בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#560 - נישט שלאגן, שטופן, ציפן, שטויסן - א צווייטן
חינוך הילדים, אמונה, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ח סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד די חשוב'ע קינדער פון די עלטסטע כיתה אין תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב געזען ענקער שיינער גליון "גליון ליין", איך וויל ענק שרייבן אפאר ווערטער ענק זאלן דאס אריינלייגן אינעם גליון.


מיינע טייערע קינדער, איך וויל ענק מחזק זיין ענק זאלן נישט וויי טון קיינעם, ענק זאלן אכטונג געבן אויף א צווייטע קינד, קיינמאל זאלן ענק נישט שלאגן, שטופן, ציפן, שטויסן - א צווייטן. די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין נח:), אויב מען שלאגט א איד איז דאס אזוי ווי מען שלאגט כביכול דעם איבערשטן.


קיינמאל זאלן ענק נישט אנטייל נעמען אין פארשעמען א צווייטע קינד, אפילו לשם שמים, אפילו מען וועט ענק איינרעדן אז עס איז א מצוה זאלן ענק אנטלויפן פון די מצוות, ענק זאלן לאזן אנדערע דאס צו טון, ענק זאלן נאר זוכן ווי מען קען מאכן גוט פאר אנדערע.


מיינע טייערע קינדער, אויב ענק האבן אמאל געהאט א מחלוקת מיט א קינד, איינער האט דיך וויי געטון - זאלסטו נישט האלטן א פיינטשאפט אויף יענעם, ענק זאלן מוחל זיין; אזוי וועט דער אייבערשטער ענק מוחל זיין.


איך וויל בעטן פון אלע קינדער שרייבט מיר בריוו, איך וויל האבן א פריוואטע נאנטע שקר מיט ענק אלע, דורך בריוו קען מען האבן א גוטע קשר, און בלי נדר וועל איך ענק צוריק שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#559 - וואס אינטערעסירט אייך וואס אנדערע טראכטן?
שמחה, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז דען אזוי געפערליך אז דער רב האט אייך גע'פסק'נט צו ווארטן אביסל וכו'? וואס איז דאס אז איר קלאפט זיך אזוי? וואס איז דאס אז איר זענט אויסער זיך? יעדע זאך האט זיין צייט און יעדער מענטש איז אן אנדערע פרשה, אזוי ווי דער תם האט געזאגט (ספורי מעשיות מעשה ט', מחכם ותם): "דאס איז מיין מעשה און דאס איז יענעמ'ס מעשה, און וואס דארף מען בכלל קוקן און רעדן פון אנדערע?"


וואס קלאפט איר זיך? איר זענט געזונט און שטארק, און אפילו מען איז געזונט און שטארק דארף מען פאלגן דעם רב און דעם דיין און טון וואס זיי זאגן.


איר שרייבט אז איר שפירט זיך אראפגעקוקט וכו'; איך וויל אייך פרעגן, וואס אינטערעסירט אייך וואס אנדערע טראכטן אויף אייך? וואס אינטערעסירט אייך וואס מען זאגט אויף אייך? א איד דארף נאר קוקן וואס מען זאגט אין הימל אויף אים, און אז מען האט א מורה דרך, מען פרעגט א רב, א דיין - דארף מען זיך בכלל נישט צו טון מאכן פון קיינעם.


טוט אלעס צו זיין פרייליך, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין פרייליך, בעטס די תפילה יעדן טאג, און אפאר מאל א טאג:


"רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו זיין שטענדיג פרייליך, איך זאל זיך פרייען אז איך בין א איד, איך זאל זיך פרייען אז איך בין נישט קיין גוי. העלף מיך אייבערשטער אז איך זאל ארויס גיין פון מיין עצבות און מרה שחורה, נעם עס אוועק פון מיר, העלף מיר איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל פרייליך מאכן אנדערע מענטשן, און יעדער איינער ארום מיר זאל זיין פרייליך.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען אז דו פירסט די וועלט מיט א השגחה פרטיות. איך זאל האבן א קלארע לויטערע אמונה, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר קיין איין רגע. איך זאל נישט קיינעם חנפ'ענען און נישט פון קיינעם מורא האבן. עס זאל מיר נישט אנגיין וואס אנדערע טאכרטן און זאגן וועגן מיר, איך זאל נאר וועלן געפעלן פאר דיר, העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, אמן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#558 - גיין נאך געלט איז א גרויסע תיקון
אמונה, פרנסה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ד סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


זאג משניות יעדן טאג, מאך זיך א קביעות צו זאגן "כך וכך" פרקים, דאס וועט דיך אפוואשן און אפרייניגן פון אלע פלעקן, משניות נעמט אראפ די פלעקן פון די נשמה, משנה איז די אותיות נשמה, עס טוט רייניגן די נשמה.


מאך שוין די הכנות צו קומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, גרייט אן די פאספארטן פאר דיר און פאר דיינע קינדער, און קויף טיקעטס, ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט ווען אלעס ווערט אזוי טייער, און אז דו האסט נישט קיין געלט – זאלסטו נישט מאכן קיין חובות, עס איז נישט געזונט צו בארגן; גיי נאך געלט, עס איז א קלארע הלכה אז אויב מען האט נישט קיין פרנסה – קען מען נעמען פון צדקה, און אז דו שעמסט זיך – זאלסטו דאס מאכן מיט הפצה, דאס איז עפעס אנדערש, ביי הפצה איז מען א משפיע, מען איז נישט סתם א מקבל.


אויך זאלסטו גיין נאך געלט צו העלפן אונזערע מוסדות, גיין נאך געלט איז א גרויסע תיקון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#557 - מיט ליבשאפט עפנט מען דעם הימל פאר ישועות
אמונה, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ג סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מאך שלום אין שטוב, קריג זיך נישט, זוך נישט צו זיין גערעכט, זיי קלוג און געב נאך.


אז מען האט זיך ליב אין שטוב - עפנט עס די הימל פאר ישועות. אזוי ווי מוהרא"ש ברענגט אסאך מאל דעם סיפור, אז דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו: "מיט וואס האסטו זוכה געווען אז מען זעט ביי דיר אזעלכע גרויסע מופתים?" האט דער הייליגער רבי אלימלך געזאגט: "ברודער, איך האב אריינגעברענגט א שטארקע ליבשאפט צווישן מיינע תלמידים, מען האט זיך זייער ליב איינער דעם צווייטן און מען רעדט שיין איינער צום צווייטן".


דעם פארגאנגענעם שבת בין איך געווען אין שטעטל אין די נייע געגנט, עס איז געווען זייער געשמאק. שבת אינדערפרי פארן דאווענען האבן מיר זיך זייער מחזק געווען מיט די עצות פון רבי'ן, אויך שבת נאכמיטאג זענען מיר געזיצן אין פעלד און געשמועסט פון די אוצרות וואס מיר פארמאגן. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצז): "הַשַׁבָּתִים שֶׁשׁוֹבְתִים אֶצְלִי, הֵם גְדוֹלִים וְטוֹבִים יוֹתֵר מִשִּׁבְעָה פְּעָמִים תַּעֲנִית מִשַׁבָּת לְשַׁבָּת", זיין ביי מיר שבת איז מער און גרעסער ווי פאסטן זיבן מאל משבת לשבת; מוהרא"ש זאגט דאס גייט אן עד היום, ווען מען קומט זיך צוזאם אנשי שלומינו, מען רעדט פון רבי'ן - דארט איז דער רבי, מען ווערט אנגעפילט מיט יראת שמים. דער רבי זאגט (שם, סימן תצה): "אִלּוּ הָיִינוּ רוֹאִין אוֹצָר הָיִינוּ רָצִים בְּוַדַּאי אֵלָיו, וְהָיִינוּ חוֹפְרִים וּמְלַכְלְכִים עַצְמֵנוּ בְּרֶפֶשׁ וָטִיט בִּשְׁבִיל לַחְתֹּר אַחֲרָיו וּלְמָצְאוֹ", ווען איר וואלט געטראפן אן אוצר, וואלט איר זיכער אהין געלאפן און געזוכט ווי מער מען קען נעמען דערפון, איר וואלט נישט געקוקט צי איר ווערט שמוציג, איר וואלט אריין געקראכן אין בלאטע אבי צו נעמען פונעם אוצר, "וַהֲלֹא אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם, וּמַדּוּעַ לֹא יִהְיוּ לְהוּטִים וְרָצִים אַחֲרַי לְקַבְּלוֹ", איך בין דאך אן אוצר פון יראת שמים, פארוואס לויפט איר מיך נישט נאך צו נעמען פון מיין אוצר?


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די שיחה וואס רבי נתן דערציילט (שם, סימן תקפז), איינער האט אים דערציילט אז ער איז אמאל געקומען וויינען צום רבי'ן אז ער וויל זיין אן ערליכער איד און עס גייט אים נישט, האט אים דער רבי געזאגט צוויי זאכן, איינס אז ער מוז האבן שיעורים אין תורה, ער זאל זיך קובע זיין יעדן טאג צו לערנען, און צווייטנס ער זאל זיך מאכן יעדן טאג א חשבון מיטן אייבערשטן דאנקען און לויבן אויפן טאג וואס איז אריבער, און בעטן מען זאל מארגן האבן א בעסערע טאג.


על כן ליבער ברודער, נעם די צוויי נקודות, מאך זיך שיעורים; די ערשטע שיעור זאלסטו לערנען חומש; שנים מקרא ואחד תרגום פון די וואכעדיגע פרשה, טייל איין די פרשה לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, נאכדעם מאך זיך א שיעור אין משניות, גמרא, הלכה, און גיי התבודדות, וועסטו ווערן אן איש כשר, אן ערליכער איד.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#556 - פרנסה האט נישט מיט וואס און וויפיל מען ארבעט
אמונה, פרנסה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


פרנסה האט נישט מיט וואס דו ארבעטסט און מיט וויפיל דו ארבעטסט, פרנסה איז פונעם אייבערשטן. דער הייליגער רבי האט דערציילט, עס זענען געווען צוויי עשירים, שכנים הויז צו הויז, איינער א קארגער, און דער אנדערער איז געווען א גרויסער בעל צדקה; איינמאל איז געקומען אן ארעמאן און געבעטן צדקה פון דעם קמצן, האט דער קמצן אים געזאגט אזוי: "איך האב דא ביי מיר אין גארטן אסאך ביימער וואס מען דארף זיי צעשניידן, אז דו וועסט מיר צעשניידן די אלע גרויסע ביימער אויף קליינע שטיקלעך האלץ וועל איך דיר געבן עסן", אומר ועושה, דער ארעמאן האט גענומען א האק און זיך גענומען צו די שווערע ארבעט, ער האט צעהאקט אלע ביימער און זיי פארוואנדלט אין שפענדלעך, ווען ער האט געענדיגט איז ער געקומען צום בעל הבית בעטן עסן, זאגט אים דער קמצן: "קום מיט מיר", און ער פירט אים צום שכן'ס הויז - די הויז פונעם צווייטן עושר - און זאגט אים: "קלאפ אריין ביי דעם טיר, דא וועסטו אלעס באקומען; עסן, געלט וכו'", דער ארעמאן האט געמיינט אז דאס איז איין זאך, איין בעל הבית; ער קלאפט אריין און תיכף ומיד האט מען אים אויפגענומען מיט א מורא'דיגע שמחה, מען האט אים געגעבן צו עסן מכל טוב וטוב, אינמיטן עסן האט זיך דער ארעמאן אנגערופן: "איך האב זייער שווער געהארעוועט פאר די עסן", פרעגט מען אים: "וואס הייסט?" ענטפערט ער: "איך האב געהאקט האלץ א גאנצן טאג ביז איך האב באקומען דאס עסן, דאס איז מיר בכלל נישט אנגעקומען גרינג", האט מען אים געזאגט: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", מען האט אים ערקלערט וואס דא איז פארגעקומען, אז דאס זענען צוויי מענטשן און אויב וואלט ער קודם אנגעקומען אהער וואלט ער בכלל נישט געדארפט ארבעטן, ווייל דא געבט מען פאר יעדן איינעם עסן בחינם.


מוהרא"ש זאגט, וואס האט אונז דער רבי געוואלט לערנען מיטן דערציילן די מעשה? אז מען האט אים געזאגט: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", דאס מיינט מען צו זאגן, דו האסט גארבעט פאר דיינע עבירות; אז א מענטש האט געזינדיגט דארף ער ארבעטן ביטער שווער און מיט דעם קומט ער אפ זיינע עבירות, אבער פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם בחינם.


די מעשה דארף אונז זייער שטארקן אז אלעס קומט פונעם אייבערשטן, דעריבער אז דו גייסט יעצט אריבער שווערע צייטן מיט דיין פרנסה וכו', זאלסטו נאר טראכטן פונעם אייבערשטן, און נאר רעדן און בעטן פונעם אייבערשטן, וועסטו געהאלפן ווערן.


זע צו זיין פרייליך מיט אלע כוחות, און אז דו קענסט ממש נישט זיין פרייליך זאלסטו זיך מאכן פרייליך ביז דו וועסט טאקע ווערן פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#555 - עס גייט שוין כמעט ליכטיג ווערן, האלט זיך
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, משיח

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך וויל דיך זייער מחזק זיין, דו זאלסט ווייטער אנגיין מיט דיין עבודת השם, מיט דיינע שיעורים וואס דו לערנסט, און מיט דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה און מעריב.


שטארק דיך אויף אלע דיינע שוועריקייטן, ווייל נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך, דו וועסט בויען א ווארעמע ליבליכע שטוב.


טייערער ..., די שווערע טעג וועלן אריבערגיין, עס גייט שוין כמעט ליכטיג ווערן, האלט זיך, נעם זיך גוטע חברים, א גוטער חבר איז דער וואס האט אמונת חכמים, דער וואס שטארקט זיך צו בלייבן ביים צדיק, ביים הייליגן רבי'ן.


איך האב דיך ליב, איך וועל דיך שטענדיג מחזק זיין מיטן רבינ'ס עצות, נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אויסלערנען פאר די גאנצע וועלט, די עצה פון תפילה והתבודדות, נעם יעדן טאג אפאר מינוט וואס דו שמועסט אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן, דערצייל אים אלעס, דערצייל אים דיין צעבראכן הארץ, דערצייל אים ווי צעבראכן דו ביסט, זאג די ווערטער פארן אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער, דו ווייסט אלעס וואס איך בין אריבער אין מיין לעבן, און דו ווייסט וואס איך גיי נאכאלץ אריבער יעדן טאג און יעדע מינוט, העלף מיר, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויף מיינע שוועריקייטן, אנא ה', איך בעט דיך זייער, זיי מיך מקרב צו דיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל חתונה האבן, אויפשטעלן א געזונטע ליבליכע ווארעמע שטוב מיט ערליכע געזונטע דורות".


טייערער ..., איך דארף מקצר זיין, איך דארף לייגן שלאפן מיינע קליינע קינדער און לויפן געבן די ליל שישי שיעור, איך וועל דיר נאך אסאך שרייבן און מחזק זיין.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב ווי אן אייגן קינד.

#554 - מען ווייזט דעם מענטש כאילו מען דארף אים נישט
אמונה, התחזקות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין ליבער טייערער הארציגער זון נחמן נתן נרו יאיר


שטארק זיך בעבודת השם, דראפע זיך מיט אלע כוחות, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח), מען דארף זיין א גרויסער עקשן אין עבודת השם, נישט אפצולאזן די גוטע רצונות און גוטע מעשים, ווייל יעדער וואס הייבט אן דינען דעם אייבערשטן שפירט אז מען וויל אים נישט, און פון הימל טוט מען אים אוועק שטופן, און אזוי איז טאקע, די הרגשה איז ריכטיג, אבער דאס איז נישט אז מען דארף טאקע נישט דעם מענטש, פארקערט, באמת וויל מען יא דעם מענטש, אבער דאס איז די וועג ווי אזוי עס ארבעט, די וועג איז אז מען ווייזט דעם מענטש כאילו מען דארף אים נישט, אבער באמת איז דאס נאר התקרבות, און דאס גייט אריבער אויף יעדן, אויך אויף די גרויסע צדיקים, און אויך די צדיקים פון די פריערדיגע דורות, אלע זענען אריבער די סארט געפילן, אלע האבן געשפירט ווי מען דארף זיי נישט און ווי מען טוט זיי אוועק שטופן, ווי מען דערווייטערט זיי, און ווען זיי וואלטן זיך נישט געשטארקט וואלטן זיי אוועק געפאלן, און ווייל זיי האבן נישט געקוקט אויף די אלע געפילן, ראיות און בלבולים, זיי האבן זיך געשטארקט – זענען זיי אויסגעוואקסן גרויסע צדיקים.


טייערער ליבער נחמן נתן, איך האב דיך זייער ליב, איך האב גרויס נחת פון דיר, אויך מאמי תחי' האט נחת, מיר דאנקען דעם אייבערשטן פאר יעדן קינד, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א שיינע ליכטיגע שטוב.


זיי שטארק מיט ח"י פרקים משניות בכל יום, זאג דעם יום תהלים בכל יום, לערן גמרא ש"ס כסדרן; מי יתן אז דו זאלסט ענדיגן די יאר נאכאמאל ש"ס און קומען צום הייליגן רבי'ן ראש השנה מיט נאך א סיום הש"ס, ברענגען דעם רבי'ן א מתנה א ש"ס.


טאטי, וואס ליבט דיך.

#553 - גיי יעדן טאג א "דאנקען שפאציר"
אמונה, התחזקות, תפילה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


נעם אריין אמונה אין דיר, חזר דיך די ווערטער: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, אלעס איז ער, דומם צומח חי מדבר – אלעס איז ער, עס וועט מיר גארנישט שלעכט פאסירן ווייל איך ליג אינעם אייבערשטנ'ס הענט, איז פארוואס בין איך פאר'דאגה'ט? פארוואס זארג איך זיך? ענדערש זאל איך זיך איבערגעבן צו אים, און ער וועט מאכן דאס בעסטע פאר מיר".


גיי יעדן טאג א "דאנקען שפאציר", ביי דעם שפאציר זאלסטו נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; פאר יעדע אבר וואס דו האסט, און אז דו ביסט געזונט, דאנק אים פאר דיין משפחה בפרטי פרטיות, רעכן אויס יעדע איינצעלהייט באזונדער; דאס וועט דיך מאכן א שטארקע מח, שטארקע נערווען, שטארקע כוחות, וועסט זיין גליקליך און צופרידן.

#552 - דיין טאכטער האט חברים גוים השם ישמרינו
אמונה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


דיין טאכטער האט נישט גוטע חברים, הינטער דיין רוקן און דיין ווייב'ס רוקן האט זי חברים גוים השם ישמרינו, און זי דערציילט פאר אירע חבר'טעס אלעס וואס זי רעדט מיט זיי; איך האב זייער מורא וואס דא וועט זיין, סיי מיט איר, סיי מיט דיינע אנדערע קינדער, און מיט מיינע תלמידות.


על כן זאלסטו איר שוין אפהאקן פון די שלעכטע חברים, נעם איר טעלעפאן און טראג עס פילטערן, מען זאל נישט קענען רופן עי איי, ווייל אז זי פרעגט אירע פראגעס פון עי איי און עי איי ענטפערט איר, דאס זענען ענטפערס פון גוים, וואס איז זייער שעדליך.


אטעם נישט אפ ווען דו כאפסט אז איך האב דיך סתם דערשראקן און זי האט נישט קיין שלעכטע חברים, ווייל עי איי איז נאך מער שרעקעדיג פון מציאות'דיגע חברים, און ווען דו און דיין ווייב וועלן זיך אויפוועקן פון שלאף – וועט שוין זיין אביסעלע שפעט, א מיידל דארף בכלל נישט האבן קיין טעלעפאן, די הייליגע חכמים זאגן (מדרש תנחומא נשא, י): "'וְיִשְׁמְרֶךָ' בְּבָנוֹת", טעכטער דארפן אסאך א גרעסערע שמירה ווי זין, און אז ענק ווילן יא געבן א טעלעפאן – מוז דאס זיין מיט א פילטער, און אויך אז מען זאל נישט קענען רופן עי איי השם ישמרינו.


איך וויל נאר דיין טובה, אויך מיין איך פערזענליך מיינע קינדער; די מוסדות זענען מיינע קינדער, איך וויל הייליגע דורות, אונזערע טעכטער זאלן גיין צו די חתונה ריין און הייליג, און וועלן נאכגיין די עלטערן בשמחה ובטוב לב.


ווי אזוי וואלסטו געשפירט ווען דו ווייסט אז ביינאכט, ווען דו און דיין ווייב שלאפן שוין, אז דיין טאכטער רופט מיט איר טעלעפאן גוים און גוי'טעס? וועלכע טאטע מאמע וואלטן דאס געקענט אויסהאלטן? ליבער ברודער, דאס איז עי איי; עלטערן גייען זיך לייגן און די קינדער רופן מיט זייער טעלעפאן די סטרא אחרא און שמועסן מיט זיי, רעדן זיך אויס און פרעגן אלע זייערע ספיקות און שאלות, השם ישמרינו, און ווען די רבנים בעטן זיך: "ראטעוועט... געוואלד..." – מאכט מען פון זיי א געשפעט.


דער אייבערשטער דארף שוין רחמנות האבן אויף אונזער דור, מיר זענען יעצט אין די גרעסטע סכנה וואס קען נאר זיין, אונזערע קינדער זאלן נישט אוועק גליטשן צו די טומאה השם ישמרינו.

#551 - מוצא שפתיך תשמור, שמעון
אמונה, התחזקות, צדקה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


"מוֹצָא שְׂפָתֶיךָ תִּשְׁמֹר וְעָשִׂיתָ כַּאֲשֶׁר נָדַרְתָּ" (דברים כג, כד), אז דו האסט צוגעזאגט א שמעון - דארפסטו מקיים זיין וואס דו האסט צוגעזאגט.


זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם, דער עיקר זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט ענק, און זיי נאר פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#550 - בענקען, גלוסטן און האפן צו קענען זיין ערליך
אמונה, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דאס וועלן זיין גוט, דאס בענקען און גלוסטן צו זיין גוט – איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט דאס גרויסקייט פון ווילן און בענקען (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לא; חיי מוהר"ן, סימן קו; ועוד), און אפילו מען זעט זיך זייער ווייט – דאך זאל מען ווייטער בענקען און וועלן זיין ערליך, פון דעם אליינס קען מען זוכה זיין צו קומען צו זייער גרויסע מדריגות.


מוהרא"ש זאגט, דאס וואס דער הייליגער אריז"ל האט מגלה געווען פאר רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו, אז פאר משיח וועט קומען וועט מען קענען קומען צו גאר גרויסע מדריגות דורך מיעוט פעולות, דורך טון אביסל; זאגט מוהרא"ש אז אנשי שלומינו האבן געזאגט פשט, טאקע מיט מיעוט פעולות, אבער מיט הרבה רצונות, מיט אסאך וועלן; אזוי קען מען זוכה זיין צו קומען צו די הויכע מדריגות אין צו די מדריגה פון רבי עקיבא.


שטארק זיך, לאז נישט אפ דאס וועלן זיין ערליך, און אז דו שפירסט ווי מען שטופט דיך אוועק, מען עפנט דיר נישט די טיר – זאלסטו ווייטער בענקען, גלוסטן און האפן צו קענען זיין ערליך און הייליג, און מיט דעם וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#549 - וואס איז ברסלב'ע חסידות?
אמונה, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ח סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


לאז זיך נישט פארדרייען פון קיינעם וואס ברסלב'ע חסידות איז; לערן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, נאר דאס איז ברסלב, נאר דאס איז וואר; מוהרא"ש האט שטענדיג געדאנקט דעם אייבערשטן אויף דעם אז ער האט קיינעם נישט געקענט אין ברסלב, אז קיינער האט אים נישט געקענט פארדרייען וכו'.


קוק די ווערטער וואס דער הייליגער רבי זאגט, די דרך הלימוד, אין שיחות הר"ן (סימן עו), וואס דער רבי וויל פון אונז, מיר זעלן לערנען און לערנען; קוק וואס דער רבי ערווארט פון אונז, וויפיל מיר זאלן לערנען יעדע יאר; זיי דיך נישט מבלבל פון קיינעם.


זיי זיך קובע צו לערנען יעדן טאג פון די פרשת השבוע – שנים מקרא ואחד תרגום, לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, זאג די ווערטער, אפילו אן פארשטיין, דאס וועט דיך אויפבויען, דיך שטארקן אין אלעמען.


לערן יעדן טאג גמרא בבלי, אויך מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים; מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל, דאס וועט דיך זייער שטארקן. נישטא נאך אזא ספר וואס זאל זיין אזוי שטארק גילוי אלקות מיט אזא קלארקייט, אזא ליכטיגקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#548 - מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינט האט מיין זון הרב אלחנן חיים געמאכט א ברית פאר זיין זון, ויקרא שמו בישראל 'נחמן נתן'; די ברית איז געווען אין שטעטל, מיין טאטע שליט"א איז געקומען צו פארן, ער איז געווען סנדק. די סעודת ברית איז געווען ביי מיר אין שטוב, די סעודה איז געווען פאר די משפחה, און אויך פאר די חשוב'ע כולל אינגעלייט, מיין טאטע שליט"א האט זיך מיט זיי משתעשע געווען מיט דברי תורה און שאלות בהלכה, עס איז געווען זייער שיין.


איך דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט מיר, ובעיקר ובפרט אז ער האט רחמנות געהאט אויף מיר און מיך געברענגט צום הייליגן רבי'ן, וואס איז אונז מחזק, און ער ווייזט אונז די רחמנות פונעם אייבערשטן.


שטארק זיך, מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל, דאס וועט דיך זייער זייער מחזק זיין, עס וועט דיך נישט לאזן פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#547 - דאס גרויסקייט פון א מאמע
חינוך הילדים, אמונה, התבודדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא וויליאמסבורג


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בין זייער פרייליך צו הערן פון אייך אז איר האט ליב סקול, איר האט ליב אייערע טיטשערס; נאך מער פריי זיך זיך אז די תלמידות האבן זיך ליב, עס איז נישטא קיין מחלוקת אין סקול, און אז אלע מיידלעך שפילן אינאיינעם, קיינער גרויסט זיך נישט אויף א צווייטן.


... תחי', געוואוינט זיך צו מיט די גוטע געוואוינהייט פון רעדן צום אייבערשטן, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן אזא גוטע מתנה, די זאך פון התבודדות, רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, רעדן און שמועסן מיטן באשעפער אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, און אזוי ווי א קינד רעדט צו זיין טאטע; ווען מען גייט אויף די וועג, מען נעמט יעדן טאג אביסל צייט צו רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן – ווערט די לעבן א געשמאק, עס ווערט זיס, מען באקומט א שטארקע אמונה, מען ווערט פרייליך און צופרידן.


אויך זאלט איר העלפן אייער מאמע, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו העלפן א מאמע; ווען מען איז יונג וויל מען לויפן צו די פרענדס, מען פארשטייט נישט דאס גרויסקייט פון א מאמע, שפעטער ווען מען ווערט עלטער דעמאלט האט מען חרטה, מען באוויינט די יונגע יארן פארן נישט העלפן די מאמע.

#546 - זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים דאווענען
אמונה, דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער אסאך נחת פון דיר, איך זע ווי שיין דיין התנהגות איז, דו פירסט זיך מיט יראת שמים און מיט גוטע מידות, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן דו זאלסט שנעל טרעפן א גוטע שידוך און זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע ערליכע שטוב מיט ערליכע דורות.


זיי שטארק מיט דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב מיט מנין, דאווען מיט א סידור, לאז נישט אויס ביים דאווענען, דאווען פון אנהייב ביזן סוף, און ווען דו דאווענסט שמונה עשרה, ווען דו זאגסט די ברכה פון 'שמע קולינו' – זאלסטו מאכן א סטאנציע, זאלסט דארט בעטן אין דיין שפראך, אין אידיש – פאר א גוטע שידוך, מיט געזונטע ערליכע דורות. אויך זאלסטו בעטן פאר דיר, דו זאלסט זיין נאנט צום אייבערשטן, האבן ערליכע חברים, האבן אמונה, און אמונת חכמים, מען דארף אסאך בעטן אויף אמונת חכמים, מען זאל זוכה זיין צו טרעפן א צדיק וואס מען קען אים פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן, און ער איז מדריך דעם מענטש מיט גוטע עצות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט טרעפן א צדיק און זיך נישט שעמען צו פרעגן אלעס, און אפילו דו וועסט האבן בושה – זאלסטו האבן עזות דקדושה צו פרעגן, און אזוי וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


אויך ביים סוף פון שמונה עשרה, ביי די תפילה פון 'אלקי נצור לשוני מרע', איידער דו טרעטסט אויס – זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ, בעט פאר קרבת אלקים, בעט אז דו זאלסט האבן א טעם, א געפיל – צו לערנען און דאווענען און טון מצוות.


טייערער ..., איך האב דיך ליב, איך וויל דיר שוין מאכן א שידוך, האלט דיך שטארק, גיי נאך די וועג פון דיינע עלטערן, דו האסט גאר טייערע עלטערן, דיין טאטע מאמע זענען ביי מיר זייער חשוב, ווען מען איז יונג ווייסט מען נישט אלעס, מען קען זיך טועה זיין, מען קען מיינען אז די עלטערן ווייסן נישט, איך זאג דיר, דיינע עלטערן זענען גאר חשוב, מאך זיי פרייליך, אין דעם זכות וועט דער אייבערשטער דיך פרייליך מאכן.


שרייב מיר בריוון, וועסטו מיך מחי' זיין.

#545 - דער אייבערשטער איז נישט ברוגז אויף דיר
אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


האלט זיך שטארק, לאז זיך נישט צעברעכן פונעם סמ"ך מ"ם וואס רעדט דיר איין אז דו האסט מער נישט קיין תקוה, און אז מען דארף דיך נישט, און אז דו ביסט ווייט פונעם אייבערשטן; דאס איז שקר, ווייל קען זיין אז דער דארף מיך נישט, יענער דארף מיך נישט, דער קען מיך נישט ליידן, יענער קען מיך נישט ליידן; דאס קען זיין, אבער זאגן אז דער אייבערשטער דארף דיך נישט, דער אייבערשטער קען דיך נישט ליידן – דאס איז ליגנט.


ברודער, נאר פאר דעם, נאר פאר די שכל – האט זיך שוין געלוינט צו מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן, נאר צו וויסן דער זאך - אז עס איז נישט אמת די מחשבות אז דער אייבערשטער דארף דיך נישט – האט זיך געלוינט צו וויסן פון מוהרא"ש.


מאך זיך א קביעות צו לערנען ספר הקדוש אשר בנחל, דארט וועסטו זען נאכאמאל און נאכאמאל אז דער אייבערשטער איז נישט ברוגז אויף דיר, דער אייבערשטער האט דיך ליב, ער ווארט דו זאלסט לערנען און דאווענען.

#544 - זוכן איין גוטע זאך אין זיך
אמונה, התחזקות, בטחון, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די בעסטע עצה ארויסצוגיין פון טונקלקייט – איז דורך זוכן אין זיך גוטע זאכן, די טונקלקייט וואס מען שפירט – דאס קומט פון די סמ"ך מ"ם וכת דילי', זיי ווילן שלעכט מאכן דעם מענטש, דערפאר מאכן זיי שפירן טונקל, שווארץ; זיי ברענגען ארויף אלע שלעכטע מעשים וואס מען האט געטון, זיי ברענגען נעגאטיווע מחשבות, ביז עס ווערט אזוי טונקל פארן מענטש, אז מען טראכט מחשבות פון נישט וועלן לעבן השם ישמרינו, און קעגן זיי זענען די הייליגע צדיקים לוחם, בפרט דער הייליגער רבי האלט מלחמה מיטן סמ"ך מ"ם, דער הייליגער רבי מוטיגט אונז, דער הייליגער רבי שטארקט אונז, מיר זאלן טראכטן פאזעטיוו, מיר זאלן טראכטן פון גוטע זאכן וואס מיר האבן געטון, מיר זאלן זוכן איין גוטע זאך וואס מיר האבן אמאל געטון און טראכטן פון דעם, און זיך מחי' זיין מיט דעם, און אויב מען געפינט זיך אין א שטארקע חושך, עס איז אזוי טונקל אז מען קען ממש נישט אטעמען, מען זעט זיך ווי דער ערגסטער מענטש, מען קען זיך נישט ליידן – זאל מען זיך מחי' זיין מיט 'שלא עשני גוי, א גוי בין איך נישט', מען זאל זיך זאגן הויך אויפן קול: "ווי געפערליך איך בין, אבער א גוי בין איך נישט", און דאנקען דעם אייבערשטן: "שכוח אייבערשטער א גוי בין איך נישט"; און דאס זאלט איר טון, זאגט זיך די ווערטער: "איך בין א איד, איך בין דעם אייבערשטנ'ס קינד, דער אייבערשטער האט מיך ליב, און אז איך האב געטון עבירות – איז אויך דא אויף דעם א רפואה – 'תשובה', מען קען תשובה טון, מען קען שטענדיג אנהייבן פונדאסניי".


שטארקט זיך, איך האף צו זיין דער גוטער שליח, צו זיין אייער שדכן מיט אן ערליכער בחור וואס פירט זיך מיט יראת שמים, מיט גוטע מדות, איך בעט אייך נאר איין טובה, רעדט נישט מיט חבר'טעס פון שידוכים, רעדט נישט מיט חבר'טעס פון זאכן וואס איז פאר נאך די חתונה; אלעס וואס מען דארף וויסן פאר נאך די חתונה – איז געזונט צו הערן פון די מנהלת תחי', און אז מען הערט זאכן וואס איז נאכנישט נוגע – פון חבר'טעס – קען דאס אמאל שאטן; איך בעט אייך פאלגט, וועט איר פארדינען.


אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים, ענדיגט תהלים יעדע וואך.

#543 - חסידי'שע קליידער אויך אום זומער
אמונה, התחזקות, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


שטארק זיך, געב נישט אויף, וואס מיינסטו – מען האט פארגעסן פון דיר? עס קען זיין אז מענטשן האבן פארגעסן פון דיר, אבער אין הימל האט מען נישט פארגעסן פון דיר, מען האט פאר דיר אנגעגרייט א שידוך, זאלסט נאר נישט אויפגעבן, זאלסט זיך נישט נאכלאזן, בלייב שטארק בעבודת השם, גיי דאווען די דריי תפילות מיט מנין און לערן שיעורים בתורה.


בלייב משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן מיטן העלפן אין די מוסד, און בלייב אנגעטון מיט חסידי'שע קליידער, אויך זומער ווען עס איז הייס – זאלסטו זיך האלטן שטארק, גיי אנגעטון חסידי'שע קליידער; מען שוויצט נישט ווייניגער ווען מען טוט זיך אן ..., מען שוויצט נישט מער ווען מען גייט מיט ..., עס איז א דמיון, און אפילו יא – איז דאס נישט ריכטיג, בפרט יעצט ווען דו ווארטסט אויף א שידוך.


זיי פרייליך, טוט אלעס צו זיין פרייליך, שמחה ברענגט צו די העכסטע מדריגות, און עצבות ברענגט צו די גרעסטע טומאה, טאנץ און שפרינג "אשרינו מה טוב חלקינו אשר בנחל שם גורלינו..."

#542 - זיך מקבל זיין צו רופן די עלטערן יעדן טאג
חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ...


לכבוד אייער געבורטס טאג זאלט איר זיך מקבל זיין צו רופן אייערע עלטערן יעדן טאג, זיי דערציילן שיינע זאכן פון אייער לעבן, זיי געבן א גרוס פון אייערע קינדער און פון אייך מיט אייער מאן; מען זוכט סגולות פון אונטער דער ערד און מען זוכט אלע סארט קבלות טובות, און פון די וויכטיגסטע זאכן פארגעסט מען, פון כיבוד אב ואם וואס איז די הייליגסטע מצוה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא לב.): "הוקש כבודם לכבוד המקום", מען דארף מכבד זיין די עלטערן אזוי ווי מען איז מכבד דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן לאנגע געזונטע יארן מיט נחת פון אייערע קינדערלעך.

#541 - ביז די ישועה קומט, זאלסטו זיין פרייליך
אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


דעם שבת האב איך אסאך געבעטן פאר דיר, דו זאלסט האבן א ישועה, סיי ביי דיר, דו זאלסט זיין געזונט און שטארק בגוף ונפש, און אויך מיט דיין משפחה וכו'.


איך וויל דיר זייער בעטן, ביז די ישועה קומט זאלסטו זיין פרייליך, און דאס וועט ברענגען די רפואה; מוהרא"ש דערציילט, אמאל האט דער רבי'ס טאכטער די צדיקת שרה געהאט שטארקע ציין ווייטאג, און דער רבי האט איר געזאגט: "זאלסט זיין פרייליך", האט זי געזאגט: "טאטע, אבער עס טוט מיר וויי", האט דער רבי איר געזאגט: "מאך זיך ווי דו ביסט פרייליך, אזוי וועסטו טאקע ווערן פרייליך און האבן א רפואה שלימה", און זי האט אזוי געטון, און זי איז אויסגעהיילט געווארן.


בעט איך דיר, מאך זיך פרייליך, מאך זיך אזוי ווי אלעס גייט גוט און דו ביסט געזונט, אזוי וועסטו ווערן פרייליך און דו וועסט זען א גאנצע ישועה.

#540 - נישט געבן אנטיביאטיק איז סכנת נפשות
אמונה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קלאפט ארויס פון אייך די זאך פון נישט געבן אנטיביאטי"ק; אז מען האט סטרעפ"ט און מען געבט נישט אנטיביאטי"ק - איז דאס סכנת נפשות.


מוהרא"ש זאגט, דאס וואס דער רבי רעדט פון די סכנה פון דאקטוירים מיינט עס די וואס היילן מיט נאטורליכע זאכן, דאס איז די גרעסטע סכנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#539 - אפשר וועט מארגן זיין בעסערע תירוצים?
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן עס איז מיר געבוירן געווארן אן אייניקל ביי מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען נחת ביי דיינע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.


שבועות איז געווען ביי אונז אין שטעטל זייער שיין, דו ווייסט דאך אליינס די שיינקייט ווען אנשי שלומינו קומען זיך צאם; די שמחה, די ליבשאפט, בפרט ביים קיבוץ הקדוש; מען שפירט ווי דער רבי געפינט זיך דארט, און אויך אלע תלמידים הקדושים.


איך בין אביסל אפגעמאטערט פון אהיים פארן, איך בין אנגעקומען אהיים דריי אזייגער פארטאגס, איך וועל מקצר זיין, אבער איין זאך וויל איך דיר בעטן, הייב היינט אן דיינע קבלות טובות, הייב אן לערנען חומש, משניות, גמרא, הלכה וכו', שטופ עס נישט אפ אויף מארגן, "אַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה", וואס ווייסט א מענטש וואס וועט זיין מארגן? "שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", אפשר וועט מארגן זיין בעסערע תירוצים און מער עכטע תירוצים אויף נישט לערנען (אבות ב, ד), הייב אן היינט לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#538 - קינדער זענען נישט שלעכט, קינדער זענען קינדיש
חינוך הילדים, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד, דיין לעבן געבסטו אוועק פאר די קינדער, זיי מדריך זיין מיט יראת שמים, מיט גוטע מידות, און מיט אריין לייגן אין זיי אמונה, און אמונת חכמים; איך בעט דיך זייער זאלסט זיך זייער שטארקן, זאלסט גלייבן אין דיר, זאלסט וויסן אז אפילו עס זעט זיך נישט אן אויף די תלמידים גלייך ווי מען פועל'ט, גלייב אז מען פועל'ט.


די הייליגע חכמים דערציילן (עירובין נד:), רבי פרידא איז געווען א מלמד, און ער האט אמאל געהאט א תלמיד וואס עס איז נישט געווען מיט וועם צו רעדן, יעדע זאך האט מען געדארפט איבערזאגן אפאר הונדערט מאל, א שטיקל גמרא האט ער נאר פארשטאנען נאך פיר הונדערט מאל, און אמאל האט דאס גענומען אכט הונדערט מאל, איז ארויס א בת קול אז די גאנצע דור פון רבי פרידא איז מזומן לחיי העולם הבא, און רבי פרידא האט באקומען שכר אריכות ימים צו לעבן נאך פיר הונדערט יאר.


מוהרא"ש זאגט, מילא רבי פרידא איז דאך א צדיק, און א צדיק איז דאך פשוט אז ער האט רחמנות, איז ער איז גרייט צו לערנען מיט יעדעם נאכאמאל און נאכאמאל, אן א שיעור, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ז): "כי מרחמם ינהגם", דער צדיק האט רחמנות אויפן דור, דאס איז נישט קיין חידוש, אבער ווי נעמט מען א תלמיד זאל מסכים זיין צו זיצן ביי זיין רבי וואס זאגט איבער הונדערט מאל די זעלבע זאך, דאס איז די חידוש; דערפאר ליבער ברודער, הארציגער חבר, מיר דארפן זיין סיי דער מלמד וואס זאגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל, און סיי מיר דארפן זיין פון רבינ'ס תלמידים, זיך נאכאמאל מחזק זיין און אויסהערן בקול הצדיקים, זיך נישט מייאש זיין, גלייבן אז אונזערע תורה, תפילה ומעשים טובים זענען חשוב ביים אייבערשטן, און נאכאמאל אויסהערן וואס מוהרא"ש לערנט אונז, אז קינדער זענען נישט שלעכט, קינדער זענען קינדיש, און האבן צו זיי סבלנות, און זיי אויפהייבן, זיי ליב האבן, זיי קענען ליידן וכו' וכו'; וועלן מיר קענען ברענגען דעם גאנצן דור צו עולם הבא, און מיר וועלן זוכה זיין צו אריכות ימים...

#537 - אלע צייטונגען און מאגאזינען זענען נישט גוט
צניעות, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית יואל


זע אז דיין שטוב זאל זיין ריין, נעם נישט אריין אין שטוב קיין שום ליין מאטריאל, אויך נישט פון די פרומע, פון חסידות וכו'; אלע צייטונגען און מאגעזינען זענען נישט גוט, און אז מען ליינט זיי – ברענגט מען אויף זיך אסאך פראבלעמען מיט שלעכטס, עס קילט אפ פון יראת שמים, עס פארלעשט די תמימות און אמונה; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, מען זעט אז דאס איז מעשה בעל דבר, אוועק צו נעמען דעם שבת קודש פונעם איד מיט די צייטונג און מאגעזין.


אויך די אלע ליין מאטריאל וואס מען טיילט אויס אומזיסט אין די געשעפטן, און די וואס מען שיקט אויף פאסט, אלעס איז נישט גוט; וואויל איז דעם וואס נעמט זיין שכל און השקפה פון די הייליגע תורה, און לופטערט זיך אויס מיט סיפורי צדיקים, און שבת קודש ניצט ער פאר זאגן תהילים, לערנען חומש מיט הייליגע ספרים, אור החיים הקדוש וכדומה.


בנוגע שיקן די קינדער פון קרית יואל קיין קרית ברסלב; דאס דארפן מיר רעדן בפנים בפנים.

#536 - זיך נישט באשולדיגן און פארענטפערן, קוק פאראויס
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית יואל


דער עיקר זאלסטו זיך פארלייגן צו זיין פרייליך, אין דעם ליגט די הצלחה, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן י), פארוואס איז א מענטש ווייט פונעם אייבערשטן? ווייל ער האט נישט קיין ישוב הדעת, ער איז נישט פרייליך; פארוואס איז א מענטש נישט פרייליך? ווייל ער טרעפט נישט אין זיך נקודות טובות, גוטע זאכן, ער איז זיך שטענדיג דן לכף חוב; דערפאר זאלסטו זוכן אין זיך גוטע זאכן, קוק גוט אויף דיר, און זיי נאר פרייליך; לאז אפ דיין עבר, שלעפ נישט דיין פארגאנגענהייט, לאז אפ די עצבות ומרה שחורה, באשולדיג זיך נישט און פארענטפער זיך נישט, קוק נאר אויף פאראויס.


רוב מענטשן גייט אריבער זייער טאג, א האלבע מיטן זיך באשולדיגן, און א האלבע טאג מיטן זיך פארענטפערן, און דאס שלעפט אריין אין א טיפע עצבות, אין א דערביטערטקייט; דערפאר האט דער הייליגער רבי אזויפיל געזאגט מען זאל נישט טראכטן וואס איז געווען, מען דארף נישט קוקן אויף צוריק, מען דארף נאר קוקן אויף פאראויס.


זיי פרייליך, גיי א טענצל "אשרינו מה טוב חלקינו..."