בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#82 - איך זאג דיר, ווייל איך ווייס אז דו וועסט אננעמען
אמונה, התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד...


איך בעט איבער, איך האב נישט געוואלט מאכן צער, איך האב דיר געשריבן ווייל איך ווייס אז דו וועסט אננעמען און דו וועסט זיך פרייען צו טון וואס איז ריכטיג; איך וויל נישט מאכן צער, אויב דו ווילסט נישט מער איך זאל דיר זאגן – וועל איך נישט זאגן.


שטארק זיך, אנטלויף צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, בעט אים דו זאלסט שטענדיג געדענקען פון אים, נישט פארגעסן פון אים.


זאג יעדן טאג תהלים, מיט יתן דו זאלסט זאגן דעם "יום תהלים" און אריינפלעכטן צווישן די פסוקים דיינע אייגענע לויב ווערטער, און דיינע אייגענע געבעטן וואס דו דארפסט און וואס עס דריקט דיר.


נאכאמאל, איך בעט איבער, איך פארשטיי פארקערט, איך פארשטיי אז דעם וועם מען קען שרייבן קלארע ווערטער – דאס איז א סימן פון גדלות המוחין; די וואס זענען בקטנות הדעת – די קען מען נישט שרייבן וכו'.

#81 - שמירה עליונה אז די זומער זאל אריבער גיין גוט
חינוך הילדים, צדקה, תפילה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, (חקת בא"י), ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך אזוי שטארק אז דו קומסט ביי אונז אין קאנטרי 'אילן החיים', דו וועסט זיין מיט אנשי שלומינו במשך דעם זומער; איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט מיר העלפן זען אז אין אונזער קאנטרי 'אילן החיים' זאל זיין ליבשאפט צווישן די משפחות און עס זאל זיך פירן מיט יראת שמים.


עס איז זייער גוט און געזונט פאר די קליינע קינדער צו גיין זומער אין קאנטרי צווישן די ביימער און גראז, עס איז געזונט סיי בגשמיות; די קינדער שפילן זיך אין די פעלדער מיט די ביימער און גראז, די קינדער געבן זיך אויס אויף א געזונטע וועג, און אויך ברוחניות איז דאס גאר גוט; ווייל אין קאנטרי איז די לופט ריין, עס איז נישטא קיין שלעכטע זאכן, מען זעט נאר הימל און ערד, די נאטור פונעם אייבערשטן, די שיינע בלויע הימל מיט די געשמאקע גרינע גראז, מען זעט נישט קיין שלעכטע זאכן וואס טוט אוועק נעמען די יראת שמים מיט די אמונה.


אויך פאר די עלטערן אליינס איז דאס גוט, מען קען זיך אביסל אנשעפן פרישע כוחות צו קענען ווייטער אויפציען די קינדער מיט שמחה און מיט ישוב הדעת.


מען דארף האבן א שמירה עליונה אז די זומער זאל אריבער גיין גוט, מען זאל פארן געזונטערהייט און צוריק קומען געזונטערהייט מיט די גאנצע משפחה. די בעסטע סגולה איז תפילה; בעט דעם אייבערשטן איידער ענק פארן ארויס אין קאנטרי אז מען זאל פארן געזונט און צוריק אהיים קומען געזונט. ווען דו פארסט ארויס מיט דיין משפחה זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן מיט אלע קינדער אז אלעס זאל זיין בשלום, זאג תפילת הדרך און געב צדקה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות דרך חלק א, סימן ח): "כְּשֶׁתֵּלֵךְ בַּדֶּרֶךְ, תִּתֵּן קֹדֶם לִצְדָקָה", איידער דו גייסט אין וועג - זאלסטו געבן צדקה; עס איז גוט צו האלטן א פושקע אין קאר, און יעדע מאל מען פארט מיט די קאר - זאל מען לייגן א פרוטה לצדקה און זאגן תפילת הדרך. מוהרא"ש זאגט, אפילו מען פארט אין שטאט זאל מען זאגן תפילת הדרך אן זאגן די שם ביי די ברכה, אזוי איז מען זיכער אז מען האט א שמירה אויפן וועג.


אויך זאלסטו ניצן די סגולה פון 'תודה והודאה'; מאך זיך א צייט יעדן טאג צו דאנקען דעם אייבערשטן, דאס וועט ברענגען גרויסע ניסים פאר דיר און פאר דיין גאנצע משפחה. דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט, אז ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים - עפנט ער אויף א פענסטער אין הימל פאר נאך ניסים; זאלסטו יעדן טאג זיך אראפנעמען אפאר סעקונדעס צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר די חסדים; פאר דיין משפחה, פאר דיין פרנסה און אזוי ווייטער; וועסטו האבן א שמירה דעם גאנצן זומער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#80 - זיין זומער אין א גוטע ערליכע סביבה
חינוך הילדים, אמונה, תפילה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, (חקת בא"י), ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך אזוי שטארק אז דו קומסט ביי אונז אין קאנטרי 'אילן החיים', דו וועסט זיין מיט אנשי שלומינו במשך דעם זומער.


מען דארף זייער אכטונג געבן נאר צו גיין אין א קאנטרי מיט גוטע שכנים, ערליכע משפחות. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "טוב לצדיק טוב לשכינו", און אז מען גייט אין א קאנטרי מיט ערליכע משפחות, וועט עס האבן א גוטע השפעה אויף די גאנצע משפחה, און אזוי אויך איז פארקערט (שם): "אוי לרשע אוי לשכינו", אז מען גייט אין א קאנטרי וואס די משפחות פירן זיך נישט איידל - ווערט מען אומדירעקט אראפגעשלעפט. אזוי ווי מיר געפינען (פסחים קיב:), רבינו הקודש האט געזאגט פאר זיינע קינדער: "אַל תָּדוּרוּ בִּשְׁכֶנְצִיב", זיי זאלן נישט וואוינען אין די שטעטל שכנציב; עס איז געווען א קאנטרי מיטן נאמען: "קאנטרי שכנציב", וואס איז געווען דער פראבלעם דארט? זיי זענען געווען לצים, מען האט דארט געשפעט פון מנהגים און פון ערליכע אידן, און רבינו הקדוש האט מורא געהאט אז זיינע הייליגע קינדער וועלן זיך נישט קענען האלטן, ווייל ליצנות אויף ערליכע אידן, ליצנות אויף רבנים און אויף אידישע מנהגים - איז א גרויסע סכנה, עס שאט אפילו פאר די ערליכע משפחות, מען ווערט אפגעקילט פון זיך פירן ערליך.


ליבער ברודער, טייערער חבר, וואויל איז דיר אז זומער וועסטו זיין מיט אנשי שלומינו, ווייל גיין אין קאנטרי קען זיין א גרויסע סכנה פארן מענטש און פאר זיינע דורות הבאים. דוד המלך הויבט אן די הייליגע תהלים (א, א): "אַשְׁרֵי הָאִישׁ", וואויל איז דעם מענטש וואס גייט נישט אין א פלאץ פון רשעים, "וּבְמוֹשַׁב לֵצִים לֹא יָשָׁב", און זיצט נישט מיט לצים; ווייל עס איז ענדערש צו בלייבן אין שטאט ווי איידער אנקומען אין קאנטרי מיט א נישט גוטע סביבה, ווייל איין עזות פנים קען דיך אראפפירן אין אפגרונד; וואס מיינסטו, ווי אזוי הייבט זיך אן די זאך פון רייכערן סם המות? מען פארברענגט די נעכט אין 'קאנטרי', און עס קומט א לץ און זאגט: "נע עס איז גארנישט... יעדער רייכערט די סחורה... זיי נישט אזוי פלאטשיג..." אזוי הייבט זיך עס אן, און אזוי איז מיט אלעס, עס קומט א שיכור און הייבט אן מאכן פארטיס יעדע שני וחמישי און גיסט אן כוסות וויסקי, וואדקע - פאר איידעלע אינגעלייט, און מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן ניין, ווי אזוי זיך ארויס צו דרייען, ביז מען ווערט אויך א שיכור, און אזוי איז מיט אלעס; אזויפיל טייערע משפחות גייען א גאנג אין קאנטרי.


מען דארף אזויפיל בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן א גוטע ערליכע סביבה וואו צו זיין זומער, א קאנטרי וואס ווערט געפירט דורך א רב אדער א דיין, בעט דעם אייבערשטן אז דו, דיין ווייב און קינדער זאלן האבן גוטע חברים.


מען הייבט אן דעם טאג מיט די געבעט. די הייליגע חכמים האבן מתקן געווען (ברכות טז:), אז מען זאל בעטן יעדן אינדערפרי פאר א 'חבר טוב', און זיך היטן פון א 'חבר רע'; מוהרא"ש זאגט (סידור עת רצון תפלת השחר, אות ג), די תפילה איז גאר וויכטיג און זייער חשוב, מען דארף זייער מכוון זיין ביי די תפילה; אויף א גוטע חבר בעט מען איידער מען בעט צו געראטעוועט ווערן פון מלשינות, עלילה, מיתה משונה, ווייל דאס איז די גרעסטע סכנה; שלעכטע חברים קענען אראפווארפן דעם מענטש אין נוקבא דתהומא רבא.


ביי די ווייבער איז דאס נאך מער; עס קומט אן איידעלע פרוי פון א חשוב'ע איידעלע משפחה וואס פירט זיך איידל, וואס פירט זיך ווי די מאמע, און איין זומער מאכט אלעס חרוב; א סביבה פון צעבראכענע משפחות וואס זענען נישט איידל שלעפט אראפ די איידעלע פרוי, און אזוי אויך מיט די טעכטער; מען ווערט נאכגעשלעפט נאך די סביבה, אז עס לוינט נישט צו גיין אין קאנטרי. על כן זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט אנקומען אין א גוטע סביבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#79 - פטור געווארן פון די טריפה'נע מיליטער
דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


צו מיין טייערער ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יישר כח פאר די גוטע בשורה אז דו ביסט פטור געווארן פון דארפן גיין אין די טריפה'נע מיליטער; פרעג א דיין אויב דו זאלסט בענטשן ברכת הגומל.


זיי שטארק אין דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג מיט מנין.


געב א גרוס פאר דיין ברודער ..., זאג אים אז איך בענק זיך צו הערן פון אים, אמאל פלעגט ער מיר שרייבן בריוון, אמאל האב איך געהאט מיט אים מער שייכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#78 - זיך האלטן מיט א גוטע סדר אין קעמפ
חינוך הילדים, התחזקות, דאווענען, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מען פארט שוין אין קעמפ, אין צוויי וואכן וועלן מיר ארויס פארן צווישן די בערג און די גראז; עס איז זייער א גוטע זאך אז די ישיבות און תלמוד תורה'ס פארן אוועק אין די זומער וואכן פון שטאט צו די בערג, דארט צווישן די בערג איז זייער ריין, מען קען דארט זייער מצליח זיין אין עבודת השם.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן נב), אז עס טוט שאטן פאר עבודת השם ווען מען געפינט זיך אין א פלאץ וואו מענטשן לויפן נאך תאוות עולם הזה, און מען קען ווערן מער נענטער צום אייבערשטן ווען מען געפינט זיך אין א פלאץ וואו עס זענען נישטא דארט מענטשן וואס טוען נארישקייטן; דעריבער זאלסטו אויסניצן די צייט וואס דו געפינסט זיך זומער צווישן די גראז אין ביימער פאר עבודת השם, מאך זיך א סדר ווי אזוי אויסצוניצן דיינע טעג צו לערנען און צו דאווענען און זיך צו שטארקן מיט גוטע חברים אין עבודת השם; דאס ערשטע זאך בעט איך דיר, פיר זיך מיט הכנעה צו דיינע מגידי שיעור, און גיי נישט קעגן די תקנות הישיבה, האלט זיך צו די סדרי הישיבה און צו וואס זיי זאגן, אזוי וועסטו מצליח זיין און דו וועסט זיך איינקויפן א גוטע נאמען, דו וועסט האבן חן ביי יעדן איינעם; דער ראש ישיבה, די מגידי שיעור, און אלע בחורים וועלן דיך שטענדיג אויסרימען, דו וועסט זיין באליבט ביי אלעמען.


זיי צייטליך ביי די סדרים, זיי צייטליך ביים דאווענען, עס איז דא א שוואכקייט ביי בחורים צו פארברענען די נעכט מיט גארנישט און מיט נישט, מען גייט שלאפן טויזנט אזייגער, מען זיצט און מען שמוסט, שפעטער קען מען נישט זיין צייטליך ביים דאווענען, צייטליך ביי די סדרי הישיבה, אלעס הייבט זיך אן ביים שלאפן גיין; על כן בעט איך דיר זייער, לייג זיך צייטליך, גיי נישט שלאפן שפעט, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין גאר פרי, דו וועסט זייער מצליח זיין; די יונגע יארן זענען די שענסטע יארן פארן מענטש. די הייליגע חכמים זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע צייט איז די יונגע יארן; און אז מען ניצט אויס די יונגע יארן איז מען זייער מצליח אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#77 - איך בענק זיך צו דיין אמאליגע תמימות
הפצה, דאווענען, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ג סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך בין אזוי אנטוישט, איך הער זאגן אז דו גייסט אין קיאסק קוקן ליצנות וכו'; עס טוט מיר באמת וויי, איך האב אזוי ארויסגעקוקט אז דו וועסט מצליח זיין ביי אונזער ישיבה, דו וועסט וואקסן א צדיק, איך האב דיך אזוי ליב, דו ביסט געקומען אין ישיבה אנגעפילט מיט תמימות, יעדע זאך האסטו געפרעגט און געפאלגט, אזא שאד דו זאלסט דאס אלעס פארלירן.


זאג מיר צו אז דו גייסט מער נישט גיין אין קיאסק, זאג מיר צו אז דו גייסט מער נישט קוקן קיין מאוויס, ווידיאוס, קליפס – פון די אידישע לצים, די אידישע זאכן זענען זייער שלעכט, עס איז פול מיט ליצנות, פאר יעדן יום טוב מאכן זיי ליצנות פון די מצוות פונעם יום טוב, עס רייסט אויס די יראת שמים; גלייב מיר, דאס וואס איך האב דיר געזאגט אזוי שארף וכו' – דאס קומט פון ליבשאפט, מאהבה מסותרת, איך האב דיך זייער ליב, און איך האלט נישט אויס אז דו זאלסט דא אין ישיבה אלעס פארלירן.


מאך זיך שיעורים בתורה, פול אן דיין טאג מיט לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און נאך ישיבה זאלסטו שטורעמען די גאסן מיט הפצה, גיי יעדן טאג שעות הפצה, דאס וועט פאררעכטן אלעס, דו וועסט וואקסן א גרויסער צדיק.


נעם זיך גוטע חברים וואס רעדן פון הייליגן רבי'ן, חברים וואס לעבן מיט הפצה, דרך הלימוד, מעשיות פון תפילה, דן זיין לכף זכות - די זאלן זיין וועם דו קוקסט ארויף; "או חברותא", אדער א גוטער חבר, "או מיתותא", אדער א חבר וואס שלעפט צום טויט.


לפני התפילה, פארן דאווענען – רעד נישט מיט קיינעם, נאר מיטן אייבערשטן, פארן דאווענען זאלסט לערנען חומש – שניים מקרא ואחד תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, און זאג דעם יום תהלים מיט אכצן פרקים משניות, און נאכן דאווענען זאלסטו לערנען גמרא מיטן רבינ'ס ספרים.


איך האב דיך ליב, איך בענק זיך צו דיין אמאליגע תמימות.

#76 - אין בית פיגא רעדט מען נאר אידיש
תפילה והתבודדות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער גוט אז איר מיט אייער שוועסטער נעמען נישט קיין ביכלעך פון אנדערע מיידלעך; מען דארף זייער אכטונג געבן וואס פאר א ביכלעך מען ליינט, נישט נעמען קיין ביכלעך פון חבר'טעס, ווייל עס זענען דא שעדליכע ביכלעך וואס איז א גרויסע סכנה צו ליינען.


רעדט נאר אידיש, רעדט נישט העברעאיש; דער וואס האט געמאכט די שפראך איז געווען א גרויסער אפיקורס, ער האט דאס געמאכט מיטן ציל אויסצורייסן אידישע קינדער פון די תורה; איך וויל נישט מען זאל רעדן ביי מיר אין שולע העברעאיש, אין בית פיגא רעדט מען נאר אידיש.


זאגט יעדן טאג תהלים, און גאר גוט וועט זיין אז איר וועט יעדע וואך ענדיגן ספר תהלים. תהלים איז איינגעטיילט אויף זיבן, עס צו זאגן די זיבן טעג פון די וואך, און אז מען קומט נישט אן צו זאגן פינקטלעך דעם יום תהלים יעדן טאג זאל מען עס ענדיגן אין די וואך.


אויך זאלט איר שמועסן מיטן אייבערשטן; פארמאכט די אויגן און רעדט זיך אויס צו אים אזוי ווי איר רעדט צו א גוטע חבר'טע, אדער ווי איר רעדט צו אייער טאטע אדער מאמע. שמועסט אויס אייער הארץ, דערציילט אים אלעס וואס גייט אריבער אויף אייך, און בעטס איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך, און אויפשטעלן ערליכע דורות, און אזוי ווייטער.


געבט א גרוס פאר אייער עלטערן, איר האט זייער טייערע עלטערן, איך בין זייער נאנט מיט זיי, זיי זענען זייער טייער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#75 - מאך זיך נישט צוטון פון לצים
התחזקות, מחלוקת, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ח סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך נישט צוטון פון די לצים; אז דו הערסט ליצנות אויף ברסלב זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן עס זאל נישט אריין גיין אין דיר, פרוביר אוועק צו גיין פון די סארט שמועסן, און אויב עס זענען נאנטע קרובים, נאנטע משפחה, וואס מען קען נישט אוועק גיין, און זיי מאכן געשפעט פון הייליגן רבי'ן און פון רבינ'ס תלמידים - זאלסטו טראכטן וואס איז געווען מיט אלע אנדערע צדיקים; פון אלע צדיקים האט מען געשפעט, מען האט ליצנות געמאכט פון אלע צדיקים; פון די אבות הקדושים, און פון משה רבינו, און פון דוד המלך, פון אלע צדיקים האט מען געשפעט; נאר נאכדעם וואס זיי זענען נסתלק געווארן פון די וועלט האט זיך אפגעשטעלט די ליצנות, אנדערש איז ביים הייליגן רבי'ן וואס אפילו מען האלט שוין איבער צוויי הונדערט יאר פון זיין הסתלקות שפעט מען און מען מאכט ליצנות; דאס איז ווייל דער הייליגער רבי האט קלאר געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן מו): "שֶׁהָיוּ כַּמָּה גְּדוֹלִים שֶׁכָּל אֶחָד עָשָׂה וְתִקֵּן מַה שֶּׁתִּקֵּן וְאַחַר כָּךְ נִפְסַק", עס זענען געווען אסאך צדיקים וואס ווען זיי האבן געלעבט האבן זיי געטון און מתקן געווען וואס זיי האבן מתקן געווען, אבער נאכדעם האט זיך אלעס אפגעשטעלט, "אֲבָל אָנוּ צְרִיכִים לַעֲשׂוֹת דָּבָר שֶׁלּא יֻפְסַק לְעוֹלָם", אבער איך וויל מאכן א זאך וואס עס זאל זיך קיינמאל נישט אפשטעלן, די תלמידים זאלן מאכן נאך תלמידים, און די זאלן מאכן נאך תלמידים, "וְכֵן לְעוֹלָם", און אזוי זאל עס בלייבן אויף אייביג; נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן שו): "מיין פייערל וועט שוין טליען און ברענען ביז משיח וועט קומען"; און דעריבער איז די התנגדות נאכאלץ דא.


נעם זיך פאר לכבוד דיין געבורטס טאג נישט ארויס צו קוקן פון סידור ווען דו דאווענסט שטילע שמונה עשרה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#74 - מיט ליבשאפט עפנט מען דעם הימל פאר ישועות
אמונה, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ג סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מאך שלום אין שטוב, קריג זיך נישט, זוך נישט צו זיין גערעכט, זיי קלוג און געב נאך.


אז מען האט זיך ליב אין שטוב - עפנט עס די הימל פאר ישועות. אזוי ווי מוהרא"ש ברענגט אסאך מאל דעם סיפור, אז דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו: "מיט וואס האסטו זוכה געווען אז מען זעט ביי דיר אזעלכע גרויסע מופתים?" האט דער הייליגער רבי אלימלך געזאגט: "ברודער, איך האב אריינגעברענגט א שטארקע ליבשאפט צווישן מיינע תלמידים, מען האט זיך זייער ליב איינער דעם צווייטן און מען רעדט שיין איינער צום צווייטן".


דעם פארגאנגענעם שבת בין איך געווען אין שטעטל אין די נייע געגנט, עס איז געווען זייער געשמאק. שבת אינדערפרי פארן דאווענען האבן מיר זיך זייער מחזק געווען מיט די עצות פון רבי'ן, אויך שבת נאכמיטאג זענען מיר געזיצן אין פעלד און געשמועסט פון די אוצרות וואס מיר פארמאגן. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצז): "הַשַׁבָּתִים שֶׁשׁוֹבְתִים אֶצְלִי, הֵם גְדוֹלִים וְטוֹבִים יוֹתֵר מִשִּׁבְעָה פְּעָמִים תַּעֲנִית מִשַׁבָּת לְשַׁבָּת", זיין ביי מיר שבת איז מער און גרעסער ווי פאסטן זיבן מאל משבת לשבת; מוהרא"ש זאגט דאס גייט אן עד היום, ווען מען קומט זיך צוזאם אנשי שלומינו, מען רעדט פון רבי'ן - דארט איז דער רבי, מען ווערט אנגעפילט מיט יראת שמים. דער רבי זאגט (שם, סימן תצה): "אִלּוּ הָיִינוּ רוֹאִין אוֹצָר הָיִינוּ רָצִים בְּוַדַּאי אֵלָיו, וְהָיִינוּ חוֹפְרִים וּמְלַכְלְכִים עַצְמֵנוּ בְּרֶפֶשׁ וָטִיט בִּשְׁבִיל לַחְתֹּר אַחֲרָיו וּלְמָצְאוֹ", ווען איר וואלט געטראפן אן אוצר, וואלט איר זיכער אהין געלאפן און געזוכט ווי מער מען קען נעמען דערפון, איר וואלט נישט געקוקט צי איר ווערט שמוציג, איר וואלט אריין געקראכן אין בלאטע אבי צו נעמען פונעם אוצר, "וַהֲלֹא אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם, וּמַדּוּעַ לֹא יִהְיוּ לְהוּטִים וְרָצִים אַחֲרַי לְקַבְּלוֹ", איך בין דאך אן אוצר פון יראת שמים, פארוואס לויפט איר מיך נישט נאך צו נעמען פון מיין אוצר?


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די שיחה וואס רבי נתן דערציילט (שם, סימן תקפז), איינער האט אים דערציילט אז ער איז אמאל געקומען וויינען צום רבי'ן אז ער וויל זיין אן ערליכער איד און עס גייט אים נישט, האט אים דער רבי געזאגט צוויי זאכן, איינס אז ער מוז האבן שיעורים אין תורה, ער זאל זיך קובע זיין יעדן טאג צו לערנען, און צווייטנס ער זאל זיך מאכן יעדן טאג א חשבון מיטן אייבערשטן דאנקען און לויבן אויפן טאג וואס איז אריבער, און בעטן מען זאל מארגן האבן א בעסערע טאג.


על כן ליבער ברודער, נעם די צוויי נקודות, מאך זיך שיעורים; די ערשטע שיעור זאלסטו לערנען חומש; שנים מקרא ואחד תרגום פון די וואכעדיגע פרשה, טייל איין די פרשה לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, נאכדעם מאך זיך א שיעור אין משניות, גמרא, הלכה, און גיי התבודדות, וועסטו ווערן אן איש כשר, אן ערליכער איד.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#73 - ציפ זיך די באקן און גיי ארום מיט א שמייכל
שמחה, התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מען ציפט זיך די באקן, מען מאכט זיך רויטע באקן, און אזוי ווייסט קיינער נישט וואס גייט פאר.


אזוי פלעגט מוהרא"ש זאגן, און אויך האט ער אזוי געטון, און אזוי טוען נאך עד היום זה אסאך תלמידי היכל הקודש; ווען עס גייט אריבער אויף זיי שווערע ביטערע טעג, שווערע יסורים, די פנים איז בלאס, מען זעט נישט אויס גוט; ציפן זיי זיך די באקן און מען פרישט זיך אויף, אזוי ווייסט קיינער נישט וואס גייט אריבער.


די ווארט האט מוהרא"ש נאכגעזאגט פונעם הייליגן צדיק, דער אהבת ישראל זכותו יגן עלינו. ווען מען האט זיך געוואונדערט ווי אזוי ער זעט אויס אזוי פרייליך, פריש, מיט וואס ער איז אריבער וכו' וכו', האט ער געזאגט: "מען ציפט זיך די באקן" וכו'.


ברודער, איך ווייס אז דו גייסט אריבער שטארקע פיין, שרעקליכע פיין, די הארץ גייט מיר אויס פאר דיר, איך בין מתפלל פאר דיר; איך בעט דיר, נעם זיך צאם, גיי אין א ווינקל זיך אויסוויינען צום אייבערשטן אז דו זאלסט שוין זען א ישועה, און ווען דו קומסט ארויס פון התבודדות, ציפ זיך די באקן, נעם זיך צאם און גיי ארום מיט א שמייכל, ובשמחה תצאו.

#72 - מען ווייזט דעם מענטש כאילו מען דארף אים נישט
אמונה, התחזקות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין ליבער טייערער הארציגער זון נחמן נתן נרו יאיר


שטארק זיך בעבודת השם, דראפע זיך מיט אלע כוחות, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח), מען דארף זיין א גרויסער עקשן אין עבודת השם, נישט אפצולאזן די גוטע רצונות און גוטע מעשים, ווייל יעדער וואס הייבט אן דינען דעם אייבערשטן שפירט אז מען וויל אים נישט, און פון הימל טוט מען אים אוועק שטופן, און אזוי איז טאקע, די הרגשה איז ריכטיג, אבער דאס איז נישט אז מען דארף טאקע נישט דעם מענטש, פארקערט, באמת וויל מען יא דעם מענטש, אבער דאס איז די וועג ווי אזוי עס ארבעט, די וועג איז אז מען ווייזט דעם מענטש כאילו מען דארף אים נישט, אבער באמת איז דאס נאר התקרבות, און דאס גייט אריבער אויף יעדן, אויך אויף די גרויסע צדיקים, און אויך די צדיקים פון די פריערדיגע דורות, אלע זענען אריבער די סארט געפילן, אלע האבן געשפירט ווי מען דארף זיי נישט און ווי מען טוט זיי אוועק שטופן, ווי מען דערווייטערט זיי, און ווען זיי וואלטן זיך נישט געשטארקט וואלטן זיי אוועק געפאלן, און ווייל זיי האבן נישט געקוקט אויף די אלע געפילן, ראיות און בלבולים, זיי האבן זיך געשטארקט – זענען זיי אויסגעוואקסן גרויסע צדיקים.


טייערער ליבער נחמן נתן, איך האב דיך זייער ליב, איך האב גרויס נחת פון דיר, אויך מאמי תחי' האט נחת, מיר דאנקען דעם אייבערשטן פאר יעדן קינד, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א שיינע ליכטיגע שטוב.


זיי שטארק מיט ח"י פרקים משניות בכל יום, זאג דעם יום תהלים בכל יום, לערן גמרא ש"ס כסדרן; מי יתן אז דו זאלסט ענדיגן די יאר נאכאמאל ש"ס און קומען צום הייליגן רבי'ן ראש השנה מיט נאך א סיום הש"ס, ברענגען דעם רבי'ן א מתנה א ש"ס.


טאטי, וואס ליבט דיך.

#71 - גיי יעדן טאג א "דאנקען שפאציר"
אמונה, התחזקות, תפילה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


נעם אריין אמונה אין דיר, חזר דיך די ווערטער: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, אלעס איז ער, דומם צומח חי מדבר – אלעס איז ער, עס וועט מיר גארנישט שלעכט פאסירן ווייל איך ליג אינעם אייבערשטנ'ס הענט, איז פארוואס בין איך פאר'דאגה'ט? פארוואס זארג איך זיך? ענדערש זאל איך זיך איבערגעבן צו אים, און ער וועט מאכן דאס בעסטע פאר מיר".


גיי יעדן טאג א "דאנקען שפאציר", ביי דעם שפאציר זאלסטו נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; פאר יעדע אבר וואס דו האסט, און אז דו ביסט געזונט, דאנק אים פאר דיין משפחה בפרטי פרטיות, רעכן אויס יעדע איינצעלהייט באזונדער; דאס וועט דיך מאכן א שטארקע מח, שטארקע נערווען, שטארקע כוחות, וועסט זיין גליקליך און צופרידן.

#70 - ספר המדות, בעטן דעם אייבערשטן צו פארשטיין לערנען
התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"ג סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך א שיעור צו לערנען ספר המידות, דער הייליגער רבי האט געזאגט אויף דעם ספר (חיי מוהר"ן, סימן שעט): "אט דאס האט מיך געמאכט פאר א איד"; יעצט ווען דו גייסט שוין נאך אביסל בר מצוה האבן איז זייער גוט דו זאלסט לערנען דעם ספר, און ווען דו ענדיגסט דאס זאלסטו דאס נאכאמאל לערנען, און נאכמאל לערנען - ביז דו וועסט קענען דעם ספר בעל פה; דאס וועט דיר העלפן ווערן א גרויסער צדיק.


הייב אן מיט זאגן, זאג די ווערטער, און וויין צום אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו פארשטיין דאס לערנען; אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געטון ווען ער איז געווען יונג. דער רבי האט דערציילט ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד, (שבחי הר"ן, סימן ח): "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנָיוֹת וְלא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנָיוֹת", ער האט אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן ביז ער האט זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות, "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאֹד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט.


א גוט שבת.

#69 - טלית ותפילין און ציצית, די געווער פון א איד
התחזקות, דאווענען, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האף אז דו שטארקסט זיך מיט אנטון טלית ותפילין יעדן טאג און מיט דאווענען די דריי תפילות, אויך האבן מיר אמאל גערעדט און איך האב דיר געשריבן חיזוק אויף גיין מיט ציצית, אז דאס איז א שמירה פארן מענטש, אים צו היטן פון אלעם שלעכטס און פון ניאוף רחמנא לצלן.


איך האב געזען אין ספר שיחות אש קודש חלק ב, אות תקא, אז מיט יארן צוריק ווען מוהרא"ש איז געווען אין עירפארט, און איינע פון די שאלות וואס מען פרעגט ביים אריבערגיין די סעקיוריטי איז אויב מען האט געווער, פלעגט מוהרא"ש אנכאפן זיין ציצית און ווייזן אז דאס איז עס, אויך האט אמאל מוהרא"ש געענטפערט – ווען מען האט אים געפרעגט אויב ער האט געווער – "טלית און תפילין"; ווייל דאס איז די אמת'ע געווער פון א איד, די טלית און תפילין און ציצית, דאס היט דעם איד, דאס היט אים בזה ובבא.


זאג די תיקון הכללי יעדן טאג נאך שחרית.

#68 - רעד נישט ביים דאווענען, וועסטו האבן גרויס הצלחה
התחזקות, דאווענען, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית יואל


גיי אינדערפרי אין שול, די ערשטע זאך אינדערפרי זאלסטו גיין אין שול אנטון טלית ותפילין, דאס איז אונזער פארמעגן, דאס איז אונזער שענסטע זאך, דאס איז אונזער קשר מיט וואס מיר בינדן זיך צו צום אייבערשטן.


רעד נישט ביים דאווענען – וועסטו האבן גרויס הצלחה, מען זעט ממש וואונדער; די אלע וואס זענען זיך מקבל נישט צו רעדן ביים דאווענען, און אז עס איז דא א וויכטיגע זאך גייען זיי ארויס פון שול, און דארט אין פאליש רעדן זיי – די האבן זייער גרויסע הצלחה; איך בין זיכער אז אויב דו וועסט זיך אזוי פירן – וועסטו זייער מצליח זיין.

#67 - זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים דאווענען
אמונה, דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער אסאך נחת פון דיר, איך זע ווי שיין דיין התנהגות איז, דו פירסט זיך מיט יראת שמים און מיט גוטע מידות, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן דו זאלסט שנעל טרעפן א גוטע שידוך און זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע ערליכע שטוב מיט ערליכע דורות.


זיי שטארק מיט דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב מיט מנין, דאווען מיט א סידור, לאז נישט אויס ביים דאווענען, דאווען פון אנהייב ביזן סוף, און ווען דו דאווענסט שמונה עשרה, ווען דו זאגסט די ברכה פון 'שמע קולינו' – זאלסטו מאכן א סטאנציע, זאלסט דארט בעטן אין דיין שפראך, אין אידיש – פאר א גוטע שידוך, מיט געזונטע ערליכע דורות. אויך זאלסטו בעטן פאר דיר, דו זאלסט זיין נאנט צום אייבערשטן, האבן ערליכע חברים, האבן אמונה, און אמונת חכמים, מען דארף אסאך בעטן אויף אמונת חכמים, מען זאל זוכה זיין צו טרעפן א צדיק וואס מען קען אים פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן, און ער איז מדריך דעם מענטש מיט גוטע עצות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט טרעפן א צדיק און זיך נישט שעמען צו פרעגן אלעס, און אפילו דו וועסט האבן בושה – זאלסטו האבן עזות דקדושה צו פרעגן, און אזוי וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


אויך ביים סוף פון שמונה עשרה, ביי די תפילה פון 'אלקי נצור לשוני מרע', איידער דו טרעטסט אויס – זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ, בעט פאר קרבת אלקים, בעט אז דו זאלסט האבן א טעם, א געפיל – צו לערנען און דאווענען און טון מצוות.


טייערער ..., איך האב דיך ליב, איך וויל דיר שוין מאכן א שידוך, האלט דיך שטארק, גיי נאך די וועג פון דיינע עלטערן, דו האסט גאר טייערע עלטערן, דיין טאטע מאמע זענען ביי מיר זייער חשוב, ווען מען איז יונג ווייסט מען נישט אלעס, מען קען זיך טועה זיין, מען קען מיינען אז די עלטערן ווייסן נישט, איך זאג דיר, דיינע עלטערן זענען גאר חשוב, מאך זיי פרייליך, אין דעם זכות וועט דער אייבערשטער דיך פרייליך מאכן.


שרייב מיר בריוון, וועסטו מיך מחי' זיין.

#66 - נישט שמועסן מיט קיינעם ביז נאך שחרית
דאווענען, מנין, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


צו מיין טייערער ליבער זון ... נרו יאיר


איך האב זייער אסאך נחת פון דיר, אויך מאמי תחי' האט זייער אסאך נחת פון דיר; דו געבסט אונז צו א שטיק געזונט מיט דיין גוטע אויפפירונג און מיט דיין יראת שמים.


שטארק זיך בעבודת השם, אינדערפרי פון ווען דו שטייסט אויף – ביז נאך שחרית – זאלסטו נישט שמועסן מיט קיינעם; אינדערפרי איז די שענסטע צייט פונעם טאג, דעמאלט קען מען זיך גוט גוט מתבודד זיין, דעמאלט קען מען זיך גוט מיישב זיין מה התכלית מכל התאוות ומכל עולם הזה, וואס האט מען פון אלע תאוות און פון די גאנצע עולם הזה, 'נפקת בצפרא', אינדערפרי איז די אמונה ניי; זאלסטו זיך מקבל זיין נישט צו רעדן ביז נאך תפילת שחרית.


זיי געזונט, ביים דאווענען זאלסטו בעטן פאר מיר און פאר מאמי.


פון דיין טאטע, דיין ראש ישיבה, וואס האט דיך ליב.

#65 - ווי אזוי א שוחט דארף זיך פירן
דאווענען, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), ט"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער זון שלמה נרו יאיר, קרית ברסלב


א טאג וואס דו גייסט שחט'ן זאלסטו אויפשטיין פרי און זיך גיין מתבודד זיין, וויין זיך אויס צום אייבערשטן עס זאל חס ושלום נישט ארויסקומען קיין שום מכשול דורך דיר, און אז אלע נשמות וואס זענען מגולגל אין די עופות זאלן האבן א תיקון דורך די שחיטה; נעם נישט דעם מעסער אין האנט נאר נאכן גיין אין מקוה און זיך מתבודד זיין.


אויך זאלסטו זיך מקבל זיין נישט צו רעדן ביים דאווענען, און אז עס איז דא וויכטיגע זאכן צו ערלעדיגן – זאלסטו דאס טון נאכן דאווענען, און ביי הויכע שמונה עשרה זאלסטו מיט האלטן מיט א סידור, פון אינעווייניג, אזוי ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט אין צעטל קטן (אות יא).


איך בעט פאר דיר יעדן טאג, און איך דאנק דעם אייבערשטן פאר דיין שטוב.

#64 - איך וויל בלייבן ריין
חינוך הילדים, התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד יואל מנחם גרשון נרו יאיר


די וועכנטליכע קונטרסים פון עצתו אמונה ווערט נאר שענער און שענער, איך וויל דיך זייער מחזק זיין דו זאלסט ווייטער אנהאלטן די הייליגע ארבעט פון ארויסגעבן די קונטרסים; אזויפיל מענטשן זענען זיך מחיה מיט דעם, אזויפיל מענטשן זאגן מיר אז דאס איז זייער התחזקות פאר די וואך, און דאס איז זייער וועג ווייזער צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; איך ווייס אז עס איז נישט קיין גרינגע ארבעט, און אודאי שטעלט דער סמ"ך מ"ם מניעות יעדן טאג פונדאסניי אפצושטעלן די הייליגע ארבעט; איך בעט דיר, לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם, בלייב שטארק, האלט זיך שטארק, און טראכט נאר ווי מען קען דאס פארברייטערן און נאך שענער מאכן.


יעצט לכבוד שבועות איז די יארצייט פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, איך וויל מאכן א מעשה'לעך פאר די קינדער פון הייליגן בעל שם טוב, בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א איד גייט מיט א האנטוך אויפן פלייצע מיט נאסע פיאות, עס זאל אויסזען ווי דער מענטש קומט יעצט פון מקוה, און ווי צוויי ערלים ווייזן מיט די הענט אז זיי ווילן נישט שטיין נעבן אים; די נאמען פון די מעשה זאל זיין "איך וויל בלייבן ריין":


"הייליגער באשעפער היט מיך פון די גוים, זיי זאלן מיך נישט אנרירן און איך זאל זיי נישט אנרירן; איך בין יעצט געווען אין מקוה, איך האב זיך יעצט גע'טובל'ט, איך וויל בלייבן ריין..."


געווען איז דאס ווען דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געגאנגען אין מקוה זיך טובל'ען, אויפן וועג צוריק פון מקוה איז דער הייליגער בעל שם טוב אריבער א שמאלע גאס און עס זענען אים אנטקעגן געקומען צוויי גוים, און דער הייליגער בעל שם טוב האט זייער שטארק נישט געוואלט זיך אנרירן מיט זיי, ער האט נישט געוואלט ווערן טמא, ער האט געוואלט בלייבן ריין פון די הייליגע מקוה, האט ער שטילערהייט געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער היט מיך פון די גוים, זיי זאלן מיך נישט אנרירן און איך זאל זיי נישט אנרירן; איך בין יעצט געווען אין מקוה, איך האב זיך יעצט גע'טובל'ט, איך וויל בלייבן ריין..."


טייערע קינדער, יעדע זאך וואס מען וויל, און יעדע זאך וואס מען דארף - איז דא איין עצה, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן אין די אייגענע שפראך, דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעם, און מען קען רעדן צו אים אין יעדע שפראך, אין הימל איז זייער חשוב ווען א איד בעט עפעס דעם אייבערשטן; דער הייליגער צדיק דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו בעט שטילערהייט דעם אייבערשטן, און ער זעט ווי די גוים קומען נענטער און נענטער צו אים, ער בעט נאכאמאל און נאכאמאל, און א מעשה פון תפילה האט פאסירט... די גוים רופן אויס הויך: "לאמיר זיך אריינקוועטשן אין די זייט נישט אנצורירן דעם שמוציגן איד", די גוים קוועטשן זיך אריין אין די זייט, און דער הייליגער בעל שם טוב גייט אריבער הייליג און ריין, דער אייבערשטער האט אנגענומען זיינע תפילות.


עכט איז א איד נישט שמוציג, א איד איז הייליג, נאר די גוים זאגן אויף אונז אז מיר זענען שמוציג, אבער חס ושלום טראכטן אזוי, ווייל אידן זענען ריין און הייליג, אידן זענען די שענסטע פון די וועלט.


לאמיר זיך אפלערנען פון די מעשה אז מיר זאלן אכטונג געבן ווען מיר גייען אין מקוה זיך צו היטן די אויגן צו בלייבן ריין, און ווען מיר גייען אין גאס - נישט אנרירן און נישט קוקן אויף נישט גוטע זאכן, אזוי וועלן מיר בלייבן ריין, און לאמיר זיך לערנען פון דעם הייליגן צדיק צו בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס מיר דארפן, אזוי וועלן מיר זיין ערליכע אידן, מיר וועלן זיין הייליג און ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#63 - נישט בלייבן מיט די בלאטע
התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"א סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


די צדיקת אדל, דעם רבינ'ס טאכטער - איז אמאל געגאנגען נאך געלט מיט אירע חבר'טעס, און אינמיטן וועג האט זיך אראפגעלאזט א גאס רעגן, עס איז געווארן גרויסע בלאטעס, אלע זענען געווארן פארשמירט פון די בלאטע, נאר אדל איז געבליבן זויבער, אפילו איר שיך איז געבליבן ריין; די פרויען וואס זענען מיטגעגאנגען מיט איר האבן זיך זייער געוואונדערט: 'ווי אזוי קען זיין אז זי האט זוכה געווען צו אזא רואיגקייט אז זי זאל קענען גיין אין בלאטע און דאך בלייבן זויבער?' האט אדל זיי געזאגט: "מיין טאטע - דער הייליגער רבי - האט מיר אויסגעלערנט א וועג אז אפילו ווען מען גייט אין בלאטע - זאל מען קענען בלייבן ריין און זויבער"; די ווערטער לערנט אונז זייער אסאך, דאס לערנט אונז אז אויב מען האט זיך פארשמירט מיט עבירות - זאל מען זיך אפוואשן און אפרייניגן, נישט בלייבן מיט די בלאטע.


נאך א וויכטיגע זאך לערנט אונז דער רבי, אז מען גייט אין בלאטע דארף מען פון דארט שרייען צום אייבערשטן, דער רבי זאגט: "ווען מען גייט אין א געדעכטע בלאטע גייט מען א פוס אריין א פוס ארויס, דער עיקר טאר מען נישט בלייבן שטיין מיט ביידע פיס"; א פוס אריין א פוס ארויס, א פוס אריין א פוס ארויס - ביז מען איז זוכה ארויס צו קריכן פון די שלעכטע מעשים; ווי אזוי מאכט מען דאס? דורכדעם וואס מען שרייט און מען שרייט און מען שרייט, העלף מיר טאטע, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכט): "כְּשֶׁנּוֹפְלִין לִפְעָמִים לְתוֹךְ רֶפֶשׁ וָטִיט, שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לָצֵאת מִשָּׁם", אז מען פאלט אריין אין א בלאטע וואס עס איז שווער ארויסצוגיין דערפון, "צוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין!" וְאָמַר בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן (רבי נתן ברענגט אראפ דעם לשון אין אידיש אזוי ווי דער רבי האט דאס געזאגט): "אוּן אֲפִלּוּ אַז מֶען פַאלְט אִין אַ בְּלָאטֶע אַרַיין, שְׁרַייט מֶען, אוּן מֶע שְׁרַייט, אוּן מֶע שְׁרַייט"; דאס איז די עצה ווי אזוי מען קען ארויסקריכן פון עבירות, מען זאל שרייען צום אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל: "הֶעלְף מִיר טַאטֶע, נֶעם מִיךְ אַרוֹיס פוּן מַיין בְּלָאטֶע, נֶעם מִיךְ אַרוֹיס פוּן מַיינֶע עֲבֵירוֹת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#62 - א קינד וואס עלטערט זיך, קען זיך פירן אנדערש
צניעות, חינוך הילדים, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן די הודעה.


קלאפט זיך נישט, איר זענט יא א צנועה, בלייבט מיר אייער איידעלע וועג ווי אזוי איר פירט זיך.


אייער מאן האט מיר דערציילט ווי איר האט אזוי שטארק געוויינט פון צער פון ... אז זי פאלגט נישט און העלפט נישט וכו' וכו'; איך וויל אייך בעטן איר זאלט זיך נישט פארלירן, לדעתי איז זי א גוט קינד, א וואויל קינד; אזוי פאסירט, אזוי איז ביי אסאך קינדער, ווען זיי עלטערן זיך פירן זיי זיך אויף אנדערש, זיי בלאזן, זיי פאלגן נישט, אבער עס איז נישט אזוי געפערליך; מיט גוטע ווערטער, מיט אויסלויבן, אויסרימען און מאכן שפירן גוט – וועט מען קענען געוואונען איר הארץ.


פארשטייט זיך מיט תפילה; יעדן טאג בעטן פאר יעדן קינד באזונדער, וועט זי ענק ברענגען נחת.

#61 - היט מיך, היט מיינע אויגן, מיין מחשבה
צניעות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


גיי נישט ארויס פון שטוב איידער דו בעטסט דעם אייבערשטן א קורצע תפילה ביי די מזוזה אז דו זאלסט נישט נכשל ווערן מיט איין שלעכטע קוק; שטענדיג דארף מען בעטן דעם אייבערשטן א קורצע געבעט ביי די מזוזה: "הייליגער באשעפער ברענג מיך צוריק אהיים געזונטערהייט", און כל שכן יעצט אין די זומער טעג וואס עס איז אזוי געפערליך, עס ברענט א פייער אין גאס, דער יצר הרע פארברענט נשמות ישראל מיט די געפערליכע פריצות השם ישמרינו, און עס איז נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן – נאר מיט תפילה.


כאפ אן די מזוזה און זאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט נכשל ווערן מיט איין שלעכטע קוק, היט מיך, היט מיינע אויגן, מיין מחשבה, איך זאל בלייבן ריין און הייליג".


זאג די פסוק (ישעי' לג, ז): "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן"; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ראיה חלק ב, סימן ט) אז דאס איז מסוגל פאר שמירת עיניים.

#60 - זינג צו אים, לויב אים, רעד צו אים, און שמועס מיט אים
התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


די גרעסטע זאך איז זיין פרייליך, זיך פרייען מיט די מצוות וואס דער אייבעשטער האט אונז געגעבן, זיך פרייען אז מען איז א איד און נישט קיין גוי; אבער דורך עבירות פאלט מען אין עצבות און מרה שחורה, ווייל ווען מען זינדיגט גייען די עבירות אריין אין די ביינער, און פון דעם קומט די עצבות ומרה שחורה, און דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן אן עצה, מיר זאלן זיך מתוודה זיין, ארויסזאגן פארן אייבערשטן אלעס וואס מיר טוען, אלעס וואס מען איז פוגם, סיי במעשה, סיי בדיבור, און סיי במחשבה, און אזוי גייען ארויס די שלעכטע צירופים פונעם מענטש, ביז מען ווערט פרייליך (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ד).


על כן ליבער ברודער, פאלג דעם רבי'ן, גיי יעצט שוין צום אייבערשטן און זאג אים: "רבונו של עולם איך האב געטון דאס און דאס וכו', זיי מיר מוחל, איך האב חרטה אויף דאס אלעס..."


זיי נישט קיין בטלן, גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן, זיי זיך מתבודד, זינג צו אים, לויב אים, רעד צו אים און שמועס מיט אים, זיי זיך מתודה – וועסטו ווערן גאר פרייליך.

#59 - נישט זיצן אין אפיס מער שעות ווי אין שול
דאווענען, מנין, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט קומען יעדע פארנאכטס צום דיינ'ס שיעור, א איד מוז האבן א שיעור יעדן טאג צו לערנען תורה, מען קען נישט זיצן אין אפיס מער שעות ווי מען איז אין שול, מען קען צוגרונד גיין אין אפיס ביים קאמפיוטער וכו'; נאר אז מען קומט אין שול, מען דאווענט די דריי תפילות מיט מנין, און מען האט שיעורים אין תורה – איז מען אפגעהיטן.


מענטשן רימען מיך אויס אז אין שטעטל זענען די אינגעלייט זייער סוקסעספול, מוצלחים וכו', און אז איך הער אז דער דיין געבט א שיעור און א מיעוטא דמיעוטא זיצן דארט – איז דאס ביי מיר נאכנישט אזוי סוקסעספול וכו'.


טייערער ברודער, קום אין שול מיט דרך ארץ, מיט הכנעה, און קום צום שיעור, און אז א גאנצן טאג ביסטו אין אפיס – זאלסטו זיך איינטינקען אינדערפרי און ביינאכט אין שול; דאס וועט דיך היטן פון אלעם שלעכטס.

#58 - זיך גוט אויסוויינען ביי אהבה רבה
תפילה והתבודדות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט צו זען די פאר טעג וואס דו ביסט איינגעשטאנען ביי מיר אין שטוב - ווי די פירסט זיך אזוי איידל, פול מיט יראת שמים, איך בין זייער נתפעל פון דיר און איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט אויסוואקסן א גרויסער צדיק, דו וועסט בלייבן מיט די תמימות.


יעצט קומט 'דער הייליגער יום טוב שבועות', איך וויל דיך מחזק זיין אז שבועות ביים דאווענען זאלסטו זיך אויסבעטן פאר אלעס וואס דו דארפסט, יום טוב שבועות איז א צייט וואס מען קען פועל'ן ישועות און רפואות, און אזוי ווי ווען די אידן זענען געקומען צו מתן תורה, זאגן די הייליגע חכמים (תנחומא יתרו, ח), אז אלע קראנקע זענען אויסגעהיילט געווארן און אלע בלינדע האבן אנגעהויבן זען, און די טויבע האבן אנגעהויבן הערן, און אזוי ווייטער, אזוי איז יעדע יאר ווען עס קומט דער הייליגער יום טוב שבועות און מען איז נאכאמאל מקבל די תורה, קען מען זוכה זיין צו אלע ישועות און רפואות, מען דארף נאר שטארק גלייבן אין דעם.


ביי די ברכה פון 'אהבה רבה' זאלסטו זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן, אז דו זאלסט זוכה זיין צו לערנען תורה און צו פארשטיין די תורה, ווייל אפילו מען איז ווייט פון לערנען תורה און פון פארשטיין תורה, ווער רעדט נאך פון פארשטיין די סודות התורה, דורך בעטן דעם אייבערשטן קען מען דאס פועל'ן אינעם הייליגן יום טוב שבועות. אזוי האט דער צדיק רבי ברוכ'ל פון מעזיבוז געזאגט: "ראש השנה איז מען דן די פרנסה פונעם מענטש, א בילקע מער א בילקע ווייניגער, און יום טוב שבועות איז מען דן וויפיל מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין די הייליגע תורה", זאלסטו זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו האבן ליכטיגע אויגן אין די תורה, זאג שטייט די ווערטער פון 'אהבה רבה', זאג יעדע ווארט מיט כוונה. ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט מגלה געווען, ער האט געזאגט אז ער האט געהערט אין מתיבתא דרקיעא אז די גלות ציט זיך אזוי לאנג ווייל מען כאפט אפ די ברכה פון 'אהבה רבה', מען זאגט עס נישט מיט כוונה; ווייל די תפילה פון אהבה רבה איז זייער א וויכטיגע תפילה, אז מען זאל זוכה זיין צו האבן הייליגע אויגן אין די תורה, מען זאל זוכה זיין צו פארשטיין די טיפע הויכע סודות וואס ליגט באהאלטן אין די ווערטער פון די תורה.


און ווען מען זאגט הלל, זאלסטו זאגן הלל מיט א געשמאק, אויפן קול. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות אהבה, סימן ח): "עַל יְדֵי אֲמִירַת הַלֵּל בְּקוֹל גָּדוֹל, זוֹכִים לְאַהֲבַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דורך זאגן הלל אויפן קול איז מען זוכה ליב צו האבן דעם אייבערשטן. נאך זאגט דער רבי (שם אות מריבה, סימן ג): "עַל יְדֵי קְרִיאַת הַלֵּל, יוֹשִׁיעַ לְךָ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מֵאוֹיְבֶיךָ", דורך זינגען הלל וועט דער אייבערשטער דיר העלפן פון דיינע פיינט, דאס מיינט מען די סטרא אחרא וואס זיי זענען די גרעסטע פיינט, זיי ווילן אוועקרייסן דעם איד פון די תורה, פון די קדושה, פון די אמונה, און דורך לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן - ווערט מען פון זיי געראטעוועט.


געב א גרוס פאר דיינע טייערע עלטערן, נישט יעדער האט אזעלכע טייערע עלטערן וואס דו האסט, דאנק דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דו האסט אזעלכע טייערע טאטע מאמע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.