בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#20 - נישט אריין גיין אין א לחץ
חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, תהלים, עבודת השם, תפלות אויף אידיש, לחץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו זאגסט יעדן טאג תהלים און יעצט האסטו מסיים געווען די ערשטע מאל 'ספר תהילים'; דער הייליגער צמח צדק זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען מענטשן וואלטן געוויסט דאס גרויסקייט פון זאגן תהלים וואלט מען שטענדיג עוסק געווען אין תהלים".


בנוגע אז יעדעס מאל ווען עס קומט אן עת רצון וואס מען קען דעמאלט פועל'ן ישועות גייסטו אריין אין א לחץ פון וועלן אויסנוצן די צייט וכו'; אויף דעם אליינס זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, אז דו זאלסט נישט האבן קיין פרעשור פון גארנישט, און דו זאלסט קענען דינען דעם אייבערשטן בשמחה וטוב לבב.


געדענק וואס דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסט): "מַה צְרִיכִין לְהִתְבַּלְבֵּל? אֵיךְ שֶׁעוֹשִׂין עוֹשִׂין וּבִלְבַד שֶּׁלֹּא לַעֲשׂוֹת רַע חַס וְשָׁלוֹם", מען דארף זיך נישט מבלבל זיין פון גארנישט, "ווי מען טוט, טוט מען, אבי מען טוט נישט קיין שלעכץ חס ושלום"; און וואס רבי נתן האט געזאגט: "איך וויל דאווענען ותיקין, אבער נישט ווי א בייזער למדן"; דאס הייסט אפילו פון איין זייט איז דאווענען ותיקן זייער א גרויסע זאך אבער אויב דאס איז גורם לחץ און פרעשור, מען ווערט גערעגט אויף זיך וכו' איז דאס נישט וואס דער אייבערשטער וויל.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט אריין צו גיין אין א לחץ פון עבודת השם, דערפאר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און רואיג; איך זאל זיך פרייען מיט וואס איך טו און מיט וואס איך האב. העלף מיר טאטע זיסער אז ווען עס קומט א שיינע צייט ווי למשל א יום טוב זאל איך נישט ווערן בלחץ פון וועלן אריין כאפן ווי מער; העלף מיר אייבערשטער איך זאל אויסנוצן די צייט אן קיין פרעשור", אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, וועסטו פטור ווען פון אלע פרעשור און לחץ.


אז דיין נאמען הייבט זיך אן מיט א גימ"ל און ענדיגט זיך מיט א למ"ד איז גוט צו זאגן ביים סוף פון שמונה עשרה – פאר יהיו לרצון אמרי פי וגו' - דעם פסוק (ישעיהו מז ד): "גֹּאֲלֵנוּ ה' צְבָאוֹת שְׁמוֹ קְדוֹשׁ יִשְׂרָאֵל", דער אייבערשטער זאל אונז שוין אויסלייזן פון גלות.

#19 - דו קענסט אויסהיילן דיין ווייב
שלום בית, רפואה, תפלות אויף אידיש, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין הארציגער ... נרו יאיר.


איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז בזכות די צדקה זאלסטו האבן אלעס גוטס.


עס טוט מיר מורא'דיג וויי צו הערן פון דיר אז דיין ווייב דארף זיין אין שפיטאל פאר עטליכע וואכן זיך צו ערהוילן פון איר מחלה פון נישט וועלן עסן; דו דארפסט זיין אליין און דיינע קינדער זענען צעטיילט.


הער מיר צו טייערער ברודער, טייערער תלמיד, דו קענסט אויסהיילן דיין ווייב, עס ווענדט זיך נאר אין דיר; אויב דו וועסט איר פרייליך מאכן וועט זי ווערן געזונט.


די הייליגע חכמים דערציילן (שבת קכט.): "בְּרַתֵּיהּ דְּרַב חִסְדָּא טָבְלָה בְּגוֹ תְּלָתִין יוֹמִין שֶׁלֹא בִּפְנֵי בַּעְלָהּ וְאִצְטְנִיאַתְּ", רבא'ס ווייב האט זיך פארקילט און זי איז קראנק געווארן, רבא איז דעמאלט נישט געווען אין שטוב ער איז געווען אין ישיבה אין פומבדיתא (דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אוועק פארן פאר א לאנגע צייט לערנען תורה), "וְאַמְטוּי לְעַרְסָה בַּתְרֵיהּ דְּרָבָא לְפוּמְבַּדִיתָא", האט מען איר געטראגן מיט איר בעט קיין פומבדיתא אין די ישיבה וואו רבא איז געווען ראש ישיבה און זי איז אויסגעהיילט געווארן; קוק נאך די גמרא, ודו"ק.


א ווייב ווערט פרייליך ווען איר מאן לערנט אין שטוב; ווען איר מאן האט נישט קיין סמארטפאון – אדער על כל פנים ער ברענגט דאס נישט אהיים אין שטוב, וואס דאס מאכט אז דער מאן זאל נישט זיין אין שטוב, אפילו דער גוף איז אין שטוב אז אבער זיין קאפ נישט מיט אים.


דערפאר טייערער ..., מיין הארץ גייט מיר אויס פאר דיר אז יעדע שטיק צייט פאלט דיין ווייב צוריק צו איר פראבלעם פון נישט עסן און מען דארף איר איינשפארן וכו'; אבער איך בין זייער שטארק מיט וואס איך זאג דיר אז "דו קענסט איר ארויסנעמען פון איר מחלה".


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד) אז אלע מחלות קומען פון עצבות, בפרט די קראנקהייטן וואס קומען פון מח; דער מח וויל נישט לאזן עסן ווייל מען וויל זיין שיין דאר, דאס קומט פאר בדרך כלל ביי נישט פרייליכע מענטשן וואס ווילן געפעלן פאר אנדערע. דאס איז זייער גאנצער לעבן, זיי לעבן שטענדיג מיט שרעק: 'אויב וועל איך עסן וועל איך נישט אויסזען שיין'.


אויב דו וועסט זיך פירן ווי אזוי איך האב דיר געלערנט; דו וועסט לערנען אין שטוב, דו וועסט גיין דאווענען דריי מאל א טאג און בעיקר זיין א משפיע אין שטוב; געבן ליבשאפט און נאר געבן גוטע ווערטער כסדר אן אויפהער, נישט נאר ווען דו דארפסט עס וכו' – וועט זי אויסגעהיילט ווערן.


יעצט ווען זי איז נישט מיט דיר און דו ביסט אליינס זאלסטו געדענקען אז דו ביסט נישט אליינס, נאר דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר. וויין זיך אויס צום אייבערשטן, רעד צו אים און בעט אים: "רבונו של עולם, הייל אויס מיין ווייב און שיק איר א גאנצע רפואה; נעם ארויס פון איר קאפ די זאך פון 'נישט עסן'. איך בעט דיר באשעפער האב רחמנות אויף מיר, איך וויל א ווייב, איך דארף א געזונטע ווייב; איך דארף א מאמע פאר מיינע קינדער"; אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן וועסטו זען אז ער וועט דיר העלפן.


טייערער ... נרו יאיר, איך בין יעצט אויפן וועג צו יבניאל און נאכדעם צום הייליגן רבי'ן; איך פאר מיט מיין ווייב און מיינע דריי עלסטע קינדער. איך שרייב דיר דעם בריוו פון הימל, איך טראכט פון דיר אויפן פליגער פליענדיג העכער די וואלקענעס.


מיין הארץ איז צעריסן פאר דיר; מען זעט ווי דיין פנים האט זיך פארענדערט זייט דיין ווייב איז אין שפיטאל, בעט איך דיר: "שטארק דיך און פארליר זיך נישט; דיין ווייב וועט נאך זיין געזונט און שטארק".


דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.


...


 

#18 - יעדעס ווארט וואס א איד בעט פונעם אייבערשטן גייט ארויף זייער הויך און דער אייבערשטער נעמט דאס אן
תפלות אויף אידיש
 

 


 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת חיי שרה – מברכים החודש, כ"ד מר-חשון שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האף אז איר האט הנאה געהאט פון די שיעור מיטוואך נאכט און איר זענט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן פאר אייך, אייער מאן און קינדער; דעמאלט איז א גרויסע עת רצון אין הימל צו פועל'ן ישועות. אויך ווען אייער מאן נרו יאיר גייט אין שול זאלט איר ווייטער זיצן ביי די ליכט און רעדן צום אייבערשטן בעטנדיג דערביי פאר אייך און אייער מאן אז איר זאלט צוזאמען אויפבויען א שיינע שטוב, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


מיינט נישט אז אייער תפילות זענען נישט ווערד ביים אייבערשטן, נאר ביים אייבערשטן איז חשוב יעדן תפילה פון יעדן איינעם; יעדעס ווארט וואס א איד בעט פונעם אייבערשטן גייט ארויף זייער הויך און דער אייבערשטער נעמט דאס אן, נאר אסאך מאל דארף מען אויסווארטן די ישועה.


אסאך מאל בשעת מען צינדט די ליכט איז אנגעצויגן אין שטוב און מען קען נישט בעטן מיט ישוב הדעת, דאך זאלט איר ארויס זאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן אפילו אן ישוב הדעת; ווען איר לייגט די הענט אויפן פנים זאלט איר בעטן: "אייבערשטער העלף מיר און מיין טייערע מאן מיר זאלן לעבן מיט ליבשאפט; טאטע האב רחמנות אויף מיינע קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס"; אמאל וויל מען אסאך און מען טוט גארנישט, דארף מען געדענקען אז אביסל איז אויך גוט.


ווארטס אויס עס זאל ווערן רואיג אין שטוב און דעמאלט זאלט זיצן ביי די ליכט און בעטן דעם אייבערשטן אלע אייערע תפילות; לייגטס אייערע הענט אויף די אויגן נאכאמאל נאכדעם ווען אייער מאן נרו יאיר גייט אין שול. זיצט ביי די הייליכע ליכט און בעטס דעם אייבערשטן פאר אייך און אייער מאן אז איר זאלט שטענדיג האבן א געפיל צום הייליגן רבי'ן.


א חתן האט מיר נעכטן געפרעגט אויף וואס ער זאל דער עיקר בעטן, וואס איז דער עיקר אין לעבן; האב איך אים געזאגט: "דער עיקר זאלסטו בעטן אז די פייער פון רבי'ן זאל ברענען ביי דיר אין הארץ דיין גאנץ לעבן". דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכט): "הָאֵשׁ שֶׁלִּי תּוּקַד עַד בִּיאַת הַמָשִׁיחַ", מיין פייער'ל וועט שוין טליען ביז משיח וועט קומען; בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר אז דעם רבינ'ס פייער זאל אייביג טליען אין מיין הארץ און עס זאל טליען און ברענען אין מיינע קינדער'ס הערצער". ווייל ווילאנג א מענטש איז מחובר צום צדיק האט ער אלעס, אבער אז מען לאזט אפ דעם צדיק האט מען גארנישט.


דאס זעלבע זאלט איר בעטן ביי די ליכט: "הייליגער באשעפער, העלף מיר אז דעם רבינ'ס פייער זאל אייביג טליען אין מיין הארץ און עס זאל טליען און ברענען אין מיינע קינדער'ס הערצער; עס זאל ברענען אין מיין מאנ'ס הארץ, מיין מאן זאל האבן א געפיל אין הייליגן רבי'ן און דעם רבינ'ס ווערטער זאל זיין חשוב און טייער ביי מיר און ביי מיינע קינדער".


 


איר זאלט האבן א פרייליכן שבת.

#17 - מ'קען נישט צווינגען צו גיין צום דאקטער, מ'קען נאר מתפלל זיין
תפילה והתבודדות, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג פאר דיין ווייב תחי' אז די איינציגסטע זאך וואס זי קען טון פאר איר מאמע תחי' אז זי זאל האבן א רפואה שלימה איז 'דאווענען צום אייבערשטן'. זי זאל זיך נישט אריינמישן ווייל זי וועט נאר האבן שברי לב דערפון; אז זי וויל נישט גיין אין שפיטאל, זי לאזט זיך נישט פון אלע געשוויסטער, פארוואס זאל זי זיך אויפעסן אומזיסט?!


איך שיק דיר פאר איר א בריוו איר צו בארואיגן.


מרת ... תחי'.


אייער מאן האט מיר דערציילט אז אייער מאמע שפירט זיך נישט גוט השם ירחם, אלע געשוויסטער האבן פראבירט איר צו נעמען אין שפיטאל אבער זי לאזט זיך נישט וכו', און איר ווילט וויסן וואס צו טון.


וויסן זאלט איר אז מען קען נאר העלפן יענעם ווען יענער וויל זיך לאזן העלפן, אז יענער וויל זיך נישט העלפן קען מען גארנישט טון, דערפאר זאלט איר נישט האבן קיין שולד געפילן אז אלעס איז תלוי אין אייך ווען באמת קענט איר גארנישט טון. אז מען פרעגט אייך אן עצה זאלט איר געבן אייערע עצות, אבער אז זיי אליינס זענען מחליט וואס צו טון זאלט איר זיך נישט ארום דרייען מיט א שולד געפיל (גילטי קאנטשעס) אז איר מאכט קראנק אייער מאמע חס ושלום.


איר זאלט זאגן תהילים אז זי זאל האבן א רפואה שלימה, אויך זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן צוזאמען מיט אייערע קינדער; יעדע נאכט פאר מען גייט שלאפן זאל מען בעטן צוזאמען: "הייליגער באשעפער, העלף אונזער באבי זאל זיין געזונט", דאס וועט פועל'ן א רפואה פאר אייער מאמע און פאר אלע אידן.


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס תפילה איז; רבי נתן האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תלט) אז ווען דער רבי איז שוין געווען זייער נישט געזונט דעם לעצטן ראש השנה פון רבינ'ס לעבן שנת תקע"א איז געווען ביים רבי'ן אן אייניקל – ישראל'יק, א זון פון שרה דעם רבינ'ס טאכטער - דער אייניקל איז אריין צום רבי'ן אין שטוב און דער רבי האט אים געבעטן: "דאוון פאר מיר אז איך זאל זיין געזונט", האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "וואס וועל איך באקומען פאר דעם?" האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט פאר די תלמידים: "ער פירט זיך שוין ווי א גוטער איד", (אזוי פלעגט מען דעמאלט רופן א רבי – 'א גוטער איד'), האט אים דער רבי געגעבן זיין גאלדענעם זייגער; ישראל'יק האט גענומען דעם זייגער און געזאגט הויך אויפן קול: "גאט גאט! לאז מיין זיידע זיין געזונט", און אלע האבן זיך צולאכט, האט זיך דער רבי אנגערופן צו זיי און געזאגט: "וואס לאכט איר, וואס דען איז תפילה?!"; זיי האבן געלאכט מיינענדיג צו זאגן ווי איינער פרעגט: 'דאס מיינט תפילה? אויף דעם האסטו באקומען א זייגער?!' האט דער רבי זיי געזאגט: "וואס דען איז תפילה?!" דאס איז תפילה! פשוט'ע ווערטער פארן אייבערשטן, אן קיין שום צוגעלייגטע זאכן וכו'.


דאס זאלט איר טון מיט אייערע קינדער, איר זאל זאגן צוזאמען: "הייליגער באשעפער! העלף אונזער באבי זאל זיין געזונט"; די גרעסטע כיבוד אב ואם איז אז איר וועט אויפציען אייערע קינדער און זיין פאר זיי א געטרייע מאמע.


דער אייבערשטער זאל העלפן אייער מאמע זאל האבן א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.

#16 - שולד-געפילן הרג'ט א מענטש
חיזוק פאר פרויען, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


שטארקט אייך מיט אמונה אינעם אייבערשטן וועט איר אויסגעהיילט ווערן אינגאנצן; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס ליידן מחלות בלויז ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן נעבעך, זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.


גייט נישט ארום מיט שולד געפילן; איר זענט קיינעם גארנישט שולדיג, די שולד-געפילן הרג'ט אייך. זייטס פרייליך מיט וואס איר זענט, דאנקט דעם אייבערשטן אויף אייער טייערע מאן נרו יאיר, אויף אייערע ליכטיגע קינדער און דער עיקר זאלט איר גלייבן אינעם אייבערשטן אז ער פירט דער וועלט און מיר זענען אין זיינע הענט.


טוטס די עצה וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות קליפה, סימן ד): "הַנֵּר מַכְנִיעַ שְׁלִיטַת הַקְּלִפּוֹת", צינדט אן א ליכט יעדן טאג און איר זאלט זאגן מזמור כ"ט אין תהלים, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן י): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה", אז מען זאגט קאפיטל כט נעמט מען אוועק דעם רוח רעה וואס כאפט זיך אריין אינעם מענטש; די ליכט זאלט איר אנצינדן לזכות רבינו נחמן בן פיגא און זאגן דערביי די תפילה וואס איך שיק אייך דא:


"רבונו של עולם איך בעט דיר זייער, העלף מיר איך זאל זיין געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש; איך שפיר ווי איך קען מער נישט אנגיין מיט מיין לעבן, איך בין פול מיט דמיונות און פול מיט שלעכטע מחשבות. מיינע מחשבות פייניגן מיר און מיין קאפ לויפט א גאנצן צייט צו טראכטן שלעכטס.


הייליגער באשעפער איך האב נישט קיין כח צו מיר אליינס און זיכער נישט צו מיינע קינדער; העלף מיר איך זאל שוין ווערן געזונט און איך זאל ווערן אויסגעלייזט. נעם ארויס פון מיר דעם שלעכטן רוח וואס באזשעוועט אין מיר. העלף מיר איך זאל קענען מגדל זיין מיינע קינדער לתורה זיי זאלן זיין ערליכע אידן. הייליגער באשעפער העלף מיר אז איך זאל מצליח זיין בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, און בפרט דער הייליגער רבי - רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו, און רבינו אליעזר שלמה בן מלכה זכותו יגן עלינו, אמן.


מִזְמוֹר לְדָוִד הָבוּ לַה' בְּנֵי אֵלִים הָבוּ לַה' כָּבוֹד וָעֹז, הָבוּ לַה' כְּבוֹד שְׁמוֹ הִשְׁתַּחֲווּ לַה' בְּהַדְרַת קֹדֶשׁ. קוֹל ה' עַל הַמָּיִם אֵל הַכָּבוֹד הִרְעִים ה' עַל מַיִם רַבִּים. קוֹל ה' בַּכֹּחַ קוֹל ה' בֶּהָדָר. קוֹל ה' שֹׁבֵר אֲרָזִים וַיְשַׁבֵּר ה' אֶת אַרְזֵי הַלְּבָנוֹן. וַיַּרְקִידֵם כְּמוֹ עֵגֶל לְבָנוֹן וְשִׂרְיֹן כְּמוֹ בֶן רְאֵמִים. קוֹל ה' חֹצֵב לַהֲבוֹת אֵשׁ. קוֹל ה' יָחִיל מִדְבָּר יָחִיל ה' מִדְבַּר קָדֵשׁ, קוֹל ה' יְחוֹלֵל אַיָּלוֹת וַיֶּחֱשֹׂף יְעָרוֹת וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד, ה' לַמַּבּוּל יָשָׁב וַיֵּשֶׁב ה' מֶלֶךְ לְעוֹלָם, ה' עֹז לְעַמּוֹ יִתֵּן ה' יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם".


און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות וועט איר זען די ניסים וואס דער אייבערשטער וועט אייך מאכן.


פארשטייט זיך אז איר וועט אויסגעהיילט ווערן נאר אז איר וועט האבן אמונה אין רבינ'ס ווערטער; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קפו): פארוואס זעט מען ביי די מענטשן פון מדינת קיר"ה אז זיי זעען שטענדיג מופתים פון צדיקים, ווייל זיי האבן א שטארקע אמונה אין די צדיקים; זאגט דער רבי: "כִּי בְּאֱמֶת הַצַּדִּיק בְּוַדַּאי מָלֵא מוֹפְתִים", ביים צדיק איז דא נאר מופתים, ווען מען גלייבט אין זיינע ווערטער און מען לייגט צו קאפ צו יעדעס ווארט וואס דער צדיק זאגט דעמאלט זעט מען נאכדעם גרויסע מופתים.

#15 - מיט צניעות האלט מען זיך שטאלץ
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך מיט אייער צניעות, ווייל צניעות איז דאס שטאלץ פון אידישע קינדער; דאס אז איר זענט איינער אליינס פון צווישן אלע אייערע חבר'טעס וואס גייען אנגעטון אזוי שטארק צניעות'דיג דארף אייך ברענגען שטאלץ און גאוה.


איר זאלט חס ושלום נישט טראכטן קיין איין רגע אז איר זענט נעבעכדיג וכו', נאר שטאלצירט מיט אייער לבוש און האלטס אייך גרויס מיט אייער צניעות'דיגע קליידער; ווען עס קומט צו אידישקייט - דארט איז א מצוה צו האבן גאוה, אזוי ווי מיר געפונען ביי דעם אידישן קעניג יהושפט וואס האט פארמאגט א גרויסע רייכטום – געלט, כבוד און אלסדינג - דאך זאגט דער פסוק (דברי הימים-ב יז, ו): "וַיִּגְבַּהּ לִבּוֹ בְּדַרְכֵי ה'", ער האט זיך געהאלטן גרויס מיט זיינע גוטע מעשים וואס ער האט געטון פארן אייבערשטן; ער האט נישט געהאט קיין גאוה פון זיין געלט, פון זיין פאלאץ אדער פון זיינע טייערע קליידער, נאר פון זיינע גוטע מעשים – אז ער האט אויסגערוימט אלע עבודה זרה'ס פון לאנד.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס גייט אנגעטון בצניעות וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס דער אייבערשטער באצאלט פאר א מיידל וואס גייט אנגעטון צניעות'דיג בשעת ווען אלע אירע חבר'טעס גייען נישט אזוי שטארק צניעות'דיג.


די הייליגע חכמים זאגן (מדרש רות רבה ד, ט): פארוואס האט בועז געוואלט חתונה האבן מיט רות? ווייל ער האט געזען אויף איר אז זי איז אנדערש פון אלע מיידלעך; אלע מיידלעך וואס זענען געקומען צו אים אין פעלד קלויבן לקט שכחה און פאה פון די זאנגען האבן זיך אראפגעבויגן אויפצוהייבן פון די אראפגעפאלענע תבואה און ווען מען בייגט זיך אראפ הייבט זיך אויף די קלייד און דאס איז נישט צניעות'דיג, אבער רות האט זיך נישט אראפ געבויגן נאר זי האט זיך אראפגעזעצט אויף אן אויפן אז איר קלייד זאל זיך נישט אויפהייבן. נאך זאגן חז"ל (שם) אז ער האט געזען ווי די מיידלעך לאכן ארום מיט די בחורים וואס האבן דארט געארבעט, אבער רות האט נישט גערעדט מיט פרעמדע מענער און נישט געלאכט פון זייערע ווערטלעך, דאס האט אים באאיינדרוקט אז די מיידל איז א גרויסע צדקת און פון דעם פאר-פאלק איז ארויס געקומען דוד המלך.


איך האף אז אין אייער הארץ זענט איר נישט מקנא די אנדערע מיידלעך וואס קומען פון שטובער וואו מען איז נישט אזוי מקפיד צו גיין אזוי ווי מען גייט ביי אייך. טראכטס נישט: 'א שאד איך בין אין א משפחה וואס מען גייט אזוי יאנטשי אנגעטון', נאר דאנקט דעם אייבערשטן: "רבנו של עולם, איך דאנק דיר אז איך בין געבוירן אין א משפחה וואס מען פירט זיך ערליך און איידל". איר האט טייערע עלטערן ערליכע אידן, אז איר וועט זיך פירן ווי זיי וועט איר בקרוב טרעפן א גוטע ערליכע שידוך און זוכה זיין אז פון אייך וועט ארויס קומען ערליכע דורות וואס וועלן ליכטיג מאכן די גאנצע וועלט.


ווי לאנג איז מען דען א מיידל? מען געבט זיך איין דריי און מען ווערט א כלה, מען האט חתונה, מען האט קינדער און מען האט שוין גרויסע קינדער; יעצט פרעג איך אייך: ווער וויל נישט שעפן נחת? יעדער וויל נחת, אבער נישט יעדער איז גרייט צו טון די זאך וואס ברענגט נחת, אז דער רבי זאגט צו בנים הגונים פארן גיין אנגעטון צניעות'דיג וואס דארף מען מער פון דעם.


איך האף אז דער בריוו וועט אייך מחזק זיין.

#14 - פועל'ן ביי א מאן, קען מען נאר מיט גוטנס
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


אל מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאן איז געקומען רעדן צו מיר וועגן אייער שלום בית און איך האב אים פארגעהאלטן אויף אלעס וואס איר האט מיר געשריבן אינעם בריוו וכו'; איך מוז אייך אבער זאגן אז עס שטעלט זיך ארויס אן אנדערע בילד ווי איר לייגט עס אראפ, עס שטעלט זיך ארויס אז איר פירט זיך נישט אויף ווי א פרוי דארף זיך פירן. עס איז שוין אריבער אכט חדשים וואס איר זענט אפגעשיידט פון אים וכו' רחמנא לצלן, וואס דאס איז זייער א גרויסע עבירה; איך בין אייך דן לכף זכות אז עס קען זיין מען האט אייך געלערנט אזוי צו טון. עס זענען דא שלעכטע מדריכים וואס לערנען אויס פאר פרויען אז זיי זאלן נישט גיין וכו' און דערמיט סטראשען זייער מאן וכו'.


קודם כל דארף מען וויסן אז דאס איז זייער א גרויסע עבירה, א פרוי וואס וויל זיך נישט רייניגן וכו' ווייל זי וויל אפטון איר מאן, וועט באקומען זייער א גרויסע שטראף רחמנא לצלן. צווייטענס - מען טוט זיך אליינס אפ; קוקטס וואס האט פאסירט ביי אייך, אייער מאן וויל מער נישט הערן פון זיין מיט אייך. איך ווייס מעשיות וואס האט זיך אזוי געענדיגט ה' ירחם; איך מוז אייך זאגן אז אייער מאן איז זייער פארווייטאגט איבער דעם וועג ווי אזוי איר פירט זיך מיט אים, דעריבער פירט ער זיך אזוי צו אייך. אז איר וועט זיך ווייטער אזוי פירן וועט זיך דאס ענדיגן מיט א גט רחמנא לצלן און א רחמנות וועט זיין אויף אייך און אויף אייער קינד.


איר שאפט אויף אים ווי ער איז אייער קנעכט; איר לאזט אים נישט גיין צו זיינע עלטערן, ער מוז אייך געבן זיין גאנצע געהאלט, ער טאר נישט גיין דאווענען מנחה מעריב, ער דארף זיך אליינס מאכן עסן וכו' וכו', דאס איז די סיבה אז ער פירט זיך צו אייך אזוי ווי איר שרייבט אינעם בריוו.


דערפאר בעט איך אייך זייער, וואס איר ווילט פועל'ן ביי אייער מאן זאלט איר טון מיט גוטן; דער אייבערשטער האט אייך געגעבן א מויל צו רעדן, אויב עפעס באדערט אייך רעדט צו אייער מאן, גייטס אויף א שפאציר מיט אים און שמועסטס זיך דורך מיט אים שיינערהייט; אז מען רעדט קען מען אלעס פועל'ן און אז מען פועל'ט נישט קען מען זיכער נישט פועל'ן דורך סטראשען און בלאזן, עס וועט נאר ערגער מאכן.


ווייזט א שמייכל פאר אייער מאן און זאגטס אים שיינע ווערטער, זאגטס אים אז איר האט אים ליב - וועט איר זען אז ער וועט אייך צוריק געבן גוטע ווערטער; געדענקטס אז דער לעבן איז ווי א 'שפיגל', אויב מען שמייכלט צו א 'שפיגל' זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק, אזוי אויך אויב מען ווייזט א זויערע פנים צום 'שפיגל' זעט מען ווי איינער ווייזט צוריק א זויערע פנים. זוכטס נישט צו זיין גערעכט, נאר זעט צו זיין קלוג, זעט צו זיין דער וואס בעט איבער און רעדט שיין.


ווען איר צינדט אן די שבת ליכט שטייטס ביי די ליכט, לייגטס ארויף די הענט אויפן פנים און בעטס און וויינטס צום אייבערשטן אויף אייער שלום בית, בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען געבן ליבשאפט פאר מיין מאן און מיין מאן זאל מיר געבן ליבשאפט, העלף אונז מיר זאלן לעבן מיט אהבה ושלום", בעטס פאר אייער טייערע ליכטיג קינד ער זאל אויסוואקסן אן ערליכער איד; יעדע תפילה וואס איר בעט פאר אייך, פאר אייער מאן און אייערע קינדער וכו' הערט דער אייבערשטער צו.

#13 - תפלות פאר א פרוי וואס ווארט וכו'
חיזוק פאר פרויען, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פריי מיר זייער צו הערן פון דיר; איך בענק מיר זייער נאך דיר.


מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר אלע פרויען וואס ווארטן וכו' אז זיי זאלן יעדן טאג מזכיר זיין שמות הצדיקים. ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט מען זאל זאגן כסדר די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויסענווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט. נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה: "עֶס זָאל זַיין דִי וִוילְן פוּן דִיר הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִין דִי זְכוּת וָואס אִיך הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶר מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ וִוי זֵיי הָאבְּן זִיך מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיך זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים, אִיך זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיך זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


איך בין מתפלל פאר דיר און דיין ווייב אז אלעס זאל ענק אנקומען גרינג און רואיג.

#12 - נאר מיט תפלה וועסטו טרעפן דיין שידוך
בחור, שידוכים, מוסדות, הכרת הטוב, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר "כי תבוא לאומאן", י"ט אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם כל דאנק איך דיר פאר אלעס וואס דו האסט מיר געהאלפן אין קעמפ, דורכדעם נעמסטו א חלק אין אלע תורה ותפילה וכו' וואס איז ארויס פון דעם קעמפ.


איך האב ליב אלע מיינע תלמידים פונקט ווי מיינע אייגענע קינדער; די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי ברכות פרק ב, הלכה ח): "תלמידיה דבר נשא חביב עליה כבריה", ריש לקיש איז געזעצן שבעה ווען זיין תלמיד איז נפטר געווארן, ווייל תלמידים זענען באליבט אזוי ווי אייגענע קינדער; אבער נאך מער האב איך א געפיל פאר די תלמידים וואס העלפן מיר אויפבויען די ישיבה, חדר און בית פיגא.


מיין הארץ גייט אויס פאר דיר ווען איך ליין דיינע ווערטער אז עס איז דיר אזוי שווער צו זיין א בחור איינער אליינס, דו ווילסט אזוי שטארק חתונה האבן און אנהייבן צו לעבן א ריינע לעבן. איך בעט דיר טייערער ... נרו יאיר: זיי שטארק און געב נישט אויף, נאך אביסל וועסטו זוכה זיין חתונה צו האבן; דערהאלט זיך מיט אלע כוחות.


נעם דעם רבינ'ס עצה פון התבודדות; זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און דו זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן. זאג פארן באשעפער: "רבונו של עולם טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך; עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א בחור איינער אליינס. דער יצר הרע ברענט אין מיר און ווארפט מיר אראפ יעדן טאג נאכאמאל און נאכאמאל, ער ווארפט מיר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית, איך האלט עס נישט אויס, איך וויל נישט טון די אלע עבירות אבער איך בין אזוי ווי א געבינדענע מענטש אן קיין בחירה.


טאטע זיסער, טאטע געטרייער! העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך און איך זאל שוין זוכה זיין חתונה צו האבן און לעבן בקדושה, בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר".


איך וויל דיר בעטן א בקשה, זוממער אין קעמפ האסטו מיר זייער שטארק געהאלפן מיט אלעמען; וואס מען האט געדארפט פאררעכטן האסטו פארראכטן וכו', וויל איך דיר בעטן אויב דו קענסט העלפן די ישיבה, חדר מיידל סקול אויך דא אין שטאט. פאריאר האסטו געבויט טישן און בענק פאר די קליינע קינדער, פרעג ... אויב מען דארף בויען נאך בענק און טישן, דורכדעם וועסטו מיר גרינגער מאכן מיין ארבעט וואס ליגט אויף מיר.


זיי געזונט און שטארק.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#11 - מ'קען פועל'ן ביי א ווייב נאר מיט געדולד און סבלנות
צניעות, שלום בית, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיך זייער צו הערן פון דיר און איך בענק מיר אויך זייער נאך דיר; איך האף דיר צו זען ראש השנה אין אומאן.


בנוגע אז דיין ווייב געבט נישט אכטונג צו צודעקן איר האר וכו'; אמת טאקע אז האר דארף זיין צוגעדעקט און עס איז זייער הארב אז האר זאל זיך ארויס זען, אבער אויב די פרוי פארשטייט דאס נישט, זי איז אויפגעוואקסן אן דעם וואס זי זאל באקומען א חינוך אויף דעם, דארף מען זיין זייער פארזיכטיג ווי אזוי צו רעדן פון דעם אז מען זאל נישט ערגער מאכן וכו'.


דו שרייבסט מיר אז ווען דו זאגסט איר וועגן איר האר זאגט זי דיר: "הער אויף משוגע מאכן וועגן די האר", און דו בעסט מיר אן עצה ווי אזוי דו קענסט איר מסביר זיין דער חומר הענין.


וויסן זאלסטו טייערער ליבער ...: בזה העולם דארף מען האבן אסאך סבלנות; מען קען נישט ארויפצווינגען קיין שום זאך אויפן ווייב, מען דארף אריין לייגן אסאך ליבשאפט אין שטוב און האבן אסאך סבלנות ביז מען פועל'ט, דעריבער בעט איך דיר מיין טייערער ..., געב איר אסאך ליבשאפט ווי אויך גוטע ווערטער און הער אויס אירע ווייטאגן וואס זי איז אריבער.


רעד נישט צו איר פון איר האר; דו בעט דעם אייבערשטן ער זאל מאכן א נס מיט דיר אז דיין ווייב זאל אכטונג געבן צו גיין אינגאנצן צוגעדעקט, וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן. טשעפע נישט דיין ווייב וועגן דעם וואס זי דעקט זיך נישט צי אינגאנצן איר האר; עס איז טאקע א הארבע זאך אז די האר זאל זיך נישט ארויסזען, עס איז נישט עפעס א חומרא וכו' אדער עפעס א חסידי'שע זאך וכו', נאר אויב א פרוי דעקט נישט צו איר האר באקומט זי א גט על פי תורה, און דער זוהר הקדוש שעלט א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, אז דאס ברענגט צרות, עניות און דחקות וכו' וכו'. אבער מען דארף וויסן ווי אזוי מען רעדט צו א ווייב וועגן דעם ענין.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער, לייג אריין א הייליגקייט אין מיין ווייב זי זאל אכטונג געבן אז איר האר זאל זיין צוגעדעקט אינגאנצן; איך האב זייער מורא פון דאס וואס שטייט אין זוהר הקדוש (נשא קכה.) אויף א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, זי איז גורם עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, אזוי אויך איז זי גורם אז דער ס"מ זאל זיין אין איר שטוב.


הייליגער באשעפער, יעדעס מאל איך רעד צו מיין ווייב וועגן אירע האר ווערט זי ברוגז אויף מיר און זי וויל נישט הערן וואס איך זאג איר. איך ווייס נישט וואס צו טון, ווייל פון איין זייט וויל איך איר נישט וויי טון, איך וויל לעבן מיט איר בשלום און מיט ליבשאפט, אבער פון דער אנדערע זייט וויל איך טון דיין ווילן און איך וויל אויפשטעלן א שטוב מיט ערליכע קינדער.


הייליגער באשעפער זי טוט עס נישט פון שלעכטיקייט, זי ווייסט פשוט נישט די הארבקייט דערפון. טאטע זיסער, "אַתָּה חוֹנֵן לְאָדָם דַּעַת", דו געבסט פארשטאנד פאר אלעמען, געב מיר א וועג ווי אזוי איך זאל קענען רעדן מיט איר, זי זאל פארשטיין דאס הארבקייט".


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו אליינס זאלסט זיך אויך פארבעסערן אין אלע דיינע וועגן, ווייל אז דו וועסט זיין אן ערליכער איד און דו וועסט האבן יראת שמים וועט דיין ווייב דיר אויסהערן; אזוי זאגן אונזערע הייליגע חכמים (ברכות ו:): "כָּל אָדָם שֶׁיֵּשׁ בּוֹ יִרְאַת שָׁמַיִם דְּבָרָיו נִשְׁמָעִין", יעדער מענטש וואס האט יראת שמים ווערן זיינע רייד אנגענומען; אז דו וועסט ארבעטן אויף דיר, וועט דיין ווייב אננעמען דיינע ווערטער און איר וועט לעבן א שיינע לעבן באהבה ואחוה ושלום וריעות.


זיי געזונט און שטארק.

#10 - א אידישע מאמע דארף זיך זייער דערהאלטן
חיזוק פאר פרויען, התחזקות, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, לאזט אייך נישט צעברעכן פונעם יצר הרע; דער יצר הרע פארגינט אייך פשוט נישט. איר האט א שיינע לעבן, א וואוילער מאן מיט לעכטיגע קינדער, ער וויל דאס אייך אוועק נעמען, ער וויל אייך אומגליקליך מאכן.


עס איז א נארמאלע זאך אז א אידישע מאמע זאל ווערן איבער געשטרענגט; דערפאר זאלט איר זיך נישט אראפקלאפן ווען איר זעט אז איר האט נישט קיין כח וכו'. יעדע אידישע פרוי וואס האט קליינע קינדערלעך ווערט איבער געשטרענגט און שפירט יעדן טאג ווי זי פאלט פון די כוחות, דער פראבלעם איז, אז מען מיינט אז מען האט א פראבלעם, מען זעט נישט וואס טוט זיך אפ אין אנדערע הייזער.


דאס אליינס אז מען טראכט א גאנצן טאג: 'איך האב א פראבלעם', דאס מאכט נאך די מערסטע אנגעצויגן - מען איז אנגעצויגן אויף דעם אז מען איז אנגעצויגן, ביז דער מענטש ווערט טאקע א פראבלעם.


אויב איר פארלירט זיך אז איר האט געשריגן אויף אייער מאן און קינדער, זאלט איר נישט ווערן דעפרעסט פון דעם און זיך קלאפן: "איך בין נישט געזונט"; "איך בין נישט נארמאל", נאר איר זאלט אנהייבן פון דאסניי; פארגעסט וואס איז געווען און זיך נישט אראפ קלאפן.


מען טאר זיך נישט ארום דרייען מיט א שולד געפיל אויפן פארגאנגענהייט, נאר שטענדיג פארגעסן וואס עס איז געווען און אנהייבן פון פריש; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה", מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס עס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, אבער עס איז פארקערט, עס איז נאר א מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פון דאסניי.


וויסן זאלט איר אז מען קען אלעס פועל'ן מיט תפילה; בעטס דעם אייבערשטן אויף אידיש: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות! איך ווייס נישט וואס צו טון מיט מיר, איך ווער זייער שנעל גערעגט אויף מיין מאן. איך שריי אויף אים, איך שריי אויף מיינע קינדער, און נאכדעם ווער איך גערעגט אויף מיר אליינס, איך קען זיך נישט ליידן. איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס; איך בין נישט רואיג, און איך בין נישט פרייליך.


הייליגער באשעפער, איך וויל נישט מיין מאן זאל אוועקלויפן פון מיר און מיר איבערלאזן מיט מיינע קינדער; העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל זיך נישט אויפרעגן. הייליגער באשעפער, איך האב נישט קיין כח, איך שפיר ווי איך פאל פון מיינע כוחות. יעדן טאג מאך איך אפ צו זיין א וואוילע ווייב און א וואוילע מאמע, אבער איך ווער שנעל אויפגערעגט".


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן; האטס נישט מורא צו וויינען צום אייבערשטן. יעדע טרער וואס מען פארגיסט צום אייבערשטן ווערט אוועק געלייגט אויבן אין הימל, דער אייבערשטער נעמט דאס אן און שיקט ישועות פארן מענטש.


איך וועל ענק העלפן; איך האב זיך אזוי פיל אוועק געגעבן פאר ענק, וועל איך נישט לאזן אז דער יצר הרע זאל צעברעכן אייער שטוב.

#9 - הדרכות פאר א אידישע מאמע, און פאר גוטע קינדער
חיזוק פאר פרויען, רפואה, פרנסה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו און אויך דיין ווייב'ס בריוו.


אויב דער דאקטער זאגט אז מען דארף גיין זיך אויסטשעקן ביי א קליניק פון "הריון בסיכון גבוה" - זאל זי גיין, אפילו דער דאקטער איז א מאן. דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלעס זאל אריבער גיין בשלום.


בנוגע צי זי קען פארן מיט די שולע אויף וויקעישן וכו'; אודאי זאל זי פארן זיך אפרוען און הנאה האבן. זי ארבעט אזוי שווער א גאנץ יאר נאר דיר צו העלפן, אז דו זאלסט קענען לערנען - קומט איר זי זאל זיך אפרוען.


בנוגע צי זי זאל צוריק גיין ארבעטן וכו'; זי זאל ווייטער אנהאלטן איר ארבעט אין שולע. דארט האט זי הנאה, סיפוק, ווייניגער ארבעט און מען שעצט מער איר ארבעט ווי אין סעמינאר. מען צאלט טאקע ווייניגער דארט, אבער זי וועט זיין מער צופרידן דארט - וואס דאס איז מער פון געלט. זי זאל נעמען די אפציע פון זיין א מחנכת לערערין אין שולע, בנוסף צו דעם, אויב זי וויל און זי האט כח קען זי זיין א פאך לערערין אין סעמינאר וכו'.


בנוגע דיין זון, אז דער מלמד רופט אים בלשון גנאי וכו'; גיי אריבער צום מלמד און בעט אים ער זאל נישט רופן דיין זון מיט אזא צו-נאמען. פראביר מיט שיינעם, אויב עס וועט נישט העלפן זאלסטו איבערדרייען דעם גאנצן מוסד ביז מען וועט עפעס טון דערוועגן, אז דער מלמד זאל נישט מאכן קיין צו-נעמען אויף קינדער. ווייל דער וואס איז מכנה שם לחבירו האט נישט קיין חלק לעולם הבא (רמב"ם פרק ג' מהלכות תשובה, הלכה יד); דאס איז גורם אז דאס קינד זאל אויף וואקסן א צעקלאפט קינד רחמנא לצלן.


געדענקסט דאך אודאי ווי מוהרא"ש פלעגט דערציילן אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן אז זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; דערפאר דארפן עלטערן אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז זיי זאלן זוכה זיין צו ערליכע און געזונטע קינדער.


מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר אלע פרויען וואס ווארטן וכו' אז זיי זאלן יעדן טאג מזכיר זיין שמות הצדיקים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט מען זאל זאגן כסדר די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויסענווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיך אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיך הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶר מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ וִוי זֵיי הָאבְּן זִיך מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיך זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים, אִיך זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיך וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיך זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיך זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - סגולות פאר א שידוך
בחור, שידוכים, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס וואונדערט מיר צי דו לערנסט נאך דיינע שיעורים כסדרן; איך האב דיר שוין לאנג נישט געזען, איך בענק מיך נאך דיר זייער שטארק.


איך פריי מיר צו הערן פון ... נרו יאיר אז דו העלפסט די מוסד און דו האסט געגעבן פאר די רענט פון חודש ... למספרם ...; אין דעם זכות זאלסטו טרעפן דיין שידוך בקרוב.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף; וואס דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה, עס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה, 'קריאה לחנוכה'; ווען מען ענדיגט דאס זאגן, בעט מען דעם אייבערשטן - יעדער איינער אויף זיין שפראך: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט וואס דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זאל זאגן די קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א פלג גוף, און עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - מיט תהלים און התבודדות, באקומט מען אלע ישועות
תפילה והתבודדות, תהלים, ישיבה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי שטארק איך האב הנאה דיר צו זען ווי דו כאפסט זיך ארויף אין ישיבה יעדן טאג ווען דו האסט לאנטש און דו זאגסט תהילים.


וויסן זאלסטו אז אין תהלים ליגן אלע ישועות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים; ר' נתן פלעגט זאגן יעדן טאג דעם 'יום תהילים', אז מען זאגט יעדן טאג דעם יום ענדיגט מען יעדע וואך גאנץ תהילים.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות'; אז א מענטש זאל גיין אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים. ווען א מענטש זאגט פארן אייבערשטן אז ער וויל זיין ערליך; ער וויינט צו אים: "רבונו של עולם, וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל? וויפיל מאל איך נעם זיך פאר צו זיין וואויל פאל איך נאכאמאל אראפ!" דורכדעם נעמט ער אראפ פון זיך אלע עונשים; דער אייבערשטער איז אים מוחל און נעמט אים צוריק.


איך פריי מיר צו הערן אז דו העלפסט די מוסד און דו האסט געגעבן פאר די רענט פון חודש ... למספרם ...; אין דעם זכות זאלסטו טרעפן דיין שידוך בקרוב.


יעדעס מאל דו האסט אפאר פרייע מינוט אדער א טאג וואס דו ארבעטסט נישט קום ארויף אין ישיבה, טינק דיך איין אינעם רבינ'ס קוואל. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; אז מען קומט צו א פלאץ וואו מען רעדט נאר פון רבי'ן איז מען זוכה צו שיינע זאכן, אלע פלעקן און אלע עבירות ווערן אפגעוואשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#6 - אז מ'רייניגט דעם אייבערשטנ'ס הויז ווערט מען געבענטשט
הפצה, מוסדות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו העלפסט רייניגן די ישיבה און די חדר; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סג:) אז ווען דער ארון איז געווען אין שטוב פון עובד אדום פלעגט ער אויסקערן דעם פלאץ וואו דער ארון איז געשטאנען און אויפוואשן ארום דעם ארון, אויף דעם ארויף האט אים דער אייבערשטער געבענטשט, אזוי ווי עס שטייט (שמואל-ב ו, יב): "וַיְבָרֶךְ ה' אֶת עֹבֵד אֱדֹם וְאֶת כָּל בֵּיתוֹ"; די זעלבע זאך איז ווען מען רייניגט א פלאץ וואו מען לערנט תורה, מען געבט אכטונג עס זאל זיין ריין און צוזאמגענומען, דורכדעם איז מען זוכה זיין צו ווערן געבענטשט פונעם אייבערשטן.


זיי ממשיך מיטן העלפן טיילן עסן פאר די קינדער אינדערפרי; יעדע זאך וואס מען העלפט פארן מוסד העלפט מען זיך אליין, יעדע זאך וואס מען איז משמש דעם רבי'ן איז א זכות פאר זיך און פאר די קומענדיגע דורות.


זע צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'", ווער עס זאגט תהילים וועט זוכה זיין תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד; תשובה איז נישט פאסטן און תשובה איז נישט סיגופים, תשובה איז צוריק קומען צום אייבערשטן; תשובה איז צו זאגן פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם! איך הייב אן פון יעצט צו זיין אן ערליכער איד, איך הייב אן פון היינט צו גיין אין שול דאווענען. העלף מיר אייבערשטער איך זאל האבן כח זיך צו שטארקן אויף מיין יצר הרע".


געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך; בעט אים יעדע זאך וואס דו דארפסט, וועסטו אלעס באקומען. מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט אז מיר האבן איין אדרעס פאר אלעס וואס מיר דארפן: "זיך ווענדן נאר צום אייבערשטן".


איך הער צוריק פון דיין מלמד אז דו גייסט הפצה זייער פלייסיג; וואויל איז דיר אז דו ביסט מזכה אידישע קינדער זיי זאלן וויסן פונעם רבינ'ס עצות.


בזכות וואס דו ביסט עוסק אין הפצה וועסטו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.


 


 

#5 - ווי אזוי צו קויפן מתנות פאר קינדער
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נשא, י"א סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך מחזק מיטן הייליגן רבינ'ס עצות און איך האב הנאה צו הערן אז די פרויען צוזאמקום בלאזט אריין אין אייך א פרישע חיות אנצוגיין ווייטער מיט די ווירטשאפט פון א אידישע מאמע; דער רבי האט דיבורים און התחזקות אויפצולעבן יעדן איינעם.


בנוגע צי עס איז גוט צו קויפן א קעמרע פאר א מיידל; עס איז נישט קיין פראבלעם אז א מיידל זאל האבן א קעמרע, נאר וואס יא, יעדע איבעריגע זאך וואס מען וויל געבן פאר א קינד דארף דער קינד דאס פארדינען און מען דארף דאס אויסנוצן צו העלפן דעם קינד אויסארבעטן זיינע שלעכטע מידות.


יעדער איינער ווערט געבוירן מיט מידות וואס מען דארף אויסארבעטן און די צייט אויסצוארבעטן די מידות איז ווען מען איז יונג, אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סימן טז): "הָאָדָם לֹא נִבְרָא, רַק לְשַׁבֵּר אֶת הַטֶּבַע", א מענטש איז באשאפן געווארן ער זאל זיך אויסארבעטן זיינע מידות, און ער זאגט (שם) אז דאס איז גרינגער צו טון ווען מען איז יונג.


עלטערן דארפן העלפן זייערע קינדער זיך אויסארבעטן זייערע שלעכטע מידות און איינע פון די וועגן צו העלפן א קינד אויסארבעטן די נישט גוטע מידות, איז דורך באלוינען; למשל אז דער קינד דארף א געוויסע זאך וואס איז נישט א זאך וואס מען מוז האבן, קען מען אים העלפן אויסארבעטן א געוויסע מידה און נאך א שטיק צייט וואס מען זעט ווי דער קינד פרובירט זיך צו שטארקן אויף דער מידה געבט מען אים די פארדינטע מתנה.


דער עיקר דארף מען האבן תפילה; אז איר ווילט זוכה זיין צו ערליכע דורות זאלט איר בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף ערליכע דורות, בפרט ווען איר צינדט אן די שבת ליכט דעמאלט איז א גרויסע עת רצון צו פועל'ן גרויסע ישועות, דאן זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע קינדער. איך שרייב אייך דא א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט, אדער אין סיי וואסערע געלעגנהייט:


"רבונו של עולם! איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן וואס דו האסט מיר געגעבן, פאר מיין מאן און קינדער - פאר יעדן איינעם באזונדער; איך בעט דיר טאטע זיסער, געב מיר ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה, קינדער וואס וועלן נאר גיין אין די וועגן פון די תורה. די אינגלעך זאלן אויסוואקסן תלמידי חכמים יִרְאֵי אֱלֹקִים, און די מיידלעך זאלן אויסוואקסן ערליכע צניעות'דיגע פרויען וואס וועלן אויך אויפשטעלן הייליגע דורות.


הייליגער באשעפער! מיין גאנצע לעבן איז נאר צו טון דיין ווילן, מיין גאנצע שטרעבן איז נאר צו ערציען א דור פון קינדער, אייניקלעך און אור-אייניקלעך וואס וועלן זיין ערליכע אידן מאמינים בה'; זיי וועלן גיין אין די וועגן פון די תורה און זיין דבוק צו דיר און צו די צדיקים. העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו דעם, העלף מיר איך זאל האבן נחת פון זיי; זיי זאלן אלע חתונה האבן אינגערהייט און זיי זאלן אלע האבן א שיין לעבן.


אייבערשטער איך דארף גארנישט אין מיין לעבן - נאר ערליכע קינדער; איך געב אלעס אוועק אבי מיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


הייליגער באשעפער, העלף מיין מאן ער זאל קענען ברענגען גרינג פרנסה, מיר זאלן זיך נישט דארפן מוטשען. געב אונז שפע, געב אונז שכל מיר זאלן איינעם דעם צווייטן מכבד זיין.


העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיין כבוד וועגן, בפרט רבינו נחמן בן פיגא און רבינו אליעזר שלמה בן מנחם זאב זכותם יגן עלינו.


רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד יעצט אן די שבת ליכט, מאך מיר ליכטיג און מאך ליכטיג פאר אלע אידישע קינדער; אלע זאלן וויסן פון דיר, אלע זאלן וויסן פון הייליגן רבי'ן.


הייליגער באשעפער העלף מיר, בזכות דעם וואס איך גיב נאך און איך קריג מיך נישט זאלסטו מיר אויך נאך געבן און אויסהערן מיינע תפילות".

#4 - הכרת הטוב פאר'ן העלפן די מוסדות, וועסט אי"ה טרעפן דיין שידוך
שידוכים, מוסדות, הכרת הטוב, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ז אייר, ל"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דיינע זכותים זענען מיט דעם וואס דו העלפסט מיר איך זאל קענען אנגיין מיט די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול, כולל און קעמפ.


הלואי זאלן אלע בחורים זיין אזוי געטריי פאר די פלאץ אזוי ווי דו; ווען איך זע ווי די תלמידים העלפן, ווייזט דאס אז די תלמידים זענען מכיר וואס דער רבי טוט מיט אונז. ווען מען שטעלט זיך ארויס צו העלפן אויפשטעלן א מוסד על שם רבינו, א מוסד וואו מען לערנט מיט די קינדער פון קינדווייז אן וואס דער רבי האט געוואלט, ווייזט עס אז דער מענטש אנערקענט וואס דא גייט פאר, אבער אז מען קומט צום רבי'ן, מען עסט א פיינע סעודה, מען האט הנאה פון דעם פלאץ און מען גייט אהיים אן צולייגן א האנט, דאס איז א סימן אז דער מענטש אנערקענט נישט וואס עס טוט זיך דא.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט איבערנעמען פון ... נרו יאיר די גאנצע עול פון די עסן פראגראם וואס די שטאט געבט פארן מוסד; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי צו העלפן תינוקת של בית רבן זיי זאלן קענען לערנען די הייליגע תורה, ווייל די גאנצע וועלט שטייט אויף די תורה פון תינוקות של בית רבן. אויך זאגן חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה א, ד): ווען דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר די אידן, האט דער אייבערשטער געבעטן פון די אידן "הָבִיאוּ לִי עֲרֵבִים טוֹבִים שֶׁתִּשְׁמְרוּהָ", ברענגט מיר א גאראנטי אז איר וועט היטן די תורה, האבן די אידן פרובירט צו ברענגען אסאך ערבים, אבער דער אייבערשטער האט אויף אלעמען געענטפערט: "עֲרֵבְךָ צָרִיךְ עָרֵב", דער ערב אליינס דארף אויך א גאראנטי, ביז די אידן האבן געזאגט: "בָּנֵינוּ עוֹרְבִים אוֹתָנוּ", אונזערע קינדער זענען אונזערע גאראנטיס אז מיר וועלן האלטן די תורה, "אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא הָא וַדַּאי עֲרֵבִים טוֹבִים, עַל יְדֵיהֶם אֶתְּנֶנָּהּ לָכֶם, הֲדָא הוּא דִכְתִיב (תהלים ח, ג): מִפִּי עוֹלְלִים וְיֹנְקִים יִסַּדְתָּ עֹז", דאס זענען גוטע גאראנטיס, בזכות די קינדער וועל איך ענק געבן די תורה; זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער האט גענומען אונזערע קינדער פאר א גאראנטי אז מיר וועלן האלטן די תורה.


בנוגע דיין שידוך; וויסן זאלסטו אז די גאנצע זאך פון שידוכים איז אין די הענט פונעם אייבערשטן און דאס איז א זאך וואס איז פארהוילן פון אלעמען, איין עצה איז דא: ווארטן מיט געדולד ביז דער אייבערשטער וועט העלפן און דו וועסט אם ירצה ה' טרעפן דיין זיווג.


זע צו זאגן יעדן טאג די קרבנות הנשיאים, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן די "קרבנות הנשיאים"; נאכדעם וואס דו זאגסט דאס זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געטון וואס דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זאל זאגן די קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר זייער שווער צו זיין אליינס, עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


איך בעט דיר טייערער ..., שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות; דו וועסט זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע שטוב בזכות וואס דו העלפסט די ישיבה מיט דיין גאנצע הארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך בעט דיר זייער זאלסט נעמען נאך בחורים מיט דיר צו העלפן די ישיבה, ווייל אליינס וועסטו אונטערברעכן.

#3 - סגולות צו טרעפן א שידוך
בחור, שידוכים, תפלות אויף אידיש

 


  בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט בקרוב א חתן ווערן.


זע צו זאגן יעדן טאג די "קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך, זאל ער זאגן אסאך די 'קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים'; דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה, פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף. דאס איז געדרוקט אין יעדע סידור ביי קריאת התורה - קריאה לחנוכה.


נאכדעם ווען מען ענדיגט זאגן די 'קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים', בעט מען דעם אייבערשטן - יעדער איינער אויף זיין שפראך:


"רבונו של עולם! העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט וואס דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זאל זאגן 'קָרְבָּנוֹת הַנְּשִׂיאִים'; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג. עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א פלג גוף, עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס; אייבערשטער, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


וויסן זאלסטו אז נאר סגולות וואס צדיקים האבן אונז געגעבן דאס האט א קראפט; מה שאין כן די אלע סגולות וואס מענטשן פארקויפן וכו' וכו' האט נישט קיין שום האפט, עס איז סתם א קאפ פארדרייעניש. נאר די סגולות וואס צדיקים האבן אונז געגעבן, דאס העלפט; מען דארף גלייבן אין דעם און אויסווארטן ביז מען איז זוכה צו קריגן די ישועה.


דער רבי געבט נאך סגולות פאר איינעם וואס עס איז אים שווער צו טרעפן זיין שידוך (ספר המידות, אות חיתון, סימן ב): "קִדּוּשׁ לְבָנָה סְגֻלָּה שֶׁיִּמְצָא אָדָם אֶת זִוּוּגוֹ"; דערפאר דארף מען מקפיד זיין צו מאכן קידוש לבנה יעדן חודש, און ווען מען ענדיגט קידוש לבנה בעט מען דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן די ריכטיגע שידוך בזכות וואס מען האט געמאכט קידוש לבנה.


דער עיקר בעט איך דיר זייער זאלסט זיך שטארקן ווייטער בלימוד התורה; לערן דיינע שיעורים כסדרן. איך האב זייער הנאה פון דיר ווי אזוי דו פירסט זיך אין ישיבה, געב אכטונג נישט צו שניידן דיין בארד און פיאות און בלייב מיט דיין צלם אלקים; זיי שטאלץ מיט דיין צלם אלקים וועסטו טרעפן א ערליכע וואוילע מיידל וואס וועט מיט דיר אויפשטעלן א ווארעמע אידישע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#2 - חיזוק און הדרכה פאר א פרוי וואס ווארט
חיזוק פאר פרויען, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר טהרה, ד' אייר, י"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן די גוטע בשורה וכו'; דער אייבערשטער זאל העלפן אלעס זאל אריבער גיין גרינג און געזונט.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי מען זאל זיך פירן ווען מען באדט קליינע קינדער וכו'; עס איז נישט קיין פראבלעם ארומצואוואשן וכו', מען דארף וויסן דעם מאמר החכם: "מִן הַזְּהִירוּת - שֶׁלֹא לְהִזָּהֵר"; מען דארף אכטונג געבן אז מען זאל נישט צו פיל אכטונג געבן, ודע למבין.


בנוגע צי איר זאלט אראפ נעמען די ווארצלען פון אייער קינד (Molluscum); עס פעלט נישט אויס אראפ צו נעמען ווייל מיט די צייט גייט עס אליינס אוועק. אויב דאס איז אויפן פנים וכו' און עס שטערט וכו' איז נישט קיין פראבלעם אז דער דאקטער זאל דאס אראפנעמען.


זעט צו עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות און שכל פאר נאך אידן; עס איז נישט דא אויף דעם קיין שום תירוץ, כאילו דאס איז נאר שייך ביי מענער און נישט ביי פרויען.


מיר געפונען זיך היינטיגע צייטן אין א תקופה וואס עס פאלן אוועק אידישע קינדער רעכטס און לינקס, בחורים און מיידלעך, אינגעלייט און ווייבלעך; עס איז דא נאר איין עצה: "עוסק זיין אין הפצה; פארשפרייטן אויף אלע וועגן די חיזוקים און עצות פון הייליגן רבי'ן".


דער עיקר זאלט איר זיך שטארקן מיט תפילה; בפרט יעצט אז איר ווארט וכו'. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", אז מען דערמאנט די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן אפילו די טבע; דערפאר זאלט איר זיך צוגעוואוינען צו דערמאנען די נעמען פון צדיקים, זאגט די נעמען וואס איר קענט פון אויסענווייניג: "אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד, שלמה; רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פייגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו'" און נאך נעמען וואס איר קענט. נאכדעם זאלט איר זאגן די תפילה: "הייליגער באשעפער, העלף מיר בזכות די צדיקים וואס איך האב דערמאנט זייערע נעמען אז איך זאל האבן א געזונט קינד; דאס קינד זאל זיין געזונט ברמ"ח אברים און שס"ה גידים. העלף מיר איך זאל האבן דאס קינד גרינגערהייט אן קיין שום ווייטאג. הייליגער באשעפער! נעם אוועק פון מיר אלע שלעכטס; איך זאל נישט האבן קיין שלעכטע אויג, קיינער זאל נישט מאכן קיין עין הרע אויף מיר און אויפן קינד. העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער, הייליגע קינדער; קינדער וואס וועלן דיר דינען זייער גאנץ לעבן און וועלן נאר טון דיין ווילן. יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיך ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - עצות אויף פחדים
פחדים, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-א, י"ב ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז איר שפירט זיך שוין אסאך בעסער; איך בעט אסאך פאר אייך איר זאלט זיין געזונט און שטארק.


זעט אכטונג צו געבן אויף זיך צו עסן גוט און שלאפן גענוג שעה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קי): "יֵשׁ כַּמָּה שְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים הַמִּתְדַּבְּקִים וּמִתְחַבְּרִים בְּהַמֹּחַ, וּבִפְרָט בִּלְבּוּלֵי הָאֱמוּנָה, וְעַל־יְדֵי הַשֵּׁנָה נִפְרָדִים מֵהַמֹּחַ", ווען א מענטש שלאפט דעמאלט ווערט געשטארקט זיין אמונה. ווייל במשך דעם טאג זאמלען זיך אן אין קאפ אסאך שלעכטע מחשבות, פחדים און דמיונות, וכו', און שלאפן נעמט דאס אוועק; אזוי ווי מען זעט ווען עס ווערט ביינאכט איז מען פאר'דאגה'ט - יעדער מיט זיינע דאגות, נאכדעם לייגט מען זיך שלאפן, און אינדערפרי ווען מען שטייט אויף זענען אלע דאגות אראפ פונעם קאפ, אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, כג): "חֲדָשִׁים לַבְּקָרִים רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ".


איר שרייבט אז אייער גוף ווערט ממש אפגעשוואכט פון פחדים, איר שפירט ווי אייער קערפער ווערט צוזאמגעצויגן וכו'; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, סימן ח): "פַּחַד מַכְחִישׁ כֹּחוֹ שֶׁל אָדָם", פחדים שוואכט אפ דעם מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא י.): "גוּף קָשָׁה, פַּחַד שׁוֹבְרוֹ", פחדים צעברעכט דעם מענטש; מען שפירט ווי מען ווערט אויס מענטש.


מיר האבן אבער א גרויסער דאקטער; דער רבי איז אונזער דאקטער. א צדיק ווערט אנגערופן 'דאקטער' (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל) ווייל ער היילט אונז אויס בגשמיות וברוחניות; דער רבי האט זייער גוטע עצות און סגולות פאר איינעם וואס ליידט אויף פחדים. נעמטס דעם "ספר המידות", וועט איר זען דארט זייער שיינע עצות אויף אייערע פחדים. דער רבי זאגט (שם, ג): "עַל-יְדֵי בִּטָּחוֹן תִּנָּצֵל מִפַּחַד", אז מען גלייבט אינעם אייבערשטן גייען אוועק די פחדים; מען גלייבט אז קיינער קען מיר גארנישט טון און עס קען גארנישט פאסירן נאר וואס דער אייבערשטער וויל. מען חזר'ט זיך איין די אמונה אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט. נאך זאגט דער רבי (שם, ד): "סְגֻלָּה לְבַטֵּל אֶת הַפַּחַד, לִזְכֹּר אַבְרָהָם אָבִינוּ", א סגולה אוועק צו נעמען פחדים מען זאל טראכטן פון אברהם אבינו; נאך זאגט דער רבי (שם, ה): "בִּצְדָקָה תְּבַטֵּל אֶת הַפַּחַד", צדקה נעמט אוועק פחדים; דערפאר, יעדעס מאל איר שפירט ווי עס זענען זיך מתגבר אויף אייך די שלעכטע מחשבות, זיי דערשרעקן אייך מיט אלע שלעכטע נארישע מחשבות, זאלט איר אריין לייגן א פעני אין צדקה פושקע און בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר אז מיינע מחשבות זאלן מיר נישט פייניגן".


איינע פון די עצות וואס דער רבי זאגט איז (שם, יא): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ פְּחָדִים, יְזַמֵּר זֶמֶר שֶׁל שִׂמְחָה", ווער עס האט פחדים זאל זינגען לעבעדיגע ניגונים; מיר האבן ארויס געגעבן זייער שיינע סידיס וואס ענטהאלטן לעבעדיגע ניגונים פון אמונה, עס איז שוין דא צוויי חלקים, ווי מיר זינגען מיט די תלמידי הישיבה ניגונים פון אמונה, דאס זאל ארבעטן ביי אייך אין שטוב און דאס וועט אייך ברענגען א רואיגקייט. דער רבי זאגט אז דורך ניגונים ווערט מען אויסגעהיילט; דאס גייט ארויף אויף ניגונים פון אמונה, ווייל ווי מער א מענטש טאנצט מיט ניגונים פון אמונה, ער זינגט צו זיך: "קיינער קען מיר גארנישט טון", "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט", "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער געפינט זיך אויף יעדע ארט", ווערט ער ארום גענומען מיט א רואיגקייט און אלע שלעכטע מחשבות גייען פון אים אוועק.


בנוגע וואס איר שרייבט אז יעדעס מאל איר ליינט א צייטונג גייט אריין אין אייך שרעק און פחדים וכו'; דאס איז נישט נאר ביי אייך, דאס איז ביי אלעמען אזוי. דער הייליגער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו, דער מונקאטשער רב זאגט: "דאס וואס מיר האבן אין די תוכחה (ויקרא כו, לו): "וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף", דאס גייט ארויף אויפן צייטונג. ווער עס ליינט צייטונגען ווערט גערודפ'ט פון דעם, זיי דערשרעקן יעדן איינעם מיט זייער נייעס, דער צייטונג איז דער "עָלֶה נִדָּף" - א פארשטינקענעם בלאט"; דעריבער וואס פעלט אייך אויס אריין צו ברענגען אין שטוב צייטונגען, בעסער נעמט מעשה ביכלעך פון צדיקים, ליינט דאס פאר אייער קינדער, ענדערש ווי אריין צו ברענגען צייטונגען אין שטוב.


מוהרא"ש זאגט: "כל זמן אינעם קעפל פונעם צייטונג שטייט נישט די ווערטער: "דער אייבערשטער פירט דער וועלט, און אלעס פירט זיך מיט א פונקטליכער חשבון", איז דער גאנצע צייטונג איין שטיק שקר און איין שטיק ליצנות; אלע פון זיי ווילן ווייזן אז זיין מנהיג איז גרעסער וכו'".


בנוגע קינדער וכו'; יעצט איז נישט קיין צייט צו טראכטן פון קינדער, יעצט דארפט איר זיך אפרוהען און זיין א מאמע פאר אייערע ליכטיגע קינדער. דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט ליכטיגע קינדער, וויפיל אידישע פרויען שטייען און ווארטן שוין זיי זאלן זוכה זיין צו האבן א קינד. אז דער אייבערשטער האט אייך געהאלפן איר האט זוכה געווען צו קינדער, דארפט איר נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. יעדע זאך האט זיין צייט; יעצט איז א צייט פון זיך אכטונג געבן אז איר זאלט האבן כוחות אנצוגיין אין לעבן.


איר האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן א תפילה וואס איר זאלט זאגן. איך שרייב אייך דא א תפילה, אבער דער עיקר זאלט איר אויסשמועסן אייער צעבראכענעם הארץ צום אייבערשטן; פארציילט אים פונקטליך אייערע פחדים און וויינט זיך אויס צו אים, וועט איר געהאלפן ווערן אן קיין דאקטורים און אן קיין מעדעצינען.


דא איז דער תפילה:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין געזונט און שטארק, איך זאל זיין פרייליך און איך זאל נישט האבן קיין שום פחדים. אסאך מאל כאפט מיר אן א פלוצימ'דיגער שרעק, איך ווער אזוי דערשראקן אז מיין גאנצע קערפער הייבט אן ציטערן און איך שפיר ווי איך גיי אויס. העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיין געזונט. איך דאנק דיר אז פון אינדרויסן זע איך אויס ווי א געזונטער מענטש, מען קען גארנישט אנזען אויף מיר, העלף מיר אז איך זאל זיין געזונט אויך אין מיין מח.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה אין דיר, איך זאל נישט מורא האבן פון קיין שום זאך אויף דער וועלט. איך זאל לעבן מיט אמונה און איך זאל אטעמען אמונה. ווייל ווען איך טראכט פון דיר ווערט מיר גוט, ווען איך דערמאן זיך אין דיר גייען אוועק מיינע פחדים, אבער נאכדעם קומט דער יצר הרע, ער מאכט מיר פארגעסן פון דיר און איך פאל צוריק אריין אין מיינע פחדים. די פחדים שוואכן מיר אפ, מיין גאנצע קערפער ווערט מיר צוזאמגעצויגן, דאס מאכט מיר אזוי צעבראכן אז איך שפיר איך קען עס מער נישט דורך טראגן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט צוריק קומען צו אייערע כוחות; איר זאלט זיין א געזונטע מאמע און אלע אייערע שרעק זאלן זיך אפטון פון אייך.


איך שיק אייך מיט צוויי סידי'ס פון "טאנץ מיט אמונה".