בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#678 - לערנען און דאווענען און טון גמילות חסדים
התחזקות, דאווענען, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בענק זיך זייער צו אמאל ווען מיר פלעגן רעדן, הלוואי וואלטן מיר ווייטער געקענט רעדן אינאיינעם, זיך מחזק זיין אינאיינעם מיטן רבינ'ס עצות.


שטארק זיך מיט 'התבודדות', גיי יעדן טאג אביסל 'התבודדות', גיי א שפאציר אדער זיץ פון אונטער דיין שטוב צווישן די ביימער און גראז, און שמועס מיטן אייבערשטן, רעד זיך אויס, בעט אים אויף אלעס וואס דו דארפסט, ובעיקר ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט לערנען און דאווענען און טון גוטע זאכן, גמילת חסדים.


טייערער ברודער, שרייב מיר צוריק, איך ווארט צו הערן פון דיר; ווי נישט ביסטו דאך מקורב געווארן צום רבי'ן דורך לערנען אין ישיבה, און אויך האסטו אסאך שיינע זאכן באקומען דא, איך בענק צו דיר.

#677 - ברסלב'ע פלייש
אמונה, התחזקות, צדקה, מוסדות, שחיטה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


שמואל לייב פעלבערבוים נרו יאיר, קרית ברסלב


"זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו", איך בין אזוי פרייליך אז עס איז דא "ברסלב'ע פלייש", עופות וואס זענען גע'שחט'ן דורך אונזערע טייערע שוחטים, ברסלב'ע חסידים, יראים ושלמים, אינגעלייט וואס פירן זיך בקדושה ובטהרה, אינגעלייט שוחטים וואס נעמען נישט דעם חלף, דעם מעסער – נאר נאכן זיך מתבודד זיין.


זאלסט זיין געבענטשט פארן טון אלע שווערע ארבעט אז דאס זאל קענען צושטאנד קומען.


זיי מודיע פאר אנשי שלומינו אז מען קען האבן "ברסלב'ע פלייש", און זיץ מיט די חברי הנהלה, מען זאל דאס קענען אוועקשטעלן ריכטיג, עס זאל זיין אונטער די קהילה, אזוי וועט זיין סייעתא דשמיא, ווייל אלעס פון די קהילה "קהילת היכל הקודש" האט סייעתא דשמיא, מוהרא"ש פארעט זיך פאר די קהילה, מען זעט בחוש אז די הצלחה איז שלא כדרך הטבע, עס איז עפעס א העכערע כח, די כח פון צדיקים.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן הצלחה און נחת ביי דיינע קינדער און אייניקלעך, אמן.

#676 - יעדער בחור זאל זיין א שמש
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות, משמש דעם רבי'ן, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


ישראל יוסף נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי מחזק די בחורים אלע זאלן העלפן, אלע זאלן האבן א חלק אין משמש זיין דעם רבי'ן; אדער אין ישיבה אדער אין שול, אדער ווען עס קומט צו ימים טובים וכדומה.


עס האט מיר געשטערט ביי די ל"ג בעומר מעמד צו זען אין שול גויים טיילן עסן און רייניגן, פארוואס נישט אונזערע בחורים? פארוואס זאלן די בחורים נישט האבן די געפיל? און אז זיי האבן נישט די געפיל צו העלפן – פארוואס זאל מען זיי נישט מאכן האבן דעם געפיל? אלע יארן אין ישיבה אין וויליאמסבורג איז אזוי געווען געבויט די ישיבה, אז בחורים העלפן, בחורים טוען, בחורים מאכן.


וויסן זאלסטו, עס איז אדער אדער, אדער לייגסטו אריין א געפיל אין א בחור צו העלפן, מען מאכט אים א סדרן, א גבאי, א שמש וכו', דעמאלט נעמט ער זיין חיות פון דעם, און אז נישט – וועט ער זיך באהאלטן מיט צוגארעטלעך, מיט א טעלעפאן, מיט נישט גוטע זאכן.


איך בעט דיר זייער, בלאז אריין אין די בחורים א חיות צו משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן, טו מיט זיי וואס איך האב געטון מיט דיר, געדענק ווען דו ביסט געקומען אין ישיבה, נאך פאר דיין בר מצוה, ווי איך האב דיר געגעבן א בעזעם אין האנט און דיר געלערנט רייניגן; פארוואס נאר הבחור חיים זאנוויל, מיט הבחור אלימלך נרו יאיר, און יוסף שלמה, אברהם יצחק? א שאד אז נישט אלע האבן א חלק אין משמש זיין, און ווען עס קומט א יום טוב, א מעמד – ווער דארף גוי'אישע וועיטערס? עס גייט אוועק די חן; וואו זענען אונזערע בחורים?


איך בעט דיר זייער זאלסט מיר העלפן מיט דעם, און זען אז יעדער בחור זאל זיין א שמש פאר די קהילה; עס איז אזוי געזונט און אזוי הייליג.


שיק מיר יעדן טאג א מעסעדזש מיט יעדע פרט ופרט וואס טוט זיך אין ישיבה.

#675 - איך האב דיר ליב, און איך בין דיר נישט מרחק
התחזקות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית יואל, מאנרא


איך האב געזען דיינע מעסעדזשעס.


א שאד אז דו ביסט אין אזא קטנות הדעת, דו שלאגסט זיך אליינס, אז איך בין ברוגז אויף דיר וכו' וכו', נארישע שטותים, איך האב דיך אזוי ליב, און דיר שוין אזויפיל מאל געזאגט אז דו ביסט אין א שקר, עס זעט אויס אז דו האסט שוין גע'חזר'ט די ליגנט אזויפיל מאל אז דו ביסט איבערצייגט אז דאס איז אמת.


דער הייליגער רבי רעדט שוין פון דעם, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תק"נ): "יֵּשׁ אֶחָד שֶׁשּׁוֹכֵב עַל מִטָּתוֹ", אמאל איז דא, א מענטש ליגט אין בעט, "וּבוֹדֶה מִלִּבּוֹ דְּבַר שֶׁקֶר עַל חֲבֵרוֹ", און ער טראכט אויס א ליגנט אויף זיין חבר, "שֶׁחֲבֵרוֹ דִּבֵּר עָלָיו אוֹ עָשָׂה לוֹ שֶׁלּא כַּהֹגֶן לְהַכְעִיסוֹ וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה", אז זיין חבר האט גערעדט קעגן אים אדער געטון עפעס קעגן אים, "וּמַתְחִיל לְהִתְרַגֵּז עַל זֶה וּבוֹעֵר כַּעֲסוֹ עַל חֲבֵרוֹ", און ער הייבט אן ברענען פון כעס, "וְנִתְמַלֵּא רֹגֶז עָלָיו חִנָּם עַל לֹא דָבָר", און ער ווערט גערעגט אויף זיין חבר פאר גארנישט און פאר נישט, "כִּי הוּא בְּעַצְמוֹ חָשַׁב וּבָדָה זֹאת עַל חֲבֵרוֹ", ווייל ער אליינס האט דאס אויסגעטראכט, "וּבֶאֱמֶת חֲבֵרוֹ נָקִי מִזֶּה לְגַמְרֵי", און באמת איז זיין חבר ריין פון דעם.


איך בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט ארויסגיין פון די קטנות הדעת, דו זאלסט אפלאזן די נארישע שטותים און זיך שוין איבערצייגן אז איך האב דיך ליב און יעדער האט דיך ליב, און אז מען הערט נישט אויס דיינע מיינונגען מיינט נישט אז מען האט דיך נישט ליב, און אז מען פאלגט נישט וואס דו זאגסט מיינט נישט אז מען וויל דיך מרחק זיין.


ביי מיר איז קלאר אז אלעס זענען דיר מכיר טובה פאר אלע טובות וואס דו האסט געטון, קיינער האט דיך נישט מרחק געווען, דאס איז דער סמ"ך מ"ם וואס זוכט צו מאכן מחלוקת צווישן דעם קעניג'ס לייט, ... נרו יאיר האלט מיך כסדר פאר היתכן איך לאז צו אזוינס, מען זאל דיך מרחק זיין וכו'; איך האלט נישט אזוי, איך ווייס אז דאס ביסטו אליינס וואס דו שלאגסט דיך אליינס, דו חזר'סט די שקר ביז עס ווערט אמת ביי דיר...

#674 - אכטונג געבן פון הערן ניגונים פון פרייע זינגערס
ניגונים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


געב אכטונג פון הערן ניגונים פון די פרייע זינגערס, די איזראעלישע מוזיק, עס איז איין שטיק ניבול פה, איין שטיק גלוי עריות רחמנא לצלן.


איך בין דיך דן לכף זכות אז דו פארשטייסט נישט זייער טמא'נע שפראך, דו קענסט נישט העברעאיש, דאך אפילו אן פארשטיין – איז דאס מטמא דעם מענטש.


איך בעט דיר זייער, איך וויל דיר אזוי שטארקן מאכן א גוטע חסידי'שע ערליכע שידוך, אבער איך האב מורא, איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, אויב דו ווילסט אויפשטעלן אן ערליכע שטוב, אדער דו ווילסט גיין מיט א שטריימל בעקיטשע און זיין פריי פון יראת שמים.


איך האב דיך ליב, איך האב ליב דיינע עלטערן, איך בעט דיר ווארף אוועק די טומאה, די פרייע ניגונים, די טריפה'נע בילדער.


איך וויל דו זאלסט מיר שרייבן א בריוו, שרייב מיר וועלכע לעבן דו ווילסט, איך וויל דיר מאכן א שידוך.


חבר זיך נאר מיט בחורים וואס רעדן איידל, אז דו זעסט א בחור רעדט ניבול פה קום מיר דערציילן, העלף מיר האלטן ריין די קהילה.

#673 - קינדער ווילן נאר זיין מעכטיג
חינוך הילדים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


בנוגע דיין זון וואס וויל גיין מיט קורצע ערמל און ביי ענק אין די משפחה גייט מען מיט לאנגע ערמל, דו פרעגסט וואס איז ריכטיג; פון איין זייט ווילסטו בלייבן מיט די וועג ווי אזוי מען גייט ביי ענק, און פון די אנדערע זייט ווילסטו וויסן וואס צו טון מיט דיין זון, ער קומט אהיים פון חדר מוטשען טאג נאך טאג אז ער וויל גיין ווי די אנדערע קינדער וכו'.


זיי קלוג און בעט דעם מלמד און מנהל און נאך - וואס זעען דיין זון – אז זיי זאלן אים פריוואט געבן א גוט ווארט פאר די וועג ווי אזוי ער גייט; ווייל עס איז נישט די קורצע ערמל אדער לאנגע ערמל, עס איז די מעכטיגקייט וואס די קינדער ווילן זיין, קינדער ווילן נישט זיין בטלנ'יש, און אז אין כיתה איז דא מעכטיגע קידער וואס גייען די סארט וועג - ווילן אלע דאס נאכמאכן; דארף מען זיין קלוג, זיי געבן גוטע ווערטער און זיי אויך מאכן מעכטיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#672 - ברוך דיין האמת, עס רייסט די הארץ
אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


אוי ווי שווער עס איז מיר צו הערן די שרעקליכע בשורה, אוי וויי, אוי עס רייסט די הארץ; טאטע מאמע זאלן אריבער גיין אזא פאסירונג, ענק האבן פארלוירן א טאכטער אזוי פלוצלונג; ברוך דיין האמת, המקום ינחם אתכם מתוך שאר אבלי ציון וירשלים דער אייבערשטער זאל ענק טרייסטן ענקערע צעבראכענע הערצער, און אויך אונזערע צעבראכענע הערצער, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה בימנו.


מוהרא"ש זאגט, ביים מנחם זיין אבלים, ניצט מען דעם לשון "המקו"ם ינחם אתכם" וואס איז דער לשון 'המקו"ם' ינחם אתכם? נאר עס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר תיקון כו, דף עא:), הוי"ה בהכאה באטרעפט מקו"ם. דאס הייסט: אז מען רעכנט צען מאל די אות י', פינף מאל די אות ה', זעקס מאל די אות ו', און נאכאמאל פינף מאל די אות ה' - קומט אויס הונדערט זעקס און אכציג (186) אזוי ווי די ווארט מקו"ם; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס מסביר, ווען א מענטש כאפט קלעפ, און אז ער ווייסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים קומט פונעם אייבערשטן, ער ווייסט אז הוי"ה בהכאה - "עולה מקום", בלייבט מען אין פלאץ, די לעבן גייט ווייטער אן, ווייל אויב חס ושלום מען איז אונטער געווארפן אונטער טבע, מקרה און מזל, מען מיינט אז זאכן פאסירן פון זיך אליין חס ושלום, און מען הייבט זיך אן באשולדיגן אז מען וואלט ווען געקענט טון אזוי, מען וואלט ווען געקענט מאכן אנדערש, דעמאלט האט מען מער נישט קיין 'מקום' אויף די וועלט, מען שפירט זיך ווי א פארטיבענער השם ישמרינו; און דאס זאגט מען פאר די אבלים: "המקו"ם ינחם אתכם מתוך שאר אבלי ציון וירושלים.


ליבער ברודער איך בעט דיר זאלסט זיך זייער שטארקן, וויסן זאלסטו, מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווייסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן נב), דאס וואס מיר פארשטייען נישט דרכי המקום - דאס איז די גרויסקייט פונעם אייבערשטן, וואלטן מיר אלעס פארשטאנען - וואלט געווען כביכול די שכל פונעם אייבערשטן אזוי ווי אונזער שכל; מיר פארשטייען נישט דרכי המקום, מיר גלייבן באמונה שלימה אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט, אלעס איז בהשגחה, און מען דארף שטענדיג חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז מיט א פינקטליכער חשבון.

#671 - זיך מקשר זיין צום צדיק, וואו מען געפינט זיך
אמונה, התחזקות, ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך זע אז דו ביסט געבליבן די יאר אין שטעטל אויף ל"ג בעומר, ביסט נישט געפארן קיין מירון; ליבער ברודער, הארציגער חבר - מען קען זיך מקשר זיין צום צדיק וואו מען געפינט זיך, אפילו דער וואס איז נישט אנגעקומען צו זיין אין מירון קען זיך אויך מקשר זיין צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי און פועל'ן ישועות און רפואות און אלע גוטע זאכן, רבי שמעון בר יוחאי געפינט זיך דארט וואו מען לערנט זיינע תורות, און דארט וואו מען פירט זיך אזוי ווי ער האט געלערנט; דער רבי האט אמאל געזאגט: "א שיינע חתונה איז יעצט אין מירון, אבער דער חתן איז דא"; ווייל דארט וואו מען פירט זיך אזוי ווי דער צדיק האט געוואלט - דארט איז דער צדיק.


אז מען לערנט דעם הייליגן זוהר, מען זאגט די ווערטער פונעם זוהר - איז דאס גערעכנט אזוי ווי מען איז ביי די מערה, עס איז גערעכנט אזוי ווי מען איז זיך משתטח אויפן ציון פונעם צדיק. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קצב), די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק ליגט אין זיינע ספרים; די זעלבע ווערטער זאגט דער הייליגער צדיק רבי נחום מטשערנאביל זכותו יגן עלינו (ישמח לב, מסכת שבת, דף תקיא), ווען מען לערנט די תורות פונעם צדיק - איז אזוי ווי מען איז זיך משתטח אויפן קבר פון דעם צדיק, "שִׂפְתוֹתָיו דּוֹבְבוֹת בַּקֶּבֶר" (יבמות צז.), אז דאס גייט ארויף ווען מען לערנט די תורות פונעם צדיק איז דאס אזוי ווי מען איז זיך משתטח ביים קבר פונעם צדיק, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#670 - אויפהייבן די הענט צום הימל
חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות, חדר, תפילה, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


יצחק פאפנהיים נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


זיי מברר פארוואס דער קינד וויל נישט מער קומען אין חדר, אפשר איז דא עפעס וואס מען דארף פאררעכטן.


ל"ג בעומר אין ארץ ישראל מאכט מען נישט קיין חדר און סקול.


עס איז ריכטיג צו בעטן די עלטערן וואס מען רעדט ביי זיי אין שטוב נישט אידיש אז זיי זאלן לערנען אידיש.


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, און אז דו טראכסט פון אויפהייבן די הענט און אפלאזן וכו' - זאלסטו אויפהייבן די הענט צום הימל; קוק ארויף און בעט דעם אייבערשטן זאל דיך העלפן, ער זאל דיר געבן כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#669 - רבי שמעון איז אויך געווען א קינד, א בחור
התחזקות, תפילה, ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


דער מגיד שיעור ר' משה שמואל זאגט מיר אז דו לערנסט און דאווענסט אפילו עס קומט דיר אן שווער. איך בין זייער איבערגענומען פון דאס הערן, איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט ווייטער לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן; קוק נישט אויף אנדערע, און אז דיר נעמט מער צייט צו לערנען איין פרק משניות, עס נעמט דיר אזוי ווי עס נעמט פאר אנדער צו לערנען אכצן פרקים משניות - זאלסט נישט ווערן צעבראכן דערפון, דו דין דעם אייבערשטן אויף דיין וועג, די הייליגע חכמים זאגן (מנחות קי.): "אֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן אָדָם אֶת דַּעְתּוֹ לַשָּׁמַיִם", דער וואס טוט אסאך און דער וואס טוט ווייניג - זענען ביידע חשוב ביים אייבערשטן; ווייל דער אייבערשטער קוקט אויף די הארץ פונעם מענטש.


אז דו וועסט זיין אין מירון - זאלסטו מתפלל זיין פאר מיר יואל בן רייצא רעכיל, און דו זאלסט נעמען התחזקות; קוק דער הייליגער רבי שמעון צו וואס ער האט זוכה געווען, וואס מיינסטו? רבי שמעון איז אראפגעקומען פון הימל? רבי שמעון איז אויך געווען א קינד, א בחור, עס איז אריבער אויף אים וואס איז אריבער, און נאר ווייל ער האט זיך דערהאלטן האט ער זוכה געווען צו קומען צו וואס ער איז געקומען; און דערפאר ל"ג בעומר זינגט מען: "בר יוחאי נמשחת אשריך שמן ששון מחבירך", אינטערעסאנט איז אז מען זינגט לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, מען זינגט 'דער זון פון יוחאי', וואס איז דאס אז מען זינגט 'בר יוחאי' א זון פון יוחאי? נאר ווען מען הערט און מען לערנט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים, ווי זיי האבן זוכה געווען צו קומען צו זייערע הויכע מדריגות, איז דא א טעות וואס מענטשן מאכן; אנשטאט מען זאל ווערן אויפגעפלאמט פון די גרויסקייט פון די צדיקים און טראכטן פון אויך אנהייבן דינען דעם אייבערשטן, זוכה זיין צו ווערן א צדיק, אנשטאט אזוי צו טראכטן, זאגט מען: 'מילא די צדיקים, זיי האבן זוכה געווען צו וואס זיי האבן זוכה געווען ווייל זיי זענען מלאכים, זיי זענען נישט קיין מענטשן, דערפאר האבן זיי זוכה געוען צו ווערן אזוי הייליג, אבער מיר וואס מיר זענען פשוט'ע מענטשן - קענען נישט זוכה זיין צו דעם'; דאס איז א גרויסער טעות, און דאס איז די טעם וואס מען זינגט אויף דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי - 'בר יוחאי' א 'זון פון יוחאי'; אז רבי שמעון בר יוחאי איז געבוירן געווארן ביי עלטערן, ער איז געווען א קינד ביי עלטערן, ער איז נישט געקומען פון הימל, 'בר יוחאי' א קינד פון א טאטע מאמע; און נאר דורכדעם וואס ער האט זיך אויסגעארבעט מיט תורה און תפילה - איז ער אנגעקומען צו וואס ער איז אנגעקומען.


דער הייליגער רבי פלעגט אסאך דערציילן פון זיינע מדריגות צו וואס ער האט זוכה געווען, בפשטות האט דאס דער רבי געטון ווייל דער רבי האט אונז געוואלט אנרייצן מיר זאלן אויך וועלן זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן, מיר זאלן זיך נישט באגנוגן מיט וואס מיר טון, מיר זאלן אלץ שטרעבן אויף העכערס, און ווען דער רבי פלעגט רעדן פון זיינע מדריגות, האט מען געזאגט פארן רבי'ן אז דאס וואס ער האט זוכה געווען איז צוליב דעם וואס ער איז א יחסן, אן אייניקל פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, און אן איינקל פון די הייליגע צדיקים רבי נחמן הורודענקער זכותו יגן עלינו און אזוי ווייטער, אבער דער רבי האט דאס אוועק געמאכט, דער רבי האט געזאגט: "איך וואלט זוכה געווען צו קומען צו די אלע מדריגות אפילו איך וואלט ווען געבוירן געווארן ביי פשוט'ע עלטערן; דאס איז נישט צוליב זכות אבות, דאס איז ווייל איך האב פיל געהארעוועט, און יעדער איינער וואס וועט הארעווען, יעדער איינער, אפילו א פשוט'ער מענטש פון פשוט'ע עלטערן דארף וויסן, אז אויב וועט ער הערן די קול פון די צדיקים און טון זייערע עצות - האט ער אויך די מעגליכקייט צו קומען צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#668 - שלעכטע מחשבות
שמחה, אמונה, התחזקות, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן די בריוו.


דאס וואס עס האט פאסירט, עס האט זיך אייך אריינגעכאפט א בילד במחשבה פון א צלם, פון א שתי וערב, און איר האט עס נישט געקענט ארויסנעמען פון קאפ, איר זענט דערשראקן אז דאס האט פאסירט אין א צייט וואס איר זענט אהיים געקומען וכו', און איר זענט דערשראקן וכו'; מאכט נישט קיין עסק דערפון, א צלם איז גארנישט, די גאנצע זאך איז איין גרויסע דמיון, איר דארפט גארנישט מורא האבן.


דאס אז די מחשבה איז נישט ארויס - דאס איז פשוט, דאס זאגט שוין דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן עב): "כִּי זֶה טֶבַע וּסְגֻלַּת שֶׁל אֵלּוּ הַיְצָרִין הָרָעִים הַמְזֹהָמִים", אזוי ארבעט די שלעכטע שמוציגע יצר הרע, "כָּל מַה שֶּׁרוֹצִים לְהִתְגַּבֵּר עַל אֵלּוּ הַמַּחֲשָׁבוֹת", ווי מער מען וויל זיך שטארקן אויף זיי, "יוֹתֵר וְיוֹתֵר הֵם מִתְגַּבְּרִים", שטארקן זיי זיך שטערקער אויפן מענטש; אזוי ווי ווען מען לויפט אוועק פון איינעם, און אז מען קוקט צוריק אויף יענעם ווערט יענער שטערקער, ווייל ער זעט ווי מען קוקט צוריק, און דאס מאכט יענער זאל ווייטער נאכלויפן, אזוי ארבעט די שלעכטע מחשבות, ווי מער מען שלאגט זיך מיט זיי ווערן זיי שטערקע, מען קען זיי נישט פארטרייבן דורך זיך קריגן מיט זיי.


די עצה פטור צו ווערן פון די מחשבות איז שמחה, דער רבי זאגט דארט: "גַּם עַצְבוּת הוּא מַזִּיק מְאֹד וְנוֹתֵן כֹּחַ לְזֶה הַיֵּצֶר הָרָע הָעָב הַגַּשְׁמִי", נאר מיט שמחה קען מען זיין א בעל הבית אויף די מחשבות, דער זוהר הקדוש זאגט בשמח"ה איז די אותיות מחשבה; מיט שמחה קען מען קאנטראלירן די מחשבות.


די אנדערע בלבול וכו'; דאס איז אלעס מעשה סמ"ך מ"ם אז מען זאל זיך נישט פרייען מיט די גרויסע מצוה וואס מען איז זוכה צו טון וכו'; זייט פרייליך אז איר זענט זוכה צו היטן די הלכות און צו גיין וכו', ווייל מיט שמחה של מצוה וכו' ברענגט מען אראפ הייליגע נשמות, דאס איז די סוד פון ברענגען געזונטע הייליגע נשמות - שמחה של מצוה, זיין פרייליך אז מען טוט דעם רצון פונעם אייבערשטן וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#667 - אלץ מזכיר זיין דעם אייבערשטנ'ס נאמען
אמונה, התחזקות, פרנסה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


נעם אריין אמונה אין דיר, לעב מיט אמונה, חזר אמונה, חזר זיך אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, אלעס פירט דער אייבערשטער, אלעס מאכט ער, אלעס טוט ער און אלעס איז ער אליינס, און אז עס גייט אריבער אויף דיר יסורים וכו' - זאלסטו וויסן אז דאס איז מיט א חשבון. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז:): "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה", א מענטש צוקלעמט זיך נישט זיין פינגער אן דעם וואס מען זאל אויסרופן אין הימל פון פאראויס אז דער מענטש זאל זיך צעקלאפן זיין פינגער; און אזוי אויך מיט פרנסה, די הייליגע חכמים זאגן (יומא לח.): "בשמך יקראוך ובמקומך יושיבוך, אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו", קיינער קען נישט צורירן צו א פרוטה וואס איז אנגעגרייט פארן חבר, "ואין מלכות נוגעת במלכות חברתה אפילו כמלוא נימא", און קיינער קען נישט צונעמען פון א צווייטן; נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות נח.): "אפילו ריש גרגיתא מן שמיא מנו ליה", אפילו דער וואס איז ממונה צו ארבעטן ביי די סוער, שמוציגע ארבעט - איז אויך פון הימל.


רעד מיט מענטשן דיבורי אמונה, ביי יעדע זאך זאלסטו מזכיר זיין דעם אייבערשטנ'ס נאמען, וואס מען רעדט זאלסטו זאגן: "ברוך השם", "געלויבט השם יתברך", "אם ירצה השם", "חסדי השם", "כי טוב השם"; דאס וועט אראפנעמען פון דיר אלע שלעכטס, אזוי זאגט דער הייליגער רבי (ספר המדות אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", דורך אמונה איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות.


ביים רבי'ן באקומט מען א קלארע אמונה, דער רבי לערנט מיט אונז אמונה. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, "וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה.


דעם שבת וועל איך זיין אם ירצה ה' אין קרית ברסלב ביי מיין איידעם שליט"א און דאווענען אין די שול ביי די גאס פון ירושלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#666 - וועלכע חיה וועט מנצח זיין?
התחזקות, צדקה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבינ'ס עצות ווי אזוי צו זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד): "הַפָּחוּת שֶׁבַּאֲנָשַׁי אֲנִי מוֹלִיךְ אוֹתוֹ בְּדֶרֶךְ שֶׁל צַדִּיק גָּדוֹל מְאֹד", דער קלענסטער פון מיינע מענטשן - אויך אים - פיר איך אויפן וועג פון גרויסע צדיקים; נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; מיט די עצות פון רבי'ן קען מען זיך רייניגן פון אלע שלעכטס, קריג זיך נישט מיט די מחשבות, נעם די עצה פון רבי'ן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רלג), דער אייבערשטער האט א גרויסע תענוג פון זען ווי מען שטארקט זיך אויף שלעכטע מחשבות, און אזוי ווי עס איז דא ביי די קעניגן, זיי האבן א פארגעניגן צו ברענגען חיות וואס קריגן זיך איינער מיטן צווייטן, און אלע שטייען און קוקן וועלכע חיה וועט מנצח זיין, און די קעניגן האבן א גרויסע פארגעניגן פון דעם, אזוי אויך זאגט דער רבי איז מיט די מחשבות פונעם מענטש, די מחשבות פונעם מענטשן זענען אזוי ווי חיות, גוטע מחשבות זענען טהור'ע חיות און די שלעכטע מחשבות זענען די טמא'נע חיות, און פון הימל ברענגט מען די שלעכטע מחשבות פארן מענטש אז ער זאל זיך קריגן מיט זיי, און דער אייבערשטער האט א גרויסע תענוג ווען מען שטארקט זיך אויף זיי.


דער רבי זאגט (שם), אן עצה ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו האבן ריינע פאזעטיווע מחשבות, "הַכְּלָל שֶׁאִי אֶפְשָׁר בְּשׁוּם אֹפֶן בָּעוֹלָם שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד בְּפַעַם אֶחָד", עס איז נישט מעגליך מען זאל טראכטן צוויי מחשבות אויף איין מאל, ממילא איז זייער גרינג צו פטור ווערן פון נישט גוטע מחשבות, דורך אריינעמען אין זיך א גוטע מחשבה, דורך טראכטן פון תורה און פון תפילה, אדער אפילו פון ביזנעס וכו'; אזוי גייט פון זיך אליינס אוועק די שלעכטע מחשבה.


מארגן ליל שישי וועט די שיעור נישט זיין אין ישיבה, די שיעור וועט זיין ביי די מסיבה וואס וועט פארקומען פאר די תומכים וואס העלפן די מוסדות רבי מאיר בעל הנס, אונזערע שיינע הייליגע מוסדות אין ארץ ישראל, מען וועט קענען מיט האלטן די שיעור אויפן די הוקאפ. ביי די וועלט איז אנגענומען אז פסח שני איז די יארצייט פון דער הייליגער תנא אלוקי רבי מאיר בעל הנס, וועלן מיר מאכן א סעודה אינאיינעם מיט א פסח שני סעודה מיט די חברים וואס העלפן מיר דעקן די מוסדות צו קענען באצאלן די מלמדים און טיטשערס אין צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#665 - געטרוי נישט קיינעם מיט געלט
אמונה, התחזקות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


געב זיך אכטונג מען זאל דיך נישט בא'גנב'ענען, געטרוי נישט קיינעם, דארפסט נישט דערציילן אז דו האסט אוועק געלייגט געלט; ווי ווייניגער רעדן אלץ געזונטער. רעד נישט פון זיך, בלאז נישט פון זיך, עס קומט נישט ארויס קיין גוטס פון זיך בארימען און זיך גרויסן.


מיר האבן אנגעהויבן א פרישע מסכתא, מסכת חולין; כאפ זיך מיט, הייב אן לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, יעדן טאג א בלאט. לערנען גמרא און זאגן גמרא פארברענט די קליפה וואס ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית'", תלמוד באטרעפט אזוי ווי די קליפה וואס ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית, רחמנא לצלן, תלמו"ד באטרעפט פיר הונדערט אכציג, און די קליפה לילי"ת באטרעפט אויך פיר הונדערט אכציג, "עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


ליבער ברודער הארציגער חבר, זע זיך צו שטארקן מיט וואס דו קענסט נאר, און קיין שום זאך זאל דיך נישט צעברעכן, ווייל אויף די וועלט דארף מען זייער אסאך חיזוק. אויך די גרויסע צדיקים וואס האבן קיינמאל נישט געזינדיגט און זיי האבן זייער גאנץ לעבן געדינט דעם אייבערשטן - אויך זיי האבן געדארפט זייער אסאך התחזקות, און נאר דורכדעם וואס זיי האבן זיך געשטארקט האבן זיי זוכה געווען צו וואס זיי האבן זוכה געווען, אויך דער הייליגער רבי האט בפירוש געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח), אויב וואלט אים איינער געזאגט א גוט ווארט אין זיינע יונגע יארן, אפילו נאר די איין ווארט 'ברודער שטארק זיך' - וואלט עס אים זייער געהאלפן; איז דאך זיכער אז מיר קליינע מענטשלעך, וואס מיר זענען צעבראכן אויף פיצלעך פיצלעך, וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט וואס אויף אונז גייט אריבער - איז דאך זיכער אז מיר דארפן זיך שטארקן און זיך נישט נאכלאזן.


אמאל האט רבי נתן גערעדט מיט אנשי שלומינו אז אויף יעדן איינעם גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות און מען דארף זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות, אינמיטן רעדן האט ער זיך זייער צופלאקערט און געזאגט: "פארוואס איז רבי שמעון בן יוחאי געווארן רבי שמעון בן יוחאי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער אר"י הקדוש געווארן דער אר"י הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער בעל שם טוב הקדוש געווארן דער בעל שם טוב הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער הייליגער רבי געווארן דער הייליגער רבי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! און פארוואס בין איך וואס איך בין? ווייל איך האב די מאס התחזקות!" דאס איז די יסוד פון זוכה זיין צו קומען צו די העכסטע מדריגות, זיך דערהאלטן און נישט אויפגעבן; ווייל אויף אלע צדיקים איז אריבער וואס איז אריבער, און נאר ווייל זיי האבן זיך דערהאלטן זענען זיי צוגעקומען צו זייערע מדריגות.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער איך דארף גיין צו די בחורים, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#664 - מקשר זיין צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאיא
אמונה, התחזקות, ל"ג בעומר, מירון

מקשר זיין צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחקותי, י"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז ל"ג בעומר; וויסן זאלסטו, סיי די וואס זענען זוכה צו זיין אין מירון און סיי די וואס זענען נישט זוכה צו זיין אין מירון - קענען זוכה זיין זיך צו מקשר זיין צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי און צו זיין אין די מערה.


ווען איך בין געווען פאריאר תשפ"ה אין מירון מיט די בחורים פון די ישיבה אין ירושלים האבן זיי מיר געבעטן איך זאל זיי ווייזן די פתח המערה, די עפענונג וואו מען גייט אריין צו די הייל, די פתח המערה; איך האב זיי געזאגט אז די וועג אנצוקומען אין די מערה איז דורך די מויל, מערה מיינט מען זיין דבוק אינעם אייבערשטן 'מערה' איז א לשון פון באהאפטן אזוי ווי עס שטייט (מלכים א ז, לו): "כְּמַעַר אִישׁ וְלֹיוֹת" וגו', א לשון פון ארומגענומען און באהאפטן; ווי אזוי קען מען זיין צוגעקלעבט און באהאפטן צום אייבערשטן? מיט די מויל, מיטן ניצן די מויל, בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך; אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פד): "דַּע שֶׁעִקָּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא עַל יְדֵי תְּפִילָה", דער עיקר וואס קלעבט צו דעם מענטש און טוט אים באהעפטן צום אייבערשטן - איז תפילה, דאס איז די מערה פון רבי שמעון בר יוחאי, דורכן הייליגן זוהר - וואס אויף דעם איז געבויט אלע ספרים פון די הייליגע צדיקים - ווערט מען באהאפטן צום אייבערשטן; ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך וואס מען וויל באקומען, למשל מען ווארט אויף א שידוך און מען בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל מיין שידוך, איך וויל חתונה האבן, איך קען נישט מער זיין אליין", אדער מען בעט אויף פרנסה, אויף געזונט וכו', מען בעט: "הייליגער באשעפער איך דארף פרנסה, איך דארף קינדער" - איז נישט נאר מען איז זוכה צו באקומען די שידוך, פרנסה און קינדער, נאר אסאך מער, מען איז זוכה צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן; ווייל מיט דעם וואס מען בעט דעם אייבערשטן, דאס בעטן אליינס קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן, מען באקומט א שטארקע אמונה; דאס אליינס איז שוין די גרעסטע ישועה פארן מענטש.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, בעט דעם אייבערשטן: "'חוּס וְרַחֵם נָא עָלֵינוּ, בְּהִלּוּלָא דְּבַר יוֹחָאי', הייליגער באשעפער בזכות דעם הייליגן צדיק העלף מיר, האב רחמנות אויף מיר, מיין לעבן זאל מיר נישט אריבערגיין מיט נארישקייטן, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אפגעהיטן פון עבירות; 'רְצוֹנֵנוּ לִרְאוֹת מַלְכֵּנוּ, בְּהִלּוּלָא דְּבַר יוֹחָאי', הייליגער באשפער איך וויל דיך שפירן, איך וויל דיך זען, איך וויל נישט מסיח דעת זיין פון דיר - 'בִּזְכוּת אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי'; הייליגער באשפער איך בין פארזינקען אין מיינע נארישקייטן, איך לויף נאך די געלט, איך לויף נאך מיינע עבירות, וויפיל געלט איך פארדין - דארף איך נאך און נאך, איך פארגעס פון תכלית, איך פארגעס אז איך וועל איין טאג דארפן אוועק גיין פון די וועלט, איך וועל זיין א גוסס, א נפטר, מען וועט מיך אוועקפירן פון מיין אפיס, פון מיין שטוב, מען וועט מיך טראגן ווייט אין פעלד, דארט וועל איך ליגן אליין, און וואס וועל איך דעמאלט מיט נעמען מיט מיר? נאר די גוטע זאכן וואס איך בין זוכה אריינצוכאפן יעדן טאג, מיין ציצית, מיין תפילין, מיין מזוזה, מיין היטן שבת; העלף מיך אייבערשטער איך זאל יעדן טאג גיין אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב, העלף מיר איך זאל יעדן טאג לערנען אביסל תורה, איך זאל עפענען א חומש און לערנען די פרשת השבוע, חומש תרגום מיט רש"י, מעביר סדרה זיין יעדן טאג לויט די טעג פון די וואך, און לערנען גמרא, משניות, הלכה – 'בִּזְכוּת אֲדוֹנֵנוּ בַּר יוֹחָאי'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#663 - דורך זיין פרייליך האט מען גוטע מחשבות
שמחה, אמונה, התחזקות, בטחון

דורך זיין פרייליך האט מען גוטע מחשבות


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די יאר וועל איך נישט זיין אין מירון ל"ג בעומר, די יאר מאכן מיר אין שטעטל ל"ג בעומר א סעודה, מיר וועלן מסיים זיין ספר הזוהר. אויך וועט זיין א הדלקה, מען וועט דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צום נחל נובע מקור חכמה, וואס אפילו העיר וקדיש מן שמיא צריך לקבל משם (חיי מוהר"ן, סימן קפט), ווייל אז מיר קליינע מענטשלעך וואס מיר זענען אזוי ווייט פון פארשטיין די סודות פון ספר הזוהר, די אורות און השגות; אז מיר זאלן דאס קענען פארשטיין און לעבן מיט דעם - דאס קען נישט זיין נאר דורך די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, וואס ער לאזט זיך אראפ צו די נידריגסטע פלאץ, דארט אויך אויסשרייען אז עס איז מלא כל הארץ כבודו.


שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, דער הייליגער זוהר זאגט (תיקון כב, דף סז.): "וְאַתְוָון בְּשִׂמְחָ"ה אִיהִי מַחֲשָׁבָ"ה", מחשבה איז די אותיות בשמחה; דורך זיין פרייליך האט מען גוטע מחשבות, פאזעטיווע מחשבות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן י): "עַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה", ווען א מענטש איז נישט פרייליך, "אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ", איז אים זייער שווער צו קענען טראכטן נארמאל, "וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", מען קען נישט טראכטן גוט, די קאפ לויפט נעגעטיוו, "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אבער ווען מען איז פרייליך, זענען די מחשבות מסודר און מיושב.


פרייטאג, פסח שני - זענען מיר מסיים מסכת מנחות און מען הייבט אן שבת א נייע מסכתא, מסכת חולין. איך בעט דיר זייער, כאפ זיך מיט מיטן באן, עס פארט א באן היכל הקודש, יעדן טאג לערנט מען א בלאט גמרא מיט נאך אסאך לימודים, כאפ זיך מיט, די תורה וועט דיר געבן אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#662 - אשר בנחל אידישא
אמונה, התחזקות, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט מגיה זיין די אידישע בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן און מיט ענדיגן די מפתחות, איך וויל שוין ענדיגן דרוקן די סעט אשר בנחל באידיש. איך האב מבטיח געווען פאר מוהרא"ש אז איך וועל דרוקן דאס דרוקן און פארשפרייטן פאר די וועלט; ברוך ה' די ערשטע דריי חלקים איז ארויס הערליך, יעצט ווארט איך אויף די קומענדיגע פיר חלקים, און איך האב דיר עס איבערגעגעבן צו מגיה זיין, און עס שלעפט זיך אזוי לאנג.


איך וויל דו זאלסט זיין אפן מיט מיר, זאג מיר אויב דו קענסט עס מאכן און ענדיגן אויף די יאר, איז גוט, אז נישט וועל איך דאס געבן פאר א קאמפעני דאס צו ענדיגן, ווייל עס איז שוין אזוי לאנג, יעצט ווערט עלף יאר פון מוהרא"ש'ס הסתלקות, און עס איז מיר א בושה אז נאכאלץ האב איך דאס נישט געענדיגט, ביטע מיר לאזן וויסן אויב דאס איז דיר ביכולת צו קענען ענדיגן, ווייל נדרי לה' אשלם, איך דארף מקיים זיין מיין צוזאג.

#661 - גארנישט איז העכער פון די שמחה אין שבת קודש
שמחה, אמונה, התחזקות, בטחון

גארנישט איז העכער פון די שמחה אין שבת קודש


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת איז די דריטע שבת פון שובבי"ם, צדיקים האבן געזאגט אז די שבת איז זייער א פרייליכע שבת, זיי האבן געזאגט א רמז 'מצוה 'בו' יותר מ'בשלחו'', דאס איז מרמז אז די שבת פרשת 'בא' איז זייער גרויס, נאך מער פון שבת בשלח; זאלסטו די וואך זיך פארלייגן אויף די איין זאך, 'זיין פרייליך', אלעס אנדערש זאל דיך נישט אנגיין; די עסן, די ריינקייט, די שלאפן, די בעקיטשע, אלעס איז זייער גוט און זייער חשוב, אבער נישט אויפן חשבון פון פארלירן די שמחה פון שבת. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיח:): "כָּל הַמְשַׁמֵּר שַׁבָּת כְּהִלְכָתָהּ", ווער עס היט שבת, "אֲפִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדָה זָרָה כְּדוֹר אֱנוֹשׁ", אפילו ער איז אזוי ווייט געפאלן אין די הארבסטע עבירות, אין די עבירה פון עבודה זרה רחמנא לצלן - "מוֹחֲלִין לוֹ", איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות; זאלסטו שבת זיין נאר פרייליך, טאנץ און פריי זיך 'איך בין א שומר שבת, איך בין א איד!'


קויף איין גוטע זאכן לכבוד שבת, ווען עס קומט צו קויפן פאר שבת זאלסטו נישט קארגן, האב אמונה, גלייב אז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, און ביים איינקויפן זאלסטו בעטן שטילערהייט: "הייליגער באשעפער איך קויף איין לכבוד שבת, איך וויל מכבד זיין שבת, איך וויל אז מיינע קינדער זאלן ליב האבן שבת, געב מיר שפע צו קענען אלעס באצאלן און ארויסגיין פון מיינע חובות"; ווייל בזכות מכבד זיין שבת איז מען זוכה צו עשירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת קיט.), רבי חייא בר אבא איז אמאל געווען אין די שטאט לודקיא און איז איינגעשטאנען ביי א איד, און ער האט דארט געזען שבת ביי די סעודה אז מען האט אריינגעברענגט א גאלדענעם טיש, דער טיש איז געווען געמאכט פון אזויפיל גאלד אז זעכצן מענטשן האבן דאס געדארפט אויפהייבן; אינעם טיש זענען געווען זעכצן זילבערנע קייטלעך צוגעבינדן צו זיי טעלערס און גלעזער, אויפן טיש זענען געווען אלע געשמאקע עסן און טרינקען, און שמעקעדיגע בשמים, און ווען מען האט אריינגעברענגט דעם טיש האט מען געזינגען דעם קאפיטל תהילים (תהלים כד, א): "לַה' הָאָרֶץ וּמְלֹאָהּ וגו'", אלעס אויף די וועלט איז דעם אייבערשטנ'ס, און נאכן עסן האבן זיי געזינגען דעם קאפיטל תהילים (שם קטו, טז): "הַשָּׁמַיִם שָׁמַיִם לַה' וְהָאָרֶץ נָתַן לִבְנֵי אָדָם", און רבי חייא בר אבא האט געפרעגט דעם בעל הבית: "וואס פאר א גוטע זאך האסטו געטון אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן אזא רייכטום?" האט ער געזאגט: "איך בין א קצב (בוטשער), און ווען איך זע א שיינע בהמה לייג איך דאס אוועק פאר מיר פאר שבת", האט אים רבי חייא געזאגט: "אַשְׁרֶיךָ שֶׁזָּכִיתָ", וואויל איז דיר אז דו האסט זוכה געווען צו דעם, "וּבָרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁזִּכֵּךְ לְכָךְ", און געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט דיר מזכה געווען מיט דעם.


א פרייליכן שבת.

#660 - אנטלויפן פון די וואס שפעטן פון די תמימות פון צדיקי אמת
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, לינדן ניו דזשערסי


זוך אויף גוטע חברים וואס פירן זיך בתמימות, מיט זיי זאלסטו זיך חבר'ן, און אנטלויף פון חכמות און ליצנות, בפרט פון די חכמות און ליצנות וואס איז דא ביי די וואס זעען אויס ווי חסידים וכו'.


מוהרנ"ת רופט זיי אן (לקוטי הלכות נזיקין הלכה ד, אות כח): "קְלִפַּת נֹגַהּ", זיי זענען אויסגעמישט טוב מיט רע, פון איין זייט איז טאקע דא אין זיי טוב, "כִּי אֵינָם פּוֹרְקִין עֹל חַס וְשָׁלוֹם", זיי האבן נישט אראפגעווארפן די עול התורה והמצוות, "וּקְצָתָם הֵם אֲנָשִׁים כְּשֵׁרִים קְצָת, וְלִפְעָמִים אוֹמְרִים דִּבְרֵי אֱמֶת", אבער פון די אנדערע זייט האבן זיי אין זיך חכמות מיט ליצנות. מוהרנ"ת זאגט דארט, פון איין זייט זענען זיי מער סכנה ווי פון הערן גוים און אפיקורסים, "כִּי מֵעַכּוּ"ם וְאֶפִּיקוֹרְסִים רֹב יִשְֹרָאֵל מְרַחֲקִים עַצְמָן מֵהֶם", ווייל פון גוים און מינים זענען רוב אידן אינגאנצן דערווייטערט, "אַךְ מֵאֵלּוּ הַכְּשֵׁרִים קְצָת", אבער פון די – "אֵין מִתְרַחֲקִים מֵחָכְמָתָם כָּל כָּךְ", איז מען נישט דערווייטערט, "וּבֶאֱמֶת הֵם מַזִּיקִים הַרְבֵּה", און זייערע ווערטער שאטן, "שֶׁמִּתְלוֹצְצִים מִכַּמָּה דַּרְכֵי הַתְּמִימוּת הָאֲמִתִּיּוֹת" וְכוּ', ווייל זיי שפעטן פון די תמימות פון די צדיקי אמת.


זיי זיך קובע צו זאגן יעדן טאג "אכצן פרקים משניות", און דעם "יום תהילים", בתמימות ופשיטות, ווייל נאר דאס וועט בלייבן פון אונז.

#659 - ווילסט מיר צעברעכן? גיי, גיי, גיי
שמחה, התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי קדושים, ה' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לאז דיך נישט פון קיינעם צעברעכן, אפילו מען וועט דיר קומען זאגן זאכן אין מיין נאמען אז איך בין נישט צופרידן פון דיר וכו' וכו' - זאלסטו זיך נישט צעברעכן, זאלסט זאגן: גיי, גיי, גיי; און אפילו מען וועט דיר אויפווייזן קלאר, שווארץ אויף ווייס אז דו ביסט נישט און דו וועסט זיין א נישט - זאלסטו זיך נישט לאזן צעברעכן.


דער הייליגער רבי האט דערציילט די שרעקעדיגע חלום וואס ער האט געהאט (חיי מוהר"ן, סימן צא), ווי אלע האבן אים אפגעלאזט, קיינער האט נישט געוואלט רעדן מיט אים, ער האט געדארפט אנטלויפן צו א צווייטע לאנד, און אויך אין יענע פרעמדע לאנד האט דער רבי געזען ווי ער דארף זיך באהאלטן, און ער האט זיך באהאלטן אין וואלד. אזוי זיצנדיג אין וואלד קומט צו אים אן עלטערער איד און הייבט אים אן געבן מוסר: "היתכן, דו שעמסט זיך נישט? אזוי פירסטו זיך אויף?! שעמסט זיך נישט פון דיינע זיידעס, רבי נחמן הורודענקער און פון דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו? שעמסט זיך נישט פון תורת משה רבינו און פון די הייליגע אבות, אברהם יצחק און יעקב?! וואס מיינסטו, דו וועסט דען קענען בלייבן דא אין וואלד איינער אליין? דיין געלט וועט זיך ענדיגן און דו ביסט שוין שוואך"; דער עלטערער איד האט נישט אויפגעהערט צו באזידלען דעם רבי'ן, ער האט געזאגט פארן רבי'ן: "דו וועסט פון דא אויך מוזן אנטלויפן, און דארט וואו דו וועסט אנטלויפן וועסטו אויך נישט האבן קיין מנוחה, דו וועסט זיך דארט אויך מוזן באהאלטן צוליב די גרויסע עבירות וואס דו האסט געטון", רופט זיך דער רבי אן און זאגט אים: "מֵאַחַר שֶׁהוּא כֵּן, שֶׁאֲנִי מְגֹרָשׁ כָּזֶה, יִהְיֶה לִי עוֹלָם הַבָּא", אויב איז יא אזוי, אז איך לייד אזויפיל - וועל איך כאטשיג האבן יענע וועלט, רופט זיך אן די נשמה און זאגט, דו מיינסט דו וועסט האבן יענע וועלט? "אֲפִילּוּ בְּגֵּיהִנּוֹם לֹא יִהְיֶה לְךָ מָקוֹם לְהִטָּמֵן שָׁם כִּי עָשִׂיתָ חֵטְא כָּזֶה", אפילו אין גיהנום וועסטו זיך מוזן פארשטעקן פאר אזעלכע הארבע עבירות, זאגט אים דער רבי: "לֶךְ לְךָ", גיי דיר אוועק, גיי דיר אוועק, "הָיִיתִי סוֹבֵר שֶׁתְּנַחֲמוּ אוֹתִי", איך האב געמיינט דו וועסט מיך טרייסטן, "וּתְדַבְּרוּ עַל לִבִּי", איך האב געקלערט דו וועסט רעדן צו מיין הארץ, "עַכְשָׁו אַתֶּם עוֹשִׂים לִי יִסּוּרִים לְכוּ לָכֶם", יעצט אז דו מאכסט מיר יסורים - גיי אוועק.


מוהרא"ש זאגט, דער רבי דערציילט אונז די חלום, דער רבי לערנט אונז מיט דעם אז מיר זאלן נישט ווערן צעבראכן פון קיינעם אויף דער וועלט, אפילו פון נשמות, אפילו פון מלאכים און אויך נישט פון צדיקים. אז מען האט חלישות הדעת דארף מען טון וואס שטייט ביי דוד המלך (שמואל א ל, ו): "וַיִּתְחַזֵּק דָּוִד בַּה' אֱלֹקָיו", דוד המלך האט זיך געשטארקט מיטן אייבערשטן, ווען דוד המלך'ס אייגענע מענטשן האבן אים געוואלט הרג'ענען; וואו האט ער געקענט אנטלויפן? איז ער געלאפן צום אייבערשטן.


זיי פרייליך, און אז דו קענסט נישט - זאלסטו זיך נאריש מאכן ביז דו ווערטס פרייליך; לאך, טאנץ, אבי זיין פרייליך. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצג): "וְכָל עִקַּר הִתְרַחֲקוּת כָּל אָדָם מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הִיא רַק מֵחֲמַת עַצְבוּת וּמָרָה שְׁחוֹרָה", דער עיקר זאך וואס נעמט אוועק מענטשן פון אייבערשטן איז דאס עצבות, דאס זיין דערביטערט און דעפרעסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#658 - אמת אז איך בין א שלומיאל?
התחזקות, הצלחה, ספירה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


נעכטן ווען איך בין געווען אין שטעטל ביים ברית האסטו מיר געזאגט אזוי צעבראכן אז מען האט דיך אפגעזאגט פון דיין ארבעט, און דו פרעגסט מיר: "אמת איך בין א גולם? אמת איך בין א שלומיאל? אמת איך בין א שוטה?"


איך וויל דיך זאגן, דו ביסט א געלונגענער מענטש דו ביסט א גוטער מענטש, דו ביסט פול מיט חן; דאס אז דו האסט נישט קיין פרנסה - דאס מיינט נישט אז דו ביסט א שוטה, "לֹא לַחֲכָמִים לֶחֶם" (קהלת ט, יא), דאס האט נישט צוטון מיט שכל אדער געלונגענקייט; פארוואס זאלסטו זיך צעברעכן? פארוואס זיך קלאפן?


געב א קוק, נעם חיזוק פון די טעג אין וואס מיר געפינען זיך יעצט, מיר שטייען יעצט אין די טעג פון ספירה, אז מיר טראכטן אריין די פאסירונג וואס האט פאסירט ביים הייליגן תנא רבי עקיבא, ווי זיין גאנצע ישיבה, זיין גאנצע הארעוואניע איז בטל געווארן, אלע תלמידים זענען געשטארבן, פיר און צוואנציג טויזנט תלמידים זענען געשטארבן; אז מען טראכט אריין וואס מיינט זיין א רבי פאר תלמידים, וויפיל צייט, וויפיל כח מען דארף אריינלייגן אין יעדן תלמיד, און אז עס האט פאסירט אזא אומגליק, ביים סוף בלייבט גארנישט איבער - וואלט רבי עקיבא געדארפט ווערן אויסער זיך און אויפגעבן, 'וואס הייסט? מיין גאנצע הארעוואניע איז פארפאלן?' אבער דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט זיך געשטארקט, ער האט אנגעהויבן פונדאסניי, ער האט גענומען פרישע תלמידים, זיבן תלמידים: רבי מאיר, רבי יהודה, רבי יוסי, רבי שמעון בר יוחאי, רבי אליעזר בן שמוע, רבי יוחנן הסנדלר און רבי אליעזר בן יעקב; דער הייליגער תנא רבי עקיבא האט נישט אויפגעגעבן, נאר אנגעהויבן פונדאסניי לערנען מיט תלמידים, און צווישן די תלמידים איז געווען דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי וואס אין זיין זכות לעבן מיר.


דאס לערנט אונז אז מיר זאלן אויך נישט אויפגעבן, מיר זאלן שטענדיג אנהייבן פונדאסניי, און אפילו מען זעט ווי אלעס צעפאלט פאר די אויגן, מען זעט זיך חרוב ונחרב, מען זעט ווי אלע הארעוואניע וואס מען האט געהארעוועט און זיך געפלאגט ביז אהער, אלעס איז צעפאלן; דארף מען נאכמאכן דעם הייליגן רבי עקיבא וואס האט זיך נישט מייאש געווען; אנהייבן פונדאסניי, און אז מען זעט זיך ברוחניות א דורכפאל, מען האט אלעס פארלוירן, מען איז אראפגעפאלן אין א שווערע נסיון, מען איז נכשל געווארן אין טון עבירות, מען שפירט ווי מען האט אלעס פארלוירן - דארף מען אנהייבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, מען טוט תשובה, מען איז זיך מתוודה, מען בעט דעם אייבערשטן: "אייבערשטער זיי מיר מוחל", און מען הייבט אן פון ניי דינען דעם אייבערשטן, און אז מען שפירט זיך אזוי ווייט, מען שפירט און מען ווייסט אז מען האט פארלוירן די וועלט און יענע וועלט - דארף מען דינען דעם אייבערשטן פונדאסניי, אפילו מען וועט נישט האבן עולם הבא, און אז מען שטארקט זיך, מען דינט דעם אייבערשטן, מען לערנט, מען דאווענט און מען טוט חסד - פאלן אוועק די אלע דמיונות און מען איז זוכה צוצוקומען צו די העכסטע מדריגות.


אויך בגשמיות, אז מען האט פארלוירן אלעס, מען זעט זיך אליין, מיט פרנסה, מיט די ווייב און מיט די קינדער, דארף מען ארויסנעמען התחזקות פון הייליגן תנא רבי עקיבא, ווי ער האט אנגעהויבן פון ניי, נישט געקוקט אויף וואס מען האט פארלוירן. דאס זאג איך דיר ליבער ברודער, אז דו האסט פארלוירן דיין פרנסה - איז נישט עק וועלט, נעם א נייע פרנסה, און נעם אריין אין דיר אז דער אייבערשטער האט דיך ליב, דער אייבערשטער האט א פלאן, אלעס איז מיט א חשבון, נישט ווייל דו ביסט א גולם, א קלאץ - האסטו פארלוירן דיין פרנסה, נאר אלעס איז פון אויבן. די הייליגע חכמים זאגן (יומא לח.): "בשמך יקראוך ובמקומך יושיבוך, אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו", קיינער קען נישט צונעמען א פרוטה וואס איז אנגעגרייט פאר דיר, "ואין מלכות נוגעת במלכות חברתה אפילו כמלוא נימא", און קיינער קען נישט צונעמען פון א צווייטן נאר אז מען רופט אויס אין הימל. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות נח.): "אפילו ריש גרגיתא", אפילו דער וואס איז ממונה צו ארבעטן ביי די סוער, א נישט געשמאקע ארבעט - "מן שמיא מנו ליה", איז אויך פון הימל, נאך זאגן זיי (חולין ז:): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה, אֶלָּא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה", א מענטש צעקלאפט זיך נישט דעם קליינעם פינגער אן דעם וואס מען זאל אנשרייבן אויבן אין הימל אז עס זאל פאסירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#657 - נאך א שאנס
התחזקות, נקודות טובות, פסח שני

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש ווי דו האסט זיך מחיה געווען מיט די בריוו וואס איך האב דיר געשריבן פאריגע וואך; אז דו האסט זיך אזוי מחי' געווען וויל איך דיר שרייבן נאך אביסל פון די זיסע חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


מיר שטייען א וואך פאר פסח שני, קומענדיגע וואך פרייטאג אמור איז פסח שני, די גאנצע זאך פון פסח שני איז איין גרויסע וואונדער, ווי מען האט געגעבן פאר די מענטשן וואס זענען געווען טמא לנפש נאך א טשענס צו ברענגען דעם קרבן פסח, דאס איז זייער שטארקע חיזוק פאר אונז צעבראכענע מענטשן וואס מיר זענען אין די בחינה פון טמאים לנפש אדם, און מיר האבן נאכנישט זוכה געווען צו קענען קומען אין די עזרה, צום מזבח, צו די קדושה; אז אויב מיר וועלן נישט אפלאזן אונזער ווילן - וועלן מיר זוכה זיין צו אלע קדושות.


אויך איז דא נאך א שטארקע זאך, עס איז אנגענומען ביי כלל ישראל אז פסח שני איז די יארצייט פונעם הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סא:): "רבי מאיר חייש למיעוטא", דאס איז דאך ממש די זאך פון 'פסח שני', אז אפילו מען איז אנגעפילט מיט שלעכטס זאל מען זוכן אין זיך עפעס גוטס, ביז מען וועט ווערן אינגאנצן גוט; דאס איז שיטת רבי מאיר בעל הנס, וואס האט אלץ חושש געווען למיעוטא.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפב), אז מען מוז זוכן אין זיך גוטע זאכן, און אפילו מען איז גוט צעבראכן, מען זעט זיך אלס דער ערגסטער מענטש, מען זעט זיך אנגעפילט מיט שלעכטס, איז אבער זיכער דא עפעס א גוטע זאך וואס מען האט געטון, און אפילו די גוטע זאך איז נישט פון יעצט, עס איז פון א לאנגע צייט צוריק - זאל מען טראכטן פון די גוטע זאך וואס מען האט געטון און זיך מחיה זיין מיט דעם, דאס וועט מאכן אז דער מענטש זאל ווערן אינגאנצן גוט, און דאס איז די פשט אין פסוק (תהלים לז, י): "ועוד מעט ואין רשע והתבוננת על מקומו ואיננו", אז מען זוכט אויף אין זיך 'עוד מעט' אביסל גוטס, 'ואין רשע', וואס אין די מעט איז מען נישט קיין רשע, דעמאלט 'והתבוננת על מקומו ואיננו', וועסטו פלוצלונג זיך זען ווי א נייער מענטש, 'ואיננו' מען איז שוין נישט דער אלטער מענטש.


דאס איז וואונדער ווי אזוי דאס ארבעט, ווי נאר מען טרעפט גוטע זאכן אין זיך אדער אין אנדערע - קען מען אינגאנצן איבערגעדרייט ווערן און אויך קען מען א צווייטן אינגאנצן איבערדרייען, דורך טראכטן אויף יענעם גוט, און דורך זוכן אין יענעם גוטס; דאס איז שיטת רבי מאיר בעל הנס, וואס זאגט אז מען גייט נאך מיעוטא, און דאס איז די זעלבע זאך פון פסח שני; אז אפילו דער מענטש איז מטא לנפש, אויב ער וויל זיין גוט, ער קומט און ער בעט ברחמים: "רבונו של עולם איך וויל אויך זיין גוט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך לערנען און דאווענען"; איז אפילו ער איז נאך פול מיט פראבלעמען, אדער אפילו בבחינת רשע, אויב וועט ער זוכן דעם 'עוד מעט ואין רשע', א פינטעלע וואס האט נישט קיין שלעכטס, עפעס א גוטע זאך וואס ער האט, אדער א גוטע זאך פון אמאל - וועט דאס אים אזוי שטארקן, והתבנונת על מקומו ואיננו, אז ער וועט ווערן א נייער מענטש.


מאך תפילות דו זאלסט קענען די יאר קומען צום הייליגן ראש השנה אין אומאן, דער רבי וועט מאכן שיינע זאכן פון דיר; נישטא קיין וועג צו קומען קיין אומאן, נאר מיט תפילה, מיט בענקען, וועלן און גלוסטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#656 - שטארק מיט די ווילן
התחזקות, רצונות, פסח שני

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


יצחק אהרן וויינבערג נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין פיש יום טוב פסח איז געווען זייער גוטע פיש, די גאנצע משפחה האבן מיר געזאגט אז דיין פיש איז בעסער ווי די פיש וואס מען קויפט אין שטאט; קען זיין אז דו ביסט זיך מתבודד אין די צימער וואו דו שניידסט די פיש, דאס איז די סיבה; אזוי גייען אריין די דיבורים פון התבודדות אין די פיש און עס געבט א ריינע גוטע טעם.


איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט יעדן טאג גיין שפאצירן אין פעלד און שרייען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א צדיק, למה נגרע? וואס בין איך אנדערש? איך וויל אויך זיין פרייליך". אז מען איז זיך מתבונן אין די פרשה פון פסח שני זעט מען אז נאר ווייל די אידן - וואס האבן נישט זוכה געווען צו מאכן דעם קרבן פסח - האבן געשריגן (במדבר ט, ז): 'למה נגרע' פארוואס זענען מיר אנדערש? 'לבלתי הקריב קרבן ה'' אז מיר קענען נישט מקריב זיין דעם קרבן?!' - האט זיי דער אייבערשטער געגעבן דעם פסח שני; נאר ווייל זיי האבן געבעטן, זיי האבן נישט אפגעלאזט זייער ווילן.


אז מען איז שטארק מיט די ווילן, מען לאזט נישט אפ די ווילן, ווער רעדט נאך אז מען זאגט ארויס די ווילן פארן אייבערשטן, מען זאגט: "הייליגער באשעפער למה נגרע, וואס בין איך אנדערש? איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זוכה זיין צו וואס אלע צדיקים האבן זוכה געווען"; דורכדעם וואס מען בעט און מען וויל - איז מען זוכה צו באקומען א פסח שני, מען געבט דעם מענטש אלעס וואס ער בעט און אלעס וואס ער וויל. אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו זאגט (לקוטי הלכות ברכת הפרות הלכה ה, אות טז), משה רבינו האט געזען די רצון, די ווילן פון די אידן, ווי זיי האבן געטענה'ט 'לָמָּה נִגָּרַע', וואס זענען מיר אנדערש? האט ער פארשטאנען אז דא גייט עפעס זיין, מען גייט זיי זיכער געבן זייער פארלאנג, ווייל (שבת קד.): "הבא לטהר", ווען מען וויל זיין גוט, "מסייעים אותו", העלפט מען פון הימל; און טאקע דער אייבערשטער האט געזאגט מען זאל זיי געבן נאך א געלעגנהייט צו מאכן יעצט דעם פסח.


אזוי זאלסטו טון, זאג פארן אייבערשטן דיינע רצונות, זאג פארן אייבערשטן ווי שווער די נסיונות זענען און ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, רעד אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, זאג: "באשעפער איך וויל זיין גוט"; הער נישט אויף צו זאגן: "טאטע איך וויל זיין אן ערליכער איד, עס איז מיר אזוי שווער, וויפיל איך פרוביר פאל איך צוריק"; ווייל יעדע ווארט וואס מען בעט דעם אייבערשטן און אזוי אויך יעדע ווילן וואס מען וויל זיין גוט - איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, און דאס ווערט נישט פארלוירן. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קנ:), אז קיין איין גוטע ווילן ווערט נישט פארלוירן פונעם אייבערשטן; דאס הייסט אפילו מען זעט ווי מען איז נאך ווייט פון קדושה און מען בענקט זיך און מען האפט צו זיין גוט - איז דאס זייער חשוב, און די אלע גוטע רצונות נעמען זיך צאם, און אויך אלע תפילות נעמען זיך צאם, ביז מען איז זוכה אנצוקומען צו אלע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#655 - פון קוקן אויף צוריק, קומט נישט קיין גוטס
התחזקות, פסח שני

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מחזק מיט אזעלכע חיזוקים, אז אפילו דער מענטש איז א שברי כלי, ער האט שוין אויפגעגעבן אויף זיך און פלוצלונג האט ער געפינען דעם רבינ'ס ספרים און דאס דרייט איבער פון טונקל צו ליכטיג, פון שווארץ צו ווייס, מען הייבט אן זען א וועג אז מען קען נאך יא אנקומען צו די קדושה.


קומענדיגע וואך ליל שישי איז פסח שני; וויסן זאלסטו, פסח שני לערנט אונז זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודת השם, אז אפילו מען האט נישט זוכה געווען צו ריינע יונגע יארן, מען האט פוגם געווען, מען האט געטון עבירות, מען איז געווען פארזינקען אין די טומאה - קען מען נאכאלץ זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן און אריינגיין אין די קדושה, אזוי ווי די אידן וואס זענען געווען טמא ביים מקריב זיין די קרבן פסח, זיי זענען געווען אויסגעשלאסן פון כלל ישראל - האבן ביים סוף זוכה געווען צו פסח שני, אזוי אויך קען יעדער איד זוכה זיין צו קומען צו די העכסטע מדריגה, מען קען אלעס פאררעכטן, אפילו מען האט פארפאסט די יונגע יארן.


דער יצר הרע ווערט אנגעריפן א מלך זקן וכסיל, אן אלטער נארישער קעניג, ער טראגט דעם טיטל 'אלט' ווייל ער ברענגט כסדר פארן מענטש זיינע אלטע מעשים, ער וויל צעברעכן דעם מענטש, ער וויל אים מחליש דעת זיין, ער זאגט פארן מענטש: 'לאז דיך אפ, דו וועסט שוין נישט זיין קיין צדיק, דו ביסט טמא, דיינע יונגע יארן זענען פול מיט חטאת נעורים, פארשמירט מיט פגם הברית', אבער אז מען האט שכל אויסצוהערן די קול פון צדיק וואס לערנט אונז - פסח שני; אמת דו האסט פארפאסט דיינע יונגע יארן, אמת דו האסט מקלקל געווען, אבער דו קענסט יעצט זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן, און אז דו וועסט תשובה טון, דו וועסט חרטה האבן אויף דיין עבר און זיך מקבל זיין צו זיין גוט - וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין און דיר געבן נאך א טשענס.


אנשטאט זיין דערביטערט אז מען האט נישט געקענט ברענגען דעם ערשטן קרבן פסח, דארף מען ענדערש זען צו זיך גרייטן אויפן פסח שני, מען דארף וויסן אז פון קוקן אויף צוריק, פון זיך קלאפן אז מען האט פארפאסט די יונגע יארן - וועט קיין גוטס נישט ארויס קומען; אודאי דארף מען תשובה טון דערויף און יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע חטאת נעורים", אבער א גאנצן טאג דארף מען זיין פרייליך און ארויסקוקן ווען קומט שוין פסח שני, און ווען עס קומט צו לערנען און דאווענען טאר מען נישט טראכטן פונעם עבר, דעמאלט דארף מען אלעס פארגעסן. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה", מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון און זיי פארגעסן וואס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, אבער עס איז פארקערט, עס איז נאר א מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, דאס וואלט גורם געווען אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פונדאסניי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#654 - נישט אויפגעבן, נישטא קיין יאוש
התחזקות, עבודת השם, יאוש, פסח שני

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך ווייס אז דו פלאגסט זיך זייער שטארק צו זיין אפגעהיטן בקדושת הברית און עס איז דיר זייער שווער, עס גייט אריבער אויף דיר יעדן טאג ביטערע שווערע ברענעדיגע נסיונות, דער יצר הרע קומט יעדן טאג צו דיר און ווארפט דיך אראפ אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית, אין די רציחה פון הרג'ענען די קינדער רחמנא לצלן, עס איז דיר אזוי ביטער, דו שפירסט אלע ביטערע טעמים, דו ווילסט נישט לעבן, דו ווילסט שטארבן השם ישמרינו.


וויסן זאלסטו מיין ליבער טייערע ברודער, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עח): "נישטא קיין יאוש", און אפילו מען איז געפאלן אין קוקן די ערגסטע זאכן, מען איז געפאלן אין פגם הברית רחמנא לצלן - דארף מען וויסן אז פון דארט קען מען זיך אויך צוריק קערן צום אייבערשטן, פון דארט קען מען זיך אויך אויפהייבן, און די אלע מחשבות וואס בוזשעווען: 'וואס? איך קען דען נאך תשובה טון? איך קען דען נאך זיין א צדיק? איך האב דאך געטון געפערליכע עבירות?!' דארף מען געדענקען דעם קול וואס דער צדיק שרייט, דער קול פונעם הייליגן רבי'ן וואס האט געשריגן מיט זיין גאנצע כח (שם): "גיוואלד! אֵין שׁוּם יִאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קיין יאוש איז גארנישט פארהאן!"


דאס איז דער לימוד פון פסח שני, מען זעט קלאר אז עס נישטא קיין יאוש, ווייל פון אויבנאויף איז די ריכטיגע סברה צו זאגן 'ווער עס איז טמא האט פארפאסט, עס איז נישט שייך פאר זיי צו ברענגען דעם קרבן פסח, אז מען איז טמא איז מען טמא, עס איז נישט שייך', אבער די תורה לערנט אונז אז 'אֵין שׁוּם יִאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל', אפילו דער וואס איז טמא - קען אויך זוכה זיין צו אלע קדושות; אויב וועט ער נישט אויפגעבן, ער וועט זיך נישט מייאש זיין, ער וועט נעמען די עצות פון די צדיקים וואס זיי לערנען אונז אז אפילו דער וואס זעט אויס ווי ער קען נישט זוכה זיין צו זיין א צדיק, אויב וועט ער דאווענען און לערנען און נישט אפלאזן זיינע גוטע רצונות - וועט ער אויך זוכה זיין צו ווערן א צדיק.


אז דו ווילסט פאררעכטן די שרעקליכע עבירה, זאלסטו נעמען דעם תיקון פון הייליגן רבי'ן, זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן און אים בעטן: "הייליגער באשעפער נעם אן מיין תשובה, נעם אן מיין צעבראכענע הארץ, איך וויל נישט טון די שלעכטע זאכן, איך וויל זיין גוט, איך האב פייערדיגע נסיונות, איך האב זיך נישט געקענט שטארקן, אבער אייבערשטער איך האב חרטה, איך גיי שוין זיין גוט, איך גיי מער נישט פוגם זיין"; קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א רעש עס ווערט אין הימל פון די ווערטער, דאס זענען דאך ממש די ווערטער וואס די תורה זאגט, אז די אידן האבן גע'טענה'ט צו משה רבינו (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע", וואס זענען מיר אנדערש, "לְבִלְתִּי הַקְרִב אֶת קָרְבַּן ה'", אז פאר אונז גייט נישט עבודת השם, מיר פאלן אין די טומאה?! און די ווערטער האבן געמאכט אזא רעש אז מען האט זיי געגעבן א פסח שני, און אזוי איז עד היום הזה, אז א איד קומט און זאגט אויס זיין צעבראכן הארץ פארן אייבערשטן, ער טענה'ט: "הייליגער באשעפער, 'למה נגרע', פארוואס בין איך אנדערש? איך וויל אויך זיין ערליך, איך וויל אויך זיין הייליג" - נעמט מען אראפ פון זיך אלע קטרוגים און מען עפנט אים אויף די טויערן פון קדושה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.