בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#13 - א שווער און שוויגער דארף מען מכבד זיין
כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, י"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך באקום צוריק פון דיר זייער שיינע גרוסן; דיין שווער און שוויגער הערן מיר נישט אויף צו דאנקען, זיי האבן אזויפיל נחת פון ענק.


ווען דו טרעפסט דיין שווער און שוויגער זאלסטו זיי מכבד זיין, א שווער און שוויגער דארף מען מכבד זיין אזוי ווי טאטע און מאמע. ווען דיין שווער רעדט – זאלסטו זיין שטיל, ווען זיי געבן דיר עסן – זאלסטו זיך באדאנקען פאר זיי; דאס וועט מאכן ענקער קשר שטערקער און שטערקער, דיין ווייב וועט ווערן נענטער צו דיר ווען זי וועט זען ווי דו ביסט מכבד אירע עלטערן.


איך וויל דו זאלסט מיר שרייבן יעדע וואך א בריוו וויפיל דו לערנסט; וויפיל פרקים משניות, וויפיל בלעטער גמרא און וויפיל פון רבינ'ס ספרים – וועסטו מיך זייער דערפרייען.

#12 - מיט חכמה קען מען שלום מאכן צווישן די מאמע און שוויגער
כיבוד אב ואם, מחלוקת, שווער און שוויגער, שלום, סיפורי צדיקים, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


משפחת ... שתחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיט חכמה קענט איר אלעס צוריק דרייען, נעמט די טריק פון אהרן הכהן. די הייליגע חכמים דערציילן (אבות דרבי נתן יב, ג) ווי אזוי אהרן הכהן פלעגט שלום מאכן צווישן צוויי פיינט, ער האט געזאגט פאר איינעם: "דיין חבר וויל זייער שטארק רעדן מיט דיר אבער ער שעמט זיך פון וואס עס איז געווען, ער האט חרטה, ער זאגט א גאנצן צייט, הלוואי ווען ער קען ווען צוריק דרייען", נאכדעם איז אהרן הכהן געגאנגען צום צווייטן מיט די זעלבע מעשה, אים אנגערייצט אז יענער וויל שלום מאכן, יענער האט חרטה, ער שעמט זיך פון דיר, נאכדעם ווען די ביידע האבן זיך געטראפן זענען זיי ארויפגעפאלן איינער אויפ'ן צווייטן, זיך געהאלזט און געקושט, און געווארן נאנטע חברים.


אזוי זאלט איר טון, ווען איר רעדט מיט אייער מאמע זאלט איר זי זאגן ווי שטארק אייער שוויגער שעמט זיך אז זי איז נישט געקומען וכו', און ווען אייער מאן רעדט צו זיין מאמע זאל ער אריינווארפן גוטע ווערטער פון אייער מאמע.


באלד קומט פורים, מאכט א שפיצל, מאכט צוויי שיינע משלוח מנות'ער; ווען איר גייט צו אייער מאמע זאלט איר זאגן: "איך קום פון מיין שוויגער, זי שיקט דיר די שיינע משלוח מנות", און ווען איר גייט צו אייער שוויגער זאגט איר: "דאס איז פון מיין מאמע"; אזוי וועט איר זיין בבחינת אהרן הכהן, אוהב שלום ורודף שלום.


אזוי אויך ווען איינער רעדט שלעכט אדער מאכט חוזק - זאל מען דאס חס ושלום נישט איבערזאגן. ווען איר רעדט מיט אייער מאמע און זי זאגט עפעס א שלעכט ווארט - זאלט איר עס נישט טראגן ווייטער, אפילו אייער מאן דארף דאס נישט הערן. פאר אייער מאן זאגט: "מיין מאמע רעדט זייער שיין פון דיינע עלטערן און אוודאי פון דיר", און ווען אייער שוויגער זאגט עפעס א קרום ווארט - שלינגט עס אראפ.


דאס האב איך געלערנט פון מיין טייערע מאמע, זי פלעגט אונז אלץ זאגן: "האסט א גוט ווארט אויף א צווייטן - זאג עס איבער פאר יענעם, האסט א שלעכט ווארט - שלינג עס אראפ"; מיין מאמע תחי' זאגט אז זי האט דאס געלערנט פון איר מאמע, מיין באבע רחל לאה עליה השלום. מיין מאמע תחי' זאגט, איך לייג צו נאך שטערקער: "האסט א שלעכט ווארט - שלינג עס אראפ, אפילו דו דערשטיקסט זיך"; ענדערש טשאו"ק זיך, ווי איידער טראגן א נישט גוטע ווארט.


 איין גוט ווארט קען מאכן א שלום, און איין שלעכט ווארט מאכט מחלוקות, און אלע צרות קומט פון מחלוקות, אלע קראנקהייטן קומט פון מחלוקות. אזוי זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יד): "כִּי כָּל הַחוֹלַאַת בָּאִין עַל יְדֵי בְּחִינַת מַחֲלֹקֶת", אלע קראנקהייטן קומען פון קריגערייען.


אין דעם זכות פון מאכן וואס אהרן הכהן האט געמאכט - וועט איר זוכה זיין צו זען א גרויסע ישועה, איר וועט זען באשיינפערליך ווי דער אייבערשטער וועט מאכן גרויסע נסים.

#11 - פארלייגט זיך אויף איין זאך, אויף שלום בית
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שווער און שוויגער, תשובה, מדות טובות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז אמת אז מאן און ווייב דארפן זיין אפן איינער צום צווייטן און איר האט זייער גוט געטון אז איר האט זיך אויסגעשמועסט מיט אים וואס עס שטערט אייך, פארוואס ער זאגט פאר זיין מאמע פריוואטע זאכן. יעצט אז ער האט אייך איבערגעבעטן, ער האט חרטה אויף וואס ער האט געטון; ער האט נישט געכאפט וואס ער טוט, ער איז נאך צוגעוואוינט פון אלס קינד מיט אזא טעראר צו דערציילן יעדע אטעם פון לעבן - דארפט איר גיין ווייטער, איר דארפט אים מוחל זיין און אים מער נישט פארהאלטן.


איר מעגט אים מיטטיילן אייערע געפילן אז איר זענט פארשעמט פון זיין מאמע, זי קוקט יעצט אויף אייך וכו'; אבער האלטס אים מער נישט פאָר, ער איז נישט שולדיג, ער איז אויפגעוואקסן מיט א מורא'דיגע טעראר, ער ווערט יעצט צוביסליך צוגעוואוינט צו שטיין אויף די אייגענע פיס.


פארלייגט זיך אויף איין זאך, אויף שלום בית; לאזט נישט דעם שטן אריינקומען ביי אייך אין שטוב, נעמט אים נישט אריין ביי אייך אין הארץ, וועט איר זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן פונעם תנא רבי שמעון בר יוחאי (שיר השירים רבה א, לא): א פארפאלק זענען געקומען צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אז זיי ווילן זיך גט'ן, היות עס איז שוין איבער צען יאר וואס זיי האבן חתונה געהאט און זיי זענען נאכנישט נפקד געווארן מיט קינדער, האט זיי רבי שמעון בר יוחאי געזאגט זיי זאלן מאכן א סעודה פאר זיי גט'ן זיך. בשעת די סעודה, ווען דער מאן איז שוין געווען גוט בגילופין פון אפאר גלעזלעך וויין, האט ער צוגערופן זיין ווייב און איר געזאגט: "היות מיר האבן געהאט שיינע יארן צוזאמען און יעצט גייען מיר זיך גט'ן, וויל איך דיר געבן עפעס א טייערע זאך פון מיין פארמעגן, קלויב זיך אויס א טייערע חפץ פאר דיר און אזוי וועלן מיר זיך צעשיידן", האט זי אים געבעטן ער זאל איר געבן אביסל צייט צו טראכטן.


דער מאן האט ווייטער געטרינקען וויין, ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד טויט שיכור און איז איינגעשלאפן. האט די פרוי געבעטן די משרתים זיי זאלן אים אריינלייגן אין בעט און אים ברענגען צו אירע עלטערן אין שטוב, צו מארגנס ווען ער האט זיך אויפגעוועקט און זיך ארומגעקוקט וואו ער איז - האט ער נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, האט זי אים געגעבן צו פארשטיין און אים געזאגט די ווערטער: "בשעת מיר האבן געמאכט די סעודה האסטו מיר געזאגט אז איך קען זיך אויסוועלן א גוטע חפץ פון דיין פארמעגן; איך האב נישט קיין בעסערע זאך אויף די וועלט ווי דיר, דו ביסט מיין בעסטע זאך!" זענען זיי געגאנגען צו רבי שמעון בר יוחאי און אים דערציילט די גאנצע מעשה האט רבי שמעון בר יוחאי זיי געזאגט: "אויב זי האט דיר אזוי ליב און זי וויל זיך נישט צעטיילן פון דיר, זאג איך אייך צו אז איבער א יאר וועט איר האבן א קינד", און אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן זוכה געווען צו קינדער, אלעס נאר צוליב דאס ליבשאפט און שלום וואס איז געווען צווישן זיי.


אז איר וועט לייגן א געוויכט אויף שלום בית, איר וועט נעמען אייער מאן פאר די בעסטע זאך פון לעבן - וועט איר האבן קינדער דורות ישרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - מען דארף טון אלעס אין דער וועלט עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת
מחלוקת, שווער און שוויגער, שלום, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט כדאי צו מאכן א קריגעריי מיט די שווער און שוויגער וועגן דעם; ענדערש זאלט איר אנטון אייערע קינדער מיט די קליידער ווי איידער עס זאל ווערן א קריגעריי.


מחלוקות איז די ערגסטע זאך, מען דארף טון אלעס אין דער וועלט עס זאל נישט זיין קיין מחלוקות; דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז שלום (שבת י.), דער אייבערשטער האט ליב שלום, "ה' יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם" (תהלים כט, יא).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - געב אכטונג נישט נכשל צו ווערן מיט נבילות וטריפות
שווער און שוויגער, משפחה, כשרות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז מיר שווער אנצונעמען וואס איר דערציילט מיר אז ביי דיין שווער אין שטוב עסט מען פלייש בהכשר פון די רבנות; עס גייט נישט אריין אין קאפ, ווייל דיין שווער שטעלט זיך אהער ווי א שיינער איד, ער איז א רב, מיט רבי'שע בעקעטישעס וכו' וכו', און אין שטוב איז הפקר רחמנא לצלן, מען עסט פון כל הבא ליד.


דו זאלסט חס ושלום נישט עסן פון די פלייש; פרעג א דיין אויב דו קענסט בכלל עסן ביי אים אין שטוב. עס איז זייער נישט קיין בא'טעמ'טע עסק, אבער נבילות וטריפות קענסטו נישט עסן. פון איין זייט דארף מען טאקע אכטונג געבן צו מכבד זיין די עלטערן, איך ווייס פעלער וואס מוהרא"ש האט קלאר געזאגט פאר תלמידים וואס זיי האבן פאר זיך קיינמאל נישט געגעסן קיין פלייש אז ווען זיי גייען צו די עלטערן זאלן זיי למען השלום ולמען כיבוד אב ואם יא עסן - אבער דאס איז נאר ווען עס איז כשר, אויב האט דאס נישט קיין הכשר, נאר דער הכשר פון רבנות - איז דאס חזיר טריף.


א פרייליכן שבת.

#8 - זיך נישט טענה'ן און ענטפערן
חסידות ברסלב, מחלוקת, שווער און שוויגער, וויכוחים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואס קען מען טון אז מען רעדט שלעכטס אויף ברסלב'ער חסידים בכלל און אויף תלמידי היכל הקודש בפרט. דער רבי האט שוין געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל", אויף מיר קריגט מען נישט, "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַה מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף דעם מענטש קריג איך אויך; אזוי איז היינט מיט ברסלב'ער חסידים בכלליות און תלמידי היכל הקודש בפרטיות, מען רעדט אויף אונז כל דבר אסור, זאכן וואס איז נישט אמת.


איך שרייב דיר דאס כדי דו זאלסט האבן חיזוק יעצט ווען דיין שווער און שוויגער האבן זיך גענומען צו ענקערע ביינער, זיי פארלאנגען פון ענק איר זאלט אנטלויפן פון היכל הקודש, זיי רעדן נישט שיינע זאכן; עס איז זייער שווער פאר דיר און בעיקר פאר דיין ווייב, ווען איר מאמע רעדט שלעכטס אויף אונזער פלאץ.


ענטפערט נישט, טענה'עט נישט; אז מען פרעגט זאלט איר זאגן מיט דרך ארץ אויב די זאכן זענען אמת אדער נישט אמת. אז איר וועט נישט טענה'ען וועט נישט לאנג נעמען ביז זיי וועלן זען וואס היכל הקודש איז, זיי וועלן זאגן פאר אלעמען: "נאר מיינע קינדער פון ברסלב זענען אונזער נחת".

#7 - נישט יעדער איז זוכה אז די ווייב איז מסכים ער זאל פארן קיין אומאן
כיבוד אב ואם, שלום בית, שווער און שוויגער, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב איז מסכים דו זאלסט פארן קיין אומאן אויף ראש השנה - וואס נאך דארפסטו?! אז דיין ווייב איז מיט דיר - ביסטו דאך א גליקליכער, מער פון דעם דארפסטו נישט.


פאר דיינע עלטערן און פאר דיין ווייב'ס עלטערן זאלסטו דערציילן ממש פאר ראש השנה; וועסט זיי זאגן שיינערהייט: "טאטע מאמע, איך פאר קיין אומאן אויף ראש השנה. איך וועל מתפלל זיין פאר ענק און פאר די גאנצע משפחה", יעצט פעלט נאכנישט אויס דאס איינצומעלדן.


פון יעצט ביז ראש השנה איז נאך דא אסאך צייט; דאנק דעם אייבערשטן אז דו גרייטסט זיך צו קומען צום רבי'ן און אז דיין ווייב איז מיט דיר, זי איז נישט קיין מתנגדת. בעט דעם אייבערשטן עס זאל נישט זיין קיין צער פאר דיינע עלטערן און פאר אירע עלטערן, בעט דעם אייבערשטן זיי זאלן אויך קומען צום רבי'ן, זיי זאלן אויך זוכה זיין צו זיין מקורב צום צדיק.


דאס אז דיין ווייב זאגט דיר זאלסט גיין צום רבי'ן אויף ראש השנה - איז בכלל נישט פשוט, דאס איז א גרויסע נס, נישט אלע זענען זוכה צו דעם; זייער אסאך פרישע מקורבים ווילן קומען צום רבי'ן און די ווייב שטעלט זיך אין די לענג און אין די ברייט נישט צו לאזן דעם מאן קומען. אז זי לאזט דיר גיין צום רבי'ן זאלסטו איר קויפן א שיינע מתנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#6 - גייט מיט מיט אייער מאן, וועט אייך זיין גוט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שווער און שוויגער, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


טוט וואס אייער מאן וויל, זייט געטריי פאר אים; אז ער וויל נישט גיין אויף שבת צו אייער משפחה זאלט איר אים זאגן 'איך טו וואס דו ווילסט'.


איך פארשטיי אים זייער גוט און איר פארשטייט אים נאך בעסער, איר ווייסט דאס בעסטע פארוואס ער וויל נישט גיין צו אייערע עלטערן; דערמאנט אייך וואס איר האט מיר אלץ געשריבן ווי אזוי עס זעט אויס א שבת ביי אייערע עלטערן, פלוצלונג האט איר אלעס פארגעסן און איר פארשטייט נישט אייער מאן פארוואס ער וויל נישט אהין גיין? קוקט איבער די טויזנט בריוו וואס איר האט מיר געשריבן, אייער צער און ווייטאג וואס איר זענט אריבער אלע יארן פון אייערע עלטערן, און ווי אזוי עס קוקט אויס א שבת ביי זיי, א בית משוגעים איז גאלד געזאגט; אייער טאטע און ברידער ליגן אויף דער ערד, זיי שלאגן זיך און ראנגלען זיך וכו' וכו', עס פליען כלים און חפצים, מען ווארפט מעסערס איינער אויפ'ן צווייטן; בקיצור, איך דארף אייך נישט זאגן ווייל איר ווייסט בעסער.


איך בעט אייך, גייט מיט אייער מאן, זייט אים געטריי; בעסערס פון אים וועט איר נישט טרעפן אין אייער לעבן, קיינער וועט אייך נישט זיין געטרייער ווי אייער מאן; אז ער וויל נישט גיין - דארף ער נישט גיין, מען דארף טאקע מכבד זיין די עלטערן, אבער מען איז נישט מחויב צו זיצן שבת צווישן משוגעים און מטורפים.


מאכט אים נישט ביטער דאס לעבן, מאכט אים פרייליך - וועט איר ווערן פרייליך; אז איר וועט זיין געטריי צו אים וועט איר האבן א רפואה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - דער מאן ווערט צעדרוקט צווישן זיין ווייב און זיין מאמע
שמחה, שלום בית, שווער און שוויגער, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן איבער דעם אז שוויגער און שנור קומען זיך על פי רוב נישט אויס, א שוויגער האט נישט אזוי ליב די שנור מכמה טעמים. וואס פאסירט? דער מאן ווערט צעדרוקט, פון איין זייט האט ער חתונה געהאט, דארף ער לעבן מיט די ווייב, פון די אנדערע זייט האט ער דאך זיין מאמע, די מאמע זאגט אים איין זאך און די ווייב זאגט פארקערט, די ווייב רעדט אויף די מאמע און די מאמע רעדט אויף די ווייב, און דער אינגערמאן ווערט צודריקט, וואס טוט מען?


די קונץ איז צו קענען גיין צווישן די טראפן; נישט יעדע שלעכטע ווארט וואס מען הערט פון די מאמע - דארף מען איבערזאגן אין שטוב, און נישט וואס די ווייב רעדט שלעכטס דארף מען איבערזאגן פאר די מאמע. מוהרא"ש האט אונז געלערנט ווי אזוי צו מאכן שלום, מען מעג זאגן פארקערט מפני השלום; פאר די ווייב זאגט מען: "מיין מאמע האט דיר זייער ליב", און פאר די מאמע זאגט מען: "מיין ווייב זאגט מיר אלץ וואס פאר א גוטע מאמע איך האב"; ווער עס קען גוט שפילן דעם שפיל - דער ווערט נישט צעדרוקט, דער לאכט זיך גוט אויס.


דעריבער זאלסטו אכטונג געבן אין שטוב זאלסטו זיין געטריי פאר דיין ווייב, פאר איר זאלסטו זאגן: "איך בין מיט דיר, איך וועל טון נאר וואס דו זאגסט", און ווען דו רעדסט מיט דיין מאמע זאלסטו איר געבן גערעכט, אזוי וועסטו נישט ווערן צעדרוקט.


טייערער ברודער, לאך זיך גוט אויס, נעם זיך נישט צום הארצן; דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "וועלטעלע וועלטעלע, ביסט נישט ווערד קיין קרעכץ"; דאס איז זייער א טיפער ווארט, א שאד צו קרעכצן אויף וועלטליכע זאכן. אט איז מען דא - אט איז מען שוין אין בית הקברות, איז דאך א שאד די דאגות און הארץ עסעניש, אין די צייט דארף מען אריינכאפן נאך א בלאט גמרא, נאך א פרק משניות, נאך א שחרית, נאך א מנחה מעריב; דאס איז יא, דאס איז חשוב, דאס וועט בלייבן.


 

#4 - מכבד זיין איינער דעם צווייטן, וועט זיין נאר שלום און השראת השכינה
שלום בית, שווער און שוויגער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז ביי אייך גוט; איך בענק זיך, איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון אייך.


שטארקט אייך, דאנקט דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער האט געטון מיט אייך ביז אהער וועט איר זען גרויסע ניסים ווייטער.


..., איך האף אז דו פירסט זיך אזוי ווי דו האסט געלערנט אלע יארן אין ישיבה, מיט גרויס דרך ארץ. זיי מכבד דיין שווער, מאך נישט חוזק פון אים; עס טוט וויי פאר די ווייב ווען מען מאכט חוזק פון אירע עלטערן, און אזוי אויך זאלט איר מרת ... תחי' נישט אוועק מאכן זיינע עלטערן. אויך זאלט איר זיך מכבד זיין, וועט זיין נאר שלום און השראת השכינה.

#3 - מאך נישט חוזק פון דיין ווייב'ס עלטערן
שלום בית, שווער און שוויגער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן גוטע גרוסן אויף דיר; דיין ווייב שרייבט אינעם בריוו אז זי איז העכסט צופרידן פון דיר, דו פירסט זיך מיט יראת שמים, דו רעדסט שיין צו איר.


געדענק נישט צו חוזק מאכן פון אירע עלטערן; קיינמאל זאלסטו נישט רעדן אויף אירע עלטערן. עס טוט זייער וויי ווען מען הערט א צווייטן חוזק מאכן; אפילו דו הערסט ווי זי רעדט קעגן אירע עלטערן, זי רעדט זיך אויס, זי דערציילט שרעקליכע מעשיות פון אלס קינד, זאלסטו אבער געדענקען צו בלייבן שטיל און נישט מיט רעדן.


עס איז אינטערעסאנט ווי דאס קען זיין, ווען זי אליינס רעדט זיך אפ וכו' וכו' און אין די זעלבע צייט אויב זי וועט הערן פון אנדערע וואס רעדן וועט איר דאס שטערן? אבער דאס איז א פאקט.


איך האף דו וועסט אכטונג געבן אויף די נקודה וועט זיין שלום ביי דיר אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - אכטונג געבן אויף די ווייב זי זאל נישט וויינען
שלום בית, שווער און שוויגער, מדות טובות, געפילן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר, י"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך זאג דיר צו אז אויב דו וועסט אכטונג געבן אויף דיין ווייב זי זאל נישט וויינען וועסטו זוכה זיין צו גרויסע ניסים און גרויסע ישועות, בפרט אויף די נס וואס דו שטייסט און ווארסט ווען וועסטו שוין געהאלפן ווערן וכו'.


אז מען געבט אכטונג אויף א צווייטנ'ס געפילן, בפרט אויף א ווייב איז מען זוכה צו ניסים שלא כדרך הטבע. הער א מעשה פונעם ירושלימ'ער רב - רבי יצחק יעקב ווייס זכרונו לברכה - דער מנחת יצחק. ווען ער איז א חתן געווארן מיט זיין ערשטע ווייב פאר'ן קריג האט ער נישט געזען די מיידל, און דער שדכן האט זיי אויסגענארט אז אלעס איז בסדר. ווען מען האט געהאלטן א וואך פאר די חתנה איז ער געפארן מיט זיין מאמע צו די שטאט וואו די מיידל האט געוואוינט זיך צוגרייטן צו די חתונה וואס וועט פארקומען דארט אין שטאט, ווען זיין מאמע האט צום ערשטן מאל געזען די כלה האט זי געזען אז זי איז א בעלת מום לא עלינו, האט זי געזאגט פאר'ן חתן: "מען לאזט אלעס אפ; דו גייסט נישט חתונה האבן מיט א בעלת מום", האט דער ירושלימ'ער רב געזאגט: "מאמע, מען קען נישט וויי טון א כלה; די כלה גרייט זיך חתונה צו האבן, קען מען איר נישט וויי טון", האט זי אים געפרעגט: "וואס? דו ווילסט חתונה האבן מיט א פעלערדיגע מיידל?" האט ער געזאגט: "ניין, איך וויל נישט חתונה האבן מיט א פעלערדיגע מיידל, אבער מען קען איר נישט וויי טון".


בקיצור, ער האט חתונה געהאט מיט איר און געהאט פון איר איין קינד; ביים קריג איז זי נעבעך אומגעקומען אויף קידוש השם מיט אלע קדושים און ער האט חתונה געהאט מיט א צווייטע ווייב, שפעטער ווען זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט א דריטע מאל. למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז פון צווישן זיינע דריי ווייבער האט ער נאר געהאט קינדער מיט די ערשטע, און פון דעם קינד איז געבליבן הונדערטער אייניקלעך. האט ער געזאגט: "איך זע אז איך קען נישט האבן קיין קינדער, און די איין קינד האט מיר דער אייבערשטער געגעבן א מתנה פאר'ן נישט וויי טון די כלה".


דאס זעלבע זאג איך דיר, אז א יונגערמאן געבט אכטונג אויף זיין ווייב, ער האלט זיך איין פון טשעפען, פון נישט רעדן שיין און ער בלאזט נישט אויף איר וכו' וכו', איז מען זוכה צו גרויסע וואונדער. אפילו מען קען נישט האבן קיין קינדער מאכט דער אייבערשטער א נס אז מען האט קינדער.


זיי מיר מוחל אבער איך ווייס נישט וואס דו ווילסט; איך האב איבער געליינט דיין בריוו אפאר מאל און פרובירט צו כאפן וואס שטערט דיר און צו זען אויב איך ליין גוט. איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט אנגעווייטאגט; דו - ברוגז אויף דיין שווער און שוויגער?! זיי האבן דיר אריין גענארט אז מען האט דיר נישט דערציילט דיין ווייב'ס פראבלעמען?! וויל איך דיר פרעגן: "וואס איז מיט דיינע פראבלעמען וואס דו האסט, און מיט דיינע סודות וואס דו שלעפסט?" דיין ווייב אין איר וויסטן חלום וועט נישט וויסן דיין סוד וואס דו שלעפסט מיט דיר, און דו האסט נאך טענות אויף איר?! דיין שווער און שוויגער ווייסן אויך נישט דיינע סודות וכו' און דו האסט טענות אויף זיי?! יעצט זע איך וואס חכמינו הקדושים זאגן (משנה נגעים ב, ה): "כָּל הַנְּגָעִים אָדָם רוֹאֶה חוּץ מִנִּגְעֵי עַצְמוֹ", אלע פעלערס זעט מען חוץ די אייגענע פעלערס.


איך מוז דיר זאגן אז עס טוט מיר זייער וויי צו הערן פון דיר אז דו האסט גורם געווען דיין ווייב זאל וויינען; נאכן זיין אזויפיל יארן אין היכל הקודש האסטו נאך אלץ נישט אריין גענומען אין דיר אז מען טאר נישט וויי טון די ווייב?


דיין שווער און שוויגער זענען זייער וואוילע מענטשן און זיי זוכן נישט דיין שלעכט'ס; אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר פירט מען פון הימל כדי דיר צו ברענגען נאך א טריט נענטער צום אייבערשטן, דו זאלסט אנערקענען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און קיין שום זאך איז נישט קיין פערצופאל, נאר מיט א חשבון פונעם אייבערשטן. יעדנ'ס מאן און יעדנ'ס ווייב - אלעס איז דער אייבערשטער.


א שאד אז דו קריגסט זיך מיט זיך אליינס און דו האלסט חשבונות פון יארן צוריק; א שאד אז דאס ביסל וואס מען לעבט זאל מען זיך אויפעסן. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "וועלטעלע וועלטעלע, דו ביסט נישט ווערד א קרעכץ".


איך האב געהאט א טובה פון דיין בריוו. מיטוואך נאכמיטאג פאר די ל"ג בעומר סעודה האב איך געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל מיר געבן דיבורים וואס צו רעדן ביי די סעודה אין ישיבה; איך האב געטראכט צו זיך: 'פון וואס זאל איך רעדן, פון די זעלבע זאכן נאכאמאל און נאכאמאל? אלע ווייסן שוין פון רעדן צום אייבערשטן, אלע לערנען שוין דעם סדר דרך הלימוד און זיכער האבן שוין אלע דא שלום בית, פון וואס זאל איך רעדן?' איך האב ווייטער געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל וויסן פון וואס צו רעדן, פונקט דעמאלט איז מיר אנגעקומען דיין בריוו. איך האב דאס געליינט נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, איך האב געקוקט צי איך זע גוט וואס דו שרייבסט אז דו האסט וויי געטון דיין ווייב וכו' און זי האט געוויינט וכו', דו ביסט ברוגז אויף טויזנט מענטשן; אויף דיין שווער, שוויגער, שוואגערס און שוועגערנס וכו' וכו'. האב איך געזען אז איך דארף פשוט רעדן נאכאמאל פשוט'ע דיבורים פון שלום בית, פון קוקן גוט אויף א צווייטן און פון זיך מבטל זיין צום אייבערשטן.


איך האף אז דו וועסט תשובה טון, דו וועסט איבער בעטן דיין ווייב און דו וועסט ארויסנעמען פון דיר די שנאה צו דיין שווער און שוויגער; דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו ווערן געהאלפן מיט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - נישט מחנך זיין די עלטערן
כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, ח' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג נישט צו מחנך זיין דיינע עלטערן און אויך נישט דיין ווייב'ס עלטערן; אז דיין שוויגער שטייט איין ביי דיר אין שטוב זאלסטו איר מכבד זיין מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ. זאג איר גארנישט קיין מוסר אויף דעם וואס זי גייט מיט אפענע האר השם ישמרינו.


דער עיקר זאלסטו לעבן בשלום מיט דיין ווייב תחי'; זאג איר גארנישט אנטקעגן איר מאמע, עס טוט איר אליינס וויי אז איר מאמע האט זיך אויסגעטון איר שייטל און דריידט זיך ארום מיט אפענע האר. דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז ערליך און אפגעהיטן, זי גייט מיט א שייטל און מען זעט נישט ארויס איר האר, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו אלע ברכות וואס דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה.) אז א פרוי וואס געבט אכטונג עס זאל זיך נישט ארויס זען איר האר איז זוכה צו ערליכע קינדער, צו פרנסה בשפע און צו אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.