בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#44 - זיך פארנעמען לכבוד די בר מצוה נישט צו רעדן ביים דאווענען
קבלה טובה, דאווענען, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד הבחור הבר מצוה ... נרו יאיר, יבנאל עיר ברסלב


עס קומט דיר צוויי מזל טוב'ס, איין מזל טוב צו דיין בר מצוה און א צווייטע מזל טוב פאר דיין סיום הש"ס; האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן גאנץ תלמוד בבלי לכבוד דיין בר מצוה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויסוואסקן א תלמיד חכם, א צדיק, און דיינע עלטערן זאלן זען אסאך נחת פון דיר און פון אלע קינדער.


לכבוד דיין בר מצוה זאלסטו זיך פארנעמען נישט צו רעדן ביים דאווענען. פון אנהויב ביז די ענדע פון דאווענען זאלסטו נישט עפענען דיין מויל צו רעדן מיט מענטשן, נאר רעדן צום אייבערשטן. עס וועט דיר זיין אין אנהויב שווער, אבער ביים סוף וועט דאס זיין גרינג, און דו וועסט זוכה זיין צו ווערן א גרויסער ערליכער איד, א גרויסער צדיק.


געב איבער א מזל טוב פאר דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - זאגן יעדן טאג "נשמת", און דאנקען דעם אייבערשטן
תודה והודאה, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


לכבוד אייער געבורטסטאג וואס געפאלט דעם שבת, ג' אייר, זאלט איר זוכה זיין צו געזונטע לאנגע יארן מיט אלעס גוטס.


נעמט זיך פאר לכבוד אייער געבורטסטאג צו זאגן יעדן טאג "נשמת"; לויבט און דאנקט דעם אייבערשטן פאר די חסדים וואס דער אייבערשטער מאכט מיט אייך, דאס וועט אייך געבן צו שפירן טעם גן עדן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כִּי זֶה עִקָּר שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא, לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵּל לִשְׁמוֹ הַגָּדוֹל יִתְבָּרַךְ וּלְהַכִּיר אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ", די תענוג פון עולם הבא איז צו דאנקען דעם אייבערשטן און אים לויבן, וויסן אז אלעס איז ער און ער איז אלעס, "שֶׁעַל יְדֵי זֶה סְמוּכִים וּקְרוֹבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן איז מען נענטער צו אים, "כִּי כָּל מַה שֶּׁיּוֹדְעִין וּמַכִּירִין אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּיוֹתֵר", ווייל ווי מער מען ווייסט אז אלעס איז בלויז דער אייבערשטער אליין - "סְמוּכִים אֵלָיו בְּיוֹתֵר", איז מען נענטער צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - נישט אראפגיין פון בעט אן זיך אפגיסן נעגל וואסער
נעגל וואסער, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך פארנעמען אפצוגיסן נעגל וואסער אינדערפרי ביים בעט, און נישט אראפגיין פון בעט אן נעגל וואסער.


נעגל וואסער ברענגט קדושה אין שטוב. מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז א פרוי געקומען צום גרויסן גאון דער סטייפלער זכותו יגן עלינו, זי האט געוויינט אז אירע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, און ממש יעצט האט איר זון זיך אפגעשניטן זיינע פיאות רחמנא לצלן, האט דער סטייפלער גאון איר געפרעגט: "איר גיסט זיך אפ נעגל וואסער אינדערפרי?" די פרוי איז רויט געווארן פאר בושה און מודה געווען אז זי גיסט זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "וואס ווילט איר פון מיר? אז מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער בלייבט די טומאה אויף די הענט; וואס מען כאפט אן ווערט טמא, ממילא איז די גאנצע שטוב פול מיט א רוח טומאה רחמנא לצלן, וואס קען איך אייך טון אז איר אליין האט גורם געווען די צרות?" זעט מען וואס פאסירט ווען מען גיסט זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער.


איר האט חתונה געהאט און נאך אביסל זענט איר א מאמע, דארפט איר זייער מקפיד זיין אויף די זאך, נישט גיין שלאפן אן זיך אנגרייטן נעגל וואסער און נישט אראפגיין פון בעט אן זיך אפגיסן נעגל וואסער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - רעד נישט קיין ווארט ביים דאווענען, וועסטו זען ישועות
רעדן, פרנסה, חובות, קבלה טובה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט מיך געפרעגט דעם יום טוב וואס דו קענסט זיך מקבל זיין א גוטע קבלה עס זאל דיר זיין א זכות פאר פרנסה בריווח, ארויסצוקריכן פון די חובות און קענען לעבן בהרחבה.


זיי זיך מקבל נישט צו רעדן ביים דאווענען; פון אנהויב דאווענען ביזן סוף דאווענען זאלסטו נישט רעדן קיין איין ווארט מיט קיינעם, נאר רעדן צום אייבערשטן; דו וועסט זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר געבן ישועות און אלעס וואס דו באגערסט.


עס וועט דיר זיין שווער אין אנהויב, סיי פון דיר אליין וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו שמועסן, און סיי עס וועלן קומען צו דיר חברים וואס פלעגן מיט דיר שמועסן. אבער אז דו וועסט זיין שטארק, דו וועסט נישט עפענען דיינע ליפן, און ווען איינער רעדט צו דיר וועסטו ווייזן אויף דיין מויל אז דו רעדסט נישט - וועט עס מיט די צייט ווערן גרינגער און גרינגער.


אז דו האסט איבריגע צייט ביים דאווענען - זאלסטו נאר שמועסן מיטן אייבערשטן, אים דאנקען און לויבן, און בעטן אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#40 - נעם זיך פאר צו שניידן די נעגל יעדע וואך לכבוד שבת
קינדער, התחזקות, שבת קודש, קבלה טובה, ברית

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פאריגע וואך האב איך זיך געטראפן מיט אליהו הנביא, צוויי מאל איז ער געקומען אין ישיבה ביי א ברית, און בשעת'ן זיין סנדק האב איך ספעציעל געבעטן פאר דיר און דיין ווייב, ער זאל רחמנות האבן אויף ענק און ענק געבן זרע של קיימא.


ביז דערווייל זאלסטו זיך זייער שטארקן, איך ווייס אז עס איז דיר זייער טונקל און ביטער שווער – דאך זאלסטו זיך שטארקן און גלייבן אז דער אייבערשטער וועט ענק נישט פארלאזן.


נעם זיך פאר עפעס טון לכבוד שבת, צום ביישפיל, שניידן די נעגל יעדע וואך לכבוד שבת; אז מען איז מכבד שבת זעט מען ישועות.

#39 - פארנעמען לכבוד די געבורטסטאג, זיך צו וואשן יעדן שבת צו דריי סעודות
קבלה טובה, שלש סעודות, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


 ... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך פארנעמען זיך צו וואשן יעדע שבת צו די דריי סעודות.


די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח.): "כל המקיים שלש סעודות בשבת", ווער עס עסט דריי סעודות אום שבת, "ניצול משלש פורעניות", ווערט געראטעוועט פון דריי שלעכטע זאכן, "מחבלו של משיח", פון די צרות וואס וועט זיין איידער משיח צדקינו וועט קומען, "מדינה של גיהנום", פון גיהנום, "ממלחמת גוג ומגוג", און פון די מלחמה פון גוג ומגוג; די דריי שרעקליכע זאכן גייען אריבער יעדן טאג אויף יעדן איינציגסטן מענטש, און אז מען עסט די דריי סעודות שבת - ווערט מען פון די זאכן געראטעוועט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#38 - כי טוב ה', ווייל דער אייבערשטער איז גוט
תודה והודאה, קבלה טובה, חתונה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ח כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


מזל טוב פאר ענקער חתונה, דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין א בנין עדי עד, און איר זאלט זוכה זיין צו דורות ערליכע אידן.


לכבוד די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער האט מיט ענק געמאכט וואלט געפאסט זיך פארצונעמען א גוטע זאך, א קבלה טובה; טראכטס אינאיינעם וואס וואלט געווען א גוטע זאך זיך פארצונעמען.


איך מיש זיך נישט ביי אנדערע, און זיכער נישט ווען מען פרעגט מיך נישט, אבער אויב איר ווילט וויסן וואס איך האב פארצולייגן; איך טראכט די בעסטע קבלה פאר ענק איז זיך פארנעמען, אז ביידע פון ענק זאלן יעדן טאג זאגן קאפיטל ק', "מזמור לתודה", און די לעצטע פסוק זאלט איר זאגן אויך אין אייער שפראך, אין אידיש: "'כי טוב ה', ווייל דער אייבערשטער איז גוט, 'לעולם חסדו', גוטס וואס בלייבט אויף אייביג, נישט אויף צייטווייליג, 'ועד דור ודור', און אויף אלע דורות, 'אמונתו', איז זיין באגלייבטקייט, דער אייבערשטער איז גוט".


א ליכטיגן חנוכה.

#37 - זיי זיך מוסר נפש צו דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג מיט מנין
קבלה טובה, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בענק זיך צו דיר, איך וויל עפעס הערן פון דיר, איך האף דו ביסט שטארק מיט עבודת ה', דו גייסט אן מיט דיינע גוטע מעשים.


טייערער ..., איך בעט דיר זייער, זיי זיך מוסר נפש צו דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג מיט מנין, קום אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב, נאר אז מען דאווענט אין שול האלטן זיך די קינדער.


קוק אן די ווילידזש אין ליבערטי, עס איז געווען אנגעפילט מיט הונדערטער אידישע משפחות, און עס איז נישט געבליבן קיין שום זכר פון זיי, די קינדער זענען נעבעך אויסגעמישט צווישן די אומות העולם; נאר ווייל זיי האבן נישט געדאווענט די דריי תפילות יעדן טאג מיט מנין – זענען די קינדער פארפאלן געווארן.


איך בעט דיר מיין ליבער טייערער ברודער, נעם די קבלה פון דאווענען מיט מנין בכל יום, שחרית מנחה מעריב מיט מנין מיט מסירות נפש.


איך האב דיך זייער ליב און איך בענק נאך דיר.

#36 - יעדן טאג זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע גוטע זאכן
קינדער, תודה והודאה, סגולות, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעמט אייך פאר די גוטע קבלה, יעדן טאג זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלעס וואס ער טוט מיט אייך, דאנקט און לויבט אויף אייער אייגענע שפראך אייגענע לויב ווערטער, און אויב איז אייך גרינגער צו דאנקען דעם אייבערשטן מיט א קאפיטל תהילים - זאלט איר זאגן יעדן טאג "מזמור לתודה, כי טוב ה' לעולם חסדו"; דאס וועט עפענען די שערי רחמים און איר וועט זוכה זיין צו קינדער.


איך בענטש אייך איר זאלט זוכה זיין צו זרע של קיימא, און זען פון זיי נחת דקדושה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#35 - ווען דער יצר הרע ברענט און פלאקערט, איז דא נאר איין עצה
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, עבירות, קבלה טובה, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, בארא פארק


דער עיקר תיקון אויף תאות ניאוף - איז אמונה, נישטא קיין אנדערע וועג ווי אזוי מען קען ווערן געראטעוועט פון תאות ניאוף. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לו): "כי תקון של הרהורי זנות שבא לאדם, שיאמר 'שמע' ו'ברוך שם'", ווען מען האט שלעכטע מחשבות פון ניאוף זאל מען ליינען קריאת שמע, "וכשאדם מקבל עליו על מלכות שמים", ווען א מענטש ליינט קריאת שמע, ער ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס און פירט אלעס, - "ומפריש את נשמתו מנשמת ערב רב, הבאים מאשה זונה, שהיא שפחה בישא", גייט ער אוועק פון די טומאה.


טייערער ברודער, עס ברענט, עס פלאקערט, דער יצר הרע - ער ווארפט אראפ אין פגם הברית רחמנא לצלן; וויפיל מען פרובירט זיך פארצונעמען פרישע קבלות – פאלט מען און מען פאלט... ברודער, עס איז דא איין עצה, וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל אמונה, איך וויל וויסן אז דו ביסט אלעס, דו מאכסט אלעס, דו טוסט אלעס, נישטא קיין טבע, קיין מקרה, קיין מזל". דער רבי זאגט (שם) ווער עס איז נעבעך צוגעוואוינט צו פוגם זיין – דארף וויינען, "צריך להוריד דמעות בשעת קבלת מלכות שמים", וויינען: "רבונו של עולם, וואו בין איך פארקראכן... רבונו של עולם איך וויל אמונה, איך וויל דיך שפירן".


הונדערט טויזנט מאל "אשרינו" אז מיר האבן אזא רבי.

#34 - אנהאלטן אלע גוטע זאכן פון יום טוב שבועות
רצונות, סיפורי צדיקים, קבלה טובה, ארץ ישראל, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא ב', ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם מיר האבן געהאט א הערליכער יום טוב, איך בין געווען אין שטעטל מיט אנשי שלומינו, עס איז געווען גאר א שיינער קיבוץ; איך האב הנאה געהאט צו זיין דארט יעדע איינציגע מינוט.


יעצט דארף מען זיך שטארקן אנצוהאלטן אלע גוטע זאכן. יום טוב שבועות האבן מיר זייער געבענקט צום אייבערשטן און צו די תורה, יעצט דארף מען אנהאלטן דאס בענקען, ווייטער בענקען צום אייבערשטן, בענקען צו די תורה און צו אלע הייליגע זאכן.


דער עיקר דארף מען בענקען, וועלן און האפן. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט אויף זיין מחותן, הרב הצדיק מוואלטשיסק זכר צדיק לברכה, וואס האט פערציג יאר געבענקט צו אנקומען קיין ארץ ישראל, און ווען דער חמעלניקער רב (אויך א מחותן פון רבי'ן) האט דאס געהערט - האט ער געזאגט: "וואס דארף מען זיך בענקען? אויב וויל מען פארן עפנט מען די בערזל, מען נעמט געלט און מען פארט".


ווען דער רבי האט דאס געהערט האט ער געזאגט: "דער מחותן פון וואלטשיסק וועט אנקומען קיין ארץ ישראל, און דער מחותן חמעלניקער רב - נישט", ווייל דער עיקר איז דאס בענקען, וועלן און האפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#33 - נעמט זיך פאר א גוטע זאך אין צניעות, צו ווערן אינגאנצן געזונט
צניעות, צרות, חיזוק פאר פרויען, רפואה, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב בעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


מרת ... תחי'


נעמט זיך פאר א גוטע זאך אין צניעות, איך זע איר מוטשעט זיך אזוי שטארק, איר האט אזעלכע יסורים; זאלט איר עפעס פארבעסערן אין צניעות.


נישט אז איר זענט נישט גוט, איר זענט זייער גוט און זייער וואויל, אבער זיין איידל האט נישט קיין שיעור, מען קען אלץ טון בעסער.


איך בעט אסאך פאר אייך, דעם פארגאנגענעם שבת קודש האב איך געוויינט אין די מערה ביי רבי שמעון בר יוחאי פאר אייך, אז דער אייבערשטער זאל אייך היילן.


איך ווארט צו הערן גוטע נייעס, אז איר זענט שוין געזונט און שטארק.


 

#32 - מאך פרייליכע סעודות שבת, וועסטו בלייבן מיט ערליכע דורות
תפילה והתבודדות, קבלה טובה, ראש ישיבה, שלש סעודות, שבת טיש, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחוקותי, י"ח אייר, ל"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ל"ג בעומר איז זייער א גרויסער טאג, איך בין אין מירון; דא איז די שמחה ביזן הימל, מען שפירט דא זאכן וואס מען שפירט נישט סתם אזוי.


דער עיקר דארפן מיר ארויסנעמען פונעם טאג לעובדא ולמעשה, נעם זיך פאר צו עסן די דריי סעודות שבת. אפילו עס קומט דיר אן שווער - זאלסטו זיך מוסר נפש זיין זיך וואשן צו דריי סעודות שבת. ווייל רבי שמעון בר יוחאי האט געזאגט ממש איידער ער איז נסתלק געווארן (אדרא זוטא, רפח:): "אָמַר רַבִּי שִׁמְעוֹן, אַסְהַדְנָא עָלַי לְכָל אִלֵּין דְּהָכָא", איך זאג עדות פאר די אלע צדיקים וואס זענען דא מיט מיר אינעם אידרא, "דְּהָא מִן יוֹמָאי לָא בָּטִילְנָא אִלֵּין ג' סְעוּדָתֵי", איך האב קיינמאל נישט מבטל געווען די דריי סעודות שבת, "דְּמַאן דְּזָכֵי בְּהוּ", ווער עס איז זוכה צו עסן דריי סעודות שבת, "זָכֵי לִמְהֵימְנוּתָא שְׁלֵימָתָא", איז זוכה צו האבן א קלארע ריינע אמונה; מיר זעען אז רבי שמעון בר יוחאי האט זיך בארומט אין דעם טאג וואס ער איז נסתלק געווארן מיט דער זאך, ווייל עסן סעודות שבת איז זייער גרויס.


נעם זיך פאר (וואס מיינט 'נעם זיך פאר'? בעט דעם אייבערשטן) דו זאלסט עסן יעדע שבת דריי סעודות און מאכן די סעודות פרייליך, מיט דיין ווייב און קינדער - וועסטו בלייבן מיט ערליכע דורות.


איך פאר אהיים מארגן; איך האף דו בענקסט זיך ווייל ווי לאנג מען בענקט זיך - איז גאר גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#31 - זיך פארנעמען לכבוד די געבורטסטאג צו מכבד זיין די עלטערן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך פארנעמען צו מכבד זיין אייערע עלטערן, די מצוה פון כיבוד אב ואם איז פון די חשוב'סטע מצוות. חכמינו זכרונם לברכה רופן אן די מצוה (ירושלמי פאה פרק א', הלכה א'): "חמורה שבחמורות"; דאס זאלט איר זיך פארנעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות אייער כיבוד אב ואם זאלט איר טרעפן וואס גיכער א גוטע שידוך און אויפשטעלן ערליכע דורות לשם ולתורתו.


 

#30 - נעמט זיך פאר לכבוד אייער געבורטס-טאג זיך אפצוגיסן נעגל וואסער
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, דרך ארץ, נעגל וואסער, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, ח' שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעמט זיך פאר לכבוד אייער געבורטס-טאג זיך אפצוגיסן נעגל וואסער, נישט אראפגיין פון בעט - אן זיך אפגיסן נעגל וואסער. איידער איר גייט שלאפן - זאלט איר זיך אנגרייטן נעגל וואסער.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) תהילים ברענגט דעם מענטש נאנט צום אייבערשטן; אלע ישועות און סגולות ליגט אין תהילים.


פירט זיך מיט דרך ארץ צו אייערע לערערינס. ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ זייער א וויכטיגע זאך, אזוי וועט איר מיר מאכן א נחת רוח.


 

#29 - א מענטש איז נישט קיין מאשין, אנצושטעלן צו טון יעדן טאג די זעלבע
חברים, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, עבודת השם, קבלה טובה, תעניתים, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער א גוטע געדאנק זיך פארצונעמען לכבוד אייער יום הולדת צו זאגן דעם "יום תהילים" יעדן טאג.


איר דארפט נישט טראכטן וואס וועט זיין אויב איר וועט פארגעסן וכדומה, נעמט זיך אויס צו טון די גוטע קבלה בלי נדר, און אז איר פארגעסט איין טאג, אדער איר זענט פארנומען און איר קומט נישט אן – איז גארנישט.


א מענטש איז נישט קיין מאשין, א מאשין קען מען אנשטעלן צו טון יעדן טאג דאס זעלבע, א מענטש פרובירט צו טון דאס בעסטע, און אז מען קען נישט, מען קומט נישט אן, און די טאג איז אריבער אן די גוטע קבלה – וועט מען פונדאסניי פרובירן.


אייער טאטע האט מיך געפרעגט אויב מיידלעך פאסטן עשרה בטבת; ביי אונז פאסטן די מיידלעך יום הכיפורים און תשעה באב, די אנדערע תעניתים פאסט מען נישט.


אויך וויל איך אייך בעטן, זוכט אויף צווישן די מיידלעך אין אייער קלאס מיידלעך וואס האבן נישט קיין חבר'טעס און חבר'ט זיך מיט זיי, ווייל אז מען געבט אכטונג אויף די צעבראכענע הערצער, מען דערפריידט זיי, דעמאלט צאלט דער אייבערשטער צוריק דעם מענטש מיט אסאך גוטס.


 

#28 - זיי זיך מקבל צו ליינען קריאת שמע שעל המטה
פחדים, קינדער, תפילה והתבודדות, צניעות, שלאפן, קבלה טובה, יונגע יארן, קריאת שמע, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, מיט תורה ותפילה. גיי אן מיט א שטארקייט מיט דיינע שיעורים, חומש, משניות, גמרא וכו', אויך זאלסטו זיך שטארקן מיט תפילה והתבודדות.


וואויל איז דיר אז דו גייסט יעדן טאג אין פעלד זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, ביסט טאקע א יונג קינד פון אכט יאר, אבער דיין התנהגות איז אזוי ווי א דערוואקסענער, דו פירסט זיך אזוי ווי א גרויסער צדיק. גיי ווייטער התבודדות, האב נישט מורא צו גיין צווישן די ביימער און גראז רעדן צום אייבערשטן.


אזוי האט דער רבי זכותו יגן עלינו געטון, ער פלעגט זיך באהאלטן און וויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אים מאכן פאר א צדיק.


דו פרעגסט וואס דו זאלסט זיך מקבל זיין לכבוד דיין יום הולדת, דו ווערסט יעצט ניין יאר; זיי זיך מקבל צו ליינען קריאת שמע שעל המטה, איידער דו גייסט שלאפן זאלסטו ליינען קריאת שמע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ, מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", דער וואס ליינט קריאת שמע שעל המטה אנטלויפן פון אים אלע קליפות ומזיקין, ער איז אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין פאר איין מינוט. איידער דו שלאפסט איין זאג פארן אייבערשטן: "מארגן גיי איך זיין א צדיק", און בעט אים ער זאל דיר פארגעבן אויף וואס איז געווען.


אז דו ווערסט שוין ניין יאר ווערסטו שוין א גרויס קינד, זאלסטו זיך שוין מער נישט שפילן מיט מיידלעך פון דיין יארגאנג, פון דיין משפחה אדער שכנים, ווייל דו ווערסט שוין נאך אביסל א בר מצוה בחור, זאלסטו זיך שפילן מיט קינדער אינגלעך. אויך נישט מיט דיינע מומעס; קענסט באגרוסן דיינע מומעס אבער נישט שפילן מיט זיי.


נאכאמאל וויל איך דיר מחזק זיין זאלסט זיך ווייטער פירן מיט די הייליגע הנהגה פון גיין התבודדות יעדן טאג. גיי אונטער דיין שטוב, צווישן די ביימער און גראז און שמועס אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן, דערצייל אים אלעס, דערצייל אים אלע דיינע מחשבות, מעשים און דיבורים - וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


אויך בעט פאר מיר, יואל בן רייצא רעכיל.


זאלסט מצליח זיין און וואקסן א צדיק.

#27 - מאכט א גוטע התחלה צו זאגן יעדן טאג אביסל תהלים
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, מוצאי יום טוב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', יבנאל


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ניצט אויס אייער יום הולדת מיט זאגן תהלים, מאכט א גוטע התחלה צו זאגן יעדן טאג אביסל תהלים; אויב איר קענט זיך צוגעוואוינען גלייך צו זאגן דעם יום תהלים - זאלט איר אזוי טון, זונטאג יום ראשון, מאנטאג יום שני, און אזוי ווייטער, אזוי וועט איר ענדיגן ספר תהלים יעדע וואך אייער גאנץ לעבן. אויב איז אייך שווער אנצוהויבן גלייך צו זאגן דעם גאנצן יום תהלים - זאלט איר זאגן יעדן טאג כאטש פינף קאפיטלעך תהלים, אזוי וועט איר מסיים זיין יעדע חודש דעם ספר תהלים.


יעדע זאך וואס איר דארפט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - איינמאל א וואך זאלסטו מאכן א פארברענג פאר מפיצים
הפצה, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"ב תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד האברך ... נרו יאיר, לעיקוואד


געב איבער פאר די אלע וואס זענען עוסק אין הפצה אז דאס איז די גרעסטע זאך וואס מען קען טון לכבוד דעם נייעם יאר.


די בעסטע קבלה לכבוד דעם נייעם יאר איז עוסק זיין אין הפצה, ווייל וויפיל קען דען א מענטש לערנען אין איין שעה? מען קען נישט לערנען תורה אין איין שעה מער וויפיל מען קען לערנען אין איין שעה, אבער אז מען פארשפרייט די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, תמציות פון רבינ'ס ווערטער, און הונדערט מענטשן גייען לערנען תורה פאר איין שעה - האסטו אין איין שעה הונדערט שעה תורה, און אזוי ווייטער, אן קיין ענדע.


נעם די פאר אינגעלייט, ... נרו יאיר, מיט הבחור ..., מיט האברך ... - און גייט אינאיינעם, שפרייט אייך אויס אין לעיקוואד לארכה ולרחבה; האט רחמנות אויף די איינוואוינער, זיי זאלן אויך האבן די שיינע חיזוק פון רבי'ן.


מיר האבן נאך צוויי גוטע קאנדידאטן אין לעיקוואד, הבחור ... און זיין ברודער ... ; נעם זיי אריין אין דיין חבורה, ווארעם זיי אן פאר הפצה.


איינמאל א וואך זאלסטו מאכן א פארברענג פאר מפיצים, נעם אויך די וואס גייען נאכנישט הפצה, אזוי וועלן ווערן פרישע מפיצים. טייל זיך איין מיט די עסן, איין וואך ברענגט איינער א קוגל, א צווייטע וואך ברענגט איינער א קעיק, און יעדער מפיץ זאל דערציילן זיינע מעשיות, סיי די שיינע מעשיות פון די וואס האבן גענומען, און אויך די שיינע מעשיות פון בזיונות.


שטעל אויף אן ארמיי און דו וועסט זיין דער גענעראל, און שיק מיר יעדע וואך א באריכט פון דיין פליגל.


א פרייליכן שבת.

#25 - די הערליכע נייע קונטרס "א וועג צו לערנען"
הפצה, צדקה, הדפסה, קבלה טובה, דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נצבים, כ"ז אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה אומאן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


האברך היקר ... נרו יאיר האט מיר יעצט באוויזן דעם נייעם קונטרס "א וועג צו קענען לערנען"; ער האט איבערגעטייטשט דעם קונטרס "סדר דרך הלימוד" פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, הערליך שיין איבערגעטייטשט אויף אידיש.


איך וויל דו זאלסט אים בעטן דעם קונטרס און דאס דרוקן אין די טויזנטער און אין די צענדליגער טויזנטער. איך בין זיך מקבל דא אין אומאן ביים רבינ'ס ציון דיר צו העלפן דרוקן דעם ספר, דאס געבן פאר די מפיצים פאר אפאר פרוטות. איך וועל בלי נדר ברענגען די איבריגע געלט. פון מפיצים זאלסטו בעטן פאר א קונטרס פינף סענט (איך וויל נישט געבן בחנם).


דער קונטרס וועט מאכן א שטארקע שטורעם, אלע בחורים און אינגעלייט וועלן דאס כאפן און וועלן אנהויבן לערנען על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.


לכבוד דעם נייעם יאר דארפן מיר זיך מקבל זיין פארשפרייטן דעם רבי'ן. תשפ"ג איז ראשי תיבות ת'הא ש'נת פארשפרייטן דאס ג'רויסקייט פון רבי'ן.


א כתיבה וחתימה טובה

#24 - העלפן די חדר און די סקול
מוסדות, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר דו זאלסט שטיין צו די האנט פון ר' ... נרו יאיר; וואס ער בעט דיר בנוגע העלפן די חדר און די סקול - זאלסטו זיין גרייט.


העלפן די חדר און העלפן די סקול - איז איין שטיק הפצה; אז ער בעט דיר זאלסט ברענגען די קינדער און אהיים טראגן די קינדער, אדער העלפן טיילן עסן פאר די קינדער; וואס ער בעט דיר - זאלסטו זיין גרייט.


דאס איז די בעסטע קבלה פאר'ן נייעם יאר.


א גמר חתימה טובה.

#23 - אפילו א קליינע זאך מאכט אין הימל א גרויסע רעש
תהלים, סיפורי צדיקים, קבלה טובה, מוהרנ"ת ז"ל, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


נעמט זיך פאר א גוטע זאך לכבוד אייער יום הולדת, עס דארף נישט זיין א גרויסע זאך. רבי נתן האט געפרעגט דעם רבי'ן נאך זיין מאמע'ס פטירה וואס ער זאל טון לטובת איר נשמה, האט אים דער רבי געזאגט: "פון היינט און ווייטער זאג די ברכה פון אשר יצר מיט כוונה לטובת איר נשמה"; אפילו א קליינע זאך מאכט אין הימל א גרויסע רעש.


זאגט יעדן טאג תהילים, מה טוב ומה נעים אויב איר קענט זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים; זונטאג יום ראשון, מאנטאג יום שני און אזוי ווייטער, און אז איר קענט זאגן נאר אביסל - זאגט אביסל.


א גוט געבענטשט יאר.


 

#22 - מען זיך אפגעבן צו פאררעכטן די ציינער
רפואה, קבלה טובה, היטן די צייט, ציינער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


ציינער איז נישט א זאך מיט וואס מען שפילט זיך; אויב מען מאכט זיך נישט צו טון, מען גייט נישט צום ציין דאקטער - קען מען זיך זען אויף דער עלטער אן קיין ציינער.


נעם דיינע קינדער צום ציין דאקטער, שטיי אויף דעם אויף יעדן קינד; עס איז נישט קיין תירוץ צו זאגן: "אין שטעטל איז נישטא קיין ציין דאקטער", קודם כל עס איז יא דא, און אז נישט - זאלסטו אריינפארן ביזן שטאט צו האבן גוטע געזונטע ציין.


יעצט ווען דיין ציין איז דיר חרוב פרעגסטו וואס דו קענסט זיך פארנעמען א גוטע קבלה פאר א רפואה; דאס זאלסטו זיך פארנעמען, נישט צו לאזן וויכטיגע זאכן אויף מארגן, קוק וואס פאסירט אז מען פארנאכלעסיגט.


א כתיבה וחתימה טובה.

#21 - יעדעס יאר ביים יום הולדת זאלט איר זיך מקבל זיין נאך א גוטע זאך
קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט ווען איר ווערט א בת מצוה וואונטש איך אייך א ברכה, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויסוואקסן א גרויסע צדקת, איר זאלט שטענדיג זיין פרייליך און האבן הצלחה אין אלע אייערע טואונגען.


זייט זיך מקבל יעצט לכבוד אייער בת מצוה א גוטע זאך פאר אייער לעבן, און יעדע יאר ווען עס קומט אייער יום הולדת זאלט איר זיך מקבל זיין נאך א גוטע זאך און נאך א גוטע זאך.


א כתיבה וחתימה טובה.

#20 - מקבל זיין א גוטע קבלה, נאכ'ן זען די גרויסע חסדים פונעם אייבערשטן
קינדער, צניעות, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מזל טוב פאר אייער נייע געבוירענע אינגעלע, דער אייבערשטער האט געמאכט מיט אייך אזא גרויסע נס, וויל איך אייך בעטן איר זאלט עפעס טון לכבוד די גרויסע נס.


ביי די וועלט איז נהוג אז ווען מען האט א צרה, מען ווארט אויף א נס - איז מען זיך מקבל א גוטע קבלה, אדער אין צניעות, אדער אין אנדערע מצוות; מיר פירן זיך אז מיר ווארטן נישט עס זאל באטרעפן חס ושלום א צרה, מיר זענען זיך מקבל א גוטע קבלה ווען מיר זעען די חסדים פונעם אייבערשטן.


עס איז אייך געבוירן געווארן א קינד אזוי גרינג, אזוי נחת'דיג - געבט'זשע עפעס פאר'ן באשעפער; אדער אביסל דיקערע שטרומפ, אדער אביסל לענגער די פוסטע (סקוירט), אדער די האלז נישט אזוי שטארק אויסגעשניטן, אדער אלעס.


אייער מאן האט מיר געבעטן איך זאל אים זאגן וואס ער זאל זיך פארנעמען לכבוד די שמחה, איך האב אים געזאגט ער זאל זיך פארנעמען איין זאך, מחזק זיין די זאך וואס איר נעמט זיך פאר.


הלוואי זאלט איר זיך צוריק אנטון ווי אלס מיידל; אזוי איידל, אזוי שיין. איידל האט דאך אלע טעמים, איידל איז אזוי זיס, אזוי הייליג.