בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#492 - גארנישט איז העכער פון די שמחה אין שבת קודש
שמחה, אמונה, התחזקות, בטחון

גארנישט איז העכער פון די שמחה אין שבת קודש


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת איז די דריטע שבת פון שובבי"ם, צדיקים האבן געזאגט אז די שבת איז זייער א פרייליכע שבת, זיי האבן געזאגט א רמז 'מצוה 'בו' יותר מ'בשלחו'', דאס איז מרמז אז די שבת פרשת 'בא' איז זייער גרויס, נאך מער פון שבת בשלח; זאלסטו די וואך זיך פארלייגן אויף די איין זאך, 'זיין פרייליך', אלעס אנדערש זאל דיך נישט אנגיין; די עסן, די ריינקייט, די שלאפן, די בעקיטשע, אלעס איז זייער גוט און זייער חשוב, אבער נישט אויפן חשבון פון פארלירן די שמחה פון שבת. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח:): "כָּל הַמְשַׁמֵּר שַׁבָּת כְּהִלְכָתָהּ", ווער עס היט שבת, "אֲפִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה כְּדוֹר אֱנוֹשׁ", אפילו ער איז אזוי ווייט געפאלן אין די הארבסטע עבירות, אין די עבירה פון עבודה זרה רחמנא לצלן - "מוֹחֲלִין לוֹ", איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות; זאלסטו שבת זיין נאר פרייליך, טאנץ און פריי זיך 'איך בין א שומר שבת, איך בין א איד!'


קויף איין גוטע זאכן לכבוד שבת, ווען עס קומט צו קויפן פאר שבת זאלסטו נישט קארגן, האב אמונה, גלייב אז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, און ביים איינקויפן זאלסטו בעטן שטילערהייט: "הייליגער באשעפער איך קויף איין לכבוד שבת, איך וויל מכבד זיין שבת, איך וויל אז מיינע קינדער זאלן ליב האבן שבת, געב מיר שפע צו קענען אלעס באצאלן און ארויסגיין פון מיינע חובות"; ווייל בזכות מכבד זיין שבת איז מען זוכה צו עשירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת קיט.), רבי חייא בר אבא איז אמאל געווען אין די שטאט לודקיא און איז איינגעשטאנען ביי א איד, און ער האט דארט געזען שבת ביי די סעודה אז מען האט אריינגעברענגט א גאלדענעם טיש, דער טיש איז געווען געמאכט פון אזויפיל גאלד אז זעכצן מענטשן האבן דאס געדארפט אויפהייבן; אינעם טיש זענען געווען זעכצן זילבערנע קייטלעך צוגעבינדן צו זיי טעלערס און גלעזער, אויפן טיש זענען געווען אלע געשמאקע עסן און טרינקען, און שמעקעדיגע בשמים, און ווען מען האט אריינגעברענגט דעם טיש האט מען געזינגען דעם קאפיטל תהילים (תהלים כד, א): "לַה' הָאָרֶץ וּמְלֹאָהּ וגו'", אלעס אויף די וועלט איז דעם אייבערשטנ'ס, און נאכן עסן האבן זיי געזינגען דעם קאפיטל תהילים (שם קטו, טז): "הַשָּׁמַיִם שָׁמַיִם לַה' וְהָאָרֶץ נָתַן לִבְנֵי אָדָם", און רבי חייא בר אבא האט געפרעגט דעם בעל הבית: "וואס פאר א גוטע זאך האסטו געטון אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן אזא רייכטום?" האט ער געזאגט: "איך בין א קצב (בוטשער), און ווען איך זע א שיינע בהמה לייג איך דאס אוועק פאר מיר פאר שבת", האט אים רבי חייא געזאגט: "אַשְׁרֶיךָ שֶׁזָּכִיתָ", וואויל איז דיר אז דו האסט זוכה געווען צו דעם, "וּבָרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁזִּכֵּךְ לְכָךְ", און געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט דיר מזכה געווען מיט דעם.


א פרייליכן שבת.

#491 - אנטלויפן פון די וואס שפעטן פון די תמימות פון צדיקי אמת
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, לינדן ניו דזשערסי


זוך אויף גוטע חברים וואס פירן זיך בתמימות, מיט זיי זאלסטו זיך חבר'ן, און אנטלויף פון חכמות און ליצנות, בפרט פון די חכמות און ליצנות וואס איז דא ביי די וואס זעען אויס ווי חסידים וכו'.


מוהרנ"ת רופט זיי אן (לקוטי הלכות נזיקין הלכה ד, אות כח): "קְלִפַּת נֹגַהּ", זיי זענען אויסגעמישט טוב מיט רע, פון איין זייט איז טאקע דא אין זיי טוב, "כִּי אֵינָם פּוֹרְקִין עֹל חַס וְשָׁלוֹם", זיי האבן נישט אראפגעווארפן די עול התורה והמצוות, "וּקְצָתָם הֵם אֲנָשִׁים כְּשֵׁרִים קְצָת, וְלִפְעָמִים אוֹמְרִים דִּבְרֵי אֱמֶת", אבער פון די אנדערע זייט האבן זיי אין זיך חכמות מיט ליצנות. מוהרנ"ת זאגט דארט, פון איין זייט זענען זיי מער סכנה ווי פון הערן גוים און אפיקורסים, "כִּי מֵעַכּוּ"ם וְאֶפִּיקוֹרְסִים רֹב יִשְֹרָאֵל מְרַחֲקִים עַצְמָן מֵהֶם", ווייל פון גוים און מינים זענען רוב אידן אינגאנצן דערווייטערט, "אַךְ מֵאֵלּוּ הַכְּשֵׁרִים קְצָת", אבער פון די – "אֵין מִתְרַחֲקִים מֵחָכְמָתָם כָּל כָּךְ", איז מען נישט דערווייטערט, "וּבֶאֱמֶת הֵם מַזִּיקִים הַרְבֵּה", און זייערע ווערטער שאטן, "שֶׁמִּתְלוֹצְצִים מִכַּמָּה דַּרְכֵי הַתְּמִימוּת הָאֲמִתִּיּוֹת" וְכוּ', ווייל זיי שפעטן פון די תמימות פון די צדיקי אמת.


זיי זיך קובע צו זאגן יעדן טאג "אכצן פרקים משניות", און דעם "יום תהילים", בתמימות ופשיטות, ווייל נאר דאס וועט בלייבן פון אונז.

#490 - מיט תפלה קענט איר האבן קינדער
קינדער, אמונה, חיזוק פאר פרויען, תפילה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווער זאגט ענק קענען נישט האבן קינדער נאטירליך? ווער האט אזוי געזאגט? דער דאקטער?! דער דאקטער איז נישט באגלייבט, דער דאקטער איז נישט קיין פוסק, די תורה האט געגעבן רשות פארן דאקטער נאר אויף איין זאך, אויף היילן דעם מענטש, אבער צו גיין זאגן פאר מענטשן אז מען קען נישט האבן קיין קינדער, אדער מען קען נישט האבן קיין רפואה - דאס איז נישט בארעכטיגט.


מיר האבן תפילה וואס איז העכער פון טבע, דאווענט צום אייבערשטן, בעטס אים מיט רחמנות ער זאל ענק געבן קינדער, און לאכט זיך אויס פון די טבע, נישטא קיין טבע, אלעס איז דער אייבערשטער, אזוי וועלן ענק האבן קינדער. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן א): "כִּי כְּשֶׁנִּגְאֶלֶת הַתְּפִילָּה אָז נוֹפְלִים כָּל הָרְפוּאוֹת, כִּי נִתְרַפְּאִין עַל יְדֵי דְבַר ה'", ווען מען דאווענט צום אייבערשטן - פאלן אוועק אלע רפואות, מען דארף מער נישט קיין רפואות, ווייל מען ווערט אויסגעהיילט דורך דעם אייבערשטן אליין, "וַאֲזַי כָּל הַדָּאקְטוֹרִים מִתְבַּיְּשִׁין בָּרְפוּאוֹת שֶׁלָּהֶם", דעמאלט שעמען זיך אלע דאקטוירים מיט זייערע רפואות; "כִּי אֲזַי אֵין כֹּחַ לְשׁוּם רְפוּאָה כִּי כָל הָעֲשָׂבִים חוֹזְרִים כֹּחָם לְתוֹךְ הַתְּפִילָּה", ווייל אלע כוחות וואס ליגן אין די מעדעצינען גייען אריין אין די ווערטער פון תפילה און מען ווערט אויסגעהיילט דערמיט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#489 - נישט גיין צו דאקטוירים סתם צו זוכן צרות
אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע וואס איר פרעגט אז מען האט אייך גערופן פון ..., זיי ווילן ברענגען א מאביל מיט דאקטוירים אין שטעטל ביים בית המדרש בודק זיין אלעמען אויב מען איז געזונט, אויב מען האט צוקער, אויב די הארץ איז גוט וכו'; איר ווייסט גאנץ גוט וואס מוהרא"ש האלט, מוהרא"ש האט אונז געזאגט מיר זאלן נישט גיין צום דאקטער פאר זיך אונטערזוכן, מוהרא"ש זאגט, עס איז מקובל פון צדיקים 'אז מען זוכט - טרעפט מען', דעריבער זאל מען נישט גיין זיך בודק זיין, מען גייט צום דאקטער נאר ווען מען שפירט זיך נישט גוט.


זאגט פאר ..., אז אויב זיי נויטיגן זיך אין געלט - קען מען מאכן אן אפיל ביי אונז אין שול זיי ארויס צו העלפן, אבער בשום אין אופן קומען זיך אוועק שטעלן מיט א מאביל ביים שול סקרינען די מענטשן; ביי אונז מאכט מען דאס נישט.


יעצט האבן זיי גענומען די באקאנטע מארקעטינג קאמפעני ... און מען דערשרעקט אלעמען אז אלע מוזן על פי תורה זיך סקרינען, מען מוז גיין צום דאקטער, און א רחמנות אויף אידישע קינדער, מען לאזט זיך פירן לויט די מארקעטינג כצאן בלי רועה, בשעת אלע צדיקים האבן קלאר געזאגט מען זאל נישט גיין צו קיין דאקטוירים סתם זוכן צרות, ועל כולם דער הייליגער רבי וואס האט אונז געזאגט אז די דאקטוירים זענען איינגעשטעלט ביים מלאך המות וכו'.


(עס איז אבער וויכטיג צו איבערגעבן פאר די עלטערן אז דער רבי האט קלאר געזאגט מען זאל געבן שאטס פאר די קינדער, עס ווערן מער און מער ביי אונז אין די קהילה משפחות וואס ווערן פארפירט פון די פארדרייטע שיטה וואס לאזן נישט געבן שאטס, עס זענען דא ביי אונז וואס העצן אויף יונגע ווייבלעך, מען דערשרעקט זיי אז כאילו די שאטס זענען וואס ברענגען אלע צרות, דער רבי האט אונז געזאגט זייער שארף, דער רבי זאגט אז טאטע מאמע וואס געבן נישט קיין שאטס - זענען רוצחים).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#488 - ל"ג בעומר איז מסוגל אויסצו'פועל'ן קינדער
אמונה, שלום בית, תפילה, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


וואס מאכסטו עפעס? וואס הערט זיך ביי דיר? איך זע דיך ווייניג אבער איך טראכט פון דיר, איך בעט פאר דיר, איך האב ווייטאג פאר דיר, עס דרוקט מיר אז ענק ווארטן אזוי לאנג פאר ענקער ישועה.


איך וויל דיך מחזק זיין, יעצט קומט דער גרויסער טאג ל"ג בעומר; וויסן זאלסטו, ל"ג בעומר איז מסוגל אויסצו'פועל'ן קינדער, און אפילו די דאקטוירים זאגן אז מען קען נישט האבן קיין קינדער, דארף מען וויסן אז דאס איז אלץ פאר דער וואס איז אונטער געווארפן אונטער די טבע, אבער דער וואס גלייבט אז עס איז נישטא קיין טבע, די גאנצע טבע איז נאר א בריאה פונעם אייבערשטן, די גאנצע טבע ווערט געפירט דורך דעם אייבערשטן, און דורך בעטן דעם אייבערשטן, און דורך טון די סגולות הצדיקים - קען מען זוכה זיין צו ברענגען קינדער; זאלסטו שיסן מיט די פייל און בויגן אין דעם הייליגן טאג, ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סג), שיסן ל"ג בעומר מיטן פייל און בויגן איז א סגולה פאר קינדער; און מיט אמונה, און מיט אמונה אין די סגולות פון צדיקים - וועסטו זוכה זיין צו קינדער, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


אז מען וויל זוכה זיין צו קינדער - מוז מען זיך פארלייגן אויף זיין בשלום, לעבן מיט אהבה ואחוה. אזוי ווי מיר געפינען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שיר השירים רבה א, לא), אז דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי האט צוגעזאגט קינדער פאר א פאר-פאלק וואס האבן לאנגע יארן נישט געהאט קיין קינדער, ער האט זיי געבענטשט מיט קינדער, ווען ער האט געהערט אז זיי האבן זיך זייער ליב, זיי ווילן זיך נישט קריגן, זיי ווילן לעבן בשלום, עיין שם; אזוי קען יעדער איינער זוכה זיין צו פועל'ן ישעות אין דעם הייליגן טאג דורך לעבן אין שטוב מיט ליבשאפט, נישט זיך קריגן, נישט זוכן צו זיין גערעכט, נאר צו זיין קלוג, שטענדיג נאכגעבן; דאס ברענגט אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#487 - לאז דיך נישט פון קיינעם צעברעכן
חינוך הילדים, אמונה, מוסדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו, דיין הארץ.


עס איז נישט ריכטיג וואס מען טשעפעט דיך אין מיין נאמען אז איך וואלט פארמאכט די מוסדות אין טברי' וכו' וכו'; איך בין זייער צופרידן פון די מוסדות ביי ענק, איך האב גרויסע פארגעניגן פון די חינוך ביי ענק.


פון היינט אין ווייטער ווען איינער קומט דיר עפעס זאגן בשמי, אין מיין נאמען - זאלסטו טון אזוי: איז דאס א גוטע זאך - זאלסטו דאס אננעמען, איז דאס א זאך וואס דו ווערסט צעבראכן - זאלסטו דאס בודק זיין, דו קענסט מיך אליינס פרעגן; קענסט מיר שרייבן, אדער רופן, אדער שיקן א שליחות מיט איינעם וואס דרייט זיך אין ישיבה זאל אנפרעגן; לאז דיך נישט פון קיינעם צעברעכן.


איך בין זייער פרייליך מיט די חדר אין טברי' און מיט די בית פיגא, זיי ממשיך מיט דיין הארץ און מיט דיין נשמה, לייג אריין אין די קינדער אמונה, יראת שמים, מידות טובות; אויך זאלסטו רעדן צו זיי פון קדושה, זיי זאלן זיך היטן די אויגן וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#486 - דער ל"ג בעומר שיסער דערמאנט אונז
תפילה והתבודדות, אמונה, משיח, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב גערעדט מיט דיין ווייב בנוגע דיינע קינדער; איך בעט פאר ענק אז אלע זאלן זיין געזונט, עס זאל נמתק ווערן אלע דינים פון די גאנצע משפחה, איך בין זיכער אז אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.


יעצט קומט ל"ג בעומר; ל"ג בעומר איז א מנהג צו שיסן מיט א פייל און בויגן. איינע פון די טעמים איז, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה עט, ו), ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי מיט זיין זון דער הייליגער תנא רבי אלעזר זענען ארויס פון די מערה נאך דרייצן יאר, האבן זיי געזען ווי א פאנגער פאנגט פייגלעך, זיי זעען ווי א פייגל ווערט שיער אריינגעכאפט, און אין די לעצטע סעקונדע האט זיך די פייגל געראטעוועט, נאכדעם קומט א פייגל און זיי הערן א בת קול פון הימל וואס זאגט: "געפאנגען" און די פייגל איז געפאנגען געווארן; האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי געזאגט פאר זיין זון: "זעסט, אפילו א קליינטשיג פייגעלע קען אויך נישט געכאפט ווערן אן דעם וואס מען זאל דאס אפשרייבן אויבן אין הימל, איז דאך זיכער אז אלעס וואס איז אויף אונז אריבער איז פון הימל מיט א פינקטליכער חשבון"; דערפאר שיסט מען מיט די פייל און בויגן, צו געדענקען די לימוד פון דער פאנגער וואס האט געפאנגען און דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט אז אפילו א קליין פייגל קען מען נישט פאנגען נאר מיט רשות פון אויבן; מיר זאלן געדענקען אז יעדע זאך וואס פאסירט פון א קליינע זאך ביז א גרויסע זאך, אלעס איז מיט א פינקטליכער חשבון.


ליבער ברודער באשולדיג זיך נישט, און צעקוועטש זיך נישט, אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, מיט דיין ווייב, מיט דיינע קינדער, אלעס איז נאר ווייל מען וויל הערן דיין קול ווי דו רעדסט צום אייבערשטן, און דאס איז נאך א טעם אויף וואס מיר פירן זיך צו שיסן מיט א פייל און בויגן. ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (תיקון ו, דף לו:), ווען משיח וועט קומען וועט מען זען א קשת מיט ליכטיגע קאלירן, און דאס וועט זיין די סימן אז משיח איז דא, ווען מען וועט זען די פייל און בויגן מיט ליכטיגע קאלירן, דאס מיינט מען די קשת פון אידישע קינדער; אידישע קינדער באניצן זיך נישט מיט געווער, אזוי ווי עס שטייט (תהלים מד, ז): "כִּי לֹא בְקַשְׁתִּי אֶבְטָח וְחַרְבִּי לֹא תוֹשִׁיעֵנִי", איך פארלאז זיך נישט אויף א פייל און בויגן און נישט אויף א שווערד; אידישע קינדער באניצן זיך מיט תפילה והתבודדות, דאס איז די שווערד פון אידן. אזוי ווי יעקב אבינו האט געזאגט פאר יוסף (בראשית מח, כב): "בְּחַרְבִּי וּבְקַשְׁתִּי", זאגט דארט רש"י, מיט מיינע תפילות; דאס איז אונזער שווערד און אונזער קשת, און דאס וועט אויך זיין די שווערד פון משיח, ווייל משיח וועט אייננעמען די וועלט אן קיין געווער, משיח וועט אייננעמען די וועלט מיט תפילה, ער וועט אריינברענגען אין די וועלט די זאך פון רעדן צום אייבערשטן און בעטן דעם אייבערשטן; דעריבער שיסן מיר ל"ג בעומר מיט א פייל און בויגן, צו דערמאנען אז מיר ווארטן אויף משיח וואס וועט אונז ברענגען דעם קשת בגוונא נהירין.


דער ל"ג בעומר שיסער דארף אונז דערמאנען מיר זאלן זיך מחזק זיין אין תפילה והתבודדות, מיר זאלן בעטן יעדע זאך פונעם אייבערשטן, און ווען מען געפינט זיך אין א קלעם, אין א צרה - זאל מען ניצן די מויל; די ליפן זענען אין א פארעם פון א בויגן און די צינג איז די פייל, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ט, א): "אִם בָּא עַל אָדָם צָרָה", אז א מענטש האט א צרה, "לֹא יִצְוַוח", זאל ער נישט שרייען, "לֹא לְמִיכָאֵל, וְלֹא לְגַבְרִיאֵל", נישט צו מלאך מיכאל און נישט צו מלאך גבריאל – "אֶלָא לִי יִצְוַוח", נאר צו מיר זאל ער שרייען, "וַאֲנִי עוֹנֶה לוֹ מִיַד", און איך וועל אים גלייך העלפן; מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן, תפילה איז די שטערקסטע געווער מיט וואס מען קען באזיגן אלע פיינט.


דאס זאלסטו טון, נאר רעדן צום אייבערשטן; דאנק אים אויף יעדע זאך און בעט אים אויף אלעס וואס דו דארפסט, האלט די קשת אין האנט און שיס פיילן, עפן דיין מויל און שיס ארויס פיילן, דאס מיינט מען דיבורים צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#485 - אלעס איז פאר די טובה פונעם מענטש
אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך - ליל שישי לסדר טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


יעצט האב איך געהערט אז איר האט זיך צעבראכן אייער פוס, און איר האט שטארקע ווייטאג.


איך וויל אייך שטארקן, די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (חולין ז.): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה", א מענטש צעקלאפט זיך נישט, "אֶלָא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה", נאר נאכדעם וואס מען האט דאס אויסגערופן אין הימל; זעט מען אז יעדע זאך וואס טוט פאסירן מיטן מענטש – רופט מען אויס ערשט אין הימל, איז דאך זיכער אז דאס איז פאר די טובה פונעם מענטש; דארף מען דאס אננעמען מיט ליבשאפט, און מען דארף גלייבן אז דאס איז פאר די טובה פונעם מענטש.


איך וועל בעטן פאר אייך איר זאלט האבן א שנעלע רפואה, איר זאלט האבן געזונטע פיס, איר זאלט קענען גיין, שפרינגען און טאנצן.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך.


דער אייבערשטער זאל אייך שיקן שנעל א רפואה שלימה.

#484 - צרות ויסורים, אן קיין קשיות און תרעומות
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מענטש וואס גייט אריבער אויף אים וואס עס גייט אריבער און ער שטארקט זיך און האט נישט קיין טענות און תרעומות אויפן אייבערשטן. מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן חזון איש זכותו יגן עלינו, אז מען זאל זיך אויפשטעלן ווען א איד וואס האט א נישט געזונט קינד אין שטוב קומט אריין, ווייל אז עס גייט אריבער אזא מעשה, דאס איז מזכך ומטהר, קומט אים מען זאל זיך אויפשטעלן פאר אים, און אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר מוהרנ"ת (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד", דאס מיינט מען א איד וואס עס גייט אריבער אויף אים צרות ויסורים און ער דערהאלט זיך, ער האט נישט קיין קשיות און קיין תרעומות אויפן אייבערשטן; דאס איז די גרעסטע מעלה וואס קען נאר זיין.


ליבער ברודער, אנטלויף צו די הייליגע תורה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה, וועסטו ווערן געראטעוועט; נעם א חומש, א משניות, א גמרא, זאג די ווערטער פון די תורה. דער רבי האט אונז געגעבן א שיינע זיסע וועג ווי אזוי יעדער איינער קען זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די ווערטער פון די תורה, (קוק נאך אין ספר שיחות הר"ן, סימן עו).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#483 - פחדים פונעם אלארעם אז עס קומט א באמבע
פחדים, אמונה, מלחמה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת צו, ט' ניסן, שבת הגדול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער ... נרו יאיר, ירושלים


אז דו וועסט חזר'ן אמונה, דו וועסט זינגען: "אין עוד מלבדו, אפס זולתו, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן, אלעס איז ער און ער איז אלעס" - וועסטו זיך נישט אזוי דערשרעקן ווען עס צינדט זיך אן די אלארעם אז עס קומט א באמבע, דו וועסט געדענקען: 'שהבורא יתברך שמו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים, ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס, אלעס האט א חשבון, יעדע באמבע האט אן אדרעסס, עס קען גארנישט פאסירן נאר אז דער אייבערשטער הייסט'.


בעט דיינע עלטערן דו זאלסט קענען קומען די קומענדיגע ראש השנה צום הייליגן רבי'ן אין אומאן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ה) ווער עס הערט שופר בלאזן פון א צדיק האט נישט מורא פון קיין רעמים, דאס מיינט מען אויך די אלארעמס, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נט.): "לֹא נִבְרְאוּ רְעָמִים אֶלָּא לְפַשֵּׁט עַקְמִימִיּוּת שֶׁבַּלֵּב", דער אייבערשטער מאכט עס זאל דינערן נאר צוליב דעם אז מענטשן זאלן תשובה טון, מענטשן זאלן ארויסנעמען פון הארץ די אלע פארדרייטע מחשבות, וואס זענען 'עקמימיות שבלב', דאס וואס מען רעדט זיך איין אז מען קען זיך אליין אן עצה געבן, מען קען זיך אליין אכטונג געבן, און פלוצלונג קומט א 'רעם', עס הייבט אן פייפן די אלארעם און מען זעט אז די ערב רב וואס שרייען: 'כוחי ועוצם ידו עשה לי את החיל הזה', קענען גארנישט מאכן און גארנישט טון, מען טוט תשובה; זאגט דער רבי, דער וואס הערט דעם צדיק שופר בלאזן דער דארף שוין נישט האבן די דינערן אים אויפצואוועקן ער זאל תשובה טון, דער טוט שוין ראש השנה תשובה, ווייל דער וואס הערט דעם קול פון צדיק - דער האט נישט קיין עקמימיות בלבו.


קום אין חדר, בלייב נישט אין שטוב, און ווען עס צינדט זיך אן די אלארעם און אויך ווען דו טראכסט פון די באמבעס, דו ווערסט דערשראקן - זאלסטו אנהייבן זאגן די תפילה: "הייליגער באשעפער איך בין אזוי דערשראקן, איך קען נישט נעמען די שרעק, איך פארליר מיין אטעם, העלף מיר איך זאל זיך נישט שרעקן, העלף מיר איך זאל געדענקען אז דו שטייסט אונטער די רעמים, דו מאכסט דאס אלעס אונז אויפצואוועקן פון שלאף, מיר זאלן לעבן מיט אמונה, הייליגער באשעפער איך קען נישט נעמען די שרעק, איך שפיר ווי איך ווער אויס, איך קען נישט, באשעפער היט אונז אפ, היט אפ כלל ישראל, היט אפ אלע אידן, און אלע אידן זאלן תשובה טון".


געב א גרוס פאר דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א גוט שבת.

#482 - צו וועם וועסטו זיך ווענדן?
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


ערשטנס וויל איך דיר זאגן אז איך האב דיך זייער ליב, דו ביסט ביי מיר זייער חשוב און זייער באליבט, ביסט איינגעקריצט אין מיין הארץ.


איך וויל דו זאלסט וויסן אז אויף די וועלט פרובירט מען אויס יעדן איינעם; פארוואס גייט דאס אזוי? פארוואס פרובירט מען אויס? ווייל מען וויל זען צו וועם דער מענטש וועט זיך ווענדן; אויב דער מענטש וועט זיך קערן צום אייבערשטן, ער וועט אנטלויפן צו אים, ער וועט זיך צו אים אויסרעדן און אויסוויינען.


דאס איז די גרויסע מעלה פון די צדיקים; מען האט זיי אויספרובירט מיט שווערע ביטערע נסיונות, און זיי האבן זיך נישט מתרעם געווען אויפן הייליגן באשעפער, זיי האבן נישט געהאט קיין תרעומות, זיי האבן מקבל געווען אלעס מיט ליבשאפט און נישט אפגעלאזט זייערע עבודות.


אשרינו אז מיר האבן דעם רבי'ן וואס שטארקט אונז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן, מיר זאלן האבן אמונה.

#481 - נישט קיין קשיות און נישט קיין שאלות
אמונה, פסח, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען קען נישט פארשטיין דרכי המקום ברוך הוא, מען דארף וויסן און גלייבן אז דער אייבערשטער מאכט אלעס מיט א חשבון, און אפילו די זאכן וואס זעען אויס ווי נישט גוט - איז אלעס מיט א חשבון, אלעס איז נאר פאר אונזער טובה. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא", אזוי דארף זיין, "שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", עס זאל זיין קשיות אויפן אייבערשטן, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ", און עס איז שיין און גוט עס זאל זיין קשיות. "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ", ווייל אויב וואלט מען ווען פארשטאנען יעדע זאך וואס דער אייבערשטער טוט, "אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ", וואלט דאך חס ושלום געווען אונזער שכל אזוי ווי דעם אייבערשטנ'ס פארשטאנד; קומט אויס, אז מען האט קשיות ווייזט דאס אז דער אייבערשטער איז זייער זייער גרויס, און דער רבי האט אויסגעפירט, נישט מען זאל מיינען אז עס איז גוט ארום צו גיין מיט קשיות: "וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין שום קשיות אויפן אייבערשטן", ער גלייבט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה.


קומענדיגע וואך גייען מיר זוכה זיין צו עסן די הייליגע מצה. ביים עסן די מצה איז מען זוכה צו באקומען אמונה, דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בא, מא.) מצה איז אמונה, "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא", מען הייבט אן לעבן מיט א שטארקע אמונה, עס ווערט ליכטיג, מען וויל שוין מער נישט פארשטיין, מען האט מער נישט קיין קשיות און קיין שאלות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#480 - עס ווערט אזוי ליכטיג, אלע שלעכטס פאלט אוועק
אמונה, גאווה, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, ערב ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די עצה צו מבטל זיין שלעכטע מידות; גאוה וכדומה - איז צו רעדן ווי מער פון אמונה; ווי מער מען נעמט אריין דעם אייבערשטן, ווי מער מען טראכט פונעם אייבערשטן - פאלט פון זיך אליינס אוועק אלעס אנדערש.


דאס האבן מיר זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש; נאר רעדן פון אמונה, נישט זיין פארנומען מיט זיך מבטל זיין. עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי מען קען מבטל זיין די גאוה; אדער זיין פארנומען מיט די שלעכטס, אדער רעדן אזויפיל פון אמונה ביז עס ווערט אזוי ליכטיג אז אלע שלעכטס פאלט אוועק. עס שטייט ביי די מראה פון יחזקאל הנביא (יחזקאל מג, ב): "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ" – די וועלט איז ליכטיג געווארן פונעם כבוד פונעם אייבערשטן; אז מען רעדט פונעם אייבערשטן ווערט ליכטיג און עס פאלן אוועק אלע שלעכטע מידות און שלעכטע תאוות וכו'.


אויך דורכדעם וואס מען משפט זיך, מען דערציילט דעם אייבערשטן אלעס וואס מען האט געטון, און מען בעט אים ער זאל אננעמען די תשובה - דאס איז אויך מבטל די גאוה; ווייל אז מען האט די מעשים פאר די אויגן איז ווי אזוי איז שייך זיך צו גרויסן? גיי התבודדות, גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר און בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים און דיר פארגעבן אויף אלע נישט גוטע מעשים, התבודדות קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן.


היינט זאגן אלע יום כיפור קטן, אפילו די וואס זאגן נישט א גאנץ יאר זאגן אויך ערב ראש חודש ניסן, און מארגן וועלן מיר מאכן א סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט א מסיבת הכרת הטוב פאר די וואס העלפן א גאנץ יאר די מוסד אינאיינעם מיט די ליל שישי שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#479 - חזר'ן אמונה
אמונה, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


די פרשה פון פרה אדומה איז א חק אן קיין טעם, שטייט פון צדיקים אז דאס אליינס איז די טהרה, דאס גלייבן אינעם אייבערשטן און אין די תורה - דאס רייניגט דעם מענטש; "עַל יְדֵי אֱמוּנָה", מיט דעם וואס א מענטש גלייבט אינעם אייבערשטן - "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", איז דער אייבערשטער אים מוחל אויף אלע עבירות (ספר המדות אות אמונה, סימן לג).


ווי אזוי איז מען זוכה צו באקומען א שטארקע אמונה? דורכדעם וואס מען חזר'ט אמונה, מען נעמט אריין אין יעדע זאך דעם אייבערשטן; ווען זאכן גייען ווי מען וויל - ווייסט מען אז דאס איז פונעם אייבערשטן, און ווען זאכן גייען פארקערט ווי מען וויל און עס זעט אויס שלעכט - זאל מען געדענקען אז דאס איז אויך פונעם אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט זינגען מיט אידישע קינדער: "אז עס גוט - איז דאך דו, און אז עס איז חלילה פארקערט - איז דאך ווייטער דו, און אז עס איז דו - איז דאס גוט, און אז עס איז גוט - איז דאך ווייטער דו, דו, דו, דו"; על כן בעט איך דיר דו זאלסט חזר'ן אמונה, און זינג ניגוני אמונה, זינג: "ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות מבעלדיך יתברך כלל, ובכל תנועה ותנועה שום אלופו של עולם", דורכדעם וועט דער אייבערשטער דיר פארגעבן אויף אלע עבירות און דו וועסט ריין ווערן פארן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#478 - נישט לאזן נארן פון כישוף מאכערס און שטערן זעערס
אמונה, פארנארן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


עס איז מיר א וואונדער אז נאכן טועם זיין פון די אונגארישע וויין זאל מען דיך נאך קענען פארנארן, דו און דיין ווייב לאזן זיך נארן דורך א כישוף מאכער, א פרוי פון ... וואס – פאר א סכום געלט – טוט זי וואס זי טוט און זי פארנארט מענטשן; ווי קען זיין אז נאכדעם וואס דו און דיין ווייב האבן שוין טועם געווען פון רבי'ן, פון התבודדות, פון שמחה, פון אמונה; זאלן ענק זיך לאזן נארן מיט הבל הבלים...


ווי קען א נארישע פרוי דיר זאגן וואס דיין כח איז און וואס דיין ווייב'ס כח איז? דיין כח איז ... און דיין ווייב'ס כח איז ...; דער הייליגער רבי לערנט אונז אז מיר קענען גארנישט, נאר דער אייבערשטער קען; דאס איז די גרעסטע חכמה, אז מען ווייסט: "כח-מה", וואס איז דען מיין כח? די כח איז דעם אייבערשטנ'ס...


ברודער, דער הייליגער רבי האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן"; גלייב מיר, אין איין בריוו פון אשר בנחל קענסטו האבן פאר דיין לעבן מער פון די אלע כישוף מאכערס און שטערן זעערס.

#477 - פסח מישט מען זיך נישט מיט קיינעם
אמונה, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, דער עיקר זאלסטו זיך צוגעוואוינען נישט קוקן אויף אנדערע, ווייל פסח מישט מען זיך נישט מיט קיינעם, מען עסט נאר אין שטוב, אדער ביי די עלטערן, אדער ביי זיידעס.


פסח קומט אראפ אזא הייליגקייט, פסח לערנט אונז מען זאל נישט זיין פארנומען מיט אנדערע, מען זאל זוכן אין זיך גוטע נקודות, מען זאל נישט נאכמאכן אנדערע, און זיך נישט קלאפן דורך אנדערע; דורכדעם וואס מען זעט ווי אנדערע זענען מצליח, אנדערע דינען דעם אייבערשטן און מען קוקט אויף זיך זעט מען זיך אזוי ווייט.


מוהרנ"ת זאגט (לקוטי הלכות פסח ט, כב), פינקט אזוי ווי דער מענטש דארף זיך מחזק זיין נישט צו האבן קיין התפעלות פון שלעכטע מענטשן וואס מאכן חוזק פון אים ווען ער דינט דעם אייבערשטן, מען דארף זיין זייער שטארק נישט צו ווערן צעפאלן, אזוי אויך און נאך אסאך מער דארף מען זיין ביי זיך זייער שטארק נישט צו ווערן צעבראכן פון די ערליכע חברים, ווען מען זעט ווי זיי שטייגן און זענען מצליח בעבודת השם, און מען איז נאכנישט זוכה צו טון וואס זיי טוען וכו'; דאס לערנען מיר זיך פסח, מען מישט זיך נישט מיט קיינעם, מען זאל נישט צעבראכן ווערן פון אנדערע.


חיזוק קען מען נעמען פון אנדערע, מען קען זיך לערנען פון אנדערע צו זען ווי זיי שטארקן זיך מיט זייער עבודת השם, אבער נישט אויף נאכצומאכן, מען קען נישט נאכמאכן אנדערע, און עס איז נישט אינטערעסאנט נאכצומאכן אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#476 - אויסמעקן עמלק
תפילות אויף אידיש, אמונה, שבת זכור

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט די וואך שבת זכור, מיר גייען אויסמעקן עמלק, דער עיקר דארפן מיר ארויסנעמען פון אונזער הארץ – עמלק; די ספיקות און קרירות וואס עמלק ברענגט אריין, די ספיקות און בלבולים וכו'. מוהרא"ש זאגט, נאכן אויסמעקן עמלק קען מען זיין פרייליך, נאך שבת זכור קומט פורים, ווייל פרייליך קען מען נאר זיין ווען די אמונה איז גאנץ, די אמונה איז קלאר און לויטער.


די עצה פאר אמונה איז בעטן: "הייליגער באשעפער געב מיר א שטארקע אמונה, הייליגער באשעפער איך שעם זיך אזוי שטארק פון דיר אז איך האב בלבולים און ספיקות, העלף מיר, געב מיר א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו ביסט דא, דו ביסט מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, איך זאל גלייבן אז דו הערסט מיך אויס ווען איך רעד צו דיר" וכו'.


מוהרא"ש זאגט, עס איז א רחמנות אויף דעם מענטש וואס מיינט אז ער האט איינעם וואס קען אים העלפן, א רחמנות, א רחמנות; א מענטש האט קיינעם נישט בזה העולם, נאר דעם אייבערשטן. דאס ווערט נתגלה פורים, דאס האט אסתר המלכה געטון מיט די אידן, זי האט איינגעלאדנט המן מיט אחשורוש פאר א סעודה, אז די אידן זאלן זיך נישט איינרעדן און זאגן (מגילה טו:): "אחות יש לנו בבית המלך", מיר האבן א קאנדידאט אין פאלאץ וואס וועט אונז העלפן; ווייל וויי און ביטער איז אז מען פארלאזט זיך אויף א בשר ודם, מיר האבן נאר דעם אייבערשטן, און אז מען בעט, אז מען שרייט צו אים – העלפט ער, והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#475 - אלע התחלות היינט זענען פון פורים
אמונה, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס קומט שוין פורים, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עד; לקוטי הלכות ברכות הריח הלכה ד, אות כה), אלע התחלות היינט זענען פון פורים; ווייל מען קען זיך נאר באנייען אויב מען איז פרייליך, דורך שמחה קען מען אנקומען צו די העכסטע מדריגות, דערפאר האט דער הייליגער רבי אזויפיל גערעדט צו אונז פון זיין פרייליך, ווייל דאס עפנט אויף אלע היכלות, מען קומט צו די העכסטע פלעצער.


עס איז נאך דא א וואך צו פורים, לערן דורך מסכת מגילה אפילו בגירסא, עס איז גאר אנדערש די פורים און די קריאת המגילה נאכן לערנען מסכת מגילה, מען הייבט אן זען אז עס איז גארנישט דא, נישט דא קיין טבע, נישטא קיין מקרה, נישטא קיין מזל, נאר אלעס איז דער אייבערשטער, און עס איז דא נאר איין עצה, תפילה; טון וואס מרדכי הצדיק ואסתר המלכה האבן געטון, זיי האבן געשריגן צום אייבערשטן און זיי האבן אריינגעברענגט אין אידישע קינדער אז אין יעדע צרה זאל מען וויסן אז עס איז דא נאר די איין עצה פון שרייען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל העלפן.


די נס פורים איז גאר אנדערש פון אלע אנדערע ניסים; די ניסים אין מצרים, די מכות, קריאת ים סוף, אזוי אויך די ניסים ביי מתן תורה, און שפעטער ביי יהושע בן נון וואס האט אפגעשטעלט די זון, דניאל אין לייבן גרוב, חנניא מישאל ועזרי' אין קאלעך אויוון – די אלע זאכן זענען געווען ארויס פון די טבע, און עס איז געווען אין יענע צייט; אנדערש איז די נס פון פורים, וואס אלעס איז געווען אין די טבע, א לאנגע מעשה, פון אנהייב ביזן סוף, אלעס זעט אויס טבע, אחשורוש, ושתי, אסתר, און גרויס מאכן המן וכו' וכו', און אז מען קוקט זיך גוט צו זעט מען אז אלעס איז השגחתו יתברך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#474 - ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דער הייליגער רבי פלעגט שטענדיג זאגן: "העיקר שקורין זיך דערהאלטן", עס גייט אריבער שווערע ביטערע איבערגייאכץ, מען דארף זיך זייער דערהאלטן נישט צו האבן חלישות הדעת.


ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן? דורכדעם וואס מען חזר'ט אמונה, דורך ארייננעמען אין זיך אמונה, צו וויסן און גלייבן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, אלעס איז לטובה, און אפילו די זאכן וואס זעט אויס נישט גוט – איז אויך גוט, אזוי קען מען זיך דערהאלטן.


מען דארף דאס גוט ארייננעמען אין זיך, אז אלעס וואס גייט אריבער האט מען אויסגערופן אין הימל, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז:), א מענטש כאפט נישט א קלאפ אין קליינעם פינגער נאר אז מען האט דאס אויסגערופן אויבן אין הימל, און אז מען ווייס דאס און מען געדענקט דאס – קען מען זיך דערהאלטן.


אז מען האלט זיך אין רבי'ן, מען איז צוגעבינדן צום רבי'ן – קען מען זיך דערהאלטן, ווייל דער רבי לערנט אונז אמונה, דער רבי דערמאנט אונז מיר זאלן געדענקען אז אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות בלעדיך יתברך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם, דומם צומח חי מדבר, הכל לכל עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך, אשרי האדם שזוכה ללמוד ספרי רבינו, וועט ער קיינמאל נישט פאלן.

#473 - דער אייבערשטער זאל דיר געבן א גאנצע רפואה
מקוה, אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב מתפלל געווען אז די אפעראציע זאל אריבערגיין בשלום, איך בעט פאר דיר דו זאלסט ארויסגיין פון דיין צער, דו זאלסט מער נישט דארפן האבן אפעראציעס, שוין גענוג געווען, יעצט זאלסטו זיין געזונט און שטארק.


חזר אמונה, נעם אריין אין דיר אז אלעס וואס דו ביסט אריבער ביז אהער איז נאר פאר דיין טובה; אז דו וועסט ארייננעמען די וויסנשאפט אין דיר – וועסטו זוכה זיין צו שפירן מעין עולם הבא, אביסל פון די זיסע ליכטיגע לויטערע טעם וואס מען שפירט אין עולם הבא. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ד): "כשאדם יודע שכל מאורעותיו הם לטובתו", ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז פאר זיין גוטס, "זאת הבחינה היא מעין עולם הבא", דאס איז אביסל פון די טעם פון עולם הבא; וויל איך דיר בעטן זאלסט חזר'ן אמונה, ווי אזוי באקומט מען אמונה? אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים וספרי תלמידיו הקדושים וואס מאכט ליכטיג די אויגן, מען הייבט אן קוקן אנדערש אויף די וועלט.


אז דו קענסט נישט גיין אין מקוה צוליב די אפעראציע זאלסטו גיין אין א שויער יוצא צו זיין תשעה קבין, און שטארק זיך מיט התבודדות ותפילה; אפילו ווען מען ליגט אין בעט, מען קען גארנישט טון, נישט לערנען, נישט דאווענען – קען מען שאקלען די ליפן, 'עקימת שפתיים הוה מעשה', מען קען שעפשען תפילות און אויך לויב און דאנק פארן בורא עולם.


א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.

#472 - דורך זיין פרייליך מיט'ן אייבערשטן, זעט מען וואונדער
אמונה, התחזקות, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך בעט דיך זייער, האב נישט קיין תרעומות אויפן אייבערשטן, נעם אן מיט ליבשאפט אלעס וואס דער אייבערשטער טוט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "ואם קבלו באהבה", אויב מען נעמט אן מיט ליבשאפט וואס דער אייבערשטער טוט – "יראה זרע", איז מען זוכה צו גוטע קינדער, "יאריך ימים", און צו א לאנגע לעבן.


זיי פרייליך און מאך פרייליך דיין ווייב, דורך שמחה איז מען זוכה צו זען ניסים, דורך זיין פרייליך מיטן אייבערשטן זעט מען וואונדער, מען זעט אז עס איז נישט דא קיין טבה, נישטא קיין מזל, נישטא קיין פאסירונג, נאר איין זאך איז דא, דער אייבערשטער אליין; ער פירט אלעס, ער טוט אלעס און ער מאכט אלעס.

#471 - לערן דעם רבינ'ס ספרים, וועט דיר גוט זיין
אמונה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים ווערט מען אן אמת'ער ערליכער איד, מען ווערט א בעל תשובה, מען באקומט א שטארקע אמונה, א לויטערע אמונה, מען דערמאנט זיך אז עס איז דא א באשעפער וואס מאכט אלעס און טוט אלעס, דער רבי וועקט אויף פון שלאף, מען זאל אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, שמועסן מיט אים און אים בעטן אויף וואס מען דארף. ווען מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים עפנט זיך אויף די אויגן, מען הייבט אן זען אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך דארף געלט צו צאלן פאר מיין דירה, רבונו של עולם איך דארף געלט פאר מיין ווייב און קינדער".


לערן די ספרים, לערן די בריוו פון אשר בנחל און פון עצתו אמונה, און הער זיך צו צו די שיעורים, וועסטו באקומען א שטארקע אמונה, א שטארקע שכל צו לעבן רואיג און פרייליך.


לערן יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, הלכה ואגדה, אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג דעם 'יום תהלים', און והעיקר זיי משונה פרייליך.

#470 - זיך נישט קריגן צו באקומען א דזשאב
אמונה, פרנסה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב דיך נישט געוואלט וויי טון, איך האב נאר געוואלט דיך פאררעכטן אז דו זאלסט זיך נישט קריגן צו באקומען א דזשאב; ווייל א פרוטה וואס איז אנגעשריבן אז עס דארף אנקומען צו דיר – קען קיינער נישט צו נעמען פון דיר, און א פרוטה וואס דארף נישט אנקומען צו דיר, אפילו דו וועסט עס נאכלויפן – וועט עס דיר גארנישט העלפן, דו וועסט נאר ארבעטן אומזיסט ה' ירחם.


איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזער קהילה און פאר אונזערע מוסדות, נאר דאס וועט בלייבן פון די גאנצע ביזנעס; די צדקה וואס מען געבט צו בויען מוסדות.


זיי נישט באליידיגט פון מיר, איך וויל נישט דיין שלעכטס, איך וויל נאר דיין גוטס, דעריבער זאג איך דיר, קריג זיך נישט מיט קיינעם, און אז מען קריגט זיך מיט דיר – זאלסטו זיך נישט צוריק קריגן, דו זאלסט אפשווייגן אויף אלע בזיונות, נעם דאס פאר כפרת עוונות, דאס איז אונזער זאך, א מתנה פון רבי'ן, בזיונות; און אז מען שווייגט אפ, מען נעמט דאס נישט אריין אין זיך איז מען זוכה צו כתר, צו תשובה, צו די גרעסטע מדריגות.


שטארק זיך מיט אמונה, חזר אמונה, חזר זיך אז אלעס איז אייבערשטער, דומם צומח חי מדבר, אלעס איז עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך, אלעס איז נאר א לבוש, א פארשטעלאכטס, אלעס איז דער אייבערשטער, ער איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין.


ליבער ברודער, שטארק זיך מיט דאווענען און לערנען, גנב'ע ארויס אביסל צייט פאר לערנען תורה, דאס איז אונזער אייביגע עשירות, דאס ביסל תורה וואס מיר לערנען – דאס בלייבט לנצח נצחים.

#469 - דאס אנגעצויגנקייט און איינגעצויגנקייט שאדט
קינדער, שמחה, אמונה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך מיט אמונה, פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן אז איר וועט זוכה זיין צו קינדער, און חס ושלום אריינגיין אין די שלעכטע מחשבות וואס די יונגע ווייבלעך האבן נאך א קורצע צייט פון די חתונה ווען מען האט נאכנישט קיין קינדער, מען הייבט אן טראכטן די שלעכט מחשבות אז מען וועט שוין נישט האבן קיין קינדער און די מחשבות אליינס זענען די גורם וואס האלט צוריק קינדער, ווייל דאס אנגעצויגנקייט און איינגעצויגנקייט - דאס האלט אפ פון האבן קינדער, אזוי ווי די דאקטוירים אליינס זאגן, און דאס פרייליכקייט ברענגט קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער? וכו', "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב; זעט מען פון דעם אז די ווייב דארף זיין פרייליך צו קענען ברענגען קינדער.


זייט פרייליך, און זייט זיכער אז דער אייבערשטער וועט אייך העלפן איר וועט האבן א שטוב מיט קינדער. נעמט די סגולה פון דאנקען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ב) אז קאפיטל ק', די קאפיטל פון 'מזמור לתודה', איז מסוגל צו געבוירן; און אויך איז דאס מסוגל אנצוהייבן ווארטן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#468 - ממתיק זיין די דינים דורך טאנצן און פאטשן
שמחה, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיינע טייערע ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


יעצט ווען ענק גייען אריבער וכו', ענק האבן פארלוירן וכו' נאך אפאר חדשים – דארפן ענק זיך זייער שטארקן נישט צו האבן חס ושלום קשיות אויף די אמונה, ענק דארפן זיך מחזק זיין; אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, און אלעס איז זיכער לטובה, און דאס וואס מען פארשטייט נישט איז אויך א טובה, און ענק וועלן נאך זוכה זיין צו בניך כשתילי זיתים סביב לשלחניך, ענק וועלן זוכה זיין צו ברכות וישועות.


יעצט דארפן ענק זיך פארלייגן אויף שמחה, ענק דארפן מער ממתיק זיין די דינים דורך טאנצן און פאטשן, טון בתמימות ופשיטות וואס דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן יא): " כְּשֶׁיֵּשׁ , חַס וְשָׁלוֹם, דִּינִים", ווען עס איז דא דינים זאל מען טאנצן און פאטשן, און אזוי ווערט נמתק די דינים.


ענק זאלן יעדן טאג אנצינדן לעבעדיגע ניגונים און טאנצן "כי טוב ה'", "הודו לה'", "ברוך ה'", "מה אשיב לה'", און אזוי ווייטער.