בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - אז מען פאלגט א צדיק, איז מען מרוויח גרויסע רווחים
צדיקים, חובות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך זיץ יעצט אין די דירה וואס דו האסט מיר צוגעשטעלט אין אומאן; א גרויסן יישר כח פארן מיר מסדר זיין די נסיעה קיין ארץ ישראל און קיין אומאן, אלעס האט זיך אויסגעארבעט מיט גרויס סייעתא דשמיא.


איך וויל דיר זאגן א יישר כח פארן נעמען צוביסליך די געלט אויפן חשבון וכו', אזוי וועל איך דיר קענען באצאלן די גאנצע קאסט פון די נסיעה ביז א קורצע צייט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז געלערנט צו באצאלן א חוב צוביסליך; ווער עס פרובירט דאס צו פאלגן איז זוכה ביז א קורצע צייט ארויס צו גיין פון אלע זיינע חובות. איך אליינס האב באצאלט איבער א מיליאן דאללער חובות פון די ישיבה נאר דורך באצאלן צוביסליך.


הכלל, אז מען פאלגט א צדיק, נישט נאר אז מען דערלייגט נישט, נאר מען איז נאך מרוויח גרויסע רווחים.


איך וועל מיר זייער פרייען אז דו וועסט דאווענען שבת אלע תפילות אין "היכל הקודש"; אויב מען האלט זיך מיט תלמידים פון רבי'ן איז מען נאכדעם זוכה צו גרויסע זאכן, אפילו עס איז נישט באקוועם וכו'.


איך האב אסאך צו דערציילן פון מיר אליינס ווי איך האב זיך מוסר נפש געווען צו דאווענען אין היכל הקודש אפילו עס איז בכלל נישט געווען אנגענעם וד"ל.


איך האב דיר ליב.


...

#6 - א קינד דארף שפילן און זיך אויסגעבן
חינוך הילדים, אומאן, חובות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן דאנק פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; אין דעם זכות זאל דיר דער אייבערשטער העלפן זאלט מצליח זיין אין אלע דיינע ענינים.


ברוך ה' איך האב דיר געקענט אפצאלן דעם חוב פון $10,000 אין צייט; איך דאנק דיר פארן זיין א גוטער שליח צו בארגן געלט אז מיר זאלן קענען ענדיגן דעם בנין אין אומאן (די פוסקים זענען מתיר צו זאגן "יישר כח").


דער אייבערשטער זאל מיר העלפן איך זאל קענען ארויס גיין פון אלע מיינע חובות אין וואס איך זינק – פון אומאן און פון די מוסדות.


איך האב פארהערט ביי דיין זון ...'ס קלאס; איך מוז דיר זאגן אז דיין זון איז א חריף, ער האט געענטפערט חד וחלק אויף די שאלות. דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א גרויסער ערליכער איד און א תלמוד חכם.


עס פעלט נישט אויס אים צו שטופן צו לערנען ווען ער קומט אהיים; א קינד דארף שפילן און זיך אויסגעבן.


פון דיין ראש ישיבה.


...

#5 - טו אלעס אויף דער וועלט ארויס צו גיין פון דיינע חובות
חובות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.


געב אכטונג דו זאלסט נישט האבן חובות; לדעתי קומט די גאנצע שוועריקייט וואס דו גייסט אדורך מיט דיין געזונט צוליב דיינע חובות. די חובות מאכן א לחץ און א פרעשור וואס דאס מאכט דיין גאנצע פראבלעם.


דערפאר זאלסטו טון אלעס אויף דער וועלט ארויס צו גיין פון דיינע חובות; אז דו וועסט ארויסגיין פון דיינע חובות וועט אוועק גיין פון דיר דיין מחלה השם ישמרינו, וואס קומט נאר פון פרעשור.


איך פריי זיך יעדעס מאל ווען דו קומסט צום "ליל שישי שיעור"; איך ווייס אז עס קומט דיר אן שווער צו קומען נאך א טאג ארבעט וכו', דאך קומסטו זיך מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן.


יעדן אינדערפרי גיי אויף א שפאציר ארום דיין דירה און גיס זיך אויס דיין הארץ פארן אייבערשטן, דורכדעם וועסטו ארויסגיין פון אלע חובות און זיין געזונט.


מיט ליבשאפט, דיין ראש ישיבה.


...


 

#4 - טו שוין תשובה, באצאל דיינע לענדלארדס
מוסדות, חובות, לצנות, תמימות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך זאג דיר נאכאמאל, אויב דו וועסט נישט תשובה טון וועל איך דיר פארטרייבן פון אונזער פלאץ.


מיר האבן שוין גענוג געליטן און מיר ליידן נאך עד היום פון אזעלכע מענטשן ווי דיר; דו ביסט א גנב און א גזלן, דו צאלסט נישט קיין רענט, דיינע לענדלארדס לויפן מיר נאך אז דו צאלסט נישט קיין רענט און דו מאכסט חוזק פון זיי. דו מאכסט א שלעכטע נאמען אויף אונזער פלאץ; ווען נישט דיין ווייב תחי' וואלט איך דיר שוין לאנג פארטריבן פון דא, איך האב נישט קיין מנוחה פון דעם וואס איך האב גענומען אן אומשולדיגע מיידל און איר פארקנעכטעט פאר דיר; ווען נישט איר וואלט איך שוין לאנג אפגעטאנצן מיט דיר.


טו תשובה און באצאל פאר אלע דיינע לענדלארדס; קוק וואס דער רבי זאגט אויף איינער וואס צאלט נישט קיין רענט (ספר המידות, אות גניבה וגזילה, סימן א): "מִי שֶׁנִּפְתָּה לִבּוֹ לִגְזֹל וְכֵיוָן שֶׁהִתִּיר לְעַצְמוֹ גְּזֵלַת חֲבֵרוֹ, הֲרֵי הוּא מוּכָן לְכָל חֵטְא וְעָוֹן, וְאֵין תַּקָּנָה לַהֲסִירוֹ מִדַּרְכּוֹ הָרָעָה", א מענטש וואס גנב'ט געלט איז א סימן אז ער איז גרייט עובר צו זיין אויף אלע עבירות און עס איז נישט דא קיין שום וועג אים צוריק צו ברענגען פון זיין שלעכטע וועג; טו תשובה און באצאל פאר אלע וועם דו קומסט געלט.


בכלל דארפסטו טוישן דיין וועג פון זיין א רוכל און א לץ. ביי דיר זעט מען וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות לשון הרע, סימן ו): "עַל-יְדֵי הוֹלְכֵי רָכִיל נַעֲשִׂים לֵצִים", דורך רעדן רכילות - טראגן און ברענגען פריוואטע זאכן פון איינעם צום צווייטן - קומט מען צו ליצנות, דיין גאנצע קאפ איז איין שטיק עקל; אנשטאט צו נעמען דעם רבינ'ס עצות אויף צו לעבן מיט דעם, אנשטאט יעדע איבעריגע מינוט וואס דו האסט זאלסטו אויסנוצן צו לערנען מקרא – חומש רש"י, משנה, גמרא וכו' איז אריין אין דיר דער רוח, דו רעדסט פון דעם צו אים און פון אים צו דעם, טראגסט און ברענגסט א גאנצן טאג זאכן וואס האבן נישט מיט דיר; מיין הארץ גייט מיר אויס פאר דיין ווייב וואס איז נעבעך פארקנעכטעט פאר דיר.


וועסטו טוישן דיינע מעשים איז גוט, אז נישט זאג איך דיר שוין: "זוך דיר אן אנדערע פלאץ!" מוהרא"ש האט מיר געשטעלט איך זאל אכטונג געבן אז היכל הקודש זאל נישט אויסקוקן ווי א ברסלב'ע שול פון הפקר יונגען. מוהרא"ש האט מיר שוין געזאגט מיט יארן צוריק אז איך זאל פטור ווען פון דיר; דיין מויל איז א בית כסא, דיין קאפ איז א שטיק צואה, דו ביסט א הולך רכיל מגלה סוד.


איך האב ליב תמימות, דערפאר איך האב ליב צו זיצן מיט בחורים און אינגעלייט וואס שלינגען און טרינקען מיט דארשט דעם רבינ'ס ווערטער אן קיין ליצנות; דאס האט מיר געכאפט ביי מוהרא"ש זכרונו לברכה - דאס תמימות. ווייל ווי מער תמימות א מענטש האט, אלץ מער איז ער א כלי צו מקבל זיין פון הייליגן רבי'ן.


יעדעס מאל עס ווערן מקורב פרישע בחורים אדער עס קומט א פרישער אינגערמאן קלעב איך זיך צו אים, ווייל יענער איז געקומען נאר פאר איין סיבה: 'צו הערן נאך א דיבור פון רבי'ן און נעמען נאך אביסל שכל פון רבי'ן', וואס מען זעט דאס נישט ביי אלטע מקורבים. על פי רוב ביי אלטע מקורבים ווערט אפגעקילט דאס תמימות.


אויב וועסטו תשובה טון איז גוט, אז נישט בעט איך דיר מיט שיינעם: "לאז מיר אפ; פארקויף נישט מיין נאמען, איך וויל נישט האבן קיין שייכות מיט לצים".


דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן פון אלעם שלעכטס, ובעיקר פון בעלי בחירה וואס קענען זייער שעדיגן (עיין שיחות הר"ן, אות פ).

#3 - מ'קען נישט טיילן גרויס צדקה, ווען מ'איז שולדיג געלט פאר מענטשן
צדקה, חובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת חיי שרה – מברכים החודש, כ"ד מר-חשון שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


האברך ... נרו יאיר האט מיר דערציילט אז דו ביסט אים שולדיג געלט און דו מאכסט חוזק פון אים; יעדן טאג זאגסטו אים אן אנדערע תירוץ זיך ארויסצודרייען פון אים. היתכן דו נעמסט געלט און דו טוסט חסד מיט דעם, ווען דאס איז נישט דיין געלט? די געלט קומסטו פאר מענטשן.


באמת דארף איך מיר נישט אריין מישן, ווייל וואס האט דאס מיט מיר וכו' אבער ער האט מיר געזאגט אז דו בארגסט געלט צו בויען די מוסד וכו', טענה'ט ער אז אז דאס איז זיין געלט און ער פארפירט אז איך דארף זען עס זאל נישט ווייטער אנגיין אזוי.


איך האב דיר שוין כמה פעמים געזאגט: צדקה איז זייער א גרויסע מצוה ווען דאס איז אייגענע געלט אבער נישט ווען דאס איז יענעמס געלט; דו פארשטייסט אליינס אז אויב וועט איינער גנב'נען געלט כדי צו קענען געבן צדקה איז דאס אן עבירה.


אז מען האט חובות איז מען פטור פון מעשר און פון חומש, און הגם צדקה איז מען טאקע מחיוב צו געבן, אבער דאס קען מען מקיים זיין מיט א פרוטה יעדן טאג, אבער ווי קען מען געבן צדקה ווען מען קומט פאר מענטשן געלט?!


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל דיר נתרחב ווערן, דו זאלסט האבן שפע צו באצאלן דיינע חובות און קענען טון חסד אן א שיעור.

#2 - אלעס וועט אריבערגיין בשלום
חיזוק פאר פרויען, פרנסה, חובות

 בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט פאר אייך זייער אסאך אז אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת; דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן גרינג וכו' און אלעס זאל גיין ווי עס דארף צו זיין.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך; איר האט זוכה געווען צו א שיינע משפחה, געזונטע קינדער, ערליכע קינדער, קינדער וואס לערנען און דאווענען און קינדער וואס לעבן מיטן אייבערשטן; וואס דארף א אידישע מאמע מער פון דעם? גוטע קינדער איז מער פון אלעס אויף דער וועלט.


איך וועל שרייבן פאר אייער מאן נרו יאיר ער זאל העלפן אין שטוב וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן אייער מאן ער זאל ארויס גיין פון זיינע חובות און עס זאל שטענדיג זיין שפע ביי אייך אין שטוב.

#1 - וועגן דעם בנין אין אומאן, מ'דארף בארגן געלט מיט א חשבון
אומאן, חובות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד מיין טייערער ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל זיין מיט דיר זייער אפען; איך האב געבארגט מאה אלפים ביז צוויי יאר, נאכדעם האב איך א חוב ביז קומענדיגע יאר חנוכה פון פופציג טויזנט. יעצט דארף איך באצאלן אויף ראש חודש ניסן א חוב פון זיבעציג טויזנט דאללער; געלויבט דעם אייבערשטן אז די בחורים האבן אריין געברענגט געלט פורים און איך האב דאס געלט צו באצאלן. דער מלוה זאגט מיר ער איז גרייט צו ווארטן נאך אביסל אבער איך דארף האבן א חשבון ווי אזוי איך גיי דאס באצאלן.


איך האב שוין געבארגט במשך די צען יאר פון ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה קרוב צו א מיליאן דאללער און איך האב ברוך ה' אלעס באצאלט אויפן טאג אדער פארן זמן הפרעון, אלץ ווייל איך האב געבארגט מיט א חשבון. איך האב אוועק געלייגט אלע אפגעצאלטע שטרות און איך וועל דיר עס ווייזן. אבער סתם צו בארגן אין דער וועלט אריין - קען איך נישט; אויב דו האסט איינער וואס איז מיר גרייט צו בארגן אויף א שפעטערע זמן, בין איך גרייט צו בארגן ביז א האלב מיליאן דאללער צו קענען ענדיגן דעם בנין פאר דעם יאר. גלייב מיר, ווי שטארק דו ווילסט דעם נייעם בנין וויל איך דאס אסאך מער; איך ווייס נישט צי דו האסט אפילו געזען וואו איך שטיי איין, אויב מיר וועלן נאך נישט האבן אונזער בנין גרייט אויף דעם יאר, וועל איך דיר ווייזן וואו איך שטיי איין, איך וועל דיר ווייזן דעם בית הכסא וואס מיר ניצן ראש השנה וכו' וכו'.


שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות; מיר וועלן ענדיגן דעם בנין מיט תפילה. מיר וועלן מאכן א שיינעם חנוכת הבית אין אומאן און איך וועל קענען אויסרופן וואס ר' נתן האט אויסגעשריגן ביים חנוכת הבית פארן קלויז אין אומאן: "איך האב געבויט דעם קלויז - נישט מיט קיין געלט פון עשירים, נאר פון די רצונות פון ארימעלייט", וואס זיי האבן זיך מוסר נפש געווען צו ברענגען נאך א פרוטה און נאך א פרוטה; יעדער האט געברענגט זיינע לעצטע פרוטות ביז מען האט געענדיגט בויען דעם קלויז אין אומאן, און מוהרא"ש פירט אויס די מעשה: "וזה שייך בכל דור ודור".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.