בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#26 - מ'דארף אכטונג געבן אויף די קינדער, נישט קוקן אויפ'ן טעלעפאן
חברים, לערערין, סקול, חינוך הילדים, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


הגם איך האב שוין גערעדט מיט אייך, וויל איך עס שרייבן.


איינע פון די מיידלעך זאגן מיר מיט שרעק אז זי האט זייער מורא צו שווימען אין קעמפ, ווייל די ליי"ף גאר"ד שפילט זיך מיט'ן טעלעפאן בשעת זי דארף אכטונג געבן.


וויסן זאלט איר, בשעת מען איז ליי"ף גאר"ד טאר מען נישט האלטן אין האנט א טעלעפאן, עס קען זיין סכנת נפשות. אזוי ווי ביים דרייוון טאר מען נישט האלטן דעם טעלעפאן, מען קען חס ושלום ווערן גע'הרג'עט און הרג'ענען אנדערע ה' ירחם, אזוי אויך ביים אכטונג געבן ביים שווימען וכו', דער טעלעפאן נעמט אוועק די מח מחשבה.


איך פארלאנג פון אלע טיטשערס ביי אונז אין שולע "בית פיגא", אז מען קען נישט האבן די טעלעפאן בשעת מען דארף זיין מיט די קינדער, דער טעלעפאן נעמט אוועק די קאפ פון קענען קאנצעטרירן וואס מען דארף טון.


בכלל וואלט איך אייך געראטן איר זאלט אראפגיין פון יעדע סארט גרופ, אנגעפאנגען פון משפחה ביז חבר'טעס. עס נעמט אוועק צייט פון לעבן, עס נעמט אוועק די קאפ פון די אייגענע משפחה. איר האט יעצט א נייע משפחה, אייער משפחה איז איר, אייער מאן און אייערע קינדער; אלע אנדערע איז זייער גוט ווען מען טרעפט זיך וכו' וכו', אבער נישט אויף צו זיין פיר און צוואנציג שעה פארנומען.


איך האף איר קומט צוריק קומענדיגע יאר זיין א טיטשער ביי אונז אין בית פיגא מיט פרישע כוחות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#25 - עס גלאנצט און עס בליטשקעט, אבער דער סוף איז זייער ביטער
בחור, שידוכים, טעלעפאן, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קוק אזוי ארויס אויף דיר, איך וויל אזוי שטארק דו זאלסט זיין אן ערליכער איד, איך טראכט שוין א גוטע שידוך פאר דיר; יעצט הער איך אז דו האסט א טעלעפאן, דו האסט גענומען א נישט גוטע וועג, האסט זיך געטראפן חברים וואס שלעפן דיר אראפ; א שאד, א שאד, א שאד דו ביסט נישט שטארק צו זאגן "ניין" פאר'ן יצר הרע.


איך בעט דיר זייער, נעם נישט אין האנט קיין טעלעפאן, טעבלעט, אייפאד וכו' וכו', עס גלאנצט און עס בליטשקעט, אבער דער סוף איז זייער ביטער.


איך זאג דיר צו, אויב דו וועסט זיך פירן מיט יראת שמים, דו וועסט לערנען און דאווענען, דו וועסט זיך חבר'ן מיט בחורים וואס האבן יראת שמים, רעדן נישט קיין מיאוס'ע רייד – וועסטו טרעפן שנעל דיין שידוך; דו וועסט ברענגען נחת פאר'ן אייבערשטן, נחת פאר דיינע עלטערן און נחת פאר דיר אליינס.


בארעכן זיך, זיי נישט נאריש; עס ווארט דיר א שיינע עתיד.

#24 - טעקסט אויפ'ן טעלעפאן, אבער נאר מיט יראת שמים
טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיט יראת שמים איז נישט קיין פראבלעם צו קענען טעקסטן, און אן יראת שמים איז סיי ווי ביטער.


ער קען האבן טעקסט אויפ'ן טעלעפאן; לערן אים אויס ער זאל נישט האבן קיין גרופס, יעדע גרופ וואס מען האט אויפן טעלעפאן נעמט אוועק די צייט פונעם מענטש און עס נעמט אים אוועק די מנוחה, אבער צו קענען שרייבן פאר טאטע מאמע איז נישט קיין פראבלעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#23 - פארלעשן דעם טעלעפאן ווען מ'קומט אין שול דאווענען
תפילה והתבודדות, שטעטל, טעלעפאן, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן זאלסט פארלעשן דיין טעלעפאן ווען דו קומסט דאווענען. דיין טעלעפאן קלינגט אזוי הויך אז מען קען מיינען מען געפונט זיך אין אן אפיס; עס איז נישט קיין דרך ארץ און קיין כבוד אזוי צו קומען אין בית המדרש.


ווען מען דאווענט אין א בית המדרש היכל הקודש וואס טראגט די הייליגע נאמען פון מוהרא"ש דארף מען זיך פארשטעלן ווי מוהרא"ש איז אין בית המדרש, מען דארף טראכטן: 'ווי אזוי וואלט איך זיך אויפגעפירט ווען מוהרא"ש שטייט נעבן מיר?' חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי שבת א, ב): "כל האומר שמועה מפי אומרה יהא רואה בעל השמועה כאלו הוא עומד כנגדו", ווען מען לערנט זאל מען טראכטן כאילו דער בעל השמועה שטייט דא.


איך האף אז די קליינע בריוו וועט זיין גענוג, דו וועסט אכטונג געבן ווען דו קומסט אין שול צו פארלעשן דעם טעלעפאן. עס איז דאך אזוי גוט ווען מען נעמט די פאר מינוט פון דאווענען, מען שאלטערט זיך אויס פון אלעמען, מען קוקט נישט אין טעלעפאן, מען קוקט נאר אין סידור; מען בעט דעם אייבערשטן פאר זיך, פאר די שטוב, פאר די קינדער און פאר אלע אידן. און אפילו ווער עס איז נאך ווייט פון דעם, ער פאר זיך קען זיך נישט אפשיידן אפילו די פאר מינוט, דארף ער אבער טראכטן פון די אנדערע מתפללים וואס ווילן אביסל דאווענען, זיי זאלן נישט געשטערט ווערן.


שרייב מיר אויב דו וועסט אכטונג געבן; מיט דעם וועסטו האבן א חלק אין קדושת המקום, אין בויען דעם שטעטל.

#22 - מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן צו בלייבן ביים צדיק
קדושה, שידוכים, צדיקים, חסידות ברסלב, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו ביסט צוריק געקומען אין ישיבה, האסט בוחר געווען בטוב; איך האף דו וועסט שוין בלייבן דיין גאנץ לעבן אין היכל הקודש.


מען דארף גרויס רחמים פון הימל צו בלייבן ביים צדיק, ווייל די קליפות פארלייגן זיך זייער אויף יעדן איינעם אוועק צו שלעפן פון צדיק; מען דארף אסאך בעטן אויף דעם פרט יעדן איינציגסטן טאג, מען זאל בלייבן מקושר צום רבי'ן. דער רבי קען יעדן איינעם מתקן זיין, דער רבי איז אזוי גרויס, ער קען יעדן איינעם פאררעכטן; רבי נתן האט געזאגט: "דער גרעסטער בעל עבירה, אויב וועט ער זיך האלטן ביים רבי'ן - וועט ער ביים סוף תשובה טון און אלעס פאררעכטן".


געב אכטונג עס זאל נישט זיין קיין בחורים ביי דיר אין דארמיטארי וואס האבן טעלעפאונס אדער אנדערע כלים וואס מען קען זען עבירות. אויב דיין דארמיטארי וועט זיין ריין פון די כלים וועלן אלע בקרוב טרעפן שידוכים, אבער אויב מען וועט האבן די כלים - וועט אייך זיין ביטער, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פז) אז מען איז מתקן אות ברית קודש ברענגט מען נענטער און נענטער די שידוך, ווידעראום אז מען זינדיגט אין פגם הברית פארלירט מען דעם שידוך.


הלוואי וועסטו פאלגן דיין ראש ישיבה, וועסטו - נאר דו פארדינען פון דעם.

#21 - האלט זיך פריש
מקוה, שידוכים, התחזקות, התחדשות, טעלעפאן, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר; איך האף אז דו דערהאלסט זיך, איך האף דו ביסט נישט מיואש, איך האף דו ווילסט נאך זיין אן ערליכער איד.


פריער האט מען מיר גערופן זיך נאכפרעגן אויף דיר פאר א שידוך, איך האב געגעבן גוטע גרוסן אויף דיר.


איך בעט דיר זייער, אנטלויף נישט; דו שטייסט שוין אט אט ביי די ישועה, יעצט איז נישט קיין צייט צו אנטלויפן. דראפע זיך און דערהאלט זיך, בלייב ערליך, האב נישט צוטון מיט נישט גוטע זאכן.


אנשטאט גיין דא און דארט זוכן גליקן – גיי צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר העלפן, ער זאל רחמנות האבן אויף דיר.


גיי יעדן טאג אין מקוה און זאג די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי, דאס איז מתקן פגם הברית – הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן.


 לאז זיך נישט נאך; טו זיך אן פרישע בגדים, האלט זיך פריש, וואש זיך אפ יעדן טאג און ווארף אוועק יעצט פאר קבלת התורה די טעלעפאונס און טעבלעטס וואס מען קען זען אין דעם עבודה זרה, גלוי עריות און שפיכות דמים.

#20 - לאז אפ דיין טעלעפאן און פארברענג מיט דיין ווייב
שלום בית, טעלעפאן, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין ווייב האט מיר געשריבן אז זי איז זייער צעבראכן, דו האסט נישט מיט איר וכו'; זי ווארט דיר אפ יעדע נאכט, זי ווארט דו זאלסט אהיים קומען צייטליך, זי וויל זיין מיט דיר, אבער דו קומסט אהיים שפעט, דו בלייבסט שמועסן אין שול, און ווען דו קומסט שוין אהיים, מאכסטו זיך ווי דו האסט נישט קיין כח, לויפסט אריין אין בעט; זי האלט עס נישט אויס, זי זאגט אז זי שפירט ווי דו האסט חתונה געהאט מיט א צווייטן, מיט דיין טעלעפאן.


איך געדענק ווי שטארק דו האסט געוואלט חתונה האבן, דו האסט נישט אויסגעהאלטן צו זיין א בחור; יעצט אז דו האסט שוין חתונה געהאט, דו האסט באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אן אשת חיל - פארוואס זאלסטו זיך פירן ווי א בחור? פארוואס זאלסטו נישט אהיים גיין צו דיין ווייב גלייך נאך מעריב? און אז דו לערנסט דעם שיעור זאלסטו גלייך אהיים גיין נאכן שיעור!


דיין ווייב זאגט אז דו קומסט אהיים שפעט און דו זאגסט דו האסט נישט קיין כח, דו גייסט שלאפן, אבער ווילאנג דו שפילסט מיט'ן טעלעפאן האסטו כח; דאס באדערט איר זייער, זי וויינט פון דעם.


איך בעט אזוי סאך דעם אייבערשטן אז אונזער שטעטל זאל זיין א פלאץ פון שלום, א פלאץ וואו אלע לעבן מיט יראת שמים. איך געב אוועק זייער אסאך פאר די שטעטל, איך וויל אזוי שטארק אז אלע איינוואוינער פון שטעטל זאלן נישט האבן קיין טעלעפאן אין שטוב; די שטוב זאל זיין זויבער, די שטוב זאל זיין ריין.


טייערער ברודער, איך האב דיר ליב, איך וויל דיין גוטס, אפשר דאך וועסטו אנהייבן צוריק פונדאסניי אפלאזן אלע נארישקייטן; אנשטאט קוקן אין טעלעפאן ספארט"ס, ווי די באלי פילט אהער און אהין - קענסטו קוקן אין די הייליגע תורה; אין א משניות, אין די גמרא. קענסט קוקן אויף דיין ווייב; זי ווארט דו זאלסט קוקן אויף איר, זי פרובירט אזוי שווער זיך אהער צו שטעלן שיין פאר דיר, אבי דו זאלסט איר געבן די גוטע ווערטער, און דו לויפסט צוריק צו די נארישע געימס, נארישע ספארט"ס.


געב זיך א דערמאן ווי שווער עס איז דיר געווען צו זיין אליינס, געב זיך א דערמאן וויפיל סגולות דו האסט געטון צו קענען טרעפן דיין שידוך, און יעצט אז דו האסט חתונה געהאט - דארפסטו ווייטער בויען די שטוב אינאיינעם מיט דיין ווייב.


שרייב מיר דיינע שיעורים, וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - לאז אים הערן נייעס האטליינס
שלום בית, טעלעפאן, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


עס איז נישט אזוי געפערליך אז אייער מאן וויל הערן "קול מבשר"; צוליב דעם דארפט איר נישט ווערן אויסער זיך. אסאך מאל ווילן זיך מענטשן אויסלופטערן דעם מח, צינדט מען אן א האטליין אז דער מח זאל זיך אויסלופטערן; רוב מאל הערט מען אפילו נישט צו צום ראדיו, עס איז פשוט אז דער מח זאל זיך אויסלופטערן.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער מאן, ער איז א טייערער מענטש, באמת א וואוילער; איר דארפט נישט מאכן קיין עסק פון דעם, ער וועט עס אויסוואקסן. לאזט אים הערן די ליין, ער זאל הערן אז עס איז נישטא וואס צו הערן. דאס נעמט צייט ביז מען כאפט עס, איך האף איר וועט נישט מאכן קיין עסק פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין השראת השכינה צווישן אייך; נאר שלום און ליבשאפט.

#18 - ברענג נישט אהיים דעם טעלעפאן, וועסטו האבן א שיין לעבן
שלום בית, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


פארגעס נישט קיין איין רגע די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר. דו האסט זוכה געווען, האסט חתונה געהאט מיט אן אשת חיל; נישט יעדער איז זוכה צו אזא מתנה.


זאלסט האלטן טייער און חשוב די מתנה; זע צו מכבד זיין דיין ווייב, זע צו רעדן שיין צו איר. פיר זיך אויף אין שטוב אזוי ווי דו האסט געלערנט אלע יארן אין ישיבה, פיר זיך ווי א ברסלב'ער חסיד.


ברענג נישט אהיים דעם טעלעפאן, אזוי וועסטו זיך קענען קאנצעטרירן אויף עיקרים בחיים – תורה, תפילה ויראת שמים.


 

#17 - קוק נישט צוריק אויף נעכטן, דו קענסט נאך אלץ פאררעכטן
תשובה, התחדשות, טעלעפאן, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך האב אזוי רחמנות אויף דיר, אזא שאד אז דו ביסט צוריק געפאלן, דו קוקסט מאוויס; דו ביסט דאך אזא טייער קינד, דו האסט דאך אזוינע גוטע זאכן, פארוואס זאלסטו דאס טון? דו האסט נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט, דו ביסט צוגעקלעבט צום טעלעפאן, דו שלאפסט מיט דעם, דו לעבסט מיט דעם.


איך בעט דיר טייערער ..., אפשר דאך? אפשר הייבסטו אן זיין אן ערליכער איד? היינט נאכט איז פורים, עס איז א צייט וואס דו קענסט צוריק קומען צום אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג:): "אֶסְתֵּר הַמַלְכָּה הָיְתָה עוֹמֶדֶת מֵחֵיקוֹ שֶׁל אֲחַשְׁוֵרוֹשׁ", אסתר המלכה איז נעבעך אנגעקומען אין פאלאץ פון אחשורוש, זי איז געלעגן אין חיקו של אחשורוש, דאך האט זי זיך נישט מייאש געווען, "וְטוֹבֶלֶת" - זי איז געגאנגען זיך רייניגן, "וְיוֹשֶׁבֶת בְּחֵיקוֹ שֶׁל מָרְדְכַי", זי איז געלאפן צום צדיק.


אַיֶּכָּה? וואו ביסטו!? קום צוריק, דו קענסט נאך זיין א צדיק, דיין נשמה קומט פון אויבן, עס איז דאך אזוי הייליג.


קוק נישט צוריק אויף נעכטן, דו קענסט נאך אלץ פאררעכטן; ווארף אוועק דעם טעלעפאן, נעם דעם משניות מיט די גמרא, דיין לעבן וועט צוריק ווערן לעבן.

#16 - נעם נישט אן די ארבעט וואס מ'דארף דארט האבן א טעלעפאן
שלום בית, פרנסה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו האסט א קלוגע ווייב, זי ווייסט זייער גוט וואס דאס לעבן איז, זי ווייסט זייער גוט וואס א טעלעפאן איז און ווי אזוי עס וועט זיך ענדיגן; זי האט שוין מן הסתם געזען שטובער ווי אזוי עס קוקט אויס מיט א טעלעפאן.


אז זי זאגט דיר דו זאלסט נישט נעמען די ארבעט ווייל מען דארף דארט האבן א טעלעפאן - זאלסטו איר פאלגן.


קענסט נאכאמאל פרעגן אויב מען דארף דאס האבן, אדער איז דא אן אנדערע וועג ווי אזוי צו ארבעטן אן א טעלעפאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - האסט אוועקגעלייגט דיין טעבלעט, ביסטו ארויס פון תפיסה
שלום בית, קאמפיוטער, טעלעפאן, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין ווייב דערציילט מיר מיט איין שמחה די גוטע נייעס אז דו האסט אוועקגעלייגט דיין טעבלעט, זי איז אזוי פרייליך דיר צוריק צו האבן אין שטוב געזונטערהייט.


פרעג דעם דיין שליט"א אויב דו זאלסט בענטשן ברכת הגומל, ווייל ווען מען קומט ארויס פון תפיסה דארף מען בענטשן ברכת הגומל (שלחן ערוך אורח חיים סימן ריט, סעיף א); די שאלה איז ווען מען לייגט אוועק דעם טעבלעט און מען ווערט א בן חורין, מען קען אהיים קומען, מען קען לעבן - אפשר זאל מען בענטשן גומל.


געדענק'זשע די ניסים וואס דער באשעפער האט מיט דיר געטון, דו ביסט געווען א בחור, אן אומבא'טעמ'טער בחור, עס איז געקראכן אויף דיר לייז; דער אייבערשטער האט דיר געברענגט א מתנה פון הימל אן אשת חיל, זאלסטו טון אלעס אויף די וועלט זי זאל זיין פרייליך; זי איז א ריכטיגע אשת חיל.

#14 - קינדער זאלן נישט האבן קיין טעלעפאן
חינוך הילדים, מוסדות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ז טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב גערעדט מיט אייער שוואגערס מלמד ער זאל אכטונג געבן אויף אים; נישט שרייען אויף אים.


זייער גוט אז איר האט מיר מודיע געווען אז דער מלמד שרייט אויף אים, אויב איז דא נאך זאכן וואס באדערט אים קענט איר מיר מודיע זיין.


איך וויל אייך בעטן איר זאלט אים זאגן אז ער זאל נישט קומען אין חדר מיט'ן טעלעפאן; עס פעלט נישט אויס ער זאל האבן אזוי יונג א טעלעפאן. אלע קינדער האבן נישט - זאל ער זיין אזוי ווי אלע; אויב דארף ער אהיים רופן קען ער בעטן ביים מלמד ער זאל אים בארגן א טעלעפאן.


איך האף איר וועט אים דאס זאגן און ער וועט פאלגן.

#13 - לערן אויס דיינע קינדער זיי זאלן נישט קוקן אין קיין טעלעפאונס
קדושה, חינוך הילדים, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ז טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסידזש.


לערן אויס דיינע קינדער זיי זאלן נישט קוקן אין קיין טעלעפאונס; היינט איז עס דער בחור, מארגן איז עס א צווייטער, נאכדעם א דריטער; אז דיין זון וועט וויסן נישט צו קוקן ביי יענעמ'ס טעלעפאן, וועסטו קענען זיין רואיג.


ליידער איז די וועלט זייער געפאלן, מען קען נישט וויסן ווער עס איז אפגעהיטן און ווער נישט; מען קען גיין אנגעטון מיט שמונה בגדים און האבן א טעלעפאן אנגעפילט מיט די ערגסטע בילדער און מאוויס רחמנא לצלן.


וואס קען מען טון מיט די קינדער זיי זאלן זיין הייליג? די ערשטע זאך דארף מען זייער אסאך בעטן זיי זאלן זיין הייליג. די צווייטע זאך, מען דארף אסאך רעדן צו זיי, זיי זאלן נישט קוקן ביי קיינעם אין טעלעפאן, אפילו עס זעט אויס ווי א כשר'ע טעלאפאן.

#12 - איך וואלט נישט אריינגענומען אזא טעלעפאן אין שטוב פאר קיין געלט
קדושה, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין שאלה.


פרעג א דיין וואס דו זאלסט טון, אויב דו מעגסט אריינברענגען אין שטוב די טעלעפאון צו מאכן געלט פון די שטאט וכו', אפשר וועט ער טרעפן א וועג דיר מתיר צו זיין.


איך קען דיר זאגן וואס איך וואלט געטון, איך וואלט נישט אריינגענומען ביי מיר אין שטוב א טעלעפאון - אפילו אהער אפילו אהין, אפילו עס איז נאר אזא טעלעפאון - אזי טעלעפאון; ביי מיר איז די שטוב וויכטיגער פון אלעס אויף די וועלט. אזוי האב איך געלערנט ביי מהרא"ש זכותו יגן עלינו, די שטוב דארף זיין ריין.


עס איז מיר נישט גרינג דיר צו זאגן וואס צו טון ווען דו האסט די ברירה צו פארדינען שווערע געלטער פון די שטאט פאר דיין קינד וכו', איך זאג דיר נאר וואס איך וואלט געטון.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן; גיי נישט שלאפן אן לערנען א בלאט גמרא.


 

#11 - האלט דיין שטוב ריין
קדושה, קאמפיוטער, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אינטערעסאנט, נאכן ליינען אזויפיל בריוו וואלסטו שוין געקענט אליינס צוטרעפן וואס מען וועט דיר ענטפערן.


ברענג נישט אריין אין דיין הייליגע שטוב א קאמפיוטער; דיין שטוב זאל זיין ביי דיר דאס חשוב'סטע זאך. א אידישע שטוב איז א בית המקדש, אין בית המקדש איז געווען נאר כלים וואס דער אייבערשטער האט געהייסן אריין ברענגען: א טיש, א מנורה, א מזבח מיט א ארון. אין א אידישע שטוב קען מען אריין ברענגען אויך נאר די כלים, א טיש, א מנורה מיט א ארון העדות - א ספרים שאנק.


האלט דיין שטוב ריין; ברענג נישט אריין - נישט קיין קאמפיוטער און נישט קיין טעלעפאן, (טעלעפאן מיינט מען טעלעפאונס וואס נעמט אוועק די קאפ פון שטוב, טעלעפאונס וואס מען האט גרופ'ס פון טעקסט מעסידזש), וועסטו זוכה זיין צו שניידן שיינע פירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - דערצייל אויך ווען די ישועה איז שוין געקומען
ישועות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


                                     יום א' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


אז דו קומסט צו לויפן מזכיר זיין דיין ווייב בעת צרה דארפסטו געדענקען צו דערציילן ווען זי שפירט זיך שוין גוט, מען קען נישט קומען נאר ווען מען דארף די ישועה.


געב זיך אכטונג נישט צו ווערן אריינגעדרייט אינעם נעץ פון האבן דעם קלוגן טעלעפאן; מיר דארפן ארבעטן צוריק צו ברענגען די אלטע נאמען: "דאס נארישע לאנד און דער קלוגער מלכות", ליידער איז מען פארנומען מיט די קלוגע לאנד [- סמארטפאון] וואס מאכט אויסקוקן ווי דער מלכות איז נאריש, מען פארגעסט פונעם אייבערשטן. אז מען ווארפט אוועק די קלוגע כלים וועט צוריק ווערן "והיה ה' למלך על כל הארץ" (עיין סיפורי מעשיות, מעשה יא - מבן מלך ובן שפחה שנתחלפו). 


 

#9 - מודיע זיין פאר די עלטערן איבער א טויש אין טראנספארטאציע
מוסדות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


                                     יום א' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מען דארף זיך רעכענען מיט די משפחות וואס האבן נישט קיין טעקסט מעסידזשעס; אויב מען וויל מאכן א טויש מיט די טראנספארטעישן דארף מען מודיע זיין פאר די משפחות וואס האבן נישט קיין טעקסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - נארישע טעקסט גרופס, נעמט אוועק די רואיגקייט פון שטוב
משפחה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


געב אכטונג עס זאל נישט זיין קיין נארישע גרופ"ס אויף אונזער נאמען, אויף די קהילה'ס נאמען; אז די פרויען ווילן א טעקס"ט גרו"פ פאר חסד איז גוט, אבער אז מען נוצט עס פאר פוסטע נארישע נישט וויכטיגע זאכן - זאלסטו עס פארמאכן.


איך בעט אייך זייער, געבט אכטונג אויפ'ן רבינ'ס נאמען, עס איז א שאנדע פאר אונזער קהילה אז עס זאל זיין א טעקס"ט גרו"פ פון סתם זאכן, עס נעמט אוועק טייערע צייט פון די מאמע'ס צו די קינדער, פון די ווייבער צו די מענער און פון די פרויען צום אייבערשטן. יעדע רגע הערט מען א ביפ... לויפט מען צום טעלעפאן, עס מאכט קראנק די גאנצע משפחה.


אז איינער האט געהאט א קינד למזל טוב לייגט איינער ארויף א הודעה און יעדער איינער קען ענטפערן יענעם פריוואט, נישט פופציג פרויען הייבן אן שרייבן "מזל טוב", "מזל טוב", "מזל טוב", "מזל טוב"; יעצט האלט די שטעטל ביי פופציג משפחות, קומענדיגע יאר וועלן מיר האבן הונדערט פופציג משפחות קיין עין הרע, דאס קען נישט אזוי ארבעטן. אז איינער פרעגט ווער עס האט עפעס צו בארגן, ענטפערט מען יענעם פריוואט, ווען איינער פרעגט ענטפערט מען יענעם, מען קען נישט משוגע מאכן א גאנצע שטאט מיט טעקס"ט.


איך ווייס פון משפחות וואס האבן פארמאכט זייער טעקס"ט און די גאנצע משפחה האט אויפגעלעבט, די מאמע איז אויפגעשטאנען תחיית המתים.

#7 - אנשטאט הערן האטליינס, זאלסטו ענדערש פארברענגען מיט דיין ווייב
כולל, שלום בית, טעלעפאן, לימוד התורה, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב פריער גערעדט מיט ר' ... נרו יאיר, ער האט מיר דערציילט ווי פלייסיג דו לערנסט צוזאמען מיט די אנדערע כולל אינגעלייט.


עס האט מיר זייער דערפריידט, ממש זה חלקי מכל עמלי, דאס איז מיר ווערד פון מיין פלאג און מי, צו הערן ווי פלייסיג די תלמידי הכולל לערנען.


איך וועל אם ירצה ה' זיין קומענדיגע וואך שבת אין שטעטל, וועל איך באצאלן אלע כולל אינגעלייט פאר אלע וואכן פון חודש חשון.


שטארק זיך און שטארק אלעמען, בפרט דיין ווייב תחי'; ווען דו קומסט אהיים, דו עסט נאכטמאל, די צייט וואס דו ביסט אין שטוב - זאלסטו מיט איר פארברענגען. הער נישט קיין הא"ט ליינ"ס, נישטא וואס צו הערן, זיי מאלן וואסער; די זעלבע נייעס גייט איבער און איבער און איבער, יעדע מאל מיט אנדערע נעמען; רעד צו דיין ווייב און הער איר אויס.

#6 - אנשטאט א גלאנציגע טעלעפאן, האסטו א גלאנציגע לויטערע שטוב
שלום בית, מאוויס, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב באקומען א הערליכע גרוס אויף דיר, דיין ווייב האט מיר געשריבן א בריוו; זי שרייבט אז זייט דו האסט פארמאכט וואט"ס עפ"פ איז אלעס אנדערש, זי שפירט אז זי האט א מאן, זי האט מיט וועם צו שמועסן, דיין מח איז אינדערהיים.


בעפאר דעם פלעגט זי זייער אסאך וויינען שטילערהייט צום אייבערשטן זי זאל האבן א מאן וואס די מח איז אין שטוב, וואס לויפט נישט יעדע מינוט צום טעלעפאן.


איך האב זייער הנאה אז דו האסט געהאט די שטארקייט אפצולאזן די גלאנציגע בליטשקעדיגע טעלעפאן, אנשטאט דעם האסטו א גלאנציגע בליטשקעדיגע לויטערע שטוב.


 

#5 - העלף מיר באשעפער איך זאל קענען אפלאזן מיין טעלעפאן
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ...


האסט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן א תפלה וואס צו בעטן דעם אייבערשטן זאלסט האבן די כח אוועקצולייגן דעם טעלעפאון וכו'.


דאס אליינס אז דו בעטסט חיזוק אויף דעם פרט - דאס ווייזט אז דו ביסט א טייערע נשמה, א ריינע נשמה; עס פארשטאפט דאס מויל פון אלע מקטריגים וואס שרייען אויף אידישע קינדער שלעכטס, דאס ווייזט אז אלע ווילן זיין גוט, עס איז נאר שווער זיך אפצוגעוואוינען פון וואס מען איז צוגעוואוינט.


איך שרייב דיר דא א תפלה וואס דו זאלסט בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו געבסט מיר, איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין טייערע מאן וואס דו האסט מיר געגעבן.


העלף מיר טאטע זיסער איך זאל קענען אפלאזן מיין טעלעפאון, איך האב זיך צוגעוואוינט צו לעבן מיט דעם, איך קען זיך נישט אפשיידן פון דעם, איך וויל זיין א וואוילע ווייב און א איבערגעגעבענע מאמע פאר מיינע קינדערלעך, אבער דער טעלעפאון איז אזוי גלאנציג און ציענדיג, עס שלעפט מיר אוועק פון דעם לעבן, איך זיץ אויפ'ן טעלעפאן זייער אסאך.


הייליגער באשעפער דו זעסט מיין הארץ, דו ווייסט אז איך וויל זיין א גוטע ווייב, א גוטע מאמע; דו ווייסט אז איך וויל זיין וואויל, אבער עס איז מיר ממש אוממעגליך דאס אוועקצולייגן, נאר דו קענסט מיר העלפן; העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְיָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי".


פאר דו זאגסט די תפלה לייג א פרוטה אין די צדקה פושקע.


וועסט זען די נסים וואס עס וועט פאסירן; תפלה איז אזוי שטארק, עס איז שטערקער פון נאטור.

#4 - מאך פרייליך דיין ווייב, זיי נישט פארנומען מיט דיין טעלעפאן
שלום בית, מאוויס, טעלעפאן, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


מיט דעם וואס מיר האבן שוין גערעדט, שפיר איך אז איך דארף דיר שרייבן.


דיין ווייב איז געווען ביי מיר ערב יום הכיפורים, זי האט זייער געוויינט אז זי וויל אן ערליכע ריינע שטוב; עס טוט איר זייער וויי אז דו קוקסט מאווי"ס, נייעס. זי זאגט אז זי האט דיר זייער ליב, עס שטערט איר אז דו ביסט מפקיר דיינע אויגן.


דעריבער בעט איך דיר פון די טיפעניש פון מיין הארץ דו זאלסט אוועקווארפן דיין טעלעפאון וכדומה, דו זאלסט נישט קוקן די אלע זאכן; גלייב מיר, עס איז נישטא וואס צו קוקן, אלעס איז דמיונות, אלעס איז אן אויג פארבלענדעניש; דו וועסט זיין אסאך מער פרייליך אז דו וועסט נישט קוקן קיין שום זאך, נישט קיין ספארט"ס, נישט קיין מאווי"ס, נייעס.


דו האסט דאך א טייערע ווייב, זי וויל לעבן מיט דיר, זי וויל זיין מיט דיר; אנדערע וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא געטרייע ווייב וואס דו האסט.


זיי נישט ברוגז אז איך זאג דיר; איך זאג דיר נאר ווייל איך האב דיר ליב, איך וויל זען אביסל נחת ביי מיינע תלמידים.


שרייב מיר דיינע שיעורים, וויפיל דו לערנסט און וואס דו לערנסט.

#3 - בחורים זאלן נישט האבן טעלעפאונס וואס מען קען קוקן דערויף מאוויס
קדושה, מאוויס, עבירות, טעלעפאן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, ט' באב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל נישט בחורים זאלן האבן אין ישיבה טעלעפאונס וואס מען קען קוקן דערויף מאווי"ס, קליפ"ס וכדומה לזה.


דו העלפסט מיר מיט די בחורים, זאלסטו זיי זאגן אז מען קען נישט זיין אין ישיבה און אין קעמפ מיט א טעלעפאן וואס מען קען זען דערויף עבירות.


איך בוי די פלאץ מיט מסירות נפש, עס קומט מיר נישט אן גרינג; איך שפיר יעדן טאג ווי דאס איז עס. בעט איך דיר זאלסט מיר העלפן מיט דעם, ווען דו זעסט א בחור מיט א טעלעפאן וואס מען קען זען אויף דעם עבירות זאלסטו אים שיינערהייט זאגן אז מען קען נישט זיין אין ישיבה מיט עבירות.


איך האב דיר געבעטן אינמיטן די קינות זאלסט גיין אין די דירה וואו די בחורים שלאפן, איך האב געדארפט ענדיגן די שיעור ווייל איך האב נישט געהאט קיין מנוחה דערפון.

#2 - ענטפער נישט א טעלעפאן רוף פון א פרעמדע נומער
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, שערן די האר, קאמפיוטער, מאוויס, פרנסה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', ברוקלין.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס ווייזט זיך אויס פון אייערע ווערטער אז איר זענט א גרויסע יראת שמים, איר זענט א קלוגע מיידל; איר זענט זעכצן יאר און איר ווילט שוין חיזוק אויף שפעטער ווען איר וועט בעזר השם טרעפן אייער באשערטע זיווג - אז איר זאלט קענען טון וואס אייער מאמע תחי' טוט, זיך אפשערן די האר און נישט נאכגיין אייערע שוועסטערס וואס זיי האבן יא געלאזט זייער האר.


איך בין זייער פארנומען, דאך מוז איך זיך מאכן צייט צו ענטפערן אויף אייער בריוו, ווייל איך זע ווי שטארק די הייליגע צדיקים האבן זיך מוסר נפש געווען אריין צו ברענגען ריינקייט ביי אידישע קינדער; זיי האבן געבלוטיגט פאר אידישע קינדער אז זיי זאלן זיך פירן הייליג, זיי האבן אזויפיל געטון צו פועל'ן ביי אידישע טעכטער זיי זאלן זיך אפשערן די האר, וועל איך אייך שרייבן אביסל חיזוק.


די בעסטע חיזוק וועט זיין פאר אייך אז איר זאלט יעדן טאג איבער חזר'ן דעם שטיקל זוהר וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט, דאס וועט אייך געבן שטארקייט איר זאלט נאכגיין אייער מאמע תחי' און נישט זוכן נייע וועגן.


דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער; א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


דעם שטיקל זוהר זאלט איר איבער'חזר'ן יעדן טאג ביז אייער חתונה; זאגטס ארויס די הייליגע ווערטער, אויך די טייטש; וועט דאס אייך געבן כח צו טון דאס ריכטיגע.


אויף אייער פראגע וועגן א טעלעפאן; אז אייער מאמע און אייער שולע לאזן אייך האבן א טעלעפאן קענט איר דאס האבן, אבער געבט זיך אכטונג איר זאלט קיינמאל נישט ענטפערן א טעלעפאן רוף ווען איר ווייסט נישט ווער דער רופער איז, און אויך נישט צוריק שרייבן פאר א פרעמדע נומער. ליידער זענען דא קראנקע מענטשן וואס זוכן אומשולדיגע מיידלעך זיי אריין צו כאפן אין זייער נעץ, זיי פרובירן צו שרייבן און רופן, און נעבעך - אומשולדיגע קינדער ווען מען לערנט זיי נישט פון וואס זיך אכטונג צו געבן, פאלן קרבנות.


איר מעגט האבן א טעלעפאן אויב דאס איז מיט רשות פון די עלטערן און די שולע, אבער געבטס אכטונג אז איר זאלט דאס נוצן נאר פאר גוטע זאכן.


אויף אייער פראגע אז איר ווילט זיך לערנען וכו' און אייער טאטע וויל נישט האלטן א קאמפיוטער אין שטוב; איך פארשטיי אז אייער פראגע איז נישט בעצם צי איר זאלט זיך בכלל לערנען די פאך, וואלט איר ווען געפרעגט צי איר זאלט זיך בכלל לערנען די פאך וואלט איך אייך געזאגט וואס פעלט אייך דאס אויס, איר זענט דאך שוין באלד גרייט אנצוהייבן בויען א שטוב, איז וואס איז אייער פלאן אין לעבן? איר ווילט זיין א געטרייע מאמע, אויפציען א שטוב מיט קינדער און איבערלאזן נאך זיך ליכטיגע אידישע דורות - אדער ווילט איר זיין פארנומען מיט די ארבעט? איז וואס פעלט אייך אויס זיך צו לערנען א פאך?


אויף אייער פראגע אז איר ווייסט נישט וואס צו טון, איר זעט מיט אייערע אויגן ווי די שטוב פאלט איין; איר זענט געווען א שיינע שטוב, א חסידי'שע שטוב און יעצט זעט איר ווי אייערע געשוויסטער רוקן זיך אוועק וכו' וכו', זיי האבן סמארטפאונס, זיי לאזן די קליינע קינדער קוקן מאווי"ס השם ישמרינו; דאס איז זייער א ווייטאגליכע זאך, ליידער איז דאס איינגעבראכן ביי אסאך משפחות, מענטשן מיינען אז זיי טוען א טובה פאר די רבנים און דיינים וואס בעטן זיך, זיי וויינען און שרייען: "רבותי, עס ברענט א פייער, עס איז נישט קיין קינדער שפיל, מענטשן פארלירן זייער לעבן; שטיבער פאלן צאם, נעמט נישט קיין טעלעפאן אין שטוב, ברענגט נישט אריין קיין קאמפיוטער, טעבלעט וכו' וכו'".


דאס דארף אייך געבן שטארקייט אז איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט באקומען א ריינע בחור וואס האט נישט קיין סמארטפאון, און איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן אז איר, אייער מאן און אייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן.


אויף אייער פראגע וועגן זומער, צי איר זאלט נעמען אן אפיס ארבעט אדער ארבעטן אין סקול; זיכער זאלט איר זוכן אן ארבעט אין א סקול ווי צו גיין אין אן אפיס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.