בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב
גיי מיט די קינדער התבודדות.
מאך זיך א סדר צו גיין מיט די קינדער הפצה.
אויך זאלסטו מיר שרייבן די נעמען פון די קינדער, ווער עס העלפט רייניגן די שול.
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב
גיי מיט די קינדער התבודדות.
מאך זיך א סדר צו גיין מיט די קינדער הפצה.
אויך זאלסטו מיר שרייבן די נעמען פון די קינדער, ווער עס העלפט רייניגן די שול.
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב
איך דאנק אייך זייער פאר'ן אוועקגעבן ענקער דירה עס זאל זיין א בית המדרש.
מיר אלע זענען אייך זייער דאנקבאר אז מיר האבן אזא געשמאקע פלאץ וואו צו דאווענען שבת; עס איז שווער צו גיין א לאנגע וועג, עס איז זייער א גרויסע הילף פאר אונז אלע.
איך האב געבעטן האברך ... נרו יאיר, דער גבאי פונעם בית המדרש - ער זאל האלטן ריין דאס פלאץ; איך האף דו ביסט צופרידן פונעם ריינקייט, אויב דו האסט טענות - זאלסטו רעדן מיט אים, ער וועט זיכער מאכן אז אלעס זאל זיין גוט.
אינעם זכות פון ארייננעמען ביי דיר אין שטוב דעם רבי'ן (דארט וואו אנשי שלומינו קומען זיך צאם - דארט איז דער רבי), זאלסטו געבענטשט ווערן מיט בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת שמיני, כ"ז ניסן, מברכין החודש, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד אנשי שלומינו, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו
איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט אנשי שלומינו יום טוב פסח אין קרית ברסלב, עס איז מיר געווען א תענוג און א פארגענוגן צו זען די אינגעלייט דאווענען אזוי ווארעם, די טאטעס זיצן מיט די קינדער ביים דאווענען, מען לאזט נישט די קינדער אויף הפקר; די פרויען אזוי איידל אנגעטון; ממש א שיינקייט פון א שטאט. אפגערעדט די תמימות פון די קינדער ווי אזוי זיי רעדן צום אייבערשטן; יעדע זאך וואס זיי דארפן ווייסן זיי צו וועם זיך צו ווענדן.
איך וויל אבער זיין מיט אייך זייער אפן, איין זאך וואס האט מיר געשטערט דעם יום טוב; עס זענען דא משפחות וואס עס איז א שרעק צו זען ווי אזוי זיי פירן זיך אויף, עס עקלט אריבערצוגיין זייער הויז, ווי שמוציג און נאכגעלאזט עס איז אינדרויסן, איך קען זיך נישט פארשטעלן וואס טוט זיך אינעווייניג ווען אינדרויסן איז אזוי שמוציג. עס באדערט מיר זייער שטארק, ווייל מיר בויען א שטאט על שם רבינו און ביים רבי'ן איז דאך געווען נקיות אזוי וויכטיג, ווי פאסט עס מען זאל אזוי בויען דעם שטעטל...
מען רעדט נישט דא פון רוב שטעטל, רוב שטעטל איז זויבער, אבער די פאר משפחות וואס זענען נאכגעלאזט מאכט אזא שלעכטע גערוך פאר אונז אלע, אז עס פארגייט די אפעטיט פון זיין דארט.
איך בעט און איך ווארן, אלע משפחות וואס זענען אין אונזער קהילה דארפן אכטונג געבן עס זאל זיין שיין זויבער אינדרויסן פון שטוב; מען זאל קענען טייטלען מיט די פינגער 'דא וואוינט א ברסלב'ער איד, דא וואוינט א תלמיד היכל הקודש, זויבער ריין'.
אויך בעט איך אייך אלע איר זאלט נישט אפשטעלן די קאר אויפ'ן גאס ביים בית המדרש; מיר האבן באצאלט פופצן טויזנט דאללער צו מאכן דעם פארקינג לאט נעבן דעם בית המדרש, מען קען נישט לאזן די קאר אויבן אויפ'ן גאס, די שכינים ווערן ברוגז, מען מאכט זיך אליינס שאדן. דער אויבערהאר פון ליבערטי רופט מיר מיט טענות וכו', אלעס פאלט אויף מיר, איך האב גענוג אויף מיר, עס פעלט מיר נישט אויס נאך פראבלעמען.
נאך א זאך וואס איך וויל איבערגיין מיט ענק, איך האב איך שוין געבעטן און געשריבן פאריאר זומער מען זאל פארן שטייט, מען זאל נישט פארן שנעל; בפרט זומער ווען די קינדער הייבן אן שפילן אין גאס איז דאס א גרויסע סכנה און סיי מען רעגט אויף די שכינים. איך שרייב נאכאמאל, איך בעט אייך איר זאלט זיך אליינס נישט שלעכטס טון, איר זאלט אכטונג געבן אויף אייערע קינדער, אויף אייער לעבן.
א פרייליכן שבת.
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד החתן ... נרו יאיר
געב אכטונג אויף נקיות; מען מוז יעדן טאג אינדערפרי אויסשווענקען דאס מויל.
עס ווערט געברענגט אין הלכה (אורח חיים סימן ד, סעיף יז) מען זאל אויסשווענקען די מויל יעדן אינדערפרי - "מפני הרירים שבתוך הפה"; בפרט אז מען גייט מיט ברעיסע"ס מוז מען האבן מיט זיך א בערשטל, יעדעס מאל מען עסט עפעס דארף מען אויספיצן די ציין, אז נישט איז מען עובר אויף דעם לאו פון (ויקרא יא, מג): "אַל תְּשַׁקְּצוּ אֶת נַפְשֹׁתֵיכֶם"; אז מען רעדט מיט אנדערע און מען האט עסן ביי די ציינער איז דאס זייער שלעכט, עס פארעקלט.
מען ווערט נישט מער עובד ה' אז מען איז נאכגעלאזט און מען ווערט נישט ווייניגער עובד ה' אז מען גייט אנגעטון ריין און מען געבט אכטונג אויף זיך.
דו גייסט חתונה האבן, זאלסטו מער אכטונג געבן די מויל זאל זיין ריין און די קליידער זאלן זיין ריין.
איך זע איך דארף דאס אויך זאגן; אזעלכע פשוט'ע זאכן ווייסט מען אויך נישט.
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד די טייערע תלמידות בית פיגא שתחיו
געבט אכטונג צו זיין אנגעטון ריין; דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל גיין אנגעטון ריין.
איר ווייסט די מעשה, אמאל זענען מיידלעך געגאנגען צאמנעמען צדקה ביי די הייזער, די וועג איז געווען פול מיט בלאטע און אלע זענען פארשמירט געווארן פון די בלאטע, נאר אדל דעם רבינ'ס טאכטער איז געבליבן ריין, אלע האבן זיך געוואונדערט 'ווי קען זיין אז זי איז געבליבן ריין?' האט אדל זיי געזאגט: "מיין טאטע - דער רבי - האט מיר אויסגעלערנט א וועג, אז אפילו מען גייט אין בלאטע זאל מען זיך נישט פארשמירן".
א מיידל וואס גייט אנגעטון איידל, ריין און שיין - איז דאס אליינס הפצה, אלע פרעגן: ווער איז די מיידל? וואו לערנט זי? זי איז ברסלב? ברסלב האט נארמאלע מיידלעך?
א פרייליכן שבת.
בעזרת ה' יתברך
א' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי
איך האב באקומען רשות פון ... נרו יאיר צו נוצן זיין גאראזש צו בויען א מקוה; איך האף ביז א וואך צוויי וועט זיין גרייט די מקוה, וועט איר קענען דאווענען שבת אינדערפרי אינעם נייעם שול.
איך האב פאר דיר א קאמפלימענט, דער בעל הבית ר' ... נרו יאיר זאגט מיר אז ער און זיין ווייב זענען זייער צופרידן אז דו ביסט גבאי, זיי זענען רואיג אז דער שול האט אן אחריות'דיגער גבאי, אלעס איז זויבער און שיין צאמגענומען.
איך האף דו וועסט ווייטער משמש זיין דעם רבי'ן; דו וועסט פירן דעם שול, עס זאל זיין ריין, מען זאל דאווענען אין צייט און אלעס זאל זיין על צד היותר טוב. פיר די שול אזוי ווי דו האסט געזען אלע יארן אין ישיבה; לייג נישט צו און נעם נישט אראפ, דעמאלט וועסטו מצליח זיין.
לעת עתה זאל די שול זיין אין באנוץ נאר שבתים און ימים טובים, אויך די מקוה וואס מיר גייען יעצט מאכן זאל זיין נאר פאר שבת אינדערפרי.
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט צוריק גיין אויף דיין אלטע סדר היום, אמאל האסטו געהאט א בעסערע סדר, ביסט געגאנגען שלאפן פרי און אויפגעשטאנען פארטאגס; דאס איז א בעסערע סדר ווי גיין שלאפן שפעט און אויפשטיין די לעצטע מינוט.
גלייך נאך מעריב זאלסטו זיך גרייטן צו גיין שלאפן, פאר'ן שלאפן זאלסטו זיך מתבודד זיין; געב זיך איבער צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין אויף דיין גאנצע טאג און ער זאל דיר העלפן מצליח זיין אויף ווייטער.
אינדערפרי זאלסטו דאס ערשטע זאך גיין אין מקוה, אויך זאלסטו מקפיד זיין זיך אפצואוואשן (שאוע"ר). חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נ:): "רוֹחֵץ אָדָם פָּנָיו יָדָיו וְרַגְלָיו בְּכָל יוֹם בִּשְׁבִיל קוֹנוֹ", א מענטש זאל זיך אפוואשן דעם גאנצן קערפער יעדן טאג, מען זאל זיין ריין פאר'ן אייבערשטן.
דאווען, עס פת שחרית, נעכדעם טו וואס דו האסט צו טון, און ווען דו האסט אביסל צייט כאפ אריין א פרק משניות, אביסל חומש רש"י, תהילים און גמרא.
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר.
ווען דו האסט אפאר פרייע מינוט זאלסטו זיכער מאכן צו רייניגן דעם בית המדרש. קוק זיך אום אז די ספרים זאלן זיין מסודר, זע עס זאל נישט זיין קיין פליגן; טויש די קלעבערס איין מאל א וואך.
אויך זאלסטו רוימען אינדערויסן פון שול, ווייל א שול על שם רבינו דארף זיין ריין און ציכטיג; בפרט א שול אין שטעטל טאר נישט אויסקוקן נאכגעלאזט און שמוציג.
איך וועל רעדן צו אלע מתפללים יעדער איינער זאל צולייגן א האנט; אזוי ווי מען ענדיגט דאווענען זאל יעדער אוועקלייגן אפאר ספרים און מסדר זיין א טיש מיט בענקלעך וכו', וכו'; און נאך א קידוש, נאך שלש סעודות, נאך א שמחה וכדומה זאל מען גלייך מסדר זיין דעם בית המדרש.
איך האב דאס געלערנט פון מוהרא"ש, עס האט נישט גענומען מער ווי אפאר מינוט נאך יעדע ליל שישי שיעור וואס דער בית המדרש איז געווען גרייט פאר שבת; די טישטוכער, די טישן און בענקלעך מיט א שטארקע סדר.
איך ווייס דאך אז איך וועל נישט פועל'ן וכו', בעט איך דיר דו זאלסט עס נעמען פאר דאס וויכטיגסטע זאך.
איך האף אז נאך וועלן ליינען דעם בריוו, וועט זיין גרינגער פאר יעדן איינעם.
בעזרת ה' יתברך
מוצאי שבת קודש פרשת בראשית, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד די חשוב'ע תלמידים פון תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, קרית ברסלב ליבערטי ניו יארק, ה' עליהם יחיו.
איך בין יעצט אהיימגעקומען פון שטעטל, עס איז געווען א הערליכע שבת; איך האב זייער הנאה געהאט צו זען ווי שיין איר דאווענט און אייער אויפפירונג.
איך בעט ענק זייער איר זאלט זיך פירן מיט דרך ארץ, איר זאלט פאלגן ענקער מלמד שליט"א; איר ווייסט דאך אז 'דרך ארץ' איז ביים רבי'ן פון די גרעסטע און חשוב'סטע זאכן.
אויך זאלט איר שטענדיג רייניגן דעם בית המדרש און ארום דעם בית המדרש; ווען איר ענדיגט לערנען זאלט איר אוועקלייגן די ספרים פונעם בית המדרש און מסדר זיין די טישן און בענקלעך און אזוי ווייטער. די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ז:): "גְּדוֹלָה שִׁמּוּשָׁהּ יוֹתֵר מִלִּמּוּדָהּ", באדינען דעם רבי'ן איז נאך גרעסער פון לערנען.
איך האף איר וועט אננעמען מיינע ווערטער, איר וועט זיך פירן מיט דרך ארץ און האלטן ריין דעם בית המדרש; וועט איר זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט רוען ביי אייך און איר וועט זוכה זיין צו ווערן גרויסע צדיקים.
ענקער ראש ישיבה
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג סוכות, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך האב לאנגע יארן אליינס גערייניגט דעם בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג; שפעטער ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה איז מיר אביסל גרינגער געווארן, ווייל די תלמידים די בחורים האבן מיר צוגעהאלפן און עס איז שוין איבער צען יאר וואס די בחורים און אינגעלייט רייניגן דעם בית המדרש.
מוהרא"ש האט דערציילט אז ער פלעגט רייניגן דעם בית המדרש ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן. קיינער האט נישט געוואוסט ווער עס רייניגט, ער פלעגט וויינען בשעת'ן רייניגן דעם בית המדרש צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען רייניגן נשמות ישראל בזכות וואס איך בין משמש דעם הייליגן רבי'ן, בזכות וואס איך רייניג דעם שול".
טו דו אויך אזוי, נעם די זכות פון האלטן ריין דעם רבינ'ס שול פאר דיר, און אז דו האסט נישט קיין כח אליין צו רייניגן דעם בית המדרש, נעם אפאר בחורים און אינגעלייט און אינאיינעם זאלט איר רייניגן דעם בית המדרש.
אין בית המקדש האבן די כהנים גערייניגט מיט די גרעסטע שמחה; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תמיד ב, ב): "מִיָּמָיו לֹא נִתְעַצֵּל הַכֹּהֵן מִלְּהוֹצִיא אֶת הַדָּשֶׁן", די כהנים האבן זיך נישט צוריק געהאלטן פון טון די עבודה פון רייניגן.
אין דעם זכות וואס דו רייניגסט דעם בית המדרש, דו ביסט משמש דעם הייליגן רבי'ן - וועסטו ריין ווערן אינגאנצן פון אלעס וואס מיר דארפן פאררעכטן.
בעזרת ה' יתברך
יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד הילד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, ליבערטי.
איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיין מלמד גוטע גריסן אויף דיר; ווי פלייסיג דו לערנסט און ווי שיין דו פירסט זיך, דו מאכסט מיר אזויפיל נחת מיט דעם.
יעצט איז דיינע בעסטע יארן; זאלסטו אויסנוצן די טעג מיט לערנען און דאווענען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע זמן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן.
ווען מען ענדיגט לערנען זאלסטו העלפן רייניגן די שול, דו מיט דיינע חברים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
א גרויסן יישר כח פאר'ן ריין מאכן די ישיבה; איך קוק פון דער זייט ווי דו רוימסט די ישיבה מיט אזא איבערגעגעבנקייט.
אלע יארן אין ישיבה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די בחורים וואס האבן גערייניגט די פלאץ האבן שיין חתונה געהאט. וועסטו אויך גלייך נאכן זומער טרעפן א גוטע שידוך, נאר בזכות דעם וואס דו רייניגסט דעם פלאץ.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
זאלסט זיין געבענטשט פאר'ן רייניגן די שטעטל; אין דעם זכות וואס דו נעמסט צאם די מיסט טאג נאך טאג וועסטו זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין שידוך.
די אלע בחורים וואס העלפן דעם רבי'ן, די ישיבה און די מוסדות - די האבן שיין חתונה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת שופטים, כ"ז מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד הבחור ... נרו יאיר.
איך דאנק דיר פאר'ן העלפן אין ישיבה מיט די עסן פאר די בחורים אבער אין די זעלבע צייט בעט איך דיר זייער זאלסט זען עס זאל זיין ריין און זויבער; עס איז דא טעג וואס איך שעם זיך אריין צו קומען אין בית המדרש, עס זעט נישט אויס ווי דעם רבינ'ס בית המדרש. עס איז אנגעלייגט מיט איבריגע עסן, עס איז שמוציג אז איך קען עס נישט נעמען.
דעריבער בעט איך דיר דו זאלסט אכטונג געבן אויף ריינקייט, מיט דעם וועסטו מיר פרייליך מאכן.
געב איבער פאר אלע בחורים, אויב זיי ווילן מיר העלפן זאלן זיי האלטן ריין דאס פלאץ.
ריינקייט איז ביי מיר דאס וויכטיגסטע זאך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.
געב אכטונג אויף די ריינקייט פונעם פלאץ; עס טוט מיר וויי ווען איך זע ווי די פלאץ וואו דו וואוינסט איז נאכגעלאזט און נישט ריין, עס איז נישט קיין כבוד פאר'ן רבינ'ס נאמען.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין תמיד כח:): "עס איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך אין בית המקדש אז דער מזבח זאל בלייבן שמוציג", די כהנים האבן נישט געווארט מען זאל זיי הייסן רייניגן די הייליגע הויז פונעם אייבערשטן, זיי האבן דאס געטון פון זיך אליינס פון גרויס קדושה.
איך האף אז דו וועסט נעמען אויף זיך די מצוה וואס אלע זענען מזלזל אין דעם, דו וועסט האלטן ריין דאס פלאץ.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי, כ"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
שטארק זיך צו גיין הפצה; זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט.
אינעם היינטיגן גרויסן טאג ווען עס געפאלט דער געבורטס-טאג פון מוהרא"ש דארפן מיר זיך מאכן א שטיקל חשבון הנפש וואס מיר האבן שוין געטון אויף די וועלט צו ברענגען משיח, צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.
געב א קוק צו וואס מען קען זוכה זיין; לאמיר זיך מאכן א חשבון, מוהרא"ש איז געווען איין מענטש אליין, איינער אליין; איך געדענק נישט נאך מענטשן וואס זענען געווען אזוי אליין ווי מוהרא"ש, ער האט גארנישט געהאט, אלע זענען געווען קעגן אים; מיט דעם אלעם האט ער פארשפרייט דעם רבי'ן אויף די גאנצע וועלט, אריינגעברענגט אזויפיל קדושה אין די וועלט, אזויפיל לימוד התורה אין די וועלט, אזויפיל שלום בית ביי פארפעלקער, אזויפיל אידן צוריק געברענגט צום אייבערשטן; מוהרא"ש איז צוריק צום אייבערשטן מיט אזויפיל זכותים, דארפן מיר זיך פרעגן מיט וואס וועלן מיר צוריק גיין צום אייבערשטן... ווייל די יארן גייען און לויפן אזוי שנעל, אזוי ווי עס שטייט "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה" (דברי הימים-א כט, טו), זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי דער שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווי לאנג עס גייט אריבער, אדער ווי דער שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן נאר פליט דורך ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.
גיי ווייטער הפצה, פארפעל נישט קיין איין טאג פון הפצה; געב אכטונג צו גיין אנגעטון שיין בשעת דו ביסט מפיץ. פוץ אויס דיינע שיך, מען טאר נישט ארומגיין מיט שמוציגע שיך; עס איז נישט קיין תירוץ אז אז מען וואוינט צווישן פעלדער וכו'. א תלמיד חכם טאר נישט גיין אנגעטון שמוציג, בפרט מיט שמוציגע שיך און זיכער נישט בשעת הפצה, וואס דעמאלט קוקט מען אויפ'ן מפיץ, מען וויל זען: 'וואס איז ברסלב? ווער איז ברסלב? ווי אזוי פירן זיך די ברסלב'ע?'
פוץ זיך אויס דיין הוט, דיין שיך און דיין רעקל פאר דו גייסט הפצה כדי דו זאלסט מאכן א גוטע און שיינע נאמען פאר'ן רבי'ן, אזוי וועסטו אויך קענען מקרב זיין אלפים ורבבות מענטשן צום אייבערשטן.
איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער און פון היינט אן וועסטו אכטונג געבן.
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש וויליאמסבורג.
ווען דו וואלסט געוואוסט ווי חשוב דו ביסט אין הימל וואלסטו געטאנצן א גאנצן טאג אויף דעם וואס דו ביסט א מלמד.
אויבן אין הימל קוקט מען גאר אנדערש אויף א מלמד, א מלמד איז זייער חשוב; ער איז דער ריכטיגער מנהיג ישראל, ער גרייט אן אידישע קינדער פאר די קומענדיגע דורות.
וויסן זאלסטו אז קינדער זענען זייער קלוג, זיי כאפן אויף יעדע ריר פונעם מלמד; א מלמד דארף זיין זייער פארזיכטיג ווי אזוי ער רעדט און ווי אזוי ער פירט זיך, ווייל די קליינע ריינע נשמה'לעך כאפן אויף יעדע תנועה פונעם מלמד. דעריבער בעט איך דיר זאלסט זיך שטארקן און אריין גיין אין קלאס צו די קינדער מיט א פרישקייט לערנען מיט זיי די הייליגע חומש און משניות וכו'.
זע אז עס זאל שטענדיג זיין ריין אין קלאס; מען קען נישט לערנען מיט קינדער ווען עס טוט זיך אויף טישן און בענק. אז דו וועסט אכטונג געבן אויף ריינקייט וועלן די קינדער אויך אכטונג געבן, ווייל קינדער מאכן נאך דעם מלמד; אז דער מלמד איז ריין זענען די קינדער ריין, אז דער מלמד איז מסודר זענען די קינדער מסודר.
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
מיט דעם וואס דו רייניגסט דעם בית המדרש וועסטו זוכה זיין צו קינדער און אייניקלעך ערליכע אידן; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות סג:) אז עובד אדום פלעגט אויסקערן און אויפוואשן די שטוב וואו דער ארון איז געלעגן, דערפאר האט ער זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע האבן משמש געווען אין בית המקדש.
לאז נישט אפ די מצוה, געב דאס נישט פאר א צווייטן; יעדע מאל דו ביסט אין שול זאלסטו רייניגן דעם בית המדרש, מסדר זיין די טישן און די בענקלעך אז זיי זאלן זיין שיין מסודר.
מוהרא"ש פלעגט אליינס אויפוואשן דעם ברסלב'ן שול אין בארא פארק; ער פלעגט זיך מתבודד זיין בשעת ער האט געוואשן דעם בית המדרש און בעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קענען אפוואשן אידישע קינדער און זיי צוריק ברענגען צו דיר", אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך קענען רייניגן און זויבערן, באשעפער וואש מיך אפ, העלף מיר איך זאל זיין הייליג און ריין".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.
געב אכטונג אויף די ריינקייט אין תלמוד תורה; א פלאץ וואו מען לערנט תורה דארף זיין ריין.
ווען איך בין געווען א מלמד פלעג איך אליינס רייניגן די כתה, ווייל ריינקייט ברענגט צו אלע מדריגות. די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה כ:): "זְרִיזוּת מְבִיאָה לִידֵי נְקִיּוּת, נְקִיוּת מְבִיאָה לִידֵי פְרִישׁוּת, פְּרִישׁוּת מְבִיאָה לִידֵי טַהֲרָה, טַהֲרָה מְבִיאָה לִידֵי קְדוּשָׁה", און אזוי ווייטער ביז די גרעסטע מדריגה.
א טיש וואו מען לערנט אדער מען עסט קערט מען נישט אויס מיט א בעזעם; דו דארפסט אליינס פארשטיין אז א בעזעם איז געמאכט נאר צו רייניגן די ערד, אויך זאלסטו אכטונג געבן אז די קינדער זאלן נישט שפילן מיט'ן בעזעם, דאס אויפהייבן וכו'; א בעזעם איז געמאכט צו קערן די ערד, נישט טישן און בענקלעך.
שטארק זיך; זיי ממשיך צו העלפן די חדר און סקול. אלע בחורים און מיידלעך וואס האבן געהאלפן די חדר און סקול האבן שיין חתונה געהאט. די וואך אליינס האבן מיר דריי חתנים אין ישיבה, אלע דריי העלפן און האבן געהאלפן זייער געטריי אלע זייערע יארן, קוק ווי דער רבי באצאלט זיי אזוי שיין.
נאך אביסל וועסטו האבן דיין שידוך.
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת תולדות, כ"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער טאכטער ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
בנוגע זאגן קרבנות הנשיאים וכו'; דער עיקר זאלסטו זאגן תהילים, ווען דו האסט איבעריגע צייט זאלסטו זאגן אביסל תהילים. דו דארפסט נאך נישט זאגן "מציאות הזיווג", יעצט זאלסטו זאגן תהילים. פרוביר צו זאגן יעדן טאג דעם גאנצן יום תהילים אזוי וועסטו ענדיגן יעדע וואך דעם גאנצן ספר תהילים, און אז דו קענסט נישט זאגן יעדן טאג דעם גאנצן יום תהילים זאלסטו זאגן אין א סדר וויפיל דו קענסט.
אז דו זעסט א מיידל איז שטיל, זי רעדט נישט מיט אנדערע און זי האט נישט מיט קיינעם - זאלסטו זיין איר חבר'טע, זאלסט רעדן מיט איר, שפאצירן מיט איר און גיין מיט איר. זאלסט שטענדיג זוכן וועם דו קענסט אויפלעבן, געב א שמייכל פאר יעדן איינעם.
דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחי' זיין א איד; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "וּלְהַחֲיוֹת אָדָם אֵינוֹ דָּבָר רֵק, כִּי הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", מחי' זיין א מענטש איז נישט קיין קלייניקייט, עס איז זייער א גרויסע זאך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כב.): אליהו הנביא האט אמאל באגעגנט רבי ברוקא אויפ'ן גאס און ער האט אים געוויזן אויף צוויי מענטשן אז זיי זענען בני עולם הבא, ווייל זיי גייען ארום פרייליך מאכן אידישע קינדער, זיי שמייכלען צו יעדן איינעם. און ווען זיי זעען ווי צוויי מענטשן קריגן זיך מאכן זיי דארט פרייליך ביז זיי בעטן זיך איבער.
איך בעט דיר זייער זאלסט העלפן רייניגן די סקול; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן דעם רבי'ן, בפרט מיט'ן רייניגן די סקול, אן ארבעט וואס קיינער וויל נישט טון. בעט איך דיר זאלסט מיר העלפן מיט'ן רייניגן די סקול און זאלסט איבער געבן פאר די אנדערע מיידלעך וואס העלפן רייניגן אז זיי טוען זייער א הייליגע ארבעט. איך וויל זייער שטארק נישט האבן קיין גוים אין סקול, און דער לענדלער שרייט אז אויב עס וועט נישט זיין ריין וועלן מיר מוזן נעמען א גוי טמא זאל זיך דרייען צווישן די מיידלעך.
יישר כח פאר'ן העלפן מאמי; מאמי זאגט מיר אלץ אז דו העלפסט איר ווי א מלאך פון הימל.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר.
געב אכטונג צו גיין אנגעטון ריין; אז דיין ווייב איז יעצט נישט בכח צו ריין מאכן דיינע קליידער איז דאס נישט קיין תירוץ אזוי ארום צו גיין.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיד.): "כָּל תַּלְמִיד חָכָם שֶׁנִּמְצָא רְבַב עַל בִּגְדּוֹ חַיָּיב מִיתָה", א תלמוד חכם וואס גייט מיט פלעקן איז חייב מיתה; ווייל ער איז גורם אז מענטשן זאלן זיך אוועק ציען פון זיין תלמידי חכמים, מען וועט זיך עקלען פון תלמידי חכמים.
בפרט א ברסלב'ער חסיד דארף נאך מער אכטונג געבן צו גיין אנגעטון ריין און צוזאמגענומען, ווייל דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף דעם, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכז): "הַבְּגָדִים בְּעַצְמָן תּוֹבְעִין אֶת הָאָדָם אִם לא נִזְהָר בִּשְׁמִירָתָן לְכַבְּדָן כָּרָאוּי וּלְהַחֲזִיקָן בִּנְקִיּוּת", די קליידער זענען תובע א דין אויפ'ן מענטש וואס היט זיי נישט.
א תלמיד היכל הקודש דארף וויסן אז אויב די ווייב האלט נישט ריין די שטוב; וואשט נישט די וועש; געשיר, וכו', דארף מען דאס אליינס טון, מען טאר נישט וואוינען ווי א בעל חי.
גיי יעדן טאג אין שויער; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נ:): "רוֹחֵץ אָדָם ... בְּכָל יוֹם בִּשְׁבִיל קוֹנוֹ", א מענטש זאל זיך וואשן דעם גאנצן גוף לכבוד דעם אייבערשטן כאטשיג איינמאל א טאג, אויב נישט צוויי מאל; גיי נישט מיט וועש מער ווי איין טאג (חוץ אן ארבעטס העמד וכדו').
איך זאג דיר נאר ווייל איך האב דיר ליב און איך וויל דיין הצלחה.
בעזרת ה' יתברך
יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד די חשוב'ע תלמידות פון בית פיגא ברסלב, שתחיו.
מיר האבן שוין די ישיבה איבער צען יאר און די תלמידים די בחורים האלטן ריין די ישיבה; מיר האבן נישט קיין גוים וואס רייניגן דעם בנין הישיבה, נאר יעדע נאכט נאך ישיבה זענען דא בחורים וואס מאכן זיכער אז דער בנין איז ציכטיג ריין, די בחורים מאכן ריין סיי די ישיבה און סיי דער חדר.
עס פלעגט זיין דער סדר אז בחורים פלעגן גיין אין סקול נאכדעם ווען אלע תלמידות זענען אהיים און פלעגן ריין מאכן די סקול, אבער פון היינט און ווייטער ווילן מיר מאכן אז די מיידלעך זאלן האלטן ריין די סקול, עס זאל זיין א סדר צווישן די תלמידות וועלכע וועלן זען אז די סקול זאל זיין ריין. איר ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז געווען ריינקייט א שטארקער יסוד, בעט איך אייך איר זאלט רייניגן דעם סקול יעדן טאג, עס זאל אינטערעסירן יעדע תלמידה אז דאס פלאץ זאל זיין ריין.
איר קענט די מעשה פון אדל - דעם רבינ'ס טאכטער, אמאל איז זי געגאנגען נאך געלט מיט נאך אפאר פרויען, אינמיטן וועג האט זיך אראפגעלאזט א גאס רעגן, עס איז געווארן א גרויסע בלאטע און אלע פרויען זענען געווארן פארשמירט פון די בלאטע, נאר אדל איז געבליבן זויבער און אפילו איר שיך איז געבליבן ריין; די פרויען וואס זענען מיטגעגאנגען מיט איר האבן זיך זייער געוואונדערט ווי אזוי קען זיין אז זי האט זוכה געווען צו אזא רואיגקייט אז זי זאל קענען גיין אין בלאטע און דאך בלייבן זויבער. האט אדל זיי געזאגט: "מיין גרויסער טאטע - דער הייליגער רבי - האט מיר אויסגעלערנט א וועג אז אפילו ווען מען גייט אין בלאטע זאל מען קענען בלייבן ריין און זויבער".
אז איר וועט האלטן דעם פלאץ ריין וועט איר זוכה זיין צו אלע מדריגות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה כ:) אז נקיות ברענגט צו פרישות און צו חסידות ביז תחיית המתים.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.