בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך דאנק אייך זייער פאר'ן מיר העלפן אין אפיס, די מוסד קען נישט אנגיין אן די אפיס; ווער עס ארבעט אין אפיס – האט א חלק אין יעדע איינצעלהייט פונעם מוסד.
בנוגע וואס איר האט מיר געפרעגט, וואס איר זאלט פאררעכטן אדער זיך פארנעמען וכו'; ווען איך זע עפעס וואס מען דארף פאררעכטן האלט איך זיך נישט צוריק, איך זאג יענעם וואס מען דארף פאררעכטן.
ביי אייך, ווען איר האט לעצטנס געהאט פראבלעמען, איר ווילט וויסן וואס איר דארפט פאררעכטן; איר דארפט מער צייט אוועק געבן אויף דאנקען דעם אייבערשטן. דער אייבערשטער האט געמאכט מיט אייך גרויסע נסים – דארפט איר יעדן טאג אפאר מינוט אוועק געבן אויף לויבן דעם אייבערשטן, איר קענט דאס טון אליינס אדער מיט אייער מאן.
מאכט אייך א צעטל, א ליסטע מיט אלע נסים ביז אהער, אלע חסדים, אלע גוטע זאכן און זאגט פאר'ן אייבערשטן: "יישר כח אייבערשטער פאר ..." "יישר כח אייבערשטער פאר ..." "יישר כח אייבערשטער..."; אזוי זאלט איר טון יעדן טאג, און ווען עס קומט א שיינע טאג, שבת, יום טוב וכדומה – זאלט איר אוועק געבן אביסל מער צייט אויף דעם. ווען איר צינדט די לעכט, אייער מאן גייט אין שול, זאלט איר זיצן ביי די לעכט און דאנקען דעם אייבערשטן און אים בעטן אויף ווייטער – וועט זיך אלעס איבערדרייען ביי אייך, איר וועט זען גרויסע נסים ביי יעדע פרט.
בנוגע די אנדערע זאך, וועל איך אייך שפעטער שרייבן.
א כתיבה וחתימה טובה.