בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#14 - איך בענק זיך נאך אונזער חברותא'שאפט
חברים, לימוד התורה, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך בענק מיר נאך אונזער חברותא'שאפט, די פארטאגס שעות שבת אינדערפרי ווען מיר פלעגן לערנען דעם גאנצן מדרש רבה, מדרש תנחומא און זוהר הקדוש אויף די פרשת השבוע, מדרש רבה און תנחומא האבן מיר ברוך ה' געענדיגט נישט איינמאל נאר עטליכע מאל, אבער זוהר הקדוש איז נאך דא עטליכע סדרות וואס מיר דארפן נאך מסיים זיין.


איז אפשר יעצט ווען עס איז דא די לאנגע פרייטאג צו נאכטס איז כדאי צו באנייען אונזער חברותא'שאפט אז מיר זאלן קענען ענדיגן דעם גאנצן זוהר, די גאנצע דאווענען האט געהאט אן אנדערע טעם נאכן לערנען די הייליגע זוהר; איך ווארט צו הערן פון דיר צי עס איז שייך...


גיי אביסל הפצה יעדן טאג; איך קום יעצט צוריק פון אומאן און פון ארץ ישראל, וואו איך גיי און וואו איך שטיי קומען מענטשן צו זיך באדאנקען אויף זייער לעבן, דאס אלעס איז דער כח פון הפצה און דאס וועט ברענגען די גאולה.


א ליכטיגן חנוכה.


...

#13 - קוק נאר אויף דיר אליין, וועסטו האבן חיזוק אויפ'ן סדר דרך הלימוד
חברים, לימוד התורה, לצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו דארפסט פון מיר חיזוק?! קוק זיך אן וועסטו האבן חיזוק. דו ביסט קוים מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן און אין א קורצע צייט האסטו שוין זוכה געווען צו מסיים זיין מסכת ברכות פון תלמוד בבלי; וואס איז שייך א גרעסערע חיזוק אויפן 'סדר דרך הלימוד' ווי דו זאלסט זיך אליינס אנקוקן?!


מען קען דורך לעבן א גאנץ לעבן אן אפילו איין מאל ענדיגן א מסכתא, ווער רעדט נאך פון ששה סדרי משנה, אבער ווי נאר מען איז זוכה אוועקצולייגן אלע חכמות און מען הייבט אן לערנען אויפן סדר דרך הלימוד, לערנט מען דורך די גאנצע תורה אין א קורצע צייט.


קוק נישט אויף קיינעם, דער עיקר זאלסטו קוקן אויף זיך אליינס; מענטשן קען מען אפנארן, מענטשן קיין מען אויספאפן. מען קען אויסקוקן ווי א חסידי'שער אינגערמאן, א חשוב'ער איד, אבער דער אמת ווייסט נאר דער אייבערשטער, אז מען איז דורך געפוילט מיט שמוץ. זע ווי נאר דער רבי רעדט צו דיר; ער האט א שפראך צו אלעמען, ער ווייזט פאר יעדען איינעם א וועג ווי אזוי צוריק צו קומען צום אייבערשטן - דורך לערנען די הייליגע תורה.


זאלסט נישט מיינען אז דער יצר הרע וועט דיר אזוי שנעל אפלאזן; ער איז נישט מסכים צו פארלירן א קאסטומער אזוי שנעל. דערפאר וועט ער דיר מחליש דעת זיין, ער וועט זיך פארשטעלן אין כל מיני מענטשן אבי דו זאלסט אפלאזן דעם רבי'ן.


ווער נישט נתפעל פון דיינע כלומר'ישע חברים, בפרט פון דער וואס זוכט אזוי אויפצוטון לשם שמים, עס גייט אים אין לעבן אז דו 'זאגסט' משניות, ער קען נישט צו קוקן ווי דו 'זאגסט' גמרא, ער ברענגט דיר ראיות פון שלחן ערוך הרב הלכות תלמוד תורה אז מען איז נישט יוצא ביי תורה שבעל פה אויב מען זאגט, זאל ער דיר ווייזן וואס ער ברענגט דארט ווייטער (שלחן ערוך הרב הלכות תלמוד תורה סימן ב, סעיף י): "לִלְמוֹד פַּעַם אַחַת כְּסֵדֶר כָּל הַתַּלְמוּד בַּבְלִי וִירוּשַׁלְמִי וּמְכִילְתָּא וְסִיפְרָא וְסִפְרִי וְתּוֹסֶפְתּוֹת וְכָל הַמִּדְרָשִׁים מִתַּנָּאִים וְאֲמוֹרָאִים שֶׁכָּל דִּבְרֵיהֶם הִיא תּוֹרָה שֶׁבְּעַל פֶּה שֶׁנִּתְּנָה לְמשֶׁה מִסִּינַי כְּמוֹ רַבּוֹת וְתַּנְחוּמָא וּפְּסִיקְתּוֹת וְכַיּוֹצֵא בָּהֶן וּמִדְרָשֵׁי רַשְׁבִּ"י עַל כֻּלָּן כְּדֵי שֶׁיּוּכַל לִגְמוֹר כָּל הַתּוֹרָה שֶׁבְּעַל פֶּה כֻּלָּהּ פַּעַם אַחַת בְּחַיָּיו, לְקַיֵים מִצְוַת שָׁמוֹר תִּשְׁמְרוּן אֵת כָּל הַמִּצְוָה וְגוֹ' כְּמוֹ שֶׁנִּתְבָּאֵר לְמַעְלָה, וְאַף שֶׁיִּשְׁכַּח הַכֹּל הֲרֵי לֶעָתִיד לָבֹא יַזְכִּירוּהוּ כָּל לִמּוּדוֹ שֶׁשָּׁכַח", און נאכדעם (סעיף יג): "יֵשׁ לְאָדָם לַעֲסֹק בְּכָל הַתּוֹרָה גַם בִּדְבָרִים שֶׁלֹא יוּכַל לְהָבִין, וּלְעָתִיד לָבֹא יִזְכֶּה לְהָבִין וּלְהַשִּׂיג כָּל הַתּוֹרָה שֶׁעָסַק בָּהּ בָּעוֹלָם הַזֶּה וְלֹא הִשִּׂיגָהּ מִקֹּצֶר דַּעְתּוֹ", א מענטש זאל כאטשיג איין מאל אין לעבן דורך זאגן די גאנצע תורה אפילו ער פארשטייט נישט, אזוי וועט ער זוכה זיין צו פארשטיין אויבן אין הימל ווען דער אייבערשטער וועט לערנען מיט זיין נשמה.


עס איז נישט דא קיין צייט צו ענטפערן פאר לצים; געדענק וואס שלמה המלך זאגט (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ - חָכַמְתָּ לָּךְ", אויב ביסטו קלוג - ביסטו קלוג פאר דיר, "וְלַצְתָּ - לְבַדְּךָ תִשָּׂא", און אויב מאכסטו ליצנות - מאכסטו פון דיר אליין ליצנות; ווען איינער מאכט ליצנות פונעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד, מאכט ער נישט ליצנות פון רבי'ן, ער מאכט ליצנות פון זיך אליינס. ווייל ווען עס וועט קומען דער מלאך מיט די טויזנט אויגן און אים אהיים רופן וועט גארנישט ניצן; ער וועט קענען שרייען און וויינען אבער ער וועט אוועק גיין פון די וועלט נאקעט, ער וועט נישט וויסן וואס צו טון פאר בושה ווען מען וועט אים פרעגן: "עֲרֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ"; "עֲרֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ"; ער וועט בלייבן מיט אן ארויסגעשטעקטן צינג, ווידעראום דער וואס האט יא געפאלגט דעם רבי'ן און געלערנט פלייסיג אויפן סדר דרך הלימוד, ביי אים וועט זיין (משלי לא, כה): "וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן - ער וועט לאכן ביים לעצטן טאג.


מאך דיך נישט וויסנדיג פון די אלע וואס לאכן און שפעטן אפ פון דיין לערנען; די וועלט זאגט: "לאכן, לאכט דער וואס לאכט צום לעצט"; ווער לאכט באמת? דער וואס לאכט ביים סוף. ווען איינער מאכט אוועק דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד, ער לאכט אפ דערפון און מאכט ליצנות: "עס הייסט נישט געלערנט", הגם יעצט קען מען נאך נישט לאכן אבער ווען עס וועט קומען דעם לעצטן טאג, דעמאלט וועט מען קענען לאכן, ווייל מען גייט צוריק צום אייבערשטן אנגעפילט מיט תורה - צענדליגער מאל מסיים געווען ששה סדרי משנה; בבלי; ירושלמי; תוספתא; רמב"ם; טור; שלחן ערוך; זוהר; תיקוני זוהר און אלע מדרשים; דעמאלט וועט זיין א גרויס געלעכטער, ביי יענעם וועט נעבעך מקוים ווערן (רות א, כא): "אֲנִי מְלֵאָה הָלַכְתִּי, וְרֵיקָם הֱשִׁיבַנִי", וואס דאס גייט ארויף אויף א מענטש וואס ער האט נישט אויסגענוצט זיינע יארן, וואס דאן קלאגט די נשמה: "אֲנִי מְלֵאָה הָלַכְתִּי", איך בין אראפ געקומען אנגעפילט מיט כל התורה כולה, אבער: "וְרֵיקָם הֱשִׁיבַנִי", איך גיי צוריק ליידיג.


וועגן קומען צו פארן צו מיר אויף שבת וכו', איך מיין אז עס פעלט נישט אויס, מען קען זיין פון דער ווייטנס און זיין מער מקושר ווי די וואס דרייען זיך אונטער די פוס. עס איז נישט דא וואס צו זען דא, מיר האבן דא א קאך וואו מען קאכט גוטע עסן און מען טיילט דאס אויס אין די גאנצע וועלט; די עסן איז אזוי געשמאק און בא'טעמ'ט אז מען קען לעבן פון דעם א גוט לעבן. וועט איינער זאגן: "איך מוז זען די קאך וואו מען קאכט די עסן, איך מוז זען דעם קעכער וואס קאכט די עסן", קען זיין אז ער וועט קומען אין קאך און זען ווי דער קעכער גייט אנגעטון מיט א שמוציגן כאלאט און ווי דער קאך זעט אויס וועט ער נאר האבן קשיות וכו', ענדערש נעם די דיבורים און שכל און לעב מיט דעם.


וואס איז דער חילוק צווישן דעם רבי'ן און אנדערע רבי'ס? דער רבי געבט דיר א וועג דו זאלסט קענען לעבן אפילו ווען דו שטייסט נישט נעבן רבי'ן וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#12 - האלט אייך שטארק, דער מאן מיינט נישט קיין שלעכטס
חברים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך מיט אלע אייערע כוחות נישט צו ווערן צעפאלן, אייער מאן ... נרו יאיר איז זייער א וואוילער אינגערמאן, ער מיינט נישט קיין שלעכטס, ער איז נאר דערשראקן ווייל זיינע שוועסטערס פירן זיך נישט אזוי אידיש און ער וויל נישט אויפשטעלן אזא שטוב ווי זיינע געשוויסטער, דעריבער זאגט ער אייך נאכאמאל און נאכאמאל אז איר זאלט נישט רעדן מיט זיי; ער מיינט אבער נישט קיין שלעכטס.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט ליכטיגע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#11 - זיי אים מחזק ער זאל רחמנות האבן אויף זיינע קינדער
חברים, שלום בית, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה אז דו ביסט מחזק האברך ... נרו יאיר; ער איז א גרויסער רחמנות, ער מיינט אז אויב ער וועט זיך גט'ן וועט אים זיין בעסער. אנשטאט ער זאל תשובה טון און מודה זיין אז ער האט זיך נישט אויפגעפירט ווי מען דארף וכו', לייגט ער דאס גאנצע שילד אויף איר. מיר וויל ער נישט צוהערן, ער האט פארגעסן ווי אזוי ער האט אויסגעזען פאר ער איז אריין געקומען אין ישיבה, ער איז געווען א היימלאזער בחור, ער האט נישט געהאט גארנישט אויף דער וועלט, ער איז געשלאפן אין שול'ן וכו'. איך האב אים אריין גענומען אין ישיבה, איך האב אים געגעבן וואו צו שלאפן, אים חתונה געמאכט, און יעצט טענה'ט ער אז איך פארשטיי אים נישט; אפשר קענסטו רעדן מיט אים ער זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, ער זאל רחמנות האבן אויף זיינע קינדער, ווייל מיט דעם וואס ער גייט זיך גט'ן גייט ער הרג'ענען זיינע ליכטיגע קינדער רחמנא לצלן.


א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן צוזאמנעמען געלט מיר זאלן קענען ענדיגן דעם בנין אין אומאן, דער אייבערשטער זאל דיר געבן גרויס שפע בזכות די מצוה פון צדקה.


איך וויל דיר בעטן זאלסט גיין מבקר חולה זיין הבחור ... נרו יאיר; מען האט אים אריין געפירט אין קאלאמביע שפיטאל, ער דארף א גרויסע ישועה, ער געפונט זיך אין נישט א גוטער מצב. גיי אריבער מיט אפאר אינגעלייט און בחורים אים מחי' זיין.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים לט:): אָמַר רַב: "כָּל הַמְבַקֵּר אֶת הַחוֹלֶה נִיצוֹל מְדִינָה שֶׁל גֵיהִנָם", ווער עס איז מבקר חולה ווערט ניצול פון גיהנום; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן לח): "מִי שֶׁמְּבַקֵּר אֶת הַחוֹלֶה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֵינוֹ מוֹסֵר אוֹתוֹ בְּיַד שוֹנְאָיו", ווער עס איז מבקר חולים העלפט אים דער אייבערשטער אז קיינער קען אים נישט טון קיין שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן אלע אידישע קינדער וואס ווארטן אויף א רפואה זאלן האבן א גאנצע רפואה.


א גוטן טאג.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#10 - אויב וועסטו לויפן צו חברים, וועסטו פארלירן דיין ווייב
חברים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דיין ווייב האט זיך זייער אויסגערעדט איר הארץ, אז זי וויל אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט דיר, אבער זי שפירט אז זייט דו האסט גענומען ... פאר א חבר האסטו זיך זייער געטוישט.


איך מוז דיר זאגן אז איך זע עס אויך; איך האב שוין לאנג געזען אז דאס איז נישט גוט פאר דיר וכו' אבער איך האב דיר גארנישט געזאגט. איך האב דיר געשריבן בקיצור א בריוו (דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג פרשת פנחס, כ"ב תמוז), אבער יעצט מוז איך דיר זאגן אפען אז עס איז ממש א שאד דיין שטוב זאל דיר צוגרינד גיין.


דו האסט באקומען א ווייב וואס נישט יעדער איז זוכה צו באקומען; זי איז דיר אזוי געטריי, זי האט אלע מעלות. פארוואס זאלסטו לאזן דער יצר הרע זאל דיר צעשטערן דיין שטוב?! עס טוט מיר זייער וויי צו זען ווי דער יצר הרע האט געטראפן א וועג ענק אפצוטיילן. איר האט דאך געלעבט אזוי שיין, איר האט מיר געברענגט אזוי פיל נחת, יעצט איז געלונגען פארן יצר הרע צו קאליע מאכן דאס ליבשאפט צווישן אייך (עס וועט אים נישט גיין).


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב נעכטן נישט געגעבן קיין שיעור ביי מלוה מלכה ווייל עס האט מיר געשטאכן אין הארץ; אלע האבן זיך געוואונדערט 'וואס גייט פאר, פארוואס רעדט נישט דער ראש ישיבה ביי מלוה מלכה?!' איך דארף נישט קיינעם אפגעבן דין וחשבון וואס, ווען און וואו. אבער דיר זאג איך וואס איז געווען, דיין ווייב האט זיך אויסגעוויינט אז זי ווייסט נישט וואס צו טון, זי שפירט ווי איר גאנצע הארעוואניע פון אלע יארן גייט יעצט צוגרינד דורך דעם וואס דו האסט אריין גענומען א צווייטן אין דיין לעבן.


הער צו טייערער הארציגער ... נרו יאיר וואס דיין ראש ישיבה זאגט און בעט דיר: הער אויס וואס דיין ווייב רעדט צו דיר; זי איז א פרוי מיט שכל און זי ווייסט גאר גוט וואס איז גוט פאר דיר און זי איז הונדערט פראצענט גערעכט. אז דו וועסט נישט צו הערן דיין ווייב וועסטו אלעס פארלירן; דו וועסט פארלירן דיין ווייב, דיינע קינדער, דיין געלט, אלעס אלעס. הער צו וואס דיין ווייב זאגט דיר, וועט דיר גוט זיין.


אמת, מען דארף טאקע האבן חברים מיט וועם מען קען שמועסן וכו', אבער אז דער חברותא-שאפט ווערט צו נאנט, אזוי ווייט אז מען רירט זיך נישט אוועק איינער פון צווייטן וכו', איז דאס נישט קיין געזונטע חברותא-שאפט וכו'. איך וויל נישט צו פיל מאריך זיין אין דעם ענין וכו', איך האף דו וועסט פארשטיין אז עס איז זייער אינטערעסאנט, ווען דו וועסט זיך אויפכאפן פון שלאף.


איך זאג דיר נאכאמאל, עס טוט מיר זייער וויי צו זען ווי דו לויפסט אוועק פון דיין ווייב וכו' צו א כלומר'ישע חבר וואס נוצט דיר אויס און קוועטשט דיר אויס פאר זיינע אייגענע אינטערעסן און וועט דיר אוועק ווארפן ווי אן אויסגעקוועטשטע לעמאן.


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער, דאן וועסטו האבן א שיינע לעבן.

#9 - פארברענג מיט דיין ווייב אינדערהיים, וועט דיר גוט זיין
חברים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער: "לאז דיר אפ פון ..."; דו האסט א טייערע ווייב וואס וויל רעדן מיט דיר און פארברענגען מיט דיר. ער האט נישט קיין ווייב דערפאר זוכט ער ווי ער קען ארויס שלעפן אינגעלייט פון זייער שטוב פארברענען די נעכט; ער איז א וואוילער אינגערמאן אבער דו קענסט נישט אוועק לייגן דיין שטוב וועגן אים.


דיין ווייב וויל מיט דיר פארברענגען, זי ווארט אויף דיר. וויפיל קען זי זיך בעטן ביי דיר: "קום אהיים"?! זי וויל נישט זיין דיין משגיח און 'פאליס לעדי', זי וויל דיר נישט נערוועז מאכן מיטן דיך מוטשען: "וואו ביסטו?" "ווען קומסטו?" אבער זי איז פול מיט ווייטאג. זי וויל מיט דיר פארברענגען; זי האט דיך ליב און זי קוקט דיר ארויף.


דו דארפסט נישט זוכן מיט וועם צו פארברענגען ביינאכט; די אלע וואס דרייען זיך ביינאכט אויפן גאס זענען בדרך כלל מענטשן וואס האבן נישט קיין שטוב. אדער זענען זיי גע'גט לא עלינו, אדער האלטן זיי פאר א גט וכו'.


איך האף אז דו וועסט אנהייבן אהיים קומען ביינאכט און זיין מיט דיין ווייב און קינדער, וועט דיר גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים; איך האב הנאה יעדעס מאל ווען דו דערציילסט מיר א סיום משניות אדער א סיום מסכתא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#8 - מיט גוטנס איז מען מער מצליח
חברים, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מקרב דיין ברודער ... נרו יאיר; ער איז א טייערער בחור אבער דיינע עלטערן רודפ'ן אים וכו'.


א ברודער קען אמאל ראטעווען מער ווי אלעמען; רוף אים צו דיר אויף שבתים, און נעם אים מיט דיר פון צייט צו צייט פארברענגען (פארשטייט זיך מיט די פולע הסכמה פון דיין ווייב), אזוי וועט מען אים קענען ראטעווען. ווייל אין שטוב כאפט ער נאר קולות; מען לאזט אים ממש נישט אטעמען. אז ער שטייט נאר אויף אביסל שפעט שלאגט מען אים השם ישמרינו, אנשטאט מען זאל זיך פרייען אז ער קומט נאך אהיים; אנדערע בחורים אנטלויפן אינגאנצן רחמנא לצלן.


א שאד אז עלטערן ווייסן נישט ווי אזוי צו רעדן צו קינדער; ווען מען דארף רעדן רעדט מען נישט, און ווען מען קען שוין נישט רעדן דעמאלט וועקט מען זיך אויף און מען מאכט אלעס קאליע... חינוך הייבט זיך נישט אן ביי די בר מצוה, חינוך הייבט זיך אלץ קליינע קינדער; ווען קינדער זענען נאך קליין דעמאלט דארף מען ארויס נעמען פון זיי זייערע שלעכטע מידות, אזוי וועלן זיי שפעטער אויך פאלגן. אויב מען האט געלאזט די קינדער אויפוואקסן אן קיין חינוך, און ווען זיי האבן זיך מתחצף געווען קליינערהייט איז דאס געווען זיס און קיוט, דעמאלט וועלן זיי שפעטער זיין גרויסע עזות פנימ'ער.


האברך ... נרו יאיר האט מיר איבער געגעבן אז דו האסט געגעבן פאר די ישיבה פאר חודש מאי למספרם הונדערט דאללער; אין זכות וואס דו העלפסט די מוסד זאלסטו זוכה זיין צו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#7 - חבר'ן נאר מיט גוטע חבר'טעס, העלפן די עלטערן
כיבוד אב ואם, חברים, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער: חבר'ט זיך נאר מיט ערליכע מיידלעך. לאזט אפ די מיידל, איר זענט נאך צו יונג צו מקרב זיין מיידלעך, זי וועט אייך שנעלער אראפ ברענגען ווי איר וועט איר אויפהייבן. א מיידל וואס שרייבט זיך מיט בחורים איז נישט קיין קלוגע מיידל, און זיכער אז זי דערציילט דאס פאר אנדערע חבר'טעס; דאס ווייזט אז זי איז נישט קיין גרויסע חכם און נישט קיין קליינע נאר; חבר'ט זיך נאר מיט מיידליך וואס רעדן איידל און פירן זיך איידל.


העלפט אייער מאמע; עס איז זייער א גרויסע מצוה צו העלפן אין שטוב די מאמע. נאך אביסל וועט איר חתונה האבן און איר וועט האבן קינדער, דעמאלט וועט איר אנהייבן אביסל צו פארשטיין וואס א מאמע איז, וואס א מאמע גייט אריבער מיט אירע קינדער ביז זי איז זוכה זיי צו ערציען; פיר און צוואנציג שעה א טאג איז זי פארנומען מיט די קינדער, זי קען נישט שלאפן ביינאכט ווייל די קינדער וועקן איר אויף, בייטאג איז זי פארנומען צו קאכן, באקן, רוימען, וואשן און וואס נישט; וואויל איז פאר קינדער וואס אנערקענען דאס גרויסקייט פון העלפן אין שטוב.


פאלגט מיר; זוכט נישט ארויס צו גיין ביינאכט מיט פרענדס פארברענגען וכו', ענדערש בלייבט אין שטוב העלפן אייער מאמע. איר האט זייער חשוב'ע עלטערן, זיי זענען מיר טיף איינגעקריצט אין הארץ.


זעט צו העלפן אין שטוב, דורכדעם וועט איר זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן שיינע ערליכע דורות.


זאגט אביסל תהילים יעדן טאג, און זיכער געדענקט צו רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג.

#6 - דערשרעק זיך נישט ווען מ'לאכט פון דיר
חברים, חיזוק פאר מיידלעך, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


זייט נישט צעקלאפט אז זיי לאכן פון אייך; דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט גוטע ערליכע נייע חבר'טעס ביי אונז אין שולע. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן דעם כלל: "אויב איינער דארף דיר נישט, זאלסטו אים טויזנט מאל מער נישט דארפן"; אויב איר זעט א מיידל לאכט פון אייך וכו', דארפט איר נישט ווערן צעבראכן דערפון, איר דארפט זיין שטארק ביי זיך און זאגן: "דו דארפסט מיר נישט, איך דארף דיר טויזנט מאל מער נישט", ווייל אז זי האט נישט קיין שכל און זי שפעט פון אייך איז א סימן אז זי איז זייער נאריש, אפילו זי האט ארום זיך נאכשלעפערס.


בכלל זאלט איר וויסן אז ווען איינער לאכט אפ פון א צווייטן, ווייזט דאס אז יענער איז פארפוילט פון אינעווייניג; אן ערליכער איד וועט קיינמאל נישט אפשפעטן פון א צווייטן, און זיכער נישט אין פארענט פון א צווייטן. די סימנים פון א איד איז (יבמות עט.): "רַחֲמָנִים, בַּיְישָׁנִין, וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים"; א איד טשעפעט נישט א צווייטן, א גוטע מיידל איז נישט דער וואס גייט אנגעטון טייער, אויסגעפיצט און סטייליש וכו', א גוטע מיידל איז דער וואס געבט א גוט ווארט פאר יעדן איינעם, דער וואס מאכט נישט אוועק א צווייטן.


ווען איר גייט ארום ביי די טירן צוזאמנעמען געלט פאר די סקול און איינער זאגט אייך: "מיר געבן נישט פאר ברסלב", דארף דאס אייך נישט באדערן; דאס ווייזט אז די מענטשן זענען נישט קלוג, דאס ווייזט אז זיי טראכטן נישט וואס זיי רעדן, ווייל אפילו דו ווילסט נישט געבן פאר ברסלב וואס דארפסטו וויי טון א צווייטן איד? בפרט א קינד וועם די עלטערן שיקן אין די מוסד; אנשטאט זאגן: "מיר געבן נישט פאר ברסלב", זאג: "מיר האבן נישט קיין געלט", אדער אן אנדערע תירוץ, פארוואס פארשעמען? פארוואס טשעפען? אלא מאי, דאס זענען מענטשן וואס טראכטן נישט וואס זיי רעדן, דארף מען פון זיי נישט ווערן צעקלאפט.


שטארקט זיך און זעט צו זאגן תהלים יעדן טאג, וועט איר האבן הצלחה.

#5 - שטארק דיך אין כיבוד אב ואם, און זיי מקרב יעדן איינעם
כיבוד אב ואם, חברים, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע טאכטער ... תחי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך אויף דער וועלט ווי מכבד זיין טאטע מאמע; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: "די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, און איך בעט פון ענק נאר איין זאך, איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן"; וואויל איז דיר אז דו העלפסט אזוי שיין מאמי, אנשטאט ארויס צו לויפן צו די שכנים שפילן וכו' בלייבסטו אין שטוב העלפן, מיט דעם מאכסטו א נחת רוח פארן אייבערשטן.


נאך אביסל וועסטו אליינס זיין א מאמע פון א שטוב מיט קינדער, דעמאלט וועסטו זען וואס א מאמע גייט אריבער, דעמאלט וועסטו אנהייבן כאפן וואס איז אריבער אויף דיין מאמע תחי', און דעמאלט וועסטו האבן נחת פון דיינע קינדער בזכות וואס דו האסט אזוי שיין געהאלפן דיינע עלטערן, דו וועסט דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט געהאט שכל צו העלפן אלץ קינד.


וויסן זאלסטו אז נישט אלע קינדער זענען אזוי ווי דיר, ליידער זענען דא קינדער וואס כאפן נישט וואס עלטערן זענען, זיי לויפן ארויס צו שכנים שפילן און זיי לאזן איבער זייער אפגעמאטערטע מאמע אין שטוב וכו'; בדרך כלל כאפן נישט קינדער ווי חשוב עס איז צו העלפן די עלטערן, אבער דו העלפסט אזוי שיין אין שטוב ווי מאמי זאגט מיר אז זי וואלט זיך נישט געקענט אן עצה געבן אן דיר; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק.


זע צו מקרב זיין אלע מיידלעך וואס זענען בטבע פארמאכט וכו'; זוך זיי אויף און מיט זיי זאלסטו שפילן. אסאך מאל מיינט מען אויף א מיידל אז זי איז פשוט שטיל, אבער קיינער טראכט נישט וואס ליגט אונטער איר שטילקייט, קיינער זעט נישט איר צעבראכענע הארץ, ווי זי שעמט זיך אז זי האט נישט מיט וועם צו שמועסן, דעריבער זאלסטו אייביג מקרב זיין מיידלעך וואס זיצן אין די זייט וועט דער אייבערשטער דיר אויך מקרב זיין, ווייל (סוטה ח:): "בְּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך אויף, אזוי פירט זיך דער אייבערשטער מיט אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


פון דיין טאטע וואס האט דיר זייער ליב.

#4 - אכטונג געבן אין וועלכע סארט קאנטרי מ'פארט אויף זומער
חברים, היכל הקודש, קאנטרי, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל די שאלה?! אודאי זאלסטו נעמען א באנגעלאו ביי אונז אין קעמפ פארן גאנצן זומער, דאס איז נישט קיין מותרות. ווי קען מען בלייבן זומער אין שטאט? די גוים גייען אנגעטון ווי די חיות, בעסער געזאגט אויסגעטון ווי די חיות און עס איז זייער שווער צו האבן שמירת עיניים, מען ווערט יעדן טאג פארברענט השם ישמרינו.


עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (רמ"א ביורה דעה סימן קנז, סעיף א) אז א מענטש איז מחויב אוועק צו געבן זיין גאנצע געלט נישט עובר צו זיין אן עבירה; בפרט אז מיר האבן א פינת יקרת, א ווינקעלע פון אמונה, א ווינקעלע פון יראת שמים און התחזקות וכו' וכו', זאלסטו זיכער קומען.


איך פארשטיי נישט בכלל דיין ספק; אודאי זאלסטו ארויס נעמען א באנגעלאו, די באנגעלאו איז טאקע נישט אזוי אהערגעשטעלט וכו', אבער שלמה המלך זאגט (משלי כא, יט): "טוֹב שֶׁבֶת בְּאֶרֶץ מִדְבָּר, מֵאֵשֶׁת מִדְיָנִים וָכָעַס", ענדערש זיצן אין מדבר וכו' ווי צו זיצן אין א פלאץ וואס ברענגט ווייטאג און כעס.


פארן אין סתם א קאנטרי וואו עס איז נישט דא קיין רב אדער ערליכער איד - איז שוין ענדערש בלייבן אין שטאט; אויף דעם איז געזאגט געווארן וואס רב משרשיא האט געזאגט פאר זיינע קינדער (הוריות יב.): "תִיבוּ אַקִּילְקְלֵי דְּמָתָא מְחַסְיָא, וְלֹא תִּיבוּ אַפַּדְנֵי דְּפוּמְפְּדִיתָא", ענדערש זאלט איר זיצן אין די מיסט פון די שטאט מתא מחסיא ווי צו וואוינען אין די פאלאצן פון פומבדיתא. ווייל אין די שטאט מתא מחסיא האבן געוואוינט ערליכע אידן, אבער אין פומבדיתא האבן געוואוינט נישט ערליכע אידן, האט ער געזאגט פאר זיינע קינדער זיי זאלן ענדערש זיצן אין די מיסט פון מתא מחסיא וכו'.


דאס איז ממש די זעלבע זאך; ענדערש בלייבן אין שטאט וואו עס איז ממש איין שטיק מיסט פלאץ השם ישמרינו, ווי צו גיין אין א קאנטרי וואו עס איז נישט דא קיין יראת שמים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ב): "שְׁנַיִם שֶׁיּוֹשְׁבִין וְאֵין בֵּינֵיהֶן דִּבְרֵי תּוֹרָה, הֲרֵי זֶה מוֹשַׁב לֵצִים", אז צוויי מענטשן קומען זיך צוזאמען און מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן, מען רעדט נישט ווי אן ערליכע איד דארף רעדן, איז דאס שוין א מושב לצים; אזוי אויך, אויב מען פארט אין א קאנטרי אן דעם אייבערשטן איז דאס א מושב לצים.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל דו זאלסט וויסן דאס חשיבות פון זיין מיט ערליכע אידן, בפרט תלמידי היכל הקודש וואס זיי זענען די באהאלטענע צדיקים פון אונזער דור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - חיזוק און הדרכה פאר די מיידלעך פון בית פיגא
תפילה והתבודדות, חברים, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל פקודי, י"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלע טייערע תלמידות פון בית פיגא תחי'


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך אויפפירן מיט גרויס דרך ארץ; איר ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ א יסוד היסודות, דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרין און קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען צו מיר".


וויסן זאלט איר אז דער עיקר פון א מענטש איז זיינע מידות; אויב מען פירט זיך מיט דרך ארץ ווייזט דאס אז דער מענטש איז א וואוילער מענטש, אבער אויב מען פירט זיך אויף מיט חוצפה, מען שטערט די כיתה, דעמאלט זעט מען גלייך אז דער מענטש איז נישט קיין ערליכער מענטש.


דער רבי האט געזאגט: "איך קען יעדן העלפן, אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פונעם אייבערשטן, חוץ אן עזות פנים"; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם", פאר אן עזות פנים איז דא איין עצה - לייג אים אין גיהנום. דעריבער בעט איך אייך זייער אלע תלמידות פון בית פיגא, איר זאלט זיך אויפירן צו אייערע טיטשערס מיט דרך ארץ; מיט דעם וועט איר זיך איינקויפן א גוטע נאמען און איר וועט טרעפן יעדער איינער פון אייך א גוטע שידוך ווען עס וועט קומען די צייט.


נאך א זאך וויל איך אייך בעטן: איר זאלט זיך חבר'ן נאר מיט ערליכע מיידלעך, ווייל אז מען האט גוטע חבר'טעס איז דאס לעבן א גוט לעבן, אבער אויב חס ושלום מען חבר'ט זיך מיט נישט גוטע חבר'טעס וועט דאס אייך שטערן אייער לעבן.


מוהרא"ש זאגט: "וואס איז די סימן ווי אזוי מען קען וויסן ווער עס איז א גוטער חבר וכו'? אז מען קוקט וואס יענער רעדט"; אויב מען זעט א מיידל רעדן איידעלע זאכן איז זי א גוטע חבר'טע, אבער אויב זי רעדט נארישקייטן, זי רעדט זאכן וואס זענען נישט איידל, איז א סימן אז זי איז נישט ערליך, אפילו זי זעט אויס פון אינדרויסן וואויל. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין יז:): "רַב בָּדִיק בְּלִישְׁנֵיהּ", מען קען דערקענען אויף א מענטש לויט זיין רעדן ווער ער איז; אויב רעדט מען איידל איז דאס א סימן אז מען אן ערליכער איד, און אז נישט איז מען נישט קיין ערליכער איד. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן א): "ווער עס רעדט ניבול פה איז א סימן אז זיין גאנצע קאפ איז אים פארדארבן רחמנא לצלן"; דעריבער זאלט איר אוועק שטיין פון חבר'טעס וואס רעדן פון נישט איידעלע זאכן.


יעדע זאך וואס איר דארפט אין לעבן זאלט איר זיך צוגעוואוינען צו בעטן נאר פונעם אייבערשטן, ווייל נאר דער אייבערשטער פירט דער וועלט און נאר ער קען העלפן דעם מענטש ווען מען האט רחמנא לצלן א צרה, עס איז נאריש צו בעטן פון מענטשן הילף, ווען דער מענטש קען זיך אליינס נישט העלפן. דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן אויף אונזער שפראך און מיר זאלן אים אלעס פארציילן, דאס וועט אונז ברענגען נענטער צו אים און אזוי וועלן מיר געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס מיר דארפן.


איך האף אז איר וועט אננעמען מיינע ווערטער וועט איר האבן א גוט לעבן; איך האב געעפענט די סקול מיט גרויס פלאג און מיה, נאר אז מיר זאלן האבן ערליכע תלמידות, מיידלעך וואס לעבן מיט יראת שמים און גייען אנגעטון בצניעות. יעדן צופרי בין איך מתפלל פאר אלע קינדער - סיי פון חדר און סיי פון סקול - אז אלע זאלן זיין ערליכע אידן און אויפשטעלן ערליכע שטובער. איך פארגיס אסאך טרערן אויף יעדן פון אייך באזונדער.


איך האף אז איר וועט אויסהערן וואס אייערע טיטשערס לערנען מיט אייך און איר וועט זיך פירן מיט דרך ארץ, וועט איר מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א גוטן טאג.

#2 - זיך דרייען נאר מיט גוטע חברים
חברים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל פקודי, י"ט אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר


איך האב נישט געהאט קיין מנוחה נעכטן א גאנצע נאכט פון דעם וואס דו האסט מיר דערציילט אז דו ביסט געווען פורים ביי א פארטי וואו היימישע אינגעלייט האבן צוזאמען גערייכערט דראגס וכו', מען האט געדינגען א גוי זאל אכטונג געבן אז קיינער זאל נישט כאפן קיין בילדער, מען זאל נישט זען וואס דארט טוט זיך; אלעס האט אנגעפירט א גוי, אן איש טמא ומטמא וואס נארישע אינגעלייט לויפן אים נאך וכו'.


דערפאר בעט איך דיר (משלי א, טו): "בְּנִי אַל תֵּלֵךְ בְּדֶרֶךְ אִתָּם, מְנַע רַגְלְךָ מִנְּתִיבָתָם"; אנטלויף פון די חברים, זיי וועלן דיר אראפ שלעפן אין שאול תחתית. קום אין ישיבה און דריי זיך מיט ערליכע אידן, וועט עס אויף דיר אויך משפיע זיין לטוב.


געדענק וואס דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד ר' ליפא, עס שטייט אין תיקוני זוהר (תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן און שפעטער הרג'עט דאס דעם מענטש; קוק אויף עלטערע מענטשן, וואס האבן זיי פון זייערע יונגע יארן? גארנישט, נאר דאס ביסל תורה תפילה ומעשים טובים.


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר אין ישיבה; איך בעט פאר דיר אז דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן און דו זיי אויך מתפלל - בעיקר פאר איין זאך – "זאלסט אייביג האבן א געפיל צום הייליגן רבי'ן".


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכט): "הָאֵשׁ שֶׁלִּי תּוּקַד עַד בִּיאַת הַמָשִׁיחַ, מיין פייער'ל וועט שוין טליען ביז משיח וועט קומען"; בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר אז דעם רבינ'ס פייער זאל אייביג טליען אין מיין הארץ און עס זאל טליען און ברענען אין מיינע קינדער'ס הערצער", ווייל ווילאנג א מענטש איז מחובר צום צדיק האט ער אלעס, אבער אז מען לאזט אפ דעם צדיק האט מען גארנישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - וואו ביסטו אויף דער וועלט?
חברים, חסידות ברסלב

  בעזהשי"ת


יום ג' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז מיר א גרויסע וואונדער אז איך זע דיר מער נישט און איך הער נישט פון דיר; דו ווייסט דאך וואס דער רבי האט געזאגט פאר ר' ליפא ווען ער האט זיך באליידיגט און אוועק געגאנגען (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵיך מַשְׁלִיכִים חַבּוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", איך וואונדער זיך, ווי אזוי לאזט א מענטש איבער אזא באליבטע חבורה... עיין שם; דאס זעלבע פרעג איך דיר טייערער ...: "איך וואונדער זיך, ווי אזוי לאזט מען איבער אזא טייערע חבורה וכו'", געדענקסט דיך ווי אזוי דו האסט אויסגעזען פאר דו האסט געפונען דעם הייליגן רבינ'ס מענטשן? קוק דער לשון וואס דער רבי שרייבט פאר אנשי שלומינו (מכתבי רבינו ז"ל, מכתב א; נדפס בתחלת ספר עלים לתרופה): "דערמאנט אייך איטליכער ווי אזוי איך האב אייך געפונען".


איך בעט פאר דיר יעדן טאג און איך גלייב אז דער אייבערשטער וועט שיין אויספירן מיט דיר.


ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך.


איך ווארט דיר צו זען, אדער כאטשיג צו הערן פון דיר בכתב וכו'.