בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - פרשת פרה רייניגט מען זיך אויף יום טוב פסח
תפילה והתבודדות, קדושה, תשובה, לימוד התורה, פסח

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תשא-פרה, י"ז אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע חבורה תלמידי היכל הקודש ברסלב בירושלים עיר הקודש, ה' עליהם יחיו.


איך שרייב אייך אפאר ווערטער, דאס זאלט איר לערנען צוזאמען ביי שלוש סעודות.


איך וויל אייך זייער בעטן אז בשעת מען לערנט פאר זאל מען נישט שמועסן; עס דארף זיין שטיל, מען דארף זיצן מיט דרך ארץ, נאר אזוי קען מען מקבל זיין די גוטע עצות.


די וואך שבת איז זייער א גרויסער שבת, מען ליינט די פרשה פון טהרת ישראל, די פרשה פון פרה אדומה; מיט דעם איז מען מקיים (הושע יד, ג): 'וּנְשַׁלְּמָה פָרִים שְׂפָתֵינוּ', דאס איז די הכנה צו קענען מקבל זיין דעם הייליגן יום טוב פסח, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עד): "אַחַר פּוּרִים קוֹרִין פָּרָשַׁת פָּרָה שֶׁהִיא הֲכָנָה לְפֶסַח, כִּי פָּרָשַׁת פָּרָה קוֹרִין כְּדֵי שֶׁיִּהְיוּ נִזְהָרִין לִטָּהֵר מִטֻּמְאַת מֵת, כְּדֵי שֶׁיִּהְיוּ טְהוֹרִין לַעֲשׂוֹת הַפֶּסַח", ווי אזוי איז מען זיך מטהר פון טמאת מת? דורך: 'וּנְשַׁלְּמָה פָרִים שְׂפָתֵינוּ', מיט'ן רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער פסוק זאגט (הושע, שם): "קְחוּ עִמָּכֶם דְּבָרִים וְשׁוּבוּ אֶל ה', אִמְרוּ אֵלָיו כָּל תִּשָּׂא עָוֹן וְקַח טוֹב, וּנְשַׁלְּמָה פָרִים שְׂפָתֵינוּ"; אז מען רעדט צום אייבערשטן, מען דערציילט אים אלעס וואס גייט אריבער, דורכדעם ווערט מען ריין פון אלעס אויף וואס מען דארף תשובה טון, און דער אייבערשטער איז מוחל אויף אלעס.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות'; א מענטש זאל גיין אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער זאל דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים. ווען א מענטש זאגט פאר'ן אייבערשטן אז ער וויל זיין ערליך; ער וויינט צו אים: "רבונו של עולם, וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל? וויפיל מאל איך נעם זיך פאר צו זיין וואויל פאל איך נאכאמאל אראפ!" דורכדעם נעמט ער אראפ פון זיך אלע עונשים; דער אייבערשטער איז אים מוחל און נעמט אים צוריק.


בפרט א מענטש וואס דער יצר הרע האט אים געפאנגען אין זיין נעץ, ער זינדיגט אין די מיאוס'ע עבירה פון פגם הברית, זאל ער נעמען די עצה פון התבודדות און זאגן דעם אייבערשטן וואס ער וויל באמת טון, ער זאל זאגן: "רבונו של עולם, באמת וויל איך זיין ערליך, ריין און הייליג, אבער עס גייט מיר נישט, איך האלט אין איין אראפפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, עס איז מיר נמאס דאס לעבן"; ווען מען טוט דאס, מען קומט צום אייבערשטן און מען גיסט זיך אויס דאס הארץ, נעמט דער אייבערשטער אלע זיינע תפילות און ער איז זוכה דורכדעם אויסצומעקן אלע קליפות ומשחיתים וואס ער האט באשאפן דורך זיינע מעשים.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט לערנען יעדן טאג; יעדער זאל לערנען זיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו), אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום, אביסל משניות און אסאך בלעטער גמרא. גמרא פארברענט דעם יצר הרע; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; דערפאר האט דער סמ"ך מ"ם זייער מורא פון א דף גמרא, אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש טון, אבי נישט עפענען א גמרא.


איך בין נאך נישט געווען ביי אייך אין שול אין ירושלים, אבער מיין הארץ איז מיט ענק; איך טראכט פון ענק און איך בעט פאר ענקער הצלחה.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, ווען איך וועל זיין אין ארץ ישראל וועל איך קומען צו אייך זיך מחזק זיין אינאיינעם.

#6 - זע צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן מיט די עצה פון "התבודדות"
תפילה והתבודדות, שלום בית, לימוד התורה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', אסרו חג, כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


 לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


פסח האבן מיר זוכה געווען צו עסן די הייליגע מצה וואס דער זוהר הקדוש רופט אן (זוהר שמות, קפג:): "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא", 'עסן וואס ברענגט אמונה', אזוי אויך רופט עס דער זוהר הקדוש אן (פרשת תצוה, קפג:): "מֵיכְלָא דְּאַסְוָותָא", 'עסן וואס ברענגט א רפואה'; זאל דער אייבערשטער דיר געבן און פאר אונז אלע - א רפואה.


איך וואונדער זיך זייער צי דו לערנסט נאך משניות און גמרא; אמאל פלעגסטו מיר זאגן דיינע סיומים, דאס האט מיר מחי' געווען הערנדיג אז דו כאפסט אריין עפעס אייביגע גוטס וואס וועט בלייבן מיט דיר.


זע צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן מיט די עצה פון "התבודדות"; נעם זיך אראפ אפאר מינוט א טאג ווען דו זאלסט גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און דו זאלסט זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן. בעט אים אלעס וואס דו דארפסט און דערצייל אים אלעס וואס דער יצר הרע טוט מיט דיר במחשבה, דיבור ומעשה; דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה): "הִתְבּוֹדְדוּת הוּא מַעֲלָה עֶלְיוֹנָה וּגְדוֹלָה מִן הַכֹּל", די עבודה איז העכער פון אלעס, און אלע צדיקים זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות דורך די הנהגה פון התבודדות.


זע צו רעדן שיין צו דיין ווייב תחי'; דו האסט באקומען א מתנה פון הימל א טייערע ווייב, זאלסטו איר אויפהייבן מיט גוטע ווערטער וועט זי דיר זיין געטריי דיין גאנץ לעבן.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די ליכטיגע קינדער וואס דו האסט; ווי מער דו וועסט דאנקען וועט דער אייבערשטער מאכן מיט דיר נאך ניסים.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב.


...

#5 - זיך פרייען מיט די מצוות
שמחה, פסח

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת אחרי א', ליל בדיקת חמץ, י"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו אויפנעמען דעם יום טוב בשמחה; ערב יום טוב איז א צייט וואס מען איז זייער פארנומען מיט די לעצטע צוגרייטונגען, דעמאלט קומט דער יצר הרע און זוכט צו מאכן א פירוד לבבות אין שטוב צווישן מאן און ווייב, זאלט איר זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך.


מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר זענען אידישע קינדער; מיר גייען מקיים זיין די הייליגע מצוות פון פסח און מיר גייען עסן די הייליגע מצות. יעצט פסח ווערט אנטפלעקט פאר אלעמען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און דאס געבן מיר איבער פאר אונזערע דורות ליל הסדר, אז דער אייבערשטער - ער איז דער בעל הבית, ער פירט אלעס און מען דארף זיך צו אים איבערגעבן.


מיר דארפן זיך פרייען מיט די מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, דאס וועט אונז אפהיטן פון עבירות א גאנץ יאר. אזוי ווי דער אר"י הקדוש זאגט (מובא בבאר היטב אורח חיים סימן תמז, סעיף קטן א): "הַנִזְהָר מִמַּשֶּׁהוּ חָמֵץ בְּפֶסַח, מֻבְטָח לוֹ שֶׁלֹא יֶחְטָא כָּל הַשָּׁנָה", ווער עס איז אפגעהיטן פון א משהו חמץ אום פסח, וועט א גאנץ יאר זיין אפגעהיטן פון עבירות; אז מען פריידט זיך מיט די מצה, מען פריידט זיך "שֶׁלֹא עָשַׂנִי גּוֹי", מען געדענקט א גאנץ יאר אז מיר האבן זוכה געווען צו עסן די הייליגע מצה און מיר האבן נישט געגעסן קיין משהו חמץ - די שמחה היט אפ דעם מענטש פון זינדיגן.


דער של"ה הקדוש זאגט (מסכת פסחים; מובא בבאר היטב אורח חיים סימן תעז, סעיף קטן א): "איך האב געזען ערליכע אידן פלעגן זיך אזוי פרייען מיט די מצות, זיי פלעגן קישן די מצות מיט א גרויסע שמחה"; וואויל איז דעם מענטש וואס ברענגט אריין אין זיינע קינדער זיך צו פרייען מיט די הייליגע מצוות.


אז איר ווילט ארויס גיין פון אלע אייער פחדים און דמיונות זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן בשעת איר עסט די מצה אז איר זאלט זוכה זיין צו א רפואה. עס שטייט אין זוהר הקדוש (פרשת בא, מא.) אז מצה ווערט אנגערופן: "מֵיכְלָא דִּמְהֵימְנוּתָא", אן עסן פון אמונה; ווייל דורך מצה ווערט געשטארקט די אמונה. ווידער אויף א צווייטע פלאץ (פרשת תצוה, קפג:) רופט עס דער זוהר אן: "מֵיכְלָא דְּאַסְוָותָא", אן עסן פון רפואה; אז מצה היילט אויס דעם מענטש. זאגט מוהרא"ש אז מיטן רבינ'ס ווערטער איז עס איין זאך, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות און זיי ליידן דאס נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; קומט אויס ווען מען עסט מצה און עס ווערט געשטארקט די אמונה ווערט מען אויסגעהיילט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#4 - דיין שווער מיינט נישט קיין שלעכטס
כיבוד אב ואם, פסח, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היי יאר אז פרשת אחרי גייט צוויי וואכן קען מען שוין די וואך מעביר סדרה זיין פרשת אחרי; מען קען איינטיילן די פרשה דאס צו לערנען במשך ביידע וואכן כדי מען זאל לערנען יעדן טאג אביסל חומש רש"י.


אז דו גייסט אהיים גיין שלאפן חול המועד ביי דיר אין שטוב, זאלסטו צודעקן די חמצ'דיגע קאונטערס מיט א טישטוך אדער מיט זילבער פאפיר וכדומה - נישט צו זען די חמצ'דיגע קאונטערס, אויך די טיש זאלסטו צודעקן מיט א טישטוך.


עס דארף דיר נישט שטערן ווען דיין שווער פרעגט דיר וואו דו דאוונסט וכו' און דו דארפסט זיך נישט שעמען צו ענטפערן: "אין ברסלב"; ער מיינט דיר נישט צו טשעפען, ער פרעגט פשוט ווייל אים האט מען אויך געפרעגט ווען ער איז געווען א יונגערמאן וואו ער האט געדאוונט וכו', ער מיינט נישט גארנישט.


אויב עס שטערט דיר יא די פראגע און עס איז דיר נישט געשמאק ווען דו עסט ביי דיין שווער די סעודות און ער פרעגט ביי יעדע סעודה פון דיין ווייב: "וואו דאוונט דיין מאן?" זאלסטו טון ווי אזוי עס איז גרינגער פאר דיר און דיין ווייב, מאך נישט פון טפל עיקר. דער עיקר זאלסטו אריין כאפן יעדן טאג אביסל לערנען און יעדע זאך וואס דו דארפסט זאלסטו נאר בעטן דעם אייבערשטן.


דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער, זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך. זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה, תפילה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#3 - אכטונג געבן וואס מ'עסט פסח
חברים, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ד' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' מיט די שיעורים יעדע ליל שישי און אז די שיעורים פרישן אויף דיין שלום בית.


זייער גוט האסטו געטון אז דו ביסט געגאנגען צו האברך ... נרו יאיר זיך מחזק זיין מיט אים בשיחות חברים; א גוטע חבר איז מער פון אלעס, מען קען צוקומען צו מקבל זיין פונעם רבי'ן אסאך מער ווען מען האט א גוטע חבר.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "וְשָׁמַעְנוּ מִצַּדִּיק אֲמִתִּי שֶׁאָמַר", איך האב געהערט פון אן אמת'ן צדיק, "שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה, בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ: אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ – הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ, כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל", אז ער האט נישט געהאט א חבר וואס זאל אים מחזק זיין און זאגן: "בְּרוּדֶער, שְׁטַארְק זִיךְ אוּן דֶערְהַאלְט זִיךְ"; ווייל אויב וואלט אים איינער געזאגט די ווערטער: "בְּרוּדֶער, שְׁטַארְק זִיךְ אוּן דֶערְהַאלְט זִיךְ", וואלט ער געקענט אסאך מער אנקומען אין עבודת השם, "וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", אבער קיינער האט אים דאס נישט געזאגט; עס איז באוואוסט אז דער רבי האט געמיינט מיט דעם זיך אליינס. זעט מען פון דעם אז אפילו דער גרעסטער צדיק דארף אויך התחזקות.


בנוגע קויפן פסח פראדוקטן; דו ווייסט דאך וואס מוהרא"ש האט געהאלטן אז מען זאל נישט קויפן די אלע "כשר לפסח" זאכן וואס מען מאכט נאך פון חמץ. נישט קיין פיצא, נישט קיין קעיק, נישט קיין זופ מאנדלעך און דאס גלייכן; מוהרא"ש שרייבט: "איך פארשטיי נישט די רבנים וואס געבן אן הכשר אויף די אלע זאכן! וואויל איז דעם וואס עסט נאר וואס מען מאכט ביי אים אין שטוב אדער פון זיינע עלטערן און ער מישט זיך נישט מיט א צווייטן".


אז מען טראכט אריין זעט מען אז דאס וואס מען זאגט "פסח הונגערט מען" - איז נישט אמת, ווייל פסח איז דא מער עסן ווי א גאנץ יאר; מען קען עסן די הייליגע מצות וואס יעדע שטיקל מצה וואס מען עסט פסח איז א מצוה, עס ברענגט אמונה און עס היילט אויס דעם מענטש.


בנוגע צי דו זאלסט גיין ארבעטן ערב פסח צו מאכן די פאר דאללער; איך פארשטיי נישט דיין פראגע, פאר דריי הונדערט דאללער זאלסטו ארבעטן ביטער שווער א גאנץ ערב יום טוב און אריין פאלן אין בעט שלאפן א גאנצע סדר?! ענדערש גיי פון היינט ביז יום טוב יעדן טאג אביסל 'הפצה', וועסטו מאכן נישט נאר דעם סכום נאר דאפלט און דריי מאל די סכום, און ערב יום טוב זאלסטו זיך גרייטן צום יום טוב.


כאפ אריין יעדן טאג אביסל חומש - שנים מקרא ואחד תרגום מיט פרקים משניות און דפים גמרא, ווייל נאר דאס בלייבט פונעם מענטש.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן.

#2 - די חשיבות פון די פלאג פון א אידישע מאמע
פסח

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת שמיני-פרה, מברכים החודש, כ"ב אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


יעצט ווען מיר קומען שוין נענטער און נענטער צום יום טוב פסח און עס הייבט זיך אן די ארבעט פאר אידישע פרויען צו רייניגן אויף פסח; כאטשיג פון איין זייט איז אביסל שווער צו רייניגן לכבוד פסח אבער וויסן זאלט איר אז אין הימל זעט מען יעדע זאך וואס מען טוט דא בזה העולם; יעדע ריר, יעדע בייג און יעדע שווערע אטעם וואס די פרויען טוען לכבוד פסח. אזוי ווי דער הייליגער בעל קדושת לוי - דער בארדיטשובער רב זכותו יגן עלינו האט געזאגט, אז פון די ארבעט פון די פרויען וואס מאכן פסח'דיג; פון זייער קראצן, רייבן און כשר'ן ווערן באשאפן מלאכים, די זעלבע מלאכים וואס ווערן באשאפן ראש השנה ווען מען בלאזט שופר. דערפאר זאלט איר זיך זייער פרייען אז איר זענט באשעפטיגט מיט אזא הייליגע ארבעט.


עס איז טאקע שווער יעצט פאר פסח מיט די גאנצע ווירטשאפט וואס ליגט אויף אייך, אבער פון הימל קוקט מען זיך צו צו די ארבעט וואס די פרויען ארבעטן און בזכות נשים צדקניות וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטער'ן גלות.


אמאל איז א פרוי געקומען צום הייליגן סטייפלער גאון זכרונו לברכה און אים אנגעפרעגט וכו' נישט צו האבן קינדער וכו' ווייל זי האט נישט קיין כח, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "יעדער מענטש שרייבט מען אפ ראש השנה וויפיל כח ער וועט האבן און וויפיל ער זאל זיך מוטשען וכו', אויב מען דריידט זיך ארויס פון די ארבעט פון קינדער וכו' מיינט נישט אז מען דריידט זיך ארויס פון די פלאג, דעמאלט קומט אנדערע פלאג"; דאס זעלבע זאג איך אייך, די וואס דרייען זיך ארויס פון פסח'דיג מאכן מיינט נישט אז זיי דרייען זיך ארויס פון ארבעטן, ווייל עס קומט אנדערע שווערע ארבעט. דעריבער זאלט איר זיך פרייען אז אייער פלאג, ארבעט און מי גייט אריין אין מצוות און אין גוטע זאכן. אין אנגרייטן פאר יום טוב און אין זיך באשעפטיגן מיט קינדער.


ווען עס איז אייך גאר ביטער זאגט ארויס שטילערהייט א ווארט פון מויל; זאגט: "טאטע, געב מיר כח", וועט אייך גלייך גרינגער ווערן.


א פרייליכן שבת.

#1 - בנין אין אומאן וועט זיין פארטיג דאס יאר? וואס לערנען מיט קינדער אויף פסח?
חינוך הילדים, צדקה, אומאן, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל פקודי, כ' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


בנוגע צי מיר וועלן זיין אינעם נייעם בנין נאך דעם יאר ראש השנה אין אומאן; וואס זאל איך דיר זאגן, הלואי וואלט איך דיר געקענט ענטפערן 'יא', ביז דערווייל בין איך עומד ומצפה לישועת ה' ער זאל מיר העלפן ענדיגן דעם בנין. איך בין אריינגעפאלן אין חובות, איך דארף נאך שאפן איבער א האלב מיליאן דאללער צו ענדיגן דעם בנין, ואין בידי לפורטה אפילו שוה פרוטה. אבער איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל עס קענען ענדיגן בויען אן חובות.


מען זעט ווי עס בויעט זיך פאר יעדער מוסד און פאר יעדער קהלה הערליכע בנינים וכו'; בעט איך דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, 'וְלֹא תְּהֵא כּוֹהֶנֶת כְּפֻנְדָקִית?' פארוואס מיר דארפן זיך אזוי מוטשען?!" נאר דער תירוץ איז זייער פשוט: "מען קען נישט בויען קיין תורה מיט געלט; תורה און אמונה קען מען נאר אריין ברענגען אין מענטשן מיט בלוט און מיט שווייס".


מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (אבות ו, ט): רבי יוסי בן קיסמא פארציילט: "פַּעַם אַחַת הָיִיתִי מְהַלֵּךְ בַּדֶּרֶךְ", איינמאל בין איך געווען אונטערוועגנס, "וּפָגַע בִּי אָדָם אֶחָד", און א מענטש האט מיך אנגעטראפן, "וְנָתַן לִי שָׁלוֹם, וְהֶחֱזַרְתִּי לוֹ שָׁלוֹם", ער האט מיר געגעבן שלום און איך האב אים צוריקגעגעבן. "אָמַר לִי, רַבִּי, מֵאֵיזֶה מָקוֹם אַתָּה?" האט ער מיר געפרעגט פון וואו איך קום, "אָמַרְתִּי לוֹ, מֵעִיר גְּדוֹלָה שֶׁל חֲכָמִים וְשֶׁל סוֹפְרִים אָנִי", האב איך אים געזאגט אז איך וואוין אין א פלאץ פון תלמידי חכמים, "אָמַר לִי, רַבִּי, רְצוֹנְךָ שֶׁתָּדוּר עִמָּנוּ בִמְקוֹמֵנוּ, וַאֲנִי אֶתֵּן לְךָ אֶלֶף אֲלָפִים דִּינְרֵי זָהָב וַאֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת?" האט ער מיר געפרעגט 'אפשר ווילסטו קומען וואוינען ביי אונזער שטאט און איך וועל דיר געבן אסאך געלט און טייערע שטיינער', "אָמַרְתִּי לוֹ, בְּנִי, אִם אַתָּה נוֹתֵן לִי כָל כֶּסֶף וְזָהָב וַאֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת שֶׁבָּעוֹלָם, אֵינִי דָר אֶלָּא בִמְקוֹם תּוֹרָה", האב איך אים געענטפערט 'אפילו אויב דו וועסט מיר געבן די גאנצע געלט פון די וועלט וועל איך אויך נישט גיין וואוינען נאר אויף א פלאץ וואו מען לערנט תורה', "וְלֹא עוֹד, אֶלָּא שֶׁבִּשְׁעַת פְּטִירָתוֹ שֶׁל אָדָם אֵין מְלַוִּין לוֹ לָאָדָם לֹא כֶסֶף וְלֹא זָהָב וְלֹא אֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָּא תוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבַד", ווייל ווען א מענטש גייט אוועק פון דער וועלט נעמט ער מיט נאר תורה און גוטע מעשים; די אלע געלט, גאלד און זילבער דאס נעמט מען נישט מיט מיט זיך.


די וועלט פרעגט זייער א שטארקע קשיא אויף דעם סיפור, פארוואס ווען דער מענטש האט אים אנגעטראגן צו געבן אלף אלפים דינרי זהב ואבנים טובות ומרגליות, האט ער נישט מסכים געווען צו גיין וואוינען ביי אים, ער וואלט דאך געקענט נעמען די געלט און בויען דארט ישיבות, בתי חינוך און מאכן דארט א מקום תורה? ענטפערט דער גאון רבי חיים וואלאזשינער זכותו יגן עלינו, אז א מקום תורה קען מען נישט בויען מיט געלט, א מקום תורה קען מען נאר בויען מיט מסירות נפש.


אזוי דערציילט מען אויך נאך פון הייליגן סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו, אז די הנהלה האט זיך אמאל באקלאגט פאר אים אז די מוסד האלט זיך ביים פארמאכן ווייל עס איז נישט דא קיין געלט צו צאלן די איינגעשטעלטע, האט דער רבי געענטפערט: "א מוסד מאכט זיך נישט צו אז עס האט נישט קיין געלט, א מוסד מאכט זיך צו פון מחלוקת אדער פון דעם וואס מען פירט עס מיט נגיעות שלא לשם שמים".


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר מוטשען זיך אויך יעדן טאג אינעם מוסד; יעצט דארף איך שאפן איבער הונדערט טויזענט דאללער צו קענען באצאלן די איינגעשטעלטע אינעם מוסד. דאס אליינס איז א נס אז מיר האבן נישט קיינעם אויף וועם זיך צו פארלאזן, אזוי פארלאזן מיר זיך נאר אויפן אייבערשטן, מיר קוקן נאר צו אים, וועט ער אונז זיכער העלפן. אז מען קוקט צוריק זעט מען די ניסים ונפלאות ווי מיר גייען אן שוין צען יאר מיט די ישיבה, אכט יאר מיט די תלמוד תורה און זיבן יאר מיט די מיידל סקול, אזוי וועט דער אייבערשטער ווייטער העלפן.


נעם נאך נישט צוזאם געלט פאר בעטן אין אומאן, ווייל איך ווייס נישט צי מיר וועלן שוין זיין אינעם נייעם בנין.


א יישר כח פארן צוזאמנעמען די קינדער ביי שלש סעודות אין בית המדרש בשעת מען זינגט זמירות; עס איז א תענוג צו הערן ווי שיין די קינדער זינגען מיט די ניגונים. מיר דארפן מחנך זיין די קינדער אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, דער רבי האט געוואלט מען זאל זינגען זמירות שבת דארפן מיר זינגען זמירות בתמימות ופשיטות (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן קד); אז דו וועסט זיי אזוי מחנך זיין וועלן אונזערע קינדער אויסוואקסן גרויסע צדיקים.


הלוואי ווען דו וואלסט ווען געזאגט מיט זיי יעדע וואך שיר השירים פארן דאווענען אזוי ווי דו טוסט זומער אין קעמפ; דאס איז ביי מיר דער גרעסטער תענוג און נחת רוח, צו זען ווי די קינדער וואקסן אויף ערליכע אידן.


בנוגע לערנען מיט די קינדער הלכות פסח וכו'; לערן מיט זיי דעם ספר 'דרך החיים' פון הייליגן חוות דעת זכותו יגן עלינו. דער סאטמארער רבי זי"ע האט געזאגט אז מען זאל דאס לערנען מיט קינדער ווייל דארט איז צוזאמגענומען זייער שיין אלע הלכות אויף למעשה. מוהרא"ש זכרונו לברכה אין די 'הגדה של פסח אור זרוע' ברענגט אראפ די הלכות פונעם ספר דרך החיים.


דער עיקר לייג אריין אין די קינדער אמונה פשוטה; פארצייל זיי מעשיות פון צדיקים, דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייער הארץ, און זיי וועלן אויך וועלן זיין צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.