בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#101 - ביים קאכן און באקן לכבוד שבת, איז א גרויסע עת רצון
שבת קודש, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


מיר זענען זייער דאנקבאר פאר אייער איבערגעגעבנקייט פאר אונזער מוסד, מיר ווייסן וויפיל מי און פלאג, טעג און נעכט – איר לייגט אריין; אייער גאנצע כח לייגט איר אריין פאר די מוסד, אלעס זאל זיך פירן גוט און געזעצליך וכו'.


בזכות די מסירות נפש זאלט איר זוכה זיין צו ברכות וישועות און אלעס וואס ענק דארפן, און נחת פון די קינדער און אלע אייערע דורות.


ביים קאכן און באקן לכבוד שבת – איז א גרויסע עת רצון, מען קען דעמאלט בעטן און אויס'פועל'ן; מען זאגט "לכבוד שבת קודש" און מען בעט: "הייליגער באשעפער, בזכות וואס איך גרייט אן די פיינע עסן לכבוד שבת - זאלסטו מיר העלפן מיט..."

#100 - יישר כח פארן העלפן די קהילה אזוי געטריי
משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די קהילה אזוי געטריי, זיין א וואלענטיר וכו' לטהרתן של ישראל; עס איז א גרויסע מצוה און א גרויסע זכות.


א גרוס פון אייערע ליכטיגע קינדער, זיי פירן זיך לשם ולתפארת.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן סייעתא דשמיא און הצלחה אין אלעס וואס איר טוט.

#99 - איך שטוין ווי איר זענט אזוי איבערגעגעבן פאר היכל הקודש
משמש דעם רבי'ן

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך שטיי און איך שטוין ווי ענק ביידע געבן זיך אזוי אוועק ענקער לייב און לעבן פאר קהילות היכל הקודש מהבוקר ועד הערב, און פון ביינאכט ביז אינדערפרי; מיט אזא איבערגעגעבנקייט, אָן קיין שום ערווארטונגען מען זאל ענק עפעס צוריק טון.


איך בין מתפלל פאר ענק און איך וואונטש ענק, דער אייבערשטער זאל ענק געבן הצלחה, ענק זאלן זען נחת ביי ענקערע דורות און בלייבן געטריי העלפן דעם רבינ'ס זאך זאל ווערן שענער און שענער.


 

#98 - אראפנעמען די עול פון שאפן געלט
אומאן, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר בשם די גאנצע קהילה, און באזונדער דאנק איך דיר פון מיר אליין פארן מיר גרינגער מאכן מיין ארבעט, מיטן אראפנעמען די עול פון שאפן געלט פאר די רענט פון ישיבה און פון אלעס ארום.


א באזונדערע יישר כח פארן שאפן יעצט נדבנים פאר די נייע בנין אויף לינקאלן פאר בית פיגא.


און א באזונדערע דאנק פארן העלפן אין אומאן מיטן נייעם שאטער וואס מען שטעלט אויף די יאר נעבן אונזער בנין, צו קענען עסן דארט די סעודות.


מיטן מיר העלפן אז די עול פון די געלט זאל נישט ליגן אויף מיר – נעמסטו א חלק אין אלעס וואס מיר טוען; דיין זכות איז זייער גרויס.

#97 - מיט'ן העלפן אין באזאר, העלפט איר די קהלה
תהלים, שטעטל, משמש דעם רבי'ן, קליידער, באזאר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ב סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך דאנק אייך פארן העלפן אין די באזאר, יעדעס מאל איר העלפט ארויס די באזאר - העלפט איר מיר בויען די שיינע קהילה; דאס איז א זכות פאר אייך און פאר אייערע דורות.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים מיט א שמייכל; עס איז גאר אנדערש תהילים מיט א שמייכל; עס גייט ארויף זייער הויך, ביזן אייבערשטן אליין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#96 - משמש דעם הייליגן רבי'ן ביים נייעם שול אין בית שמש
משמש דעם רבי'ן, נחת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בית שמש


איך בין זייער פרייליך צו הערן פון די גוטע זאכן וואס דו טוסט פאר אונזער נייעם שול אין בית שמש, דו לייגסט אריין אזויפיל הארץ מיט פלאג אז אלעס זאל קלאפן, אלעס זאל זיין גוט און געשמאק פאר די מתפללים.


דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן, מאכן די שול געשמאק פאר די מתפללים - זאלסטו האבן נחת פון דיינע קינדער אינאיינעם מיט דיין בני בית.


א גרוס פון דיין זון, ער לערנט און פירט זיך מיט יראת שמים. איך האף צום אייבערשטן ער וועט בקרוב טרעפן זיין גוטע שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#95 - דאס העלפן די סקול, וועט דיר ברענגען אלעס גוטס
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שידוכים, משמש דעם רבי'ן, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהר, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


די מנהלת תחי' האט דערציילט אז איר האט זייער ארויסגעהאלפן מיטן צוגרייטן די שבת התוועדות פאר די בית פיגא תלמידות, זי זאגט איר האט אראפגענומען פון איר די גאנצע עול, איר האט אלעס צוגעשטעלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות וואס איר העלפט אין סקול מיט אלעס וואס מען דארף, איר העלפט די מנהלת מיט וואס זי בעט אייך – זאלט איר זוכה זיין צו א גוטע שידוך, אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט ערליכע דורות.


מאכט יעדן טאג התבודדות, רעדט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך; בעטס דעם אייבערשטן פאר אן ערליכע גוטע שידוך, פאר ערליכע געזונטע דורות; ווייל נאר מיט תפילה און התבודדות איז מען זוכה צו דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#94 - אלע וואס העלפן בויען די שטעטל וועלן נישט דערלייגן
שטעטל, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


איך בין דיר זייער מכיר טובה פארן מיר העלפן בויען די שטעטל קרית ברסלב מיטן דרייוון די שאטעל פון אינדערפרי ביז ביינאכט. דאס העלפט די שטעטל זייער שטארק; אז די פרויען זאלן נישט זיין איינגעשפארט דורכן טאג ווען דער מאן ארבעט, זיי זאלן קענען גיין איינקויפן אין גראסערי, גיין צו חברט'עס וכדומה, במילא העלפט דאס אין אלעס; אין געזונט וכו', אין שלום וכו' וכו'.


בזכות וואס דו העלפסט מיר בויען די שטעטל קרית ברסלב זאלסטו טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט אידישע ערליכע דורות.


אלע וואס העלפן מיר בויען די שטעטל וועלן נישט דערלייגן, סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#93 - דער בעל הבית פון גראסערי קומט העלפן אין חדר
מלמדים, משמש דעם רבי'ן, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס האט מיר געלוינט צו זיין ביי די ברכת האילנות מיט די קינדער פון תלמוד תורה פון שטעטל, צו זען די הערליכע בילד ווי דער בעל הבית פון לעמאנעיד גראסערי בכבודו ובעצמו איז א במקום (סאב) פאר א מלמד וואס האט נישט געקענט קומען; איך האב אזוי הנאה געהאט דאס צו זען, דאס ווייזט אז דיין גאנצע הארץ איז פארן רבי'ן, דו ווילסט העלפן מיט וואס מען דארף, און אז יעצט דארף מען א במקום אין חדר - פאסט דיר צו קומען און דאס טון.


איך דאנק דיר פארדעם און איך בעט פאר דיין הצלחה.


לערן יעדן טאג גמרא, לאז נישט דער טאג אריבערגיין אן עפענען די גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#92 - פארלאז זיך נאר אויפ'ן אייבערשטן
משמש דעם רבי'ן, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ג אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן, בזכות די אלע גוטע זאכן וואס דו טוסט פארן הייליגן רבינ'ס מוסד און פאר קהילות היכל הקודש, זאלסטו האבן גרויס שפע און נחת פון דיינע קינדער און אייניקלעך.


פארלאז זיך נישט אויף קיינעם, פארלאז זיך נאר אויפן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#91 - וואס קען איך היינט טון פאר די מוסד?
מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע מיידל, דער אייבערשטער זאל העלפן דו און דיין ווייב זאלן זען אסאך נחת און איר אויפציען לתורה ולחופה ולמעשים טובים.


פרעג דעם מענידזשער אליעזר אדער דער אדמיניסטראטער רפאל, אפשר קענסטו האלטן די ווענס; דאס אנצינדן מזמן לזמן, עס זאל נאך ארבעטן פארן זומער. מיר דארפן האבן די ווענס פאר זומער צו טראגן די עסן צו די קעמפס וכדומה, און אז עס שטייט לאנג אן נוצן – ווערט דאס חרוב.


עס איז דא נאך אסאך זאכן וואס מען קען העלפן, מען דארף נאר וועלן העלפן, מען דארף האבן אינגעלייט זאלן כסדר רופן דעם מענידזשער אדער אדמיניסטראטער פרעגן: "וואס קען איך היינט טון פאר די מוסד?"


געלויבט דעם אייבערשטן ביי מיר גייט אריבער רוב טאג מיט די מוסדות, מיט די חינוך הבנים והבנות, דאס איז מיין שענסטע און וויכטיגסטע זאך, און איך האף צום אייבערשטן אז דאס וועט זיין א כפרה און א תשובה און א תיקון אויף וואס איך דארף מתקן זיין.


איך שרייב דיר ווייל איך שפיר אז דו האסט א שטיקל געפיל פאר די מוסדות.

#90 - זייער מכיר טוב פאר'ן זיך אוועקגעבן פאר די מוסד
הכרת הטוב, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פקודי, ב' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער זכות איז זייער גרויס בזה ובבא פארן אוועקגעבן פון זיך אזויפיל, אוועקגעבן פון אייער באקוועמליכקייט, אלעס אז אייער חשוב'ער מאן זאל קענען העלפן אונזער מוסד, ער זאל קענען טון פאר אונזערע דורות.


איך פערזענליך בין אייך זייער מכיר טובה, און אויך די גאנצע קהילה איז אייך זייער מכיר טובה פארן טון אזויפיל פאר אונזערע קינדער.


בזכות די מסירות נפש זאלט איר זען נחת ביי אייערע דורות.

#89 - די ארבעט וואס די אפיס לייגט אריין די מוסד זאל אנגיין
תפילה והתבודדות, מוסדות, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין נעכטן געווען באזוכן אין שטעטל פון פארטאגס ביז אויף דער נאכט, איך בין געווען דורכאויס דעם גאנצן טאג אין חדר, ישיבה, בית פיגא און אין אפיס, איך בין געזיצן מיט די איינגעשטעלטע אין אפיס, מיטן אדמיניסטראטאר, מיטן מנהל און די סעקרעטעריס, ווי אזוי מען קען מאכן זאכן ארבעטן בעסער.


איך וויל דיר בעטן זאלסט מחזק זיין דיין ווייב זי זאל ווייטער בלייבן העלפן אין אפיס, זי טוט א גוטע ארבעט, א גאר גוטע ארבעט, איך ווייס נישט צי די עלטערן ווייסן וואס טוט זיך אונטערן ווארט 'חדר', אונטער די ווארט 'בית פיגא', די אפערעישן וואס די אפיס שטעלט אהער, אז די מוסד זאל קענען אנגיין.


געב איר איבער אז מיר זענען זייער צופרידן פון די ארבעט וואס זי לייגט אריין טאג טעגליך, ובזכות המצווה הזאת זאלן ענק זען ישועות, בני חיי ומזוני, געזונט, און מיט שמחה.


ברודער, אינדערפרי גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן, הויב אן די טאג מיט א שפאציר, הייב אויף דיינע אויגן צום הימל און זאג ארויס אפאר ווערטער, אלעס וועט דיר גיין גרינגער.


 

#88 - קומט נישט מיט די משפחה צו מיר אום פורים
שטעטל, משמש דעם רבי'ן, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אזוי געטריי די מוסדות; ווי מער מען טוט פארן רבי'ן – איז דאס א סימן אז מען איז דאנקבאר פאר אלעס וואס מען האט זוכה געווען צו באקומען פון רבי'ן.


עס קומט יום טוב פורים, עס פעלט נישט אויס אריינצוקומען אין שטאט, בלייב אין שטעטל. נעמט אייך צוזאם אנשי שלומינו, דאווענט מנחה, מאכט א סעודה, אלע זאלן ברענגען עפעס לכבוד די סעודה, טרינקט וויין לכבוד פורים, טאנצט אינאיינעם און שרייט אויס: "להודיע שכל קויך לא יבושו ולא יכלמו לנצח כל החוסים בך!"


אויך געב איבער פאר אלע אברכים מען זאל נישט ארויפקומען צו מיר אין שטוב פורים, ווער עס וויל ברענגען משלוח מנות – קען ברענגען, אבער נישט קומען זיצן ביי מיר און נישט קומען מיט די משפחה למען קדושה וצניעות, איך האב א קליינע דירה און עס איז נישט אויסגעהאלטן צו קומען מיט די משפחה.


איך האף צום אייבערשטן אז אנשי שלומינו וועלן זיך צוהערן און טון וואס איז ריכטיג, ביי מוהרא"ש איז געווען א קליינע עולם, איז געווען אנדערש, היינט ביי אונז וואס דער עולם וואקסט – מוז מען מאכן אנדערש.

#87 - א חבורה פון בחורים און אינגעלייט צו העלפן אין ישיבה
ריינקייט, משמש דעם רבי'ן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט העלפן אין די ישיבה, זיך אומקוקן און מסדר זיין אלעס זאל זיין מסודר, ריין, און וואס מען דארף פאררעכטן – צו פאררעכטן. היינט זענען דא געווען אינספעקטארס, זיי האבן פארמאכט אונזער קאך צוליב זאכן וואס איז נישט מסודר, און צוליב מייז.


נעם אפאר געטרייע אינגלייט און בחורים, מאך א חבורה פון בחורים און אינגעלייט וואס ווילן העלפן, פאררעכטן, שענער מאכן, און בעיקר רייניגן די ישיבה.


אויך זאלסטו זיך אביסל פאראויס רוקן מיטן פארלענען פאר די בחורים, די ווינטער זמן איז שוין אריבער, שוין צייט צו ענדיגן די מסכתא און גיין צו נאך א מסכתא, לאז נישט אויס קיין איין טאג פון פארלערנען פאר די בחורים.


אויך זאלסטו מיר מודיע זיין יעדע מוצאי שבת קודש אלע אינגעלייט וואס ווילן קומען רעדן צו מיר זונטאג, עס איז מיר גרינגער ווען איך ווייס א טאג פאראויס אלע וואס קומען רעדן.

#86 - ארבעט מיט געטרייע בחורים די בנין הישיבה זאל זיין מסודר
משמש דעם רבי'ן, ישיבה, חדר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נעם אפאר געטרייע בחורים וואס האבן א געפיל צו די ישיבה, און ארבעט מיט זיי אינאיינעם אז די בנין הישיבה זאל נישט זיין נאכגעלאזט און נישט מסודר.


היינט זענען דא געווען אינספעקטארס, זיי האבן אונז פארמאכט די קאך צוליב נישט מסודר און נישט ריין.


בעט איך דיר, אויב דו קענסט מיר העלפן; מאך א חבורה בחורים וואס זענען ווארעם צום רבי'ן, עס זענען דא בחורים וואס האבן א שטארקע געפיל צום רבי'ן, זיי זענען גרייט פאר אלעס, זיי וועלן גיין אין פייער און וואסער צו העלפן די ישיבה, העלפן די מוסד.


ביטע העלף מיר.


אויך אין חדר זאלסטו אריינלייגן אין די קינדער א חיות; זינג און טאנץ מיט זיי ניגוני אמונה און ברסלב'ער ניגונים.

#85 - ווען יעדער ארבעט צוזאמען, איז מען זייער מצליח
מחלוקת, שטעטל, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, אחדות, קליידער

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


געב איבער דיין ווייב תחי' א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס זי טוט פאר אונזער קהלה, קהילת 'היכל הקודש' חסידי ברסלב; ספעציעל מיטן העלפן אין די באזאר אז די איינוואוינער זאלן קענען איינקויפן פאר כמעט בחינם קליידער פאר די גאנצע משפחה.


אז מען האט אזעלכע געטרייע פרויען וואס ארבעטן מיט הארץ און מיט חשק - דאס איז די סוד פון אונזער הצלחה. מענטשן וואונדערן זיך, ווי אזוי קהילת היכל הקודש איז אזוי מצליח, ווי קען זיין א קליינע קהילה זאל זיך אזוי שנעל בויען? א שטעטל, אזויפיל מוסדות - סיי אין חוץ לארץ און סיי אין ארץ ישראל, אזויפיל בתי מדרשים און מקוואות, א בית הדפוס אין ארץ ישראל און אין אמעריקע, א ילד שעשועים פאר קימפעטארינס, און אזויפיל שיינע זאכן, אן קיין עשירים; וואס איז דער סוד? דער ענטפער איז צוויי זאכן, איינס דער רבי לערנט אונז לעבן מיטן אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן, שמועסן מיטן אייבערשטן, יעדע זאך נעמט מען אריין דעם אייבערשטן, דאס אליינס איז די גאנצע הצלחה, און נאך א זאך, אז די געטרייע אנשי שלומינו, אלע - מקטן ועד גדול - אלע העלפן בויען די קהילה, סיי די מענער, סיי די פרויען; אלע זענען דא פאר איין סיבה, צו אוועקשטעלן א פלאץ פאר אונז און פאר אונזערע קינדער, א פלאץ צו קענען לעבן מיט תורה, מיט אמונה, מיט יראת שמים אן קיין חובות.


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל אנהאלטן איר געטריישאפט מיטן העלפן ביי די באזאר, די געשעפט האט שוין געשפארט הונדערטער טויזנטער דאלער פאר אזויפיל מענטשן, עס גייט נישט אריבער א טאג וואס א משפחה זאל מיר נישט שרייבן אז זיי האבן איינגעקויפט העמדער, הויזן און קליידער פאר אלע קינדער פאר צוואנציג דאלער, אנשטאט הונדערטער דאלער.


אויך זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב עס זאל זיין שלום צווישן די העלפערס, מען זאל נישט באליידיגט ווערן ווען איינער זאגט אדער האלט פאר וכו', מען דארף נישט נעמען יעדע זאך צום הארץ, מען זאל נישט ווערן באליידיגט פון קיינעם נישט. מיר זאגט מען אויך קריטיק, מיר באמערקט מען אויך, און ווען נישט די צוואה וואס מוהרא"ש האט מיר געבעטן אפאר טעג איידער ער איז אוועק פון דער וועלט, איך זאל אכטנג געבן אויף שלום - וואלט איך זיך אויך געקענט צעקריגן מיט יעדע צווייטע מענטש, אבער עס שטייט מיר פאר די אויגן די פנים פון מיין רבי, איך זע ווי מוהרא"ש בעט מיר: 'זיי מוותר, געב נאך, זע עס זאל זיין שלום'; דאס האלט מיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#84 - אויסלערנען די מיידלעך קאכן און באקן, און ווי אזוי נאכצורוימען
הכרת הטוב, משמש דעם רבי'ן, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך באקום גאר גוטע גריסן אז דיין ווייב באווייזט וואונדער מיט די תלמידות אין בית פיגא, מיטן זיי אויסלערנען קאכן און באקן; געב איר איבער א גרויסן יישר כח, איך בין איר זייער דאנקבאר. פרעג איר אויב זי קען אויך אויסלערנען ווי צו אוועק וואשן טעפ נאכן קאכן און באקן, און אויך די וועג ווען מען קאכט און מען באקט זאל זיין מיט א ריינקייט וויפיל מען קען.


איך בין ענק זייער דאנקבאר; ביי מיר איז די מוסד מיין לעבן, און ווער עס העלפט די מוסד איז ביי מיר זייער זייער באליבט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#83 - דאס חסד וואס מען טוט מיט אנדערע, דאס וועלן מיר מיטנעמען
מקוה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


דאס ביסל וואס מען טוט צו העלפן בויען מוסדות וואו מען איז מחנך אידישע קינדער פאר אמונה און תורה – דאס וועט בלייבן לנצח נצחים, און דאס חסד וואס מען טוט מיט אנדערע – דאס וועלן מיר מיט נעמען.


א באזונדערע דאנק קומט אייך פארן מאכן אזוי באקוועם די מקוה טהרה; אלע זענען צופרידן, אלע זאגן ווי געשמאק מען מאכט זיי; דאס איז זייער א גרויסע זכות פאר אייך און אייערע דורות.

#82 - אלע גוטע מעשים פונעם מאן, וועט די ווייב באקומען די זעלבע שכר
משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך דאנק אייך זייער פאר אלעס וואס אייער מאן נרו יאיר טוט פאר אונזערע מוסדות, איך ווייס עס איז נישט גרינג, איר האט אלעס אוועק געגעבן אבי צו העלפן די מוסדות; דער אייבערשטער וועט ענק באצאלן מיט גוטס, מיט נחת, מיט גליק און פרייד.


אלע גוטע מעשים וואס דער מאן טוט – וועט די ווייב באקומען שכר אזוי ווי ער, אויב זי העלפט אים, זי נעמט א גלייכע חלק אין אלע זיינע גוטע מעשים.

#81 - העלפן די מוסד, איז א זכות לנצח נצחים
משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, ב' טבת, ז' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די מוסד, עס איז א זכות לנצח נצחים, און א באזונדערע דאנק פארן ארויפלייגן ווי מער משפחות אין שטאט אויף די וואוטשערס פראגראם, אז מען זאל קענען באצאלן די איינגעשטעלטע.


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט נחת ביי אייערע קינדער.

#80 - וואס מען טוט פארן רבי'ן איז א הצלחה פארן מענטש בזה ובבא
סקול, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך הער זייער גוטע גריסן פון די מנהלת אז איר טוט אייער ארבעט זייער געטריי מיט גרויס אחריות; איר זענט זייער געטרייע אין סקול מיט די בעבי-סיטינג, איר געבט זיך אוועק בלב ונפש פאר די קינדער מיטן גאנצן הארץ.


וואס מען טוט פארן רבי'ן איז א הצלחה פארן מענטש בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#79 - ענדערש בלייבן אין כיתה ביים דאווענען
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, משמש דעם רבי'ן, דאווענען, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן פון די מנהלת תחי' א שיינע גרוס, אז איר האט באקומען א געפיל צו דאווענען, איר דאווענט שיין אין כיתה.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט ענדערש בלייבן אין כיתה ביים דאווענען, און אז איר ווילט העלפן די סקול - זאלט איר העלפן ווען מען שפילט אדער ווען מען לערנט, אבער דאווענען זאל זיין ביי אייך די הייליגסטע זאך.


בעטס זיך אויס פאר א גוטע שידוך, בעטס דעם אייבערשטן פאר א מאן וואס וועט בלייבן לערנען זיין גאנצע לעבן, בעטס דעם אייבערשטן פאר א שטוב מיט יראת שמים, פאר ערליכע דורות, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן באלייכטן די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#78 - ווען מיר העלפן די מוסד, איז דאס אסאך מער פאר אונז אליין
הכרת הטוב, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יישר כח פארן העלפן די מוסד; סיי דער מנהל ר' מרדכי און סיי די מנהלת מרת לעסער זאגן מיר אז דו ארבעסט זייער געטריי, און וואס זיי בעטן פאר די חדר און סקול - ווערט גלייך געטון.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט נישט אפלאזן די הייליגע ארבעט פון משמש זיין דעם רבי'ן, בפרט מיט די מוסד; וויפיל מיר מיינען מיר העלפן די מוסד - איז דאס אסאך מער פאר אונז אליין, דאס משמש זיין דעם רבי'ן איז די גרעסטע טובה פאר אונז, בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#77 - גענוג לעקטער צו קענען מאכן הייצונג אין ישיבה קטנה
משמש דעם רבי'ן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דארף פון דיר א טובה. איך בין היינט געווען אין ישיבה אין שטעטל, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיצן מיט די בחורים, איך האף צו קומען כאטשיג איינמאל א וואך זיצן מיט זיי במשך די טאג.


אבער די פלאץ האט נישט קיין הייצונג, די בחורים זיצן מיט מאנטלען, מיט סוועטערס, עס איז שטארק קאלט, יעצט איז שוין ווינטער אין שטעטל. מען זוכט א נדבן צו קענען אריינשטעלן הייצונג, און ביז דערווייל נוצט מען אייוועלעך, אבער די לעקטער האלט נישט, עס קראכט.


אפשר קענסטו קומען מאכן די לעקטער עס זאל נישט קראכן? מען זאל קענען איינשטעקן (היטער"ס) אייוועלעך.


שכוח, שכוח.