בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#579 - וויינען ווען דער מאן שרייט
תפילות אויף אידיש, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, וויינען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב גערעדט צו אייער מאן, אויך האב איך אים געשריבן ער זאל פאררעכטן וכו', נישט ווארפן קיין פחד אויף אייך וכו'.


אויף אייער פראגע אז איר מורא צו וויינען ווען ער שרייט אויף אייך ווייל איר ווייסט פון די מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (כתובות סב:), איר ווילט נישט אייער מאן זאל געשטראפט ווערן, אבער פון די אנדערע זייט שפירט איר ווי דאס בארירט אייך.


איר מעגט וויינען, און אז עס וועט חס ושלום נאכאמאל פאסירן, ער וועט שרייען קולות אויף אייך אדער דערקוטשען (עס זאל נישט פאסירן), זאלט איר יא וויינען, דאס וועט אים דערשרעקן, ער וועט כאפן אז ער קען נישט שרייען און ווארפן א פחד, ווייל אייער מאן איז נישט קיין שלעכטער, עכט עכט וויל ער אייך נישט וויי טון, ער פארלירט זיך, ער פארגעסט זיך, און דאס מאכט אים שרייען וכו', און אז איר וועט אויסשיסן אין א געוויין וועט ער אייך זיכער איבערבעטן, און במילא וועט נישט זיין קיין סכנה.


שטארקט זיך, בעטס דעם אייבערשטן אז די ליבשאפט זאל זיך נישט אפקילן, איר זאלט האבן חן אין זיינע אויגן, און ער זאל האבן חן אין אייערע אויגן. תפילה איז אזוי שטארק, א שאד מען איז מזלזל אין דעם; וואלט מען געגלייבט אין תפילה, וואלט מען געהאט א שטארקע אמונה – וואלט מען שוין לאנג גע'פועל'ט.


ובכן, ווען איר צינדט אן די שבת לעכט, איר לייגט די הענט אויפן פנים – זאלט איר בעטן א שטילע תפילה צום אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער מאך ליכטיג אונזער שטוב, מאך רוען דיין שכינה אין שטוב, העלף מיר איך זאל ליב האבן מיין מאן, איך זאל אים אזוי ליב האבן אז איך זאל נישט נערוועז ווערן ווען ער זאגט און מוטשעט וכו', און אויב ער פארלירט זיך און שרייט – זאל איך נישט ווערן וויי געטון, איך זאל בלייבן פרייליך און ווייטער נאר זען גוטס אין אים".


אזוי זאלט איר טון, און אויך אינמיטן די וואך קען מען בעטן ביי די לעכט, די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה ס, טו), אז ביי די הייליגע אמהות שרה און רבקה האט א גאנצע וואך געברענט די לעכט, זיי האבן זיך שטענדיג מתבודד געווען.


וואויל איז דער וואס לעבט מיט תפילה, דער לעבט א חיים טובים.

#578 - די שיעורים וועלן אריינבלאזן א לעבהאפט
חיזוק פאר פרויען, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ...


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר ווילט העלפן אייער שוועסטער אין איר מצב וואס אירע נערווען זענען איבערגעשטרענגט, זאלט איר זי מיטנעמען צום וועכנטליכע שיעור; די שיעורים וועלן אריין בלאזן אין איר א רוח חיים, א האפענונג, עס וועט אריינגיין אין איר צוביסליך אמונה, ביז אירע נערווען וועלן צוריק שטארק ווערן. און אז איר מאן לאכט אפ פון דעם און מאכט אוועק די דיבורים פון רבי'ן בנוסח היכל הקודש - מעג זי נאכאלץ קומען הערן און זיך שטארקן.


דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק ט): "איזהו אשה כשרה, העושה רצון בעלה", ווער איז אן ערליכע פרוי? די פרוי וואס טוט דעם מאן'ס ווילן - מיינט נישט צו זאגן אפלאזן דעם רבי'ן, דאס מיינט מען גאר עפעס אנדערש, דאס מיינט מען לעבן מיט די מאן מיט ליבשאפט און שלום וכו' וכו', אבער לעבן מיט א צדיק, נאכגיין א צדיק און פאלגן א צדיק - דאס איז א זאך וואס מען מוז האבן, און נאר אזוי האט מען שמחת החיים, נאר אזוי פלאצן נישט די נערווען.


איך האב משפחה, ווייבלעך - וואס זייערע מענער האבן זיי אפגעהאלטן פון גיין צו די שיעורים, און די ווייבער האבן געזאגט נעם מיך צו א רב, איך וויל אים זאגן אז איך דארף די שיעורים פאר לעבן, פאר אטעמען, צו קענען זיין א מאמע און א ווייב, און אזוי האבן די מענער געטון; זיי זענען געגאנגען צו רבנים, און דער רב האט געזאגט אז א מאן קען נישט זאגן פאר זיין ווייב נישט אויסהערן שיעורים פון חיזוק אויף אמונה, חיזוק אויף זיין א מאמע און א ווייב.


נעמט איר מיט צו די וועכנטליכע שיעורים, דאס וועט אריינבלאזן א רוח חיים אין איר, זי וועט צוריק ווערן געזונט און שטארק.



 

#577 - פת שחרית ווען מ'קען נישט פארנעמען ברויט
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, פת שחרית

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בנוגע עסן פת שחרית וכו'; ביי אייך איז אנדערש, ווייל אז מען ווערט שוואך און די מאגן טוט וויי ווען מען עסט ברויט – איז פארקערט, זאל מען נישט עסן ברויט, נאר יוצא זיין פת שחרית מיט אזא עסן וואס דער מענטש קען פארנעמען, וואס די מאגן טוט פארדייען.


בנוגע גיין באזוכן עלטערן; עס פעלט נישט אויס צו גיין אינמיטן טאג וכו', אפילו ווען דער מאן ארבעט אלע טעג – קען מען גיין פארנאכטס. מען לייגט שלאפן די קליינע קינדער און מען בעט די עלטערע קינדער אכטונג צו געבן און מען כאפט זיך אריבער פאר א פופצן צוואנציג מינוט, מען שמועסט אביסל מיט טאטע מאמע, מען דערציילט זיי נחת פון די אייניקלעך, און אזוי קען מען דאס טון טעגליך (ווען מען וואוינט אין די זעלבע שטאט), און וועכנטליך (ווען מען וואוינט אין שטאט נעבן די אנדערע).

#576 - זיך אנטון א טיכל
חיזוק פאר פרויען, דאווענען, טיכל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאס וואס איר זאגט, איר ווילט באקומען אלע ברכות פארן זיך אנטון א טיכל; וויסן זאלט איר, דאס גיין בצניעות, מיט א טיכל – דאס אליין ברענגט אלע ברכות, איר דארפט נישט מיינע ברכות, די תורה בענטשט די פרוי וואס גייט אנגעטון איידל, מיט א צוגעדעקטע קאפ וכו', מיט ערליכע און הייליגע דורות, די שכינה הקדושה רוט ביי איר, די שלעכטע רוחות אנטלויפן, און אזוי ווייטער.


הויבט אן אייער טאג מיט ברכת השחר, פון מודה אני ביז נאך די יהי רצון פון שתצלינו היום מעזי פנים... ומדינה של גיהנום, נאכדעם ליינט קריאת שמע און זאגט די אני מאמין. און ביי ברכת השחר, ביי די ברכות פון הנותן לשכוי... שלא עשני גוי – דארף מען שטיין.

#575 - א צייט זיך אפצורוען און זיין א מאמע
חיזוק פאר פרויען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


די קומענדיגע יאר זאלט איר נישט צוריק קומען אין בית פיגא, איר דארפט זיך אפרוען, איר דארפט קומען צו זיך פון אייער געבוירענער בכור; רוט זיך אפ פאר א יאר און נאכדעם וועט איר צוריק קומען זיין א טיטשער.


דא און דארט ווען מען זוכט א 'במקום' צו איבערנעמען א טיטשער פאר א טאג צוויי וכו', דאס קענט איר טון, דאס איז נישט אזוי שווער פארן מח.


צעברעכט זיך נישט, זייט פרייליך, יעדע זאך האט איר צייט, יעצט איז א צייט פון זיך אפרוען און זיין א מאמע פאר אייער קינד.

#574 - איר קענט איבערדרייען אייער מאן צום גוטן
תודה והודאה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וויסן זאלט איר, אייער מאן איז אריבער פון זיין טאטע שרעקליכע פיין, זיין טאטע איז א רוצח, ער האט אים אזוי געפייניגט ביז ער האט אים פארברענט זיין מח, און יעדע מאל איר וועט רעדן צו אייער מאן, אויב וועט ער שפירן ווי איר האלט אים פאר – וועט ער גלייך אנהויבן מיט ליגנט וכו', אזוי ווי אלס קינד און אלס בחור; דאס טוט ער נישט פאר שלעכטס, ער טוט דאס נישט אייך אויסצושפילן, דאס פאסירט פון זיך אליין, פון געוואוינהייט וכו'.


איר וויינט, איר דארפט א מאן, איר שפירט ווי איר לעבט אן א מאן, איר שפירט ווי איר האט נאך א קינד אין שטוב, איר זענט אויס מענטש, איר זאגט איר קענט נישט ווייטער אזוי אנגיין; טייערע מרת ..., איר זאגט דאך אזוי גוט, איר אליין זאגט די עצה, איר שפירט ווי איר לעבט מיט נאך א קינד, איז וואס טוט איר ווען אייער קינד פירט זיך אזוי אויף, זאגט ליגנט, דרייט ארום? וואלט איר נישט אוועק געווארפן די קינד, נאר געקוקט אויף די מעלות און געזוכט די פינטלעך גוטס, און ערווארטעט אז זיין ווייב זאל לעבן שיין מיט אים, אזוי אויך מיט אייער מאן, זוכט דאס גוטס, און דאנקט דעם אייבערשטן אז ער איז א גוטער, א ווייכער, א גוט הארץ, ער האט טאקע נישט די שטארקקייט וכו', אבער ער איז דאך פול מיט מעלות; אז איר וועט אזוי טון – וועט זיך אלעס איבער דרייען לטובה.

#573 - עסן ביי די עלטערן די פלייש וואס זיי געבן
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר פרויען, כשרות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


 ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז אייער צניעות איז אזוי הייליג און טייער אין הימל, עס ברענגט ישועות סיי פאר ענק און סיי פאר די גאנצע וועלט, ווייל בזכות די פרויען וואס גייען אנגעטון איידל און באשיידן - ווערט די וועלט אפגעהיטן פון שלעכטס.


אויף אייער פראגע וואס צו טון ווען ענק גייען צו אייער שווער און מען געבט דארט פלייש וואס איז נישט למהדרין מן המהדרין וכו', וואס זאלן ענק טון; ענק קענען עסן ביי די עלטערן די פלייש וואס זיי געבן, אז די עלטערן זאלן נישט ווערן וויי געטון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#572 - שולד געפילן וועלן נישט העלפן
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, שולד געפילן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ...


בנוגע וואס מיר האבן גערעדט פון די שולד געפילן וואס פייניגן אייך, אז איר זענט שולדיג וכו' אז זי איז אראפ פון די אידישע וועג רחמנא לצלן, און דאס איז צוליב דעם וואס איר האט זי געטשעפעט וכו' וכו'.


די שולד געפילן וועלן אייך נישט העלפן, די שולד געפילן וועט איר נישט צוריק ברענגען צום אייבערשטן, עס ווערט נאר אייך אריינלייגן אין דעפרעסיע און אייך חרוב מאכן; ענדערש זאלט איר זאגן יעדן טאג א תפילה צום אייבערשטן פאר איר, בעטס אויף אייער אייגענע שפראך, אין אידיש, א תפילה, זאגט:


"הייליגער באשעפער העלף אז ... זאל תשובה טון, זי זאל צוריק קומען צו די תורה וועג, הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף ...'ס נשמה און אויף אלע פארבלאנזשעטע נשמות, אידישע טייערע נשמות וואס זענען פארבלאנזשעט, וואס האבן אפגעלאזט די תורה.


הייליגער באשעפער ברענג זיי אלע צוריק צו דיר, און אויך אויף מיר האב רחמנות, איך בין א רחמנות, עס פייניגט מיר מיין געוויסן, איך הער נישט אויף טראכטן אויף וואס איך האב געטון ווען איך בין געווען יונג און נאריש, זיי מיר מוחל און נעם אן מיין צעבראכן הארץ, איך קען נישט זיין א געזונטע מאמע און א געזונטע ווייב אזוי, מאך מיך פרייליך, אנא ה' הושיעה נא".


זאגט די תפילה יעדן טאג וועט די שולד געפיל אוועק גיין, און זי וועט תשובה טון און חתונה האבן און אויפשטעלן אידישע דורות.

#571 - מעג מען איינקויפן אויפ'ן קאמפיוטער?
חיזוק פאר פרויען, עבודת השם, אנליין שאפינג

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל נאכאמאל קלאר מאכן אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם איינצוקויפן אויפן קאמפיוטער (שאפינג אנליין), די אלע בריוון און שיעורים קעגן דעם קאמפיוטער, אז דאס איז א מכשף (מחשב) דאס איז בנוגע האלטן אין שטוב וכו', דעמאלט ווערט אויס שטוב, אויס מאמע וכו', אבער גיין אין א קיאסק אדער צו אן אפיס מפעם לפעם ערלעדיגן די שטוב זאכן און איינקויפן וואס מען ברויך – דאס קען מען.


בנוגע וכו'; אדרבה, עס איז זייער גוט ליב צו האבן שיינע זאכן, א שיינע הויז, שיינע קליידער וכדומה, דער רבי וויל אונז נישט מאכן שלעפערישע מענטשן וואס לעבן אן טעם און אן געשמאק, דער רבי וויל גאר עפעס אנדערש פון אונז, ער וויל מיר זאלן געדענקען אז עס איז דא א באשעפער, אין די שיינע הויז זאל מען דאנקען דעם אייבערשטן, אין די שיינע קאר זאל מען רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן, מיט שיינע טישטוכער מיט שיינע קליידער – זאל מען זיין שטאלץ אז מען איז א איד.

#570 - קריגט זיך נישט מיט די נישט גוטע מחשבות
חיזוק פאר פרויען, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען קריגט זיך מיט מחשבות ווערן זיי נאר שטערקער און ערגער, דאס איז די טבע פון די יצר הרע, ווי מער מען ענטפערט אים - ווערט ער שטערקער, דעריבער וויל איך אייך בעטן, קריגט זיך נישט מיט די נישט גוטע מחשבות, און ווען זיי קומען און זיי זאגן אייך איר גייט פלאקערן אין גיהנום - זאלט איר זיך נישט וויסנדיג מאכן, ענטפערט זיי 'אפילו איך וועל דארפן אריבערגיין די גיהנום וועל איך אבער נאכדעם זיצן אין גן עדן מיט די הייליגע פרויען'.


אזוי ווי דער הייליגער זוהר דערציילט (שלח, דף קסז:), דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי האט געשיקט א נשמה זאל פרעגן אין הימל אויב עס איז דא גן עדן פאר פרויען, די נשמה איז צוריק געקומען און געשריגן צו רבי שמעון בר יוחאי: "אִי רַבִּי" געוואלד רבי שמעון וואס איך האב געזען, "שִׁית הֵיכָלִין אַחְזִיּוּ לִי" זעקס פאלאצן פון גן עדן האב איך געזען, "בְּכַמָּה עִנּוּגִין וְעִדּוּנִין" דארט איז דא אלע פארגענוגן, אין איין היכל זיצט בתיה די טאכטער פון פרעה וואס האט זיך מגייר געווען און געראטעוועט משה רבינו און אים אויפגעצויגן, און מיט איר זיצן צענדליגער טויזנטער נשמות פון די ערליכע פרויען, און יעדן טאג קומט דארט באזוכן משה רבינו.


אויך האט דער שליח דערציילט פאר רבי שמעון בר יוחאי ווי אין איין היכל זיצט סרח בת אשר מיט צענדליגער טויזנטער נשמות, און יוסף הצדיק קומט יעדן טאג צו זיי, דארט איז אזוי ליכטיג, מען זיצט דארט און מען לויבט דעם אייבערשטן.


אין איין היכל זיצט יוכבד די מאמע פון משה רבינו, מיט טויזנטער נשמות פון אידישע פרויען. זיי זינגען דארט יעדן טאג די שירת הים און אלע צוגייען פון די זיסקייט פון די שירה.


אין די פערטע היכל גן עדן זיצט דבורה הנביאה, און אזוי ווייטער, און אלע אידישע מאמעס וואס ציען אויף די קינדער בדרך התורה קומען אן אין די היכלות.


טענה'ט זיך נישט מיט די עקלדיגע מחשבות וואס קלאפן אייך אראפ, זאגט זיי 'יא יא, טאקע טאקע, גיהנום, גן עדן, עס גייט מיר נישט אן די זאכן, איך וויל נאר דעם אייבערשטן'; ווייל אויב איר וועט זיך מיט זיי קריגן וועלן זיי ווערן שטערקער, נאר זאגט זיך 'דער אייבערשטער האט מיך ליב, דער אייבערשטער ווארט צו זען ווי איך בין פרייליך'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#569 - אויב מיין מאן וואלט געווען אזוי, וואלט מיר גוט געווען
שמחה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אויף איין זאך דארפט איר זיך פארלייגן, אויף שמחה, און אויף קוקן גוט אויף זיך אליין, דאס וועט אייך העלפן זיין א מאמע און האבן א גוטע שלום בית, ווייל אלעס ווענדט זיך אויב מען איז צופרידן און מען איז אין א גוטע גוסטע.


עס איז א טעות ביי ווייבלעך וואס מיינען אויב מיין מאן וואלט געווען אזוי און אזוי וואלט מיר גוט געווען, און אויב מיין מאן וואלט געטון אזוי און אזוי, גערעדט אזוי, און אהער און אהין – וואלט מיר זיס געווען, עס האט גארנישט מיטן מאן, עס איז די מענטש אליין.


אויב מען איז צופרידן מיט זיך איז די לעבן גוט און זיס און אויב מען האט זיך ליב, מען ווייסט אז דער אייבערשטער האט מיך ליב, דער אייבערשטער זארגט פאר מיר – דארף מען שוין קיינעם נישט, און אלעס ווערט גוט, מען איז א גוטע מאמע און א גוטע ווייב.

#568 - די נארישע מחשבות קומען פון נישט זיין פרייליך
שמחה, אמונה, חיזוק פאר פרויען, מחשבות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכין תמוז, כ"ד סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די מחשבות מאכט זיך ביי אסאך, די מחשבות קומען פון ווייניג אמונה. מען רעדט פון אמונה אין זיך, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "האסטו אין דיר נישט קיין אמונה". דאס איז געווען ווען רבי נתן איז געווען ביים רבי'ן, און דער רבי האט געזאגט די תורה פון ליקוטי מוהר"ן (חלק ב', סימן פו), אז ווען מען האט נישט קיין אמונה דארף מען טון שווערע עבודות, דערציילט רבי נתן: "איך האב גלייך געטראכט 'וואס מיינט דער רבי דא? איך האב דאך אמונה?' און דער רבי האט גלייך תופס געווען מיינע מחשבות און אויף מיר געגעבן א שריי 'און אז דו האסט יא אמונה האסטו אבער אין דיר נישט קיין אמונה'", עיין שם (שיחות הר"ן, סימן קמ).


דאס איז די סיבה פון די מחשבות וואס איר טראכט אז אייער מאן דארף אייך נישט וכו', דאס קומט פון אייער אייגענע צעקלאפטקייט.


טוט אלעס צו זיין פרייליך, זייט זיך מוסר נפש אויף שמחה, ווייל די אלע נארישע מחשבות קומען פון נישט זיין פרייליך, און בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט אים שפירן, איר זאלט אים זען, איר זאלט זיין שטארק מיט זיך אליינס, וועט איר מער נישט האבן די דמיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#567 - שלאפן העלפט פאר געזונטע נערווען און פאר אמונה
שלאפן, אמונה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכין תמוז, כ"ד סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך צו הערן אז דיין ווייב קומט מער און מער צו אירע כוחות, איך בעט פאר איר זי זאל זיין געזונט פיזיש און גייסטיש און ענק זאלן האבן אלעס גוטס.


זע דיין ווייב זאל שלאפן גענוג, און אויך זאל זי גיין שלאפן פרי נישט שפעט, מען דארף שלאפן גוטע שעות, שפעטסטנס זאל זי גיין שלאפן עלף אזייגער. שלאפן איז זייער וויכטיג פאר די מח, שלאפן העלפט פאר געזונטע נערווען און פאר אמונה. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קי): "יש כמה שטותים ובלבולים המתדבקים ומתחברים בהמח", עס קלעבט זיך אן אינעם מח אסאך שטותים און בלבולים, "ובפרט בלבולי האמונה", און עס שאט ספעציעל פאר אמונה, "ועל ידי השנה נפרדים מהמח", און דורך שלאפן גייט עס אוועק, "וביותר מועיל השנה לאמונה", און אז מען שלאפט העלפט עס זייער פאר א שטארקע אמונה, מען ווערט אויסגערוט, מען קומט צו זיך; זאלסטו זען אז דיין ווייב זאל גיין שלאפן צייטליך, וועט זי קומען צו אירע כוחות.


זאג איר עס איז גארנישט שלעכט צו נעמען מעדעצין, זאג איר אז אלע נעמען מעדעצין, זי זאל זיך נישט אראפקוקן.


מאך איר פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#566 - נישט כדאי צו עסן שארפע עסן
חיזוק פאר פרויען, שמחות, עסן, שמות הצדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, י"ב סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע, איינער האט אייך געזאגט אז אויב מען עסט שארפע עסן אין די חדשים וכו' העלפט דאס צו האבן קלוגע שארפע קינדער וכו', איר ווילט וויסן אויב דאס איז טאקע אזוי, און אויב עס איז כדאי; עס האט נישט איינס מיטן צווייטן, דאס איז באבע מעשיות.


בכלל איז נישט כדאי צו עסן שארפע עסן. מוהרא"ש זאגט (ספר קדושת ישראל, אות אכילה), מען זאל נישט עסן קיין שארפע עסן און נישט קיין געזאלצענע און זויערע עסן, "כי דברים אלו מזיקים מאוד מאוד לבריאות", ווייל די עסן שאדט פארן געזונט.


אין די צייט וואס מען גרייט זיך אויף שמחות איז גוט צו זאגן "שמות הצדיקים" נעמען פון צדיקים, און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; זאלט איר זאגן די נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, שלמה המלך, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאלט איר זאגן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיךְ נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#565 - הייליגער באשעפער, געב מיר כח און מאך א נס
תפילות אויף אידיש, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס נישט וואס אייך צו זאגן, פון איין זייט ווי קען מען לעבן מיט א מאן וואס דערנידערט און באזידלט וכו' וכו', און פון די אנדערע זייט ווי קען מען גיין צעברעכן א שטוב ווען עס איז דא ליכטיגע קינדער, זיסע קינדער; איך שטיי צעמישט, איך ווייס נישט וואס צו ענטפערן.


בלייבט איבער די עצה פון משיח צדקינו, די עצה פון זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן אויף פראסט אידיש, אים בעטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, מאך מיר א נס, פיר מיך אויף די ריכטיגע וועג, געב מיר שלום בית, געב מיר שכל צו וויסן ווי אזוי צו זיין ווייך און שיין צו מיין מאן, און אין די זעלבע צייט זיין שטארק ווי א לייב נישט אוועק רירן די שטוב פון מסורה, פון אידישקייט, פון צניעות. הייליגער באשעפער איך בין אזוי צעבראכן, איך האב נישט מער קיין כח, געב מיר כח און מאך א נס עס זאל צוריק קומען די חן און די ליבשאפט"; אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, און אויך זאלט איר צולייגן נאך ווערטער פון הארץ, ביז דער אייבערשטער וועט אייך העלפן, עס וועט צוריק קומען די חן און די ליבשאפט, און די שטוב וועט בלייבן גאנץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#564 - שפירן א זיסע טעם אין די מצוות
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז אידישע פרויען זענען זייער זייער טייער ביים אייבערשטן, און דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די תורה און די הלכות נישט אונז צו קנס'ענען, נאר פאר אונזער אייביגע גוטס. די הלכות וואס איז צווישן מאן און ווייב איז פאר אונזער גוטס, און אז מען היט די הלכות האט מען א לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, און אויב חס ושלום מען היט נישט די הלכות - וועט מען פריער אדער שפעטער באקומען א קלאפ השם ישמרינו.


ווי לאנג מען ווייסט נישט די טייערקייט פון די הלכות - זעט עס אויס ווי א שווערע זאך וכו', אבער אז מען גלייבט אז די תורה איז די שענסטע זאך, די בעסטע זאך, די זיסטע זאך - איז א מחי' צו היטן די הלכות.


אז עס איז אייך שווער - זאלט איר טון די עצה פון דער הייליגער רבי, איר זאלט יעדן טאג בעטן פאר די פרט, איר זאלט דאס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן. זאגט: "הייליגער באשעפער יעדע מאל עס קומט צו היטן די הלכות ווער איך אזוי דערביטערט, איך שפיר ווי איך בין גארנישט ווערד, ווי מען דארף מיך נישט וכו', ווי א דערווייטערטע וכו', העלף מיך אייבערשטער איך זאל היטן די מצוות, די הלכות - מיט א שמחה, איך זאל זיך פרייען יעדע מאל איך האלט די הלכות, איך זאל נישט דארפן קיין באצאלונג, איך זאל נאר וועלן טון נאך מצוות און נאך מצוות".


אזוי זאלט איר בעטן יעדן טאג, און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות. שמועסט אויס די געפיל מיטן אייבערשטן, און בעטס אים אויף צו טון די מצוות מיט שמחה, וועט איר אנהויבן שפירן א זיסע טעם אין די מצוות, ביז איר וועט שוין נישט וועלן קיין שום שכר אויף די וועלט, איר וועט נאר וועלן טון נאך מצוות. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (אבות ד, ב): "שְׂכַר מִצְוָה, מִצְוָה", ווי דער רבי טייטשט דאס (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), אז מען וויל שוין גארנישט, מען וויל נאר קענען האבן די זכי' צו טון נאך און נאך מצוות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#563 - איך בין די בעסטע, קיינער איז נישט בעסער
חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך נישט אראפקלאפן, די שלעכטע מחשבות וואס קומען אריין נאכאמאל און נאכאמאל אז איר זענט נישט א גוטע און נישט קיין ערליכע און נישט קיין מאמע און נישט קיין ווייב, דאס איז אלעס פונעם יצר הרע וואס וויל אייך אומגליקליך מאכן, אנשטאט זיך קלאפן - זאלט איר זיך אויפהייבן. זאגט אייך אליין 'איך בין א גוטע, איך בין אן ערליכע' איך בין א מאמע, און א ווייב, און איך בין די בעסטע, קיינער איז נישט בעסער'.


דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט: "עס איז נישט קיין קונץ אראפצואווארפן א איד, א קונץ איז אויפהייבן א איד".


איך בעט פאר אייך איר זאלט זיין געזונט און שטארק, און זיך פון קיינעם נישט לאזן צעברעכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#562 - מענטשן וואס האבן הנאה פון דערשרעקן
קינדער, חיזוק פאר פרויען, מרה שחורה

בעזרת ה' יתברך - עש"ק פרשת אחרי קדושים, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס רעדט איר פון די אלע דמיונות וכו'? פארוואס יעצט זיין בעצבות - ווייל אפשר ווען מען גייט האבן דאס קינד וועט מען אריינפאלן אין עצבות? וואס איז די נארישקייט פון אויסהערן מענטשן וואס האבן הנאה פון דערשרעקן?!


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן מט), שלעכטע מחשבות, דאס איז דער יצר הרע, 'יצר' איז טייטש מאלן, מען מאלט זיך אויס, מען טראכט זיך אויס 'הרע', איך בין שלעכט. יצר טוב מיינט, מען טראכט גוט, מען מאלט זיך אויס גוט, איך בין גוט, יעדער איז גוט.


הערט נישט אויס די וואס דערשרעקן אייך אז נאכן האבן דאס קינד וועט איר אריינפאלן אין א דעפרעסיע, און אפילו אז אייערע נאנטע דערשרעקן אייך, אייער משפחה - זאלט איר  זיך גוט אויסלאכן, און זינגט זיך: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיך".


מוהרא"ש ברעגט דעם מאמר החכם: "הֶעָבָר אַיִן", וואס איז געווען איז שוין געווען, "וְהֶעָתִיד עַדַיִן", און וואס גייט זיין - איז דאך נאכנישט דא, "וְהַהוֹוֶה כְּהֶרֶף עַיִן", און די הוה איז דאך נישט מער ווי איין רגע, "דַאֲגָה מִנַּיִן", איז דאך נישט שייך צו דאגה'נען.


זארגט נישט, דאגה'ט נישט, עס וועט אייך גארנישט צוגעבן, עס וועט גארנישט בעסער מאכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין ק:): "לֹא תֵעִיל דַוְיָא בְּלִבְּךְ", זאלסט נישט ארום גיין מיט דאגות, "דְגַבְרֵי גִיבָּרִין קָטַל דַוְיָא", ווייל דאגות האט שוין גע'הרג'עט אסאך גיבורים; וואס יא? וואס איז די בעסטע זאך צו טון ווען עפעס טוט וויי? גיין צום אייבערשטן, אים בעטן פשוט'ע ווערטער אויף די פשוט'ע שפראך, ער זאל אייך געבן א ישועה.


 

#561 - פון פאלגן א צדיק האט מען נישט חרטה
קינדער, חיזוק פאר פרויען, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע מצורע, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט זיך און פרייט זיך אז איר האט וועם צו פרעגן אייערע שאלות, און לאזט נישט דעם סמ"ך מ"ם פארדרייען דעם קאפ און אייך מאכן חלישות הדעת, און אז מען האט אייך געזאגט איר זאלט אביסל ווארטן וכו' – זאלט איר נישט ווערן פון דעם צעבראכן און טראכטן היתכן אנדערע זאגט מען נישט צו ווארטן, און נאר אייך זאגט מען צו ווארטן וכו'; וואס האט איר מיט אנדערע און וואס דארף אייך אנגיין וואס אנדערע טוען? פון פאלגן א צדיק וועט איר נישט חרטה האבן.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייערע ליכטיגע קינדער, און יעצט איז די צייט זיך אפצורוען וכו'; צעקלאפט זיך נישט, צעברעכט זיך נישט, איר זענט א גוטע מאמע, איר זענט א גוטע ווייב.


גייט יעדן טאג שפאצירן צווישן די גראז און ביימער, דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייערע ליכטיגע קינדער און דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א מורה דרך וועם צו פרעגן אייערע שאלות, דאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#560 - פעטש העלפט נישט, שלאגן און שרייען העלפט נישט
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע מצורע, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פעטש העלפט נישט, שלאגן און שרייען העלפט נישט; אז אייער קינד פאלגט נישט און הערט נישט - וועט פעטש נישט העלפן, ציפן שלאגן וועט נישט העלפן, עס איז א סכנה אז מען שלאגט, מען ציפט; באלד וועט א שכן זען און רופן די פאליציי און מען וועט חס ושלום אוועק נעמען די קינדער.


איך האב פאר אייך א בעסערע עצה, איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליך, זיי זאלן פאלגן וכו' וכו', דאס איז די בעסטע עצה. אויך ווען אייערע קליינע קינדער קומען אהיים זאלט איר אלעס וואס דארף ווערן ערלעדיגט טון פריער אדער שפעטער, און ביי די צייט וואס זיי קומען אהיים פון חדר און סקול זאל אייער מח זיין פאר זיי, זיי אויסהערן, זיי פארשפילן, זיי פארציילן, זיי פיטערן, זיי פרייליך מאכן וכו' וכו'.


פארגעס נישט פון תפילה, דער רבי האט אונז געגעבן משיח'ס שווערד, דער רבי זאגט אז משיח וועט אייננעמען די וועלט מיט תפילה והתבודדות, און אזוי אויך יעדער איד קען ניצן די חרב התפילה פאר אלעס וואס ער דארף, זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אין אייער שפראך, אידיש, בעטס אים: "הייליגער באשעפער העלף מיר, מיינע קינדער זאלן אויסוואקסן געזונט, ערליך, הייליג און ריין וכו'".


איך בין מתפלל איר זאלט האבן כח, און זוכה זיין צו אויפציען שיינע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#559 - אריבערגעגאנגען שרעקליכע מעשיות אלס קינד
אמונה, חיזוק פאר פרויען, טערעפי, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב געליינט די אלע שרעקעדיגע מעשיות וואס איז אריבער אויף ענקער שטוב ווען איר זענט געווען א קינד, און אזוי ווייטער אלע שווערע טעג, עס טוט מיר וויי צו הערן וואס איר האט אלץ געליטן אין לעבן.


וויסן זאלט איר, דורך דעם רבינ'ס עצות קען מען זיך אויסהיילן די נפש פון אלעמען; דורך רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, און אפילו יאר נאך יאר - גייען ארויס אלע אלטע ווייטאג און מען ווערט אויסגעהיילט. ווייל דאס רעדן מיטן אייבערשטן ברענגט א שטארקע אמונה פארן מענטש, מען הויבט אן פארשטיין אז מען פארשטייט גארנישט, מען הויבט אן כאפן אז די וועלט פירט זיך מיט א פינקטליכער חשבון, אלעס איז פונעם אייבערשטן, און אזוי ווערט מען אויסגעהיילט. דער רבי טייטשט דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת עז.): "מַאי טַעֲמָא עִזֵּי מַסְגָּן בְּרֵישָׁא" פארוואס זעט מען אז ווען עס גייען ציגן מיט שעפסן, אז די ציגן גייען ערשט, "וְהָדַר אִמְרֵי" און נאכדעם גייען די שעפסן? "כִּבְרִיָּתוֹ שֶׁל עוֹלָם" אזוי ווי די וועלט איז באשאפן געווארן, "בְּרֵישָׁא חֲשׁוֹכָא" ערשט איז געווען פינסטער, "וְהָדַר נְהוֹרָא" און שפעטער איז געווארן ליכטיג, אזוי אויך גייען ערשט ציגן וואס זענען מער טונקל ווי די שעפסן, וואס זיי זענען מער ליכטיג; טייטשט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ה): "עִזֵּי זֶה בְּחִינַת אֱמוּנָה" ציגן ווייזן אויף אמונה, און די שעפסן דאס ווייסט אויף רפואה, "כִּי צָרִיךְ לְהַקְדִּים אֱמוּנָה בִּתְחִלָּה, וְאַחַר כָּךְ זוֹכִין לִרְפוּאָה" מען דארף חזר'ן די אמונה, און אזוי איז מען זוכה צו א רפואה.


נאר דאס רעדן מיטן אייבערשטן היילט די נפש, ווי מער מען רעדט און מען שמועסט מיטן אייבערשטן, מען דערציילט אים אלעס וואס איז אריבער אין לעבן - אלץ מער ווערט מען אויסגעהיילט. די אמונה ווערט אויפגעבויט, מען האט מער נישט קיין טענות אויף קיינעם, מען באשולדיגט נישט קיינעם; נישט די עלטערן, נישט די משפחה, מען פארגעבט יעדן איינעם און אויך זיך אליין; מען איז זיך אליין מוחל, מען לעבט נישט מיט שולד געפילן, מען געדענקט שטענדיג 'אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז גארנישט דא אויסער אים'.


מאכט אייך א שיעור אין לערנען די בריוו פון ספר אשר בנחל, עס בלאזט אריין א גייסט פון אמונה, א גייסט פון שפירן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#558 - מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט אלעס צוריק גיין צום גוטן
אמונה, חיזוק פאר פרויען, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - ליל שישי פרשת פקודי, כ"ח אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט אייך מחזק און זייט מחזק ענקער טאכטער אז דאס וועט אריבערגיין, דער אייבערשטער וועט אייך נישט פארלאזן. מיר דארפן גלייבן אז אלעס וואס גייט אריבער אויפן מענטש איז אלעס לטובה, דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, און אז מען פארשטייט נישט וואס איז די גוטס - איז דאס אויך פאר די טובה; ווארט די פאר וואכן וואס ער היילט זיך, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט אלעס צוריק גיין צום גוטן.


דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט זינגען: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אָנָא אֶמְּצָאֶךָ, אַוואוּ טַאטֶע זִיסֶער קֶען אִיךְ דִיר גֶעפִינֶען? וְאָנָּא לֹא אֶמְּצָאֶךָ, אוּן אַוואוּ טַאטֶע זִיסֶער קֶען אִיךְ דִיר נִישְׁט גֶעפוּנֶען? אַז סְ'אִיז גוּט - אִיז דָאךְ דוּ, אוּן אַז חָלִילָה פַארְקֶערְט - אִיז דָאךְ וַוייטֶער דוּ, אוּן אַז סְ'אִיז דוּ - אִיז דָאךְ גוּט, אוּן אַז סְ'אִיז גוּט - אִיז דָאךְ וַוייטֶער דוּ, קוּמְט אוֹיס אַז שְׁטֶענְדִיג אִיז דוּ, דוּ אוּן נָאכְאַמָאל דוּ"; דער צדיק פלעגט זינגען די ניגונים מיט אידישע קינדער אריינצוברענגען אמונה אין זיי, און חזר'ן מיט זיי אמונה אין בורא כל עולמים.


א מענטש וואס לעבט מיט אמונה - איז שטענדיג פרייליך. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה חַיָּיו חַיִּים, וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", ווער עס האט אמונה - דער לעבט א גוט לעבן און ער פארברענגט זיינע טעג און יארן נאר מיט גוטס. "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב, בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", ווייל ווען עס גייט אים אלעס אזוי ווי ער וויל, איז דאך גוט, "וַאֲפִלּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִין חַס וְשָׁלוֹם גַּם־כֵּן טוֹב", און אפילו ווען עס גייט אים נישט גוט, ער ליידט יסורין חס ושלום - איז אים אויך גוט,"כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן און אים העלפן. ווייל 'אז דער אייבערשטער ברענגט מיר די שלעכטס איז דאך זיכער אז דאס איז גוט פאר מיר', "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם, חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל, כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת, כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל, מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל, וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב, מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", אבער דער וואס האט נישט קיין אמונה - האט נישט קיין לעבן, ווייל ווי נאר עס גייט אים עפעס שלעכט - האט ער נישט קיין שום טרייסט, ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן ווייל ער גלייבט דאך נישט אינעם אייבערשטן רחמנא לצלן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ כַּנַּ"ל", אבער דער וואס לעבט מיט אמונה - האט א שיינע זיסע לעבן.


זייט אייך מחזק און זייט מחזק ענקער טאכטער; יעצט קומט יום טוב פסח, וועט מען זען די גרויסע נסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#557 - הייליגער באשעפער העלף מיר, איך בין זייער דעפרעסט
תפילות אויף אידיש, שמחה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זאגט יעדן טאג די תפילה, וועט איר זען א גרויסע ישועה:


"הייליגער באשעפער העלף מיר, מאך מיך פרייליך, איך בין זייער צעבראכן, איך בין זייער דעפרעסט, איך האב נישט קיין טעם אין מיין לעבן.


הייליגער באשעפער העלף מיר, איך בין א מאמע פון קינדער, איך דארף כח און שמחה זיי צו קענען אויפציען, זיי קאכן עסן, זיי מאכן ריינע וועש, זיי געבן ליבשאפט.


הייליגער באשעפער מאך א נס, איך זאל זיין פרייליך, אזוי וועל איך אנהויבן דיך צו שפירן און איך וועל האבן כח צו זיין א מאמע פאר מיינע קינדער און א ווייב פאר מיין מאן, אמן".


זאגט די תפילה יעדן טאג, וועט איר זען ווי נאך אפאר טעג וועט אייך בעסער ווערן, איר וועט אנהויבן שפירן בעסער.

#556 - די שענסטע זאך איז איידלקייט און באשיידנקייט
צניעות, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך בעטן איר זאלט זיך אנטון איידל אזוי ווי אמאל, טוט זיך צוריק אן געהעריגע קליידער וואס גייען ביז נאך די קניען און טוט אויס די הויזן. דאס איז נישט שיין פאר א פרוי; מענער גייען מיט הויזן און פרויען מיט קליידער, דאס איז שיין און דאס איז הייליג.


איך בעט אייך זייער, ווערט נישט בייז אויף מיר אז איך זאג אייך, איך זאג נאר ווייל ענק זענען ביי מיר חשוב, איך וויל ענקער גוטס; די שענסטע זאך וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר אידישע טעכטער - איז איידלקייט און באשיידנקייט.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים און פלעכטס אריין אייערע אייגענע תפילות און לויב ווערטער צום אייבערשטן אין אייערע אייגענע שפראך, דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן - ברענגט גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#555 - עצות פאר א גוטע שלום בית
שמחה, תודה והודאה, אמונה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, י"ח אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער הודעה.


איך וועל רעדן צו אייער מאן ער זאל זיך פירן שיין צו אייך און אייך פרייליך מאכן.


אבער איך וויל איר זאלט וויסן אז די עצה צו האבן א גוט לעבן ליגט אין אייערע הענט, עס האט נישט צוטון מיט אייער מאן, עס האט נישט מיט קיינעם, עס האט נאר מיט אייך. איר דארפט אריינעמען אין זיך אמונה, חזר'ן אמונה, וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער איז דא, ער איז נעבן אייך, מיט אייך און ביי אייך, דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער געבט דעם מענטש אלעס, די מאן, קינדער, שידוכים, פרנסה, אלעס אלעס איז פונעם אייבערשטן, עס איז נישט דער און נישט יענער, נישט דער מאן קען עפעס טון, נישט די קינדער קענען עפעס מאכן, עס איז אלעס דער אייבערשטער.


ווי נאר מען נעמט אין זיך אריין די אמונה, מען הייבט אן גלייבן אז קיין שום זאך פאסירט פון זיך אליין, אלעס איז פונעם אייבערשטן - ווערט ליכטיג, און אוי וויי, ווי ביטער און פינסטער עס ווערט ווען מען רעדט זיך איין אז דאס וואס מען גייט אריבער איז פון א בשר ודם, עס ווערט אזוי שלעכט, מען פאלט אריין אין א דעפרעסיע, און פון דעם קומט השם ישמרינו א נערווען צאמבראך רחמנא לצלן.


איך בעט אייך זייער, נעמט די ערשטע אני מאמין פון די דרייצן אני מאמין און זאגט דאס אן א שיעור מאל יעדן טאג; זינגט צו אייך הויך אויפן קול די ערשטע אני מאמין: "אֲנִי מַאֲמִין" איך גלייב, "בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה" מיט מיין גאנצע הארץ, "שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ" אז דער אייבערשטער, "הוּא בּוֹרֵא" ער באשאפט, "וּמַנְהִיג" און פירט, "לְכָל הַבְּרוּאִים" אלע באשעפענישן, "וְהוּא לְבַדּוֹ" און ער אליין, "עָשָׂה" האט געטון, "וְעוֹשֶׂה" און טוט אלעס אויף דער וועלט, "וְיַעֲשֶׂה" און וועט ווייטער אלעס טון, "לְכָל הַמַּעֲשִׂים" אלעס וואס פאסירט אויף דער וועלט; איר וועט זען עס וועט אייך ווערן גוט, איר וועט שפירן אויסגעלייזט.


אז איר וועט גיין צו א שלום בית מאכער וועט יענער מאכן פון אייך א געשפעט, יענער וועט מיט וויינען מיט אייך און אין די זעלבע צייט ארויסשלעפן שווערע געלטער וואס ענק האבן נישט, און וואס וועט אייך יענער קענען העלפן? ווען ער קען זיך אליין נישט העלפן, און אויב חס ושלום איר וועט אנקומען צו איינעם מיט לינקע פארדארבענע השקפות, וואס וועט אייך צו רעדן צו וואוינען אליין, אן א מאן, וועט זיין אויף אייך א ביטערע רחמנות, און אפגערעדט אויף אייערע טייערע זיסע קינדער. עס וועט ווערן ט' באב, עס וועט חרוב ווערן די דריטע בית המקדש, ענקער שיינע משכן ה' וועט חרוב ווערן. איך ווייס מעשיות פון פרויען וואס האבן געוויינט זייער גאנץ לעבן און זיך אויפגעגעסן פון גארנישט און נישט, פאר יעדן איינעם בארעדט זייער מאן, און דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף די מענטשן, און זיי אוועק גענומען פון די וועלט, דעמאלט האבן זיי זיך אויפגעוועקט און וויינען היינט, אוי וויי, א שאד, מיר האבן געהאט אזא וואוילער מאן און מיר האבן אים נישט געהאלטן טייער.


איך בעט אייך זייער, נעמט א פאפיר מיט א בליי און שרייבט אראפ אפאר גוטע זאכן אויף אייער מאן, אויך שרייבט אפאר גוטע זאכן אויף אייך און אויף אייערע קינדער, און נעמט אייך יעדן טאג צוויי מינוט אין א שטילע פלאץ און שמועסט אויס די צעטל מיטן אייבערשטן, רעדט צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטע פריינד און זאגט אים שכוח פאר די גוטע זאכן, און פרובירט אלץ צוצולייגן נאך א גוטע זאך און נאך א גוטע זאך, און דאנקט דעם אייבערשטן; דאס וועט ארויסטרייבן די עצבות און אריינברענגען אן אמת'ע פרייד אין הארץ, ביז די נערווען וועט ווערן אזוי שטארק, מען וועט שפירן א זיסקייט אין לעבן.


נעמט אן די ווערטער פון דעם בריוו, וועט אייער לעבן ווערן איין שטיק גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.