בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#12 - ווען די גרעניצן עפענען זיך, וועל איך קומען רעדן ביי אייך אין ישיבה
דרשות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הרב ר' ... שליט"א, ראש ישיבת קה אכסוף


איך נעם אן די איינלאדענונג צו קומען רעדן ביי אייך אין ישיבה; יעצט איז נישטא קיין וועג ווי אזוי איך קען קומען קיין ארץ ישראל, מען לאזט נישט אריינקומען צוליב קאראנע.


אם ירצה ה' בלי נדר, ווען די גרעניץ וועט זיך עפענען און איך וועל זיין אין ארץ ישראל וועל איך קומען צו אייך אין ישיבה רעדן צו די בחורים.


 

#11 - די גרויסע ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן אייך
תפילה והתבודדות, בית המדרש, ארץ ישראל, ירושלים, אחדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


                                             


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים, שיחיו.


איך בענק זיך זייער נאך אייך, איך פרוביר צו באקומען יעצט א רשות אריין צו קומען; קען זיין אין די נאנטע טעג וועל איך זיין אין ארץ ישראל. איך וועל זיין אין צוויי פלעצער, אין יבניאל, און איך קום צו אייך אין ירושלים, איך וויל זיך באקענען מיט אייך פון דער נאנט.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וויפיל גרוסן מען הערט אויף די נייע בית המדרש אין ירושלים, אלע זאגן אז דאס איז א פריינטליכע פלאץ, מען נעמט אויף זייער שיין יעדן איינעם און אלע דיבורים איז נאר פון תורה, תפילה און גוטע ווערטער איינער פאר'ן צווייטן; דאס געבט מיר חיות ווייטער אנצוגיין, אז איך זע מען האט זיך ליב איינער דעם צווייטן.


פרובירט צו באווייזן וואס קיינער האט נאך נישט באוויזן, ביי אייך זאל מקוים ווערן וואס דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן אייך; מוהרא"ש פלעגט זאגן, ליידער ליידער איז דער שיחה נאכנישט מקוים געווארן, פרובירט עס זאל מקוים ווערן ביי אייך, אלע זאלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


עס איז נישט מעגליך אין די וועלט מען זאל זיך ליב האבן נאר ווען מען איז בטל ומבוטל צום אייבערשטן, כל זמן מען וויל נאך עפעס קען מען זיך נישט ליב האבן; דאס איז סיי אין בית המדרש און סיי מיט משפחה, מיט די ווייב און קינדער און סיי מיט זיך אליינס. ווען א מענטש וויל גארנישט, דארף גארנישט און האט גארנישט, דעמאלט הייבט ער אן שפירן די זיסע געשמאקע ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן, דער מענטש קען ליב האבן זיך אליינס, זיין ווייב, זיינע קינדער, משפחה און אלעמען.


די וואך האבן מיר אין די פרשה אן עצה וואס מען קען טון ווען עס גייט א מבול. דער אייבערשטער זאגט פאר נח: מאך זיך א תיבה, נעם אריין דיין משפחה - אזוי וועסטו געראטעוועט ווערן פונעם מבול. די תיבה גייט ארויף אויף תפילה, אז מען וויל ווערן געראטעוועט פון שלעכטע זאכן דארף מען זיך אריין טון אין תפילה והתבודדות, בעטן דעם אייבערשטן פאר זיך און פאר די משפחה, אזוי ווערט מען געראטעוועט.


איך בעט אייך זייער טייערע חברים, טייערע ברידער, שטארקט אייך אין תפילה והתבודדות; געוואוינט זיך איין צו רעדן צום אייבערשטן אויף די פשוט'ע שפראך וואס איר זענט געוואוינט צו רעדן, רעדט צום אייבערשטן אזוי ווי איר רעדט צו א גוטע פריינט, גיסט זיך אויס דאס הארץ פאר אים.


מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען איז זוכה דורך די הנהגה, מען באקומט אן אנדערע מח, מען באקומט אן אנדערע קוק אויפ'ן לעבן, אלעס טוישט זיך ווען מען נעמט זיך ארום מיט די תיבות התפילה, מען ווערט אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


א פרייליכן שבת.

#10 - ווי נאר מ'וועט קענען, וועל איך פארן צו אייך קיין ארץ ישראל
יבנאל, בית המדרש, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האלט אין איין באקומען גריסן אויף דיין דאווענען ראש השנה און יום הכיפורים אינעם נייעם בית המדרש "היכל הקודש" ירושלים, אז עס איז געווען זייער שיין און התעוררות'דיג.


איך האב זייער הנאה אז דו דאווענסט אינעם בית המדרש היכל הקודש ירושלים, ביז דערווייל האב איך נאכנישט זוכה געווען צו זיין דארט; זייט פורים איז פארמאכט די גרעניץ, אין יוצא ואין בא, איך ווארט זייער צו קענען זיין אין ארץ ישראל, ווי נאר איך וועל הערן אז מען קען פארן - הייב איך זיך אויף און איך פאר; איך וועל זיין אין יבנאל, איך בענק זייער צו זיין ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, נאכדעם וועל איך זיין אין ירושלים, זיך מחזק זיין מיט די תלמידים און פרישע מקורבים.


שרייב מיר דיינע סיומים, שרייב מיר וואס טוט זיך אין בית המדרש; איך וויל זיין מיט אייך.


 

#9 - דארף מען האבן גרייט די פאספארטן צו אנטלויפן פון אמעריקע?
צרות, תהלים, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, אשר בנחל, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן האט מיר געפרעגט, איר ווילט וויסן אויב עס איז אמת אז נאך אביסל וועלן מיר אלע דארפן אנטלויפן פון אמעריקע; א פרוי זאגט פאר אלע פרויען אז זי האלט מיט זיך א גאנצן צייט די פאספארטן פון די גאנצע משפחה ווייל מוהרא"ש האט געזאגט מען וועט דארפן אנטלויפן, איר פרעגט אויב איר זאלט אויך אזוי טון.


עס דערמאנט מיר די מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט, מען האט אמאל דערציילט פאר רבי נתן זכרונו לברכה אז עס זענען דא חסידים וואס פירן זיך צו לייגן אונטער זייער קישן א פלאש ברוינפן, און ווען זיי וועקן זיך אויף פרעגן זיי: 'משיח איז נאך נישט דא?!' און זיי הייבן אן טרינקען ביז זיי ווערן שיכור און שלאפן נאכאמאל איין; זיי זאגן אז ווילאנג משיח איז נאך נישט דא דארף מען איינשלעפן דעם יצר הרע, ווייל אז מען שלאפט זינדיגט מען נישט, האט רבי נתן געזאגט: "דאס איז נישט קיין עצה; מען דארף לייגן א תהילים אונטערן קישן, און ווען מען וועקט זיך אויף און מען זעט אז משיח איז נאך אלץ נישט דא, זאל מען נעמען דעם תהילים, זאגן תהילים און שרייען צום אייבערשטן".


זאגט פאר די פרוי וואס טראגט אירע פאספארטן מיט זיך וכו', אז אנשטאט האלטן אין איר טאשקע טאג און נאכט אירע פאספארטן זאל זי האלטן מיט זיך א תהילים און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים און בעטן אויף ווייטער.


אז איר ווילט וויסן וואס מוהרא"ש האט געהאלטן זאלט איר לערנען 'אשר בנחל', אין די בריוו ליגט אלעס; אלע סודות, אלעס וואס גייט זיין ביז משיח וועט קומען - ליגט אין די בריוו. קיינער זאל נישט קומען זאגן דאס און יענץ ווען מיר האבן די בריוו און דארט ווייזט אונז מוהרא"ש וואס מיר זאלן טון, ווי אזוי מיר זאלן זיך פירן.


מיר וועלן ווייטער פארשפרייטן די הייליגע עצות, די גראדע שכל און זיסע לעבן פאר אלעמען און אזוי וועלן מיר ברענגען משיח וואס וועט אונז מיט נעמען קיין ארץ ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - די גבאים פונעם שול דארפן ארבעטן אינאיינעם
שטעטל, בית המדרש, ארץ ישראל, גבאי, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די נחת וואס איך האב ווען איך באקום נאכאנאנד הערליכע גריסן אויף אונזער שול היכל הקודש אין ירושלים; בפרט יעצט נאך יום טוב סוכות האב איך באקומען גאר אסאך גוטע גריסן אויף אונזער שול, היכל הקודש ירושלים. בעיקר אז עס הערשט דארט א גרויסע אחדות, מען האט זיך ליב און מען קוקט שיין איינער אויפ'ן צווייטן.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך ווייטער האלטן אינאיינעם; בפרט די גבאים פונעם שול דארפן ארבעטן אינאיינעם. איך האב ממנה געווען דריי גבאים, דארפט איר ארבעטן אינאיינעם; אויב איז דא חילוקי דעות דארף מען גיין נאך רוב, און אויב איר ווילט קענט איר מיר פרעגן, און אז איר וועט וועלן אננעמען מיין דעה וועל איך אייך זאגן ווי אזוי זיך צו פירן.


מיר בויען יעצט א שטעטל אין אמעריקע; עס איז דא זייער אסאך ארבעט אין דעם, האב איך ממנה געווען אפאר אינגעלייט זאלן זיין גבאים, און ווען עס איז דא חילוקי דעות און זיי קענען זיך נישט אויסקומען, פרעגן זיי מיר וואס מיין דעה איז, ביז מען קומט זיך דורך. אזוי זאלט איר טון, איר דארפט זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן און אינאיינעם מחליט זיין.


ביז דערווייל לאזט מען נאך נישט אריין קומען אין ארץ ישראל, איך ווארט משיח זאל קומען און אונז אלע אהין נעמען מיט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - זייט אייך מחזק אויפ'ן שווערן וועג קיין אומאן
אמונה, התחזקות, אומאן, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת האזינו א', כ"ז אלול, שנת תש"פ לפרט קטן, פה אומאן אוקריינא


 


לכבוד מיין טייערער מחותן ... נרו יאיר.


איך שיק דיר א בריוו זאלסט עס פארליינען פאר אלע מענטשן וואס זענען געשטראנדעט אין מאלדאווא.


יעקב אבינו האט זיך אויך געדארפט פארשטעלן זוכה זיין צו מקבל זיין די ברכות פון יצחק אבינו; זעט אויס אז מיר דארפן די יאר אריבערגיין דער זאך צו קענען מקבל זיין די ברכות און די תיקונים פון הייליגן רבי'ן.


יעצט ווען איר זענט פארשלאסן אין מאלדאווא קענט איר א פיצקעלע פארשטיין מרחוק וואס דער רבי איז אריבער אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל און אויפ'ן וועג צוריק פון ארץ ישראל, וואס כידוע האט דער רבי באקומען אין ארץ ישראל די מתנה פון ראש השנה.


זיי מחזק דעם עולם; פריוואט בעט איך דיר זיי מחזק מיינע קינדער און אלע קינדער, אויך די דערוואקסענע קענען אמאל אראפפאלן און ווערן בבחינת קינדער, מען פאלט אריין אין א קטנות וכו' וכו'.


לאמיר גיין צום גרעסטן אויבערהאר, ווייל יעדער זאגט "איך דארף באקומען רשות פון מיין אויבערהאר (סופערווייזער)", און דער אויבערהאר זאגט: "איך ווארט צו באקומען רשות פון מיין אויבערהאר"; דאס איז איין גרויסע געלעכטער, מיר ווייסן דאך יא ווער דער אויבערהאר איז, דער אייבערשטער, דער מלך מלכי המלכים - ער איז דער אויבערהאר פון אלע אויבערהארן, לאמיר זיך ווענדן צו אים.


מאכטס א מנין מנחה-מעריב און דאווענט שוין בנוסח ראש השנה צו עפענען די הערצער פון אלעמען און צו צעמישן דעם שטן.


מיר פרובירן צו ברענגען נאכטמאל צו עסן פאר אייך.


איך ווארט אייך אלע איר זאלט קומען קיין אומאן.


יואל בן ריצא רעכיל

#6 - מען מוז לערנען יעדן טאג אביסל פון רבינ'ס ספרים
הפצה, ספרי ברסלב, שיעורים כסדרן, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ד' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים, תלמידי היכל הקודש ירושלים.


איך ווארט און איך ווארט ווען מען וועט שוין עפענען די גרעניץ, איך וויל זייער שטארק קומען קיין ארץ ישראל זוכה זיין צו די תיקונים וואס מען איז זוכה צו באקומען אין ארץ ישראל, איך ווארט זיך צו טרעפן מיט אייך.


איך בעט אייך זייער טייערע חברים, טייערע ברידער, מאכט אייך שיעורים אין רבינ'ס ספרים; מען מוז לערנען יעדן טאג אביסל פון רבינ'ס ספרים: ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן און חיי מוהר"ן, נאר אזוי קען מען האבן שייכות מיט'ן רבי'ן. סתם זיך דרייען אין ברסלב - מיט דעם האט מען נישט קיין שייכות מיט'ן רבי'ן, מיט דעם איז מען נאך נישט קיין ברסלב'ער חסיד. מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג זאגן: "מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן"; דער וואס וויל קענען דעם רבי'ן דארף לערנען דעם רבינ'ס ספרים. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק, געפונט זיך אין זיינע ספרים.


מוהרא"ש האט דערציילט, רבי נחמן טולטשינער האט אמאל געכאפט א היטש (טרמפ) מיט איינעם יוסל פאראנטשיק, אזוי שמועסנדיג זאגט ער פאר רבי נחמן טולטשינער: "איך האב געקענט דעם רבי'ן", רבי נחמן איז געווארן זייער פרייליך און ער האט אים אביסל מקנא געווען, איז ער געקומען צו רבי נתן און אים געזאגט אז ער האט געטראפן איינעם יוסל פאראנטשיק וואס האט געקענט דעם רבי'ן, זאגט אים רבי נתן: "יוסל פאראנטשיק האט נישט געקענט דעם רבי'ן, ער האט נאר געזען דעם רבי'ן, אבער דו קענסט דעם רבי'ן, ווייל דו לערנסט די ספרים פון רבי'ן"; דער וואס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן - דער קען דעם רבי'ן, דער איז א ברסלב'ער חסיד; אבער אז מען לערנט נישט די ספרים האט מען נישט קיין שייכות מיט'ן רבי'ן.


שטארקט אייך אלע מיט ענקערע שיעורים, זעט אז עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען די הייליגע תורה. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן, מען קען זיין אין ברסלב און מען קען גיין מיט תכלת אבער מען לערנט נישט קיין חומש רש"י יעדן טאג, מען עפנט נישט קיין משניות, קיין גמרא וכו', וכו' - דאס הייסט אפגענארט. געדענקט וואס דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בתחלת ספר עלים לתרופה): "בִּקַּשְׁתִּי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מְטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יָרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם"; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט - נאר תורה ותפילה ויראת שמים.


שטארקט אייך מיט הפצה וועט איר אלע האבן שפע; מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות וועט אייביג האבן געלט אין טאש. שעמט אייך נישט צו זיין מפיצים; א מפיץ איז אזוי ווי אן הצלה מאן, דער הצלה מאן ווען ער הערט אינמיטן שלאפן אז מען רופט אים, איינער האט גע'חלש'ט - לויפט ער מיט זיינע נאכט קליידער ראטעווען דעם מענטש, ער קוקט נישט וואס מען וועט זאגן אויף אים, וואס מען וועט טראכטן אויף אים וכו' וכו'; ער ווייסט אז ער ראטעוועט נאך א איד. מיר קענען נישט טראכטן וואס מען וועט זאגן אויף אונז, וואס מען וועט שמועסן, וואס וועט זיין וכו' וכו', און אזוי ווייטער - אלע מחשבות וואס קומען אריין ווען מען וויל גיין הפצה, נאר מען דארף פארמאכן די אויגן און לויפן ראטעווען נאך א איד.


א פרייליכן שבת.

#5 - מזל טוב צו דיין סיום אויף ששה סדרי משנה הונדערט און איין מאל
סיום, משניות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב צו דיין סיום אויף ששה סדרי משנה מאה פעמים ואחד, הונדערט און איין מאל; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה ט:): "אֵינוֹ דוֹמֶה שׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים לְשּׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה וְאֶחָד", עס איז נישט גלייך דער וואס לערנט הונדערט מאל צו דער וואס לערנט הונדערט און איין מאל.


גיי ווייטער, הויב אן נאכאמאל; אזוי זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן, יעדן טאג זאלסטו לערנען ח"י פרקים משניות, דאס וועט דיר באגלייטן בזה ובבא.


טייערער ..., איך בענק זיך זייער נאך דיר; איך האב געהאט אין פלאן צו זיין אין ארץ ישראל גלייך נאך פסח, יעצט ווארט איך אז די גרעניצן זאלן זיך עפענען וועל איך גלייך קומען צו ענק.


שטארק זיך מיט תפלה והתבודדות; ווען א מענטש גייט אין א ווינקעלע און שמועסט זיך אויס זיין הארץ, ער בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, איז ער זוכה צו שפירן א טעם פון גן עדן.


דיין ראש ישיבה.

#4 - זיך שטארקן מיט תורה און תפלה, די גרויסקייט פון מוהרא"ש'ס ציון
מקוה, יבנאל, מוהרא"ש, לימוד התורה, מאגאזינען, צייטונגען, ארץ ישראל, ירושלים, קאראנע וויירוס, ספירה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים תלמידי היכל הקודש בירושלים.


"רַבּוֹת מַחֲשָׁבוֹת בְּלֶב אִישׁ (משלי יט, כא)", א מענטש טראכט און מאכט פלענער אבער דער אייבערשטער פירט די וועלט. מיר האבן געהאט אין פלאן צו זיין די וואך מיט די ישיבה אין ארץ ישראל; זייט מוהרא"ש איז נסתלק געווארן פאר איך מיט די עלטערע בחורים יעדעס יאר אויף א נסיעה קיין ארץ ישראל, מיר זענען געווענליך א וואך צייט אין יבנאל עיר ברסלב, היי יאר איז אויך געווען אין פלאן צו קומען קיין ארץ ישראל אבער דער אייבערשטער האט זיך באוויזן פאר די גאנצע וועלט; אלע לענדער אן קיין אויסנאם זעען דעם 'יד השם', אז עס איז דא א 'מנהיג לבירה', עס איז דא א פירער וואס פירט אלעס און מען קען גארנישט טון אן אים, עס העלפט נישט קיין שטארקייט, עס נוצט נישט קיין טעכנעלאגיע, קיין פארגעשריטנקייט און אויך נישט קיין געלט, איין זאך העלפט, אז מען דאווענט און מען בעט דעם אייבערשטן, נאר דאס העלפט.


איך בענק זיך שוין זייער צו ענק, צו יעדן פון אייך באזונדער און נאך מער בענק איך זיך צום הייליגן ציון פון מוהרא"ש; איך ווארט שוין צו קענען גיין אביסל מתפלל זיין ביי דעם הייליגן פלאץ און זוכה זיין צו תשובה.


איך ווייס נישט צי איר אלע ווייסן פון דעם פלאץ און איבער דאס הייליגקייט פון דעם פלאץ, עס איז נישט פשוט וואס מען שפירט דארט ביי דעם הייליגן פלאץ; מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון דער וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר, וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר - א ישועה.


דאס זעט מען ממש במציאות; ווען מען קומט קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש כאפט אן פאר'ן מענטש א מורא'דיגע התעוררות תשובה צו טון. אדרבה, פרובירט דאס אויס; פאר אייך ירושלימ'ער אידן איז דאס גרינגער צו טון ווי פאר אונז אמעריקאנער אידן; עס קען זיין אז פון איין זייט איז דאס שווערער פאר ירושלימ'ער, ווייל אין ירושלים זענען דא אסאך לצים השם ישמרינו, אבער איך פארשטיי פון אייך אז צווישן אייך - אין חבורת היכל הקודש ירושלים - איז נישט דא קיין לצנות, מען לעבט מיט תמימות ופשיטות, אזוי ווי דער הייליגער תם פלעגט שטענדיג זאגן (סיפורי מעשיות, מעשה ט' - מחכם ותם): "נאר אן לצנות", איז דאך פאר אייך גרינגער זיך אריבער צו כאפן קיין יבנאל, ביי דעם מקום קדוש.


איך האף בקרוב צו קענען קומען קיין ארץ ישראל וואו מיר וועלן זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך האב געהערט די גוטע נייעס אז די מדינה של גיהנום לאזט שוין גיין אין מקוה און מען לאזט שוין דאווענען מיט מנין, זאלט איר זיין שטארק מיט מקוה; בפרט יעצט בימי הספירה זאגט דער רבי אז מען דארף מער מקפיד זיין אויף טבילת עזרא (ספר המדות, אות ספירת העומר, חלק ב', סימן ב): "בְּיוֹתֵר צָרִיךְ לְהִזָּהֵר לִטְבֹּל לְקִרְיוֹ בִּימֵי עֹמֶר".


בכלל איז מקוה געווען ביים רבי'ן די ערשטע זאך; דער רבי האט געזאגט: "דאס ערשטע איז מקוה (שיחות הר"ן, סימן קמא)"; ווען מען וויל מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען בכלליות און בפרטיות אין פגם הברית איז די ערשטע זאך 'מקוה'. נאך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות, אות המתקת הדין, סימן כב): "עַל יְדֵי טְבִילַת מִקְוֶה נִתְבַּטֵּל הַצָּרוֹת, וִישׁוּעָה בָּאָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה איז מען מבטל אלע צרות און מען איז זוכה צו א ישועה; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן פא): "הַמִּקְוֶה מַמְתִּיק הַדִּין", אז מען גייט אין מקוה נעמט מען אוועק אלע דינים.


שטארקט אייך יעדער איינער פון אייך מיט אייערע שיעורים כסדרן, יעדער זאל לערנען אויף זיין וועג, אחד המרבה ואחד הממעיט, דער עיקר זאל מען לערנען יעדן טאג אביסל פון די פיר לימודים: מקרא, משנה, גמרא און מדרש, ווייל די פיר לימודים זענען קעגן די פיר וועלטן עשיה, יצירה, בריאה און אצילות, ווען מען לערנט די פיר לימודים ברענגט מען אויף זיך אזעלכע ליכטיגקייטן וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן. אפילו אין אנהייב וועט זיין שווער די לימודים, קען זיין מען וועט נישט פארשטיין אלעס, זאלט איר אבער נישט קוקן אויף דעם, זייטס ממשיך מיט'ן גורס זיין, זאגט די הייליגע ווערטער - ביז דער אייבערשטער וועט העלפן איר וועט זוכה זיין צו פארשטיין די הייליגע תורה.


איך וויל אייך בעטן א פריוואטע טובה, יעצט פסח איז געווען א באשרייבונג פון די ישיבה אין איינע פון די ארץ ישראל'דיגע מאגאזינען; איר ווייסט דאך אלע אז איך וויל נישט האבן קיין שייכות מיט קיין שום מאגאזין, אלע מיינע תלמידים ווייסן דאס און שטייען אוועק פון דעם ווי מען שטייט אוועק פון גרף של רעי. איך האף אז דאס איז נישט געווען פון איינער פון אייער חבורה; איך בעט אייך שטייט אוועק פון דעם, דאס ברענגט נישט קיין כבוד, דאס ברענגט נישט גארנישט. מיר האבן אונזער וועג פון הפצה, דאס איז דורך פארשפרייטן די ספרים, קונטרסים און דיסקים וכו'. אונזער זאך איז תורה ותפילה; איך זוך נישט צו האבן מיט זיי און איך וויל נישט האבן מיט זיי צו טון, איך נעם נישט אריין ביי מיר אין שטוב קיין שום מאגאזין און קיין שום צייטונג, נישט קיין גוי'שע און זיכער נישט קיין אידישע.


פון די אידישע צייטונגען און מאגאזינען דארף מען מער אנטלויפן ווי פון די גוי'שע, ווייל ווען מען ליינט גוי'שע צייטונגען ליינט מען נאר די נייעס, מען נעמט נישט אן קיין שום אנדערע זאך, מען ליינט נישט די השקפות פאר'ן לעבן ווייל מען ווייסט אז דאס איז חזיר טריף, אבער ווען מען ליינט די אידישע צייטונגען און מאגאזינען כאפט מען נישט וואס מען נעמט אריין אין זיך, מען ליינט זיך אן מיט פארדרייטע זאכן אומוואוסנדיג.


שטארקט אייך טייערע ברידער מיט תורה ותפילה; אפילו יעצט ווען מענטשן זענען פארלוירן וועגן די קורונה טאר מען זיך נישט פארלירן. מען זיצט אין שטוב מיט די קינדער שוין אפאר וואכן, דארף מען זיין א העלד און מחזק זיין די ווייב און קינדער, נישט ארום גיין מיט אן אראפגעלאזטן נאז, מען דארף זיך פרייליך מאכן.


א פרייליכן שבת און א גוטן חודש.

#3 - מיין נסיעה קיין ארץ ישראל
חברים, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד האברך היקר ... נרו יאיר.


חסדי ה' יתברך איך בין היינט צוריק געקומען בשלום פון ארץ ישראל; איך שרייב דיר דא בקיצור אביסל פון די נסיעה.


מאנטאג נאכט בין איך ארויסגעפארן, דינסטאג פארנאכטס אום זעקס אזייגער האב איך זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל, איך בין גלייך געפארן קיין "בית שמש" צום בית המדרש היכל הקודש, דארט זענען זיך צוזאמגעקומען תלמידי הישיבה און תלמידי היכל הקודש. קודם האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא און נאכדעם האבן מיר גערעדט פונעם רבינ'ס עצות – ביז ניין אזייגער.


נאכדעם בין איך געפארן קיין ירושלים עוסק זיין אין א שידוך וכו', עלף אזייגער איז פארגעקומען א שיעור אין ירושלים עיר הקודש.


מיטוואך זענען מיר געפארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש; געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב זיך געקענט אביסל אויסגיסן דאס הארץ מיט תפלה והתבודדות. אין יבנאל האבן מיר זיך געטראפן מיט אנשי שלומינו; יעדעס מאל מען טרעפט זיך מיט אנשי הצדיק איז מען זוכה צו הערן פרישע דיבורים, פרישע התחזקות.


נאכמיטאג אום דריי אזייגער איז געווען א שיעור אין צפת, אין צפת איז איז דא א שיינע חבורה אינגעלייט וואס האלטן זיך אין רבי'ן בנוסח היכל הקודש; קודם האבן מיר געלערנט דעם דף און נאכדעם האבן מיר זיך מחזק געווען.


פון דארט בין איך געפארן קיין בני ברק צו די חתונה פון החתן ... נרו יאיר, און פון דארט אהיים קיין ניו יארק.


איך וועל דיר נאך שרייבן.

#2 - איך בעט שוין לאנג דעם אייבערשטן איך זאל קענען פארן קיין ארץ ישראל
חנוכה, הכרת הטוב, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


עס קומט נישט אויס מיר זאלן רעדן אזויפיל, אבער זאלסט וויסן אז איך טראכט פון דיר יעדן טאג, ווייל איך בין דיר זייער מכיר טוב פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי.


איך האב זיך אריבער געכאפט קיין ארץ ישראל אויף איין טאג; איך וויל כסדר פארן צום ציון פון מוהרא"ש און יעצט איז מיר אויסגעקומען צו פארן אויף ...'ס חתונה, ער האט מיר באצאלט א טיקעט צו קומען. דאס איז א מעשה פון תפלה, ווייל איך בעט שוין לאנג דעם אייבערשטן איך זאל קענען פארן קיין ארץ ישראל.


מארגן נאכט וועל איך זיין ביי מוהרא"ש'ס ציון, איך וועל דיר מזכיר זיין מיט דיין ווייב און דיין גאנצע משפחה לטובה.


מיר גייען שוין אט אט אריין אין דעם ליכטיגן יום טוב חנוכה, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן ב): "יְמֵי חֲנֻכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה", די טעג פון חנוכה איז ימי הלל והודאה, טעג פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע נסים וואס ער טוט מיט אונז.


איך האב דיר ליב.

#1 - איך קען נישט יעצט פארן קיין ארץ ישראל
תפילה והתבודדות, ישיבה, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גלייב מיר, איך וויל אסאך מער ווי דיר גיין קיין ארץ ישראל; איך בענק און גליסט צו זיין אין ארץ ישראל און זוכה זיין צו אמונה, אריכות אפים, קדושת הברית און צו אלע מדריגות וואס דער רבי שרייבט וואס מען איז זוכה ווען מען איז אין ארץ ישראל (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קנה; ועוד). אויך בענק איך זייער צו מוהרא"ש'ס ציון, איך וויל זייער שטארק אהין גיין מתפלל זיין.


באמת האב איך געהאט בדעה צו פארן יעצט קיין ארץ ישראל, אבער איך קען נישט אוועק גיין פון די ישיבה. מוהרא"ש האט מיר געגעבן א שליחות צו לערנען מיט בחורים, יעצט זענען מיר אריין אין א נייע יאר, די עלפטע יאר פון ישיבה; עס זענען אריין געקומען אסאך נייע תלמידים און איך קען זיי יעצט נישט איבער לאזן.


טייערער ... נרו יאיר, דו וואוינסט דאך נעבן "מערת אליהו", דארט האבן מיר זיך געטראפן דאס ערשטע מאל פאר דריי יאר צוריק ווען איך בין געפארן קיין חיפה מיט די בחורים זיי ווייזן דעם הייל וואו אליהו הנביא האט זיך באהאלטן פון די עובדי הבעל אינעם הר הכרמל, דארט האט ער אויס געשריגן פאר אלע געצן דינער (מלאכים א יח, לט): "ה' הוא האלקים!" דארפסטו זיך שטארקן מיטן רעדן צום אייבערשטן; דאס האט אונז דער הייליגער רבי אויסגעלערנט, אז א מענטש האט קיינעם נישט אויף דער וועלט נאר דעם אייבערשטן; ווי מער מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן ווערט מען מער און מער אויסגעלייטערט.


זיי מתפלל אז איך זאל זוכה זיין צו קומען בקרוב קיין ארץ ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.