בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#12 - דער אייבערשטער דארף מיך יא, מען האט נישט פארגעסן פון מיר
אמונה, התחזקות, צדקה, מוסדות, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה. ווער עס העלפט די ישיבה באקומט א פראצענט פון אלע גוטע זאכן וואס קומט ארויס פון דעם פלאץ; ער וועט באקומען שכר פון אלע תלמידים וואס לערנען און דאווענען, און פון זייערע שיינע שטובער וואס זיי גייען אויפשטעלן.


פארליר זיך נישט, חזר זיך א גאנצן צייט די אמונה: "דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס, נישטא גארנישט אויסער אים".


חס ושלום צו טראכטן 'מען האט פארגעסן פון מיר'; חס ושלום צו טראכטן 'מען דארף מיך נישט'; אדער די טריפה'נע מחשבה אז 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר'; די מחשבה איז טמא ומטמא, דאס איז מחשבות פונעם יצר הרע. צדיקים זאגן אונז: 'דער אייבערשטער דארף מיך יא, מען האט נישט פארגעסן פון מיר, איך בין יא ווערד'.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!

#11 - אייערע עלטערן האבן נאר נחת פון אייך
שידוכים, מחשבות, נחת, קאמפלעקס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר מאכט קיינעם נישט קיין צער, קלאפט ארויס די מחשבות רעות.


אייערע עלטערן האבן נחת פון אייך, איך האב אייער נעכטן געהאט א שיינע שמועס מיט אייער טאטע, איך האב זייער הנאה געהאט צו רעדן מיט אים, ער האט נאר נחת פון אייך.


איר זענט א טייער קינד, איר וועט שוין באלד טרעפן אייער שידוך.


 

#10 - איך בין דער ערגסטער מענטש אויף די וועלט
התחזקות, עבודת השם, מחשבות, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, די אלע מחשבות וואס בוזשעווען אין דיר אז דו ביסט דער ערגסטער מענטש אויף די וועלט, אדער די מחשבות אז איך בין ברוגז אויף דיר, איך גיי דיר געבן א פסק, איך גיי דיר פארשעמען, איך גיי דיר ארויסווארפן וכדומה, - אלעס איז פונעם יצר הרע.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן מט) שלעכטע מחשבות – דאס איז דער יצר הרע, 'יצר' איז טייטש מאלן, מען מאלט זיך אויס, מען טראכט זיך אויס 'הרע' – איך בין שלעכט. יצר טוב מיינט, מען טראכט גוט, מען מאלט זיך אויס גוט, איך בין גוט, יעדער איז גוט.


דעריבער בעט איך דיר זייער, פון יעצט האסטו א נייע עבודת השם, דיין עבודת השם גייט זיין, פון היינט גייסטו טראכטן 'איך בין גוט, דער אייבערשטער האט מיך ליב, אויף מיר איז געזאגט געווארן דער פסוק (ישעיה מט, ג) 'יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר', דער אייבערשטער האט פון מיר התפארות, ער בארומט זיך מיט מיר'.


איך האלט זייער פון דיר, איך בין זייער נתפעל פון דיר, ווי שיין דו דערהאלסט זיך, דו ביסט פעלזן פעסט, דו ביסט אזוי גוט צו אלעמען, דו פארגינסט יעדן איינעם גוטע ווערטער.


שטארק זיך, לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם נישט, אפילו זאל זיין וואס זאל זיין, ווער זאל זיין.


יואל בן ריצא רעכיל

#9 - די קאפ זאל זיין אין גוטע זאכן
עבודת השם, פרנסה, תכלית, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


הער נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, האסט א וואוילע ווייב און א געזונט ליכטיג קינד; דארפסטו נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער דיר שענקען נאך גוטס.


זע אז דיין קאפ זאל זיין אין גוטע זאכן, דאס הייסט, אפילו דו דארפסט זיין פארנומען צו ברענגען פרנסה, זאל דיר דיין קאפ זיין אין תכלית. אדער זאלסטו זיך מתבודד זיין, אדער עוסק זיין אינמיטן ארבעט מיט הפצה; ווען דו טרעפסט איינעם געב יענעם א ספר וכדומה, אדער בענק צום בית המדרש; ווארט צו קענען לערנען און דאווענען.


עס קען זיין א מענטש א מענטש האט געארבעט כל ימיו און ווען ער קומט ארויף אין הימל זעט מען ווי דער מענטש האט זיין גאנץ לעבן געלערנט און געדאווענט, ווייל ער האט געוואלט, געבענקט און געגליסט צו דעם; איז דאס אזוי ווי ער האט דאס געטון.


 

#8 - משניות היילט אויס די מח מחשבה
שלום בית, רפואה, משניות, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויפיל דו ביסט א רחמנות - איז דיין ווייב נאך סאך מער א רחמנות; עס איז כמעט אוממעגליך צו לעבן מיט איינעם וואס ליידט אויף די מחשבות פון א"ו ס"י ד"י, מען קען אראפגיין פון זינען.


הייב אן זאגן משניות, דאס וועט דיר אויסהיילן; אז דו ווילסט פטור ווערן פון דיינע יסורים, פון די שלעכטע מחשבות וואס מאכן דיר צעדריידט, דו ליידסט אויף א"ו ס"י ד"י השם ישמרינו - נעם די עצה פון זאגן משניות, משניות היילט אויס די מח מחשבה. אז מען לערנט משניות ווערט מען מיט די צייט א נארמאלער מענטש, מען הערט אויף ליידן אויף די מחשבות.


 א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#7 - די הארבקייט פון שלעכטע מחשבות
קינדער, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די וואך מאך א בילד ווי אזוי עס הענגט א טיכל אויפ'ן זייגער וואס הענגט אויפ'ן וואנט בשעת איינער פארבט די וואנט, און ווי דער רבי ווייזט יענעם מיט די האנט, אזוי ווי איינער האלט יענעם פאר 'וואס טוסטו?!'


די וואך וועלן מיר לייגן די מעשה ווי דער רבי האט פארגעהאלטן רבי נתן פארוואס ער האט צוגעדעקט די זייגער מיט א פרויען טיכל. דער רבי האט אזוי שטארק אכטונג געגעבן מיר זאלן האבן ריינע מחשבות, מען זאל נישט טראכטן פאר איין רגע א שלעכטע מחשבה, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיד): "סֶע הָאט אַ פָּנִים אַז מֶע מוּז זִיךְ פוּן אַ הִרְהוּר זֵייעֶר הִיטְן; האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן: "מיט א טיכל פארדעקסטו דעם זייגער? דו ווייסט נישט אז עס זענען דא שוואכע מוחות וואס פון קוקן אויף א טיכל האבן זיי שוין שלעכטע מחשבות?!"


איך שרייב דיר די מעשה ווי אזוי מען שרייבט דאס פאר קינדער:


טייערע קינדער, ביים הייליגן רבי'ן איז געווען דער עיקר מען זאל האבן ריינע מחשבות, טראכטן נאר פון גוטע זאכן, נישט טראכטן פון נישט גוטע זאכן; ווייל אויב מען האט א ריינעם געדאנק דעמאלט קען מען זיין א גרויסער צדיק.


איינמאל האט מען געפארבט דעם רבינ'ס הויז, עס איז געווען אין די טעג פאר דעם יום טוב פסח, מען האט איבערגעפארבט די שטוב פון רבי'ן, און רבי נתן דער געטרייער תלמיד האט געהאלפן מיט אלעס וואס מען האט געדארפט. אויפ'ן וואנט איז געווען א שיינעם גרויסן זייגער, האט רבי נתן געזוכט עפעס וואס מען קען איבערדעקן די זייגער עס זאל נישט ווערן שמוציג, ער האט ארויפגעלייגט א טיכל אויפ'ן זייגער.


ווען דער רבי האט געזען מיט וואס ער דעקט צו די זייגער, האט דער רבי געזאגט: "מיט א פרויען טיכל דעקסטו איבער דעם זייגער? דו ווייסט נישט אז עס איז דא אזעלכע מענטשן וואס ווען זיי זעען א טיכל הייבן זיי שוין אן טראכטן פון נישט גוטע מחשבות, נישט מיט דעם זאלסטו דאס צודעקן".


טייערע קינדער, מיר לערנען זיך ארויס פון די מעשה ווי שטארק מען זאל זיך אכטונג געבן אויף וואס מען קוקט און אכטונג געבן פון וואס מען טראכט, אזוי וועלן מיר זיין גרויסע צדיקים; ווייל נאר אז מען היט זיך די אויגן און די מחשבה קען מען זיין א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס; מען דארף דערציילן פאר די קינדער מעשיות פון רבי'ן, מעשיות וואס זיי וועלן ארויסנעמען פון דעם ווי אזוי צו זיין ערליכע אידן.


זיי געזונט.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#6 - די אלע וואס לעבן פאר אנדערע, עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט
אמונה, שלום בית, קנאה, סבלנות, יענער, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו פון ..., ה' עליהם יחיו


מען דארף האבן זייער אסאך סבלנות אויף דער וועלט; עס גייט אריבער אויף יעדן איינציגסטן מענטש שווערע ביטערע נסיונות.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', "כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם, כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", ווייל דא איז נישטא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליינס, יעדער האט זיינע יסורים. נאך זאגט דער רבי (שם) יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישטא קיין איין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים וכו', אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, א מענטש לעבט ווייניג און דאס גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג; און שלמה המלך זאגט (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.


דערפאר איז א שאד מקנא צו זיין א צווייטן; יעדער איינער האט זיינע שוועריקייטן. מען דארף קוקן אויף זיך, מען דארף זיך פרייען מיט די אייגענע לעבן.


די אלע וואס לעבן פאר אנדערע, זיי זענען מקנא אנדערע - די עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף ווען מען שטארבט, א מענטש וואס האט קיינעם נישט מקנא געווען וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר, אבער מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז דאס מיינט מען לעבעדיגע מענטשן, דער וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט בחיים חיותו; במשך זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף, ער טראכט שטענדיג: 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם? פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענער? פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענער? א קאר ווי יענער?' באמת דארף אבער א מענטש וויסן 'אויב דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די סארט לעבן; די ווייב, די קינדער און די דירה וכו' וכו', איז דאס גוט פאר מיר; דאס איז דאס בעסטע פאר מיר, בעסער קען נישט זיין'.


הלוואי זאלן מיר אנהייבן לעבן דער לעבן פונעם תם. דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פון דער חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט), ווי דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך; ער איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך, ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט יענץ פנים, עס האט געהאט דריי עקן, אבער ער פלעגט אנכאפן דעם שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א האניג'דיג, וואס פאר א צוקער'דיג שיכעלע דאס איז"; אבער זיין ווייב האט זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן? לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריינגעקומען ריווח און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


אין די מעשה ליגט דער סוד ווי אזוי מען קען האבן א חיים טובים אויף דער וועלט; א מענטש האט נישט וואס צו קוקן אויף א צווייטן, אז מען קוקט אויף א צווייטן האט מען נישט קיין לעבן, איינער וואס איז מקנא א צווייטן עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט. מען דארף געדענקען די פאר ווערטער: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן?"


טייערע חברים, טייערע תלמידים; לאמיר געדענקען וואס דער רבי וויל פון אונז, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן פאלגן דעם רבי'ן. ביים רבי'ן איז געווען טהרת המחשבה דער עיקר, מען זאל האבן א ריינעם געדאנק, דערפאר האט דער רבי זייער אסאך גערעדט פון שלום בית, מען זאל זיין בשלום מיט די ווייב; נאר אזוי קען מען האבן א ריינעם מח.


אמאל איז דער רבי געזעצן ביים טיש מיט די תלמידים און איינער פון די אנוועזנדע האט נישט געהאט קיין שלום בית, ער האט זיך געקריגט מיט זיין ווייב, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "וִוי וַואגְט זִיך צוּ קוּמֶען צוּ מַיין טִישׁ אֵיינֶער וָואס הָאט נִישְׁט קַיין רֵיינֶע מַחְשָׁבוֹת?!" און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן - אויף וועם דער רבי האט זיך באצויגן - האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן זייער צו וויינען, ער האט זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן אז דאס גייט מער נישט פאסירן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען מיט'ן זאגן תורה; זעט מען ווי שטארק דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן שלום בית.


איך שרייב דעם בריוו בכלליות פאר די גאנצע חבורה אבער די כוונה איז פאר יעדן איינעם בפרטיות. איך בעט יעדן פון אייך באזונדער, הער זיך אויף קריגן אין שטוב מיט דיין ווייב; פארוואס זאלסטו זיצן אין א גיהנום? טאג און נאכט איז מען פארנומען מיט טענות איינער אויפ'ן צווייטן, בעט איך דיר, גיי ארויס פון גיהנום, הער זיך אויף צו קריגן, לעש אויס די פייער, זוך נישט צו זיין גערעכט; מען ווערט נישט מער פרייליך און מער צופרידן ווען מען איז גערעכט, לאז איר זיין גערעכט, געב איר נאך, בעט איר איבער, בלייב מיט איר אין שטוב אנשטאט גיין מיט חברים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - די מחשבות פייניגן דעם מענטש
תפילות אויף אידיש, צרות, ספיקות, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, שבת מברכים, כ"ד טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע די אלע מחשבות וואס לאזן דיר נישט מנוחה וכו', דו ביסט אזוי פארלוירן; דו ווילסט אביסל רואיגקייט אבער דו קענסט זיך נישט בארואיגן, שטענדיג ביסטו צעמישט, דו טראכסט איבער, דו קענסט זיך נישט צאמנעמען דיינע מחשבות.


נעם די עצה פון התבודדות; איך שרייב דיר א קליינע תפילה וואס דו זאלסט זאגן יעדן טאג, וועסטו זען גרויסע ניסים; דא האסטו די תפילה:


"הייליגער באשעפער, איך האב א פראבלעם, איך בין נישט רואיג; מיינע מחשבות פייניגן מיר, מיינע מחשבות לאזן מיר נישט מנוחה, איך טראכט טאג און נאכט איבער אלטע זאכן: 'איך האב גוט געטון?' 'איך האב נישט גוט געטון?' איך פייניג זיך מיט ספיקות, איך בלייב שטיין ביי יעדע קלייניקייט, עס האקט מיר אין קאפ: 'יא גוט געטון, נישט גוט געטון?' 'איך בין יא גוט? איך בין נישט גוט?'


הייליגער באשעפער, די יסורים איז אומדערטרעגליך, עס איז אזוי שווער; פון אינדרויסן זע איך אויס געזונט, איך זע אויס פיין, אבער אינעווייניג בין איך חרוב ונחרב, איך קען זיך נישט ארויסברענגען מיינע ווייטאג, אבער דו ביסט דאך "היודע מחשבות", דו ווייסט מיינע מחשבות, בעט איך דיר, "יודע מחשבות הושיעה נא", העלף מיר, הייל מיך אויס, נאר דו קענסט מיר אויסהיילן, איך האב נישט קיין שום אנדערע וועג זיך צו היילן, קיינער האט נישט קיין רפואה פאר מיר, דו אייבערשטער קענסט מיר אויסהיילן, יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך ה' צורי וגואלי".


אז דו וועסט זאגן די תפלה לכל הפחות איינמאל א טאג זאג איך דיר צו אז דו וועסט זען א גרויסע נס, דו וועסט באקומען מנוחה אין דיין מח.


איך בעט דיר דו זאלסט מיר ווייטער שרייבן, ווייל איך האב דיר זייער ליב, איך האלט זייער פון דיר, איך זע אין דיר אן עתיד א שיינעם.


פון דיין ראש ישיבה.


 

#4 - איך האב פאר דיר נאר איין עצה: 'תפלה'
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, רפואה, מחשבות, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


            יום ב' פרשת תולדות, ערב ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


קענסט פרובירן אנדערע עצה געבערס, אפשר וועלן זיי האבן פאר דיר אן עצה; איך האב פאר דיר נאר איין עצה: 'תפלה', אויב דו וועסט זיין שטארק מיט די עצה פון תפלה וועסטו זען גרויסע וואונדער.


איך שרייב דיר א קליינע תפלה וואס דו זאלסט זאגן אפאר מאל א טאג:


"הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, איך האב שרעקליכע ווייטאג, איך האב שמערצן אין מח; איך טראכט נאר שלעכטס, איך טראכט נאר שווארץ. איך קען זיך נישט ליידן, איך וויל יעדע רגע נאר אנטלויפן פון מיר אליין. אנא ה', אייבערשטער העלף מיר איך זאל טרעפן אין מיר גוטס.


ווען וועל איך שוין קענען זיין א געזונטע מאמע פאר מיינע קינדער? ווען וועל איך שוין זיין א רואיגע ווייב פאר מיין מאן נרו יאיר? איך הער זיך נישט אויף צו קלאפן, דאס קלאפט נאכדעם אויס אויף מיין מאן און קינדער.


רחם נא, הייליגער באשעפער דערבארעם זיך אויף מיר; קיינער ווייסט נישט וואס איך גיי אריבער, איך שטעל א שיינע פנים פון אינדרויסן, אבער פון אינעווייניג דריידט זיך מיין קאפ ווי א וואש-מאשין, איך האב נישט קיין מנוחה.


הושע נא, העלף מיר טאטעניו איך זאל האבן שטארקע אמונה אין דיר, איך זאל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר, איך זאל גלייבן אז דו האסט מיר ליב, איך בין יא ווערד".


אויך זאלסטו זאגן קאפיטל כט פון תהילים, דאס איז מסוגל פאר אלע שלעכטע מחשבות: "מִזְמוֹר לְדָוִד הָבוּ לַיְיָ בְּנֵי אֵלִים הָבוּ לַיְיָ כָּבוֹד וָעֹז: הָבוּ לַיְיָ כְּבוֹד שְׁמוֹ הִשְׁתַּחֲווּ לַיְיָ בְּהַדְרַת קֹדֶשׁ: קוֹל יְיָ עַל הַמָּיִם אֵל הַכָּבוֹד הִרְעִים יְיָ עַל מַיִם רַבִּים: קוֹל יְיָ בַּכֹּחַ קוֹל יְיָ בֶּהָדָר: קוֹל יְיָ שֹׁבֵר אֲרָזִים וַיְשַׁבֵּר יְיָ אֶת אַרְזֵי הַלְּבָנוֹן: וַיַּרְקִידֵם כְּמוֹ עֵגֶל לְבָנוֹן וְשִֹרְיוֹן כְּמוֹ בֶן רְאֵמִים: קוֹל יְיָ חֹצֵב לַהֲבוֹת אֵשׁ: קוֹל יְיָ יָחִיל מִדְבָּר יָחִיל יְיָ מִדְבַּר קָדֵשׁ: קוֹל יְיָ יְחוֹלֵל אַיָּלוֹת וַיֶּחֱשּׂף יְעָרוֹת וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד: יְיָ לַמַּבּוּל יָשָׁב וַיֵּשֶׁב יְיָ מֶלֶךְ לְעוֹלָם: יְיָ עֹז לְעַמּוֹ יִתֵּן יְיָ יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם".


צינד א ליכט פאר מוהרא"ש זכותו יגן עלינו און זאג די תפלה מיט די קאפיטל, וועסטו האבן א ישועה.

#3 - א מלמד זאל נישט הערן די נייעס, ער דארף האבן ריינע געדאנקען
חינוך הילדים, מלמדים, מחשבות, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


זיי זיך מקבל נישט צו האבן מיט די נייעס און נישט הערן קיין נייעס; די אלע וואס הערן נייעס זענען זייער דערשראקן פון וואס עס גייט זיין וכו', די וואס הערן נישט קיין נייעס זענען רואיג, פרייליך און צופרידן.


איך האף דו וועסט אויפהערן הערן נייעס; פון אנשי שלומינו תלמידי הישיבה קען איך נאר בעטן אבער פון דיר קען איך עס פארלאנגען, ווייל דו ביסט א מלמד אין אונזער הייליגע חדר, וויל איך דו זאלסט האבן ריינע געדאנקען, דו זאלסט איבערגעבן פאר די ריינע נשמות ריינקייט, זויבערקייט און הייליגקייט.


דיין נייעס זאל זיין די חומש, די בלאט גמרא; די נייעס זאלסטו איבערגעבן פאר די קינדער; חס ושלום רעדן צו די קינדער פון פאליטיק, חס ושלום זיך איינרעדן אז דער פרעזידענט וועט זיין א ישועה און פארקערט; א ישועה זעט מען ווען מען בעט דעם אייבערשטן, נאר דער אייבערשטער - ער פירט אלעס און מאכט אלעס.

#2 - האב נישט מורא פון די שרעקעדיגע חלומות
פחדים, חיזוק פאר מיידלעך, מחשבות, חלומות, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האב נישט מורא פון די שרעקעדיגע חלומות; בייג זיך אראפ צום אייבערשטן, נעם אריין דעם אייבערשטן אין דיין לעבן - וועסטו מער נישט חלומ'ן די שרעקעדיגע חלומות פון שטארבן וכדומה.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות גאוה, סימן יט): "מַבְהִילִין אֶת הָאָדָם בַּחֲלוֹמוֹת", מען דערשרעקט א מענטש אין זיין חלום, "כְּדֵי לְהָסִיר מִמֶּנּוּ גַּאֲוָה שְׁקוּעָה, שֶׁהִוא מְכֻסָּה מִמֶּנּוּ, שֶׁאֵינוֹ מַכִּיר בָּהּ", כדי ער זאל זיך נישט גרויסן אויף א צווייטן; ווען מען האלט זיך גרויס, מען קוקט אראפ אויף אנדערע, דעמאלט דערשרעקט מען דעם מענטש כדי ער זאל זיך נישט גרויסן אויף אנדערע.


בנוגע טראכטן פון מיאוס'ע זאכן; שלאג זיך נישט מיט די מחשבות, דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן נישט ארויסצורעדן פון מויל מיאוס'ע ווערטער; טראכטן איז איין זאך, אבער רעדן נבול פה איז א גרויסע עבירה.


זינג און טאנץ ניגונים פון שמחה וועסטו פטור ווערן פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - נעם ארויס פון דיין קאפ די שלעכטע מחשבות
פחדים, חיזוק פאר מיידלעך, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם ארויס פון דיין קאפ די שלעכטע מחשבות; דארפסט נישט מורא האבן, די אלע שלעכטע מחשבות וואס מען טראכט: 'איך וועל נישט חתונה האבן', 'איך וועל נישט האבן קיין קינדער וכו', וכו'' - דאס איז דער יצר הרע.


טראכט גוט וועט זיין גוט.