בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#94 - די זאך פון סעקירן די ווייב נאכאנאנד, איז א שגעון
אמונה, שלום בית, משניות, מוסר, ספרי ברסלב, טשעפען, זיווג שני, נערווען, האר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די חסדים אז דו האסט א וואוילע ווייב, האסט אזוי גוט חתונה געהאט און הער אויף זוכן איר צו פאררעכטן.


די זאך פון סעקירן די ווייב נאכאנאנד - איז א שגעון, דאס האט נישט מיט אידישקייט, דאס איז בלויז נערווען; מער ווי איין מאל דערמאנען זיך צו פאררעכטן די צודעק איז שוין נערווען. אז דו ווילסט פאררעכטן - זאלסטו זוכן אין דיר וואס דו קענסט טון צו ווערן בעסער, לאז איר אפ; אז דו וועסט איר ווייטער דערמאנען יעדע סעקונדע וועגן איר צודעק - וועט זיין נישט גוט. א פרוי האט נישט ליב ווען מען זאגט און סעקירט, בפרט ביי זיווג שני. דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט נאכאמאל חתונה געהאט, צו אן ערליכע פרוי; זי איז דיר געטריי, זי איז צו דיר גוט - זאלסטו נישט זוכן ווי צו טרעפן א האר וואס שטעקט זיך ארויס איר צו קענען סעקירן.


מען דארף זיך נישט אוועקדרייען די פנים פון די ווייב ביי קידוש וכדומה צוליב א חשש אז עס זעט זיך ארויס א האר. אז דו וועסט זיך אוועקדרייען דיין פנים ביי קידוש און ביי ברכת המזון - וועט זי זיך אינגאנצן אוועקדרייען פון דיר וכו', און אז דו וועסט אויפהייבן דיין קול, דו וועסט שרייען - וועט זי אוועקלויפן פון דיר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:), די גאנצע פרשה פון פלגש בגבעה האט זיך אנגעהויבן מיט אזא מעשה, פון ווארפן א פחד אויף די ווייב, אויך א מעשה מיט א האר; זי איז אנטלאפן פון איר מאן נאכדעם וואס ער האט געווארפן א שרעק וכו' וכו'.


מאך זיך א שיעור אין משניות; זאגן פרקים משניות קילט אפ די נערווען, עס מאכט רואיג און עס גראדט אויס די קאפ און מח מען זאל וויסן ווי אזוי צו לעבן. אויך זאלסטו לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, ספר לקוטי מוהר"ן, דאס נעמט אוועק די כח המדמה, מען הויבט אן לעבן מיט אמונה, מען הויבט אן לעבן מיט שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#93 - איך האף צום אייבערשטן אז דו שעצט דיין ווייב'ס צניעות
צניעות, שלום בית, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בענק זיך נאך דיר, איך האף אז אלעס איז ביי דיר גוט, אפשר זאלסטו מיר שרייבן איין מאל א וואך א בריוו, אדער דו אדער דיין ווייב, אזוי וועל איך דיר קענען מחזק זיין זיך ווייטער צו פירן מיט די עצות פון רבי'ן.


איך האף צום אייבערשטן אז דו שעצט דיין ווייב'ס צניעות, איך האף דו געבסט איר גוטע ווערטער און דו ביסט איר איר מחזק. מאך נישט דעם טעות וואס מענטשן מאכן, אראפ צו שלעפן די ווייב'ס צניעות, חוזק מאכן פון איר צניעות, און שפעטער ווען זי פאלט אינגאנצן - האט מען חרטה, אבער דעמאלט קען מען נישט צוריק דרייען, דעמאלט איז שוין שפעט.


איך האף דו געבסט איר יעדן טאג א גוט ווארט אויף איר שיינע איידעלע באשיידענע אידישע אנטון, זי מאכט א קידוש השם און א רייץ ביי די יונגע ווייבלעך זיי זאלן אויך וועלן גיין אנגעטון אזוי איידל.


לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, דאס איז די בעסטע מאטריאל זיך צו רייניגן פונעם יצר הרע.

#92 - ווער קען חתונה מאכן אין ישיבה פאר אומזיסט?
כיבוד אב ואם, תהלים, משניות, אידיש געלט, ישיבה, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב, מיט ליכטיגע דורות.


בנוגע חתונה האבן אין ישיבה וכו'; איך פריי זיך זייער צו יעדע חתונה אין ישיבה פון א תלמיד הישיבה מיט א תלמידה פון בית פיגא, אבער דאס קען זיין נאר מיט צוויי תנאים.


ערשטנס, נאר אז די עלטערן פון ביידע צדדים זענען מסכים.


איך האב געמאכט מען זאל קענען חתונה האבן אין ישיבה - גרינגער צו מאכן פאר די עלטערן, זיי זאלן נישט דארפן ווערן בעלי חובות, נאר גרינגער צו מאכן; אבער אויב די עלטערן שעמען זיך חתונה צו מאכן אין א שול - וויל איך נישט דו זאלסט זיך מתחצף זיין צו זיי.


איך האב דאס אויך געזאגט פאר דיין כלה תחי'; זי פרעגט וואס זי קען טון חתונה צו האבן אין ישיבה, איך האב איר געזאגט אז זי האט איין עצה, בעטן דעם אייבערשטן און רעדן שיין צו אירע עלטערן, זי זאל זיי זאגן אז פאר איר מיינט עס זייער אסאך, פאר איר איז דאס איר לעבן.


דאס זעלבע זאג איך דיר, אז דו ווילסט חתונה האבן אין ישיבה, זאלסטו זיי בעטן שיין מיט דרך ארץ, זאג זיי אז דו ווילסט דיין ראש ישיבה זאל זיך באטייליגן ביי די חתונה, דיין ראש ישיבה גייט נישט צו קיין חתונות נאר אין ישיבה.


חס ושלום רעדן מיט חוצפה, חס ושלום זאגן איין שלעכט ווארט פאר טאטע מאמע, עס לוינט נישט חתונה צו האבן אין ישיבה - אויב מען רעדט צו די עלטערן מיט חוצפה; צו עלטערן דארף מען רעדן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ.


די צווייטע תנאי, נאר ווער עס מאכט א פשוט'ע באווארפן, מען עסט אין שטוב אזוי ווי א געהעריגע שבת, און אויך די שבת שבע ברכות איז פשוט אן קיין זאל, אן קיין קעטערינג און אן קיין אויסגעבן געלט; נאר דעמאלט קען מען חתונה האבן אין ישיבה, אויב מען מאכט א טייערע באווארפן, א טייערע שבת שבע ברכות - האט נישט קיין פשט צו חתונה האבן אין ישיבה.


ברוך ה' עס איז שוין געווען פערציג חתונות אין ישיבה אזוי ווי מען פלעגט חתונה מאכן אין אלע דורות ביי אידישע קינדער, און עס וועלן נאך זיין הונדערטער און טויזנטער אזעלכע חתונות, פשוט, מיט א אידישן טעם.


די חתונות אין ישיבה קאסט נישט קיין געלט, עס איז גענצליך בחנם, אנשי שלומינו קאכן די עסן. די סעודה איז אויסדרוקליך נאר פאר חתן כלה, פאר די מחותנים, זיידעס און באבעס, און נאר די חתן כלה'ס געשוויסטער. די איבריגע משפחה קענען עסן א פיינע מאלצייט אין שטוב, און אויב זיי ווילן זיך פרייען - קענען זיי קומען ביים טאנצן ווינטשן מזל טוב.


נאכאמאל בעט איך דיר טייערער חתן, האסט געלערנט די פאר יאר אין ישיבה, זאלסטו געדענקען וואס דו האסט געלערנט די אלע יארן. דאס גרויסקייט פון כיבוד אב ואם; רעד צו דיינע עלטערן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, עס לוינט זיך נישט די צרות און ביטערניש וואס מען גייט אריבער אויב מען איז מזלזל אין די כבוד פון עלטערן.


לערן יעדן טאג משניות, פארלייג זיך אויף לערנען ח"י פרקים משניות יעדן טאג, און אויף זאגן תהילים; די צוויי שיעורים זאלסטו זאגן מיט מסירות נפש - וועסטו ווערן בטל צום אייבערשטן, עס וועט שיינען אויף דיר אור אין סוף ברוך הוא.

#91 - וואויל פאר דיר אז דו וועסט העלפן בויען מוסדות היכל הקודש
צדקה, מוסדות, משניות, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע דיין פראגע פון בארגן געלט וכו'; אז דו ווילסט פארבארגן דיין אפגעשפארטע געלט - פארבארג עס ענדערש פאר אונזערע מוסדות, אנדערע מוסדות וועלן זיך אן עצה געבן אן דיר, אבער אונזערע מוסדות ווערן געבויט דורך אנשי שלומינו.


איך וועל דיר דערציילן א מעשה וואס איך האב געהאט ביי מוהרא"ש. עס איז אנגעקומען פון יבנאל איינער פון די שמשים ביי מוהרא"ש צו מיר, איך זאל אים העלפן צאמשטעלן פאר אים. אומר ועושה, איך האב גלייך אנגעהויבן צאמנעמען געלט. נאכדעם געב איך א טראכט 'איין מינוט, לאז מיר פרעגן מוהרא"ש', איך פרעג מוהרא"ש, און מוהרא"ש זאגט מיר די ווערטער: "ער וועט זיך אן עצה געבן אן דיר, דו שטעל צוזאם געלט פאר די ישיבה, חדר, הדפסה וכו'".


איך קען דיר נישט זאגן נישט צו פארבארגן פאר אנדערע, אבער דאס קען איך דיר יא זאגן: "וואויל פאר דיר אז דו וועסט העלפן בויען מוסדות היכל הקודש"; דער הייליגער רבי וועט דיר נישט שולדיג בלייבן.


פארלייג זיך צו לערנען משניות, דאס היילט בגוף ונפש, משנה איז מְשַׁנֶה, משנה געבט א נייע נשמה, משנה רייניגט פון אלע שלעכטע מחשבות.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיר.

#90 - די טערעפיסטן קענען דיך נישט העלפן, נאר דער רבי וועט דיך העלפן
שידוכים, משניות, עבירות, נסיונות, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


זיי שטארק מיט לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות, דאס וועט דיך אפוואשן פון אלע דיינע פגמים.


די טערעפיסטן קענען דיך נישט העלפן; וואס קען טערעפי העלפן פאר'ן ברענעדיגן יצר הרע וואס פלאקערט און ברענט און ווארפט אראפ אין פגם הברית?! ווער רעדט נאך אז דו ביסט נעבעך אראפגעפאלן אין נשג"ז, ביסט אנגעקומען צו גוים וגויות רחמנא לצלן, ביסט אנגעקומען צום שאול תחתית; וועט נאר דער גרויסער רבי, דער גרויסער דאקטער - דיך קענען היילן מיט זיינע תרופות, מיט זיינע עצות.


ח"י פרקים - דאס נעמט ארויס פון די עבירה רחמנא לצלן, ח"י פרקים קילט אפ דעם יצר הרע.


דערפאר בעט איך דיר זייער מיין ליבער טייערער ברודער, קום אין ישיבה, שטארק זיך אויף אלע מניעות און אלע ליצנות; קום אין ישיבה פונעם צדיק און טו די עצות פון צדיק, ח"י פרקים און אסאך בלעטער גמרא.


איך זאג דיר צו, אויב דו וועסט קומען לערנען די הייליגע תורה - וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך. איך האף צו זיין דיין שדכן, דו וועסט זיך אינגאנצן רייניגן און ארויסגיין פון אלעם שלעכטס.

#89 - סגולות פאר פרנסה און עשירות
סגולות, רפואה, משניות, פרנסה, מורה דרך, ברכת המזון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בראכפעלד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין רב, דיין דיין, זאגט ענק צו ווארטן וכו' - זאלט איר ווארטן; פאלג דיין רב, ווארט וכו'.


בנוגע פרנסה; מוהרא"ש זאגט א סגולה לפרנסה, א סגולה לעשירות - צו בענטשן ברכת המזון אינעווייניג אין א בענטשער, בדוק ומנוסה; ווער עס איז מקפיד אויף דעם, צו בענטשן אין א בענטשער - ווערט רייך.


נאך א סגולה פאר עשירות - איז לערנען משניות; משנ"ה באטרעפט פרנס"ה - דריי הונדערט פינף און ניינציג. לערן יעדן טאג משניות, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט - זאל מען זאגן די ווערטער. גיי כסדרן, הויב אן מסכת ברכות, זאג א ווארט נאך א ווארט ווי א קליין קינד, זינג די משנה מיט א געשמאקקייט - וועסטו האבן פרנסה בשפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#88 - איך וויל אם ירצה ה' געבן שיעורים אין לשון הקודש
בחור, יבנאל, דרשות, משניות, נסיונות, לימוד התורה, ישיבה, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וויל אם ירצה ה' געבן שיעורים אין לשון הקודש, בפרט די זמן זענען געקומען בחורים פון יבנאל וואס קענען נישט קיין אידיש - וועל איך געבן יעדע וואך לכל הפחות איין שיעור אין לשון הקודש.


לעת עתה שפיר איך זיך נישט אזוי גוט, איך היס זייער שטארק און די קול איז מיר אויסגעריסן, איך קען קוים רעדן. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אז איך וועל צוריק האבן מיין קול - וועל איך גלייך געבן א שיעור אין לשון הקודש, מען וועט דאס ארויפלייגן אויפ'ן טעלעפאן ליין און דו מיט אלע דיינע חברים אין ארץ ישראל וועלן דאס קענען הערן.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן. לערן אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום יעדן טאג, איינגעטיילט אויפ'ן וואך לויט'ן טאג.


אויך זאלסטו זיך אנשטרענגען צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; דארפסט נישט פארשטיין, זאג די ווערטער - דאס וועט דיך מטהר זיין און געבן כח צו קענען ביישטיין די שווערע נסיונות. בפרט בחורים וואס האבן ביטערע שווערע נסיונות אין קדושה, דער יצר הרע ווארפט זיי אראפ נאכאנאנד אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה; וויפיל זיי פרובירן לוחם זיין - פאלן זיי ווייטער און ווייטער, פאר זיי איז די עצה צו לערנען אסאך משניות; משנה הרג'עט דעם יצר הרע.


שרייב מיר נאך בריוו וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#87 - סדר השיעורים פאר א בחור אין ישיבה קטנה
תפילה והתבודדות, בחור, מוסדות, משניות, לימוד התורה, ספרי ברסלב, גמרא, סדר היום, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ישיבה קטנה היכל הקודש ירושלים


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו לערנסט פלייסיג סדר דרך הלימוד, און אויך גייסטו הפצה.


בנוגע דיין פראגע וואס פאר א שיעורים דו זאלסט לערנען; מאך זיך א סדר צו לערנען יעדן טאג חומש - שנים מקרא מיט'ן תרגום, איינגעטיילט לויט די וואך: זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי - און אזוי ווייטער.


די צווייטע שיעור זאלסט לערנען משניות; לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, זאג די ווערטער שיין, הויך און קלאר, אויפ'ן קול. אויב איז דיר שווער צו זאגן אכצן - קענסטו עס איינטיילן אויף זעקס פרקים אינדערפרי, שפעטער נאך זעקס פרקים און פארנאכטס נאך זעקס פרקים; אזוי זאלסטו טון יעדן טאג - וועסטו ענדיגן גאנץ ששה סדרה משנה יעדע חודש.


די דריטע שיעור זאלסטו לערנען גמרא. האסט שוין זוכה געווען צו ענדיגן איין מאל ש"ס - זאלסטו אנהויבן נאכאמאל און גיין כסדרן א בלאט נאך א בלאט, א מסכתא נאך א מסכתא, ביז דו וועסט ענדיגן נאכאמאל ש"ס - וועסטו אנהויבן א דריטע מאל; אזוי זאלסטו טון יעדן טאג.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו לערנסט אין היכל הקודש, ביי אונז אין ישיבה וועט מען דיר נישט שטערן פון לערנען פלייסיג; דיין מגיד שיעור הרב משה שמואל שליט"א וועט דיר מחזק זיין צו לערנען נאך און נאך בלעטער גמרא.


לאז זיך נישט שטערן פון קיינעם, זיץ אין דיין ווינקעלע און זאג בלעטער גמרא אויפ'ן קול מיט א ניגון, און יעדע מאל דו זאגסט א נאמען פון א תנא אדער פון אן אמורא - זאלסטו זיך פארשטעלן ווי דו שטייסט פאר דעם הייליגן תנא אדער אמורא, און דו זאלסט רעדן צו אים און אים בעטן אז דיין קאפ זאל זיך עפענען, דו זאלסט פארשטיין די גמרא. אזוי פירן זיך די צדיקים, ווען זיי לערנען תורה - מאלן זיי זיך אויס ווי דער תנא, דער אמורא - שטייט דא; זיי לערנען תורה מיט קדושה וטהרה.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין ספר המידות. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שעט), דער ספר האט אים געמאכט פאר א איד; לערן דאס, און ביי יעדע אות זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו קענען צוקומען צו דעם, און אויב איז דאס א שלעכטע זאך - זאלסטו וויינען צום אייבערשטן דו זאלסט פטור ווערן פון די שלעכטע מידה.


שרייב מיר יעדע וואך וואס טוט זיך אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#86 - א בחור האט געענדיגט די צווייטע מאל ש"ס, א שיינע התחלה פאר'ן זמן
כולל, תפילה והתבודדות, חברים, שלום בית, סיום, משניות, לימוד התורה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ב' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואו דו גייסט און וואו דו שטייסט זאלסטו רעדן צום אייבערשטן. אויפ'ן וועג צום בית המדרש, אויפ'ן וועג אהיים פון בית המדרש און אין בית המדרש - זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן; ווייל יעדע ווארט וואס א איד רעדט צום אייבערשטן - דאס בלייבט פאר אייביג, דאס איז א נצחיות; וואויל איז דעם וואס כאפט ארויס ווערטער צום אייבערשטן.


מאך זיך א שיעור אין משניות. משניות רייניגט דעם מענטש פון אלע טומאות און אלע זוהמות. משנה איז ראשי תיבות די ווערטער פון ה'עלית מ'ן ש'אול נ'פשי; משנה נעמט ארויס דעם מענטש פון אלע בלאטעס. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער, אין א רייע, גיי כסדרן דיקא; הויב אן סדר זרעים, מסכת ברכות, זאג א פרק נאך א פרק, עס וועט אראפפאלן פון דיר שטיקער בלאטע; ווער עס איז שטארק אין דעם - איז זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק.


ביינאכט נאך א טאג פון שווער ארבעטן און פון אזויפיל איבערגייאכץ וכו' - זאלסטו זיך נישט פארלירן וכו'; לויף צו די תורה. אז דו וועסט לויפן צו די משניות - וועט דיין ווייב דיר אנטקעגן קומען, זי וועט דיר זיין פאר אן עזר, און אז מען לויפט נאך - ווערט מען דערנידערט און זי ווערט א כנגדו וד"ל.


געלויבט דעם אייבערשטן, נעכטן איז אריבער א שיינע טאג אין ישיבה. עס האט זיך אנגעהויבן מיט זייער א פרייליכע זאך, א בחור האט מסיים געווען די צווייטע מאל גאנץ ש"ס! דאס איז אזא שיינע התחלה; עס האט געגעבן א וועק אויף יעדן איינעם, אלע זאלן זיך מאכן א שיעור, אנהויבן ש"ס.


נעכטן נאכט איז געווען ביי מיר אין שטוב א סעודת ראש חודש מיט אפאר פון אנשי שלומינו וואס העלפן די כולל. עס איז געווען זייער געשמאק צו זיצן מיט אנשי שלומינו און רעדן פון רבי'ן, מען האט גערעדט פון וואס מען האט געהאט נעכטן אינעם בלאט גמרא, דאס גרויסקייט פון העלפן תלמידי חכמים; מיט'ן העלפן תלמידי חכמים זאלן קענען לערנען - מיט דעם איז מען מקיים "ולדבקה בו", מען ווערט איינס מיט'ן הייליגן באשעפער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#85 - יעצט וועט דיין מאמע ארויפגיין ביז די העכסטע פלאץ אין גן עדן
כיבוד אב ואם, משניות, שולד געפילן, ניחום אבלים, גן עדן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט האב איך געהערט די נייעס פון די פטירה פון דיין מאמע עליה השלום, איך וויל דיר מנחם זיין; המקום ינחם אותך מתוך שאר אבלי ציון וירושלים, מיר זאלן שוין זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט און צו ביאת משיח צדקינו.


יעצט וועט דיין מאמע ארויפגיין העכער און העכער ביז די העכסטע פלאץ אין גן עדן, אזוי זאגט מוהרא"ש; ווען א נשמה גייט ארויף אויבן אין הימל און לאזט איבער אויף די וועלט א קינד וואס פאלגט דעם רבי'ן און ער איז צוגעבינדן צום רבי'ן - טוט זיך א רעש און א טומל, אלע נשמות זענען מקנא די נשמה, ווייל ווען מען לאזט איבער א קינד וואס איז זיך מתבודד, רעדט צום אייבערשטן און לערנט די הייליגע תורה - גייט די נשמה העכער און העכער, מען קען נישט משיג זיין וואס פאר א תענוג די נשמה האט אויבן אין הימל.


שטארק זיך, לערן יעדן טאג משניות; זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין - וועסטו מאכן א נחת רוח פאר איר נשמה און אויך פאר דיין נשמה.


איך האף צום אייבערשטן דו וועסט זיך קענען צאמנעמען, ארויסטרייבן אלע שלעכטע מחשבות וכו'. זייער אסאך מאל ווען מען פארלירט א טאטע אדער א מאמע - ווערט מען צעטומלט, מען הויבט אן טראכטן שלעכטע מחשבות וכו', מען באשולדיגט זיך, מען טראכט 'איך האב נישט גענוג געטון', אדער מען טראכט 'וועגן מיר האט דאס פאסירט', דאס איז נישט קיין גוטע מחשבות, דאס איז נישט גוט פאר די נשמה, די שולד געפיל שטערט די רוה פון די נשמה.


גיי התבודדות יעדן טאג, רעד זיך אויס צום אייבערשטן; דערצייל אים אלעס, דערצייל אים דיינע מחשבות, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, אויף די גאנצע משפחה און אויף אונז אלע.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#84 - אויב גייט אריבער א וואך אן מעביר סדרה זיין, קען מען האבן א שאדן
משניות, מעביר סדרה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו העלפסט די ישיבה מיט'ן געבן צדקה פאר די רענט קאמפיין וואס זיי צאלן רענט פאר אלע אונזערע בנינים, דער אייבערשטער זאל דיר באצאלן מיט גרויס שפע, מיט ברכה והצלחה.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט יעדן טאג לערנען חומש מיט תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, שטופ עס נישט אפ אויף פרייטאג, שבת, ווייל חס ושלום אויב גייט אריבער די וואך אן מעביר סדרה זיין - קען מען האבן א שאדן; מען קען פארלירן געלט, אדער א שאדן בגוף.


אויך בעט איך דיר, נעם זיך צום משניות, לערן יעדן טאג לכל הפחות איין פרק משניות; אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זיך נישט מייאש זיין, נאר זאג די ווערטער; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אין צריכין בלימוד, רק האמירה לבד", ביים לערנען דארף מען נאר זאגן די ווערטער; משניות וועט אויסרייניגן דיין נשמה, משנ"ה איז די אותיות נשמ"ה, משנה וועט דיר מאכן פאר אן ערליכער איד. משנ"ה איז די זעלבע אותיות ווי מְשַׁנֶּ"ה, עס איז משנה, עס טוט פארענדערן דעם מענטש צום גוטן. משנה וועט דיר באשיצן אין קבר פון ווערים און פון אלע מלאכי חבלה.

#83 - דערצייל נישט פאר קיינעם דיינע עבירות, נאר פאר'ן אייבערשטן
תפילה והתבודדות, רפואה, משניות, עבירות, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דערצייל נישט פאר קיינעם דיינע עבירות, נאר פאר'ן אייבערשטן.


אז דער משגיח ביי ענק אין ישיבה זאגט דיר דו זאלסט שרייבן דיינע עבירות, זאלסטו אים זאגן: מיינע עבירות דערצייל איך נאר פאר'ן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:): "חָצִיף עָלַי מַאן דִמְּפָרֵשׁ חֶטְאֵיהּ", עס איז א חוצפה צו דערציילן עבירות; נאר דעם אייבערשטן זאלסטו דערציילן.


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי צו לעבן, התבודדות ותפילה און זיך מתוודה זיין פאר'ן אייבערשטן; וואויל איז דעם וואס לעבט מיט די וועג.


בנוגע אז מען וויל דיר לייגן אויף ריטעלין וכו'; אויב יעדער איינער נעמט ריטעלין איז א גוטע עצה ער זאל נעמען פאר זיך, אויך זאל ער געבן פאר זיין ווייב און קינדער, וויבאלד יעדער איינער נעמט סיי ווי... דו דארפסט נישט, דו ביסט געזונט און שטארק.


נעם איין דעם רבינ'ס מעדעצין; נעם א משניות און זיי גורס ח"י פרקים משניות. טו דאס יעדן טאג - וועסטו ווערן מיושב, דו וועסט זיין רואיג און פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#82 - משניות האט א כח צו איבערדרייען דעם מענטש לטוב
משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ליבער הארציגער ...


זע צו לערנען יעדן טאג אסאך פרקים משניות, משניות האט א כח צו איבערדרייען דעם מענטש לטוב.


דיין ראש ישיבה.


 

#81 - די נסיונות זענען גרויס, אבער דער רבי איז גרעסער און שטערקער
בחור, תיקוני זוהר, חסידות ברסלב, משניות, נסיונות, לימוד התורה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


חזק ואמץ! איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, שטארק זיך; אפילו עס איז גאר ביטער, דו ווערסט פארברענט פונעם יצר הרע, דו פאלסט וכו' - דאך זאלסטו זיך צובינדן צום הייליגן רבי'ן. גלייב אין רבי'ן, דער רבי זאגט אונז (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב) אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, גלייב אז דו קענסט מתקן זיין.


דער סמ"ך מ"ם איז זייער גרויס, די נסיונות זענען זייער גרויס, אבער דער הייליגער רבי איז גרעסער און שטערקער. רבי נתן האט געזאגט: "איין בלעטל פון רבי'ן וועט אלעס מתקן זיין".


זאג ווייטער ח"י פרקים משניות יעדן טאג, אויך לערן דפים גמרא, ספר התיקונים און לקוטי מוהר"ן. מי יתן זאלסט מסיים זיין יעדן חודש די דריי ספרים הקדושים: "ששה סדרי משנה, תיקוני זוהר און ליקוטי מוהר"ן" - וועסטו זוכה זיין אלעס צו מתקן זיין און טרעפן דיין זיווג בקרוב.

#80 - א זיבן יעריג קינד געענדיגט ששה סדרי משנה אין די פרייע צייטן
סיום, משניות, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים


יעצט האב איך געהערט די גוטע נייעס אז דו האסט מסיים געווען די ערשטע מאל ששה סדרי משנה; דאס איז דאך די שענסטע זאך, א קינד פון זיבן יאר אלט זאל לערנען יעדן טאג אין די פרייע צייט משניות ביזן ענדיגן גאנץ ששה סדרי משנה!


איך האב געהאפט צו זיין אין ארץ ישראל די וואך, אבער דער אייבערשטער מאכט אנדערש.


איך בענק זיך זייער צו ענק, איך וויל הערן פון אלע קינדער נאך מעשיות פון תפילה.


שיק א גריס פאר דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#79 - עס איז מיין גרעסטע שמחה אז ענק היטן שבת
התחזקות, שבת קודש, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, פלארידע


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי דו שטארקסט זיך מיט'ן הייליגן רבי'ן, דאס געבט דיר כח צו קענען זיין א גוטע איד. איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו גייסט אין שול דאווענען די דריי תפילות, דו פרייסט זיך מיט טלית און תפילין, און דו שטארקסט זיך אויף אלע נסיונות.


די שורה וואס דו שרייבסט אז דו און דיין ווייב האבן אנגעפאנגען היטן שבת, ביידע פון אייך דרייוון מער נישט שבת - דאס צו הערן איז מיין גרעסטע שמחה! דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון היטן שבת; יעצט איז דיר דער אייבערשטער מוחל אויף אלעס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח:): "כָּל הַמְשַׁמֵּר שַׁבָּת כְּהִלְכָתָהּ", דער וואס היט שבת, "מוֹחֲלִין לוֹ", איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נו, ב) "'שׁוֹמֵר שַׁבָּת מֵחַלְּלוֹ', אַל תִּקְרֵי מֵחַלְּלוֹ אֶלָּא מָחוּל לוֹ".


שטארק זיך, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר.


מזל טוב צו דיין סיום סדר זרעים; גיי ווייטער מיט סדר מועד, ביז דו וועסט ענדיגן גאנץ משניות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#78 - משניות וועט דיר אויסלייזן פון דיין גלות
משניות, משיח, ישיבה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יעדע חודש ברענגען מיר די גבאים וואס נעמען צאם פון אנשי שלומינו צדקה פאר די רענט פון די ישיבה א ליסטע פון אלע נעמען ווער עס געבט און וויפיל מען געבט; איך פריי זיך צו זען דיין נאמען, איך האב דיר שוין לאנג נישט געזען, פריי זיך זיך כאטש צו זען דיין נאמען אז דו האסט נאך די געפיל צו העלפן די ישיבה וואו דו האסט געלערנט.


איך האף אז דו לערנסט נאך משניות; אמאל פלעגסטו מיר שרייבן יעדע מאל דו האסט מסיים געווען משניות, דאס האט מיר זייער מחי' געווען. משניות וועט דיר אויסלייזן פון דיין גלות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת".

#77 - משניות ברענגט צוריק די כח, די מח, מען ווערט ניי געבוירן
קדושה, שידוכים, תשובה, משניות, עבירות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב א בעל תשובה איז אויבן אין הימל, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִין אֵין צַדִּיקִים גְּמוּרִים יְכוֹלִין לַעֲמֹד", גרויסע צדיקים קומען נישט אן צו די הויכע פלאץ וואו בעלי תשובה דערגרייכן; ווייל ווען די וואס האבן שוין אפגעטון שלעכטע זאכן שטארקן זיך און לאזן אפ די אלטע שלעכטע מעשים – איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן.


יעצט זאלסטו זיך שטארקן בלימוד משניות, דאס וועט דיר געבן כח נישט צוריק צו פאלן צו די עבירות. ווען מען זינדיגט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז זייער שווער ארויסצוקריכן פון דעם, נאר מיט די הייליגע תורה, נאר מיט משניות און גמרא - קען מען זיך אוועקשטעלן, זיין אפגעהיטן פון דעם.


דעריבער זאלסטו זיך שטארקן מיט לערנען משניות; פרוביר מיט אלע דיינע כוחות צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס איז די רפואה פאר די עבירה; נישטא א שטערקערע זאך אין פאררעכטן פגם הברית ווי לערנען משניות; עס לויטערט אויס די בלוט, עס לויטערט דעם מח, עס איז א וואונדערליכע סגולה.


בדרך כלל, דער וואס איז נעבעך אריינגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - דער האט מער נישט קיין כח צו אויס ווארטן, מען ווערט נערוועז, מען פארלירט דעם קאפ זיך צו קענען קאנצעטרירן צו לערנען און דאווענען; דורך זאגן משניות באקומט מען צוריק די כח, די מח, מען ווערט ניי געבוירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טרעפן דיין שידוך שנעל און גרינג.

#76 - די משניות וועט דיר באגלייטן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט
משניות

בעזרת ה' יתברך


ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו לערנסט משניות און דו האסט יעצט זוכה געווען צו מסיים זיין צום דריטן מאל ששה סדרי משנה.


דאס וועט דיר באגלייטן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דיין ראש ישיבה

#75 - דיין טאטע קומט ארויף אויבן מיט פילע גרויסע זכותים
צדיקים, משניות, מוהרא"ש, זכותים, לימוד התורה, תכלית, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


ברוך דיין האמת, איך האב יעצט געהערט די ביטערע נייעס אז דיין טאטע עליו השלום איז נפטר געווארן.


דיין טאטע איז מיר געווען זייער א גוטער פריינט, ער איז מיטגעשטאנען מיט מיר פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה ביזן לעצטן טאג, ער האט מיר אלץ מחזק געווען, אלץ געגעבן גוטע ווערטער.


אויך האט דיין טאטע געלערנט יעדן טאג פון אנהויב פון זיין התקרבות צו מוהרא"ש ביז ממש לעצטנס ווען ער איז אריין אין שפיטאל - ח"י פרקים משניות, מיט נאך אסאך שיעורים. די תורה, די פרקים משניות - וועט אים היטן אין קבר. דו דארפסט נישט זארגן פאר דיין טאטע, אים איז יעצט גוט און ליכטיג, ער איז אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


דיין טאטע האט זיך אוועק געגעבן פאר אידישע קינדער זיין גאנץ לעבן, פיר און צוואנציג שעה א מעת לעת האט ער געטון פאר אנדערע, אן באקומען גארנישט באצאלט. ער האט געהאלפן צעבראכענע אידן, צעבראכענע נשמות, אזויפיל שווערע פרשיות פון חולי נפש האט ער געהאלפן. ווען עס איז מיר אנגעקומען א שווערע פרשה צו העלפן איינעם אויסהיילן בגוף ונפש - האט ער אלץ געהאלפן מיט אזא מסירות נפש; דאס וועט אים יעצט היטן, ער האט גוטע קליידער אויבן אין הימל מיט וואס זיך אנצוקליידן. אזוי זאגט דער רבי, די מצוות פון העלפן אנדערע - דאס זענען קליידער פאר די נשמה, די נשמה זאל זיך נישט דארפן שעמען אויבן אין הימל.


ועל כולם, דיין טאטע האט זוכה געווען צו משמש זיין מוהרא"ש בחיים חיותו, וועט ער זיכער ווייטער משמש זיין מוהרא"ש אויבן אין הימל. דיין טאטע איז געווען זייער געטריי פאר מוהרא"ש, איך האב געזען אסאך ביי מוהרא"ש, עס זענען געווען אסאך וואס האבן משמש געווען, אבער נישט יעדער איז געווען געטריי, אסאך האבן געהאט אייגענע אינטערעסן, דיין טאטע עליו השלום איז געווען געטריי פאר מוהרא"ש אן קיין שום אייגענע נגיעות; זעלטן צו זען אזא משמש ביי א צדיק.


דער אייבערשטער זאל דיר טרייסן, דיר און דיין טייערע מאמע; איך וועל איר באזונדער שרייבן א בריוו, איר טרייסטן, מיט דיינע ברידערס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו משיח צדקינו און צו תחיית המתים במהרה בימינו.

#74 - מסיים געווען די פערטע מאל ששה סדרי משנה
סיום, משניות, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, מנהגים, תיקון חצות, שמיטה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע, כ"ח אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); דו האסט מסיים געווען די פערטע מאל ששה סדרי משנה.


שטארק זיך און זיי ממשיך מיט'ן לערנען משניות, אזוי אויך זאלסטו לערנען מקרא, גמרא, הלכה און מדרש. ביי אלע שיעורים זאלסטו זיך נישט אפשטעלן אויב דו פארשטייסט נישט, נאר לערנען אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין קוקן אין שיחות הר"ן (סימן עו), דער לשון פון הייליגן רבי'ן: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד", מען דארף נישט ביים לערנען, "רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר וּמִמֵּילָא יָבִין", נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, און צום סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל די מעלה פון לערנען אסאך שטייגט אלעס איבער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.) אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, ווייל אזוי איז מען זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


בנוגע זאגן תיקון חצות אין שנת השמיטה; מוהרא"ש זאגט אז אונזער מנהג איז יא צו זאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#73 - זאג פרקים משניות, וועסטו שנעל ווערן ריין און אויסגעלייטערט
ישועות, תשובה, משניות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, י"ג אדר ב', תענית אסתר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מענטשן וואלטן ווען געוויסט דאס גרויסקייט פון לימוד התורה, ווי שטארק און ווי שנעל דאס העלפט ארויס צו קריכן פון בלאטע, פון שווערע טיפע טומאות - וואלטן אלע געזען גרויסע ישועות, בפרט דורך לימוד ח"י פקרים משניות; לימוד משניות האט א כח אז עס רייניגט די נשמה פון אלע טומאות, פון אלע זוהמות און פון אלע שלעכטס.


עס איז דא גענוג און נאך צייט פאר ח"י פרקים משניות; מען קען דאס איינטיילן אויף אפאר פרקים אינדערפרי, אפאר פרקים מיטאג און אזוי ווייטער. אנשטאט קוקן נייעס, הערן נייעס, זיין פארנומען מיט זאכן וואס קומט גארנישט ארויס קיין נוצן דערפון - נעם די משניות און זאג א פרק נאך א פרק - וועסטו ווערן ריין און אויסגעלייטערט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#72 - אז דו האסט אוועקגעווארפן דיין טעלעפאן, וועט דיין כלה אויך זיין וואויל
קדושה, שידוכים, תשובה, משניות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת צו, י"ד אדר ב', חג הפורים, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו האסט געהאט די שטארקייט, דו האסט אוועקגעווארפן דיין טעלעפאן, דו האסט עס צעבראכן. דיינע ברידער לאכן פון דיר, מען מאכט חוזק פון דיר - אבער אויבן אין הימל טוט זיך עפעס אנדערש, דער אייבערשטער מיט אלע מלאכים שאלן פאר פרייד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיג.): "שְׁלֹשָׁה מַכְרִיז עֲלֵיהֶן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בְּכָל יוֹם", דער אייבערשטער רופט אויס אין הימל יעדן טאג "עַל רַוָּק הַדָּר בַּכְּרָךְ וְאֵינוֹ חוֹטֵא", אויף א בחור וואס זינדיגט נישט; א בחור וואס צעברעכט זיין טעלעפאן מאכט אין הימל אזא רעש, עס ווערט א שמחה אין אלע וועלטן.


זיי שטארק, פאל נישט צוריק; נעם זיך צו לערנען משניות, זאג יעדן טאג ח"י פרקים משניות - וועסטו האבן כח צו בלייבן ערליך.


ווען דו האסט אוועקגעווארפן דיין טעלעפאן האט דיין צוקונפטיגע כלה אויך אוועקגעווארפן אירע נסיונות. די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ב.): "אֵין מְזַוְּגִין לוֹ לְאָדָם אִשָּׁה אֶלָּא לְפִי מַעֲשָׂיו",  א שידוך האט מיט די מעשים; וואלסט זיכער נישט געוואלט אויסגעפונען נאך די חתונה ווי דיין ווייב זיצט מיט א טעלעפאן און קוקט אויף שדים און שידות, דאס גייט אבער נאר ביידע וועגן; דו דארפסט זיין ערליך, האבן שמירת עיניים - וועסטו באקומען א ריינע כלה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#71 - די הערליכע שבת התוועדות סיום סדר מועד
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, קדושה, אמונה, שלום בית, התחזקות, הפצה, רפואה, יבנאל, חסידות ברסלב, וויכוחים, סיום, שבת קודש, תשובה, משניות, אומאן, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, שבת התוועדות, ישיבה, מנוולים, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, דאווענען, בר מצוה, מנין, פורים, מלחמה, ברית, ביקור חולים, מוהל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א שאד דו ביסט נישט געקומען צום שבת התוועדות – שבת סיום סדר מועד. עס איז געווען א הערליכע שבת, מן הסתם וועסטו נאך הערן שיינע זאכן פונעם שבת פון די חברים. איך וועל דיר שרייבן אביסל וואס מיר האבן גערעדט.


צו מנחה איז צוגעגאנגען דער דיין ר' יונה שליט"א, נאך מנחה האב איך גערעדט אפאר ווערטער, מען האט געזינגען א שטייטע ניגון און מיר האבן גערעדט פון שבת זכור. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא תצא, סימן ט) אויפ'ן פסוק (דברים כה, יח): "וַיְזַנֵּב בְּךָ כָּל הַנֶּחֱשָׁלִים אַחֲרֶיךָ", עמלק האט גענומען זנבות, "חוֹתֵּךְ זְנָבוֹת, וְזוֹרְקָן כְּלַפֵּי מַעְלָה" (עיין לקוטי הלכות שבת הלכה ה', אות ט), עמלק רעדט אונז איין מיר זאלן זיין צעבראכן, מען זאל נישט האלטן פון זיך; ער מאכט דאס גאר פאר א מצוה און אזוי הרג'עט ער דעם מענטש, ווייל מען טראכט: 'איך בין סיי ווי גארנישט, איך בין סיי ווי א שגץ, איך בין סיי ווי א גוי, וואס דארף איך גיין דאווענען? ווער דארף מיין לערנען? מיינע מצוות?' מען דארף וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, יעדער איד דארף וויסן ביי זיך 'איך בין חשוב און טייער ביים אייבערשטן, דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון מיר'; דאס מעקן מיר אויס די וואך שבת זכור, געענדיגט מיט די קטנות הדעת, 'איך בין א גארנישט, איך בין גארנישט ווערד'; געענדיגט מיט די סארט מחשבות, 'איך בין יא, איך בין ווערד!'


מיר האבן נישט לאנג גערעדט, גלייך נאכדעם איז מאטי ראזענפעלד צוגעגאנגען צו קבלת שבת, ער דאווענט זייער שיין.


נאכן דאווענען בין איך געגאנגען זינגען זמירות שבת מיט די קינדער. עס איז געווען זייער א גרויסע עולם האט מען געמאכט אז די קינדער זאלן עסן באזונדער כדי עס זאל זיין פלאץ, די געטרייע מלמדים האבן אריינגעלייגט א גאנץ שבת אזויפיל יראת שמים אין די קינדער, איך האב געזינגען זמירות מיט זיי. נאכדעם האבן מיר געגעסן אינאיינעם די סעודה, א גרופע בחורים און אינגעלייט האבן דורכאויס די גאנצע סעודה געזינגען זייער שיינע ניגונים.


פרייטאג צו נאכטס נאך די סעודה זענען מיר זיך צאמגעקומען זינגען זמירות אין שול, נאכדעם האבן מיר זיך מחזק געווען מיט'ן רבינ'ס התחזקות. מיר האבן גערעדט נאך א בחינה אויף וואס די הייליגע חכמים זאגן "חוֹתֵּךְ זְנָבוֹת, וְזוֹרְקָן כְּלַפֵּי מַעְלָה", אז מען זאל נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר. דער רבי שרייבט א בריוו פאר זיין איידעם: "שרייב מיר וויפיל בלאט גמרא דו לערנסט און וויפיל בלאט פוסק, מאך נישט פון טפל עיקר פון פון עיקר טפל, אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם"; עמלק נעמט זאכן וואס זענען נישט וויכטיג, בבחינת זנב, וזורקן כלפי מעלה, און מאכט דאס וויכטיג – פון דעם רעדט מען, דאס פארלאנגט מען, אויף דעם איז מען מחנך; אנשטאט מען זאל מחנך זיין קינדער, בחורים און מיידלעך - מיט אמונה, רעדן טאג און נאכט פונעם אייבערשטן, פון לערנען די הייליגע תורה, פון וויכטיגע זאכן - דריידט ער אויס דעם קאפ אויף אראפ און די וויידל אויף ארויף.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, ביי מיר איז אמונה א גרויסע זאך, אמונה אזוי ווי פשוטי עם און פרויען וואס גלייבן בתמימות ובפשיטות; דאס איז ביים רבי'ן די גרעסטע זאך. ווי אזוי איז מען זוכה צו אמונה? דורך רעדן צום אייבערשטן, אז מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, מען רעדט צו אים כידבר איש אל רעהו: "רבונו של עולם, העלף מיר מיט וואס איך מוטשע זיך, העלף מיר, איך קען מער נישט"; דאס רעדן צום אייבערשטן בויט אויף די אמונה, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן.


נאך די באטע איז געווען א שיינע שמועס מיט אנשי שלומינו, מען האט געשמועסט פון הפצה. קודם האבן מיר גערעדט פון אכטונג געבן נאר צו נעמען א מוהל מומחה. פאריגע וואך האט פאסירט אז א טאטע האט געוואלט אליינס מאכן די חיתוך און ער האט אריינגעשניטן רחמנא לצלן, די רעגירונג האט אים אוועק גענומען זיינע קינדער.


איך געדענק איך האב געפרעגט מוהרא"ש, דער רבי זאגט (ספר המדות אות מוהל, סימן א): "צָרִיךְ לַחֲזֹר אַחַר מוֹהֵל צַדִּיק וִירֵא שָׁמַיִם", מען דארף זוכן א מוהל א צדיק, א ירא שמים, "כִּי כְּשֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב", ווייל אז דער מוהל איז נישט גוט, "יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁלֹּא יִהְיֶה מוֹלִיד, חַס וְשָׁלוֹם", קען חס ושלום פאסירן אז דער קינד וועט נישט האבן קיין קינדער, "גַּם עַל יְדֵי שֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב, עַל יְדֵי זֶה בָּא הַתִּינוֹק, חַס וְשָׁלוֹם, לִידֵי חֳלִי נוֹפֵל", אויך קען א נישט גוטער מוהל מאכן אז דער קינד זאל האבן די חולי נופל, סיזשערס רחמנא לצלן; האב איך געפרעגט מוהרא"ש ווער איז א מוהל א צדיק? און מוהרא"ש האט מיר געענטפערט: "וואס א גרעסערער מומחה – אים דארף מען נעמען". בשעת'ן דאס דערציילן רופט זיך אן א איד, איינער פון די געסט: "אבער וואס איז טאקע די פשט וואס דער רבי זאגט?" איך קוק אים אן, איך וויל פארשטיין וואס ער פארשטייט נישט, איך זאג אים איבער נאכאמאל דאס וואס מוהרא"ש זאגט מיר און יענער פרעגט נאכאמאל: "איך פארשטיי וואס מוהרא"ש זאגט, אבער וואס איז טאקע פשט אין רבינ'ס ווערטער?" איך זאג אים נאכאמאל, און יענער פרעגט נאכאמאל, דער עולם האט אנגעהויבן שמייכלען, יענער האט זיך פארשעמט, ער זאגט: "איך מיין צו פרעגן ערנסט, איך מאך נישט חוזק", האב איך אים געגעבן צו פארשטיין, עס שטייט אין די תורה, אויב איינער טוט אן עבירה, ער איז עובר אויף א לאו - (דברים כה, ג): "אַרְבָּעִים יַכֶּנּוּ", זאל מען אים געבן פערציג מלקות, זאגן די הייליגע חכמים (מכות כב:) מען געבט נישט פערציג מלקות נאר ניין און דרייסיג; דאס הייסט, מיר קענען נישט לערנען די תורה אן די פארשטאנד פון די הייליגע חכמים, מיר זעען עס שטייט פערציג און די חכמים זאגן עס איז ניין און דרייסיג, אזוי אויך, מיר זעען שטיין אין די תורה (דברים ו, ח): "וְהָיוּ לְטֹטָפֹת בֵּין עֵינֶיךָ", מען זאל לייגן תפילין צווישן די אויגן, זאגן די חכמים (עירובין צה:) עס מיינט נישט צווישן די אויגן - נאר אויפ'ן קאפ; אזוי זאג איך אים, איך פארשטיי נישט לקוטי מוהר"ן און די אנדערע ספרים פון רבי'ן, נאר מיט מוהרא"ש, וואס מוהרא"ש איז מיר מסביר – דאס פארשטיי איך. אז מוהרא"ש זאגט א מוהל צדיק וירא שמים מיינט א מוהל מומחה – פארשטיי איך אז דאס איז דער פשט; פארשטייט זיך מען נעמט א מוהל אן ערליכער איד, אבער נישט איינער וואס קען נישט די מלאכה.


מיר זענען אריין אין א שמועס מיט די מפיצים, יעדער האט דערציילט זיינע שיינע מעשיות ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ספרים און קונטרסים. מיטוואך נאכט האט דער גבאי פונעם בית המדרש ..., א גאס אוועק פון ישיבה אפגעווארט יענקל, ער האט אים צוגענומען זיין הוט פאר'ן ברענגען גליונות דארט, יענקל מפיץ האט זיך מיט אים געאמפערט צוויי שעה. מיר האט זייער געבאדערט פארוואס ער האט זיך בכלל צוטון געמאכט פון אים; איך האב אסאך היטן דא אין ישיבה, במשך די יארן זאמלען זיך אן היטן, איך וועל אריבערשיקן בחורים צום גבאי מיט די היטן, אים פרעגן אויב ער וויל נאך היטן, ווייל די גליונות גייט מען ווייטער מפיץ זיין.


שבת אינדערפרי האב איך געלערנט זוהר פרשת פקודי, די היכלות, ווי דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי איז מגלה וואס טוט זיך אין הימל; עס איז גאר אנדערש דאס לערנען דעם הייליגן זוהר מיט די הקדמות פון רבי'ן, מען שפירט אזא ליכטיגקייט, מען ווערט אזוי געשטארקט.


געווענליך לערנען מיר שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען א שיעור אין ספר פעולת הצדיק, אבער די וואך האב איך נישט פארגעלערנט, איך האב געדארפט געבן צו עסן פאר מיינע קינדער, העלפן מיין ווייב תחי'.


פסוקי דזמרא האט פארגעדאווענט ר' עזרא בוים, שחרית האב איך געדאווענט. עס איז געווען א שבת שבע ברכות ביי א טאכטער פון אהרן וועבערמאן מיט החתן אברהם צוויבל. אויך איז געווען א קידוש, ביי רפאל פורסט איז געבוירן געווארן א צווילינג, א אינגל מיט א מיידל, ער האט געמאכט די ברית מיט די קידוש דעם שבת. ויקרא שמה בישראל פיגא, נאכן רבינ'ס מאמע. מוסף האט געדאווענט מאטי היימליך. נאכן דאווענען איז געווען די ברית, דער מוהל וועם אנשי שלומינו נוצן שטענדיג, ר' אהרן הלוי ווייס – איז געקומען צו פארן אויף שבת, ויקרא שמו בישראל נחמן נתן. גלייך נאכן ברית איז געווען א קידוש.


מיר האבן גערעדט פונעם מעשה פון זבוב ועכביש (ספורי מעשיות, מעשה ז), די נסיעה פון הייליגן רבי'ן, דאס גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא. אויך פון שלום בית, אז מען זאל שיין רעדן צו די ווייב. מוהרא"ש האט מיר געזאגט איין יאר אין אומאן ראש השנה: "יעדעס מאל דו רעדסט זאלסטו רעדן פון דריי זאכן, תורה, תפילה, שלום בית און שידוכים", איך פרוביר צו פאלגן און רעדן פון די זאכן.


מען האט גערעדט פונעם נאמען פונעם רך הנימול "נחמן נתן", ער זאל זוכה זיין צו דאס ווארט וואס דער רבי האט געזאגט (ימי מוהרנ"ת חלק ב', סימן לב): "נחמן נתן לאכט פון די וועלט", ער זאל זיך גוט אויסלאכן בזה העולם; אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פשט אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית כב.) אליהו הנביא האט געוויזן פאר רב ברוקא "הני תרי בדחני", דאס מיינט מען אן ערליכער איד וואס ער האט 'תרי בדחני' צוויי סארט לאכן; מענטשן לאכן פון אים, מען שפעט פון אים אבער ער פארלירט זיך נישט, ער גייט ווייטער אן מיט זיין עבודת השם, און ער לאכט פון די וועלט, ער לאכט זיך גוט אויס פון אלעמען, דאס איז די תרי בדחני, דער איז א בן עולם הבא (הובא בספר בעל שם טוב על התורה פרשת במדבר, אות ב); דאס האט דער רבי געזאגט: "נחמן נתן לאכט פון די וועלט".


עס זענען געווען אסאך געסט; סיי פרישע מקורבים, אויך פונעם חתנ'ס משפחה און נאך, אלע האבן אויסגעהערט, אלע האבן געזאגט אז זיי ווילן האבן מיט'ן רבי'ן, די דיבורים האט זיי אויפגעוועקט.


די שבת בייטאג סעודה איז געווען אינאיינעם מיט'ן סעודת ברית און שבע ברכות, ביי די סעודה האב איך נישט גערעדט.


ביי די סעודה איז צו מיר געקומען א אינגערמאן פרעגן וואס צו טון, זיין ווייב האט פריער גע'חלש'ט אין צימער און זי איז שוואך, איך האב אים געזאגט צו וועם ער זאל רעדן, איך האב גערופן דיין חבר מאטי היימליך, ער איז אן הצלה מאן, אז ער זאל גיין קוקן אויב אלעס איז פיין. איך האב ספעציעל אים גערופן ווייל ער זוכט נישט משוגע צו מאכן מענטשן, שטופן צו גיין אין שפיטאל. וויפיל מען איז מרוויח פון הצלה - ליידט מען פון זיי אזעלכע שוועריקייטן; רוב מאל מאכן זיי משוגע פאר גארנישט און פאר נישט, זיי זאגן גיי אין שפיטאל; מען וועט דיר צונעמען די גאנצע שבת. וכך הוה, זי איז געזונט און שטארק, נאר אביסל איבערגעשטרענגט וכו'.


נאך די סעודה בין איך גאגאנגען מבקר חולה זיין ר' משה ארי' נרו יאיר, ער איז געליגן מיט א רויז אין בעט. ער זאגט מיר: "נאך א מזל איך האב דעם דרך הלימוד, אזוי ווער איך נישט צעדרייט פון ליגן אין בעט", א צווייטער וואלט משוגע געווארן פון ליגן אזוי לאנג. מיר איז געווען אינטערעסאנט צו זען א ברסלב'ער חסיד ווי ער ליגט אין בעט מיט ספרים ארום זיך; א משניות, א תהלים וכו'.


נאכמיטאג בין איך געגאנגען זאגן תהלים מיט די קינדער. מיר האט געברענט צו האבן אפאר מינוט באזונדער מיט די קינדער, עס זענען געווען דארט נאר די מלמדים מיט די קינדער. איך האב אויסגענוצט די צייט צו רעדן צו זיי פון קדושת הברית, עס זענען געווען אסאך פרעמדע קינדער פון אנדערע מוסדות וואס מען רעדט נישט דארט פון קדושה.


געדענקסט אוודאי דיינע קינדער יארן, איך בין געווען דיין ערשטער מלמד ביי די דרייצן יאר וואס איך האב דיר אויסגעלערנט צו זיין הייליג. איך געדענק ווען דו ביסט געקומען וויינען צו מיר און מיר געזאגט, וואס זאל איך טון, איך האב בכלל נישט געוויסט אז מען טאר נישט אנרירן וכו', איך האב דיר דעמאלט אנטפלעקט די זאך פון התבודדות, איך האב דיר געזאגט זאלסט דאס זאגן פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך בין נישט שולדיג, איך בין א קינד פון דרייצן יאר, קיינער האט מיר נישט געזאגט אז דאס איז אן עבירה".


איך האב געווארט א גאנץ שבת צו קענען רעדן צו די קינדער פון קדושה, איך וויל נישט האבן בלוט אויף מיינע הענט. יעצט איז ארויסגעקומען א שרעקליכע מעשה, א בחור האט מטמא געווען איבער זיבעציג קינדער פאר צוויי גאנצע יאר. איך וויל נישט זאגן די נאמען פונעם מוסד וואו דאס האט פאסירט, א פחד, א שרעק! טייערע קינדער זענען געפייניגט געווארן מיט מעשה תועבה, קיינער האט נישט דערציילט, מען האט מורא געהאט וכו'. וואלטן די מלמדים גערעדט – וואלט דאס נישט געקענט פאסירן, עס וואלט גלייך ארויסגעקומען, קינדער אז מען זאגט זיי אן, מען מאכט זיי באקוועם צו קומען דערציילן – קומען זיי דערציילן.


איך האב פון קיינעם נישט מורא, נאר פונעם אייבערשטן. מענטשן האלטן מיך פאר: "היתכן, אזוי רעדסטו? אזא ברייטקייט?" געלויבט דעם אייבערשטן איך טו וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט.


אברהם משה נרו יאיר האט מיר דערציילט, ווען די ישיבה האט זיך געעפנט האט מען אים אריינגעשלעפט צו מוהרא"ש; איינער פון די אינגעלייט וואס האבן געהאלפן עפענען די ישיבה האט געהאט טענות אויף מיינע דיבורים, מען האט אים איבערגערעדט ער זאל גיין צוזאמען מיט זיי רעדן אויף מיר. אברהם משה נרו יאיר איז מיר זייער געטריי אלע יארן, פונעם ערשטן טאג איז ער געשטאנען מיט מיר, למעשה איז ער מיטגעגאנגען, יענער האט נאכגעזאגט שטיקלעך פון דרשות און געווארט אז מוהרא"ש זאל רעאגירן, מוהרא"ש רופט זיך אן: "זעסט נישט אז ער רעדט גוט? פון דעם וואס מען קריגט אויף אים, דאס איז א סימן אז ער רעדט גוט"; שפעטער ווען איך בין געקומען צו מוהרא"ש האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "רעד מער, רעד נאך".


בשעת'ן רעדן צו די קינדער האב איך גלייך געזען אז עס זענען געווען קינדער וואס דארפן רחמי שמים, זיי האבן אנגעהויבן לאכן. איך האב געדריידט דעם שמועס אויף אן אופן עס זאל יא אין זיי אריינגיין.


נאך מנחה האבן מיר געהאט זייער אן התעוררות'דיגע שלש סעודות. מיר האבן גערעדט פון דאס גרויסקייט פון קומען צום באשעפער, אים בעטן: "איך וויל זיין אן ערליכער איד", פון זיך טענה'ען מיט'ן אייבערשטן. דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.) דוד המלך האט פארשטאנען אז אויבן אין הימל איז מער חשוב די געבעט פונעם ארעמאן ווי פון קעניגן און נביאים, האט ער זיך אויסגעטון די בגדי מלכות, ער האט זיך אנגעטון קליידער ווי אן ארעמאן און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים קב, א): "תְּפִלָּה לְעָנִי כִי יַעֲטֹף", וואס איז טייטש כי יעטוף? ער האלט צוריק, דער ארעמאן ווען ער רעדט צום אייבערשטן שטעלט ער אלעס אפ, דער אייבערשטער קערט זיך צום ארעמאן און לאזט אלעס אפ.


אלע פרעגן: "מיט וואס טוט זיך דער אייבערשטער באשעפטיגן?" און מען ענטפערט זיי: "דער אייבערשטער טוט זיך באשעפטיגן מיט זיינס א זאך, מיט די תפילות און טענות פון די צעבראכענע הערצער, תפילות פון ארעמעלייט", די בית דין של מעלה קומען אריין, זיי זאגן: "פארוואס דארף דער אייבערשטער זיי אויסהערן? מיר וועלן מאכן א משפט", אבער דער אייבערשטער זאגט זיי: "איך וויל אזוי, איך וויל זיין אליינס מיט זיי".


דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תפילין ה, אות מג), מה דאך ווען אן ארעמאן בגשמיות קומט זיך אויס'טענה'ען צום באשעפער ווערט אזא רעש און א טומל אין הימל, איז דאך זיכער ווען א איד קומט צום באשעפער, ער וויינט: "רבונו של עולם, איך בין אן אמת'ער ארעמאן, איך בין אזוי ווייט פון דיר! רבונו של עולם, איך ליג אין א טיפע בלאטע, איך זינדיג, איך טו עבירות; העלף מיר באשעפער, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אן ערליכער איד" - איז דאך זיכער אז עס ווערט א מורא'דיג טומל אויבן אין הימל, דער אייבערשטער אליינס נעמט די תפילות און איז אים מוחל.


דאס זעען מיר אין פרשת ויקרא (ב, א): "וְנֶפֶשׁ כִּי תַקְרִיב", זאגט רש"י, ביי אנדערע קרבנות געפונען מיר נישט עס זאל שטיין "'וְנֶפֶשׁ' כִּי תַקְרִיב", נאר דא ביים קרבן עני, ווייל דער אייבערשטער זאגט: "מַעֲלֶה אֲנִי עָלָיו כְּאִלּוּ הִקְרִיב נַפְשׁוֹ"; דאס איז אויך ביי אן ארעמאן בדעת, אן ארעמאן אין רוחניות; ער קומט צום באשעפער מיט זיינע קליינע עבודות, ער זאגט: "רבונו של עולם, איך האב ביטערע שווערע נסיונות, דאך וויל איך זיין גוט", דאס איז חשוב ביים אייבערשטן – כְּאִלּוּ הִקְרִיב נַפְשׁוֹ.


דער יצר הרע פארגינט אבער נישט, ער זאגט דעם מענטש: 'קיינער דארף דיך נישט, דו שטינקסט, דו מאכסט צער פאר'ן באשעפער, דיין דאווענען שטינקט, דיינע מצוות שטינקען' – דארף מען געדענקען 'דער אייבערשטער האט מיך ליב, ער האט ליב אפילו עס שטינקט. די תורה זאגט (שם, יז): "וְשִׁסַּע אֹתוֹ בִכְנָפָיו, וְהִקְטִיר אֹתוֹ הַכֹּהֵן הַמִּזְבֵּחָה", מען זאל פארברענען דעם קרבן עני מיט די פעדערן; ווער עס האט שוין אמאל געשפירט די שרעקליכע גערוך פון פארברענטע פעדערן, פארברענטע האר – ווייסט אז דער גערוך איז נישט אויסצוהאלטן, ווי קען זיין מען זאל מקטיר זיין דעם קרבן עני, דעם עוף מיט די פעדערן? זאגן די הייליגע חכמים (ויקרא רבה ג, ה; הובא ברש"י): "כְּדֵי שֶׁיְהֵא הַמִּזְבֵּחַ שָׂבֵעַ וּמְהֻדָּר בְּקָרְבָּנוֹ שֶׁל עָנִי", אז דער מזבח זאל ווערן באשיינט און זאט פונעם קרבן עני; דא זעט מען אז אפילו א מענטש וואס איז א ריכטיגער עני, אן עני בדעת, קומט צום באשעפער מיט א קרבן, ער לייגט תפילין, ער דאווענט, ער לערנט, אפילו די מחשבות פייניגן אים, מען טראכט 'איך שטינק דאך, איך בין דאך אן עקלדיגער מענטש' – דארף מען געדענקען אז ביים אייבערשטן איז דאס נישט קיין שטינק, ביים אייבערשטן ביסטו שיין.


נאך מעריב האבן מיר געמאכט קידוש לבנה, נאכדעם האבן מיר געמאכט הבדלה. דער עולם איז דערנאך ארויס אין לעבעדיגע טענץ, מען האט אסאך געזינגען ניגונים פון אומאן ראש השנה, אלע האבן געמאכט פון די ניגונים תפילות צום אייבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבי'ן דעם קומענדיגן יאר ראש השנה שנת תשפ"ג אין אומאן. יעצט איז נישט שייך צו פארן, די גרעניצן זענען פארשלאסן, עס ברענט א מלחמה צווישן אוקריינא און רוסלאנד.


נאכדעם האב איך אויפגענומען מענטשן, דאס איז פון די עבודות קשות; אויסהערן פראבלעמען און קענען מדריך זיין מיט די עצות און שכל פון רבי'ן.


צו מלוה מלכה זענען געקומען אסאך געסט וואס זענען נישט געווען שבת. דער דיין ר' יונה שליט"א האט גערעדט, ער האט נאכגעזאגט פון דעם הייליגן צדיק רבי מענדעלע מרימנאוו זכותו יגן עלינו (הובא בספר ילקוט מנחם, הפטרת וירא), עס שטייט (מלכים-ב ד, כג): "מַדּוּעַ אַתְּ הֹלֶכֶת אֵלָיו הַיּוֹם", דער מאן פון שונמית האט איר געפרעגט, פארוואס גייסטו צום צדיק, צו אלישע הנביא? "לֹא חֹדֶשׁ וְלֹא שַׁבָּת", היינט איז נישט ראש חודש און נישט שבת, "וַתֹּאמֶר שָׁלוֹם", האט זי געענטפערט: "שָׁלוֹם", וואס האט זי געמיינט צו זאגן מיט דעם "שָׁלוֹם"? נאר די גרעסטע סכנה, די גרעסטע צרה איז ווען א מענטש מאכט שלום מיט זיין מצב, ער זוכט שוין נישט א וועג ארויס פון זיינע תאוות רעות; דאס האט זי געזאגט, דו פרעגסט מיר פארוואס איך פאר צו מיין רבי? וואס איז היינט די יום טוב? "שלום!" איך ציטער וואס גייט זיין מיט מיר.


נאכדעם האב איך איבערגע'חזר'ט די שמועס וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן יט) אז ווער עס ליגט אין טומאה און ער זוכט א וועג ארויסצוגיין - איז דאס נאר דורך לימוד התורה, אויב וועט א מענטש זיין שטארק צו לערנען יעדן טאג כך וכך משניות, כך וכך גמרא – וועט ער ארויסגיין פון די טומאה, פון די זוהמה. אנדערע עצות איז נישטא, א שאד צו גיין צו טערעפיסטן וואס קענען זיך אליינס נישט העלפן, ווי קענען זיי מיר העלפן?! נאר די עצה פונעם רבי'ן, לערנען שיעורים כסדרן – דאס העלפט.


מענטשן לאכן: 'קוק די ברסלב'ער, זיי מאכן א סיום אויף זאגן', מען שפעט פון ברסלב, 'מען נעמט ארויס אן האטעל פאר זאגן גמרא, פאר דאווענען גמרא...'; איך טענה נישט מיט קיינעם, אבער דיר זאג איך, פרעג יענעם: "וואס האסטו געטון די גאנצע ווינטער, האסט געעפנט א ספר?" (נישט דו זאלסט גיין פרעגן מענטשן, טענה זיך אויך נישט; דאס איז נאר א וועג פון ארויסברענגען די זאך, מען זאגט 'פרעג יענעם'), פרעג אים: "וואס טוסטו שבת? וואס טוסטו פרייטאג? ליינסט צייטונגען, פארברענסט דיינע טעג און יארן".


איך האב ארויפגערופן א אינגל וואס האט די וואך בר מצוה געהאט, די בר מצוה איז געווען אין ישיבה. ער האט זיך אויפגעשטעלט ביי די בר מצוה זאגן זיין פשעטל, אנשטאט זאגן צוויי ווערטער און מען גייט אריינזינגען, נעמט ער א גמרא און זאגט: "תנא דבי אליהו, כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא... הדרן עלך כלל ששה סדרי תלמוד בבלי..." ער האט געמאכט א סיום הש"ס! די משפחה זענען געווארן פארפרוירן, אזוינס האבן זיי נאכנישט געזען, א אינגל, א בר מצוה בחור זאל ענדיגן ש"ס!


קומען די לצים און פרעגן: "האסט טאקע מסיים געווען ש"ס? איך קען דיך פארהערן?" אזוינס האט יעדער ברסלב'ער חסיד, ווי נאר ער דערציילט א סיום פרעגט מען אים: "איך קען דיך פארהערן?" זאגט איינער זייער גוט: "מיר קענסטו נישט פארהערן, איך זאג; דו אבער לערנסט דאך געהעריג, איך קען דיך פארהערן?" בלייבט יענער שטיין מיט די צונג אינדרויסן.


עס איז א וואונדער, ווער עס וועט דיר זאגן "איך האב א שיעור", "איך גיי צו א שיעור", "איך האב א חברותא", קיינעם וועט מען נישט פרעגן: "איך קען דיך פארהערן?" פארוואס פרעגסטו נישט די וואס לערנען צי דו קענסט זיי פארהערן...


אויך האבן מיר גערעדט פון שלום בית, פון רחמנות האבן אויף די ווייב. אז זי רופט: "קום אהיים, העלף מיר, איך פאל פון מיינע כוחות" – זאל מען אהיימגיין, נישט זיך ארויסדרייען. אז די ווייב רופט און בעט: "נעם מיך דארט און דארט", זאל מען נישט זאגן: "איך בין דיין קאר סערוויס דרייווער?!" עס איז א פלא צו זען אינגעלייט וועלכע ווילן נישט אהיים גיין, זיי ווילן נישט ענטפערן דעם טעלעפאן ווען די ווייב רופט; וואלט א חבר געבעטן "טראג מיך", "נעם מיך דארטן", - וואלטן זיי געלאפן, געטראגן, געברענגט – פארוואס די אייגענע ווייב וויל מען נישט נעמען, טראגן און ברענגען...


די אמעריקאנע פאלק רופט דעם פרעזידענט'ס ווייב "די ערשטע פרוי פון די פאראייניגטע שטאטן", די פוירסט לעדי; א איד דארף דאס זאגן אויף זיין ווייב, "דו ביסט די ערשטע און די חשוב'סטע ביי מיר".


די סיום האט געמאכט יענקי לעזער, ער לערנט פאר דעם בלאט גמרא אין אידיש און אין ענגליש; צוויי שיעורים א טאג.


דער דיין האט געבענטשט, איך האב געזאגט די שבע ברכות, מען האט אויסגעטיילט אפאר הונדערט גמרות מנוקד, קליינע ווייכע גמרות, עס זאל זיין גרינג מיטצונעמען מיט זיך אין ארבעט, אונטערוועגנס. נאכדעם האט מען געטאנצן ביז פארטאגס.


איך בין אהיימגעפארן נעכטן נאכט, מיר זענען אנגעקומען פינף אזייגער, מען האט גערוקט דעם זייגער, מען האט פארלוירן א שעה.


היינט אינדערפרי איז נישט געווען קיין מנין אין ישיבה, איך האב געדאווענט אין ישיבה ביחידות. די הלכה איז, ווער עס האט א מנין קבוע און עס פאסירט אמאל אז עס נישטא קיין מנין – זאל מען בלייבן דאווענען אינעם בית המדרש וואו מען דאווענט.


ביי מנחה איז שוין געווען מנין, נאך מנחה האבן מיר פארגעלערנט די בלאט גמרא. איך האב געלערנט מיינע שיעורים און אהיים געגאנגען העלפן מיין ווייב תחי'.


איך בין זייער איבערגענומען פונעם שבת, עס איז געווען הערליך שיין, צענדליגער משפחות זענען פריש מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן. די אינגעלייט און בחורים האבן זייער שיין אויפגענומען יעדן איינעם. אויך די פרויען, די מיידלעך, די תלמידות האבן זייער שיין אויפגענומען יעדן איינעם.


בנוגע וכו'; ער איז א קראנקער מענטש, איך דארף שטיין על המשמר נישט צו לאזן ביי אונז אין די קהילה קראנקע מענטשן. מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "דיין ארבעט איז, פון איין זייט זאלסטו מחזק זיין יעדן איינעם, און פון די אנדערע זייט זאלסטו אכטונג געבן צו פארטרייבן די דריי כיתות קנעכט וואס דער מלך האכזר האט אריינגעברענגט (עיין ספורי מעשיות, מעשה יג)"; איך דאנק דיר פאר'ן מיר איבערגעבן די אינפארמאציע.


דאס האב איך געלערנט ביי מוהרא"ש. יארן צוריק איז געקומען צו מיר א איד פון יבנאל, דער איד איז געווען זייער א נאנטער מענטש צו מוהרא"ש, ער איז געווען א גרויסער פאנדרעיזער אין יבנאל. ער האט מיר געבעטן ער וויל אריינלייגן זיין זון אין ישיבה, איך האב געטראכט: 'זיכער איז דאס בהסכמת מוהרא"ש, ער האט דאס זיכער דורכגערעדט מיט מוהרא"ש, ער איז דאך א יוצא ונכנס, א משמש', דאך האב איך געפרעגט מוהרא"ש, איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אז דער איד וויל אריינלייגן זיין זון. מוהרא"ש ווערט ערנסט און זאגט מיר: "נעם אים נישט אריין אין ישיבה, ער איז א קראנקער בחור, ער לויפט נאך אינגלעך און בחורים; איך האב אים פארטריבן פון יבנאל, ער איז א מניוול; אויב דו וועסט אים ארייננעמען אין ישיבה – וועט ער קאליע מאכן אלע בחורים", מוהרא"ש זאגט מיר: "אז דו פארשטייסט בעסער – קענסטו טון אנדערש, אבער איך זאג דיר זאלסט זיך אכטונג געבן פון אים", מער האב איך נישט געדארפט, איך האב יענעם פארטריבן פון ישיבה.


ביי מוהרא"ש איז געווען אמת, מען האט נישט פארדעקט די שמוץ אונטערן קארפעט. אין אנדערע פלעצער, אז מען כאפט א מניוול, אויב דער טאטע איז מקורב למלכות – פארדעקט מען דאס, אסער אויב דער טאטע האט געלט – פארדעקט מען דאס, ביי מוהרא"ש איז געווען אמת, מעגסט זיין דער נאנטסטער מענטש, אז דיין זון איז א סכנה – קען ער נישט זיין צווישן ריינע קינדער, ריינע בחורים.


גלייב מיר, איך קען אסאך פארטראגן און אסאך דערהייבן, אבער דאס וואס דו האסט מיר דערציילט האט מיך אזוי צערודערט, איך בין נאכאלץ נישט ביי מיר פון די מעשה. איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל וויסן וואס צו טון. איך האב אים פארטריבן, ער וויינט צו מיר פארוואס דער ראש ישיבה האט נישט קיין רחמנות, גיי זיי אים מסביר אז דאס איז רחמנות, איך האב רחמנות אויף קהילת היכל הקודש.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, גיי הפצה; אפילו דו זאלסט נישט לייגן קיין גליונות, בלויז ווען מען זעט דיר – איז דאס הפצה. מען זעט א אינגערמאן זיך אויפפירן אזוי דרך ארץ'דיג, אזוי איידל, אזוי ערליך, דאס מאכט אז מענטשן זאל קומען צום רבי'ן.


לאז מיר וויסן אויב איז שייך מיר צו מאכן דעם שאנק פאר פסח, מיין ווייב וועט זיך זייער פרייען.


נאכן ענדיגן שרייבן דעם בריוו, אפשרייבן דעם גאנצן שבת, קלער איך אז עס האט זיך געלוינט אז דו ביסט נישט געקומען אויף שבת, אזוי האב איך אפגעשריבן דעם שיינעם שבת, אזוי וועלן נאך מענטשן קענען ארויסנעמען אביסל חיזוק פון די שיינע התחזקות וואס מיר האבן גערעדט; איך צי צוריק... ענדערש וואלסטו יא געדארפט קומען, ווייל דאס אלעס וואס שטייט אינעם בריוו איז א ברעקל פונעם שבת, בבחינת יותר ממה שקריתי לפניכם - כתוב כאן.


בעט פאר מיר, איך גיי מארגן צום דאקטער; קען זיין איך וועל דארפן אריבערגיין עפעס, איך וויל נישט שרייבן. בעט פאר מיר, מארגן אינדערפרי איז מיין אפוינטמענט.


יואל בן ריצא רעכיל.

#70 - דער שיעור פון פארלערנען משניות איז דיין זכות
משניות, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקרא, ז' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער שוואגער ... נרו יאיר


מיר האבן נעכטן מסיים געווען סדר זרעים; איך לערן פאר אין ישיבה פאר די בחורים יעדן טאג א פרק משניות, מיר האבן אנגעהויבן דעם ווינטער מסכת ברכות, נעכטן האבן מיר מסיים געווען סדר זרעים.


דאס איז אלעס אין דיין זכות, דו האסט מיר געבעטן איך זאל פארלערנען משניות, איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר'ן מיר מעודד זיין. דאס איז די דריטע מאל וואס איך לערן פאר פאר תלמידים משניות, זעכצן יאר צוריק און פופצן יאר צוריק האב איך פארגעלערנט משניות, א שאד מען האט דאס נישט דעמאלט אפגעכאפט, יעצט איז דאס אפגעכאפט, קען מען דאס מפרסם זיין פאר בחורים און אינגעלייט וואס ווילן האבן א שיעור אין משניות, וועט זיי דאס העלפן.


שטארק זיך, העלף האברך ... ער זאל קענען ארויסגעבן די שיינע ספרים וואס זענען מחי' אידישע קינדער.