בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#36 - ווי מער צו שפארן, און צאלן צוביסלעך די חובות
חובות, דירה, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


דו פרעגסט אויב דו זאלסט פארקויפן דיין הויז, היות דו האסט חובות פון א פערטל מיליאן דאלער וכו'.


לדעתי זאלסטו נישט פארקויפן די הויז, דארפסט דאך האבן א הויז וואו צו וואוינען. וואלט עס געווען א צווייטע הויז, אדער א זומער הויז – וואלט ריכטיג געווען צו פארקויפן, ווייל ווי מעג מען זיין שולדיג געלט און האבן דירות וכו', אבער אן ערשטע דירה וואו צו וואוינען – דאס דארפסטו דאך האבן, זאלסטו דאס נישט פארקויפן.


פארליר זיך נישט, דער אייבערשטער וועט מאכן וואונדער, דו וועסט ארויסקריכן פון דיינע חובות. געב אכטונג נישט צו לעבן ברייט, פרוביר ווי מער צו שפארן, און צאל צוביסליך די חובות.


זאג יעדן טאג די תיקון הכללי, זאג עס מיט טלית ותפילין נאך שחרית. דאס איז מסוגל פאר פרנסה און ארויס צו גיין פון אלע חובות.

#35 - גיין שלאפן מיט יראת שמים, צו האבן ריינע מחשבות
סגולות, חלומות, תיקון הכללי, ליקוטי מוהר"ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיינע חלומות וכו'; די ערשטע זאך זאלסטו לויפן אין מקוה און זאגן די תיקון הכללי. דער הייליגער רבי האט מגלה געווען דעם "תיקון הכללי", די צען קאפיטלעך תהילים (קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ), דער רבי האט געזאגט אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן; נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא), אז אסאך צדיקים האבן געוואלט משיג זיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון די וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר - זאגט דער רבי - האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון, און נאכן זאגן די צען קאפיטלעך דארף מען מער נישט זארגן.


אויך זאלסטו גיין שלאפן מיט יראת שמים. לערן פארן גיין שלאפן, לערן ליקוטי מוהר"ן - וועסטו נישט האבן די מחשבות השם ישמרינו. לערנען ליקוטי מוהר"ן פארן גיין שלאפן איז א סגולה פאר ריינע חלומות, פאר א ריינע בעט.


מוהרא"ש דערציילט, א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו און זיך באקלאגט אז ער ווערט נכשל יעדע נאכט בעוון קרי רחמנא לצלן, ער האט געוויינט אז דער הייליגער מגיד זאל אים געבן אן עצה, האט אים דער מגיד געגעבן אן עצה, למעשה איז ער צוריק געקומען נאך א טאג אז די עצה העלפט נישט, האט ער אים געגעבן אן אנדערע עצה, און ער איז צוריק געקומען זאגן אז די עצה העלפט אויך נישט, און ער זעט יעדע נאכט קרי רחמנא לצלן. האט אים דער הייליגער מגיד זכותו יגן עלינו געזאגט: "יעצט וועל איך דיר געבן א סגולה וואס דו וועסט שוין נישט צוריק קומען צו מיר, ווייל די סגולה וועט דיר זיכער העלפן", ער האט אים ארויסגעברענגט דעם ספר 'ליקוטי מוהר"ן' און אים געזאגט: "לערן יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן אביסל פון דעם ספר, וועסטו זיכער ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס און פון מקרה לילה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - א קריגעריי ווען מען זאגט תיקון הכללי
היכל הקודש, מנהגים, גבאי, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, צפת


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט הער איך אז עס איז געווארן א גאנצע קריגעריי יום טוב נאך שחרית; דער האט געשריגן אז דער מנהג איז צו זאגן די תיקון הכללי נאך שחרית, אנדערע האבן גע'טענה'ט נישט פארטרייבן די געסט וכו', דו פרעגסט וואס איז ריכטיג צו טון.


ביי אונז זאגט מען יום טוב די תיקון הכללי נאך תפילת מוסף, נישט נאך שחרית. נאר ראש השנה, יום כיפור און שמחת תורה זאגן מיר נאך שחרית, אבער אלע אנדערע ימים טובים זאגן מיר די תיקון הללי אזוי ווי יעדן שבת נאך אנעים זמירות.


דער עיקר זאלסטו זען עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת ביי אונזער מנין אין צפת, עס זאל זיין שלום און ליבשאפט, ווייל אין דעם ליגט די הצלחה.


געב א קוק וואס מוהרא"ש האט אונז געדענקט צו שרייבן די לעצטע מינוטן איידער ער איז נסתלק געווארן, מוהרא"ש האט געשריבן א בריוו פאר אונז אפאר שעה איידער זיין הסתלקות:


"בעזה"י יוֹם ה' לְסֵדֶר יִתְרוֹ ט"ז בִּשְׁבַט ה'תשע"ה


שָׁלוֹם וּבְרָכָה וְכָל טוֹב סֶלָה יַגִיעוּ וְיִרְדְפוּ אֶל כְּלָלִיּוֹת אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ הַיְקָרִים דִי בְּכָל אֲתַר וַאֲתַר הוי"ה עַלֵיהֶם יַשְׁרֶה שְׁכִינָתוֹ תָּמִיד


אִיךְ וִויל זֵייעֶר שְׁטַארְק אַז אַלֶע מַיינֶע תַּלְמִידִים וֶועלְכֶע זֶענֶען מְקוּשָׁר צוּ מִיר זָאלְן אוֹיפְשְׁטֶעלְן אַ בֵּית הַמִדְרָשׁ "הֵיכָל הַקוֹדֶשׁ" אִין זֵייעֶר שְׁטָאט, אִין דִי גֶעגְנְט וואוּ זֵיי וואוֹינֶען.


אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט.


פוּן צַייט צוּ צַייט זָאלְט אִיר קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, אוּן אִיךְ וֶועל אַייךְ דַאנְקְבַּאר זַיין פַאר דֶעם. וֶוען אִיר וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן אִיר וֶועט דָארְט מִתְפַּלֵל זַיין פַאר אַ יְשׁוּעָה, וֶועל אִיךְ זַיין פַאר אַייךְ אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוֹיבְן אִין הִימְל".


*


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - רופן און רעדן מיט'ן טאטן יעדן טאג
כיבוד אב ואם, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט רופן דיין טאטע יעדן טאג. דיין טאטע איז אן עלנדער, ער האט נישט קיינעם, די אנדערע קינדער רעדן נישט מיט אים, נאר דו מיט די שכל און הדרכה פון הייליגן רבי'ן, וואס איז אונז מחזק צו מקיים זיין אלע מצוות און לייגן אלע אייגענע נגיעות אין דער זייט - ביסטו דער איינציגסטער קינד וואס רעדט מיט אים, וויל איך דיר בעטן און מחזק זיין זאלסט אים רופן יעדן טאג, שמועסן אביסל מיט אים.


אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג מיט די טלית ותפילין נאך שחרית די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#32 - דיין שווער איז זייער צופרידן מיט דיר
תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין שווער זאגט מיר, ער קען נישט גענוג דאנקען דעם אייבערשטן פאר אזא וואוילע איידעם ווי דו ביסט, ער זאגט מיר דו האסט אזעלכע גוטע מידות, דו פירסט זיך מיט אזא דרך ארץ, ער איז זייער צופרידן מיט דיר.


שטארק זיך און זיי שטארק מיט זאגן די תיקון הכללי יעדן טאג גלייך נאך שחרית, און אויך זאלסטו נישט גיין שלאפן נאר נאכן לערנען דעם בלאט גמרא פונעם טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - פרנסה ווענדט זיך אין שמירת הברית
קדושה, פרנסה, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פרנסה האט נישט צוטון מיט וויפיל מען ארבעט און ווי קלוג מען איז, פרנסה האט מיט תיקון אות ברית קודש. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט), ווער עס איז מתקן אות ברית קודש איז זוכה צו 'מן', צו לחם מן השמים, צו פרנסה בנקל, אין שמירת הברית איז אלעס תלוי; אז מען איז מתקן תיקון הכללי, "מִמֵּילָא יְתֻקַּן הַכֹּל בִּפְרָט".


דערפאר האט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איינגעפירט אין אלע שולן היכל הקודש, אז נאך שחרית זאל מען זאגן די תיקון הכללי, נישט אויסטון די תפילין ביז נאך די תיקון הכללי, ווייל אין דעם איז אלעס אנגעהאנגען.


זאלסטו זיך אזוי פירן, מהיום והלאה טו נישט אויס די תפילין נאר נאכן זאגן די תיקון הכללי. זאג די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], דאס וועט דיר ברענגען פרנסה בנקל, און צו אלע ישועות און יעדן פרט.

#30 - פאר דיין געזונט לוינט נישט זאלסט קוקן אויף אנדערע
התחזקות, קנאה, בזיונות, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס ווייסטו וואס גייט אריבער אויף אנדערע? וואס ביסטו מקנא אנדערע? וועם ביסטו מקנא? נישטא וועם מקנא זיין, וואלסטו געוויסט וואס מענטשן מאכן מיט, וואס מען ליידט זיך צאם, יעדער איינער אין זיין זאך - וואלסטו קיינעם נישט מקנא געווען. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "כָּל בְּנֵי הָעוֹלָם כֻּלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים", די גאנצע וועלט איז פול מיט ווייטאג, "וְאֵין גַּם אֶחָד שֶׁיִּהְיֶה לוֹ עוֹלָם הַזֶּה", נישטא אפילו איינער וואס האט עולם הזה, "וַאֲפִילּוּ הָעֲשִׁירִים הַגְּדוֹלִים אֵין לָהֶם שׁוּם עוֹלָם הַזֶּה כְּלָל", אויך די גרויסע עשירים זענען פול מיט צער און ווייטאג, עס איז נישטא וועם מקנא צו זיין, עס איז נאריש מקנא צו זיין.


פאר דיין געזונט לוינט נישט זאלסט קוקן אויף אנדערע, אויך אויף יענעמ'ס רוחניות לוינט נישט צו קוקן, מען ווערט אויפגעגעסן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה", ווער עס איז מקנא א צווייטן, "עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווערן זיינע ביינער פארפוילט; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, דאס מיינט מען נישט נאר נאכן נפטר ווערן, דאס מיינט מען יעצט ביים לעבן, דער וואס האט קנאה ווערט פארפוילט, מען האט נישט קיין לעבן.


אויך בעט איך דיר זייער זאלסט נישט ווערן צעפאלן אז מען פארשעמט דיך וכו'; איך האב יעדן טאג א בזיון, איך ווייז עס נישט ארויס, אבער שטילערהייט שינדט מען די הויט, ברוך השם פאר דעם, ברוך השם אז מוהרא"ש האט אונז גוט אנגעגרייט פארן לעבן, מיט אזויפיל חיזוק פון רבי'ן.


טו נישט אויס די תפילין נאר נאכן זאגן די תיקון הכללי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - די פרויען צאמקום איז נאר פאר פרויען אין די קהילה
פרויען צאמקום, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


עס איז נישט קיין הפצה צו ברענגען פרויען צו די וועכנטליכע פרויען צאמקום; די פרויען צאמקום איז אויסדריקליך פאר פרויען וואס געהערן אין די קהילה, זיי ווילן געבן פאר זייערע קינדער די חינוך פון היכל הקודש, זיי און די גאנצע שטוב זענען איינגעבאקן ביים רבי'ן, און אז עס גייט אייך אין לעבן אז נאך א פרוי זאל הערן דעם רבינ'ס דיבורים - קענט איר געבן די נומער פון די טעלעפאן ליין ווי מען קען הערן אן א שיעור שיעורים, און זיך גוט מחזק זיין צו באקומען פרישע כוחות צו זיין א מאמע, א ווייב און א צדיקת.


איך בעט אייך זייער, מאכט נישט אנדערש, רופט נישט און שלעפט נישט קיינעם, ווייל נאר פראבלעמען קומען ארויס פון דעם.


זאגט יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהלים [טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ]; די תיקון הכללי פון הייליגן רבי'ן איז אויך פאר פרויען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#28 - תיקון הכללי איז אזוי ווי אויסזאגן גאנץ ספר תהילים
תודה והודאה, צדקה, הכרת הטוב, תיקון הכללי, ספר תורה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן דאנק פאר אלעס וואס אייער מאן נרו יאיר טוט פאר אונזער קהילה, ער העלפט מיר זייער געטריי, ער האט אראפגענומען פון מיר די עול פון צאלן רענט פאר אלע אונזערע שולן, תלמוד תורה'ס וכו' וכו'. אויך האט ער געהאלפן מיטן שרייבן א ספר תורה פאר די קהילה לזכרון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, ער האט געמאכט די הכנסת ספר תורה אזוי שיין, מיט אזויפיל הארץ. אויך העלפט ער מיט די גבאות אין בית המדרש אין וויליאמסבורג, אלע האבן הנאה, אלע זענען צופרידן.


ועל כולם לערנט ער און ער דאווענט, ווען ער האט איבריגע צייט זיצט ער מיט זיינע ספרים און לערנט שיעורים כסדרן.


בלייבט איבער איין זאך, נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר אלע ניסים וחסדים.


זאגט יעדן טאג די תיקון הכללי, אז מען זאגט די תיקון הכללי – איז דאס אזוי ווי מען זאגט אויס גאנץ ספר תהילים.

#27 - תיקון הכללי ברענגט ישועות
תיקון הכללי, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין אזוי איבערגענומען פון דיר פון וואס דו האסט מיר דערציילט אז דו לערנסט יעדן איינציגסטן טאג גמרא, דו גייסט נישט שלאפן אן לערנען א בלאט גמרא, דו לערנסט עס אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; אז מען זאל לערנען תורה אפילו בלי הבנה כלל, אן פארשטיין (שיחות הר"ן, סימן עו).


לייג צו נאך א זאך צו טון יעדן טאג, זאג יעדן טאג די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען, קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ', קה, קלז, קנ; דאס איז א תיקון הכללי, מען פאררעכט אלעס, און אז מען פאררעכט אלעס – ווערן אויטאמאטיש ישועות און רפואות למעלה מדרך הטבע.

#26 - שמחה איז די גרעסטע שמירה
מקוה, שמחה, תיקון הכללי, נערווען, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ...


עס איז נישט גוט וואס דו טוסט, צו קוקן ווען דו גייסט ארויס לצרכיו אויב איז דא טיפות עבים, אויב דו ביסט א בעל קרי. די גאנצע זאך שמעקט פון נערווען, און פון דעם אליינס, פון ארומגיין מיט אן אנגעצויגנקייט – פאלט מען אראפ.


די הייליגע חכמים זאגן קלאר (נדה יג.): "ובאנשים תקצץ"; ווייל פון אזויפיל בודק זיין, פון דעם אליינס קען מען ווערן א בעל קרי.


גיי יעדן אינדערפרי אין מקוה און זאג יעדן טאג נאך שחרית די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי, און אז דו האסט שלעכטע מחשבות – זאלסטו זאגן אסאך גמרא; גמרא רייניגט די מח מחשבה, אויך זאג אכצן פרקים משניות. אבער נישט קוקן יעדעס מאל וכו', ווייל דאס איז נערווען.


שמחה איז די גרעסטע שמירה נישט צו פוגם זיין בברית. מוהרא"ש זאגט, אויפן פסוק (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה'", ווען מען פרייט זיך מיטן אייבערשטן, "יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ", וועט מען נישט זינדיגן.

#25 - ווייטער בענקען און האפן, און נישט אפלאזן דאס וועלן
מחשבות, יאוש, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצג): "הַמַּחֲשָׁבָה יֵשׁ לָהּ תֹּקֶף גָּדוֹל", די מחשבה איז זייער א שטארקע זאך, "וְאִם יְחַזֵּק וִיגַבֵּר מַחֲשַׁבְתּוֹ עַל אֵיזֶה דָּבָר שֶׁבָּעוֹלָם", און אויב מען שטארקט זיך צו טראכטן פון א געוויסע זאך, "יוּכַל לִפְעֹל שֶׁיִּהְיֶה כָךְ", קען ער ברענגען די זאך; אויב מען טראכט פון געלט – וועט מען האבן געלט, און אויב מען טראכט אז מען וויל זיין גוט און מען בעט דעם אייבערשטן טאג נאך טאג: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אפגעהיטן" – וועט מען זוכה זיין צו ווערן ערליך און אפגעהיטן.


הכלל, מען טאר זיך נישט מייאש זיין, אפילו מען זעט עס גייען אריבער אזויפיל טעג און יארן, און מען איז נאך אזוי ווייט פון קדושה – דארף מען ווייטער בענקען און האפן, און נישט אפלאזן דאס וועלן.


זאג יעדן טאג נאך שחרית די צען קאפיטלעך תהילים, קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ', קה, קלז, קן, די תיקון הכללי; עס איז א תיקון אויף אלעס.

#24 - פרנסה קומט נאר ווען מען איז מתקן אות ברית קודש
קדושה, פרנסה, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס שטייט אין פסוק (בראשית מא, נה): "וַתִּרְעַב כָּל אֶרֶץ מִצְרַיִם", עס איז געווארן א הונגער אין לאנד מצרים, וגו', "וַיֹּאמֶר פַּרְעֹה לְכָל מִצְרַיִם", האט פרעה געזאגט "לְכוּ אֶל יוֹסֵף", גייט צו יוסף, און "אֲשֶׁר יֹאמַר לָכֶם", וואס ער וועט ענק זאגן, "תַּעֲשׂוּ", זאלט עטץ טון. זאגט רש"י: "שהיה יוסף אומר להם שימולו", יוסף האט זיי געזאגט זיי זאלן זיך מל'ן.


מיט די הקדמה פון הייליגן רבינ'ס ווערטער (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט) אז פרנסה קומט נאר ווען מען איז מתקן אות ברית קודש, ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא", ווער עס ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט, "עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", וועט אים נאכלויפן ארעמקייט, "כָּל שֶׁכֵּן", איז דאך זיכער, "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", דער וואס ווארפסט אראפ די ברעקלעך פון מח, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן – וועט ווערן ארעם.


דאס זאגט דער פסוק, עס איז נישט געווען קיין עסן אין מצרים פון די עבירות פון פגם הברית, די עצה פאר פרנסה איז "לְכוּ אֶל יוֹסֵף", גיין צום צדיק, פאלגן די עצות פונעם צדיק; דער צדיק זאגט "שימולו", מען זאל היטן אות ברית קודש, אזוי איז מען זוכה צו פרנסה, והבן למעשה.


זאג יעדן טאג מיט די טלית ותפילין נאך שחרית די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך פון הייליגן רבי'ן - וועסטו האבן גרויס שפע.

#23 - לערנען ספר ליקוטי מוהר"ן איידער מען לייגט זיך שלאפן
מקוה, סגולות, משניות, סיפורי צדיקים, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זאג יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און אז דו קענסט גיין אין מקוה - דאס איז די גרעסטע תיקון צו פאררעכטן מקרה לילה; אז מען גייט אין מקוה און מען זאגט די צען קאפיטלעך תהילים - דארף מען שוין גארנישט זארגן.


אויסער דעם איז דא א גוטע סגולה אויף להבא, נישט צוקומען צו מקרה לילה - צו לערנען איידער מען לייגט זיך שלאפן ספר ליקוטי מוהר"ן. א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו און זיך באקלאגט אז ער ווערט נכשל יעדע נאכט בעוון קרי רחמנא לצלן, ער האט געוויינט אז דער הייליגער מגיד זאל אים געבן א עצה, האט אים דער מגיד געגעבן א עצה, למעשה איז ער צוריק געקומען נאך א טאג אז די עצה העלפט נישט, האט ער אים געגעבן אן אנדערע עצה, און ער איז צוריק געקומען זאגן אז די עצה העלפט אויך נישט, און ער זעט יעדע נאכט קרי רחמנא לצלן. האט אים דער הייליגער מגיד זכותו יגן עלינו געזאגט: "יעצט וועל איך דיר געבן א סגולה וואס דו וועסט שוין נישט צוריק קומען צו מיר, ווייל די סגולה וועט דיר זיכער העלפן", ער האט אים ארויסגעברענגט דעם ספר 'ליקוטי מוהר"ן' און אים געזאגט: "לערן יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן אביסל פון דעם ספר, וועסטו זיכער ווערן אפגעהיטן פון אלע שלעכטס און פון מקרה לילה". דער הייליגער טשערנאבלער מגיד איז געווען זייער נאנט מיטן רבי'ן, זיינע קינדער זענען אבער שוין געווארן מתנגדים.


זיי נישט מוותר אויף לכל הפחות איין פרק משניות און איין בלאט גמרא בכל יום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - בענקען, גלוסטן, און האפן, אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אין אומאן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אומאן, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נצבים וילך, י"ח אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם מיר פארן שוין אט אט צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה; וויסן זאלסטו, כדי אנצוקומען צום רבינ'ס ציון - איז דער עיקר דאס בענקען און גליסטן, בענקען און האפן - נאר אזוי קומט מען אן, און נאר אזוי איז מען זוכה צו מקבל זיין די תיקונים.


געוואוין זיך צו צו זאגן יעדן טאג נאך שחרית די תיקון הכללי, און אז דו קענסט גיין אין א ליידיגע פלאץ זיך גוט אויסקרעכצן, זיך גוט אויסשרייען, א פלאץ וואו קיינער וועט נישט הערן דיינע קולות - שריי זיבעציג מאל, ע' קלין: "רבונו של עולם העלף מיר, רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות, רבונו של עולם נעם מיך ארויס פון שאול תחתית, רבונו של עולם זיי מיר מוחל אויף מיינע חטאים, עוונות ופשעים, איך טו תשובה מיט אן אמת"; אזוי זאלסטו שרייען זיבעציג מאל בקולי קולות - וועסטו זוכה זיין צו ווערן א נייער מענטש.


נאכדעם דורכן טאג זאלסטו נאר זיין פרייליך, טון וואס דו האסט צו טון, דאווענען און לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#21 - וואס טוט מען ביים אנקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן
תהלים, אומאן, תיקון הכללי, וידוי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע אומאן וכו'; די ערשטע זאך ווען דו קומסט אריין צו די הייליגע פלאץ, קודש הקדשים, ביים ציון - זאלסטו צוגיין צום ציון און געבן א קוש, זאלסט געבן א פרוטה לצדקה, זאגן "הרינו מקשר עצמי" און אנהויבן זאגן די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי – שטייט, ווארט ביי ווארט.


ווען דו ענדיגסט די תיקון הכללי זאלסטו זאגן די תפילה פון רבי נתן, שטייטליך ווארט ביי ווארט. זאלסט מאכן השתטחות און זיך מתוודה זיין אויף אלע חטאים עוונות ופשעים, זאלסט דערציילן אלעס אין דיין שפראך (אידיש), אלעס וואס דו האסט געטון פון ווען דו ביסט געבוירן געווארן ביז די רגע וואס דו ביסט ביים ציון, און ווען דו ענדיגסט זיך מתודה זיין - זאלסטו אנהויבן בעטן פאר דיר און פאר אלע אידן, אלע זאלן תשובה טון און אז דו זאלסט טון נאר די ווילן פונעם אייבערשטן.


ווען דו ענדיגסט מיט די ווידוי און מיט די בקשות - זאלסטו אנהויבן ספר תהלים, און אז דו וועסט קענען ענדיגן גאנץ תהילים - איז דאס זייער א גרויסע זאך, און אז נישט - זאלסטו נישט ווערן מבולבל.


אויב דו קענסט - זיי מיך מזכיר ביים ציון, די טובות וואס דו האסט באקומען פון מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#20 - זייט פון די קינדער וואס זענען דערוואקסן, און פירן זיך מיט דרך ארץ
שידוכים, תהלים, דרך ארץ, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האף איר זענט צופרידן אין קלאס, איר האט הנאה פון די לערערינס.


איך וויל אייך בעטן איר זאלט זיין פון די מיידלעך וואס זיצן מיט דרך ארץ און רעדן נישט ווען די טיטשער לערנט. איך דענק אייך אלס אן איידל קינד, איך וויל אויך אז אייערע לערערינס זאלן אזוי זאגן. איך ווייס איר זענט א טייער קינד און איך וויל דאס אויך הערן פון אלע איינגעשטעלטע.


זייט פון די קינדער וואס זענען דערוואקסן, מאכט זיך א גוטע נאמען. ווייל עס וועט נישט נעמען לאנג, איר וועט דארפן א כלה ווערן און אז איר וועט זיין פון די איידעלע – וועט איר באקומען א איידעלער חתן, ווייל א שידוך גייט לויט די מעשים, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ב.): "אֵין מְזַוְּגִין לוֹ לְאָדָם אִשָּׁה אֶלָּא לְפִי מַעֲשָׂיו", א שידוך ווענדט זיך אינעם מענטש.


זאגט יעדן טאג כאטשיג איין קאפיטל תהילים, אויך זאלט איר פרובירן צו זאגן יעדן טאג די תיקון הכללי פון הייליגן רבי'ן, [די צען קאפיטלעך תהילים - טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#19 - רעדט צום מאן שיין, וועט ער רעדן צו אייך שיין
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא


איך בעט אייך זייער, רעדט שיין צו אייער מאן. איר האט א טייערער מאן, ער איז א גוטער מענטש, א בעל מידות וירא שמים, רעדט צו אים שיין - וועט ער רעדן צו אייך שיין.


געבט נישט קיין קריטיק, מענטשן האבן נישט ליב מען זאל זיי קריטיקירן, און זיכער נישט פון די ווייב.


זייט פרייליך, זוכט אויף גוטע זאכן ביי אייך און ביי אים, יעצט ווען מען ווארט למזל טוב - דארף מען זיך זייער שטארקן צו זיין נאר פרייליך.


די צען קאפיטלעך תהילים, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] - איז אזוי ווי מען זאגט גאנץ תהילים.


 

#18 - די נסיעה קיין ארץ ישראל, פסח שני און ל"ג בעומר תשפ"ג
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, לערערין, שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, שווער און שוויגער, רצונות, סיום, דרשות, הכנסת אורחים, משפחה, אידיש געלט, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, הלכה, פירושים, דאווענען, ברכת המזון, בר מצוה, מעביר סדרה, ירושלים, תפלין, תיקון הכללי, מנהיגים, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני, אפשערן, זוהר הקדוש, דף גמרא, בילדער, אריז''ל, חאלאקע, כבוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.


איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.


איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.


טבריה


אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.


איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.


מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.


עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.


מירון


מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.


מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.


בר מצוה


דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.


איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.


מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".


דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.


איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.


דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.


אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.


חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.


הנחת תפילין


פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.


איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.


ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.


אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.


קברי צדיקים


נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).


מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.


צפת


מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".


מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.


שבת קודש מירון


מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.


נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.


אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.


שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".


עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.


מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.


מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.


מוצאי שבת


מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.


זונטאג בהר בחקותי


איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.


מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.


איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.


ל"ג בעומר


מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.


איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.


נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.


נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.


איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.


ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.


אפשערן


איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.


איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".


איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.


יבנאל


מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.


איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.


איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.


בית פיגא ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.


ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.


תלמוד תורה ירושלים


איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.


איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.


איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.


דף גמרא ירושלים


איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.


נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.


ישיבה קטנה ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.


פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.


מעריב


עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.


אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.


מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!


פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#17 - סדר הנסיעה צו קברי צדיקים אין פוילן, פרשת תזריע מצורע תשפ"ג
קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, חינוך הילדים, אמונה, ניגונים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, צדקה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, מוסדות, זיכוי הרבים, תהלים, חסידות ברסלב, שטעטל, עבודת השם, שאלות, שערן די האר, רעדן, נסיעה, משניות, אומאן, ראש השנה, פרנסה, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, דרייוון, לימוד התורה, תכלית, אמונת חכמים, ישיבה, כשרות, ראש ישיבה, מחשבות, התעוררות, יאוש, תיקון הכללי, התנגדות, ל"ג בעומר, ספירה, געלט, וויינען, קאמפיין, לייף אינשורענס, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין פאריגע וואך זונטאג געפארן קיין פוילן, פועל'ן ישועות ביי קברי צדיקים. מיר זענען געפארן מיט א חבורה פון זעכציג חברים תלמידי היכל הקודש, דיין שוואגער האברך אהרן נרו יאיר האט דאס צאמגעשטעלט. דאס איז שוין די צווייטע יאר וואס ער מאכט א נסיעה פאר די אינגעלייט און בחורים וואס ברענגען אריין א געוויסע סכום ביי די יערליכע קאמפיין לטובת אונזערע מוסדות.


קרית ברסלב


זונטאג נאכמיטאג בערך פינף אזייגער בין איך ארויסגעפארן פון שטעטל צום עירפארט מיט האברך אלי' קנאל נרו יאיר, מיר האבן דורכגערעדט אויפן וועג אלע פלענער וועגן ראש השנה הבא עלינו לטובה. קומענדיגע ראש השנה געפאלט דער ערשטער טאג אום שבת קודש און דער צווייטער טאג - זונטאג. ווי עס זעט יעצט אויס וועל איך שוין פארן מאנטאג נאכט, היות עס איז יעצט אינמיטן די מלחמה און מען קען נישט פארן קיין אוקריינא מיט אן עראפלאן, מען קען נאר אריינקומען אויפן ערד, קומט אויס אז די נסיעה איז א לענגערע און אז מען פארט דינסטאג נאכט קומט מען ערשט אן דאנערשטאג, און איך וויל זיין אין אומאן א נאכט פאר זכור ברית, וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף פארן מאנטאג נאכט ב' סליחות, און צוריק קומען מאנטאג האזינו, צום גדלי'.


נוארק


מנחה האב איך געדאווענט אין שטעטל, מעריב האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. דודי לאקס איז געווען בעל תפילה, מען האט געציילט ספירה, י"א לעומר. אין עירפארט האבן מיר געטראפן אסאך אידן וואס פארן קיין פוילן פועל'ן ישועות. מיר האבן געטראפן א גרופע בחורים פון די סאטמערע ישיבה פון קרית יואל, זיי זענען געפארן מיט א זון פונעם סאטמערער רב פון קרית יואל. איך האב געשמועסט מיט אים, איך האב אים געזאגט אז פונקט נעכטן האט מיין שווער שליט"א מיר געזאגט אז דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט זייער שטארק אנגענומען די ווערטער פון קב הישר (פרק פח) אז חודש ניסן גייט מען נישט אויף קברים; למעשה זע איך אז א גרופע סאטמערע בחורים פארן, זע איך אז צו קברי צדיקים קען מען יא פארן.


אויפן פליגער האב איך געזען א מאדנע זאך, עס איז געקומען צו מיר א איד, ער איז געזיצן אין ביזנעס קלאס. זיין פרנסה איז, זיין א גבאי פאר אן ערל וואס האט ביליאנען דאלער, און דער ערל ווייסט זיך נישט וואו אהין צו טון אויף דער וועלט, עס איז אים נמאס דאס לעבן, איז דעם איד'ס פרנסה צו זאגן פארן ערל יעדן טאג וואו צו גיין, וואו צו קומען און וואס צו טון. מיר האבן געזען ממש דעם רבינ'ס ווערטער (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סד) אלע עשירים זענען משוגעים, און וואס מוהרא"ש זאגט וועגן עשירות, ווער איז רייך און וואס מיינט רייך; פון געלט האט מען גארנישט, מען ווערט משוגע פונעם טאג, מען האט נישט קיין טעם אינעם לעבן, נאר תורה מאכט פרייליך, נאר דער וואס איז עוסק מיט מצוות - דער איז א צופרידענער.


דיין שוואגער האט מיר געבעטן איך זאל אריינשרייבן פאר אלע חברים וואס קומען מיט די נסיעה אפאר ווערטער אין א תהילים וואס ער געבט פאר א מתנה. עס האט מיר גענומען אסאך שעות, איך האב אנגעיאגט צו שרייבן נאר פאר האלב. נאכדעם בין איך אביסל געשלאפן, נאכדעם האב איך געדאווענט שחרית.


ריישא


מיר זענען אנגעקומען בערך צוועלף אזייגער קיין ריישא, מיר זענען אלע ארויף אויף א באס פון צוויי שטאק, מען האט אביסל געווארט אז די פעקלעך זאלן אנקומען.


עס זענען געקומען פון ארץ ישראל אפאר אינגעלייט אנטייל נעמען מיט די נסיעה, משה ראזענבערג און חיים יאקאבאוויטש. אויך זענען געקומען אפאר אינגעלייט וואס זענען געפארן צו די עלטערן אויף פסח קיין ארץ ישראל, זענען זיי געקומען פון ארץ ישראל; די כולל יונגעלייט הרב הערשל בוים און הרב יחזקאל שארף, אויך לייבי אפפעל, איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי אלע.


ליזענסק


מיר זענען געפארן קיין ליזענסק צום הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זכותו יגן עלינו. דאס ערשטע זענען מיר געגאנגען אין מקוה; איך בין געגאנגען אין די קאלטע בור, ווייל ביי די הייסע בור איז געווען אנגעצינדן די פילטער. איך האב געוואלט גלייך גיין צום ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אבער איך האב געטראכט אז דער עולם וויל גיין אינאיינעם, און רוב עולם איז זייער הונגעריג, וועל איך גיין מיט זיי עסן און נאכדעם גיין צום ציון.


ביים ציון איז געווען א גרויסע התעוררות איך האב מתפלל געווען פאר אלע וואס דארפן ישועות.


אויפן וועג פון ליזענסק קיין שינאווא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין שינאווא. אויפן וועג איז געווען שיינע שמועסן, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מען האט גערעדט פון זייער אסאך זאכן.


עס האט זיך אנגעהויבן שאלות ותשובות, אינגעלייט האבן געשטעלט פראגעס. איינער האט געפרעגט: "וואס מיינט זיך מבטל זיין צום צדיק?" זענען מיר אריין אין א שמועס אז דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן - דארפסטו גלייבן אז דוי קענסט פאררעכטן; א מענטש האט געזינדיגט, ער האט געטון עבירות, ער ביי זיך שפירט ווי עס איז שוין נישטא קיין וועג פאר אים צוריק צו קומען צום אייבערשטן - דארף ער האבן ביטול צום צדיק און וויסן "אז דער רבי זאגט 'נישטא קיין יאוש' - איז דאס ממש אזוי", אפילו מען פארשטייט דאס נישט.


דער שמועס איז מיר געווען זייער חשוב, ווייל אינמיטן וועג האט מיר א אינגערמאן געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז עס איז אים אזוי שווער זיך צו מחזק זיין, עס איז אים אזוי שווער צו גלייבן אז ער קען נאך פאררעכטן, ער הערט נישט אויף פאלן. ער האט ממש געוויינט, ער האט געוואלט וויסן אויב עס איז ביי אים נאך מעגליך אויפצוהערן פוגם זיין.


מיר האבן אסאך גערעדט פון דעם, אז ווער עס פאלגט דעם רבי'ן וועט ביים סוף זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן, און אפילו אויב מען וועט נישט זוכה זיין צו זען דא בזה העולם קיין שום ליכטיגקייט - דארף מען גלייבן אז עס וועט זיין (ויקרא כב, ז): "וּבָא הַשֶּׁמֶשׁ וְטָהֵר, וְאַחַר יֹאכַל מִן הַקֳּדָשִׁים", נאכן אוועק גיין פון די וועלט וועט ער זען וואס ער האט אויפגעטון (לקוטי הלכות ברכת השחר הלכה ה', אות מב).


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, אזא רחמנות'דיגער רבי וואס מיר האבן; ער ווייזט פאר אונז א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ער געבט אונז עצות וואס מיר פשוט'ע מענטשן קענען טון, גרינגע עצות; מיר דארפן נאר פאלגן, מיר דארפן גיין אין די וועג; אויב מיר וועלן פאלגן - וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ) דורך זיינע עצות קען מען ווערן א גרויסער צדיק; דער עיקר וואס דער רבי געבט אונז איז די חיזוק פון אנהויבן פונדאסניי און נישט קוקן וואס איז געווען.


איינער האט געפרעגט א פראגע, דער רבי זאגט אין ספר המידות (אות בשורה, סימן ב): "אַל תְּבַשֵּׂר בְּשׂוֹרָה רָעָה, כִּי מֵחֲמַת בְּשׂוֹרָה רָעָה מֵתוּ כַּמָּה נְפָשׁוֹת", מען זאל נישט דערציילן קיין שלעכטע נייעס, ווייל דורך שלעכטע נייעס זענען מענטשן געשטארבן; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "הַמְבַשֵּׂר בְּשֹוֹרוֹת רָעוֹת, נוֹפֵל לְמֹחִין דְּקַטְנוּת", מען פאלט אין מוחין דקטנות דורך דערציילן שלעכטע נייעס; דעריבער פארציילט ער נישט קיין שלעכטע זאכן אין שטוב, אבער שפעטער ווען זיין ווייב הערט די נייעס ווערט זי ברוגז אויף אים, פארוואס ער האט נישט דערציילט. אויף דעם איז די עצה צו דערציילן אויף א וועג אז יענער זאל דאס אליינס כאפן, מען דערציילט עס האלבוועגס, ביז מען כאפט אליינס.


איינער האט געפרעגט פארוואס מען מאכט אוועק צו קויפן לייף אינשורענס, פארוואס זאל מען נישט אוועקלייגן עפעס א קרן פאר די קינדער? דער ענטפער איז, מיר געפינען (עירובין נד.) דער אמורא רב האט געזאגט פאר זיין תלמיד רב המנונא: "בני, אם יש לך", מיין קינד אויב האסטו געלט, "היטב לך", נוץ עס פאר דיר, "שאין בשאול תענוג", ווייל אין קבר האט מען נישט קיין הנאה פון געלט, "ואין למות התמהמה", און מען ווייסט נישט ווען מען גייט אוועק גיין פון די וועלט, איז א שאד אוועק צו לייגן געלט. "ואם תאמר, אניח לבני חוק", אויב וועסטו טראכטן איך וועל אוועק לייגן פאר מיינע קינדער זיי זאלן האבן עסן, קודם כל: "בשאול מי יגיד לך", ווער וועט דיר מודיע זיין אין קבר אז דיינע קינדער האבן טאקע די געלט און זיי נוצן דאס? און נאך א זאך, "בני האדם דומים לעשבי השדה", מענטשן זענען אזוי ווי גראז און בלומען, "הללו נוצצין", די שפראצן, "והללו נובלין", און די שטארבן. זאגט רש"י (דבור המתחיל הללו נוצצין): "כשהן גדילין", ווען די קינדער וואקסן, "גדילה פרנסתן", וואקסט זיי די פרנסה, "ועושרן עמהן", זיי ווערן רייך, "ואינך צריך להדאג עליהן", און מען דארף זיך נישט זארגן פאר זיי.


עס איז געווען א תענוג, א געשמאק - צו פארברענגען מיט תלמידי היכל הקודש. אונטערוועגנס ווען מען איז אויסגעמוטשעט, הונגעריג און מיד - קען מען מער זען ווער איז דער מענטש, ווי אזוי פירט ער זיך; וואס זאל איך דיר זאגן, פון יעדן איינעם האט מען געהערט שיינע שיחות פון רבי'ן און מעשיות פון תפילה.


איינער האט געפרעגט אויב נאך אפאר יאר נאך די חתונה, נישט האבן קינדער - אויב מען זאל גיין צו די ארגאניזאציעס זיי זאלן העלפן. מיר האבן גערעדט אז עס ווענדט זיך אינעם פארפאלק, עס ווענדט זיך אין זיי אליינס; אויב איז דער מאן און די ווייב שטארק ביי זיך אז דער אייבערשטער וועט זיי העלפן, זיי זענען שטארק מיט תפילה - דעמאלט האט נישט קיין פשט צו גיין צו זיי, א שאד די צייט, א שאד די קאפ וויי, זיי קענען נישט געבן קיין קינדער, קינדער קומט פונעם אייבערשטן, און אויב די ווייב זאגט זי וויל גיין צום דאקטער אדער צו די ארגאניזאציעס, זי וויל טון עפעס - דעמאלט גייט מען.


עס זענען געווען פראגעס וואס איך האב נישט געענטפערט, פראגעס וואס איז נישט נוגע אויף למעשה. איינער פרעגט, ער זעט אין די בריוו ווי מען זאגט פאר איינעם עס איז נישט קיין פראבלעם פאר א פרוי צו דרייווען א קאר, און אין געוויסע בריוון זעט מען אז פרויען זאלן נישט דרייווען; פון די פראגעס האב איך זיך ארויסגעדרייט, דאס איז נישט נוגע פארן כלל.


איינע פון די פראגעס איז געווען אויב מאכן געלט איז א סתירה מיט וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש אז מען דארף נאר עוסק זיין אין תורה, תפילה און זכרון בעלמא דאתי, מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין סתירה, דער רבי האט דאך בפירוש געזאגט מען זאל ארבעטן און האבן א גוטע פרנסה (חיי מוהר"ן, סימן תקא). נאר וואס דען, זיך נישט פארלאזן אויף די געלט און נישט רעדן פון די געלט; פארלאזן דארף מען זיך אויפן אייבערשטן און רעדן דארף מען נאר פונעם אייבערשטן און צום אייבערשטן.


איינער האט געפרעגט אויב בעטן א רעיז פונעם בעל הבית איז א חסרון אין אמונה, ווייל פרנסה געבט דער אייבערשטער; מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין חסרון אמונה, מען מעג בעטן א רעיז און מען מעג טון זאכן פאר פרנסה, דער עיקר איז מען זאל זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן און נאר קוקן צו אים.


איינער האט געפרעגט אויב עס איז ריכטיג צו נעמען לכתחילה פאר פרנסה 'גיין נאך געלט'; מיר האבן גערעדט אז גיין נאך געלט איז פאר איינעם וואס האט נישט. ווען א אינגערמאן זיצט און לערנט און האט נישט צו לעבן - מעג ער על פי הלכה גיין צאמנעמען געלט פאר זיך, אבער איינער זאל גארנישט טון מיטן טאג, שלאפן ביזן טאג אריין און זיך דרייען ליידיג, און גיין נאך געלט - איז נישט ריכטיג.


מען דארף באמערקן אז הפצה און גיין נאך געלט - איז צוויי זאכן. ווען עס קומט צו הפצה איז דאס נישט קיין זאך פון שנארן, דאס איז מזכה זיין נשמות ישראל, דאס איז די גרעסטע עבודה וואס איז נאר פארהאן.


איינער האט געפרעגט אויב דאס איז אמת אז מפיצים זענען בחינת אליהו הנביא; דער ענטפער איז, דער רבי זאגט (ספר המידות אות בשורה, סימן א): "מִי שֶׁהוּא רָגִיל לוֹמַר בְּשׂוֹרוֹת טוֹבוֹת, הוּא נִתְלַבֵּשׁ מִבְּחִינַת אֵלִיָּהוּ", ווער עס דערציילט גוטע בשורות - ווערט ער א בחינה פון אליהו הנביא; קומט אויס, אז די מפיצים וואס גייען פארשפרייטן גוטע בשורות, זיי פארשפרייטן די ספרים פון רבי'ן וואס דארט שטייט גוטע נייעס, אז מען קען נאך זוכה זיין תשובה צו טון, מען קען זוכה זיין צו האבן א חלק אין די הייליגע תורה, מען קען זוכה זיין צו ווערן א צדיק - זענען זיי אלע בבחינת אליהו הנביא.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געשריבן די הייליגע ווערטער פון זוהר תרומה (קכח עמוד ב) "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע - זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


שינאווא


ביים הייליגן שינאווא רב האבן מיר געזאגט תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן יעדער איינער אויף וואס ער דארף, איך האב געבעטן פאר מיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, אויך האב איך געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות.


עס איז נאכאמאל ארויפגעקומען די פראגע ווי אזוי מען איז מתפלל ביי א ציון פון א צדיק, מען בעט דעם אייבערשטן בזכות דעם צדיק אדער מען בעט דעם צדיק זאל בעטן דעם אייבערשטן? די פראגע פרעגט מען אלעמאל ווען עס מאכט זיך א נסיעה. דער ענטפער איז, מען בעט דעם אייבערשטן אז בזכות די צדיקים, "לִקְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וְאַדִּירֵי כָּל חֶפְצִי בָם" - זאל מען געהאלפן ווערן, אויך קען מען בעטן דעם צדיק זאל בעטן פאר אים.


לאנצוט


פון שינאווא זענען מיר געפארן קיין לאנצוט צום הייליגן ראפשיצער רב'ס ציון. מיר האבן באטראכט די נוסח המציבה וואס דער הייליגער ראפשיצער רב האט געהייסן שרייבן: "יחיד בדורו בחכמת אלקים", מיר האבן דארט געזאגט תהילים, און יעדער האט געבעטן זיינע בקשות.


מיר האבן געדאווענט מנחה אין לאנצוט אין די הכנסת אורחים שטיבל.


איך בין געזיצן א חלק נסיעה אויבן אויפן באס און א חלק נסיעה אונטן, אז אלע זאלן קענען מיטהאלטן. אויך האב איך גערעדט רוב וועג אין א מייק, אלע האבן געקענט מיטהאלטן די שמועסן דורכאויס די גאנצע וועג.


וויינען ביי קברי צדיקים


א אינגערמאן האט מיר געבעטן איך זאל געבן חיזוק אויף נישט וועלן וויינען און נישט ווארטן אויף התעוררות. דאס איז זייער וויכטיג ווען מען פארט מתפלל זיין אויף מקומות הקדושים, מען ערווארט צו האבן התעוררות ביי די הייליגע פלעצער, מען ערווארט צו קענען זיך אויסוויינען, און היות מען איז אונטערוועגנס, מען איז אויסגעמוטשעט, מען עסט נישט און מען שלאפט נישט - פארמאכן זיך די געפילן, און אז מען ווארט צו קענען וויינען און מען וויינט נישט - ווערט מען אויס מענטש.


מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון רבי'ן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה): "שֶׁכְּשֶׁהָאָדָם אוֹמֵר תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת וְחוֹשֵׁב בְּלִבּוֹ וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה, זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אֵינָהּ טוֹבָה", עס איז נישט קיין גוטע זאך צו טראכטן ווען מען בעט דעם אייבערשטן - ווען מען גייט שוין קענען וויינען, "וְהִיא מְבַלְבֶּלֶת גַּם כֵּן אֶת דַּעְתּוֹ", אויך טוט דאס שטערן די התבודדות. "כִּי מֵחֲמַת זֶה אֵינוֹ יָכוֹל לוֹמַר הַבַּקָּשׁוֹת בְּלֵב שָׁלֵם בִּשְׁלֵמוּת", מען קען נישט אינזין האבן די ווערטער וואס מען בעט - אזוי ווי עס דארף צו זיין, "כִּי צְרִיכִין בִּשְׁעַת אֲמִירַת תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת לְהַרְחִיק מֵעַצְמוֹ כָּל מִינֵי מַחֲשָׁבוֹת חוּץ שֶׁבָּעוֹלָם רַק לְכַוֵּן דַּעְתּוֹ אֶל הַדִּבּוּרִים, שֶׁהוּא מְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַך כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ, וְאָז מִמֵּילָא בְּקַל יִתְעוֹרֵר לִבּוֹ עַד שֶׁיָּבוֹא לִבְכִיָּה גְּדוֹלָה בֶּאֱמֶת", ווייל ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען לייגן אלע אנדערע מחשבות אין דער זייט און נאר אינזין האבן די טייטש פון די ווערטער וואס מען בעט, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט. דאס אליינס, אז מען לייגט צו מח מחשבה צו וואס מען בעט - דאס מאכט מען זאל קענען וויינען, "אֲבָל כְּשֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה עַל זֶה שֶׁיִּבְכֶּה אֲזַי זֶה וָזֶה אֵינוֹ עוֹלֶה בְּיָדוֹ", אבער אויב מען שטייט און מען ווארט 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - פארלירט מען ביידע זאכן, "כִּי הָאֲמִירָה בְּעַצְמָהּ נִתְבַּלְבְּלָה עַל יְדֵי זֶה, כִּי זֶה שֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה הוּא גַּם כֵּן בְּחִינַת מַחֲשָׁבָה זָרָה שֶׁמְּבַלְבֶּלֶת, הַכַּוָּנָה שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִשְׁמֹעַ הֵיטֵב מַה שֶּׁהוּא מְדַבֵּר עַל יְדֵי זֶה", די התבודדות, דאס בעטן - ווערט געשטערט, ווייל ער האט נישט אינזין וואס ער זאגט און ער בעט; די מחשבה פון ווארטן 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - דאס איז אויך א מחשבה זרה, "כִּי הָעִקָּר לְדַבֵּר הַדִּבּוּר בֶּאֱמֶת לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת אֲחֵרוֹת כְּלָל", ווייל דער עיקר איז בעטן דעם אייבערשטן, צולייגן קאפ צו די ווערטער וואס מען בעט, "וְאִם יִזְכֶּה לִבְכִיָּה בֶּאֱמֶת מַה טּוֹב וְאִם לָאו לָאו וְלא יְבַלְבֵּל אֲמִירָתוֹ בִּשְׁבִיל זֶה", אז מען איז זוכה צו וויינען - איז גוט, און אז נישט - איז ווייטער גוט.


דינוב


פון דארט זענען מיר געפארן קיין דינוב צום הייליגן בני יששכר זכותו יגן עלינו.


די גאנצע וועג זענען געזיצן אנשי שלומינו, יעדער איינער מיט זיינע ספרים, דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט אין ערגעץ. איך פלעג משמש זיין מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה, איך פלעג אים באדינען, פארן מיט אים נסיעות. ביי אים האב איך געזען די זאך פון לערנען אונטערוועגנס, ער האט מיר אלץ געזאגט ביים זיך פאקן די פעקלעך איידער א נסיעה: "פאק מיר איין א קליין חומש'ל, א משניות'ל, א תיקונים וכו' וכו'"; איך האב געטראכט 'מיין זיידע איז א העכערער סארט מענטש, ער לערנט, אבער איך, איך בין א פשוט'ער מענטש איך לערן נישט אויפן וועג', סתם מענטשן, פשוט'ע מענטשעלעך ווי מיר זענען - ווער לערנט אויפן וועג? פרעג נאך שטערקער 'ווער לערנט אינדערהיים, נאך איידערן ארויספארן אויפן וועג?'


דאס צו זען, ווי אלע זיצן מיט זייערע ספרים - איז פאר מיר געווען די שטערקסטע זאך. דער זיצט מיט א משניות, א צווייטער מיט די קונטרס 'ב'י'ת' נצחי' - ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא, א דריטער מיט א תיקוני זוהר.


מען האט געשמועסט אסאך אונטערוועגנס פון חינוך הבנים והבנות. איינער האט געפרעגט אויב ער קען זאגן פאר זיינע קינדער אז טאטי און מאמי מעגן עסן א געוויסע הכשר, אבער די קינדער טארן דאס נישט עסן? מיר האבן אלע געשמייכלט, וואס איז שייך צו זאגן אזא זאך?! קינדער גייען דאך נאך די עלטערן, עס איז נישט שייך אזא סארט חינוך. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא, אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד עסט און וואס ער טוט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליין, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך - וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. נאך זאגן די הייליגע חכמים (מדרש תנחומא וישלח, ז) אויפן פסוק (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה", דינה איז ארויס פון שטוב זיך דרייען אין די גוי'שע גאסן, פארוואס רופט מען איר 'בַּת לֵאָה' - די טאכטער פון לאה, פארוואס נישט די טאכטער פון יעקב? נאר וויבאלד זי איז געגאנגען אין די וועג פון איר מאמע, זי האט געזען איר מאמע ארויסגיין אין גאס איז זי אויך ארויס אין גאס, פון דעם זעט מען וואס מענטשן זאגן: "כְּאִמָּה, בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך - אזוי פירן זיך די קינדער.


רימנוב


עס איז געווארן שפעט, עס האט זיך אנגעהויבן שאלות אויב מען זאל שוין פארן קיין קראקא עסן און שלאפן אדער ווייטער אריינכאפן אויפן וועג נאך מקומות הקדושים. למעשה זענען מיר ווייטער געפארן פון דינוב קיין רימנוב צום ציון פון הייליגן רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו, מיר האבן אלע געצינדן א ליכט לזכות מנחם מענדל בן יוסף, דער צדיק האט דאך מבטיח געווען אז ווער עס וועט צינדן א לעכט פאר זיין נשמה - וועט ער אים א טובה טון. אויך זענען מיר אריין אינעם אוהל פון הייליגן רבי הערש מרימנוב זכותו יגן עלינו, מיר האבן דארט געזינגען זיינע לידער, די הארציגע ניגון וואס מיר זינגען יום טוב שבועות ביי אהבה רבה, אויך די ניגון וואס מיר זינגען ביי תפילת טל און תפילת גשם; הארציגע ניגונים, אויך האבן מיר געזינגען אידישע ניגונים.


מיר האבן געדאווענט מעריב אין רימנוב, ווייל עס איז שוין געווארן שפעט, מיר האבן געוואלט דאווענען פאר חצות, אזוי ווי די הלכה. מיר האבן געדאווענט אינעם נייעם בנין. מען האט יעצט געבויט דארט א שיינעם בנין הכנסת אורחים, מען האט מיך מכבד געווען צו קלאפן א מזוזה. חיים מאיר ערפס איז געווען דער בעל תפילה, מיר האבן געציילט ספירה י"ב לעומר, הוד שבגבורה.


אויפן וועג האבן מיר ווייטער גערעדט און געשמועסט, מען האט גערעדט פון שלום בית. איינער האט געפרעגט וואס ער קען טון, זיין ווייב זאגט אים ער זעט נישט אויס שיין; איך האב נישט געזען ווער עס פרעגט די פראגעס, ווייל מען האט געשריבן שאלות אויף צעטלעך און ארויפגעשיקט. דער ענטפער איז ער זאל געבן גוטע ווערטער, דאס איז א תירוץ אויף אלע טענות וואס די ווייב האט; אז מען רעדט שיין, מען געבט גוטע ווערטער - ווערן אלע טענות בטל.


שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך, נאר אז מען האט שלום בית - קען מען זיין אפגעהיטן און האבן א ריינעם מח מחשבה. דעריבער פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם זייער אויף יונגע פארפעלקער זיי זאלן נישט האבן שלום בית, אזוי קען ער אראפווארפן ביידע אין עבירות. אזוי שרייבט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רסג), איינער האט מיר דערציילט, ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום; דער רבי האט געזאגט: "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", ווייל אז מען איז אן א ווייב - כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


צאנז


פון דארט זענען מיר געפארן קיין צאנז צום הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו. עס איז געווען אין די דריי טעג פון די יארצייט, איך האב זיך זייער געבענקט צו קומען קיין צאנז. איך האב א שטארקע געפיל אין צאנז, ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמער, מיין בלוט איז סאטמער און דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פון צאנזער רב זכותו יגן עלינו, אויך מיינע קינדער זענען אייניקלעך פון הייליגן צאנזער רב.


ביים ציון פון הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו האבן מיר געזאגט קאפיטלעך תהילים און געבעטן אונזערע בקשות. איך האב געהאט א שטארקע התעוררות אין צאנז, איך האב מזכיר געווען ביים הייליגן צאנזער רב אז ביי אונז אין די קהילה, קהילת היכל הקודש - שערן זיך די פרויען די האר נאך די חתונה. מיר האבן איידעלע משפחות, די פרויען זענען איידל און באשיידן, און אלע בית פיגא תלמידות שערן זיך די האר, נישטא איין תלמידה וואס זאל בלייבן מיט די האר. איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע דורות אלע זאלן זיין ערליך, איידל און באשיידן.


דארט איז דא א ווארעמע הכנסת אורחים, איך האב זיך דארט מחי' געווען מיט אביסל ווארעמע זופ. איך האב געטראפן דעם בעל הכנסת אורחים און אים שיין באגריסט.


קראקא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קראקא, מיר זענען אנגעקומען א שעה פארן עלות השחר. עס איז נאך געווען צייט צו עסן, מיר האבן געגעסן א סעודה, חלה מיט פיש. עס איז אויך געווען פלייש, אבער איך האב א גדר נאר צו עסן פלייש אין שטוב. נאכדעם איז מען געגאנגען אין א צווייטע פלאץ שלאפן, עס איז געווארן שפעט, מען האט זיך אראפגעלייגט פאר א שעה צוויי.


זיבן אזייגער אינדערפרי האט לייבי אפפעל געוועקט דעם עולם, מיר זענען געגאנגען צום שול פון רמ"א, דארט האב איך געזאגט ברכת התורה, און פון דארט זענען מיר געגאנגען צום הייליגן רמ"א. מיר האבן געזאגט קאפיטלעך תהילים און יעדער האט געבעטן דעם אייבערשטן זיינע בקשות, מיר זענען צוגעגאנגען צום הייליגן תוספות יום טוב'ס ציון, צום הייליגן ב"ח און צום הייליגן מגלה עמוקות; ביי יעדע ציון האבן מיר זיך אפגעשטעלט און געבעטן דעם אייבערשטן די בקשות.


ראדאמסק


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ראדאמסק. אויפן וועג האב איך נישט געהאט קיין כח מער צו רעדן און ענטפערן פראגעס, איך בין געווען אביסל אפגעמאטערט. איך האב געלערנט מיינע שיעורים, אכצן פרקים משניות און תיקונים, נאכדעם האב איך געדרימלט.


מיר זענען אנגעקומען אין ראדאמסק בערך עלף אזייגער, צום ערשט זענען מיר געגאנגען זיך טובל'ן, עס איז געווען א געשמאקע קאלטע מקוה, אלע האבן זיך גע'טובל'ט. מיר האבן געדאווענט שחרית דארט, משה עקשטיין איז געווען דער בעל תפילה, תיקון הכללי האבן מיר געזאגט ביים ציון פון הייליגן תפארת שלמה זכותו יגן עלינו. מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן אונזערע תפילות און בקשות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין ווארשא צוריק קיין אמעריקע. אויפן וועג בין איך געשלאפן, איך בין געווארן זייער אויסגעמאטערט.


מנחה האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. איך האב געטראפן אין עירפארט הרב רבי חיים יעקב רובין שליט"א מיין מנהל פון סאטמערע חדר אין בארא פארק, איך האב אים באגרוסט און אים באדאנקט; איך האב הכרת הטוב פאר אלע מיינע מלמדים און מנהלים.


אויפן פליגער בין איך געזיצן נעבן האברך שבתי מזרחי, מיר האבן זייער אסאך גערעדט פון דעם עתיד פון שטעטל, ווי מען קען מאכן מער ביליגערע הייזער און ווי אזוי מען זאל עס אויסשטעלן.


ניו יארק


דינסטאג נאכט זענען מיר אנגעקומען קיין ניו יארק, איך האב געדאווענט מעריב אין עירפארט און געציילט ספירה י"ג לעומר, יסוד שבגבורה.


טייערער ..., זונטאג אינדערפרי אין שטעטל האב איך דיך געכאפט מיט א משניות, דיך געזען זאגן א שטיק צייט משניות אין די בית המדרש אין שטעטל; איך האב אזוי הנאה געהאט, האסט מיר געגעבן א שטיק לעבן. זה חלקי מכל עמלי, אלעס ביז אהין איז זייער פיין און וואויל, אבער ווען איך זע א אינגערמאן מיטן משניות - איז גאר עפעס אנדערש, איך האב פארשטאנען אז דו ביסט גוט מקושר צום רבי'ן, ווייל נאר דער וואס לערנט על פי סדר דרך הלימוד - דער איז צוגעבינדן צום רבי'ן.


אם ירצה ה' ל"ג בעומר וועל איך זיין אין מירון. איך פאר מיט מיין משפחה קיין ארץ ישראל, איך מאך בר מצוה מיין נחמן נתן. דו געדענקסט דאך ווען ער איז געבוירן, דו ביסט יענעם זומער אריינגעקומען אין ישיבה, זומער שנת תש"ע. דעמאלט איז געווען די גרויסע מחלוקת אויף די ישיבה, די פראטעסטן, ברוך ה' מיר זענען איבערגעקומען יענע טעג.


יענעם פסח האט מען ארויסגעווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות, זיי האבן געטראכט אז אזוי וועלן זיי מיך אפשוואכן און איך וועל פארמאכן די ישיבה. למעשה, מיט די חיזוק פון מוהרא"ש - האבן מיר גאר דעמאלט געעפנט די חדר. היינט צו טאגס האבן מיר שוין פינף תלמוד תורה'ס, און ווי עס זעט יעצט אויס וועלן מיר עפענען קומענדיגע יאר א תלמוד תורה אין בני ברק, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.


איך דארף מקצר זיין, מיר הויבן אן היינט א פרישער זמן אין ישיבה, איך הויב אן פון אנהויב מיט פרישע בחורים, זיי אויסלערנען די וועג פון רבי'ן. איך בעט דעם אייבערשטן זאל מיר געבן כח צו קענען בלייבן משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געבעטן צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#16 - לייג דיך אריין אין די צען זאכן, וועסטו פאררעכטן אלע דיינע הארבע עבירות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, שמחה, קדושה, בחור, שידוכים, הפצה, שבת קודש, תשובה, משניות, עבירות, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, גמרא, דאווענען, ברכת המזון, מעביר סדרה, מנין, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ...


איך האב ערהאלטן דיינע צוויי בריוו.


דער צווייטער בריוו איז אן ענטפער אויפן ערשטן בריוו. דו פרעגסט אינעם ערשטן בריוו וואס דער אייבערשטער וויל פון דיר וכו' וכו', און אינעם צווייטן בריוו שרייבסטו אז דו האסט געטון עבירות מיט בחורים און אינגלעך, האסט פוגם געווען באות ברית קודש רחמנא לצלן, טמא געווארן און מטמא געווען אנדערע, דאס איז וואס האט יעצט פאסירט מיט דיר, אז דו פרעגסט קשיות אויפ'ן אייבערשטן און דער לעבן איז דיר נמאס; וויי און ביטער איז אז מען איז פוגם באות ברית קודש, מען ווערט פארשניטן, מען ווערט אפגעריסן פונעם אייבערשטן.


אז דו ווילסט תשובה טון און פאררעכטן וואס דו האסט געטון ביז אהער - זאלסטו זיין שטארק אין די פאר נקודות:


1)    גיי אין מקוה יעדן טאג.


2)    דאווען מיט מנין די דריי תפילות מיט א סידור.


3)    זאג די צען קאפיטלעך, די תיקון הכללי - יעדן טאג [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].


4)    נאך שחרית זיך וואשן אויף ברויט, עסן פת שחרית און בענטשן ברכת המזון בשמחה, מיט א בענטשער.


5)    לערן חומש מיטן תרגום איינגעטיילט אויפן וואך יעדן טאג אביסל, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער.


דער צווייטער שיעור זאל זיין משניות, זאג משניות כסדרן בלי הבנה. מה טוב ומה נעים אז דו קענסט זאגן ח"י פרקים בכל יום און ענדיגן יעדן חודש ששה סדרי משנה, דאס הרג'עט דעם יצר. הונדערטער און טויזנטער בחורים און אינגעלייט האבן זיך אפגעוואוינט פון די ביטערע עבירה דורך די סגולה פון זאגן אכצן פרקים משניות בכל יום.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין גמרא. לערן ש"ס כסדרן, זאג די הייליגע גמרא. דאס פארברענט אלע שדים, קליפות, משחיתים און מזיקין - וואס דו האסט באשאפן פון אלע טיפות לבטלה רחמנא לצלן.


6)    זיי מכבד דיינע עלטערן. אז דו קענסט זיי באזוכן - גיי זיי באזוכן, און אז נישט - זאלסטו זיי רופן אויפן טעלעפאן, רעד מיט זיי מיט דרך ארץ.


7)    היט שבת און זיי פרייליך שבת.


8)    גיי הפצה, ברענג צוריק נשמות צום אייבערשטן. דאס וועט מכפר זיין אויף די אלע וואס דו האסט מטמא געווען.


9)    ועל כולם זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן. וויין צו אים, רעד צו אים אין דיין שפראך. בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין און דיר שוין געבן דיין שידוך, דער אייבערשטער איז מוחל פאר דער וואס איז זיך מתודה צו אים, בעט אים און טענה'ט מיט אים.


מוהרא"ש זאגט, עס איז דא א ספעציעלע הייליגער מלאך וואס איז ממונה אויף די תפילות פון בחורים און מיידלעך וואס פאלן אין עבירות ווען זיי האבן נישט זייער שידוך און זיי ווילן זיין גוט, נאר זיי פאלן און פאלן. ווען זיי קומען צום אייבערשטן מיט א געבעט, מיט טרערן, זיי וויינען: "רבונו של עולם, וואס בין איך שולדיג? וואס קען איך טון נישט צו פאלן? וואס קען איך טון צו זיין הייליג? רבונו של עולם, איך קען זיך נישט מתגבר זיין, איך פארליר מיין בחירה, איך ווער פארברענט פונעם יצר הרע, עס ברענט אין מיר ניאוף, טאטע גיוואלד, עס ברענט א פייער פון ניאוף אין מיר, ראטעווע מיך!" דאן קומט דער מלאך און נעמט ארויף די תפילות און מאכט א שיינעם קרוין פארן אייבערשטן.


טייערער ברודער, אז דו וועסט זיך שטארקן מיט די ניין נקודות און דו וועסט צולייגן די צענטע זאך, דו וועסט ארבעטן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך - וועסטו אלעס מתקן זיין.


ברודער באניי זיך, פארגעס וואס איז געווען. נאר איין מאל א טאג זאלסטו זיך מתבודד זיין אויף דיין עבר, זיך מתודה זיין און זיך אויסוויינען, אבער א גאנצע טאג פארגעס; פארגעס וואס איז געווען, לייג אריין דיין קאפ אין די צען זאכן: מקוה; תפילה; תיקון הכללי; פת שחרית; לימוד התורה, שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); כיבוד אב ואם; שבת; הפצה; התבודדות; שמחה - וועסטו אלעס פאררעכטן.


 

#15 - תיקון הכללי איז פאר יעדן איינעם
תפילה והתבודדות, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


... תחי'


אייער טאטע האט מיר געגעבן אייער בריוו.


זייער גוט אז איר זאגט תיקון הכללי. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט אז דער תיקון הכללי איז סיי פאר אינגלעך און סיי פאר מיידלעך, סיי פאר יונג און סיי פאר אלט. ווען מען זאגט די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] - איז דאס אזוי ווי מען זאגט גאנץ תהלים, און דאס נעמט אראפ אלע עבירות, מען ווערט אינגאנצן ריין פאר'ן אייבערשטן.


געוואוינט זיך צו זיך אויסצושמועסן דאס הארץ, רעדן צום אייבערשטן - אויף אייער מאמע לשון, אויף אידיש. בעטס דעם אייבערשטן אלעס וואס איר דארפט.


שרייבט מיר נאך בריוון.


פון אייער ראש ישיבה.

#14 - נישטא קיין איד וואס וויל זינדיגן
כיבוד אב ואם, בחור, וויכוחים, תשובה, ישיבה, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס ושלום צו זאגן אז איינמאל מען ווייסט פון די הייליגע תיקון הכללי וואס דער רבי האט אונז מגלה געווען צו מתקן זיין אות ברית קודש – איז גרינגער צו זינדיגן.


עס איז א טפשות אזוינס צו זאגן, ווער וויל זינדיגן? וויל דען א איד זינדיגן?! נישטא קיין איד וואס וויל זינדיגן. דער רבי קומט צו אונז און ווייזט אונז די רחמנות פונעם אייבערשטן, אז מיר זענען קיינמאל נישט פארפאלן, מיר זענען ווייטער זיינע קינדער, און כל זמן מען לעבט – קען מען תשובה טון, מען האט נאך אן האפענונג, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ט, א): "כל זמן שאדם חי", ווי לאנג מען לעבט, "יש לו תקוה", האט מען אן האפענונג.


די הייליגע תורה זאגט אז א מענטש זינדיגט – איז דא א מצוה פון תשובה; וועסטו אויף דעם אויך פרעגן די שאלה אז עס מאכט זינדיגן? חס מלהזכיר, א איד וויל נישט זינדיגן, א איד וויל זיין גוט, און דא האבן מיר א צדיק וואס האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור, אונז אזוי מחזק און אונז געברענגט א תיקון וואס איז געווען באהאלטן פון אלע עולמות, פון אלע צדיקים, אז ווער עס וועט זאגן די צען קאפיטלעך תהילים [טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] – וועט מתקן זיין דעם חטא הידועה.


די ערשטע חלק בריוו קען איך נאך אראפשלינגען, אבער דיין צווייטע פראגע – דאס איז שוין עפעס וואס הענט און פיס ציטערן, א בחור וואס לערנט אין א ישיבה למצויינים – זאל הייבן הענט און שלאגן א טאטע?! געוואלד און געשריגן, די תורה זאגט (שמות כא, טו): "וּמַכֵּה אָבִיו וְאִמּוֹ מוֹת יוּמָת", וואס איז מיט דיר אז דו שלאגסט א טאטע?!


גיי זאג שוין די צען קאפיטלעך תהילים און וויין צום אייבערשטן, זיי זיך מתוודה, טו תשובה מיט אן אמת. און אז דיין טאטע הויבט אן שלאגן און שרייען – זאלסטו חס ושלום נישט צוריק שלאגן, און חס ושלום צוריק שרייען; וועט דיך דער אייבערשטער מוחל זיין.


באהאלט דיין התקרבות צום רבי'ן, רייץ דיך נישט אין ישיבה מיט קיינעם, נעם די עצות און חיזוק פאר דיר אליין.

#13 - חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, שמחה, חינוך הילדים, שידוכים, אמונה, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, הפצה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, ריינקייט, סיום, נסיעה, התחדשות, בית המדרש, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, נסיונות, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פירושים, דאווענען, יאוש, ארץ ישראל, מנין, ירושלים, מניעות, פרויען צאמקום, מוהרנ"ת ז"ל, תיקון הכללי, השגחה פרטית, ברית, עקשנות, חמרות ופרישות, חזית איש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


מה אשיב לה', כל תגמולוהי עליו; חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל, זיין א שבת אין ירושלים מיט תלמידי היכל הקודש, און איך בין צוריק אין אמעריקע מיט פרישע כוחות, מיט א פרישע התקרבות.


איך האב געהאט גרויסע ניסים ביי די נסיעה, איך וועל פרובירן זיך אביסל מצמצם זיין און אראפשרייבן אביסל פון די הערליכע נסיעה.


במשך די נסיעה פון דריי טעג איז געווען צוועלף שיעורים, פול מיט חיזוק פון רבי'ן, רבי נתן און מוהרא"ש. אויך בין איך געווען איינגעשפארט ביי די פאליציי.


איך וועל אנהויבן שרייבן די נסיעה, איך האף דו וועסט זיך מחזק זיין, און זיך אויך קענען באנייען.


איך בין ארויסגעפארן פון אמעריקע מיטוואך נאכט עלף אזייגער, די וועג איז געווען זייער פיין. איך האב געלערנט אויפ'ן וועג תיקונים, איך האב געהאט קאפ-וויי האב איך זיך צוגעלייגט. נאך דריי שעה פארן האב איך געדאווענט שחרית, עס איז געווען א מנין אויפ'ן פליגער, אבער איך בין נישט געווען בכח צו גיין צום מנין, איך האב געדאווענט פאר מיר ביחידות, און צוריק איינגעשלאפן.


שפעטער האב איך געדאווענט מנחה און ווייטער געלערנט תיקונים, מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דאנערשטאג, צען מינוט פאר פיר. אראפקומענדיג פון פליגער האט מיך אפגעווארט איינער אונז נעמען פריוואט, מיר זאלן נישט דארפן אריבערגיין צווישן אלע. אלעס איז געווען זייער שיין און פיין, ביזן אריבערגיין די גרעניץ; דארט האט מען אונז מודיע געווען אז איך קען נישט אריבערגיין, איך דארף ווארטן אויף די פאליציי. איך האב זיך גארנישט פארלוירן, איך בין געבליבן פרייליך און געדאנקט דעם אייבערשטן.


ווען די פאליציי זענען אנגעקומען איז דארט שוין געווען האברך אברהם ר. נרו יאיר, ער האט געבעטן די פאליציי אויב זיי זענען מסכים מען זאל מיך נישט לייגן אין די פאליציי קאר, נאר איך זאל גיין מיט אים, און צוזאמען מיט מיר וועט קומען א פאליציי. ער האט גערעדט הארציג צו זיי, ער האט זיי געזאגט אז דא רעדט מען פון א רב וואס האט תלמידים; מען זאל אלעס מאכן בדרך כבוד. אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן מסכים געווען איך זאל פארן צום פאליציי סטאנציע מיט האברך אברהם נרו יאיר, מיט א פאליציי וואס געבט אכטונג איך זאל נישט אנטלויפן.


מיר זענען אנגעקומען צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, מען האט מיך אריינגעזעצט אין א קליינע צימער. איך האב געפרעגט דעם פאליציי מאן: "מה פשעי, מה חטאתי?" זאגט ער: "איך ווייס נישט, מען דארף ווארטן אז די פאליציי פון יהודה ושומרון זאלן קומען מיך חוקר זיין".


אינצווישן האב איך זיך גוט מתבודד געווען. איך האב ברוך ה' נישט פארלוירן פאר קיין איין רגע מיין אמונה. איך האב נאך גארנישט געהאט געגעסן פון פאר'ן ארויספארן, איך האב אויך גארנישט געטרינקען. דער פאליס-מאן האט מיר געמאכט א שווארצע קאווע אן מילך, דאס האט מיר געגעבן אביסל כח. איך האב אים געבעטן אויב ער קען בעטן פון איינעם אינדרויסן מיר צו ברענגען א ספר, האט דער פאליציי-מאן מיך געברענגט א תהילים, איך האב געענדיגט דעם יום תהילים פון דאנערשטאג און פרייטאג.


איך בין געפארן מיט דריי באגלייטער. מיין איידעם הרב נתנאל נרו יאיר, החתן יוסי ז. נרו יאיר און יענקי פ. נרו יאיר. זיי זענען נישט מיט געקומען מיט מיר צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, זיי זענען געגאנגען נעמען די פעקלעך, שפעטער האט מען מיר געברענגט דעם ספר תיקוני זוהר. איך האב געלערנט תיקונים און געשפירט אזא ליכטיגקייט. אויך האב איך זוכה געווען צו מחדש זיין אביסל אויף ספר תיקוני זוהר, איך וועל דיר דאס שרייבן אין אן אנדערע געלעגנהייט.


עס האט געהייסן אז איך פאר קיין טברי' געבן א שיעור אין אונזער נייעם בית המדרש היכל הקודש, די שיעור האט געדארפט פארקומען אום ניין אזייגער, די גבאים האבן נישט געוויסט וואס צו זאגן; זאל מען זאגן דעם עולם אהיימגיין אדער נישט, מען האט געהאפט אז עס וועט נישט נעמען לאנג. למעשה, ביז די פאליציי, די חוקרים - זענען אנגעקומען, האט זיך געשלעפט און געשלעפט.


די חקירות האט גענומען אפאר שעה. בחסדי השם האט מען מיך געלאזט גיין עלף אזייגער ביינאכט, מען האט מיר צוריק געגעבן מיין פאספארט.


וואס איז געווען? איינער האט מפרסם געווען אין די נייעס חדשים פריער אז איך האב א שייכות מיט דעם בחור מ. ק. וואס איז נעבעך פארלוירן געווארן שוין כמעט א יאר, ווייל די לעצטע פלאץ וואו מען האט אים געזען איז געווען פאריאר ווען איך בין געפארן קיין ארץ ישראל מיט א חלק ישיבה צו מקומות הקדושים און צו די הקמת המצבה פון מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה.


איידער די חקירות האבן זיך געענדיגט האבן זיי מיך געפרעגט אויב איך בין מסכים צו מאכן א פאליגראף; א טעסט מיט א מאשין אויב איך זאג אמת. איך האב זיי געזאגט "אוודאי", ווייל וואס איז דא וואס מורא צו האבן, איך זאג דאך נישט קיין ליגנט. זיי האבן אפגעשמועסט איך זאל קומען אין ירושלים פרייטאג אינדערפרי מאכן דעם פאליגראף.


האברך אברהם נרו יאיר האט גלייך אנגעגרייט א גרויסן עורך דין, דער לויער האט געווארט אינדרויסן פון פאליס סטעישן, ער האט מיך אויסגעפרעגט ווי אזוי די חקירות ודרישות זענען געווען וכו'. איך האב אים אלעס דערציילט, אויך פונעם מארגנדיגן טאג, פון די פאליגראף; האט ער געזאגט: "בשום אין אופן", איך זאל נישט גיין, ער האט געזאגט אז מען וויל מיך אריינלייגן אין א פאסטקע רחמנא לצלן. ער האט גערופן דעם חוקר און געשריגן אז ער האט דא געטון נגד זייער חוק.


אינדרויסן האבן מיך אפגעווארט די טייערע איבערגעגעבענע אינגעלייט, די גבאים פון ירושלים. יצחק ש. נרו יאיר, שמעון ע. נרו יאיר און יצחק נרו יאיר. מיר האבן זיך זייער געפריידט זיך צו זען איינער מיטן צווייטן.


זיי האבן אויסגעקוקט אביסל דערשראקן, מיר האבן זיך מחזק געווען, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", ווי מער מניעות מען האט ווען מען ווערט מקורב צום צדיק - אלץ מער קדושה באקומט מען; אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים (עיין ברכות ה.): "ארץ ישראל אינו נקנית אלא ביסורין"; ווי מער מען גייט אריבער - אלץ מער קדושה איז מען זוכה צו באקומען.


יעצט און אזוי אויך פריערדיגע מאל, ווען איך קום קיין ארץ ישראל איז עס אלץ מיט יסורים. זייט מיר האבן אנגעהויבן אויפשטעלן בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל; אנגעהויבן אין ירושלים, בני ברק, צפת, בראכפעלד און יעצט די נייע שול אין טברי' - איז אלץ דא פאר מיר גרויסע מניעות צו קומען, אבער דער רבי געבט אונז אזויפיל חיזוק, אז מען מאכט פון די מניעות - נעימות.


בשעת די חקירות האב איך זיך מתבודד געווען מיט א פארמאכטע מויל, ביי יעדע פראגע וואס זיי האבן מיך געפרעגט האב איך געשעפשעט מיט פארמאכטע ליפן צום אייבערשטן און געבעטן: "רבונו של עולם, וואס ווילן זיי פון מיר? וואס האב איך דא חוטא געווען אז מען נעמט מיך מיט פאליציי? מען גייט מיך דא איינשפארן..."


איך האב זיך דערמאנט דעם סיפור פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געגאנגען צו די חתונה פון זיין זון און מען האט אפגעווארט מיט שטעקענעס אים צו שלאגן. רבי נתן איז אריינגעלאפן אין וואלד זיך באהאלטן פון זיי, נאכדעם האט מען אים געטראפן זינגען אין וואלד דעם באקאנטן ניגון וואס מיר זינגען אויף אשת חיל, האט ער געזינגען: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, וועט מען זען ווען משיח וועט קומען..." און רבי נתן האט געזאגט: "אפילו א פשוט'ער בעל עגלה, א פראסטער טרעגער - ווען ער גייט חתונה מאכן זיין קינד - האט ער א שיינע קבלת פנים, איז וואס קומט מיר אזא קבלת פנים?" אזוי האט רבי נתן געפרעגט, און ער האט געענטפערט: "מוז זיין, נאר ווייל איך רעד פון הייליגן רבי'ן, און דער סמ"ך מ"ם קען דאס נישט ליידן". דער לויער האט מיר געזאגט: "דו גייסט נישט מאכן דעם פאליגראף", ער וועט אנגרייטן זונטאג אין זייער בית המשפט איך זאל קענען אהיימפארן בשלום.


איך האב זיך גלייך געמאכט א חשבון, איך מוז שוין פארן קיין יבנאל און מירון, אזוי האבן מיר געטון. איך האב געבעטן יענקי פ. אז איך וויל פארן גלייך קיין יבנאל צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


די גבאים פון ירושלים זענען אהיימגעפארן און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט קיין יבנאל. אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט אין א גאז סטאנציע, אויפ'ן שאסיי נומער זעקס, נעמען געז. איך האב זיך אפגעשטעלט דאווענען תפילת ערבית ביחידות, איך האב געוואלט דאווענען מעריב פאר חצות.


א גאנצע וועג האבן מיר זיך מחזק געווען, א מענטש מאכט זיך א פלאן, אבער דער אייבערשטער מאכט סאך א בעסערע פלאן. איך האב געשפירט אביסל ווייטאג ביים הארץ, איך האב דאס גלייך צאמגעשטעלט מיט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כְּשֶׁיֵּשׁ, חַס וְשָׁלוֹם, צָרָה לָאָדָם", ווען א מענטש איז אין א צרה, "נִתְקַבְּצִים כָּל הַדָּמִים וְעוֹלִים אֶל הַלֵּב", לויפן אלע בלוט צום הארץ זיך צו באשיצן.


בערך צוויי אזייגער זענען מיר אנגעקומען צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. איך האב געזאגט די צען קאפיטלעך, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און זיך מתבודד געווען. אויפ'ן וועג האב איך געזאגט פאר'ן דרייווער: "ווען איינער איז נאושעס, עס איבלט אים, בעט ער דעם דרייווער 'פאָר שנעלער, ווייל איך גיי כמעט אויסברעכן', אזוי אויך בעט איך דיר, פאר שנעלער ווייל איך גיי שוין אויספלאצן אין א געוויין, איך קען זיך שוין כמעט נישט איינהאלטן", איך האב געשפירט אזוי צעבראכן, אבער ווען איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש'ס ציון האב איך אנגעהויבן אזוי דאנקען דעם אייבערשטן פאר'ן מיך מקרב זיין אין היכל הקודש, פאר'ן מיך מקרב זיין צום רבי'ן; איך האב נישט געקענט אויפהערן זאגן "שכוח אייבערשטער" און "שכוח מוהרא"ש" פאר'ן רחמנות האבן אויף מיר, פאר'ן מיך ווייזן א וועג צו קענען לעבן מיט אמונה, מיט תורה, מיט תפילה וכו' וכו'.


מיר זענען געפארן קיין טברי' צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס. איך האב נישט געוואלט אריינגיין איידער איך מאך זיך ריין די שיך, אין יבנאל איז מיר געווארן פארשמירט די שיך, עס איז געווען א גרויסע בלאטע אין יבנאל, אונטן פון די טרעפ וואו מען גייט ארויף צום ציון. מיר האבן זיך אלע אפגערייניגט די שיך, ווייל אז מען גייט צו א ציון פון א צדיק - גייט מען מיט די גרעסטע דרך ארץ.


איך האב געזאגט אכט קאפיטלעך תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן מיינע תפילות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין מירון.


צום ערשט בין איך צוגעגאנגען צום ציון פון מיין זיידע און באבע אויבן אויפ'ן בארג, העכערן קבר פון רבי יוחנן הסנדלר. עס האט גערעגנט, מיר האבן נישט געהאט קיין שירעם זיך צו באשיצן פון די רעגן. העכער די ציון פון מיין זיידע איז דא א דעכל זיך צו באשיצן פון רעגן, מיר האבן דארט מתפלל געווען.


פון דארט זענען מיר געגאנגען צו די מערה פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב געזאגט תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב אסאך געבעטן דארט צו קענען שרייבן ווייטער דעם פירוש חזית איש, אויך האב איך געלערנט אביסל תיקונים, איך האב לכתחילה געוואלט מסיים זיין אין די מערה תיקוני זוהר.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים, מיר זענען אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי זעקס אזייגער. איך בין גלייך געגאנגען אין מקוה און געגאנגען אין שול - אין בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב. עס זענען שוין געווען אנשי שלומינו וואס זענען געזיצן און געלערנט, יעדער איינער זיינע שיעורים כסדרן.


נאך תפילת שחרית האב איך געגעבן א שיעור, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", ווער עס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפ'ן צדיק; ווען מען פירט זיך אויף שיין מיט דרך ארץ איז דאס די גרעסטע הפצה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קיא.): "אֶחָד מֵעִיר מְזַכֶּה כָּל הָעִיר", אז מען זעט איינעם זיך פירן מיט דרך ארץ, מיט יראת שמים - ווילן אלע זיין ווי אים. נאך זאגן די הייליגע חכמים (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" - זאלסט מאכן מענטשן זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן וכו'.


עס איז געווען אזא שמחה צווישן אנשי שלומינו זיך צו טרעפן איינער מיט'ן צווייטן, און דאס פרישקייט וואס איך האב דארט געזען איז עפעס נישט פשוט, אלע מיט אזא שמחה און התחדשות, ממש א מחי'.


פון דארט בין איך צוגעפארן מיט אברהם נחום נרו יאיר צו משפחת בורשטיין שיחיו. איך האב מיט געברענגט פון אמעריקע א מתנה, א שפילצייג פאר די קינדער. פאר זיי האב איך א שטארקע הכרת הטוב, ביי זיי האט זיך אלעס אנגעהויבן. בערך פיר יאר צוריק איז געווען ביי זיי אין שטוב די ערשטע שיעור, אויך האט מרת בורשטיין אנגעהויבן דאס ארויסשיקן יעדן טאג חיזוק יומי, און אויך דאס מתרגם זיין.


איך בין געגאנגען צו די דירה; האברך אברהם האט געזארגט פאר א דירה פאר מיר, איך האב זיך אראפגעלייגט שלאפן, צו זיין אויסגערוט לכבוד שבת.


נאכמיטאג האט שמעון עוזר מיר געברענגט פיינע ווארעמע קוגל. אין מקוה בין איך נישט אנגעקומען צו גיין, איך האב אינזין געהאט אינדערפרי און זיך גע'טובל'ט א באזונדערע טבילה לכבוד שבת.


*ליל שבת פרשת שמות*


אנקומענדיג אין שול איז געווען שומרים צו האלטן סדר, עס זאל נישט זיין קיין גרויסע געדרענג, עס זענען זיך צאמגעקומען אנשי שלומינו פון אלע שטעט; פון בני ברק, טברי', בית שמש, בראכפעלד, חיפה, יבנאל, צפת וכו'. דער גבאי יצחק האט מיך מכבד געווען צו דאווענען קבלת שבת. אויך איז געקומען פון אמעריקע אפאר געסט, אברהם משה נרו יאיר, און מאטי פון שטעטל, אויך ישראלי.


די סעודה האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען. איך האב געבעטן די גבאים אז איך וויל עסן די סעודות שבת מיט די בחורים וואס גייען הפצה, פאריאר האבן מיר געגעסן מיט בחורים, ווער עס האט נאר געוואלט, אבער איך האב געוואלט געבן עפעס באזונדערס פאר די מפיצים. עס איז געווען זייער שיינע סעודות, איך האף אז איינער פון זיי וועלן אפשרייבן די שיינע שמועסן, די שיינע חיזוק וואס מיר האבן גערעדט ביי די סעודה.


די באטע איז פארגעקומען אין שול, אנדערש ווי פאריאר. איך האב געבעטן די גבאים זאלן וואס ווייניגער אויסגעבן געלט פאר גיין אין א זאל, ענדערש וויל איך זיין אין שול; דער ירושלימ'ער שול האט דאך אלע טעמים, מלא חן, מען שפירט דארט דעם אויר הזך והנח.


מען האט געזינגען זמירות שבת און גערעדט בערך א שעה. איך קען זיך יעצט נישט דערמאנען וואס מיר האבן גערעדט. איך בין יעצט אנגעקומען און איך דארף שוין לויפן אין ישיבה צו די בחורים, איך האף צום אייבערשטן איינער וועט אפשרייבן אלע שיעורים פון שבת קודש און דאס אפדרוקן, ווייל די דרשות פון שבת אין ירושלים איז געווען וואונדערליכע דיבורים.


*שבת אינדערפרי*


שבת אינדערפרי, זיבן אזייגער, איז געקומען משה שמואל און משה ראזענבערג מיך באגלייטן צו די מקוה. איך האב זיך געגרייט צום דאווענען מיט לערנען משניות און גמרא. פאר'ן דאווענען האב איך געגעבן א שיעור אין לשון הקודש, ווייל עס זענען געקומען א גאנצע גרופע בחורים מיטהאלטן דעם שבת - וואס פארשטייען נאכנישט קיין אידיש. זיי האבן אזוי שטארק געבענקט צו קענען עפעס מיטהאלטן, זיי האבן מיך געבעטן נאך די באטע אויב איך קען רעדן ביי ספורי מעשיות אביסל אין לשון הקודש, איך האב נישט געוואלט מישן די שיעור - אידיש מיט לשון הקודש, האב איך זיי געזאגט אז איך וועל זיי געבן א שיעור פאר'ן דאווענען.


איך געדענק נישט פינקטליך וואס מיר האבן גערעדט, אבער אלע דיבורים אונזערע זענען פון זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, און וויסן אז דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן ארויסגיין - יעדער איינער - פון זיין פלאנטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס דער רבי פרעגט (ספורי מעשיות, סוף מעשה מבערגיר ועני) וואס איז די סימן פאר אידישע קינדער? דער וואס וועט זאגן (בראשית נ, כה): "פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם", ער איז דער גואל אמיתי; אויב אלע ווייסן אז דאס איז וואס מען דארף זאגן - קען דאך יעדער איינער קומען און דאס זאגן, איז דאך דאס נישט קיין סימן... אזוי פרעגט דער הייליגער רבי.


מיר האבן גערעדט, מען קען זאגן אז די קשיא אליינס - דאס איז דער ענטפער. דא זעט מען אז יעדער איינער קען מחזק זיין נשמות ישראל, מען דארף נישט מער פון זאגן די פאר ווערטער: "'פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם', דער אייבערשטער וועט ענק נאך העלפן, זייט אייך נישט מייאש, פארלירט אייך נישט, געבט נישט אויף, עס וועט נאך זיין גוט"; דאך זאגט דאס קיינער נישט, און ווער עס זאגט דאס - דער איז דער גואל אמיתי.


דער הייליגער רבי - ער שרייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח; שיחות הר"ן, סימן קנג): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל! גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען"; דער רבי בלאזט א ווינט פון האפענונג אויף אונז, אלע קענען דאס זאגן אבער קיינער זאגט דאס נישט.


אזוי איז געווען אין מצרים, אידן זענען געווען אזוי דערביטערט, אידן זענען געווען אזוי פארלוירן, פלוצלונג קומט דער צדיק משה רבינו און שרייט: "פָּקוֹד יִפְקוֹד", דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן, "וַיַּאֲמֵן הָעָם" (שמות ד, לא), און אידישע קינדער האבן געגלייבט. זיי האבן געזען אז דאס איז דער גואל אמיתי, און אזוי איז היינט. אידישע קינדער זענען אזוי צעקלאפט, יעדער איינער מיט זיין אייגענע מצרים, פלוצלונג הערט מען שופר של משיח, דאס איז דער געשריי פון רבי'ן וואס שרייט: "גיוואלד זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען, גיי צום אייבערשטן, רעד צום באשעפער, שמועס מיט אים אויף דיין אייגענע שפראך, רעד צו אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינט, זיי זיך מתוודה פאר אים, זאג 'רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, וואס זאל איך טון? איך האלט אין איין אראפפאלן נאכאמאל און נאכאמאל'".


צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען אבא חייא, דער גבאי פון בני ברק, שחרית האב איך געדאווענט. די עליות האט דער גבאי יצחק שמואל מכבד געווען די גבאים פון אלע שולן אין ארץ ישראל, איך האב עולה געווען און געבענטשט גומל. מוסף האט געדאווענט משה שמואל, דער מגיד שיעור אין אונזער ישיבה אין ירושלים.


נאכן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט קידוש צו מאכן, מיר האבן פארגעלערנט ספורי מעשיות פון הייליגן רבי'ן, מעשה ג' (מחיגר). מיר האבן בעיקר גערעדט פון דעם חיגר וואס האט זיך גע'עקשנ'ט יא ווייטער צו פארן, ביז ער איז פארבלאנזשעט געווארן און די רויבערס האבן אים בא'גנב'עט. מיר האבן גערעדט פון זיך נישט עקשנ'ען אין לעבן, בפרט אין שטוב, ווייל ווי מער מען איז מוותר - אלץ מער איז מען זוכה אז די שכינה זאל רוען ביי אים. ווען מען וויל עפעס זייער שטארק און עס גייט נישט ווי מען וויל און מען איז ווייטער פרייליך און צופרידן, מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן - רוט די שכינה ביי אים, אזוי ווי עס שטייט (ישעי' נז, טו): "אֶשְׁכּוֹן וְאֶת דַּכָּא", דער אייבערשטער רוט ביי אים (סוטה ה.), דאס איז בעיקר אינעם חתונה געהאטע לעבן; כל זמן מען איז א פלג גוף איז נישט שייך צו זיין בטל צום אייבערשטן, ווייל מען לעבט ווי אזוי מען וויל, אלעס טוט מען ווי אזוי עס איז גוט פאר זיך, אבער ווען מען האט חתונה, מען האט א ווייב וואס וויל אנדערש, יעדע זאך דארף מען גיין קעגן די אייגענע ווילן, מען איז זיך מבטל צו טון רצון הבורא - דעמאלט איז דא השראת השכינה.


אויך האבן מיר גערעדט פון זיך אכטונג געבן פון די וואס רעדן צו אברכים קעגן די תורה, פון חומרות ופרישות, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן. א אינגערמאן קומט צו מיר וויינען, ער האט חתונה געהאט און מען האט אים פארפירט אין פרישות, איז ער זיך געגאנגען קויפן א טעלעפאן צו קוקן עבירות, ער וויינט צו מיר: "ראטעווע מיך, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע"; אלעס נעבעך פון חומרות ופרישות.


איך האב דערציילט, איינער שרייבט מיר פאריגע וואך, ער איז אין א כתה וואס מען זאגט אים זיך אפשיידן לגמרי, ער זאל נישט אהיימקומען ביינאכט, ער זאל שרייען אין פעלד. ער שרייבט מיר אז זיין ווייב וויל א גט; זי וויל א מאן, זי וויל א חתונה געהאטע לעבן, ער פרעגט וואס ער זאל טון, ווייל די חברים פון די כתה זאגן ער זאל זיין שטארק ביז זי וועט זיך ברעכן. איך האב אים געשריבן ער זאל אנטלויפן פון חומרות ופרישות, ער זאל פאלגן דעם רבי'ן, זיך פירן על פי תורה, על פי שלחן ערוך.


סעודת שבת אינדערפרי האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען מיט די בחורים מפיצים, דער אינגערמאן אברהם נרו יאיר האט צוגעשטעלט פון בעסטן און שענסטן.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט ביי די סעודה, הרב החסיד רבי שמעון שפירא זאל זיין געזונט און שטארק איז געקומען מיר זאגן שלום עליכם. איך האב זיך אביסל געשעמט, א איד אין אזא עלטער זאל זיך מטריח זיין, זיך ארויפשלעפן צו מיר אינגערמאן... ער האט נאכגעזאגט שיינע חיזוק פון רבי אפרימ'ל זכרונו לברכה (ספר עונג שבת), עס שטייט (שמות ב, יב): "וַיַּךְ אֶת הַמִּצְרִי וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", ווי אזוי קען מען זיך שלאגן מיט מצרי, מיט'ן מצר ים? דורך "וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", חול איז ראשי תיבות ח'זק ו'יאמץ ל'בך, נאר דורך התחזקות, זיך שטארקן נאכאמאל און נאכאמאל - קען מען זיך שלאגן מיט'ן מצרי.


אויך האט ער מיר געגעבן אביסל מוסר מיט ליבשאפט, פארוואס מען דאווענט ביי אונז אין שול נאך זמן קריאת שמע; ווייל ביים רבי'ן איז געווען הלכה, זיך נישט אוועקרירן פון שלחן ערוך. ער האט מיר אנגעווינטשן איך זאל ווייטער מחזק זיין אידישע קינדער. ער האט א שטאקע געפיל פאר היכל הקודש, זיין איידעם משה שמואל און זיין טאכטער, ביידע פירן זיך אויף מיט גרויס דרך ארץ און יראת שמים, זיין טאכטער איז א לערערין ביי אונזער שולע בית פיגא אין ירושלים.


די צוויי אינגעלייט וואס האבן מיך באגלייט שבת אינדערפרי זענען געקומען מיך נעמען צו מנחה און שלש סעודות. דער דיין פון יבנאל, הרב הגאון רבי משה קורץ שליט"א איז געקומען אויף שבת, ער האט באקומען אן עלי' ביי מנחה.


שלש סעודות האבן מיר גערעדט דיבורים חמים, גחלי אש, פון סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). מיר האבן געלערנט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יא): "תֶּבֶן אַתָּה מַכְנִיס לַעֲפָרַיִם", ווי קען זיין מען זאל ברענגען מענטשן וואס זענען אראפגעפאלן לעפר - צו תבנית התורה? יוחני און ממרא האבן געפרעגט משה רבינו, דו ווילסט נעמען עם ישראל וואס זענען בשפל המדריגה, וואס זענען אין די מ"ט שערי טומאה - צו הר סיני, צו קבלת התורה, צו פסקו זוהמתן?! קען דען זיין אזא זאך, א איד וואס האט פוגם געווען באות ברית קודש, בהוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - זאל נאך קענען תשובה טון? זאל נאך קענען זיין א צדיק?


האט משה רבינו געענטפערט: "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי", יא, מען קען זוכה זיין צו די העכסטע דרגא, צו יחודא עילאה און יחודא תתאה דורך "אֲמִירוֹת שֶׁל אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי", אז מען זאגט תורה, מען זאגט משניות און גמרא - קען מען אנקומען "לְמָתָא יַרְקָא, יַרְקָא שְׁקֻל", צו די העכסטע מדריגות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כב.): "פְּתַח פִּיךָ", עפן דיין מויל, דאס מיינט הויב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, "וְיָאִירוּ דְּבָרֶיךָ", עס וועט דיר ליכטיגע ווערן.


גלייך נאך מעריב האט מיך פלוצלונג אנגעכאפט א שטיקל זארג, 'וואס גייט זיין? וועל איך קענען אהיימפארן?' ווייל די חוקרים, די פאליציי - האבן מיר געזאגט אז אויב איך וועל זיך שטעלן פאר'ן פאליגראף איז גוט, און אז נישט - וועט מען מיך נאכאמאל נעמען פאר חקירות איידער איך פאר אהיים. א גאנץ שבת האב איך נישט געטראכט פון די גאנצע פרשה, אבער פלוצלונג מוצאי שבת האב איך זיך געזארגט.


נאך הבדלה בין איך אהיימגעפארן מיט'ן גבאי שמעון עוזר, אנקומענדיג אהיים ווארט מיך אפ האברך אברהם און זאגט מיר איך זאל זיין גרייט, זיבן אזייגער קומט אראפ צו מיר א גרויסער עורך דין.


איך בין געזיצן מיט'ן עורך דין בערך א שעה צייט, ער האט מיר געגעבן זיין קארטל און געזאגט אז אויב מען שטעלט מיך אפ - זאל איך נישט רעדן, נאר ווייזן די קארטל, אז ער איז מיין פארטיידיגער. איך האב געזאגט: "רבונו של עולם, אין אמעריקע האב איך א קארטל פון א לויער, און אויך דא דארף איך א קארטל פון א לויער; רבונו של עולם, וואס טו איך? וואס וויל מען פון מיר? אז איך בין מחזק בחורים בין איך שוין א פארברעכער?"


אויך האב איך אויפגענומען תלמידים, ביז ניין אזייגער. יצחק איז געקומען מיך טראגן צו סעודת מלוה מלכה אין א זאל אין ירושלים. עס איז געווען שיין צוגעגרייט, די גבאים דארט מאכן א גוטע ארבעט, זיי זענען מסודר, מען זעט עס איז דא אחדות צווישן זיי, נאר אזוי זענען זיי מצליח.


מיר האבן געזינגען זמירות און געטאנצן. אינמיטן די דרשה זענען ארויפגעקומען קינדער מאכן זייערע סיומים, אין אנהויב האט אויסגעזען ווי עס וועט זיין אפאר קינדער, ביז עס האבן אנגעהויבן קומען בחורים, חתנים, אברכים און אפילו עלטערע, עס איז געווען א פארגענוגן צו זען ווי יעדער בארומט זיך מיט זיינע אוצרות.


ווען די סיומים האבן זיך געענדיגט איז מען ארויס אין א לעבעדיגע טאנץ, "אשריכם תלמידי חכמים", מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א רבי וואס האט אזוי רחמנות אויף אונז, און האט זיך מוסר נפש געווען זיין לעבן אז נאך אפאר הונדערט יאר לעבן מיר נאר בזכות זיינע תורות, זיינע עצות און שכל. אינמיטן טאנצן האב איך זיך גוט צואוויינט, איך האב געבעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען אהיימפארן, עס זאל נישט זיין קיין שום פראבלעמען"; ברוך השם איך בין אינדערהיים, איך לויף שוין אין ישיבה לערנען מיט די בחורים, איך דארף שוין מקצר זיין.


זונטאג אינדערפרי זענען די צוויי אינגעלייט געקומען מיך באגלייטן צו די מקוה זיבן אזייגער. אכט אזייגער האט מען געדאווענט שחרית, עס איז פארגעקומען א ברית, האברך אברהם נרו יאיר האט זוכה געווען להכניס בבריתו של אברהם אבינו זיין קינד. ווען זיין קינד איז אים געבוירן געווארן זונטאג נאכמיטאג, אפאר מינוט פאר די שקיעה, האט ער מיר געזאגט אז ער זעט דאס ווי א מתנה פונעם אייבערשטן אז איך וועל זיין ביים ברית, ער האט שוין געוויסט אז איך קום, ער העלפט מיר מיט די נסיעה. ער האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב זיך גוט מתבודד געווען אונטערן טלית בשעת'ן ברית. אויך האט ער מיך מכבד געווען מיט די ברכות, ויקרא שמו בישראל "יואל".


ביי די סעודת ברית האט אברהם גערעדט, ער האט דערציילט זיין סיפור התקרבות, אלע האבן געהאט טרערן אין די אויגן פון גרויס התרגשות; ווי דער רבי כאפט אן א מענטש וואו ער זאל נאר זיין און ברענגט אים צו די שענסטע פלעצער. איך האב אויך גערעדט, קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן ברית בין איך געגאנגען צו אונזער תלמוד תורה. ווען איך בין אנגעקומען האב איך זיך אונטערגעהערט פון הינטערן טיר ווי די טייערע מלמדים לערנען מיט די קינדער, איך האב גערעדט צו די קינדער, דאס איז די אכטע שיעור וואס איך האב געגעבן די פאר טעג אין ארץ ישראל. איינער פון די קינדער, שלמה לעווינזאהן, האט געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די שולע בית פיגא, וואס געפונט זיך אין שטוב ביי שמעון עוזר. דארט איז מיר ארויפגעקומען אלטע זכרונות פון ווען מיר האבן געעפנט א בית פיגא אין אמעריקע, ממש אזוי מיט אפאר קינדער, מיר האבן דארט צוויי כיתות, צוויי טייערע לערערינס, איינע איז שמעון עוזר'ס א טאכטער, און נאך איינע, הרב ר' שמעון שפירא'ס טאכטער; זיי לערנען מיט די קינדער מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט, זיי לייגן אריין די ריינע אמונה מיט יראת שמים, צניעות, ובעיקר פארלייגט מען זיך ביי אונז אויפצובויען די קינדער.


ווי איר ווייסט דאך וואס טוט זיך היינט, מען שטאפט אן קינדער מיט מעדעצין, מיט ריטעלין וכדומה; אנדערש איז ביי אונז, נישטא קיין איין קינד ביי אונז וואס מיר - די מוסד - זאל ארויפלייגן אויף מעדעצין. אונזערע מלמדים און לערערינס ארבעטן זייער שווער מיט יעדן קינד מיט אייזערנע סבלנות - זיי צו מדריך זיין, זיי מחנך זיין מיט די תורה.


פון שולע בין איך צוריק צו די אכסניא, איך האב אוועקגעגעבן צייט צו רעדן מיט אנשי שלומינו.


נאכמיטאג איז געווען אין די דירה א שיעור כללי פאר די מלמדים און מחנכים בארץ הקודש, אויך דער מלמד פון טברי', ר' יוסף נרו יאיר - איז דארט געווען. מיר האבן גערעדט וויכטיגע פונקטן וואס מיר ווילן פון אונזערע מלמדים און לערערינס; קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן שיעור האב איך עוסק געווען אין שידוכים.


נאכדעם בין איך געגאנגען דאווענען מנחה, נאך מנחה האבן מיר פארגעלערנט די בלאט גמרא און מיט דעם זיך געזעגנט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא.): "אַל יִפָּטֵר אָדָם מֵחֲבֵרוֹ אֶלָּא מִתּוֹךְ דְּבַר הֲלָכָה".


איך האב זיך געזעגנט פון יעדן איינעם און ארויסגעפארן צום לופטפעלד. אויפ'ן וועג איז אריינגעקומען די גוטע נייעס אז די שול אין בני ברק איז צוריק אפן. וואס איז געווען? פאר צוויי וואכן צוריק זענען זיי אריין אין א נייע שול, אבער גלייך נאכדעם האט מען דאס געדארפט פארמאכן, ווייל איינער פון די שכנים האבן געבעטן פון בית דין אן עיקול אויפ'ן שול, די גבאים האבן געפאלגט בית דין און פארמאכט דעם שול, אבער זיי האבן זייער מתפלל געווען אז מען זאל דאס קענען עפענען צוריק, זיי האבן געוואלט איך זאל נאך קענען באזוכן אין שול. דער גבאי אבא חייא איז אריבער צום בית דין און געבעטן, אפשר זאל מען קענען כאטשיג אריינגיין צו לערנען וכדומה, בית דין האט געשריבן אז מען קען ביז דערווייל נוצן די שול, אבער נישט פאר דאווענען. דאס איז פאר זיי געווען אן אויסטערלישע שמחה, איך האב מחליט געווען אז איך פאר צו זיי, עס איז די זעלבע וועג ווען מען פארט פון ירושלים צום לופטפעלד.


דארט איז געווען די צוועלפטע שיעור, קענסט דאס הערן אויפ'ן טעלעפאן.


האברך אברהם האט געארבעט זייער שווער אז איך זאל קענען אהיימפארן אן קיין פראבלעמען. חסדי השם איך בין אין שטוב געזונטערהייט, איך גיין שוין דאווענען, איך גיי בענטשן גומל, "הגומל לחייבים טובות שגמלנו כל טוב".


איך האב דיר נאר געשריבן ראשי פרקים, מען קען נישט שרייבן די געפילן, דאס וואס מען שפירט ווען מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו.


ברודער, באניי זיך מיט'ן סדר דרך הלימוד; הויב אן לערנען אביסל חומש מיט תרגום, משניות, גמרא, הלכה, מדרש וספרי רבינו.


אויך באניי זיך מיט התבודדות, ובעיקר מיט "זה מעשה שלי, וזה מעשה שלו, ולמה לדבר מאחרים".


 


איין זאך האב איך פארגעסן דיר צו שרייבן. היינט נאכט איז דא אין שטעטל פאר די פרויען די וועכנטליכע צאמקום, זע צו בלייבן אין שטוב העלפן מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין שעפן פרישע לופט, פרישע חיזוק; זי דארף דאך אזויפיל חיזוק צו קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


איך גיי יעצט אין ישיבה אנגרייטן א שיעור פאר די צאמקום.


...

#12 - קום קיין אומאן, דער רבי וועט דיר פאררעכטן
תשובה, אומאן, ראש השנה, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פאר אויף אומאן; וואס איז די פראגע? דו אליינס דערציילסט ווי דער רבי טוישט דיין לעבן; דיין שטוב, דיין ווייב - אלעס האט זיך געגעבן א טויש צום גוט'ן פון ווען דו האסט אנגעהויבן הערן די שיעורים, עצות און חיזוק פון רבי'ן; אודאי זאלסטו קומען קיין אומאן.


אויף דיין פראגע וואס דו קענסט מתקן זיין, די חלק פון די חילול השם וכו' וכו', און ווי אזוי דו קענסט מתקן זיין וואס דו ביסט אזוי אראפגעפאלן אין נשג"ז רחמנא לצלן; קום קיין אומאן, דער רבי וועט דיר מתקן זיין. דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) ווער עס וועט קומען צו זיין ציון זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויסציען פון שאול תחתית".


קום קיין אומאן, דער רבי וועט דיר פאררעכטן; בפרט אז מען קומט ראש השנה - איז נישטא קיין גרעסערע תיקון! דער רבי האט געזאגט (שם, סימן תז): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן איינעם פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.