בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#104 - רעדן צו די קינדער אפענע דיבורים
סקול, קדושה, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד אונזער חשוב'ע מנהלת תחי'.


איך האב נישט קיין ווערטער וואס צו זאגן, ווייל וויפיל מען וועט זאגן איז ווייניג געזאגט, אבער דאך דארף מען זאגן.


מיר דאנקען אייך פון טיפן הארצן אויף וואס איר טוט מיט אונזערע קינדער, איר בויט זיי אויף בגוף ובנפש זיי זאלן אויסוואקסן געזונט ברוחניות ובגשמיות, זיי זאלן ליב האבן די תורה, ליב האבן אידישקייט און ליב האבן דאס עכטע לעבן.


די קליינע קינדער אין סקול זענען מער רייף און דערוואקסן ווי חתונה געהאט'ע ווייבלעך; זיי ווייסן וואס דער לעבן איז, זיי וואקסן אויף געזונט.


א גרויסן יישר כח בשם אלע עלטערן איז איר רעדט צו די קינדער ווי נאנט מען מעג זיין מיט חבר'טעס, איר רעדט צו די קינדער אפענע דיבורים פון זיך אכטונג געבן נישט צו טון זאכן וואס וועט חרוב מאכן דאס געזונטע לעבן ווי אזוי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט.


מנהלת תחי', האטס נישט מורא צו רעדן צו אונזערע קינדער זיך אכטונג צו געבן פון מניוולים; ליידער ליידער איז דער דור אזוי געפאלן אז אייגענע ברידער טשעפען די שוועסטערס רחמנא לצלן, עס איז נישט דא קיין ברירות, מען דארף רעדן צו אונזערע טעכטער, זיי אנגרייטן זיך צו היטן פון מניוולים.


איך וויל זייער שטארק איר זאלט רעדן פאר די פרויען שבת התוועדות – סיום הש"ס, מיר וועלן באשטימען א צייט ווען די מענער זענען אין שול ביים דאווענען, דעמאלט זאלט איר רעדן פאר די פרויען, זיי מחזק זיין אז זיי זאלן מחשיב זיין לימוד התורה, זיי זאלן האלטן חשוב און טייער ווען דער מאן לערנט, זיי זאלן מחזק זיין די מאן צו גיין לערנען וכו'.


דאס וואס איר טוט מיט די חתונה געהאט'ע תלמידות – איז עולה על הכל, ווייל עס נעמט אביסל צייט ווילאנג א פארפאלק איז זיך מסדר און הייבן אן לעבן, דארף מען זיי מחזק זיין.


נאכאמאל, יישר כח בשם אלע עלטערן און די גאנצע קהילה.

#103 - לאז נישט די שלעכטע מחשבות פונעם יצר הרע דיר צעברעכן
חיזוק פאר פרויען, התחזקות, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט דיר זייער, קלאפ זיך נישט אראפ; לאז נישט די שלעכטע מחשבות פונעם יצר הרע דיר צעברעכן. דו ביסט זייער א וואוילע פרוי, דו ביסט א גרויסע צדיקת.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג די תפלה וואס איך האב דיר געשריבן; בעט אים יעדן טאג ער זאל דיר העלפן ארויסגיין פון די געוואוינהייט צו קוקן מאווי"ס וועסטו מיט די צייט פטור ווערן פון דעם.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די מתנה וואס ער האט דיר געגעבן, א מתנה פון הימל, א טייערער מאן, רעד שיין צו אים און זיי אים מכבד. האלט טייער און חשוב דיין מאן, ווייל נישט יעדער איז זוכה צו אזא מאן, זאלסטו אים שעצן. און אין דעם זכות וועסטו זוכה זיין צו זען נחת ביי דיינע קינדער, דו וועסט זוכה זיין צו ליכטיגע דורות.


לייג אוועק אלע בריוון וואס איך שרייב דיר און פון צייט צו צייט זאלסטו דאס איבערגיין און זיך איבערפרישן דערמיט.

#102 - סגולות וואס זאל העלפן פאר די ווייב
חיזוק פאר פרויען, סגולות, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


אויף דיין פראגע וואס מען קען טון אז עס קומט אן זייער נאנט די צייט פון דיין ווייב תחי' וכו'.


נעם די עצות פון רבי'ן, קוק אין ספר המדות (אות נדה, סימן א) וואו דער רבי זאגט: "אִשָּׁה שֶׁהִיא מְרֻבָּה בְּדָמִים", א פרוי וואס האט אסאך דמים, געבט דער רבי אסאך עצות.


איינע פון די עצות – זאגט דער רבי – "גַּם בַּעְלָהּ יִלְמַד מַסֶּכֶת נִדָּה", איר מאן זאל לערנען מסכת נדה.


יעצט האלטן מיר אינמיטן מסכת נדה, זאלסט לערנען יעדן טאג א בלאט כסדרן, וועט דער אייבערשטער דיר העלפן זי וועט צוריק באקומען איר סדר וכו', זי וועט האבן דעם סדר העולם וכו'.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב.


איר זענט ביי מיר זייער באליבט.

#101 - פרויען צוזאמקום איבעראל וואו עס וואוינען אידן
חיזוק פאר פרויען, שאלות, דרשות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א מזכה את הרבים; אייער זכות איז זייער גרויס מיט דעם וואס איר געבט זיך אפ יעדע חודש צו מאכן די פרויען צוזאמקום ביי אייך אין שטוב, מיט דעם מאכט איר ליכטיג פאר אזויפיל שטובער. די פרויען קומען אהיים פונעם צוזאמקום מיט פרישע כוחות הנפש אנצוגיין מיט די שטוב ארבעט, זיין א גוטע ווייב און א רואיגע מאמע פאר די קינדער. דאס אלעס גייט אויף אייער זכות מיט דעם וואס איר שטרענגט זיך אן חודש'ליך צו מאכן די פרויען צוזאמקום.


מיר האבן אנגעהויבן פאר אפאר יאר צוריק צו מאכן אין וויליאמסבורג חודש'ליך א פרויען צוזאמקום; ווער האט עס געגלייבט אז היינט איז שוין דא איבער צען פלעצער אין די וועלט וואו פרויען קומען זיך צוזאם חודש'ליך. נעכטן איז געווען אין וויליאמסבורג, מאנרא, מאנסי, ליבערטי, זשערזי סיטי, ירושלים, בית שמש, צפת, ביתר און אויך אין ענגלאנד אין קענווי איילענד. און דאס איז נאך גארנישט, עס וועט נאך זיין אז אין יעדע פלאץ וואו אידן וואוינען וועט זיין א חודש'ליכע צוזאמקום פאר פרויען.


בנוגע די פרוי וואס רעדט צו אייך פריוואטע זאכן וכו'; איר קענט איר שיינערהייט ענטפערן: "די זאכן רעד איך נאר מיט מיין מאן און מיט מיין מורה דרך וכו'", אויב זי רופט אייך אן אויפהער און איר האט נישט וואס צו ענטפערן וכו', זאלט איר איר שיינערהייט זאגן: "איך ווייס נישט צופיל זאכן, איך קען אייך געבן נומערן פון אנדערע וואס וועלן אייך קענען העלפן וכו'". עס קען זיין אז די פרוי האט זיך יעצט דערוויסט פון רבינ'ס וועג, זי איז איבערגענומען מיט פרייד זיך צו באקענען מיט ברסלב'ע פרויען און זי שפירט ווי זי וועט קענען באקומען אן עצה אויף וואס זי ליידט וכו', זי וויל רעדן מיט איינעם זאכן וואס ליגט איר אויפ'ן הארץ שוין פאר לאנגע יארן, דעריבער רופט זי אייך אן א שיעור מאל. אויב איר ווילט נישט רעדן מיט איר, אדער איר האט נישט וואס צו ענטפערן וכו' זאלט איר איר שיינעהייט זאגן: "איך ווייס נישט צופיל פון ברסלב, איך קען אייך געבן נומערן מיט וועם צו רעדן איר זאלט קענען פרעגן אלע אייערע פראגעס".


מוהרא"ש זאגט (ארך אפים, פרק סבלנות לקרב רחוקים): "ווען איינער קומט צו דיר און בעט חיזוק און דו האסט נישט קיין דיבורים פאר יענעם, זאלסטו אים שיקן צו איינעם פון אנשי שלומינו וואס וועט יענעם קענען מחזק זיין און העלפן. נישט חס ושלום יענעם אוועק שיקן אן רעדן מיט יענעם, אדער אן געבן פאר יענעם אן אדרעסס וואו יענער וועט קענען רעדן מיט איינעם וואס וועט אים מחזק זיין".


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט די פרויען צוזאמקום יעדע חודש ביי אייך אין שטוב; מען וועט מפרסם זיין אויף די פרויען האטליין יעדעס מאל ווען עס איז דא א צוזאמקום, אזוי וועלן אלע פרויען וויסן וואו צו קומען נעמען אביסל פרישע לופט.

#100 - זיי מחזק דיין מאן ער זאל קומען צו די שיעורים
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בענטש אייך איר זאלט האבן א גוטע שלום בית, דער אייבערשטער זאל רוען ביי אייך אין שטוב.


דיין מאן נרו יאיר איז שוין זייער לאנג נישט געקומען צו די שיעורים, א שאד אז ער קומט נישט זיך מחזק זיין מיט די זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן, בפרט די עצות אין שלום בית; ווער עס נעמט די עצות פון רבי'ן דער לעבט א זיסע לעבן, א גן עדן לעבן.


זיי מחזק דיין מאן נרו יאיר ער זאל קומען צו די שיעורים; איך וועל אים מחזק זיין ער זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט אייך. זאג אים אז איך האב געזאגט ער דארף נישט מורא האבן פון מיר, איך וועל אים זייער מקרב זיין.


א גרוס פון דיינע ליכטיגע קינדער, זיי זענען זייער וואויל אין חדר און אין סקול.

#99 - מאך נישט קיין חובות, מאך פרייליך אין שטוב
שמחה, חינוך הילדים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע נעמען אן הלואה וכו'; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב, יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווער עס וויל תשובה טון זאל אכטונג געבן פון האבן חובות; נאך זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן קכב): "וּמוּטָב שֶׁיִּהְיֶה בַּעַל חוֹב לְעַצְמוֹ אוֹ לִבְנֵי בֵּיתוֹ בְּמַלְבּוּשִׁים מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב לְהַחֶנְוָנִי אוֹ לַאֲחֵרִים", א מענטש זאל ענדערש זיין א בעל חוב פאר זיך אליין ווי צו זיין א בעל חוב פאר א צווייטן; אז דו דארפסט יעצט האבן פינף טויזנט דאללער זאלסטו נישט נעמען אן הלואה נאר זאלסט גיין נאך געלט וועסטו ביז אפאר טעג מאכן די גאנצע סכום.


בנוגע דיין קינד וואס קען נישט איינשלאפן וכו'; אסאך קינדער האבן דעם פראבלעם, בעיקר קלוגע שארפע קינדער האבן דעם פראבלעם ווען זייער מח לויפט אין מחשבות וכו'. זע אז דיין קינד זאל ליינען קריאת שמע פאר'ן גיין שלאפן, לערן אים אויס ער זאל קישן די מזוזה פאר'ן גיין אין בעט און בעטן ביי די מזוזה ער זאל האבן גוטע חלומות און גוטע מחשבות וועט ער קענען גוט איינשלאפן.


בנוגע דיין ווייב וכו'; דאס ווענדט זיך אין איר, א שאד זי זאל לעבן אונטער א מאסקע, א שאד זי זאל זיך פייניגן וכו'; זיי איר מחזק זי זאל אויסטון איר מאסק און אנהייבן לעבן נאטורליך אזוי ווי איר עכטע וועג איז. זי זאל נאר טראכטן פונעם אייבערשטן, נאר געפעלן פאר'ן אייבערשטן.


א שאד צו בלאפן און פאפן מענטשן ווען די מענטשן קענען גארנישט העלפן און גארנישט שלעכטס טון, אלעס איז דער אייבערשטער.


וועגן איר טאטע זכרונו לברכה; זי זאל מחנך זיין די קינדער על דרך התורה והיראה וועט דאס זיין לטובת נשמתו. אז זי האט אים מוחל געווען איז גוט, זי דארף נישט מורא האבן וכו'.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי'; זע עס זאל זיין פרייליך אין שטוב, דאס איז דער עיקר, עס זאל זיין שמחה אין שטוב; דאס איז דיין ארבעט, ווען דו קומסט אהיים זאלסטו טאנצן מיט דיינע קינדער; צינד אן מוזיק און טאנץ ניגונים פון תודה והודאה צום אייבערשטן. אז עס איז דא שמחה אין שטוב דעמאלט האט מען הצלחה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶּׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶּה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז פרייליך איז מצליח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#98 - ס'איז נארמאל מורא צו האבן
פחדים, קינדער, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגטס נישט וכו', עס איז א נארמאלע זאך מען זאל מורא האבן און טראכטן וואס גייט זיין און ווי שטארק איז די ווייטאג וכו'; אלע גייען דאס אריבער פאר'ן האבן די ערשטע קינד, אזוי ווי מיר זאגן די ערשטע טאג סליחות פאר'ן אייבערשטן: "חָלִים כְּמַבְכִּירָה מֵעֶבְרַת מַשָּׂאֶךָ", מיר ציטערן פונעם יום הדין אזוי ווי א פרוי ציטערט ווען זי גייט האבן איר ערשטע קינד; דאס איז דער סדר העולם, מען האט זייער מורא.


שטארקט זיך מיט אמונה און תפילה; בעטס דעם אייבערשטן אלעס זאל גיין בנקל ובנחת. תפילה איז זייער א שטארקע זאך, עס דריידט איבער דעם טבע, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע; בעטס דעם אייבערשטן אז אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר'ן אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן זאל מען ארויסזאגן די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען בעטן דעם אייבערשטן.


איך שיק אייך א תפילה וואס איר זאלט בעטן יעדן טאג:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים אוּן אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".

#97 - אויף צניעות דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן
תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט נאר דיין מעשה פון תפלה, עס איז אויך מיין מעשה פון תפלה; פיל טרערן האב איך פארגאסן פאר ענק, הונדערטער פתיחת הארון קודש פלעג איך וויינען צום אייבערשטן פאר דיין טייערער מאן און פאר דיר, אסאך נאסע קישענעס ביינאכט איז נאס געווארן פון טרערן פאר ענק, און ברוך ה' תפילה העלפט, תפילה איז אזוי שטארק, עס קען אפילו טוישן דעם מח מחשבה פונעם מענטש.


בנוגע דיינע פראגעס וועגן צניעות; עס איז נישט גרינג צו ענטפערן אויף צניעות פראגעס, דער עיקר דארף מען בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל האבן א געפיל אין איידלקייט, איך וויל האבן א געפיל אין ערליכקייט", דעמאלט באקומט מען א קלארקייט און א זיסקייט, מען ווייסט פונקטליך וואס מען דארף טון.


זיי מיר מוחל אז איך דריי זיך ארויס פון ענטפערן די פראגעס; איך געב דיר א גוטע עצה דו זאלסט וויסן יעדע זאך יא צי ניין, שטיי ביי די שבת ליכט מיט די הענט אויפ'ן פנים און בעט דעם אייבערשטן; קודם זאלסטו אנהויבן מיט דאנק און לויב, נאכדעם זאלסטו אים בעטן: "ותקננו בעצה טובה מלפניך", וויין און וויין ביז דו וועסט וויסן פונקטליך ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#96 - פרויען צוזאמקום אין צפת
חיזוק פאר פרויען, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... הי"ו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די פרויען פון צפת.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה אז זיי זאלן 'אנטרינקען ביימער'; איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'"; מוהרא"ש איז מסביר (ספר נהרי אפרסמון) אז דאס גייט ארויף אויף מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, ווייל א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", און מען דארף עס אנטרינקען מיט אמונה.


אז איר ווילט קענט איר צוזאמנעמען די פרויען פון צפת מער ווי איינמאל א חודש זיך מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיי מחזק זיין און איבער געבן די זיסע עצות וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש.


איך שיק אייך א בריוו פאר אייער חבר'טע.

#95 - מעורר זיין אויף צניעות
צניעות, חיזוק פאר פרויען, מוסר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט אלע דיינע כחות צו זיין פרייליך און רואיג.


קוק די ניסים וואס דער אייבערשטער האט דיר געמאכט, ער האט דיר צוריק געגעבן דיין נשמה, דו לעבסט און ביסט געזונט און שטארק.


בזכות וואס דו וועסט אכטונג געבן אויף צניעות און דו וועסט רעדן מיט אנדערע פון צניעות וועסטו האבן לאנגע שיינע יארן מיט נחת פון דיינע קינדער צוזאמען מיט דיין מאן.


בנוגע דערציילן די מעשה פאר אנדערע; איך וואלט דיר געראטן דו זאלסט דאס נאר דערציילן פאר באקאנטע וכדומה, פרעמדע - וואס קענען דיר נישט - וועלן מיינען אז עפעס איז געשען מיט דיר. דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת תצוה, דף קפו:): "זַכָּאָה מַאן דְּמַלִּיל עַל אוּדְנִין דְּשָׁמְעִין", וואויל איז דעם וואס רעדט צו אויערן וואס הערן; ער רעדט צו מענטשן וואס הערן אויס וואס ער רעדט.


לייג יעדן טאג אין פושקע אפאר פרוטות לצדקה.

#94 - איר זענט צוריק געגאנגען צו אייער מאן
חינוך הילדים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"ב תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט צוריק געגאנגען צו אייער מאן, איר האט פארקוקט אויף אלעס אבי אז אייערע קינדער זאלן האבן א געזונטע שטוב, זיי זאלן אויפוואקסן מיט א טאטע מאמע.


אויף אייער פראגע אז ער שלעפט אייך אויף יום טוב וכו'; טראכט צו זיך אז איר האלט שוין נאך אייער פטירה, איר זענט א נפטרת און די מלאכי חבלה טראגן אייך צו דעם פלאץ וכו', וואס וואלט איר דעמאלט געטון?


געבט זיך איבער צום אייבערשטן; זאגטס פאר'ן אייבערשטן די ווערטער: "אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ גֶעבּ זִיךְ אִיבֶּער צוּ דִיר; אִיךְ וִויל גָארְנִישְׁט, אִיךְ וִויל נָאר וָואס דוּ וִוילְסְט, אִיךְ בִּין צוּרִיק גֶעגַאנְגֶען צוּ מַיין מַאן נָאר וֶועגְן דִיר, כְּדַאי אַז מַיינֶע קִינְדֶער זָאלְן אוֹיסְוָואקְסְן גֶעזוּנְט, זֵיי זָאלְן הָאבְּן אַ טַאטֶע אוּן אַ מַאמֶע; הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיךְ זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גָארְנִישְׁט וֶועלְן, אִיךְ זָאל זַיין צוּפְרִידְן פוּן מַיין לֶעבְּן".


שרייבטס מיר נאך וועל איך אייך מחזק זיין; איך וועל אייך שטענדיג מחזק זיין, איך וועל אייך נישט לאזן פאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#93 - דאנקט דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): "אֵין בַּעַל הַנֵּס מַכִּיר בְּנִסוֹ", דער מענטש וואס האט נסים ווייסט גארנישט וואס פאר א נס דער אייבערשטער טוט מיט אים; דו ווייסט גארנישט וואס פאר א נס דער אייבערשטער האט מיט דיר געטון, דו האסט געטראפן א שידוך פון הימל, אזא טייערע ערליכע פרוי, זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם גרויסן נס.


אויך זאלסטו רעדן שיין צו דיין ווייב תחי'; זאלסט איר אויסהערן און איר מחזק זיין. בפרט יעצט ווען זי ווארט למזל טוב, זאלסטו איר אויסהערן און מחזק זיין, ווייל פרויען זענען זייער דערשראקן ווען זיי ווארטן די ערשטע מאל וכו', זיי האבן כל מיני פחדים וואס גייט זיין וכו', וואס, ווען און וואו.


אז דער אייבערשטער האט דיר געשיקט קיין ארץ ישראל זאלסטו דארטן עוסק זיין אין העלפן פארשפרייטן די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש.


אלס בחור אין ישיבה ביסטו געווען זייער הילפבאר, דארפסטו ווייטער ממשיך זיין בבחינת מוסיף והולך, ומעלין בקודש.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


בעט פאר מיר, יואל בן ריצא רעכל.

#92 - ווייזן שיעורים פאר פרויען
חיזוק פאר פרויען, דרשות, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וילך, ג' תשרי, צום גדלי', שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מחזק זיין אידישע פרויען, אז איר נעמט צוזאם פרויען אין ארץ ישראל - אין עיר הקודש צפת תבנה ותכונן במהרה בימינו, זיך מחזק זיין מיט'ן רבינ'ס עצות. עס גייט דורך אויף יעדן איינעם שוועריקייטן וכו' און מיט דעם רבינ'ס עצות קען מען זיך דערהאלטן און אריבער גיין אפילו די שווערסטע זמנים וכו'.


אויף אייער פראגע צי מען זאל ווייזן פאר די פרויען א דרשה וכו'; וויסן זאלט איר אז די רבנים שליט"א האבן גע'אסר'ט וידיאו אלץ מושב לצים, ווייל אז מען זיצט צוזאמען און מען קוקט דברים של מה בכך איז דאס א מושב לצים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ג): "שְׁנַיִם שֶׁיּוֹשְׁבִין וְאֵין בֵּינֵיהֶם דִּבְרֵי תוֹרָה, הֲרֵי זֶה מוֹשַׁב לֵצִים", אז מען קומט זיך צוזאם און מען רעדט נישט דיבורי אמונה והתחזקות איז דאס א מושב לצים, אבער אז מען קומט זיך צוזאם זיך מחזק זיין אין יראת שמים, אין צניעות און אין חיזוק ועידוד - איז דער אייבערשטער דארט, אזוי ווי חז"ל זאגן (שם): "שְׁכִינָה שְׁרוּיָה בֵינֵיהֶם", דעמאלט איז דער אייבערשטער דארט צווישן זיי; ממילא איז דאס בכלל נישט קיין שאלה, פארקערט, דאס וועט ברענגען אז אלע וואס קוקן די דרשה און הערן זיך צו צו די ווערטער זאלן אויסהערן די רבנים אין אלע הינזיכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות די מצוה פון זיך מחזק זיין איינער דעם אנדער'ן מיטן רבינ'ס עצות, זאלט איר זוכה זיין צו שעפן נחת פון אייערע קינדער און צו א שנה טובה ומבורכת.

#91 - דאנקט דעם אייבערשטן אז אייער מאן איז א מפיץ
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, הפצה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וילך - תשובה, ה' תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך וועל רעדן צו אייער מאן ער זאל אהיים קומען אביסל פריער.


איר פון אייער זייט זאלט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז אייער מאן איז א מפיץ; ער קומט טאקע אהיים שפעט אבער ער איז עוסק אין די שעות אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. וואס וואלט איר געטון ווען אייער מאן טרעפט זיך א פרנסה פון שפילן אדער זינגען ביי חתונות, וואלט איר אויך געדארפט ווארטן ביז שפעט אויף אים, דעמאלט וואלט איר געקוקט אויף אים אז ער איז א נארמאלער מענטש און ער טוט דאס פאר פרנסה, יעצט ווען ער איז עוסק אין הפצה דארפט איר זיין גליקליך און צופרידן אז ער איז עוסק בתיקון העולם, און אז ער ברענגט אהיים שיין פרנסה.


איך בארעכטיג נישט דאס וואס ער קומט אהיים אזוי שפעט, אבער איר פון אייער זייט דארפט טאנצן פאר שמחה אז איר האט א מאן אן ערליכער איד וואס זיין גאנצע קאפ און מח איז נאר עוסק "לתקן עולם במלכות שדי, וכל בני בשר יקראו בשמך", ער איז מזכה נשמות ישראל צו תורה ומצות; וויפיל אידישע פרויען וויינען אין שטוב ביינאכט אויף זייערע מענער וואס קומען נישט אהיים, זיי דרייען זיך מיט נישט גוטע חברים ה' ירחם? וויפיל אידישע פרויען זענען פארקלעמט אויף זייער לעבן, ווען זייערע מענער גייען ביינאכט צו די נישט גוטע רחמנא לצלן, איר וואס אייער מאן גייט הפצה, ער ברענגט אהיים שיין פרנסה, ער איז א ירא שמים און ער איז ערליך - דארפט איר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף דעם.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז אלעס האט זיך מסדר געווען מיט אייער זון נרו יאיר, דאס איז א מעשה פון תפילה, איך האב זייער אסאך געבעטן פאר אים.


א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#90 - מחזק זיין אידישע פרויען
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נצבים פה עיר הקודש אומאן יצ"ו, כ"ז אלול, שנת תשע"ט לפ"ק


 


מרת ... תחי'.


איך שרייב אייך דעם בריוו אין אומאן נעבן דעם רבינ'ס ציון.


איך וויל אייך בעטן לכבוד דעם נייעם יאר - ה'תש"פ - ווען יעדער איד נעמט זיך פאר פרישע קבלות טובות, זאלט איר זיך פארנעמען עוסק זיין אין מחזק זיין די פרויען פון אנשי שלומינו. עס זענען דא פרויען וואס גייען אריבער שווערע ביטערע צייטן וכו' און זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי מחזק זיין, בפרט די וואס גייען אריבער אין שטוב וכו', וכו', ווען דער מאן איז שולט און לייגט א פחד וכו', זיי האבן מורא אז אויב זיי וועלן רעדן אדער שרייבן צום ראש ישיבה וועט דער מאן ווערן גאר בייז וכו'. ביי די פעלער דארף מען זיי מחזק זיין דורך א כלי שני, זאלט איר זיי מחזק זיין; בפרט מרת ... תחי', ווי איר דערציילט מיר ווי זי וויינט צו אייך וכו', זי האט אזא פחד פונעם מאן וכו', וכו'; זאלט איר רעדן מיט איר און איר מחזק זיין.


דער רבי האט אונז געהייסן און געבעטן מיר זאלן עוסק זיין אין אנטרינקען ביימער (סיפורי מעשיות, מעשה ג, מחגר): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה און האט זיי געלאזט צוואה אז זיי זאלן 'אנטרינקען ביימער'. איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'"; מחזק זיין אידישע קינדער, בפרט פרויען – זיי דארפן מער חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו נחת פון אייערע קינדער; ... נרו יאיר זאל אויסוואקסן ערליך, אלע זיינע וכו' זאלן אוועק גיין, ער זאל זיין געזונט בגוף ובנפש, און ... זאל זיין אן ערליכער איד.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.


 

#89 - מ'רוימט נאר אביסל, און אלעס ווערט ריין
אמונה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך זייער איר זאלט אריין נעמען אין זיך די אמונה; חזר'ט זיך טאג טעגליך אז אלעס איז דער אייבערשטער, מיר זענען אין זיינע הענט אזוי ווי א שטיקל קלעי אין די הענט פון קינדער וואס שפילן זיך דערמיט, אזוי זענען מיר אין זיינע הענט.


ווי מער מען חזר'ט און מען זאגט די אמונה, ווערט מען רואיגער און פרייליכער; אלע פחדים פאלן אוועק.


ווען איר דארפט טון אסאך זאכן אין שטוב און עס ווערט אייך שווער אויפ'ן הארץ זאלט איר געדענקען "מעט גם כן טוב", אביסל איז אויך גוט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי שבת, כ:): "אִשָׁה פִּיקַחַת", א קלוגע פרוי, "מֵדִיחָה כּוֹס כַּאן", שווענקט אפ א גלעזל דא, "קְעָרָה כַּאן", א טעלער דארט, "תַּמְחוּי כַּאן", א טאפ דא, "וְנִמְצֵאת מְכַבֶּדֶת אֶת בֵּיתָהּ בְּשַׁבָּת", ביז די גאנצע שטוב ווערט ריין און זויבער לכבוד שבת.


אז מען גייט צוביסלעך, אביסל דא, אביסל יעצט, אביסל דארט און אביסל באלד, קומט מען אן צו אלעס און מען קען ענדיגן די ארבעט.


א כתיבה וחתימה טובה.

#88 - מיט תפלה וועט זיין שפע אויף יום טוב
צניעות, חיזוק פאר פרויען, קברי צדיקים, פרנסה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אויף די נס אז איר האט באקומען אזא טייערער חשוב'ער מאן נרו יאיר. דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט אז ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן אויף די חסדים, ער דערציילט פאר יעדן איינעם די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים וועט אים דער אייבערשטער מאכן נאך ניסים; אז איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים, אויף דער וואוילער מאן וואס איר האט, וועט דער אייבערשטער אייך געבן פרנסה בריווח.


איר וואוינט דאך נישט ווייט פון קבר רחל, כאפטס אייך אריבער צו מאמע רחל, דארט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אייך איר זאלט האבן געלט אויף צום לעבן און געלט אריין צו ברענגען דעם יום טוב.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אין ירושלים איז געווען א באוויסטער מגיד רבי בנציון יאדלער זכרונו לברכה וואס ער פלעגט ארום גיין אין שול'ן האלטן דרשות; איינמאל איז צו אים געקומען א איד און אנגעהויבן וויינען: "איך האב נישט קיין פרנסה, מיינע קינדער גייען אויס פאר הונגער, זיי וויינען פאר ברויט וכו' וכו'", זאגט אים רבי בנציון ז"ל: "וָואס וִוילְסְטוּ פוּן מִיר? דוּ הָאסְט דָאךְ אַ רַייכֶער טַאטֶע, בֶּעט אִים עֶר זָאל רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף דִיר אוּן דִיר הֶעלְפְן", דער איד קוקט אן דעם רבי בנציון מיט וואונדער און זאגט: "מיין טאטע וואס וואוינט אין צפת? וואס קען ער מיר שוין העלפן? ער האט קוים פאר זיך צו לעבן?" און ער הייבט אן וויינען: "פארוואס מאכט איר חוזק פון מיר?!" זאגט אים רבי בנציון: "איך מיין נישט דיין טאטע פון צפת, איך מיין דיין טאטע אין הימל - דער גרויסער באשעפער - ער קען דיר העלפן! בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר".


דאס זאלט איר טון, בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, עס קומט יום טוב און מיר האבן גארנישט אין שטוב; נישט דא קיין איין שקל אויף יום טוב, מיר דארפן געלט פאר דיינע מצוות אייבערשטער, מיר דארפן א סוכה, ד' מינים, קליידער וכו'".


בעט אייער מאן יעצט ווען ער פארט קיין אומאן, אז ער זאל נישט אפלאזן דעם ציון; ער זאל גיין צום ציון נאכאמאל און נאכאמאל, דארט זאל ער בעטן פאר ישועות, רפואות און פרנסה בריווח.


איך וויל אייך אנמערקן אויף א זאך וואס איר האט מן הסתם נישט אינאכט גענומען, ווען איר שיקט אן אימעיל קומט ארויף א בילד פון אייך מיט אייער מאן, וויל איך אייך בעטן איר זאלט דאס אראפנעמען. איר זאלט קיינמאל נישט ארויסשטעלן בילדער פון אייך און זיכער נישט א בילד פון זיך מיט אייער מאן וכו'; עס איז נישט קיין צניעות אז פרעמדע מענטשן זאלן זען פריוואטע בילדער, איך האף אז איר וועט אננעמען וואס איך בעט אייך.


א כתיבה וחתימה טובה.

#87 - לאדענען אנדערע משפחות אויף ראש השנה
חיזוק פאר פרויען, הפצה, הכנסת אורחים, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט איינגעליידנט מרת ... צו אייך אויף ראש השנה; הלוואי זאלן נאך אנדערע זיך לערנען פון אייך צו טון חסד איינער מיט'ן צווייטן, בפרט ראש השנה ווען אלע אנשי שלומינו פארן אוועק קיין אומאן און נישט אלע פרויען האבן וואו צו גיין עסן די סעודות, דערפאר וואלט געווען א גרויסע זאך ווען מען ליידנט איין די פרויען וואס האבן נישט וואו צו זיין.


אין דעם זכות זאלט איר זוכה זיין צו מגדל זיין אייערע קינדער גרינגערהייט, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות הכנסת אורחים, סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכֶּה אֶת הָאִשָּׁה לְבָנִים", הכנסת אורחים איז מסוגל פאר קינדער; אזוי ווי מיר זעען ביי די פרוי שונמית וואס האט זייער חשוב געהאלטן די מצוה פון הכנסת אורחים (מלכים ב ד, ט-י), דערפאר האט איר אלישע הנביא צוגעזאגט א קינד (שם, שם, טז), און זי האט זוכה געווען צו א קינד – חבקוק הנביא (זוהר הקדוש, פרשת בשלח, דף מד:).


איך האט מיר געשריבן זוממער אז איר זענט מתרגם דעם קונטרס "געדולד צו קינדער" אויף ענגליש, איך ווארט צו הערן אויב עס איז שוין פארטיג, כדי מען זאל דאס קענען דרוקן און פארשפרייטן פאר אלע וואס פארשטייען נאר ענגליש.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#86 - נאר דו באשעפער פארשטייסט מיך
פחדים, חיזוק פאר פרויען, ספיקות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך ווארט צו הערן פון אייך אויב איר האט באקומען מיין בריוו.


איך שיק אייך דא א קליינע תפילה וואס איר זאלט דאווענען יעדן טאג:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ בִּין אַזוֹי צֶעבְּרָאכְן אוּן צֶעקְלַאפְּט; אִיךְ שְׁפִּיר וִוי אִיךְ קֶען מֶער נִישְׁט לֶעבְּן. קֵיינֶער אִין דִי וֶועלְט פַארְשְׁטֵייט מִיר נִישְׁט, נָאר דוּ טַאטֶע זִיסֶער, נָאר דוּ רַחְמָנוּת'דִיגֶער טַאטֶע קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין, וִויפִיל אִיךְ בִּין אַרִיבֶּער, וִויפִיל מֶען הָאט מִיר גֶעפַּיינִיגְט, וִויפִיל אִיךְ הָאבּ מִיטְגֶעמַאכְט אוּן אִיךְ מַאךְ מִיט; הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן כֹּחַ צוּ אוֹיפְצִיעֶן מַיינֶע קִינְדֶער זֵיי זָאלְן זַיין עֶרְלִיכֶע אִידְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין אוּמְזִיסְטִיגֶע פְּחָדִים אוּן דִּמְיוֹנוֹת, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל שׁוֹין הָאבְּן אַ גַאנְצֶע יְשׁוּעָה.


רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אִיךְ בִּין פוּל מִיט סְפֵיקוֹת, אִיךְ וֵוייס נִישְׁט וָואס צוּ טוּן אוּן וָואס אִיז דִי רִיכְטִיגֶע וֶועג, יֶעדֶע מִינוּט טְרַאכְט אִיךְ עֶפֶּעס אַנְדֶערְשׁ; אֵיין רֶגַע טְרַאכְט אִיךְ 'יָא' אֵיין רֶגַע טְרַאכְט אִיךְ 'נֵיין', פוּן דֶעם אַלֶעם וֶוער אִיךְ אָפְּגֶעשְׁוַואכְט. הֶעלְף מִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער; אִיךְ גֶעבּ זִיךְ אִיבֶּער צוּ דִיר, טוּ מִיט מִיר וָואס אִיז גוּט פַאר מִיר, הֶעלְף מִיר בִּזְכוּת דִי הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶר תְּפִילָה אוּן זֵייעֶר עֶרְלִיכְקַייט; בִּזְכוּת אַבְרָהָם אָבִינוּ, בִּזְכוּת יִצְחָק אָבִינוּ, בִּזְכוּת יַעֲקֹב אָבִינוּ, בִּזְכוּת מֹשֶׁה רַבֵּינוּ, בִּזְכוּת אַהֲרֹן הַכֹּהֵן, בִּזְכוּת יוֹסֵף הַצַדִיק, בִּזְכוּת דָוִד הַמֶלֶךְ, בִּזְכוּת שְׁלֹמֹה הַמֶלֶךְ, בִּזְכוּת רֶבִּי שִׁמְעוֹן בַּר יוֹחָאִי, בִּזְכוּת רֶבִּי יִצְחָק לוּרְיָא אַשְׁכְּנַזִי, בִּזְכוּת רֶבִּי יִשְׂרָאֵל בַּעַל שֵׁם טוֹב, בִּזְכוּת רֶבִּי נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא מִבְּרֶסְלֶב, בִּזְכוּת רֶבִּי נָתָן מִבְּרֶסְלֶב, בִּזְכוּת רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה מִבְּרֶסְלֶב, יְהִי לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.


 

#85 - זיך נישט צווינגען צו שלאפן
פחדים, שלאפן, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס זאל אייך נישט שטערן אז איר קענט נישט איינשלאפן וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תלא): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִישֹׁן וְאֵינוֹ יָכוֹל לִישֹׁן", ווער עס וויל שלאפן און קען נישט איינשלאפן, "הָעֵצָה לָזֶה לְבַל לְהַכְרִיחַ עַצְמוֹ כָּל כַּךְ לִישֹׁן", די עצה פאר אים איז ער זאל זיך נישט צווינגען צו שלאפן, "כִּי כָּל מַה שֶׁמַכְרִיחַ עַצְמוֹ יוֹתֵר לִישֹׁן, מִתְגַּבֵּר עָלָיו בְּיוֹתֵר מְנִיעוֹת הַשֵּׁנָה", ווייל ווי מער ער וועט זיך נייטן צו שלאפן אלץ מער וועט ער נישט איינשלאפן; אזוי איז אין יעדע זאך אין לעבן, ווי מער מען צווינגט זיך אלץ ערגער ווערט וכו'.


אז איר קענט נישט איינשלאפן זאלט איר נעמען אין בעט דעם "ספר אשר בנחל" אין אידיש, אדער "ספר עצתו אמונה"; ליינטס די בריוו, דאס וועט אוועק נעמען אלע פחדים און אומזיסטיגע שרעק, עס וועט אריין ברענגען אין אייך שמחה און איר וועט ווערן רואיג און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן אז אלע אייערע פחדים און שרעק זאלן אוועק גיין און איר זאלט מגדל זיין אייערע קינדער צוזאמען מיט אייער טייערער מאן געזונטערהייט.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#84 - א מאמע פון קליינע קינדער, דארף נישט גיין אין שול
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, בית המדרש, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר פרעגט אז עס קומט יעצט די הייליגע טעג ווען אלע פרויען גייען אין שול דאווענען, וואס איר זאלט טון אז איר האט קליינע קינדער; דער ענטפער איז: "א מאמע מיט קליינע קינדער קומט צו זיין אין שטוב". ווען איר וועט האבן עלטערע קינדער וואס וועלן אכטונג געבן אויף די קליינע קינדער, אדער ווען איר וועט חתונה מאכן אייערע קינדער, דעמאלט וועט איר גיין אין שול וכו', אבער יעצט ווען איר זענט געבענטשט מיט קליינע קינדער זאלט איר זיך פרייען צו זיין מיט זיי אין שטוב און איר זאלט דאווענען אין שטוב.


מען קען נישט נאכמאכן א צווייטן; איינער האט די מעלה און א צווייטער האט א צווייטע מעלה, אז אייער שוועסטער האט כח צו גיין אין שול און זי געבט זיך אן עצה מיט די קליינע קינדער וכו', מיינט דאס נישט צו זאגן אז איר דארפט טון וואס זי טוט; יעדער מענטש האט זיינע נאטורן און זיינע געלונגענקייטן און מען קען נישט קוקן אויף א צווייטן, איר זאלט בלייבן אין שטוב און פון דארט דאווענען צום אייבערשטן.


איר שרייבט אז פאריאר זענט איר נישט געגאנגען ראש השנה דאווענען אין שול און איר האט געשפירט ווי אייערע תפילות זענען נישט ארויפגעגאנגען אזוי הויך ווי עס גייט ארויף אין שול; עס איז זיכער אזוי אז אין שול איז א פלאץ וואו די תפילות גייען ארויף, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו.): "אֵין תְּפִלָּה שֶׁל אָדָם נִשְׁמַעַת אֶלָּא בְּבֵית הַכְּנֶסֶת", דער אייבערשטער הערט אויס שנעלער די תפילות אין בית המדרש; אפילו פון פרויען, אזוי ווי מיר געפונען (ילקוט שמעוני עקב, רמז תתעא): "מַעֲשֶׂה בְּאִשָׁה אַחַת שֶׁהִזְקִינָה מְאֹד", עס איז געווען א מעשה מיט א אלטע פרוי וואס האט שוין נישט געוואלט לעבן, זי האט שוין נישט געשפירט קיין טעם אין עסן און אין טרינקען און זי האט געוואלט אוועק גיין פון די וועלט, איז זי געקומען צום הייליגן תנא רבי יוסי בן חלפתא און אים געבעטן: "רֶבִּי, זָקַנְתִּי יוֹתֵר מִדַּאי", איך בין שוין זייער אלט און מיין לעבן איז מיר פאר'מיאוס'ט, איך דארף א ברכה נפטר צו ווערן, האט דער הייליגער תנא איר געפרעגט: "בְּאֵיזוֹ מִצְוָה אַתְּ רְגִילָה לְהַקְפִּיד בְּכָל יוֹם?" וואס פאר א מצוה ביסטו מקפיד צו מקיים זיין יעדן טאג, האט זי געזאגט: "איך פארפעל נישט קיין איין טאג צו גיין אין שול דאווענען", האט ער איז געזאגט: "האלט זיך צוריק דריי טעג פון גיין אין שול", זי האט אזוי געטון און נאך דריי טעג איז זי נפטר געווארן. זעט מען פון דעם אז דאווענען אין שול איז א גרויסע זאך אויך פאר פרויען; אבער אויב מען איז א מאמע פאר קינדער איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי זיין אין שטוב מיט די קינדער.


געדענקטס וואס דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסט): "מַה צְרִיכִין לְהִתְבַּלְבֵּל? אֵיךְ שֶׁעוֹשִׂין עוֹשִׂין, וּבִלְבַד שֶּׁלֹּא לַעֲשׂוֹת רַע חַס וְשָׁלוֹם", מען דארף זיך נישט מבלבל זיין פון גארנישט, "ווי מען טוט טוט מען, אבי מען טוט נישט קיין שלעכטס חס ושלום".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#83 - א סגולה געראטעוועט צו ווערן פון רשעים - נישט מורא צו האבן פון זיי
פחדים, אמונה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"ב אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


הגם איך האב שוין גערעדט מיט אייך נעכטן צוזאמען מיט מיין ווייב תחי', וויל איך אייך נאכאמאל מחזק זיין.


איך בעט אייך זייער איר זאלט אריין נעמען אין זיך די אמונה; איר זאלט גלייבן אינעם אייבערשטן אז ער טוט אלעס, קיינער קען אייך נישט העלפן און אודאי נישט שלעכטס טון.


דער עסקן ... קען אייך גארנישט טון און דער רב ... קען אייך אויך גארנישט טון, עס זעט אפשר אויס ווי מענטשן טוען און מענטשן מאכן, אבער באמת איז אלעס דער אייבערשטער. אז איר וועט חזר'ן די אמונה, איר וועט זיין שטארק מיט אמונה - וועט איר ניצול ווערן פון אלע שלעכטע מענטשן וואס ווילן אייך שלעכטס טון. אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א סגולה געראטעוועט צו ווערן פון רשעים – שלא לפחוד, נישט מורא האבן פון זיי".


שטארקט אייך מיט אמונה ובטחון, דער רבי זאגט (ספר המדות, אות פחד, סימן טו): "עַל-יְדֵי בִּטָּחוֹן לֹא יִהְיֶה לְךָ פַּחַד", ווער עס פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן דער האט נישט מורא פון קיינעם; ווייל ער ווייסט און גלייבט אז קיינער אויף די וועלט קען אים נישט שלעכטס טון, ער האט נישט מורא פון סטראשינקעס וכדומה.


וואויל איז דעם וואס פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן, ער ווייסט און געדענקט שטענדיג אז דער אייבערשטער פירט די וועלט; דער מענטש איז גליקליך און פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.


 

#82 - מיט סבלנות וועט איר זוכה זיין צו זען פון אים אסאך נחת
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'.


איך בעט אייך זייער שרעקט אייך נישט; דער אייבערשטער איז מיט ענק, ער היט ענק און בענטשט ענק.


בנוגע אייער זון נרו יאיר; איר זאלט אים נישט באצוואונגען וכו', מיט סבלנות וועט איר זוכה זיין צו זען פון אים אסאך נחת.


דאס מיינט נישט צו זאגן אז ער מעג רעדן און זיך פירן מיט חוצפה; אויף חוצפה דארף מען באשטראפן. א קינד טאר נישט שלאגן אדער שטויסן וכו' עלטערן, אויב ער שלאגט אדער שטויסט זאלט איר אים מחנך זיין, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סד): "צָרִיךְ לְלַמֵּד אֶת הַתִּינוֹק דֶּרֶךְ אֶרֶץ מִנְּעוּרָיו", מען דארף לערנען קינדער דרך ארץ ווען זיי זענען נאך קליין.


מרת ... תחי', ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר זיך אוועק זעצן און וויינען צום אייבערשטן פאר אלעס וואס ליגט אייך אויפ'ן הארץ, ובעיקר פאר אייערע קינדער, אז זיי זאלן אויסוואקסן גרויסע צדיקים. ווען מען צינדט די שבת ליכט איז א גרויסע עת רצון צו פועל'ן ישועות.


נאכאמאל, איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך נישט שרעקן פון גארנישט, דער אייבערשטער איז מיט אייך און ער היט אייך.


א גוט שבת.


א כתיבה וחתימה טובה.

#81 - מיט אמונה ווערט מען רואיג
פחדים, קינדער, אמונה, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די מתנה וואס ער האט אייך געגעבן אז איר האט געבוירן א קינד למזל טוב, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן נחת פון אלע אייערע קינדער.


איך בעט אייך זייער מרת ... תחי' איר זאלט אריין נעמען אין זיך די אמונה, איר זאלט חזר'ן אן א שיעור די ווערטער: "דער אייבערשטער פירט דער וועלט מיט א פונקטליכער חשבון", חזר'ט אייך דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט, איז מיט א פונקטליכער חשבון.


ווי מער א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלַל, דאן לעבט ער א רואיג לעבן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געמאכט א ניגון אויף די ווערטער אלץ בחור ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם". מוהרא"ש האט דערציילט אז עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהייב, ווייל ער האט זייער מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, און דערפאר האט ער גע'חזר'ט די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלַל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור מאל ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט צוריק קומען צו אייערע כוחות און זען מיט אייערע אויגן די חסדים וואס ליגט אונטער אלע פאסירונגען.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#80 - ווי קען מען זיך אננעמען פאר איינעם וואס האט מטמא געווען א אידישע טאכטער?!
חיזוק פאר מיידלעך, קדושה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט צו פארשטיין, ווי קען מען זיך אננעמען פאר אזא איינעם וואס האט מטמא געווען א אידישע טאכטער?! עס איז א פלא פארוואס אלע האבן אויפגעהערט צו רעדן מיט אייך ווייל איר האט דערציילט פאר די פאליציי וואס יענער האט געטון מיט אייך אין די יונגע יארן און מען האט אים געלייגט אין תפיסה.


איר פון אייער זייט זאלט מכבד זיין טאטע מאמע; אז זיי ווילן נישט רעדן מיט אייך וכו' איז דאס נישט אייער פראבלעם, אבער איר פון אייער זייט זאלט ווייטער רעדן מיט זיי אויב זיי ווילן רעדן מיט אייך.


איר האט נישט גוט געטון מיט'ן זאגן פאר די קינדער אז מען רעדט מער נישט מיט זיידי און באבי, ווייל דאס איז א הירוס אין חינוך; איר געבט זיי א חינוך אז זיי זאלן דאס טון מיט אייך ווען זיי וועלן עלטער ווערן. זיי וועלן אויך אנזאגן זייערע קינדער אפצוהאקן מיט זיידי באבי - מיט אייך; זעטס ווי פריער צוריק צו דרייען מיט חכמה אז די קינדער זאלן נישט ווערן צומישט. מען טאר נישט זאגן פאר קינדער אז מען האקט אפ מיט עלטערן - זאל זיין וואס זאל זיין, אויב די עלטערן ווילן נישט רעדן מיט אייך איז דא גענוג וועגן ווי אזוי זיך ארויסצודרייען פון אהין גיין אן דעם וואס די קינדער זאלן כאפן וואס עס גייט פאר.


שטארק זיך מיט די עצות פון רבי'ן, בפרט מיט די עצה פון אנהייבן פונדאסניי. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן אזעלכע ליכטיגע עצות וואס ווער עס טוט זיי קריכט ארויס פון אלע פראבלעמען. די ערשטע עצה איז שכחה; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה, כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, ווייל ווען א מענטש וואלט געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון וואלט ער נישט געקענט אנגיין ווייטער מיט זיין לעבן, נאכדעם וואס עס וואלט אים געשטערט אלעס וואס ער האט געטון.


בעטס דעם אייבערשטן עס זאל ארויס גיין פון אייך וואס איר זענט אריבער אין די יוגנט; געוואוינט אייך צו זיך אויס צו רעדן צום אייבערשטן; פארציילט אים אלעס וואס איר זענט אריבער. דאס וועט מאכן עס זאל ארויס גיין פון אייך. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד) אז ווען א מענטש זינדיגט ווערן די עבירות אריין געקריצט אין זיינע ביינער, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנֹתָם עַל עַצְמוֹתָם" און דאס הרג'ט דעם מענטש, אזוי ווי עס שטייט (תהילים לד, כב): "תְּמוֹתֵת רָשָׁע רָעָה", די עבירות פונעם מענטש טוען אים הרג'נען; אבער ווען א מענטש איז זיך מתוודה פאר'ן אייבערשטן, ער פארציילט פאר'ן אייבערשטן יעדע זאך וואס ער האט געטון און בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, דאן גייען ארויס אלע עבירות פון זיינע ביינער. דעריבער, אז איר וועט דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלע אייערע אלטע מעשים וועט דאס צושטייטליך ארויסגיין פון אייך ביז איר וועט עס אינגאנצן פארגעסן, וואס דאס איז א סימן אז דער אייבערשטער איז אייך מוחל אויף אלעמען, ווייל איר זענט נישט שולדיג, מען האט אייך דאך באצוואונגען וכו'.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.