בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#604 - משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען
חיזוק פאר פרויען, אומאן, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לאנדאן


איך האב געטראפן אייער מאן נרו יאיר אין אומאן דעם פארגאנגענעם ראש השנה, ער האט מיר דערציילט אז איר האט אים געלאזט קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה על אף די שוועריקייטן פיזיש און גייסטיש נאכן געבוירן דעם קינד, עס איז אייך ממש אנגעקומען מיט מסירות נפש אז ער זאל פארן די יאר צום רבי'ן; דאס ווייזט אז איר האט א שטארקע אמונת חכמים, אז דער רבי זאגט קומען קיין אומאן שיקט מען דעם מאן אפילו עס איז גאר שווער; איך בין זיכער אז איר וועט נישט דערלייגן פון דעם נאר פארדינען בזה ובבא.


שטארקט אייך מיט תפילה והתבודדות, יעדע זאך וואס איר דארפט זאלט איר בעטן פונעם אייבערשטן, והעיקר זאלט איר טאג און נאכט בעטן פאר אייערע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, ווייל אין די היינטיגע טעג דארף מען אסאך רחמי שמים אז די קינדער זאלן זיין ערליך, און די תפילות פון די אידישע מאמע דאס איז די שטערקסטע גארענטי, און בזכות די תפילות פון אידישע מאמעס וועט זיין די גאולה. אזוי האט דער רבי געזאגט ווען מען האט אים געזאגט אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שולן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פינקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; זעט מען פון דעם אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן פון תפילות פון פרויען.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח, און איר זאלט זען אסאך נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער געזונטערהייט.

#603 - איינער רופט בעטן חיזוק, זאלט איר אים געבן חיזוק
חיזוק פאר פרויען, קירוב

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וועגן די מיידל וואס רופט אייך וכו'; איך וויל אייך בעטן איר זאלט איר יא אויפהייבן די טעלפאן און אויסהערן. איר שוועסטער איז נעבעך פארפאלן מיט אן אראבער רחמנא לצלן, און יעצט האט זי אויך שוין א נסיון מיט אן אראבער, און אז זי רופט אייך זאלט איר זי געבן ווארעמע ווערטער און איר ראטעווען פון אוועק פאלן.


נעמט דעם כלל, אז איינער רופט אייך בעטן חיזוק זאלט איר אים געבן חיזוק, ווייל מוהרא"ש זאגט (ארך אפים, פרק ח): "וקבלה מפי זקני אנשי שלומינו", איך האב מקובל פון ברסלב'ע חסידים, "מי הוא התלמיד הגון שאתה צריך לדבר עמו"? ווי אזוי ווייסט מען ווער איז דער תלמיד הגון וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ס) - אז מען דארף רעדן מיט א תלמיד הגון? "זהו שבא מעצמו אליך", דער וואס איז געקומען פון זיך אליין רעדן צו דיר, "זהו בכלל התלמיד הגון לפי בחינתך, וצריך אתה דייקא לדבר עמו", דו דארפסט מיט אים רעדן און אים מחזק זיין; דער עיקר זאלט איר זי אויסהערן און מיט שפירן איר צער און ווייטאג און איר מחזק זיין אויף התבודדות און אריינשיינען אין איר תקווה, האפענונג.


און אז איר האט נישט קיין ווערטער וואס איר צו זאגן, זאלט איר זי געבן א נומער פון א פרוי פון אנשי שלומינו וואס וועט איר קענען מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#602 - אנקוקן דעם מאן מיט א ליכטיגקייט, וועט אלעס ווערן גוט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, י"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי עס איז אייך שווער אז אייער מאן קומט נישט אהיים צייטליך, איר קענט זיך קיין עצה נישט געבן מיט די קינדער, דאך זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אז אייער מאן איז אין שול, ער לערנט, ער איז נישט מיט שלעכטע חברים.


דער רבי לערנט אונז ווי אזוי צו ניצן אונזער מח מחשבה, און אזוי וועט מען קענען אריבערגיין שווערע מצבים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה): "אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה'", אויב א מענטש וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט; "יִרְאֶה, שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ", אפילו ווען ער האט שווערע טעג, "גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", זאל ער גוט קוקן, וועט ער זען אז אין די צרה מאכט אים דער אייבערשטער גוט.


אייער מאן קומט אהיים שפעט, אייער מאן קען זיך נישט צאמנעמען, א צייט איז ביי אים נישט קיין צייט, איר שפירט אז איר קענט עס נישט נעמען; זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן וואס איז אין שול, ער לערנט, ער דאווענט, ער איז ערליך, ער זיצט נישט מיט חברים און הוליעט; הייבט אן קוקן אויף אייער מאן מיט א ליכטיגקייט, מיט א שיין - וועט אלעס ווערן גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#601 - אכטונג געבן ווי אזוי מ'רעדט, נישט דערשרעקן
חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זאגן תהילים ביינאכט וכו'.


אייער מאן איז זייער איידל, ער איז אויסנאם איידל, ער קומט פון זייער אן איידעלע שטוב וואו מען רעדט זייער ווייך און שיין, יעדע ווארט וואס איז נישט אזוי ווייך ווערט ער אויסער זיך, עס מאכט אים דערשראקן און עס גייט אים צו זיין געזונט.


איך קום נישט דא מיט קיין טענות חס ושלום, איך קום נאר דא דערציילן פאקטן, אז מען דארף זייער זייער אכטונג געבן ווי מען זאגט און ווי מען רעדט צו אים, עס זאל אים נישט דערשרעקן.


א גוט שבת.



 

#600 - ווי אזוי ווערט מען פרייליך?
תפילות אויף אידיש, שמחה, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איר האט געבעטן אן עצה צו זיין פרייליך, צו זיין א פרייליכע ווייב, א פרייליכע מאמע, איר ווילט אזוי שטארק זיין פרייליך, און אלץ ווערט איר אראפגעשלעפט אין עצבות און מרה שחורה, און דאס קלאפט אויס אויף די קינדער און נאכדעם אויף אייער מאן און אויף אייך אליינס; איר דארפט אן עצה.


די עצה איז: דאנקט דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אייך. דער רבי האט אונז געגעבן די עצה פון זוכן דאס גוטס, און טראכטן נאר פון דעם, און דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם. דער רבי איז מגלה א סוד ווי אזוי מען קען אריבערגיין שווערע מצבים, די סוד פון "בצר הרחבת לי"; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה): "אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה'", אויב מען וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט, "יִרְאֶה", וועט מען זען, "שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ", אפילו ווען מען האט שווערע צייטן, "גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", איז אויך דארט באהאלטן דער אייבערשטער און מאכט מיטן מענטש גרויסע חסדים, און אז מען קוקט גוט, זעט מען אז עס איז מיט גרויסע חסדים, און אז מען דאנקט אויף די חסדים ווערט מען פרייליך.


דא האט איר א קליינע תפילה אויף שמחה, בעטס דעם אייבערשטן די תפילה:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז פיס; ביז איך וועל זיין אזוי פרייליך אז איך וועל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, העלף מיך האבן א שטארקע אמונה איך זאל דיך שפירן שטענדיג, איך זאל האבן אזא שטארקע אמונה ביז איך וועל ווערן זייער פרייליך, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליינס, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#599 - שעצן דעם מאן, נישט קיין חילוק וואס ער איז
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית יואל


נאכדעם וואס ענק זענען געווען ביי מיר און איך האב געזען אז די מצב אין שטוב איז נישט גוט, ענקער שלום בית איז זייער זייער נישט גוט. איך האב שפעטער גערעדט מיט אייער מאן, ער האט געוויינט צו מיר אז ער וויל אזוי שטארק האלטן די שטוב מיט די זיסע ליכטיגע קינדער, זיי זאלן נישט ווערן פארוואגלט; וויל איך אייך זייער בעטן איר זאלט פרובירן צו טוישן איין זאך פון אייך, די וועג ווי אזוי איר רעדט צו אים, און אפילו ער טוט געפערליכע זאכן - זאלט איר רעדן בדרך כבוד, אזוי וועט מען קענען ראטעווען די שטוב.


איך האב ביי מיר אפאר בריוו פון אונזער זיידע ר' חיים מענדל כהן עליו השלום, ווי ער שרייבט פאר איינע פון די טעכטער (קען זיין גאר פאר ...): "עס איז דא א פאלשע טעות ביי פרויען, אז דאס ענין פון האלטן בכבוד דעם מאן - איז שייך נאר ווען ער איז א באוואוסטער תלמיד חכם און אן אנגעזעענער פערזאן אין גאס, וואס מענטשן געבן אים כבוד, אבער אז איר גורל איז צו האבן א מאן אן איש פשוט וכו', פאר אזא מאן האלט נישט די פרוי וויכטיג אים צו געבן א געהעריגן כבוד, אדער ווי דער רמב"ם הייסט, ער זאל זיין חשוב ביי איר ווי א שר אדער א מלך אין שטוב.


אזא השקפה איז פאלש, די פרוי דארף פארשטיין אז דעם כבוד וואס די תורה פארלאנגט פון איר זי זאל געבן איר מאן - ווערט נישט געמאסטן לויט די חשיבות פון איר מאן, קען ער זיין סיי וואס א נידריגע מדריגה ער איז, ליגט אויף די פרוי דער פליכט אים מכבד זיין און אים שעצן - נישט וועגן קיין שום זאך - נאר ווייל ער איז איר מאן, און די פרוי פון אזא מאן וועט זוכה זיין צו די זעלבע שכר וואס א פרוי וואס האט א צדיק מפורסם פאר א מאן, ווייל די פרוי דארף וויסן און זיין קלאר אז דאס חשיבות פון די פרוי מעסט זיך נאר לויט ווי זי האלט בכבוד איר מאן; מעג די פרוי זיך האלטן פאר א צדיקת, פאר א קלוגע, א געבילדעטע, א מיוחסת; אויב זי איז נישט נוהג כבוד פאר איר מאן, סיי וואס א נידריגע מדריגה ער איז קעגן איר - איז די פרוי אפגעזען ביי יעדן, און אלע אירע צדקות און פעיגקייטן גייט אין רויעך וכו'".


איך שיק אייך א קאפי פונעם בריוו פון אונזערע זיידע ר' חיים מענדל, איך האף צום אייבערשטן עס וועט זיין פאר אייך א חיזוק.


איך וועל רעדן מיט אייער מאן, איך וועל אים מחזק זיין ער זאל גארנישט טוישן פון די מסורה, ער זאל נישט אוועק גיין קיין ריר פון וואס מען האט זיך געפירט ביי אונזערע עלטערן, ער זאל נאר נעמען פון ברסלב די חיזוק און שכל, איך וועל אים זאגן ער זאל זינגען שלום עליכם שטייעדיג נישט זיצעדיג, און זיצן ביי די סעודה מיט א שטריימל, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#598 - עס איז גוט צו זיין באשעפטיגט
חיזוק פאר פרויען, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז גוט צו זיין באשעפטיגט, אזוי וועט איר זיך נישט מוטשען מיט די נישט גוטע מחשבות; אז מען האט ליידיגע צייט, מען איז נישט פארנומען - דעמאלט קומען זיי שטערקער. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הבטלה מביאה לידי שעמום", גיין ליידיג ברענגט צו דעפרעסיע.


עפנט א פלעי גרופ אדער א בעבי סיטינג, אזוי וועט איר זיין פארנומען דורכן טאג. און אויך זאלט איר זיך מתבודד זיין יעדן אינדערפרי, בעטס דעם אייבערשטן אין אייער שפראך, שמועסט אויס אייער הארץ, דערציילט אים אלע מחשבות וואס בוזשעווען אין אייך, און בעטס אים פאר ישוב הדעת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#597 - דער מאן איז אין אן ארגאניזאציע פון חסד
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסד

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איר דארפט זיך פרייען אז אייער מאן גייט אין אן ארגאניזאציע פון חסד, אפילו עס וועט גיין אויפן חשבון פון זיין אין שטוב, אזוי וועט ער זיין באשעפטיגט מיט גוטע זאכן. ווייל וויסן זאלט איר, יעדער מענטש דארף האבן א זאך ווי דארט איז ער א 'יש', א זאך, אנערקענט וכו', דאס הייסט אויסער זיין ווייב, זיין משפחה, זיין ארבעט, זיינע שיעורים – דארף ער האבן א זאך וואס ער טוט און מאכט און איז אנערקענט, און אויב נישט – קען מען טון נישט גוטע זאכן חס ושלום.


איז גוט אז אייער מאן זאל זיך אנשליסן צו טון גוטע זאכן, חסד, העלפן מענטשן וכו', אפילו ער וועט ארויסגיין פון שטוב וכו'; ווי איידער זיצן מיטן טעלעפאן מרה שחורה'דיג און דערשלאגן, קוקן מאוויס, קליפס, סטעטוס, פאדקעסט וכו', און ווערן א קנעכט פאר די קליפות רחמנא לצלן.


איר זענט נישט די ערשטע פרוי וואס איז געקומען בעטן אז איר מאן זאל נישט זיין אין א חסד ארגאניזאציע און איך האב זיי געזאגט אז זיי זענען נישט גערעכט, לדעתי דארפן זיך פרויען פרייען אז דער מאן איז א וואלענטיר צו טון חסד, ווייל עולם חסד יבנה, ובזכות די אינגעלייט וואס טוען חסד שטייט די וועלט, און מוהרא"ש זאגט, בזכות די הצלה אינגעלייט, שומרים אינגעלייט און חברים, חסד, מצילי אש וכדומה – וועט משיח קומען במהרה בימינו.

#596 - די צניעות וועט ברענגען אלע ברכות
צניעות, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט אנגעטון מער איידעלע טייץ, וואס איז נישט דורכזיכטיג; אזוי וועט איר צוריק ברענגען די שכינה אין שטוב, און אז די שכינה איז אין שטוב קומען אלע ברכות, עס ווערט פרייליך.


בנוגע אייער פראגע ווי דיק די טייץ זאל זיין; פרעגט אייער חבר'טע, די פרוי פון וועם איר שרייבט אין די בריוו, זי איז א גוטע חבר'טע, זי ווייסט, זי איז איידל, זי וועט אייך זאגן.


דער עיקר זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר אייערע ליכטיגע קינדער און פאר אייער טייערער מאן און פאר אלע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך. מוהרא"ש זאגט, רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "ווען דער אייבערשטער הערט ווי א מענטש דאנקט אים און לויבט אים, זאגט ער פאר די מלאכים: 'קוקטס אן דעם איד, ער האט גארנישט און ער דאנקט מיך, איך וועל אים ווייזן וואס גוטס מיינט', און פארקערט אויך, אז דער אייבערשטער הערט ווי איינער הערט נישט אויף זיך אפצורעדן זאגט דער אייבערשטער: 'איך וועל אים ווייזן וואס שלעכטס מיינט'"; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן אלץ מער גוטס קומט אויפן מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#595 - בעטס פאר אייערע דורות
חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך - זומער, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


די ספר תהילים איז א מתנה פארן העלפן צאמנעמען צדקה פאר די יערליכע נשי חיל קאמפיין פון אונזער מוסד היכל הקודש.


זאגט תהילים, בעטס פאר אייערע דורות, בעטס פאר זייער געזונט און אז זיי זאלן זיין ערליך און הייליג.


אויך זאלט איר מיך מזכיר זיין ביי די תפילות.

#594 - אריינפלעכטן אייגענע געבעטן אין די קאפיטלעך תהילים
חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך - זומער, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דער ספר תהילים איז א געשאנק פארן העלפן צאמנעמען צדקה ביי די יערליכע קאמפיין פון אונזער מוסדות, נשי חיל.


זאגט תהילים און דאנקט דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט אייך.


אויך זאלט איר אריינפלעכטן אייערע אייגענע געבעטן אין די קאפיטלעך תהילים, וועט איר אלעס האבן.

#593 - פרויען זענען די וואס בויען כלל ישראל
תפילות אויף אידיש, שמחה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ...


פרויען זענען נישט צווייט-קלאסיג, פרויען זענען ערשט-קלאסיג, פרויען זענען די וואס בויען כלל ישראל.


בנוגע די ברכה פון "שלא עשני אשה", דאס מיינט מען צו דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען מחויב צו לערנען תורה, אבער נישט צו זאגן אז איינער איז ערשט און איינער איז צווייט, (אגב, מיין מאמע תחי' ענטפערט נישט 'אמן' אויף די ברכה שלא עשני אשה).


שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט, דער אייבערשטער האט אייך אויסדערוועלט צו זיין פון די בויערס פון כלל ישראל, ברענגען אידישע קינדער, זיי מגדל זיין און מחנך זיין.


בעטס דעם אייבערשטן אויף שמחה, בעטס:


"הייליגער באשעפער מאך מיך פרייליך, מאך מיך אזוי פרייליך אז עס זאל איבער רינען די שמחה אז יעדער וואס זעט מיך זאל ווערן פרייליך, הייליגער באשעפער געב מיר כח צו זיין א מאמע און א ווייב..."


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות, וועט איר זייער מצליח זיין.

#592 - מכבד זיין שבת מיט'ן זיך אנטון ביי די סעודה מיט כבוד
חיזוק פאר פרויען, שבת קודש, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


לכבוד אייער געבורטס טאג נעמט זיך פאר צו מכבד זיין שבת, נעמט זיך פאר די שיינע גוטע מנהג צו עסן די שבת סעודות אנגעטון די קאפ, אזוי ווי מען גייט ביי א שמחה וכדומה, נישט מיט א פשוט'ע צודעק וכו'.


פרייטאג צו נאכטס עסן טאקע מערסטנס אנגעטון בדרך כבוד, אבער ביי די בייטאג סעודה טוט מען זיך נישט אן בדרך כבוד; זאלט איר זיך מקבל זיין צו עסן די שבת סעודות, סיי ביינאכט און סיי בייטאג – אנגעטון.


דאס איז גאר א חשוב'ע זאך, ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת יתרו, פח:), דורך די סעודת שבת פון בייטאג: "אשתמודעון ישראל דאינון בני מלכא", זעט מען אז די אידן זענען דעם אייבערשטנ'ס קינדער, "דאינון מהיכלא דמלכא", אז אידן זענען ביים אייבערשטן אין זיין פאלאץ וכו'.

#591 - א געבעט אויף שלום בית ביי די שבת ליכט
תפילות אויף אידיש, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב ליבערטי.


איך האב ערהאלטן די בריוו.


אויב איר ווילט אמת'ע שלום בית זאלט איר בעטן ביים צינדן די שבת ליכט א געבעט אויף שלום בית.


דער רבי זאגט (ספר המדות אות שלום, סימן א): "נֵרוֹת שֶׁל שַׁבָּת מַרְבִּין שָׁלוֹם", די שבת ליכט ברענגט שלום; איז דעמאלט א פאסיגע צייט צו בעטן אויף דעם, דא האט איר א קליינע תפלה צו בעטן ביים צינדן די ליכט:


"רבונו של עולם, העלף מיר און מיין מאן מיר זאלן זיין בשלום, מיר זאלן זיך ליב האבן, מיר זאלן זען נאר דאס גוטס איינער אויפ'ן צווייטן; הייליגער באשעפער, ראטעווע מיר פונעם יצר הרע וואס וויל צעברעכן אונזער שטוב, ער מאכט מיר טראכטן כאילו עפעס פעלט מיר, ער מאכט עס זאל מיר שטערן זאכן אויף מיין מאן וואס דארף עכט נישט אנגיין, ער וויל נאר אפקילן אונזער ליבשאפט; העלף מיר טאטע, מאך רוען די שכינה ביי אונז".


הצלחה רבה.

#590 - הייליג הייליג, ארויסגעטריבן די נישט גוטע
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די פרייליכע בריוו.


הייליג הייליג, יעצט וועלן אוועק גיין פון שטוב אלע נישט גוטע. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): "וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, "לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ" זיך שיין צו מאכן, "גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא" איז זי גורם אז עס זאל הערשן ארעמקייט אין שטוב, "וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא" און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. "וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא" אויך איז זי גורם אז די סמך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, און אז מען שערט זיך אפ, מען פאלגט צדיקים - איז מידה טובה אסאך מער ווי די קללה, מען איז זוכה ארויסצוטרייבן די נישט גוטע פון שטוב, די קדושה און די ברכות קומען אין שטוב.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#589 - נישט געפערליך צו בלייבן אין שטוב ראש השנה
חיזוק פאר פרויען, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


עס איז נישט געפערליך צו בלייבן אין שטוב ראש השנה ווען אייער מאן פארט צום רבי'ן, עס האט אויך מעלות; די קינדער האבן זייער שטוב, זייערע זמנים וכו', מען גייט אן מיט די שטוב ווירטשאפט. אויך קען מען אמאל זיך צוקריגן ביי א חבר'טע ווען עס הייבט אן ווערן איבערגעשטרענגט אדער ווען די אנדערע פרוי זאגט א קרום ווארט פאר אייער'ס א קינד, אדער איר זאגט א שטרענגע ווארט פאר יענעמ'ס קינד; אמאל און מער ווי אמאל האט מען א צעשטערטע ראש השנה.


בלייבט אין אייער דירה און פרייט זיך אז א גאנץ יאר האט איר א מאן וואס העלפט אייך, און יעצט פארט ער צום צדיק פועל'ן ישועות ורפואות, אמן.

#588 - א שרעקעדיגע חלום אין גן עדן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שבת ליכט, חלומות, גן עדן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


...


די שרעקעדיגע חלום אייערע ווי אלע זיצן אין גן עדן ביים שבת טיש, אלע מיט שיינע לייכטער און איר זיצט אין די זייט אנגעטון וואכנדיג מיט נישט שיינע לעכט; מיט דעם ווייזט מען אייך ווי טרויעריג עס איז אין הימל ווען מען נעמט נישט אויף דעם שבת פרייליך. ווייל דער הייליגער זוהר זאגט, פינקט אזוי ווי א פרוי צינדט די שבת לעכט – אזוי איז מען מקבל איר נשמה אויבן אין הימל, און דאס וואס האט פאסירט פאריגע שבת, איר האט נישט געדעקט טיש און נישט געצינדן די שבת לעכט אין די שיינע לייכטער, נאר געצינדן בעצבות צוויי קליינע טרעוול לעכט; האט מען אייך גלייך געוויזן די שרעקעדיגע חלום ווי אזוי עס וועט אויסזען אין הימל.


נעמט זיך פאר פון דעם שבת צו צינדן ליכט מיט שמחה און מיט שיינע לייכטער און שיין אנגעטון, און אפילו חס ושלום אויב עס וועט זיין זאכן וואס וועלן אייך מאכן בעצבות ומרה שחורה – וועט איר נישט וויי טון דעם שבת, איר וועט נישט ניצן די מצוה פון צינדן שבת לעכט פאר א סטראשע, און אויב חס ושלום עפעס שלעכט וועט פאסירן צווישן אייך און אייער מאן (עס זאל נישט פאסירן) – וועט איר נישט פארשעמען די שבת ליכט, וועט איר אויך זוכה זיין צו זיצן אין גן עדן מיט די שיינע שבת קליידער און מיט די שיינע לעכט.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן, טוט אלעס פאר אייער שלום בית, און אז איר ווערט וויי געטון פון אייער מאן – זאלט איר דערציילן אייער ווייטאג פארן אייבערשטן; טוט נישט גארנישט, מאכט נישט די זאכן וכו', עס העלפט נישט, עס מאכט נאר ערגער, גייט אביסל התבודדות, דערציילט דעם אייבערשטן אייערע געפילן, און בעטס דעם אייבערשטן ער זאל אייך פרייליך מאכן און די שכינה הקדושה זאל רוען אין שטוב.


איך וועל ענק ווייטער מחזק זיין, איך וועל רעדן צו אייער מאן ער זאל אהיים קומען צייטליך, און ווען ער קומט אהיים זאל ער אוועק לייגן די טעלעפאן, ער זאל אייך אויסהערן און רעדן שיין צו אייך, אבער אייך בעט איך איר זאלט מיט אלע כוחות רעדן ווייך, און אלע מאל מאכן א שמייכל; דאס וועט אים ציען צו אייך.

#587 - שווערן אז נאך די פטירה וועט מען גיין צום רבי'ן
חיזוק פאר פרויען, שמחת תורה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


בנוגע וואס דער רבי זאגט מען זאל שווערן מיט א ספר תורה אז "נאכן פטירה, נאכן אוועק גיין פון די וועלט – זאל מען מיך טראגן צום צדיק רבינו נחמן בן פיגא מברסלב זכותו יגן עלינו', און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו; שמחת תורה ביי די הקפות, ביים טאנצן מיט די תורה שווערט מען; איר פרעגט וואס איז מיט פרויען?


מוהרא"ש זאגט, פרויען קענען דאס טון ביי די מזוזה, מען כאפט אן די מזוזה און מען שווערט, מען זאגט: "איך שווער אז איך לאז נישט אפ דעם רבי'ן, און ווען איך וועל זיין א נפטר זאל מען מיך גלייך נעמען צום צדיק רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן", דאס איז א וועג צו ווערן געראטעוועט פון כל עקתין בישין דייתון לעלמא, בזה ובבא.

#586 - רירט נישט פון אייער צניעות קיין איין ריר
צניעות, חיזוק פאר פרויען, נעגל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


אויף די שאלה אויב מען מעג גיין אין א פלאץ וואס מען שניידט די נעגל און מען מאכט וכו' – אין די חדשים וואס מען ווארט למזל טוב.


דער ענטפער איז ניין, עס קען זיין א סכנה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מועד קטן יח.), חסידים פירן זיך צו פארברענען די נעגל, ווייל אפילו מען ווערט פון דעם געשעדיגט – דאך טוט א חסיד מער פאר אנדערע ווי פאר זיך, און ער געבט אכטונג נישט צו שעדיגן א פרוי וואס ווארט וכו'.


בלייבט מיט אייער איידלקייט, בלייבט מיט וואס איר האט געלערנט אין בית פיגא, רירט נישט פון אייער צניעות קיין איין ריר, וועט איר זוכה זיין אז די שכינה הקדושה וועט רוען ביי אייך אין שטוב, ענק וועלן זיך שטענדיג ליב האבן, ענק וועלן האבן פרנסה און קינדער, און נחת ביי די קינדער.

#585 - מזמור לתודה איז מסוגל להולדה
קינדער, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


אין די חדשים וואס מען ווארט וכו' – דארף מען זייער אכטונג געבן צו האבן ריינע אויגן, נישט קוקן קיין שלעכטס, ווייל אלעס גייט צו די זעל פונעם קינד, דערפאר פירן זיך ערליכע פרויען אין די חדשים נישט צו גיין אין א טיער גארטן (זָא), נישט צו קוקן אויף חיות און בהמות טמאות, נישט פוגם זיין די נפש, רוח ונשמה פונעם קינד.


איז זיכער אז קוקן מאוויס, שארטס, סטעטוס – פון עקלדיגע אויסגעלאסענע פריצות – טוט שעדיגן דאס קינד.


מזמור לתודה איז מסוגל להולדה, דאס איז דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; דאס ברענגט ישועות ורפואות.

#584 - וואס איז דען ווערד איין קאפיטל תהילים?
חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


קלאפט זיך נישט אראפ אז איר זאגט נישט קיין תהילים, איר זענט פאריאגט מיט די שטוב ארבעט, קוים וואס איר כאפט ארויס דא א קאפיטל און דארט א קאפיטל; ווייל טון די שטוב ארבעט איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, און אז מען קען ארויסכאפן איין קאפיטל תהילים – איז דאס אין הימל זייער טייער, אויבן איז דאס גאר אנדערש ווי דא, אויף די וועלט קוקט מען אן מיט ביטול 'איין קאפיטל', וואס איז דען ווערד אזוי ווייניג, אויבן קוקט מען דאס אן אנדערש, עס איז זייער חשוב.

#583 - אידישע מאמעס דארפן האבן אסאך כח
שלאפן, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, ער"ח מוקדם, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר קומט צו די כוחות, דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן נאך מער כח און שעפן נחת פון אייערע קינדערלעך.


נעמט ווייטער די מעדעצין צו קענען איינשלאפן, קלאפט זיך נישט אראפ, אלע נעמען מעדעצין, אלע נעמען ווייטאמין, אידישע מאמעס דארפן האבן אסאך כח צו קענען פירן די שטוב ווירטשאפט.


אז איר ווילט עפעס טון אין עבודת השם, זאלן אייערע ליפן שעפשען תודה והודאה, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אלעס וואס איר האט, פאר אייער טייערע מאן, פאר אייערע ליכטיגע קינדער און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#582 - ווילדע זאכן העלפט נישט פאר שלום בית
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין גרייט צו זיצן מיט ענק וויפיל שעה מען דארף נאר צו מאכן ביי ענק שלום בית, אבער איין זאך מוז זיך אויפהערן; מען קען נישט צונעמען דעם מאן'ס קליידער און די שליסל פון זיין קאר, מען קען נישט טון די זאכן, און ווער רעדט נאך צערייסן די כתובה; די זאכן קענען נישט געטון ווערן, דאס מאכט נישט בעסער, דאס מאכט נאר ערגער.


אז דער מאן קומט אהיים שפעט איז טאקע נישט גערעכט, אבער מען קען נישט טון די זאכן, און אז דער מאן קומט אהיים און ער איז צוגעקלעבט צו זיין טעלעפאן און ער הערט נישט ווען מען רופט אים, ער קלעבט צו זיין טעלעפאן - קען מען נאכאלץ נישט שלאגן, שטופן, אויסשפארן וכו'; דאס העלפט נישט, דאס מאכט נאר ערגער.


איך בין גרייט צו העלפן, איך דארף עס טון פשוט פאר מיין געזונט, איך ווער קראנק פון דעם, צו זען מיינע תלמידים ותלמידות זיך אזוי אויפפירן. איך בין גרייט צו זיצן מיט ענק וויפיל שעה עס וועט אויספעלן, אבער איין זאך, די זאכן מוזן זיך ענדיגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#581 - יעדעס קינד שיינט אויף זיין וועג
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בנוגע וכו'; יעדע מענטש האט א זאך וואס מען קען נישט טרעפן און געפינען ביי א צווייטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לד): "כי יש בכל אחד מישראל דבר יקר מה שאין בחבירו", יעדער איד האט עפעס וואס א טייערע שיינע זאך וואס מען קען עס נישט טרעפן ביי זיין חבר; אזוי דארף מען קוקן אויף אנדערע און זיכער ווען עס קומט צו די אייגענע קינדער, עלטערן דארף וויסן יעדע קינד איז א וועלט פאר זיך, מען טאר נישט לייגן קינדער אויפן וואגשאל, ערווארטן פון א קינד זאל זיין אזוי ווי דער ברודער אדער שוועסטער, דאס איז זייער נישט ריכטיג; אויך קען דאס גורם זיין אז די קינד זאל ווערן צעקלאפט און נישט קענען וואקסן, ווען די קינד שפירט אז מען איז נישט צופרידן וכו'.


אלע אייערע קינדער זענען ליכטיג און טייער, יעדע קינד שיינט אויף זיין וועג, און אז מען וועט אזוי קוקן אויף זיי – וועלן זיי זיך עפענען ווי שיינע בלומען און מען וועט זען פון זיי נחת און פרייד.


ווען איר שיידט אפ חלה און ווען איר צינדט די שבת לעכט, און ווען וכו'; ביי די דריי מצוות איז א צייט וואס פרויען קענען פועל'ן גרויסע זאכן.

#580 - טון אביסל, און נאכדעם נאך אביסל
חיזוק פאר פרויען, נקודות טובות, אביסל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט א טיפע שכל, און ווער עס ניצט דאס איז זיך ממש מחי'; דער רבי האט געלערנט: "אביסל איז אויך גוט", דאס איז א וואונדערליכע שכל, אז מען ווייסט די טייערקייט פון טון אביסל טוט מען אביסל און נאכדעם נאך אביסל, ביז מען קומט אן צו טון אלעס.


דאס איז ביי אלעס; דאס איז ביים לערנען, ביים זאגן תהילים, ביים זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, און אויך ביים רייניגן די שטוב; אז מען וויל מאכן אינגאנצן ריין – קען דאס אפהאלטן פון בכלל אנהויבן וכו', פון יאוש וכו', אבער אז מען קוקט אויף די ארבעט מיט די הקדמה פון רבי'ן, אז 'מעט גם כן טוב', אביסל איז אויך גוט – דעמאלט האלט מען זיך נישט אפ פון אנהויבן, מען הויבט אן ריין מאכן די שטוב על דעת צו טון נאר אביסל, און 'אביסל אביסל פילט זיך אן א שיסל', ביז מען קומט אן צו טון אסאך.


וואויל איז דעם מענטש וואס נעמט אן דעם רבינ'ס שכל, דער לעבט א חיים טובים.