בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#648 - מיטן רבינ'ס עצות באקומט מען שטארקע כח און נערווען
אמונה, חיזוק פאר פרויען, עצתו אמונה, אני מאמין, טעגליכע שיעורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב הנאה אז איר שטארקט זיך מיט די טעגליכע שיעורים און מיט די בריוון פון עצתו אמונה, און מיט די וועכנטליכע פרויען שיעורים; מיטן רבינ'ס עצות איז די לעבן גאר גרינג, מיטן רבינ'ס עצות באקומט מען א שטארקע קלארע לויטערע אמונה, מען באקומט שטארקע כח און שטארקע נערווען, מען האט כח פאר די לעבן.


עס איז א גוטע זאך איר זאלט אייך צוגעוואוינען צו זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין, און ווען איר זאגט די אני מאמין - זאלט איר עס טייטשן פאר זיך, איר זאלט עס זאגן אויפן קול מיט טייטש: "אני מאמין איך גלייב, באמונה שלימה מיט מיין גאנצע הארץ, שהבורא יתברך שמו אז דער הייליגער באשעפער", און אזוי ווייטער.


וואויל איז דעם וואס זאגט עס יעדן טאג, דער וועט באקומען א שטארקע אמונה און וועט האבן כוחות אנצוגיין אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


1) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הוּא בּוֹרֵא עֶר בַּאשַׁאפְט, וּמַנְהִיג אוּן פִירְט, לְכָל הַבְּרוּאִים אַלֶע בַּאשֶׁעפֶענִישְׁן. וְהוּא לְבַדּוֹ אוּן עֶר אַלֵיין, עָשָֹה הָאט גֶעטוּן, וְעוֹשֶֹה אוּן טוּט אַלֶעס אוֹיף דֶער וֶועלְט, וְיַעֲשֶֹה אוּן וֶועט וַוייטֶער אַלֶעס טוּן, לְכָל הַמַּעֲשִֹים אַלֶעס וָואס פַּאסִירְט.


2) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הוּא יָחִיד עֶר אִיז אֵיינֶער, וְאֵין יְחִידוּת אוּן עֶס אִיז נִישְׁטָא נָאךְ אַ זַאךְ וָואס זָאל זַיין אֵיינְס, כָּמוֹהוּ, בְּשׁוּם פָּנִים אַזוֹי וִוי דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וָואס אִיז אֵיינְס. וְהוּא לְבַדּוֹ אוּן עֶר אַלֵיינְס, אֱלֹקֵינוּ אִיז אוּנְזֶער בַּאשֶׁעפֶער, הָיָה עֶר אִיז אֵייבִּיג גֶעוֶוען, הֹוֶה עֶר אִיז שְׁטֶענְדִיג דָא, וְיִהְיֶה אוּן וֶועט אֵייבִּיג זַיין.


3) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, אֵינוֹ גוּף אִיז נִישְׁט קַיין קֶערְפֶּער, וְלֹא יַשִֹּיגוּהוּ מַשִֹּיגֵי הַגּוּף אוּן עֶר הָאט נִישְׁט קַיין שׁוּם זַאךְ וָואס הָאט צוּטוּן מִיט אַ קֶערְפֶּער, וְאֵין לוֹ שׁוּם דִּמְיוֹן כְּלָל אוּן מֶען קֶען אִים נִישְׁט צוּגְלַייכְן צוּ קַיין שׁוּם זַאךְ.


4) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, הוּא רִאשׁוֹן עֶר אִיז דֶער עֶרְשְׁטֶער, וְהוּא אַחֲרוֹן אוּן עֶר וֶועט זַיין דֶער לֶעצְטֶער.


5) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, לוֹ לְבַדּוֹ נָאר צוּ אִים אַלֵיין, רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל דַארְף מֶען בֶּעטְן, וְאֵין רָאוּי אוּן עֶס אִיז נִישְׁט וֶוערְד, לְהִתְפַּלֵּל צוּ בֶּעטְן, לְזוּלָתוֹ פוּן קֵיינֶעם אַנְדֶערְשׁ.


6) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁכָּל דִּבְרֵי נְבִיאִים אֱמֶת אַז אַלֶע וֶוערְטֶער פוּן דִי נְבִיאִים זֶענֶען אֱמֶת'דִיג.


7) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁנְּבוּאַת מֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם אַז דִי נְבוּאָה פוּן מֹשֶׁה רַבֵּינוּ, הָיְתָה אֲמִתִּית אִיז אֱמֶת'דִיג, וְשֶׁהוּא הָיָה אָב לַנְּבִיאִים אוּן אַז מֹשֶׁה רַבֵּינוּ אִיז גֶעוֶוען דִי טַאטֶע פוּן אַלֶע נְבִיאִים, לַקּוֹדְמִים לְפָנָיו פַאר דִי וֶועלְכֶע זֶענֶען גֶעוֶוען פַאר אִים, וְלַבָּאִים אַחֲרָיו אוּן פַאר אַלֶע וָואס זֶענֶען גֶעקוּמֶען נָאךְ אִים.


8) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁכָּל הַתּוֹרָה אַז דִי גַאנְצֶע תּוֹרָה, הַמְּצוּיָה עַתָּה בְיָדֵינוּ וָואס מִיר הָאבְּן הַיינְט, הִיא הַנְּתוּנָה הָאט דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער גֶעגֶעבְּן, לְמֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם פַאר מֹשֶׁה רַבֵּינוּ.


9) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁזֹּאת הַתּוֹרָה אַז דִי תּוֹרָה וָואס מִיר הָאבְּן, לֹא תְהֵא מֻחְלֶפֶת וֶועט נִישְׁט פַארְטוֹישְׁט וֶוערְן, וְלֹא תְהֵא אוּן עֶס וֶועט נִישְׁט זַיין, תוֹרָה אַחֶרֶת קַיין אַנְדֶערֶע תּוֹרָה, מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


10) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵֹה בְנֵי אָדָם וֵוייסְט אַלֶעס וָואס מִיר טוּעֶן אוּן וָואס אַנְדֶערֶע טוּעֶן, וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם אוּן אַלֶעס וָואס מִיר טְרַאכְטְן אוּן וָואס אַנְדֶערֶע טְרַאכְטְן, שֶׁנֶּאֱמַר אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט (תְּהִלִים לג, טו): 'הַיֹּצֵר יַחַד לִבָּם' דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט בַּאשַׁאפְן אַלֶע הֶערְצֶער, 'הַמֵּבִין אֶל כָּל מַעֲשֵֹיהֶם' אוּן עֶר וֵוייסְט אַלֶעס וָואס מֶען טוּט.


11) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, גּוֹמֵל טוֹב בַּאצָאלְט שְׂכַר, לְשׁוֹמְרֵי מִצְוֹתָיו פַאר דִי וָואס טוּעֶן דִי מִצְוֹת, וּמַעֲנִישׁ אוּן עֶר בַּאשְׁטְרָאפְט, לְעוֹבְרֵי מִצְוֹתָיו דִי וָואס פָאלְגְן נִישְׁט זַיינֶע מִצְוֹת.


12) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, בְּבִיאַת הַמָּשִׁיחַ אַז מָשִׁיחַ וֶועט קוּמֶען, וְאַף עַל פִּי שֶׁיִּתְמַהְמֵהַּ אוּן אֲפִילוּ עֶס נֶעמְט שׁוֹין אַזַא לַאנְגֶע צַייט, עִם כָּל זֶה אֲחַכֶּה לּוֹ בְּכָל יוֹם מִיט דֶעם וַוארְט אִיךְ יֶעדְן טָאג, שֶׁיָּבוֹא אַז עֶר זָאל קוּמֶען.


13) אֲנִי מַאֲמִין אִיךְ גְלֵייבּ, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מִיט מַיין גַאנְצֶע הַארְץ, שֶׁתִּהְיֶה תְּחִיַּת הַמֵּתִים אַז עֶס וֶועט זַיין תְּחִיַּת הַמֵּתִים, בְּעֵת שֶׁיַעֲלֶה רָצוֹן מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ וֶוען דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט דָאס טוּן, וְיִתְעַלֶּה זִכְרוֹ לָעַד וּלְנֵצַח נְצָחִים אוּן עֶס וֶועט דֶערְהוֹיבְּן וֶוערְן זַיין נָאמֶען פַאר אֵייבִּיג.

#647 - יעצט איז די הייליגסטע זאך צו זיין א מאמע
קינדער, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, ארץ ישראל, מקומות הקדושים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איר דארפט נישט פארן קיין ארץ ישראל, א מאמע פון קליינע קינדער איז די הייליגסטע זאך זי זאל זיין אין שטוב, יעצט איז נישט די צייט צו פארן אויף מקומות הקדושים, יעצט איז די הייליגסטע זאך צו זיין א מאמע, אנגרייטן עסן, קליידער, ארויסבאגלייטן די קינדער צו גיין אין חדר און סקול און אפווארטן די קינדער.


די הייליגע חכמינו זכרונם לברכה פרעגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין", פרויען לערנען נישט קיין תורה, אויף וואס גייען זיי באקומען שכר? ענטפערט די גמרא: "מיט דעם וואס זיי טראגן די קינדער אין חדר און מיט דעם וואס זיי ווארטן אפ זייערע מענער וכו'"; זעט מען דאס גרויסקייט פון א פרוי וואס איז א מאמע אין שטוב פאר די קינדער און א ווייב פארן מאן.


איר וועט פארן שפעטער אויף מקומות הקדושים, שפעטער ווען די קינדער וועלן אויפוואקסן וכו', יעצט פרייט זיך צו זיין אין שטוב מיט די קינדער, און גלייבט אז איר פארפאסט גארנישט, און ווען איר הערט פון אנדערע פרויען, משפחה, חבר'טעס זענען געפארן - זאלט איר נישט טראכטן אז איר פארפעלט עפעס, אדער איר פארפאסט עפעס, ווייל אלע הייליגקייטן איז אין שטוב ווען מען איז א מאמע פאר די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#646 - אנטון שטרומפ ביינאכט
קינדער, צניעות, חיזוק פאר פרויען, הלכה, חומרות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, י"א מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף די פראגע, אויב א מאמע פון קינדער שטייט אויף אינמיטן די נאכט צו די קינדער, אויב מען דארף יעדע מאל אנטון שטרומפ נישט צו גיין מיט אויפגעדעקטע פיס?


מען קען נישט זאגן פאר מאמעס מיט פיצלעך קינדער יעדע מאל מען שטייט אויף אינמיטן די נאכט – צו אנטון שטרומפ; די מאמעס שלאפן נישט, די מאמעס מיט די פיצלעך קינדער שלאפן כמעט נישט; אויב מען איז נישט איבערגעשטרענגט פון קליינע קינדער - מה טוב ומה נעים, אבער ווען מען האט די פיצלעך קינדער - קען מען נישט זאגן אז מען מוז דאס טון.


שטארקט זיך מיט די הייליגע ארבעט פון זיין א מאמע פאר קליינע קינדער, דאס איז פון די הייליגסטע עבודות ביים אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#645 - וואס קוקסטו אויף יענעם?
חיזוק פאר פרויען, הכרת הטוב, קנאה, מוהרא"ש, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


וואס קוקסטו אויף יענעמ'ס לעבן? וואס ווייסטו וואס יענער גייט אריבער? עס איז אזא נארישע זאך צו מקנא זיין א צווייטן, גיי שריי צום אייבערשטן דו זאלסט נישט קוקן אויף אנדערע און זיך אויפעסן די יארן; מוהרא"ש דערציילט, מען האט אמאל געהערט ביים רבינ'ס ציון ווי איינער וויינט און חזר'ט אויפן קול די משנה (אבות ד, כא): "הַקִּנְאָה וְהַתַּאֲוָה וְהַכָּבוֹד מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם", מקנא זיין, און תאוות, און גליסטן כבוד, די דריי זאכן נעמט אוועק דעם מענטש פון די וועלט; ער האט געוויינט ביים ציון: "רבונו של עולם, צוליב אביסעלע קנאה, צוליב אביסעלע תאוה און אביסעלע כבוד - זאל איך פארלירן די וועלט און יענע וועלט? רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר איך זאל זיין ריין פון די זאכן, איך וויל נישט פארלירן די וועלט און יענע וועלט", און ווען אנשי שלומינו האבן געהערט זיינע בכיות האבן זיי אויך אנגעהויבן וויינען, און אלע האבן געבעטן און געוויינט מען זאל זיין ריין פון די זאכן.


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל נישט קוקן אויף אנדערע, זיץ מיט איר און רעכנט אויס אינאיינעם די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט ענק, און חזר'ט: 'עס איז נישטא וועם צו מקנא זיין', און ווען זי הייבט אן רעדן פון דעם און פון יענעם זאלסטו איר שיין זאגן: "'נישטא וועם צו מקנא זיין", און וואס ווייסן מיר וואס גייט אריבער אויף יענעם; פרויען דארפן מער חיזוק אויף דער נקודה, די הייליגע חכמים זאגן (מגילה יג.): "אֵין אִשָּׁה מִתְקַנְּאָה אֶלָּא בְּיֶרֶךְ חֲבִירְתָּהּ", א פרוי האט קנאה אויף א חבר'טע, און מיט די חיזוק פון רבי'ן גייט אוועק די קנאה.


שוין פון פאר ראש השנה איז נישט געווען א פרויען צאמקום, מארגן וועט אם ירצה ה' זיין, זע צו בלייבן אין שטוב אכטונג געבן אויף די קינדער, אז דיין ווייב זאל קענען גיין נעמען חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#644 - א געלונגענע פרוי, טרעפט א וועג צו שעצן דעם מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אמת, דמיונות, טעראפי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך וויל איין זאך קלאר מאכן, איר האט א מאן וואס איז נישט קיין שלעכטער, ער איז נישט קיין חיה, ער טשעפעט נישט; קען זיין ער איז נישט אזוי געלונגען ווי אייך, ער קען נישט שרייבן אזעלכע שיינע גראמען, און ער איז נישט אזוי שנעל און שארף ווי אייך, אבער א שלעכטער איז ער נישט, און איך ווייס נישט אויב איר וואלט געקענט טרעפן א צווייטער מאן וואס זאל זיין אזא גוטער און ערליכער.


איך וועל אייך נאר מחזק זיין איר זאלט בלייבן מיט אייער מאן, די שטוב זאל נישט צעפאלן, איך וועל אייך נאר מחזק זיין איר זאלט קוקן אויף זיינע מעלות, אז ער איז אן ערליכער איד און ער האט גוטע מידות, גאלדענע מידות, און אז איר זענט מער געלונגען פון אים זאלט איר ניצן די געלונגענקייט אויף אויסטרעפן א וועג ווי אזוי אים צו שעצן, און זיך מבטל זיין צום אייבערשטן.


די אלע מטפלים רעדן א זיסע שפראך, אבער עס איז איין שטיק דמיונות, עס זעט אויס אזוי זיס אבער עס איז ביטערער פון טויטליכע גיפט, זיי זאגן פאר פרויען דו דארפסט א 'מאן', דו האסט נישט קיין 'מאן', וואו איז ער פאר דיר ווען ער דארף זיין א 'מאן'? און כל זמן ער איז נישט א 'מאן' - דארף מען זיין צעטיילט וכו', און נאר נאכדעם וואס ער וועט גיין זיך העלפן וויסן ווי אזוי מען איז א 'מאן', ער ווייסט נישט וואס א 'מאן' דארף טון, און אנדערע פרויען האבן א 'מאן'; די אלע ווערטער זענען הוידל בוידל, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, דאס איז א פרנסה פאר די מטפלים, די שפראך העלפט נישט, די שפראך איז נישט אמת; וואס יא? ווער עס איז קלוג בייגט זיך איין די קאפ פארן אייבערשטן און לעבט א זיסע לעבן, מען גלייבט אז דער מאן און די ווייב, די קינדער, די משפחה - אלעס אלעס איז נאר א לבוש פון אייבערשטן, אלעס איז ער און מיר ווייסן גארנישט וואס מיר טוען דא און פארוואס מיר זענען דא און וואס איז עפעס די שייכות פון די קאפל און די קאפל, אלעס איז חשבונות פון אויבן - דער לעבט א חיים טובים, מען ברענגט קינדער און מען ציט זיי אויף צו זיין ערליכע אידן און מען האט אפאר יאר צו זען נחת און מען גייט צוריק אהיים צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#643 - מיט תפלה קענט איר האבן קינדער
קינדער, אמונה, חיזוק פאר פרויען, תפילה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווער זאגט ענק קענען נישט האבן קינדער נאטירליך? ווער האט אזוי געזאגט? דער דאקטער?! דער דאקטער איז נישט באגלייבט, דער דאקטער איז נישט קיין פוסק, די תורה האט געגעבן רשות פארן דאקטער נאר אויף איין זאך, אויף היילן דעם מענטש, אבער צו גיין זאגן פאר מענטשן אז מען קען נישט האבן קיין קינדער, אדער מען קען נישט האבן קיין רפואה - דאס איז נישט בארעכטיגט.


מיר האבן תפילה וואס איז העכער פון טבע, דאווענט צום אייבערשטן, בעטס אים מיט רחמנות ער זאל ענק געבן קינדער, און לאכט זיך אויס פון די טבע, נישטא קיין טבע, אלעס איז דער אייבערשטער, אזוי וועלן ענק האבן קינדער. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן א): "כִּי כְּשֶׁנִּגְאֶלֶת הַתְּפִילָּה אָז נוֹפְלִים כָּל הָרְפוּאוֹת, כִּי נִתְרַפְּאִין עַל יְדֵי דְבַר ה'", ווען מען דאווענט צום אייבערשטן - פאלן אוועק אלע רפואות, מען דארף מער נישט קיין רפואות, ווייל מען ווערט אויסגעהיילט דורך דעם אייבערשטן אליין, "וַאֲזַי כָּל הַדָּאקְטוֹרִים מִתְבַּיְּשִׁין בָּרְפוּאוֹת שֶׁלָּהֶם", דעמאלט שעמען זיך אלע דאקטוירים מיט זייערע רפואות; "כִּי אֲזַי אֵין כֹּחַ לְשׁוּם רְפוּאָה כִּי כָל הָעֲשָׂבִים חוֹזְרִים כֹּחָם לְתוֹךְ הַתְּפִילָּה", ווייל אלע כוחות וואס ליגן אין די מעדעצינען גייען אריין אין די ווערטער פון תפילה און מען ווערט אויסגעהיילט דערמיט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#642 - געשניטן די שייטלעך
צניעות, חיזוק פאר פרויען, שייטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר האט מיך ממש פרייליך געמאכט אז איר האט געשניטן אייערע שייטלעך עס זאל נישט זיין לענגער ווי אייער אקסל, נאכן הערן ביי די פרויען צאמקום די שיעור ווי מוהרא"ש פלעגט ווייזן אויף די אקסל, אז די שייטל זאל נישט זיין לענגער ווי די אקסל; איר האט מיך ממש פרייליך געמאכט, איך בין זיכער אז איר וועט נישט חרטה האבן אויף דעם, ווייל די לאנגע שייטלעך זענען נישט איידל.


קומענדיגע וואך קומט שוין דער גרויסער טאג ל"ג בעומר, מיר געפינען אין דעם הייליגן זוהר ווי דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי לויבט אויס א שטוב וואס די פרוי פירט זיך איידל, און אויך פארקערט, אויב חס ושלום מען פירט זיך נישט בצניעות קומט שווערע ביטערע צרות, דערפאר אין אזא הייליגע טאג ל"ג בעומר איז גוט זיך צו שטארקן צו זיין איידל, די שטוב זאל זיין איידל, נישט נאכגיין די אומות העולם. ווייל רבי שמעון בר יוחאי האט אונז געזאגט (שבת לג.), אז אלעס פון די אומות העולם איז נישט פאר אונזער טובה, עס איז נאר אונז אוועק צו שלעפן פונעם אייבערשטן, אונז פארשלעפן אין עבירות, דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי האט זיך איינגעשטעלט זיין לעבן פארן אויסזאגן דעם אמת, מען האט אים געוואלט הרג'ענען, ער האט זיך געדארפט באהאלטן לאנגע יארן אין א הייל, דאך האט ער געזאגט דעם אמת אז אידן טארן נישט נאכמאכן די וועג ווי די גוים פירן זיך, א איד איז הייליג, א איד טוט זיך אן איידל, ספעציעל אידישע טעכטער גייען אנגעטון איידל און שיין אזוי ווי די תורה זאגט.


איך פריי זיך זייער אז איר האט קורצער געמאכט אייערע שייטלעך, די גאנצע סיבה פארוואס מען האט מתיר געווען אז א אידישע פרוי זאל מעגן גיין א שייטל איז נאר ווייל פרויען האבן זיך געשעמט צו פארדעקן די קאפ וכו', אבער די לאנגע שייטלעך זענען נישט קיין צניעות, מען טאר נישט גיין מיט דעם; אין דעם זכות וועט איר האבן קינדער צדיקים, איידעלע קינדער, ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#641 - איין תירוץ אויף אלע צוואנציג שאלות
שמחה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי' קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז דא איין תירוץ אויף אלע צוואנציג שאלות, עס פעלט אייך שמחה; וואלט איר געווען פרייליך וואלט אלעס גוט געווען.


אינטערעסאנט, וויפיל איך שרייב אייך פון דעם - ווילט איר עס נישט דערהערן און אייר שרייבט נאכאמאל און נאכאמאל איבער די זעלבע זאכן וואס קרענקט אייך, און יעדע מאל פון פריש מיט די זעלבע זאכן; א שאד אז איר דערהערט נישט דעם קול פון צדיק וואס זאגט אונז (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כד): "מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד", דער צדיק בעט אונז (ספר המדות אות שמחה חלק ב, סימן א'): "מי שהוא שמח תמיד על ידי זה הוא מצליח", ווער עס איז פרייליך איז שטענדיג מצליח, און אויך יעצט ווען מיר פירן זיך אין די טעג פון ספירה מיט די הלכות פון אבילות, מען טרויערט אויף די פיר און צוואנציג טויזנט תלמידי רבי עקיבא וואס זענען געשטארבן אין די טעג, אבער דאס מיינט נישט צו זאגן אז די טעג זענען טרויעריגע טעג, דאס מיינט נישט צו זאגן אז מען זאל זיין אין מרה שחורה, מען טאר נישט זיין בעצבות ומרה שחורה, די סמ"ך מ"ם איז עצבות ומרה שחורה, דאס איז די נעץ מיט וואס די קליפות פאנגען אידישע נשמות, דורך אוועקנעמען די האפענונג, דורך ווייזן א שווארצע בילד ווי אלעס אזי שוין סיי ווי פארפאלן, מען שפירט ווי מען איז דער ערגסטער מענטש; ערשט קען מען זיך נישט ליידן, און דאס איז גורם אז מען קען נישט ליידן דעם מאן, מען קען נישט ליידן די קינדער, מען קען קיינעם נישט ליידן.


אלע פראבלעמען קומט פון נישט זיין פרייליך, און דערפאר האט אונז דער הייליגער רבי אזויפיל אנגעזאגט מען זאל זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, ווייל ווען מען איז פרייליך פארברענט מען די קליפות, מיט שמחה גייט מען ארויס פון די טומאה, אזוי ווי עס שטייט (ישעיה נה, יב): "כי בשמחה", מיט שמחה – "תצאו", גייט מען ארויס פון די אייגענע גלות, פון די עצבות ומרה שחורה וואס טוט אפשוואכן די אמונה (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן י).


א מענטש קען זיך מעסטן וואו ער שטייט, אויב ער איז ביי די קדושה אדער ביי די טומאה, דורך קוקן אויב מען איז פרייליך; ביי די קדושה שטייט (דברי הימים א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ", ביים אייבערשטן איז נישטא קיין שום עצבות, און אז מען איז פרייליך און מען מאכט זיך פרייליך - איז מען ביים אייבערשטן, און פארקערט, ווען מען איז פארביטערט, מען איז אין די טונקלקייט, אין די מרה שחורה - איז שכינתא בגלותא, און דאס טוט געבן כח פאר די סטרא אחרא.


איך בעט אייך, לאזט אפ די עצבות ומרה שחורה, אפילו עס זעט אויס ווי עס איז א גוטע זאך, מען איז צעבראכן אויף נישט גוטע זאכן וואס מען האט געטון - איז דאס אבער נישט פון די קדושה, ווייל אז מען האט געטון נישט גוטע זאכן טוט מען תשובה, מען זאגט: "הייליגער באשעפער איך בעט דיר איבער אויף וואס איך האב געטון", אבער נישט עצבות ומרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#640 - זוכט נישט קיין היתרים, עס קען קאסטן א טייערע פרייז
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, וואקסינען, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאטלן אייער בריוו.


האט נישט מורא צו געבן שאט"ס פאר אייער קינד, דער רבי האט געזאגט מען מוז געבן שאט"ס (עיין בספר אבניה ברזל, סימן לד), דער רבי האט געזאגט (שם), ווער עס געבט נישט שאט"ס פאר די קידער - איז א רוצח; לאזט אפ די חכמות המדומות, לאזט אפ די נארישע שיטות וואס האקן פעך און שוועבל אויף וואקסינען, עס איז אלעס שטותים והבלים; הערט זיך צו נאר צום קול פון צדיק, דאס איז דער הייליגער רבי.


בנוגע די קשר מיט אייער טאטע; איר דארפט פאררעכטן, זעט צו רופן יעדע וואך אייער טאטע אים זאגן גוט שבת, און זיכער אז איר זעט אייער טאטע פנים בפנים אז נישט ריכטיג אוועק צו שפאצירן אן רעדן, דאס איז נישט קיין דרך ארץ, מען דארף גריסן א טאטע.


בנוגע וכו'; נעמט נישט אריין אין שטוב קיין שום כלי וואס מען קען זען אויף דעם ווידיאו, האלטס אייער שטוב ריין, זוכט נישט קיין היתרים, דאס קען קאסטן א טייערע פרייז, אסאך שטיבער זענען חרוב געגאנגען צוליב ארייננעמען די כלים.


בנוגע וכו'; די צווייטע תורה פון די צווייטע חלק ליקוטי מוהר"ן, דאס איז מסוגל להולדה. מוהרא"ש זאגט, ביי אים, ווען ער איז אריין אין שפיטאל מיט די רעבעצין האט ער אנגעהויבן זאגן די תורה, און די תפילה (לקוטי תפילות חלק ב, סימן ב), און ביים ענדע פון די תפילה איז דער דאקטער שוין געקומען זאגן מזל טוב! מזל טוב!


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#639 - רעדן נאר פון גוטע ערליכע זאכן
חיזוק פאר פרויען, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ...


איך הער אז איר האט צוריק אנגעהויבן רעדן מיט פרויען די אלטע שטותים והבלים, איר נעמט די זאך פון אמונת חכמים און איר מאכט דערפון ליצי ליצנות, און עס ווערט פון דעם א חורבן; איך וויל אייך בעטן מיט שיינעם, לאזט אפ, הערט אויף מיט די משוגעת'ן.


רעדט צו די פרויען און צו די מיידלעך פון תפילה והתבודדות, רעדט צו זיי פון מכבד זיין א מאמע, רעדט צו זיי פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה, פון האבן גוטע חבר'טעס; דאס זאלט איר רעדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#638 - קנעכט פארן אייבערשטן, באפרייטע מענטשן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ...


אייער מאן האט גערעדט מיט מיר, (ער איז נישט געקומען רעדן מיט מיר, נאר נאכדעם וואס איך האב אים געזען ווי זיין פנים איז טרויעריג, און אים אויסקוועטשן אז ער מוז דערציילן וואס גייט פאר), אז מען איז אפגעטיילט וכו', מיט א תירוץ וכו'; איך בין זיכער מיטן הילף פונעם אייבערשטן אז נאר דורך שלום בית וועט קומען די ישועה, און נאר דורך לעבן באהבה וכו' – וועט קומען די רפואה, און אלע אינפעקשנס וועלן אויסגעהיילט ווערן.


איך האב אסאך צו רעדן, (בכתב איז נישט שייך); וואויל איז אונז אידן וואס מיר טוען די מצוות פונעם אייבערשטן, מיר הערן נישט אויס די לינקע אפיקורסי'שע דעות וואס זאגן 'מען דארף קוקן אויף זיך'. פסח האבן אלע אידן געגעסן מרור, אפילו עס האט געברענט און געציפט, און אזוי אויך מיט אלע מצוות; מיר טוען דאס נאר ווייל מיר זענען קנעכט פארן אייבערשטן, און אזוי זענען מיר אמת'ע בני חורין, באפרייטע מענטשן.


בזכות וואס ענק וועלן לעבן באהבה, אחוה, שלום ורעות וועט קומען אלע ברכות וישועות.

#637 - באשעפער, מאך מיך ריין, מאך מיך איידל
תפילות אויף אידיש, צניעות, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די שענסטע זאך וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר אונז אידן איז 'צניעות'; אבער ליידער פונעם לאנגן גלות וואס מיר זענען אויסגעמישט צווישן די אומות העולם, איז ביי א טייל מענטשן געפאלן די חשיבות און די חן פון אידישע קינדער, און עס איז אריבער צו די גויים.


בעטס דעם אייבערשטן אז די חן און חשיבות זאל צוריק קומען צו אונז אידן, מיר זאלן ליב האבן צניעות, מיר זאלן ליב האבן איידלקייט; בעטס די קליינע תפילה יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער איך וויל ליב האבן איידלקייט, איך וויל ליב האבן די אידישע חֵן, איך וויל זיך פארעקלען פון פריצות און שחצנות. הייליגער באשעפער מאך מיך ריין, מאך מיך איידל, איך וויל זיין א צדקת, איך וויל קינדער צדיקים, קינדער וואס ווילן דיך דינען, קינדער וואס וועלן דיך דינען, הייליגע קינדער, ריינע קינדער" וכו' וכו'.

#636 - מיט שמחה וועט אוועקגיין די דאגות, שטותים ודמיונות
שמחה, חיזוק פאר פרויען, פרום

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער סמ"ך מ"ם האט זיינע כיטרע שפיצלעך ווי אזוי אריינצונארן מענטשן אין זיין פאסטקע דורך זיך אהער שטעלן מיט פרומע לבושים, מיט צעדרייטע פרומע טונקעלע מחשבות; ביז יעצט האט איר גע'דאגה'ט אויף קינדער, יעצט האט איר אנדערע דאגות, שטותים ודמיונות וכו' וכו'.


עס פעלט אייך איין זאך, עס פעלט אייך 'שמחה'; איר דארפט פשוט אנהייבן זיין פרייליך, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; אז איר וועט זיין פרייליך וועלן אלע דמיונות ושגעונות וואס איר האט געשריבן אינעם בריוו, און אויך וואס איר האט זיך געשעמט צו שרייבן – אלעס וועט בטל ווערן כעפרא דארעא.


הערט אויס שיעורים פון אמונה, הערט אויס שיעורים פון רבינ'ס ספרים, פון רבינ'ס שכל – וועט איר פארשפארן די אלע נארישע מחשבות.

#635 - מען פירט זיך נישט אזוי צו א מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ב אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט נישט גערעכט, איר זענט נישט אייער מאן'ס פאליציי מאן אים איינצוטיילן וואס ער מעג טון און וואס ער מעג נישט טון; דאס איז נישט ריכטיג.


דאס וואס איר שרייבט אז איר זענט א רחמנות, אייער מאן שלאגט אייך און ער שפארט אייך איין אין א צימער וכו'; מען טאר נישט שלאגן, א איד טוט נישט אזוי צו זיין ווייב; אבער איר האט זיך דאס אלעס אליינס געברענגט, איר פירט זיך אויף צו אים נישט ווי מען דארף; מען קען נישט אוועק כאפן א קאמפיוטער, מען קען נישט ווארפן טעלערס אויפן מאן ווען ער זיצט ביים קאמפיוטער, איר שרייבט אז איר סטראשעט אים, איר זאגט אים ער זאל ארויסגיין פון שטוב דארט קוקן אויפן קאמפיוטער; זייט מיר מוחל, מען רעדט נישט אזוי צו א מאן, און קיינער האט נאכנישט אויסגעפירט מיט די וועג, און דאס איז די סיבה פארוואס ער איז אריין אין אזא כעס.


אז איר ווילט א ריינע שטוב האט איר איין עצה, שטילערהייט וויינען צום אייבערשטן, טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, בעטן און בעטן: "הייליגער באשעפער געב מיר א ריינע הייליגע שטוב, געב מיר ערליכע קינדער, הייליגע קינדער, העלף מיר אין שטוב זאל נאר זיין קדושה וטהרה, עס זאל נישט זיין קיין כלים וואס מען קען זען עבירות און טומאה".


אז איר ווילט א ריינע שטוב דארפט איר מיט אלע כוחות רעדן שיין צו אייער מאן, און אז ער טוט זאכן וואס איר ווילט אנדערש - דארף מען נאכאלץ שיין רעדן, און אז ער האט די קאמפיוטער און ער איז פאר'כישופ'ט צו דעם - דארף מען נאכאלץ שיין רעדן; נאר מיט ליבשאפט, זיך אויסשמועסן, און אז מען פועל'ט נישט - זאל מען נאר בעטן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#634 - מחזק זיין די פרוי אויף שלום בית אינדערהיים
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואויל איז אייך אז איר זענט באשעפטיגט מיט מחזק זיין אידישע קינדער, זיי פרייליך מאכן און זיי ברענגען צו זיין נאנט צום אייבערשטן.


ביטע אויב איר קענט מחזק זיין די תלמידה ... תחי', זי זאל זיך נישט נאכלאזן אין שטוב פארן מאן, זי זאל זיך שיין מאכן פארן מאן; דאס דארף מען לערנען מיט אידישע טעכטער, זיי זאלן וויסן דאס גרויסקייט פון גיין אנגעטון אין שטוב פארן מאן שיין, ריין, מיט טעם און חן; "אַל תִּהְיוּ כְּסוּס" (תהלים לב, ט), א איד איז נישט ווי א פערד; א פערד - אין גאס באצירט מען איר, און אין שטאל ליגט זי שמוציג; א איד איז פארקערט, אין גאס זוכט מען נישט צו ציען פרעמדע אויגן און אין שטוב איז מען שיין באצירט.


עס איז א גרויסע מצוה איר צו מחזק זיין, ווייל זי מיט איר מאן זענען צוויי טייערע מענטשן, און ער באקלאגט זיך אז זי שטעלט זיך נישט אהער וכו' וכו'.


נאכאמאל, איר דארפט זיך זייער פרייען אז אייער לעבן גייט אריבער מיט זאכן וואס וועלן בלייבן אויף אייביג, מיט מחזק זיין אידישע טעכטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#633 - זיך מחזק זיין מיט א גוטע חבר'טע
חברים, חיזוק פאר פרויען, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א פרוי איז פטור פון דאווענען וויבאלד זי איז פארנומען מיט די קינדער וכו', אבער ברכות השחר דארף מען זאגן; געוואוינט זיך צו צו זאגן יעדן טאג ברכות השחר און אויך קריאת שמע, און אז אינדערפרי האט איר נישט קיין צייט, איר דארפט זארגן פאר די קינדער וכו' – זאלט איר זאגן די ברכות השחר נאכן אנטון און געבן עסן פאר די קינדער, עס נעמט נישט מער פון אפאר מינוט, אויף דעם דארף מען קענען מאכן צייט.


אויך זאלט איר זיך נעמען א גוטע חבר'טע, עס איז זייער וויכטיג פאר עבודת השם א גוטע חבר'טע מיט וועם מען קען זיך מחזק זיין; נעמט זיך א גוטע חבר'טע און זייט זיך מחזק מיט איר, איין מאל וועט איר געבן חיזוק און איינמאל וועט זי אייך געבן חיזוק, אמאל פאלט מען אריין אין א קטנות הדעת און א גוטע חבר'טע קען זייער ארויסהעלפן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לד), דורך א חבר קען מען זייער מצליח זיין, און מיר געפינען אין חזל (תענית ז.): "הַרְבֵּה לָמַדְתִּי מֵרַבּוֹתַי, וּמֵחֲבֵרַי יוֹתֵר מֵרַבּוֹתַי", פון חברים קען מען לערנען מער ווי מען לערנט פון א רבי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#632 - וויל מער נישט רעדן, וועגן ברסלב
חיזוק פאר פרויען, תהלים, מחלוקת, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ירושלים


דאס אז אייער ניס וויל מער נישט רעדן מיט אייך, זי זאגט אז איר מאן לאזט איר נישט רעדן מיט אייך ווייל איר זענט היכל הקודש, עס טוט אייך וויי וכו'.


איר דארפט איר פארשטיין, זי איז נישט שולדיג; מען רעדט שלעכט, מען רעדט לשון הרע; וואס קען מען טון? איך האב דאס אויך געהאט, מיין ווייב האט געהאט חבר'טעס, און פלוצלונג האבן זיי אויפגעהערט צו רעדן מיט איר, ווייל זי האט א מאן וואס איז ברסלב, דאס אלעס קומט פון לשון הרע.


דער הייליגער רבי האט שוין פאראויס געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך נאר אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען, איך קריג אויך אויף דעם מענטש, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט - קריג איך אויך".


שטארקט אייך, און פרייט זיך אז דאס איז אייער פראבלעם, דאס איז אונזער פלעק אז מיר קריגן נישט אויפן צדיק, מיר האבן ליב דעם צדיק און מיר שטרעבן און ווילן נכלל ווערן אינעם צדיק, דורכן זיך מבטל זיין און אננעמען בתמימות ופשיטות אלעס וואס ער זאגט.


זאגט תהלים, פרובירט צו זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א גוט קאפיטל תהלים איז אזוי ווי פאנטש"; ווען א מענטש איז אויסגעטריקנט און אפגעמאטערט נעמט ער א טרונק וואס פרישט אים אויף, אזוי איז א קאפיטל תהלים, עס פרישט אויף דעם מענטש און עס ברענגט אים גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#631 - פארלוירן א נאנטע חבר'טע וועגן ברסלב
חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איי דאס טוט וויי, אז אייער נאנטע חבר'טע האט אייך אפגעלאזט ווייל איר מאמע זאגט אז זי טאר נישט רעדן מיט אייך ווייל איר זענט געווארן ברסלב, דאס טוט וויי.


דאס דערמאנט מיך פון יארן צוריק, ווען איך האב זוכה געווען צו פארן אויף אומאן ראש השנה האב איך אויך געהאט די מעשה, גאר נאנטע מענטש האבן אויפגעהערט רעדן מיט מיר; נאנטע, נאך נענטער ווי ברידער, און דאס האט מיר זייער וויי געטון און געציפט אין הארץ, און היינט ווען איך קוק צוריק, דאנק איך דעם אייבערשטן... "ברוך אלוקינו וגו' ונתן לנו תורת אמת", א נס אז איך ווייס פון רבי'ן; פון די עצות, פון די חיזוק, אנעם רבי'ן וואלט איך נישט געקענט אנגיין; דאס זאג איך אייך אויך, עס לוינט דאס התקרבות צום רבי'ן אפילו מען פארלירט א גוטע חבר'טע; זוכט אויף צווישן די בית פיגא תלמידות גוטע חברט'עס.


בעטס דעם אייבערשטן אויף א גוטע שידוך, בעטס דעם אייבערשטן אויף ערליכע דורות, אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג תהלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#630 - באשעפער, איך וויל נישט שרייען אויף מיין מאן
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ...


שרייט נישט אויף אייער מאן, ער וועט זייער דערשראקן ווען איר שרייט אויף אים, בעטס דעם אייבערשטן די תפילה יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער איך דארף הילף, לעצטנס בין איך איבערגעשטרענגט, איך שריי אויף מיין מאן; איך וויל נישט שרייען אויף אים, איך פארליר זיך, עס געשעט פלוצלונג, און נאכדעם שרייט מיין מאן צוריק אויף מיר, און נאכדעם וויין איך, נאכדעם בעטן מיר זיך איבער, און נאכדעם עודך, איך שריי און ער שרייט צוריק און איך וויין וכו'.


אייבערשטער געב מיר כח איך זאל זיך קענען קאנטראלירן, איך זאל זיך נישט פארלירן, איך זאל האבן כח, און אויך ווען זאכן גייען אנדערש ווי איך וויל – איז גארנישט.


רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך וויל אזוי שטארק רעדן נאר שיין און ווייך, איך וויל א שטוב וואו די שכינה רוט, איך וויל דו זאלסט זיין צווישן אונז, אמן".


בעטס די תפילה אפאר מאל א טאג, מיט תפילה וועט אלעס ווערן גוט.

#629 - נאנטע משפחה דארפן מער אכטונג געבן אויף צניעות
צניעות, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", אז די פרוי פירט זיך איידל – וועט זי זוכה זיין צו ערליכע קינדער; זאלן ענק אכטונג געבן אויף צניעות, ווען ענק גייען צו ענקערע עלטערן זאלן ענק זיך פירן איידל, און מיט שוואגערס און שוועגערינס דארף מען נאך מער זיך פירן בצניעות, אויך אין הלכה געפונען מיר אז מען דארף נאך מער נזהר זיין ביי נאנטע משפחה, ביי הלכות יחוד איז הארבער ביי שוואגערס און שוועגערינס.


שטארקטס ענק, געוואוינטס ענק צו צו זאגן יעדן טאג תהלים, און אויך די תפילת השל"ה פאר גוטע קינדער; נעמט עס נישט גרינג, גוטע קינדער קומט נישט פון זיך אליין, נאר אז עס איז דא צניעות אין שטוב, און נאר מיט תהלים און מיט תפילה איז מען זוכה צו גוטע קינדער.

#628 - אז מ'פירט זיך בצניעות, איז מען אפגעהיטן פונעם אייבערשטן
פחדים, צניעות, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב


אייער מאן נרו יאיר איז געווען ביי מיר, ער האט מיר געבעטן איך זאל ענק העלפן, ווייל זייט עס איז געווען די פייער אין שטעטל – קענט איר נישט קומען צו זיך, איר קענט נישט זיין אליין אין שטוב, איר זענט דערשראקן, איר טראכסט אז דאס גייט פאסירן צו אייך חס ושלום.


זארגט נישט, דער אייבערשטער היט אייך, עס וועט אייך גארנישט פאסירן; נישט צו אייך און נישט צו אייער מאן און אייערע קינדער, דער אייבערשטער היט אייך, אייער שטוב איז אפגעהיטן. די אלע פרויען וואס פירן זיך בצניעות האבן א שמירה עליונה, ובפרט די וואס שערן זיך אפ די האר נאך די חתונה, און אזוי טוען זיי יעדע חודש וכו' – די האבן א שמירה פונעם אייבערשטן עס זאל זיי גארנישט שלעכטס פאסירן.


גייט אהיים, זארגט נישט, הייבט אן צוריק לעבן א רואיגע לעבן, איך בין אייך מבטיח אז עס וועט אייך גארנישט שלעכט פאסירן בזכות וואס איר פירט זיך בצניעות.

#627 - יעדע נעגאטיווע זאך, גייט פאסירן צו מיר
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דא האט איר א תפילה צו בעטן יעדן טאג, דאס וועט אייך העלפן צו זיין געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש:


"רבונו של עולם העלף מיך, געב מיר כח, געב מיר שטארקע נערווען, איך בין לעצטנס אפגעשוואכט, איך האב אינטערעסאנטע מחשבות, יעדע זאך וואס איך הער, אויב עס איז נעגעטיוו טראכט איך אז עס גייט מיר פאסירן, און יעדע שרעקעדיגע זאך וואס האט אמאל פאסירט, טראכט איך אז עס גייט פאסירן צו מיר.


רבונו של עולם העלף מיך, איך וויל האבן א שטארקע אמונה אין דיר, איך זאל געדענקען אז דו פירסט אלעס, דו מאכסט אלעס, דו טוסט אלעס, עס קען גארנישט פאסירן נאר אז דו מאכסט און דו ווילסט עס זאל פאסירן, דו געבסט לעבן, דו געבסט קינדער, דו ביסט אלעס, דומם צומח חי מדבר, אלעס איז אלקות, און אלעס וואס מיר זעען איז נאר א פארשטעלאכטס.


הייליגער באשעפער איך וויל האבן א שטארקע אמונה, העלף מיר איך זאל נישט מסיח זיין דעת פון דיר, העלף איך זאל זיין פרייליך, איך זאל טראכטן פאזעטיוו, איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל טאנצן פון שמחה, און איך זאל קענען אפלאזן די עצבות ומרה שחורה, אמן".


זאגט די תפילה יעדן טאג, וועט איר צוריק ווערן געזונט און שטארק.

#626 - דאנקען דעם אייבערשטן היט פון עין הרע
קינדער, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, עין הרע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


דאנקט דעם אייבערשטן אז עס איז דא גוטע נייעס ביי ענק, ווי מער מען דאנקט – אלץ מער איז מען אפגעהיטן פון עין הרע.


נעמט נישט קיין פרעשור פון אייערע חבר'טעס פון אייער יארגאנג, וואס זיי וועלן זאגן, וואס זיי וועלן טראכטן; ברענגען קינדער איז נישט קיין פארמעסט (רעיס), יעדע משפחה איז א פרשה פאר זיך; פאר איינעם זאגט מען צו ווארטן וכו', פאר א צווייטן זאגט מען נאכמער ווארטן, און פאר א דריטן זאגט מען גאר בכלל נישט ווארטן, און מיט דעם, בנוסף לזה – ווארט מען וואס מען וועט אויסרופן אין הימל; איז נישט שייך צו ווערן צעדרוקט, צו האבן פרעשור וואס וועט זיין ווען די חברט'עס וועלן זיך דערוויסן וכו'.


די בעסטע סגולה צו זיין אפגעהיטן פון עין הרע איז 'דאנקען דעם אייבערשטן'; ווי מער מען זאגט: "שכוח אייבערשטער" – אלץ מער איז מען פארזיכערט אז די שלעכטע אויגן וועלן נישט שלעכטס טון.

#625 - א קלוגע ברסלב'ע ווייב
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי זייער גוט אייער ווייטאג, איר האט אזוי שטארק געוואלט חתונה האבן, אויפבויען א ריינע הייליגע שטוב, און למעשה האט אייער מאן אין שטוב די כלים וואס טויגן נישט; א טעלעפאן, טעבלעט, לעפטאפ, און נישט נאר פאר זיך, פאר זיין ארבעט קוקט ער וכו', ער נעמט די קינדער און ווייזט זיי זאכן, נייעס, און דזשאוקס, און אייער הארץ פלאצט פון ווייטאג, איר שרייבט אז איר קענט מער נישט, איר שפירט ווי איר ברעכט אונטער.


איך בעט אייך זייער, חס ושלום אונטערברעכן, דער אייבערשטער שיקט נישט קיין נסיון נאר פאר די וואס קענען דאס ביישטיין, און אז מען האט אייך געברענגט די שידוך, מוז זיין אז איר האט די כוחות צו האבן א שיינע איידעלע שטוב.


לדעתי זאלט איר נישט רעדן מיט אייער מאן פון די נושא, זייט אים געטריי, פירט זיך מיט אים מיט ווארעמקייט און מיט ליבשאפט, נאר שטילערהייט ווען קיינער זעט נישט זאלט איר זיך אויסגיסן אייער הארץ צום אייבערשטן, און אים בעטן א מתנת חנם עס זאל אריינגיין א רוח טהרה אין אייער מאן, און ביידע פון ענק זאלן אינאיינעם אויפשטעלן די שטוב מיט יראת שמים.


איך ווייס זייער אסאך מעשיות פון אנשי שלומינו, מעשיות ווי ביי אייך, מעשיות וואס דער מאן האט געכאפט א שטיקל גליטש, און נאר בזכות די קלוגע ברסלב'ע ווייב וואס האט שטילערהייט געבעטן דעם אייבערשטן פאר אן ערליכע שטוב, עס זאל אריינגיין א רוח טהרה אין אים, און מיט סבלנות, מיט ווארעמקייט, מיט דן זיין לכף זכות – זענען זיי געווארן ערליכע אידן, גרויסע צדיקים.


(אגב, אז מען רעדט פון דן זיין לכף זכות, וואס איז די ווארט 'לכף'? כף איז טייטש א לעפל, איך האב געזען פון איינע פון די גורע רבי'ס, עס איז דא א שיך לעפל, אמאל ווען מען קען נישט אנטון א שוך, עס איז צו קליין, באניצט מען זיך מיט דעם, מען קוועטשט אריין די פוס אין די שוך, זאגט ער, דאס מיינט דן זיין לכף זכות, מען זאגט נישט דן זיין לזכות, ווייל אמאל קען מען ממש נישט דן זיין לזכות, עס שטומט נישט, דארף מען דן זיין לכף, מען דארף נעמען א שיך לעפל אריינצוקוועטשן לזכות).


איך בעט אייך בכל לשון של בקשה, קוקט גוט אויף אייער מאן, ער איז ליכטיג, ער איז טייער, עס גייט אריבער יעצט וואס גייט אריבער, און אז איר וועט אים שטיין צו די רעכטע האנט, איר וועט אים נאר זיין ווארעם און ליבליך, נישט זיין דער משגיח, נישט זיין ווי א מאמע, נאר ווי א ווארעמע ליכטיגע ווייב, וועט ער צוריק קומען, ער וועט אלעס אפלאזן, ער וועט נאך ווערן מער ערנסט ווי אייך.


הערט פרייליכע ניגונים, פרייליך מוזיק, זינגט און טאנצט, די קינדער זאלן גארנישט וויסן און גארנישט מיט האלטן, זיי זאלן נישט ווערן דערשראקן און אומזיכער, (איר זאלט היטן אלע הלכות מיט די גרעסטע מאס יראת שמים).


איך קען קוים ווארטן צו באקומען די בריוו וואו עס שטייט ברוך מתיר אסורים, ווי איר זענט אויסגעלייזט, ווי אלעס איז צוריק אין פלאץ; נאר מיט דעם רבינ'ס עצות מיט תפילה, אמונה, סבלנות – איז מען זוכה צו די ישועה.

#624 - דאס אנגעצויגנקייט און איינגעצויגנקייט שאדט
קינדער, שמחה, אמונה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך מיט אמונה, פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן אז איר וועט זוכה זיין צו קינדער, און חס ושלום אריינגיין אין די שלעכטע מחשבות וואס די יונגע ווייבלעך האבן נאך א קורצע צייט פון די חתונה ווען מען האט נאכנישט קיין קינדער, מען הייבט אן טראכטן די שלעכט מחשבות אז מען וועט שוין נישט האבן קיין קינדער און די מחשבות אליינס זענען די גורם וואס האלט צוריק קינדער, ווייל דאס אנגעצויגנקייט און איינגעצויגנקייט - דאס האלט אפ פון האבן קינדער, אזוי ווי די דאקטוירים אליינס זאגן, און דאס פרייליכקייט ברענגט קינדער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער? וכו', "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב; זעט מען פון דעם אז די ווייב דארף זיין פרייליך צו קענען ברענגען קינדער.


זייט פרייליך, און זייט זיכער אז דער אייבערשטער וועט אייך העלפן איר וועט האבן א שטוב מיט קינדער. נעמט די סגולה פון דאנקען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ב) אז קאפיטל ק', די קאפיטל פון 'מזמור לתודה', איז מסוגל צו געבוירן; און אויך איז דאס מסוגל אנצוהייבן ווארטן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.