בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - שטארק דיך אין כיבוד אב ואם, און זיי מקרב יעדן איינעם
כיבוד אב ואם, חברים, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע טאכטער ... תחי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך אויף דער וועלט ווי מכבד זיין טאטע מאמע; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרשה כו): "כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא, וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא מְבַקֵּשׁ מֵהָאָדָם רַק שֶׁיְכַבֵּד אָב וָאֵם", דער אייבערשטער זאגט: "די גאנצע וועלט איז מיינס - איך האב עס באשאפן, און איך בעט פון ענק נאר איין זאך, איר זאלט מכבד זיין ענקערע עלטערן"; וואויל איז דיר אז דו העלפסט אזוי שיין מאמי, אנשטאט ארויס צו לויפן צו די שכנים שפילן וכו' בלייבסטו אין שטוב העלפן, מיט דעם מאכסטו א נחת רוח פארן אייבערשטן.


נאך אביסל וועסטו אליינס זיין א מאמע פון א שטוב מיט קינדער, דעמאלט וועסטו זען וואס א מאמע גייט אריבער, דעמאלט וועסטו אנהייבן כאפן וואס איז אריבער אויף דיין מאמע תחי', און דעמאלט וועסטו האבן נחת פון דיינע קינדער בזכות וואס דו האסט אזוי שיין געהאלפן דיינע עלטערן, דו וועסט דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט געהאט שכל צו העלפן אלץ קינד.


וויסן זאלסטו אז נישט אלע קינדער זענען אזוי ווי דיר, ליידער זענען דא קינדער וואס כאפן נישט וואס עלטערן זענען, זיי לויפן ארויס צו שכנים שפילן און זיי לאזן איבער זייער אפגעמאטערטע מאמע אין שטוב וכו'; בדרך כלל כאפן נישט קינדער ווי חשוב עס איז צו העלפן די עלטערן, אבער דו העלפסט אזוי שיין אין שטוב ווי מאמי זאגט מיר אז זי וואלט זיך נישט געקענט אן עצה געבן אן דיר; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק.


זע צו מקרב זיין אלע מיידלעך וואס זענען בטבע פארמאכט וכו'; זוך זיי אויף און מיט זיי זאלסטו שפילן. אסאך מאל מיינט מען אויף א מיידל אז זי איז פשוט שטיל, אבער קיינער טראכט נישט וואס ליגט אונטער איר שטילקייט, קיינער זעט נישט איר צעבראכענע הארץ, ווי זי שעמט זיך אז זי האט נישט מיט וועם צו שמועסן, דעריבער זאלסטו אייביג מקרב זיין מיידלעך וואס זיצן אין די זייט וועט דער אייבערשטער דיר אויך מקרב זיין, ווייל (סוטה ח:): "בְּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִין לוֹ", ווי אזוי א מענטש פירט זיך אויף, אזוי פירט זיך דער אייבערשטער מיט אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


פון דיין טאטע וואס האט דיר זייער ליב.

#4 - אכטונג געבן אין וועלכע סארט קאנטרי מ'פארט אויף זומער
חברים, היכל הקודש, קאנטרי, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל די שאלה?! אודאי זאלסטו נעמען א באנגעלאו ביי אונז אין קעמפ פארן גאנצן זומער, דאס איז נישט קיין מותרות. ווי קען מען בלייבן זומער אין שטאט? די גוים גייען אנגעטון ווי די חיות, בעסער געזאגט אויסגעטון ווי די חיות און עס איז זייער שווער צו האבן שמירת עיניים, מען ווערט יעדן טאג פארברענט השם ישמרינו.


עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (רמ"א ביורה דעה סימן קנז, סעיף א) אז א מענטש איז מחויב אוועק צו געבן זיין גאנצע געלט נישט עובר צו זיין אן עבירה; בפרט אז מיר האבן א פינת יקרת, א ווינקעלע פון אמונה, א ווינקעלע פון יראת שמים און התחזקות וכו' וכו', זאלסטו זיכער קומען.


איך פארשטיי נישט בכלל דיין ספק; אודאי זאלסטו ארויס נעמען א באנגעלאו, די באנגעלאו איז טאקע נישט אזוי אהערגעשטעלט וכו', אבער שלמה המלך זאגט (משלי כא, יט): "טוֹב שֶׁבֶת בְּאֶרֶץ מִדְבָּר, מֵאֵשֶׁת מִדְיָנִים וָכָעַס", ענדערש זיצן אין מדבר וכו' ווי צו זיצן אין א פלאץ וואס ברענגט ווייטאג און כעס.


פארן אין סתם א קאנטרי וואו עס איז נישט דא קיין רב אדער ערליכער איד - איז שוין ענדערש בלייבן אין שטאט; אויף דעם איז געזאגט געווארן וואס רב משרשיא האט געזאגט פאר זיינע קינדער (הוריות יב.): "תִיבוּ אַקִּילְקְלֵי דְּמָתָא מְחַסְיָא, וְלֹא תִּיבוּ אַפַּדְנֵי דְּפוּמְפְּדִיתָא", ענדערש זאלט איר זיצן אין די מיסט פון די שטאט מתא מחסיא ווי צו וואוינען אין די פאלאצן פון פומבדיתא. ווייל אין די שטאט מתא מחסיא האבן געוואוינט ערליכע אידן, אבער אין פומבדיתא האבן געוואוינט נישט ערליכע אידן, האט ער געזאגט פאר זיינע קינדער זיי זאלן ענדערש זיצן אין די מיסט פון מתא מחסיא וכו'.


דאס איז ממש די זעלבע זאך; ענדערש בלייבן אין שטאט וואו עס איז ממש איין שטיק מיסט פלאץ השם ישמרינו, ווי צו גיין אין א קאנטרי וואו עס איז נישט דא קיין יראת שמים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ב): "שְׁנַיִם שֶׁיּוֹשְׁבִין וְאֵין בֵּינֵיהֶן דִּבְרֵי תּוֹרָה, הֲרֵי זֶה מוֹשַׁב לֵצִים", אז צוויי מענטשן קומען זיך צוזאמען און מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן, מען רעדט נישט ווי אן ערליכע איד דארף רעדן, איז דאס שוין א מושב לצים; אזוי אויך, אויב מען פארט אין א קאנטרי אן דעם אייבערשטן איז דאס א מושב לצים.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל דו זאלסט וויסן דאס חשיבות פון זיין מיט ערליכע אידן, בפרט תלמידי היכל הקודש וואס זיי זענען די באהאלטענע צדיקים פון אונזער דור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - חיזוק און הדרכה פאר די מיידלעך פון בית פיגא
תפילה והתבודדות, חברים, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל פקודי, י"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלע טייערע תלמידות פון בית פיגא תחי'


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך אויפפירן מיט גרויס דרך ארץ; איר ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ א יסוד היסודות, דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרין און קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען צו מיר".


וויסן זאלט איר אז דער עיקר פון א מענטש איז זיינע מידות; אויב מען פירט זיך מיט דרך ארץ ווייזט דאס אז דער מענטש איז א וואוילער מענטש, אבער אויב מען פירט זיך אויף מיט חוצפה, מען שטערט די כיתה, דעמאלט זעט מען גלייך אז דער מענטש איז נישט קיין ערליכער מענטש.


דער רבי האט געזאגט: "איך קען יעדן העלפן, אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פונעם אייבערשטן, חוץ אן עזות פנים"; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם", פאר אן עזות פנים איז דא איין עצה - לייג אים אין גיהנום. דעריבער בעט איך אייך זייער אלע תלמידות פון בית פיגא, איר זאלט זיך אויפירן צו אייערע טיטשערס מיט דרך ארץ; מיט דעם וועט איר זיך איינקויפן א גוטע נאמען און איר וועט טרעפן יעדער איינער פון אייך א גוטע שידוך ווען עס וועט קומען די צייט.


נאך א זאך וויל איך אייך בעטן: איר זאלט זיך חבר'ן נאר מיט ערליכע מיידלעך, ווייל אז מען האט גוטע חבר'טעס איז דאס לעבן א גוט לעבן, אבער אויב חס ושלום מען חבר'ט זיך מיט נישט גוטע חבר'טעס וועט דאס אייך שטערן אייער לעבן.


מוהרא"ש זאגט: "וואס איז די סימן ווי אזוי מען קען וויסן ווער עס איז א גוטער חבר וכו'? אז מען קוקט וואס יענער רעדט"; אויב מען זעט א מיידל רעדן איידעלע זאכן איז זי א גוטע חבר'טע, אבער אויב זי רעדט נארישקייטן, זי רעדט זאכן וואס זענען נישט איידל, איז א סימן אז זי איז נישט ערליך, אפילו זי זעט אויס פון אינדרויסן וואויל. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין יז:): "רַב בָּדִיק בְּלִישְׁנֵיהּ", מען קען דערקענען אויף א מענטש לויט זיין רעדן ווער ער איז; אויב רעדט מען איידל איז דאס א סימן אז מען אן ערליכער איד, און אז נישט איז מען נישט קיין ערליכער איד. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן א): "ווער עס רעדט ניבול פה איז א סימן אז זיין גאנצע קאפ איז אים פארדארבן רחמנא לצלן"; דעריבער זאלט איר אוועק שטיין פון חבר'טעס וואס רעדן פון נישט איידעלע זאכן.


יעדע זאך וואס איר דארפט אין לעבן זאלט איר זיך צוגעוואוינען צו בעטן נאר פונעם אייבערשטן, ווייל נאר דער אייבערשטער פירט דער וועלט און נאר ער קען העלפן דעם מענטש ווען מען האט רחמנא לצלן א צרה, עס איז נאריש צו בעטן פון מענטשן הילף, ווען דער מענטש קען זיך אליינס נישט העלפן. דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן אויף אונזער שפראך און מיר זאלן אים אלעס פארציילן, דאס וועט אונז ברענגען נענטער צו אים און אזוי וועלן מיר געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס מיר דארפן.


איך האף אז איר וועט אננעמען מיינע ווערטער וועט איר האבן א גוט לעבן; איך האב געעפענט די סקול מיט גרויס פלאג און מיה, נאר אז מיר זאלן האבן ערליכע תלמידות, מיידלעך וואס לעבן מיט יראת שמים און גייען אנגעטון בצניעות. יעדן צופרי בין איך מתפלל פאר אלע קינדער - סיי פון חדר און סיי פון סקול - אז אלע זאלן זיין ערליכע אידן און אויפשטעלן ערליכע שטובער. איך פארגיס אסאך טרערן אויף יעדן פון אייך באזונדער.


איך האף אז איר וועט אויסהערן וואס אייערע טיטשערס לערנען מיט אייך און איר וועט זיך פירן מיט דרך ארץ, וועט איר מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א גוטן טאג.

#2 - זיך דרייען נאר מיט גוטע חברים
חברים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל פקודי, י"ט אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר


איך האב נישט געהאט קיין מנוחה נעכטן א גאנצע נאכט פון דעם וואס דו האסט מיר דערציילט אז דו ביסט געווען פורים ביי א פארטי וואו היימישע אינגעלייט האבן צוזאמען גערייכערט דראגס וכו', מען האט געדינגען א גוי זאל אכטונג געבן אז קיינער זאל נישט כאפן קיין בילדער, מען זאל נישט זען וואס דארט טוט זיך; אלעס האט אנגעפירט א גוי, אן איש טמא ומטמא וואס נארישע אינגעלייט לויפן אים נאך וכו'.


דערפאר בעט איך דיר (משלי א, טו): "בְּנִי אַל תֵּלֵךְ בְּדֶרֶךְ אִתָּם, מְנַע רַגְלְךָ מִנְּתִיבָתָם"; אנטלויף פון די חברים, זיי וועלן דיר אראפ שלעפן אין שאול תחתית. קום אין ישיבה און דריי זיך מיט ערליכע אידן, וועט עס אויף דיר אויך משפיע זיין לטוב.


געדענק וואס דער רבי האט געזאגט פאר זיין תלמיד ר' ליפא, עס שטייט אין תיקוני זוהר (תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן און שפעטער הרג'עט דאס דעם מענטש; קוק אויף עלטערע מענטשן, וואס האבן זיי פון זייערע יונגע יארן? גארנישט, נאר דאס ביסל תורה תפילה ומעשים טובים.


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר אין ישיבה; איך בעט פאר דיר אז דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן און דו זיי אויך מתפלל - בעיקר פאר איין זאך – "זאלסט אייביג האבן א געפיל צום הייליגן רבי'ן".


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכט): "הָאֵשׁ שֶׁלִּי תּוּקַד עַד בִּיאַת הַמָשִׁיחַ, מיין פייער'ל וועט שוין טליען ביז משיח וועט קומען"; בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר אז דעם רבינ'ס פייער זאל אייביג טליען אין מיין הארץ און עס זאל טליען און ברענען אין מיינע קינדער'ס הערצער", ווייל ווילאנג א מענטש איז מחובר צום צדיק האט ער אלעס, אבער אז מען לאזט אפ דעם צדיק האט מען גארנישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - וואו ביסטו אויף דער וועלט?
חברים, חסידות ברסלב

  בעזהשי"ת


יום ג' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז מיר א גרויסע וואונדער אז איך זע דיר מער נישט און איך הער נישט פון דיר; דו ווייסט דאך וואס דער רבי האט געזאגט פאר ר' ליפא ווען ער האט זיך באליידיגט און אוועק געגאנגען (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵיך מַשְׁלִיכִים חַבּוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", איך וואונדער זיך, ווי אזוי לאזט א מענטש איבער אזא באליבטע חבורה... עיין שם; דאס זעלבע פרעג איך דיר טייערער ...: "איך וואונדער זיך, ווי אזוי לאזט מען איבער אזא טייערע חבורה וכו'", געדענקסט דיך ווי אזוי דו האסט אויסגעזען פאר דו האסט געפונען דעם הייליגן רבינ'ס מענטשן? קוק דער לשון וואס דער רבי שרייבט פאר אנשי שלומינו (מכתבי רבינו ז"ל, מכתב א; נדפס בתחלת ספר עלים לתרופה): "דערמאנט אייך איטליכער ווי אזוי איך האב אייך געפונען".


איך בעט פאר דיר יעדן טאג און איך גלייב אז דער אייבערשטער וועט שיין אויספירן מיט דיר.


ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך.


איך ווארט דיר צו זען, אדער כאטשיג צו הערן פון דיר בכתב וכו'.