז דאס מען מאכט זיך נישט וויסנדיג?!


פאלג וואס איך זאג דיר, מאך זיך א ליסטע פון אלע וועם דו קומסט געלט, און זאלסט יעדן איינעם רופן און זאגן די ווערטער: "איך שעם זיך פון וואס איך האב געטון, אז איך האב זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון דיר, איך קום דיר געלט שוין אזא לאנגע צייט, שוין אריבער דער זמן הפרעון און איך איגנאריר דיך, איך וויל דיר נאר זאגן אז איך גיי דיר אם ירצה ה' באצאלן ביזן לעצטן פרוטה; איך האב א שטיקל פלאן, איך ווארט אויף געוויסע געלטער און איך וועל דיר באצאלן".


ווען דער מלוה וועט הערן אז דו טראכסט נאך פון באצאלן וועט שוין אראפגיין די חימה, און ווען ער וועט הערן אז דו בעטסט אים איבער און אז דו געדענקסט נאך ווען ער האט געעפנט זיין טיר פאר דיר – וועט ער אויסווארטן ביז דו וועסט אים באצאלן, וועסטו נישט זיין קיין (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם".


דאס זאלסטו שוין טון גלייך נאך ליינען דעם בריוו; נעם זיך צאם, שרייב אראפ אלע נעמען, אלע חובות, נעם דעם טעלעפאן און הויב אן רופן.


צווייטנס זאלסטו יעדן איינציגסטן טאג גיין אין פעלד, וואוינסט דאך אין שטעטל צווישן פעלדער און וועלדער; גיי אין פעלד אונטער דיין הויז, דארפסט נישט גיין צי טיף, גיי אביסל אריין צווישן די ביימער, קענסט אהין טראגן א בענקל; דארט זאלסטו וויינען צום אייבערשטן מיט די ווערטער, זאג די געבעט:


"רבונו של עולם, העלף מיר, איך בין אין א טיפע גרוב, איך זינק אין חובות, איך בין שולדיג געלט פאר מענטשן, איך האב גענומען הלוואות פון קרעדיט קארדס - און איך האב נישט קיין געלט זיי צו באצאלן, איך האב נישט קיין געלט פאר'ן טאג טעגליכן לעבן, איז פון וואו זאל איך נעמען געלט זיי צו באצאלן?


הייליגער באשעפער, איך בין אזוי שטארק פארשעמט; וואס טו איך דא ווייטער? וואס זאג איך פאר זיי?


אנא, איך בעט דיר, זיי מיר מוחל, איך טו תשובה; דער הייליגער רבי האט אונז אנטפלעקט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "יֵשׁ עֲבֵרָה שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד, וַאֲפִלּוּ יַעֲשֶׂה כָּל טַצְדְּקִי דְּאֶפְשָׁר וְהִתְפַּעֲלוּת לֹא יוֹעִיל כְּלָל, וְיִהְיֶה בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא אן עבירה וואס דער עונש פון די עבירה איז אז מען איז א גאנץ לעבן א בעל חוב, וואס מען זאל נאר נישט טון – וועט מען אלץ בלייבן א בעל חוב; דאס איז די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן.


על כן באתי לפניך הייליגער באשעפער, זיי מיר מוחל, איך הויב אן פון יעצט, איך הויב אן פונדאסניי, איך גיי שוין זיין וואויל, איך גיי שוין זיין ערליך, איך גיי מער נישט טון קיין עבירות, זיי מיר מוחל, נעם אן מיין תשובה, נעם אן מיין צעבראכנקייט, מיין פארלוירנקייט, יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך ה' צורי וגואלי".


דאס זאלסטו טון יעדן טאג מיט א קביעות, קוק נישט אויף די וועטער; זאל רעגענען, שנייען, דינערן און בליצן; דו גיי מיט א קביעות.


דריטנס, די אלע וואס האבן דיר געבארגט געלט, זיי זאלסטו אלץ באדאנקען, אויך יעצט ווען זיי רופן דיר און צומאל וועלן זיי שרייען אויף דיר, זאלסטו זיי נישט רעכענען פאר דיינע פיינט, זיי זענען נישט דיינע פיינט, זיי זענען דיינע פריינט, זיי האבן דיר דאך געבארגט, געעפנט דעם טיר בעת דחקות, דו ביסט דיין פיינט, זיי זאלסטו שטענדיג מכיר טוב זיין.


אז דו וועסט פאלגן יעדע ווארט פונעם בריוו וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועסט אפצאלן אלע דיינע חובות און דו וועסט נאך בלייבן מיט גרויס שפע.


איך פאר קומענדיגע וואך קיין מירון, איך וועל בעטן פאר דיר און דיין משפחה ל"ג בעומר ביים תנא האלקי רבי שמעון.


 

#28 - חובות איז א שרעקליכע סכנה פאר'ן מענטש
הפצה, צדקה, פרנסה, סכנה, חובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קדושים, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


געב אכטונג נישט אריינצופאלן נאכאמאל אין די גרוב פון חובות. חובות איז א שרעקליכע סכנה פאר'ן מענטש, סיי ביים לעבן און נאכן שטארבן, מען דארף נאכאמאל מגולגל ווערן רחמנא לצלן.


דיין זון ... נרו יאיר זאגט מיר ער ווייסט נישט וואס צו טון, ער וויל דיר נישט וויי טון, ער וויל נישט מזלזל זיין אין דיר, אבער ער איז געווען ביי מיר און געוויינט מיט טרערן איך זאל דיך ראטעווען פון די אפגרונד פון חובות.


גיי נאך געלט, גיי הפצה, צאל אפ דיינע חובות און געענדיגט מיט חובות, געענדיגט מיט קרעדיט קארדס. האסט מזומן – קענסטו געבן צדקה, אבער חס וחלילה בארגן געלט אדער נוצן קרעדיט קארדס פאר צדקה, זיך גראבן א גרוב פון חובות, אויף דעם איז געזאגט געווארן "מצוה הבאה בעבירה".

#27 - איך פריי זיך אויף די גוטע נייעס אז דו ביסט ארויס פון דיינע חובות
צדקה, מוסדות, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע, כ"ח אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי', ברסלב


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן צאלן די מלמדים און טיטשערס, איך פריי זיך זייער אז אנשי שלומינו העלפן די אייגענע מוסד, מען העלפט מען זאל קענען באצאלן די מלמדים און טיטשערס פון די אייגענע קינדער.


נאך מער פריי איך זיך אויף די גוטע נייעס אז דו ביסט ארויס פון דיינע חובות, דו האסט די וואך געענדיגט באצאלן אלע דיינע חובות, דו ביסט ארויס פון תפיסה; יעצט וועסטו שוין קענען זיין אן ערליכער איד. דער רבי זאגט (ספר המדות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון זאל זיך אכטונג געבן פון חובות.


איך בין אזוי פרייליך פאר דיר און דיין ווייב, איך האב מיטגעהאלטן ענקערע הונגער יארן, יעצט זענט איר באפרייט; דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים, אייערע קינדער זענען טייער און ליכטיג.


איר זאלט זוכה זיין צום פסח אליינס.


 

#26 - ארויסגעקראכן פון חובות בזכות נישט צו שמועסן ביים דאווענען
תפילה והתבודדות, שטעטל, פרנסה, חובות, קבלה טובה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא-זכור, ט' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


האסט מיר זייער דערפריידט ווען דו האסט מיר דערציילט די מעשה ווי אזוי דו ביסט ארויסגעקראכן פון דיינע חובות בזכות די קבלה וואס דו האסט אנגעהויבן דאווענען, דו האסט זיך מקבל געווען נישט צו שמועסן פון אנהויב דאווענען ביזן סוף.


דו דארפסט דאס דערציילן ברבים און פאר אלע דיינע פריינד; אזויפיל מענטשן מוטשען זיך מיט פרנסה, זיי זינקען אין חובות; וואלטן זיי זיך פארגענומען נישט צו רעדן ביים דאווענען, פון אנהויב ביזן סוף, זאל זיין וואס זאל זיין - וואלטן זיי אלע געזען ישועות.


דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, דאנק אים פאר אלעס, גיי שפאצירן צווישן די גראז און ביימער. דו וואוינסט אין גן עדן, די שטעטל איז א פלאץ פון התבודדות ותפילה; וואויל איז דעם וואס נוצט אויס זיינע טעג מיט תפילה והתבודדות.

#25 - פארליר זיך נישט אין די פילע חובות
התחזקות, פרנסה, חובות, געלט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא-זכור, ט' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט; אמת, יעצט איז דיר שווער אין פרנסה, דו האסט יעצט חובות וכו'. איך בעט דיר, דערהאלט זיך, ווער נישט בעצבות ומרה שחורה.


דו מיינסט אז די גרויסע גבירים האבן אלץ מזומן? זיי האבן חובות, מארטגידזשעס פון מיליאנען ביליאנען דאלער, מיט וואס זענען זיי עשירים? זיי זענען רייך אין קאפ, זיי ווייסן ווי אזוי צו דרייען, ווארטן און בארגן.


איך בעט דיר, זיי נישט בקטנות, דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


איך שרייב דיר די פאר ווערטער ממש פאר'ן זמן שבת, איך וויל דו זאלסט האבן א פרייליכע שבת.


 

#24 - עס איז נישט כדאי צו בארגן געלט
שלום בית, אידיש געלט, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע בארגן געלט וכו'; עס איז נישט כדאי צו בארגן געלט. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכב): "וּמוּטָב שֶׁיִּהְיֶה בַּעַל חוֹב לְעַצְמוֹ אוֹ לִבְנֵי בֵּיתוֹ בְּמַלְבּוּשִׁים מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב לְהַחֶנְוָנִי אוֹ לַאֲחֵרִים", א מענטש זאל ענדערש זיין א בעל חוב פאר זיך אליין - ווי צו זיין א בעל חוב פאר א צווייטן, ענדערש בלייב שולדיג פאר דיר די מעבל, לייג אוועק געלט צו קענען קויפן שיינע מעבל - ווי איידער צו גיין בארגן, זיין יענעמ'ס קנעכט.


וואלט ווען געווען די מעשה פארקערט, דיין ווייב וואלט געוויינט און געשריגן אז זי דארף מעבל וכו' - וואלט ריכטיג געווען איר צו בארואיגן, און אז זי לאזט זיך נישט - קען זיין מען דארף בארגן, אבער אין דיין פאל, אז זי איז גאר די וואס זאגט בארגט נישט - איז דאך גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - מען מוז אפשטעלן דאס בויען, עס שלעפט אריין אין חובות
שטעטל, אומאן, אידיש געלט, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, חבר הנהלת קרית ברסלב ליבערטי


איך האב נישט קיין ברירה, איך וויל דיר בעטן אפצושטעלן די ארבעט - סיי ביים מצה בעקעריי און סיי די מקוה טהרה. עס שלעפט מיר אריין אין חובות, איך האב נישט די געלטער; עס וועט גארנישט פאסירן אז מיר וועלן אפשטעלן די ארבעט, מען וועט עסן ביז דערווייל מצות פון אנדערע ערליכע מצה בעקערייען, און אזוי אויך מיט די מקוה.


פארליר זיך נישט, בלייב שטארק; איך וועל דיר באצאלן אלע געלטער וואס דו האסט אויסגעלייגט, אבער יעצט לעת עתה מוז מען אלעס אפשטעלן, איך לאז נישט ווייטער בויען.


אזוי אויך בנוגע אומאן; איך האב נישט געבויט דעם בנין צו מאכן דאס פאר אן האטעל, איך וויל נישט אריינלייגן קיין איין איבריגע דאלער עס זאל אויסקוקן ווי אן האטעל. איך האב געבעטן ... זאל ענדיגן די טרעפ, נישט דאס מאכן ווי אן האטעל, נאר באקוועם צו קענען גיין; לעת עתה איז דאס א סכנה, מען קען פאלן. איך האב נישט קיין געלט פאר די זאכן, און אפילו עס איז דא געלט - טאר מען נישט אויסגעבן געלט פאר די זאכן.


זע צו פאלגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - מען טאר נישט בארגן געלט פאר די שבת התוועדות
אומאן, חובות, שבת התוועדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען טאר נישט בארגן געלט פאר די שבת התוועדות, ניין און נאכאמאל ניין! נאר צו קומען קיין אומאן; מוהרא"ש זאגט, צו קומען קיין אומאן מעג מען בארגן געלט, אבער צו קומען צום שבת התוועדות - טאר מען נישט בארגן. אז דו האסט געלט און דו ווילסט קומען, דו שפירסט פאר וויכטיג צו קומען - קענסטו קומען, און אז דו האסט נישט קיין געלט - זאלסטו חס ושלום נישט בארגן קיין געלט.


עס איז די ערגסטע זאך צו בארגן געלט; האבן חובות איז די גרעסטע סכנה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון זאל זיך אכטונג געבן פון חובות; נאך זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן קכב): "מוּטָב שֶׁיִּהְיֶה בַּעַל חוֹב לְעַצְמוֹ מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב לַאֲחֵרִים", א מענטש זאל ענדערש זיין א בעל חוב פאר זיך אליין ווי צו זיין א בעל חוב פאר א צווייטן; דערפאר זאלסטו אכטונג געבן נישט צו בארגן קיין געלט, נאר אנדערש זאלסטו זיין שולדיג פאר זיך אליין. דאס הייסט, אויב דו דארפסט עפעס קויפן און דו האסט נישט קיין געלט, זאלסטו ענדערש זיין שולדיג פאר דיר אליין און עס נישט קויפן, ווי צו בארגן און זיין א קנעכט פאר דעם פון וועם דו האסט געבארגט.


א ליכטיגן חנוכה.

#21 - ס'איז דא חובות, נישטא קיין געלט איינצוקויפן, די מוחות זענען צעקוועטשט
תודה והודאה, התחזקות, פרנסה, נסיונות, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'.


ווי איך פארשטיי גייט איר אריבער יעצט א צייט פון א נסיון; פרנסה איז ענג, עס איז דא חובות, נישטא קיין געלט איינצוקויפן; דאס מאכט די מוחות אביסל צעקוועטשט.


בעט איך ענק זייער זייער שטארק, פארלירט אייך נישט, עס איז אן אריבערגאנג; באלד וועט זיין גרויס שפע. עס איז נאר א נסיון צו זען אויב איר וועט בלייבן שטארק מיט אמונה, בלייבן באהבה ושלום. איך האף איר וועט דאס קענען באווייזן, נישט ווערן צעבראכן - וועט איר זען גרויסע ניסים אין לעבן.


דערמאנט אייך נאר די גרויסע נסים ביז אהער, צינדט אן לעבעדיגע מוזיק אין שטוב, טאנצט און פאטשט - וועט נמתק ווערן אלע דינים.

#20 - שכר לימוד איז נישט קיין נדבה
שכר לימוד, מוסדות, מדות טובות, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען זאגט מיר פון אפיס אז דו ביסט שולדיג קרוב צו צען טויזנט דאלער פאר שכר לימוד; קען זיין דו ביסט געדרוקט, דו האסט נישט קיין געלט צו צאלן, אבער דאס איז נישט קיין תירוץ אויף דעם וואס דו הייבסט נישט אויף דעם טעלעפאן ווען מען רופט דיר פון אפיס.


עס איז זייער נישט שיין פון עלטערן דאס צו טון פאר די מוסד וואו די קינדער לערנען. די גאנצע מוסד; די מלמדים, די טיטשערס - ארבעטן ביטער שווער, זיי טוען אזויפול פאר די קינדער, קומט אונז דאס צוריק צו טון? זיך נישט וויסנדיג מאכן? צו שפייען אין פנים?!


שכר לימוד איז א נדבה? ווען מען צאלט שכר לימוד טוט מען איינעם א טובה? דאס איז א נדבה?! דאס איז פאר די אייגענע קינדער! דאס איז פאר מענטשן וואס זיצן פון אינדערפרי ביז ביינאכט מיט דיינע קינדער, מיט די גרעסטע מאס סבלנות, דאס טוסטו צוריק?!


איך זאג דיר קלאר דו זאלסט וויסן, אויב דו וועסט זיך נישט וויסנדיג מאכן, דו וועסט איגנארירן די מוסד - וועלן מיר ווייטער לערנען מיט דיינע קינדער, איך גיי זיי נישט פארשעמען, איך גיי זיי נישט אהיים שיקן; אבער וואס איז מיט דיר? וואס בעט איך פון דיר? איך בעט סך-הכל הייב אויף דעם טעלעפאן ווען מען רופט דיר, הער וואס מען בעט; ווער זאגט מיר דארפן די גאנצע צען טויזנט דאלער וואס דו ביסט שולדיג? מיר וועלן זיין צופרידן מיט א צוואנציגער, מיט א צענער; וואס הייסט מען מאכט זיך נישט וויסנדיג?!

#19 - דערמאן מיך יעדע חודש וויפיל געלט איך קום דיר
חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ו' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... טייערער


איך בעט דיר, ביטע דערמאן מיך יעדע חודש וויפיל געלט איך קום דיר; איך בין נישט קיין מלאך, איך קען פארגעסן.


איך וויל דיר נישט זיין שולדיג.

#18 - פאלשע צירונגען מיט אן עכטע חתן
אידיש געלט, חובות, חתונה, שכל, שמחות, חתן, כלה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע טאכטער הכלה ... תחי'


זאלסט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט זוכה געווען צו זיין א כלה. האסט באקומען זייער א חשוב'ער חתן; דיין חתן לערנט ביי אונז אין ישיבה שוין פינף יאר, פון זיין בר מצוה, ער לערנט פלייסיג אלע זיינע יארן און פירט זיך מיט יראת שמים, דאס דארף זיין דיין גאנצע שמחה.


איך זע דו האסט באקומען א רינגל פון דיינע מחותנים מיט א פאלשע דיימאנט שטיין, אויך א ברעיסלעט מיט פאלשע שטיינער, אבער דיין חתן איז נישט פאלש; דו האסט פאלשע צירונגען מיט אן עכטע חתן. ביי אנדערע איז דא עכטע צירונגען מיט א פאלשער חתן, א געמאכטער, א געפאפטער; מען דארף פרייליך מאכן די כלה מיט טייערע צירונגען. מען לערנט נישט מיט מיידלעך וואס דער לעבן איז, זיי וויל נישט חתונה האבן; די איינציגסטע זאך וואס מאכט זיי חתונה האבן איז אז זיי ווילן נישט בלייבן אליינס, אויך ווילן זיי צירונגען וכדומה.


דו האסט געלערנט אלע יארן אין בית פיגא, דו ווייסט וואס לעבן איז, ווי שיין דער לעבן איז אז מען לעבט ווי אזוי דער אייבערשטער וויל, ווי שיין און גוט איז חתונה צו האבן און אויפשטעלן א אידישע שטוב, קינדער וואס וועלן טון דעם אייבערשטנ'ס ווילן.


דו דארפסט נישט טייערע צירונגען, פריי זיך מיט דיין חתן, פריי זיך אז דיין חתן'ס עלטערן דארפן נישט צאמברעכן פון בארגן חובות, זיי וועלן קענען זיין ביי די חתונה אן חובות, זיין פרייליך מיט די שמחה.


עס איז אזא רחמנות אויף אידישע קינדער, רוב שמחות זענען אן שמחה; רוב שמחות דארף מען בארגן שווערע טויזנטער דאלער פאר די מחותנים, זיי האבן נישט די געלטער וואס עס קאסט חתונה צו מאכן. די חתן און כלה זענען נישט געלערנט, זיי דארפן און דארפן און דארפן, זיי ווייסן נישט וואס איז די זאך פון חתונה האבן, נאר אז דער חתן וועט האבן א טייערע זייגער און א טייערע שטריימל - דעמאלט איז ער פרייליך פאר פינף מינוט.


אשרינו מה טוב חלקינו, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן; דער רבי לערנט אונז שכל, פשוט שכל, מיר זאלן וויסן וואס איז די תכלית אין לעבן. נישט די זאכן מאכן פרייליך, נאר דער וואס לעבט מיט'ן אייבערשטן - דער איז פרייליך.


דיין טאטע

#17 - אויב איז נישטא קיין געלט פאר עסן, זאלן די קינדער מיטברענגען עסן
מוסדות, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', סעקרעטערי.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו דאנקען פאר אייער געטרייע ארבעט צו העלפן די מוסד, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן.


אויב די שטאט געבט געלט פאר עסן צו העלפן אונזער מוסד וועל איך אלעס טון עס זאל קלאפן; מען קען אלעס מאכן לויט די געזעץ, פרישטאג, מיטאג און נאכטמאל, סיי פאר די בחורים, אינגלעך און מיידלעך.


אבער אז די שטאט וויל נישט געבן קיין עסן שטעל איך אפ פון היינט די עסן, איך וועל מודיע זיין פאר די עלטערן אז פון היינט און ווייטער זאלן אלע קינדער ברענגען עסן מיט זיך.


איך האב פריער געזאגט פאר הבחור ... נרו יאיר זאל פרעגן אין אפיס אויב די שטאט העלפט מיט עסן, ווייל אויב נישט געב איך פון היינט און ווייטער "גארנישט".


נעכטן זאגט מיר ... אז ... זון רופט אונז אין קארט ווייל מיר זענען אים שולדיג פינף און צוואנציג טויזנט דאלער; דאס איז נישט קיין שפיל, נישטא אזא זאך זיין שולדיג פאר אנדערע, אונזער מוסד טאר נישט האבן קיין חובות, מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן, אז מיר האבן נישט וועלן מיר נישט געבן; עס וועט גארנישט פאסירן אז די קינדער וועלן זיך מיט ברענגען עסן.


לאזט מיר וויסן וואס מען טוט ווייטער.

#16 - מעגסט בארגן געלט פאר יום טוב
צרות, שלום בית, התחזקות, פרנסה, חובות, יום טוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


פארליר זיך נישט, נאך אביסל וועסטו פטור ווערן פון אלע דיינע חובות, דו וועסט האבן גרויס שפע; יעצט איז א צייט וואס מען פרובירט דיר אויס פון הימל, צו זען ווי אזוי דו וועסט זיך דערהאלטן.


איך בעט דיר טייערער ליבער ברודער, פארליר נישט דיין אמונה ובטחון פאר קיין איין רגע, לאז נישט אריין אין דיין הארץ קיין פינטעלע קשיא אויפ'ן באשעפער; גלייב באמונה שלימה אז אלעס איז לטובה, אלעס איז פאר דיין גוטס, פאר דיין תיקון וכו'.


מעגסט בארגן געלט פאר יום טוב אז דיין ווייב זאל קענען איינקויפן עסן און קליידער. די הייליגע חכמים זאגן (ביצה טו:): "לִוּוּ עָלַי", בארגט פאר מיר, "וַאֲנִי פּוֹרֵעַ", איך וועל העלפן איר וועט קענען באצאלן.


וואס פלעגט רבי נתן זאגן? געדענקסט וואס? רבי נתן פלעגט זאגן בשעת ער איז אריבער ביטערע שווערע נסיונות: "עס איז נאך מיט גרויס חסדים"; זאג עס פאר דיר: "עס איז נאך מיט גרויס חסדים".

#15 - אז דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן, וועסטו ארויסגיין פון חובות
כיבוד אב ואם, חובות, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וואונדער זיך פארוואס דו דערציילסט נישט די גוטע נייעס פאר דיינע עלטערן, אז עס איז דא נייעס ביי ענק; וויפיל וויינען דיינע עלטערן צאם פאר דיר דו זאלסט געהאלפן ווערן מיט קינדער און יעצט ווען עס איז דא נייעס זאגסטו זיי נישט? דו ביסט נישט גערעכט.


בזכות וואס דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן וועסטו ארויסגיין פון אלע דיינע חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב געקענט באצאלן די חוב פון צען טויזנט דאלער
צדקה, מוסדות, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב דיר געקענט באצאלן די חוב פון צען טויזנט דאלער נאך פאר'ן זמן הפרעון.


עס ווערט אויסגעשמועסט אין די פוסקים אויב מען מעג זאגן "יישר כח" ווען מען באצאלט א חוב אדער מען טאר נישט צוליב דעם איסור ריבית.


דאס איז אבער זיכער אז אין זכות וואס דו האסט געהאלפן די מוסד פון רבי'ן וועסטו געבענטשט ווערן, ווייל ווען מען טוט צדקה מיט'ן צדיק אמת ווערט מען געבענטשט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע): "אִם נוֹתְנִין צְדָקָה לְזֶה הַצַּדִּיק", אז מען געבט צדקה פאר'ן אמת'ן צדיק, "הוּא מִתְבָּרֵךְ מִיָּד", ווערט מען גלייך געבענטשט, "אֲבָל אִם נוֹתֵן צְדָקָה לְמִי שֶׁאֵינוֹ בְּחִינַת עָפָר כְּלָל, אֵינוֹ עוֹשֶׂה פֵּרוֹת", אבער אז מען געבט צדקה פאר א פלאץ וואס איז נישט וכו', האט מען גארנישט דערפון.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן געבן אונזערע צדקות פאר'ן הייליגן רבי'ן, פאר זיינע ספרים און מוסדות וואס טוען פארשפרייטן זיינע עצות.

#13 - מחנך זיין די קינדער צו רעדן איידל
חינוך הילדים, שלום בית, חובות, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער זון קומט אהיים פון חדר מיט מיאוס'ע ווערטער, זאלט איר אים מחנך זיין און אים לערנען נישט צו רעדן אזעלכע ווערטער.


דייקא יעצט ווען ער איז נאך גאר קליין - איז די צייט פון חינוך, יעצט איז די צייט אים אויסצולערנען רעדן איידל; אח און וויי פאר די עלטערן וואס מאכן זיך נישט וויסנדיג, זיי לאזן די קליינע קינדער רעדן מיאוס'ע ווערטער מיט די טענה אז "זיי זענען נאך קליין, עס איז נישט געפערליך וכו'".


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יג): "מַעֲשֶׂה בְּאָדָם אֶחָד שֶׁהָיָה עוֹמֵד הוּא וּבְנוֹ בְּבֵית הַכְּנֶסֶת; וְכָל הָעָם הָיוּ עוֹנִין אָמֵן וְהַלְלוּיָהּ אַחַר הָעוֹבֵר לִפְנֵי הַתֵּיבָה, וּבְנוֹ עוֹנֶה דְּבָרִים שֶׁל תִּפְלוּת, וְלֹא אָמַר לוֹ אָבִיו שׁוּם דָּבָר", עס איז געווען אמאל יום טוב סוכות אין שול, אלע מתפללים האבן שיין געדאווענט הלל און עס איז געווען א איד וואס זיין זון האט נישט געדאווענט און נישט געזאגט הלל, נאר ער האט גערעדט ניבול פה וכו' אין שול הויעך פאר אלעמען, "וְאָמְרוּ לוֹ הַבְּרִיּוֹת שֶׁיִּמְחֶה בִּבְנוֹ, וְהֵשִׁיב וְאָמַר לָהֶם: 'מָה אֶעֱשֶׂה לוֹ? תִּינוֹק הוּא! יְשַׂחֵק!'" מענטשן זענען געגאנגען רעדן צו דעם איד ער זאל אכטונג געבן אויף זיין זון, מען האט אים געזאגט: "געב אכטונג אויף דיין זון, ער דאווענט נישט און ער רעדט שמוציג וכו'", דער איד האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, ער האט געזאגט: "ס'איז גארנישט, ער איז נאך א קינד", "שׁוּב לְמָחָר עָשָׂה כֵּן, כָּל אוֹתָן יְמֵי הֶחָג עָנָה בְּנוֹ דְּבָרִים שֶׁל תִּפְלוּת וְלֹא אָמַר לוֹ אָבִיו שׁוּם דָּבָר". אזוי איז געווען א גאנץ יום טוב סוכות, טאג נאך טאג, מען האט אים געבעטן ער זאל אכטונג געבן אויף זיינע קינדער, אבער ער האט אלץ געזאגט: "ס'איז גארנישט, ער איז נאך א קינד", "לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה לֹא שְׁנִיָּה וְלֹא שְׁלִישִׁית עַד שֶׁמֵּתוּ אִשְׁתּוֹ וּבָנָיו וּבֶן בְּנוֹ וְיָצְאוּ לוֹ חֲמֵשׁ עֶשְׂרֵה נְפָשׁוֹת בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ, וְלֹא נִשְׁתַּיֵּר לוֹ אֶלָּא שְׁנֵי בָּנִים: אֶחָד חִגֵּר וְסוּמָא וְאֶחָד שׁוֹטֶה וְרָשָׁע", פירט אויס אליהו הנביא: עס איז נישט אריבער אפאר יאר ביז זיין גאנצע משפחה איז אים אויסגעשטארבן און עס איז נאר געבליבן צוויי קינדער - איינער א בלינדער און א הינקעדיגער, און א קינד א שוטה א רשע; זעט מען פון דעם אז מען דארף מחנך זיין קינדער אפילו ווען זיי זענען נאך גאר קליין.


בנוגע ענקערע חובות וכו', אז איר קענט נישט אויסהאלטן ווען אייער מאן איז בעצבות פון זיינע חובות; איר זאלט זען אים צו מאכן פרייליך, איר זאלט אויפהייבן זיין מוט ער זאל ארויסגיין פון זיין קטנות הדעת, דורכדעם וועט ער ארויסגיין פון אלע חובות. רוב מאל פאסירט אז די חובות פארמאכט דעם מח פונעם מענטש אז מען קען זיך נישט צוזאמנעמען אויף גארנישט, אבער די ווייב - זי קען פרייליך מאכן דעם מאן ער זאל ארויסגיין פון זיין קטנות הדעת, ער זאל גיין ארבעטן, ער זאל גיין הפצה וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.