בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#299 - הכרת הטוב פאר וואס דו טוסט מיט מיין זון
הכרת הטוב, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וויל אויסדרוקן מיין הכרת הטוב פאר וואס דו טוסט מיט מיין זון ..., בפרט פארן לערנען יעדן פארטאגס מיט אים הלכות שבת און הלכות תפילין, איך בין דיר זייער מכיר טובה, איך וועל דאס שטענדיג געדענקען.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און נחת ביי דיינע קינדער, דו זאלסט מצליח זיין מיט זיי און מיט די תלמידים אינאיינעם מיט דיין ווייב וואס זי העלפט אזוי געטריי אין בית פיגא אין וויליאמסבורג.

#298 - איך ווייס ווי סאך דו טוסט פאר אונזער קינד
הכרת הטוב, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער ...


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען וואס דו טוסט מיט מיין טייערער זון ... נרו יאיר, ווי דו פירסט זיך צו אים ווי צו אן אייגן קינד, מיט אזויפיל הארץ, מיט אזויפיל חכמה, דו האסט געזוכט אין אים און געטראפן דעם פך שמן טהור, די פינטעלע גוטס, האסט געטראפן זיין ריינע הארץ, דו האסט אים ליב, דו לערנסט מיט אים מיט אזא ליבשאפט.


איך ווייס אלעס, איך ווייס ווי סאך דו טוסט פאר אים און איך און אויך מיין ווייב זענען ביידע דיר מכיר טובה.


מיר בעטן פאר דיין הצלחה, זאלסט האבן נחת ביי דיינע און אין אלעס וואס דו טוסט, מיט דיין בני בית, דיין ווייב תחי', מיט דיינע קינדער, מיט אלעס גוטס.


שכוח נאכאמאל


... ומשפ'

#297 - איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו טוסט פאר מיינע קינדער
הכרת הטוב, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו האסט געטון אלע יארן מיט מיינע קינדער און פאר וואס דו טוסט די יאר מיט מיין זון ר'...; פארן לערנען מיט אים די הייליגע א-ב, פארן אים לערנען צו ליינען, און פאר די יראת שמים און מידות טובות, ובעיקר פארן אריינפרעגלען אין זיי די ריינע אמונה, און פאר אלעס וואס איך ווייס נישט וואס דו טוסט מיט אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו נחת ביי דיינע ליכטיגע קינדער און אייניקלעך, און דו זאלסט מצליח זיין מיט דיינע תלמידים, אמן.

#296 - כתה ג' איז פון די שענסטע יארן ביי קינדער
הכרת הטוב, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיינע קינדער, בפרט מיט מיין זון ... נרו יאיר.


ער קען זייער גוט אלעס וואס מען לערנט, ער קען די פסוקים חומש מיט די רש"יס גאר גוט, אויך דאווענט ער שיין, ער זינגט זמירות סיי שבתים און אויך יעצט חנוכה האלט ער זייער שיין מיט.


ביסט א כתה ג' מלמד; זאלסט נישט טראכטן פאר איין רגע אז דאס זענען קליינע קינדער, ווייל די יאר איז פון די שענסטע יארן ביי קינדער, מען געדענקט אלעס פון דעם יאר, איך געדענק נאך ביז היינט מיין כתה ג' מלמד און די לימודים וואס מען האט געלערנט וכו' וכו'.


שכוח פאר אלעס.


...

#295 - מיר שעצן אייער הארציגע ארבעט
חנוכה, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מגיד שיעור ... שליט"א


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, בפרט מיט אונזער זון הבחור ... נרו יאיר; פארן לערנען מיט אים גמרא, הלכה, חומש רש"י, יראת שמים און מידות טובות.


חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן, א צייט פון הכרת הטוב, און נאר אז מען האט הכרת הטוב פאר מענטשן האט מען הכרת הטוב פארן אייבערשטן; דעריבער שיקן מיר – איך און מיין ווייב – א טיפ, ארויסצואווייזן אז מיר שעצן אייער הארציגע ארבעט.


... ומשפ'

#294 - הכרת הטוב אויף וואס איר טוט מיט אונזער קינד
הכרת הטוב, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מגיד שיעור ... שליט"א


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, בפרט מיט אונזער זון ... נרו יאיר.


סיי איך און סיי מיין ווייב ווילן אויסדרוקן אונזער הכרת הטוב אויף וואס איר טוט מיט אונזער ..., ער גייט שוין בר מצוה האבן און ער האט די יאר גאר א גוטער מגיד שיעור וואס פילט אים אן מיט יראת שמים, מידות טובות, שכל און חיזוק פון רבי'ן.


א גרויסן יישר כח.


... ומשפ'

#293 - יישר כח פארן לערנען מיט מיינע קינדער
הכרת הטוב, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ...


א גרויסן יישר כח פארן לערנען מיט מיינע קינדער, איך בין דיר זייער דאנקבאר, בפרט פארן זיין דער מלמד די יאר פאר מיין זון ... הצדיק, ער קען זייער גוט די גמרא רש"י און חומש רש"י, אויך פארן אים לערנען מידות טובות און יראת שמים.


איך ווייס די שווערע ארבעט פון זיין א מלמד, יעדן טאג פרובירן די קינדער אויס דעם מלמד פונדאסניי, וויפיל סבלנות מען דארף האבן צו זיי; איך בין דיר זייער מכיר טובה, פאר די יאר און פאר אלע יארן, פאר אלע קינדער, און פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר.


זאלסט ווערן געבענטשט פונעם אייבערשטן.


... ומשפ'

#292 - אין זכות פון "חברה הצלה" וועט משיח קומען
הכרת הטוב, חסד, הצלה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן זארגן פאר מיר א גאנץ שבת, פארן מיר ברענגען עסן, ספרים, א ווערעמע קאווע אינדערפרי. איך בין געווען פארשפארט אין שפיטאל מיט מיין טאכטער, און ווען מען איז מיט א קליין קינד אין שפיטאל קען מען נישט ארויסגיין אפילו פאר א מינוט, איך האב נישט געקענט אראפגיין צום ביקור חולים שטוב, האסט מיך ממש געראטעוועט מיטן מיר ברענגען אלעס.


איך בין מקנא דיין זכות, און אזוי אויך אלע אינגלייט וואס זענען אין "חברה הצלה", וואס לויפן טאג און נאכט פאר אנדערע אידן זיי צו העלפן, בזכות ענק – האט מוהרא"ש געזאגט – וועט משיח צדקינו קומען במהרה בימינו, אמן.

#291 - העלפן "בית פיגא" איז די חשוב'סטע זאך
חנוכה, הכרת הטוב, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


סיי דו און סיי דיין ווייב פרעגן וואס ענק קענען נאך העלפן, ענק זענען פול מיט הכרת הטוב פאר אלעס וואס ענק האבן באקומען; זאג פאר דיין ווייב אז מיט דעם וואס זי העלפט אין "בית פיגא" – דאס איז פאר מיר זייער חשוב, און אויך דו קענסט מיר העלפן מיט מחזק זיין דיין ווייב זי זאל ווייטער העלפן "בית פיגא", און אז דו קענסט איר טראגן און ברענגען – איז דאס פאר מיר זייער חשוב, ווייל "בית פיגא" איז די חשוב'סטע זאך פון די קהילה; אוועק שטעלן די טעכטער מיט א שטארקע פרינציפ ליב צו האבן אידישקייט, ליב האבן די תורה און ליב האבן די מצוות פונעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא נשא, י): "וְיִשְׁמְרֶךָ בְּבָנוֹת", די טעכטער זאלן זיין אפגעהיטן, ווייל טעכטער דארפן מער שמירה ווי בנים-אינגלעך.


קומענדיגע וואך איז חנוכה, זאלסטו זיצן ביי די לעכט, זינג זמירות, און זינג - לויב און דאנק - צום אייבערשטן אז דו האסט אזא ליכטיגע משפחה, און בעט פאר דיר, פאר דיין ווייב און דיינע קינדער.


זיי ממשיך צו הערן שיעורים, אזוי וועסטו זיך אויפפרישן, רוף יעדן טאג קול ברסלב, קול הצדיק, קול אמונה – וועסטו הערן דרשות וואס ווערט געגעבן אין רבינ'ס ספרים, דו וועסט ווערן ווי ניי געבוירן, ווייל דער רבי זאגט: "ווער עס וועט זיך דערמאנען פון מיר, וועט ווערן כקטן שנולד".

#290 - אנשטאט האבן טענות, וואלסטו געדארפט מכיר טובה זיין
הכרת הטוב, מחלוקת, נאמען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


...


ווער זאגט דיר אז וואס ער זאגט איז וואר, ווי קענסטו רעדן איידער דו הערסט אויס די אנדערע זייט מעשה, ווי קום איך אריין אין בילד? איך האב אים יא געזאגט ער זאל געבן א נאמען נאך די זיידעס און באבעס. איך האב אים געזאגט ער זאל געבן א נאמען נאך דיין טאטן, האט ער מיר געזאגט אז ער וויל נישט און זיין ווייב וויל נישט, און ער האט מיר געפרעגט אויף א צווייטע נאמען אויב עס איז גוט, צו קענען זאגן אז דער ראש ישיבה האט אים געזאגט צו געבן די נאמען, און צו קענען זאגן פאר אלעמען אז ער פאלגט נאר דעם ראש ישיבה.


האסט טענות אז איך פארע זיך מיט דיינע קינדער? דו ווייסט וויפיל שעה איך געב אוועק פאר דיינע קינדער? וויפיל זיי נעמען מיר אוועק פון מיין משפחה? אנשטאט האבן טענות וואלסטו געדארפט זיין א מכיר טובה און זיך באדאנקען.

#289 - טענות אויפ'ן מנהל, אדער הכרת הטוב?
מוסדות, הכרת הטוב, ארץ ישראל, טענות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער דיינע טענות, איך וויל דיר זאגן, ערשטנס עס איז נאכנישט געבליבן אז מען פירט אריבער די מוסדות קיין בית שמש. צווייטנס, דאס איז מיין געדאנק, נישט דער מנהל; פארקערט, דער מנהל וויל נישט פארמאכן, דאס האב איך געזאגט, אז וואס איז אנדערש ביי ענק ווי אין אמעריקע, מיר האבן נישט קיין מוסדות אין יעדע צווייטע שטאט, מיר האבן איינס אין צפון און איינס אין מרכז, וואס איז אין ארץ הקודש אנדערש? פארוואס קענען די קינדער נישט פארן אזוי ווי ביי אונז וואס קינדער פארן יעדן טאג א שעה מיט א באס?


איך זאג נישט אז מען גייט טאקע אזוי טון, אבער איך וויל זאלסט פארשטיין וואס דא גייט פאר, פון וואו זאל איך נעמען יעדע חודש זעכציג טויזנט דאלער? וואס איז אזוי געפערליך אז קינדער פארן? יעצט קומען דאך אויך קינדער מיט גרויס שמחה פון בית שמש קיין ירושלים? איז וואס איז אז מען וועט דאס מאכן פארקערט, אז מיר האבן באקומען א פלאץ פאר די חדר און בית פיגא, א גרויסע פלאץ, א פלאץ בהרחבה, איז וואס איז אזוי געפערליך?


דאס איז קלאר אז דו זאלסט האבן הכרת הטוב פארן מנהל וואס געבט זיך אזוי אוועק פאר די קינדער, אים רופן כסדר זיך באדאנקען און אים פרעגן וואס מען קען העלפן. איך וויל הערן פון דער מנהל און פון די אפיס אז דו ביסט פון די וואס זוכן צו העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#288 - מחזק זיין דעם מאן מיט זיין הייליגע ארבעט
מוסדות, הכרת הטוב, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך וויל אייך באדאנקען בשם מיין משפחה, מיך מיט מיין ווייב, און סיי בשם אלע עלטערן פון שטעטל אויף וואס אייער מאן דער חשוב'ער מנהל נרו יאיר האט זיך אזוי אוועק געגעבן פאר אונזערע קינדער דעם זומער מיט זיין גאנצע נשמה און הארץ.


איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט מיר העלפן מיט די איין זאך, מחזק זיין אייער מאן ער זאל בלייבן מיט זיין הייליגע ארבעט, זיין מנהל פאר אונזערע קינדער, נישט טראכטן פאר איין רגע אפצולאזן די ארבעט, ווייל אלע וואס זענען משמש דעם רבי'ן האבן כסדר חלישות הדעת, ספיקות און בלבולים וכו'; זיי דארפן אסאך חיזוק.


מיר האבן אלע הכרת הטוב פאר אייך און פאר אייער מאן, מיר ווינטשן אייך א גוט געבענטשט יאר, א יאר פון שמחה, א יאר פון נחת פון די קינדער און אייניקלעך, און א כתיבה וחתימה טובה.

#287 - האב שכל און בעט איבער דעם וועמען דו האסט פארשעמט
הכרת הטוב, מחלוקת, שטעטל, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן זאלסט איבערבעטן ... נרו יאיר, ער איז געקומען צו מיר און מיר געזאגט אז דו האסט אים זייער פארשעמט, ער האט דיר געגריסט שבת, און דו האסט געשריגן אויף אים וכו'; ער איז געווען מיט זיינע קינדער, ער איז אזוי באליידיגט, שוין אריבער אפאר טעג און ער האט געהאט טרערן אין די אויגן פון די בזיון.


ענדליך הער איך שוין אז מען גריסט זיך אין שטעטל, איז פארוואס דארף מען צוריק שרייען ווען מען באגריסט (און אפילו מען גייט מיט די ווייב, פאסט אויך אז מען באגריסט דעם מאן).


בפרט אז ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר דיין שידוך, ער האט זיך איינגעשטעלט זיין לעבן דיר א חתן מאכן, דארפסטו געדענקען דיין גאנץ לעבן צו מכיר טובה זיין פאר די גוטס וואס ער האט געטון מיט דיר, און אויך נאך פיל טובות במשך די צייט וואס דו האסט געלערנט אין ישיבה, און דיין ווייב אין סקול.


איך בעט דיר זייער, האב שכל און בעט איבער ווייל אויב מען פארשעמט א צווייטן קען מען זייער ליידן.


מער האב איך נישט וואס צו שרייבן.



 

#286 - ברכת מזל טוב
הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ידידי היקר, הרב הגאון המפואר, רב פעלים, מורה ודאין, רבי ... שליט"א, דומ"ץ דק"ק דעברעצין יצ"ו


ברכת מזל טוב חמה ולבבית נשגר בזאת קדם מעלת כבודו, לרגל השמחה הגדולה השרוי' במעונו בנשואי בתו הכלה החשובה שתחי' עב"ג החתן החשוב שליט"א, בשעה טובה ומוצלחת.


בורא עולם בקנין השלם זה הבנין, יהי רצון שיזכה לרוות רב נחת ותענוג דקדושה מהם ומכל יוצא חלציו, מתוך שפע ברכה והצלחה, אורך ימים בימינה, בשמאלה עושר וכבוד וכל טוב סלה.


המברך ברוב שמחה, והכרת הטוב על כל מה שפועל ועוזר בעד קהילתינו הק'.



 

#285 - א גרויסע דאנק פאר די הערליכע הכנסת אורחים
הכרת הטוב, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך אזוי צו זען עפעס פון דיר און צו הערן פון דיר, איך בענק זיך זייער נאך ענק, און איך קען שוין קוים ווארטן ווען ענק קומען צוריק.


איך בין דיר נאך שולדיג א גרויסע דאנק פאר די הערליכע הכנסת אורחים, ארייננעמען מיך און מיין משפחה שמחת תורה אין ענקער דירה און זארגן דאס איינצורישן מיט יעדע פרט ופרט, מיר האבן זיך זייער מחי' געווען צו זיין ביי ענק אין די דירה, אין די זכות פון הכנסת אורחים זאלן ענק מצליח זיין און האבן אלע ברכות.


מיר ווארטן שוין זייער שטארק אויף ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#284 - נעמען א גרויסע זכות
מקוה, הכרת הטוב, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ערשטנס מזל טוב פאר די שידוך שליסן פון אייער טאכטער ... תחי', דער אייבערשטער זאל העלפן זיי זאלן אויפשטעלן א פרייליכע שטוב מיט ערליכע דורות.


איך וויל אייך באדאנקען בשם די גאנצע קהילה פאר די הערליכע תלמוד תורה וואס אייער מאן ר' ... שליט"א פירט אן אזוי שיין, און דאס איז אלעס אייך צו באדאנקען; ער פירט די תלמוד תורה מיט אזויפיל חכמה און אזויפיל סבלנות, ער בויט אויף די קינדער און איז מחזק די מלמדים, יהי חלקי עמו.


איך וויל פרעגן אויב איר זענט מסכים צו נעמען אויף אייך די מקוה טהרה וואס מיר עפענען יעצט אויף אין אייער געגנט אויף ליל שבת, מיר דארפן אן ערליכע און פארשטענדליכע פרוי פאר די אמט, עס איז פון די גרעסטע זכותים וואס מען קען זיך איינקויפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#283 - די קינדער שלינגען אלע מעשיות וואס דו דערציילסט
הכרת הטוב, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ר' ... נרו יאיר


איך האב געלערנט מיט מיין זון ... הצדיק נרו יאיר – די חומש מיט די רש"י'ס, אויך די משניות, און ער האט זייער גוט געקענט. איך בין זייער דאנקבאר פאר די שווערע ארבעט וואס דו לייגסט אריין אין מיינע קינדער.


אויך האט ער דערציילט די מעשה פון ניקנור, די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט. די קינדער שלינגען אלע מעשיות וואס דו דערציילסט, עס גייט אריין אין זייערע ריינע הערצער און עס שלאגט ווארצלען, זיי וועלן וואקסן גרויסע ערליכע אידן.


יישר כח.

#282 - א גרויסן דאנק פארן העלפן דרוקן די הייליגע ספרים
הכרת הטוב, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה שנת תשפ"ה לפרט קטן, פה אומאן יצ"ו


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן דאנק פארן העלפן דרוקן די הייליגע ספרים, ספר עצתו אמונה חלק י', וואס ברענגט אריין אזויפיל חיזוק און יראת שמים, אזויפיל שכל און הדרכה על פי די עצות פון הייליגן רבי'ן רבינו נחמן בן פיגא, ותלמידו מוהרנ"ת וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש.


אין זכות פון זיין א מזכה את הרבים זאלסטו האבן א כתיבה וחתימה טובה, דו מיט דיין גאנצע משפחה.

#281 - יישר כח פארן העלפן די מלמדים
הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יישר כח פארן העלפן די מלמדים; דער אדמיניסטראטער רפאל נרו יאיר האט מיר איבערגעגעבן אז דו האסט געגעבן צען טויזנט דאלער מען זאל קענען באצאלן די מלמדים אויף יום טוב.


איך האב אסאך געדאווענט פאר דיר, סיי ביים רבינ'ס ציון און סיי יום הקדוש, ענק זאלן זען בקרוב א גאנצע ישועה.דער אייבערשטער זאל דיר העלפן, בזכות די גרויסע מצוה פון צדקה זאלסטו און דיין ווייב און דיינע קינדער זיין געזונט און שטארק, און זאלסט זוכה זיין צו נחת דקדושה.

#280 - אז מיר וועלן זיך ליב האבן, וועלן מיר זען ישועות
הכרת הטוב, מחלוקת, שלום, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך אין די פרשה האבן מיר די פרשה פון ביכורים, דאס איז די מצוה פון הכרת הטוב, דאס איז די שענסטע מידה, און אז מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געגעבן - דארפן מיר האבן הכרת הטוב און צוריק טון פאר מוהרא"ש וואס ער בעט.


מוהרא"ש בעט אין די צוואה איין זאך; מיר זאלן זיך נישט קריגן, מיר זאלן נישט האבן צו טון מיט מחלוקת, מיר זאלן זיך נאר ליב האבן, ווייל דאס איז די שליסל צו אלעס, אונזער הצלחה איז אנגעהאנגען נאר אין די איין זאך; אויב עס וועט בלייבן די ליבשאפט צווישן אונז, כל זמן מיר וועלן זיך פארגינען און ליב האבן - וועלן מיר האבן א ריזיגע הצלחה, אויך וועלן מיר ווייטער שפירן א טעם אין די התקרבות לרבינו, מען קען שפירן אז דער רבי איז מיט אונז, אבער נאר אז די ליבשאפט וועט אנהאלטן; חס וחלילה אויב עס וועט געלונגען פארן סמ"ך מ"ם צו מאכן קנאה און שנאה צווישן אונז - וועט די קהילה, די מוסד און די שיינע חבורה צעפאלן, היה לא תהיה, און מען וועט שוין נישט שפירן די זיסע טעם פון התקרבות לצדיק, ווייל (בראשית מט, ו): "בִּקְהָלָם אַל תֵּחַד כְּבֹדִי", דער צדיק גייט אוועק ווען מען קריגט זיך און מען האט זיך פיינט.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, דער רבי נעמט נישט אן קיין בעלי מחלוקת, און אז מען האט איינעם וויי געטון, מען האט איינעם פארשעמט - העלפט גארנישט; עס העלפט נישט קיין תיקון הכללי אויף דעם ביז מען בעט יענעם איבער, וואויל איז דעם וואס איז מרבה שלום.


אז מיר וועלן זיך ליב האבן - וועלן מיר זען ישועות אין אלעס וואס מיר ווארטן. מוהרא"ש ברענגט זייער אסאך מאל דעם סיפור, אז דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו: "מיט וואס האסטו זוכה געווען אז מען זעט ביי דיר אזעלכע גרויסע מופתים?" האט דער הייליגער רבי אלימלך געזאגט: "ברודער, איך האב אריינגעברענגט א שטארקע ליבשאפט צווישן מיינע תלמידים, מען האט זיך זייער ליב איינער דעם צווייטן און מען רעדט שיין איינער צום צווייטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#279 - איך בין מקנא דיין זכות פון מתקן זיין עירובין
הכרת הטוב, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל ועד העירוב קרית ברסלב ליבערטי


איך בין מקנא דיין זכות פון מתקן זיין עירובין; דיין מסירות נפש פארן עירוב ביי אונז אין שטטעל, סיי מיטן בויען, סיי מיטן שטיין יעדן טאג פונעם יאר זיכער מאכן אז עס איז דא אין שטעטל א כשר'ע מהודר'דיגע עירוב.


איך בין מקנא דיינע זכותים, עס שטייט פון צדיקים אז מתקן זיין עירובין איז זייער מסוגל פאר קינדער און פאר רפואות.


איך ווינטש דיר און דיין משפחה, בזכות די מצוה פון מתקן זיין עירובין זאלן ענק אלע זוכה זיין צו געזונט און צו אלעס גוטס, און צו א כתיבה וחתימה טובה.

#278 - אין די פארנומענסטע צייט, לויפסטו ארום פאררעכטן די עירוב
הכרת הטוב, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מענידזשער פון די עירוב אין קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן זיך מנדב זיין צו טון אלעס – אז די עירוב זאל זיין כשר יעדע וואך.


אין די פארנומענסטע צייט, ערב שבת – לויפסטו ארום פאררעכטן די עירוב, די זכות זאל דיר ביישטיין.

#277 - בודק זיין די עירוב אין שטעטל יעדן ערב שבת ויום טוב
הכרת הטוב, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר בשם די גאנצע קהילה פארן זיך מתנדב זיין די גאנצע יאר שנת תשפ"ד, יעדן ערב שבת ויום טוב – בודק זיין די עירוב אין שטעטל.


בזכות די מצוה זאלסטו זוכה זיין געבענטשט צו ווערן מיט ישועות און רפואות, און צו א כתיבה וחתימה טובה.



 

#276 - מתנדב זיין בודק צו זיין די עירוב אין שטעטל די גאנצע יאר
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר בשם כל הקהל הקודש פארן זיך מתנדב זיין בודק צו זיין די עירוב אין שטעטל די גאנצע יאר תשפ"ד - יעדן ערב שבת ויום טוב.


בזכות המצוה הזאת זאלסטו זוכה זיין צו ישועות ורפואות, און צו א כתיבה וחתימה טובה.



 

#275 - ש'כח פאר'ן בודק זיין די עירוב ביי אונז אין שטעטל
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שכוח פארן בודק זיין די עירוב ביי אונז אין שטעטל די גאנצע יאר תשפ"ד.


בזכות די גרויסע מצוה פון מתקן זיין די עירוב – זאלסטו זוכה זיין צו ישועות און צו א כתיבה וחתימה טובה.