בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#79 - זיי נישט צעבראכן אז דו האסט פארלוירן
קינדער, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, רפואה, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


דאנק דעם אייבערשטן וואס ער האט דיר אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס; זיי נישט צעבראכן אז דו האסט פארלוירן וכו', דער אייבערשטער האט דיר אפגעהיטן פון א נישט געזונט קינד לא עלינו.


קודם זעסטו אז איר קענט האבן קינדער, און איר וועט אם ירצה ה' זוכה זיין צו זרע של קיימא. איך בעט פאר ענק יעדן טאג און איך ווארט שוין צו הערן בקרוב גוטע נייעס.


נעם דיר דעם ספר תהלים פאר א חבר'טע; זאג יעדן טאג תהלים אויף א סדר און ווען דו ענדיגסט זאלסטו נאכאמאל אנהייבן. אזוי זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן – זאגן תהלים כסדרן, אביסל אדער אסאך, וועט דער אייבערשטער מאכן גרויסע ניסים.


אזוי אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", התבודדות איז גרעסער פון אלעס; נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר דיין טייערער מאן נרו יאיר; דו ווייסט אליינס נישט ווי גליקליך דו ביסט, דו האסט זוכה געווען צו א מאן וואס נישט יעדער איז זוכה צו דעם.


נאכאמאל, זיי נישט צעבראכן; פארקערט, דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די נס וואס ער האט דיר אפגעהיטן.


א כתיבה וחתימה טובה; א גוט געבענטשט יאר.

#78 - מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם אנדערן
חיזוק פאר פרויען, שטעטל, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


נעכטן נאכט האב איך אפגעשטאטעט א פלוצלינג'דיגע באזוך אין שטעטל; איך האב זיך אונטערגעהערט ווי אייער מאן נרו יאיר לערנט פאר דעם שיעור אין גמרא בטוב טעם ודעת, אזוי שיין און אזוי לייכט צו פארשטיין און קענען מיט האלטן.


בכלל איז דער לופט אינעם שול זייער א געשמאקע לופט; מען שפירט דארט השראת השכינה, אחדות און ליבשאפט, מען שפירט דארט דעם רבינ'ס תמימות, ממש וואס דער רבי האט געזאגט ווען ער איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד" איר זאלט זיך האלטן צוזאמען, און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם". אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען, און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן קפז)".


דערפאר שרייב איך אייך דאס אז איר זאלט זען פון אייער זייט - אין ווייבער שול זאל אויך הערשן אזא געשמאקע לופט, מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם אנדערן און מען זאל זוכן ווי מען קען טון חסד צווישן זיך, - וועט איר זוכה זיין צו אזעלכע גרויסע זאכן וואס מען קען זיך נישט פארשטעלן.


איך האף אז איר וועט זיך ווייטער צוזאמנעמען איינמאל א וואך – יעדן דינסטאג וכדומה – זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#77 - שיקן די מענער לערנען
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


שטארק זיך מיט אלע דיינע כחות צו זיין פרייליך; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין פרייליך; אלע ווייטאגן גייען אוועק ווען מען איז פרייליך.


זיי מחזק דיין מאן נרו יאיר ער זאל גיין צום שיעור יעדע אויפדערנאכט; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לערנען א דף גמרא יעדן טאג. פרויען זענען פטור פון לימוד התורה, אבער אינעם זכות וואס זיי שיקן די מענער לערנען און זיי טוען זיי אפווארטן – דורכדעם זענען די פרויען זוכה צו באקומען עולם הבא, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "אֲמַר לֵיהּ רַב לְרַבִּי חִיָּא: נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן?" אויף וואס פאר א גוטע מעשים באקומען די פרויען שכר, זיי האבן דאך נישט די מצוה פון לערנען די הייליגע תורה? האט אים רבי חייא געענטפערט: "בְּאַקְרוּיֵי בְנַיְהוּ לְבֵי כְנִשְׁתָּא וּבְאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן, וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", פארן שיקן די קינדער אין חדר לערנען תורה, און פאר'ן אפווארטן די מענער ביים אהיים קומען פון כולל וואו זיי לערנען תורה.


איך האב גרויס נחת פון ענק; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות און איר זאלט זיין א לעבעדיגע ביישפיל פאר אלע משפחות אין שטעטל ווי אזוי תלמידי היכל הקודש דארפן זיך פירן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#76 - א סנוד אדער שניעל איז נישט א חסרון אין צניעות
צניעות, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אפילו איך האב שוין גערעדט מיט אייך און קלאר געזאגט מיין מיינונג, וועל איך אייך שרייבן אז אנדערע זאלן דאס אויך וויסן.


בנוגע וואס איר זאגט אז א סנוד אדער שניעל איז א חסרון אין צניעות, לדעתי איז דאס נישט א חסרון אין צניעות, עס איז גארנישט ווייניגער ווי דעם טורבאן וואס די פרויען טראגן.


דאס וואס איר זאגט אז אז מען קען מיינען אויף די פרויען וואס טראגן דאס אז מען שערט נישט די האר – דאס איז נישט ריכטיג, א פרוי וואס שערט די האר זעט מען דאס אן מיט'ן סנוד און א פרוי וואס שערט נישט די האר זעט מען דאס אן מיט'ן טורבאן.


ליידער ליידער זענען פארהאן הונדערטער היימישע פרויען מיט טורבאנ'ס וואס שערן זיך נישט די האר; אנשטאט צו רעדן פון דאס גרויסקייט פון זיך שערן די האר נאך די חתונה און פון די הארבקייט פון אייגענע האר מאכט מען תקנות נישט צו גיין מיט א בענדענע, סנוד און שניעל וכו'.


געלויבט דעם אייבערשטן אז אלע תלמידות פון אונזער סקול "בית פיגא" גייען אפגעשוירן; נישט סתם אפגעשוירן – בכפי', געצווינגענערהייט, נאר זיי פרייען זיך מיט דעם, זיי פרייען זיך צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן. אלע זענען צניעות'דיג, זיי האבן ליב "צניעות" און גרויסן זיך מיט דעם; ווייל מען לייגט זיי דאס אריין פון די יוגנט מיט ליבשאפט, זיי קוקן אויף דעם ווי א שיינע זאך, נישט ווי א קנס, ווי א יאנטשי זאך וכו'.


דא אין קעמפ איז א ריינע פלאץ, אלע פרויען גייען בצניעות; מען רעדט פון דעם און מען שטייט אויף דעם אז אונזערע קינדער זאל אויפוואקסן מיט צניעות.


עס איז כדאי איר זאלט צו הערן דעם שיעור אויף "קול ברסלב" – פרויען אפטיילונג, פון ערב ראש חודש אלול, וועט איר אביסל הערן וואס מען פארלאנגט ביי אונז אין די קהילה און וואס א "בית פיגא" תלמידה איז, עד כדי כך אז היינט האב איך באקומען א בריוו פון א פרוי וואו זי פרעגט אויב זי קען זיין א חלק פון אונזער קהלה ווייל זי איז אויפגעוואקסן נישט מיט דעם חינוך אז מען דארף זיך שערן נאך די חתונה. זי איז געקומען די וואך אין קעמפ און זי רעדט זיך אפ אז פרויען האבן איר פארגעהאלטן וועגן איר האר און וועגן איר צניעות... זעט איר דאך וואס דער פלאץ איז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#75 - קינדער פאלגן נישט אלעמאל מיט איין מאל הייסן
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארק מיט אלע כוחות צו האבן סבלנות צו אייערע קינדער.


אלע פרויען, אלע אידישע מאמעס גייען אריבער שווערע צייטן מיט חינוך הבנים והבנות; קינדער פאלגן נישט אלעמאל מיט איין מאל הייסן, עס זענען דא קינדער וואס זענען מער פארשפילט און הערן נישט ווען מען רעדט צו זיי, עס זענען דא קינדער וואס זענען מער ווילד און מער טאנצעדיג און שפרינגענדיג, צו זיי דארף מען האבן מער סבלנות. בעט איך אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כחות צו האבן געדולד צו זיי.


ווען אייערע קינדער זענען אין חדר און אין סקול זאלט איר זיך מאכן אפאר מינוט צייט זיך אוועקזעצן מיט א תהלים, זאגט אפאר קאפיטלעך תהלים און נאכדעם זאגט די תפלה:


"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין מאן און קינדער – אויף יעדן באזונדער, רבונו של עולם געב מיר כח און שכל איך זאל האבן די ריכטיגע צוגאנג צו מיינע קינדער. איך שפיר זיך ווי א פארלוירענע, מיינע קינדער פאלגן מיך נישט און דאס מאכט איך זאל זיך פארלירן, איך זאל שרייען און צומאל שלאגן וכו', העלף מיר בעשעפער, איך וויל נישט שרייען און שלאגן, איך וויל זיי מחנך זיין אויף די ריכטיגע וועג, איך וויל זיין א גוטע מאמע, איך וויל זען ערליכע דורות; העלף מיר אייבערשטער, זיי מיט מיר אייבערשטער. העלף מיר בזכות די צדיקים און צדקניות, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְיָ צוּרִי וְגֹאֲלִי".


איך בעט אייך איר זאלט נישט געבן פאר די קינדער קיין שום עלעקטעראנישע שפילצייג; נישט קיין טעלעפאנס, געים-בוי'ס וכדומה, וועט איר זען פון זיי אסאך אידיש נחת.


פון דער ראש ישיבה.

#74 - אז איר ווילט זיין גוט, זענט איר א חלק פון די קהלה
חיזוק פאר פרויען, קעמפ, שערן די האר, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע אייערע כוחות, און ווערט נישט צעבראכן פון קיינעם. ביי מיר זענט איר זייער חשוב; איך פריי זיך זייער אז איר זענט געקומען אין קעמפ מיט אייער מאן נרו יאיר, איר זענט א חלק אין אונזער קהלה. דער אינגערמאן וואס איז געשטעלט צו פארדינגען באנגעלאוס פרעגט מיר יעדע משפחה צי מען קען זיי פארדינגען א באנגעלאו, איך האב אים געזאגט אז פאר משפחת ... מיט זיין ווייב זאל ער זיכער מאכן צו פארדינגען א באנגעלאו.


עס טוט מיר וויי צו הערן אז איינער האט אייך געזאגט אז איר זענט נישט קיין חלק פון די קהלה "ווייל איר שערט זיך נישט אפ די האר"; איך ווייס נישט ווער עס האט אייך דאס געזאגט און איך וויל נישט וויסן ווער דאס איז, איך זאג אייך אז איר זענט א חלק פון די קהלה ווייל איר ווילט זיין גוט און איר זענט גוט.


בנוגע אפשערן די האר וכו'; דאס איז געווען מוהרא"ש'ס רצון, אז מען זאל זיך אפשערן און ווער עס קען נישט און איז נישט מסוגל אויף דעם וכו' וכו' זאל זייער אכטונג געבן אז די האר זאל זיין אינגאנצן צוגעדעקט. אבער מען מיינט נישט צו זאגן אז ווער עס שערט נישט די האר איז נישט א חלק פון קהלת היכל הקודש; פארקערט, מיר פרייען זיך מיט אייער משפחה און מיר קוקן אויף אייך שיין, די וואס מאכן מחלוקת און זענען מחרחרי ריב - זיי זענען נישט א חלק פון אונזער קהלה אפילו זיי דרייען זיך אונטער די פיס און שטעלן זיך אהער ווי ווער ווייסט וואס וד"ל.


וואויל איז אייך אז איר טוט זיך אן בצניעות; קוקטס נישט אויף קיינעם, דער עיקר זאלט איר ווייטער לעבן מיט אייער טייערער מאן באהבה ובשלום. איך האב זייער ליב אייער מאן, ער איז א טייערער מענטש און איר זענט אויך זייער גוט און ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#73 - לייגט אריין יראת שמים אין אייערע קינדער
קינדער, קדושה, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב דאס אלעס וואס איר שרייבט איז אמת; ער איז א מניוול, א קראנקער מענטש ה' ירחם. אייער קינד דערציילט אז ער איז אים מטמא רחמנא לצלן - זאלט איר נישט שיקן מער די קינדער צו אים, און זיכער נישט אויף ראש השנה.


איר דארפט אויסארבעטן אז די קינדער זאלן זען זייער טאטע און רעדן מיט אים נאר ווען נאך איינער געפונט זיך דארט.


לייגט אריין יראת שמים אין אייערע קינדער, זיי זאלן זיך דערווייטערן פון הונט; נישט צורירן צי הונט, ווייל דאס ברענגט א שטארקע טומאה אויפ'ן מענטש, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות המתקת דין, סימן צב): "מִי שֶׁמְּגַדֵּל כֶּלֶב מְעוֹרֵר דִּין", ווער עס ציט אויף ביי זיך א הונט ברענגט אויף זיך דינים.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז, מיר זאלן ארויס גיין פון דעם ביטערן גלות.

#72 - די פרויען אין שטעטל זיך מחזק זיין אינאיינעם
חיזוק פאר פרויען, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך פריי זיך זייער אז איר זענט זיך נעכטן נאכט צוזאמגעקומען, אלע ווייבלעך פון שטעטל – זיך מחזק זיין און זיך פרייען אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן.


חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס אויף עטליכע פאלן (ברכות סג:) אז ווען מען געבט אוועק די שטוב מען זאל עס נוצן פאר אן אכסניא של תורה, איז מען זוכה צו געבענטשט ווערן פונעם אייבערשטן; איז דאך זיכער אז דו נעמסט צוזאמען די פרויען ביי דיר אין שטוב זיך מחזק זיין מיט די חיזוק פון רבי'ן – וועסטו זען גרויסע ישועות ביי דיר און ביי דיינע קינדער.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט דיר; דו האסט א טייערע מאן און ליכטיגע קינדער – וואס נאך דארפסטו? וואס נאך דארף א אידישע פרוי?! נאר דאס; אן ערליכע שטוב, א מאן וואס פירט זיך בדרך התורה און קינדער וואס לערנען און דאווענען.


אז דו וועסט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן וועסטו זען שטענדיג ניסים.


 


 

#71 - די פרויען זאלן זיך מחזק זיין אינאיינעם
חיזוק פאר פרויען, התחזקות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט זיך צוזאמגענומען מיט אלע פרויען פון שטעטל זיך מחזק זיין מיט די זיסע געשמאקע עצות פון רבי'ן.


איך האב צוריק געהערט פון די אינגעלייט, אלע זאגן זיי אז די פרויען האבן זיך זייער מחי' געווען.


וויל איך דיר בעטן דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט די מצוה פון מחזק זיין די פרויען און יעדע וואך זאלט איר זיך צוזאמקומען; מאכט א קביעות אויף דעם, צום ביישפיל אז יעדע דינסטאג אדער אן אנדערע טאג – קומט מען זיך צוזאם.


גרייט אן א שפיל און אזוי אויך זאלסטו אנגרייטן יעדע וואך איינע פון די פרויען וואס זאלן רעדן (נישט צו לאנג, בערך צוואנציג מינוט).


נאכדעם זאלט איר טאנצן צוזאמען, אזוי ווי מוהרא"ש האט איינגעפירט אין יבניאל, אז מען קומט זיך צוזאם איינמאל א וואך.


געב איבער פאר דיין מאן נרו יאיר אז נאכ'ן זוממער וועל איך אם ירצה ה' זיין אויף א שבת אין שטעטל.

#70 - וואס איך זאג פאר איינעם איז נישט שייך פאר יעדן איינעם
חיזוק פאר פרויען, דרייוון, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, ט"ו מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


בנוגע וואס דו פרעגסט מיר וועגן דיין ווייב, צי זי זאל דרייוון א קאר וכו'; אז דו פרעגסט מיר מן הסתם ווילסטו הערן וואס איך וועל דיר זאגן און דאס אננעמען: "קלאפ דיר דאס ארויס פון קאפ, דער זאך איז בכלל נישט שייך פאר דיר".


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט קוקן אויף א צווייטן. וואס איך זאג פאר איינעם איז נישט שייך פאר יעדן איינעם; אויך מאכט דאס נישט מער און נישט ווייניגער, עס מיינט נישט צו זאגן אז די וואס דרייוון יא זענען עפעס ווייניגער חס ושלום. עס זענען דא משפחות וואס איך האב זיי געזאגט צו דרייוון וכו', אבער דיר זאג איך: "קלאפ דיר עס ארויס פון קאפ".


זיי מכבד דיין ווייב, העלף איר מיט די שטוב ארבעט, און וואו זי דארף גיין און קומען זאלסטו איר דרייוון.


נאכאמאל, איך שרייב דיר וואס צו טון נאר ווייל דו פרעגסט מיר.

#69 - אידישקייט איז זיס, אידישקייט איז א געשמאק
חיזוק פאר פרויען, מוסדות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז אלעס איז אין בעסטן ארדענונג, אויך האב איך הנאה צו הערן ווי איר זענט זיך מחי' מיט די דיבורים פון הייליגן רבי'ן. דער רבי מאכט זיס דאס לעבן, ער ווייזט דאס זיסקייט פון די תורה.


איך דערמאן זיך א מעשה פון יארן צוריק וואס א בחור האט מיר דערציילט אז ווען ער איז אריין געקומען אין ישיבה איז ער געגאנגען שלום נעמען ביי מוהרא"ש, ווען מוהרא"ש האט אים געפרעגט צי ער האט הנאה פון די ישיבה, האט ער געענטפערט: "יא", האט אים מוהרא"ש געפרעגט: "פון וואס האסטו הנאה?" האט ער געענפערט פאר מוהרא"ש: "דער ראש ישיבה מאכט זיס אידישקייט", האט אים מוהרא"ש געזאגט: "דער ראש ישיבה מאכט נישט זיס אידישקייט, אידישקייט איז זיס, אידישקייט איז א געשמאק, דער ראש ישיבה נעמט נישט אוועק די געשמאק, ער לייגט נישט צו עס זאל ווערן אויס זיס"; ווער עס הייבט אן הערן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער הייבט אן לעבן א זיס לעבן, מען איז פרייליך און צופרידן.


בנוגע אייערע קינדער וכו', איר זאלט טון ווי אזוי איר פארשטייט, איך וועל נישט זיין ברוגז אז איר נעמט ארויס אייערע קינדער פון אונזער מוסד און איר געבט זיי א חינוך ווי אזוי איר פארשטייט. איך וועל ענק ווייטער מחזק זיין און ווייטער מקרב זיין אזוי ווי ביז אהער.


אודאי ווייסט איר אז דער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון פרויען; ווען מען האט דערציילט פאר'ן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען בטל מאכן די ווייבער שול", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, און עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פארקערט; משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען".


געוואוינט אייך צו צו זאגן יעדן טאג אביסל תהילים, דאס איז דער סוד פאר ערליכע דורות און דער סוד פאר אלע ברכות.


געבטס א גריס פאר אייער טייערער מאן נרו יאיר, איך בענק זיך נאך אים, איך האב נישט געהערט פון אים פון פאר'ן זוממער.

#68 - פארגעס פון די שווערע צייטן, הויב אן פון ניי
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך באנייען און פארגעסן פונעם עבר, הייבט אן אייער לעבן פונדאסניי. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א גרויסע זאך. ווייל ווען א מענטש וואלט כסדר געדענקט וואס אויף אים איז אריבער געגאנגען וואלט ער קיינמאל נישט געקענט אנהייבן פונדאסניי וכו'"; אויב א מענטש וויל מצליח זיין אין לעבן דארף ער זיך כסדר באנייען און פארגעסן וואס עס איז געווען מיט אים.


עס איז נישט כדאי נאכאמאל אויפצוברענגען די גאנצע פרשה וואס איר האט געהאט מיט אייער מאן נרו יאיר; רעדטס נישט מער פון דעם נושא. איך פארשטיי אז עס באדערט אייך זייער שטארק וואס איז געווען, איר וואלט ווען געוואלט ער זאל זיך מסביר זיין וואס ער האט געטון מיט אייך און אייך איבער בעטן, דאך זאג איך אייך אז עס איז נישט כדאי. איר דארפט פארשטיין אז ער האט דאס נישט געטון מיט כוונה וכו'; ער איז זייער וואויל און ערליך, דאס וואס איר זענט אריבער מיט אים וכו' קומט נישט פון שלעכטיקייט, פארקערט זיין ערליכקייט האט דאס געברענגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן

#67 - זיך פירן בצניעות אין שטעטל
צניעות, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך דאנק דיר פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי מיט יעדע פרט און פרט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז:): "גְּדוֹלָה שִׁמּוּשָׁהּ יוֹתֵר מִלִּמּוּדָהּ", משמש זיין א רבי איז גרעסער פון לערנען פון א רבי; דארפסטו זיך זייער פרייען אז עס איז דיר אונטערגעקומען אזא זכי', צו משמש זיין דעם רבי'ן מיט'ן אויפשטעלן מוסדות וואו מען לערנט זיינע הייליגע לימודים.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו פירסט דיין שטוב איידל על פי דרך התורה; יעצט אז דו האסט זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל זאלסטו זען ווייטער צו גיין אויף דעם וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, נישט נאכצולאזן פון די צניעות.


זאג פאר דיין ווייב תחי' זי זאל נישט גיין אין גאס מיט לאנגע קליידער וכו'; זי דארף נישט אויפקערן די גאסן אין שטעטל. אין שטוב איז איין זאך און אין גאס איז א צווייטע זאך; אין גאס זאל זי גיין מיט געהעריגע קליידער וכו'.


איך האף אז איר וועט זיין א ביישפיל פאר די גאנצע וועלט, מען זאל זען וואס איז א ברסלב'ע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#66 - די ווייב איז נישט קיין משגיח
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער עבודת השם איז אז איר זאלט אפווארטן אייער מאן מיט א גרויסע שמייכל און געשמאקע עסן און זיין שטענדיג גרייט פאר אים וכו'; זארגטס נישט אויף זיין דאווענען און לערנען, נאר זארגטס פאר זיין באקוועמליכקייט אין לעבן.


וויסן זאלט איר אז עס באדערט זייער פאר א מאן ווען די פרוי שטייט איבער אים ווי א משגיח אין ישיבה קטנה שטייט אויף די בחורים מיט טויזנט שאלות: "וואו גייסטו?" "וואו קומסטו?" "וואס טוסטו?" "וואו האסטו געדאוונט?" "ביסט געווען אין מקוה?" א.א.וו. דאס העלפט נישט אז דער מאן זאל זיך פארבעסערן - ער זאל אויפשטיין צייטלעך און אנהייבן גיין אין מקוה, דאס מאכט נאר ערגער.


דעריבער אז איר פרעגט מיר, איר ווילט וויסן וואס איז אייער פליכט אלס ווייב, וואס וויל דער אייבערשטער פון אייך; זאלט איר דאס ערשטע זאך אויפהערן נאכקוקן אייער מאן ווען ער שטייט אויף און אויב ער גייט אין מקוה וכו' וכו', נאר איר זאלט אים אפווארטן מיט א גרויסע שמייכל, מיט געשמאקע מאלצייטן און זיין גרייט פאר אים. אז איר וועט אזוי טון וועט איר זוכה זיין צו זיין אן: "אִשָׁה כְּשֵׁרָה הָעוֹשֶׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט): "אֵין לְךָ כְּשֵׁרָה בַּנָּשִׁים אֶלָּא אִשָּׁה שֶּׁעוֹשֶׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ".


עס איז א נארמאלע זאך ביי יונגע ווייבלעך צו ווערן פארלוירן נאך די חתונה ווען זיי זענען צוגעוואוינט צו זען זייער טאטע אויפשטיין פארטאגס לויפן אין מקוה וכו' וכו' און יעצט זעען זיי ווי דער מאן שטייט אויף שפעט וכו', מען דארף אבער וויסן אז מען קען נישט צוגלייכן איינער צום צווייטן; סיי מען קען נישט און סיי עס איז נישט שכל'דיג צו פארלאנגען פונעם מאן צו טון וואס דער טאטע טוט.


איך קען זייער גוט אייער מאן; ער איז א טייערער יונגערמאן, ער האט געלערנט ביי מיר אין ישיבה און ער פירט זיך מיט יראת שמים. זאלט איר קוקן אויף אים מיט גוטע אויגן און מיט ליבשאפט.


אז מען שטייט אויף שפעט ווערט מען נאך נישט אויס גוט, דאס איז א נאטור וואס מען ארבעט אויס מיט די צייט.


אז איר וועט אננעמען מיינע ווערטער וועט איר זוכה זיין צו אויפשטעלן א שיינע שטוב לשם ולתפארת; די אלע שיינע שטובער וואס איר זעט קומט דער קרעדיט פאר די קלוגע פרויען, די אידישע העלדן וואס האבן אכטונג געגעבן נישט צו צעברעכן זייער שטוב אפילו ווען זיי האבן געוואלט אנדערש וואס זיי האבן באקומען. פאר זיי ווארט אפ אין הימל א שכר וואס מען קען נישט באשרייבן און מען קען זיך נישט פארשטעלן.


זייטס געזונט, א געזונטן זוממער.


 

#65 - די ווארעמקייט פון די מאמע באגלייט די קינדער זייער גאנץ לעבן
צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר געבט זיך אפ מיט די קינדער און איר ליינט קריאת שמע מיט זיי יעדע נאכט, איר זינגט קריאת שמע מיט א ניגון עס זאל אריין גיין אין זייערע הערצער מיט א זיסקייט.


רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "עס איז ביי מיר חשוב מחנך צו זיין מיינע קינדער, פונקט ווי אויפשטיין זאגן 'תיקון חצות'"; רבי נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים פון חדר ווייל ער האט זיי געוואלט מחנך זיין; ער האט זיי געוואלט מחנך זיין צו מאכן ברכות און ליינען קריאת שמע, איז אויסגעקומען אז האט ער נישט געקענט גיין שלאפן פרי צו קענען אויפשטיין ביי חצות, אבער דאס איז אים געווען פונקט אזוי חשוב ווי די עבודה פון חצות.


אויף אייער פראגע פון קול באשה, איר פרעגט צי איר זאלט זינגען קריאת שמע אין באנגעלאו אדער ענדערש נישט זינגען ווייל מען קען ארויס הערן; ביי אייך אין שטוב קענט איר זינגען מיט די קינדער און איר דארפט נישט חושש זיין אויף קול באשה אויב מען קען ארויסהערן, חוץ אויב עס איז דא געסט ביי אייך אין שטוב דעמאלט זאלט איר אכטונג געבן נישט צו זינגען אויפן קול, אבער ווען איר זענט אליינס אין שטוב מיט אייער מאן און קינדער זאלט איר ווייטער זינגען פאר אייערע קינדער קריאת שמע און נאך ניגונים.


דורכאויס אלע דורות האבן זיך די אידישע מאמעס געפירט צו איינוויגן די קינדער מיט שיינע ווארעמע ניגונים, ניגונים וואס א קינד הערט פון די מאמע האט אזא שטארקע כח אויפ'ן קינד אז דאס באגלייט זיי א גאנץ לעבן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אויף רבי חנינא (חולין כד:) אז ביי די אכציג יאר האט ער נאך געהאט כח צו שטיין אויף איין פוס און אנטון די שיך און אויסטון די שיך פון די אנדערע פוס, ער האט געזאגט: "חַמִּין וְשֶׁמֶן שֶׁסָּכַתָּנִי אִמִי בְּיַלְדּוּתִי הֵן עָמְדוּ לִי בְּעֵת זִקְנוּתִי", די ווארעמע וואסער און די אויל וואס מיין מאמע האט מיר געשמירט און געוואשן אין מיינע יונגע יארן דאס העלפט מיר אין די עלטערע יארן; זאגט אויף דעם דער הייליגער מנחת אליעזר (דברי תורה חלק ט, סימן נג) אז דאס מיינט נישט בפשטות ווארעמע וואסער מיט אויל, נאר דאס מיינט מען די ווארעמקייט פון זיין מאמע, און די אויל - דאס איז די חכמה פון זיין מאמע - דאס האט אים געהאלפן; אז א מאמע לייגט אריין ווארעמקייט אין מצות ומעשים טובים העלפט דאס מען זאל א גאנץ לעבן זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#64 - אז מ'געבט זיך איבער צום אייבערשטן, ווערט אלעס גוט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בלק, ט"ז תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער הודעה.


איך וועל נאך היינט רעדן מיט אייער מאן, אים מחזק זיין ער זאל זיין געטריי צו אייך וכו', וכו'.


איך בעט אייך זייער מרת ... תחי'; געבט זיך איבער צום אייבערשטן, וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פב): פארוואס גייט פאר א מענטש שלא כסדר? ווייל דער מענטש וויל עפעס, אבער ווען א מענטש לייגט זיך אריין אין די אמונה, ער בייגט איין דעם קאפ, ער ווייסט און גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער און ער וויל גארנישט – דעמאלט גייט אים אלעס כסדר.


דער אייבערשטער האט אייך געגעבן דעם מאן און איר האט מיט אים ליכטיגע קינדער, דארפט איר וויסן אז דאס איז דאס בעסטע פאר אייך; אוודאי דארף מען בעטן ווען עס גייט נישט גוט, אבער מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו ווערן דעפרעסט פון דעם וואס מען בעט און מען בעט אבער מען זעט נישט די ישועה. מען דארף וויסן אז דער אייבערשטער טוט נאר גוטס.


דעריבער בעט איך אייך זייער, הייבטס אן ארבעטן אויף די אמונה; גלייבן אז דאס איז דאס בעסטע פאר אייך און פון די אנדערע זייט זאלט איר בעטן פאר אייך און אייער מאן אז איר זאלט זיך פארשטיין איינער דעם אנדערן.


קוקטס אויף אייער מאן מיט "רחמנות אויגן"; ער איז נישט קיין שלעכטער און ער וויל נישט זיין שלעכט, נאר זיין מח-מחשבה ארבעט אנדערש וכו'. זאלט איר פון אייער זייט זען אים צו מכבד זיין און איך וועל רעדן צו אים ער זאל אכטונג געבן אויף אייך וכו', וכו'.


איר האט מיר געבעטן א תפילה וואס צו זאגן יעדן טאג, שרייב איך אייך דא א קליינע תפלה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה.


"רבונו של עולם, איך דאנק דיר און איך לויב דיר פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר, בפרט אז איך ווייס פון הייליגן רבינ'ס עצות. הייליגער באשעפער איך בין זייער צעבראכן, איך שפיר ווי איך קען נישט מער אויסהאלטן פון מיין מאן, מיר פארשטייען זיך נישט און איך האב אים נישט ליב; עס באדערט מיר פארוואס איך האב אים מער נישט ליב. נאך די חתונה האב איך אזוי הנאה געהאט יעדן טאג פון לעבן; יעדע מינוט, יעדע רגע איז געווען א פארגעניגן מיט מיט מיין מאן נרו יאיר, אבער יעצט שפיר איך ממש ווי איך קען מער נישט, איך עקל זיך פון אים און איך ווער ממש משוגע פון אים.


הייליגער באשעפער, איך וויל מיר נישט גט'ן חס ושלום; מיר האבן ליכטיגע קינדער און אויב מיר וועלן זיך חס ושלום גט'ן וועט זיין זייער ביטער פאר זיי און פאר מיר. אבער אזוי ווי עס איז יעצט קען איך עס נישט נעמען, איך האלט שוין מער נישט אויס, יעדע רגע איז מיר ממש א גיהנום. איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל צוריק ליב האבן מיין מאן. איך טו תשובה אויף אלע מיינע עבירות, זיי מיר מוחל, איך גיי שוין זיין ערליך און וואויל; העלף מיר איך זאל צוריק פרייליך ווערן און איך זאל קענען פרייליך מאכן מיין מאן און קינדער.


 העלף עס זאל אריינגיין אין מיין מאן א רוח טהרה; ער זאל אפלאזן אלע נארישקייטן און צוריק אנהייבן לערנען און דאווענען, ער זאל מיר נישט טשעפען.


הייליגער באשעפער, העלף מיר בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, ובפרט בזכות רבינו הקדוש – רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו, ובזכות מורינו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אמן".


איך בעט אייך זייער נאכאמאל און נאכאמאל, זייטס נישט ברוגז אויפ'ן אייבערשטן; געבט זיך אונטער און הייבטס אן זוכן גוטס אין אייער מאן נרו יאיר.


זייטס נישט ברוגז אויף דעם וואס איך שרייב אייך אזוי; גלייבטס מיר, מיין הארץ איז צעריסן און צעשניטן טראכטנדיג פון אייער לעבן, אבער איך מוז אייך זאגן אז עס איז אויך תלוי אין אייך; אז איר וועט קוקן גוט און דאנקען דעם אייבערשטן – וועט אייך לייכטער ווערן.


שרייבטס מיר יעדן טאג וואס הערט זיך, ווייל איך וועל נישט רוען ביז איר מיט אייער מאן וועלן זיך ליב האבן כשנים קדמוניות.


א גוט שבת.

#63 - די גרויסקייט פון א פרוי וואס העלפט דעם מאן צו קענען לערנען
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר האט זוכה געווען צו א מאן וואס לערנט תורה בזכות וואס איר העלפט אים ער זאל קענען זיצן און לערנען.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן?" אויף וואס באקומען די פרויען שכר? "בְּאַקְרוּיֵי בְנַיְהוּ לְבֵי כְנִשְׁתָּא", מיט דעם וואס זיי טראגן די קינדער לערנען תורה, "וּבְאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן; וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", און מיט דעם וואס זיי העלפן די מענער לערנען און ווארטן זיי אפ ביז זיי קומען אהיים פון לערנען; דאס איז די שכר פון אידישע פרויען וואס זענען מחשיב און שעצן דעם מאן ווען ער לערנט.


דערפאר וויל איך אייך מחזק זיין איר זאלט וויסן דאס גרויסקייט פון א פרוי וואס העלפט, שטיצט און איז מחזק דעם מאן צו לערנען.


יעצט האב איך געהערט פון אונזער חשוב'ע מנהלת תחי' אז איר האט זיך מתנדב געווען צו העלפן זוממער מיט מיידלעך; עס איז נישט צום באגרייפן דאס גרויסקייט פון העלפן אויפבויען קינדער, בפרט מיידליך – צו לעבן מיט אמונה, צניעות און מידות טובות.


בזכות המצוה הזאת זאלט איר האבן נחת ביי אייערע קינדער.

#62 - די פרויען זאלן זיך מחזק זיין אינאיינעם
חיזוק פאר פרויען, התחזקות, תהלים, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו און די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו האסט מסיים געווען די זעכציגסטע מאל ספר תהלים; איך פריי זיך אז דו פירסט זיך יעצט נאך דיין חתונה ווייטער מיט די עצות פון רבי'ן, דו ביסט ממשיך צו זאגן תהלים.


אנשטאט זיצן און שפילן מיט'ן טעלעפאן, זיין פארנומען מיט נארישע גרופס וואס נעמט אוועק דעם קאפ פון לעבן, נאכדעם וואס יעדע מינוט און יעדע רגע לויפט מען צום טעלעפאן קוקן ווער עס שרייבט יעצט און וואס ענטפערט מען יעצט וכו', וכו' – לויפסטו צום תהלים, דו כאפסט אריין נאך א קאפיטל און נאך א געזאנג צום אייבערשטן.


הלוואי זאלסטו מאכן א חברותא מיט דיינע חבר'טעס, זיך צוזאמנעמען פון צייט צו צייט און יעדער זאל דערציילן וויפיל מאל מען האט שוין מסיים געווען ספר תהלים. מען זאל שמועסן פון די שיינקייט פון לעבן, ווי שיין דאס לעבן איז מיט א צדיק. אזוי אויך זאלט איר זיך מחזק זיין ווי אזוי איר קענט מזכה זיין נאך מיידלעך און ווייבלעך צו לעבן לויט די שיינע וועג פון רבי'ן.


א גריס פון דיין חשוב'ער מאן נרו יאיר, ער איז מיר זייער באליבט; דאנק דעם אייבערשטן אויף די מתנה, נישט יעדער איז זוכה צו אזא מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - עס פאסט פאר אלעמען זיך צו באפריינדן מיט יעדן איינעם
חברים, חיזוק פאר פרויען, הכרת הטוב, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט מיר זייער מחי' געווען מיט אייער בריוו; איך באקום זייער ווייניג אזעלכע בריוון, רוב בריוון זענען פון צרות, פראבלעמען און זיך באקלאגן וכו', וכו'. נישט יעדער טראכט און פארשטייט אז דער ראש ישיבה דארף אויך אמאל הערן גוטע ווערטער וכו'.


איר האט מיר ממש אויפגעלעבט מיט'ן דערציילן וואס עס טוט זיך צווישן די פרויען, ווי שיין מען פארברענגט אינאיינעם – יונגע און אלטע; עס פאסט פאר אלעמען זיך צו באפריינדן מיט יעדן איינעם.


איר פרעגט אינעם בריוו וואס איר קענט מיר מכיר טוב זיין אויף אלע שיינע זאכן; מיט דעם אז איר זאלט מקרב זיין אלע פרישע ווייבלעך וואס זענען נישט אזוי היימיש, מאכט זיי שפירן גוט. אזוי אויך אויב איר זעט א פרוי קומט נישט ארויס פון באנגעלאו זאלט איר גיין צו איר און איר ארויסרופן, ווייל עס זענען דא פרויען וואס האבן לחץ (פרעשור) פון אנדערע; הגם ביי אונז מאכט מען נישט קיין נפקא מינה ווער, וואס און ווען, אבער די לחץ פון זייער יוגנט לויפט זיי נאך אויפ'ן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין זכות פון טון פאר אידישע קינדער זאלן מיר שוין אויסגעלייזט ווערן פון אונזער גלות.

#60 - וואקסינירן די קינדער
קינדער, חיזוק פאר פרויען, וואקסינען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט זייער שיינע זאכן פון די וואונדער פונעם אייבערשטן, און "מיר קענען נישט פארשטיין אז א מענטש ווערט געבוירן געזונט און פארטיג, פארוואס זאל מען געבן שאט"ס? פארוואס זאל מען שטעכן געזונטע קינדער?!" איר שרייבט אז איר וואלט נישט צוגעלייגט נאך א אויג אדער נאך א האנט וכו' וכו'; עס איז באמת שיינע זאכן וואס איר שרייבט, אבער מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן. אז דער רבי האט אונז געזאגט מיר זאלן געבן פאר די קינדער שאט"ס טוען מיר דאס מיט די גרעסטע שמחה.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכג): "הָעִקָּר וְהַיְסוֹד שֶׁהַכֹּל תָּלוּי בּוֹ, לְקַשֵּׁר עַצְמוֹ לְהַצַּדִּיק שֶׁבַּדּוֹר", דער עיקר און דער יסוד, אלעס - איז זיך מקשר צו זיין צום צדיק הדור, "וּלְקַבֵּל דְּבָרָיו עַל כָּל אֲשֶׁר יֹאמַר כִּי הוּא זֶה, דָּבָר קָטָן וְדָבָר גָּדוֹל", אננעמען אלעס וואס ער זאגט, סיי קליינע זאכן און סיי גרויסע זאכן, "וְלִבְלִי לִנְטוֹת חַס וְשָׁלוֹם, מִדְּבָרָיו יָמִין וּשְׂמֹאל", און זיך חס ושלום נישט אוועקרירן פון זיינע ווערטער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי, פרשת שופטים): "אֲפִלּוּ אוֹמֵר לְךָ עַל יָמִין שְׂמֹאל וְכוּ' וְעַל שְׂמֹאל שֶׁהוּא יְמִין"; מען דארף אינגאנצן אוועק ווארפן די אייגענע שכל, כאילו מען האט נישט קיין שכל, און כל זמן דער מענטש האלט אז ער האט אן אייגענעם שכל איז דאס נישט גוט, און ער איז נאכנישט אמת'דיג מקורב צום צדיק.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט גענומען אייערע קינדער צום דאקטער און זיי געגעבן די שאט"ס; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו האבן נחת פון אלע אייערע קינדער און זיי ערציען גרינגערהייט, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.

#59 - בעט דעם אייבערשטן אויפצוהערן קוקן מאוויס
תפילה והתבודדות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מאוויס, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו לעבסט אפן מיט דיין מאן נרו יאיר און דו האסט אראפגענומען פון זיך דעם טאפלט'ן לעבן וכו'; יעצט וועט דיר זיין גרינגער דאס לעבן בכלל און בפרט צו קענען בייקומען אלע שווערע נסיונות. יעצט וועט ענקער שלום בית ווערן בעסער און בעסער ווען דו וועסט נישט לעבן א טאפלטע לעבן.


בנוגע דיין עדיקשן וואס דו ביסט צוגעקלעבט צו קוקן מאווי"ס השם ישמרינו; אויף דעם איז נאר דא איין עצה - די עצה פון התבודדות, צו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג ער זאל דיר ארויס נעמען פון די תאוה.


אפילו דו ווילסט נישט בעטן אויף דעם, אזוי ווי דו שרייבסט אינעם בריוו אז דו ווילסט אפילו נישט בעטן אויפצוהערן קוקן מאוויס; דאס איז נישט אמת, ווייל באמת ווילסטו טון וואס דער אייבערשטער זאגט און וואס די תורה זאגט, נאר וויבאלד דו האסט זיך צוגעוואוינט צו קוקן אין דיינע יונגע יארן וכו' איז דיר זייער שווער דאס אפצולאזן, אבער באמת ווילסטו א גוט לעבן, א זיס לעבן און ערליכע קינדער, וואס דאס קומט בזכות דעם וואס מען פירט זיך ערליך. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים כ.) אז אויב מען קוקט אויף עבירות: "הַוְיָין לוֹ בָּנִים שֶׁאֵינָן מְהוּגָנִין", וועט מען האבן קינדער וואס זענען נישט ערליך; דערפאר זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן כח דאס אפצולאזן.


איך שרייב דיר דא א קליינע תפילה וואס דו זאלסט זאגן יעדן טאג:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן; הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן שְׁפִּירְן שְׁטֶענְדִיג וִוי דוּ בִּיסְט מִיט מִיר, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ זֶען עֶרְלִיכֶע דוֹרוֹת, קִינְדֶער וָואס וֶועלְן דִיר דִינֶען.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל קֶענֶען פְרֵיילִיךְ מַאכְן מַיין מַאן, עֶס זָאל זַיין נָאר לִיבְּשַׁאפְט צְוִוישְׁן מִיר אוּן מַיין מַאן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל אוֹיפְהֶערְן קוּקְן מָאוִויס, עֶס צִיעֶט מִיר שְׁטֶענְדִיג צוּ קוּקְן נָאךְ אוּן נָאךְ, אִיךְ בִּין זֵייעֶר צוּגֶעקְלֶעבְּט צוּ דֶעם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל דָאס אָפְּלָאזְן אוּן אַיינְזֶען דִי נַארִישְׁקַייט פוּן קוּקְן מָאוִויס.


אֵייבֶּערְשְׁטֶער זַיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעקוּקְט בִּיז אַהֶער, אִיךְ בִּין נִישְׁט שׁוּלְדִיג, קֵיינֶער הָאט מִיר נִישְׁט גֶעזָאגְט אִין מַיינֶע יוּנְגֶע יָארְן וִוי שֶׁעדְלִיךְ דָאס אִיז, אִיךְ הָאבּ זִיךְ צוּגֶעוואוֹינְט אַלְץ יוּנְגֶע מֵיידְל צוּ קוּקְן אוּן יֶעצְט אִיז מִיר זֵייעֶר שְׁוֶוער זִיךְ אָפְּצוּלָאזְן פוּן דֶעם, בֶּעט אִיךְ דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער זַיי נִישְׁט בְּרוֹגֶז אוֹיף מִיר, אִיךְ גֵיי פְּרוּבִּירְן דָאס בֶּעסְטֶע וָואס אִיךְ קֶען אוּן הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל אָנְהֵייבְּן לֶעבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע לֶעבְּן".


זע צו האבן א שיעור אין רבינ'ס ספרים; מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל אין אידיש, אדער אין ספר עצתו אמונה וואס איז צוזאמגענומען פון רבינ'ס ספרים עצות און חיזוק זיך צו שטארקן צו זיין א איד. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט, אז ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן.

#58 - דאנק דעם אייבערשטן פאר די הערליכע דורות
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא, י' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו מיט די געלט.


א גריס פון אייער חשוב'ער זון ... נרו יאיר, ער לערענט פלייסיג און פירט זיך מיט דרך ארץ ויראת שמים; דער אייבערשטער זאל העלפן אז איר מיט אייער מאן זאלן האבן נחת ביי אלע אייערע קינדער צוזאמען געזונטערהייט.


איר שרייבט אינעם בריוו אז איר זענט געזיצן און געוויינט ל"ג בעומר וכו'; שפיר איך פאר וויכטיג אייך מחזק זיין אויף תודה והודאה. דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף דעם שיינעם גארטן וואס איר האט זוכה געווען אויפצושטעלן לשם ולתפארת; איר ארבעט אזוי שווער צו פלאנצן און צו בויען, געלויבט דעם אייבערשטן אז מען זעט שוין הערליכע פירות, עס ציעט זיך ווייטער הערליכע דורות. זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף אייערע טייערע קינדער וועט דער אייבערשטער אייך באשאנקען מיט דאפעלטע נחת.

#57 - וויפיל האר מעג מען איבערלאזן?
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'.


קודם כל וויל איך אייך וואונטשן א מזל טוב פאר אייער שידוך; איר האט זוכה געווען צו באקומען א חתן איינס אויף דער וועלט. א בחור א בעל מידות און א גרויסער ירא שמים; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן א שיינע שטוב, דורות ישרים ומבורכים.


אייער חתן נרו יאיר האט מיר געפרעגט אין אייער נאמען, אז ווען מען שערט זיך אפ נאך די חתונה אויב מען דארף זיך אינגאנצן אפשערן אדער מען קען איבערלאזן אביסל האר אין פארנט; וויל איך אייך זאגן אז ווען איר וואלט ווען געוויסט דאס גרויסקייט און די שכר פון א פרוי וואס שערט זיך אפ אינגאנצן איר האר נאך די חתונה וואלט איר נישט געהאט קיין שום ספק אין דעם, נאר אדרבה, איר וואלט געווארט אויף די מינוט ווען איר וועט קענען טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן.


דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער ס"מ און די נישט גוטע זאלן זיך געפונען אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס; און פארקערט אויך, אז א פרוי וואס שערט זיך אפ איר האר וועט זוכה זיין צו האבן ערליכע דורות און זוכה זיין אז אירע קינדער זאלן זיין חשוב'ע מענטשן; זי וועט זוכה זיין אז די שכינה הקדושה וועט רוען אין איר שטוב און צו ברכות אן א שיעור. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יא.): "מִדָּה טוֹבָה מְרֻבָּה מִמִּדַּת פֻּרְעָנוּת", ווען עס קומט צו גוטס איז עס פיל מער ווי שלעכטס, איז דאך זיכער אז א פרוי וואס טוט דעם רצון פונעם אייבערשטן וועט זוכה זיין צו האבן אלעס גוטס אין איר לעבן.


איך שרייב אייך דעם בריוו בשעת אייער חתן נרו יאיר שטייט דא; ער זאגט מיר אז ער דארף 'דיר אליינס' ער דארף נישט אייער האר און ער וועט זיך זייער פרייען אז איר וועט זיך אפשערן. ער זאגט מיר אז ער האט אלע יארן מתפלל געווען צו באקומען א כלה וואס וועט זיך פירן ווי די צדיקים האבן אונז געזאגט צו טון; וואויל איז אייך אז איר האט זוכה געווען צו א חתן אן ערליכער איד וואס וויל פאלגן וואס צדיקים זאגן, ער וויל אויפשטעלן א שטוב אויף דעם וועג ווי אזוי אלע צדיקים האבן געהייסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#56 - אפשערן די האר
חיזוק פאר מיידלעך, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


הכלה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם הייליגן באשעפער פאר די מתנה וואס דו האסט זוכה געווען. דו האסט באקומען א חתן מיט אלע מעלות, א ירא שמים און א בעל מידות. נישט יעדער איז זוכה צו באקומען אזא טייערע חתן, דערפאר זאלסטו נישט אויפהערן צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם און ווי מער דו וועסט דאנקען דעם אייבערשטן וועט דער אייבערשטער טון מיט דיר נאך גוטס.


בנוגע דיין האר אויף נאך די חתונה; נעם דיר דעם הייליגן ספר "אשר בנחל" - די אידישע חלקים און גיי אריבער בריוו נאך בריוו וועסטו דארט זען ווי שטארק מוהרא"ש וויינט און בעט זיך צו אלע אידישע פרויען זיי זאלן זיך אפשערן אינגאנצן זייער האר; ווען דו וועסט לערנען די בריוו וועסטו שוין נישט צווייפלען וואס צו טון נאר דו וועסט זיך אפשערן בשמחה רבה, דו וועסט זיך שפירן גליקליך אז דו קענסט טון דעם רצון השם.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן די שכר פון א פרוי וואס געבט אכטונג אז איר האר זאל זיך נישט ארויס זען אפילו אין שטוב. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יומא מז.): "שִׁבְעָה בָּנִים הָיוּ לָהּ לְקִמְחִית", עס איז געווען א פרוי וואס האט געהייסן קמחית און זי האט געהאט זיבן קינדער, "וְכֻלָּן שִׁמְּשׁוּ בִּכְּהוּנָה גְדוֹלָה", וואס אלע זענען געווען כהנים גדולים. "אָמְרוּ לָהּ חֲכָמִים: מַה עָשִֹיתָ שֶׁזָּכִיתָ לְכַּךְ?" האבן די חכמים איר געפרעגט: וואס האסטו געטון אז דו האסט זוכה געווען צו דעם, "אָמְרָה לָהֶם: מִיָּמַי לֹא רָאוּ קוֹרוֹת בֵּיתִי קְלָעֵי שַׂעֲרִי", האט זי געזאגט פאר די חכמים: איך האב אייביג אכטונג געגעבן אז די ווענט און די דאך פון מיין הויז זאלן נישט זען מיינע האר.


זעט מען פון דעם אז ווען א פרוי געבט אכטונג צו זיין שטענדיג צוגעדעקט, נישט קיין חילוק די ערשטע נאכט נאך די חתונה, די צווייטע נאכט צי די דריטע נאכט - וועט זי זוכה זיין צו גוטע קינדער.


דיין חתן דארף נישט דיין האר, דיין חתן וויל פירן די שטוב אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ער דארף דיר אליין וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - נאר דער אייבערשטער געבט קינדער
פחדים, קינדער, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו מיט די גוטע בשורה.


איר שרייבט מיר אז ווען איר זענט געווען ביי מיר מיט אייער מאן דערציילן אייער פראבלעם אז איר קענט נישט האבן קיין קינדער, און איך האב אייך דעמאלט געזאגט: "מיט אמונה און תפילה וועט איר האבן נאטורליך נאך קינדער" - האט איר געלאכט פון דעם, און יעצט זעט איר מיט אייערע אויגן אז דער אייבערשטער געבט קינדער. אזוי ווי מיר געפונען אין די ווערטער פון די הייליגע חכמים (תענית ב.): "שְׁלֹשָׁה מַפְתְּחוֹת בְּיָדוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דריי שליסלען איז נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן, איינע פון די דריי שליסלעך איז "מַפְתֵּחַ שֶׁל חַיָּה", דאס הייסט קינדער; וויל איך אייך זאגן אז ווען איך האב גערעדט מיט אייך און אייער מאן איז ביי מיר געווען ברור כשמש אז איר וועט זוכה זיין צו ליכטיגע קינדער. נישט דער דאקטער געבט קינדער און נישט דער דאקטער געבט לעבן, נאר אלעס קומט פונעם אייבערשטן; מען דארף אין דעם גלייבן אזוי ווי מען זעט דאס מיט די אויגן, דעמאלט איז מען זוכה צו גרויסע ניסים.


בנוגע אייערע פחדים וכו'; איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אמונה וועט איר זיין געזונט און שטארק, ווייל אמונה איז די רפואה פאר אלסדינג. א שאד מענטשן זאלן זיך פייניגן מיט מחלות קשים ומרים ווען עס איז דא א וועג ארויס צו גיין פון דעם גרינגערהייט; דורך אמונה גייען אוועק אלע פראבלעמען, אלע דמיונות און אלע שרעק וכו' וכו'. לייגט אייך אריין אין אמונה וועט איר זען ווי אלעס איז א גרויסער דמיון און איר וועט לעבן רואיג און צופרידן.


איך שרייב אייך אפאר אמונה ווערטער וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג אויפן קול פאר זיך אליין; דאס איז נישט קיין תפילה, דאס איז אמונה ווערטער וואס איר דארפט דאס חזר'ן צו זיך אליינס; איר זאלסט ארויס זאגן די ווערטער אויפן קול און הערן וואס איר רעדט, וועט איר זען אז ביז א קורצע צייט וועט אוועק גיין פון אייך אלע שרעק און דמיונות וכו' וכו':


"אִיךְ גְלֵייבּ מִיט מַיין גַאנְצֶע אֱמוּנָה אַז אַלֶעס וָואס פַּאסִירְט מִיט מִיר אִיז מִיט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן קֵיינֶער קֶען מִיר גָארְנִישְׁט טוּן; קֵיינֶער קֶען מִיר נִישְׁט שְׁלֶעכְטְ'ס טוּן וַוייל דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז דָא נֶעבְּן מִיר, עֶר הִיט מִיר אוּן גֶעבְּט אַכְטוּנְג אוֹיף מִיר.


אִיךְ גְלֵייבּ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז דָא; עֶר אִיז מִיט מִיר, בַּיי מִיר אוּן נֶעבְּן מִיר אוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ זֶע אִיז אַ פַארְשְׁטֶעלַאכְץ פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אַלֶעס אוֹיף דִי וֶועלְט אִיז עֶר אַלֵיין; עֶר גֶעבְּט מִיר לֶעבְּן, עֶר גֶעבְּט מִיר קִינְדֶער אוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ דַארְף.


עֶס קֶען מִיר גָארְנִישְׁט גֶעשֶׁען; נִישְׁט קַיין שְׁלֶעכְטְ'ס אוּן נִישְׁט קַיין גוּטְ'ס, נָאר אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער בְּרֶענְגְט עֶס, אוּן אוֹיבּ עֶפֶּעס שְׁטֶערְט מִיר וֶועל אִיךְ אִים בֶּעטְן עֶר זָאל מִיר הֶעלְפְן אוּן עֶר וֶועט מִיר הֶעלְפְן".


דאס זאלט איר חזר'ן יעדן טאג אן א שיעור מאל; זאגטס עס אויפן קול איר זאלט דאס הערן. דאס וועט אוועק נעמען פון אייך אלע אייערע פחדים און אומזיסטיגע שרעק.