בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#12 - האלט א סדר ווייטער אזוי ווי ווען דו ביסט געווען חתונה געהאט
שידוכים, לימוד התורה, סדר היום, זיווג שני, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו האסט א גרויסער נס אז דו האסט זיך גע'גט; יעצט זאל דער אייבערשטער דיר געבן אן ערליכע געזונטע שידוך, דו זאלסט קענען אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן, זאלסט זיך נישט נאכלאזן; דריי זיך נישט ביינאכט אין גאס, האלט א סדר אזוי ווי דו ביסט חתונה געהאט, לייג זיך צייטליך און שטיי אויף אין צייט. זיי זיך קובע א צייט אינדערפרי צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מאך זיך א שיעור אין חומש רש"י, לערן יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, אויך זאלסטו לערנען אפאר פרקים משניות יעדן טאג, אז דו פארשטייסט נישט די משניות - זאלסטו זאגן די ווערטער, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, שם): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד", מען דארף נישט מער פון זאגן די ווערטער; ווען מען זאגט די ווערטער פון די הייליגע תורה - ווערט מען נאנט צום אייבערשטן.


איך האף צום אייבערשטן אז עס וועט נישט נעמען לאנג ביז דו וועסט טרעפן א געזונטע ערליכע שידוך.

#11 - געב אכטונג דיינע קינדער זאלן בלייבן ערליכע אידן
קינדער, כיבוד אב ואם, שידוכים, מאוויס, בית דין, זיווג שני, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע די מוסד וכו'; זאלסט פארלאנגען ביים בית דין אז דיינע קינדער זאלן גיין אין ערליכע מוסדות, זי זאל נישט לייגן די קינדער אין נישט פרומע מוסדות.


צווייטנס, זאלסט זען צו האבן די קינדער ביי דיר וואס מער; סתם אזוי ווען מען צעטיילט זיך השם ירחם גייען די קינדער צו די מאמע, אבער אז די מאמע וויל אוועק נעמען די קינדער פון די אידישע וועג - זאלסטו פרובירן מיט דיינע לויערס אויף אלע וועגן אז די קינדער זאלן זיין וואס מער ביי דיר.


בנוגע אויב דו מעגסט ווייזן פאר דיינע קינדער ווידיאוס פון שיעורים פון התחזקות; בדרך כלל איז נישט גוט צו ווייזן פאר קינדער קיין שום ווידיאו, אפילו פון גוטע זאכן; אבער ביי דיר איז א יוצא מן הכלל, אין דיין פאל ווען די מאמע ווייזט זיי נישט גוטע זאכן השם ירחם - זאלסטו זיי יא ווייזן שיעורי תורה, שיעורי חיזוק.


בנוגע וואס דו זאלסט זיי ענטפערן ווען די קינדער פרעגן דיר: "טאטי, פארוואס פירסטו זיך איין וועג און מאמי פירט זיך אן אנדערע וועג?" זאלסטו זיי זאגן: "מען דארף בעטן דעם אייבערשטן אז אלע אידן זאלן תשובה טון, אלע אידן זאלן גיין אין די וועג פון די תורה"; רעד נישט צו זיי קעגן זייער מאמע דירעקט, נאר: "מען דארף מתפלל זיין אז מאמי זאל תשובה טון".


בנוגע אויף וואס דו זאלסט קוקן ביי א שידוך, אויף וואס דו זאלסט זיך שטעלן, וואס קען מען פארקוקן וכו'; דאס איז נישט נוגע יעצט, כל זמן דו ביסט נאך חתונה געהאט איז נישטא אזא זאך רעדן פון א שידוך, נאך די גט וועט מען רעדן.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, אויף דיינע קינדער און אויף אלע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - זיך גט'ן איז נישט די עצה, אבער כאפן שלעק איז אויך נישט קיין עצה
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, גט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך זאג טאקע שטענדיג פאר די אינגעלייט און די ווייבלעך: "זיך גט'ן איז נישט די עצה", אבער ליידן פון די מאן, כאפן שלעק פון די מאן - איז אויך נישט קיין עצה.


אויב איז דאס וואר וואס איר שרייבט, אז אייער מאן שלאגט אייך, ער צווינגט אייך וכו', - זאלט איר אים זאגן בפה מלא אז איר גייט אוועק גיין פון אים.


ווייזט אים דער בריוו; נישטא וואס מורא צו האבן. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א סגולה געראטעוועט צו ווערן פון רשעים, שלא לפחוד", זיי ווייזן אז מען האט נישט מורא; ווען זיי זעען אז מען האט נישט מורא - דעמאלט קענען זיי גארנישט טון.


איך האב לעצטנס געהערט אז ער פלעגט דאס אויך טון צו זיין מאמע; ער פלעגט איר שלאגן, ער פלעגט איר אראפווארפן אויף דער ערד.


נאכאמאל, זיך גט'ן איז נישט די עצה, אבער כאפן שלעק איז אויך נישט קיין עצה.


אויב עס העלפט נישט זאלט איר רופן די פאליציי.

#9 - זיך גט'ן איז נישט קיין עצה, אבער ליידן איז דען יא אן עצה?
שלום בית, הפצה, זיכוי הרבים, ספיקות, מוהרא"ש, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב נעכטן באקומען רשות אריין צו קומען קיין ארץ ישראל; איך ווארט שוין זייער לאנג, שוין איבער א יאר, פון פאריאר ווינטער, וואס איך בענק זיך זייער שטארק צו ארץ ישראל, צו די צדיקים, בפרט צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איך האב זאכן וואס זענען מיר נישט קלאר, וואס איך דארף דורכשמועסן מיט מוהרא"ש. איך בין נישט קלאר, פון איין זייט איז מוהרא"ש געווען זייער שארף קעגן גט'ן, מוהרא"ש האט נישט אויפגעהערט רעדן און שרייבן אז זיך גט'ן איז נישט קיין עצה, אבער ליידן איז דען יא אן עצה?! א פרוי וואס דער מאן שלאגט און טשעפעט - דארף בלייבן ליידן ווייל זי איז אין היכל הקודש וואס מען רעדט אזויפיל קעגן דעם?! איך בין נישט קלאר, איך האף אז איך וועל אהיימקומען מיט א תשובה. איך וועל זיך מתבודד זיין ביים ציון פון מוהרא"ש צו וויסן ווי אזוי מדריך זיין אין אזעלכע פעלער.


א גרוס פון דיינע איידעמער, אלע זענען זיי חשוב'ע אינגעלייט; אויך דיין חתן איז אן ערליכער און א בא'טעמ'טער.


גיי אן מיט דיין הייליגע ארבעט, זיי מחזק אידישע קינדער; סיי מיט דיינע תלמידים, די קליינע קינדער און סיי אין בית המדרש מיט בחורים און אינגעלייט.


דער הייליגער צדיק רבי יוסף יצחק פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "די תורה איז אזוי הייליג, אזוי הויך, ווי קען זיין די ערשטע זאך אין די תורה, די אנהייב - הייבט זיך אן מיט פרי' ורבי'? נאר דאס זאגט די תורה, ביסט א איד? מאך נאך א איד!"


 

#8 - שלום בית איז א שותפות, קיינער קען נישט ליידן פונעם צווייטן
שלום בית, רפואה, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי קדושים, ח' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


איך ווייס נישט וועגן דעם, איך האב נישט געהערט פון די עצה; דאס דארף מען פרעגן דעם דאקטער, אויב דאס איז נישט קיין סכנה און אויב דאס העלפט.


איך האב דיר יעצט געוואלט שרייבן א בריוו אז איך בין זייער פארשעמט צו הערן אז דו טוסט וויי דיין ווייב; איך בין געווען דיין שדכן, איך קען דיר פאר איינעם וואס טוט נישט וויי, נאר פאר דעם האב איך געמאכט די שידוך, יעצט הער איך אז דו טשעפעסט דיין ווייב, זי שרייבט מיר די ווערטער: "נעכטן האט ער זייער געשריגן אויף מיר, אז ער גייט מיר צערייסן און אז איך מאך אים נמאס דאס לעבן און אז איך בין גארנישט ווערד, און אז איך פיר זיך נישט ווי א פרוי נאר ווי א ... פון גאס, און ער גייט זיך גט'ן פון מיר, און איך זאל וויסן אז דאס גייט זיין די סוף, אז ער גייט מיר געבן א גט, און קיינער גייט נישט וועלן חתונה האבן מיט מיר. ער האט מיר אראפגעלייגט אויפ'ן ערד און ער זאגט אז איך דארף דאנקען די קינד ווייל ווען נישט מיר האבן א קינד וואלט שוין לאנג געווען א גט, איך האב זיך זייער דערשראקן און איך האב נישט געקענט רעדן פון גרויס שרעק, און איך האב זיך גענומען וויינען זייער שטיל, וועגן איך האב מורא געהאט אויב איך גיי וויינען הויך גייט ער מיר שלאגן".


איך בין זייער נייגעריג אויב דאס איז טאקע אזוי ווי זי שרייבט, אדער די מעשה האט א צווייטע חלק; ביטע שרייב מיר אויב דאס איז אזוי, אז דו זאגסט איר דו גייסט זיך גט'ן; אויב איז דאס אמת דארפסטו נישט סטראשען, איך וועל דיר העלפן דו זאלסט זיך גט'ן כדי זי זאל נישט ווערן געשעדיגט.


דיין ווייב האט מיר געבעטן איך זאל נישט דערציילן אז זי האט דערציילט, דאס שמעקט זייער נישט גוט; אדער איז די מעשה נישט אמת, אדער איז דאס יא אמת נאר זי לעבט אין א פחד פון דיר. ביי מיר איז נישטא אונטערן טיש; מוהרא"ש האט מיר געלערנט ווי אזוי צו מאכן שלום בית, קיינער קען נישט ליידן פונעם צווייטן, שלום בית איז א שותפות, מען לעבט אינאיינעם מיט ליבשאפט, נישט ווי קנעכט און דינסט.


איך ווארט דו זאלסט מיר שרייבן.

#7 - מ'טאר זיך נישט לאזן פייניגן
שלום בית, בין אדם לחבירו, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי קדושים, ח' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך שעם זיך זייער, ווייל איך בין געווען שדכן; איך האב נישט גע'חלומ'ט אין מיין וויסטן חלום אז אייער מאן וועט אזוי רעדן צו אייך, ער וועט אייך סטראשען מיט א גט, ער וועט רעדן צו אייך מיאוס'ע ווערטער; איך ווייס אייך נישט וואס צו זאגן, איך האב גרויס צער.


איך גיי רעדן צו אים, איך וועל זען אויב איז די מעשה טאקע אזוי ווי איר שרייבט, אז ער שלאגט און ער טשעפעט אייך מיט מיאוס'ע ווערטער. אויב איז דאס אזוי, ווייס איך אייך נישט וואס צו זאגן; איך וואלט נישט געזאגט מיין טאכטער זאל בלייבן וואוינען מיט א מאן וואס שלאגט אדער סטראשעט מיט מיאוס'ע ווערטער.


איין זאך פארשטיי איך נישט פון די בריוו, אויב איז טאקע אזוי ווי איר שרייבט, ער שלאגט, ער שרייט די מיאוס'ע ווערטער און ווארפט א פחד אויף אייך, פארוואס שרייבט איר מיר אז איך זאל אים נישט זאגן אז איר האט געשריבן? דאס גייט מיר נישט אריין אין קאפ, פארוואס זאלט איר נישט מעגן דערציילן אז איר ליידט? פארוואס זאלט איר נישט מעגן זוכן הצלה זיך צו ראטעווען? וואס איז די סוד?! אויב איז טאקע וואר די ווערטער וואס איר שרייבט; איך ברענג אייך די ווערטער וואס איר שרייבט:


"נעכטן האט ער זייער געשריגן אויף מיר, אז ער גייט מיר צערייסן און אז איך מאך אים נמאס דאס לעבן און אז איך בין גארנישט ווערד, און אז איך פיר זיך נישט ווי א פרוי נאר ווי א ... פון גאס, און ער גייט זיך גט'ן פון מיר, און איך זאל וויסן אז דאס גייט זיין די סוף, אז ער גייט מיר געבן א גט, און קיינער גייט נישט וועלן חתונה האבן מיט מיר. ער האט מיר אראפגעלייגט אויפ'ן ערד און ער זאגט אז איך דארף דאנקען די קינד ווייל ווען נישט מיר האבן א קינד וואלט שוין לאנג געווען א גט, איך האב זיך זייער דערשראקן און איך האב נישט געקענט רעדן פון גרויס שרעק, און איך האב זיך גענומען וויינען זייער שטיל, וועגן איך האב מורא געהאט אויב איך גיי וויינען הויך גייט ער מיר שלאגן".


אויב איז דאס וואר, פארוואס זאלט איר דאס נישט דערציילן? פארוואס זאלט איר מורא האבן? פון וועמען מורא האבן? פארוואס זיך לאזן פייניגן? פארוואס לעבן מיט איינעם וואס רעדט אזוי מיאוס?! איר האט מורא איר וועט בלייבן אליינס? אפילו עס איז אמת, קיינער וועט נישט וועלן חתונה האבן מיט אייך איז נאכאלץ ענדערש צו לעבן אליין ווי צו לעבן מיט איינער וואס לייגט אראפ אויף דער ערד און רעדט אזעלכע ווערטער!


איך גיי אים יעצט שרייבן און פרעגן וואס עס גייט פאר; איך האב נישט מורא פון קיינעם, מוהרא"ש האט מיר אויסגעלערנט צו גיין מיט'ן אמת, איך וועל אים פרעגן אויב דאס איז אמת, איך וועל אים פרעגן וואס גייט פאר, וואס איז די צווייטע זייט פון די מעשה.


ביי מוהרא"ש איז איינער אמאל אריינגעקומען צובלוטיגט; די גאנצע העמד איז געווען בלוטיג, יענער בחור האט געוויינט אז איינער האט אים געשלאגן ביז בלוט; ווען מוהרא"ש איז געגאנגען פרעגן דעם אנדערן, אזוי ווי די הלכה איז, אז מען דארף אלץ הערן ביידע מעשיות, האט יענער געזאגט: "איך האב אים נישט געשלאגן, יענער האט מיר געשלאגן; יענער האט מיר געמאכט בלוטן, די בלוט איז פון מיינע וואונדן. יענער האט מיר ארומגענומען, ער האט מיר געוואלט דערווערגן, ער האט מיר געהאקט און געשלאגן, פון דעם איז יענער בלוטיג".


מוהרא"ש האט דאס דערציילט פאר אונז צו ווייזן ווי מען דארף פאלגן די תורה און הערן ביידע זייטן, אפילו עס זעט אויס ממש ווי מען ווייסט דעם אמת.


איך האב אמאל געזען א מעשה ביי מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכרונו לברכה. א פרוי איז געקומען שרייען: "מיין מאן שלאגט מיר!" די פרוי האט געוואוינט בשכינות מיט אונז, טאג און נאכט איז דארט געווען קריגערייען; איין טאג קומט זי וויינען: "מיין מאן שלאגט מיר!" מען האט אריבערגערופן דעם מאן, דעמאלט האט מען אלעס געזען, דער מאן איז געווען צעגראזשעט, די פנים צובלוטיגט פון איר, ער האט געוויינט צו מיין זיידע אז ער ווייסט נישט וואס צו טון, זי בייסט אים, זי גראזשעט אים, וואס זאל ער טון? ביז יענער האט זיך געדארפט גט'ן.


איך גיי רעדן צו אייער מאן, איך וועל זען וואס דא גייט פאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - ווען דו גייסט אריבער אזא שווערע נסיון, דארפסטו זיך שטארקן מיט אמונה
תפילות אויף אידיש, שידוכים, צרות, תכלית, קריאת שמע, גט, וידוי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך מחזק זיין מיט אלע דיינע כוחות; בעיקר זאלסטו זיך מחזק זיין אין אמונה אינעם אייבערשטן. בפרט יעצט ווען דו גייסט אריבער אזא שווערע נסיון; האסט חתונה געהאט און זיך גלייך געדארפט גט'ן השם ישמרינו, זי האט דיר אויסגעפאפט וכו', דו האסט אזוי לאנג געווארט, דו האסט געמיינט אז דו האסט געטראפן דיין זיווג, דו וועסט אינאיינעם אויפשטעלן א שיינע שטוב און יעצט איז אלעס צעפאלן, זי האט בכלל נישט געוואלט חתונה האבן נאר דיר פשוט אריינגענארט.


שטארק זיך, נעם אריין אמונה אין דיר, האלט אין איין חזר'ן: 'דער אייבערשטער מאכט אלעס, טוט אלעס און איז אלעס; קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליינס, נישטא קיין פערצופאל, נישטא קיין טבע, מקרה און מזל, די גאנצע וועלט איז איין שטיק אייבערשטער, דער אייבערשטער האט זיך אנגעטון כביכול מיט א לבוש פון דומם, צומח, חי און מדבר, אבער אלעס איז ער אליינס, מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווילן נישט וויסן און פארשטיין, מיר דארפן נאר אים דינען און אין אים גלייבן'.


גיי יעדן טאג התבודדות, בעט דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך פשוט'ע הארציגע ווערטער, דורכדעם וועט געשען צוויי זאכן, איינס, דו וועסט טרעפן דיין שידוך און צווייטנס, ביז דו וועסט טרעפן דיין שידוך און נאך וואס דו וועסט טרעפן דיין שידוך וועט דיין לעבן זיין אן אנדערע לעבן, ווייל דאס רעדן צום אייבערשטן בויט אויף א שטארקע אמונה, עס בויט אויף א זיכערקייט אינעם מענטש, מען ווערט א שטארקער מענטש און דאס לעבן איז אנגאנצן אנדערש.


דא האסטו א קליינע תפילה:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, איך וויל שוין אויפשטעלן א שטוב, איך וויל נישט זיין אליינס.


הייליגער באשעפער, איך גלייב באמונה שלימה אז די גאנצע פרשה; מיין שידוך, מיין גט - אלעס איז פאר מיר לטובה, די גאנצע עגמת נפש וואס איך בין אריבער - אלעס איז נאר פאר מיין גוטס, פאר מיין תיקון. יעצט בעט איך דיר אייבערשטער, העלף מיר, איך וויל חתונה האבן מיט אן ערליכע פרוי, איינע וואס וועט גלייבן אין דיר און גיין אין די וועג פון די תורה, העלף מיר אייבערשטער איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך, איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי צעריסן, איך קען מער נישט, איך וויל שוין לעבן.


העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בזכות דער הייליגער רבי רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו ובזכות אלע צדיקים, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגֹאֲלִי".


בנוגע זיך מתוודה זיין פאר'ן גיין שלאפן ווען מען ליינט קריאת שמע של אריז"ל; על פי הלכה איז מען זיך נישט מתוודה שבת און יום טוב, אבער אז איינער לייגט זיך שלאפן מיט די מחשבה 'דאס איז מיין לעצטע טאג', ער שפירט ביי זיך אז ער דארף זיך אנגרייטן מיט וידוי דברים, - די זענען זיך מתוודה שטענדיג, אפילו שבת און יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ס'איז דא פעלער ווען מ'דארף זיך יא גט'ן
אמונה, שלום בית, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט געזונט און שטארק, איר האט נישט די אלע מחלות און קרענק; איך האף צום אייבערשטן איר וועט וואס שנעלער פטור ווערן פון דעם רשע מרושע וואס האט אייך אזויפיל יארן געפייניגט און איר וועט באקומען א רחמנות'דיגער מאן וואס וועט אייך אויפהייבן און אויפבויען.


בדרך כלל בין איך זייער קעגן גט'ן, איך האב דאס געלערנט פון מיין הייליגער רבי - מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנצע לעבן צו מאכן שלום בית; מיט דעם אלעם איז געווען פעלער וואס מוהרא"ש אליינס האט אויך געהייסן מען זאל זיך גט'ן. אין אייער פאל, ווען איר לעבט מיט א חי' רעה, א קראנקער כאראקטער וואס פייניגט אייך און ער האט אייך כמעט אינגאנצן צוגרינד געלייגט - דארפט איר זיך גט'ן און אנהייבן א נייע לעבן.


דאס וואס אייער טאכטער זאגט אז ער האט נאכאמאל אנגעהויבן מיט זיינע מניוולות, ער ליגט מיט איר וכו'; זאלט איר זי גוט אנגרייטן זי זאל זיין שטארק נישט זיך לאזן צוגרונד לייגן איר לעבן.


האט נישט מורא פון אים, ער האט מיר אליינס מודה געווען אויף דאס אלעס וואס זי דערציילט; איך האב פון אים אימעילס וואו ער איז מודה אויף אלעס. זאלט איר נישט מורא האבן פון אים, ער קען אייך גארנישט שעדיגן.


זייט ממשיך מיט אייער פרנסה אזוי ווי איך האב אייך געזאגט.


איך קען קוים ווארטן צו הערן די גוטע נייעס אז איר זענט פטור געווארן פון אים און איר האט אנגעהויבן א נייע לעבן.


געדענקט: "אין עוד מלבדו, קיינער קען אייך גארנישט טון אן דעם אייבערשטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - שטארק זיך, וועסטו טרעפן שנעל דיין ריכטיגער שידוך
תפילה והתבודדות, שידוכים, צדקה, תפלות אויף אידיש, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות נישט צו ווערן צעפאלן; אמת, דו גייסט יעצט אריבער שווערע טעג אין לעבן נאכדעם וואס דו האסט זיך געדארפט גט'ן; דו האסט דאס געטון על פי תורה, מוהרא"ש וואלט אויך געהייסן מאכן א גט. עס איז דיר יעצט ביטער שווער צו זיין אליין, קיינער קען נישט פארשטיין די צער וואס דו גייסט יעצט אריבער, דאך דארפסטו זיך שטארקן מיט די גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר; וואס ווייסטו וואס דו דארפסט מתקן זיין וכו' וכו', ווער ווייסט וואס פאר א גזירות עס איז נגזר געווארן אויף דיר און יעצט קומסטו אפ מיט דעם.


איך בעט דיר זייער זאלסט אויפזוכן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר און אים דאנקען דערויף; יעדן טאג זאלסטו נעמען אפאר מינוט, זוך א שטילע פלאץ, דארט זאלסטו זיך מתבודד זיין. זאלסט אנהייבן מיט תודה והודאה, דאנק דעם אייבערשטן אויף די גוטס וואס ער טוט מיט דיר. איך ווייס אז דו גייסט יעצט אריבער שווערע טעג, דאך דארפסטו געדענקען וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה), די עצה פון "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", די עצה פון אויפזוכן גוטס אין די צרה. דער רבי זאגט אז דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי - רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".


די אלע שידוכים וואס מען טראגט דיר אן און עס ווערט נישט - דאס איז אלעס שידוכים פאר דיר; יעדע שידוך וואס מען רעדט נאר, מען טראגט עס אן - איז אויך א שידוך. עס איז דא אמאל וואס מען טרעפט זיך, מען רעדט איינער מיט'ן צווייטן, עס זעט שוין אויס ווי עס גייט ווערן א שידוך, למעשה ווערט נישט דער שידוך; זאגט דער רבי (ספר המידות, אות חתון, סימן ז) אז דאס איז אויך א שידוך, און ווען דעם רבינ'ס ווייב איז נפטר געווארן און דער רבי איז געווען אין ראדוויל בעפאר'ן א שידוך טון מיט זיין צווייטע ווייב, זענען געקומען אסאך פרויען זיך משדך זיין מיט אים, האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה): "אלע זענען מיינע שידוכים, און יעדער מענטש האט כמה וכמה זיווגים, ביי יעדן איינעם גייט עס אנדערש", אלע שידוכים וואס מען רעדט איז שוין אויך א בחינה פון א שידוך, אפילו עס ווערט נישט אויסגעפירט.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, שם): מענטשן שמועסן ביי זיך אין שטוב: "דער בחור וואלט גוט געווען פאר די מיידל"; אפילו ווען דער שידוך זאל זיך נישט אנהייבן און נישט ענדיגן איז דאס אויך א בחינה פון א שידוך. "וְלִפְעָמִים נוֹסְעִים לַעֲשׂוֹת הַשִּׁדּוּךְ וּבְעֵת הַגְּמָר נִפְרָדִים מֵאֵיזֶה סִבָּה, וְלִפְעָמִים נִגְמָר הַשִּׁדּוּךְ וְאַחַר כָּךְ מַפְסִיקִים הַקֶּשֶׁר שֶׁל תְּנָאִים, וְלִפְעָמִים בָּאִין לִידֵי נִשּׂוּאִין וְאַחַר כָּךְ בְּסָמוּךְ נַעֲשֶׂה גֵּט בֵּינֵיהֶם. וְלִפְעָמִים אֵינוֹ נַעֲשֶׂה הַגֵּט עַד אַחַר אֵיזֶה זְמַן וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה כַּמָּה בְּחִינוֹת שֶׁיֵּשׁ בְּעִנְיְנֵי הַשִּׁדּוּכִים וְהַזִּוּוּגִים שֶׁאֵינָם נִגְמָרִים אַחַר כָּךְ, אֲבָל כֻּלָּם הֵם בְּחִינַת זִוּוּגִים שֶׁלּוֹ. כִּי כָּל אֶחָד יֵשׁ לוֹ כַּמָּה זִוּוּגִים, רַק שֶׁאֵצֶל זֶה נִגְמָר אֵיזֶה זִוּוּג שֶׁלּוֹ עַל יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר בְּעָלְמָא שֶׁמְּדַבְּרִים מִזֶּה הַשִּׁדּוּךְ, וְלִפְעָמִים עַל יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר יוֹתֵר אוֹ עַל יְדֵי אֵיזֶה הִתְקַשְּׁרוּת אוֹ נְסִיעָה אוֹ עֻבְדָּא בִּשְׁבִיל הַשִּׁדּוּךְ לְפִי שָׁעָה וְכוּ' כַּנַּ"ל"; זעט מען פון דעם אז יעדע זאך וואס מען טוט פאר א בחור און פאר א מיידל כדי זיי זאלן טרעפן זייער שידוך - אפילו עס ווערט נישט - איז דאס אויך עפעס, ווייל עס ווערט נענטער זייער ריכטיגער שידוך, עיין שם.


נאך אביסל וועסטו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


מאך זיך א צדקה פושקע וואס דארט וועסטו געבן יעדן טאג צדקה כמנין די תפילה וואס דו בעסט, דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה, חלק ב', סימן יד): "יֵשׁ תְּפִילּוֹת שֶׁאֵינָם נִתְקַבְּלִים לְמַעְלָה אֶלָּא עַד שֶׁנּוֹתְנִים כָּל כָּךְ מָעוֹת לִצְדָקָה כְּפִי מִסְּפַּר הָאוֹתִיּוֹת שֶׁל הַתְּפִילָּה הַשַּׁיָּךְ לְזֶה הַדָּבָר", עס איז דא תפילות וואס ווערן אנגענומען אויבן אין הימל נאר ווען מען געבט פאר צדקה די סכום פרוטות וויפיל די תפילה באטרעפט, "לְמָשָׁל, כְּשֶׁמִּתְפַּלֵּל אֵלּוּ הַתֵּבוֹת: 'תֵּן לִי בָּנִים'", צום ביישפיל, ווען מען בעט תֵּן לִי בָּנִים - געב מיר קינדער, "צָרִיךְ לִתֵּן צְדָקָה כְּמִסְפַּר אוֹתִיּוֹת תֵּן לִי בָּנִים", דארף מען געבן צדקה וויפיל עס באטרעפט די תפילה פון תֵּן לִי בָּנִים - געב מיר קינדער; אזוי זאלסטו טון, זאלסט מאכן א פושקע און אריינלייגן יעדן טאג פינף דאלער מיט צוויי און צוואנציג פרוטות בעטנדיג דערביי: "רבונו של עולם, תן לי זיווג, געב מיר מיין פאר"; די געלט זאלסטו מיר ברענגען, איך וועל דרוקן דערמיט דעם רבינ'ס ספרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - קלאפ דיר ארויס פון קאפ דאס ווארט 'גט'
שלום בית, אומאן, מניעות, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ט סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קלאפ דיר ארויס די מחשבות פון קאפ; נישט דא אזא ווארט "גט", נישט דא אזא זאך ווי געבן א גט, נעם ארויס פון דיר די נארישע מחשבה.


דו האסט א טייערע ווייב, זי איז דיין ווייב און די מאמע פון דיינע טייערע קינדער; דאס אז זי לאזט דיר נישט קומען קיין אומאן אויף ראש השנה - דאס איז נאר א מניעה, דאס איז נאר אז דו זאלסט נאך שטערקער וועלן קומען, נאך מער גליסטן צום רבי'ן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סו): "כָּל דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲשׂוֹת", יעדע גוטע זאך וואס א מענטש דארף טון, "כְּגוֹן לִנְסֹעַ לְהַצַּדִּיק", צום ביישפיל - פארן צום צדיק, "אוֹ שְׁאָר דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲשׂוֹת", אדער אנדערע גוטע זאכן וואס מען דארף טון, "נוֹתְנִין לוֹ מִתְּחִלָּה חֵשֶׁק כְּדֵי שֶׁעַל יְדֵי זֶה יַעֲשֶׂה הַדָּבָר", ברענגט מען אים פון הימל א גליסטעניש אז ער זאל וועלן טון די זאך, "וְעִקַּר גֹּדֶל הַחֵשֶׁק נַעֲשֶׂה עַל יְדֵי הַמְּנִיעָה שֶׁמַּזְמִינִין לוֹ", און די וועג ווי אזוי מען ברענגט א גליסטעניש פאר'ן מענטש איז דורך דעם וואס מען האלט אים אפ, מען שטערט אים ער זאל נישט קענען טון די גוטע זאך, "כִּי כְּשֶׁאִישׁ יִשְׂרְאֵלִי צָרִיךְ לַעֲשׂוֹת דָּבָר הַצָּרִיךְ לוֹ לְיַהֲדוּתוֹ, בִּפְרָט כְּשֶׁצָּרִיךְ לוֹ לַעֲשׂוֹת דָּבָר גָּדוֹל הַצָּרִיךְ לְיַהֲדוּתוֹ, שֶׁכָּל יַהֲדוּתוֹ תָּלוּי בָּזֶה - כְּגוֹן לִנְסֹעַ לְצַדִּיק אֲמִתִּי", ווייל ווען א איד דארף טון א זאך וואס זיין גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אין דעם, ווי צום ביישפיל ער דארף גיין צו אן אמת'ן צדיק, "אֲזַי מַזְמִינִין לוֹ מְנִיעָה", דעמאלט האלט מען אים אפ, "וְזֹאת הַמְּנִיעָה הִיא בִּשְׁבִיל הַחֵשֶׁק, כְּדֵי שֶׁעַל יְדֵי זֶה יִהְיֶה לוֹ חֵשֶׁק יוֹתֵר לַעֲשׂוֹת אוֹתוֹ הַדָּבָר", דאס טוט מען פאר'ן מענטש ווייל מען וויל ער זאל מער און מער גליסטן צו די זאך, "כִּי עַל יְדֵי הַמְּנִיעָה שֶׁמּוֹנְעִין אֶת הָאָדָם מִן הַדָּבָר, עַל יְדֵי זֶה נַעֲשֶׂה הִתְגַּבְּרוּת הַחֵשֶׁק מְאֹד", ווייל ווען מען וויל עפעס טון און מען קען עס נישט טון - דאס מאכט אז מען זאל עס נאך מער וועלן טון, "כְּמוֹ לְמָשָׁל כְּשֶׁמַּרְאִין לְקָטָן דָּבָר הַנֶּחֱמָד לוֹ, וְתֵכֶף וּמִיָּד חוֹטְפִין מִמֶּנּוּ וּמַחְבִּיאִין מִמֶּנּוּ, אֲזַי הוּא רוֹדֵף מְאֹד אַחַר הָאָדָם, וּמְבַקֵּשׁ וְחוֹשֵׁק מְאֹד לְאוֹתוֹ הַדָּבָר", אזוי ווי מען ווייזט פאר א קינד א גוטע זאך און מען באהאלט עס נאכדעם פונעם קינד, הייבט דאס קינד אן מער נאכצולויפן די זאך און ער הייבט אן מער גליסטן צו דעם, "נִמְצָא שֶׁעִקַּר הַחֵשֶׁק נַעֲשֶׂה עַל יְדֵי שֶׁחָטְפוּ מִמֶּנּוּ וְהֶחְבִּיאוּ אֶת הַדָּבָר", דאס געשעהט ווייל דער קינד קען דאס נישט זען און קען דאס נישט באקומען, דעריבער הייבט ער אן מער בענקען צו דעם; זעט מען אז דאס שטארקע גליסטעניש קומט פון דעם וואס מען קען דאס נישט האבן, "כְּמוֹ כֵן מוֹנְעִין אֶת הָאָדָם בִּמְנִיעוֹת מֵהַדָּבָר הַצָּרִיךְ לוֹ, כְּדֵי שֶׁעַל יְדֵי זֶה יִהְיֶה לוֹ חֵשֶׁק יוֹתֵר", דאס זעלבע טוט מען מיט'ן מענטש וואס דארף טון גוטע זאכן, מען האלט עס אפ פון אים כדי עס זאל אריין גיין אין אים א שטארקע גליסטעניש, אזוי ווי עס שטייט "וְלֶחֶם סְתָרִים יֻנְעַם", באהאלטענע ברויט איז זיס.


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם תורה נאכאמאל און נאכאמאל - וועסטו שוין פארשטיין פארוואס עס דארף אריבער גיין אויף יעדן איינעם אזעלכע שווערע ביטערע מניעות ווען מען וויל מקורב ווערן צום רבי'ן, מען וויל קומען קיין אומאן אויף ראש השנה; ווייל ווי שטערקער עס זענען די מניעות אלץ שטערקער ווערט די גלוסטעניש צו מקורב ווערן צום צדיק, וואס אין דעם איז אנגעהאנגען דאס גאנצע אידישקייט. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "וְעַל כֵּן רָאוּי לָאָדָם לָדַעַת כְּשֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת גְּדוֹלוֹת מְאֹד מֵאֵיזֶה דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה, יֵדַע וְיָבִין מִזֶּה, שֶׁזֶּה הַדָּבָר שֶׁרוֹצֶה לַעֲשׂוֹת הוּא נֶחֱשָׁק גָּדוֹל מְאֹד", דעריבער דארף א מענטש וויסן אז ווען ער גייט אריבער שוועריקייטן, מען האלט אים אפ פון טון גוטע זאכן - אז דאס איז נאר כדי אויפצובויען זיין חשק, "וּבִפְרָט כְּשֶׁרוֹצֶה לִנְסֹעַ לְצַדִּיק הָאֱמֶת", בפרט ווען מען וויל פארן צום אמת'ן צדיק. "כִּי יֵשׁ צַדִּיקִים הַרְבֵּה", עס זענען טאקע דא אסאך צדיקים, "אֲבָל יֵשׁ בְּחִינוֹת נְקֻדּוֹת הָאֱמֶת בֵּין הַצַּדִּיקִים שֶׁכְּשֶׁרוֹצִים לְהִתְקָרֵב אֵלָיו, שֶׁבָּזֶה תָּלוּי הַכֹּל", אבער צווישן די צדיקים איז דא דער אמת'ער צדיק וואס די גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אין אים, "אֲזַי יֵשׁ לְהָאָדָם מְנִיעוֹת גְּדוֹלוֹת רַבּוֹת מְאֹד, וּמִזֶּה בְּעַצְמוֹ יָבִין הָאָדָם גֹּדֶל מַעֲלַת הַנֶּחֱשָׁק כַּנַּ"ל", דעמאלט איז דא זייער גרויסע מניעות.


דאס אלעס שרייב איך דיר אין גרויס איילעניש, איך בין זייער פארנומען און איך האב נישט קיין צייט; אבער איך האב דיר דאס געשריבן ווייל איך ציטער פון די ווארט 'גט'. איך ווייס אז דאס איז מעשה יצר - ער וויל צעברעכן אידישע שטובער, דערפאר בעט איך דיר, קלאפ דיר ארויס פון קאפ דאס ווארט 'גט'; אז דו וועסט זיך דערהאלטן און האבן סבלנות וועט דיין ווייב דיר לאזן פארן קיין אומאן, און נישט נאר לאזן פארן נאר זי וועט דיר הייסן גיין און זי וועט דיר העלפן אין הפצה.


אז דו וועסט האבן געדולד, דו וועסט נישט מדחיק זיין דעם קץ - וועסטו זען שיינע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - שטארקט אייך מחנך צו זיין די קינדער אליין
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער שטארק, איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט אייער לעבן; אמת עס איז זייער שווער פאר אייך אין אייער מצב ווען איר זענט אליין, איר דארפט אליינס מחנך זיין די קינדער, נאכדעם וואס איר זענט צעטיילט פון אייער מאן. די גאנצע לאסט פון חינוך הבנים והבנות ליגט אויף אייך, וואס אפילו אין א געהעריגע פאל ווען מען איז צוזאמען מאן און ווייב קען מען זיך נישט אן עצה געבן מיט די קינדער, אידישע מאמעס פאלן פון די כוחות פון אויפציען די קינדער, ווער רעדט נאך ווען די קינדער ווערן גרויס און זיי הייבן אן שפירן ווי זיי זענען שוין דערוואקסן וכו' - איז זייער שווער מיט זיי, און אודאי אין אייער פאל ווען איר אליין דארפט זיי אויפציען מיט אזויפיל מי און פלאג; זאלט איר זיך שטארקן מיט אמונה.


ווען מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם בילד איז אלעס אסאך גרינגער; ווען מען באשולדיגט זיך נישט, מען ווייסט אז אלעס אלעס איז דער אייבערשטער, 'אלעס וואס איך לייד, מיינע אלע ווייטאגן קומט מיט א חשבון' - דעמאלט איז גרינגער דאס לעבן. אזוי ווי דער מענטש וואס גייט צום דאקטער און דער דאקטער שניידט אים, ער אפערירט אים; ווילאנג דער מענטש ווייסט אז 'דאס איז מיין טובה; מיט'ן שניידן היילט מען מיר, מיט'ן שטעכן וועט מיר בעסער ווערן', געבט דאס אים כח זיך צו קענען שטארקן און נישט ברוגז ווערן אויפ'ן דאקטער; אזוי און נאך אסאך מער איז ווען מען לעבט מיט אמונה, מען שפירט ווי מען ליגט אין די הענט פונעם אייבערשטן, מען געדענקט שטענדיג 'אין עוד מלבדו, עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער געבט לעבן און ער מאכט אלעס' – דעמאלט איז גרינגער דאס לעבן.


ווען אייערע קינדער זענען אין חדר און אין סקול זאלט איר אביסל וויינען צום אייבערשטן; וויינטס צו אים אזוי ווי איר וויינט אינעם בריוו וואס איר שרייבט מיר, זאגטס פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער איך דארף אביסל כח פון דיר, אייבערשטער איך האב נישט קיין מאן וואס זאל מיך שטארקן; אייבערשטער, אלע אידישע מאמעס וואס פאלן פון די כוחות האבן זייער מאן וואס שטארקט זיי; נאך א גאנצן טאג ארבעטן קומט דער מאן אהיים, ער רעדט שיין, ער שמייכלט און ער געבט ליבשאפט, דאס געבט כח פאר אידישע מאמעס; אייבערשטער איך האב דאס נישט, איך בין אליין, איך שפיר ווי איך קען נישט מער, איך ארבעט אזוי שווער צו ברענגען פרנסה, איך ארבעט אזוי שווער צו האלטן מיינע קינדער ערליך. די קינדער רעדן נישט שיין צו מיר, זיי זענען נעבעך צעבראכן פון די פרשה, זיי פאלגן מיר נישט; העלף מיר אייבערשטער, געב מיר א שמייכל, געב מיר ליבשאפט און געב מיר שטארקייט איך זאל האבן כח ווייטער זיי מחנך צו זיין".


יעדע תפילה גייט ארויף צום אייבערשטן, בפרט א תפילה פון א צעבראכענע הארץ - דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן; דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעמס תפילות, בפרט תפילות פון צעבראכענע הערצער.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אייך, איר זאלט האבן כח ווייטער אויפצוציען אייערע קינדער און זען אסאך נחת פון זיי.

#1 - גייט צוריק צו אייער מאן
קינדער, חינוך הילדים, שלום בית, גט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


גייט צוריק צו אייער מאן; רעדטס אייך נישט איין אז עס וועט אייך זיין בעסער מיט א צווייטן, ווייל מיט א צווייטן וועט אייך זיין אסאך שווערער. קודם וועט אייך זיין שווער ביז איר וועט זיך אויסוועלן א שידוך, נאכדעם וועט זיך אנהייבן די קריגערייען צווישן אייך און אייער צווייטער מאן איבער "מיינע קינדער" און "דיינע קינדער"; זיינע קינדער וועלן זיך אויפפירן צו אייך מיט גרויס חוצפה, זיי וועלן אייך לאכן אין פנים און עס וועט אייך זיין ביטער שווער.


זאג איך אייך, גייט צוריק צו אייער מאן, האטס רחמנות אויף אייערע קינדער; אייער מאן איז געווען ביי מיר און ער איז גרייט צו פאררעכטן, ער איז גרייט צו טון אלעס אויף דער וועלט אבי די קינדער זאלן נישט חרוב ווערן. קינדער ווערן חרוב ונחרב ווען עלטערן קריגן זיך; דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו לערנען און מחזק זיין בחורים, במשך די פופצן יאר וואס איך בין עוסק מיט קינדער און בחורים האב איך געזען אז רוב פראבלעמען מאכן זיך ביי קינדער פון גע'גט'ע שטובער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ, אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך וויינט דער מזבח. פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה שטענדיג זאגן: פארוואס וויינט דוקא דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש; פארוואס וויינט נישט דער שלחן; דער מנורה; דער ארון; וואס עפעס דוקא דער מזבח? נאר דער מזבח וויינט, ווי צו זאגן: "מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות...".


איר זאגט אלעמען: "איך פאלג נאר וואס דער ראש ישיבה זאגט", יעדער וואס רעדט מיט אייך זאגט איר: "ראש ישיבה", "ראש ישיבה"; "וואס דער ראש ישיבה זאגט", זאג איך אייך קלאר וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכרונו לברכה: "זיך גט'ן איז נישט די עצה", בפרט ווען עס איז דא קינדער אין שטוב; ווייל אויב מען גט זיך ליידן די קינדער פון דעם זייער גאנץ לעבן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.